Tag Archives: Lithuanian Yiddish

Hosea in Lithuanian Yiddish



הושע

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

די פּרקים

א      ב      ג     ד     ה     ו     ז     ח    ט    י    יא    יב    יג    יד

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב      ☜ יונה      ☜ איכה    ☜ אסתר     ☜ דניאל      ☜ קהלת    ☜ שיר השירים

בווילנא

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום הושע לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; ביי די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) אָדאָס איז דער דְּבַר יי, אַוואָס איז באַ הוֹשֵׁׁעַ⸗בֶּן⸗בְּאֵרִי′ן געווען אין די יאָרן פון: עֻזִּיָּה, יוֹתָם, אָחָז און יְחִזְקִיָּה — מלכים פון יהודה; און אין די יאָרן פון: יְרָבְֿעָם⸗בֶּּן⸗יוֹאָשׁׁ — מלך פון ישראל.

(ב) לכתחילה, אַז ס′האָט גאָט מיט הוֹשֵׁׁעַן גערעדט, זאָגנדיק, גאָט — הוֹשֵׁׁעַן:

„גיי זשע און נעם⸗זאַך אַ פרוי אַ פאַרקורוועטע, און קינדער אַוואָס פון קורווערײַ, אַווײַלע קורווענען, טוט זאַך אַזש די גאַנצע לאַנד, זיי קורווענען זאַך אַזש אוֹיסעט פון פאַר גאָט“. 

(ג) איז גייט ער און נעמט ער זאַך גּׁמֶרְן, די טאָכטער באַ דִּבְֿלַיִם. איז זי פאַרגאַנגען אין טראָגן, און האָט עם צוגעוואונען אַ זון. (ד) איז זאָגט עם אָנעט גאָט:

„זאָלסט עם דעם נאָמען אָנרופן: יִ זְ רְ עֶ א ל, ווײַלע אָט נאָך אַ ביסל און כ′ל אָפּמאָנען די בלוט פון יִזְרְעֶאל אַפן חשבון פון בֵּית יֵהוּא, און כ′ל אַ סוף מאַכן מיטן מלכות בית ישראל, (ה) און ס′עט אין אָט דעם טאָג זײַן, אַז דעם בויגן פון ישראל וועל איך צוברעכן, אַדווקא אינעם עֵמֶק יִזְרְעֶאל.“

(ו) זי איז ווײַטער פאַרגאַנגען אין טראָגן, און האָט געוואונען אַ טאָכטער. זאָגט ער עם:

„רוף איר דעם נאָמען אָנעט לׁ א ⸗ רֻ חָ מָ ה — ניט⸗דערבאַרעמדיקע, ווײַלע אַף ווײַטער וועלעך שוין מער קין רחמנות ניט האָבן אַפן בית ישראל זיי אָפּזשאַלעווען. (ז) נאָר אַפן בית יהודה וועל איך פונדעסטוועגן רחמנות האָבן, און כ′ל זיי אָפּראַטעווען אַדוך יי, זייער גאָט; כ′ל זיי ניט אָפּראַטעווען ניט מיטן בויגן ניט מיטן שווערד, ניט מיט מלחמה ניט מיט פערד און ניט מיט רײַטער.“

(ח) אַז זי האָט אַנטוויינט לׁא⸗רֻחָמָהן, איז זי טראָגעדיק געוואָרן און האָט צוגעוואונען אַ זון. (ט) זאָגט ער עם:

„רוף עם דעם נאָמען אָנעט לׁ א ⸗ עַ מִּ י, ווײַלע איר זײַט דאָך ניט מײַן פאָלק, און איכ′ל פון אײַערטוועגן ניט פאַראַן זײַן.“

≡≡ פּרק ב ≡≡

  • (א) ס′עט די צאָל פון די בני ישראל,
  • אַזש ווי דער זאַמד פון ים זײַן,
  • אַוואָס — ניט מ′קען מעסטן, ניט מ′קען ציילן,
  • און ס′עט זײַן, אַז,
  • אָנשטאָט מ′זאָל זיי אָנזאָגן: „לׁא⸗עַמִּי אַתֶּם — ניט מײַן פאָלק זײַט איר“,
  • ט′מען זיי אַזש אַ זאָג טאָן: „בְּנֵי אֵל⸗חַי — קינדער פון לעבעדיקן גאָט“. (ב)
  • און ס′עלן די בני יהודה מיט די בני ישראל,
  • זאַך זאַלבענאַנד אײַנזאַמלען,
  • און זיי′לן זאַך שטעלן אַן איינאיינציקן ראש,
  • און זיי′לן פונעם אָפּלאַנד אַרופגיין, ווײַלע גרויס איז דער טאָג פון:
  • יִזְרְעֶאל — פ אַ ר ז י י ע ן וועט דאָך גאָט. (ג) 
  • איז זאָגט זשע די ברידער אײַערע: 
  • „עַמִּי — פאָלק מײַנער“,
  • און די שוועסטער אַוואָס באַ אײַך: 
  • „רֻ חָ מָ ה — דיאָ אַוואָס מ′האָט איר געטרייסט“. 
  •                            
  • (ד) טאָ קריגט⸗זאַך, מיט די מאַמע אַוואָס באַ אײַך,
  • טאָ קריגט⸗זאַך, אַווײַלע זי איז גאָר מײַן ווײַב ניט,
  • און איר מאַן בין איך גאָר ניט,
  • איז זאָל זי דען די קורווישקײַט אָפּטאָן פון די צורה אירע,
  • און די נַפְקישקײַט פון צווישן די בריסט, (ה) 
  • טאָמער זאָל איך איר דען ניט אוֹיסטאָן אַ נאַקעדיקע,
  • איר אַרומווײַזן אָט ווי אין טאָג פון איר געבאָרן ווערן,
  • איר שטעלן ווי אין דער מדבר, איר אָפּטאָן ווי אין וויסטעניש,
  • איר אַזש מיט דאָרשט טייטן; (ו) 
  • און אַף אירע קינדער כ′לעך קין רחמנות ניט האָבן,
  • ווײַלע זנות⸗קינדער אי′ דאָס דאָך, (ז) 
  • מה⸗דאָך, אַז די מאַמע באַ זיי האָט זאַך געקורוועט,
  • דיאָ אַוואָס האָט זיי געבאָרן, זי′ט זאַך פאַרשעמט.
  • זי′ט דאָך אַ זאָג געטאָן: 
  • „אַגיין וועלעך אַנאָך מײַנע האָלטהאָבער,
  • די געבער פון מײַן ברויט און מײַן וואַסער,
  • מײַן וואָל און מײַן בוימל און מײַנע משקאות.“ (ח)  
  • דרום נעם איך דיר די וועג אַזש מיט דערנער פאַרשפּאַרן!
  • פאַרצאַמען וועלעך איר מיט אַ צאַם,
  • און זי′ט ניט טרעפן די וועג אַף אַהין⸗און⸗אַהער. (ט) 
  • אַנאָכלויפן ′עט זי די האָלטהאָבער אירע,
  • נײַערט דאַיאָגן ′עט זי זיי פאָרט ניט;
  • זוכן ′עט זי זיי זוכן, נײַערט טרעפן ט′זי ניט טרעפן.
  • אָדאַמאָלסט ′עט זי באַ זאַך אַ זאָג טאָן: 
  • „ל′איך זאַך גיין אַף קאַריק צום ערשטן מאַן מײַנעם
  • ווײַלע בעסער איז מיר דאַמאָלסט געווען, ווי איצטערטאָ. (י)
  • אַ⸗קשיא⸗אַף⸗אַ⸗מעשה: זי′ט דען ניט געוואוסט,
  • אַז  א י ך  האָב דאָס איר געגעבן דעם קאָרן, מיטן ווײַן, מיטן בוימל,
  • און זילבער איר געמערט, און גאָלד 
  • און דאַמיט האָבן זיי פון בַּעַלס וועגן געמאַכט. (יא)
  • דרום ל′איך זאַך אומקערן,
  • און כ′ל באַצײַטנס אָפּנעמען מײַן קאָרן,
  • און מײַן ווײַן צו די צײַט זײַנע, 
  • כ′ל דאַצו אָפּשיידן מײַן וואָל און מײַן פלאַקס,
  • אַוואָס איר צוצודעקן די נאַקעדיקײַט. (יב)  
  • און איצטערטאָ כ′לעך אַנטפּלעקן די שאַנדהאַפטיקײַט אירע
  • פאַר די אויגן פון אירע האָלטהאָבער,
  • קיינער ט′איר פון די הענט מײַנע ניט אָפּראַטעווען. (יג)  
  • פאַרשטערן וועלעך גאָר די פרייד אַוואָס באַ איר,
  • יום⸗טובים, ראש⸗חודש, שבתים,
  • אַלע אירע פרייד⸗טעג, (יד)
  • און דעם ווײַנשטאָק מיטן פײַגנבוים אירן,
  • ל′איך טאָן פאַרוויסטן,
  • אַוואָס זי′ט אַף זיי אַ זאָג געטאָן:
  • „אַמײַנע זײַנען זיי דאָך,
  • אַוואָס די האָלטהאָבער מײַנע האָבן מיר אַוועקגעגעבן“,
  • און כ′ל פון זיי גאָר אַ וואַלד מאַכן,
  • אַוואָס ווילדע חיות פון פעלד וועלן פונדאַפון אָפּפרעסן. — (טו) 
  • און אָפּצאָלן וועלעך איר,
  • פאַר די אַלע יאָרן מיט די בְּעָלִים,
  • אַוואָס צו זיי האָט זי מקריב געווען די קרבנות,
  • זאַך אוֹיסצירנדיק,
  • מיט אירע עוורינגלעך און אירע איידלשטיינער.
  • זי איז דאַמיט געגאַנגען אַנאָך אירע האָלטהאָבער.
  • און מיר האָט זי גאָר געטאָן פאַרגעסן —
  • איז אָט וואָס, אַזויאָ זאָגט גאָט: (טז) 
  • „דרום וועל איך איר אַזש פאַרריידן,
  • כ′ל איר אָפּפירן אין דער מדבר אַוועקעט,
  • און כ′ל איר אַפן האַרצן ריידן. (יז)
  • און אַפון דאָרטן וועלעך איר אָפּגעבן,
  • אירע ווײַנגערטנער,
  • און דעם טאָל פון עָכוֹר אַזש אַף אַ פֶּתַח⸗תִּקְוָה,
  • — אַן אָנהייב פון האָפונג, פאַרבײַטן.
  • און אָטאָ דאָרטן ט′זי גאָר ענטפערן
  • אָט אַזויאָ, אַזש ווי אין די יאָרן פון די יונגשאַפט.
  • אָט אַזויאָ גראָד ווי אין טאָג,
  • פון איר אַרופגיין פון לאַנד מִצְרַיִם.“ (יח)
  • און ס′עט זײַן אין אָטאָ דעמאָ טאָג — 
  • אָט אַזויאָ זאָגט גאָט:
  • „דו′עסט גאָר אַ רוף⸗אוֹיסעט טאָן: 
  • ,מײַן מאַן!‘ און מיר ′עסטע ווײַטער ניט אָנרופן ,מײַן בַּעֲל‘, (יט)
  • און איכ′ל גאָר אַראָפּנעמען די נעמען פון די בְּעָלִים
  • פון מוֹיל וואָס באַ איר,
  • און מ′עט זיי באַם נאָמען מער ניט אָנרופן. (כ) 
  • און אין אָטאָ דעמאָ טאָג,
  • כ′לעך מיט זיי כּוֹרֵתֿ בּרִיתֿ זײַן,
  • מיט די חיות פון פעלד און מיט די פייגל פון די הימלען,
  • און מיט די ווידמענונג פון די ערד,
  • און דעם בויגן מיטן שווערד מיט מלחמה⸗האַלטן,
  • וועל איך צעשמעטערן,
  • אַזש פון די ערד אַראָפּ,
  • כ′ל זיי אַלע געבן זיכעראַהייט זאַך אָפּרוען, (כא)
  • כ′ל דיר אַף אייביק פאַרקְנַסְן,
  • כ′ל דיר מיט רעכטפאַרטיקײַט און גערעכטיקײַט פאַרקְנַסְן, (כב)
  • כ′ל דיר מיט אמונה פאַרקְנַסְן,
  • ′עסטע גאָט וואוילקענען. (כג)
  • און ס′עט זײַן אין אָטאָ דעמאָ טאָג,
  • ל′עך ענטפערן — אָט אַזויאָ זאָגט גאָט:
  • „די הימלען ל′עך ענטפערן,
  • און זיי ווידער וועלן די ערד אָפּענטפערן, (כד)
  • און די ערד גופא ′עט מיט ק אָ ר ן ענטפערן,
  • און מיט וו ײַ ן און מיט ב ו י מ ל,
  • און זיי גופא ′לן דאָך אָפּענטפערן:
  • ,יִ זְ רְ עֶ אל‘ — אַ פ אַ ר ז י י ע ן טוט גאָט. (כה)
  • און איך וויל איר — צו מיר — פאַרזייען אינעם לאַנד,
  • כ′ל אַף לׁא⸗רֻחָמָהן אַזש רחמנות האָבן,
  • כ′ל לׁא⸗עַמּין אַ זאָג טאָן: 
  • ,עַמִּי — פאָלק מײַנער בינסטע′,
  • און ער ווידער וועט אַ זאָג טאָן:
  • ,אֱלׁהַי — אָ, גאָטעניו מײַנער‘.“

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) טוט מיר אַ זאָג גאָט

„איז גיי נאָכאַמאָל, און ליב⸗זאַך מיט אַ פרוֹי, אַוואָס אַ צווייטער האָט איר האָלט און זי איז אַ נואפטע — אָט אַזויאָ ווי גאָט האָט האָלט די בני ישראל כאָטש זיי קערן זאַך פון עם אַוועקעט צו די אַנדערע געטער און אָנזשלאָקער פון בעכער מיט געצנווײַן.“

(ב) איז האָב איך פאַר איר פופצן זילבערנע באַצאָלט, מיט אַ חוֹמֶר גערשטן און אַ לֶתֶֿךְ גערשטן, (ג) און אָט טו איך איר אַ זאָג: „אַ פולע טעג זאָלסטע מיר אָפּזיצן, מאַך ניט קין זנותערײַען און זײַ ניט מיט קין מאַן, און אָט אַזוי אויכעט איך וואָ⸗שייך דיר, (ד) אַווײַלע לאַנגע יאָרן וועלן אָפּזיצן די בני ישראל, און ס′ניטאָ קין מֵלֶךְ, ס′ניטאָ קין האַר, ניטאָ קין קרבן, און ניטאָ קין שטענדער, ניטאָ אויך — ניט קין אֵפוֹד און ניט קין תְּרָפִים. 

(ה) און אַנאָכדעם וועלן די בני ישראל ערשט תשובה טאָן און אוֹיסזוכן אֲדֹנָי זייער גאָט, און דָּוִדְן זייער מֵלֶךְ, און זע′לן מורא האָבן פון פאַר גאָט און פון זײַן גוטיקײַט — אַזש אין די אחרית הימים.

≡≡ פּרק ד ≡≡

  • (א) הערט זשע אוֹיסעט דעם וואָרט פון גאָט, אָ בני ישראל:
  • ווײַלע אַ קריג האָט דאָך גאָט מיט אָטאָ דיאָ,
  • וואָס זיי וואוינען אין לאַנד,
  • אַז ניטאָ קין אמת, און ניטאָ קין חסד,
  • און אין לאַנד וויל מען גאָט ניט וויסן. (ב)  
  • נאָר וואָדען: מ′טוט פאַלש שווערן, מ′לייקנט אָפּעט,
  • מ′רַצְחְנט, מ′גנבעט, מען טרײַבט ניאוף,
  • מען ווילדעוועט אַזש ביז די בלוט פון איינעם
  • פאַלט ניט אין בלוט פונעם צווייטן אַרײַנעט.(ג) 
  • דרום טוט די לאַנד אבילות אָפּריכטן,
  • אַז אומגליקלעך איז איטלעכער,
  • אַוואָס אָדאָרטן טוט ער זאַך זיצן,
  • אַזש מיט די חיות פון פעלד און די פייגל פון די הימלען,
  • אַפילו די פיש וואָס אין ים ט′מען אַוועקקלײַבן, (ד)
  • און פונדעסטוועגן, זאָל זאַך אַ מענטש ניט אַמפּערן,
  • זאָל ער ניט אַרײַנמוסרן,
  • ווײַלע עַמְּךָ איז מערניט אַף קריגן זאַך מיטן כהן. (ה) 
  • געשטרויכלט ′סטע ווערן באַטאָג,
  • און מיט דיר אינאיינעם ′עט דער נביא געשטרויכלט ווערן באַנאַכט,
  • און די מאַמע באַ דיר וועל איך אַנטשווײַגן, (ו)
  • אַז פאַרשטומט איז מײַן פאָלק פון דוחק אין וויסן,
  • ווײַלע וויסן איז דיר מיאוס געווען,
  • וועט מיר דען מיאוס זײַן אײַער באַדינען מיר אַלץ כהן —
  • האָסט פאַרגעסן די תורה פון דײַן גאָט,
  • אָט אַזויאָ וועל איך אין דײַנע קינדער פאַרגעסן.(ז)
  • אַוואָס מער זיי האָבן זאַך געמערט,
  • אַלץ מער האָבן זיי אין מיר געזינדיקט,
  • כ′לעך דעם כבוד זייערן אַף שאַנדהאַפטיקײַט פאַרבײַטן; (ח) 
  • די זינד פון מײַן פאָלק פרעסן זיי אָפּעט,
  • און לייגן די האַרץ אין חטאים אַרײַנעט. (ט) 
  • אַזויאָ באַ עמך — אָט אַזויאָ באַם כהן. 
  • כ′לעך עם אָפּשטראָפן איבער זײַנע זיטן,
  • עם אָפּגעבן לוֹיט די מעשים. (י) 
  • זע′לן עסן און זיך ניט אָנזעטיקן,
  • זע′לן זיך אַרומזונהן און וועלן זאַך ניט פאַרמערן,
  • ווײַלע זיי האָבן פאַרלאָזן די האָרכונג פון אֲדֹנָיען. (יא) 
  • אַז דער זנות מיטן אַלטן ווײַן מיטן נײַעם ווײַן
  • נעמען צו די האַרץ. (יב) 
  • אַז מײַן פאָלק גייט עתידות באַ אַ קלאָץ גאָר פרעגן,
  • און דער שטעקן וואָס באַ עם ט′עם אַן ענטפער געבן!
  • אַווײַלע ס′האָט אַ רוח שטות פאַרפירט,
  • און אַף די שפּיצן פון די בערג קוילענען זיי קרבנות,
  • און טוען אָפּברענען אַף די היגלען:
  • אונטערן אייכנבוים, דעם באַרנבוים, דעם לינדנבוים,
  • אַווײַלע — גוט איז באַ עם דער שאָטן.
  • דעריבער ל′ן אָנזונהווען אײַערע טעכטער און אָננַפְקענען אײַערע שניר. (יד) 
  • פונדעסטוועגן וועלעך עס ניט אָפּציילן אַקעגן אײַערע טעכטער,
  • אַז זיי וועלן זונהווען, און אײַערע שניר, אַז זיי וועלן נַפְקענען,
  • מה⸗דאָך, אַז ז יי  אַ ל י י ן האָבן דאָך חברותא מיט די זונות געמאַכט,
  • און קרבנות מיט קורוועס געבראַכט.
  • אַ פאָלק וואָס פאַרשטייט ניט, וועט אַף פּורעניות אָנקומען. (טו) 
  • אַז דו, י ש ר א ל,  בינסט אַ זונה
  • וועט י ה ו ד ה דאַפון ניט שולדיק ווערן;
  • איז קומט ניט אַפן גִּלְגָּל,
  • און קריכט ניט אין בֵּית⸗אָוֶן,
  • און שווערט ניט אָדאָרטן: „חַי יי“. (טז) 
  • אַזוי ווי אַ ווידערשפּעניקע אָנגעשטאָפּטע קו
  • האָט ווידערשפּעניקט ישראל,
  • טאָ זאָל איצטער גאָט זיי ווי אַ שאָף אַף דער פרײַ לאָזן? (יז) 
  • צוגעטשעפּעט צו די אָפּבילדער איז אפרים.
  • איז — לאָז עם צורו! (יח) 
  • און ווען זייער טרינקעכץ איז אָפּגעטרונקען זונהווען זיי אין זנות,
  • אַז האָלט⸗האָבן האָבן אירע האַרן מערניט שאַנד, (יט) 
  • אַז דער ווינט האָט איר פאַרפּלאָנטערט אירע קליידלעך,
  • און מיט זייערע קרבנות וועלן זיי זיך גלאַט שעמען.

≡≡ פּרק ה ≡≡

  • (א) טוט הערן, אָ, כהנים,
  • און האָרכט זאַך אײַנעט, בית ישראל,
  • און גיט אַן עווער, אָ, בֵּית הַמֵּלֶךְ,
  • ווײַלע אַף אײַך גייט דאָך דער משפּט,
  • אַלמאַי אַ פּאַסקע האָט איר אין מִצְפּה געמאַכט,
  • און אַ נעץ⸗געוועב אוֹיסגעשפּרייט אַף תָּבוֹר, (ב) 
  • אַז די וואָס האָבן זאַך אָפּגעקערט,
  • האָבן זאַך אין שחיטה פאַרטיפט,
  • און איך, וואָס כ′ל זיי אַלעמען מוסרן, (ג) 
  • איך קען דאָך אפרימען,
  • און ישראל איז פאַר מיר ניט פאַרבאַהאַלטן,
  • ווײַלע אָט איצטערטאָ האָסט זיך אפרים אָנגעזוֹנהט,
  • ישראל — פאַרטומהט. (ד) 
  • אַז די בייזע מעשים זייערע דאַלאָזן זיי ניט,
  • אומקערן זאַך צו זייער גאָט,
  • ווײַלע בײַ זיי גופא איז אַ רוח פון זנותעכץ,
  • און אֲדֹנָיען האָבן זיי געטאָן — ניט⸗וויסן. (ה) 
  • וועט דאָך די גאווה פון ישראל אָפּגעענטפערט ווערן
  • פון פאַרן אייגענעם פּרצוף;
  • און ישראל מיט אפרים וועלן נכשל ווערן מיטן זינד זייערן,
  • און מיט זיי אינאיינעם וועט נכשל ווערן יהודה אויכעט. (ו) 
  • מיט זייערע שאָף, מיט די רינדער זייערע וועלן זיי גיין,
  • זוכן אֲדֹנָיען — און וועלו ניט טרעפן,
  • ער האָט זיך פון זיי אָפּגערוקט. (ז) 
  • אֲדֹנָיען האָבן זיי געטאָן פאַרראַטן,
  • און זיי האָבן געבאָרן קינדער פון פרעמדע,
  • ט′מען זיי אין נײַעם חודש אופפרעסן,
  • אינאיינעם מיט זייערע נחלאות. 
  •                                                   
  • בלאָזט דען אין שופר אין גִּבְעָה,
  • און טרומייטערט אין רָמָה,
  • שאַלט און בלאָזט אין בֵּית⸗אָוֶן: 
  • „אַנאָך דיר, אָ בנימין!“ 
  • צו אַ בייזוואונדער וועט דאָך אפרים,
  • אין טאָג פון די תוכחה זײַן,
  • אַז אין די שבטי ישראל טו איך,
  • וואָרהאַפטיקײַט מוסר מודעה זײַן. 
  • זײַנען די האַרן פון יהודה געוואָרן,
  • ווי דיאָ וואָס פאַררוקן די געמאַרקן,
  • אַזוי ווי וואַסער כ′לעך אַף זיי,
  • אוֹיסגיסן מײַן גרימצאָרן. (יא
  • צעדריקט איז אפרים, 
  • אין משפּט צעשמעטערט,
  • ווײַלע ער איז דאָך נאָכגעגאַנגען שמוץ. (יב
  • און איך וועל אפרים זײַן ווי אַ מילב,
  • און צו בית יהודה אַ האָלץ⸗וואָרים. (יג
  • און אַז אפרים האָט זײַן חולאת דאַזען,
  • און יהודה זײַן ראַנע,
  • איז אפרים — צו די אַשורים אַוועק,
  • אַוועקגעשיקט צום מֵלֶךְ הַפּלאָנטערניש,
  • קען ער דיר אָבער ניט אוֹיסהיילן,
  • יָכְלְט ער ניט דײַן וואונד באַזאַלבן. (יד
  • ווײַלע כ′ל יהודהן ווי אַ לייב זײַן
  • און ווי אַ יונגע לייבעכע צו בית יהודה,
  • איך און איך אַליין וועל פאַרצוקן און — אַוועק,
  • אַוועקטראָגן די פאַרצוקעניש,
  • און קין מַצִּיל ט′ניט זײַן. (טו
  • כ′ל זאַך אַ נעם טאָן און — אַוועק,
  • קאַריק אַף מײַן אָרט,
  • ביזקל וואַנענט זיי וועל אײַנזען די שולד,
  • און אוֹיסזוכן פון פאַר מיר,
  • און פון אַלדי צרות וועלן זיי זיך,
  • אופכאַפּן מיר — אוֹיסזוכן.

≡≡ פּרק ו ≡≡

  • (א) איז קום זשע,
  • לאָמיר זאַך אומקערן צו אֲדֹנָיען!
  • האָטאָך ער פאַרצוקט,
  • און ער וועט אונדז אוֹיסהיילן,
  • ער האָט פאַרוואונדיקט,
  • און ער וועט אונדז די וואונדן איבערבינדן. 
  • פון אַ טאָג צוויי ט′ער אונדז אופלעבן,
  • אין דעם דריטן טאָג,
  • וועט ער אונדז אופשטעלן,
  • און מי′לן לעבן פון פאַר עם. 
  • און מי′לן וויסן דאַיאָגן דעם וויסן פון אֲדֹנָיען,
  • קלאָר ווי דער אינדערפריעדיקער שטערן,
  • ט′עם זײַן, עם אין אָרט זײַנעם טרעפן,
  • און ווי דער רעגן ט′ער צו אונדז קומען,
  • אַזש ווי דער שפּעטער שפּריי רעגן
  • קומט דערנערן די ערד. 
  • אײַ וואָזשע זאָלעך דיר אפרים טאָן?
  • אײַ וואָזשע זאָלעך דיר יהודה טאָן?
  • אַז די גוטיקײַט איז באַ אײַך,
  • ווי אַ וואָלקן אינדערפרי,
  • ווי דער טוֹי וואָס אײַלט זאַך אַוועקעט? 
  • דרום האָב איך זיי געהויערט,
  • אַדוך די נביאים,
  • זיי אַוועקגעהרגעט,
  • מיטן זאָג פון מײַן מוֹיל,
  • און דער משפּט דײַנער,
  • זאָל נאָך צום ליכטיקן אַרוֹיסעט, 
  • ווײַלע גוטיקײַט האָב איך געוועלט,
  • און ניט קין קרבנות,
  • און דַּעֲת אלהים,
  • איידער די קרבן⸗עולות. 
  • נאָר זיי ווידער האָבן עובר ברית געווען,
  • מעשה אדם הראשון,
  • אָטאָ דאָרטן האָבן זיי אין מיר פאַרראַטן: 
  • אַז גִּלְעָד איז אַ שטאָט מיט אופטוער פון שאַלקהאַפטיקײַט,
  • אַפול מיט אַזעטקענע
  • וואָס אַף ריינע בלוט לאָקערן. 
  • אַזוי ווי כאָפּטעס מיט רוֹיבער
  • וואַרטן אַף אַ מענטשן
  • אַזוי באַ חברה כהנים
  • אונטערוועגנס אַפן שְכֶמער וועג טוען רַצְחענען,
  • פּאַסקודסטוועס טוען זיי אָפּעט. 
  • באַם בית ישראל האָבעך דאַזען
  • וואָס די האָר שטייען פונדאַפון קאַפּויער,
  • אַ זנותערײַ באַ אפרים
  • אַ טומאה באַ ישראל. (יא
  • אָהאָ, יהודה, אַף דיר′ט אָפּוואַרטן אויך דיאָ שניטצײַט.
  • נײַערט — באַם אומקערן די אַרוֹיסקערונג פון מײַן פאָלק.

≡≡ פּרק ז ≡≡

  • (א) אַז כ′ל אַ רפואה טאָן ישראל,
  • ′עט זאַך אופדעקן די זינד פון אפרים,
  • און די שלעכטיקײַט שומרונס,
  • אַלמאַי די שקרימדיקײַט,
  • אַוואָס זיי האָבן געטאָן אָנמאַכן,
  • אַז דער גנב גליטשט זאַך אינעווייניק אַרײַנעט,
  • בעת די כאָפּטע אינדרוֹיסן לאָזט זיך פונאַנדער, (ב)
  • זאָלן זיי באַזעך אין האַרצן נאָר ניט אַוואָס זאָגן —
  • די גאַנצע שאַלקהאַפטיקײַט זייערע,
  • האָב איך דאָך פאַרגעדיינקט,
  • לעת⸗עתה רינגלען זיי אַרומעט,
  • זייערע מעשים,
  • אַזיי שטייען מיר אַזש פאַר די אויגן. (ג)
  • מיט זייער רשות,
  • זײַנען זיי דעם מלך משמש
  • און מיט זייערע לייקענישן,
  • די פּרינצן די ליגנער, (ד)
  • זײַנען אַלע נואפים,
  • ווי אַן אָנגעהייצטער באַק⸗אויוון,
  • אַז דער בעקער הערט אוף די טייג קנעטן,
  • אַביזקל ס′עט נתחמץ ניט ווערן. (ה)
  • אין סאַמע טאָג פון דעם מלך באַקריינען,
  • נעמען זאַך די האַרן אַזש קריינקן מיט ווײַן,
  • און עם ציט די האַנט זײַנע,
  • גראָד די לצים דאַלאַנגען. (ו)
  • און  ז י י  ווידער האָבן די האַרץ צוגעגרייט,
  • ווי אַַ באַק⸗אויוון בעתן לאָקערן,
  • אַז אַ גאַנצע נאַכט שלאָפט אײַנעט דער בעקער,
  • און אינדערפרי טוט ברענען פלאַם⸗פײַער; (ז)
  • היצן זיי זאַך אינאיינעם אין אויוון,
  • נאָכן אָפּפרעסן די שופטים וואָס באַ זיי,
  • געפאַלן זײַנען אַלע זייערע מלכים,
  • אַז ניטאָ צווישן זיי,
  • אַוואָס רופט אוֹיסעט — צו מיר. (ח)
  • אפרים — צווישן די פעלקער,
  • ′עט⸗צעך אוֹיסמישן,
  • אַ האַלב געבאַקענער קיכל איז געוואָרן אפרים, (ט)
  • וואָס פרעמדע האָבן זײַנע כוחות צופרעסן,
  • ער אַליין ווייס דאָס ניט,
  • גראָע האָר יאַווען זיך אָדאָ, אָדאָרטן,
  • נאָר ער אַליין ווייס דאָס ניט, (י)
  • און די גאווה פון ישראל,
  • וועט עם אָפּענטפערן אין פּרצוף אַרײַן,
  • נאָר זיי האָבן זאַך ניט אומגעקערט,
  • צו זייער גאָט, אֲדֹנָיען, און
  • מיט אָט דעם אַלעמען, עם — ניט געטאָן אוֹיסזוכן. (יא) 
  • אפרים ט′זאַך פאַר אַ נאַרישע טײַבעלע געמאַכט,
  • אָן אַ פאַרשטענדעניש,
  • אָט — אַ רוף טוענדיק צו מצרים,
  • אָט — אַף אַשור קריכנדיק. (יב) 
  • אָט ווי אַזוי זיי גייען נאָר, וועלעך די נעץ מײַנע אוֹיסשפּרייטן,
  • און ווי די פייגל אַפן הימל וועלעך זיי אַראָפּבריינגען,
  • זיי אַרײַנזאָגנדיק, ווי מ′הערט דאָס באַ קהל, (יג) 
  • אָך און וויי זיי, אַוואָס פון מיר האָבן זיי אַוועקגעהַלְכְנט,
  • אַ קלאָג זיי, וואָס זיי האָבן אין מיר געזינדיקט, —
  • זאָל איך זיי גיין אוֹיסלייזן, אַז זיי האָבן אַף מיר כזב ושקר אָנגערעדט? (יד) 
  • אַז צו מיר האָבן זיי פונעם האַרצן ניט אַרוֹיסגעשריען,
  • זאָלן זיי אַפילו יללהן אין סאַמע געלעגער,
  • נײַערט וועגן אָנגעשײַערטן קאָרן, מיטן ווײַן, טוען זיי,
  • זאַך אָנדרודלען, כדי פון מיר אָפּקערן — (טו) 
  • דאָס האָב איך זיי געפעסטיקט און געשטאַרקט די האַנט –
  • און דאָך אַף מיר האָבן זיי קרום אָנגעקוקט. (טז) 
  • טוען זיי אַ קער, איז ניט — אַרופצעצו,
  • נאָר ווי באַם איבערגעדרייטן בויגן,
  • וועלן פאַלן באַ זיי אַפן שווערד די פּרינצן,
  • אַפן חשבון פונעם פאַרביסענעם צונג וואָס באַ זיי.
  • אַפדערוף ט′מען פון זיי ערשט חוזק מאַכן — אין ארץ מצרים.

≡≡ פּרק ח ≡≡

  • (א) דעם שופר אין מוֹיל לייג אַרײַן!
  • ווי אַ רוֹיב⸗פויגל קומט ער אַפן בֵּית יי אָנעט,
  • אַלמאַי זיי האָבן דעם כריתות ברית מײַנעם פאַרשוועכט,
  • און אין די תורה מײַנע ווידערשפּעניקט. (ב)
  • איז צו מיר ′לן זיי דען גיין שרײַען:
  • „גאָט מײַנער! דײַן פאָלק ישראל קען דאָך דיר!“? (ג)
  • אַז אָפּגעשלײַדערט האָט ער גאָר אָדאָס וואָס איז גוט —
  • וועט עם דער שונא פאַריאָגן. (ד)
  • אַז אופגעמֵלֶכְט האָבן זיי מלכים — גאָר ניט פון מײַנטוועגן,
  • אופגעפּרינצט פּרינצן — וואָס קענען קענעך זיי אַפילו ניט,
  • פון זייערע זילבער מיט די גאָלד זייערע האָבן זיי זאַך געטשקעס געטאָן מאַכן,
  • דרום וועלן זיי אַליין — אָפּגעהאַקט ווערן. (ה)
  • אָפּגעשלײַדערט איז דער עֵגֶל הַזָּהָב דײַנער, אָ, שומרון,
  • דער צאָרן באַ מיר גרימט אַזש אין זיי,
  • ביזקל וואַנעט וועלן זיי צו רייניקונג ניט דאַגיין?
  • אַז פון ישראל אַפילו אָטוואָס:
  • פון בעל⸗מלאכה — קין גאָט אי′ דאָס ניט.
  • נײַערט צו שפּענדלעך וועט צושמעטערט ווערן דער קאַלב פון שומרון! (ז)
  • דען אַ ווינט טוען זיי זייען,
  • און אַ זאַווערוכע ′לן זיי פונדאַפון שנײַדן,
  • פון דער זייאונג וועט די תבורה ניט שטיין,
  • און אַז שפּראָצן וועט די זייאונג,
  • וועט עס קין מעל ניט באַווײַזן, נײַערט ליידיקע זאַנגען,
  • און טאָמער וועט עס פאָרט וואָס מאַכן —
  • וועלן דאָס שטאָק פרעמדע אופפרעסן. (ח)
  • אופגעשלונגען איז דען ישראל
  • איצטער צווישן די פעלקער ′לן זיי זײַן
  • אַזוי ווי אַ כֵּלי וואָס איז קיינעם קין חֵפֶץ ניט. (ט)
  • ווײַלע אָן אַשור האָבן זיי זאַך צוגעטשעפּעט,
  • ווי אַ צעווילדעוועטער מוֹיל⸗אייזל,
  • וואָס דרייט זיך איינער אַליין אַרומעט.
  • אירע ליבהאָבער ט′אפרים זיך אַזש צוגעקויפט; (י)
  • כאָטש אַוועק אין די פעלדער זײַנען זיי, זיך צוקויפן,
  • וועל א י ך זיי אָט איצטער פונדעסטוועגן טאָן אײַנזאַמלען,
  • זאָלן זיי נישקשה אונטערקריינקן,
  • אַזש פון די משא פונעם מֵלֶךְ מיט די פּרינצן;  (יא) 
  • אַלמאַי געמערט האָט אפרים מזבחות אַף זינדיקן,
  • אַיע, אַף ז י נ ד י ק ן
  • זײַנען עם די מזבחות געווען.  (יב)
  • אַז געשריבן האָבעך עם אַזויפל פון די תורה מײַנע,
  • איז עס באַ עם גאָר אַן אָפּפרעמדעניש פאַרבליבן,  (יג)
  • און די ברענעכצער פון אָטאָ די קרבנות,
  • זאָלן זיי עס בעסער די קוילונגען צו פלייש קאָכן און אָפּעסן,
  • ווײַלע גאָט — וויל זיי ניט.
  • הײַנט ′עט ער זייערע זינד פאַרגעדיינקן,
  • און די חטאים זייערע אָפּציילן,
  • אַף מצרים וועלן זיי קאַריק.  (יד)
  • וויילע פאַרגעסן האָט ישראל אָטאָ דעם וואָס האָט עם געמאַכט,
  • און גלאַט געבויט היכלות אַף עבודה זרה.
  • און יהודה ווידער האָט זיך געמערט געפעסטיקטע שטעט,
  • נאָר אַ שריפה ′לעך אַף די שטעט זײַנע אָנשיקן
  • און אָפּפרעסן וועט זי אירע אַלע פּאַלאַצן.

≡≡ פּרק ט ≡≡

  • (יד)  זאָלסט זאַך, אָ, ישראל, ניט פרייען,
  • אַף גליק אַזוי ווי באַ די פעלקער,
  • ווײַל אָן דײַן גאָט האָסטו מיטן קורווע⸗געלט אָנגעזנותט,
  • מיט אַ באַצאָלטן ליבהאָבער האָסט זאַך געליבט,
  • אַף אַיעדע פּאַדלאָגע פון אַ קאָרן⸗שײַער, (ב)
  • איז וועט דער שײַער מיטן קעלטער זיי ניט שפּײַזן,
  • און צום ווײַן ′לן זיי ניט אוספּייען, (ג)
  • אין גאָטס לאַנד וועלן זיי ניט פאַרבלײַבן,
  • נײַערט אומקערן וועט זאַך אפרים — אין מצרים,
  • און פרעסן טַרפות ט′ער אַזש — אין אַשור. (ד)
  • זיי ′עלן שוים ניט גיסן פאַר גאָט קין ווײַן,
  • און ס′עלן עם ניט זיס זײַן,
  • זייערע קרבנות וועלן אַזש זײַן ווי די ברויט באַ אבלים,
  • און אַווער ס′טוט פונדאַפון עסן ′עט טמא ווערן,
  • ווײַלע זייער ברויט איז צו זייער לײַב ראוי,
  • אין בֵּית יי ′עט ניט דאַגיין; (ה)
  • איז וואָס ט′איר גיין טאָן אום יום⸗טוב,
  • און אין טאָג פון אַ חג אֲדֹנָי? (ו)
  • אַז אָט זײַנען זיי פון פאַרחוּרבֿעניש אַוועקעט,
  • און אָט האָט זיי אופגעזאַמלט מצרים,
  • איז וועלן זיי אין מוֹף באַגראָבן ווערן,
  • די קעסטלעכע זילבערנע אוצרות וועלן ירשענען שטעכלקעס
  • און די שטעכלקעס וועלן די שטיבער אָפּנעמען. (ז)
  • קומען זיי אָנעט די טעג פון אָפּרעכענונג,
  • קומען זיי אָנעט די טעג פון אָפּצאָלונג,
  • דאָס′ט וויסן זײַן ישראל, אַוואָס האָבן אַ זאָג געטאָן:
  • „אַ נאַר אי′ דער נביא, אַ שוטה דער מענטש פון גײַסט“,
  • און פאַר די גרויסעצאָלעקײַט פון בייזע מעשים,
  • גרויסעצאָליק ט′זײַן רונד אַרום די פאַרהאַסונג. (ח)
  • פאַר גאָטס אַ סטראָפּטשע האַלט זאַך גאָר אפרים,
  • דעם יעגערס אַ פּאַסטקע שטעלט ער —
  • דעם נביא, אַף אַלע זײַנע וועגן,
  • ט′זײַן רונד אַרום די פאַרהאַסונג אינעם הוֹיז פון זײַן גאָט. (ט)
  • זיי האָבן זאַך אַזש אַרײַנגעטיפט אין שאַלקהאַפטיקײַט,
  • פּונקט ווי אין די טעג פון די גִּבְעָה;
  • געדיינקן ′עט ער זייער זינד
  • און אופמאָנען ′עט ער דעם חטא. (י)
  • ווי מ′טרעפט אין דער מדבר ווײַנטרוֹיבן,
  • אָט אַזויאָ האָבעך די ישראל געטראָפן,
  • ווי דעם פײַגנבוים צו ערשטע אופבליאונג,
  • האָבעך די אבות אײַערע אָנגעקוקט,
  • זיי זײַנען צום בַּעַל פּעוֹר אָנגעקומען,
  • און זאַך אָפּגעשיידט — צו בושות,
  • געוואָרן פּאַסקודסטוועס גענוֹי ווי זייער ליבהאָבער. (יא)
  • אפרים: ווי אַ פויגל ט′אָפּפליען דער כבוד אַוואָס באַ זיי,
  • אינאיינעם מיטן געבורט פון אַ בוֹיך, און גלאַט טראָגעשאַפט. (יב)
  • און זאָלן זיי אַפילו מגדל בנים זײַן,
  • כ′לעך זיי פאַרוואַרפן פון אַן איינציקן אַ מענטש צו ווערן,
  • טאַקע זיי אַזאָכנוויי, אַז כ′ל זאַך פון זיי אָפּטראָגן. (יג)
  • אפרים — אָט אַזוי ווי כ′האָב דאַזען באַ צוֹר
  • פאַנאַנדערגעפלאַנצט מיט אָנגענעמקײַט —
  • אי′ וואָס זשע טוט אפרים, טראָגט אַרוֹיסעט זײַנע זין צום הַרְגער. (יד)
  • איז גיב זיי, אָ גאָט, אָדאָס, אַוואָס⸗ניט⸗איז, אַוואָס דו′סט דען געבן:
  • אַ טראַכט וואָס מַפּילט גיב זיי,
  • און אײַנגעשרומפּענע בריסט. (טו)
  • אינעם גִּלְגָּל איז גאָר די שלעכטיקײַט זייערע,
  • אַז אָדאָרטן האָבעך זיי פײַנט געהאַט
  • פון וועגן די שלעכטע מעשים זייערע,
  • איז פון מײַן הוֹיז כ′לעך זיי פאַרטרײַבן,
  • אַווײַטער כ′לעך זיי ניט האָלט האָבן,
  • מה⸗דאָך זייערע האַרן זײַנען אָפּקערער. (טז)
  • אַז געשלאָגן איז אפרים,
  • דער וואָרצל באַ זיי אוֹיסגעטריקנט,
  • קין פרוכפּערקײַט ל′ן זיי ניט מאַכן,
  • זאָלן זיי אַפילו קינדער טאָן געווינען,
  • וועלעך ממיתן די שענסטע פרוכט פונעם בוֹיך. (יז)
  • גאָט וועט זיי פאַר מאוס⸗מיאוסע וואַרפן,
  • אַלמאַי זיי האָבן זאַך צו עם ניט צוגעהאָרכט,
  • נע⸗ונע וועלן זיי אַזש צווישן פעלקער וואָגלען.

≡≡ פּרק י ≡≡

  • (א)   אַ מאדימדיקער ווײַנשטאָק איז ישראל,
  • וואָס בריינגט אופעט פּירות אַוואָס זיי פּאַסן עם,
  • נאָר וואָסאַמער פּירות,
  • אַלצאַמער — געצן⸗מזבחות;
  • וואָסאַמער גוט איז אין לאַנד,
  • אַלצאַמער — די שענסטע געצן⸗סלופּעס. (ב)
  • האָטצאַך די האַרץ באַ זיי אָפּגעטיילט,
  • וועלן זיי איצטערטאָ געשולדיקט ווערן:
  • די מזבחות ט′ער זיי דעם נאַקן אײַנברעכן,
  • די געצישע סלופּעס חרוב מאַכן. (ג)
  • איז אַצינד ל′ן זיי אַוודאי אַ זאָג טאָן:
  • „קין מלך אי′ באַ אונדז ניטאָ!“
  • אַלמאַי מיר האָבן פאַר גאָט קין מורא ניט געהאַט,
  • און דער מֵלֶךְ — אַוואָס קען ער אונדז שוין אופטאָן? (ד)
  • אומרעכטיקע ווערטער ריידן זיי,
  • פאַלשע שבועות טוען זיי באַם צושטימען,
  • ווי ביטער⸗גראָז בליט אַזש אופעט דער משפּט אַוואָס באַ זיי,
  • אַף די בייטן פון מײַנע פעלדער. (ה)
  • פון פאַר די עֵגֶל⸗זָהָבְס אַוואָס אין בֵּית⸗חֶטא
  • וועלן די אײַנוואוינער פון שומרון אופציטערן,
  • מחמת דער פאָלק ′עט איבער זיי אבילות פּראַווען,
  • די פּריסטער וואָס דערוף וועלן זאַך שוין „פרייען“
  • איבערן כבוד פונדאַפון, וואָס איז פון דאָרטן —
  • אויך אין גלות אַוועק. (ו)
  • אַז אויכעט אַדאָס ט′מען אין אַשור אַוועקטראָגן,
  • אַ מתנה דעם מֵלֶךְ הַפּלאָנטערניש;
  • אַ בושה ט′אָפּנעמען אפרים,
  • און פאַרחרפּהנען זײַנע עצה⸗געבער. (ז)
  • אַז פאַרשוואונדן ווערט באַ שומרון דער מֵלֶךְ אירער,
  • ווי שוֹים אַוואָס אַפן וואַסער. (ח)
  • און די הויכע במות פון בֵּית⸗חֶטא ′לן צושמעטערט ווערן,
  • דער חטא פון ישראל גופא,
  • דערנער מיט שטעכלקעס ′לן אַף די מזבחות אַרופעט,
  • און צו די בערג וועלן זיי אַזש אַ זאָג טאָן: „פאַרדעקט זשע אונדז“,
  • און צו די היגלען: „פאַלט זשע אַף אונדז אַראָפּעט“. (ט)
  • אַז פון זינט די מעשה אין די גבעה,
  • האָסט דאָך געזינדיקט, אָ, ישראל,
  • אָדאָרטן זײַנען זיי געשטאַנען,
  • וועסט זיי דען אין די מלחמה אַוואָס אין גבעה ניט דאַיאָגן,
  • אַזוי באַ די הײַנטיקע זינדיקע גאווהניקעס; (י)
  • לוֹיט מײַן ווילן ל′עך זיי פאַרשפּאַרן,
  • און ס′עלן אָנגעזאַמלט ווערן אַף זיי די פעלקער
  • באַם פאַרשפּאַרט ווערן אין אַ צווייפאַכיקן יאָך. (יא)
  • אַן אָנגעלערנטער קאַלב איז אפרים,
  • אַוואָס האָלט האָט ער דרעשן,
  • אַוואָס געזשאַלעוועט האָב איך איר דעם שיינעם נאַקן,
  • נײַערט אַצינד ט′מען אַף עם אַף אפרימען רײַטן, און יהודה′עט אָפּאַקערן —
  • און צעקאַלעטשן ′עט זאַך אַזש יעקב. (יב)
  • איז זייעט זאַך צו פון רעכטפאַרטיקײַט וועגן,
  • און שנײַדט זשע אָפּעט מיט רחמנות,
  • רידלט אַדורך אַפסנײַ די ערד:
  • אַ צײַט אַף אוֹיסזוכן גאָט,
  • ביז וואַנענט ער′ט קומען,
  • און אַף אײַך מיט גערעכטיקײַט אַראָפּרעגענען. (יג)
  • נאָר וואָדען, אַז איר′ט געאַקערט רשעות און אָפּגעשניטן אומרעכט,
  • געגעסן פון די פּירות פון שקרים,
  • מיט בטחון אַנאָך אינעם וועג דײַנעם,
  • מיט די גאַנצע גיבורים דײַנע. (יד)
  • דרום וועט אַ ברומונג באַ דיר אין פאָלק אַרוף,
  • און די פעסטונגען וועל גאָר צושטערט ווערן,
  • אָטאַזויאָ ווי ס′האָט שַׁלְמַן אין טאָג פון מלחמה דעם בֵּית⸗אַרְבֵּאל צעשטערט,
  • מאַמעס מיט די קינדער האָט מען אינאיינעם צושפּאָלטן, (טו)
  • אַזויאָ ט′איר זאַך אָפּגעטאָן מיטן בֵּית⸗אֵל,
  • איבער די שלעכטע שבשלעכטע,
  • אַז אינדערפרי איז אין אַ שלאָף גאָר פאַרשלאָפן דער מֵלֶךְ ישראל.

≡≡ פּרק יא ≡≡

  • (א)  אַז ישראל איז אַ אינגעלע געווען, האָבעך עם האָלט געהאַט,
  • פון מצרים מײַן זונעלע אַרוֹיסגערופן, (ב)
  • אַוואָס מער מ′האָט זיי גערופן, אַלץ מער איז מען פון זיי אַוועקעט,
  • צו די בּעָלִים האָבן זיי קרבנות געבראַכט,
  • צו די פּסילים געטאָן דעמפּן. (ג)
  • און איך דען האָב מיט אפרימען ערשטע טריט געלערנט גיין,
  • זיי ווידער האָבן גאָרניט געוואוסט, אַז דאָס האָב א י ך זיי פאַרהיילט, (ד)
  • מיט מענטשן⸗שטריק,
  • מיט רינגלעך פון האָלטשאַפט,
  • ווי אָדי⸗אָ, אַוואָס דעם יאָך טוען זיי הייבן אַזש איבער די בעקלעך —
  • איידעלערהייט האָבעך זיי געקאָרמעט. (ה)
  • אין ארץ מצרים ט′ער זאַך ניט אומקערן,
  • נאָר אַשור ט′עם דער קיניג זײַן,
  • ווײַלע א ו מ ק ע ר ן האָבן זיי זאַך טאַקע אָפּגעזאָגט. (ו)
  • איז וועט דער שווערד אַף זײַנע שטעט אַראָפּפאַלן,
  • די גרויסעלײַט פאַרצוקן, גלאַט פאַרלענדן,
  • פון וועגן זייערע אַלע באַשלוסערײַען. (ז)
  •                              
  • טוט מײַן פאָלק אַ ישוב הדעת:
  • צי זאָל מען זאַך אומקערן?
  • זאָל מען עם אַפילו אַרופצעצו רופן,
  • ′לן זיי אינאיינעם זאַך קין הייב ניט טאָן. (ח)
  • און פונדעסטוועגן, ווי זשע זאָלעך דיר אופגעבן, אפרים?
  • ווי אַזוי דיר אָפּגעבן, אָ, ישראל?
  • ווי אַזוי דיר אַ גיב טאָן ווי אַדְמָה,
  • דיר אַ שטעל טאָן ווי צְבוֹאִים —
  • אַז די האַרץ באַ מיר טוט זאַך אַ קער איבער —
  • רחמנותן צינדן זאַך אָן באַנאַנד. (ט)
  • דעם גרימצאָרן מײַנעם כ′לעך ניט פאַרוואָריקן,
  • און מער ל′עך ניט משחית זײַן אפרימען,
  • אַז גאָט בינעך, ניט עפּעס אַ מענטשנקינד,
  • דער הייליקער וואָס אַדיר אינצווישן,
  • און כ′ל די שטאָט מער ניט איבערקערן. (י)
  • נאָך אֲדֹנָיען ′לן זיי גיין,
  • ווי ס′רעוועט אַ לייב אָט אַזוי ווי ער רעוועט,
  • ′לן זאַך קינדער ציטערנדיק,
  • קומען אַזש פון מערב אַף קאַריק, (יא)
  • ציטערנדיק ל′ן זיי פון מצרים אָנקומען,
  • ווי אַ טײַבל פון לאַנד אַשור,
  • און כ′ל זיי אין זייערע הײַזער אומקערן,
  • — אָט אַזוי זאָגט אֲדֹנָי.

≡≡ פּרק יב ≡≡

  • (א) מיט ליגנערײַ האָט מיר אַרומגערינגלט אפרים,
  • מיט פאַרנאַרערײַ, בית ישראל,
  • און יהודה שפּילט זאַך מיט גאָט,
  • נאָך געטרײַלעך די הייליקײַטן. (ב)  
  • אפרים, אַ פּאַסטעך פון ווינט טוט יאָגן,
  • דעם מזרחדיקן ווינט אַנאָכעט,
  • אַ גאַנצן טאָג טוט וואָס מער אָפּעט,
  • שלעכטיקײַט מיט שאַלקהאַפטיקײַט,
  • גייט נאָך כורת ברית זײַן מיט אַשור
  • און דעם ארץ ישראלדיקן בוימל
  • — טראָגט ער אָפּעט אין מצרים. (ג) 
  • אַ קריוודע באַ גאָט אַף יהודהן,
  • ער′ט זאַך מיט יעקבן אָפּרעכענען
  • לוֹיט יענעמס שטייגער,
  • לוֹיט די מעשים וועט ער עם אַזש אומקערן. (ד) 
  • נאָך אין בוֹיך ט′ער דעם ברודער —
  • אַ כאָפּ געטאָן באַ די פּיאַטע,
  • און מיט זײַן גבורה געראַנגלט מיטן געטלעכן, (ה) 
  • מיטן מלאך זאַך פאַרמאָסטן און גובר געווען,
  • זיך צעוויינט און עם געטאָן בעטן זאַך,
  • געפינען ט′ער עם אין בֵּית⸗אֵל,
  • אָדאָרטן אָ ט′ער מיט אונדז ריידן. (ו) 
  • נאָר אֲדֹנָי איז דער גאָט פון אַלע צבאות,
  • אַדֹנָי איז זײַן געדיינקעניש, (ז) 
  • איז — דו! צו ד ײַ ן גאָט טו זאַך אומקערן!
  • רחמנות און רעכטפאַרטיקײַט זאָלסט אָפּהיטן
  • אַף ד ײַ ן גאָט זאָלסט זאַך תמיד פאַרהאָָפן. (ח) 
  • נאָר דער סוחר דער כנעני,
  • וואָס באַ עם אין האַנט אַ פאַלשע וואָגשאָל,
  • ער האָט דען האָלט  — אָפּנאַרן. (ט) 
  • זאָגטעך אָבער אפרים: „האָבעך זאַך אַ פּותיקי געטראָפן,
  • און אין אַלע מײַנע באַמיאונגען ט′מען באַ מיר ניט טרעפן
  • אַן עוולה וואָס אַ זינד איז“. (י)     
  •                                   
  • בין איך דען אֲדֹנָי, דײַן גאָט,
  • אַוואָס פון ארץ מצרים,
  • איכ′ל דיר אָן די געצעלטן אַווײַטערפירן
  • אַזוי זיכער ווי די טעג אַזש פון לוח, (יא) 
  •  גערעדט האָבעך מיט די נביאים,
  • די חזיונות פאַרמערט,
  • און אַדוך די נביאים אָפּגעמשלט באַשײַמפּערלעך: (יב) 
  • און אַז גִּלְעָד איז אַף שאַלקהאַפטיקײַט,
  • אַף נישטיקײַט אַוועק,
  • איז האָט מען אָקסן אין גִּלּגָל מקריב געווען,
  • אָנגעפילט מיט זייערע מזבחות
  • ווי קופּעס אָפּפאַל באַ די בייטן פון פעלד. (יג) 
  • אַנטלאָפן איז יעקב אבינו קין שְׂדֵה אֲרָם,
  • און געאַרבעט האָט ער, יעקב, פאַר אַן אשה,
  • און פאַר אַן אשה געטאָן שאָף היטן, (יד) 
  • און מיט אַ נביא האָט גאָט אַרופגעבראַכט,
  • די ישראל פון מצרים,
  • און מיט אַ נביא זײַנען זיי פון אַלעם בייז אָפּגעהיט געוואָרן. (טו) 
  • האָט אפרים אַפצעלהָכעִיס אָפּגעטאָן,
  • וועט זײַן בלוט אַף עם געוואָרפן זײַן —
  • אַז די חרפּהניש זײַנע ט′עם שוים אָפּצאָלן גאָט.

≡≡ פּרק יג ≡≡

  • (א)  אַז אפרים האָט גערעדט ט′מען אַזש געציטערט,
  • פאַרגרויסאַרטיקט איז ער באַ ישראל געוואָרן,
  • נאָר ער האָט זאַך צעזינדיקט מיטן בעל,
  • איז ער אָפּגעשטאָרבן, (ב)
  • און לעת⸗עתה זינדיקן זיי זאַך נאָכמער אונטער,
  • מאַכן זיך ַאַ געטשקע אַ געגאָסענע פון זייער זילבער,
  • אָפּגעטער לוֹיט אייגענע פאַרשטאַנדיקײַט,
  • אינגאַנצן די אַרבעט פון האַנטמײַסטער,
  • אַדי⸗אָ, וואָס אַף זיי טוט מען זאָגן:
  • „אָדי⸗אָ וואָס זיי בריינגען אַ מענטשן אַ קרבן,
  • טוען זיי קושן דעם עֵגֶל“. (ג)
  • דרום וועלן זיי ווי דער וואָלקן אינדערפרי זײַן,
  • און ווי דער טוֹי וואָס יאָגט זאַך נעלם ווערן,
  • ווי די פּלאַווע וואָס ווערט אוֹיסגעווייט פון שײַער דוכן שטורעם⸗ווינט,
  • ווי דער רוֹיך דוכן פענצטער. (ד)
  •                                   
  • בין איך דען אֲדֹנָי, דײַן גאָט,
  • אַזש פון ארץ מצרים אַרוֹיס,
  • און אַ גאָט אַחוץ מיר זאָלסטע ניט וויסן זײַן,
  • קיין ראַטעווער אוֹיסער מיר איז ניטאָ. (ה)
  • איך האָב דיר דאָך געקענט אין דער מדבר,
  • אין לאַנד פון אוֹיספעלענישן. (ו)
  • און אַז זיי האָבן אָפּגעגעסן, זאַך אָנגעזעט,
  • אין אָנזעטיקונג איז די האַרץ אַ דערהויבענע געוואָרן,
  • דרום האָבן זיי אין מיר — פאַרגעסן. (ז)
  • בין איך זיי געוואָרן דער לייב וואָס פאַרצוקט,
  • דער לעמפּערט וואָס אונטערוועגנס אַף אַשור. (ח)
  • באַגעגענען וועל איך זיי ווי דער פאַרוואָרפנדיקער בער,
  • וואָס צערײַסט באַם מענטשן דעם ברוסטקאַסטן,
  • און כ′ל זיי ווי אַ לייבעכע אופפרעסן,
  • — ווילדע חיות ל′ן זיי אַזש צערײַסן. (ט)
  • אַז האָסט⸗זעך אַליין אומגעבראַכט, אָ ישראל,
  • ווײַלע מיר′סטע געטראָפן, דײַן באַהעלפיקן. (י)
  • אָט האָסטע דען אַ מֵלֶךְ!
  • ′עט ער דיר דען אָפּראַטעווען אין די אַלע שטעט דײַנע?
  • און וואָסי′ מיט די שופטים, וואָס דו′סט זיי געטאָן זאָגן:
  • „גיב מיר אַ מֵלֶךְ מיט פּרינצן!“ (יא)
  • איז נאַ דיר אַ מֵלֶךּ אין מײַן גרימצאָרן,
  • און מיט כעס כ′לעך עם אַזש צונעמען. (יב)
  • אײַנגעחתמעט איז די זינד פון אפרים,
  • פאַרזיגלט איז זײַן חטא. (יג)
  • ווייטיקן פון אַ געווינערין ′לן עם צוקומען,
  • אַז ער איז אַ זון ניט⸗קין⸗חכם,
  • שוים צײַט ער זאָל דאָרט ניט הײַען,
  • אָדאָרטן וואו אַ זון באַדאַרף אַדוכרײַסן. (יד)
  • פון גיהנום זאָלעך זיי אוֹיסלייזן?
  • פונעם טויט זיי אוֹיסגוֹאֵלן?
  • דײַנע די פּלאָג, אָ, טויט!
  • דײַנע דער אומקום, אָ, גיהנום!
  • פון מײַנע אויגן ′עט זיך רחמנות אַזש אוֹיסבאַהאַלטן זיך.  (טו)
  • צווישן די טשרעט איז′ר אַ גאַנצער אפרימער,
  • נאָר אַז פון מזרח קומט אָנעט דער רוח יי,
  • פון דער מדבר קומט ער אַזש אַרופעט,
  • ′עט⸗זעך אוֹיסטריקענען זײַן קוואַל און חרוב ווערן זײַן קרעניצע.
  • — צעפּטרן ט′ער אַזש די אוצרות פון אַיעדער פּראַכטפולער כלי.

≡≡ פּרק יד ≡≡

  • (א)  אַ שולדיקע וועט שוים פאַרבלײַבן שומרון,
  • מחמת זי האָט ווידערשפּעניקט אין איר גאָט,
  • אַ ז י י וועלן אַפן שווערד פאַלן,
  • זייערע קינדער ′לן צושניטן ווערן,
  • זייערע טראָגעדיקע פרוֹיען ′לן אופגעריסן ווערן. (ב) 
  •                                   
  •  איז מיט תשובה⸗טאָן,
  • אַף קאַריק טו קומען, אָ, ישראל,
  • ביזקל אֲדֹנָיען, דײַן גאָט,
  • ביסט דען מיטן זינד געשטרויכלט געוואָרן, (ג)  
  • איז נעם⸗זשע אָטאָ דיאָ ווערטער, מיט⸗זעך אינאיינעם,
  • און קערט זאַך אומעט צו אֲדֹנָיען,
  • און טו עם אַ זאָג: 
  • „פאַרגיב⸗זשע אונדז אַלצינעזדינג,
  • נעם⸗זשע אָדאָס וואָס איז גוט,
  • און מיט גוטע רייד אַף די ליפּן
  • — ′לן מיר די אָקסן⸗קרבנות פאַרבײַטן. (ד)  
  • אַשור ט′אונדז ניט אָפּראַטעווען
  • אַף קין פערד ′לן מיר ניט רײַטן
  • און מער ל′ן מיר ניט זאָגן:
  • ,אונדזער גאָט’ אַפן מאַכעץ פון אונדזערע הענט —
  • נײַערט אין דיר גופא ′עט⸗זעך טרייסטן דער יתום.“ (ה)  
  • ′על איך זיי אוֹיסהיילן פון קאַריקגליטשעניש,
  • ווי אַ נדבה — ′עלעך זיי פאָרט האָלט האָבן,
  • מחמת מײַן גרימצאָרן האָט⸗זעך פון זיי אָפּגעקערט. (ו) 
  • אָט ווי דער טוֹי ′על איך ישראלן זײַן,
  • און ער′ט אופבליען ווי די רויז,
  • וואָרצלען ט′ער אָנשלאָגן ווי דער הַר לְבָנוֹן. (ז)  
  • אַווײַטער ל′ן⸗זעך צעוואַקסן זײַנע צווײַגעלעך,
  • ווי דער פײַגנבוים זײַן פּראַכט,
  • בשמימדיק, טאַקע, ווי אין לבנון. (ח)  
  • אומקערן ′לן⸗זעך אָדי⸗אָ וואָס רוען אין זײַן שאָטן,
  • דעם קאָרן ל′ן זיי אופלעבן,
  • און צעבליען ל′ן זיי⸗זעך אַזש ווי דער ווײַנשטאָק,
  • די אָנדיינקעניש פונדאַפון 
  • — ווי לבנונדיקע ווײַן. (ט)  
  • ′עט זאָגן אפרים: 
  • „ט′אַוואָס דאַף איך די געצערײַען?“
  • און כ′ל ענטפערן, עם באַגליקן,
  • איך, ווי אַ צווײַגנדיקער בוקסערבוים,
  • — אַז באַ מיר ′סטע דײַנע פּירות געפינען. (י)  
  • איז ווער⸗זשע איז דען באַ אײַך אַ חכם,
  • אַוואָס ער′עט דאָס אַלצינעזדינג פאַרשטיין?
  • דער פאַרשטאַנדיקער — זאָל ער עס אַלצינעזדינג וויסן!
  • ווײַלע רעכטפאַרטיק זײַנען דאָך די וועגן פון גאָט,
  • די צדיקים ′לן דאָך אַף זיי גיין,
  • בעת פּושעים וועלן אָּדאָרטן ערשט אַרײַנפאַלן.

חזק


חשוון תשע″ח

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.

Draft Bible translations into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2018).  See also RuthI KingsII Kings, Jonah, Lamentations, Daniel, and Esther.

Tagged , , , , , , , , , , | Comments Off on Hosea in Lithuanian Yiddish

The Book of Esther in Lithuanian Yiddish


TRANSLATION BY DOVID KATZ

(AS PRINTED BOOKLET, MARCH 2020)


yb_esther_webFrontispiece by Giedrė Beconytė   שער⸗בילד פון גיעדרע בעצאָניטע 


  ◊ 

  ◊

מגילת אסתר

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

בוויﬥנא

די פּרקים

א   ב   ג   ד   ה   ו   ז   ח   ט   י

הערה: אין אָט דעם תרגום אסתר לייענט זיך וי — [עי]; בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב       ☜ הושע      ☜ יונה      ☜ איכה     

☜ דניאל      ☜ קהלת      ☜ שיר השירים 

≡≡ פּרק א ≡≡ 

(א) ס′געווען אַזוי, אָט אין די יאָרן פון אֲחַשְׁוֵרוֹשְׁן, אָדאָס איז דאָך דער אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ וואָס קיניגט פון הוֹדּוּ אַזש ביזקל כּוּשׁ, אַ קיימא⸗לן הונדערט מיט צוואַנציק⸗זיבן מדינות.

(ב) יענע יאָרן, דער מלך אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ זיצט זיך אַפן כסא המלכות אַוואָס אין שׁוּשַׁן הַבִּירָה, (ג) אין דריטן יאָר פון זײַן קיניגן, ער מאַכט אַ הוליאַנקע פאַר אַלע זײַנע הויכע לײַט און אַרבעטער, די חיילות פון פּערסיע און מָדַי, מיט די פַּרְתְּמִים און די שָׂרִים פון די מדינות וואָס פאַר עם, (ד) באַם אוֹיספײַנען זיך מיטן עשירות פון רומשאַפט פונעם מלכות, און מיט די טײַערשאַפט פון די שיינקײַט פון זײַן גרויסשאַפט, אַף אַ סך טעג, אַזש הונדערט אַכציק טעג.

(ה) באַם אָפּענדיקן אָטאָ די טעג האָט דער מלך געמאַכט פאַרן גאַנצן עולם אַוואָס געפינט זיך אין שׁוּשַׁן הַבִּירָה, פונעם גרעסטן אַזש ביזקל דעם קלענסטן, נאָך אַ הוליאַנקע פון זיבן טעג אינעם הויף פונעם גאָרטן באַם מלכס פּאַלאַץ, מיט (ו) ווײַס⸗לײַוונט, פּראַכט⸗באַוול און בלאָ⸗וואָל, צונויפגעשטריקט פון שנורן פונעם איידלסטן פלאַקס⸗שטאָף, פּורפּורנע, אַף זילבערנע שטעקעלעך און זײַלן פון מאַרמור. די אָנלען⸗בעטעלעך זײַנען פון גאָלד און זילבער געווען, די פּאַדלאָגע — פון אַלאַבאַסטער און מאַרמלשטײן, פון פּערלמוטער, און פּראַכט⸗מאַרמל. (ז) טרינקען האָט מען דערלאַנגט אין גאָלדערנע כלים, פאַרשיידנאַרטיקע כלים, דעם מלכותדיקן ווײַן, פילאַרטיק, כְּיַד הַמֵּלֶךְ. (ח) און דער טרינקען איז געווען מיט אַ מאָס, קיינער האָט ניט גענייט, ווײַלע אָט אַזויאָ האָט אײַנגעפונדעוועט דער מלך אַף די אַלע הויפּטלײַט פון זײַן הוֹיזגעזינד, צו מאַכן וועדליק דעם רצון פון אַיעדער⸗איטלעכן.

(ט) אויך די מלכה וַשְׁתִּי האָט געמאַכט — אַ ווײַבערשע הוליאַנקע, אינעם בֵּית הַמַּלְכוּת אַוואָס באַם מלך אחשוורוש. (י) אין זיבעטן טאָג, אַז אַפן האַרצן באַם מלך איז גוט געווען, מיטן ווײַן, האָט ער אַ זאָג געטאָן מְהוּמָנען, בִּזְּתָאן, חַרְבֿוֹנָאן, בִּגְתָֿאן, אֲבַֿגְתָֿאן, זֵתַֿרְן, און כַּרְכַּסְן, די זיבן סריסים וואָס באַדינען פון פאַרן מלך אחשוורוש, (יא) אַף צו ברענגען וַשְׁתִּי⸗הַמַּלְכָּהן, מיטן מלכותדיקן קרוין, אַף צו באַווײַזן די פעלקער מיט די שָׂרִים איר שיינקײַט, זי איז דאָך אַ קראַסאַוויצע געווען. (יב) גייט וַשְׁתִּי און זאָגט זיך אָפּעט פון קומען לוֹיטן מלכס וואָרט, וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן אין האַנט פון די סריסים. דער מלך איז זייער אין כעס געוואָרן. דער גרימצאָרן באַ עם האָט אונטערגעברענט. (יג) האָט דער מלך גענומען פרעגן באַ די חכמים, די קענער פון די צײַטן — מחמת אָט אַזויאָ איז געווען דעם מלכס שטייגער לגבי אַלע קענער פון דַּתֿ⸗און⸗דִּין. (יד) האַרט נאָענט באַ עם זײַנען געווען: כַּרְשְׁנָא, שֵׁתָֿר, אַדְמָתָֿא, תַּרשִׁישׁ, מֶֽרֶס, מַרְסְנָא, און מְמוּכָֿן, די זיבן שָׂרִים פון פּערסיע און מָדַי, פּנים⸗קוקער באַם סאַמעראָדנעם מלך, וואָס זיצן אויבנאָן אין מלכות:

(טו) „לוֹיטן דין — וואָס זאָל מען מאַכן מיט ושתי⸗המלכהן, אַלמאַי זי האָט ניט געטאָן לוֹיטן זאָג פונעם מלך אחשוורוש, וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן אַדורך די סריסים?“ 

(טז) האָט מְמוּכָֿן געטאָן ענטפערן פון פאַרן מלך מיט די שָׂרִים: 

„ניט נאָר דעם מלך אַליין האָט זי באַעוולט, די וואַסטע⸗המלכה, נאָר וואָדען די אַלע שָׂרִים און נאָכמער די אַלע אומות אַוואָס אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך אַכעסווייריסן! (יז) ס′באַדאַרף מערניט אַרוֹיש אַזאַ מין וואָרט פון די מלכה צו די אַלע ווײַבער אַף צו מאַכן לעכערלעך זייערע מענער באַ זשאַך אין די אויגן, אַז זיי וועלן אַרומגיין און זאָגן:

„אָט! אַכעסווייריס⸗הַמֵּלֶךְ האָט געהייסן ברענגען פאַר עם די וואַסטע⸗הַמַּלְכָּהן — און זשי קומט ניט! (יח) אַז נאָך אין זעלביקן טאָג וועלן די באַלעבאָסטעס פון פּערסיע און מָדַי וואָס דערהערן די רייד פון די מלכהן, פּונקט אָט אַזויאָ אַ זאָג טאָן די אַלע שָׂרִים פון מלך, ס′עט גאָרניט קלעקן אַף בזָיון מיט ירגָזון! (יט)

„אויבע דער מלך האַלט עס פאַר אַ גוטן אײַנפאַל, טאָ זאָל אַרוֹיס אַן אוקאַז, אַ מלוכהסער, פון פאַר עם, און ס′זאָל ממש אַרײַנגעסריבן ווערן אין די געזשעטשן פון פּערסיע מיט מָדַי, מ′זאָל ניט עובר זײַן, אַז די וואַסטע זאָל מער ניט אַרײַן צום מלך. די גאַנצע מלכות אירע זאָל דער מלך אָפּגעבן אירער אַ געזעלין וואָס איז בעשער פאַר איר. (כ) און אַז דעם מלכס פּריקאַז ′עט געהערט ווערן, ווי אַזוי מ′זאָל האַנדלען איבער גאָר זײַן מלכות, אַווי גרויס זי זאָל ניט זײַן — אָט וועלן די אַלע ווײַבער כבוד אָפּגעבן, אואוואַזשאַיען די מענער זייערע, פונעם גרעשטן און אַזש ביזקל דעם קלענשטן.“

(כא) די זאַך האָט זיך גראָד פאַררעכנט פאַר אַ גוטע באַם מלך אין די אויגן, און באַ די שָׂרִים, און דער מלך האָט געמאַכט וועדליק מְמוּכָֿנס עצות, (כב) און ער האָט בריוו געשיקט אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך: אַ מדינה אַ מדינה לוֹיט איר שריפט, אַ פאָלק און אַ פאָלק לוֹיט זײַן לשון, אַזוי אַרומעט אַז יעדער מאַן זאָל באַ זיך אין שטוב אַ באַלעבאָס זײַן.

און אַלציקעדינג ריידנדיק מיטן לשון פון איטלעכן פאָלק.

≡≡ פּרק בּ ≡≡ 

(א) אַנאָך די אַלע זאַכן, אַז ס′האָט זיך באַם מלך אחשוורוש דער גרימצאָרן אײַנגערואיקט, האָט ער זיך דערמאָנט אין וַשְׁתִּין, אין דעם וואָס זי האָט אָפּגעטאָן, און אין דעם וואָס איר איז אָפּגעמשפּט געוואָרן. (ב) און די בחורים וואָס באַם מלך, וואָס באַדינען עם, האָבן עם אַ זאַג געטאָן: 

„אי′זאָל מען דעם מלך אוֹיסזוכן מיידלעך בשולות, קראַסאַוויצעס, (ג) און זאָל דער מלך באַשטימען נאַטשאַלניקעס אין די אַלע מדינות וואָס אין זײַן מלכות, און זיי וועלן זאַמלען אַיעדע מיידל אַ בשולה וואָס זי איז אַ שיינהײַט, אַף שׁוּשַׁן הַבִּירָה צום בֵּית הַנָּשִׂים, אין רסוּת באַ הֵגֶאן, דעם מלכס סריס, וואָס איז דער סיימער איבער די ווײַבער, און זייערע קעשטלעכע סמירעכצער ט′מען זיי דערלאַנגען. (ד) און אָטאָ די מיידל וואָס′עט זײַן די בעשטע אין די אויגן פונעם מלך וועט קיניגן אַפן אָרט פון די וואַסטין!“

די זאַך איז דעם מלך דווקא וואוילגעפעלן געווען, און ער האָט אָט אַזויאָ געמאַכט.

(ה) אַ געוויסער איד האָט גראַדע דאַמאָלסט געלעבט אין שׁוּשַׁן הַבִּירָה, און געהייסן האָט ער מָרְדְּכַי, דער זון פון יָאִיר⸗בֶּן⸗שִׁמְעִין, אַ זון פון קישׁ דעם בֶּנְיָמִינער, (ו) וואָס איז פון ירושלים פאַרשיקט געוואָרן אין גלות אינאיינעם מיט די פאַרשיקטע מיט יְכָֿנְיָהן, מלך יהודה, אַוואָס ס′האָט פאַרשיקט אין גלות נְבוכַֿדְנֶאצַּר מֵלֶךְ בָּבֶל. (ז) און ער האָט געהאָדעוועט הֲדַסָּהן, אַזי איז אֶסְתֵּר, די טאָכטער פון זײַן פעטער, ווײַלע באַ איר זײַנען קיין טאַטע⸗מאַמע ניט געווען. און די מיידל איז אַ פּאַרשיין אַ יפהפיה. אַז ס′זײַנען באַ איר געשטאָרבן דער טאַטע און די מאַמע האָט איר מרדכי גענומען פאַר אַ טאָכטער צו זיך.

(ח) איז געווען אַזוי. אַז דער וואָרט פונעם מלך און זײַן אוקאַז האָבן זיך פאַרשפּרייט, און אַ פולע מיידלעך האָבן זיך גענומען זאַמלען אין שושן הבירה אַדורך הֵגַיען, און אסתר איז גענומען געוואָרן צום בית המלך אַדורך הֵגַי, וואָס איז געווען דער שׁוֹמֵר הַנָּשִׁים. (ט) און די מיידל האָט חן געפונען באַ עם אין די אויגן, און זי האָט באַ עם צוגעצויגן גענאָד. ער האָט זיך געאײַלט איר געבן די קעסטלעכע שמירעכצער, מיט אירע אָפּגאָבן פון מאָלצײַטן, איר צו געבן די זיבן בחורטעס די צוגעשטעלטע צו איר, געגעבן צו ווערן אַדורכן בֵּית הַמֵּלֶךְ. סײַ איר סײַ אירע בחורטעס האָט ער העלטער געהאַט לטובה⸗וועגן אינעם בֵּית הַנָּשִׁים. (י) אסתר האָט ניט אוֹיסגעזאָגט פון וואָס פאַראַ פאָלק און שורש איז זי פאָרט, ווײַלע מרדכי האָט איר בפירוש געהייסן זי זאָל ניט אוֹיסזאָגן.

(יא) טאָג⸗אײַן טאָג⸗אוֹיסעט פלעגט זיך מרדכי אַרומשפּאַצירן פון פאַרן הויף פונעם בֵּית הַנָּשִׁים, אַף געוואָר ווערן וואָס ס′מאַכט אסתר, און וואָס וועט מיט איר געטאָן ווערן.

(יב) און אַווען ס′איז געגאַנגען די ריי פון די מיידל און נאָך אַ מיידל, איטלעכע זאָל צום מלך אחשוורוש אַרײַנגיין — אָדאָס איז צום סוף נאָכדעם ווי באַ איר איז געווען, לוֹיטן שטייגער באַ די פרוֹיען, די צוועלף חדשים ביזקל וואַנענט ס′ווערט זיי דערגאַנצט די טעג פון זייערע קעסטלעכע באַשמירעכצער: זעקס חדשים שֶֽׁמֶן מירע, און זעקס חדשים שֶֽׁמֶן בְּשָׂמִים; און מיט ווײַבערשע זאַלבונגען אַלערלייאיקע. (יג) דאַמיט וואָלט אַ מיידל קומען צום מלך, קומענדיק מידאַמיט פונעם בית הנשים ביזקל אין בית המלך אַרײַן.

(יד)  איז זי יענעם אָוונט געקומען. אינדערפרי האָט זי זיך אומגעקערט, שוין אינעם צווייטן בית הנשים, באַ שַׁעַשְׁגַּזְן דעם מלכס סריס, שומר פון די פִּילַגְשִׁים; זי וואָלט ניט קומען ווײַטער צום מלך סײַדן עם פאַרוועלט זיך אין איר, און זי ווערט דאַמאָלסט אַרוֹיסגערופן באַם נאָמען. (טו) איז טאַקע אָנגעקומען דער אופרוף: אֶסְתֵּר⸗בַּת⸗אֲבִיחַיִל (אֲבִיחַיִל איז געווען דער פעטער פון מָרְדכְין, וואָס האָט איר פאַר אַ טאָכטער גענומען), זי זאָל צום מלך אַרײַן. זי האָט קיין שום זאַך ניט געבעטן, אַחוץ דעם וואָס ס′טוט נאַראַיען הֵגַי, דעם מלכס סריס דער שׁוֹמֵר הַנָּשִׁים.

ס′האָט זיך געמאַכט, אַז די אסתר האָט חן געפונען באַ די אַלע וואָס קוקן איר אָנעט. (טז) אסתרן האָט מען גענומען צום מלך אחשוורושן אין זײַן בית מלכות, אינעם צענטן חודש, אָדאָס איז חודש טֵבֵֿתֿ, דאָס איז געווען אין זיבעטן יאָר פון זײַן קיניגן. (יז) און דער מלך האָט גראַדע האָלט געהאַט אסתרן, מער איידער אַלע אַנדערע פרוֹיען, און זי האָט נושא חן⸗און⸗גענאָד געווען באַ עם, מער איידער די אַלע בתולות. האָט ער אַוועקגעשטעלט די קרוין פון מלכות באַ איר אַפן קאָפּ, און ער האָט איר באַקיניגט אַפן אָרט פון וַשׁתִּין, (יח) און ער האָט אַ גרויסע הוליאַנקע געמאַכט פאַר אַלע זײַנע שָׂרִים מיט זײַנע אַרבעטער, אַדאָס איז געווען „מִשׁתֵּה אֶסְתֵּר“: אסתרס הוליאַנקע. און ער האָט געמאַכט אַ הנחה פאַר די מדינות און גענומען דערלאַנגען באַגנעדיקונגען, ממש כְּיַד הַמֵּלֶךְ.

(יט) אַז די בתולות האָט מען אַ צווייטן מאָל געמאַכט אַן אסיפה, און מרדכי איז געזעסן באַם מלכס טויער (כ) (אסתר האָט ניט דערציילט איר שורש און איר פאָלק לוֹיט אָדעם וואָס מרדכי האָט איר אָנגעזאָגט — די אסתר טוט אָדאָס וואָס דער מרדכי הייסט אַזוי ווי דאַמאָלסט ווען זי איז געווען אין זײַן אפּוטרופּסות). 

(כא) יענע טעג, אַז מרדכי זיצט זיך באַם מלכס טויער, אָט גייען און כעסן זיך אַקעגן דעם מלך בִּגְתָן און תֶרֶשׁ, צוויי פונעם מלכס סריסים, שוועל⸗שומרים, זיי האָבן געוועלט אַזש אַ האַנט לייגן אַף אחשוורוש⸗המלכן. (כב) מרדכי איז געוואָר געוואָרן, האָט ער געזאָגט אסתר⸗המלכהן, און אסתר האָט עס אוֹיסגעזאָגט דעם מלך אין נאָמען פון מרדכין. (כג) האָט מען אוֹיסגעפאָרשט דעם ענין, ס′האָט זיך אופגעוויזן, און מען האָט זיי ביידן אַף אַ בוים אופגעהאַנגען.

און ס′איז אופגעשריבן געוואָרן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים“ וואָס פאַרן מלך.

≡≡ פּרק ג ≡≡ 

(א) אַנאָך די אַלע זאַכן, האָט דער מלך אחשוורוש גענומען און געהעכערט דעם ראַנג באַ הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְדָתָֿאן דעם אַגאַגער, און האָט עם גרויסאַרטיק געמאַכט, זײַן אַמט העכער געשטעלט איידער באַ די אַלע שָׂרִים וואָס אַרום עם. (ב) האָבן די אַלע באַדינער פונעם מלך וואָס באַם מלכס טויער גענומען פאַלן כּוֹרְעִים און זיך אונטערבוקן פאַר הָמָנען, ווײַלע אָט אַזויאָ האָט דער מלך אַף עם געהייסן.

מרדכי האָט זיך אָבער ניט געקניט און ניט געבוקט. (ג) טוען אַ פרעג באַ מרדכין דעם מלכס באַדינער וואָס באַם מלכס טויער:

„פארוואָס זשע זײַנט איר עובר אַפן מלכס אוקאַז?“

(ד) ס′געווען אַזוי, אַז באַם אַ זאָג טאָן עם, אָט אַזויאָ, טאָג⸗אײַן טאָג⸗אוֹיסעט, און ער אַליין האָט זיך צו זיי גאָרנישניט צוגעהערט, האָבן זיי אָנגעדאַציילט הָמָנען, אַ קוק טאָן זען צי מרדכיס ווערטער וועלן שטאַנדהאַפטיק בלײַבן, ווײַלע ער האָט דאָך זיי געזאָגט אַז ער איז אַ איד. (ה) דערזעט המן אַז ניט מרדכי נייגט זיך, ניט ער בייגט זיך פאַר עם, איז המן אָנגעפילט געוואָרן מיט גרימצאָרן. (ו) נאָר באַ עם אין די אויגן איז געווען אַ בזיון, איינער אַליין מרדכין אָנרירן מיט אַ האַנט, ווײַלע מ′האָט דאָך עם אַ זאָג געטאָן דעם פ אָ ל ק פון מרדכין, האָט זיך אונטערגענומען המן פאַרטיליקן די אַלע אידן אַוואָס איבערן גאַנצן מלכות אחשוורוש. דעם פאָלק פון מרדכין.

(ז) אינעם ערשטן חודש, אָדאָס איז חודש ניסן, אין צוועלפטן יאָר פון אחשוורושן, האָט מען פּור געוואָרפן, דאָס זײַנען גורל⸗שטיינדעלעך, פאַר המנען, טאָג⸗אײַן טאָג⸗אוֹיסעט, חודש⸗אײַן חודש⸗אוֹיסעט, ביזקל דעם צוועלפטן חודש, אָדאָס איז דער חודש אָדָר. (ח) האָט המן געזאָגט דעם מלך אחשוורושן: 

„פאַראַן איין פאָלק אַזאַ, צעזשייט און צעספּרייט צוויסן די פעלקער אין די אַלע מדינוש וואָס אין אײַער מלכות, און זייערע געזעצן זײַנען אַנדערשט פון אַיעדער פאָלק, און די געזשעטשן פונעם מלך פירן זיי ניט אוֹיסעט; דאַריבער לוינט זיך ניט דעם מלך זיי סאַנעווען. (ט) טאָמער איז באַם מלך גוט, טאָ זאָל אײַנגעסריבן ווערן, אַז מ′זאָל זיי פאַרטיליקן, און טשען טוֹיזנט כִּכָּרים זשילבער וועל איך אָפּוועגן באַ די וואָס פירן אוֹיסעט די מלאכה, כדי עס ברענגען צום מלכס גניזשה“.

(י) האָט דער מלך אַראָפּגענומען זײַן פינגערל וואָס אַף זײַן האַנט און האָט עם איבערגעגעבן הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְדָתָֿאן, דעם אַגאַגער, דעם צוֹרֵר הַיְּהוּדִים, (יא) און דער מלך טוט המנען אַ זאָג: 

„אָט איז די זילבער, ס′ווערט אײַך אָפּגעגעבן. וואָס שייך אָטאָ דעם פאָלק, מאַכט מיט זיי אַזוי ווי באַ אײַך קומט אוֹיסעט גוט פאַר אײַערע אויגן.“

(יב) האָט מען צונויפגערופן דעם מלכס סופרים, אין ערשטן חודש, אין דרײַצעטן טאָג דערפון, און מ′האָט אופגעשריבן אַלציקעדינג אָט אַזויאָ ווי ס′האָט המן געהייסן די אֲחַשְׁדַּרְפָּנִים פונעם מלך און זייערע אונטערטעניקע וואָס איבער אַיעדע מדינה און מדינה; און צו די שָׂרִים פון אַיעדן פאָלק און פאָלק, לוֹיט די שריפט פון איטלעכן: אַ פאָלק אַ פאָלק אַף זײַן לשון, אין נאָמען פון מלך אחשוורושן איז דאָס געשריבן און פאַרחַתְֿמעט געוואָרן מיטן פינגער⸗זיגל פונעם מלך. (יג) מ′האָט בריוו געשיקט אַמיט די לויפער אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך, אַף צו צעשמעטערן, דערהאַרגענען, און פאַרטיליקן די אַלע אידן, פון אַ אינגל ביזקל אַ זקן, עופהלעך און פרוֹיען, אין אַן איינאיינציקן טאָג, אום דרײַצעטן טאָג פון צוועלפטן חודש, ער איז דאָך דער חודש אָדָר; און די גזילהכץ פאַר זאַקרויב ט′מען אוֹיסכאַפּן. (יד) די פַּתְֿשְׁגָנִים פונעם כְּתַֿבֿ האָט מען ווי אַן אוקאַז אין איטלעכע מדינה און מדינה געגעבן, אָפנבאַרלעך פאַר די אַלע פעלקער, זיי זאָלן באַהאַוונט זײַן וועגן אָטאָ דעם טאָג. (טו) די לויפער זײַנען דרינגלעך אַרוֹיס לוֹיטן דְּבַר הַמֵּלֶךְ, און דער אוקאַז איז געגעבן געוואָרן אין שושן הבירה גופא.

דער מלך און המן האָבן זיך אַוועקגעזעצט אָנזשלאָקען זיך.

פונדעסטוועגן איז די שטאָט שושן אַ מבוהל⸗געפּלעפטע געבליבן.

≡≡ פּרק ד ≡≡ 

(א) אַלציקעדינג וואָס טוט זיך אָפּעט איז מרדכי געוואָר געוואָרן. האָט ער זיך קריעה געריסן די בגדים, זיך אָנגעטאָן מיט זאַק און אַש, און איז אַרוֹיס אינמיטן שטאָט און האָט אַרוֹיסגעשריען מיט אַ געשריי אַ גרויסן, אַ ביטערן. (ב) ער איז אָנגעקומען פאַרן טויער פונעם מלך מיט זײַן אָנטועכץ פון זאַק.

(ג) אין איטלעכע מדינה און מדינה, אַוואו נאָר ס′איז דערגאַנגען דער דְּבַר הַמֵלֶךְ מיטן אוקאַז זײַנעם, איז געווען באַ די אידן אַ גרויסע אבילות, מיט אַ תענית, אַ געוויין, אַ קלאָגעניש. אַ סך זײַנען אין זאַק און אַש געלעגן.

(ד) אסתרס בחורטעס וואָס באַדינען איר זײַנען צו איר געקומען, אויך אירע סריסים, זיי האָבן איר די זאַך דערציילט. די מלכה איז געווען שטאַרק דערשוֹידערט. זי האָט אַוועקגעשיקט מלבושים מרדכין אָנטאָן, ער זאָל פון זיך אַראָפּנעמען דעם זאַק, האָט ער אָבער ניט אָנגענומען. (ה) האָט אסתר גערופן הֲתָֿכְן, פון די סריסים באַם מלך אַוועמען ער האָט געשטעלט פון פאַר איר, און זי האָט עם אָנגעהייסן ער זאָל צוגיין צו מרדכין, געוואָר ווערן ו ו אָ ס איז דאָס, און וואָס א י′ דאָס?! (ו) איז חֲתָֿךְ אַרוֹיס צו מרדכין אַפן ברייטן פּלאַץ וואָס פאַרן מלכס טויער. (ז) האָט עם מרדכי דערציילט אַלציקעדינג וואָס ס′האָט מיט עם פּאַסירט, און דעם סך⸗הכל מיט די געלט וואָס המן האָט געזאָגט ער וועט אָפּוועגן פאַרן מלכס גניזה וואָס פון די אידן — פאַר זייער פאַרטיליקונג. (ח) און אַ פַּתְשֶׁגֶן⸗איבערשרײַבונג פון אוקאַז וואָס איז אין שושן אַרוֹיסגעגעבן געוואָרן, זיי אומברענגען, האָט ער עם געגעבן ער זאָל באַווײַזן אסתרן, איר דערציילן, און איר אָנהייסן קומען צום מלך מיט תחנונים און צו בעטן זיך פאַר עם פון איר פאָלקס וועגן.

(ט) איז קומט צוגיין חֲתָֿךְ און דערציילט אסתרן אָדאָס וואָס ס′האָט מרדכי געזאָגט. (י) אסתר האָט חֲתָֿכְן געענטפערט, און עם געהייסן איבערגעבן מרדכין אָטאָ די ידיעה:

(יא) „די אַלע באַדינער פונעם מלך, און די אַלע מענטשן פון דעם מלכס מדינות ווייסן דאָך, אַז איטלעכער מאַנסביל און איטלעכע פרוֹיספּאַרשוין, וואָס ס′עט נאָר קומען צום מלך אינעם אינעווייניקסטן הויף, אַז מ′האָט דעם מענטשן ניט געטאָן רופן, איז איין דין פאַראַן: דערהאַרגענען; אַחוץ דעמענען, אַוועמען דער מלך וועט עם אוֹיסציען דעם גאָלדערנעם מלכות⸗שטעקעלע. דער⸗אָ וועט לעבן. און איך? שוין דרײַסיק טעג אַ קיימא⸗לן וואָס מען רופט מיר ניט קומען צום מלך“.

(יב) האָט מען מרדכין איבערגעגעבן אסתרס רייד, (יג) האָט מרדכי אַ זאָג געטאָן אַוואָס מ′זאָל אסתרן תשובה געבן: 

„זאָלסט נאָר ניט מיינען באַ זיך אין האַרצן, אַז אינעם בֵּית הַמֵּלֶך וועסט זיך אָפּראַטעווען, מער איידער די אַלע אַנדערע אידן! (יד) ווײַלע אויבע דו′סט אונטערשווײַגן, פּתח⸗שין⸗שאַ, דאַמאָלסט וועט אַ פאַרגרינגערונג מיט אַ ישועה זיך אופשטעלן פאַר די אידן פון אַנדערשטוואו, און דו, אינאיינעם מיט דײַן טאַטנס הוֹיזגעזינד, איר′עט אָנגעוואָרן ווערן. און ווער ווייס? אפשר בינסטו גאָר פאַר אָט אַזאַ מין צײַט בכלל צו מלכות דערגאַנגען?“

(טו) האָט אסתר אַ זאָג געטאָן אַוואָס מ′זאָל ענטפערן און איבערגעבן מרדכין:

„גיי זשע און זאַמל אײַן די אַלע אידן וואָס געפינען זיך אין שושן. מאַך פון מײַנטוועגן אַ תענית. מ′זאָל ניט עסן און ניט טרינקען, דרײַ טעג, טאָג און נאַכט. איך וועל אָט אַזויאָ אויכעט אָפּפאַסטן, און די בחורטעס וואָס באַ מיר, און אָט דערמיט וועל איך צום מלך קומען, אַוואָס איז ניט לוֹיטן דין. און טאָמער וועל איך אָפּשטאַרבן — איז וועל איך אָפּשטאַרבן.“

(טז) איז מרדכי אַף זײַן וועג אַוועק. אַלציקעדינג וואָס ס′האָט עם געהייסן אסתר האָט ער געטאָן.

≡≡ פּרק ה ≡≡ 

(א) ס′געווען אַזוי: אַפן דריטן טאָג האָט זיך אסתר אָנגעטאָן מיטן הולך פון מלכות. זי איז געשטאַנען אינעם אינעווייניקסטן הויף פונעם בֵּית הַמֵּלֶךְ אַקעגנאיבער דעם מלכס הוֹיז. דער מלך איז זיך געזעסן אַף זײַן כִּסֵא הַמַּלְכוּת אין בֵּית הַמַלְכוּת, אַקעגנאיבער דעם אַרײַנגאַנג פון הוֹיז. (ב) איז געווען אַזוי, אַז דער מלך האָט נאָר אסתר⸗המלכהן דערזען, אַ שטייענדיקע אַפן הויף, האָט זי באַ עם אין די אויגן נושא חן געווען, און ער האָט צו אסתרן צוצו אוֹיסגעצויגן זײַן מלכות⸗שטעקעלע דעם גאָלדערנעם, וואָס באַ עם אין האַנט. אסתר האָט זיך דערנענטערט און האָט אַ ריר געטאָן דעם שפּיץ פון שטעקעלע. (ג) פרעגט באַ איר דער מלך: 

„אַוואָס איז דיר, אסתרקע מלכה? און וואָס איז דען באַ דיר די בקשה? ביזקל אַ העלפט די מלוכה, און ס′עט דיר אָפּגעגעבן ווערן!“

(ד) זאָגט עם אסתר:

„אויבע באַם מלך איז גוט, טאָ זאָל ער קומען נאָך הײַנט מיט המנען אַף אַ הוליאַנקע וואָס איך גיי פון זײַנטוועגן מאַכן“.

(ה) זאָגט דער מלך: 

„יאָגט עם אונטער, המנען, צו מאַכן לוֹיט אסתרס וואָרט.“

זײַנען זיי געקומען, דער מלך און המן, אַף די הוליאַנקע אַוואָס ס′האָט אסתר געמאַכט. (ו) זאָגט דער מלך אסתרן בעתן ווײַן טרינקען: 

„אַוואָס איז דײַן באַגער און ס′וועט דיר געגעבן ווערן. און אַוואָס איז דײַן בקשה, ביזקל אַ העלפט די מלוכה און ס′עט געטאָן ווערן!“

(ז) האָט אסתר געענטפערט, אַזאָגטאָנדיק:

„מײַן באַגער? מײַן בקשה? (ח) טאָמער האָב איך חן געפונען באַם מלך אין די אויגן, און אויבע ס′איז דעם מלך אַ גוטע זאַך, געבן מײַן באַגער און אוֹיספירן מײַן בקשה, טאָ זאָל דער מלך קומען מיט המנען אַף אַ הוליאַנקע וואָס איך גיי מאַכן פון אײַערטוועגן — און מאָרגן וועל איך טאָן לוֹיטן וואָרט פונעם מלך.“

(ט) אין יענעם טאָג איז המן אַרוֹיס אַ פריילעכער און מיט אַ גוטע שטימונג. נאָר וואָדען, אַז ער האָט דערזען, המן, מרדכין באַם מלכס טויער, און ניט ער שטעלט זיך אופעט, ניט ער טוט זיך אַ ריר בכלל, איז המנען פול געוואָרן מיט גרימצאָרן אַף מרדכין. (י) פונדעסטוועגן האָט זיך המן אײַנגעהאַלטן, און איז אָנגעקומען צו זיך אַהיים און ער האָט געשיקט ברענגען זײַנע האָלטהאָבער מיט זֶרֶשְׁן, זײַן ווײַב. (יא) און המן האָט זיי דערציילט וועגן זײַן כבוד און עשירות און זײַנע מערערע זין, און וועגן אָדעם אַלעמען אַוואָס דער מלך האָט עם געהויבן און עם געהעכערט אַזש איבער די אַלע שָׂרִים און די באַדינער פונעם מלך. (יב) און ער האָט אַ זאָג געטאָן, המן:

„וואַ, אסתר⸗המלכה האָט קיינעם ניט פאַרבעטן מיטן מלך אַף די הוליאַנקע אַוואָש זשי גייט מאַכן אַחוץ מיר! און אויכעט אַף מאָרגן בין איך גערופן באַ איר אינאיינעם מיטן מלך. (יג) נאָר וואָס טויג עס מיר אַלטשיקעדינג, כל⸗זמן איך קוק אָנעט דעם אידן, מרדכין, זשיטשענדיק באַם מלכש טויער.“

(יד) טוט עם אַ זאָג זֶרֶשׁ זײַן ווײַב, אַזוי אויך זײַנע האָלטהאָבער: 

„זאָל מען אַ תליה מאַכן, פופציק אמה די הייך, און אינדערפרי גיי רייד מיטן מלך מ′זאָל דערוף מרדכין הענגען. אַדאַמאָלסט וועסטע קענען קומען מיטן מלך אַף די הוליאַנקע אַ פריילעכער“.

המנען איז וואוילגעפעלן די זאַך, האָט ער געמאַכט די תליה.

.

≡≡ פּרק ו ≡≡ 

(א) אָטאָ די נאַכט, אַז ס′האָט זיך דעם מלך ניט אײַנגעגעבן אײַנגעשלאָפן ווערן, האָט ער געהייסן ברענגען דעם „סֵפֶר הַזִכְרוֹנוֹת דִּבְרֵי הַיָּמִים“, מ′זאָל נעמען פאַרן מלך און אוֹיסלייענען.

(ב) האָט זיך גראַדע אָפּגעזוכט אַז ס′שטייט געשריבן אַפדערוף, אַז מרדכי האָט געהאַט דערציילט וועגן בִּגְתָנָאן מיט תֶרֶשְׁן, די צוויי סריסים דעם מלכס, די שוועל⸗שומרים, וואָס האָבן פּרובירט אַ האַנט לייגן אַף אחשוורוש⸗המלכן. (ג) איז טוט דער מלך אַ פרעג:

„וואָס פאַראַ כבוד און גרויסיקײַט האָט מען מרדכין געמאַכט פאַרדערפאַר, אַ?“

האָבן דעם מלכס בחורים די משרתים זײַנע עם געזאָגט, אַז מען האָט עם קיין שום זאַך ניט געמאַכט.

(ד) איז פרעגט דער מלך:

„אַווערידאָ⸗דאָ אַפן הויף?“

(המן איז געקומען אַפן אינדרוֹיסנדיקן הויף פון בֵּית הַמֶּלֶך, דעם מלך אַזוי⸗צו⸗זאָגן: אַז מ′דאַרף דעם מרדכין אופהענגען אַף דער תליה וואָס ער האָט עם צוגעגרייט.) (ה) דעם מלכס בחורים האָבן עם אַ זאָג געטאָן:

„אָט שטייט אין הויף המן“.

זאָגט דער מלך:

„טאָ זאָל ער אַרײַן“.

(ו) איז קומט אַרײַנעט המן, און דער מלך פרעגט באַ עם:

„אַוואָס באַדאַרף מען מאַכן מיט אַ מענטשן אַוועמען דער מלך וויל אָפּגעבן כבוד?“

זאָגט זיך המן שטילינקערהייט:

„אַוועמען קען דען דער מלך וועלן אָפּגעבן כבוד מער פון מיר?“

(ז) טוט ער, המן, אַ זאָג דעם מלך:

„אַ מענץ, וואָס דער מלך וויל עם אָפּגעבן כבוד, (ח) איז זאָל מען צוטראָגן בגדים פון מלכוש וואָס דער מלך האָט געהאַט געטראָגן, מיט אַ פערד אַוואָש אַף עם האָט געריטן דער מלך, און אַף וועמעס קאָפּ די קיניגליכע קרוין איז געווען געלייגט, (ט) און זאָל מען די מלבוסים מיטן פערד אָפּגעבן אַדורכן האַנט פון איינעם פון דעם מלכס שָׂרִים די פַּרְתְּמִים, און דעם⸗אָ מענצן, אַוואָס דער מלך וויל עם אָפּגעבן כבוד, זאָל מען די מלבוסים אָנטאָן, און זאָל מען עם אַדורכרײַטן אַפן פערד אַפן סטאָטיסן פּלאַץ. דערבײַ זאָל מען בפרהסיא אוֹיסרופן: „אָט אַזויאָ מאַכט מען אַ מענצן, וואָס דער מלך וויל עם אָפּגעבן כבוד!“

(י) זאָגט דער מלך המנען: 

„אַגיכער! נעמט די מלבושים מיט דעם פערד, אַזוי ווי איר′ט געזאָגט, און מאַכט עס פאַר מרדכי דעם אידן, וואָס ער זיצט זיך באַם קיניגליכן טויער, זאָל קיין שום זאַך ניט אַראָפּפאַלן פון דעם אַלעמען וואָס איר′ט אָקערשט אַ זאָג געטאָן“.

(יא) נעמט המן דעם לבוש מיטן סוס און טוט אָנעט מרדכין, און פירט עם אַדורך אין שטאָטישן פּלאַץ און רופט פון פאַר עם אוֹיסעט:

„אָט אַזויאָ מאַכט מען אַ מענטשן, וואָס דער מלך וויל עם אָפּגעבן כבוד!“

(יב) דערנאָכדעם האָט זיך מרדכי אומגעקערט צום טויער פונעם מלך. 

און המן — ער האָט זיך אַהיים געאײַלט אין אבילות, און מיט אַ צוגעדעקטן קאָפּ. (יג) נעמט ער, המן, דערציילן זֶרֶשְׁן, זײַן ווײַב, מיט די גאַנצע האָלטהאָבער זײַנע אַלציקעדינג וואָס ס′האָט מיט עם געטראָפן. האָבן עם געזאָגט זײַנע חכמים און זֶרֶשׁ זײַן ווײַב:

„טאָמער סטאַמט ער אָפּעט פון די אידן, אָטאָ דער⸗אָ מרדכי, באַ וועמען דו בינשט אַרײַנגעפאַלן, ′עסטע באַ עם ניט קענען געווינען, נאָר וואָדען, פאַלן ′עשטע גאָר אַראָפּפאַלן פון פאַר עם.“

(יד) זיי האָבן נאָך געהאַלטן אין ריידן, און אָט קומען אָנעט די סריסים פון מלך אָפּפירן המנען אַף די הוליאַנקע אַוואָס ס′האָט אסתר געמאַכט.

≡≡ פּרק ז ≡≡ 

(א) דער מלך איז אָנגעקומען, מיט המנען, אַף אוֹיסטרינקען מיט אסתר⸗המלכהן. (ב) זאָגט דער מלך אסתרן, אין צווייטן טאָג פון ווײַן⸗טרינקעכץ: 

„אַוואָס איז דײַן באַגער, אסתרקע⸗מלכה? ס′עט דיר געגעבן ווערן. און וואָס אי′ דען דײַן בקשה? אַביזקל אַ העלפט די מלוכה — און ס′עט דיר געמאַכט ווערן.“

(ג) האָט געענטפערט אסתר⸗המלכה, אַזאָגטאָנדיק:

„אַטאָמער האָב איך חן געפונען אין דײַנע אויגן, אָ מלך, און אויב באַם מלך איז גוט, טאָ זאָל מען מיר שאַנעווען מײַן לעבן — אַדאָס איז מײַן באַגער; און מײַן פאָלק שאַנעווען — אַדאָס איז מײַן בקשה. (ד) ווײַלע מ′האָט אונדז פאַרקויפט, מיר מיט מײַן פאָלק, אַף פאַרטיליקן, דערהאַרגענען, אומברענגען. אַז ס′וואָלט זײַן נאָר אַף שקלאַפן און שפחות פאַרקויפט צו ווערן, איז מילא, וואָלט איך דאָך צוגעשוויגן, ווײַלע דער שונא האָט ניט די ווערט, אַז דער מלך זאָל פונדאַפון אַ היזק האָבן.“

(ה) האָט דער מלך אחשוורוש געטאָן זאָגן, אַפרעגטאָנדיק אסתר⸗המלכהן: 

„אַ ו ו ע ר אי′ דאָס, און אַ ו ו א ו אי′ דער, וואָס באַ עם איז די האַרץ אָנגעדרודלט אָט אַזויאָ צו מאַכן?“

(ו) ענטפערט עם אָפּעט אסתר: 

„אַ חברהמאַן אַ פײַנט, אַ שונא! אָטאָ דער דאָזיקער — המן דער רשע!“

המן איז אַזש אופגעשוֹידערט געוואָרן פון פאַרן מלך מיט די מלכה. (ז) דער מלך האָט זיך אופגעהויבן אין זײַן גרימצאָרן פון ווײַן⸗טרינקעכץ און איז אַרײַן אין גאָרטן פון פּאַלאַץ. המן איז אָבער שטיין געבליבן אַף צו בעטן באַ אסתר⸗המלכהן מ′זאָל עם שאַנעווען, ווײַלע ער האָט אײַנגעזען אַז דער מלך האָט פאַר עם באַשטימט אַ שלעכטיקײַט. (ח) אַז דער מלך איז געקומען אַף קאַריק פונעם גאָרטן וואָס באַם פּאַלאַץ צום אָרט אַוואו ס′איז געווען די ווײַן⸗טרינקעכץ, און אָט טוט המן אַ פאַל אַרײַן אין בעט וואו ס′איז געווען אסתר. איז זאָגם עם דער מלך:

„די מלכה אײַננעמען באַ מיר אין סאַמע הוֹיז, אַדאָס אויכעט?“

וויבאַלד די ווערטער זײַנען פון מלכס מוֹיל אַרוֹיס האָט מען המנס פּנים באַדעקט. (ט) חַרְבֿוֹנָה, איינער פון די סריסים וואָס פאַרן מלך נעמט אַ זאָג טאָן: 

„וואָזשע, באַ המנען אין דער היים שטייט די תליה, פופציק אמה די הייך, וואָס המן האָט געמאַכט פאַר מרדכין. מרדכי — וואָס האָט פון מלכס וועגן אוֹיסדערציילט!“

זאָגט דער מלך: 

„הענגט עם דאַרוף אופעט!“

(י) האָט מען אופגעהאַנגען המנען אַף דער תליה וואָס ער האָט פאַר מרדכין צוגעגערייט.

באַם מלך האָט זיך אײַנגערואיקט דער גרימצאָרן.

≡≡ פּרק ח ≡≡ 

(א) אָטאָ דעם זעלביקן טאָג האָט דער מלך אחשוורוש אַוועקגעגעבן אסתר⸗המלכהן די הוֹיז פון המנען, דעם צורר היהודים. און מרדכי איז געקומען פאַרן מלך, ווײַלע אסתר האָט עם דערציילט אַוואָס ער איז דען באַ איר. (ב) האָט דער מלך אַראָפּגענומען דעם פינגערל, וואָס ער האָט געהאַט אַף קאַריק גענומען באַ המנען, און עם אַוועקגעגעבן מרדכין. אסתר האָט געשטעלט מרדכין איבערן הוֹיז פון המנען.

(ג) און אסתר איז נאָכאַמאָל אַוועק ריידן פאַרן מלך. זי איז אַראָפּגעפאַלן באַ זײַנע פיס, און האָט געוויינט, אין געבעטן מיט תחנונים בטל מאַכן די שלעכטיקײַט פון המן דעם אַגאַגער, און זײַן פּלאַן וואָס ער האָט צוגעטראַכט צו די אידן. (ד) האָט דער מלך אַרוֹיסגעצויגן זײַן מלכות⸗שטעקעלע דעם גאָלדערנעם, האָט זיך אסתר אופגעהויבן און איז געשטאַנען פון פאַרן מלך, (ה) און זי האָט געטאָן זאָגן:

„אויבע באַם מלך רעכנט זיך פאַר גוט, און אויבע איך האָב פאַר עם אין די אויגן חן געפונען, און די זאַך איז אַ כָּשְׁרע באַם מלך, און אָט בין איך אַ גוטינקע באַ עם אין די אויגן, טאָ זאָל אָנגעשריבן ווערן בטל מאַכן די בריוו וואָס ס′האָט צוגעקלערט הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְּדָתָֿא דער אַגאַגער, אַוואָס ער האָט דאָך אָנגעשריבן אַף צו פאַרטיליקן די אידן אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך. (ו) ווײַלע אָט וואָס, ווי אַזוי זשע וועל איך קענען צוקוקן אַף אַזאַ שלעכטיקײַט וואָס ס′טרעפט אָנעט דעם פאָלק מײַנעם? און ווי אַזוי זשע וועל איך קענען צוקוקן אַפן אומברענגען מײַן אָפּשטאַם?“

(ז) האָט דער מלך אחשוורוש געזאָגט אסתר⸗המלכהן און מרדכין, דעם אידן: 

„אָט האָב איך אַוועקגעגעבן המנס הוֹיז אסתרן, און עם האָט מען געהאַנגען אַף דער תליה אַלמאַי ער האָט זײַן האַנט געלייגט אַף די אידישע מענטשן. (ח) איז אָט וואָס: איר, שרײַבט זשע אָנעט אָט אַזויאָ ווי אײַך איז גוט אין די אויגן, אינעם נאָמען פונעם מלך, און מיר וועלן עס פאַרחתמענען מיטן מלכס פינגער⸗זיגל, ווײַלע אַן אוקאַז⸗כְּתַֿבֿ וואָס סײַ ער איז אָנגעשריבן אינעם מלכס נאָמען, און סײַ ער איז געחתמעט מיטן מלכס פינגער⸗זיגל, קען מען ניט פאַרבַּטְלען.“

(ט) האָט מען דאַמאָלסטאָ גערופן דעם מלכס סופרים, אָדאָס איז אין דריטן חודש, ער איז דאָך דער חודש סיוון, אין צוואַנציק⸗דריטן טאָג דאַרין, און ס′איז אופגעשריבן געוואָרן וועדליק אַלציקעדינג וואָס מרדכי האָט געהייסן אין שייכות מיט די אידן: צו די אֲחַשְׁדַּרְפָּנים, און די אונטערטעניקע באַ זיי, און די שָׂרִים פון די מדינות, פון הוֹדּוּ און אַזש ביזקל כּוּשׁ, הונדערט מיט צוואַנציק⸗זיבן מדינות, אַ מדינה אַ מדינה לוֹיט איר שריפט, אַ פאָלק אַ פאָלק לוֹיט זײַן לשון, און צו די אידן אַף זייער שריפט און אַף זייער לשון. 

(י) האָט מען אין נאָמען פונעם מלך אחשוורוש אָנגעשריבן און פאַרחתמעט מיטן מלכס זיגל⸗פינגערל, און בריוו געשיקט אַדורך די פערד⸗לויפער, אָטאָ די⸗אָ — די אֲחַשְׁתְּרָנִים, אַוואָס זיי רײַטן אַף יאָג⸗פערד צוכטיק אוֹיסגעהאָדעוועטע, (יא) אַפדערוף, אַז דער מלך האָט געגעבן די אידן וואָס אין יעדער שטאָט און שטאָט זיך קהלן, זיך אָננעמען פאַר זייער לעבנס וועגן; צו פאַרטיליקן, דערהאַרגענען, אומברענגען די אַלע חיילות פון פעלקער מיט מדינות וואָס פאַלן אַף זיי אָנעט, אַף זייערע קינדער און ווײַבער און וואָלטן גערן זייער רכוש פאַר רויב גענומען — (יב) אין אַן איינאיינציקן טאָג אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך אחשוורוש, אום דרײַצעטן אין צוועלפטן חודש, ער איז דאָך דער חודש אָדָר; (יג) די איבערשרײַבונג, — דער פַּתְשֶׁגֶן, אַף צו געבן פאַר אַ דין אין יעדער מדינה און מדינה, אָפנבאַרלעך פאַר די אַלע פעלקער, אָט אַזויאָ אַז די אידישע מענטשן זאָלן זײַן צוגעגרייט אַף אָטאָ דעם טאָג, אַ נקמה צו נעמען אין זייערע שונאים. (יד) די לויפער מיט יאָג⸗פערד — די אֲחַשְׁתְּרָנִים, זײַנען אַרוֹיס, געיאָגט און געאײַלט אַדורכן דְּבַר הַמֵּלֶךְ, און דער געזעץ איז געגעבן געוואָרן אויך אין שושן הבירה גופא.

(טו) איז מרדכי אַרוֹיס פון פאַרן מלך מיט מלבושים פון מלכות, בלאָ⸗ווײַסינקע, אַ גרויסע גאָלדערנע קרוין, און אַ כאַלאַט פון איידלסטן פּורפּורנעם פלאַקס⸗שטאָף.

די שטאָט שושן האָט אַזש געשריען פאַר פרייד. (טז) באַ די אידן איז געווען ליכטיקײַט און פרייד און גליק און כבוד. (יז) און אין איטלעכע מדינה און מדינה, אין איטלעכע שטאָט און שטאָט, אַוואו נאָר אַן אָרט וואוהין ס′קומט אָנעט דער דְּבַר הַמֵּלֶךְ מיטן אוקאַז  — איז פרייד און גליק באַ די אידן, מ′טרינקט אוֹיסעט, ס′יום⸗טוב.

אַ סך פון די פעלקער פון לאַנד האָבן זיך גענומען פאַראידישן, ווײַלע אַף זיי איז אָנגעפאַלן דער פּחד פון די אידן.

≡≡ פּרק ט ≡≡ 

(א) אין צוועלפטן חודש, ער איז דאָך דער חודש אָדָר, אין דרײַצעטן טאָג דאַרינען, אַז ס′האָט געהאַלטן באַם אָנקומען די צײַט פון אַדורכפירן דעם דְּבַר הַמֵּלֶךְ מיטן אוקאַז, אָדאָס איז געווען אין טאָג אין אַוועלכן די שונאים פון די אידן האָבן געהאַט בדעה צו געוועלטיקן איבער זיי, און ס′איז פאַרקערט געוואָרן, אַזוי אַרומעט אַז די אידן זאָלן איבער זייערע שונאים געוועלטיקן, (ב) האָבן זיך די אידן געקהלט אין זייערע שטעט אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך אחשוורוש, לייגן אַ האַנט אַף די וואָס קלערן אַף זיי שלעכטיקײַט. קיין שום מענטש איז זיי ניט געשטאַנען אַקעגן, ווײַלע דער פּחד זייערער איז געפאַלן איבער די אַלע פעלקער. (ג) און די אַלע שָׂרִים פון די מדינות, און די אֲחַשְׁדַּרְפְּנים מיט זייערע אונטערטעניקע, און די וואָס מאַכן די אַרבעט פאַרן מלך, האָבן זיך געסטאַרעט פון די אידנס וועגן, ווײַלע ס′איז אַף זיי געפאַלן אַ פּחד פאַר מרדכין, (ד) מחמת דעם וואָס מרדכי איז אַ גרויסער מענטש געווען אינעם בֵּית הַמֵּלֶךְ, און דער שם זײַנער גילט אין די אַלע מדינות; אַלמאי אָטאָ דער מענטש, מרדכי, ווערט וואָסאַמאָל גרעסער.

(ה) און די אידן האָבן אין זייערע שונאים געשלאָגן אַ מכה מיטן שווערד, פון טויט און פון פאַרטיליקונג, און מיט זייערע שונאים האָבן זיי געמאַכט אָט אַזויאָ, ווי ס′האָט זיך זיי פאַרוועלט.

(ו) אין שושן הבירה האָבן די אידן דערהאַרגעט און פאַרטיליקט פינף הונדערט מאַן, און (ז) בתוכם:

  • פַּרְשַׁנְדָּתָֿאן, און

  • דַּלְפָֿנען, און (ח)

  • אַסְפָּתָֿאן, און

  • פּוֹרָתָֿאן, און

  • אֲדַלְיָאן, און

  • אֲרִידָתָֿאן, און (ט)

  • פַּרְמַשְׁתָּאן, און

  • אֲרִיסַיען, און

  • אֲרִידַיען, און

  • וַיְזָתָֿאן;

(י) די צען זין פון הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְדָתָֿאן, דעם צורר היהודים, האָבן זיי דערהאַרגעט, נאָר אַפן רויב האָבן זיי קיין האַנט ניט געלייגט.

(יא) אין אָט דעם טאָג האָט מען פאַרן מלך געבראַכט דעם ציפער פון די הרוגים אין שושן הבירה. (יב) איז טוט דער מלך אַ זאָג אסתר⸗המלכהן: 

„אָט האָבן די אידן אין שושן הבירה דערהאַרגעט און פאַרטיליקט פינף הונדערט מאַן און די צען זין פון המנען, איז וואָזשע האָבן זיי אין די איבעריקע מדינות וואָס באַם מלך געטאָן, אַ? איז וואָזשע איז דײַן באַגער און ס′עט דיר געגעבן ווערן, און וואָס נאָכמער איז דײַן בקשה, און ס′עט געטאָן ווערן“.

(יג) איז זאָגט אסתר: 

„אויבע באַם מלך קומט אוֹיסעט גוט, טאָ זאָל מען אויך אָפּגעבן דעם מאָרגנדיקן טאָג די אידן וואָס אין שושן צו מאַכן לוֹיטן דין וואָס איז אַף הײַנט געזאָגט געוואָרן, און די צען זין פון המנען אַווײַטער הענגען בלײַבן אַף דער תליה“.

(יד) האָט דער מלך געהייסן ס′זאָל אָט אַזויאָ געטאָן ווערן, און עס איז אין שושן אַרוֹיסגעלאָזן געוואָרן אַן אוקאַז, און די צען זין פון המנען האָט מען ווײַטער געלאָזן הענגען. (טו) און די אידישע מענטשן וואָס אין שושן האָבן זיך געקהלט אויך אין פערצעטן טאָג אין חודש אָדָר, און זיי האָבן אין שושן אוֹיסגעהאַרגעט נאָך דרײַ הונדערט מאַן, נײַערט אין רויב האָבן זיי זיך ניט צוגערירט.

(טז) און די איבעריקע אידן וואָס אין דעם מלכס מדינות האָבן זיך צונויפגעקהלט, און פון זייער לעבנס⸗וועגן באַשטאַנען, און אַ מנוחה פון זייערע שונאים דערלעבט, און פון די פײַנטהאָבער זייערע האָט מען אוֹיסגעהאַרגעט זיבעציק⸗פינף טוֹיזנט, נײַערט אין רויב האָבן זיי זיך ניט צוגערירט — (יז) אָדאָס, אין דרײַצעטן טאָג אין חודש אָדָר; און דעם פערצעטן טאָג פון זעלביקן חודש האָבן זיי זיך אָפּגערוט און עם געמאַכט פאַר אַ טאָג פון אוֹיסטרינקען און פרייען זיך.

(יח) נאָר וואָדען, די אידן וואָס אין שושן האָבן זיך געקהלט — אין דרײַצעטן טאָג וואָס אין חודש א ו ן אין פערצעטן טאָג; און אין פ ו פ צ ע ט ן וואָס אינדערײַן האָבן זיי זיך ערשט אָפּגערוט און עם געמאַכט פאַר אַ טאָג פון אוֹיסטרינקען און פרייען זיך.

(יח) נאָר וואָדען, די אידן וואָס אין שושן האָבן זיך געקהלט — אין דרײַצעטן טאָג וואָס אין חודש א ו ן אין פערצעטן טאָג; און אין פ ו פ צ ע ט ן וואָס אינדערײַן האָבן זיי זיך ערשט אָפּגערוט און עם געמאַכט פאַר אַ טאָג פון אוֹיסטרינקען און פרייען זיך.

(יט) פאַרדערפאַר מאַכן די אידן די צעשפּרייטע וואָס וואוינען אין די אוֹיסגעשפּרייטע שטעט דעם פערצעטן טאָג אין חודש אָדָר אַ שמחה און אַ הוליאַנקע און אַ יום⸗טוב און מ′גיט שלח⸗מנות איינער דעם אַנדערן.

(כ) מרדכי האָט גענומען אופשרײַבן אָטאָ די⸗אָ זאַכן און האָט געשיקט בריוו די אַלע אידן וואָס אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך אחשוורוש, די וואָס זײַנען נאָענט, און אָטאָ די⸗אָ וואָס העט ווײַט, (כא) זיי זאָלן נעמען אַף זיך מקיים זײַן און האַלטן דעם פערצעטן טאָג אַוואָס אין חודש אָדָר, און דעם פופצעטן טאָג וואָס דאַרין, יאָר⸗אײַן יאָר⸗אוֹיסעט; (כב) טעג אַזעטקענע, אַווען ס′האָבן זיך די אידן אָפּגערוט פון זייערע שונאים, און אין חודש, אַווען זיי איז פון טרוֹיער, אדרבא — פרייד געוואָרן; און פון אבילות —יום⸗טוב. מ′זאָל זיי מאַכן פאַר טעג פון אוֹיסטרינקען און פרייד, און שלח⸗מנות געבן איינער דעם אַנדערן, און מתנות פאַר אָרעמעלײַט.

(כג) און די אידן האָבן אַף זיך גענומען צו מאַכן אָט אַזויאָ, זיי האָבן די זאַך אין וועג אַרײַן געלאָזן, אָדאָס⸗אָ, אַוואָס מרדכי האָט זיי אָנגעשריבן, (כד) אַז מחמת דעם וואָס דער הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְדָתָֿא דער אַגאַגער, אַ צורר פון אַלע אידן אַף צו פאַרטיליקן זיי, און מ′האָט געוואָרפן גורל (אָדאָס זײַנען דאָך די פּוּר⸗שטיינדעלעך) אַף זיי צעקלאַפּן און אומברענגען; (כה), נאָר וואָדען, אַז  ז י  איז געקומען פאַרן מלך האָט ע ר קאָמאַנדעוועט מיט בריוו אַריבערטראָגן די בייזע צוטראַכטעניש, וואָס יענער האָט פאַרקלערט אַף די אידן, אַפן א י י ג ע נ ע ם קאָפּ זײַנעם — און מ′האָט ע ם מיט זײַנע זין אַף דער תליה געהאַנגען.

.

(כו) דרום האָט מען גענומען רופן אָטאָ די טעג פּ ו ר י ם אַפן נאָמען פונעם פּור.

און פאַרדערפאַר, אַפן סמך פון אָטאָ דעם איגרת, און אַוואָס זיי האָבן געהאַט געזען פון דאַרײַן, און וואָס איז צו זיי דערגאַנגען, (כז) האָבן די אידן אופגעהאַלטן און אָנגענומען אַף זיך און אַף זייערע קינדסקינדער, און אַף אָטאָ די אַלע וואָס האָבן זיך צו זיי צוגעאייגנט, אַף ניט פאַרפעלן אַווײַטער אָטאָ די צוויי טעג האַלטן לוֹיט זייערע כתבים, צו דער צײַט, יאָר⸗אײַן יאָר⸗אוֹיסעט.

(כח) און אָטאָ די טעג ווערן פאַרגעדענקט און אופגעהיט דור⸗אײַן דור⸗אוֹיסעט, באַ אַ משפּחה און אַ משפּחה, אַ מדינה און אַ מדינה, אַ שטאָט און אַ שטאָט. 

די⸗אָ טעג פון פּורים זאָלן ניט פאַרפאַלן ווערן צווישן די אידן, זייער געדענקונג זאָל באַ זייערע קינדסקינדער זיך ניט אוֹיסלאָזן.

(כט) דאַמאָלסט האָט אסתר⸗המלכה, די טאָכטער פון אֲבִיחַיִלְן, אופגעשריבן, נאָכאַמאָל, מיט מרדכי דעם אידן, דעם גאַנצן תמצית פון אופהיטן אָדעם אִגֶּרֶת הַפּוּרִים. (ל) און ער האָט אַוועקגעשיקט אַ בריוו, „דִּבְרֵי שָׁלוֹם וֶאֱמֶת“, צו די אַלע אידן אין די הונדערט מיט צוואַנציק⸗זיבן מדינות, מלכות  אחשוורוש, (לא) מזאָל אופהיטן אָטאָ די טעג פון פּורים צו דער צײַט, פּונקט אָט אַזויאָ ווי ס′האָבן דאָס פון זייערטוועגן מקיים געווען מרדכי דער איד מיט אסתר⸗המלכה; און איבער דעם ווי אַזוי זיי האָבן עס געהאַלטן פאַר זיך און פאַר זייערע קינדסקינדער — זייערע תעניתים מיט די אוֹיסגעשרייען.

(לב) און דער פּסק פון אסתר האָט פאַרפעסטיקט אָטאָ די זאַכן פון פּורים, און ס′איז אינעם ספר אופגעשריבן געוואָרן.

≡≡ פּרק י ≡≡

(א) דער מלך אחשוורוש האָט אַ צינדז⸗שטײַער אַפן לאַנד און אַף די אינדזלען וואָס אַפן ים אַרופגעלייגט.

(ב) און די גאַנצע מעשה פון זײַן מאַכט און זײַן גבורה, און די פּרשה פון דערהייבונג פון מרדכין, וואָס דער מלך האָט געטאָן דערהייבן, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי מָדַי וּפָרַס“?

(ג) פאַרוואָר, דער איד מרדכי איז געווען אַ שֵׁנִי לַמֵּלֶךְ באַם מלך אחשוורושן, און אַ גרויסאַרטיקער באַ די אידן, און דער המון פון זײַנע ברידער האָבן עם האָלט געהאַט. ער איז געווען אַ דוֹרֵשׁ טוֹב פאַר זײַן פאָלק, און אַ מְדַבֵּר שָׁלוֹם פון אַלע זײַנע קינדסקינדערס וועגן.

חזק

 רות     ☜מלכים א     ☜מלכים ב     ☜יונה     ☜איכה     ☜דניאל


אדר א′ תשע″ו

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) און יוליטשקע רעץ (פּעטערבורג) פאַר זייער גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.


Draft translation into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2016).  See also I KingsII Kings, Jonah, Daniel, Song of Songs, RuthLamentations, Ecclesiastes.

Tagged , , , , , , | Comments Off on The Book of Esther in Lithuanian Yiddish

I Kings in Lithuanian Yiddish



translated from the Biblical Hebrew by
Dovid Katz
Vilnius, Lithuania & North Wales, UK

part of a project of Bible translation into Lithuanian Yiddish

Last updated: 2023

Dedicated to

Prof. Robert D. King

(1936 – 2023)


מלכים א

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

בוויﬥנא

די פּרקים

א   ב   ג   ד   ה   ו   ז   ח   ט   י   יא   יב   יג   יד   טו   טז   יז   יח   יט   כ   כא   כב

☜ מלכים ב

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) ﬡיז דוד⸗המלך אַלט געוואָרן, אַ בא⸗בימים, ט′מען עﬦ צוגעדעקט מיט די קליידער, נאָר וואָדען, אַז ס′האָט עם פאָרט ניט געראָטן זיך אָנוואַרעמען, (ב) האָבן פון די משרתים זיינע אַ זאָג געטאָן: „זאָﬥ מען ﬡויסזוכן פאַר אונדזער האַר דעﬦ מﬥך אַ מיידﬥ אַ בﬨוﬥה, זי זאָﬥ זיך אַוועקשטעלן פאַרן מﬥך און עﬦ זיין אַ באַהעﬥפערקע — און זיך אַוועקﬥייגן ﬡין ﬡייער שויס, און ס′עט זיך מיין האַר דעם מﬥך אָנוואַרעמען“.

(ג) האָט מען געבעטן זוכן איבער גאַנץ ארץ ישראל אַ קראַסאַוויצע און זיי האָבן געפונען אַבִישַג די שונַמית, האָט מען איר צוגעבראַכט צום מלך. (ד) די מיידל איז ביז גאָר אַ שיינהייט. און זי איז געוואָרן דעם מלך אַ באַהעלפערקע און האָט עם באַדינט. פונדעסטוועגן האָט דער מלך איר ניט אָפּגעקענט.

(ה) און אֲדוֹנִיָּהוּ דער זון פון חַגִית האָט זיך געטאָן אויספיינען, אַזוי צו זאָגן: „איך וועל קיניגן“. האָט ער זיך געמאַכט רייט⸗וועגענער מיט רייטער, פון פאַר עם פופציק פאָראויסלויפער. (ו) און אַלע זיינע יאָרן האָט זיין טאַטע עם ניט געטאָן פאַרטרויעריקן, אַ זאָגטאָנדיק: „פאַרוואָדען האָסט אַזוי געמאַכט?“ ער איז צודערצו געווען אַ שיינער יונגערמאַן ביז גאָר, און עם האָט זי דאָך געבאָרן נאָך אַבשָלומען. (ז) און זיין צונויפדַבּרעניש איז געווען מיט יואב⸗בן⸗צרוּיהן און מיט אֶביָתר⸗הכהן און זיי האָבן געטאָן נאָכהעלפן אַדוניָהון. (ח) נאָר וואָדען, צָדוק⸗הכהן און בנָיָהו⸗בן⸗יהויָדע און נתן⸗הנביא מיט די גיבורים שִמעִי און רֵעִי וואָס באַ דודן, זיי זיינען מיט אַדוניָהן ניט געווען. (ט) און אַדוניָהו האָט קרבנות געבראכט שאָף מיט רינדער מיט געשטאָפּטע קעלבער אַפן לוק⸗שטיין האַרט באַם טייכל עֵין⸗רוֹגֵל. און ער האָט געטאָן צונויפרופן אַלע זיינע ברידער די זין פונעם מלך, און אַלע וואָס האָבן געדינט דעם מלך אין לאַנד יהודה.

(י) נאָר נתן⸗הנביאן, און בּנָיָהון, און די גיבורים, און זיין ברודער שלמהן, האָט ער ניט געטאָן רופן. (יא) האָט נתן געזאָגט בת⸗שבען, די מאַמע פון שלמהן, אַזוי צו זאָגן: „איר האָט פאַרוואָר געהערט אַז אַדוניָהו⸗בן⸗חַגִית האָט גענומען קיניגן, און אונדזער האַר דוד ווייס גאָרניט פונדערפון? (יב) איז אַצינדערט, גייט, איך גיי אייך, זייט מוחל, עצהן אַן עצה, און ראַטעוועט זיך אייער לעבן און דעם לעבן פון שלמהן אייער זון. (יג) גייט, קומט אַריינעט צו דוד⸗המלכן, און זאָגט זשע עם: ,האָסטו, מיין האַר דער מלך, קיין שבועה ניט געטאָן דיין געטרייער, אַזוי צו זאָגן: שלמה דיין זון וועט קיניגן נאָך מיר און ער וועט זיצן אַף מיין טראָן, איז פאַרוואָס זשע האָט גענומען קיניגן דער אַדוניָהו?ʻ (יד) און בשעת ווען דו האַלטסט נאָך אין ריידן אָדאָרטן מיטן מלך, וועל איך אַריין, נאָך דיר, און איך וועל דיינע רייד אונטערשפּאַרן“.

(טו) איז זי אָנגעקומען, בת⸗שבע, צום מלך אין חדר מיוחד, דער מלך איז דאַמאָלסט גאָר אַלט געווען, און אַבִישַג די שונַמית האָט געהאַלטן אין באַדינען דעם מלך. (טז) האָט זי זיך גענייגט, בת⸗שבע, און זיך צוגעבוקט פאַרן מלך. האָט ער, דער מלך, אַ זאָג געטאָן: „וואָס איז דען באַ דיר?“ (יז) טוט זי עם אַ זאָג: „מיין האַר, דו האָסט דאָך צוגעשוואָרן באַ יי דיין גאָט צו דיין דינסט: ,אַז שלמה דיין זון וועט נאָך מיר קיניגן און ער וועט אַף מיין טראָן זיצןʻ. (יח) און איצטערטאָ, האָט אַדוניָהו געטאָן קיניגן, און איצטערטאָ, מיין האַר דער מלך, האָסט גאָרניט געוואוסט פונדערפון, (יט) און ער האָט קרבנות געבראַכט אָקסן מיט געשטאָפּטע קעלבער מיט שאָף אָן אַ שיעור, און האָט געטאָן רופן די אַלע זין פונעם מלך, מיט אֶביָתר⸗הכהן, מיט יוֹאבן, דעם הויפּט פון די חיילות. נאָר שלמהן, דיין געטרייען, האָט ער ניט גערופן. (כ) און דו, מיין האַר, מלך, די אויגן פון גאַנץ ישראל זיינען אַף דיר, זיי אַ זאָג טאָן, ווער וועט דען זיצן אַפן טראָן פון מיין האַר דעם מלך נאָך עם. (כא) און ס′וועט זיין, אַז מיין האַר דער מלך וועט אינאיינעם ליגן מיט זיינע אבות און איך און מיין זון שלמה וועלן גאָר באַשולדיקטע מיט זינד זיין.“

(כב) און אָט, זי האַלט נאָך אין ריידן מיטן מלך און אָט גייט אַריינעט נתן⸗הנביא. (כג) האָט מען דעם מלך געגעבן צו וויסן, אַזוי צו זאָגן: „ס′איז דאָ נתן⸗הנָביא“. קומט ער אַריינעט פאַר דעם מלך און בוקט זיך פאַר עם צו אַפן פּנים, אַזש ביז צו דער ערד צוצו. (כד) האָט נתן געזאָגט: „מיין האַר, איר האָט עס טאַקע געזאָגט: ,אַדוניָהו וועט קיניגן נאָך מיר און ער וועט זיצן אַף מיין טראָן?ʻ(כה) מחמת היינט איז ער אַראָפּ און האָט קרבנות געבראַכט אָן אַ שיעור אָקסן, געשטאָפּטע קעלבער מיט שאָף; ער האָט געטאָן רופן די אַלע זין פונעם מלך און די הויפּטן פון די חיילות, מיט אֶביָתר⸗הכהן, און אָט עסט מען און מען טרינקט באַ עם, און זיי טוען אַ זאָג: ,זאָל לעבן דער מלך אַדוניָהו!ʻ (כו) און מיר, מיר דיין געטרייען, מיט צָדוק הכהן, מיט בנָיָהון, דעם זון פון יהוֹיָדען, און שלמהן, וואָס איז אייך געטריי, האָט ער ניט געטאָן רופן. (כז) צי טאַקע פונעם מלך מיין האַר איז די זאַך געוואָרן, און איר האָט מיר, אייער געטרייען, ניט וויסן געגעבן, ווער עס וועט זיצן אַפן טראָן פון מיין האַר דעם מלך נאָך עם?“

(כח) האָט דוד⸗המלך געענטפערט און אַ זאָג געטאָן: „רופט מיר אַריינעט בת⸗שבען!“ איז זי געקומען פאַרן מלך און האָט זיך געשטעלט פאַרן מלך. (כט) האָט דער מלך אַ שבועה געטאָן: „באַם לעבעדיקן גאָט יי וואָס האָט מיר אויסגעלייזט פון אַיעדער צרה, (ל) אַז אַזוי ווי איך האָב דיר צוגעשוואָרן באַ יי דעם גאָט פון ישראל, אַזוי צו זאָגן: ,אַז שלמה דיין זון וועט קיניגן נאָך מיר און ער וועט זיצן אַף מיין טראָן אַף מיין אָרטʻ אַז אָט אַזויאָ וועל איך נאָך באַם היינטיקן טאָג אויספירן.“  (לא) און בת⸗שבע האָט זיך צוגעבוקט ביזקל צו דער ערד צוצו אַפן פּנים פאַרן מלך און געזאָגט: „אייביק זאָל לעבן מיין האַר דער מלך דוד!“

(לב) טוט דוד⸗המלך אַ זאָג: איז רופט מיר אַריינעט צָדוק⸗הכהן און נתן⸗הנָביאן און בנָיָהון דעם זון פון יהוֹיָדען. זיינען זיי געקומען פאַרן מלך. (לג) האָט זיי געזאָגט דער מלך: „נעמט מיט זיך די געטרייע צו אייער האַר, און שלמהן מיין זון, אַף מיין אייגענעם מויל⸗אייזל זעצט אַוועקעט, און לאָזט עם אַראָפּעט באַם טייכל גִיחוֹן. (לד) און אָדאָרטן זאָלן עם באַזאַלבן פאַר מלך איבער ישראל צדוק דער כהן און נתן⸗הנביא, און איר זאָלט שופר בלאָזן און אַ זאָג טאָן: ,זאָל לעבן דער מלך שלמה!ʻ (לה) און איר וועט אַרוף, נאָך עם, און ער זאָל קומען און זיצן אַף מיין טראָן און ער וועט קיניגן אַף מיין אָרט, עם האָב איך געהייסן פאַרן פּרינץ איבער ישראל און איבער יהודה.“ (לו) האָט בנָיָהו דער זון פון יהויָדען געענטפערט דעם מלך און אַ זאָג געטאָן: „אָמֵן! אַזוי זאָגט יי דער גאָט פון מיין האַר דעם מלך. (לז) אַזוי ווי יי איז געווען מיט מיין האַר דעם מלך, אָט אַזויאָ זאָל ער מיט שלמהן זיין, און זאָל ער נאָך פאַרגרעסערן זיין טראָן פונעם טראָן פון מיין האַר דוד⸗המלך!“

(לח) זיינען זיי אַראָפּגעגאַנגען, צָדוק⸗הכהן און נתן⸗הנביא און בנָיָהו דער זון פון יהוֹיָדע, און די כּרֵיתִים מיט די פּלֵיתִים, און האָבן פאָרגעריטן שלמהן אַפן מויל⸗אייזל פון דוד המלך, און עם צוגעפירט ביז צום טייכל גִיחוֹן (לט) און צָדוק⸗הכהן האָט גענומען דעם האָרן מיטן אייל פון געצעלט און האָט שלמהן געטאָן באַזאַלבן און זיי האָבן אין שופר געטאָן בלאָזן און גאָר אַ פאָלק האָבן זאַלבענאַנד געטאָן זאָגן: „זאָל לעבן דער מלך שלמה!“ (מ) און גאָר אַ פאָלק זיינען נאָך עם אַרופגעגאַנגען, און דער עולם האָט געפייפט מיט פייפערלעך און אין גרויס פרייד זיך דערפרייט, די ערד האָט זיך אַזש געטאָן שפּאַלטן פאַרן ליאַרעם.

(מא) אַדוניָהו מיט די אַלע גערופענע וואָס באַ עם האָבן דאָס דערהערט. האָבן זיי געמאַכט אַ סוף מיטן עסן. אַז יואב האָט דעם קול פונעם שופר דערהערט האָט ער אַ זאָג געטאָן: „וואָס  אין שטאָט אַזאַ טומל?“

(מב) ער האַלט נאָך אין ריידן און אָט יאַוועט זיך יונתן דער זון פון אֶביתר⸗הכהן, טוט אַ זאָג אַדוניָהו: „קום זשע אַריינעט, ביסט דאָך אַ גוטער יאַט און וועסט ברענגען אַ בשורה טובה!“ (מג) האָט עם געענטפערט יונתן און אַ זאָג געטאָן, אַדוניָהון: „אַף אַן אמת האָט אונדזער האַר דער מלך דוד פאַר⸗מלך⸗געמאַכט שלמהן! (מד) און דער מלך האָט מיט עם געשיקט צדוק⸗הכהן, און נתן⸗הנביאן, און בנָיָהון דעם זון פון יהוֹיָדען, און די כּרֵיתִים מיט די פּלֵיתים, און האָבן עם צוגעריטן אַפן מלכס מויל⸗אייזל. (מה) און זיי האָבן עם באַזאַלבט, צדוק דער כהן, און נתן⸗הנביא, פאַר מלך באַם טייכל גיחון און פון דאָרטן זיינען זיי אַרוף פריידפולע, האָט זיך די שטאָט פאַרטאָן אין א געפּילדער, אָט דאָס איז דער קול וואָס איר′ט געהערט. (מו) דערצו זיצט שוין שלמה אַפן טראָן פון דער מלוכה. (מז) און דערצו זיינען געקומען דעם מלכס באַדינער בכדי בענטשן אונדזער האַר דעם מלך דוד, אַזוי צו זאָגן: ,זאָל גאָט דיינער גוטזאָגן דעם נאָמען פון שלמהן נאָכמער איידער דיין נאָמען, פאַרגרעסערן זיין טראָן איבער דיין טראָןʻ און דער מלך האָט זיך אין זיין בעט צוגעבוקט. (מח) און דערצו האָט אָט אַזויאָ אַ זאָג געטאָן דער מלך: ,געבענטשט איז יי דער גאָט פון ישראל וואָס האָט באַ היינטיקן טאָג געגעבן אַ זיצנדיקן אַף מיין טראָן, און מיינע אויגן האָבן עס אַזש דערזעןʻ.“

(מט) און די אַלע גערופענע וואָס באַ אַדוניָהון האָבן מורא געהאַט, האָבן זיי זיך אופגעהויבן, און זיינען אַוועק, יעדער אין זיין וועג. (נ) און אַדוניָהו איז געווען אין אַ פּחד פאַר שלמהן און ער האָט זיך אופגעהויבן און איז געגאַנגען און זיך גענומען אָנהאַלטן אָן די הערנער פון מזבח. (נא) איז שלמהן געזאָגט געוואָרן אַזוי צו זאָגן, אָט האָט אַדוניָהו פּחד פון פאַרן מלך, האָט ער זיך אופגעהויבן, און איז געגאַנגען און אָט האַלט ער זיך אָנעט אָן די הערנער פון מזבח, אַזוי צו זאָגן: „אַזוי ווי ס′איז היינט דער טאָג, אָט אַזוי זאָל מיר אַפריער שבועה טאָן שלמה, אַז ער וועט זיין געטרייען מיט קיין שווערד ניט אַוועקהרגענען“. (נב) האָט שלמה אַ זאָג געטאָן: „ט′ער אַן אָרנטלעכער זיין, וועט באַ עם קיין הערעלע ניט אַראָפּפאַלן אַף דער ערד אַראָפּעט, נאָר טאָמער שלעכטיקייט וועט באַ עם געפונען ווערן ט′ער אָפּשטאַרבן“. 

(נג) האָט שלמה⸗המלך געשיקט מען זאָל עם אַראָפּנעמען פון איבערן מזבח, און ער איז געקומען און ער האָט זיך געבוקט פאַר שלמה⸗המלכן. האָט עם שלמה אַ זאָג געטאָן: „גיי אַהיים!“

≡≡ פּרק בּ ≡≡

(א) און אַז ס′האָבן זיך דָוִדס טעג דערנענטערט צום שטאַרבן, האָט ער צוואה געגעבן זיין זון שלמהן אַזוי צו זאָגן:

(ב) „איך גיי דאָך אין וועג פון גאַנצן לאַנד. שטאַרק זיך און זיי אַ מענטש. (ג) און זאָלסט אָפּהיטן די אָפּהיטונג פון יי דיין גאָט, אַף צו גיין אין זיינע וועגן, היטן זיינע חוקים, זיינע מצוות, זיינע משפּטים און זיינע עדות⸗געבונגען, אַזוי ווי ס′שטייט געשריבן אין תורת משה. זאָלסט זיך פירן מיט שכל אין אַלציקעדינג וואָס דו וועסט מאַכן און וואואַהין דו וועסט זיך ניט ווענדן (ד) כדי יי זאָל אויפשטעלן זיין וואָרט וואָס ער האָט מיט מיר גערעדט, אַזוי צו זאָגן: ,טאָמער וועלן דיינע קינדער אָפּהיטן זייער וועג, צו גיין פאַר מיר מיט אמתדיקייט, מיטן גאַנצן האַרצן זייערן, און מיט דער גאַנצער נשמה זייערער, אַזוי צו זאָגן: וועט קיין איין מענטש וואָס באַ דיר ניט אָפּגעשניטן ווערן פון זיין אַפן טראָן פון ישראלʻ. (ה) און דו אַליין ווייסט, וואָס ס′האָט מיר אָפּגעטאָן יואב⸗בּן⸗צרויה, וואָס ער האָט אָפּגעטאָן די צוויי אָנפירער פון די חיילות פון ישראל, אַבנֵר⸗בּן⸗נֵרן, און עַמָשָׂא⸗בּן⸗יֶתֶרן, ער האָט זיי אַוועקגעהרגעט, פאַרגיסנדיק בעתן שלום די בלוט פון מלחמה, און די בלוט פון מלחמה אַריינגעשטעקט באַ זיך אין גאַרטל אַריין וואָס אַף זיינע לענדן, און אין די שיך וואָס אַף זיינע פיס. (ו) דרום זאָלסט טאָן לויט דיין חכמה, זיין גראָע קאָפּ זאָל בשלום ניט אַראָפּ אין דער אדמה. (ז) אָבער מיט די זין פון בַּרזילַי⸗הגִלעָדי זאָלסטו חסד טאָן, זיי זאָלן זיין אום די וואָס עסן באַ דיין טיש, מחמת אָט אַזוי האָבן זיי זיך צו מיר צוגענענטערט בעת מיין אַנטלאָפן ווערן פון דיין ברודער אַבשָלומען. (ח) און אָט איז באַ דיר דאָ שִמעִי⸗בּן⸗גֵרא, דער פון שבט בנימין, פון בחורים, ער האָט דאָך מיר געשאָלטן מיט אַ בפירושדיקער קללה, אין טאָג פון מיין גאַנג קיין מַחַנַים, ער איז דאָך אַראָפּ מיר טרעפן באַם ירדן, און איך האָב עם געשוואָרן פאַר יי אַזוי צו זאָגן: אויב איך וועל דיר אַוועקהרגענען מיט דער שווערד… (ט) נאָר איצטערטאָ זאָלסט עם ניט רייניקן, וואָרים דו ביסט דאָך אַ מענטש אַ חכם, און וועסט וויסן וואָס מיט עם מאַכן, און זאָלסט זיין גראָע קאָפּ מיט בלוט אַראָפּלאָזן אין דער אדמה.“

 (י) און דוד איז געלעגן מיט זיינע אבות און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין עִיר דָוִד. (יא) און דער קיימא⸗לן וואָס ער האָט געקיניגט איבער ישראל איז פערציק יאָר געווען: אין חברון האָט ער געקיניגט זיבן יאָר און אין ירושלים האָט ער דרייסיק⸗דריי יאָר געקיניגט. (יב) און שלמה איז געזעסן אַף דוד זיין טאַטנס כסא המלכות. און די מלוכה באַ עם האָט זיך שטאַרק געגרונטפעסטיקט.

(יג) קומט אַריין אַדוניָהו, זון פון חַגית, גייט אַריינעט צו שלמהס מאַמע בת⸗שֶבען. פרעגט זי באַ עם: „אין שלום ביסט געקומען?“ זאָגט ער: „אין שלום“. (יד) זאָגט ער: „אַ וואָרט מיט דיר?“ זאָגט זי: „גיב לשון“. (טו) טוט ער זאָגן: „דו ווייסט דאָך, אַז באַ מיר איז געווען די מלוכה, און אַף מיר האָט גאַנץ ישראל געלייגט זייער פּנים איך זאָל קיניגן, נאָר ס′האָט זיך איבערגעדרייט די מלוכה, און ס′איז באַ מיין ברודער געוואָרן, ווייל פון יי איז דאָס עם געווען. (טז) און אַצינדערטאָ איין בקשה טו איך באַ דיר בעטן, זאָלסט מיר ניט אָפּזאָגן פאַרן פּנים“. זאָגט זי עם: „גיב לשון“. (יז) זאָגט ער: „זאָג זשע שלמה⸗המלכן, ער וועט דאָך דיר פאַרן פּנים ניט אָפּזאָגן, ער זאָל מיר אַבִישַג די שונַמית פאַר אַ ווייב אַוועקגעבן“. (יח) האָט זי געזאָגט, בת⸗שבע: „גוט. איך וועל פון דיינטוועגן מיטן מלך ריידן“.

(יט) איז זי אַריין, בת⸗שבע, צום מלך שלמה ריידן מיט עם וועגן אַדוניָהון. דער מלך האָט זיך אויפגעהויבן איר אופנעמען, ער האָט זיך פאַר איר צוגעבוקט, און ער האָט זיך צוגעזעצט אַף זיין טראָן און געגעבן אַ טראָן פאַר דער מאַמע פונעם מלך, און זי איז באַ עם געזעסן צו רעכטס⸗צו. (כ) זאָגט זי: „איין קליינינקע בקשה טו איך באַ דיר בעטן, זאָלסט מיר ניט אָפּזאָגן פאַרן פּנים“. האָט איר אַ זאָג געטאָן דער מלך: „פרעג, מאַמע מיינע, וואָרים איך וועל דאָך דיר פאַרן פּנים ניט אָפּזאָגן“. (כא) טוט זי זאָגן: „זאָל דיין ברודער אַדוניָהון אַוועקגעגעבן ווערן אַבִישַג די שונַמית פאַר אַ ווייב“.

(כב) האָט דער מלך שלמה געטאָן ענטפערן. און ער האָט זיין מאַמען געטאָן זאָגן: „איז פאַרוואָס זשע בעטסטו פאַר אַדוניָהון אַבִישַג די שונַמית, בעט שוין פון זיינטוועגן די מלוכה, מה⸗דאָך ער איז דער עלטערער ברודער מיינער. עם! און אֶבָיָתר דעם כהן! און יואב⸗בן⸗צרויהן!“ (כג) און שלמה⸗המלך האָט געטאָן שווערן פאַר יי אַזוי צו זאָגן: „זאָל מיר אַזוי אָפּטאָן גאָט, און נאָכמער זאָל ער מיר נאָך אַזויאָ צוגעבן, דער אַדוניָהו האָט אָטאָ דיאָ זאַך אַקעגן זיך אַליין אָנגערעדט. (כד) איז אַצינדערטאָ, ווי ס′לעבט יי וואָס האָט מיר געגרונטפעסטיקט, און מיר געטאָן אַוועקזעצן אַפן טראָן פון דוד מיין טאַטן, און וואָס האָט מיר געמאַכט אַ הויז אַזוי ווי ער האָט געהאַט געזאָגט: אַז נאָך באַם היינטיקן טאָג וועט געטייט ווערן אַדוניָהו“. (כה) און דער מלך שלמה האָט געשיקט, אין די הענט פון בנָיָהו דעם זון פון יהוֹיָדען, ער האָט אין עם אָנגעטראָפן, ער איז געשטאָרבן.

(כו) און אֶביָתר דעם כהן האָט דער מלך געזאָגט: „גיי אַוועקעט צו דיינע פעלדער וואָס אין עַנָתוֹת, ווייל דו ביסט אַן איש⸗מוות, נאָר באַם היינטיקן טאָג וועל איך דיר ניט אַוועקהרגענען אַלמאַי דו האָסט דאָך דעם ארון קודש פון גאָט יי געטראָגן פאַר דודן מיין טאַטן, און דו האָסט זיך אָנגעליטן מיט אַלציקעדינג מיט וואָס דער טאַטע מיינער האָט זיך אָנגעליטן“. (כז) האָט שלמה פאַרטריבן אֶביָתרן פון זיין פאַר יי אַ כהן, ס′זאָל מקוים ווערן דער וואָרט וואָס יי האָט גערעדט נאָך אין שִילֹה מיטן הויזגעזינד פון עֵלִין.

(כח) צו יואבן איז דערגאַנגען די בשורה, יואבן האָט דאָך געצויגן צו אַדוניָהון, הגם צו אַבשָלומען האָט עם ניט געהאַט געצויגן. האָט יואב געטאָן אַנטלויפן צום אוהל יי און ער האָט זיך פעסטגעהאַלטן אָן די הערנער פון מזבח. (כט) האָט מען געטאָן אָנזאָגן דעם מלך שלמהן, אַז יואב איז אַנטלאָפן אין אוהל יי און אָט איז ער באַם מזבח. האָט שלמה געשיקט בְּנָיָהו דעם זון פון יהוֹיָדען אַזוי צו זאָגן: „גיי און טרעף אין עם אָנעט“. (ל) איז בְּנָיָהו געקומען ביז צום אוהל יי און עם אַ זאָג געטאָן: „אָט אַזוי זאָגט דער מלך: אַרויס!“ האָט ער געזאָגט: „ניין! וויילע אָטאָ דאָאָ וועל איך שטאַרבן“. איז בְּנָיָהו אַף קאַריק צום מלך אַוועק מיטן וואָרט, אַזוי צו זאָגן, אַזוי און אַזוי האָט יואב געזאָגט און אַזוי און אַזוי האָט ער עם אָפּגעענטפערט. (לא) האָט עם דער מלך אַ זאָג געטאָן: „טו אַזוי ווי ער האָט אַליין געזאָגט און טרעף אין עם אָנעט, און באַגראָב עם, דו זאָלסט אַראָפּנעמען פון מיר און פון מיין טאַטנס הויזגעזינד די אומזיסטע בלוט וואָס ס′האָט יואב פאַרגאָסן. (לב) און יי וועט האָבן אומגעקערט אַף זיין קאָפּ זיין בלוט וואָס ער האָט אָנגעטראָפן אין צוויי מענטשן מער רעכטפאַרטיקע און גוטע איידער ער, און האָט זיי דערהרגעט מיט דער שווערד, און דוד דער טאַטע מיינער האָט פונדערפון ניט געוואוסט: אַבנר⸗בּן⸗נֵרן דעם הויפּט פון די חיילות פון ישראל, און עַמָשָֹא⸗בּן⸗יֶתֶרן דעם הויפּט פון די חיילות פון יהודה. (לג) טאָ זאָל זשע זייער בלוט אַפן קאָפּ פון יואבן זיך אומקערן, און אַפן קאָפּ פון זיין זרע ביז אַף אייביק.“

„פאַר דודן און זיין זרע און זיין הויזגעזינד און זיין טראָן זאָל אַף אייביק שלום זיין פון יי.“

(לד) איז אַרויפגעגאַנגען בנָיָהו דער זון פון יהוֹיָדע און האָט אין עם אָנגעטראָפן און דערהרגעט, און ער איז באַגראָבן געוואָרן באַ זיך אין דער היים אין דער מדבר. (לה) דער מלך האָט געטאָן שטעלן בנָיָהון, דעם זון פון יהוֹיָדען, אַף זיין אָרט איבער די חיילות. און צָדוק דעם כהן האָט געשטעלט דער מלך אַפן אָרט פון אֶביָתָרן.

(לו) דער מלך האָט געשיקט און געטאָן רופן שִמעִין, און עם אַ זאָג געטאָן: „סטרויע זיך אויסעט אַ הויז אין ירושלים, און זאָלסט דאָרטן זיצן און גיי ניט אַרויס פון דאָרטן אַהין און אַהער. (לז) וואָרים ס′וועט זיין אַז אינעם טאָג פון דיין אַרויסגיין, אַז דו וועסט נאָר אַריבער דעם טייכל קִדרוֹן, וויסן זאָלסטו וויסן, אַז שטאַרבן וועסטו שטאַרבן, און דיין בלוט וועט זיין אַף דיין אייגענער קאָפּ“. (לח) האָט שִמעִי אַ זאָג געטאָן דעם מלך: „גוט איז דער וואָרט וואָס עס האָט גערעדט מיין האַר דער מלך, אַזוי וועט טאָן דיין געטרייער“. און שִמעִי איז אַ פולע טעג אין ירושלים געזעסן.

(לט) ס′האָט אָבער געטראָפן, צום סוף פון דריי יאָר, אַז צוויי קנעכט שִמעִיס זיינען אַנטלאָפן געוואָרן צום מלך פון גַת, אָכיש⸗בן⸗מַעַכָה, און מ′האָט שִמעִין געזאָגט אַזוי צו זאָגן: „דיינע קנעכט זיינען גאָר אין גת!“ (מ) האָט זיך שִמעִי אַ הייב געטאָן און אָנגעזאָטלט זיין אייזל און איז אַוועק אין גת צו אָכישן בעטן זיינע קנעכט אַף קאַריק. איז שִמעִי אַוועק און האָט געבראַכט צו פירן פון גַת זיינע קנעכט. (מא) און פאַר שלמהן איז געזאָגט געוואָרן, אַז שִמעִי איז אַוועק פון ירושלים קיין גת און האָט זיך אומגעקערט. (מב) האָט דער מלך געשיקט און געטאָן רופן שִמעִין, און עם אַ זאָג געטאָן: „האָב איך דיר דאָך ניט אָנגעשוואָרן באַ יי און דיר פאָראויס פאַרוואָרנט אַזוי צו זאָגן: ס′וועט זיין אַז אינעם טאָג פון דיין אַרויסגיין אַהין און אַהער, וויסן זאָלסטו וויסן, אַז שטאַרבן וועסטו שטאַרבן, און דו האָסט דאָך מיר געזאָגט: ,גוט, די זאַך, כ′האָב געהערטʻ. (מג) איז פאַרוואָס זשע האָסט ניט אָפּגעהיט די שבועה פון יי און די הייסונג וואָס איך האָב דיר געהייסן?“ (מד) און דער מלך האָט געזאָגט צו שִמעִין: „דו ווייסט די גאַנצע שלעכטיקייט וואָס עס ווייס באַ דיר די האַרץ, וואָס דו האָסט אָפּגעטאָן דודן, מיין טאַטן. דרום האָט יי אומגעקערט די שלעכטיקייט דיינע אַף דיין קאָפּ“.

(מה) דער מלך שלמה איז געווען געבענטשט, און דער טראָן פון דודן האָט זיך געגרונטפעסטיקט ביז אַף אייביק. (מו) און דער מלך האָט געגעבן אַן אָנזאָגונג בנָיָהון, דעם זון פון יהוֹיָדען. און ער האָט אין עם אָנגעטראָפן, און ער איז געשטאָרבן.

און די מלוכה איז געגרונטפעסטיקט געוואָרן באַ שלמהן אין די הענט.

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) שלמה האָט זיך מִתחַתּן געווען מיט פּרעהן, דעם מלך פון מצרים, ער האָט זיך גענומען פאַר אַ ווייב פּרעהס טאָכטער, און האָט איר געבראַכט צו פירן אין עִיר דָוד, כָּל⸗זמַן ער האָט געהאַלטן אין פאַרענדיקן אויסבויען זיין הויז, און די הויז פון גאָט, און די וואַנט פון ירושלים וואָס אַרומענאַרום. (ב) נאָר וואָדען, די מענטשן פון פאָלק האָבן ווייטער געבראַכט קרבנות אַף די ערטער⸗אין⸗דער⸗הייך, וואָרים עס איז ניט אויסגעבויט געוואָרן קיין הויז פון גאָטס נאָמען וועגן ביזקל אין יענע טעג אַריין. (ג) שלמה האָט ליב געהאַט גאָט, גייענדיק נאָך די מנהגים פון דוד זיין טאַטן, נאָר וואָדען, ער האָט געבראַכט קרבנות מיט אויסרייכענישן אַף די ערטער⸗אין⸗דער⸗הייך. (ד) איז ער געגאַנגען, דער מלך, אין גִבעוֹן ברענגען דאָרטן קרבנות, דאָס איז דאָך דער גרויסער הויכער אָרט. אַזש טויזנט קרבן⸗עוֹלות האָט ער געבראַכט, שלמה, אַף יענעם מזבח.

(ה) אין גבעון האָט זיך גאָט פאַר שלמהן באַוויזן אין אַ נאַכטיקן חלום. און גאָט האָט געזאָגט: „טאָ וואָס זאָל איך דיר שענקען?“ (ו) האָט שלמה געזאָגט:

„דו האָסט מיט דיין געטרייען, מיט דָודן, מיין טאַטן, גרויס חסד געטאָן וועדליק ער איז געגאַנגען, פון פאַר דיר, מיט אמת, מיט גערעכטיקייט, און מיט רעכטפאַרטיקייט אין האַרץ, מיט דיר, און האָסט פון זיינטוועגן אָפּגעהיט אָטאָ דעם גרויסן חסד און האָסט עם געגעבן אַ זון וואָס זיצט אַף זיין טראָן. גראָד אַזוי ווי ס′איז היינט דער טאָג.  (ז) און איצטערטאָ, יי, מיין גאָט, האָסט מַמלִיך געווען דיין געטרייען, אַפן אָרט פון דָודן, מיין טאַטן, און איך בין דאָך אַ קליינער יינגל און איך ווייס ניט וואו⸗איין וואו⸗אויס. (ח) און דיין געטרייער איז פון דיין פאָלק גופא, וואָס דו האָסט געטאָן אויסקלייבן, אַ פאָלק פון גאָר אַ סך, ניט אויסצוציילן און ניט אָפּצוציילן. (ט) איז — גיב דיין געטרייען אַ צוהאָרכנדיקע האַרץ אַף צו טאָן משפּטן דיין פאָלק, פאַרשטיין צווישן גוטיקייט און שלעכטיקייט, וואָרים ווער קען דען משפּטן אַזאַ וואָגיקן פאָלק דיינעם?“

(י) און די זאַך איז גאָט געפעלן געוואָרן, פאַר זיין איינזען, אַלמאַי שלמה האָט געבעטן דווקא אָטאָ דאָסאָ. (יא) האָט עם גאָט געזאָגט:

„מחמת דעם וואָס דו האָסט אָטאָ דיאָ זאַך געטאָן בעטן, און האָסט ניט געבעטן פאַר זיך קיין אַריכַת⸗יָמים, און האָסט ניט געבעטן פאַר זיך קיין עשירות, און האָסט ניט געבעטן פאַר זיך דעם לעבן פון די שונאים דיינע, נאָר וואָדען, האָסט געבעטן פאַרשטאַנדיקייט באַם אויסהערן אַ משפּט, (יב) איז אָט מאַך איך וועדליק דיינע ווערטער, אָט גיב איך דיר אַ האַרץ פון אַ חכם אַ פאַרשטאַנדהאַפטיקן, וואָס אָט אַזאַאָ ווי דו איז ניט געווען פאַר דיר, און אַזאַ איינער ווי דו וועט אויכעט ניט אופקומען נאָך דיר. (יג) און אויך דאָס וואָס האָסט ניט געבעטן גיב איך דיר: סיי עשירות סיי כבוד, אַלע דיינע יאָרן, וואָס אַזאַאָ ווי דו איז באַ די מלכים נאָכניט געווען. (יד) און אויב דו וועסט גיין אין מיינע וועגן, אָפּהיטן די חוקים מיינע, די מצוות מיינע, אָט אַזוי ווי ס′איז געגאַנגען דוד דיין טאַטע, וועל איך דיינע טעג פאַרלענגערן.“

(טו) און ער האָט זיך אופגעכאַפּט, שלמה, און אָט — גאָר אַ חלום.

אַז ער איז אָנגעקומען אין ירושלים האָט ער זיך געשטעלט פאַרן ארון קודש פונעם ברית פון גאָט, און האָט אופגעמַקרִיבט קרבן⸗עוֹלות און געמאַכט קרבן⸗שלָמִימס און האָט געמאַכט אַ הוליאַנקע פאַר אַלע זיינע אַרבעטער.

(טז) דאַמאָלסט זיינען געקומען צוויי פרויען זונות צום מלך, און זיינען פאַר עם געשטאַנען.

(יז) ערשטע פרוי האָט גענומען ריידן:

„אוי מיין האַר, איך און אָטאָ דיאָ אשה, מיר לעבן אין איין הויז, און איך בין זייענדיק מיט איר געווינערין⸗געוואָרן (יח) און ס′איז געווען אין דריטן טאָג און די אשה איז אויך געווינערין⸗געוואָרן. מיר זיינען זאַלבעצווייט געווען, ניטאָ מיט אונדז קיין דרויסנדיקער אין שטוב אַחוץ אונדז ביידן אין שטוב. (יט) דער זינדל פון אָטאָ דער אשה איז באַנאַכט געשטאָרבן, ווייל זי האָט זיך אַוועקגעלייגט אַף עם שלאָפן. (כ) האָט זי זיך אופגעכאַפּט אין סאַמע נאַכט און צוגענומען מיין זינדל פון לעבן מיר (איך, אייער געטרייע, בין געשלאָפן), און האָט עם אַוועקגעלייגט באַ זיך אַפן בוזים, און איר זינדל דעם געשטאָרבענעם האָט זי אַרופגעלייגט באַ מיר אַפן בוזים. (כא) שטיי איך אופעט אינדערפרי זייגן מיין זינדל און אָט איז ער אַ געשטאָרבענער, האָב איך זיך גוט איינגעקוקט אינדערפרי און אָט איז דאָס גאָרניט מיין זון וואָס איך האָב געבאָרן.“

(כב) נעמט ריידן די אַנדערע פרוי:

„ניין! אָט מיין זינדל איז עס דער לעבעדיקער, און דיין זינדל איז עס דער געשטאָרבענער. און אָט קומט אָטאָ דיאָ און זאָגט ,ניין! אָט איז דיין זון דער געשטאָרבענער און מיין זון איז דער לעבעדיקערʻ.“

אָט אַזויאָ האָבן זיי גערעדט פאַרן מלך. (כג) האָט דער מלך געזאָגט:

„אָט די זאָגט: ,דאָס איז מיין זינדל דער לעבעדיקער און דיינער איז דער געשטאָרבענערʻ; און אָט דיאָ ווידער זאָגט: ,ניין, אָט איז דיין זינדל דער געשטאָרבענער און מיין זינדל איז עס דער לעבעדיקערʻ.“

(כד) האָט דער מלך געזאָגט:

„ברענגט מיר אַ שווערד!“ האָט מען די שווערד געבראַכט צו טראָגן פאַרן מלך. (כה) האָט דער מלך געזאָגט:

„צעשניידט דעם לעבעדיקן יינגל אין צווייען, און גיט העלפט צו איינער, און די אַנדערע העלפט צו דער אַנדערער.“

(כו) טוט אַ זאָג די פרוי, וואָס איר זינדל איז עס דער לעבעדיקער, צום מלך, וואָרים עס האָט זיך באַ איר אופגעהייצט די רחמנות איבערן זינדל אירן, זאָגט זי:

„אוי מיין האַר! זאָל מען איר, דעם לעבעדיקן געבאָרענעם, אָפּגעבן, דערהרגענען זאָלט איר עם ניט דערהרגענען!“

און די אַנדערע טוט אַ זאָג:

„ניט מיר ניט דיר זאָל ער ניט זיין — צעשניידט!“

(כז) דאַמאָלסט האָט געענטפערט דער מלך, ער האָט געזאָגט:

„א י ר   גיט אַוועקעט דעם לעבעדיקן געבאָרענעם, און דערהרגענען זאָלט איר עם ניט דערהרגענען — זי איז די מאַמע!“

(כח) און גאַנץ ישראל האָט געהערט פון דעם משפּט וואָס עס האָט געמשפּט דער מלך. און מען האָט אַן אימה געהאַט פאַרן מלך. ווייל מען האָט דערזען, אַז די געטלעכע חכמה איז באַ עם, אַף צו טאָן מיט גערעכטיקייט אָפּמשפּטן.

≡≡ פּרק ד ≡≡

(א) ס′איז געווען אַזוי, אַז דער מלך שלמה איז געווען מלך איבער גאנץ ישראל, (ב) און דאָס זיינען געווען די מיניסטאָרן, וואָס באַ עם:

עַזַריָהו⸗בֶּן⸗צָדוֹק — דער כהן; (ג) אֶלִיחֹרֶף און אַחִיָה, די זין פון שִישָא — די סופרים; יהוֹשָפָט⸗בֶּן⸗אַחִילוד — מזכיר; (ד) און בּנָיָהו⸗בֶּן⸗יהוֹיָדע — איבער חיילות; און צָדוֹק און אֶביָתר — כהנים; (ה) און עַזַריָהו⸗בֶּן⸗נָתָן — איבער די ממונים; און זָבוד⸗בֶּן⸗נָתָן, אַ כהן — דעם מלכס גוטער⸗חבר; (ו) און אַחישָר — וואָס איבערן הויז; און, אַדוֹנִירָם⸗בֶּן⸗עַבדָא — איבערן צינדז.

(ז) און באַ שלמהן זיינען געווען צוועלף ממונים איבער גאַנץ ישראל, און זיי האָבן פאַרזאָרגט דעם מלך און זיין הויזגעזינד, צו אַ חודש אין יאָר איז געווען אַף יעדן צו פאַרזאָרגן, (ח) און דאָס זיינען זייערע נעמען: דער זון פון חור, אַפן באַרג אפרים; (ט) דער זון פון דֶקֶר אין מָקַץ, שַעַלבִים, און בּית⸗שֶמֶש; און אֵילוֹן אין בּית⸗חָנָן; (י) דער זון פון חֶסֶד אין אַרובּוֹת, באַ עם — שׂוֹכֹה און גאַנץ אֶרֶץ⸗חֵפֶר; (יא) דער זון פון אַבִינָדָב, יעדער פון די בערגלעך פון דֹאר, טָפַת די טאָכטער פון שלמהן איז עם אַ ווייב געווען; (יב) בַּעַנָא⸗בֶּן⸗אַחִילוד אין תַּענָך און מגִידוֹ און גאַנץ בֵּית⸗שָאן וואָס איז לעבן צָרתַנָה אונטערן יִזרעֶאל, פון בֵּית⸗שָאן אַזש ביזקל אַף יענער זייט יָקְמעָם; (יג) דער זון פון גֶבֶר, אין רָמוֹת גִלעָד, באַ עם — די געצעלטן⸗דערפער פון יָאִיר⸗בֶּן⸗מנשה וואָס אינעם גִלעָד, באַ עם — דער קרייז פון אַרגֹב וואָס אינעם בָּשָן, זעכציק גרויסע שטעט מיט ווענט און קופּערנע ריגלען; (יד) אַחִינָדָב⸗בֶּן⸗עִדֹא אַף מַחַנַיִם צוצו; (טו) אַחימַעַץ, אין נפתלי, ער האָט אויך גענומען פאַר אַ ווייב שלמהס טאָכטער — בָּשֹמַת; (טז) בּעַנָא⸗בֶּן⸗חושָי, אין אָשר און אין בְּעָלוֹת; (יז) יהוֹשָפָט⸗בֶּן⸗פָּרוחַ, אין יששכר; (יח) שִמעִי⸗בֶּן⸗אֵלָא אין בנימין; (יט) גֶבֶר⸗בֶּן⸗אורי אין לאַנד גלעד, די לאַנד פון סיחון דער מלך פון די אמורים און עוג דער מלך פון בשן; און איין ממונה וואָס איבערן לאַנד.

(כ) יהודה און ישראל זיינען געווען אַ סך אַ סך, אַזוי ווי די זאַמד וואָס באַם ים אין פילגרויסיקייט.

מען האָט געגעסן, מען האָט געטרונקען, מען איז פריילעך געווען.

≡≡ פּרק ה ≡≡

(א) שלמה האָט געוועלטיקט איבער אַלע קיניגשאַפטן אַזש פון נְהַר פְּרָת און ביזקל אין לאַנד פון די פּלישתּים, און ביזקל צום גרעניץ פון מצרים צו. זיי האָבן עם אַלע געטאָן ברענגען אָפּגאָב און האָבן שלמהן געדינט די אַלע יאָרן פון זיין לעבן.

(ב) און ס′איז געווען די ברויט⸗שפּייזונג שלמהס אַף אַן איינציקן טאָג: דרייסיק כֹּר⸗מאָס פון זעמל⸗מעל מיט זעכציק כֹּר⸗מאָס פון פּשוטע מעל; (ג) צען פעטע רינדער מיט צוואַנציק רינדער פון פּאַשע; און הונדערט שאָף אַחוץ הינדן, הירשן מיט רויטהירשן; און געשטאָפּטע קאַפּהענער.

(ד) מה⸗דאָך ער איז דער מושל איבער אָט דער זייט פונעם נְהַר פְּרָת, אַזש פון תִּפסַח ביזקל אין עזה, איבער די אַלע מלכים פון אָטאָ דער זייט נָהָר. און באַ עם איז געווען שלום פון אַלע זייטן אַרום⸗און⸗אַרום. (ה) און יהודה מיט ישראל זיינען געזעסן אין זיכערניש, איטלעכער אונטער זיין וויינשטאָק און אונטער זיין פייגנבוים, פון דָן ביזקל בְּאֵר⸗שֶבַע אין די אַלע יאָרן פון שלמהן.

(ו) און באַ שלמהן זיינען געווען פערציק טויזנט פערדן⸗שטאַלן צו די קאַרעטעס, מיט צוועלף טויזנט רייטער. (ז) און אָטאָ די ממונים האָבן פאַרזאָרגט דעם מלך שלמהן און איטלעכן וואָס איז אָנגעקומען צום טיש פון שלמה⸗המלכן, יעדער איינער אין זיין חודש ממונהשאַפט, אַ זאַך זאָל ניט אויספעלן. (ח) גערשטן מיט שטרוי צו די פערד און די מלחמהדיקע פערד האָבן זיי אַפן אָרט געבראַכט וואו עס געהערט, יעדערער לויט זיין רעכטבאַדאַרפטיקייט.

(ט) און גאָט האָט געגעבן חכמה שלמהן און פאַרשטאַנדיקייט אָן אַ שיעור, און ברייטהאַרציקייט ווי די זאַמד וואָס באַם ברעג ים. (י) און שלמהס חכמה האָט זיך איבערגעמערט איבער דער חכמה פון די אַלע פעלקער פון מזרח און איבער דער גאַנצער חכמת מצרים. (יא) און ער האָט אַריבערגעיאָגט אין חכמה אַיעדן, מער איידער אֵיתָן דער אֶזרָחִי; מער איידער הֵימָן, און איידער כַּלכֹּל, און איידער דַרדַע — די זין פון מָחוֹל. און ער האָט געהאַט אַ שם באַ די אַלע אומות אַרומענאַרום.

(יב) און ער האָט דריי טויזנט משלים געזאָגט. און די לידער זיינע —טויזנט⸗מיט⸗פינף. (יג) און ער האָט גערעדט מיט די ביימער: פון צעדערבוים וואָס אין לבנון און ביזקל דעם היזאָפּ וואָס טוט וואַקסן פון דער וואַנט אַרויס. ער האָט גערעדט מיט די בהמוﬨ, מיט די פייגל, מיט די שרצימלעך און מיט די פיש.

(יד) איז מען געקומען פון אַלע פעלקער אַף הערן חכמת שלמה, פון די אַלע מלכים וואָס איבער דער וועלט, וואָס האָבן פון זיין חכמה נאָר געהערט.

(טו) חִירָם דער מלך פון צוֹר האָט געשיקט זיינע באַדינער צו שלמהן, ווייל ער האָט געהערט, אַז עם האָט מען פאַר מלך געטאָן זאַלבן אַפן אָרט פון זיין טאַטן, מחמת די אַלע יאָרן האָט חִירָם האָלט געהאַט דודן. (טז) האָט שלמה געשיקט צו חירמען, אַזוי צו זאָגן:

(יז) „איר קענט דאָך דוד מיין פאָטער, אַז ער האָט ניט געקענט בויען אַ הויז פון יי, פון גאָטס נאָמען וועגן, צוליב די מלחמות וואָס האָבן עם אַרומגערינגלט ביז וואַנעט גאָט האָט זיי געגעבן אונטער די פּאָדעשוועס פון זיינע [מיינע] פיס. (יח) און איצטערטאָ האָט יי מיין גאָט מיר רו געגעבן אַרומענאַרום. ניטאָ קיין מזיק און ניטאָ קיין בייזע טרעפענישן. (יט) און אָט זאָג איך צו בויען אַ הויז פון יי מיין גאָטס וועגן, וועדליק גאָט האָט גערעדט מיט דודן מיין טאַטן אַזוי צו זאָגן: ,דיין זון, וואָס איך וועל געבן אַף דיין אָרט, אַף דיין טראָן, ער וועט אויסבויען די הויז פון מיין נאָמען וועגןʻ. (כ) איז איצטערטאָ, גיט אַ קאָמאַנדע, מען זאָל מיר אויסהאַקן צעדערביימער פונעם לבנון, און מיינע אַרבעטער וועלן באַנאַנד זיין מיט אייערע אַרבעטער, און די שכירות פון אייערע אַרבעטער וועל איך אייך אָפּגעבן לויט אַלציקעדינג וואָס איר וועט זאָגן, ווייל איר ווייסט דאָך, אַז באַ אונדז איז ניטאָ אַזאַ מענטש וואָס קען אַרויסהאַקן ביימער ווי די צידוֹנים.“

(כא) און ס′איז געווען, אַז חִירָם, דערהערנדיק די ווערטער פון שלמהן, האָט ער זיך שטאַרק דערפרייט, און געזאָגט: „געבענטשט איז יי באַ היינטיקן טאָג אַלמאַי ער האָט דודן געגעבן אַ זון אַ חכם איבער אָטאָ דעם גרויסן פאָלק“. (כב) האָט ער געשיקט, חִירָם צו שלמהן, אַזוי צו זאָגן:

„איך האָב געהערט אָט דאָס וואָס איר האָט מיר צוגעשיקט. איך וועל אַדורכפירן אַלע אייערע באַגערן, מיטן צעדערהאָלץ און מיטן ציפּערהאָלץ. (כג) מיינע אַרבעטער וועלן זיי אַראָפּנעמען פונעם לבנון ביז אין ים אַריין. און מען וועט זיי פאַנאַנדערלייגן אין פּליטן, ביז צום אָרט וואָס איר וועט מיר צושיקן, און מיר וועלן זיי אָדאָרטן צענעמען, און איר וועט זיי מקבל זיין. און איר וועט אויספירן מיין באַגער צו געבן ברויט⸗שפּייזונג פאַר מיין הויזגעזינד.“ (כד) און אָט האָט חִירוֹם געגעבן שלמהן צעדערהאָלץ און ציפּערהאָלץ וויפל ס′האָט זיך עם פאַרוועלט.

(כה) און שלמה האָט געגעבן חירמען צוואַנציק טויזנט כֹּר⸗מאָס מיט ווייץ, פאַר שפּייזונג צו זיין הויזגעזינד, מיט צוואַנציק כֹּר⸗מאָס געשלאָגענע אייל; אָט אַזוי האָט געגעבן שלמה חירמען, יאָר⸗איין יאָר⸗אויסעט.

(כו) און גאָט האָט געגעבן שלמהן חכמה, אַזוי ווי ער האָט עם צוגעזאָגט. און ס′איז שלום געווען צווישן חִירָם און צווישן שלמה און מען האָט זיך זאַלבעצווייט כורת ברית געווען.

(כז) נאָר וואָס, דער מלך שלמה האָט אופגעהויבן אַ צינדז פון גאַנץ ישראל. און דער צינדז איז געווען דרייסיק טויזנט מאַן. (כח) און ער האָט זיי געשיקט קיין לבנון, צו צען טויזנט אַ חודש אַף חילוף: אַ חודש וועלן זיי אין לבנון זיין, און צוויי חדשים באַ זיך אינדערהיים. און אַדוֹנירָם איז געווען איבערן צינדז. (כט) און באַ שלמהן זיינען געווען זיבעציק טויזנט משאות⸗טרעגער, און אַכציק טויזנט שטיינהעקער אין די בערג. (ל) דאָס איז אַחוץ די באַלעבאַטים איבער די ממונים איבער דער מלאכה: דריי⸗טויזנט⸗דריי⸗הונדערט וואָס באַצווינגען די מענטשן וואָס טוען די מלאכה. (לא) און דער מלך האָט געגעבן קאָמאַנדעס, און מען האָט אויסגעהאַקט ריזיקע שטיינער, גאָר⸗שווערע שטיינער אַף צו גרונטפעסטיקן די הויז מיט אַרומגעשליפענע שטיינער.

(לב) און שלמהס בויער מיט חִירוֹמס בויער מיט די גִבֿלער האָבן אויסגעסקולפּטירט און צוגעגרייט, סיי די ברעטער און סיי די שטיינער, צום אויסבויען די הויז.

≡≡ פּרק ו ≡≡

(א) ס′איז געווען אַזוי: אין אַ יאָר פיר⸗הונדערט⸗אַכציק אַרום, נאָכדעם ווי די בני ישראל זיינען אַרויס פון ארץ מצרים, אין פערטן יאָר פון שלמהן איבער ישראל, אין חודש זִיוו — ער איז דאָך דער צווייטער חודש — האָט ער גענומען בויען דעם בַּיִת צו גאָט.

(ב) און דער בַּיִת, וואָס ס′האָט אויסגעבויט דער מלך שלמה צו גאָט, איז געווען זעכציק אמה די לענג, צוואַנציק די ברייט, און דרייסיק אמה די הייך. (ג) און דער זאַל וואָס האַרט באַם היכל פון בַּיִת — צוואַנציק אמה די לענג (אין זייט פון דער ברייט פונעם בַּיִת); צען די ברייט לויט דער אמה (אין זייט פונעם בַּיִת).

(ד) און צום בַּיִת האָט ער געמאַכט פענצטער, עפענענדיקע און פאַרמאַך⸗פעאיקע.

(ה) און אָנגעשפּאַרט אָן דער דרויסנדיקער וואַנט פונעם בַּיִת, האָט ער צוגעבויט אַ צוגאָב⸗בנין, אַרום  די ווענט פונעם בַּיִת אַרומענאַרום, סיי פונעם היכל און סיי פונעם קדשי קדשים אַרומענאַרום, מאַכנדיק קאַמערן רונד אַרום.

(ו) דער קאַמער פון אונטערשטן גאָרן איז געווען פינף אמה באַ איר די ברייט; דער מיטלדיקסטער — זעקס אמה באַ איר די ברייט; און די דריטע — זיבן אמה באַ איר די ברייט, מחמת [זיילן] האָט מען געגעבן וואָס שטייען אינדרויסן צו, אַף אַרויסשטאַרצנדיקע ראַנדן, כדי זיי זאָלן זיך ניט אָנהאַלטן אָן דער וואַנט פונעם בַּיִת.

(ז) און צום בַּיִת באַ זיין אויסבויאונג זיינען געווען אויסגעפאַרטיקטע שטיינער, אויסגעענדיקטע באַם שטיין⸗בויעריי; מען האָט ניט געהערט ניט קיין האַמערן און ניט קיין האַק ניט קיין שום אַנדערע אייזערנע געצייג באַם בַּיִת באַ זיין אויסבויאונג. (ח) דער אַריינגאַנג צום קאַמער וואָס אַפן מיטלדיקן גאָרן איז געווען צו רעכטס⸗צו פונעם בַּיִת. מען איז אַרוף מיט וויקל⸗טרעפּ צום מיטלדיקסטן גאָרן, און פון מיטלדיקסטן ביז צו די וואָס אַפן דריטן גאָרן.

(ט) האָט ער דעם בַּיִת געבויט און האָט עם אויסגעפאַרטיקט און האָט איבערגעדעקט דעם באַלקן מיט די ווענט מיט צעדערהאָלץ, שורותווייז. (י) און די קאַמערן וואָס אַרומענאַרום — [גאָרנווייז] פינף אמה די הייך. און ס′איז צוגעפעסטיקט געווען צו דעם בַּיִת מיט צעדערהאָלץ.

(יא) ס′איז געווען דאַמאָלסט גאָטס וואָרט צו שלמהן, אַזוי צו זאָגן: (יב) „אָטאָ דעם בַּיִת, וואָס דו האַלטסט אין בויען — אויב וועסטו האָרכן אין מיינע חוקים און מיינע משפּטים, און וועסט אָפּהיטן אַלע מיינע מצוות, זיי צו האַלטן, וועל איך מקיים זיין מיינע רייד מיט דיר, וואָס איך האָב געהאַט גערעדט מיט דָוִדן, דיין טאַטן. (יג) און איך וועל זיין אין סאַמע ישראל מיין פאָלק, און איך וועל ניט טאָן פאַרלאָזן מיין פאָלק ישראל.“

(יד) האָט שלמה אויסגעבויט דעם בַּיִת און עם אויסגעפאַרטיקט.

(טו) און ער האָט די אינעווייניקסטע ווענט פונעם בַּיִת געבויט פון צעדערנע ברעטער, אַזש פון בריק און ביזקל צום באַלקן פון בוידים האָט ער אַלציקעדינג מיט האָלץ באַדעקט, און דער בריק איז מיט ברעטער פון בוקסערהאָלץ באַדעקט געווען. (טז) דערנאָכדעם האָט ער צוגעבויט צוואַנציק אמה אין די טיפענישן פונעם בַּיִת מיט צעדער⸗ברעטער פונעם בריק אַזש ביזן באַלקן, בויענדיק ביזקל צום דביר, צום קדש קדשים (יז) און אין פאָרנט פונדערפון, פערציק אין דער אמה — דער היכל. (יח) און אינעווייניק איז געווען אויסגעקריצט די צעדער⸗האָלץ מיט קווייטן: בוטאָנען און פּראַכט⸗צעעפנטע. אַלציקעדינג צעדערהאָלץ. אַז קיין שום שטיין זעט זיך ניט. (יט) און דעם דבִיר וואָס אינעם בַּיִת, סאַמע אינעווייניק, האָט ער צוגעגרייט בכדי אַריינגעבן אַהינצוצו דעם ארון ברית פון גאָט, (כ) און פון פאַרן דביר — צוואַנציק אמה אין דער לענג, און צוואַנציק די ברייט, און צוואַנציק אמה די הייך, און ער האָט עס באַדעקט מיט גינגאָלד. און דעם מזבח האָט ער באַדעקט מיט צעדערהאָלץ.

(כא) און שלמה האָט באַדעקט דעם בית פון אינעווייניק מיט גינגאָלד. ער האַט פאַרריגלט גאָלדענע קייטלעך באַם אַריינגיין אינעם דביר. און ער האָט עם איבערגעדעקט מיט גאָלד. (כב) און דעם גאַנצן בַּיִת האָט ער מיט גאָלד איבערגעדעקט ביזקל ס′לאָזט זיך אויסעט גאָר דער בַּיִת, און דעם גאַנצן מזבח וואָס אינעם דביר האָט ער איבערגעדעקט מיט גאָלד.

(כג) און אינעם דביר האָט ער צוויי כרובים פון בוימלהאָלץ געמאַכט, צען אמה די הייך. (כד) און פינף אמה איז געווען דער פליגל פון איינעם פון די כרובים און פינף אמה דער פליגל פון צווייטן פון די כרובים — צען אמה פון איין עק פון די פליגל ביזקל צום אַנדערן. (כה) און צען איז די אמה⸗מאָס באַם צווייטן פון די כרובים: איין מאָס און איין שניט באַ די ביידע כרובים. (כו) די הייך פון איין כרוב צו צען אמה, און אָט אַזויאָ באַם צווייטן כרוב. (כז) און ער האָט אַריינגעגעבן די כרובים אינעם בַּיִת סאַמע אינעווייניק, און די פליגל פון די כרובים זיינען געווען אויסגעשפּרייט, און דער פליגל פון איינעם האָט אָנגערירט אָן דער וואַנט, און דער פליגל פון צווייטן כרוב האָט זיך אָנגערירט אָן דער צווייטער וואַנט, און אין סאַמע תוך פונעם בַּיִת האָבן זיי זיך אָנגערירט, אַ פליגל מיט אַ פליגל. (כח) און ער האָט איבערגעדעקט די כרובים מיט גאָלד.

(כט) און די אַלע ווענט פונעם בַּיִת זיינען געווען אַרומגערינגלט מיט אויסגעשניצטע בילדעלעך פון כרובים און פון פּאַלעמביימער און פּראַכט⸗צעעפנטע קווייטן, אינעווייניק און אויסנווייניק.

(ל) און דעם בריק פונעם בַּיִת האָט ער מיט גאָלד באַדעקט, אינעווייניק און אויסנווייניק.

(לא) און דעם אַריינגאַנג צום דביר האָט ער געמאַכט פון טאָפּלדיקע טירן פון בוימלהאָלץ, מיט פינף⸗שורהדיקע ראַנדיקע איינשניטונגען. (לב) און די צוויי האַלבע טירלעך פון בוימלהאָלץ — און ער האָט אין זיי אויסגעקריצט בילדלעך פון כרובים, פון פּאַלעמביימער, און פּראַכט⸗צעעפנטע קווייטן, מיט גאָלד דין באַשלאָגן איבער די כרובים מיט די פּאַלעמביימער.

(לג) און אָטאַזויאָ האָט ער געמאַכט צום אַריינגאַנג אין היכל אַריין, בוימלהאָלץ מיט פיר⸗שורהדיקע ראַנדיקע איינשניטונגען, (לד) און צוויי האַלבע טירלעך פון בוקסערהאָלץ. יעדער פון די טירלעך איז ווי אַ האַלבער חלל פון דער טיר ברייט געווען. צוויי פליגעלעך איז געווען צו יעדער פון די טירלעך, אַן אייבערשטער און אַן אונטערשטער — קיילעכדיקע, און צוויי פליגעלעך איז געווען צו דער אַנדערער טיר — קיילעכדיקע. (לה) און ער האָט געלאָזן אויסשניצן כרובים מיט טייטלביימער און פּראַכט⸗צעעפנטע קווייטן, און באַדעקט מיט גאָלד אַף דעם וואָס אויסגעשניצט. (לו) און ער האָט אויסגעבויט דעם אינעווייניקסטן הויף צו דריי שורות פון געשלאָגענע שטיינער און די פערטע שורה פון צעדערנע באַלקנס.

(לז) אין פערטן יאָר איז מיוסד געוואָרן דער בֵּית יי, אין חודש זִיוו.

(לח) און אין עלפטן יאָר, אין חודש בּול — ער איז דער אַכטער חודש — האָט זיך אויסגעפאַרטיקט דער בַּיִת צו אַלע זיינע פּיטשעווקעס, צו אַלע באַשליסונגען.

זיבן יאָר ט′ער עם געבויט.

≡≡ פּרק ז ≡≡

(א) אָבער זיין ﬡייגענע הויז האָט שלמה דרייצן יאָר געסטראָיעט. און ער האָט די גאַנצע הויז אויסגעפאַרטיקט.

(ב) געסטראָיעט האָט ער אויך די „הויז פון לבָנונדיקן וואַלד“: הונדערט אמה די לענג באַ איר, און פופציק אמה די ברייט, און דרייסיק אמה די הייך, אַף פיר שורות פון צעדערהאָלציקע זיילן, און צעדערהאָלציקע באַלקנס אַף די זיילן. (ג) און ס′ﬡיז געווען צוגעדעקט מיט צעדערהאָלץ איבער די באַלקנס וואָס זיינען געשטאַנען אַף פערציק⸗פינף זיילן, צו פופצן איטלעכע שורה. (ד) און קוק⸗פענצטער אין דריי שורות, דריי מאָל אַ פענצטער אַקעגן אַ פענצטער. (ה) און אַלע דורכגאַנגען און די אַרומיקע איינשניטונגען וואָס אין זיי זיינען געווען פירפאַכיקע; דריי מאָל איז געווען אַ פענצטער אַקעגן אַ פענצטער.

(ו) און דעﬦ זאַל פון זיילן האָט ער געמאַכט, פופציק אמה די לענג, דרייסיק אמה די ברייט, און פאַר זיי פאָראויס אַ גאַניק אַף זיילן און אַ חופּהדיקע דעקונג זיי אַקעגן. (ז) און דעﬦ זאַל פונעם טראָן, וואו ער′ט דאָרטן טאָן משפּטן — דער זאַל פון משפּטים — ט′ער געמאַכט, איבערגעדעקט מיט צעדערהאָלץ פון איין עק בריק ביזקל דעם אַנדערן.

(ח) און די הויז זיינע וואו ער′ט אָדאָרטן זיצן איז געווען אין אַן אַנדער הויף פון הויז און פונעם זאַל, ס′איז געווען אָטאַזויאָ געמאַכט געווען.

און אַ הויז ט′ער געמאַכט פאַר פּרעהס טאָכטער וואָס ער′ט פאַר אַ ווייב גענומען, שלמה, אַזוי ווי אָטאָ דער זאַל. (ט) און זיי אַלע — פון שווערע שטיינער, געשליפענע צו דער מאָס, אַרומגעזעגטע מיט אַ זעג פון אינעווייניק און פונדרויסן, פונעם גרונטפעסט און ביזקל די דאַכיקע ברעגעס און אינדרויסן ביזקל צום גרויסן הויף. (י) און דער יסוד איז געווען פון שווערע שטיינער, ריזיקע שטיינער, שטיינער פון צען אמה און שטיינער פון אַכט אמה. (יא) און פון אויבן — שווערע שטיינער לויט דער מאָס פון געשליפענע שטיינער, איבערגעדעקטע מיט צעדערהאָלץ. (יב) און דער גרויסער הויף אַרומענאַרום איז געווען מיט דריי רייען געשליפענע שטיינער און איין ריי צעדערהאָלציקע באַלקנס. און אַזוי באַם אינעווייניקסטן הויף פונעם בֵּית יי, און באַם זאַל פונעם בַּיִת.

(יג) דער מלך שלמה האָט געשיקט און צוגענומען צו זיך חִירָם פון צֹר. (יד) (ער איז געווען אַ זון פון אַ פרוי אַן אלמנה פון שבט נפתלי. דער טאַטע באַ איﬦ איז געווען אַן אָרטיקער פון צוֹר, אַ קופּערשמיד.) און ס′איז געווען אַ פולע באַ איﬦ חכמה, בינה, און דעת, אין אַלערלייאיקע מלאכות וואָס מיט קופּער, און ער איז געקומען צו שלמה⸗המלכן און די גאַנצע מלאכה זיינע ט′ער געמאַכט.

(טו) און ער האָט אויסגעפורעמט די צוויי זיילן — קופּערנע. אַכצן אמה איז געווען די הייך באַ איטלעכן פון זיי און צוועלף אמה אַרומענאַרום, מיטן צווייטן. (טז) און צוויי קריינען האָט ער געמאַכט, אַף צו געבן אַף די שפּיצן פון די זיילן, פון קופּער געגאָסענע, פינף אמה די הייך באַ איין קרוין און פינף אמה די הייך באַ דער צווייטער קרוין. (יז) צונויפגעפלאָכטענע צונויפפלעכטן מיט געקייטלטע שנירלעך צו די קריינען וואָס איבער די זיילן, זיבן צו דער ערשטער קרוין און זיבן צו דער צווייטער קרוין. (יח) האָט ער געמאַכט די זיילן, און צוויי שורות אַרומענאַרום איבער די צונויפפלעכטן פון איינעם, בכדי צו באַדעקן די קרוין וואָס אַפן שפּיץ פון די מילגרוימען; און אָטאַזויאָ ט′ער געמאַכט באַ דער צווייטער קרוין. (יט) און די קריינען וואָס אַפן שפּיץ פון די זיילן זיינען געווען אויסגעפורעמט צו איטלעכן אַ רויז די פאָרעם, אינעם זאַל, פיר אמות. (כ) און די קריינען אַף די ביידע זיילן אויכעט פון אויבן וואָס איז שייך דער רונדיקייט וואָס פון יענער זייט צונויפפלעכט. און ס′זיינען געווען צוויי הונדערט מילגרוימען, שורותווייז, אַרומענאַרום און אַזוי אויכעט באַ דער צווייטער קרוין. (כא) און ער האָט אופגעשטעלט די זיילן צום זאַל פונעם היכל. ט′ער אויפגעשטעלט דעם זייל צו רעכטס⸗צו האָט ער עם אַ נאָמען גערופן: יָכִין. און אַז ער′ט אויפגעשטעלט דעם זייל צו לינקס⸗צו, ט′ער עם אַ נאָמען גערופן: בּוֹעַז. (כב) און אַפן שפּיץ פון די זיילן איז עס געמאַכט געווען ווי אַ רויז. און עס האָט זיך אויסגעפאַרענדיקט די מלאכה איבער די זיילן.

(כג) און ער האָט געמאַכט דעם געגאָסענעם ים⸗קאַסטן צען אמה פון איין לופּ ביזקל דעם אַנדערן לופּ, קיילעכדיק, אַרומענאַרום; פינף אמה באַ עם די הייך. און אַרומענאַרום וועט עם אַ שנירל פון דרייסיק אמה אַרומרינגלען. (כד) און בוטאָנען זיינען געווען פון אונטער די ליפּן אַרומענאַרום, עם אַרומצורינגלען, צען אין דער אמה רינגלען אַרומעט דעם ים⸗קאַסטן רונד אַרום. די צוויי שורות מיט בוטאָנען זיינען געווען אויסגעגאָסענע אין איין גאָס מיטן ים⸗קאַסטן גופא. (כה) און ער שטייט, אַף צוועלף רינדער: דריי מיטן פּנים צו צפון⸗צו; דריי מיט פּנים צו מערב⸗צו; און דריי מיטן פּנים צו דרום⸗צו; און דריי מיטן פּנים צו מזרח⸗צו. און דער ים⸗קאַסטן שטייט אַף זיי פון אויבן און זייער הינטערשטע זייט איז אַף אינעווייניק צוצו. (כו) און זיין דיקקייט איז געווען אַ טֶפַח. און דער לופּ באַ עם איז געווען געמאַכט אָטאַזויאָ ווי אַ לופּ פון אַ כוס מיט אַ רויזן⸗בלום. צוויי טויזנט בַּת⸗מאָס מיט וואַסער ט′ער געהאַלטן.

(כז) און צען שטענדערס, קופּערנע, ט′ער געמאַכט, פיר אמה די לענג איז געווען איין שטענדער און פיר אמה די ברייט און דריי אמה די הייך. (כח) און אַף אָט אַזאַ אופן איז געווען דער שטענדער געמאַכט: זיי האָבן געהאַט רעמלעך, און רעמלעך צווישן די לייסטן, (כט) און אַף דיאָ רעמלעך צווישן די לייסטן זיינען געווען: לייבן, רינדער און כּרובים. און אָטאַזויאָ איז געווען אַף די לייסטן, פון אויבן. און אונטער די לייבן מיט די רינדער זיינען געווען אַראָפּהענגענדיקע קרענץ. (ל) און פיר קופּערנע רעדלעך איז געווען צו יעדן שטענדער, מיט קופּערנע אַקסן. און באַ די פיר פיסלעך זיינען געווען אונטערשפּאַרונגען געגאָסענע אונטערן האַנטפאַס מיט קראַנצן שטענגלעך באַ איטלעכן. (לא) און די מאָס פון מויל [פון האַנטפאַס] פון אינעווייניק ביזקל צו דער קרוין און אַרויפצוצו, איז געווען אַן אמה. און די מאָס פון מויל [פון דער קרוין], אַ קיילעכדיקע און אַזוי ווי אַ פוס⸗שטייער, אָנדערהאַלבן אמה, און אַפן מויל — אויסגראַווירונגען. און זייערע רעמלעך זיינען געווען פירעקעוודיקע, ניט קיין רונדיקע. (לב) און די פיר רעדלעך — אונטער די רעמלעך. און די אַקסל⸗שפּיזן פון די רעדער זיינען אינעם שטענדער גופא געווען. און דער אויסצי פון איין ראָד איז געווען אָנדערהאלבן אמה. (לג) און די רעדער זיינען געמאַכט געוואָרן אַזוי ווי רעדער באַ אַ קאַרעטע: זייערע אַקסן, זייערע רייפן, זייערע פלעקלעך און זייערע אַקסיקע רעדעלעך — אַלציקעדינג איז געווען געגאָסן. (לד) און די פיר אַקסלען וואָס זיינען געווען אַף די פיר ווינקלען פון איין שטענדער, אָדאָס זיינען געווען די אַקסלען פון אָטאָ דעם שטענדער גופא. (לה) און אין שפּיץ פונעם שטענדער איז געווען אַ קיילעכדיקע רונדיקייט, אַ האַלבע אמה און פון שפּיץ שטענדער זיינען פון עם אַליין אַרויס די קליאַמקעס מיט די רעמלעך זיינע. (לו) און וואו נאָר אַ ליידיקייט באַ די האַנט⸗פלאַכן און די רעמלעך, ט′ער אויסגעקריצט כּרובים, לייבן, פּאַלעם⸗ביימער, מיט קרענצעלעך. (לז) אָטאַזויאָ ט′ער געמאַכט די צען שטענדערס — באַ זיי אַלע איז געווען: איין גאָס. איין מאָס. איין טאַקט.

(לח) צען קופּערנע האַנטפאַסטן ט′ער אויכעט געמאַכט. פערציק בַּת⸗מאָס וואַסער איז איטלעכער פון זיי מסוגל געווען האַלטן. פיר אין דער אמה איז איטלעכער פון זיי געווען: איין האַנטפאַס צו אַ שטענדער באַ אַלע צען שטענדערס. (לט) און די שטענדערס ט′ער אַוועקגעשטעלט פינף צו רעכטס⸗צו פון דער הויז, און פינף צו דער לינקער זייט זיינער. און דעם ים⸗קאַסטן האָט ער געשטעלט צו דער רעכטער זייט פון הויז צוצו, אַף דער מזרחדיקער זייט, אַקעגנאיבער דעם דרום.

(מ) צודערצו ט′ער געמאַכט, חִירוֹם, די טעפּ מיט די רידעלעך מיט די שפּרענג⸗בעקן.

און חִירָם האָט אויסגעפאַרטיקט מאַכן די גאַנציקע מלאכה, וואָס ער האָט געמאַכט פאַר שלמה⸗המלכן, פאַרן בֵּית יי.

(מא) די זיילן די צוויי; די בעקן פון די קריינען וואָס אַף די קעפּ פון די זיילן די צוויי; די פאַרפלעכטונגען אַף צו באַדעקן די צוויי בעקן פון די קריינען וואָס אַף די קעפּ פון די זיילן די צוויי; (מב) די פיר הונדערט מילגרוימען צו די פאַרפלעכטונגען די צוויי, אין צוויי שורות מילגרוימען צו איטלעכער פאַרפלעכטונג, בכדי באַדעקן די צוויי בעקן פון די קריינען פון די זיילן; (מג) די שטענדערס די צען, די האַנטפאַסן די צען וואָס אַף די שטענדערס; (מד) דער ים⸗קאַסטן דער איינאיינציקער; די רינדער די צוועלף וואָס שפּאַרן אונטער דעם ים⸗קאַסטן; (מה) די טעפּ מיט די רידעלעך מיט די שפּרענג⸗בעקן —

אָטאָ די אַלע כלים וואָס ס′האָט חִירָם געמאַכט פון שלמה⸗המלכס וועגן צום בית יי — פון געגאָסענע קופּער.

(מו) ער האָט זיי, דער מלך, אַלע אויגעגעגאָסן אינעם כִּכַּר הירדן אין דער פּרעסיקער ערד, וואָס צווישן סוּכּוֹת און צווישן צָרְתָן.

(מז) און די אַלע כלים האָט שלמה צורוגעלאָזן וואָס שייך אָפּוועגן, מען האָט ניט געקענט נאָכפאָרשן די וואָג פונעם קופּער פון אַזויפל.

(מח) ט′ער געמאַכט, שלמה, די אַלע כלים וואָס אינעם בֵּית יי; דעם גאָלדענעם מזבח; דעם שולחן, דעם גאָלדענעם, וואָס אַף עם דער לחם הפּנים; (מט) די מנורות — פינף צו רעכטס⸗צו, פינף צו לינקס⸗צו, פאַרן דביר — גינגאָלד; און די קווייטן מיט די לאָמפּן מיט די צווענגעלעך — גאָלד. (נ) די בעקן, די מעסערלעך, די שפּרענגבעקן, און די לעפעלעך, און די סקאַוואַראָדקעס — גינגאָלד; און די זאַוויסעס צו די טירן פון אינעווייניקסן בַּיִת, צום קדש קדשים, פון די טירן פון בַּיִת צום זאַל — גאָלד.

(נא) אַז ס′האָט זיך אויסגעפאַרטיקט גאָר די מלאכה, וואָס ער′ט געמאַכט, שלמה המלך: דער בֵּית יי, האָט שלמה געבראַכט צו פירן די הייליקייטן פון דוד זיין טאַטן מיט די זילבער און מיט די גאָלד און מיט די כלים, און אַריינגעגעבן אין די אוצרות פונעם בֵּית יי.

≡≡ פּרק ח ≡≡

(א) דאַמאָﬥסט האָט שﬥמה ﬡיינגעזאַמﬥט די זקני ישראל: גאָר די מנהיגים פון די שבטים מיט די פּרינצן פון די עלטסטע פון בני ישראﬥ; צו שﬥמה⸗המﬥכן קיין ירושלים, בכדי אַרופהעכערן דעם ﬡרון פון ברית יי פון עִיר דָוִד — אָדאָס ﬡיז: ציון.

(ב) ﬡון צו שﬥמה⸗המﬥכן האָבן זיך אופגעקָהלט די גאַנצע ישראל אין חודש „אֵיתָנים“ צום יום⸗טוב [סוכות], ער איז דאָך דער זיבעטער חודש. (ג) זיינען געקומען די אַלע זקני ישראל. און די כהנים האָבן דעם ארון געפירט. (ד) און זיי האָבן אַרופגעהעכערט דעם ארון יי און דעם אוהל מועד און די אַלע הייליקע כלים וואָס אינעם אוהל, און ס′האָבן זיי אַרופגעטראָגן די כהנים מיט די לוויים.

(ה) האָט שﬥמה⸗המﬥך, און די גאַנצע עדה פון ישראﬥ די איינגעזאַמלטע וואָס באַ עם, אינאיינעם מיט עם, פאַרן ארון, געבראַכט קרבנות רינדער און שאָף, ניט צום ציילן ניט צום רעכענען מחמת אַזויפל.

(ו) די כהנים האָבן געבראַכט צו טראָגן דעם ארון פונעם ברית יי אַף זיין אָרט, אינעם דבִיר פונעם בַּיִת צום קדש קדשים ביז אונטער די פליגל פון די כּרובים. (ז) מחמת די כּרובים האָבן אויסגעשפּרייט די פליגל איבערן אָרט פונעם ארון קודש, און די כרובים האָבן איבערגעסוכּהט פון אויבן איבער דעם ארון און זיינע שטענגלעך. (ח) די שטענגלעך זיינען געווען אַזוי לאַנג, ביזקל וואַנענט מען האָט דעם שפּיץ אַזש דערזען פון קדש קדשים, פאַרן דביר. נאָר זיי האָבן זיך פון דרויסן ניט אָנגעזען.

און אָדאָרטן זיינען זיי דאָ ביזן היינטיקן טאָג.

(ט) אינעם ארון קודש איז קיין זאַך ניטאָ מערניט די צוויי שטיינערנע לוחות וואָס משה האָט אָדאָרטן אַוועקגעלייגט אין חוֹרֵב, וואָס גאָט האָט כורת ברית געווען מיט די בני ישראל באַם אַרויסגיין פון ﬥאַנד מצרים.

(י) ס′איז געווען אַזוי, באַם אַרויסגאַנג פון די כהנים פון קדש קדשים און אַ וואָלקנדיקייט האָט אָנגעפילט דעם בֵּית יי, (יא) אַזוי אַז די כהנים האָבן ניט געקענט שטיין און משרת זיין פון וועגן דער וואָלקנדיקייט. וואָרים דער כבוד יי האָט אָנגעפילט דעם בֵּית יי.

(יב) דאַמאָלסט האָט שלמה געזאָגט:

  • „גאָט האָט פאַראַן⸗זיין אין טומאַניקער פינצטערניש פאַרזאָגט,
  • (יג) בויען האָב איך אויסגעבויט אַ האַרבעריקע הויז — דיר
  • דיין תחום אַף אייביק צו בלייבן.“

(יד) דער מלך האָט אַ קער געטאָן זיין פּנים און האָט געבענטשט דעם גאַנצן קהל ישראל. און גאַנץ קהל ישראל זיינען שטייענדיק געווען.

(טו) און ער האָט געזאָגט:

„ברוך יי, אלהי ישראל וואָס האָט גערעדט פון זיין מויל צו דָודן מיין טאַטן און מקיים געווען מיט זיין האַנט, אַזוי צו זאָגן:

(טז) ,פונעם טאָג ווען איך האָב אַרויסגעצויגן מיין פאָלק ישראל פון מצרים האָב איך ניט אויסגעקליבן די שטאָט פון די אַלע שבטים פון ישראל אַף צו בויען דעם בַּיִת, מיין נאָמען זאָל אָטאָ דאָרטנאָ זיין. און איך האָב אויסגעקליבן אין דָודן, זיין איבער מיין פאָלק ישראלʻ.

(יז) „באַ דוד מיין טאַטן איז געווען אין האַרצן צו בויען דעם בַּית פון גאָטס נאָמען וועגן (יח) נאָר וואָדען, גאָט האָט דָודן מיין טאַטן געזאָגט:

,מחמת דעם וואָס ס′איז באַ דיר אין האַרצן געווען בויען אַ בַּיִת צו מיין שם, האָסטו גוט געטאָן מיט דעם וואָס ס′איז באַ דיר אין האַרצן. (יט) נאָר וואָדען, ניט דו וועסט בויען דעם בַּיִת, אלא וואָדען, דיין זון וואָס איז אַרויס פון דיינע לענדן. ער וועט בויען דעם בַּיִת פון מיין נאָמען וועגן.ʻ

(כ) „און גאָט האָט מקיים געווען זיין זאָג וואָס ער האָט געזאָגט, און איך בין אופגעשטעלט געוואָרן אַפן אָרט פון דוד מיין טאַטן, און איך האָב זיך אַרופעזעצט אַפן טראָן פון ישראל, אַזוי ווי גאָט האָט געזאָגט, און כ′האָב אויסגעבויט דעם בַּיִת צום נאָמען פון יי גאָט פון ישראל (כא) און אָדאָרטן האָב איך געשטעלט אַן אָרט צום ארון קודש וואָס אָדאָרטן דער ברית יי, וואָס ער האָט כורת געווען מיט אונדזערע אבות באַם אַרויסציען זיי פון לאַנד מצרים.“

(כב) און שלמה איז געשטאַנען פאַרן מזבח פון גאָט אַקעגן גאַנץ קהל ישראל און האָט אויסגעשפּרייט זיינע הענט צום הימל צוצו.

(כג) און ער האָט געזאָגט:

„ניטאָ אַזאַ ווי דו, גאָט, אין הימל פונדערהייך און אַף דער ערד פונדערנידער, אָפּהיטער פון ברית, מיט חסד דיינע געטרייע וואָס גייען פאַר דיר מיטן גאַנצן האַרצן (כד) וואָס האָסט פאַר דיין געטרייען, פאַר דָודן מיין טאַטן אָפּגעהיט וואָס האָסט מיט עם גערעדט. האָסט גערעדט מיט דיין מויל און מקיים געווען מיט דיין האַנט אין אָטאָ דעם היינטיקן טאָג. (כה) און איצטערטאָ יי, גאָט פון ישראל, היט אָפּעט פון דיין געטרייען דוד מיין טאַטנס וועגן אָדאָס וואָס האָסט מיט עם גערעדט, אַזוי צו זאָגן:

,ס′וועט פון דיר ניט אָפּגעשניטן ווערן קיין שום מענטש פון פאַר מיר וואָס זיצט אַפן טראָן פון ישראל, נייערט דיינע קינדער זאָלן אָפּהיטן די וועג זייערע צו גיין פון פאַר מיר, אַזוי ווי דו ביסט געגאַנגען פאַר מיר.ʻ

(כו) „איז איצטערטאָ, גאָט פון ישראל זאָל באַאֱמֶתט ווערן דיין וואָרט וואָס האָסט גערעדט מיט דיין געטרייען דודן, מיין טאַטן. (כז) וויילע: איז דאָס טאַקע וואָר אַז גאָט וועט דען זיצן אַף דער ערד? אַמַה⸗דאָך, דער הימל און די הימלען⸗פון⸗הימל זיינען דיר ענג, איז וואָס⸗זשע מיט אָטאָ דעם בַּיִת, וואָס איך האָב אויסגעבויט? (כח) זאָלסטע זיך אומקוקן צו דער תפילה פון דיין געטרייען, און צו זיין תחינה, רבונו⸗של⸗עולם, און זיך צוהערן צו דער שירה און צו דער תפילה וואָס דיין געטרייער טוט דאַוונען פאַר דיר אין אָטאָ דעם היינטיקן טאָג. (כט) דיינע אויגן זאָלן אָפענע זיין אַף אָטאָ דעם בַּיִת, באַנאַכט און באַטאָג, צום אָרט אַוואו דו האָסט דאָך געזאָגט: ,אָדאָרטן וועט מיין נאָמען זייןʻ ; זיך צוהערן צו דער תפילה וואָס ס′וועט מתפּלל זיין דיין געטרייער — אין זייט פון אָטאָ דעם דאָזיקן אָרט. (ל) און צוהערן זאָלסטע זיך צו דער תחינה פון דיין געטרייען, און פון דיין פאָלק ישראל וואָס זיי וועלן מתפּלל זיין אין זייט פון אָטאָ דעם דאָזיקן אָרט. און דו, הער זיך איינעט אין אָרט פון דיין רואונג — צום הימל צוצו —

„און וועסט אויסהערן און פאַרגעבן. (לא) ווער ס′עט אונטערזינדיקן, אַ מענטש אַקעגן זיין חבר, און יענער וועט אַף עם אַרופלייגן אַ שבועה טאָן, עם באַשווערנדיק, און ער וועט קומען שווערן פאַר דיין מזבח אין אָדעם בַּיִת (לב) טאָ זאָלסטע אין הימל זיך צוהערן, און זאָלסט טאָן, און משפּטן דיינע קנעכט, רשע⸗הייסן דעם רשע, אָפּגעבן זיין וועג אַף זיין אייגענער קאָפּ; און פאַר⸗אַ⸗צדיק⸗הייסן דעם צדיק: עם אָפּגעבן לויט זיין רעכטפאַרטיקייט.

(לג) „און אַז ס′וועט דיין פאָלק ישראל אַ מכה כאַפּן באַם שונא, וואָרים זיי האָבן אונטערגעזינדיקט פאַר דיר, און זיי וועלן תשובה טאָן פאַר דיר און לויבזינגען דיין נאָמען, מיט תפילות און מיט תחינות צו דיר אין אָדעם בַּיִת (לד) און דו, אין הימל, וועסט אויסהערן און פאַרגעבן די זינד פון דיין פאָלק ישראל, און וועסט זיי אומקערן אַף דער ערד וואָס דו האָסט אָפּגעגעבן זייערע אבות.

(לה) „אַז דער הימל וועט פאַרשלאָסן ווערן, און ס′וועט קיין רעגן ניט זיין וויילע זיי זינדיקן אונטער פאַר דיר, און זיי וועלן תפילה טאָן אַף אָטאָ דעם אָרט, און לויבזינגען דיין נאָמען, און וועלן זיך אומקערן פון זייער זינד כדי דו זאָלסט זיי ענטפערן (לו) און דו אין הימל וועסט זיך צוהערן און טאָן פאַרגעבן די זינד פון דיינע קנעכט און פון דיין פאָלק ישראל, ווען דו וועסט מיט זיי לערנען די גוטע וועג, וואָס אין איר זאָלן זיי גיין, און וועסט רעגן געבן אַף דיין לאַנד, וואָס דו האָסט דיין פאָלק פאַר אַ נחלה געגעבן.

(לז) „און אַז ס′וועט אַ הונגער זיין אין לאַנד, אָדער אַ מגיפה — זאָל זיין אַן אויסקלאַפּונג צי אַן אָפּוועלקעניש; היישעריקעס צי תבואה⸗פרעסער; צי דער שונא וועט באַלאַגערן אַזש ביז צו די שטאָטישע טויערן וואָס אין לאַנד; אַלערלייאיקע פּלאָגענישן און קראַנקשאַפטן —

(לח) „איטלעכע תפילה און איטלעכע תחינה, וואָס וועט נאָר זיין באַ אַיעדן מענטשן, פון גאַנץ פאָלק ישראל, וואָס מ′וועט וויסן איטלעכער די פּלאָגעניש וואָס אין אייגענעם האַרצן, און ער וועט טאָן אויסשפּרייטן זיינע הענט אין זייט פון אָטאָ דעם בַּיִת, (לט) זאָלסטע דאַמאָלסט דערהערן אין הימל אין תוך פון דיין וואוין⸗אָרט, און זאָלסט פאַרגעבן, און אויספירן, און וועסט געבן פאַר אַ מענטשן לויט אַלע זיינע מידות, וועסט דאָך זיין האַרצן קענען, וואָרים דו איינער אַליין ווייסט אין האַרצן פון אַלע בני⸗אדם, (מ) זיי זאָלן פאַר דיר מורא האָבן די אַלע טעג וואָס זיי לעבן אַפן אויבנאוף פון דער ערד וואָס דו האָסט געגעבן אונדזערע אבות.

(מא) „און אַזוי אויכעט אַיעדן פרעמדן, וואָס ער איז ניט פון דיין פאָלק ישראל און ר′איז פון אַ ווייטן לאַנד געקומען פון דיין נאָמען וועגן. (מב) אַז ער וועט הערנדיק פון דיין גרויסן נאָמען און דיין שטאַרקע האַנט און דיין אויסגעשטרעקטן אָרעם קומען און תפילה טאָן אין זייט פון אָטאָ דעם בַּיִת, (מג) זאָלסטע זיך צוהערן אין הימל אין תוך פון דיין וואוין⸗אָרט, און וועסט אויספירן וועדליק אַלציקעדינג וואָס ער וועט באַ דיר אָנרופן, בכדי אַז אַלע פעלקער פון דער וועלט זאָלן וויסן זיין דיין נאָמען, מורא האָבן פאַר דיר, אָט אַזויאָ ווי דיין פאָלק ישראל, און זאָלן וויסן זיין אַז דיין נאָמען איז אָנגערופן אַף אָטאָ דעם בַּיִת וואָס איך האָב אויסגעבויט.

(מד) „און אַז דיין פאָלק וועט אַרויס מלחמה האַלטן אַף זיין שונא אין וועגן אין וועלכע דו וועסט זיי שיקן, און זיי וועלן מתפּלל זיין צו יי דורך דער שטאָט וואָס דו האָסט דאָך אויסגעקליבן און דעם בַּיִת וואָס איך האָב אויסגעבויט פון דיין נאָמען וועגן, (מה) און וועסט הערן אין הימל זייער תפילה און זייער תחינה, און וועסן אויספירן זייער רעכטיקייט.

(מו) „און אַווען זיי וועלן זינדיקן פאַר דיר — וואָרים ס′איז דאָך ניטאָ קיין מענטש וואָס זינדיקט ניט — און דו′סט מיט זיי ברוגז זיין, און וועסט זיי אָפּגעבן פאַרן שונא, און זייערע פאַנגער וועלן זיי פאַנגען אין לאַנד פון פיינט, אין אַ ווייטן צי אין אַ נאָענטן לאַנד, (מז) פונדעסטוועגן, טאָמער וועלן זיי זיך מיישב זיין באַ זיך אין האַרצן, און תשובה טאָן, זיך אויסבעטן צו דיר אינעם לאַנד פון געפאַנגענשאַפט אַזוי צו זאָגן: חָטָאנוּ הֶעֱוִינוּ רָשָעְנוּ, (מח) און וועלן זיך אומקערן צו דיר מיטן גאַנצן האַרצן און מיט דער גאַנצער נשמה אָדאָרטן אין לאַנד פון זייערע שונאים, וואָס האָבן זיי גענומען אין געפאַנגענשאַפט, און זיי וועלן מתפּלל זיין צו דיר אַדורך זייער לאַנד וואָס דו האָסט געגעבן זייערע אבות, די שטאָט וואָס דו האָסט אויסגעקליבן און דעם בַּיִת איך האָב אויסגעבויט פון דיין נאָמען וועגן, (מט) און וועסט זיך צוהערן אין הימל אין תוך פון דיין וואוין⸗אָרט אַף זייער תפילה און זייער תחינה און וועסט אויספירן זייער רעכטיקייט, (נ) און וועסט דיין פאָלק טאָן פאַרגעבן אַלמאַי זיי האָבן פאַר דיר געזינדיקט, און אַף אַלע זייערע ווידערשפּעניקייטן וואָס זיי האָבן אין דיר ווידערגעשפּעניקט, און וועסט זיי געבן אַף רחמנות פון פאַר זייערע פאַנגער, יענע זאָלן אַף זיי מרחם זיין —

(נא) „וואָרים דיין פאָלק זיינען זיי, און דיין נחלה, האָסט דאָך זיי אַרויסגעצויגן פון מצרים פון אייזערנעם שמעלץ⸗אויוון; (נב) דיינע אויגן זאָלן זיין אָפענע צו דער תחינה פון דיין געטרייען און צו דער תחינה פון דיין פאָלק ישראל, אַוואו נאָר אַן אויסרוף זייערער צו דיר. (נג) וואָרים דו האָסט זיי אויסגעטיילט פאַר זיך פאַר אַ נחלה פון די אַלע פעלקער פון דער וועלט, אָט אַזוי ווי דו האָסט גערעדט אַדורך משהן דיין געטרייען באַם אַרויסציען אונדזערע אבות פון מצרים, אָ גאָט, יי.“

(נד) ס′געווען אַזוי. אַז שלמה האָט אָפּגעענדיקט תפילה טאָן צו יי, אָטאָ די תפילה און תחינה, אינגאַנצן, איז ער אויפגעשטאַנען פון פאַרן מזבח פון גאָט פון איינגעבוקט זיין אַף זיינע קני. און זיינע הענט זיינען געווען אויסגעצויגן צום הימל צוצו. (נה) און ער איז געשטאַנען און האָט געבענטשט גאַנץ קהל ישראל אַף אַ הויכן קול אַזוי צו זאָגן:

(נו) „געבענטשט איז גאָט וואָס האָט מנוחה געגעבן זיין פאָלק ישראל וועדליק אַלציקעדינג וואָס ער האָט געזאָגט, קיין וואָרט איז ניט אַראָפּגעפאַלן פון אַלע זיינע ווערטער פון דער גוטס וואָס ער האָט גערעדט דורך משהן, זיין געטרייען. (נז) זאָל יי אונדזער גאָט זיין מיט אונדז אָטאַזויאָ ווי ער איז געווען מיט אונדזערע אבות, זאָל ער אונדז ניט פאַרלאָזן, ניט פאַרוואָרלאָזן, (נח) ער זאָל אונדז אין האַרצן נייגן צו זיך, צו גיין אין אַלע זיינע וועגן, און אָפּצוהיטן זיינע מצוות, זיינע דינים, זיינע משפּטים, וואָס ער האָט געהייסן אונדזערע אבות. (נט) טאָ זאָלן אָטאָ די ווערטער מיינע וואָס איך האָב אַ תחינה געזאָגט פאַר יי, נאָענט זיין באַ יי אונדזער גאָט, טאָג און נאַכט, אויספירן רעכטיקייט פאַר זיין געטרייען, רעכטיקייט פאַר זיין פאָלק ישראל, אַ זאַך פון טאָג אין זיין טאָג. (ס) בכדי זאָלן וויסן זיין אַלע פעלקער פון דער וועלט, אַז יי איז גאָט. און ניטאָ קיין אַנדערער.

(סא) „און איר זאָלט אין האַרצן זיין פולשטענדיק מיט יי אונדזער גאָט, צו גיין וועדליק זיינע חוקים און אָפּהיטן זיינע מצוות אָטאַזויאָ ווי אין היינטיקן טאָג.“

(סב) און דער מﬥך מיט גאַנץ ישראﬥ זיין פאָלק האָבן גענומען מקריב זיין קרבנות פאַר גאָט. (סג) און שלמה האָט מקריב געווען דעם קרבן פון שלמים וואָס ער האָט אַ קרבן געבראַכט פאַר גאָט: צוואַנציק⸗צוויי טויזנט רינדער, מיט הונדערט⸗צוואַנציק טויזנט שאָף, און זיי האָבן געמאַכט דעם חנוכַּת הַבַּיִת פון גאָטס הויז: דער מלך מיט די אַלע בני ישראל.

(סד) אין אָטאָ דעם טאָג האָט דער מלך געהייליקט דעם מיטן פון הויף וואָס פאַרן בית יי, וויילע דאָרטן האָט ער געבראַכט דעם קרבן עולה מיטן קרבן מנחה מיטן קרבן חלבי השלָמים, מחמת דעם וואָס דער קופּערנער מזבח וואָס פאַר יי איז געווען צו קליין אויף אַרייננעמען דעם עולה מיט דער מנחה מיטן חלבי השלָמים.

(סה) ﬡון שﬥמה האָט דאַמאָﬥסט גופﬡ געמאַכט דעם יום⸗טוב. און גאַנץ ישראﬥ ﬡיז מיט עם, אַ גרויסע איינזאַמלונג אַזש פון אַריינגאַנג פון חֲמָת און ביזן דעם נחל מצרים, פון פאַר יי אונדזער גאָט: זיבן טעג מיט זיבן טעג — אַ טאָג פערצן.

(סו) ﬡין אַכטן טאָג האָט ער דעם פאָﬥק אַוועקגעשיקט. און זיי האָבן געבענטשט דעם מלך און זיינען אַוועקגעגאַנגען אין זייערע געצעלטן גﬥיקﬥעכע, דערהייבענע אַפן האַרצן, ﬡיבער גאָר דער טובה וואָס ס′האָט גאָט געמאַכט מיט דוד, זיין געטרייען; און מיט ישראל, זיין פאָﬥק.

≡≡ פּרק ט ≡≡

(א) ס′ﬡיז געווען אַזוי, אַז שﬥמה האָט אויסגעפאַרטיקט בויען דעם בֵּית יי און די הויז פונעם מﬥך און דעם גאַנצן „חשק שﬥמה“ וואָס ער האָט געוועלט מאַכן.

(ב) האָט זיך גאָט באַוויזן פאַר שלמהן אַ צווייטן מאָל, אָט אַזויאָ ווי ער איז באַ עם געוויזן געוואָרן אין גִבעוֹן. (ג) האָט עם גאָט געזאָגט:

„איך האָב אויסגעהערט דיין תפיﬥה, און דיין תחינה וואָס דו האָסט פאַר מיר תחינה⸗געטאָן. האָב איך געהייליקט אָטאָ דעם בַּיִת וואָס דו האָסט אויסגעבויט  אַף צו שטעלן אָדאָרטן מיין נאָמען אַף אייביק, און מיינע אויגן און מיין האַרץ וועלן אָדאָרטן זיין אַף אייביקע טעג. (ד) און דו, אויב וועסט גיין פאַר מיר אַזוי ווי ס′ﬡיז געגאַנגען דוד דיין טאַטע מיטן גאַנצן האַרצן און מיט יושר, אַף צו טאָן וועדליק אַלציקעדינג וואָס איך האָב דיר געהייסן: וועסט אָפּהיטן מיינע חוקים און דינים, (ה) און איך וועל אופהייבן דעם טראָן פון דיין מלוכה איבער ישראל אַף אייביק, אָטאַזויאָ ווי איך האָב מיט דודן, דיין טאַטן גערעדט, אַזוי צו זאָגן: קיין מענטש וועט באַ דיר ניט אָפּגעשניטן ווערן פון אַפן כסא ישראל. (ו) נאָר אויבע אָפּקערן וועט איר זיך אָפּקערן — איר און אייערע קינדער — און איר′ט ניט אָפּהיטן מיינע מצוות מיט מיינע חוקים וואָס איך האָב געגעבן פון פאַר אייך; און איר′ט גיין און וועט דינען אַנדערע אָפּגעטער און וועט זיך אונטערבוקן פאַר זיי, (ז) וועל איך דאַמאָלסט אָפּשניידן ישראל פון אויבנאוף פון דער ערד וואָס איך האָב זיי געגעבן; און דעם בַּיִת וואָס איך האָב געהייליקט פון מיין נאָמען וועגן וועל איך אַוועקטרייבן פון פאַר מיר, און ישראל וועט אַ ביישפּיל און אַ שטאָך⸗וואָרט זיין באַ די אַלע פעלקער. (ח) און אָטאָ דער בַּיִת וועט פון געהויבנקייט גאָר אַ חורבה ווערן. איטלעכער וואָס גייט עם פאַרביי וועט נשתומם בלייבן און אַ פייף טאָן. און מ′עט טאָן פרעגן: אַוואָס האָט גאָט אָט אַזויאָ געטאָן — אָטאָ דער לאַנד און אָטאָ דעם בַּיִת? (ט) וועלן זיי זאָגן: אַלמאַי זיי האָבן פאַרלאָזן יי זייער גאָט וואָס האָט אַרויסגעצויגן זייערע אבות פון ארץ מצרים, און זיי האָבן זיך אָנגעהאַלטן אָן אַנדערע אָפּגעטער, און האָבן זיך צו זיי אונטערגעבוקט, און האָבן זיי געדינט. אַפדערוף האָט גאָט  אַף זיי געבראַכט אָטאָ די גאַנצע רעה.“

(י) ס′ﬡיז געווען אַזוי, אַז צום סוף פון די צוואַנציק יאָר וואָס אין וועלכע שלמה האָט אויסגעבויט די צוויי בנינים: דעם בֵּית יי מיטן בֵּית המלך (יא) (חִירָם דער מלך פון צוֹר האָט צוגעשטעלט  צעדערהאָלץ מיט ציפּרעסנהאָלץ מיט די גאָלד, וויפל ער′ט נאָר געוועלט) דאַמאָלסט האָט שלמה געגעבן חִירָמען צען שטעט אין לאַנד פון גָלִיל. (יב) איז חִירָם אַרויס פון צוֹר אַ קוק טאָן די שטעט וואָס ס′האָט עם שלמה געגעבן. זיי זיינען עם ניט געפעלן געווען. (יג) האָט ער געזאָגט: „וואָס פאַראַ שטעט איז דאָס וואָס איר האָט מיר געגעבן, מיין ברודער?“ און מ′רופט זיי אָנעט „ארץ כָּבוּל“, ביזקל דעם היינטיקן טאָג.

(יד) חִירָם האָט געשיקט דעם מלך הונדערט⸗צוואַנציק כִּכַּר⸗מאָס גאָלד.

(טו) און דאָס איז די זאַך מיטן צינדז וואָס דער מלך שלמה האָט אַרופגעלייגט אַף אויסצובויען דעם בֵּית יי, און זיין אייגענע הויז, און דעם מִלוֹא, און די ירושַלמער מויער, און חָצוֹר, און מְגִידּוֹ, און גֶזֶר.

(טז) פּרעה דער מלך פון מצרים איז אַרוף און האָט איינגענומען גֶזֶר און האָט איר אָפּגעברענט מיט פייער, און די כנענים וואָס לעבן אָדאָרטן האָט ער דערהרגעט, און ער האָט עס אַוועקגעגעבן אַ נדַן זיין טאָכטער, שלמהס אַ ווייב. (יז) האָט שלמה אויסגעבויט גֶזֶר, און די אונטערשטע שטאָט פון בֵּית חֹרֹן, (יח) און בּעֲלָת, און תָּמָר אין דער מדבר וואָס אין לאַנד, (יט) און די אַלע אָפּשפּאָר⸗שטעט וואָס באַ שלמהן, און די רייטוואָגן⸗שטעט, און די רייטער⸗שטעט, און בכלל דעם „חשק שלמה“ אַוואו ער האָט חשק געהאַט בויען, צי אין ירושלים, אין לבנון און אין גאַנצן לאַנד פון זיין געוועלטיקונג.

(כ) די אַלע מענטשן איבערגעבליבענע פון די אֱמוֹרִים, די חִתִּים, די פְּרִיזִּים, די חִיוִים, און די יְבוּסִים — וואָס זיי זיינען דאָך ניט פון בני ישראל — (כא) זייערע קינדער וואָס זיינען נאָך זיי פאַרבליבן אינעם לאַנד, וואָס די בני ישראל האָבן ניט געקענט זיי פאַרוויסטן, האָט שלמה אַף זיי אַרופגעלייגט אַ קנעכטשאַפט⸗צינדז, וואָס ס′איז ביזקל אין היינטיקן טאָג. (כב) און פון די בני ישראל האָט שלמה ניט געגעבן קיין שקלאַפן, וויילע זיי זיינען דאָך די מלחמה⸗לייט, זיינע אַרבעטער, זיינע אָנפירער און זיינע פאַראַמטיקע, די איבערזעער פון די רייטוועגענער און די רייטער גופא.

(כג) אָדאָס זיינען די אָנפירער פון די אָנגעשטעלטע צו דער ארַבעט באַ שלמהן: פינף הונדערט פופציק⸗פינף וואָס האָבן געשאַפן איבער די מענטשן וואָס טוען די מלאכה.

(כד) נאָר איז וואָס, די טאָכטער פּרעהס איז אַרוף פונעם עִיר דוד צו איר אייגענער הויז וואָס ער′ט איר אויסגעבויט. דאַמאָלסט האָט ער געבויט דעם מִלוֹא.

(כה) דריי מאָל אין יאָר האָט שלמה געבראַכט קרבנות: עולות און שלָמים אַפן מזבח וואָס ער האָט געבויט פאַר יי כדי מען זאָל אַף עם מקטיר קטורת זיין. און ער האָט גאַנץ געמאַכט די עבודה אינעם בַּיִת.

(כו) שלמה האָט געמאַכט אַ שיפעריי אין עֶצְיוֹן⸗גֶבֶר וואָס באַ אֵלוֹת אַפן לופּּ ים⸗סוף אין לאַנד פון אדום. (כז) און חִירָם האָט אין דער שיפעריי געשיקט זיינע אַרבעטער, ים⸗לייט, ים⸗קענער, אינאיינעם מיט שלמהס אַרבעטער. (כח) אַז מ′איז אָנגעקומען אין אוֹפִיר האָט מען פון דאָרטן אָפּגענומען פיר הונדערט צוואַנציק כִּכַּר⸗מאָס מיט גאָלד און עס שלמה⸗המלכן אַוועקגעטראָגן.

≡≡ פּרק י ≡≡

(א) די מﬥכה שְׁבָﬡ, הערנדיק שמועות איבער שﬥמהס שﬦ — און אַז ס′אַלציקעדינג פון גאָטס נאָמען וועגן — ﬡיז זי געקומען עﬦ אַ פּרואוו טאָן מיט רעטעניש. (ב) קומט זי אָנעט קיין ירושﬥיﬦ מיט אַ זייער גרויסער מחנה מיט קעמל וואָס טראָגן בשמים און גאָלד אָן אַ שיעור און אבנים טובות.

איז זי אַריינגעקומען צו שﬥמהן און האָט מיט עﬦ גערעדט וועגן אַלציקעדינג וואָס איז איר נאָר געווען אַפן האַרצן.

(ג) און שﬥמה האָט איר אַף יעדער זאַך אַן ענטפער געזאָגט. קיין שוﬦ זאַך איז ניט געבﬥיבן אַ נעﬥﬦ באַﬦ מﬥך, וואָס ער זאָל איר ניט טאָן זאָגן.

(ד) האָט די מﬥכה שְׁבָﬡ איינגעזען די גאַנצע חכמה פון שלמהן, און דעם בַּיִת וואָס ער האָט אויסגעבויט, (ה) און די מאכלים וואָס אַף זיין טיש, און די זיץ⸗ערטער וואָס באַ זיינע אַרבעטער, און דעם שטאַנד פון זיינע משרתיﬦ און זייערע מלבושיﬦ, און זיינע משקה⸗מייסטער, און דעם אופגאַנג וואָס ער איז דערוף אַרוף אין בֵּית יי.

אַזש אָן אָטעﬦ איז זי געבﬥיבן.

(ו) זאָגט זי צום מﬥך: „אמת איז די זאַך וואָס איך האָב אין מיין לאַנד געהאַט געהערט וועגן אייערע ווערטער און אייער חכמה. (ז) וויילע איך האָב ניט געהאַט געגלייבט די זאַכן ביזקﬥ וואַנענט איך בין געקומען, און מיינע אויגן האָבן דערזען.  די העלפט פונדערפון האָט מען מיר ניט אויסגעזאָגט! איר האָט נאָך צוגעגעבן סיי חכמה סיי טובה צו די שמועות וואָס איך האָב געהערט. (ח) וואויﬥ איז אייערע מענטשן, וואויﬥ איז אָט דיאָ, אייערע אַרבעטער וואָס פאַר אייך, וואָס זיי הערן אַﬥעמאָﬥ אייער קלוגשאַפט!

(ט) „זאָל יי דיין גאָט געבענטשט זיין אַלמאַי ער האָט דיר געוועﬥט, דיר אַף צו געבן אַפן כסא המﬥכות פון ישראﬥ מיט ﬥיבשאַפט פון יי פאַר ישראﬥ אַף אייביק און דיר געשטעﬥט פאַר אַ מלך אויספירן סיי דין סיי חסד.“

(י) זי האָט דעם מﬥך הונדערט⸗צוואַנציק כִּכַּר⸗מאָס גאָלד געגעבן, בשמים זייער אַ סך, אבנים טובות. אַווייטער איז קיינמאָל ניט געווען ווי אָטאָ דער בשָמימוואַרג, אַזאַ צאָל, וואָס די מﬥכה שְׁבָﬡ האָט שﬥמהן געגעבן. (יא) (און אויך די שיפנפלאָט פון חִירָמען, מיט אַוועלכן מ′האָט געבראַכט די גאָלד פון ﬡֹפִיר האָט איצטערטאָ געבראַכט צו פירן פון ﬡֹפִיר קרעלנהאָלץ אָן אַ שיעור און אבנים טובות. (יב) און דער מﬥך האָט פון די קרעﬥנהאָﬥץ געמאַכט געלענדערס צום בֵּית יי און צום מלכס הויז; און האַרפן, און פידלען — צו די זינגער. אָטאַזויאָ קרעלנהאָלץ איז ניט אָנגעקומען און ניט געזען געוואָרן אַזש ביזקﬥ אין היינטיקן טאָג.

(יג) און שﬥמה⸗המﬥך האָט געגעבן די מﬥכה שְׁבָﬡ אַלע אירע וועלונגען, וואָס זי′ט נאָר געבעטן. דאָס איז אַחוץ וואָס ער האָט איר געגעבן מלוכהש פון מלך שלמהס האַנט.

זי האָט זיך אַ קער געטאָן און איז אַוועק אין איר לאַנד. זי מיט איר פּמליא.

(יד) די וואָג פון די גאָלד וואָס איז אַריינגעקומען צו שלמהן אין משך פון איין יאָר איז געווען זעקס⸗הונדערט זעכציק⸗זעקס כִּכַּר⸗מאָס מיט גאָלד. (טו) דאָס איז אַחוץ וואָס פון די אַרומפאָרנדיקע האַנדל⸗לייט, און פון מסחר פון די סוחרים, און פון די אַלע אַראַבישע קיניגן, און פון די פּריצים. (טז) האָט דער מלך שלמה  געמאַכט צוויי הונדערט מגִינים פון געצויגענע גאָלד; זעקס הונדערט [שקל] גאָלד איז אַרוף אַף אַן איינאיינציקן מָגֵן, (יז) און דריי הונדערט מָגן⸗אָדמלעך פון געצויגענע גאָלד, דריי מנה⸗מאָסן גאָלד איז אַרוף אַף אַן איינאיינציקן מָגן⸗אָדם. דער מלך האָט זיי געגעבן אינעם „הויז פון לבָנונדיקן וואַלד“. (יח) און דער מלך האָט געמאַכט אַ טראָן פון עלפנביין, אַ גרויסן, אָנגעצויגן מיט גינגאָלד. (יט) זעקס טרעפּ זיינען באַם טראָן געווען, און דער הינטן⸗ברעט איז געווען מיט אַ קיילעכדיקער קאָפּ פון אויבן, און די צוויי פּאַרענטשן פון דאַנענט און פון דאַנענט באַם זיץ⸗אָרט, מיט צוויי לייבן וואָס שטייען באַ די פּאַרענטשן. (כ) און צוועלף לייבלעך זיינען אָדאָרטן געשטאַנען באַ די טרעפּ: צו זעקס פון דאַנענט און צו זעקס פון דאַנענט.

און אַזויאָ איז ניט געווען אַזוי געמאַכט באַ קיין שום מלוכה.

(כא) און אַלע געטראַנק⸗כלים באַ שלמה⸗המלכן זיינען געווען — גאָלד. און די אַלע כלים אינעם „הויז פון לבָנונדיקן וואַלד“ — ריינע גאָלד, קיין שום זילבער ניט; אין שלמהס צייט איז דאָס פאַררעכנט געווען פאַר אַ קלייניקייט, (כב) פאַרדערפאַר וואָס באַם מלך אַפן ים זיינען געווען תרשיש⸗שיפן אינאיינעם מיט די שיפן פון חִירָם. איינמאָל פאַר דריי יאָר זיינען דאָך אָנגעקומען תרשיש⸗שיפן וואָס ברענגען גאָלד מיט זילבער, און — עלפנביין און מאַלפּעס און פּאַוועס.

(כג) און שלמה⸗המלך איז גרויס געוואָרן איבער אַלע מלכים פון דער וועלט: אין עשירות און אין חכמה. (כד) און די גאַנצע לאַנד סטאַרעט זיך צו קומען פאַר שלמהן, הערן זיין חכמה וואָס גאָט האָט געגעבן אין זיין האַרצן. (כה) און זיי ברענגען צו טראָגן, איטלעכער זיין געשענק: כלים פון זילבער און כלים פון גאָלד, בגדים, כלי⸗זיין, בשמים, פערד און מוילאייזלען. יאָר איין יאָר אויסעט.

(כו) שלמה האָט איינגעזאַמלט רייטוועגענער מיט רייטער. סʻזיינען באַ עם געווען טויזנט פיר⸗הונדערט רייטוועגענער און צוועלף טויזנט רייטער. ער האָט זיי אַהינגעטאָן אין די רייטער⸗שטעט און באַ זיך לעבן מלך אין ירושלים. (כז) זילבער האָט ער געגעבן אין ירושלים, דער מלך, אַזוי ווי שטיינער, און די צעדערביימער אַזויפל ווי די דער שלל מיט ווילדע פייגנביימער וואָס אין דער שְׁפֵילה. (כח) דער מקור פון די פערד וואָס באַ שלמהן: פון מצרים און פון קְוֵה, דעם מלכס סוחרים האָבן זיי אָפּגעקויפט פאַרן פּרייז אין קְוֵה. (כט) אַ רייטוואָגן פון מצרים וועט אַרויסגעפירט ווערן און וועט קאָסטן זעקס הונדערט אין זילבערנע; אַ פערד — הונדערט⸗פופציק, און אָטאַזויאָ האָבן זיי מיט זייערע הענט אַרויסגעפירט צו די אַלע מלכים פון די חִתִּים, און די מלכים פון אֲרַﬦ.

≡≡ פּרק יא ≡≡

(א) נאָר וואָס, שﬥמה⸗המﬥך האָט האָלט געהאַט אַ פולע שיקסעס: פּרעהס טאָכטער און — מוֹאַבֿישע, עַמוֹנישע, אֱדוֹמישע, צִדוֹנישע, און חִתִּימשע, (ב) פון די פעלקער אַוואָס גאָט האָט געזאָגט די בני ישראﬥ: „גייט ניט אַריין באַ זיי, און זיי וועלן ניט אַריין באַ אייך, זיי וועלן אייך אַוודאי פאַרפירן אין האַרצן נאָך זייערע אָפּגעטער“. אין זיי האָט זיך שﬥמה צוגעדבֵֿיקהט מיט ליבשאַפט. (ג) באַ עם זיינען געווען זיבן הונדערט ריכטיקע ווייבער, און פִּלַגְשִׁים דריי הונדערט. און די ווייבער זיינע האָבן עם זיין האַרצן פאַרדרייט.

(ד) ס′איז געווען אַזוי. אַז ס′האָט עם אַ כאַפּ געטאָן די זיקנה, שלמהן, האָבן זיינע ווייבער עם אָפּגעקערט אין האַרצן נאָך אַנדערע געטער, און די האַרץ באַ עם איז ניט געווען גאַנץ מיט יי זיין גאָט, ווי ס′איז געווען די האַרץ באַ ﬢוﬢן זיין טאַטן. (ה) ער איז געגאַנגען, שלמה, נאָך עַשְׁתֹּרֶת די געטעכע פון די צִיﬢוֹנִים, און נאָך מִלְכֹּם, דער פּאַסקודסטווע באַ די עַמוֹנים. (ו) און שלמה האָט געטאָן וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון יי, און איז ניט געווען אינגאַנצן מיט יי ווי ﬢוﬢ זיין טאַטע. (ז) ער האָט דאַמאָלסט געבויט, שלמה, אַ בָּמָה צו כְּמוֹשׁ, פּאַסקודסטווע פון מוֹאָב אַפן באַרג וואָס פאַר ירושלים, און צו מֹלֶךְ, פּאַסקודסטווע פון די בני עמון. (ח) און אָטאַזויאָ האָט ער געטאָן פאַר אַלע זיינע ווייבער די שיקסעס, וואָס האָבן געדעמפּט און געקוילעט קרבנות צו זייערע אָפּגעטער.

(ט) האָט זיך גאָט ברוגזט אין שלמהן ווייל ער האָט אָפּגענייגט זיין האַרץ פון זיין מיט יי דעם גאָט פון ישראל וואָס האָט זיך פאַר עם צוויי מאָל געיאַוועט (י) און האָט עם בפירוש געהייסן אָטאָ דאָסאָ: ניט גיין נאָך אַנדערע געטער. און ער האט ניט אָפּגעהיט וואָס גאָט ט′עם בפירוש געהייסן. (יא) האָט גאָט געזאָגט שלמהן: „מחמת דעם וואָס אָדאָס איז באַ דיר געווען, און האָסט ניט אָפּגעהיט מיין ברית, מיינע דינים וואָס איך האָב דיר בפירוש געהייסן, אָפּרייסן וועל איך אָפּרייסן פון דיר די מלוכה און איך וועל איר אַוועקגעבן איינעם וואָס אַרבעט באַ דיר. (יב) נייערט אין דיינע טעג וועל איך דאָס ניט טאָן פון וועגן ﬢוﬢ דיין טאַטן. פון האַנט פון דיין זון וועל איך איר אָפּרייסן. (יג) נייערט די גאַנצע מלוכה וועל איך ניט אַוועקרייסן. איין שבט וועל איך געבן דיין זון פון וועגן ﬢוﬢ מיין געטרייען און פון וועגן ירושלים וואָס איך האָב אויסגעקליבן.

(יד) האָט עם, שלמהן, גאָט אַרויסגעהויבן אַ שטן: הֲדַﬢ דער אֱדוֹמִי וואָס איז געווען פון זרע המלוכה — אין אֱדוֹם. (טו) ס′איז געווען נאָך, אַז דוד איז געווען אין אדום, יואב דער הויפּט פון די חיילות איז אַרוף באַגראָבן די דערהרגעטע, ער האָט דאָך געטייט אַיעדן זכר וואָס אין אדום, (טז) זעקס חדשים זיינען דאָך געבליבן יואב און די ישראלים אין אדום ביז וואַנענט זיי האָבן ניט אויסגעהרגעט יעדן זכר וואָס אין אדום, (יז) און אֲדַﬢ האָט אַ ויברח געמאַכט, ער מיט אֱדוֹמישע מענטשן פון זיין טאַטנס אַרבעטער אינאיינעם מיט עם, אָנקומענדיק קיין מצרים — הֲדַﬢ איז נאָך געווען אַ קליינינקער אינגל — (יח) און זיי האָבן זיך אופגעהויבן פון מִדיָן און זיינען אָנגעקומען אין פָּארָן, און האָבן מיטגענומען מענטשן פון פָּארָן מיט זיך אינאיינעם, און זיינען אָנגעקומען אין מצרים צו פּרעהן, דעם מלך פון מצרים. און ער′ט עם געגעבן אַ שטוב, עם צוגעזאָגט ברויט, און עם אַוועקגעגעבן לאַנד. (יט) און הֲדַﬢ האָט נושא חן געווען אין די אויגן פון פּרעהן, זייער, און ער′ט עם געגעבן פאַר אַ ווייב די שוועסטער פון זיין ווייב — אַזש די שוועסטער פון תַּחְפְּנֵיס די גבירנטע. (כ) און תַּחְפְּנֵיסעס שוועסטער האָט עם געבאָרן זיין זון גְנוּבַת. און תַּחְפְּנֵיס האָט עם אַנטוויינט אין סאַמע הויז פון פּרעהן, און גְנוּבַת איז געווען אין פּרעהס הויז סאַמע צווישן די קינדער פון פּרעהן. (כא) אַז הֲדַﬢ האָט אין מצרים געהערט, אַז דוד איז שוין געלעגן מיט זיינע אבות, און אַז יואב דער הויפּט פון די חיילות איז געשטאָרבן, האָט הֲדַד אַ זאָג געטאָן פּרעהן: „לאָזט מיר אַוועקעט און איך וועל גיין אין מיין לאַנד“. (כב) זאָגט עם פּרעה: „אַוואָס פעלט דיר דאָ באַ מיר אויסעט, אַז אָט בעטסטע אַוועקגיין אין דיין לאַנד?“ זאָגט ער עם: „גאָרנישניט, נאָר אַוועקלאָזן זאָלט איר מיר אַוועקלאָזן!“

(כג) און ווייטער האָט גאָט עם אַרויסגעהויבן אַ שטן: רְזוֹן דעם זון פון אֶליָדָע, וואָס איז אַנטלאָפן פון זיין האַר, הֲדַדְעֶזֶר מלך פון צוֹבָֿה. (כד) און אַז ﬢוﬢ האָט זיי צעממיתט, ט′ער איינגעזאַמלט צו זיך מענטשן און איז געוואָרן הויפּט פון אַ כאָפּטע, זיי זיינען אַוועק אין דמשק און זיינען אין איר געזעסן און האָבן געקיניגט פון דמשק. (כה) ס′געווען אַזוי, אַז ער איז געבליבן אַ שטן לגבי די ישראלער די אַלע טעג פון שלמהן — אינאיינעם מיט דער רעה וואָס באַ הֲדַﬢן. ער האָט פיינט געהאַט ישראל און האָט געקיניגט איבער אֲרַם.

(כו) און יְרָבְֿעָﬦ בֶּן נְבָֿט, אַן אֶפְרָתער פון דער צְרֵידָה — צרועה די אﬥמנה, אַזוי′ט מען די מאַמע זיינע גערופן — ער איז געווען אַן אַרבעטער באַ שלמהן, און האָט אַ האַנט געהויבן אַקעגן דעם מלך. (כז) און דאָס איז דער ענין אַוואו ער האָט געהויבן קעגן מלך אַ האַנט: שלמה האָט געבויט דעם מִלּוֹא, פאַרמאַכנדיק דעם בראָך אינעם עִיר ﬢוﬢ, זיין טאַטנס. (כח) און דער יְרָבְֿעָﬦ איז געווען אַ מאַלאַדיעץ, האָט שלמה דערזען דעם יונגנמאַן, אַז ער איז אַ מלאכה מאַכער, האָט ער עם געשטעלט איבער דער גאַנצער צינדז⸗אַרבעט וואָס אין בית יוסף.

(כט) ס′איז געווען אַזוי: אין אָטאָ דער צייט, אַז יְרָבְֿעָﬦ איז אַרויס פון ירושﬥיﬦ, האָט עם געפונען אֲחִיָּה הַשִּׁיﬥוֹנִי, דער נביﬡ, אין וועג גייענדיק, און ער איז געווען איבערגעדעקט מיט אַ נייעם בגד. אַז זיי ביידע זיינען אַליין אין פעלד געווען (לא) האָט ﬡחיה אַראָפּגעצויגן דעם נייעם בגד וואָס אַף עם און האָט עם צעריסן אויף צוועלף חלקים. (לא) ער′ט געזאָגט יְרָבְֿעָמען: „וויילע אַזוי זאָגט יי גאָט פון ישראל: ,אָט רייס איך אָפּעט די מﬥוכה פון שﬥמהס האַנט, און איך גיב דיר צען שבטים אַוועקעט. (לב) און דער שבט, דער איינציקער, וועט זיין זיינער, פון מיין געטרייען, פון ﬢוﬢס וועגן, און פון ירושﬥימס וועגן, די שטאָט וואָס איך האָב אויסגעקליבן פון די אַלע שבטי ישראל. (לג) מחמת דעם וואָס זיי האָבן מיר פאַרלאָזן, און האָבן זיך צוגעבוקט פאַר עַשְׁתֹּרֶת, גאָט פון די צִידוֹנִים; פאַר כְּמוֹשׁ, גאָט פון מואב; פאַר מִלְכֹּם, גאָט פון די בני עמון — און זיינען ניט געגאַנגען אין מיינע וועגן, צו היטן יושר אין מיינע אויגן, און מיינע דינים און משפּטים, ווי ﬢוﬢ זיין טאַטע.

 (לד) נייערט די גאַנצע מﬥוכה וועל איך ניט צונעמען פון זיין האַנט, און פאַר אַ מושל וועל איך עם לאָזן די אַלע טעג פון זיין לעבן, פון ﬢוﬢס, מיין געטרייענס וועגן, וואָס איך האָב עﬦ אויסגעקליבן, און וואָס האָט אָפּגעהיט מיינע מצוות און מיינע דינים. (לה) נאָר די מלוכה וועל איך צונעמען פון דער האַנט פון זיין זון, און איך וועל איר דיר אַוועקגעבן — די צען שבטיﬦ. (לו) און דעם זון זיינעם וועל איך געבן איין שבט אַף אַ לאָמפּ⸗ליכט דודן, מיין געטרייען, אַף אַלע טעג, פאַר מיר, אין ירושליﬦ, די שטאָט וואָס איך האָב אויסגעקליבן מיין נאָמען אָדאָרטן שטעלן. (לז) און דיר וועל איך נעמען און דו וועסט קיניגן וועדﬥיק אַלציקעדינג וואָס דיר וועט זיך די נשמה פאַרגלוסטן, און וועסט זיין מﬥך איבער ישראﬥ. (לח) און ס′וועט אַזוי זיין: אויב וועסט זיך צוהערן אין אַﬥציקעדינג וואָס איך וועל דיר הייסן, און וועסט גיין אין מיינע וועגן, און טאָן דאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין מיינע אויגן, אָפּהיטן מיינע דינים און מיינע מצוות, אַזוי ווי ס′האָט ﬢוﬢ, מיין געטרייער, געטאָן, וועל איך זיין מיט דיר און איך וועל דיר אויסבויען דויערדיקע מﬥוכהשאַפט, אַזוי ווי איך האָב עס פאַר ﬢוﬢן אויסגעבויט. און איך גיב דיר אַוועק ישראל. (לט) און איך וועל מוטשען די הויזגעזינד פון ﬢוﬢן אַפדערוף, נייערט ניט אַף אייביקע טעג.

(מ) שﬥמה האָט זיך געסטאַרעט הרגענען ירָבעמען. האָט זיך ירָבעﬦ אופגעהויבן און געמאַכט אַ ויברח קיין מצריﬦ, צום מלך פון מצריﬦ שִׁישַק. געבליבן איז ער אין מצריﬦ ביזקל דעם טויט פון שﬥמהן.

(מא) און די איבעריקע זאַכן וועגן שﬥמהן, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, און זיין חכמה, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם „ספר דברי שﬥמה“?

(מב) און די טעג וואָס שﬥמה האָט געקיניגט אין ירושﬥיﬦ איבער גאַנץ ישראﬥ איז געווען פערציק יאָר.

(מג) און שﬥמה איז געלעגן מיט זיינע ﬡבות און מ′האָט עם געבראַכט צו קבורה אינעם עִיר ﬢוﬢ פון זיין טאַטן.

זיין זון רְחָבְֿעָﬦ האָט אַף זיין אָרט געקיניגט.

≡≡ פּרק יב ≡≡

(א) רְחָבְֿעָﬦ איז קיין שְׁכֶם געגאַנגען, וויילע קיין שְׁכֶם איז גאַנץ ישראל געקומען עם ממליך זיין. (ב) איז געווען אַזוי, אַז באַם הערן פונדערפון יְרָבְֿעָﬦ בֶּן נְבָֿט (ער איז נאָך געווען דאַמאָלסט אין מצרים וואוהין ער איז אַנטלאָפן פון פאַר שלמה⸗המלכן; אַז ירָבעם האָט געוואוינט אין מצרים (ג) האָט מען געשיקט, און מ′עט עם גערופן) איז געקומען ירָבעם מיט גאַנץ קהל ישראל און זיי האָבן גערעדט מיט רחָבמען אַזוי צו זאָגן: (ד) „אייער פאָטער האָט פאַרשוועריקט אונדער יאָך. איצטערטאָ, איר⸗אָ, פאַרגרינגערט אונדז פון אייער פאָטערס שווערער אַרבעט און פון שווערן יאָך וואָס ער האָט אַף אונדז געגעבן, און מיר וועלן אייך זיין געטריי.“ (ה) טוט ער זיי אַ זאָג: „גייט אַוועקעט אַף נאָך דריי טעג און קומט אַף קאַריק. זיינען זיי אַלע אַוועק.

(ו) דער מלך ﬧחָבעם האָט זיך אַן עצה געהאַלטן מיט די זקנים וואָס פלעגן שטיין פאַר שלמהן זיין טאַטן ווען ער האָט געלעבט, אַזוי צו זאָגן: „ווי אַזוי וואָלט איר זיך צו אַן עצה דערעצהט אַף וואָסניטיז ענטפערן אָט דעם עולם?“ (ז) האָבן זיי מיט עם גערעדט אַזוי צו זאָגן: „אויבע איר וועט באַ היינטיקן טאָג  געטריי זיין דעם דאָזיקן עולם, און איר′ט זיי באַדינען און ענטפערן, און איר′ט מיט זיי ריידן גוטע רייד, איז וועלן זיי אייך זיין געטריי אַף אַלע טעג“.

(ח) האָט ער אָבער אַוועקגעטאָן די עצה פון די זקנים, וואָס האָבן עם געעצהט. און ער האָט זיך אַן עצה געהאַלטן מיט די יונגאַטשעס וואָס זיינען מיט עם אינאיינעם אויסגעוואַקסן, און וואָס זיינען געשטאַנען פאַר עם. (ט) זאָגט ער זיי: „ווי אַזוי וואָלט איר זיך צו אַן עצה דערעצהט, און מיר וועלן קענען אַן ענטפער טאָן אַ וואָרט אָטאָ דעמאָ עולם וואָס האָבן מיט מיר גערעדט אַזוי צו זאָגן: ,טוט לייכטער מאַכן פון יאָך וואָס אייער פאָטער האָט אַף אונדז געשטעלטʻ.“

(י) האָבן עם געענטפערט די יונגאַטשעס וואָס זיינען מיט עם אינאיינעם אויסגעוואַקסן, אַזוי צו זאָגן: „אַזויאָ זאָלט איר זאָגן דעם דאָזיקן עולם וואָס זיי האָבן מיט אייך גערעדט, אַזוי צו זאָגן: ,אייער פאָטער האָט פאַרשוועריקט אונדזער יאָך און איצטערטאָ, איר, טוט פאַרלייכטערן פון אונדזער יאָךʻ; טאָ זאָלט איר זיי אָט אַזוי אַ זאָג טאָן: דער קליינער איז באַ מיר דיקער פונעם פאָטערס לענדן! (יא) טאָ איצטערטאָ: דער פאָטער מיינער האָט אַרופגעלאָדן אַף אייך אַ שווערן יאָך אָבער איך וועל צוגעבן צו אייער יאָך. דער פאָטער האָט אייך מיט סתם קאַנטשיקעס געשטראָפט, און איך וועל אייך שטראָפן מיט קאַנטשיקעס מיט עקדישן! ʻ“

(יב) ﬡיז ירָבעﬦ מיטן גאַנצן עולﬦ אָנגעקומען צו ﬧחָבעמען אינעם דריטן טאָג ווי ער′ט געהאַט געזאָגט, אַזוי צו זאָגן: „קומט אַף קאַריק אין דריטן טאָג“. (יג) און דער מלך האָט געענטפערט דעם עולם מיט שווערע ווערטער און ער′ט אַוועקגעטאָן די עצה פון די זקנים וואָס האָבן עם געעצהט. (יד) און ער′ט מיט זיי גערעדט וועדליק דער עצה פון די יונגאַטשעס, אַזוי צו זאָגן: „מיין פאָטער האָט פאַרשוועריקט אַף אייך דעם יאָך, און איך וועל צוגעבן צו אייער יאָך. מיין פאָטער האָט אייך געשטראָפט מיט סתם קאַנטשיקעס און איך וועל אייך שטראָפן מיט קאַנטשיקעס מיט עקדישן!ʻ“

(טו) נאָר וואָס, דער מﬥך האָט זיך ניט צוגעהערט צום עוﬥם, אַﬥמאי ס′איז דאָך געווען אַ סיבה פון גאָטס צד: בכדי ס′זאָל מקוים ווערן דער וואָרט זיינער, וואָס גאָט האָט גערעדט דורך אחיה⸗השילוני צו יְרָבְֿעָﬦ⸗בֶּן⸗נְבָֿטן. (טז) האָט גאַנץ ישראל דערזען אַז דער מלך האָט זיך צו זיי ניט צוגעהערט. האָבן זיי אָטוואָס דעם מלך אַ תשובה געגעבן, אַזוי צו זאָגן:

  • „צו וואָס אונדז אין ביﬨ דוד — אַ חלק?
  •  קיין שום נחלה ניט — אַ זון יִשַׁיס!
  • ישראל — אַהיים!
  • איצטערטאָ טו — אַ קוק
  • נאַ דיר, דוד — אַ ביﬨ ﬢוﬢ!“  

און די ישראלים זיינען אַוועק אַהיים.(יז) אָטאָ די בני ישראﬥ וואָס האָבן געלעבט אין די שטעט פון יהודה, אַף זיי האָט געקיניגט רחָבעﬦ. (יח) האָט זיי צוגעשיקט ﬧחָבעם, דער מלך, דעם אֲדֹרָﬦ וואָס איבערן צינדז, האָבן עם גאַנץ ישראל פאַרוואָרפן מיט שטיינער און ער איז געשטאָרבן. איז דער מלך רחָבעﬦ מיט אימפּעט אַרוף אַפן ﬧייטוואָגן אַנטלאַפן צו ווערן, אַף ירושﬥיﬦ. (יט) די ישראלים האָבן מרידה געמאַכט אַף בית דוד, אַזוי ביזן היינטיקן טאָג.

(כ) און ס′איז געווען אַזוי, אַז באַם הערן גאַנץ ישראל אַז ירָבעﬦ האָט זיך אומגעקערט, האָט מען געשיקט און עם גערופן צו דער עדה. און מען האָט עם ממליך געווען איבער גאַנץ ישרﬡﬥ. ס איז ניט געווען ווער ס′זאָל האַלטן מיט בית דוד נייערט דער שבט יהודה — אַליין.

(כא) אַז ס′איז אָנגעקומען ﬧחָבעﬦ אין ירושליﬦ, און ער′ט צונויפגערופן גאַנץ בית יהודה מיטן שבט בנימין, הונדערט אַכציק אויסגעקליבענע מלחמהניקעס, צו פירן מלחמה מיט בית ישראל בכדי אומקערן די מלוכה צו ﬧחָבעﬦ⸗בן⸗שלמהן, (כב) איז געווען אַזוי: גאָטס וואָרט איז געווען באַ שמעיה דעם איש⸗אלהים, אַזוי צו זאָגן: (כג) זאָג זשע רְחָבְֿעָﬦ⸗בּן⸗שׁלֹמֹהן, מלך איבער יהודה און גאַנץ בית יהודה און בנימין און די איבעריקע פון פאָלק: (כד) „אַזוי זאָגט יי: גייט ניט אַרופעט און פירט ניט קיין מלחמה מיט אייערע ברידער די בני ישראל. קערט זיך אומעט, יעדערער, אַהיים! וויילע פון מיר איז עס געוואָרן, אָטאָ דיאָ זאַך. האָבן זיי זיך צוגעהערט צו גאָטס וואָרט. און זיי האָבן זיך פון זייער גאַנג אומגעקערט וועדליק דעם וואָרט פון גאָט.

(כה) האָט ירבעﬦ שְׁכֶﬦ אויסגעבויט אין די אֶפרַימער בערג און איז אָטאָ דאָרטנאָ געבליבן, און איז אַרויס פון דאָרטן בויען פְּנוּאֵﬥ, (כו) און געטאָן זאָגן באַ זיך אין האַרצן אַז אָט אָט וועט זיך די מלוכה אומקערן צו בית דוד, (כז) וויילע אויב אָטאָ דער פאָלק וועט אַרוף ברענגען קרבנות אינעם בית יי וואָס אין ירושﬥיﬦ, און די האַרץ פון אָטאָ דעם פאָלק וועט זיך אומקערן צו זייער האַר רחָבעמען, מלך יהודה; (כח) איז נאָכן האַלטן זיך אַן עצה, דער מלך, האָט ער געמאַכט צוויי גאָלדענע קעלבער, און ער האָט זיי געזאָגט: „גענוג מיט אייער אַרופשלעפּן זיך קיין ירושלים! אָט זיינען אייערע געטער, ישראל, וואָס האָבן אייך אַרופגעפירט פון ארץ מצרים! (כט) דעם ערשטן האָט ער געשטעלט אין בית⸗ﬡﬥ, און דעם אַנדערן ט′ער אין דָן געגעבן. (ל) און ס′איז געווען אָטאָ די זאַך צום זינדיקן: אַף צו יאַווען זיך פאַר אָטאָ דעמאָ, איז דער פאָלק געגאַנגען אַזש ביזקל דָן! (לא) צודערצו ט′ער אַ „בֵּית בָּמוֹת“ געמאַכט און האָט זיך געמאַכט כוהנים פון די אויסוואָרפן פון פאָלק וואָס זיינען אַפילו פון שבט לוי ניט געווען! (לב) ירָבעם האָט דערצו געמאַכט אַ יום⸗טוב אין אַכטן חודש [חשוון], אום פופצעטן טאָג פונעם חודש, אַזוי ווי דער יום⸗טוב וואָס אין יהודה [אין זיבעטן חודש]. און ער איז אַרוף אַפן מזבח — אָטאַזויאָ ט′ער אין בית⸗אל געמאַכט —  אַף אופברענען קרבנות צו די קעלבער וואָס ער האָט אַליין געמאַכט, און ער האָט געשטעלט אין בית⸗אל די פון⸗עם⸗געמאַכטע „כהנים פון די במות“.

(לג) ﬡון אַז ער איז אַרוף אַפן מזבח וואָס ער האָט אין בית⸗ﬡﬥ געמאַכט, פופצן טעג אין אַכטן חודש (וואָס ער אַליין האָט עס אויסגעטראַﬤט), און געמאַﬤט אַ יום⸗טוב פאַר די בני ישרﬡﬥ ﬡון ﬡיז אַרוף אַפן מזבח מקטיר זיין דעﬦ קרבן —

≡≡ פּרק יג ≡≡

(א) און אָט אין בֵּיﬨ⸗אֵﬥ יאַוועט זיך פון יהודה דער אִישׁ אֱﬥהִים, לויטן וואָרט פון גאָט; און אָט שטייט אַפן מזבח ירָבעﬦ אַף מקטיר זיין דעם קרבן. (ב) רופט ער אַרויסעט אַפן מזבח מיט גאָטס וואָרט און זאָגט:

  • „מזבח, מזבח!
  • אָט אַזוי זאָגט יי:
  • אָט וועט אין ביﬨ ﬢוﬢ
  • אַ זון געבאָרן,
  • באַ עם דער נאָמען — יֹﬡשִׁיָּהוּ!
  • ט′ער אַף דיר קוילענען דיינע במות⸗כהנים
  • וואָס ברענגען אַף דיר קרבנוﬨ.
  • פון בני אדם די ביינער ט′מען אַף דיר אָפּברענען. (ג) 
  • אין יענעם טאָג ט′ער אַ מופת געבן אַזוי צו זאָגן:
  • אָט ﬡיז דער מופﬨ
  • אַוואָס ס′האָט גאָט גערעדט:
  • אָט ווערט דער מזבח צעריסן,
  • די אַש וואָס אַף עם ט′זיך צעשיטן!“

(ד) איז אָטוואָס געווען: ווי נאָר דער מלך האָט דערהערט דעם וואָרט פונעם ﬡיש ﬡﬥהים וואָס ער′ט אַפן מזבח אַרויסגערופן אין ביﬨ⸗אל, האָט ער, ירבעﬦ, אויסגעצויגן זיין האַנט פון איבערן מזבח, אַזוי צו זאָגן: „כאַפּט עﬦ!“

שרומפּט זיך באַ עם איין די האַנט. ער האָט איר ניט געקענט צוריקציען צו זיך. (ה) דער מזבח האָט זיך צעריסן. און די אַש פונעם מזבח האָט זיך צעשאָטן. וועﬢליק דעם וואונדער⸗סימן וואָס ס′האָט געגעבן דער ﬡיש ﬡלהים לויטן וואָרט פון גאָט.

(ו) ﬢאַמאָלסט האָט דער מלך געענטפערט און געזאָגט דעם איש אלהים: „בעט זשע פאַר יי אייער גאָט, זייט מתפּלל פון מיינטוועגן, די האַנט באַ מיר זאָל זיך מיר אומקערן.“ האָט דער איש אלהים געבעטן פאַר גאָט, די האַנט פונעם מלך האָט זיך צו עם אומגעקערט, אַזוי ווי  זי′ז לכתחילה געווען. (ז) האָט דער מלך אָט אַזויאָ גערעדט מיטן ﬡיש ﬡﬥהים: „קומט זשע מיט מיר אַהיים, און עסט אָפּעט, און איך וועל אייך אַ מתנה שענקען“. (ח) זאָגט דער ﬡיש ﬡﬥהים צום מלך: „זאָלט איר מיר העלפט פון אייער הויזגעזינד אָפּגעבן וועל איך מיט אייך ניט גיין, און איך וועל ניט עסן קיין ברויט און ניט טרינקען קיין וואַסער אין אָטאָ דעם אָרט. (ט) ווייﬥע אָט וואָס איך ווער געהייסן מיטן וואָרט פון גאָט, אַזוי צו זאָגן: ,קיין ברויט זאָלסט ניט עסן און קיין וואַסער זאָלסט ניט טרינקען, און אין וועג וואָס ביסט געגאַנגען זאָלסטו זיך ניט אומקערןʻ.“

(י) איז ער אַוועק מיט אַן אַנדער וועג, און האָט זיך ניט אומגעקערט מיטן וועג מיט וועלכן ער איז אין ביﬨ⸗אל געקומען.

(יא) איינער אַן אַלטער נביﬡ האָט דאַמאָלסט אין ביﬨ⸗ﬡﬥ געלעבט. קומט זיין זון און דערציילט עם די גאַנצע מעשה וואָס ס′האָט זיך מיטן ﬡיש ﬡﬥהים היינט אָפּגעטאָן, און די ווערטער וואָס ער האָט מיטן מלך גערעדט. דערציילן זיי עס דעם טאַטן, (יב) פרעגט באַ זיי דער טאַטע: מיט אַוועלכן וועג איז ער געגאַנגען, דער ﬡיש ﬡﬥהים, וואָס איז פון יהוﬢה געקומען? (יג) און ער נעמט אַ זאָג טאָן זיינע זין: „זאָטלט מיר אָנעט דעם אייזל“. האָבן זיי עם אָנגעזאָטלט דעם ﬡייזל און ער איז אַף אים אָפּגעריטן.

(יד) ער איז נאָכגעגאַנגען נאָכן ﬡיש ﬡﬥהים און האָט עם געטראָפן אַ זיצנדיקן אונטער אַ דעמב. פרעגט ער באַ עם: „צי זייט איר עס דער ﬡיש ﬡלהים וואָס איז פון יהוﬢה געקומען?“ ט′ער עם געענטפערט: „דאָס בין איך“. (טו) זאָגט ער עם: „טאָ קומט זשע מיט מיר אַהיים און עסט אַ שטיקל ברויט“. (טז) זאָגט ער עם: „ניט איך קען אַף קאַריק מיט אייך און ניט אַריינגיין באַ אייך. ניט כ′ל עסן ברויט, ניט טרינקען מיט אייך וואַסער — אין אָטאָ דעם אָרט. (יז) וויילע צו מיר איז דאָס וועדליק גאָטס וואָרט: „עס ניט קיין ברויט און טרינק דאָרטן ניט קיין וואַסער, און קער זיך ניט אום גייענדיק מיטן וועג מיט וועלכן ביסט אַהינגעגאַנגען“.

(יח) זאָגט ער עם: „בין איך דאָך אויכעט אַ נביﬡ, אַזוי ווי איר אַליין. מיט מיר האָט אַ מלאך גערעדט מיטן וואָרט פון גאָט, אַזוי צו זאָגן: „נעם עם מיט זיך אין דיין הויז, און ער וועט עסן ברויט און טרינקען וואַסער“ (דאָס ט′ער עם אַ ליגן געזאָגט). (יט) קערט ער זיך מיט עם אומעט. און ער האָט געגעסן ברויט באַ עם אין הויז. און ער′ט וואַסער געטרונקען.

(כ) ﬡון ס′איז געווען, אַז זיי זיינען זיך אַזוי געזעסן באַם טיש, ﬡיז באַם נביﬡ וואָס האָט עם צוריקגעפירט פון זיין וועג געווען גאָטס וואָרט, (כא) ער′ט אַרויסגערופן צום ﬡיש ﬡﬥהים וואָס איז פון יהודה געקומען: „אַזוי זאָגט יי: היות ווי איר האָט ווידערגעשפּעניקט אין די רייד פון גאָט, און איר האָט ניט אָפּגעהיט די הייסונג וואָס יי אייער גאָט האָט אייך געהייסן, (כב) און איר האָט זיך אומגעקערט און איר האָט געגעסן ברויט און איר וואַסער געטרונקען אינעם אָרט אַוואו ער האָט מיט אייך גערעדט איר זאָלט ניט עסן קיין ברויט און וואַסער ניט טרינקען, וועט אייער קערפּער ניט אָנקומען צו אייך אַף קבר אבות“. (כג) און ס′איז געווען, אַז נאָכן אָפּעסן ברויט און נאָכן טרינקען, האָט ער עם אָנגעזאָטלט דעם אייזל וואָס געהערט דעם נביא וואָס האָט עם צוריקגעפירט. (כד) איז ער אַוועק. האָט עם געטראָפן אַ לייב אין וועג און האָט עם דערהרגעט. און זיין קערפּער איז הפקר אין וועג געלעגן. און דער ﬡייזﬥ שטייט דערלעבן. און דער לייב — ער שטייט אויכעט לעבן קערפּער. (כה) און אָט גייען מענטשן פאַרביי און דערזעען דעם קערפּער וואָס איז הפקר אין וועג געלעגן, און דעם לייב וואָס שטייט לעבן קערפּער, זיינען זיי אָנגעקומען און האָבן איבערגעגעבן אין שטאָט וואו דער אַלטער נביא האָט געלעבט. (כו) אַז ס′האָט דאָס דערהערט דער נביﬡ וואָס האָט עם אַף⸗קאַריק⸗געפירט פון וועג, ט′ער אַ זאָג געטאָן, דער ﬡיש ﬡלהים: „דאָס איז דער וואָס האָט ווידערגעשפּעניקט אין די רייד פון גאָט, דרום האָט עם גאָט געגעבן צום לייב וואָס האָט עם צעברעקלט און דערהרגעט לויטן וואָרט פון גאָט וואָס ער′ט מיט עם גערעדט“. (כז) און ער האָט גערעדט מיט די זין זיינע, אַזוי צו זאָגן: „ דעם אייזﬥ זאָטﬥט מיר אָנעט“. ט′מען עם אָנגעזאָטלט. (כח) איז ער אַוועק, און האָט געפונען דעם קערפּער וואָס איז הפקר אין וועג געלעגן. און דער אייזﬥ און דער ﬥייב שטייען ﬥעבן קערפּער. ניט דער לייב האָט געגעסן דעם קערפּער, ניט ער האָט צעפּיצלט דעם אייזל. (כט) האָט דער אַלטער נביﬡ אופגעהויבן דעם קערפּער פונעם ﬡיש ﬡﬥהים, אַוועקגעלייגט אַפן אייזﬥ, און האָט עם אַפקאַריקגעפירט. אָנקומענדיק אין שטאָט פון נביﬡ דעם אַלטן — עם מספּיד זיין און מקבר זיין, (ל) ט′ער אַוועקגעלייגט זיין קערפּער אינעם קבר. און מ′האָט מספּיד געווען: „אוי ברודער מיינער“. (לא) ס′געווען, נאָכדעם ווי ער האָט עם מקבר געווען ט′ער געזאָגט די זין זיינע, אַזוי צו זאָגן: „באַ מיין שטאַרבן זאָלט איר מיר אויכעט מקבר זיין אינעם קבר אין וועלכן ס′איז מקובר דער ﬡיש ﬡלהים. לעבן זיינע ביינער טוט אַוועקלייגן מיינע ביינער, (לב) וויילע זיין וועט עס זיין, דער וואָרט, וואָס ער האָט אַרויסגערופן איבערן מזבח, וואָס אין ביﬨ⸗אﬥ, און איבער די אַלע בָּתֵּי הַבָּמוֹﬨ וואָס אין די שטעט איבער שומרון.

(לג) נאָך אָטאָ דער מעשה האָט זיך ירָבעם פונדעסטוועגן ניט אומגעקערט פון זיין שלעכטן וועג. ער האָט ווייטער געשטעלט סﬨﬦ פון פאָלק פאַר כהנים צו די במות. ווער ס′האָט נאָר געוועלט, ט′ער עם געשטעלט און מ′איז געוואָרן אַ כהן צו די במות. (לד) און אָטאָ די זאַך איז צו דער זינדיקייט געוואָרן פונעם בית ירָבעם — אַף אומגעבראַכט און פאַרטיליקט ווערן פון אַף דער ערד.

≡≡ פּרק יד ≡≡

(א) צו אָט דער צייט איז קראַנק געוואָרן אֲבִֿיָּה, דער זון פון ירָבעם. (ב) האָט ירָבעם זיין פרוי געזאָגט: „שטיי זשע אופעט און בייט זיך ווי דו זעסט אויס, מ′זאָל ניט דאַקענען אַז דאָס ביסטעֶ, די פרוי פון ירָבעם. אין שִׁﬥֹה גיי, אָדאָרטן איז דאָ אֲחִיָּה הַנָּבִיﬡ, ער איז דאָך דער וואָס האָט גערעדט אַף מיר, אַז כ′ﬥ מלך זיין איבער אָטאָ דעם פאָﬥק. (ג) זאָלסט נעמען מיט זיך אין די הענט צען ברויטן, קיכעלעך, און אַ קרוג מיט האָניק. דו′סט אַריין באַ עם, ט′ער דיר זאָגן וואָס′עט מיטן אינגל זיין“. (ד) האָט אַזויאָ געטאָן ירָבעמס פרוי. זי האָט זיך אופגעהויבן און איז געגאַנגען אַף שִׁﬥֹה, און איז אָנגעקומען אין הויז פון אֲחִיָּהן.

אֲחִיָּהוּ האָט ניט געקענט זען, וויילע זיינע אויגן זיינען באַ עם שטאַר געווען פון דער זיקנה. (ה) האָט אָבער גאָט אֲחִיָּהוּן געהאַט געזאָגט: „אָט וועט צו דיר קומען די פרוי פון ירָבעﬦ פאָרשן באַ דיר אַ זאַך וועגן זון אירן, וויילע ער איז קראַנק. אָט אַזוי און אָט אַזוי זאָלסט מיט איר ריידן. זי וועט זיין אַ פאַרשטעלטע“. (ו) ס′געווען אַזוי: אַז אַחיָהו האָט דערהערט דעם געקלאַנג פון אירע פיס, אַז זי איז אָנגעקומען באַם אַריינגאַנג, האָט ער אַ זאָג געטאָן: „קומט אַריינעט, פרוי פון ירָבעﬦ, פאַרוואָס זשע זייט  א י ר  אַ פאַרשטעלטע? און  א י ך  ווידער בין צו אייך אַ משוﬥח מיט אַ שווערער בשורה. (ז) גייט זשע און זאָגט ירָבעמען: ,אַזוי זאָגט יי גאָט פון ישראל: מחמת דעם וואָס איך האָב דיר אופגעהויבן פון צווישן פאָלק און אייך געמאַכט פאַר אַ נגיד איבער מיין פאָﬥק ישראﬥ, (ח) און איך האָב אַוועקגעריסן די מﬥוﬤה פון ביﬨ ﬢוﬢ און דיר אַוועקגעגעבן, נאָר דו ביסט ניט געווען ווי מיין געטרייער, ﬢוﬢ, וואָס האָט אָפּגעהיט מיינע הייסונגען און וואָס איז נאָך מיר געגאַנגען מיטן גאַנצן האַרצן, נאָר דאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין מיינע אויגן צו טאָן, (ט) און האָסט נאָך ערגער געטאָן איידער די אַלע וואָס זיינען פאַר דיר געווען, און האָסט זיך געמאַכט אַנדערע געטער און אָפּגאָסן פון אייזנוואַרג, בכדי מיר אַריינפירן אין גרימצאָרן, און מיר האָסט אַוועקגעוואָרפן הינטער דיין רוקן. (י) דרום: אָט וועל איך אַרופברענגען אומגליק אַפן הויזגעזינד פון ירָבעﬦ, און איך וועﬥ פאַרשניידן פון ירָבעﬦ יעדן וואַנט⸗פּישער — ביזקל דעם אַפּאָפּלעקסעטן און דעם אָפּגעשטויסענעם — פון ישראﬥ, און איך וועל אויסברענען די הויזגעזינד פון ירבעם אָט אַזוי ווי מען ברענט אויסעט דעם טינוף ביזקל דעם סאַמע סוף. (יא) ווער פון ירָבעמען וואָס ס′עט אין שטאָט שטאַרבן וועלן די הינט אופעסן. און ווער ס′עט אין פעלד שטאַרבן וועלן די פויגל פון הימל אופעסן. וואָרים יי האָט געטאָן ריידן. (יב) און איר, הייבט זיך אופעט, גייט אַהיים. אַז ﬡייערע פיס וועלן אין שטאָט דערגיין וועט שטאַרבן דער ﬡינגﬥ. (יג) גאַנץ ישרﬡﬥ וועט עם מספּיד זיין און מען וועט עם מקבר זיין, וואָרים ער אַליין פון ירָבעﬦ וועט אָנקומען צו אַ קבר, מחמת דעם וואָס באַ עם אַליין איז געפונען געוואָרן, פון פאַר יי גאָט פון ישראל, וואָס ניט איז אַ גוטע זאַך אין הויזגעזינד פון ירָבעﬦ, (יד) און גאָט וועט זיך אופהייבן אַ מﬥך איבער ישרﬡﬥ וואָס וועט דעם בית ירָבעﬦ דעם זעלביקן טאָג פאַרשניידן — גלייך אַף אַן אָרט. (טו) און גאָט וועט שלאָגן ישרﬡﬥ אַזוי דער אַיער טרייסלט זיך אין וואַסער, און ער וועט אויסרייסן ישרﬡﬥ פון אַף אָטאָ דער גוטער ערד וואָס ער האָט זייערע ﬡבוﬨ געגעבן און וועט זיי פאַרשפּרייטן אַף יענע זייט נְהַר פְּרָת, מחמת דעם וואָס זיי האָבן געמאַכט זייערע אֲשֵׁרוֹﬨ, אינכַּעַסמאַכנדיק גאָט. (טז) און ער וועט איבערגעבן ישרﬡﬥ פון וועגן די זינד פון ירָבעם וואָס ער האָט אונטערגעזינדיקט און באַזינדיקט ישרﬡﬥ.

(יז) האָט זיך אופגעהויבן די פרוי פון ירבעם און איז געגאַנגען.

און זי איז אָנגעקומען אין תִּרְצָה. זי איז אַריין אַפן שוועל פון הויז — און דער אינגל איז געשטאָרבן. (יח) מען האָט עם מקבר געווען און מספּיד געווען, גאַנץ ישרﬡﬥ, לויטן וואָרט פון גאָט וואָס ער האָט גערעדט אַדורך אֲחִיָּהוּ הַנָּבִיאן, זיין געטרייען.

(יט) און די איבעריקע זאַכן וועגן ירָבעמען, וואָס ער האָט מלחמה געטאָן און וואָס ער האָט געקיניגט, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵﬥ“?

(כ) די טעג וואָס ס′האָט געקיניגט ירָבעם: צוואַנציק⸗צוויי יאָר. און ער איז געלעגן מיט זיינע ﬡבוﬨ. און זיין זון נָדָב האָט אַף זיין אָרט געקיניגט.

(כא) רְחָבְעָﬦ, שלמהס זון, האָט אין יהוﬢה געקיניגט. פערציק⸗איין יאָר איז עם געווען, רחָבעמען, אַז ער האָט גענומען קיניגן, און זיבעצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים, די שטאָט וואָס גאָט האָט אויסגעקליבן פון די אַלע שבטי ישרﬡﬥ, אַוועקשטעלן אָדאָרטן זיין נאָמען. די מאַמע באַ עם האָט געהייסן: נַעֲמָה די עַמּוֹנִישע.

(כב) און יהודה האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט. זיי האָבן עם אופגעגרימצאָרנט מער איידער אַלציקעדינג וואָס ס′האָבן געטאָן זייערע אבות מיט זייערע זינד וואָס זיי האָבן געהאַט געזינדיקט. (כג) אויך זיי האָבן זיך געסטראָיעט במות מיט זיילשטיינער מיט אשירות אַף יעדן הויכן באַרג און אונטער אַיעדן פאַנאַנדערגעצווייגטן בוים. (כד) אַפילו קורוואַרן זיינען אין לאַנד געווען, אָט אַזוי ווי אַלע פּאַסקודסטוועס וואָס באַ די גויים וואָס גאָט האָט זיי פון ישראלס וועגן אַנטיַרשעט.

(כה) דערנאָﬤדעﬦ איז געווען אַזוי. אין פינפטן יאָר פון מﬥך רחָבעﬦ, איז שִׁישַׁק דער מלך פון מצרים אַרוף אַף ירושﬥיﬦ. (כו) ער האָט צוגעלקחנט די אוצרות פונעם ביﬨ יי, און די אוצרות פון ביﬨ המלך. אַלציקעדינג האָט ער געלקחנט, אַפילו די אַלע גאָלדענע מָגן⸗אָדמלעך וואָס ס′האָט שﬥמה געמאַכט. (כז) האָט דער מﬥך רחָבעﬦ אַף זייער אָרט געמאַכט קופּערנע מָגן⸗אָדמﬥעך און ער האָט זיי פאַרטרויט די קאַפּיטאַנען פון די לויפער וואָס זיינען שומרים געווען באַם אַריינגאַנג פון ביﬨ המﬥך. (כח) ווען נאָר דער מלך פלעגט גיין אין ביﬨ יי האָבן די לויפער זיי אַף דער האַנט געטראָגן. און דערנאָכדעם האָט מען זיי אומגעקערט אינעם קאַמער פון די לויפער.

(כט) און די איבעריקע זאַכן וועגן רחָבעמען, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט,  זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּﬢָה“?

(ל) די גאַנצע צייט איז מלחמה געווען צווישן רחָבעﬦ און צווישן ירָבעﬦ.

(לא) און רחָבעﬦ איז געלעגן מיט זיינע אבות. מען האָט עם צו קבורה געבראַכט מיט זיינע ﬡבוﬨ אינעם עיר ﬢוﬢ. די מאַמע באַ עם האָט געהייסן: נַעֲמָה די עַמּוֹנִישע.

(לב) און זיין זון אֲבִיָּם האָט אַף זיין אָרט געקיניגט.

≡≡ פּרק טו ≡≡

(א) אין אַכצעטן יאָר פון מלך יְרָבְעָם⸗בן⸗נְבָט האָט גענומען קיניגן איבער יהודה אֲבִֿיָּם. (ב) דריי יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושﬥיﬦ. די מאַמע באַ עם האָט געהייסן: מַעֲכָה די טאָכטער פון אבישלום. (ג) און ער איז געגאַנגען אין די אַלע זינד פון זיין טאַטן וואָס ער האָט פאַר עם געטאָן, און די האַרץ באַ עם איז ניט געווען גאַנץ מיט יי זיין גאָט אַזוי ווי די האַרץ פון זיין פאָטער ﬢוﬢ. (ד) וויילע פון ﬢוﬢס וועגן האָט יי זיין גאָט עם אַ ﬥיכט⸗ﬥאָמפּ אין ירושליﬦ געגעבן, אופשטעלן נאָך עם זיין זון, און אָנהאַלטן ירושﬥיﬦ אַ שטייענדיקע. (ה) וויילע ﬢוﬢ האָט געטאָן אָﬢאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין די אויגן פון גאָט, און האָט זיך ניט אָפּגעקערט פון דעם אַלעמען וואָס ער האָט עם געהייסן אַלע טעג פון זיין לעבן — אַחוץ אינעם ענין פון אוריה הַחִתִּי.

(ו) און די אַלע טעג פון זיין לעבן איז מלחמה געווען צווישן די רחָבעמער און צווישן די ירָבעמער. (ז) און די איבעריקע זאַכן וועגן אֲבִֿיָּם, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? און מלחמה איז געווען צווישן אֲבִֿיָּמען און צווישן ירָבעמען.

(ח) און אֲבִֿיָּם איז געלעגן מיט זיינע ﬡבוﬨ. מען האָט עם מקבר געווען אינעם עיר ﬢוﬢ. און ס′האָט אַף זיין אָרט אָסאָ זיין זון געקיניגט.

(ט) ﬡָסָﬡ האָט גענומען קיניגן איבער יהוﬢה אין צוואַנציקסטן יאָר פון ירָבעם מﬥך ישﬧﬡﬥ. (י) פערציק⸗איין יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושﬥים און די מאַמע באַ עם האָט געהייסן מַעֲכָה די טאָכטער פון אבישלום.

(יא) ﬡָסָﬡ האָט רעכטפאַרטיקייט געטאָן אין די אויגן פון גאָט, אַזוי ווי דוד זיין פאָטער. (יב) די מענער⸗הורן האָט ער אַרויסגעטריבן פון לאַנד און ער האָט אַראָפּגענומען דעם גאַנצן טינוף וואָס זיינע אבות האָבן אָנגעמאַכט. (יג) אַפילו מַעֲכָה זיין מאַמען האָט ער אַראָפּגענומען פון זיין אַ האַרנטע, אַלמאַי זי האָט אַ שטיק שוידער צו דער אשירה געמאַכט. האָט ﬡָסﬡָ אָפּגעהאַקט דעם שטיק שוידער און אָפּגעברענט באַם טייכל קִדְרוֹן. (יד) נאָר די במות האָבן זיך ניט גערירט פון אָרט. פונדעסטוועגן איז די האַרץ פון ﬡָסﬡָן גאַנץ געווען מיט גאָט אַלע זיינע טעג. (טו) ער האָט געבראַכט דעם טאַטנס הייליקע זאַכן אין בית יי — זילבער, און גאָלד, און כלים.

(טז) ס′איז מלחמה געווען צווישן ﬡָסָﬡ און צווישן בַּעְשָׁא מלך ישﬧﬡﬥ אַלע זייערע טעג. (יז) בַּעְשָׁא מלך ישראל איז אַרוף אַף יהודה און האָט אויסגעסטראָיעט די הייכעניש — „רָמָה“, אַפדערוף ס′זאָל זיין ניט קיין אַרויסגייער און קיין אַריינקומער באַ ﬡָסָﬡ מלך יהוﬢה. (יח) האָט ﬡָסָﬡ גענומען די גאַנצע זילבער מיטן גאָלﬢ וואָס איז געבליבן אין די אוצרוﬨ פון ביﬨ יי, און געגעבן אין האַנט פון זיינע משרﬨים. ﬡָסָﬡ האָט זיי געשיקט צו בֶּן⸗הֲדַד⸗בֶּן⸗טַבְֿרִמֹּן⸗בֶּן⸗חֶזְיוֹן דעם מלך פון אֲרַם וואָס זיצט אין ﬢמשק, אַזוי צו זאָגן: (יט) „פאַראַן דאָך אַ בריﬨ צווישן מיר מיט אייך, צווישן מיין טאַטן און אייער טאַטן. אָט שיק איך אייך שוחד, זילבער מיט גאָלד, גייט און ברעכט אייער בריﬨ מיט בעשא מלך ישﬧﬡﬥ ער זאָל אַוועק פון אַף מיר“. (כ) האָט זיך בֶּן⸗הֲדַד צוגעהערט צום מלך ﬡָסָﬡ און ער האָט עם געשיקט די קאָמאַנדירן פון די חיילים וואָס באַ עם, אַף די שטעט פון ישﬧﬡﬥ און ער האָט געשלאָגן עִיוֹן; און דָן; און אָבֵל בֵּית מַעֲכָה; די אַלע כִּנֶרֶת שטעט; די גאַנצע לאַנד פון שבט נפתלי.

(כא) און ס′אַזוי געווען, אַז בעשא האָט דאָס דערהערט האָט ער אָפּגעשטעלט די סטרויאונג פון דער רָמָה הייכעניש, און איז געבליבן באַ זיך זיצן אין תִּרְצָה. (כב) האָט דער מלך ﬡָסָﬡ געטאָן רופן גאַנץ יהוﬢה, אָן אַן אויסנאַם, און מען האָט אַוועקגעשלעפּט די שטיינער מיט די קלעצער פון דער רָמָה וואָס ס′האָט אויסגעסטראָיעט בעשא, און מיט אָטאָ דיאָ שטיינער האָט דער מלך אסא געבויט דעם גֶּבַע בִּנְיָמִין און די מִצְפָּה.

(כג) און די איבעריקע אַלע זאַכן וועגן ﬡָסָﬡן און דער גאַנצער גבורה זיינער, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געטאָן, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? נאָר וואָס, צו דער עת זיקנה האָבן עם אונטערגעקרענקט די פיס. (כד) און ﬡָסָﬡ איז געלעגן מיט זיינע אבות אינעם עיר ﬢוﬢ — זיין פאָטער. און ס′האָט יְהוֹשָפָט זיין זון געקיניגט אַף זיין אָרט.

(כה) נָדָב, דער זון פון ירָבעם, האָט גענומען קיניגן איבער ישﬧﬡﬥ אין צווייטן יאָר פון אָסָא מלך יהוﬢה. צוויי יאָר האָט ער געקיניגט איבער ישﬧﬡﬥ. (כו) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט און מיט דער זינד וואָס ער האָט אָנגעזינדיקט ישראל. (כז) ס′האָבן קעגן עם געמאַכט אַ צודַבּרעניש בַּעְשָׁא⸗בֶּן⸗אֲחִיָה פון שבט יששכר. בעשא האָט עם אַוועקגעהרגעט אין גִּבְּﬨוֹן וואָס באַ די פּלישתים, ﬢאַמאָלסט אַז נדב און גאַנץ ישﬧﬡﬥ האָבן באַלאַגערט אַף גִּבְּﬨוֹן.

(כח) בעשא האָט עם געטייט אין דריטן יאָר פון אָסָא מﬥך יהודה, און ער האָט אַף זיין אָרט געקיניגט. (כט) און ס′געווען, אַז ער האָט גענומען קיניגן, האָט ער צעשמעטערט דעם גאַנצן בית ירָבעם, און האָט קיין אָטעמדיקן פון די ירָבעמער ניט איבערגעלאָזן ביז אַף פאַרטיליקט צו ווערן, לויטן וואָרט פון גאָט וואָס ער האָט גערעדט דורך זיין געטרייען, אחיה השילוני, (ל) פון וועגן די זינד פון יָרבעם וואָס ער האָט געזינדיקט און מיט וועלכע ער האָט אָנגעזינדיקט ישﬧﬡﬥ; מיטן גרימצאָרן, וואָס ער האָט פאַרגרימצאָרנט יי גאָט פון ישﬧﬡﬥ.

(לא) די איבעריקע זאַכן וועגן נָדָבן און אַﬥציקעדינג וואָס ער האָט געטאָן, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (לב) און מלחמה איז געווען צווישן ﬡסﬡ און צווישן בעשא מלך ישראל אין משך פון די אַלע טעג זייערע.

(לג) בַּעְשָׁא⸗בֶּן⸗אֲחִיָה האָט גענומען קיניגן אין דריטן יאָר פון ﬡָסָﬡ מﬥך יהוﬢה, און געקיניגט האָט ער אין ﬨרצה איבער גאַנץ ישﬧﬡﬥ צוואַנציק⸗פיר יאָר. (לד) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, און איז געגאַנגען אין וועג פון ירָבעם, און פון זיין זינד מיט וועלכער ער האָט אָנגעזינדיקט ישﬧﬡﬥ.

≡≡ פּרק טז ≡≡

(א) ס′געווען, אַז דער דְּבַר יי איז געווען באַ יֵהוּﬡ דעם זון פון חֲנָנִי, צו בַּעְשָׁאן, אַזוי צו זאָגן: (ב) „מחמת דעם וואָס איך האָב דיר אופגעהויבן פונעם שטויב און דיר געגעבן פאַר אַ נגיד איבער מיין פאָלק ישרﬡﬥ, און ביסט געגאַנגען אין וועג פון ירָבעﬦ, און האָסט זינדיקגעמאַכט מיין פאָלק ישרﬡﬥ, מיר צו פאַרגרימצאָרענען מיט זייער זינד, (ג) אָט ראַם איך אָפּ נאָך בַּעְשָׁאן און נאָך זיין הויזגעזינד און איך וועל מאַכן דיין הויזגעזינד אַזוי ווי די הויזגעזינד פון ירָבעם⸗בן⸗נבָטן. (ד) ווער פון בַּעְשָׁאן וואָס ס′עט אין שטאָט שטאַרבן וועלן די הינט אופעסן. און ווער ס′עט אין פעלד שטאַרבן וועלן די פויגל פון הימל אופעסן.

(ה) און די איבעריקע זאַכן וועגן בַּעְשָׁא, און אַוואָס ער האָט געמאַכט, און זיין גבורה, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (ו) און בַּעְשָׁא איז געלעגן מיט זיינע אבות און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין תִּרְצָה. אַף זיין אָרט האָט געקיניגט זיין זון ﬡֵﬥָה. (ז) סיי איבער דער גאַנצער שאַלקהאַפטיקייט וואָס ער האָט געטאָן אין די אויגן פון גאָט עם צו פאַרגרימצאָרענען מיט זיינע מעשים אַף צו זיין אַזוי ווי דער ביﬨ ירָבעﬦ, און סיי ווייל ער האָט עס טויטגעשלאָגן, איז באַ יֵהוּﬡ בן חֲנָני דעם נביא געווען דער דְבַר יי אַף בַּעְשָׁאן מיט זיין הויזגעזינד.

(ח) ﬡֵﬥָה בן בַּעְשָׁא האָט גענומען קיניגן איבער ישרﬡﬥ (דאָס איז געווען אין צוואַנציק⸗זעקסטן יאָר פון אָסָא מלך יהודה). צוויי יאָר האָט ער געקיניגט אין תִּרְצָה. (ט) ס′האָט קעגן עם געפירט אַ צוּדַבּרעניש זיין אַרבעטער זִמְרִי, דער ממונה איבער אַ העלפט רייטוועגענער. ער איז געווען אין תִּרְצָה, זיך אָנגעטרונקען און געשיכורט אין הויז פון אַרְצָא וואָס ממונה איבערן הויז אין תִּרְצָה, (י) קומט אַריין זִמְרִי, שלאָגט עם און טייט עם (דאָס איז געווען אין צוואַציק⸗זיבעטן יאָר פון אָסָא מלך יהודה) און האָט גענומען קיניגן אַף זיין אָרט.

(יא) און ס′געווען, אַז ער האָט גענומען קיניגן, באַלד ווי ער איז געזעסן אַפן טראָן זיינעם, האָט ער אַוועקגעשלאָגן דעם גאַנצן בֵּית בַּעְשָׁא. ער האָט זיי ניט איבערגעלאָזן קיין איינאיינציקן וואַנט⸗פּישער, ניט קיין יורש און ניט קיין חבר. (יב) דעם גאַנצן בֵּית בַּעְשָׁא האָט זִמְרִי פאַרטיליקט, לויטן דְבַר יי וואָס גאָט האָט בַּעְשָׁאן געזאָגט דורך יֵהוּא⸗הַנָּבִיאן, (יג) איבער די אַלע חטאים פון בַּעְשָׁא און די חטאים פון ﬡֵﬥָה, וואָס זיי האָבן געזינדיקט און זינדיקגעמאַכט ישרﬡﬥ, פאַרגרימצאָרנדיק יי גאָט פון ישראﬥ מיט זייער הבל⸗הבלים.

(יד) און די איבעריקע זאַכן וועגן ﬡֵﬥָה, און אַלציקעדינג אַוואָס ער האָט געמאַכט, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעﬦ ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“?

(טו) זִמְרִי איז מלך געוואָרן אין תרצה אַף זיבן טעג (דאָס איז געווען אין צוואַנציק⸗זיבעטן יאָר פון אָסָא מלך יהודה). געווען איז דאָס בעת דער פאָלק האָט מחנה געמאַכט באַ גִּבְּתוֹן וואָס באַ די פּלישﬨים. (טז) און די מענטשן וואָס האָבן מחנה געמאַכט האָבן געהערט, אַזוי צו זאָגן: זמרי האָט אַ צודַבּרעניש געמאַכט! ער′ט אויכעט דעם מלך אַוועקגעשלאָגן. האָבן גאַנץ ישרﬡﬥ ממﬥיך געווען עָמְרִי, דעם הויפּט פון די חיילות איבער ישרﬡﬥ, אין יענעם טאָג, אין דער מחנה. (יז) עָמְרִי איז אַרוף, און מיט עם גאַנץ ישרﬡﬥ פון גִּבְּתוֹן און האָבן תרצה באַלאַגערט. (יח) און ס′געווען, אַז זִמְרִי האָט דערזען אַז די שטאָט איז אַן איינגענומענע, איז ער אָנגעקומען אין פּאַלאַץ פון ביﬨ המﬥך און האָט אַף זיך אַליין פאַרברענט אין שריפה דעם בית המלך און איז געשטאָרבן, (יט) איבער זיינע זינד וואָס ער האָט געזינדיקט אַף צו טאָן אָדאָס וואָס ס′איז שאַלקהאַפטיק אין די אויגן פון גאָט, גייענדיק אין וועג פון ירָבעם און די זינד וואָס ער האָט געזינדיקט באַם זינדיקמאַכן ישראל.

(כ) און די איבעריקע זאַכן וועגן זִמְרִי, און זיין צודַבּרעניש וואָס ער האָט צוגעדַבּרענט, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“?

(כא) ﬢאַמאָלסט האָט זיך צעשפּאָלטן דער פאָלק פון ישרﬡﬥ אין צווייען. אַ העלפט פון פאָלק איז געווען מיט תִּבְנִי⸗בֶּן⸗גִּינַת, עם ממליך זיין; און אַ העלפט — מיט עָמְרִין. (כב) דער עוﬥﬦ וואָס מיט עָמרי האָט זיך גענומען שטאַרקן איידער דער עוﬥﬦ וואָס מיט תִּבְנִי⸗בֶּן⸗גִּינַתן. איז געשטאָרבן — תִּבְנִי. האָט געקיניגט — עָמְרִי.

(כג) עָמְרִי האָט גענומען קיניגן איבער ישראﬥ (דאָס איז געווען אין דרייסיק⸗איינטן יאָר פון אָסָא מלך יהודה) אַף צוועלף יאָר.

אין תרצה האָט ער זעקס יאָר געקיניגט. (כד) אַז ער האָט אָפּגעקויפט דעם הר שׁוֹמְרוֹן פון שֶׁמֶרן פאַר צוויי כִּכַּר⸗מאָס זילבער, האָט ער דעם באַרג  אויסגעבויט. און דעם נאָמען פון דער שטאָט וואָס ער האָט אַפן באַרג געבויט האָט ער געגעבן אַפן נאָמען פון דעם באַﬥעבאָס פונעם באַרג: שֶׁמֶר — שׁוֹמְרוֹן.

(כה) עָמְרִי האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שאַלקהאַפטיק אין די אויגן פון גאָט, און ער האָט אָפּגעשלעכט נאָכמער איידער אַלע וואָס פאַר עם, (כו) און איז געגאַנגען אין אַיעדן וועג פון ירָבעﬦ⸗בן⸗נבָטן און פון זיינע זינד וואָס ער האָט זינﬢיקגעמאַכט ישרﬡﬥ אַף צו פאַרגרימצאָרענען יי גאָט פון ישרﬡﬥ מיט זייער הבﬥ⸗הבﬥיﬦ.

(כז) און די איבעריקע זאַכן וועגן עָמְרִין, וואָס ער האָט געמאַכט, און וועגן דער גבורה וואָס ער האָט אופגעטאָן, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (כח) און עָמְרִי איז געלעגן מיט זיינע אבוﬨ און איז געקומען צו קבורה אין שוֹמרוֹן. אַף זיין אָרט האָט געקיניגט אַחְָאבֿ זיין זון.

(כט) אַחאָבֿ, דער זון פון עָמרי, האָט גענומען קיניגן איבער ישרﬡﬥ (דאָס איז געווען אין דרייסיק⸗אַכטן יאָר פון אָסָא מלך יהודה), און אַחאָב בן עָמרי האָט געקיניגט איבער ישרﬡﬥ צוואַנציק⸗צוויי יאָר אין שוֹמרוֹן.

(ל) אַחאָב האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שאַלקהאַפטיק אין די אויגן פון גאָט, מער איידער אַלע וואָס פאַר עם. (לא) ס′געווען, עלעהיי ס′וואָלט מערניט אַ קלייניקייט זיין גיין נאָך די זינד פון ירָבעﬦ⸗בן⸗נבָטן, האָט ער נאָך גענומען אַ פרוי, אִיזֶבֶﬥ, די טאָכטער פון אֶתְבַּעַל מלך פון די צידוֹנים און ער איז געגאַנגען  ד י נ ע ן  דעם בַּעַל און  ב ו ק ן  זיך פאַר עם. (לב) און ער האָט אויפגעשטעלט אַ מזבח צום בעל אינעם „ביﬨ הבעל“ וואָס ער האָט זיך געסטראָיעט אין שומרון. (לג) און אַחאָב האָט צודערצו געמאַכט די אֲשֵׁירָה. אַחאָב האָט נאָך מער געטאָן אַף צו פאַרגרימצאָרענען יי גאָט פון ישראל איידער די אַלע מלכיﬦ פון ישרﬡﬥ וואָס זיינען פאַר עם געווען.

(לד) אין זיינע טעג האָט חִיאֵﬥ דער בֵּית⸗אֵﬥער געבויט יריחו: מיט אֲבִֿירָﬦ דעם בכור האָט ער דעם יסוד געגרונטפעסטיקט, און מיט שְׂגוּבֿ דעם מיזשיניק האָט ער די טירן געשטעלט, לויטן דְּבַר יי וואָס ער האָט גערעדט אַדורך יְהוֹשֻׁעַ⸗בִּן⸗נוּנען.

≡≡ פּרק יז ≡≡

(א) ﬡﬥיהו דער תִּשְׁבִּי, פון ﬨשב וואָס אין גִּלְעָד, האָט אַחאָבן געזאָגט: „אָט ווי ס′לעבט יי גאָט פון ישרﬡﬥ, וואָס פאַר עם שטיי איך, ﬡויבע אין די יאָרן וועט זיין טוי און רעגן — אַחוץ לויט מיין וואָרט!“

(ב) עם איז געווען דער דְּבַר יי, אַזוי צו זאָגן: (ג) „גיי פון דאַנענט! קער זיך אַף מזרח⸗צו און באַהאַלט זיך אויסעט באַם טייכל כְּרִיﬨ וואָס באַם ירדן, (ד) און ס′עט זיין, ′סט פונעם טייﬤל טרינקען און די ראָבן האָב איך געהייסן דיר אָטאָ דאָרטנאָ קאָרמענען“. (ה) איז ער אַוועקגעגאַנגען, און האָט געטאָן לויטן דְּבַר יי און איז אַוועק, און זיך אָפּגעשטעלט באַם טייﬤל כְּרִיﬨ וואָס באַם ירדן, (ו) און די ראָבן ברענגען עם ברויט מיט פלייש ﬡינדערפרי און ברויט מיט פלייש אין ﬡָוונט. און פון טייכﬥ פﬥעגט ער טרינקען. (ז) און ס′איז געווען נאָך אַ צאָל טעג און דער טייכל האָט זיך אויסגערטיקנט, וואָרים ס′איז קיין רעגן אין לאַנד ניט געווען.

(ח) ﬡיז עﬦ געווען דער דְּבַר יי, אַזוי צו זאָגן: (ט) „שטיי אופעט און גיי קיין צָרְפַת וואָס אין צִידוֹן, און וועסט אָטאָ דאָרטנאָ בלייבן, אָט האָב איך געהייסן אָדאָרטן אַ פרוי אַן ﬡﬥמנה דיר אוכאַזשעווען“. (י) ער האָט זיך אופגעהויבן און ער איז געגאַנגען אין צָרְפַת. קומט ער אָנעט באַם טויער פון שטאָט און אָט דאָרטנאָ קלייבט זיך האָלץ אַ פרוי אַן אלמנה. טוט ער איר אַ רוף אַרוֹיסעט און זאָגט: „נעמט זשע מיר אַ קאַפּ וואַסער אין דער ﬤﬥי, און כ′ל א טרונק טאָן. (יא) אַז זי איז אַוועק נעמען רופט ער צו איר אַרויסעט: נעמט זשע מיר אַ שטיקעלע ברויט אין האַנט“. (יב) זאָגט זי עם: „אָט ווי ס′לעבט יי אייער גאָט, אויבע באַ מיר איז ﬤאָטש אַ קיכעלע דאָ. מערניט מעל אַף איין האַנט אין טעפּﬥ, און אַביסﬥ בוימﬥ אין קריגﬥ. און אָדאָ קﬥייב איך צונויפעט צוויי שטעקעﬥעך. כ′ﬥ קומען און עס מאַכן פאַר זיך און פאַרן זון מיינעם. מיר וועלן עס אופעסן און מיר וועלן אַוועקשטאַרבן.“

(יג) טוט איר אַ זאָג ﬡﬥיהו: „האָט ניט קיין מורא! קומט, אַזוי ווי איר′ט געזאָגט, אָט אַזויאָ טוט זשע, נאָר וואָדען: מאַכט מיר פון אָדאָרטנאָ ﬥﬤתחיﬥה אַ קﬥיינינקן קיכﬥ, טראָגט מיר אַרויסעט, און אייך און אייער זון ערשט דערנאָﬤדעם. (יד) ווייﬥע אַזויאָ ט′געזאָגט יי גאָט פון ישרﬡﬥ: ,אַניט דער טעפּﬥ מיט מעﬥ וועט זיך ניט אויסﬥאָזן און ניט דער קריגﬥ מיט בוימﬥ וועט זיך ניט ﬥיידיקן ביזקﬥ אין טאָג ווען גאָט וועט רעגן געבן אַפן פּנים פון דער ערﬢ.ʻ“

(טו) איז זי געגאַנגען און האָט אַזוי געטאָן, וועדﬥיק דעם וואָרט פון ﬡﬥיהו. און זי האָט געגעסן, און ער, און די הויזגעזינד באַ איר, אַף גאַנצענע טעג. (טז) דער טעפּﬥ מיט מעﬥ האָט זיך ניט אויסגעﬥאָזן און דער קריגﬥ מיט בוימﬥ האָט זיך ניט געﬥיידיקט ﬥויטן וואָרט פון גאָט וואָס ער האָט גערעדט אַדורך ﬡﬥיהון.

(יז) און ס′געווען אַזוי: נאָך אָטאָ דיאָ זאַכן איז קראַנק געוואָרן דער זון פון דער פרוי, די באַﬥעבאָסטע, און זיין חוﬥאת איז געווען זייער שטאַרק ביזקﬥ וואַנענט ס′איז עם מער קיין עטעמען ניט געבליבן. (יח) זאָגט זי ﬡﬥיהון: „אַוואָס איך מיט אייך, ﬡיש ﬡﬥהים, אַ? איר זייט צו מיר געקומען דערמאָנען מיין זינד און ממיﬨן מיין זון?“ (יט) זאָגט ער איר: „גיט מיר אייער זון“ און ער האָט עם גענומען פון שויס באַ איר און עם אַוועקגעﬥייגט אַפן בוידים וואו ער האָט איינגעוואוינט, און עם אַף זיין בעט צוגעלייגט. (כ) און ער האָט אַרויסגערופן צו גאָט און האָט געזאָגט: „יי מיין גאָט: צי האָסטע דען אויﬤעט אַף דער ﬡﬥמנה, אַוואָס איך האַלדזאַך באַ ﬡיר ﬡופעט, בייז באַשﬥאָסן אָפּטאָן, אַף טייטן באַ איר דעם זון?“ (כא) און ער האָט זיך אַפן ﬡינגﬥ דריי מאָﬥ פאַנאַנדערגעצויגן, אַפן אינגל, און ער האָט אַרויסגערופן צו גאָט און האָט געזאָגט: „יי מיין גאָט: טאָ זאָל זיך אומקערן דער לעבן פון אָטאָ דעם ﬡינגעﬥע צו זיין מהוﬨ!“

(כב) גאָט האָט זיך צוגעהערט צום קול פון ﬡﬥיהון. דער לעבן פונעם ﬡינגﬥ האָט זיך צום מהוﬨ זיינעם אומגעקערט. ער איז געבליבן לעבן. (כג) האָט ﬡﬥיהו אַ נעﬦ געטאָן דעﬦ ﬡינגﬥ און עם אַראָפּגענומען פון בוידיﬦ אין שטוב אַריין און געגעבן זיין מאַמען. און אﬥיהו האָט געזאָגט: „טוט אַ קוק, ס′לעבט אייער זון.“

(כד) האָט געזאָגט די פרוי ﬡﬥיהון: „אָקערשט איצטערטאָ ווייס איך דאָך אַז איר זייט בפירוש אַן ﬡיש ﬡﬥהים, און דער דְבַר יי וואָס באַ ﬡייך אין מויל ﬡיז — ﬡמﬨ.“

≡≡ פּרק יח ≡≡

(א) ס′געווען, אַ סך טעג זיינען אַדורך, און דער דְּבַר יי איז אין דריטן יאָר באַ ﬡﬥיהון ווייטער געווען, אַזוי צו זאָגן: „גיי און באַווייז זיך פאַר אַחְאָבֿן, און איך וועל געבן רעגנס אַפן פּנים פון דער ערד. (ב) איז ﬡﬥיהו געגאַנגען זיך באַווייזן פאַר אַחְאָבֿן.

דער הונגער איז געווען שטאַרק אין שומרון. (ג) האָט אחאב גערופן עֹבַדְיָהוּ וואָס איבערן הויז. (דער עֹבַדְיָהוּ איז געווען אַ שטאַרקער יְרֵא יי, (ד) און ס′געווען, אַז אִיזֶבֶל האָט פאַרטיליקט די נביאים פון גאָט האָט עֹבַדְיָהוּ גענומען הונדערט נביאים און האָט זיי אויסבאַהאַלטן צו פופציק מאַן אין אַ הייל און האָט זיי געשפּייזט מיט ברויט און וואַסער.)

(ה) האָט אחאב געזאָגט עבדיהון: „מ′עט גיין אַדורכן לאַנד איבער די אַלע ערד⸗קוואַלן און די אַלע טייכלעך. אפשר ט′מען געפינען גראָזן אַף צו האַלטן באַם לעבן פערד מיט מוילאייזלען, מ′זאָל ניט דאַרפן פון בהמות אויכעט פאַרשניטן ווערן“. (ו) האָבן זיי זיך צעטיילט די לאַנד אַף אַדרוכגיין. אחאב איז אין איין וועג געגאַנגען אַליין, עבדיהו איז געגאַנגען אין איין וועג אַליין.

(ז) און ס′געווען, אַז עבדיהו איז אין וועג געווען, אָט אַקעגן עם שטייט — ﬡﬥיהו! ער האָט עם דערקענט, איז ער געפאַלן אַפן פּנים און אַ זאָג געטאָן: „דאָס זייט איר, מיין האַר ﬡﬥיהו?“ (ח) זאָגט ער עם: „איך. גייט און זאָגט אייער מייסטער אַז אָט איז דאָ ﬡﬥיהו“. (ט) ענטפערט ער עם: „מיט וואָס האָב איך פאַרזינדיקט וואָס איר גייט אייער געטרייען געבן אין האַנט פון אחאבן — מיר צו דערהרגענען? (י) אַזוי ווי יי אייער גאָט לעבט, אויבע ס′דאָ אַ פאָלק און אַ מלוכה וואואַהין מיין מייסטער האָט ניט געשיקט אָדאָרטן אייך אויסזוכן, און אַז מ′האָט געזאָגט: ,ער איז ניטאָʻ האָט ער געמאַכט שווערן, די מלוכה און דעם פאָלק, אַז זיי האָבן אייך אַפאַנאמת ניט געקענט געפינען. (יא) און איצטערטאָ זאָגט איר מיר ,גייט און זאָגט אייער מייסטער אַז אָט איז דאָ אליהו!ʻ(יב) און ס′עט זיין, איך וועל פון אייך אַוועקעט, און דער רוח יי ט′אייך אַוועקטראָגן דאַווייס וואואַהין, און איכ′ל קומען אָנזאָגן אחאבן, און ער ′עט אייך ניט טרעפן, ט′ער מיר דערהרגענען. און אייער געטרייער איז אַ יְרֵא יי פון מיין קינדשאַפט. (יג) צי איז ניט דערציילט געוואָרן מיין האַר אָדאָס וואָס איך האָב געטאָן, אַז איזבל האָט דערהרגעט די נביאים פון גאָט, און איך האָב פון די נביאים פון גאָט הונדערט מאַן, צו פופציק און צו פוצפיק, אין הייל אויסבאַהאַלטן, כ′האָ′ זיי מיט ברויט און מיט וואַסער געשפּייזט? (יד) און איצטערטאָ זאָגט איר מיר ,גייט און זאָגט אייער מייסטער אַז אָט איז דאָ אליהו!  ג ל י י ך  הרגעט ער מיר אַוועקעט.“

(טו) האָט אליהו געזאָגט: אַזוי ווי ס′לעבט יי צבאות וואָס איך שטיי פון פאַר עם, אין היינטיקן טאָג וועל איך זיך פאַר עם באַווייזן.

(טז) איז עבﬢיהו געגאַנגען טרעפן אחאבן און ער האָט עם געזאָגט. איז אחאב אַוועק טרעפן אליהון. (יז) זאָגט עם אחאב: „דאָס זייט איר, דער צרוﬨ⸗טוער פון ישרﬡﬥ?“ (יח) זאָגט ער עם: „ניט איך האָב געטאָן צרות ישראל, נאָר  א י ר, און די הויזגעזינד פון אייער טאַטן, מיטן פאַרלאָזן די מצוות פון גאָט און נאָך די בְּעָלִים זייט איר געגאַנגען! (יט) איז איצטערטאָ נעמט שיקט און זאַמלט איין צו מיר גאַנץ ישראל צום הַר הַכַּרְמֶﬥ און די נביאים פון בַּעַל: פיר הונדערט פופציק; און די נביאים פון דער אֲשֵׁירָה: די פיר הונדערט עסער באַם טיש פון אִיזֶבֶלן. (כ) האָט אחאב געשיקט צווישן די גאַנצע בני ישראל און האָט איינגעזאַמלט די נביאים אַפן הר הכרמל.

(כא) אליהו האָט זיך דערנענטערט צום גאַנצן עולם און ער האָט געזאָגט: „ביז וואַנענט ט′איר שפּרינגען אַף צוויי שיטות? אויבע יי איז גאָט גייט נאָך עם, און אויבע דער בַּעַל, איז גייט אייך נאָך עם!“

דער עולם האָט עם קיין וואָרט ניט געענטפערט.

(כב) האָט ﬡליהו געזאָגט דעם עולם: „איך בין געבליבן אַ נביﬡ פון גאָט איינער אַליין. און די נביﬡים פון בַּעַל זיינען פיר הונדערט פופציק מאַן. (כג) טאָ זאָל מען אונדז געבן בוהייעס צוויי. זיי וועלן זיך אויסקלייבן איין בוהיי און זיי′לן עם צעשניידן און זיי וועלן עם שטעלן אַף די צווייגן און קיין פייער וועלן זיי ניט אונטערלייגן. און איך וועל אַזויאָ מאַכן מיטן אַנדערן בוהיי און איך וועל געבן אַף די צווייגן און קיין פייער וועל איך ניט אונטערלייגן. (כד) און איר′ט אַרויסרופן אין נאָמען פון אייער גאָט, און איך וועל אויסרופן אין נאָמען פון יי. און ס′עט זיין, אַז דער גאָט וואָס וועט ענטפערן מיט פייער —ער איז גאָט. און דער גאַנצער עולם האָט געענטפערט, זאָגנדיק: „איי גוט!“.

(כה) אליהו האָט די נביאים פון בַּעַל געזאָגט: „קלייבט זיך אויסעט איינעם פון די בוהייען, און איר מאַכט צוערשט, וויילע איר זייט דאָך אַ סך, און רופט אויסעט אין נאָמען פון אייער גאָט און קיין פייער זאָלט איר ניט אונטערלייגן.“

(כו) האָבן זיי גענומען דעם בוהיי וואָס ער האָט זיי געגעבן און זיי האָבן עס געמאַכט. און זיי האָבן גענומען אַרויסרופן אין נאָמען פונעם בַּעַל פון אינדערפרי און ביז אינמיטן טאָג, אַזוי צו זאָגן: „בַּעַל, ענטפערט אונדז!“ ניטאָ קיין קול, ניטאָ קיין עונה. זיינען זיי אַרופגעשפּרונגען אַפן מזבח וואָס איז געווען געמאַכט.

(כז) און ס′איז געווען, אינמיטן טאָג, אליהו האָט גענומען חוזק מאַכן. ער האָט געזאָגט: „רופט עם מיט אַ הויכן קול ווייל ער איז דאָך פאָרט אַ גאָט. אפשר האַלט ער אין שמועסן? צי ער איז פאַרנומען מיט עניני דיומא? צי איז ער גראָד אונטערוועגנס? אפשר כאַפּט ער גאָר אַ דרעמל, ט′ער זיך ﬡופﬤאַפּן.“ (כח) האָבן זיי אַרויסגערופן אַף אַ הויכן קול און האָבן זיך איינגעשניטן לויט זייער פירעכץ מיט שווערדן און מיט שפּיזן ביזקל וואַנענט ס′האָט זיך פון זיי געגאָסן מיט בלוט. (כט) און ס′געווען, אַז דער אינמיטן טאָג איז אַריבער, האָבן זיי געמאָטלט ביז מנחה צייט. ניטאָ קיין קול. ניטאָ קיין עונה. ניטאָ קיין פּיפּס.

(ל) האָט ﬡﬥיהו דעם גאַנצן עולם געזאָגט: „קומט זשע צו מיר צו“. זיינען זיי צו עם צוגעקומען. און ער האָט אופגעפאַרריכט דעם צעשטערטן מזבח פון יי. (לא) און אליהו האָט גענומען צוועלף שטיינער לויט דער צאָל פון די שבטים פון די בני יעקב, וואָס דער דְּבַר יי איז באַ עם געווען, אַזוי צו זאָגן: „ישראל וועט דיין נאָמען זיין“ (לב) און ער האָט מיט די שטיינער אויסגעבויט אַ מזבח אין נאָמען פון יי, און ער האָט געמאַכט אַ קאַנאַווע ווי פאַר צוויי סְאָה⸗מאָס זריעה⸗צו⸗דער⸗תבואה די גרייס, דעם מזבח אַרומענאַרומעט. (לג) די האָלץ האָט ער אויסגעלייגט, דעם בוהיי האָט ער צעשניטן און אַרופגעלייגט אַף די צווייגן. (לד) און ער האָט געהייסן: „פיר קרוג וואַסער גיסט אָנעט. גיסט אויסעט אַפן קרבן עולה און אַף די צווייגן“. זאָגט ער: „שֵׁנִי!“ טוען זיי אַ צווייטן מאָל. ער זאָגט: „שְׁלִישִׁי!“ איז טוען זיי אַ דריטן מאָל. (לה) די וואַסער איז געגאַנגען דעם מזבח אַרומענאַרומעט. די קאַנאַווע איז געווען אָנגעפילט מיט וואַסער.

(לו) צו מנחה צייט הﬡָט ﬡﬥיהו⸗הנביﬡ גענומען ריידן: „יי, גאָט פון ﬡברהם, יצחק ﬡון ישרﬡל! באַ היינטיקן טאָג וועט מען וויסן אַז דו ביסט גﬡָט אין ישרﬡל! און איך, דיין געטרייער האָב לויט דיינע רייד געמאַכט אָטאָ די אַלע זאַכן.  (לז)  ע נ ט פ ע ר   מ י ר,  ענטפער! און ס′עט וויסן אָטאָ דער פאָלק אַז דו ביסט יי, גאָט, און אָט האָסטע איבערגעדרייט באַ זיי די האַרץ אַף קאַריק.

(לח) האָט דער פייער פון גאָט אַ פאַל⸗אַראָפּ געטאָן און האָט אופגעגעסן דעם קרבן עולה מיט די צווייגן מיט די שטיינער מיטן שטויב, און האָט אַזש אופגעלעקט די וואַסער וואָס אין קאַנאַווע. (לט) און געזען האָט דאָס דער גאַנצער עולם. איז מען אַלע אַפן פּנים געפאַלן, און געזאָגט: יי — ער איז גאָט, יי — ער איז גאָט.

(מ) האָט זיי ﬡﬥיהו געזאָגט: כאַפּט זיי, די נביﬡים פון בַּעַל, זאָל ניט אַנטלאָפן ווערן קיין ﬡיינער פון זיי. האָט מען זיי געכאַפּט. האָט זיי אַראָפּגעפירט ﬡליהו ביזקל דעם טייכל קִישׁוֹן און ער האָט זיי אָטאָ דאָרטן געשָחְטְן.

(מא) ﬡון ﬡחﬡבן הﬡָט געזﬡָגט ﬡﬥיהו: „גייט אַרופעט, עסט אָפּעט און טרינקט זשע אויסעט, אָט ′עט שוין זיין די ברומונג פון אַ גוס מיט רעגן“. (מב) ﬡיז ﬡחﬡב אַרוף עסן און טרינקען. אליהו איז אַפן שפּיץ כרמל אַרוף און האָט זיך איבערגעבויגן צו דער ערד, דעם פּנים האָט ער געשטעלט צווישן די קני. (מג) און ער האָט געזאָגט דעם בחור זיינעם וואָס מיט עם: „גיי אַרופעט. קוק אין זייט פון ים“. איז ער אַרוף און האָט געקוקט און האָט אַ זאָג געטאָן: „אַ′ס′קיין זאַך ניטאָ!“ האָט ער עם געזאָגט: „זיבן מאָל זאָלסטע אַף קאַריק גיין!“ (מד) און צו דער שְׁבִיעִי האָט ער געזאָגט: „אָט אַ וואָלקנדל אַ קליינינקער, ווי אַ האַנט באַ אַ מענטשן, גייט אופעט פונעם וואַסער“. זאָגט ער דעם בחור: „גיי אַרופעט און זאָג ﬡחﬡבן: „שפּאַן איינעט, נידער אַראָפּעט, ס′זאָל אייך ניט פאַרהאַלטן דער רעגן“. (מה) איידער וואָס ווען האָט זיך דער הימל בשעת מעשה פאַרשוואַרצט מיט וואָלקנס און מיט זאַווערוכע. און ס′איז געגאַנגען אַ גרויסער רעגן. האָט זיך אחאב אַרופגעזעצט אַפן פערד און איז אַף יזרעאל געפאָרן.

(מו) איז דער יַד יי באַ ﬡﬥיהון געווען. האָט ער זיך די לענדן אָנגעגורט און איז געלאָפן פאַר אחאבן ביזקל וואַנענט דו קומסט אַריינעט אַף יזרעאל.

≡≡ פּרק יט ≡≡

(א) אַחאָבֿ האָט אִיזֶבֶֿלן אַלציקעדינג דערציילט אַוואָס ס′האָט געטאָן אֵלִיָהוּ, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט דערהרגעט די אַלע נביאים מיט דער שווערד. (ב) האָט איזבל אַ משולח געשיקט אליהון, אַזוי צו זאָגן: „אָטאַזויאָ זאָלן מיר אָפּטאָן די געטער, און אָטאַזויאָ זאָלן זיי צוגעבן — טאָמער אין דער צייט מאָרגן וועל איך אייער לעבן ניט מאַכן אַזוי ווי דעם לעבן פון אַוועלכן ניט איז פון זיי“.

(ג) אָדאָס דערזען, האָט ער זיך אופגעהויבן און איז אַוועק פון זיין לעבן וועגן. ער איז אָנגעקומען אין באר⸗שבע וואָס אין יהודה, און דעם בחור וואָס באַ עם האָט ער אָדאָרטן איבערגעלאָזן. (ד) איז ער אַוועק אין דער מדבר, אַ טאָג אַ מהלך, און איז געקומען און האָט זיך געזעצט אונטער אַ בעזימבוים, און געבעטן באַ זיך ער זאָל שטאַרבן, זאָגנדיק: „גענוג איצטער, אָ יי, נעם זשע מיין לעבן, וויילע איך בין גאָרנישניט בעסער איידער מיינע אבות“.

(ה) ער האָט זיך אַוועקגעלייגט און איז איינגעשלאָפן אונטערן בעזימבוים, און אָט טוט עם אַ מלאך אַ ריר, און זאָגט עם: „שטיי אופעט און עס“. (ו) טוט ער אַ קוק און אָט איז דאָ אַ קוכן אויסגעבאַקן אַף אַן אָנגעהייצטן שטיין און אַ קריגל מיט וואַסער. האָט ער געגעסן און געטרונקען און האָט זיך נאָכאַמאָל אַוועקגעלייגט. (ז) דער מלאך פון גאָט האט זיך אַ צווייטן מאָל אומגעקערט און עם אַ ריר געטאָן, זאָגנדיק: „שטיי אופעט און עס“ וויילע די וועג איז דאָך דיר צו גרויס. (ח) הייבט ער זיך אופעט, און ער האָט געגעסן און געטרונגען און איז מיט אָטאָ דעראָ כח אכילה פערציק טעג און פערציק נעכט געגאַנגען, אַזש ביזן באַרג פון גאָט — חוֹרֵב. (ט) אָדאָרטן קומט ער אָנעט אינעם הייל און טוט אָדאָרטנאָ נאַכטיקן.

און אָט איז דער דבַר יי באַ עם, זאָגנדיק: „אָ אַוואָס איז דיר דאָ אליהו?“ (י) האָט ער געענטפערט:

  • „אייפערדיק אייפער איך פאַר יי אלהי צבאות
  • וויילע דיין ברית פאַרלאָזן האָבן בני ישראל
  • זיי האָבן פאַרחרובט דיינע מזבחות
  • און מיט דער שווערד דערהרגעט דיינע נביאים.
  • בלייבן בלייב איך איינער, אַליין
  • זוכן זיי אויך מיין לעבן אַף לאַטכענען.“

(יא) זאָגט ער עם:

  • „גיי ארויסעט, אַפן באַרג שטעל זיך — פאַר גאָט.
  • און אָט גייט גאָט פאַרביי,
  • און אַ גרויסער ווינט, שטאַרקיש,
  • טוט  פאַר גאָט בערג רייסן, שטיינער שמעטערן.
  • ניט אינעם ווינט איז דאָ גאָט.
  • נאָכן ווינט גייט אַן ערדישע ציטערניש, (יב)
  • ניט אין דער ערדישער ציטערניש איז דאָ גאָט.
  • נאָך דער ערדישער ציטערניש גייט אַ שריפה.
  • ניט אין דער שריפה איז דאָ גאָט.
  • נאָך דער שריפה גייט אַ קוֹל דְּמַמָּה דַקָּה.“

(יג) אָטאָ דאָס דאַהערט, האָט אליהו זיין פּנים אין זיין מאַנטל פאַרוויקלט. ער איז אַרויס און איז געשטאַנען באַם אַריינגאַנג פון הייל. און אָט איז צו עם אַ קול, זאָגנדיק: „אָ אַוואָס איז דיר דאָ אליהו?“ (יד) האָט ער געענטפערט:

  • „אייפערדיק אייפער איך פאַר יי אלהי צבאות
  • וויילע דיין ברית פאַרלאָזן האָבן בני ישראל
  • זיי האָבן פאַרחרובט דיינע מזבחות
  • און מיט דער שווערד דערהרגעט דיינע נביאים.
  • בלייבן בלייב איך איינער, אַליין
  • זוכן זיי אויך מיין לעבן אַף לאַטכענען.“

(טו) האָט עם גאָט געזאָגט: „טאָ גיי, קער זיך אום אין דיינע וועגן, אַף דער מדבר פון דַּמֶּשֶׂק. אַז דו′סט אָנקומען זאָﬥסט זאַﬥבן חֲזָﬡֵﬥן פאַר מלך ﬡיבער ﬡֲרַם, (טז) ﬡון יֵהוּﬡ⸗בֶּן⸗נִמְשִׁין זﬡָﬥסטע זﬡַﬥבן פﬡַר מﬥך ﬡיבער ישרﬡﬥ. ﬡון ﬡֱﬥִישָׁע⸗⸗בֶּן⸗שָׁפָטן פון ﬡָבֵﬥ⸗מְחוֹﬥָה זﬡָﬥסטע זﬡַﬥבן — פﬡַרן נביﬡ ﬡַף דיין ﬡָרט.

(יז) אַזוי′עט זיין: דער וואָס′ט אַנטלאָפן ווערן פון דער שווערד פון חזָאלן, עם וועט יֵהוא טייטן. און דעם אַנטלאָפענעם פון דער שווערד פון יֵהוא וועט אלישע טייטן. (יח) און פון די ישראל וועל איך זיבן טויזנט פּאָר קני איבערלאָזן: דהיינו, די קני וואָס האָבן זיך צום בַעַל ניט געבוקט, און אַיעדער מויל וואָס ט′עם ניט געקושט.“

(יט) איז ער פון אָדאָרטן אַוועקעט. ער האָט שוין געפונען דעם ﬡֱﬥִישָׁע⸗בֶּן⸗שָׁפָט, בעת ער האָט געהאַלטן אין אַקערן. פאַר עם זיינען געווען צוועלף פּאָר אָקסן, און ער אַליין — באַם צוועלפטן, איז אליהו אַריבער צו  ע ם  און האָט אַף עם אַרופגעוואָרפן זיין מאַנטל. (כ) און ער האָט אָפּגעלאָזן די אָקסן און איז געלאָפן נאָך אליהון, זאָגנדיק: „כ′ל נאָר אַ קוש טאָן טאַטע⸗מאַמע און איך גיי נאָך אייך“. זאָגט ער עם: „גיי קער זיך אומעט, אַוואָס האָב איך דיר אָפּגעטאָן?“ (כא) ער האָט זיך פון עם אַוועקגעקערט, און גענומען די פּאָר רינדער זיינע און אָפּגעקוילעט,  און מיט די שפּאַנצייג פון די רינדער האָט זייער פלייש אָפּגעקאָכט און אַלעמען געגעבן, און זיי האָבן געגעסן.

און ער איז נאָך אליהון געגאַנגען, און זיין משרת געווען. 

≡≡ פּרק ﬤ ≡≡

(א) דאַמאָﬥסט האָט בֶּן⸗ﬣֲﬢַﬢ, דער מלך פון אֲרַם, צונויפגעזאַמﬥט אַﬥע זיינע חייﬥות, און דרייסיק⸗צוויי מﬥכים זיינען מיט עם געווען, מיט פערד און רייטוועגענער, און ער איז אַרויס און ער האָט באַﬥאַגערט שׁוֹמְרוֹן, און מיט איר מﬥחמה געפירט. (ב) און ער האָט געשיקט משוﬥחים צו אַחְאָב מﬥך ישראﬥ אין דער שטאָט אַריין, (ג) זאָגנדיק: „אָט אַזוי זאָגט בֶּן⸗הֲדַד: אייער זילבער מיט אייער גאָלד — מיינע זיינען זיי; אן אייערע ווייבער און זין, די  ג ו ט ע  — מיינע זיינען זיי“.

(ד) ﬣאָט דער מלך ישראל געענטפערט, זאָגנדיק: „אַזוי ווי איר זאָגט, מיין האַר דער מלך. איך בין אייערער און ﬡַﬥציקעדינג וואָס באַ מיר“.

(ה) ﬣאָבן זיך אומגעקערט די משוﬥחים, זאָגנדיק: „אָט אַזוי זאָגט  בֶּן⸗הֲﬢַﬢ, אַזוי צו זאָגן: פאַרוואָר, איך האָב אייך געשיקט, אַזוי צו זאָגן: אייער זילבער מיט אייער גאָלד מיט אייערע ווייבער מיט אייערע זין זאָלט איר מיר אַוועקגעבן, (ו) אַזוי אַרום אַז טאָמער מאָרגן אין אָטאָ דער צייט שיק איך מיינע אַרבעטער צו אייך, זיי וועלן אויסזוכן אייער הויז און די הייזער פון אייערע אַרבעטער און ס′עט זיין, אַז אַלציקעדינג וואָס איז אייך אַ מﬡﬤﬥ צו די אויגן וועלן זיי אין זייערע הענט אַריין לייגן און צונעמען“.

(ז) ﬣאָט דער מלך פון ישראל גערופן די אַלע זִקְנֵי אֶרֶץ, ער האָט זיי געזאָגט: „זייט זשע וויסן און זעט זשע, אָט דעראָ וויל אַף שלעכט וועגן. ער האָט דאָך געשיקט אַף מיינע ווייבער מיט די זין מיינע, אַף מיין זילבער מיט מיין גאָלד האָב איך עם קיין זאַך ניט אָפּגעזאָגט“. (ח) האָבן עם די אַלע זקנים, און אַלע פון פאָלק געזאָגט: „ניט הערן, ניט האָרכן!“

(ט) ﬣאָט ער געזאָגט די משוﬥחים פון בֶּן⸗ﬣֲﬢַﬢן: „זאָגט מיין האַר דעם מלך אָדאָס אַלציקעדינג וואָס איר האָט געשיקט אייער געטרייען לﬤתחיﬥﬣ וועל איך טאָן. נאָר וואָדען, אָטאָ דיאָ זאַך וועל איך ניט קענען טאָן“. די משולחים זיינען אַוועק און האָבן עם דעם ענטפער אַוועקגעטראָגן.

(י) ﬣאָט עם בֶּן⸗ﬣֲﬢַﬢ געשיקט אַן ענטפער, אַזוי צו זאָגן: „אָטאַזויאָ זאָלן מיר אָפּטאָן די געטער, און אָטאַזויאָ זאָלן זיי צוגעבן — טאָמער וועט די שטויב וואָס וועט פון שוֹמרוֹן בלייבן קלעקן אַף אַ האַנט אָנצופילן פאַר די גאַנצע מאַסעס וואָס דינען באַ מיינע פיס“.

(יא) ﬣאָט געענטפערט דער מלך פון ישרﬡﬥ, זאָגנדיק: „זאָגט עם: דעראָ וואָס טוט זיך ערשט אָנעט דעם מלחמה⸗גאַרטל דאַרף זיך ניט אויספיינען ווי אָדער וואָס טוט זיך שוין אויסעט!“

(יב) ס′געווען, אַז ער האָט אָטאָ דאָסאָ דאַהערט, און ער האָט געהאַﬥטן אין טרינקען, ער און די מﬥכים וואָס אין די ביידﬥעך, האָט ער זיינע מענטשן געזאָגט: „שטעﬥט זיך“. האָט מען זיך אַף דער שטאָט געשטעﬥט.

(יג) ﬡון ﬡָט גייט צו ﬡיינער ﬡַ נביﬡ צו ﬡחﬡב מﬥך ישרﬡﬥ, און זאָגט עם: „אָט זאָגט יי: זעסט אָטאָ דעם ריזיקן ﬣמון? אָט גיב איך זיי אָפּעט אין דיין ﬣאַנט, און וועסט וויסן, אַז איך בין גאָט“. (יד) פרעגט באַ עם אחאב: „דורך וועמען“? זאָגט ער עם: „דורך די יונגעלייט וואָס באַ די שָׂרֵי מדינות“. פרעגט ער: „ווער זאָל פאַנאַנדערלאָזן די מﬥחמה?“ ענטפערט ער: „איר!“.

(טו) ﬣאָט אחאב אופגעציילט די יונגעלייט וואָס באַ די  שָׂרֵי מדינות. זיי זיינען געווען צוויי ﬣונדערט דרייסיק⸗צוויי, און נאָך זיי האָט ער אופגעציילט אַלעמען פון גאַנץ בני ישרﬡﬥ — זיבן טויזנט. (טז) אַרויס זיינען זיי מיטאָג צייט, און בֶּן⸗ﬣֲﬢַﬢ טרינקט זיך בשעת מעשﬣ אָנעט שיכורערﬣייט אין די ביידלעך, ער אינאיינעם מיט די דרייסיק⸗צוויי מלכים וואָס העלפן עם אונטער. (יז) די יונגעלייט וואָס באַ די  שָׂרֵי מדינות זיינען אַרויס צוערשט. האָט מען געשיקט בֶּן⸗ﬣֲﬢַﬢן און מ′האָט עם געזאָגט, אַזוי צו זאָגן: מענטשן גייען פון שוֹמרוֹן אַרויס. (יח) האָט ער געהייסן: „אויבע זיי זיינען אַף שלום אַרויס, כאַפּט זיי לעבעדיקערﬣייט. אויבע אַף מלחמה זיינען זיי אַרויס, איז כאַפּט זיי סיי ווי לעבעדיקערﬣייט.

(יט) אָט וועלכע זיינען פון שטאָט אַרויס: די יונגעלייט וואָס באַ די שרי המדינוﬨ און די חיילוﬨ וואָס נאָך זיי. (כ) איטלעכער פון זיי האָט אַוועקגעשלאָגן דעם וואָס עם אַקעגן. די אַראַמער זיינען אַנטלאָפן און די ישראלים זיינען זיי נאָכגעלאָפן. און בֶּן⸗הֲﬢַﬢ דער מﬥך פון אֲרַם האָט פּליטה געמאַכט אַף אַ פערד און מיט עם רייטער. (כא) איז דער מﬥך פון ישראל אַרויס און האָט געגעבן קלעפּ פערד מיט רייטוועגענער און האָט געגעבן די אַראַמער אַ גרויסע מכה.

(כב) איז דער נביא צוגעגאַנגען צום מﬥך פון ישראﬥ און עם געזאָגט: „גייט, שטאַרקט זיך. זייט וויסן און טוט זען וואָס איר′ט מאַכן, וויילע איצטערטאָ איבעראַיאָר, וועט דער מלך פון אֲרַם אַף אייך אַרויס“.

(כג) בעת מעשה האָבן די אַרבעטער פאַרן מלך פון אֲרַם עם געזאָגט: „זייער גאָט איז דער גאָט פון די בערג, דרום האָבן זיי אונדז איבערגעשטאַרקט. איז ﬥאָמיר מיט זיי מﬥחמה האַﬥטן אַף דער פﬥאַכעניש — אויבע מיר וועﬥן זיי ניט איבערשטאַרקן! און אויך אָט וואָס טוט: נעמט אַראָפּעט די אַלע מלכים איטלעכער פון זיין מעמד און שטעלט אַף זייער אָרט באַאַמטיקע. (כה) דאַמאָלסט זאָלט איר זיך אופציילן חיילוﬨ אַזויפל ווי עס זיינען באַ אייך  אַראָפּגעפאַלן, אַ פערד אַף אַ פערד, אַ רייטוואָגן אַף אַ רייטוואָגן, און מיר וועלן מלחמה האַלטן מיט זיי אַף דער פלאַכעניש — אויבע מיר וועלן זיי ניט איבערשטאַרקן!

האָט ער זיך צוגעהערט צו זיין קול און האָט אָטאַזויאָ געטאָן. (כו) און ס′געווען, דאַמאָﬥסטאָ איבעראַיאָר, און בֶּן⸗הֲﬢַﬢ האָט גענומען אופצייﬥן די אַראַמער, און ער איז אַרויס אין אֲפֵק אַף דער מלחמה מיט ישרﬡﬥ. (כז) די בני ישרﬡﬥ ווידער זיינען בעת מעשה געווען אופגעציילט און באַזאָרגט, און זיינען אַרויס אַקעגן זיי, און זיי, די בני ישרﬡﬥ, האָבן מחנה געשטעלט אַקעגן זיי, אַזוי ווי ס′זעען זיך צוויי טשערעדעס מיט ציגן.

נאָר וואָס, די אַראַמער האָבן אָנגעפילט די ﬥאַנד. (כח) דאַמאָלסט איז דער איש אלהים צוגעקומען צום מלך פון ישראל, זאָגנדיק: „אָט אַזוי זאָגט יי: מחמﬨ דעם וואָס די אַראַמער האָבן געזאָגט אַז יי איז גאָט פון די בערג און קיין גאָט פון די טאָלן איז ער ניט, וועל איך אָטאָ דעם גאַנצן המון דיר אָפּגעבן אין דיין האַנט אַריין. און איר וועט וויסן אַז איך בין יי!“

(כט) זיי האָבן זיבן טעג מחנה געהאַלטן איינער אַקעגנאיבער דעם אַנדערן. און ס′געווען אין זיבעטן טאָג אַז ס′האָט זיך צוגעטראָפן די מלחמה האָבן די בני ישראﬥ געשלאָגן די אַראַמער: הונדערט טויזנט פוס⸗חיילים אין אַן איינציקן טאָג. (ל) די געבליבענע זיינען  אַנטלאָפן אין אֲפֵק אין שטאָט אַריין. איז די שטאָט⸗וואַנט געפאַלן אַף צוואַנציק⸗זיבן טויזנט געבליבענע מענער. און בֶּן⸗הֲﬢַﬢ איז אַנטלאָפן, און איז אַריינגעקומען אין שטאָט אַריין אין אַ צימער, אַ פאַרבאָרגענעם, איינעם אינעם צווייטן. (לא) זאָגן עם זיינע אַרבעטער: „אָט האָבן מיר דאָך געהערט אַז די מלכים פון ביﬨ ישראל זיינען דאָך מלכי חסד, לאָמיר זיך אָנגאַרטלען זעק אָן די לענדן און שטריק אַפן קאָפ לייגן, און מיר וועלן אַרויס צום מלך פון ישרﬡﬥ. אפשר וועט ער אייך באַם לעבן לאָזן. (לב) האָבן זיי זיך אָנגעגאַרטלט זאַק אַף די לענדן און שטריק אַפן קאָפּ און זיינען געקומען צום מלך ישרﬡﬥ, און זיי האָבן געזאָגט: „אייער באַדינער בֶּן⸗הֲﬢַﬢ  זאָגט: ,לאָזט זשע מיר דען באַם לעבןʻ.“

האָט ער געענטפערט: „ער לעבט נאָך? ער איז מיין ברודער!“ (לג) האָבן זיי דאָס געפּרואווט אופכאַפּן באַ עם ווי אַ פאַרכישופטן סימן. האָבן זיי אויך געזאָגט: „בֶּן⸗הֲﬢַﬢ איז אייער ברודער!“.

זאָגט ער זיי: „גייט זשע און ברענגט עם“. איז ער צו עם אַרויס און מען האָט עם אַרופגעפירט אַף דער קאַרעטע. האָט ער, בֶּן⸗הֲﬢַﬢ, (לד) עם געזאָגט: „די שטעט וואָס מיין טאַטע האָט צוגענומען באַ אייער טאַטן וועל איך אומקערן, און מאַרק⸗גאַסן וועט איר זיך אין דמשק מאַכן אַזויאָ ווי דער טאַטע מיינער האָט אין שוֹמרוֹן געמאַכט.

„און איך וועל אייך אינעם ברית באַפרייען“. האָט ער עם כורﬨ בריﬨ געווען און האָט עם פרייגעשיקט.

(לה) איינער אַ מענטש פון די בני הנביאים האָט זיין חבר אַ זאָג געטאָן: „לויט אַ דְּבַר יי שלאָג זשע מיר!“ האָט זיך אָבער דער מענטש אָפּגעזאָגט עם שלאָגן. (לו) האָט ער עם געזאָגט: „מחמﬨ דעם וואָס דו האָסט ניט געהאָרכט דעם קול יי, גיי זשע און טראָג זיך פון מיר אָפּעט. אַ לייב וועט דיר שלאָגן“. איז ער פון זיין באַ עם אַוועקעט. דער לייב האָט עם געפונען און געשלאָגן.

(לז) האָט ער געפונען אַן אַנדער מענטש, זאָגט ער עם: „שלאָגט זשע מיר“. האָט עם דער מענטש געשלאָגן, ריכטיק צעבלוטיקט. (לח) איז דער נביא געגאַנגען און אָפּגעוואַרט באַם וועג דעם מלך, פאַרשטעלטערהייט — מיט אַ דעקונג אַף די אויגן. (לט) און ס′געווען, דער מלך גייט פאַרביי און ער טוט אַ שריי צום מלך, זאָגנדיק: „אייער געטרייער איז אַרויס אין שלאַכט פון דער מלחמה. און אָט אַ מאַן קערט זיך צו מיר און ברענגט מיר איינעם אַ מאַן, זאָגנדיק ,איר זאָלט היטן אָט דעם מאַן! טאָמער פאַרפאַלן וועט ער פאַרפאַלן ווערן וועט זיין אייער לעבן פאַר זיין ﬥעבן, אָדער איר′ט אָפּוועגן אַ כִּכַּר⸗מאָס זילבערʻ. (מ) און ס′געווען, אייער געטרייער טוט וואָס דאָ און טוט וואָס אָדאָרטן, און יענער איז ניטאָ!“

האָט דער מלך פון ישרﬡﬥ עם געזאָגט: „ איר′ט דאָך אַליין שוין געפּסקנט!“

(מא) האָט ער פּלוצלונג אַראָפּגענומען די דעקונג פון איבער די אויגן. און דער מלך פון ישרﬡﬥ האָט עם אַזש דערקענט, אַז איינער פון די נביאים איז ער. זאָגט ער עם: „אָט אַזוי זאָגט גאָט: ,מחמת דעם וואָס דו האָסט פון האַנט אַרויס פרייגעשיקט דעם וועמען איך האָב מחרים געווען, וועט דיין ﬥעבן זיין אַפן אָרט פון זיין ﬥעבן, און דיין פאָﬥק אַפן אָרט פון זיינעםʻ.“

(מב) איז דער מﬥך פון ישרﬡﬥ אַוועק אין וועג פון זיין הויז, אַ צעטראָגענער און צעגרימצאָרנטער.

ﬡון ער ﬡיז ﬡָנגעקומען ﬡין שוֹמרוֹן.

≡≡ פּרק ﬤﬡ ≡≡

(א) נﬡָך דעם אַﬥעמען ﬡיז געווען אָט ﬡַזוי: אַ וויינגאָרטן איז געווען באַ נָבֿוֹﬨ דעﬦ יזרעאלער. און אין יזרעﬡל איז דאָס גראָד געווען האַרט באַﬦ פּאַלאַץ פון אַחאָב מלך שׁוֹמרוֹן.

(ב) האָט אַחאָב מיט נָבוֹﬨן גערעדט, אַזוי צו זאָגן: „גיט מיר אָפּעט, זייט אַזוי גוט, אייער וויינגאָרטן, ער וועט מיר זיין פאַר אַ גרינסן⸗גאָרטן, ער איז דאָך האַרט באַ מיין הויז. איך וועל אייך געבן פאַרדערפאַר אַ וויינגאָרטן אַ בעסערן פון עם. נאָר אויבע אין אייערע אויגן איז בעסער וועל איך אייך אָפּצאָלן דעם מקח מיט געלט“. (ג) האָט נָבוֹﬨ געזאָגט אחאבן: „חﬥיﬥה, פון יי איז מיר פאַרווערט איך זאָל אייך אָפּגעבן די נחﬥﬣ פון מיינע אבות“. (ד) איז אחאב אַהיימגעקומען אַ צעטראָגענער און אַ צעגרימצאָרנטער איבערן שמועס מיט נָבוֹﬨ דעם יזרעאלער, אַלמאַי ער האָט עם געזאָגט: „איך גיב אייך ניט אָפּעט די נחﬥﬣ פון מיינע ﬡבוﬨ“. ער איז באַ זיך אין בעט געלעגן, ער האָט אַוועקגעקערט דעם פּנים און האָט ניט געוועלט עסן קיין ברויט.

(ה) איז צו עם אַריין ﬡִיזֶבֶﬥ זיין ווייב, טוט זי עם אַ זאָג: „וואָס פאַראַ מרה שחורה איז דאָס באַ דיר אַז דו עסט ניט קיין ברויט, אַ?“ (ו) רעדט ער מיט איר: „אַז איך האָב גערעדט מיט נָבוֹﬨ דעם יזרעאלער, און כ′האָב עם געזאָגט: גיט מיר אייער וויינגאָרטן פאַר געלט, אָדער טאָמער ווילט איר וועל איך אייך געבן אַ וויינגאָרטן אַף זיין אָרט, זאָגט ער מיר: ,איך גיב אייך ניט אָפּעט מיין וויינגאָרטןʻ.“

(ז) זאָגט עם ﬡִיזֶבֶﬥ זיין ווייב: „דו′עסט דען איצטערטאָ מאַכן אַ מלוכﬣ איבער ישראל? שטיי אופעט, עס ברויט, און אַפן ﬣאַרצן וועט גוט זיין. איך וועל דיר געבן דעם וויינגאָרטן פון דעם נָבוֹﬨ פון יזרעאל“. (ח) האָט זי גענומען אָנשרייבן בריוו אין אחאבס נאָמען, פאַרזיגלט מיט זיין זיגל, און די בריוו געשיקט צו די זִקְנֵי הָעִיר מיט די פּני וואָס באַ עם אין שטאָט⸗טייל, וואָס וואוינען לעבן נָבוֹﬨן. (ט) אין די בריוו האָט זי געשריבן, אַזוי צו זאָגן: „אַ ﬨעניﬨ רופט אַרויס! פאַרן עולﬦ אויבנאָן שטעלט אַוועקעט נָבוֹﬨן. (י) און שטעלט צוויי נידערטרעכטיקע יונגען אַקעגן עם, און זיי וועלן עדות זיין, אַזוי צו זאָגן: „איר האָט געשאָלטן גאָט מיטן מלך! און נעמט עם אַרויסעט, פאַרשטיינערט עם ער זאָל שטאַרבן“.

(יא) האָבן זיינע שטאָטלייט די זקנים מיט די פּני, וואָס וואוינען לעבן עם אין שטאָט, געטאָן אָט אַזויאָ ווי אִיזֶבֶל האָט זיי אָנגעשיקט. (יב) זיי האָבן אַרויסגערופן אַ ﬨעניﬨ און געשטעלט נבוֹﬨן אויבנאָן. (יג) זיינען אָנגעקומען צוויי נידערטרעכטיקע יונגען און זיך אַוועקגעזעצט אַקעגן עם. און די צוויי נידערטרעכטיקע יונגען האָבן עדוﬨ געזאָגט אַף עם אַקעגן דעם פאָלק, אַזוי צו זאָגן: „נָבוֹﬨ האָט געשאָלטן גאָט מיטן מלך“. האָט מען עם אַרויסגעפירט אויסערן שטאָט, מען האָט עם פאַרוואָרפן מיט שטיינער, און ער איז געשטאָרבן“. (יד) און ﬡִיזֶבֶﬥן האָבן זיי געשיקט די ידיעה, אַזוי צו זאָגן: „נָבוֹﬨ איז פאַרשטיינערט, ער איז אַ טויטער“.

(טו) אַז ס′האָט ﬡִיזֶבֶﬥ דאַהערט אַז נָבוֹﬨ איז פאַרשטיינערט געוואָרן און איז אַ טויטער, האָט זי אַחאָבן געזאָגט: „איז הייב זאַך אופעט, יַרשע אָפּעט דעם וויינגאָרטן פון נָבוֹﬨ דעם יזרעאלער וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט דיר אָפּגעבן פאַר געלט. נָבוֹﬨ לעבט שוין ניט, וויילע ער איז געשטאָרבן“.

(טז) אַז אַחאָב ﬣאָט דאַﬣערט אַז נָבוֹﬨ איז געשטאָרבן, האָט ער זיך אופגעﬣויבן, אַחאָב, אַראָפּגיין צום וויינגאָרטן פון נָבוֹﬨ דעם יזרעאלי עם אָפּיַרשענען.

(יז) און ס′געווען דער דְּבַר יי באַ אֵלִיָהוּ⸗הַתִּשְׁבּין, אַזוי צו זאָגן: (יח) „ﬣייב זאַך אופעט און גיי אַראָפּעט צו אַחאָב מלך ישראל וואָס אין שׁוֹמרוֹן, אָט איז ער באַ נָבוֹﬨן אין וויינגאָרטן, ער איז דאָרטן אַראָפּגעגאַנגען בכדי עם אָפּיַרשענען. איז זאָלסטע מיט עם ריידן, אַזוי צו זאָגן: ,אָט אַזוי זאָגט יי: האָסט גערצחנט און אויכעט געיַרשנט? ʻ(יט) און זאָלסט מיט עם ריידן, אַזוי צו זאָגן: ,אָט אַזוי זאָגט יי: אַפן זעלביקן אָרט וואו די הינט האָבן זיך אָנגעלעקט מיט די בלוט פון נָבוֹﬨן וועלן זיך די הינט אָנלעקן מיט דיין בלוט אויכעט“.

(כ) טוט אַחאָב אַ זאָג אֵלִיָהון: „איר′ט מיר געפּאַקט, שונא מיינער?“

ענטפערט ער עם: „געפּאַקט. מחמﬨ דעם וואָס איר האָט זיך פאַרקויפט, אָפּטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון יי — (כא) ,אָט גיי איך אַרופברענגען אַף דיר אומגליק, איך וועל נאָך דיר אויסברענען די הויזגעזינד, אָפּהאַקן פון אַחאָב אַיעדן וואַנט⸗פּישער — ביזקל דעם אַפּאָפּלעקסעטן און דעם אָפּגעשטויסענעם — פון ישראל. (כב) ,און דיין ﬣויזגעזינד וועל איך געבן אַזוי ווי פון בֵּיﬨ יְרָבְעָם⸗בֶּן⸗נְבָט און אַזוי ווי בֵּיﬨ בַּעַשָׁא⸗בן⸗אֲחִיָּﬣ, איבערן כעס וואָס דו האָסט מיר באַכַּעסט, און באַזינדיקט ישראלʻ.“

(כג) און אַף אִיזֶבֶל האָט יי אויך גערעדט, אַזוי צו זאָגן: „די הינט וועלן אופפרעסן ﬡִיזֶבֶﬥן אַף אָטאָ דעם שטיק לאַנד פון יזרעﬡﬥ. (כד) דער וואָס שטאַרבט פון די אַחאָבער אין שטאָט וועלן די הינט אופפרעסן. און דער וואָס′ט אין פעלד שטאַרבן וועלן עסן די פייגל פון הימל“. (כה) ס′איז פאָרט ניט געווען אַזאַ איינער ווי אַחאָב וואָס ﬣאָט זיך פאַרקויפט אָפּטאָן אָדאָס וואָס ס′שלעכט אין די אויגן פון גאָט, אַוואָס ס′האָט עם אָנגעדרודלט ﬡִיזֶבֶﬥ זיין ווייב.  (כו) און וויפל ער ﬣאָט זיך פאַרﬡומווערדיקט גייענדיק נאָך די פּסילים, אָט אַזוי ווי די אֱמוֹרים וואָס גאָט ﬣאָט אַנטיַרשעט פון די בני ישרﬡﬥ וועגן.

(כז) איז געווען אַזוי: אַז אַחאָב האָט אָטאָ די זאַﬤן דאַﬣערט האָט ער זיך צעריסן די קליידער, ﬣאָט באַדעקט זיין לייב מיט זאַק. ער האָט געפאַסט, איז געלעגן אין זאַק און איז אַרומגעגאַנגען אַ פאַרשטומטער.

(כח) איז געווען דער דְּבַר יי באַ ﬡֵﬥִיָהוּ⸗הַתִּשְׁבִּין, אַזוי צו זאָגן: (כט) „האָסט געזען ווי דער אַחאָב איז אונטערטעניק געוואָרן פון פאַר מיר? מחמﬨ דעם וואָס ער האָט זיך פאַר מיר אונטערטעניקט, וועל איך ניט אָנברענגען די קﬥﬥה אין זיינע יאָרן.

נﬡָר ווﬡָדען, ﬡין די יﬡָרן פון זיין זון וועﬥ איך די קﬥﬥה ברענגען ﬡַף זיין ﬣויזגעזינﬢ“.

≡≡ פּרק ﬤב ≡≡

(א) דריי יאָר איז מען באַ זיך אין דער היים געזעסן. ניט געווען קיין מﬥחמה צווישן ﬡֲרַם און צווישן ישרﬡﬥ. (ב) איז אָבער געווען אין דריטן יאָר, אַז:

יְהוֹשָׁפָט דער מﬥך פון יהוﬢה איז אַראָפּ צום מﬥך פון ישרﬡל —

(ג) און דער מﬥך פון ישרﬡﬥ האָט זיינע אַרבעטער געזאָגט: איר ווייסט דען אַז רָמוֹﬨ גִּלְעָד געהערט  א ו נ ד ז,  נאָר וואָס, מיר שווייגן עפּעס אונטער מכח אָפּנעמען באַם מﬥך פון אֲרַם…

(ד) איז טוט ער אַ פרעג יְהוֹשָׁפָטן: „דו′עסט מיט מיר ﬡינﬡיינעם גיין אַף מﬥחמה אין רָמוֹת גִּלְעָד?“ זאָגט יְהוֹשָׁפָט דעם מﬥך פון ישרﬡﬥ: „אַזוי איך — אַזוי דו. אַזוי מיין פאָﬥק — אַזוי דיין פאָﬥק. אַזוי מיינע פערד — אַזוי דיינע פערד“.

(ה) האָט פונדעסטוועגן צוגעגעבן יְהוֹשָׁפָט צום מﬥך פון ישרﬡל: „פאָרש זשע באַם היינטיקן טאָג אויסעט דעם דְּבַר יי דערוועגן“.

(ו) האָט דער מﬥך פון ישרﬡﬥ צונויפגעקליבן די נביﬡים, אַ מאַן פיר הונﬢערט. פרעגט ער באַ זיי: „זאָל איך אַרויסגיין אַף רָמוֹﬨ גִּלְעָד צו מלחמה, צי זאָל איך אָפּלאָזן? זאָגן זיי עם: „גייט אַרופעט, און גאָט וועט געבן אין האַנט פונעם מלך!“

(ז) האָט פונדעסטוועגן צוגעגעבן יְהוֹשָׁפָט: „צי אי′ דאָ ניטאָ מער קיין נביﬡ פון יי באַ וועמען מיר קענען דאָס פאָרשן?“

(ח) האָט דער מﬥך פון ישראﬥ יְהוֹשָׁפָטן געזאָגט: „נאָך פאַראַן ﬡיינער אַ מענטש, וואָס מ′קען באַ עם פאָרשן באַ יי, נאָר איך האָב עם פיינט ווייל ער′ט ניט זאָגן אַף מיר קיין גוטע נביאוﬨ, בלויז שלעכטע: מִיﬤָיְהוּ⸗בֶּן⸗יִמְלָא“.

האָט פונדעסטוועגן צוגעגעבן יְהוֹשָׁפָט: „זאָל דער מלך ניט זאָגן אַזוי“.

(ט) האָט דער מלך פון ישראל צוגערופן איינעם אַ סָריס, זאָגנדיק: „גיכער! ברענגט מִיﬤָיְהוּ⸗בֶּן⸗יִמְלָאן“.

(י) דער מלך פון ישרﬡל און יְהוֹשָׁפָט דער מﬥך פון יהודה זיצן זיך אַזוי, ﬡיטלעכער אַף זיין טראָן, אין זייערע בגדיﬦ, אַפן דרעש⸗בריק האַרט באַﬦ שַׁעַר שׁוֹמְרוֹן, און די אַלע נביאיﬦ זיינען זיך פאַר זיי מִתְנַבּא.  (יא) איינער אַ צִדְקִיָּה⸗בֶּן⸗כְּנַעֲנָה האָט זיך געמאַכט אייזערנע הערנער, זאָגנדיק: „מיט אָטאָ דיאָ וועט איר שטויסן דעם אֲרַם ביזקל פון זיי ווערט אַ תל“. (יב) און אַף דעם שטייגער האָבן די אַלע נביאיﬦ זיך מִתְנַבּא געווען, אַזוי צו זאָגן: „גייט אַרופעט אַף רָמוֹﬨ גִּלְעָד און זייט מצליח! גאָט וועט געבן אין האַנט פונעﬦ מלך“.

(יג) בשעת מעשה האָט דער משולח וואָס איז געגאַנגען צו מִיﬤָיְהוּן גערעדט מיט עם, אַזוי צו זאָגן: „אָט טוט אַ קוק! די דיבורים פון די נביאים צום מﬥך זיינען בפּה אחד צום גוטן, טאָ זאָלן אייערע רייד זיין אָט אַזוי ווי די ווערטער פון איינעם פון זיי, רעדט זשע צום גוטן“. (יד) האָט עם געענטפערט מִיﬤָיְהוּ: „ווי ס′ﬥעבט יי, אָט אַזויאָ וועל איך אָדאָס וואָס גאָט וועט מיר זאָגן — אָטאָ דאָסאָ וועל איך ריידן“.

(טו) אַז ער איז אָנגעקומען צום מﬥך האָט עם דער מלך געזאָגט: „מִיﬤָיְהוּ! צי זאָלן מיר גיין אַף רָמוֹת גִּלְעָד צו מלחמה צי בעסער אָפּלאָזן?“ האָט ער עﬦ געזאָגט: „גייט אַרופעט און זייט מצליח! גאָט וועט געבן אין האַנט פונעﬦ מלך“.

(טז) זאָגט עﬦ דער מלך: „שוין וויפל מאָל פאָדער איך פון אייך אַ שבועה איר זאָלט מיר קיין זאַך ניט זאָגן אַחוץ דעם ﬡמﬨ אין נאָמען פון יי?“

(יז) האָט ער געזאָגט: „איז — גאַנץ ישרﬡל האָב איך געזען צעוואָרפן איבער די בערג ווי שעפּסן וואָס באַ זיי איז קיין פּאַסטעך ניטאָ. אָט אַזויאָ זאָגט גאָט: אָטאָ דיאָ האָבן ניט קיין באַלעבאַטיﬦ. טאָ זאָל זיך איטלעכער אומקערן בשלום אַהיים“.

(יח) האָט דער מלך פון ישראל אַ זאָג געטאָן יְהוֹשָׁפָטן: „נו, ﬤ′האָ′ דאָך דיר געזאָגט, אַז ער וועט ניט זאָגן אַף מיר קיין גוטע נביאות, בﬥויז שﬥעכטע“.

(יט) האָט ער עם צוגעגעבן: „ﬢרוﬦ הערט זשע דעם דְּבַר יי: איך האָב געזען גאָט, ער זיצט אַף זיין טראָן, און די גאַנצע צבאוﬨ פון הימל שטייען פאַר עם, פון זיין רעכטער זייט און פון זיין לינקער זייט (כ) און גאָט טוט אַ פרעג: ,ווער זשע וועט פאַרנאַרן אַחאָבן ער זאָל אַף מלחמה אַרויס, ער זאָל פאַלן אין רָמוֹת גִּלְעָד?ʻ און ﬡיינער ענטפערט אַז אָט אַזויאָ און אַן אַנדערער אַז — אָט אַזויאָ. (כא) איז אַרויס דער רוח און האָט זיך אַוועקגעשטעלט פאַר גאָט, זאָגנדיק: ,איך וועל עם פאַרנאַרן!ʻ האָט עם גאָט אַ פרעג געטאָן: ,מיט וואָס?ʻ (כב) זאָגט ער: ,ﬤ′ל אַרויס און ﬤ′ל אַ רוח שקר זיין אין מויל פון די אַלע נביאימלעך זיינע!ʻ זאָגט עם גאָט: ,באַווייזט און נאַרט אָפּעט! ﬡﬢרבﬡ!ʻ (כג) איז איצטערטאָ האָט דאָך גאָט געגעבן אַ רוח שקר אין מויל פון אַלע אייערע נביﬡימﬥעך, די דאָזיקע. גאָט אָבער האָט גערעדט אַף אייך צום שלעכטן“.

(כד) איז צו מִיﬤָיְהוּן צוגעגאַנגען צִדְקִיָּה⸗בֶּן⸗כְּנַעֲנָה און עם אַ כמאַﬥע אין באַק אַריין דאַלאַנגט, זאָגנדיק: „איז ווי אַזוי זשע איז דער רוח יי אַריבערגעגאַנגען פון מיר צו ריידן גאָר מיט דיר, אַ?“ (כה) האָט עם געזאָגט מִיﬤָיְהוּ: „דאָס ′עסטע שוין געוואָר ווערן דאַמאָלסט אין טאָג ווען וועסן אָנקומען אין אַ צימער באַהאַלטן אין אַ צווייטן צימער בכדי זיך אויסבאַהאַלטן“.

(כו) האָט דער מלך פון ישרﬡל אַ זאָג געטאָן: „נעמט עם, מִיﬤָיְהוּן, און גיט עם איבער  אָמוֹנען, דעם הויפּט פון שטאָט, און יוֹאָשׁן דעם מלכס זון. (כז) זאָגט אָנעט: „אָט אַזוי אָ זאָגט דער מלך: דעם אָ לייגט אַריינעט אין ﬨפיסה, און שפּייזט עם מיט קאַרגע ברויט און קאַרגע וואַסער ביזקל וואַנענט איך וועל ניט אָנקומען בשלום“.

(כח) האָט מִיﬤָיְהוּ געזאָגט: „אויבע אומקערן ט′איר זיך אומקערן וועט הייסן אַז יי האָט ניט גערעדט דורך מיר — הערט זשע, אַלע פעלקער!“

(כט) איז אַרויס דער מﬥך פון ישרﬡﬥ, מיט יְהוֹשָׁפָט מﬥך פון יהודה, אַף רָמוֹת גִּלְעָד. (ל) זאָגט דער מﬥך פון ישרﬡﬥ יְהוֹשָׁפָטן: „פאַרשטעלן זיך [וועל איך] און קומען אַף דער מלחמה. און דו גיי אָנגעטאָן אין דיינע בגדיﬦ“. האָט זיך דער מלך פון ישראל פאַרשטעלט און איז געקומען אַף דער מלחמה.

(לא) דער מלך פון אֲרַﬦ האָט געהייסן די קאַפּיטאַנען פון די רייטוועגענער וואָס באַ עﬦ, דרייסיק⸗צוויי, אַזוי צו זאָגן: „מﬥחמהוועט ניט מיט קיין קליינע און ניט מיט קיין גרויסע נאָר וואָדען מיטן מלך ישראﬥ גופא“. (לב) איז געווען, באַﬦ דערזען יְהוֹשָׁפָטן האָבן די קאַפּיטאַנען פון די רייטוועגענער געטאָן זאָגן: „אָט איז דאָך דער מלך פון ישראל!“ און זיי האָבן זיך געקערט אין זיין זייט אַף מלחמהווען, האָט יְהוֹשָׁפָט אַ שריי געטאָן, (לג) איז געווען, אַז די קאַפּיטאַנען פון די רייטוועגענער האָבן דערזען, אַז ניט דער מלך פון ישראל איז דאָס, האָבן זיי זיך פון עם צוריקגעצויגן. (לד) בעת מעשה האָט איינער אַ מאַן אָנגעצויגן זיין פיילנבויגן סﬨﬦ ﬡַזוי. ער האָט געטראָפן דעם מﬥך פון ישרﬡﬥ צווישן די רינגﬥשיפּן פון פּאַנצער. האָט ער דעם וואָס פירט דעם וואָגן געזאָגט: „אַף קאַריק מיט די הענט! פירט מיר אַרויסעט פון מחנה וויילע איך בין פאַרווﬡונדעט“.

(לה) די מﬥחמה האָט זיך אין אָט דעם טאָג פאַנאַנדערגעפלאַקערט, און דעם מלך האָט מען אופגעשטעלט שטייענדיקערהייט אינעם רייטוואָגן אַקעגנאיבער די אַראַמער. ער איז געשטאָרבן אין אָוונט, און די בﬥוט פונעם ווﬡונﬢ האָט זיך אַראָפּגעגאָסן אַפן בריק פון רייטוואָגן. (לו) און דער אויסרוף איז אַריבער אין מחנה צו דער שקיעה, אַזוי צו זאָגן: „אַיעדער אין זיין שטאָט און אין זיין ﬥאַנﬢ!“

(לז) דער מﬥך איז געשטאָרבן און איז אָנגעקומען אין שׁוֹמְרוֹן. מ′האָט מקבר געווען דעם מלך אין שׁוֹמְרוֹן. (לח) דעם רייטוואָגן האָט מען אויסגעשווענקט באַﬦ שׁוֹמְרוֹנער וואַסער⸗קאַסטן. האָבן די הינט אָפּגעﬥעקט זיין בﬥוט און די קורוועס האָבן זיך אין דעריין אָפּגעוואַשן, לויטן דְּבַר יי וואָס ער האָט געזאָגט.

(לט) ﬡון די ﬡיבעריקע זאַכן וועגן אַחאָבן, און אַﬥציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, און די הויז פון עלפנביין וואָס ער האָט אויסגעבויט, און די אַלע שטעט וואָס ער האָט אופגעבויט, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“?

(מ) און אַחאָב איז געלעגן מיט זיינע אבוﬨ און ס′האָט זיין זון אֲחַזְיהוּ אַף זיין אָרט געקיניגט.

(מא) יְהוֹשָׁפָט דער זון פון אָסָאן האָט גענומען קיניגן איבער יהודה אין פערטן יאָר פון אַחאָב מלך ישראﬥ. יְהוֹשָׁפָטן איז געווען דרייסיק⸗פינף יאָר אַז ער האָט גענומען קיניגן. צוואַנציק⸗פינף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים, און די מאַמע באַ עם האָט געהייסן עֲזוּבָה די טאָכטער פון שִׁלְחִי. (מג) און ער איז געגאַנגען אין איטלעכן וועג פון אָסאָ זיין טאַטן, ער האָט זיך פונדערפון ניט אַוועקגעקערט, אַף צו טאָן אָדאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין די אויגן פון גאָט. (מד) בלויז די בָמוﬨ האָט מען ניט אַראָפּגענומען, דער פאָלק האָט ווייטער קרבנות געבראַכט און געברענט אַף די במוﬨ. (מה) און יְהוֹשָׁפָט איז איינגעגאַנגען אַף שלום מיטן מלך פון ישראל.

(מו) און די איבעריקע זאַכן וועגן יְהוֹשָׁפָטן, און זיין גבורה וואָס ער האָט באַוויזן און וואָס ער האָט געמלחמהוועט, זיינען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (מז) און די געבליבענע מענער⸗הורן וואָס זיינען געבליבן פון די טעג פון ﬡָסָﬡ זיין טאַטן האָט ער אַרויסגעטריבן פון לאַנד.

(מח) אין אֱדוֹם איז קיין מלך ﬢאַמאָלסט ניט געווען. אַ ממונה האָט געקיניגט.

(מט) יְהוֹשָׁפָט האָט תַּרְשִׁישׁ⸗שיפן געמאַכט אַף אָנקומען אין אוֹפיר נאָך גאָﬥד. ער איז אָבער ניט דערגאַנגען וויילע די שיפן האָבן זיך צעבראָכן אין עֶצְיוֹן גֶּבֶר. (נ) דאַמאָלסט האָט אֲחַזְיָהוּ דער זון פון אַחאָב געזאָגט יְהוֹשָׁפָטן: זאָלן גיין מיינע אַרבעטער מיט אייערע אין די שיפן, יְהוֹשָׁפָט האָט אָבער ניט געוועלט.

(נא) און יְהוֹשָׁפָט איז געלעגן מיט זיינע ﬡבוﬨ און איז צו קבורה געבראַכט מיט זיינע ﬡבוﬨ אינעם עיר דוד, זיין פאָטער, און זיין זון יְהוֹרָם האָט געקיניגט אַף זיין אָרט.

(נב) אֲחַזְיָהוּ דער זון פון אַחאָב האָט גענומען קיניגן איבער ישראﬥ אין שׁוֹמְרוֹן אין זיבעצעטן יאָר פון יְהוֹשָׁפָט מלך יהודה, און ער האָט געקיניגט איבער ישראﬥ צוויי יאָר. (נג) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט און איז געגאַנגען אין וועג פון זיין טאַטן און אין וועג פון זיין מאַמען און אין וועג פון יְרָבְעָﬦ⸗בֶּן⸗נְבָט וואָס האָט באַזינדיקט ישרﬡﬥ. (נד) און ער האָט געדינט דעם בַּעַל און האָט זיך צו עם צוגעבוקט און פאַרכַּעַסט יי גאָט פון ישרﬡﬥ, ﬡָט ﬡַזויאָ ווי ﬡַלציקעדינג וואָס ס′הﬡָט געטאָן זיין טﬡַטע.

☜ מלכים ב


אלול תשע″ה

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) און יוליטשקע רעץ (פּעטערבורג) פאַר זייער גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקייטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.

Tagged , , , , , , , , , , , , , , | Comments Off on I Kings in Lithuanian Yiddish