Song of Songs in Lithuanian Yiddish

 FROM: BIBLE TRANSLATIONS BY DOVID KATZ


שיר השירים

 ◊

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

די פּרקים

א      ב      ג     ד     ה     ו     ז     ח

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב      ☜ יונה      ☜ איכה      ☜ אסתר     ☜ דניאל      ☜ קהלת

בווילנא

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום שיר השירים לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; ביי די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) שִׁיר הַשִּׁירִים אַוואָס שלמהן:

(ב) זאָל ער מיר אַ קוש טאָן פון די קושן פון די מוֹיל זײַנע, ווײַלע בעסער פון ווײַן איז די צאַרטיקײַט דײַנע.

(ג) אַז די בשמים פון די איילן דײַנע זײַנען דאָך בעסער פון די איילן גופא, דײַן נאָמען גיט דאָך שוין פאַרזעך בשמים, פאַרדאַפאַר האָבן דאָך דיר האָלט די מיידעלעך, אַ!

(ד) איז צי זשע מיר דיר אַנאָכעט, מיל′ן אַ לויף טאָן.

אײַ ס′האָט מיר דער מֵלֶךְ אַרײַנגעפירט באַזעך אין די חדרי⸗חדרים זײַנע, ′עלן מיר זאַך⸗פרייען און גליקן מיט דיר, וועלן מיר אוֹיסרופן דײַן ליבשאַפט פאַר בעסער איידער ווײַן, אַפן ערן וואָרט האָבן זיי דיר האָלט, אַ!

(ה) „אַ שוואַרץ⸗חנעוודיקע בין איך אַ קראַסאַוויצע: אָ, בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם, אָט אַזויאָ ווי קֵידָרִשע געצעלטן, אָט אַזויאָ ווי שלמה⸗הַמֵֶּלֶכְס גאַרדינעס. (ו) איז קוקט זשע ניט אַף מיר ווי אַף אַ שוואַרצינקע וואָס די זון האָט מיר געטאָן אָפּשוואַרצעווען, וואָס די מאַמעס זין האָבן⸗זאַך אַף מיר געגרימצאָרנט, מיר גאָר פאַר אַ שומרטע פון ווײַנגערטנער געשטעלט, און אַפילו דעם אייגענעם ווײַנגאָרטן מײַנעם האָבעך פאַרזעך ניט אָפּגעהיט“.

(ז) איז זאָג זשע מיר, אָ דו, אַוואָס די נשמה מײַנע האָט דיר האָלט, אַוואו דו פיטערסט די שאָף דײַנע, אַוואו דו גיסט זיי אינמיטן טאָג זאַך⸗אָפּרוען —פאַרוואָ′זשע זאָל איך עפּעס אַרומגיין מיט אַ דעקטוך אין סאַמע סטאַדע פון דײַנע חֶבְֿרֶה?

(ח) איז טאָמער ווייסטו דיר דען ניט, אָ „שענסטע צווישן פרוֹיען“, איז גיי זשע אַרוֹיסעט אין די פוסטריט פון די שאָף, און קאָרמע דען בעסער אונטער די ציגעלעך דײַנע באַ די בודקעס פון די פּאַסטעכער, אַ!

(ט) נאָר איך אַליין זע דיר פאַרן דמיון, חברטע מײַנע, ווי אַ פּראַכט⸗שקאַפּע וואָס באַ פּרעהן אין די רײַט⸗וועגענער, (י) די בעקעלעך באַ דיר וועלן טאָן גלאַנצן מיט קרײַזלעך, און דער האַלדז מיט קרעלן, (יא) קרײַזלעך פון ג אָ ל ד וועלן פון דײַנטוועגן געפורעמט ווערן, אַזש מיט זילבערנע שפּאָנקעס.

(יב) זיצט⸗זאַך דער מֵלֶךְ באַם טיש, און בעת⸗מעשה לאָזט באַ מיר אַרוֹיסעט דער נאַרד⸗אייל די ריחות די בשמימדיקע.

(יג) איז מיר מײַן געליבטער ווי אַ פּעקעלע מיט מירע, וואָס טוט⸗זאַך אָפּרוען צווישן די בריסטן מנע. (יד) איז מיר מײַן געליבטער ווי אַ בינטעלע מיט זשיוויצע אין די ווײַנגערטנער פון עֵין⸗גֶּדִי.

(טו) „אײַ ביסט אַ קראַסאַוויצע, חברטע מײַנע, אָט זײַנען באַ דיר די אויגן שיינינקע — טײַבעלעך“.

(טז) „אײַ ביס⸗ט ע אַ שיינינקער, געליבטער מײַנער, נאָך אַזאַ אָנגענעמער, אַפילו די בעט איז באַ אונדז פריש באַבלעטערט, (יז) די בערווענעס פון שטוב באַ אונדז אַזש פון צעדערבויֹם, די מעבל פון ציפּערבוֹים.

≡≡ פּרק ב ≡≡

(א) בין איך אַ ווילדע קווייט פונעם שָׁרוֹן, אַ רייזל פון די טאָלן, (ב) ווי אַ רייזל צווישן די דערנער, אָט אַזוי אָ איז זי, די חברטע מײַנע אַצווישן די בחורטעס.

(ג) אָט אַזויאָ ווי דער עפּלבוֹים צווישן די ביימער פון וואַַלד איז מײַן געליבטער צווישן די בחורים, וואָס אין זײַן שאָטן האָבעך⸗זאַך פּאַסמאַקעוועט זאַך⸗זיצנדיק, און דער אויפּס זײַנער איז דאָך דעם גומען זיס.

(ד) האָט ער מיר צוגעפירט אין ווײַן⸗קרעטשמע, און דער שילד זײַנער, וואָס איבער מיר: ל י ב ש אַ פ ט.

(ה) „איז מיט אַ קאַראַפינקע שפּאַר מיר אונטער, מיט עפּל טו זשע מיר דאַקוויקן, ווײַלע אַ שלאַפע פון ליבשאַפט בינעך דאָך“.

(ו) טאָ זאָל די לינקע האַנט באַ עם אונטער די קאָפּ מײַנע זײַן, מיט די רעכטע האַנט זײַנע זאָל ער מיר אַזש אַרומכאַפּן.

(ז)איך טו אײַך באַשווערן, אָ בְּנוֹת יְרוּשָׁׁלַיִם, צי באַ די הינדן צי באַ די הירשן וואָס אַפן פעלד, פאַרוואָ⸗זשע זאָלט איר דען אופוועקן, און וואָ⸗זשע ט′איר דען די ליבשאַפט אופרודערן, ביזקל וואַנעט ס′עט⸗זאַך ניט פאַרוועלן?“

(ח) וואַ, אָט קומט אָנעט דער קול פון געליבטן מײַנעם, היפּט דאָך איבער די בערג, אַ שפּרונגטאָנדיק איבער די טאָלן.

(ט) פּאַכאָזשע אַף אַ הירש, צי אַ הינדעלע אַ שיינינקע איז דער געליבטער מײַנער, וואַ, אָט שטייט ער פון נאָך די וואַנט אונדזערע, טוט נאָכקוקן אַדוך די פענצטער, שפּירט⸗פינקלט אוֹיסעט אַזש אַדוך די גראַטעס.

(י) האָט ער אָפּגעענטפערט, דער געליבטער מײַנער, טוט מיר אַ זאָג:

„קום זשע, חברטע מײַנע, מײַן יפהפיה, קום אַוועקעט. (יא) ווײַלע אָט וואָס, דער אָסיען איז אַריבער, דער רעגן האָט⸗זאַך א דריי אוֹיס געטאָן און ער איז⸗זאַך אַוועק: (יב) אָט זעען זיך אָנעט איבערן לאַנד די קווייטן, ס′איז אַ צײַט פון זינגעדיקן פויגל, די שטים פון טשערעפּאַכעס לאָזט⸗זאַך אָנהערן באַ אונדז דאָ אין לאַנד. (יג) דער פײַגנבוֹים פאַרזיסט דאָך אירע פײַגן, און דער ווײַנשטאָק דאַלאַנגט אין בלי סאַראַ זיסע ריחות: קום זשע, חברטע מײַנע, מײַן יפהפיה — אַוועקעט. (יד) אָ מײַן טײַבל אין שפּאַלטן פון אַ פעלדז, באַהאַלטענערהייט אַפן שטיין⸗טרעפּ, באַווײַז זשע מיר דײַן אוֹיסזע, באַקלינג זשע מיר דײַן קול, ווײַלע זיס איז באַ דיר דער קול, און באַחֵנְט איז באַ דיר דער אוֹיסזע“.

(טו) „נעם זשע אונדז אָפּעט פוקסן, קליינינקע פיקסלעך, אַוואָס זיי מאַכן קאַלע די ווײַנגערטנער, דווקא אַז דער ווײַנגאָרטן האַלט באַ אונדז אין סאַמע בליען“.

(טז) מײַן געליבטער איז — מיר, איך — עם, דעם וואָס פּאַשעט דאָך אום די רייזלעך, (יז) ביזקל וואַנענט ס′עט ניט אופעטעמען דער טאָג און ס′עט ניט אַנטלאָפן ווערן די שאָטנס, איז — דריי⸗זאַך אַרומעט, ווי אַ הירש זײַ⸗זאַך גלײַך, צי אַ הינדעלע אַ שיינינקע אין די בֶּתֶֿרְשע⸗בערג.

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) אַז באַנאַכט באַ⸗זאַך אין בעט האָבעך געטאָן אַרומזוכן אָדעמאָ, וואָס די נשמה באַ מיר האָט דאָך עם האָלט, עם אַרומגעזוכט — ניט אָפּגעזוכט.

(ב) „וועלעך⸗זאַך אַ שטעל⸗אופעט טאָן, אַף אַהין און קאַריק, אַרומענאַרום אוֹיסגיין די שטאָט, אַף די מערק, אין די גאַסן, ל′עך עם אַרומזוכן, אָדעמאָ, וואָס די נשמה באַ מיר האָט דאָך עם האָלט“. ע ם האָבעך אַרומגעזוכט און ניט אָפּגעזוכט.

(ג) האָבן מיר די שומרים געטראָפן, אָטאָ דיאָ אַוואָס זיי גייען אַרומענאַרומעט אין שטאָט: 

„העי, אָדעמאָ, וואָס די נשמה באַ מיר האָט דאָך עם האָלט, איר′ט עם אפשר ניט דאַזען?“

(ד) קאַם בינעך פון זיי אַריבער ביזקל וואַנענט כ′האָב ניט אָפּגעזוכט אָדעמאָ, וואָס די נשמה באַ מיר האָט דאָך עם האָלט, האָבעך עם ריכטיק אָנגעכאַפּט, עם ניט אָפּגעלאָזן ביזקל וואַנענט כ′האָב עם ניט אַרײַנגעבראַכט אין שטוב צו די מאַמען, אין קאַמער אַרײַן באַ אָטאָ די וואָס ט′מיר געבאָרן.

(ה) „איך טו אײַך באַשווערן, אָ בְּנוֹת יְרוּשָׁׁלַיִם, צי באַ די הינדן צי באַ די הירשן וואָס אַפן פעלד, פאַרוואָ⸗זשע זאָלט איר דען אופוועקן, און וואָ⸗זשע ט′איר דען די ליבשאַפט אופרודערן, ביזקל וואַנעט ס′עט⸗זאַך ניט פאַרוועלן?“

(ו) ווערידאָס, אַוואָס קומט אַרופעט פון מדבר אַזש ווי זײַלן פון רוֹיך, פאַרבאַלזאַמט מיט מירע און מיט ווײַרעך און מיט אַלע המצאות פון בשמים⸗סוחר?

(ז) וואַ, אָט איז די בעט, אַוואָס ש ל מ ה ן, אַרומענאַרומעט זעכציק גיבורים פון די גיבורים פון ישראל, (ח) זיי אַלע באַגיין⸗זאַך מיטן שווערד, מומחים אין מלחמה האַלטן, איטלעכער מיטן שווערד זײַנעם אַפן דיך מחמת דעם פּחד פון די נעכט.

(ט) האָט דאָך שְׁלׁׂמׁה⸗הַמֶּלֶךְ זאַך אַ באַדעקטע פּראַכט⸗בעט געמאַכט פון די ביימער פון לְבָֿנוֹן, (י) די זײַלן פונדאַפון זילבערנע, דער צודעק אַפדערוף אַ גאָלדערנער, דער רו⸗אָרט אינדערײַן אַ פּורפּורנער, און סאַמע אינעווייניק — אײַנגעפלאָכטן מיט גאָר די ליבשאַפט אַזש פון די בְּנוֹת יְרוּשָׁׁלַיִם.

(יא) „צאֶינה⸗ראֶינה! גייט זשע אַרוֹיסעט און קוקט⸗זאַך אײַנעט, אָ בְּנוֹת צִיוֹן אַזש אין שְׁלׁׂמׁה⸗הַמֶּלֶכְן, מיטן קרוין אַוואָס ס′האָט עם באַקרוינט די מאַמע זײַנע אין טאָג פון זײַן חתונה האָבן, אינעם טאָג פון די דאַפרייאונג אַזש פון די האַרץ אַוואָס באַ עם“.

≡≡ פּרק ד ≡≡

(א) אײַ ביסטו שיין, חברטע מײַנע, אָט זײַנען באַ דיר שיין די אייגעלעך אָט ווי טײַבעלעך, אַפון הינטערן שלייער,

די האָר באַ דיר זײַנען ווי אַ סטאַדע מיט קאָזעלעך אַוואָס זיי טוען אַזש פון הַר גִּלָעָד אַראַפּגליטשן⸗זאַך, (ב)

די ציינער באַ דיר זײַנען ווידער ווי אַ סטאַדע לעמעלעך וואָס קומען אַרופעט פון אוֹיסוואַש, אַלע זײַנען זיי באַנאַנד צוגעפּאַסטע, קין איינער זאָל ניט אוֹיספעלן, (ג)

ווי אַ שאַרלאַך⸗רויטער פאָדים זײַנען באַ דיר די ליפּן, פּראַכטפול איז דײַן מוֹיל,

די שלייפן דײַנע ווי אַ צעעפנטער מילגרוֹים — אַפון הינטערן שלייער,(ד)

ווי דער מִגְדַּל דָּוִד איז באַ דיר דער האַלדז, מיט טורעמלעך צוסטרוֹיעט, אַזש טוֹיזנט פּאַנצערלעך צוגעהאַנגען אַפדאַרוף, פּאַנצערלעך אַזש פון גיבורים אַלע, (ה)

דײַנע צוויי בריסטן ווי הירשעלעך, אַ הינדלס אַ צווילינג, אַוואָס זיי פיטערן⸗זאַך צווישן די רייזעלעך, (ו)

ביזקל וואַנענט ס′עט ניט אַן אוֹיס⸗עטעם טאָן דער נײַער טאָג און ס′עלן⸗זאַך די שאָטנס ניט אַנטלאָפן ווערן, וועלעך⸗זאַך אַ גיי טאָן צום באַרג פון מירע, העט ביזקעלען טאָל פון ווײַרעך, (ז)

ביסט דאָך הוילע שיינקײַט, חברטע מײַנע, קין מום איז באַ דיר גלאַט ניטאָ. (ח)

איז מיט מיר טו קומען אַזש פון לבנון, אַמיט מיר, כלה מײַנע, אַראָפּעט זאָלסטע קומען פון סאַמע שפּיץ פון אֲמָנָה, פון סאַמע שפּיצן שְׁנִיר און חֶרְמוֹן, פון די נאָרעס פון לייב, און פון די בערגלעך פונעם לעמפּערט. (ט)

אַז דו′סט מיר די האַרץ אַזש פאַרנומען, שוועסטער מײַנע, כלה, האָסטע מיט איינע פון דײַנע אייגעלעך די האַרץ פאַרנומען מיט אַן איינאיינציקן קרעל פון האַלדז⸗שנירל וואָס באַ דיר. (י)

אײַ ווי שיין זײַנען דײַנע צאַרטקײַטן, שוועסטער מײַנע, כלה; און וויפל בעסער זײַנען זיי, דײַנע צאַרטקײַטן, פון ווײַן אַזש, און דער פּראַכט⸗ריח פון דײַנע שיין⸗שמעקעדיקע איילן — פון די אַלע בשמים. (יא)

טריפן טריפט אָפּעט פון דײַנע ליפּן, אָ כלה; און מילך פון אונטער דײַן צונג, און דער פּראַכט⸗ריח פון דײַנע מלבושים אַזש ווי פון לבנון דער פּראַכט⸗ריח.

(יב) אַ גאָרטן אַ פאַרשלאָסענער איז די שוועסטער מײַנע, אָ כלה; אַ קרעניצע אַ געשלאָסענע ערשט באַ אַ קוואַלעכל אַ צוגעדעקטן.

(יג) דײַנע שפּראָצונגען זײַנען אַ סאָד מיט מילגרוֹים מיט מחיהדיקע פּירות — זשיוויצע מיט נאַרד, (יד) נאַרד מיט סאַפראַן, ראָר מיט צימרינג, מיט די אַלערלייאיקע ווײַרעך⸗ביימער, מירע מיט אַהאָלע מיט בשמים די סאַמע פּראַכטפולע, (טו) אַ קוואַלעכל פון גערטנדלעך, אַ ברונים פון לעבעדיקע וואַסערן, אַוואָס זיי פליסן אַזש פון לבנון.

(טז) וועק⸗זאַך אופעט, אָ צפונדיקער ווינט, און קום⸗זשע אָנעט, אָ דרומדיקער, טו אַ בלאָז אין גאָרטן מײַנעם, זאָלן⸗זאַך פאַנאַנדערבלאָזן די בשמים זײַנע, איז זאָל שוין אַרײַן מײַן געליבטער אין גאָרטן זײַנעם — און פאַרזוכן זײַנע מחיהדיקע פּירות.

≡≡ פּרק ה ≡≡

(א) קומעך אין גאָרטן מײַנעם אָנעט, שוועסטער מײַנע, כלה, געצופּט האָבעך⸗זאַך די מירע אַזש מיט די בשמים מײַנע, אָפּגעגעסן מײַן האָניק⸗הייל מיט די האָניק אינאיינעם — מײַן ווײַן מיטן מילך מײַנעם אינאיינעם.

„איז נעמט⸗זשע, חברים, עסן, טרינקט⸗זאַך, שיכורט⸗זאַך אַזש אָנעט, מײַנע טײַערע“.

(ב) בין איך אַ שלאָפעדיקע, נאָר די האַרץ טוט פאָרט באַ מיר וואַכן. דער קול פון מײַן געליבטן קלאַפּט אָנעט! 

„עפן מיר אופעט, שוועסטער מײַנע, חברטע מײַנע, טײַבעלע מײַנע, תמימות⸗גאַנצינקע מײַנע, אַז די האַרץ באַ מיר איז אָנגעפילט מיט טוֹי, די לאָקן באַ מיר — מיט נאַכטיקע טראָפּנס“.

(ג) „האָבעך⸗זאַך אוֹיסגעטאָן דעם מאַנטל, איז ווי אַזוי זשע וועלעך עם גיין אָנטאָן? שוין אוֹיסגעוואַשן די פיס מײַנע, ווי אַזוי זשע וועלעך זיי גיין פאַרקוֹיטיקן?“

(ד) האָט מײַן געליבטער זאַך די האַנט אַף קאַריק געצויגן פון די קליאַמקע און האָט ערשט אַ רוֹיש אוף געטאָן באַ מיר אַזש אין אינגעווייט:

(ה) שטייעך אופעט אופעפענען פאַר מײַן געליבטן, און די הענט באַ מיר טריפן אַראָפּ מיט שמעקעדיקע מירע, די פינגער מײַנע מיט גיסעדיקע מירע, אַפן פלאַך פונעם שלאָס. (ו) איז געעפנט האָבעך פאַר מײַן געליבטן, און דער געליבטער מײַנער — נעלם! אַוועק! די נשמה באַ מיר איז אַזש אַרוֹיס בשעת ער טוט ריידן. געזוכט האָבעך עם און עם ניט געפונען, עם גערופן און ער′ט מיר קין ענטפער ניט געגעבן. (ז) האָבן מיר די שומרים געפונען, אַוואָס זיי דרייען⸗זאַך אין שטאָט אומעט, זיי האָבן מיר אַ שלאָג געטאָן, אַ מכה דאַלאַנגט, צוגענומען באַ מיר דעם שלייער, אָט דיאָ שומרים אַזעטיקע איבער די שטאָטישע ווענט.

(ח) „טו איך אײַך באַשווערן, אָ בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם, טאָמער ′עט איר טרעפן מײַן געליבטן, איז וואָס ט′איר עם זאָגן? — אַזש קראַנקע פון ליבשאַפט בינעך!“

(ט) „איז וואָזשע, ד ײַ ן געליבטער פון אַן אַנדער געליבטן? איר שענסטע צווישן די פרוֹיען, מיט וואָזשע איז דען דײַן געליבטער פון אַן אַ נ ד ע ר געליבטן, אַ, אַז דו טוסט אונדז אַזויאָ באַשווערן?“ (י) 

„אַ ווײַסינקער איז מײַן געליבטער, אַ רויטלעכער, ווי אַ פאָן איבער צען טוֹיזנט, (יא)

די קאָפּ באַ עם — גינגאָלד,

די לאָקן באַ עם — געקרײַזלטע און שוואַרץ ווי באַ אַ וואַראָנע, (יב)

די אויגן באַ עם ווי טײַבעלעך באַ טײַכעלעך, אין מילך אוֹיסגעוואַשענע, גענוֹיאיק צוגעשטעלטע, (יג)

די בעקלעך באַ עם ווי אַ בייט מיט בשמים אין טורעמלעך באַם אַפּטייקער,

די ליפּעלעך ווי רייזלעך וואָס פון זיי טריפט אַזש מירע אַראָפּעט, (יד)

די הענט באַ עם ווי גאָלדערנע רערלעך אָנגעפולטע מיט תַּרְשִׁישִׁ⸗שטיין,

דער בוֹיך באַ עם ווי בלישטשענדיקער העלפאַנט⸗ביין מיט סאַפיר⸗שטיינער באַלייגט, (טו)

די פיס באַ עם זײַלן פון מאַרמאָר, געגרונטפעסטיקטע אַף גינגאָלד,

דער אֹוסקוק ווי אין לבנון, דער אוֹיסגעקליבענער פון צווישן די צעדערביימער, (טז)

די מוֹיל באַ עם צוקערקעס, און גאַנצערהייט אַ געלוסטיקער,

אָדאָס איז ער, מײַן געליבטער, און אַדאָס איז ער, מײַן חבר, אָ יע, בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם!“

≡≡ פּרק ו ≡≡

(א) „אָדו! די שענסטע באַ די פרוֹיען! אַוואוהין איז אַוועק דער געליבטער דײַנער? אַוואוהין האָט ער, דײַן געליבטער, זאַך אַ קער געטאָן? אַז מ′זאָל עם מיט דיר אינאיינעם אַ זוך טאָן?“

(ב) „אַז דער געליבטער מײַנער איז אין גאָרטן זײַנעם אַראָפּעט, אינעם בייט פון די בשמים, פיטערן אין די גערטנער און רייזלעך אָפּקלײַבן. (ג) בין איך מײַן געליבטנס און מיר איז מײַן געליבטער, אַוואָס ער פיטערט באַ די רייזלעך“.

(ד) אַ שיינע ביסטע, געליבטע מײַנע, אַזש ווי תִּרְצָה, אַ מחיהדיקע אָט אַזוי ווי ירושלים, און אן אימה וואַרפסטע ערשט אָנעט ווי מחנות מיט פאָנעס, (ה) איז קער זשע אַוועקעט פון פאַר מיר די אויגן דײַנע, ווײַלע זיי האָבן מיר באַגוואַלדיקט, די האָר באַ דיר זײַנען ווי אַ סטאַדע ציגן, אַוואָס אַזש פונעם גִּלְעָד טוען זיי אַ גליטש אַראָפּעט; (ו) די ציינער באַ דיר ווי אַ סטאַדע שאָף וואָס גייען אַזש אַרופעט פון זאַך⸗אוֹיסוואַשן, שורותווײַז אַלע, קין איינציקע ניט אָפּשטייענדיק. (ז) די שלייפן באַ דיר, אַפון יענע זײַט שלייער, ווי אַן אופגעעפנטער מילגרוֹים.

 (ח) אַ ז ע כ צ י ק זײַנען זיי די מלכהס, אַ אַ כ צ י ק זײַנען זיי די פִּּילַגְשׁוֹת, אָ ן  אַ  צ אָ ל די מיידלעך די יונגע, (ט)

נאָר אַן א י י נ א ו נ א י י נ צ י ק ע איז ד י, מיין תמימותדיקע טײַבעלע, באַ די מאַמען אַן איינאיינציקע, די אוֹיסדאַוויילטע באַ דיאָ, אַוואָס ט′איר געבאָרן.

אַז ס′דאַזען איר די בְּנוֹת, האָבן זיי דאָך איר מיט פרייד געלויבט — מלכהס און פִּּילַגְשׁוֹת האָבן איר שבחים געטאָן זאָגן. (י) 

אַווער איז זי דען, אָטאָ דיאָ, אַ באַ איר דער אוֹיסקוק איז ווי דער אופגאַנג פון טאָג, שיין ווי די לבנה, העל⸗קלאָר ווי די זון, און אַן א י מ ה וואַרפט זי ערשט אָנעט ווי מחנות מיט פאָנעס?

(יא) צום נוסבוֹים⸗גאָרטן בינעך אַראָפּעט אַף באַקוקן די גרינפלאַנצן פונעם טאָל, אַף באַקוקן צי בליט אַזש דער ווײַנשטאָק, צי צעקנאָספּעט⸗זאַך שוין ניט דער מילגרוֹים?

(יב) אַז אומוויסנדיקערהייט, האָט באַ מיר די נשמה מיר אַרופגעשטעלט אַף די קאַרעטעס אַזש פונעם פאָלק מײַנעם דעם מלכותדיקן.

≡≡ פּרק ז ≡≡

(א) אַף קאַריק זאָלסטע קומען, אַף קאַריק, אָ שׁוּלַמִיתֿ — יְרוּשַׁלְמערקע, קאַריק, קאַריקצוצו, און מי′לן דיר אַזש אָנקוקן.

אָ וואָזשע ט′איר דען זען באַ די יְרוּשַׁלְמערקע? — אָ שׁוּלַמִיתֿ, ווי אַ טאַנצערײַ אין מַחֲנַיִם אַזש. (ב)

די טריט דײַנע, אײַ ווי פּראַכטפול אין די שיכלעך,

קרײַזיקע דיכן ווי אַ קעסטלעכע קייט פונעם מײַנסטער געפורעמט, אָ, בַּת⸗גְּבִֿירִינְטע,  (ג)

דער נאָפּל פון בײַכל איז אַ קײַלעכדיקער בעכערל, ס′פעלט באַם לחיים אַגאָרנישניט,

דער בוֹיך באַ דיר —  ווי אַ קופּע ווייץ מיט רייזלעך אומגערינגלט, (ד)

די בריסטן די צוויי — ווי צוויי הירשעלעך, באַ אַ הינד אַ צווילינג, (ה)

דער האַלדז באַ דיר — ווי אַ טורעם פון העלפאַנט⸗ביין,

דײַנע אייגלעך — די טײַכלעך אַוואָס אין חֶשְׁבּוֹן אָדאָרטן באַם שטאָטישן טויער,

די נעזעלע באַ דיר — אַזוי ווי דער מִגּדַּל לְבָנוֹן, וואָס לוגט דאָך אַרוֹיסעט אַזש אין זײַט פון דַּמֶּשֶׂק, (ו)

די קאָפּ דײַנע אַוואָס אַף דיר — ווי דער באַרג כַּרְמֶֶל,

די לאָקן אַפן קאָפּ — שיער ניט פּורפּורנע, קרײַזלעך אַוואו ס′ווערט אַזש פאַרפּלאָנטערט דער מֵ לֶ ךְ. 

(ז) אַוויפל שענער און אַוויפל בעסער איז די ליבשאַפט פון די אַלע אַנדערע תענוגים. 

(ח) אַז דער שטאַנד דײַנער איז פּאַכאָזשע אַף אַ פּאַלמע, און די בריסטן דײַנע אַף הענגלעך מיט ווײַנטרוֹיבן. 

(ט) איז זאָגעך:

„טאָ וועלעך אַרופעט אַף די פּאַלמע און אַ כאַפּ טאָן אָן זײַנע צווײַגלעך — און זאָל זשע דען זײַן דײַנע בריסטן ווי הענגלעך פון ווײַנטרוֹיבן און דער גוטער ריח פון די נעזעלע באַ דיר ערשט ווי עפּל. (י)  און דער גומען דײַנער, אָט זשע ווי דער בעסטער ווײַן וואָס גליטשט⸗זאַך גלאַטינקערהייט אַראָפּעט באַ מײַן געליבטע, וואָס מאַכט ריידן די ליפּן באַ שלאָפנדיקע“.

(יא) בין א י ך אָבער מײַן געליבטן, און אַף מיר איז באַ ע ם די תאווה זײַנע. (יב) איז קום זשע געליבטער מײַנער, לאָמיר אַזש אין פעלד אַרוֹיס, מי′לן אין די דערפער נעכטיקן. (יג) לאָמיר זאַך פרילעך אופכאַפּן צו די ווײַנגערטנער, מי′לן אַ קוק טאָן צי האָט ניט דער ווײַנשטאָק אַן אופבלי געטאָן, די קווייטן אַן עפן⸗אוף, די מילגרוֹימען אַ צוויט⸗אוֹיס, אָטאָ ד אָ ר ט ן גיבעך דיר גאָר מײַן ליבשאַפט. (יד) אַז די האָלט⸗קווייטן גיבן דאָך אַזאַ ריח פונזעך אַרוֹיסעט, און פאַר די טירן אַוואָס באַ אונדז —אַלעלייאיקע פּראַכט⸗אויפּס, סײַ נײַאינקע סײַ אַלטינקע, האָבעך, געליבטער מײַנער, פון ד ײַ נ ט וו ע ג ן געטאָן פאַרבאַהאַלטן.

≡≡ פּרק ח ≡≡

(א) אוֹי, איז ווער′עט דען געבן, זאָלסט מיר אַזש ווי אַ ברודער זײַן, אַוואָס ער האָט געטאָן זייגן באַ די מאַמע מײַנע די בריסטן? וואָלט איך דיר כאָטש אינדרוֹיסן אָפּגעפונען, וואָלטעך דיר אַפילו אַ קוש געטאָן, און קיינער וואָלט מיר פאַרדאַפאַר ניט מבזה געווען. (ב) וואָלטעך דיר אָפּפירן און צובריינגען די מאַמען, אין שטוב אַזש אַרײַנעט, וואָלט מיר די מאַמע אָנגעלערנט, דיר געבן טרינקען פון בשמים⸗ווײַן, פון זאַפט פון מײַן מילגרוֹים.

(ג) די לינקע האַנט זײַנע — אונטער מײַן קאָפּ, און די רעכטע זאָל מיר פאַרכאַפּן.

(ד) „איך טו אײַך באַשווערן, אָ בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם, פאַרוואָ⸗זשע זאָלט איר דען אופוועקן, און וואָ⸗זשע ט′איר דען די ליבשאַפט אופרודערן, ביזקל וואַנעט ס′עט⸗זאַך ניט פאַרוועלן?“

(ה) ווער אי′זי, אָטאָ דיאָ, אַוואָס זי גייט⸗זאַך אַזש פון מדבר אַרופעט, שפּאַרט⸗זאַך אָן איר געליבטן אָנעט?

אונטערן עפּלבוֹים האָבעך דיר אופגעוועקט, אָדאָרטן אַוואו די מאַמע דײַנע האָט זאַך⸗געווייטיקט באַם טראָגן, און זאַך⸗געווייטיקט אַזש באַם געווינען.

(ו) ווי אַ זיגל זאָלסטע מיר אַפן האַרצן לייגן, ווי אַ זיגל אַפן אָרעם דײַנעם, ווײַלע פעסט ווי דער טויט איז די ליבשאַפט, שווער ווי אין קבר איז דער אײַפערזוכט, אירע האָלעוועשקעס זײַנען האָלעוועשקעס פון פלאַם⸗פײַער, אַ צעפלאַקעניש — אַזש פון יי.

(ז) אַז אַ פולע וואַסערן קען דען קין ליבשאַפט ניט אוֹיסלעשן, קין טײַכן וועלן איר ניט פאַרפלייצן, זאָל אַפילו אַ מענטש פון ליבשאַפט וועגן אַוועקגעבן די גאַנצע הוֹיז וואָס באַ עם, בַּטְלען ′עט מען עם גאָר מְבַֿטְל מאַכן.

(ח) אָט איז באַ אונדז דאָ אַ שוועסטערל אַ קליינטשינקע, קין בריסטן איז באַ איר נאָך ניטאָ, איז וואָס′לן מיר מיט איר מאַכן אין טאָג אַז מ′עט איר גיין ריידן…

(ט) איז זי דען אַ שטאָטישע וואַנט, ט′מען אַף איר אַזש אַ זילבערנע מוֹיער⸗קרוין צוסטרוֹיען. איז זי פאָרט אַ טיר — ט′מען איר מיט צעדערדיקע בערווענעס פאַרשפּאַרן.

(י) בינעך טאַקע אַ שטאָט⸗וואַנט, זײַנען אָבער מײַנע בריסטן ווי די טורעמס אַפדערוף, אָדאַמאָלסט בינעך באַ עם אין די אויגן געווען אָט אַזוי ווי אַזאַאָ, אַוויאַזוי זי′ט⸗זאַך אַזש שלום אוֹיסגעזוכט.

(יא) אַז באַ שלמהן איז אַ ווײַנגאָרטן געווען, אין בַּעַל⸗הָמוֹן ערשט, האָט ער עם אַוועקגעגעבן די אָפּהיטער, איטלעכער האָט פאַר די אויפּס טוֹיזנט רובל געטאָן בריינגען.

(יב) אַז מײַן ווײַנגאָרטן איז דאָך מײַנער, פון פאַר⸗מיר, די טוֹיזנט פאַרקערט — טאָ זאָלן זיי זײַן דײַנע, און אַ צוויי הונדערט — אָטאָ די אַוואָס זיי היטן דאָך אָפּעט זײַנע אויפּס.

(יג) אָ⸗דו, מיידל, אַוואָס דו טוסט דען אין די גערטנער אַזיצן, די חברים דײַנע האָרכן⸗זאַך אײַנעט, נאָכן קול דײַנעם: „אַגיב דען לשון“.

(יד) אַנטלויף, געליבטער מײַנער, ווי אַ הירש זאָלסט⸗זאַך מאַכן צי ווי די אינגסטע באַ די הינדן, אַזש אין די בשמימדיקע היגלען אַוועקעט.

 חזק


טבת תשע″ז

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.


Draft Bible translations into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2016).  See also RuthI KingsII Kings, Jonah, Lamentations, Daniel, and Esther.

Comments are closed.