The Book of Esther in Lithuanian Yiddish

TRANSLATION BY DOVID KATZ

(AS PRINTED BOOKLET, MARCH 2020)


yb_esther_webFrontispiece by Giedrė Beconytė   שער⸗בילד פון גיעדרע בעצאָניטע 


  ◊ 

  ◊

מגילת אסתר

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

בוויﬥנא

די פּרקים

א   ב   ג   ד   ה   ו   ז   ח   ט   י

הערה: אין אָט דעם תרגום אסתר לייענט זיך וי — [עי]; בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב       ☜ הושע      ☜ יונה      ☜ איכה     

☜ דניאל      ☜ קהלת      ☜ שיר השירים 

≡≡ פּרק א ≡≡ 

(א) ס′געווען אַזוי, אָט אין די יאָרן פון אֲחַשְׁוֵרוֹשְׁן, אָדאָס איז דאָך דער אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ וואָס קיניגט פון הוֹדּוּ אַזש ביזקל כּוּשׁ, אַ קיימא⸗לן הונדערט מיט צוואַנציק⸗זיבן מדינות.

(ב) יענע יאָרן, דער מלך אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ זיצט זיך אַפן כסא המלכות אַוואָס אין שׁוּשַׁן הַבִּירָה, (ג) אין דריטן יאָר פון זײַן קיניגן, ער מאַכט אַ הוליאַנקע פאַר אַלע זײַנע הויכע לײַט און אַרבעטער, די חיילות פון פּערסיע און מָדַי, מיט די פַּרְתְּמִים און די שָׂרִים פון די מדינות וואָס פאַר עם, (ד) באַם אוֹיספײַנען זיך מיטן עשירות פון רומשאַפט פונעם מלכות, און מיט די טײַערשאַפט פון די שיינקײַט פון זײַן גרויסשאַפט, אַף אַ סך טעג, אַזש הונדערט אַכציק טעג.

(ה) באַם אָפּענדיקן אָטאָ די טעג האָט דער מלך געמאַכט פאַרן גאַנצן עולם אַוואָס געפינט זיך אין שׁוּשַׁן הַבִּירָה, פונעם גרעסטן אַזש ביזקל דעם קלענסטן, נאָך אַ הוליאַנקע פון זיבן טעג אינעם הויף פונעם גאָרטן באַם מלכס פּאַלאַץ, מיט (ו) ווײַס⸗לײַוונט, פּראַכט⸗באַוול און בלאָ⸗וואָל, צונויפגעשטריקט פון שנורן פונעם איידלסטן פלאַקס⸗שטאָף, פּורפּורנע, אַף זילבערנע שטעקעלעך און זײַלן פון מאַרמור. די אָנלען⸗בעטעלעך זײַנען פון גאָלד און זילבער געווען, די פּאַדלאָגע — פון אַלאַבאַסטער און מאַרמלשטײן, פון פּערלמוטער, און פּראַכט⸗מאַרמל. (ז) טרינקען האָט מען דערלאַנגט אין גאָלדערנע כלים, פאַרשיידנאַרטיקע כלים, דעם מלכותדיקן ווײַן, פילאַרטיק, כְּיַד הַמֵּלֶךְ. (ח) און דער טרינקען איז געווען מיט אַ מאָס, קיינער האָט ניט גענייט, ווײַלע אָט אַזויאָ האָט אײַנגעפונדעוועט דער מלך אַף די אַלע הויפּטלײַט פון זײַן הוֹיזגעזינד, צו מאַכן וועדליק דעם רצון פון אַיעדער⸗איטלעכן.

(ט) אויך די מלכה וַשְׁתִּי האָט געמאַכט — אַ ווײַבערשע הוליאַנקע, אינעם בֵּית הַמַּלְכוּת אַוואָס באַם מלך אחשוורוש. (י) אין זיבעטן טאָג, אַז אַפן האַרצן באַם מלך איז גוט געווען, מיטן ווײַן, האָט ער אַ זאָג געטאָן מְהוּמָנען, בִּזְּתָאן, חַרְבֿוֹנָאן, בִּגְתָֿאן, אֲבַֿגְתָֿאן, זֵתַֿרְן, און כַּרְכַּסְן, די זיבן סריסים וואָס באַדינען פון פאַרן מלך אחשוורוש, (יא) אַף צו ברענגען וַשְׁתִּי⸗הַמַּלְכָּהן, מיטן מלכותדיקן קרוין, אַף צו באַווײַזן די פעלקער מיט די שָׂרִים איר שיינקײַט, זי איז דאָך אַ קראַסאַוויצע געווען. (יב) גייט וַשְׁתִּי און זאָגט זיך אָפּעט פון קומען לוֹיטן מלכס וואָרט, וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן אין האַנט פון די סריסים. דער מלך איז זייער אין כעס געוואָרן. דער גרימצאָרן באַ עם האָט אונטערגעברענט. (יג) האָט דער מלך גענומען פרעגן באַ די חכמים, די קענער פון די צײַטן — מחמת אָט אַזויאָ איז געווען דעם מלכס שטייגער לגבי אַלע קענער פון דַּתֿ⸗און⸗דִּין. (יד) האַרט נאָענט באַ עם זײַנען געווען: כַּרְשְׁנָא, שֵׁתָֿר, אַדְמָתָֿא, תַּרשִׁישׁ, מֶֽרֶס, מַרְסְנָא, און מְמוּכָֿן, די זיבן שָׂרִים פון פּערסיע און מָדַי, פּנים⸗קוקער באַם סאַמעראָדנעם מלך, וואָס זיצן אויבנאָן אין מלכות:

(טו) „לוֹיטן דין — וואָס זאָל מען מאַכן מיט ושתי⸗המלכהן, אַלמאַי זי האָט ניט געטאָן לוֹיטן זאָג פונעם מלך אחשוורוש, וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן אַדורך די סריסים?“ 

(טז) האָט מְמוּכָֿן געטאָן ענטפערן פון פאַרן מלך מיט די שָׂרִים: 

„ניט נאָר דעם מלך אַליין האָט זי באַעוולט, די וואַסטע⸗המלכה, נאָר וואָדען די אַלע שָׂרִים און נאָכמער די אַלע אומות אַוואָס אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך אַכעסווייריסן! (יז) ס′באַדאַרף מערניט אַרוֹיש אַזאַ מין וואָרט פון די מלכה צו די אַלע ווײַבער אַף צו מאַכן לעכערלעך זייערע מענער באַ זשאַך אין די אויגן, אַז זיי וועלן אַרומגיין און זאָגן:

„אָט! אַכעסווייריס⸗הַמֵּלֶךְ האָט געהייסן ברענגען פאַר עם די וואַסטע⸗הַמַּלְכָּהן — און זשי קומט ניט! (יח) אַז נאָך אין זעלביקן טאָג וועלן די באַלעבאָסטעס פון פּערסיע און מָדַי וואָס דערהערן די רייד פון די מלכהן, פּונקט אָט אַזויאָ אַ זאָג טאָן די אַלע שָׂרִים פון מלך, ס′עט גאָרניט קלעקן אַף בזָיון מיט ירגָזון! (יט)

„אויבע דער מלך האַלט עס פאַר אַ גוטן אײַנפאַל, טאָ זאָל אַרוֹיס אַן אוקאַז, אַ מלוכהסער, פון פאַר עם, און ס′זאָל ממש אַרײַנגעסריבן ווערן אין די געזשעטשן פון פּערסיע מיט מָדַי, מ′זאָל ניט עובר זײַן, אַז די וואַסטע זאָל מער ניט אַרײַן צום מלך. די גאַנצע מלכות אירע זאָל דער מלך אָפּגעבן אירער אַ געזעלין וואָס איז בעשער פאַר איר. (כ) און אַז דעם מלכס פּריקאַז ′עט געהערט ווערן, ווי אַזוי מ′זאָל האַנדלען איבער גאָר זײַן מלכות, אַווי גרויס זי זאָל ניט זײַן — אָט וועלן די אַלע ווײַבער כבוד אָפּגעבן, אואוואַזשאַיען די מענער זייערע, פונעם גרעשטן און אַזש ביזקל דעם קלענשטן.“

(כא) די זאַך האָט זיך גראָד פאַררעכנט פאַר אַ גוטע באַם מלך אין די אויגן, און באַ די שָׂרִים, און דער מלך האָט געמאַכט וועדליק מְמוּכָֿנס עצות, (כב) און ער האָט בריוו געשיקט אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך: אַ מדינה אַ מדינה לוֹיט איר שריפט, אַ פאָלק און אַ פאָלק לוֹיט זײַן לשון, אַזוי אַרומעט אַז יעדער מאַן זאָל באַ זיך אין שטוב אַ באַלעבאָס זײַן.

און אַלציקעדינג ריידנדיק מיטן לשון פון איטלעכן פאָלק.

≡≡ פּרק בּ ≡≡ 

(א) אַנאָך די אַלע זאַכן, אַז ס′האָט זיך באַם מלך אחשוורוש דער גרימצאָרן אײַנגערואיקט, האָט ער זיך דערמאָנט אין וַשְׁתִּין, אין דעם וואָס זי האָט אָפּגעטאָן, און אין דעם וואָס איר איז אָפּגעמשפּט געוואָרן. (ב) און די בחורים וואָס באַם מלך, וואָס באַדינען עם, האָבן עם אַ זאַג געטאָן: 

„אי′זאָל מען דעם מלך אוֹיסזוכן מיידלעך בשולות, קראַסאַוויצעס, (ג) און זאָל דער מלך באַשטימען נאַטשאַלניקעס אין די אַלע מדינות וואָס אין זײַן מלכות, און זיי וועלן זאַמלען אַיעדע מיידל אַ בשולה וואָס זי איז אַ שיינהײַט, אַף שׁוּשַׁן הַבִּירָה צום בֵּית הַנָּשִׂים, אין רסוּת באַ הֵגֶאן, דעם מלכס סריס, וואָס איז דער סיימער איבער די ווײַבער, און זייערע קעשטלעכע סמירעכצער ט′מען זיי דערלאַנגען. (ד) און אָטאָ די מיידל וואָס′עט זײַן די בעשטע אין די אויגן פונעם מלך וועט קיניגן אַפן אָרט פון די וואַסטין!“

די זאַך איז דעם מלך דווקא וואוילגעפעלן געווען, און ער האָט אָט אַזויאָ געמאַכט.

(ה) אַ געוויסער איד האָט גראַדע דאַמאָלסט געלעבט אין שׁוּשַׁן הַבִּירָה, און געהייסן האָט ער מָרְדְּכַי, דער זון פון יָאִיר⸗בֶּן⸗שִׁמְעִין, אַ זון פון קישׁ דעם בֶּנְיָמִינער, (ו) וואָס איז פון ירושלים פאַרשיקט געוואָרן אין גלות אינאיינעם מיט די פאַרשיקטע מיט יְכָֿנְיָהן, מלך יהודה, אַוואָס ס′האָט פאַרשיקט אין גלות נְבוכַֿדְנֶאצַּר מֵלֶךְ בָּבֶל. (ז) און ער האָט געהאָדעוועט הֲדַסָּהן, אַזי איז אֶסְתֵּר, די טאָכטער פון זײַן פעטער, ווײַלע באַ איר זײַנען קיין טאַטע⸗מאַמע ניט געווען. און די מיידל איז אַ פּאַרשיין אַ יפהפיה. אַז ס′זײַנען באַ איר געשטאָרבן דער טאַטע און די מאַמע האָט איר מרדכי גענומען פאַר אַ טאָכטער צו זיך.

(ח) איז געווען אַזוי. אַז דער וואָרט פונעם מלך און זײַן אוקאַז האָבן זיך פאַרשפּרייט, און אַ פולע מיידלעך האָבן זיך גענומען זאַמלען אין שושן הבירה אַדורך הֵגַיען, און אסתר איז גענומען געוואָרן צום בית המלך אַדורך הֵגַי, וואָס איז געווען דער שׁוֹמֵר הַנָּשִׁים. (ט) און די מיידל האָט חן געפונען באַ עם אין די אויגן, און זי האָט באַ עם צוגעצויגן גענאָד. ער האָט זיך געאײַלט איר געבן די קעסטלעכע שמירעכצער, מיט אירע אָפּגאָבן פון מאָלצײַטן, איר צו געבן די זיבן בחורטעס די צוגעשטעלטע צו איר, געגעבן צו ווערן אַדורכן בֵּית הַמֵּלֶךְ. סײַ איר סײַ אירע בחורטעס האָט ער העלטער געהאַט לטובה⸗וועגן אינעם בֵּית הַנָּשִׁים. (י) אסתר האָט ניט אוֹיסגעזאָגט פון וואָס פאַראַ פאָלק און שורש איז זי פאָרט, ווײַלע מרדכי האָט איר בפירוש געהייסן זי זאָל ניט אוֹיסזאָגן.

(יא) טאָג⸗אײַן טאָג⸗אוֹיסעט פלעגט זיך מרדכי אַרומשפּאַצירן פון פאַרן הויף פונעם בֵּית הַנָּשִׁים, אַף געוואָר ווערן וואָס ס′מאַכט אסתר, און וואָס וועט מיט איר געטאָן ווערן.

(יב) און אַווען ס′איז געגאַנגען די ריי פון די מיידל און נאָך אַ מיידל, איטלעכע זאָל צום מלך אחשוורוש אַרײַנגיין — אָדאָס איז צום סוף נאָכדעם ווי באַ איר איז געווען, לוֹיטן שטייגער באַ די פרוֹיען, די צוועלף חדשים ביזקל וואַנענט ס′ווערט זיי דערגאַנצט די טעג פון זייערע קעסטלעכע באַשמירעכצער: זעקס חדשים שֶֽׁמֶן מירע, און זעקס חדשים שֶֽׁמֶן בְּשָׂמִים; און מיט ווײַבערשע זאַלבונגען אַלערלייאיקע. (יג) דאַמיט וואָלט אַ מיידל קומען צום מלך, קומענדיק מידאַמיט פונעם בית הנשים ביזקל אין בית המלך אַרײַן.

(יד)  איז זי יענעם אָוונט געקומען. אינדערפרי האָט זי זיך אומגעקערט, שוין אינעם צווייטן בית הנשים, באַ שַׁעַשְׁגַּזְן דעם מלכס סריס, שומר פון די פִּילַגְשִׁים; זי וואָלט ניט קומען ווײַטער צום מלך סײַדן עם פאַרוועלט זיך אין איר, און זי ווערט דאַמאָלסט אַרוֹיסגערופן באַם נאָמען. (טו) איז טאַקע אָנגעקומען דער אופרוף: אֶסְתֵּר⸗בַּת⸗אֲבִיחַיִל (אֲבִיחַיִל איז געווען דער פעטער פון מָרְדכְין, וואָס האָט איר פאַר אַ טאָכטער גענומען), זי זאָל צום מלך אַרײַן. זי האָט קיין שום זאַך ניט געבעטן, אַחוץ דעם וואָס ס′טוט נאַראַיען הֵגַי, דעם מלכס סריס דער שׁוֹמֵר הַנָּשִׁים.

ס′האָט זיך געמאַכט, אַז די אסתר האָט חן געפונען באַ די אַלע וואָס קוקן איר אָנעט. (טז) אסתרן האָט מען גענומען צום מלך אחשוורושן אין זײַן בית מלכות, אינעם צענטן חודש, אָדאָס איז חודש טֵבֵֿתֿ, דאָס איז געווען אין זיבעטן יאָר פון זײַן קיניגן. (יז) און דער מלך האָט גראַדע האָלט געהאַט אסתרן, מער איידער אַלע אַנדערע פרוֹיען, און זי האָט נושא חן⸗און⸗גענאָד געווען באַ עם, מער איידער די אַלע בתולות. האָט ער אַוועקגעשטעלט די קרוין פון מלכות באַ איר אַפן קאָפּ, און ער האָט איר באַקיניגט אַפן אָרט פון וַשׁתִּין, (יח) און ער האָט אַ גרויסע הוליאַנקע געמאַכט פאַר אַלע זײַנע שָׂרִים מיט זײַנע אַרבעטער, אַדאָס איז געווען „מִשׁתֵּה אֶסְתֵּר“: אסתרס הוליאַנקע. און ער האָט געמאַכט אַ הנחה פאַר די מדינות און גענומען דערלאַנגען באַגנעדיקונגען, ממש כְּיַד הַמֵּלֶךְ.

(יט) אַז די בתולות האָט מען אַ צווייטן מאָל געמאַכט אַן אסיפה, און מרדכי איז געזעסן באַם מלכס טויער (כ) (אסתר האָט ניט דערציילט איר שורש און איר פאָלק לוֹיט אָדעם וואָס מרדכי האָט איר אָנגעזאָגט — די אסתר טוט אָדאָס וואָס דער מרדכי הייסט אַזוי ווי דאַמאָלסט ווען זי איז געווען אין זײַן אפּוטרופּסות). 

(כא) יענע טעג, אַז מרדכי זיצט זיך באַם מלכס טויער, אָט גייען און כעסן זיך אַקעגן דעם מלך בִּגְתָן און תֶרֶשׁ, צוויי פונעם מלכס סריסים, שוועל⸗שומרים, זיי האָבן געוועלט אַזש אַ האַנט לייגן אַף אחשוורוש⸗המלכן. (כב) מרדכי איז געוואָר געוואָרן, האָט ער געזאָגט אסתר⸗המלכהן, און אסתר האָט עס אוֹיסגעזאָגט דעם מלך אין נאָמען פון מרדכין. (כג) האָט מען אוֹיסגעפאָרשט דעם ענין, ס′האָט זיך אופגעוויזן, און מען האָט זיי ביידן אַף אַ בוים אופגעהאַנגען.

און ס′איז אופגעשריבן געוואָרן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים“ וואָס פאַרן מלך.

≡≡ פּרק ג ≡≡ 

(א) אַנאָך די אַלע זאַכן, האָט דער מלך אחשוורוש גענומען און געהעכערט דעם ראַנג באַ הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְדָתָֿאן דעם אַגאַגער, און האָט עם גרויסאַרטיק געמאַכט, זײַן אַמט העכער געשטעלט איידער באַ די אַלע שָׂרִים וואָס אַרום עם. (ב) האָבן די אַלע באַדינער פונעם מלך וואָס באַם מלכס טויער גענומען פאַלן כּוֹרְעִים און זיך אונטערבוקן פאַר הָמָנען, ווײַלע אָט אַזויאָ האָט דער מלך אַף עם געהייסן.

מרדכי האָט זיך אָבער ניט געקניט און ניט געבוקט. (ג) טוען אַ פרעג באַ מרדכין דעם מלכס באַדינער וואָס באַם מלכס טויער:

„פארוואָס זשע זײַנט איר עובר אַפן מלכס אוקאַז?“

(ד) ס′געווען אַזוי, אַז באַם אַ זאָג טאָן עם, אָט אַזויאָ, טאָג⸗אײַן טאָג⸗אוֹיסעט, און ער אַליין האָט זיך צו זיי גאָרנישניט צוגעהערט, האָבן זיי אָנגעדאַציילט הָמָנען, אַ קוק טאָן זען צי מרדכיס ווערטער וועלן שטאַנדהאַפטיק בלײַבן, ווײַלע ער האָט דאָך זיי געזאָגט אַז ער איז אַ איד. (ה) דערזעט המן אַז ניט מרדכי נייגט זיך, ניט ער בייגט זיך פאַר עם, איז המן אָנגעפילט געוואָרן מיט גרימצאָרן. (ו) נאָר באַ עם אין די אויגן איז געווען אַ בזיון, איינער אַליין מרדכין אָנרירן מיט אַ האַנט, ווײַלע מ′האָט דאָך עם אַ זאָג געטאָן דעם פ אָ ל ק פון מרדכין, האָט זיך אונטערגענומען המן פאַרטיליקן די אַלע אידן אַוואָס איבערן גאַנצן מלכות אחשוורוש. דעם פאָלק פון מרדכין.

(ז) אינעם ערשטן חודש, אָדאָס איז חודש ניסן, אין צוועלפטן יאָר פון אחשוורושן, האָט מען פּור געוואָרפן, דאָס זײַנען גורל⸗שטיינדעלעך, פאַר המנען, טאָג⸗אײַן טאָג⸗אוֹיסעט, חודש⸗אײַן חודש⸗אוֹיסעט, ביזקל דעם צוועלפטן חודש, אָדאָס איז דער חודש אָדָר. (ח) האָט המן געזאָגט דעם מלך אחשוורושן: 

„פאַראַן איין פאָלק אַזאַ, צעזשייט און צעספּרייט צוויסן די פעלקער אין די אַלע מדינוש וואָס אין אײַער מלכות, און זייערע געזעצן זײַנען אַנדערשט פון אַיעדער פאָלק, און די געזשעטשן פונעם מלך פירן זיי ניט אוֹיסעט; דאַריבער לוינט זיך ניט דעם מלך זיי סאַנעווען. (ט) טאָמער איז באַם מלך גוט, טאָ זאָל אײַנגעסריבן ווערן, אַז מ′זאָל זיי פאַרטיליקן, און טשען טוֹיזנט כִּכָּרים זשילבער וועל איך אָפּוועגן באַ די וואָס פירן אוֹיסעט די מלאכה, כדי עס ברענגען צום מלכס גניזשה“.

(י) האָט דער מלך אַראָפּגענומען זײַן פינגערל וואָס אַף זײַן האַנט און האָט עם איבערגעגעבן הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְדָתָֿאן, דעם אַגאַגער, דעם צוֹרֵר הַיְּהוּדִים, (יא) און דער מלך טוט המנען אַ זאָג: 

„אָט איז די זילבער, ס′ווערט אײַך אָפּגעגעבן. וואָס שייך אָטאָ דעם פאָלק, מאַכט מיט זיי אַזוי ווי באַ אײַך קומט אוֹיסעט גוט פאַר אײַערע אויגן.“

(יב) האָט מען צונויפגערופן דעם מלכס סופרים, אין ערשטן חודש, אין דרײַצעטן טאָג דערפון, און מ′האָט אופגעשריבן אַלציקעדינג אָט אַזויאָ ווי ס′האָט המן געהייסן די אֲחַשְׁדַּרְפָּנִים פונעם מלך און זייערע אונטערטעניקע וואָס איבער אַיעדע מדינה און מדינה; און צו די שָׂרִים פון אַיעדן פאָלק און פאָלק, לוֹיט די שריפט פון איטלעכן: אַ פאָלק אַ פאָלק אַף זײַן לשון, אין נאָמען פון מלך אחשוורושן איז דאָס געשריבן און פאַרחַתְֿמעט געוואָרן מיטן פינגער⸗זיגל פונעם מלך. (יג) מ′האָט בריוו געשיקט אַמיט די לויפער אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך, אַף צו צעשמעטערן, דערהאַרגענען, און פאַרטיליקן די אַלע אידן, פון אַ אינגל ביזקל אַ זקן, עופהלעך און פרוֹיען, אין אַן איינאיינציקן טאָג, אום דרײַצעטן טאָג פון צוועלפטן חודש, ער איז דאָך דער חודש אָדָר; און די גזילהכץ פאַר זאַקרויב ט′מען אוֹיסכאַפּן. (יד) די פַּתְֿשְׁגָנִים פונעם כְּתַֿבֿ האָט מען ווי אַן אוקאַז אין איטלעכע מדינה און מדינה געגעבן, אָפנבאַרלעך פאַר די אַלע פעלקער, זיי זאָלן באַהאַוונט זײַן וועגן אָטאָ דעם טאָג. (טו) די לויפער זײַנען דרינגלעך אַרוֹיס לוֹיטן דְּבַר הַמֵּלֶךְ, און דער אוקאַז איז געגעבן געוואָרן אין שושן הבירה גופא.

דער מלך און המן האָבן זיך אַוועקגעזעצט אָנזשלאָקען זיך.

פונדעסטוועגן איז די שטאָט שושן אַ מבוהל⸗געפּלעפטע געבליבן.

≡≡ פּרק ד ≡≡ 

(א) אַלציקעדינג וואָס טוט זיך אָפּעט איז מרדכי געוואָר געוואָרן. האָט ער זיך קריעה געריסן די בגדים, זיך אָנגעטאָן מיט זאַק און אַש, און איז אַרוֹיס אינמיטן שטאָט און האָט אַרוֹיסגעשריען מיט אַ געשריי אַ גרויסן, אַ ביטערן. (ב) ער איז אָנגעקומען פאַרן טויער פונעם מלך מיט זײַן אָנטועכץ פון זאַק.

(ג) אין איטלעכע מדינה און מדינה, אַוואו נאָר ס′איז דערגאַנגען דער דְּבַר הַמֵלֶךְ מיטן אוקאַז זײַנעם, איז געווען באַ די אידן אַ גרויסע אבילות, מיט אַ תענית, אַ געוויין, אַ קלאָגעניש. אַ סך זײַנען אין זאַק און אַש געלעגן.

(ד) אסתרס בחורטעס וואָס באַדינען איר זײַנען צו איר געקומען, אויך אירע סריסים, זיי האָבן איר די זאַך דערציילט. די מלכה איז געווען שטאַרק דערשוֹידערט. זי האָט אַוועקגעשיקט מלבושים מרדכין אָנטאָן, ער זאָל פון זיך אַראָפּנעמען דעם זאַק, האָט ער אָבער ניט אָנגענומען. (ה) האָט אסתר גערופן הֲתָֿכְן, פון די סריסים באַם מלך אַוועמען ער האָט געשטעלט פון פאַר איר, און זי האָט עם אָנגעהייסן ער זאָל צוגיין צו מרדכין, געוואָר ווערן ו ו אָ ס איז דאָס, און וואָס א י′ דאָס?! (ו) איז חֲתָֿךְ אַרוֹיס צו מרדכין אַפן ברייטן פּלאַץ וואָס פאַרן מלכס טויער. (ז) האָט עם מרדכי דערציילט אַלציקעדינג וואָס ס′האָט מיט עם פּאַסירט, און דעם סך⸗הכל מיט די געלט וואָס המן האָט געזאָגט ער וועט אָפּוועגן פאַרן מלכס גניזה וואָס פון די אידן — פאַר זייער פאַרטיליקונג. (ח) און אַ פַּתְשֶׁגֶן⸗איבערשרײַבונג פון אוקאַז וואָס איז אין שושן אַרוֹיסגעגעבן געוואָרן, זיי אומברענגען, האָט ער עם געגעבן ער זאָל באַווײַזן אסתרן, איר דערציילן, און איר אָנהייסן קומען צום מלך מיט תחנונים און צו בעטן זיך פאַר עם פון איר פאָלקס וועגן.

(ט) איז קומט צוגיין חֲתָֿךְ און דערציילט אסתרן אָדאָס וואָס ס′האָט מרדכי געזאָגט. (י) אסתר האָט חֲתָֿכְן געענטפערט, און עם געהייסן איבערגעבן מרדכין אָטאָ די ידיעה:

(יא) „די אַלע באַדינער פונעם מלך, און די אַלע מענטשן פון דעם מלכס מדינות ווייסן דאָך, אַז איטלעכער מאַנסביל און איטלעכע פרוֹיספּאַרשוין, וואָס ס′עט נאָר קומען צום מלך אינעם אינעווייניקסטן הויף, אַז מ′האָט דעם מענטשן ניט געטאָן רופן, איז איין דין פאַראַן: דערהאַרגענען; אַחוץ דעמענען, אַוועמען דער מלך וועט עם אוֹיסציען דעם גאָלדערנעם מלכות⸗שטעקעלע. דער⸗אָ וועט לעבן. און איך? שוין דרײַסיק טעג אַ קיימא⸗לן וואָס מען רופט מיר ניט קומען צום מלך“.

(יב) האָט מען מרדכין איבערגעגעבן אסתרס רייד, (יג) האָט מרדכי אַ זאָג געטאָן אַוואָס מ′זאָל אסתרן תשובה געבן: 

„זאָלסט נאָר ניט מיינען באַ זיך אין האַרצן, אַז אינעם בֵּית הַמֵּלֶך וועסט זיך אָפּראַטעווען, מער איידער די אַלע אַנדערע אידן! (יד) ווײַלע אויבע דו′סט אונטערשווײַגן, פּתח⸗שין⸗שאַ, דאַמאָלסט וועט אַ פאַרגרינגערונג מיט אַ ישועה זיך אופשטעלן פאַר די אידן פון אַנדערשטוואו, און דו, אינאיינעם מיט דײַן טאַטנס הוֹיזגעזינד, איר′עט אָנגעוואָרן ווערן. און ווער ווייס? אפשר בינסטו גאָר פאַר אָט אַזאַ מין צײַט בכלל צו מלכות דערגאַנגען?“

(טו) האָט אסתר אַ זאָג געטאָן אַוואָס מ′זאָל ענטפערן און איבערגעבן מרדכין:

„גיי זשע און זאַמל אײַן די אַלע אידן וואָס געפינען זיך אין שושן. מאַך פון מײַנטוועגן אַ תענית. מ′זאָל ניט עסן און ניט טרינקען, דרײַ טעג, טאָג און נאַכט. איך וועל אָט אַזויאָ אויכעט אָפּפאַסטן, און די בחורטעס וואָס באַ מיר, און אָט דערמיט וועל איך צום מלך קומען, אַוואָס איז ניט לוֹיטן דין. און טאָמער וועל איך אָפּשטאַרבן — איז וועל איך אָפּשטאַרבן.“

(טז) איז מרדכי אַף זײַן וועג אַוועק. אַלציקעדינג וואָס ס′האָט עם געהייסן אסתר האָט ער געטאָן.

≡≡ פּרק ה ≡≡ 

(א) ס′געווען אַזוי: אַפן דריטן טאָג האָט זיך אסתר אָנגעטאָן מיטן הולך פון מלכות. זי איז געשטאַנען אינעם אינעווייניקסטן הויף פונעם בֵּית הַמֵּלֶךְ אַקעגנאיבער דעם מלכס הוֹיז. דער מלך איז זיך געזעסן אַף זײַן כִּסֵא הַמַּלְכוּת אין בֵּית הַמַלְכוּת, אַקעגנאיבער דעם אַרײַנגאַנג פון הוֹיז. (ב) איז געווען אַזוי, אַז דער מלך האָט נאָר אסתר⸗המלכהן דערזען, אַ שטייענדיקע אַפן הויף, האָט זי באַ עם אין די אויגן נושא חן געווען, און ער האָט צו אסתרן צוצו אוֹיסגעצויגן זײַן מלכות⸗שטעקעלע דעם גאָלדערנעם, וואָס באַ עם אין האַנט. אסתר האָט זיך דערנענטערט און האָט אַ ריר געטאָן דעם שפּיץ פון שטעקעלע. (ג) פרעגט באַ איר דער מלך: 

„אַוואָס איז דיר, אסתרקע מלכה? און וואָס איז דען באַ דיר די בקשה? ביזקל אַ העלפט די מלוכה, און ס′עט דיר אָפּגעגעבן ווערן!“

(ד) זאָגט עם אסתר:

„אויבע באַם מלך איז גוט, טאָ זאָל ער קומען נאָך הײַנט מיט המנען אַף אַ הוליאַנקע וואָס איך גיי פון זײַנטוועגן מאַכן“.

(ה) זאָגט דער מלך: 

„יאָגט עם אונטער, המנען, צו מאַכן לוֹיט אסתרס וואָרט.“

זײַנען זיי געקומען, דער מלך און המן, אַף די הוליאַנקע אַוואָס ס′האָט אסתר געמאַכט. (ו) זאָגט דער מלך אסתרן בעתן ווײַן טרינקען: 

„אַוואָס איז דײַן באַגער און ס′וועט דיר געגעבן ווערן. און אַוואָס איז דײַן בקשה, ביזקל אַ העלפט די מלוכה און ס′עט געטאָן ווערן!“

(ז) האָט אסתר געענטפערט, אַזאָגטאָנדיק:

„מײַן באַגער? מײַן בקשה? (ח) טאָמער האָב איך חן געפונען באַם מלך אין די אויגן, און אויבע ס′איז דעם מלך אַ גוטע זאַך, געבן מײַן באַגער און אוֹיספירן מײַן בקשה, טאָ זאָל דער מלך קומען מיט המנען אַף אַ הוליאַנקע וואָס איך גיי מאַכן פון אײַערטוועגן — און מאָרגן וועל איך טאָן לוֹיטן וואָרט פונעם מלך.“

(ט) אין יענעם טאָג איז המן אַרוֹיס אַ פריילעכער און מיט אַ גוטע שטימונג. נאָר וואָדען, אַז ער האָט דערזען, המן, מרדכין באַם מלכס טויער, און ניט ער שטעלט זיך אופעט, ניט ער טוט זיך אַ ריר בכלל, איז המנען פול געוואָרן מיט גרימצאָרן אַף מרדכין. (י) פונדעסטוועגן האָט זיך המן אײַנגעהאַלטן, און איז אָנגעקומען צו זיך אַהיים און ער האָט געשיקט ברענגען זײַנע האָלטהאָבער מיט זֶרֶשְׁן, זײַן ווײַב. (יא) און המן האָט זיי דערציילט וועגן זײַן כבוד און עשירות און זײַנע מערערע זין, און וועגן אָדעם אַלעמען אַוואָס דער מלך האָט עם געהויבן און עם געהעכערט אַזש איבער די אַלע שָׂרִים און די באַדינער פונעם מלך. (יב) און ער האָט אַ זאָג געטאָן, המן:

„וואַ, אסתר⸗המלכה האָט קיינעם ניט פאַרבעטן מיטן מלך אַף די הוליאַנקע אַוואָש זשי גייט מאַכן אַחוץ מיר! און אויכעט אַף מאָרגן בין איך גערופן באַ איר אינאיינעם מיטן מלך. (יג) נאָר וואָס טויג עס מיר אַלטשיקעדינג, כל⸗זמן איך קוק אָנעט דעם אידן, מרדכין, זשיטשענדיק באַם מלכש טויער.“

(יד) טוט עם אַ זאָג זֶרֶשׁ זײַן ווײַב, אַזוי אויך זײַנע האָלטהאָבער: 

„זאָל מען אַ תליה מאַכן, פופציק אמה די הייך, און אינדערפרי גיי רייד מיטן מלך מ′זאָל דערוף מרדכין הענגען. אַדאַמאָלסט וועסטע קענען קומען מיטן מלך אַף די הוליאַנקע אַ פריילעכער“.

המנען איז וואוילגעפעלן די זאַך, האָט ער געמאַכט די תליה.

.

≡≡ פּרק ו ≡≡ 

(א) אָטאָ די נאַכט, אַז ס′האָט זיך דעם מלך ניט אײַנגעגעבן אײַנגעשלאָפן ווערן, האָט ער געהייסן ברענגען דעם „סֵפֶר הַזִכְרוֹנוֹת דִּבְרֵי הַיָּמִים“, מ′זאָל נעמען פאַרן מלך און אוֹיסלייענען.

(ב) האָט זיך גראַדע אָפּגעזוכט אַז ס′שטייט געשריבן אַפדערוף, אַז מרדכי האָט געהאַט דערציילט וועגן בִּגְתָנָאן מיט תֶרֶשְׁן, די צוויי סריסים דעם מלכס, די שוועל⸗שומרים, וואָס האָבן פּרובירט אַ האַנט לייגן אַף אחשוורוש⸗המלכן. (ג) איז טוט דער מלך אַ פרעג:

„וואָס פאַראַ כבוד און גרויסיקײַט האָט מען מרדכין געמאַכט פאַרדערפאַר, אַ?“

האָבן דעם מלכס בחורים די משרתים זײַנע עם געזאָגט, אַז מען האָט עם קיין שום זאַך ניט געמאַכט.

(ד) איז פרעגט דער מלך:

„אַווערידאָ⸗דאָ אַפן הויף?“

(המן איז געקומען אַפן אינדרוֹיסנדיקן הויף פון בֵּית הַמֶּלֶך, דעם מלך אַזוי⸗צו⸗זאָגן: אַז מ′דאַרף דעם מרדכין אופהענגען אַף דער תליה וואָס ער האָט עם צוגעגרייט.) (ה) דעם מלכס בחורים האָבן עם אַ זאָג געטאָן:

„אָט שטייט אין הויף המן“.

זאָגט דער מלך:

„טאָ זאָל ער אַרײַן“.

(ו) איז קומט אַרײַנעט המן, און דער מלך פרעגט באַ עם:

„אַוואָס באַדאַרף מען מאַכן מיט אַ מענטשן אַוועמען דער מלך וויל אָפּגעבן כבוד?“

זאָגט זיך המן שטילינקערהייט:

„אַוועמען קען דען דער מלך וועלן אָפּגעבן כבוד מער פון מיר?“

(ז) טוט ער, המן, אַ זאָג דעם מלך:

„אַ מענץ, וואָס דער מלך וויל עם אָפּגעבן כבוד, (ח) איז זאָל מען צוטראָגן בגדים פון מלכוש וואָס דער מלך האָט געהאַט געטראָגן, מיט אַ פערד אַוואָש אַף עם האָט געריטן דער מלך, און אַף וועמעס קאָפּ די קיניגליכע קרוין איז געווען געלייגט, (ט) און זאָל מען די מלבוסים מיטן פערד אָפּגעבן אַדורכן האַנט פון איינעם פון דעם מלכס שָׂרִים די פַּרְתְּמִים, און דעם⸗אָ מענצן, אַוואָס דער מלך וויל עם אָפּגעבן כבוד, זאָל מען די מלבוסים אָנטאָן, און זאָל מען עם אַדורכרײַטן אַפן פערד אַפן סטאָטיסן פּלאַץ. דערבײַ זאָל מען בפרהסיא אוֹיסרופן: „אָט אַזויאָ מאַכט מען אַ מענצן, וואָס דער מלך וויל עם אָפּגעבן כבוד!“

(י) זאָגט דער מלך המנען: 

„אַגיכער! נעמט די מלבושים מיט דעם פערד, אַזוי ווי איר′ט געזאָגט, און מאַכט עס פאַר מרדכי דעם אידן, וואָס ער זיצט זיך באַם קיניגליכן טויער, זאָל קיין שום זאַך ניט אַראָפּפאַלן פון דעם אַלעמען וואָס איר′ט אָקערשט אַ זאָג געטאָן“.

(יא) נעמט המן דעם לבוש מיטן סוס און טוט אָנעט מרדכין, און פירט עם אַדורך אין שטאָטישן פּלאַץ און רופט פון פאַר עם אוֹיסעט:

„אָט אַזויאָ מאַכט מען אַ מענטשן, וואָס דער מלך וויל עם אָפּגעבן כבוד!“

(יב) דערנאָכדעם האָט זיך מרדכי אומגעקערט צום טויער פונעם מלך. 

און המן — ער האָט זיך אַהיים געאײַלט אין אבילות, און מיט אַ צוגעדעקטן קאָפּ. (יג) נעמט ער, המן, דערציילן זֶרֶשְׁן, זײַן ווײַב, מיט די גאַנצע האָלטהאָבער זײַנע אַלציקעדינג וואָס ס′האָט מיט עם געטראָפן. האָבן עם געזאָגט זײַנע חכמים און זֶרֶשׁ זײַן ווײַב:

„טאָמער סטאַמט ער אָפּעט פון די אידן, אָטאָ דער⸗אָ מרדכי, באַ וועמען דו בינשט אַרײַנגעפאַלן, ′עסטע באַ עם ניט קענען געווינען, נאָר וואָדען, פאַלן ′עשטע גאָר אַראָפּפאַלן פון פאַר עם.“

(יד) זיי האָבן נאָך געהאַלטן אין ריידן, און אָט קומען אָנעט די סריסים פון מלך אָפּפירן המנען אַף די הוליאַנקע אַוואָס ס′האָט אסתר געמאַכט.

≡≡ פּרק ז ≡≡ 

(א) דער מלך איז אָנגעקומען, מיט המנען, אַף אוֹיסטרינקען מיט אסתר⸗המלכהן. (ב) זאָגט דער מלך אסתרן, אין צווייטן טאָג פון ווײַן⸗טרינקעכץ: 

„אַוואָס איז דײַן באַגער, אסתרקע⸗מלכה? ס′עט דיר געגעבן ווערן. און וואָס אי′ דען דײַן בקשה? אַביזקל אַ העלפט די מלוכה — און ס′עט דיר געמאַכט ווערן.“

(ג) האָט געענטפערט אסתר⸗המלכה, אַזאָגטאָנדיק:

„אַטאָמער האָב איך חן געפונען אין דײַנע אויגן, אָ מלך, און אויב באַם מלך איז גוט, טאָ זאָל מען מיר שאַנעווען מײַן לעבן — אַדאָס איז מײַן באַגער; און מײַן פאָלק שאַנעווען — אַדאָס איז מײַן בקשה. (ד) ווײַלע מ′האָט אונדז פאַרקויפט, מיר מיט מײַן פאָלק, אַף פאַרטיליקן, דערהאַרגענען, אומברענגען. אַז ס′וואָלט זײַן נאָר אַף שקלאַפן און שפחות פאַרקויפט צו ווערן, איז מילא, וואָלט איך דאָך צוגעשוויגן, ווײַלע דער שונא האָט ניט די ווערט, אַז דער מלך זאָל פונדאַפון אַ היזק האָבן.“

(ה) האָט דער מלך אחשוורוש געטאָן זאָגן, אַפרעגטאָנדיק אסתר⸗המלכהן: 

„אַ ו ו ע ר אי′ דאָס, און אַ ו ו א ו אי′ דער, וואָס באַ עם איז די האַרץ אָנגעדרודלט אָט אַזויאָ צו מאַכן?“

(ו) ענטפערט עם אָפּעט אסתר: 

„אַ חברהמאַן אַ פײַנט, אַ שונא! אָטאָ דער דאָזיקער — המן דער רשע!“

המן איז אַזש אופגעשוֹידערט געוואָרן פון פאַרן מלך מיט די מלכה. (ז) דער מלך האָט זיך אופגעהויבן אין זײַן גרימצאָרן פון ווײַן⸗טרינקעכץ און איז אַרײַן אין גאָרטן פון פּאַלאַץ. המן איז אָבער שטיין געבליבן אַף צו בעטן באַ אסתר⸗המלכהן מ′זאָל עם שאַנעווען, ווײַלע ער האָט אײַנגעזען אַז דער מלך האָט פאַר עם באַשטימט אַ שלעכטיקײַט. (ח) אַז דער מלך איז געקומען אַף קאַריק פונעם גאָרטן וואָס באַם פּאַלאַץ צום אָרט אַוואו ס′איז געווען די ווײַן⸗טרינקעכץ, און אָט טוט המן אַ פאַל אַרײַן אין בעט וואו ס′איז געווען אסתר. איז זאָגם עם דער מלך:

„די מלכה אײַננעמען באַ מיר אין סאַמע הוֹיז, אַדאָס אויכעט?“

וויבאַלד די ווערטער זײַנען פון מלכס מוֹיל אַרוֹיס האָט מען המנס פּנים באַדעקט. (ט) חַרְבֿוֹנָה, איינער פון די סריסים וואָס פאַרן מלך נעמט אַ זאָג טאָן: 

„וואָזשע, באַ המנען אין דער היים שטייט די תליה, פופציק אמה די הייך, וואָס המן האָט געמאַכט פאַר מרדכין. מרדכי — וואָס האָט פון מלכס וועגן אוֹיסדערציילט!“

זאָגט דער מלך: 

„הענגט עם דאַרוף אופעט!“

(י) האָט מען אופגעהאַנגען המנען אַף דער תליה וואָס ער האָט פאַר מרדכין צוגעגערייט.

באַם מלך האָט זיך אײַנגערואיקט דער גרימצאָרן.

≡≡ פּרק ח ≡≡ 

(א) אָטאָ דעם זעלביקן טאָג האָט דער מלך אחשוורוש אַוועקגעגעבן אסתר⸗המלכהן די הוֹיז פון המנען, דעם צורר היהודים. און מרדכי איז געקומען פאַרן מלך, ווײַלע אסתר האָט עם דערציילט אַוואָס ער איז דען באַ איר. (ב) האָט דער מלך אַראָפּגענומען דעם פינגערל, וואָס ער האָט געהאַט אַף קאַריק גענומען באַ המנען, און עם אַוועקגעגעבן מרדכין. אסתר האָט געשטעלט מרדכין איבערן הוֹיז פון המנען.

(ג) און אסתר איז נאָכאַמאָל אַוועק ריידן פאַרן מלך. זי איז אַראָפּגעפאַלן באַ זײַנע פיס, און האָט געוויינט, אין געבעטן מיט תחנונים בטל מאַכן די שלעכטיקײַט פון המן דעם אַגאַגער, און זײַן פּלאַן וואָס ער האָט צוגעטראַכט צו די אידן. (ד) האָט דער מלך אַרוֹיסגעצויגן זײַן מלכות⸗שטעקעלע דעם גאָלדערנעם, האָט זיך אסתר אופגעהויבן און איז געשטאַנען פון פאַרן מלך, (ה) און זי האָט געטאָן זאָגן:

„אויבע באַם מלך רעכנט זיך פאַר גוט, און אויבע איך האָב פאַר עם אין די אויגן חן געפונען, און די זאַך איז אַ כָּשְׁרע באַם מלך, און אָט בין איך אַ גוטינקע באַ עם אין די אויגן, טאָ זאָל אָנגעשריבן ווערן בטל מאַכן די בריוו וואָס ס′האָט צוגעקלערט הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְּדָתָֿא דער אַגאַגער, אַוואָס ער האָט דאָך אָנגעשריבן אַף צו פאַרטיליקן די אידן אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך. (ו) ווײַלע אָט וואָס, ווי אַזוי זשע וועל איך קענען צוקוקן אַף אַזאַ שלעכטיקײַט וואָס ס′טרעפט אָנעט דעם פאָלק מײַנעם? און ווי אַזוי זשע וועל איך קענען צוקוקן אַפן אומברענגען מײַן אָפּשטאַם?“

(ז) האָט דער מלך אחשוורוש געזאָגט אסתר⸗המלכהן און מרדכין, דעם אידן: 

„אָט האָב איך אַוועקגעגעבן המנס הוֹיז אסתרן, און עם האָט מען געהאַנגען אַף דער תליה אַלמאַי ער האָט זײַן האַנט געלייגט אַף די אידישע מענטשן. (ח) איז אָט וואָס: איר, שרײַבט זשע אָנעט אָט אַזויאָ ווי אײַך איז גוט אין די אויגן, אינעם נאָמען פונעם מלך, און מיר וועלן עס פאַרחתמענען מיטן מלכס פינגער⸗זיגל, ווײַלע אַן אוקאַז⸗כְּתַֿבֿ וואָס סײַ ער איז אָנגעשריבן אינעם מלכס נאָמען, און סײַ ער איז געחתמעט מיטן מלכס פינגער⸗זיגל, קען מען ניט פאַרבַּטְלען.“

(ט) האָט מען דאַמאָלסטאָ גערופן דעם מלכס סופרים, אָדאָס איז אין דריטן חודש, ער איז דאָך דער חודש סיוון, אין צוואַנציק⸗דריטן טאָג דאַרין, און ס′איז אופגעשריבן געוואָרן וועדליק אַלציקעדינג וואָס מרדכי האָט געהייסן אין שייכות מיט די אידן: צו די אֲחַשְׁדַּרְפָּנים, און די אונטערטעניקע באַ זיי, און די שָׂרִים פון די מדינות, פון הוֹדּוּ און אַזש ביזקל כּוּשׁ, הונדערט מיט צוואַנציק⸗זיבן מדינות, אַ מדינה אַ מדינה לוֹיט איר שריפט, אַ פאָלק אַ פאָלק לוֹיט זײַן לשון, און צו די אידן אַף זייער שריפט און אַף זייער לשון. 

(י) האָט מען אין נאָמען פונעם מלך אחשוורוש אָנגעשריבן און פאַרחתמעט מיטן מלכס זיגל⸗פינגערל, און בריוו געשיקט אַדורך די פערד⸗לויפער, אָטאָ די⸗אָ — די אֲחַשְׁתְּרָנִים, אַוואָס זיי רײַטן אַף יאָג⸗פערד צוכטיק אוֹיסגעהאָדעוועטע, (יא) אַפדערוף, אַז דער מלך האָט געגעבן די אידן וואָס אין יעדער שטאָט און שטאָט זיך קהלן, זיך אָננעמען פאַר זייער לעבנס וועגן; צו פאַרטיליקן, דערהאַרגענען, אומברענגען די אַלע חיילות פון פעלקער מיט מדינות וואָס פאַלן אַף זיי אָנעט, אַף זייערע קינדער און ווײַבער און וואָלטן גערן זייער רכוש פאַר רויב גענומען — (יב) אין אַן איינאיינציקן טאָג אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך אחשוורוש, אום דרײַצעטן אין צוועלפטן חודש, ער איז דאָך דער חודש אָדָר; (יג) די איבערשרײַבונג, — דער פַּתְשֶׁגֶן, אַף צו געבן פאַר אַ דין אין יעדער מדינה און מדינה, אָפנבאַרלעך פאַר די אַלע פעלקער, אָט אַזויאָ אַז די אידישע מענטשן זאָלן זײַן צוגעגרייט אַף אָטאָ דעם טאָג, אַ נקמה צו נעמען אין זייערע שונאים. (יד) די לויפער מיט יאָג⸗פערד — די אֲחַשְׁתְּרָנִים, זײַנען אַרוֹיס, געיאָגט און געאײַלט אַדורכן דְּבַר הַמֵּלֶךְ, און דער געזעץ איז געגעבן געוואָרן אויך אין שושן הבירה גופא.

(טו) איז מרדכי אַרוֹיס פון פאַרן מלך מיט מלבושים פון מלכות, בלאָ⸗ווײַסינקע, אַ גרויסע גאָלדערנע קרוין, און אַ כאַלאַט פון איידלסטן פּורפּורנעם פלאַקס⸗שטאָף.

די שטאָט שושן האָט אַזש געשריען פאַר פרייד. (טז) באַ די אידן איז געווען ליכטיקײַט און פרייד און גליק און כבוד. (יז) און אין איטלעכע מדינה און מדינה, אין איטלעכע שטאָט און שטאָט, אַוואו נאָר אַן אָרט וואוהין ס′קומט אָנעט דער דְּבַר הַמֵּלֶךְ מיטן אוקאַז  — איז פרייד און גליק באַ די אידן, מ′טרינקט אוֹיסעט, ס′יום⸗טוב.

אַ סך פון די פעלקער פון לאַנד האָבן זיך גענומען פאַראידישן, ווײַלע אַף זיי איז אָנגעפאַלן דער פּחד פון די אידן.

≡≡ פּרק ט ≡≡ 

(א) אין צוועלפטן חודש, ער איז דאָך דער חודש אָדָר, אין דרײַצעטן טאָג דאַרינען, אַז ס′האָט געהאַלטן באַם אָנקומען די צײַט פון אַדורכפירן דעם דְּבַר הַמֵּלֶךְ מיטן אוקאַז, אָדאָס איז געווען אין טאָג אין אַוועלכן די שונאים פון די אידן האָבן געהאַט בדעה צו געוועלטיקן איבער זיי, און ס′איז פאַרקערט געוואָרן, אַזוי אַרומעט אַז די אידן זאָלן איבער זייערע שונאים געוועלטיקן, (ב) האָבן זיך די אידן געקהלט אין זייערע שטעט אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך אחשוורוש, לייגן אַ האַנט אַף די וואָס קלערן אַף זיי שלעכטיקײַט. קיין שום מענטש איז זיי ניט געשטאַנען אַקעגן, ווײַלע דער פּחד זייערער איז געפאַלן איבער די אַלע פעלקער. (ג) און די אַלע שָׂרִים פון די מדינות, און די אֲחַשְׁדַּרְפְּנים מיט זייערע אונטערטעניקע, און די וואָס מאַכן די אַרבעט פאַרן מלך, האָבן זיך געסטאַרעט פון די אידנס וועגן, ווײַלע ס′איז אַף זיי געפאַלן אַ פּחד פאַר מרדכין, (ד) מחמת דעם וואָס מרדכי איז אַ גרויסער מענטש געווען אינעם בֵּית הַמֵּלֶךְ, און דער שם זײַנער גילט אין די אַלע מדינות; אַלמאי אָטאָ דער מענטש, מרדכי, ווערט וואָסאַמאָל גרעסער.

(ה) און די אידן האָבן אין זייערע שונאים געשלאָגן אַ מכה מיטן שווערד, פון טויט און פון פאַרטיליקונג, און מיט זייערע שונאים האָבן זיי געמאַכט אָט אַזויאָ, ווי ס′האָט זיך זיי פאַרוועלט.

(ו) אין שושן הבירה האָבן די אידן דערהאַרגעט און פאַרטיליקט פינף הונדערט מאַן, און (ז) בתוכם:

  • פַּרְשַׁנְדָּתָֿאן, און

  • דַּלְפָֿנען, און (ח)

  • אַסְפָּתָֿאן, און

  • פּוֹרָתָֿאן, און

  • אֲדַלְיָאן, און

  • אֲרִידָתָֿאן, און (ט)

  • פַּרְמַשְׁתָּאן, און

  • אֲרִיסַיען, און

  • אֲרִידַיען, און

  • וַיְזָתָֿאן;

(י) די צען זין פון הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְדָתָֿאן, דעם צורר היהודים, האָבן זיי דערהאַרגעט, נאָר אַפן רויב האָבן זיי קיין האַנט ניט געלייגט.

(יא) אין אָט דעם טאָג האָט מען פאַרן מלך געבראַכט דעם ציפער פון די הרוגים אין שושן הבירה. (יב) איז טוט דער מלך אַ זאָג אסתר⸗המלכהן: 

„אָט האָבן די אידן אין שושן הבירה דערהאַרגעט און פאַרטיליקט פינף הונדערט מאַן און די צען זין פון המנען, איז וואָזשע האָבן זיי אין די איבעריקע מדינות וואָס באַם מלך געטאָן, אַ? איז וואָזשע איז דײַן באַגער און ס′עט דיר געגעבן ווערן, און וואָס נאָכמער איז דײַן בקשה, און ס′עט געטאָן ווערן“.

(יג) איז זאָגט אסתר: 

„אויבע באַם מלך קומט אוֹיסעט גוט, טאָ זאָל מען אויך אָפּגעבן דעם מאָרגנדיקן טאָג די אידן וואָס אין שושן צו מאַכן לוֹיטן דין וואָס איז אַף הײַנט געזאָגט געוואָרן, און די צען זין פון המנען אַווײַטער הענגען בלײַבן אַף דער תליה“.

(יד) האָט דער מלך געהייסן ס′זאָל אָט אַזויאָ געטאָן ווערן, און עס איז אין שושן אַרוֹיסגעלאָזן געוואָרן אַן אוקאַז, און די צען זין פון המנען האָט מען ווײַטער געלאָזן הענגען. (טו) און די אידישע מענטשן וואָס אין שושן האָבן זיך געקהלט אויך אין פערצעטן טאָג אין חודש אָדָר, און זיי האָבן אין שושן אוֹיסגעהאַרגעט נאָך דרײַ הונדערט מאַן, נײַערט אין רויב האָבן זיי זיך ניט צוגערירט.

(טז) און די איבעריקע אידן וואָס אין דעם מלכס מדינות האָבן זיך צונויפגעקהלט, און פון זייער לעבנס⸗וועגן באַשטאַנען, און אַ מנוחה פון זייערע שונאים דערלעבט, און פון די פײַנטהאָבער זייערע האָט מען אוֹיסגעהאַרגעט זיבעציק⸗פינף טוֹיזנט, נײַערט אין רויב האָבן זיי זיך ניט צוגערירט — (יז) אָדאָס, אין דרײַצעטן טאָג אין חודש אָדָר; און דעם פערצעטן טאָג פון זעלביקן חודש האָבן זיי זיך אָפּגערוט און עם געמאַכט פאַר אַ טאָג פון אוֹיסטרינקען און פרייען זיך.

(יח) נאָר וואָדען, די אידן וואָס אין שושן האָבן זיך געקהלט — אין דרײַצעטן טאָג וואָס אין חודש א ו ן אין פערצעטן טאָג; און אין פ ו פ צ ע ט ן וואָס אינדערײַן האָבן זיי זיך ערשט אָפּגערוט און עם געמאַכט פאַר אַ טאָג פון אוֹיסטרינקען און פרייען זיך.

(יח) נאָר וואָדען, די אידן וואָס אין שושן האָבן זיך געקהלט — אין דרײַצעטן טאָג וואָס אין חודש א ו ן אין פערצעטן טאָג; און אין פ ו פ צ ע ט ן וואָס אינדערײַן האָבן זיי זיך ערשט אָפּגערוט און עם געמאַכט פאַר אַ טאָג פון אוֹיסטרינקען און פרייען זיך.

(יט) פאַרדערפאַר מאַכן די אידן די צעשפּרייטע וואָס וואוינען אין די אוֹיסגעשפּרייטע שטעט דעם פערצעטן טאָג אין חודש אָדָר אַ שמחה און אַ הוליאַנקע און אַ יום⸗טוב און מ′גיט שלח⸗מנות איינער דעם אַנדערן.

(כ) מרדכי האָט גענומען אופשרײַבן אָטאָ די⸗אָ זאַכן און האָט געשיקט בריוו די אַלע אידן וואָס אין די אַלע מדינות וואָס באַם מלך אחשוורוש, די וואָס זײַנען נאָענט, און אָטאָ די⸗אָ וואָס העט ווײַט, (כא) זיי זאָלן נעמען אַף זיך מקיים זײַן און האַלטן דעם פערצעטן טאָג אַוואָס אין חודש אָדָר, און דעם פופצעטן טאָג וואָס דאַרין, יאָר⸗אײַן יאָר⸗אוֹיסעט; (כב) טעג אַזעטקענע, אַווען ס′האָבן זיך די אידן אָפּגערוט פון זייערע שונאים, און אין חודש, אַווען זיי איז פון טרוֹיער, אדרבא — פרייד געוואָרן; און פון אבילות —יום⸗טוב. מ′זאָל זיי מאַכן פאַר טעג פון אוֹיסטרינקען און פרייד, און שלח⸗מנות געבן איינער דעם אַנדערן, און מתנות פאַר אָרעמעלײַט.

(כג) און די אידן האָבן אַף זיך גענומען צו מאַכן אָט אַזויאָ, זיי האָבן די זאַך אין וועג אַרײַן געלאָזן, אָדאָס⸗אָ, אַוואָס מרדכי האָט זיי אָנגעשריבן, (כד) אַז מחמת דעם וואָס דער הָמָן⸗בֶּן⸗הַמְדָתָֿא דער אַגאַגער, אַ צורר פון אַלע אידן אַף צו פאַרטיליקן זיי, און מ′האָט געוואָרפן גורל (אָדאָס זײַנען דאָך די פּוּר⸗שטיינדעלעך) אַף זיי צעקלאַפּן און אומברענגען; (כה), נאָר וואָדען, אַז  ז י  איז געקומען פאַרן מלך האָט ע ר קאָמאַנדעוועט מיט בריוו אַריבערטראָגן די בייזע צוטראַכטעניש, וואָס יענער האָט פאַרקלערט אַף די אידן, אַפן א י י ג ע נ ע ם קאָפּ זײַנעם — און מ′האָט ע ם מיט זײַנע זין אַף דער תליה געהאַנגען.

.

(כו) דרום האָט מען גענומען רופן אָטאָ די טעג פּ ו ר י ם אַפן נאָמען פונעם פּור.

און פאַרדערפאַר, אַפן סמך פון אָטאָ דעם איגרת, און אַוואָס זיי האָבן געהאַט געזען פון דאַרײַן, און וואָס איז צו זיי דערגאַנגען, (כז) האָבן די אידן אופגעהאַלטן און אָנגענומען אַף זיך און אַף זייערע קינדסקינדער, און אַף אָטאָ די אַלע וואָס האָבן זיך צו זיי צוגעאייגנט, אַף ניט פאַרפעלן אַווײַטער אָטאָ די צוויי טעג האַלטן לוֹיט זייערע כתבים, צו דער צײַט, יאָר⸗אײַן יאָר⸗אוֹיסעט.

(כח) און אָטאָ די טעג ווערן פאַרגעדענקט און אופגעהיט דור⸗אײַן דור⸗אוֹיסעט, באַ אַ משפּחה און אַ משפּחה, אַ מדינה און אַ מדינה, אַ שטאָט און אַ שטאָט. 

די⸗אָ טעג פון פּורים זאָלן ניט פאַרפאַלן ווערן צווישן די אידן, זייער געדענקונג זאָל באַ זייערע קינדסקינדער זיך ניט אוֹיסלאָזן.

(כט) דאַמאָלסט האָט אסתר⸗המלכה, די טאָכטער פון אֲבִיחַיִלְן, אופגעשריבן, נאָכאַמאָל, מיט מרדכי דעם אידן, דעם גאַנצן תמצית פון אופהיטן אָדעם אִגֶּרֶת הַפּוּרִים. (ל) און ער האָט אַוועקגעשיקט אַ בריוו, „דִּבְרֵי שָׁלוֹם וֶאֱמֶת“, צו די אַלע אידן אין די הונדערט מיט צוואַנציק⸗זיבן מדינות, מלכות  אחשוורוש, (לא) מזאָל אופהיטן אָטאָ די טעג פון פּורים צו דער צײַט, פּונקט אָט אַזויאָ ווי ס′האָבן דאָס פון זייערטוועגן מקיים געווען מרדכי דער איד מיט אסתר⸗המלכה; און איבער דעם ווי אַזוי זיי האָבן עס געהאַלטן פאַר זיך און פאַר זייערע קינדסקינדער — זייערע תעניתים מיט די אוֹיסגעשרייען.

(לב) און דער פּסק פון אסתר האָט פאַרפעסטיקט אָטאָ די זאַכן פון פּורים, און ס′איז אינעם ספר אופגעשריבן געוואָרן.

≡≡ פּרק י ≡≡

(א) דער מלך אחשוורוש האָט אַ צינדז⸗שטײַער אַפן לאַנד און אַף די אינדזלען וואָס אַפן ים אַרופגעלייגט.

(ב) און די גאַנצע מעשה פון זײַן מאַכט און זײַן גבורה, און די פּרשה פון דערהייבונג פון מרדכין, וואָס דער מלך האָט געטאָן דערהייבן, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי מָדַי וּפָרַס“?

(ג) פאַרוואָר, דער איד מרדכי איז געווען אַ שֵׁנִי לַמֵּלֶךְ באַם מלך אחשוורושן, און אַ גרויסאַרטיקער באַ די אידן, און דער המון פון זײַנע ברידער האָבן עם האָלט געהאַט. ער איז געווען אַ דוֹרֵשׁ טוֹב פאַר זײַן פאָלק, און אַ מְדַבֵּר שָׁלוֹם פון אַלע זײַנע קינדסקינדערס וועגן.

חזק

 רות     ☜מלכים א     ☜מלכים ב     ☜יונה     ☜איכה     ☜דניאל


אדר א′ תשע″ו

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) און יוליטשקע רעץ (פּעטערבורג) פאַר זייער גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.


Draft translation into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2016).  See also I KingsII Kings, Jonah, Daniel, Song of Songs, RuthLamentations, Ecclesiastes.

Comments are closed.