The Book of Daniel in Lithuanian Yiddish

TRANSLATION BY DOVID KATZ

PART OF A BIBLE IN LITHUANIAN YIDDISH TRANSLATION PROJECT



Frontispiece by Giedrė Beconytė   שער⸗בילד פון גיעדרע בעצאָניטע 


דניאל

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

געווידמעט פּראָפעסאָר דזשאָסעף מאַלאָנען מיט לעבנלאַנגיקן יישר כח פאַר זײַן קורס „די קונסט פון איבערזעצונג און די וויסנשאַפט פון לינגוויסטיק“

Dedicated to Professor Joseph L. Malone, master of “The Art of Translation and the Science of Linguistics”

☜ רות      ☜ מלכים א      ☜ מלכים ב     ☜ איכה     ☜ אסתר     ☜ יונה

בוויﬥנא

די פּרקים

א      ב      ג      ד     ה     ו     ז     ח     ט     י     יא    יב

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום דניאל לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; ביי די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

דער תרגום פון לשון⸗קודשדיקן חלק פון ספר ווערט געבראַכט ווי געוויינלעך אין מרובע שריפט; דאַקעגן זשע ווערט דער אַראַמישער חלק געבראַכט אינעם משקיט (מעשיט) שריפט אַוואָס ס′האָט פרײַנטלעך דערלויבט נוצן פּראָפעסאָר רפאל פינקל (לעקסינגטאָן, קענטאָקי), וועלכער טראָגט פאַרשטייט זיך ניט קיין אחריות פאַרן תרגום און זיינע חסרונות און טעותן. אינעם תרגום פון אַראַמישן חלק פון ספר דניאל, ווערן בדרך כלל געבראַכט נאָר אַביסל נקודות: קמץ אלף, פּתח אלף און די פיר רפהס פון בגד כפת: בֿ, כֿ, פֿ, תֿ.

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) אינעם דריטן יאָר פון יְהוֹיָקִימען, מלך פון יהודה, איז געקומען נְבֿוּכַדְנֶאצַּר מלך בבל אַף ירושלים און האָט אַף איר באַלעגערט. (ב) האָט עם גאָט אין האַנט אַרן געגעבן יְהוֹיָקִימען, מלך פון יהודה, און אויכעט אַביסל פון די כלים וואָס אין הוֹיז פון גאָט. האָט ער זיי געבראַכט אין לאַנד שִׁנְעָר אין הוֹיז פון זנע געטער. די כלים האָט ער געבראַכט אין הוֹיז פון די אוצרות פון זנע געטער.

(ג) דער מלך האָט אָנגעזאָגט אַשְׁפְּנַזְן, דעם הויפּט פון די סריסים, מ′זאָל עם פון די בני ישראל אַראָפּברענגען פון די וואָס שטאַמען אָפּעט פון די מלוכה, און פון די אַדעלע לט, (ד) יונגעלט אַזעטקענע אַוואָס באַ זיי איז קיין שום מום ניטאָ, שיינע אין אוֹיסזען, וואויל⸗געלערנטע אין אַיעדער פון די חכמות, וואויל⸗קענעוודיקע אין דעות, פאַרשטייער אין וויסנשאַפט, אַכלל: אָט אַזעטקענע באַ וועמען ס′איז דאָ דער מעמד צו שטיין אינעם פּאַלאַץ פונעם מלך, און אַוואָס מ′קען מיט זיי לערנען די כתבים און דעם לשון פון די כַּשְׂדִּים, (ה) און דער מלך וועט זיי אָנגרייטן די זאַכן וואָס טאָג אנעט טאָג אוֹיסעט, פון מלכס פּראַכט⸗מאָלצטן און פונעם וון פון זנע משקאות — זיי דר יאָר אוישיאָריקן; טייל פון זיי וועלן פון פאַרן מלך שטיין.

(ו) איז געווען צווישן זיי פון דיאָ פון יהודה: דָּנִיאֵל, חֲנַנְיָה, מִישָׁאֵל און עֲזַרְיָה, (ז) דער הויפּט פון די סריסים האָט זיי אַ נאָמען געגעבן, דניאלן — בֵּלְטְשַׁאצַּר; חנניהן — שַׁדְרַךְ; מישאלן — מֵישַׁךְ, און עזריהן — עֲבֵֿד⸗נְגֿוֹ.

(ח) דניאל האָט זיך אין האַרצן אנגעשפּאַרט, אַז ער וועט זיך ניט מחלל זן אַניט מיטן מלכס פּראַכט⸗מאָלצטן און אַניט מיטן וון פון זנע משקאות. האָט ער געטאָן בעטן באַם הויפּט פון די סריסים אַז ער זאָל זיך ניט מחלל זן. (ט) און פאַרוואָר, גאָט האָט דניאלן געגעבן באַם הויפּט פון די סריסים באַרעמהאַרציקט און רחמנות, (י) טוט דער הויפּט פון די סריסים דניאלן אַ זאָג:

„כ′האָ′ דאָך פאָרט מורא פאַר מן האַר דעם מלך וואָס האָט דאָך באַשטעלט די מאכלים אערע מיט די משקאות אערע! ט′ער דאַזען אַז באַ אך איז דער פּנים ניט אַזוי א⸗א⸗א, ווי באַ די יונגעלט וואָס אַן ערך אין דן עלטער און באַ מיר אַפן קאָפּ וועט באַם מלך אַראָפּפאַלן די שולד!“

(יא) האָט דניאל אַ זאָג געטאָן דעם קאָך⸗מנסטער וואָס דער הויפּט פון די סריסים האָט געשטעלט צו דניאלן, חנניהן, מישאלן, און עזריהן:

(יב) „איז אָטוואָס: פּרואווט אוֹיסעט אַף אַ צען טעג אערע געטרע. זאָל מען אונדז געבן פונדאַפון וואָס ס′וואַקסט פון די ערד — און מי′לן אָפּעסן; און וואַסער — און מ′עט אוֹיסטרינקען! (יג) און אונדזער אוֹיסזע וועט פאַר אכעט געזען ווערן, אָט אַזויאָ ווי דער אוֹיסזע פון די יונגעלט אַוואָס זיי עסן דעם מלכס פּראַכט⸗מאָלצטן. און לוֹיט דעם וואָס איר′ט זען, אָט אַזוי ט′איר מאַכן מיט אערע געטרע.“

(יד) אין אָטאָ די זאַך האָט ער זיך צו זיי צוגעהאָרכט. צען טעג האָט ער זיי באַפּרואווט. (טו) און צום סוף פון די צען טעג האָט אוֹיסגעזען די מראה באַ זיי בעסער, און מיט פעטערע לײַב, איידער באַ די אַלע יונגעלט אַוואָס זיי האָבן אָפּגעגעסן פון די פּראַכט⸗מאכלים פונעם מלך. (טז) איז האָט דער קאָך⸗מײַנסטער באַ זיי צוגענומען זייערע פּראַכט⸗מאָלצטן מיטן ווײַן פון די געטראַנקען זייערע, און זיי געגעבן  אַוואָס ס′וואַקסט אוֹיסעט פון די ערד.

(יז) און אָטאָ די יונגעלײַט — די גאַנצע פיר — גאָט האָט זיי פאַרוואָר געגעבן וואויל⸗געלערנטקט און וואויל⸗קענעוודיקט אין אַיעדער בוך און אין אַיעדער וויסנשאַפט.

און דאַצו האָט  ד נ י א ל  וואויל⸗פאַרשטאַנען פּותֿר זן אַוועלכע ניט איז זעאונגען, און — חלומות!

(יח) צום סוף פון די טעג אַוואָס דער מלך האָט געהייסן, מ′זאָל זיי אַלעמען צופירן, האָט זיי דער הויפּט פון די סריסים געבראַכט פון פאַר נְבֿוּכַדְנֶצַּרן. (יט) דער מלך האָט זיי פאַרהערט, און צווישן זיי אַלעמען האָבן זיך ניט אָפּגעזוכט אָט אַזעטקענע ווי דניאל, חנניה, מישאל, און עזריה. אַז זיי זנען געשטאַנען פון פאַרן מלך, (כ) אין אַיעדער ענין פון חכמה און פאַרשטענדיקט אַוואָס נאָר ס′האָט זיי אוֹיסגעפאָרשט דער מלך, האָט ער זיי געפונען צען האַנט⸗מאָס העכער איידער די אַלע כִּישוּפֿמאַכער און וואונדיירים⸗טוער אַוואָס באַ עם אין די גאַנצע מלוכה.

(כא) אָטאָ דאָרטנאָ איז דניאל אָפּגעווען, אַזש ביזקל אין ערשטן יאָר פון מלך כּוֹרֶשׁ. 

≡≡ פּרק ב ≡≡ 

(א) אַז אין צווייטן יאָר פון מלכות נְבֿוּכֿדְנֶצַּר, האָט זיך נְבֿוּכֿדְנֶצַּרְן גענומען אַ חלום טאָן חלומות, אַזוי אַרומעט, אַז זן שטימונג איז אופגערודערט געוואָרן און ס′האָט זיך עם ניט אנגעשלאָפן. (ב) האָט ער געהייסן מ′זאָל עם צורופן די שטערנקוקער מיט די וואונדיירים⸗טוער מיט די כִּישוּפֿמאַכער מיט די כַּשְׂדִּים, דעם מלך פּותר זן די חלומות זנע. זנען זיי געקומען און זנען געשטאַנען פון פאַרן מלך. (ג) זאָגט זיי דער מלך:

„מיר האָט זאַך אַ חלום געחלומט, און די שטימונג איז באַ מיר אופגערודערט געוואָרן, אַף וויסן זן — אַוואָס דער חלום!“

(ד) די כַּשְׂדִּים האָבן מיטן מלך גענומען ריידן  אַ ף  אַ ר אַ מ י ש:

«אָ, מלך, אייביגערהייט זאָלט איר לעבן, זאָגט נייערט אַוואָש איז גיווען דער חלום, אונ′ מיר וועלן דעם חלום טאָן פותֿר זיין:»

(ה) האָט דער מלך גיענטפֿערט, אונ′ ער האָט דיא כשדים זייני גיזאָגט:

«אַז דער גזר מיינער איז דאָך בפֿהרסיא: וועט איר ניט געבן צו ווישן שיי דעם חלום אונ′  ש י י  דעם באַשייד פֿונדאַפֿון וועט איר ביזקל אַף דיא אבֿרים צוברעקלט ווערן, אונ′ אייערי הייזער וועט מען אין מישט⸗הויפֿנש פֿאַרוואַנדלין: (ו) פֿאַרקערט, ′עט איר מיר אַנטפלעקן אַוואָש דער חלום אונ′ זיין באַשייד ט′איר פֿון מיינטוועגן באַקומין מתנותֿ אונ′ גישענקיניש אונ′ אַ גרוישן כבֿוד. איז דאַריבער טוט מיר זאָגן דעם חלום מיט זיין באַשייד:»

(ז) איז האָבן זיי עם נאָכֿאַמאָל גיטאָן ענטפֿערן:

«זאָל נאָר דער מלך טאָן זאָגן דעם חלום פֿאַר זייני גיטרייע, וועלן מיר עם גריילאַך באַשיידן:»

(ח) ענטפֿערט דער מלך אונ′ טוט זאָגן:

«אַף גיוויש ווייש איך, אַז איר קויפֿט זיך אייניט מערניט צייט, וויילי דער פסק איז פֿון מיר בפֿהרסיא אַרוישיט, (ט) תאמר וועט איר מיר דעם חלום ניט אַנטפלעקן, קען אייך מערניט אַן איינערלייאיקער משפט זיין: דרום האָט איר אַ ליגנהאַפֿטיקי זאַך, אונ′ אַ שאַלקהאַפטיקי, צוגיקלערט מיר פֿאַרדרייען, אַביזקיל דיא צייט וועט ניט איבערגיין אַנדערשטווייז: דרום דעם  ח ל ו ם טוט מיר זאָגן, איך זאָל ווישן זיין אַז איר קענט מיר עם אויכֿיט אַנטפלעקן:»

(י) האָבן דיאָ כשדים גיענטפֿערט פֿון פֿאַר דעם מלך אַזוי צו זאָגן:

«אַז קיין שום מענטש איז ניט פֿאַראַן אַף דיא ערד, וואָש קען אָדעם אָנזאָג פון מלך אַדורכֿפֿירן: והא ראיה — אַז קיין שום מלך, האַר, אָדער גיוועלטיגער האָט אָט אַזאַ מין זאַך ניט גיטאָן בעטן באַ כישוף מאַכֿער, וואונדיירים טוער, אָדער כשדים: (יא) אַזאַ שווערי זאַך איז דאָש, אַוואָש קיין אַנדירער קען עש ניט אוישפֿירן פון מלכֿש וועגן שיידן  ג ע ט ע ר, וואָש ניט צווישן בשר ודמש איז זייער וואוין אָרט צום טרעפֿן:»

(יב) אַדאָש דאַהערט איז דער מלך אין אַ גרימצאָרן אַריינגיפֿאַלן, איינמאָל אַ ווישטן כעס, אונ′ ער האָט גיהיישן מען זאָל אום בריינגין דיא אַלי חכֿמי בבֿל:

(יג) אַז עש איז אַרויש דער גזר, אַז מען בריינגט אומיט דיא גילערינטי, אַריינגירעכֿינט דניאלן, וואָש עם מיט דיא חבֿרים זייני האָט מען גיהאַלטן אין אוישזוכֿן, אַף אום צו בריינגין, (יד) אָדאַמאָלשט האָט דניאל מיט עצהשאַפֿט אונ′ טוענדיק ווי אַ חכֿם, אַף ווייטער גיטאָן פֿרעגן באַ אַריוכֿן דעם אייבערמיינשטער פון די שעכֿטאָרים, וואָש ער איז אַרוישיט אַף אום צו בריינגין דיא חכֿמי בבֿל. (טו) ער האָט אָפגיענטפֿערט אַריוכֿן, דעם גיוועלטיגער וואָש באַם מלך:

«אַצו וואָש אַזאַ אייליניש באַם גזר וואָש פֿונים מלך?»

אַז אַריוך האָט עם אין גאַנג פון שמועתֿ גיגעבן צו ווישן דניאלן דיא זאַך, (טז) איז דניאל אַריין בעטן באַם מלך אַ באַשטימיניש זאָל עם גיגעבן ווערן, ער זאָל דעם פתֿרון פֿאַרן מלך טאָן אַנטפלעקן:

(יז) אונ′ דאַמאָלשט, אַז דניאל איז אַוועק צו זיך אַהיים אונ′ ער האָט דיא זאַך גיגעבן צו ווישן חנניהן, מישאלן, אונ′ עזריהן, זייני חבֿרים: (יח) האָט ער באַ זיי גיטאָן פועלן, זיי זאָלן תפֿילה טאָן באַ גאָט וואָש אין דיא הימלין וואָש איז שייך אָטאָ דעם סוד, אַזוי אַרומיט אַז דניאל מיט דיא חבֿרים זייני זאָלן ניט אום קומין אינאיינים מיט דיא איביריקי חכֿמי בבֿל:

(יט) אונ′ אָדאַמאָלשט איז אין אַ נאַכֿטיקי זעאונג דניאלן אַנטפלעקט גיוואָרן דער סוד: האָט דניאל גיבענטשט אָגאָט אַוואָש אין דיא הימלין: (כ) אָפגירופֿן האָט זיך דניאל, אַזוי צו זאָגן:

  • «זאָל זיין נאָמין, גאָטש
  • גיבענטשט זיין פֿון אייביק לעלמיא, העט ביזקל אייביקעלמיאן:
  • אַוואָש באַ עם איז דיא חכֿמה אונ′ דיא גבֿורה
  • (כא) ער בייט אומיט יאָריקי צייטן אונ′ תקופותֿ:
  • נעמט מלכֿים אַראָפשליידערן, נעמט מלכֿים אוישהייבן
  • ער גיט דען חכֿמה דיא חכֿמים, קענשאַפֿט דיא קענער פֿון פֿאַרשטענדיניש:
  • (כב) ער איז מגלה עמקותֿן אונ′ וואָש דען בסתֿר
  • ער ווייש אַוואָש אין חשכֿותֿ, וויילי אין עם טוט אָפזיין ליכט:
  • (כג) אָ דיר אָ גאָט פֿון מייני אבֿותֿ טו איך מודה זיין אונ′ שבֿחים בריינגין
  • אַלמאַי דיא חכֿמה אונ′ דיא גבֿורה אַוואָש דו′שט מיר אָפגיגעבן:
  • אַז אַצינד האָשט מיר אַנטפלעקט אָדאָשאָ אַוואָש מיר האָבין באַ דיר גיבעטן
  • האָשטו דאָך אונדז דיא זאָך פֿונים מלך צו ווישן גיגעבן:»

(כד) איז דניאל אַזוי אַרומיט אַוועקגעגאַנגין צו אַריוכֿן, אַוועמין דער מלך האָט באַשטעלט אַף אום בריינגין דיא חכֿמי בבֿל: אונ′ אָט אַזויאָ האָט ער עם גיטאָן זאָגן:

«בריינגט דען ניט אומיט דיא חכֿמי בבֿל: בריינגט זשע מיר בעשער אַרופֿיט פון פֿאַרן מלך, אונ′ כֿ′ל עם פותֿר חלום זיין»:

(כה) זיך אַרומאיילנדיק אין אַ בהלה האָט אַריוך דניאלן פֿון פֿאַרן מלך אַרופֿגעפֿירט, אונ′ האָט אָט אַזויאָ דעם מלך אַ זאָג גיטאָן:

«כֿ′האָב גיפֿונין אַ מאַן: ער איז פֿון דיא פֿאַרשיקטי אין גלותֿ פון יהודה, ער וועט דעם מלך פותֿר חלום זיין»:

(כו) ענטפֿערט דער מלך, אונ′ זאָגט דניאלן, וואָש זיין נאָמין איז גאָר בלטשאצר:

«אַוועט איר בפֿירוש מיר קענין געבן צו ווישן, דעם חלום אַוואָש ש′האָט זיך מיר גיחלומט אונ′ זיין באַשיידיניש?»:

(כז) האָט דניאל פֿון פֿאַרן מלך גיענטפֿערט, אונ′ האָט גיזאָגט:

«אָטאָ דעם סוד, וואָש דער מלך טוט דאַוועגן אָנפֿרעגן, יָכֿלין ניט פאַרן מלך אַנטפלעקן, ניט דיא חכֿמים, ניט דיא שטערן קוקער, ניט די כישוף מאַכֿער אונ′ ניט דיא וואָר זאָגער: (כח) נאָר וואָדען, פֿאַראַן אַ גאָט אין דיא הימלין וואָש אַנטפלעקט סודותֿ, אונ′ ער האָט דעם מלך נבֿוכֿדנצרן צו ווישן גיגעבן אַוואָש וועט אין אחריתֿ הימים צייט גישען.

«אָט איז דער חלום אייערער, אונ′ דיא חזיונותֿ וואָש אין קאָפ בעתֿ אַפן גילעגער ליגנדיק:

«(כט) א י י ך,  אָ מלך, זיינין מחשבֿותֿ אַרוף, בעתֿ אַפֿן גילעגער, אַוואָש וועט זיין אַנאָכֿדעם אַלימין, אונ′ דער אַנטפלעקער פון סודותֿ וועט אייך טאַקי צו ווישן געבן אַוואָש זיין וועט: (ל) אונ′ דווקא מיר, וואָש באַ מיר איז ניטאָ קיין חכֿמה אַמער איידער באַ די אַלי וואָש לעבן, איז אָטאָ דער סוד גראַדי מיר אַנטפלעקט גיוואָרן: פֿאַרוואָש, בכֿדי דער פתֿרון זיינער זאָל אייך אָפגיגעבן ווערן, גיוואָר ווערן, דיא מחשבֿותֿ וואָש באַ אייך אַפֿן האַרצן זאָלט איר גופֿא ווישן זיין:

«(לא) איר, אָ מלך, האָט גיזען, אונ′ אָט שטייט אייני אַ צורה אַ גאָר גרוישי, אַ גלאַנציק בלישטשינדיקע: זי איז אַקעגן אייך אימהדיק פֿאָרכֿצומיש גישטאַנין: (לב) באַ די צורה איז דיא קאָפ פֿון גינגאָלד גיווען, די ברושט אונ′ דיא אָרימלאַך באַ איר פֿון זילבער, דער בויך מיט דיא לענדן פון קופער, (לג) דיא שענקלין אייזערני, אונ′ דיא פֿיש טיילווייז אייזערני אונ′ טיילווייז ליימיני:

«(לד) בעתֿ איר האָט זאַך צוגיקוקט האָט זיך אָפגירישן אַ ריזיקער שטיין, כאָטש קיינער האָט זיך אָן עם מיט קיין האַנט ניט צוגירירט, אונ′ האָט אַ שלאָג גיטאָן אָן דיא פֿיש פון די צורה, דיא אייזערני אונ′ ליימיני, אונ′ זיי צומאָלן אַף פיץ פיצלאַך: (לה) איז דאַמאָלשט אינאיינים צומאָלן גיוואָרן אייזן, ליים, קופער, זילבער אונ′ גאָלד, אָט אַזוי ווי דער שפייער פֿון שייער אַוואָש עש טראָגט אַוועקיט דיא ברומונג פון ווינט, אַז קיין סימן זוכט זאַך אַזש פֿונדאַפֿון ניט אָפיט: נאָר וואָדען, דער שטיין איז אוישגיוואַקשן אין אַ ריזיקן באַרג וואָש האָט אָנגיפֿילט דיא גאַנצי ערד:

«(לו) עד כאן — דער חלום. אונ′ איצטערטאָ וועלן מיר פֿאַרן מלך דעם באַשייד זאָגן:

«(לז) איר, אָ מלך, מלך המלכֿים, אַוועמין גאָט וואָש אין דיא הימלין האָט גיטאָן געבן מלכֿותֿ, גבֿורה, תקיפֿותֿ אונ′ רומפֿוליקייט, (לח) אונ′ אַוואו נאָר עש לעבן בני אדם, צי חיותֿ פֿון פֿעלד, צי פֿייגל פֿון הימל, האָט ער  א י י ך אין האַנט גיגעבן, אונ′ אייך פֿאַר גיוועלטיגער איבער זיי אַלימין גימאַכֿט: א י ר זייט דאָש דען דיא קאָפ פון גאָלד: (לט) אונ′ אַף אייער אָרט וועט אופֿקומין אַן  אַ נ ד ע ר י מלוכֿה, אַ שלאַפֿערי פֿון אייערי, אונ′ נאַכֿער נאָך אייני, אַזש אַ  ד ר י ט י  מלוכֿה, אַ קופערני, וואָש וועט גיוועלטיגן איבער דיא גאַנצי ערד: (מ) דאַנאָכֿדעם וועט אַ פֿ ע ר ט י מלוכֿה זיין, שטאַרק ווי אייזן: אָט אַזויאָ ווי אייזן צוברעכֿט אַף פיץ פיצלאַך אונ′ צושמעטירט אַלציקעדינג, טאַקי אָט אַזוי אָ ווי אייזן צוקלאַפט, וועט אָטאָ דיא מלוכֿה צומאָלן אַף פיץ פיצלאַך אונ′ צוקלאַפן די אַלי אַנדערי:

«(מא) אונ′ אָט אַזוי אָ ווי איר האָט גיזען די פֿיש אונ′ זייערי פֿינגער, טיילווייז פֿון טעפערש ליים אונ′ טיילווייז פֿון אייזן, אָט אַזוי אָ וועט די מלוכֿה אַ צושפאָלטיני זיין: נאָר דעריין וועט פֿאָרט פֿאַראַן זיין דער אייזן, פונקט אַזוי ווי איר האָט גיזען ווי דער אייזן איז מיטן ליים צומישט: (מב) אונ′ אָט אַזוי אָ ווי דיא פֿינגער פֿון די פֿיש זיינין טיילווייז אייזערני אונ′ טיילווייז ליימיני, אָט אַזוי אָ וועט די מלוכֿה זיין טיילווייז אַ שטאַרקי אונ′ טיילווייז אַ שלאַפֿי: (מג) אונ′ אָט אַזוי ווי איר האָט גיזען אייזן פֿאַרמישט מיטן טעפערש ליים, וועלן זיי פֿאַרוואָר באַהאָפֿטן זיין, אַדורך אוישגימישטי זרע פֿון בני אדם, אָבער דיא מיט יעני קלעפן זיך פֿאָרט ניט איינער מיטן אַנדערן, מחמתֿ אייזן קלעפט זיך ניט צו מיט ליים:

«(מד) אין דיא טעג פֿון אָטאָ דיא מלכֿים וועט גאָט אַוואָש אין דיא הימלין אופֿשטעלן אַ מלוכה וואָש אַף אייביק, אַוואָש זי וועט זיך ניט לאָזן אופֿריישן, אַ מלכֿותֿ וואָש וועט קיינמאָל ניט גיגעבן ווערן אַן אַנדער פֿאָלק. זי וועט צושמעטערן אונ′ צוברעקלין דיא אַנדערי מלוכֿותֿ, אונ′ זי וועט אַ תקומה האָבן אַף אייביגי יאָרן:

«(מה) וויבאַלד איר האָט גיזען ווי דער שטיין איז פֿונים פֿעלדז אָפגישניטן גיוואָרן אָן אימיצינש אַ האַנט, אונ′ אַז צושמעטערט האָט ער אַף פיץ פיצלאַך אייזן אונ′ קופער אונ′ ליים אונ′ זילבער, אונ′ גאָלד, אָט אַזויאָ האָט דער גרוישער גאָט צו ווישן גיגעבן דעם מלך, אַוואָש עש וועט אַנאָכֿדעם אַלימין גישען.

«אַכלל: דער חלום — אַ שטאַנדהאַפֿטיקער;  אונ′ דער באַשייד פֿונדאַפֿון — אַ וואָרהאַפֿטיקער:»

(מו) איז דאַביי גיפֿאַלן אַפֿן פנים דער מלך נבֿוכֿדנצר, ער האָט זיך גיבוקט פֿאַר דניאלן, אונ′ האָט גיהיישן מען זאָל עם ברענגין אַ גישאַנק אַ קרבן מנחה אונ′ אַ ריח ניחוח: (מז) אונ′ דער מלך האָט דניאלן גיענטפֿערט, אַזוי צו זאָגן:

«אַן אמתֿ איז דאָש, אַז אייער גאָט איז דאָך גאָט פֿון די געטער, האַר איבער די מלכֿים, אַנטפלעקער פון סודותֿ. וואַ, אַז איר האָט גיקענט אַנטפלעקן אָט אַזאַ מין סוד.»

(מח) דאַמאָלשט האָט דער מלך גישטעלט דניאלן פֿאַר אַ גרוישאַרטיקן, אונ′ אַ סך ווערטהאַפֿטיקי מתנותֿ האָט ער עם גיגעבן, אונ′ עם גימאַכֿט פֿאַרן געוועלטיגער פֿון גאַנץ פראָווינציע בבֿל גופֿא אונ′ פֿאַרן בעל⸗דעה איבער דיא חכֿמי בבֿל:

(מט) אונ′ דניאל האָט באַם מלך גיפועלט, מען זאָל אויכֿיט שטעלן אַף אַרביט איבער דיא ענינים פֿון דיא פראָווינציע בבֿל שדרכֿן, מישכֿן, אונ′ עבֿד⸗נגו′ין:

נייערט דניאל אַליין איז באַם טויער פֿון מלך גיבליבן:

                              ≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) דער מלך נבֿוכֿדנצר האָט אַ גאָלדערנעם פסל גימאַכֿט: דיא הייך וואָש באַ עם איז  ז ע כֿ צ י ק  איילן גיווען, אונ′ אין די ברייט איז ער  ז ע ק ס  איילן גיווען. אופֿגישטעלט האָט ער עם אין בִּקְעַתֿ דּוּרָא, אַוואָס אין די פראָווינציע בבֿל: (ב) אונ′ ער האָט, דער מלך נבֿוכֿדנצר, אָנגיהיישן אופֿזאַמלין דיא אֲחַשְׁדַרְפָּנִים, דיא סְגַנִּים, דיא פַּחַוָתִֿים, דיא אֲדַרְגָּזְרִים, דיא גִּזְבָּרִים, דיא שׁוֹפְטִים, דיא  שׁוֹטרִים מיט דיא אַלי גיוועלטיגער איבער דיא פראָווינציעס, זיי זאָלן זאַך אַלע יאַווין אַפן חֲנוּכַּתֿ הַפֶּסֶל אַוואָש ש′האָט אופֿגישטעלט נבֿוכֿדנצר המלך. (ג) זיינין דאַמאָלשט צונויף גיקומין דיא אֲחַשְׁדַרְפָּנִים, דיא סְגַנִּים, דיא פַּחַוָתִֿים, דיא אֲדַרְגָּזְרִים, דיא גִּזְבָּרִים, דיא שׁוֹפְטִים, דיא שׁוֹטרִים מיט דיא אַלי גיוועלטיגער איבער די פראָווינציעס, אַפן חֲנוּכַּתֿ הַפֶּסֶל, אַוואָש ש′האָט אופֿגישטעלט נבֿוכֿדנצר.

(ד) אונ′ דער אויש שרייער האָט אַרויש גירופֿן מיט אַ קול גדול: 

«אייך פֿון אַאיטלאַכן פאָלק, אומה, אונ′ לשון טוט מען היישן: (ה) אָדאַמאָלשט, אַז איר′ט דאַהערן דעם גיקלאַנג פון דיא האָרנש מיט די פֿלייטן מיט דיא זיטער מיט דיא פֿידלין מיט דיא דרייפֿאַכֿיקע מיט דיא האַרפֿן מיט די באַראַבאַניש מיט דיא אַלע אַנדירי כלי⸗זמירותֿ, טאָ זאָלט איר אַנידערפֿאַלן אונ′ בוקן זאַך צום גאָלדערנעם פסל אַוואָש ש′האָט אופֿגישטעלט נבֿוכֿדנצר המלך, (ו) און אַווער ש′עט ניט אַנידערפֿאַלן אונ′ צובוקן זאַך צום גאָלדערנעם פסל, ט′מען בשעתֿ מעשה אַריינהייבן אין ברענינדיקן פֿייעריקן קאַלךאויוון אַריין:»

(ז) דרום אַז דיא אַלע פֿעלקער האָבן דאַהערט דעם גיקלאַנג פֿון דיא האָרנשס מיט די פֿלייטן מיט דיא זיטער מיט דיא פֿידלין מיט דיא דרייפֿאַכֿיקע מיט דיא האַרפֿן מיט דיא באַראַבאַניש מיט דיא אַלע אַנדירי כלי⸗זמירותֿ, זיינין זייא בעתֿ מעשה אַנידערגיפאַלן און זאַך צוגיבוקט צום גאָלדערנעם פסל אַוואָש ש′האָט אופגישטעלט דער מלך נבֿוכֿדנצר:

(ח) אָדאַמאָלשט האָבן צוגיטראָגן מענער, כשדים, און זייערע קיכֿלאַך זיך צוגיגריזשיט אָן דיא אידן: (ט) זיי האָבן זיך אָפגירופֿן אונ′ אַ זאָג גיטאָן דעם מלך נבֿוכֿדנצרן:

«אָ מלך, אייביק לעבן, (י) איר האָט, אָ מלך, מכריז גיווען אַ גזר, אַז איטלאַכֿער מענטש, אַוואָש′יט הערן דעם גיקלאַנג פֿון דיא האָרנשס מיט דיא פֿלייטן מיט דיא זיטער מיט דיא פֿידלין מיט דיא דרייפֿאַכֿיקע מיט דיא האַרפֿן מיט דיא באַראַבאַניש מיט דיא אַלע אַנדירי כלי⸗זמירותֿ, זאָל אַנידערפֿאַלן אונ′ זאַך צובוקן צום גאָלדערנעם פסל, (יא) און אַז ווער ש′יט ניט אַנידערפאַלן אונ′ זאַך צובוקן צום גאָלדערנעם פסל, ט′מען אַריינהייבן אין ברענינדיקן פֿייעריקן קאַלך⸗אויוון אַריין: (יב) איז וואָש, ש′זיינין פֿאַראַן געווישע מענער, אידן, אַוועמין איר האָט גישטעלט איבער דיא ענינים פֿון די פראָווינציע בבֿל — שדרך, מישך און עבֿד⸗נגו: אָטאָ די מענער, אָ מלך, אַז דיא דאָזיקע לייגן גאָר קין אַכט ניט אַף אייך, אָ מלך: ניט זיי דינען אייערע געטער אונ′ ניט זיי בוקן זאַך צום גאָלדערנעם פסל אַוואָש איר האָט אופֿגישטעלט:»

(יג) אַפדאַרוף האָט נבֿוכֿדנצר, אין אַ רוגזא אונ′ מיט אַ גרימצאָרן, גיהיישן מ′זאָל אַריין בריינגין שדרכֿן, מישכֿן אונ′ עבד⸗נגו′ין: אונ′ אַז דיאָ מענער האָט מען אַריין גיבראַכט פֿון פֿאַרן מלך, (יד) האָט נבֿוכֿדנצר זיך אָפגירופֿן און זיי אַ זאָג גיטאָן:

«צו איז דאָש אַן אמתֿ, שדרך, מישך, עבֿד⸗נגו, אַז מייני געטער דינט איר ניט, אונ′ צום גאָלדערנים פסל אַוואָש איך האָב אופֿגישטעלט בוקט איר זאַך ניט צו? (טו) איז אָט וואָש, ′עט איר גרייט זיין, אַז איר′ט דאַהערן דעם גיקלאַנג פֿון דיא האָרנש מיט דיא פֿלייטן מיט דיא זיטער מיט דיא פֿידלין מיט דיא דרייפֿאַכֿיקער מיט דיא האַרפֿן מיט דיא באַראַבאַניש מיט דיא אַלע אַנדירי כלי⸗זמירותֿ, אונ′ איר′ט אַנידערפֿאַלן אונ′ זיך צובוקן צום גאָלדערנים פסל אַוואָש איך האָב גימאַכֿט? נאָר וואָדען, ′עט איר זאַך בשעתֿ מעשה ניט צובוקן, טאָ וועט איר אַריינגיהייבן ווערן אין ברענידיקן, פֿייעריקן קאַלך⸗אויוון… אונ′ ווער אי′ דאָש דער גאָט אַוואָש ער′ט אייך אָפראַטיווין פון מיינע הענט, אַ?»

(טז) האָבן גיענטפֿערט שדרך, מישך אונ′ עבד⸗נגו אונ′ נבֿוכֿדנצר⸗המלכֿן גיטאָן זאָגן:

«אַ′ ס′ניט נייטיק אייך אָפענטפֿערן אַוועגן אָטאָ דעם אָ ענין. (יז) א ו י ב ע  אָטאָ דער גאָט אַוועמין מיר דינען יָכֿולט אונדז אָפּראַטיווין פֿונים ברענינדיקן פֿייעריקן קאַלך⸗אויוון, אונ′ פֿון אייערי הענט, אָ מלך, אָפראַטיווין, איז  —מהיכֿא תיתֿי, (יח) נאָר תאמר ניט, זאָל עס אייך ידועדיק זיין, אָ מלך, אַז אייערי געטער וועלן מיר ניט דינען, אונ′ צום גאָלדערנעם פסל אַוואָש איר האָט אופֿגישטעלט וועלן מיר זאַך ניט צובוקן.»

(יט) אַף דאַרוף איז באַ נבֿוכֿדנצרן אָנגיפֿילט גיוואָרן מיט גרימצאָרן, אַזש די צורה פֿון פנים באַ עם האָט זאַך איבערגיאַנדערשט אַף שדרכֿן, מישכֿן, אונ′ עבֿד⸗נגו′ין: ער האָט זאַך אָפגירופֿן, אונ′ האָט גיהיישן, מ′זאָל דעם קאַלך⸗אויוון איינהייצן זיבן מאָל מער ווי דאָש אַוואָש מ′איז גיווען צוגעוויינט גיוויינלאַך הייצן: (כ) און גיבורי חייל, אַוואָש באַ עם אין די חיילותֿ, האָט ער גיהיישן אַשדרכֿן, אַמישכֿן, אונ′ אַעבֿד⸗נגו′ין צובינדן, אונ′ זיי אַריינוואַרפֿן אינים ברענינדיקן פֿייעריקן קאַלך⸗אויוון: (כא) איז האָט מען אָטאָ דיאָ מענער צוגעבונדן, אַנאָך מיט זייערע מאַנטלין, דיא הויזן, דיא היטלאַך — אונ′ אין די אַלי מלבושים, און מ′האָט זיי אַריינגיוואָרפֿן אינעם ברענידיקן, פֿייעריקן קאַלך⸗אויוון אַרייניט. (כב) נאָר מחמתֿ דעם, וואָש דעם מלכֿס וואָרט איז גיווען אַזאַ בחפזונדיקע, אונ′ דער קאַלך⸗אויוון איז אַף אַזויפֿל גיווען איבערגיהייצט, האָט די פֿלאַמפֿייעריקייט דאַהרגיט דיאָ מענער וואָס זיי האָבן אַריינגיפֿירט שדרכֿן, מישכֿן, אונ′ עבֿד⸗נגו′ין, (כג) אַוואָש זיי, אָטאָ  דיאָ  מענער, זיינין זאַלבידריט אַריינגיפֿאַלן, גיבונדינערהייט, אינים ברענינדיקן פֿייעריקן קאַלך⸗אויוון אַרייניט.

(כד) אָט איז נשתומם גיבליבן נבֿוכֿדנצר המלך, און האָט זיך אַ הייב אופֿיט גיטאָן אין אייליניש. ער האָט זיך אָפגירופֿן אונ′ גיטאָן זאָגן די פמליא זייני:

«צו האָבן מיר דען ניט דריי מענער, גיבונדיני, אַריינגיוואָרפֿן אין שאַמי תוך פֿייער אַרייניט?»

האָבן זיי גיענטפֿערט אונ′ עם אַ זאָג גיטאָן:

«אמתֿ, אָ מלך:»

(כה) טוט ער זיי ענטפֿערן אַף קאַריק:

«וואַ, קוקט זאַך אייניט, אָט זע איך מענער  פֿ י ר,  לחלוטין פֿרייאי, גייען זייא אַרומיט אין שאַמי תוך פֿון פֿייער, קין פגם איז באַ זיי ניטאָ… אונ′ די מראה באַם פֿערטן איז גאָר גיגליכֿן צו אַ בן אלהים:»

(כו) אָדאַן האָט זיך נבֿוכֿדנצר דאַנענטערט צו די טיר פֿון ברענידיקן, פֿייעריקן קאַלך⸗אויוון. ער האָט זאַך אָפגירופֿן אונ′ גענומין ריידן: 

«שדרך! מישך! עבֿד⸗נגו! דינער פֿונים לעילאדיקשטן גאָט: גייט אַרוישיט, אַהערצוצו קומט זשע צו:»

זיינין זיי אַרוישיט, שדרך, מישך, אונ′ עבֿד⸗נגו פון שאַמי תוך פֿון פֿייער, (כז) האָט מען אָנגיזאַמלט דיא אֲחַשְׁדַרְפָּנִים, דיא סְגַנִּים, דיא פַּחַוָתִֿים מיטן מלכֿס פמליא: האָבן זיי געזען אָטאָ דיא מענער, אַז דער פֿייער האָט קין שליטה ניט גיהאַט אַפֿן קערפער באַ זייא, ניט די האָר וואָש באַ זיי אַפֿן קאָפ זיינין גאָרניט אָפגיזיינקט גיווען, אונ′ ניט די מאַנטלין באַ זייא זיינין ניט פֿאַרענדערט גיווען, קיין ריח האש איז באַ זיי אַדורך: (כח) האָט נבֿוכֿדנצר גינומין ריידן אונ′ גיזאָגט:

«גיבענטשט איז דער גאָט וואָס באַ שדרכֿן, מישכֿן, אונ′ עבֿד⸗נגו′ין, אַוואָש ער האָט זיין מלאך געטאָן צושיקן אונ האָט גיראַטיוויט זיינע גיטרייאי וואָש האָבן אין עם בטחון גיהאַט, אונ′ דעם וואָרט פֿונים מלך האָבן זיי איבערגעביטן, און האָבן גערן אָפגיגעבן זייערע קערפערס, אַבי ניט דינען אונ′ זיך ניט צובוקן זאַך אַוועלכן ניט איז גאָט  אַ ח ו ץ   ז י י ע ר  אָ ט. (כט) אונ′ פֿאַרדערפֿאַר לאָז איך אַרוישיט אַ גזר, אַז איטלאַכֿער פאָלק, אומה, אונ′ לשון וואָס ′עט מזלזל זיין אינים גאָט וואָס באַ שדרכֿן, מישכֿן, אונ′ עבֿד⸗נגו′ין, אָדעם ט′מען אַף פיץ פיצלאַך צוברעקלין אונ′ זייערי הייזער אין מישט⸗הויפֿנש פֿאַרוואַנדלין, וויילע פשוט ניטאָ קין אַנדער גאָט וואָש קען אָט אַזאַ מין הצלה אוישפועלן: 

(ל) און דאַן האָט דער מלך צו מער הצלחה גיבראַכֿט שדרכֿן, מישכֿן, אונ′ עבד⸗נגו′ין:

(לא) «פֿון מלך נבֿוכֿדנצרן צו אַלי פֿעלקער, אומותֿ און לשונותֿ, וואָש לעבן אין אַאיטלאַכֿן לאַנד:

«זאָל באַ אייך דער שלום אין איטלאַכֿן לאַנד אַוואו איר לעבט פֿאַרמערט ווערן.

(לב) «וואָש שייך די אותֿותֿ אונ′ מופֿתֿים אַוואָש דער לעילאדיקשטער גאָט האָט מיר געטאָן, זעט מיר אוישיט פֿאַר גוט באַ מיר אין די אויגן מוסר מודעה זיין:

(לג) «ווי פֿילאַרטיק זיינין די אותֿותֿ זייני אונ′ ווי שטאַרקהאַפֿטיק די מופֿתֿים:

«זיין מלכֿותֿ איז אַף לעלמיא⸗אייביק: זיין גיוועלטערישקייט באַ איטלאַכן איז מיט אַאיטלאַכֿן דור אונ דור:»

                              ≡≡ פּרק ד ≡≡

(א) «אָ, איך, נבֿוכֿדנצר, זייאינדיק אַ שלווהדיקער באַ זאַך אין הויז, אַן אָפגיפֿרישטער אין מיין פאַלאַץ: (ב) אַ חלום האָב איך גיזען, אַז ש′האָט מיר אָפגישראָקן; אין גילעגער מחשבֿותֿ, אונ′ אין קאָפ חזיונותֿ, אַוואָש זיי בריינגין מיר אַזש אין אַ בהלהניש אַרייניט: (ג) דרום האָב איך אַן אָנזאָג אַרוישגילאָזן, צובריינגין אַדי אַלי חכֿמי בבֿל צו מיר צוצו, זאָלן זיי דען פֿונמיינטוועגן פותֿר חלום זיין:

(ד) «אַז ש′זיינין באַ מיר אַרופֿיט דיא חַרְטוּמִים מיט דיא אָשְׁפִּים מיט דיא כַּשְׁדִּים. אונ′ דעם חלום האָב איך פֿאַר זיי אוישגידאַציילט: פֿונדעסטוועגן האָבן זיי דעם פתֿרון זיינים מיר ניט גיקענט צו ווישן געבן: (ה) נאָר סוף כל סוף איז צו מיר אַרייניט דניאל, וועמיס נאָמען ש′איז בֵּלְטְשַׁאצַּר, אַפן נאָמין פֿונים גאָט מיינים, אַוואָש באַ עם איז דאָ דער רוח פֿון אֱלָהִין קַדִישִׁין:  און דעם חלום האָב איך פֿאַר עם גיטאָן אוישזאָגן: 

(ו) «אָ בלטשאצר, דער גרעשטער פֿון די חַרְטוּמִים, וויילע איך ווייש דען אַז דער רוח פֿון די אֱלָהִין קַדִּישִׁין איז באַ אייך: און קיין שום סוד איז אייך קין אָפהאַלטיניש ניט: (ז) טאָ הערט זשי אוישיט דעם אָ חלום אַוואָש מיר זאַך גיחלומט ש′האָט: אונ′ זיין באַשייד גיט דען צו ווישן: אַז די חזיונותֿ פון קאָפ אַפן גילעגער האָב איך דען גיזען —

«שטייט אַ בוים, אין תוך פֿון דיא אדמה, אין הייך אַ גרוישאַרטיקער: (ח) אוישגיוואַקסן איז גיווען דער בוים און ביז גאָר שטאַרק, און זיין הייך אַזש אין דיא הימלין אַרייניט אונ′ די זעעניש פֿונדאַפֿון ביזקל אין עק פֿון די וועלט: (ט) די בלעטער זייני שיין⸗שיינינקי, אַ פֿולע פֿרוכֿט דאַרין, איטלאַכֿן צו עשנוואַרג דאַרין האָט גיקלעקט: דאַרונטער האָבן אַ מקלט גיטראָפֿן די אינדרוישנדיקע חיותֿ: אונ′ די פֿייגל פֿונדאַלופֿטן האָבן זאַך גילעבט אין זיינע צווייגלאַך: איז פֿונדאַפֿון האָט זאַך כל חי געטאָן שפייזן:

«(י) גיזען האָב איך אין די חזיונותֿ וואָש באַ מיר אין קאָפ אַפן גילעגער מיינים, אונ′ —

«אָהאָ, אָט פֿון דיא הימלין לאָזט זאַך אַראָפיט אַ וואַכֿהאַפֿטיקער אַ הייליקער: (יא) בגבֿורותֿ האָט ער גיטאָן אויש שרייען אונ′ אָט אַזוי אָ האָט ער גיטאָן זאָגן: דעם בוים האַקט אָפיט! די צווייגן זיינע טוט אָפשערן! די בלעטער זייני וואַרפֿט אָפיט אונ′ טוט צושפרייטן זייני פֿרוכֿט: אונ′ זאָלן דיא חיותֿ זיך אָפטראָגן פֿון אונטער עם, אונ′ די פֿייגל פֿון זייני צווייגן:

«(יב) אלא וואָדען, דעם קאָרטש, מיט דיא עיקר שרשים אינדערערד לאָזט דען איבער, מיט אַן אייזערנים⸗קופערנים באַנד מיטן אינדרוישנדיקן גראָז אַרומינאַרומיט, זאָל ער מיטן טוי פון די הימלין גינעצט זיין אונ′ מיט די אינדרוישנדיקע חיותֿ זאָל פֿאַרבלייבן זיין נחלה אין די גראָזן פֿונדערערד: 

«(יג) און די האַרץ באַ עם זאָל פֿון אַ מענטשנש איבערגיביטן ווערן, אונ′ עם וועט גיגעבן ווערן אַ חיהש אַ האַרץ, אונ′ ש′וועלן זיבן יאָר⸗גיצייטן דאַרוף זאַך איבערבייטן:

«(יד) לויטן גזר פֿון דיא וואַכֿהאַפֿטיקע איז דאָש דער פסק, און לויט די זאָגיניש פֿון די הייליקע די אָנפֿרעגיניש, ביזקל וואַנינט די לעבידיקי זאָלן ווישן זיין אַז דער אייבערשטער גיוועלטיקט אין מלכֿותֿ בני אדם, און וועמין עש גלושט זאַך עם גיט ער עם אַוועקיט, און דעם שפֿלדיקן פֿון צווישן די מענטשן קען ער אַפֿדערוף אָנשטעלן:

«(טו) אָטאָ דעם חלום האָב איך גיזען, איך, נבֿוכֿדנצר המלך, און איר, אָ בלטשאצר, זיין באַשייד טוט זאָגן, היותֿ ווי די אַלע חכֿמים פון מיין מלוכֿה יכֿלין ניט מיר צו ווישן געבן זיין באַשייד, בעתֿ איר זייט דאָס ביכֿולתֿ, מחמתֿ אין אייך איז דאָך פֿאַראַן דער רוח אַוואָש באַ די אֱלָהִין קַדִישִׁין»:

(טז) אָדאַמאָלשט איז פֿאַרשטומט גיבליבן דניאל, וואָש רופן האָט מען עם גאָר גירופֿן בלטשאצר, אַקעגן אַ שעה, און די מחשבֿותֿ אַוואָש באַ עם האָבן עם אין אַן אָפשרעקיניש דאַפֿירט. האָט זאַך אָפגירופֿן דער מלך און גיזאָגט:

«זאָל דער חלום מיטן פתֿרון זיינים אייך ניט אָפשרעקין»:

האָט עם בלטשאצר גיענטפֿערט אַזאָגטאָנדיק:

«זאָל דער חלום, מיין האַר, אַף אייערי שונאים גיזאָגט ווערן, און דער פתֿרון אַף אייערי אַראָפרייסער: (יז) אָדעם בוים וואָש איר′ט גיזען, אַוואָש גרוישאַרטיק אונ′ אַביז גאָר שטאַרקהאַפֿטיק, אַז דער שפיץ זיינער האָט זיך אָנגיזען אַזש ביזקל די הימלין אונ′ אַזוי אַרומיט איז ער אָנזעעוודיק איבערן גאַנצינים לאַנד גיווען, (יח) אונ′ זייני בלעטער זיינין שיין⸗שיינינקי מיט אַ פֿולי פֿרוכֿט דאַרין, פֿונדאַפֿון האָט זיך כל חי גיטאָן שפייזן: אַוואָש דאַרונטער האָבן אַ מקלט גיטראָפֿן די אינדרוישנדיקע חיותֿ:  אונ′ די פֿייגל פֿונדאַלופֿטן האָבן זאַך גילעבט אין זייני צווייגלאַך:

«(יט) איר, אָ מלך, איר זייט דער בוים! איר זייט אוישגיגרוישט אונ′ אויסגישטאַרקט: און אייער גרוישיקייט גיגריישט איז, און ציט זאַך אַזש ביזקל אין דיא הימלין: און אייער גיוועלטיקונג ציט זיך אַזש ביז עק וועלט: (כ) און אַוואָש דער מלך האָט גיטאָן זען אַ וואַכֿהאַפֿטיקן און הייליקן, אַראָפלאָזנדיק זאַך פון די הימלין, אַזאָגטאָנדיק: ′דעם בוים האַקט אָפיט! אַ תל פֿון עם מאַכֿט: אלא וואָדען, דעם קאָרטש, מיט דיא עיקר שרשים לאָזט דען איבער אינדערערד, מיט אַן אייזערנים⸗קופערנים באַנד, מיטן אינדרוישנדיקן גראָז אַרומינאַרומיט, זאָל ער מיטן טוי פֿון די הימלין גינעצט זיין, אונ′ מיט די חיותֿ פֿון אינדרוישן זאָל די נחלה זייני פֿאַרבלייבן, ביזקל וואַנינט ש′וועלן זאַך דאַרוף זיבן יאָר⸗גיצייטן ניט איבערבייטן′:

«(כא) אָט איז דער פתֿרון חלום, אָ מלך, דער גזר פֿונים אייבערשטן איז עש, אַוואָש ער האָט אַראָפגילאָזן אַף מיין האַר דעם מלך —

«(כב) אייך ט′מען פֿאַרטרייבן פון מענטשן: און מיט די אינדרוישנדיקע חיותֿ וועט זיין אייער וואוינונג: אָט אַזוי ווי אַן אָקס ט′מען אייך מיט גראָז קאָרמין, און מיטן טוי איט איר זיך אוישבאָדן, אונ′ איבער אייך איט זיבן מאָל איבערגעביטן ווערן דער יאָר⸗גיצייט, ביזקל וואַנינט איר′ט ווישן זיין אַז דער אייבערשטער געוועלטיקט איבערן מלכֿותֿ פון בני אדם:  ע ר  גיט עש דען וועמין עם גלושט זאַך —

«(כג) נאָר אַוואָש מ′האָט גיזאָגט, מען זאָל די עיקר שרשים פֿונים בוים איבערלאָזן — אייער מלוכֿה פאֿרבלייבט דען אייערי: אַנאָכֿידעם ווי איר וועט ווישן זיין דעם גיוועלטיקער פֿון די הימלין —

«(כד) דרום אָ מלך, זאָל מיין עצה⸗געבונג באַ אייך חן טרעפֿן, און אייער זינד טוט רעכֿטפֿאַרטיקן מיט צדקה, אונ′ אייערי חטאים מיט רחמנותֿ אָרימילייט: אַזוי אַרומיט וועט זיין אַ דאַליינגיניש צו אייערי גליקן:»

(כה) אונ′ אָ דאָס אַלציקעדינג איז אַף נבֿוכֿדנצר⸗המלכֿן גיקומין: (כו) צום סוף פֿון צוועלף חדשים איז ער אֲרומגיגאַנגין איבערן פאַלאַץ פונעם מלך בבֿל: (כז) דער מלך האָט זיך אָפגירופֿן און האָט גיזאָגט: 

«אַדאָש איז דען ניט גרויש⸗בבֿל, אַוואָש איך האָב איר אוישגיבויט פֿאַר אַ ביתֿ מלכֿותֿ מיטן כח פֿון מיין גבֿורה אונ′ פֿון כבֿוד פון מיין פראַכט וועגן?»

(כח) דער וואָרט איז נאָך באַם מלך אין מויל גיווען, אונ′ אָט פאַלט פון הימל אַראָפיט אַ קול:

«אַ ד י ר   טוט מען זאָגן, נבֿוכֿדנצר⸗המלך — דיין מלוכֿה איז פֿון דיר אָפגיטאָן: (כט) און פֿון מענטשן וועט מען דיר פֿאַרטרייבן און מיט די אינדרוישנדיקע חיותֿ וועט דיין וואוינונג זיין: מיט גראָז וועט מען דיר קאָרמען, אָט אַזוי ווי דיא אָקשן: אונ′ זיבן יאָר⸗גיצייטן וועלן זיך איבערבייטן איבער דיר, ביזקל וואַנינט דו′שט ניט ווישן זיין, אַז דער אייבערשטער גיוועלטיקט איבערן מלכֿותֿ פֿון די מענטשן, און  ע ר   גיט עש אָפיט אַוועמין  ע ם  גילושט זאַך:»

(ל) אונ′ אָט בעתֿ מעשה איז דיא זאַך פֿאַרלענט גיוואָרן אַף נבֿוכֿדנצרן: פֿון מענטשן איז ער פֿאַרטריבן גיוואָרן: גראָז האָט ער גיגעשן אָט אַזוי ווי דיא אָקשן: דער גוף זיינער האָט זאַך אוישגיוואַשן מיטן טוי פֿון הימל: אונ′ דאַוויילי זיינין באַ עם גיוואַקשן די האָר אָט אַזוי ווי די פֿליגלין פֿון אָדלער, און די נעגל ווי די נעגל וואָש באַ פֿייגלין:

«(לא) אונ′ צום סוף פון אָטאָ דיא טעג, האָב איך, נבֿוכֿדנצר, אופֿגיהויבן דיא אויגן מייני צו די הימלין און אָט קערט זיך מיר אומיט דער פֿאַרשטאַנד, האָב איך גיבענטשט דעם אייבערשטן, דעם אייביק לעבידיקן גינומין לויבן אונ′ באַפראַכטיקן, וויילע די גיוועלטיקייט זייני איז דען די אייביקי גיוועלטיקייט אונ′ זיין מלכֿותֿ איז אין איטלאַכן דור אונ′ דור: (לב) אָדי אַלע לעבידיקע אַפֿדערערד, אַלע רעכֿינין זיי זאַך פאַר גאָרנישניט: נייערט לויט זיין ווילן טוט  ע ר  אין די חיילותֿ פֿון די הימלין אונ′ באַ די לעבידיקע אַפֿדערערד: און קיינער קען עם זיין האַנט ניט ווערן, און עם זאָגן ′העי וואָס טוסטע?′ (לג) בעתֿ מעשה האָט זאַך מיר אומגיקערט דער פֿאַרשטאַנד: און ס′האָט זאַך מיר אומגיקערט די רומפֿולקייט פֿון מיין מלוכֿה, מיין פראַכֿטפֿולקייט אונ′ מיין גלאַנץ: אונ′ מייני יועצים מיט דיא מיניסטאָרן האָבן זאַך צו מיר באַגערט: אונ′ איבער מיין מלוכֿה בין איך פֿעסטגישטעלט גיוואָרן, אונ′ מער גרוישיקייט איידער אַפֿרייער איז מיר צוגיקומין —

«(לד) אַז איצטערטאָ טו איך נבֿוכֿדנצער לויבן, הייבן און פֿאַרפראַכֿטיקן דעם מֶלֶךְ שְׁמַיָּא: וויילע אַלע זייני טואונגין זיינין — אמתֿ: זייני זיטן — יושר: און ווער ש′גייט אַרומיט מיט גאווה קען ער גריילאַך טאָן אַראָפנידיריקן:»

                              ≡≡ פּרק ה ≡≡

(א) בֵּלְשַׁאצַּר⸗הַמֶּלֶךְ האָט אַ גרוישי סעודה גימאַכֿט פֿאַר טויזנט גדולים זייני. האָט ער פֿאַר זיי, די טויזנט, וויין גיטרונקין: (ב) אונ′ באַם טעם פֿונים וויין האָט ער גיהיישן מען זאָל צובריינגין פֿאַר עם די גאָלדערני מיט די זילבערני כלים אַוואָס נְבֿוּכַֿדְנֶצַּר דער טאַטי זיינער האָט אַרוישגינומין פֿון בית המקדש וואָש אין ירושלים: האָבן פֿון זיי גיטרונקין דער מלך מיט זייני גדולים, זייני פֿרויאין אונ′ פלגשים: (ג) האָט מען דאַנאָכֿדעם צוגיבראַכֿט די גאָלדערני כלים אַוואָש מען האָט אַרוישגינומין פֿונים היכֿל פֿון בֵּית יי אַוואָש אין ירושלים אונ′ פֿון זיי האָבן אוישגיטרונקין דער מלך מיט זייני גדולים מיט זייני פֿרויאין מיט זייני פלגשים:

(ד) אַוויין האָבן זיי גיטרונקין, אונ′ שבֿחים האָבן זיי גיזאָגט פֿאַר די אָפגעטער פֿון גאָלד אונ′ פֿון זילבער, קופער, אייזן, האָלץ אונ′ שטיין:

(ה) אונ′ אָט בשעתֿ מעשה האָבן זאַך געיאַוויט פֿינגער פֿון אַ מענטשישע האַנט: אונ′ זייא האָבן גינומין איינשרייבן אין קאַלך פֿונים וואַנט פֿון מלכֿס פאַלאַץ אַלעבן לייכֿטער: אונ′ אַז דער מלך האָט דאַזען די פֿלאַך פֿון די שרייבנדיקע האַנט, (ו) אָדאַמאָלשט האָט זיך באַ עם דער פנים איבערגיביטן: די מחשבֿותֿ זייני האָבן עם אין אַ בהלהניש אַריינגיפֿירט: די צונויפֿהאַלטיניש פֿון די לענדן האָט זאַך איינגיבראָכֿן, אונ′ די קני באַ עם האָבן זיך איינער אָן אַנדערן אָנגיקלאַפּט:

(ז) האָט דער מלך אַ רוף גיטאָן, הויך, מען זאָל עם אַרופֿבריינגין די אָשְׁפִּים מיט די כַּשְׁדִּים מיט די שטערנקוקער: דער מלך האָט גינומין ריידן און אַ זאָג גיטאָן די חכֿמי בבֿל:

«אַווער ש′איז, וואָש′יט אויסלייאינין אָטאָ דעמאָ כתֿבֿ און באַשיידן, אָטאָ דעם ט′מען אוישצירן אין פורפול, אונ′ אַ גאָלדיני קייט אָנטאָן אַרום האַלדז, און ער′ט דער דריטער שבמלכֿותֿ גיוועלטיקן»:

(ח) זיינין אַרוף דעם מלכֿס אַלי חכֿמים: נייערט דעם כתֿבֿ האָבן זיי פֿונדעשטוועגן ניט גיקענט איבערלייאינין און אַ באַשייד דעם מלך צו ווישן געבן: (ט) איז דער מלך בֵּלשאַצר מלא פחד גיוואָרן, דער פנים באַ עם האָט זיך שטאַרק איבערגיביטן: די גדולים זייני זיינין אין אַ צעטומליניש פֿאַרבליבן:

(י) לויטן וואָרט פֿונים מלך אונ′ זייני גדולים איז דאַמאָלשט אין הויז פֿון די הוליאַנקי אַריין די מלכה: האָט זי גענומין ריידן, די מלכה, און אַזוי אָ האָט זי אַ זאָג גיטאָן:

«אָ מלך, אייביק לעבן, לאָז דען ניט די מחשבֿותֿ דיר אין אַ בהלהניש אָפפֿירן, אונ′ זאָל ניט איבערגיביטן ווערן באַ דיר דער פנים: (יא) פֿאַראַן דאָך אין דיין מלוכֿה אַ מאַן באַ וועמין ס′דאָך דאָ דער רוּחַ אֱלָהִין קַדִּישִׁין, אונ′ אין די יאָרן פֿונים טאַטן דיינים האָט מען באַ עם גיטראָפֿן ליכֿטיקייט, שכֿלדיקייט, אונ′ חכֿמה אָט אַזוי ווי די חכֿמה וואָש באַ די געטער: אַוואָש, דער טאַטי דיינער, נבֿוכֿדנצר⸗המלך — דיין טאַטי דער מלך האָט עם דאַהייבן פֿאַר האַר איבער די חַרְטוּמִים מיט די אָשְׁפִים מיט די כַּשְׁדִּים מיט די שטערנקוקער, (יב) וויבאַלד אַ נשמה יתֿירה, ווישן, שכֿלדיקייט, פתֿרון חלומותֿ, זאָגיניש פֿון רעטינישן, אופֿבינדיניש פֿון קניפלאַך — האָט מען גיטראָפֿן באַ אָטאָ דעמאָ דניאלן, וואָש דער מלך האָט עם אַ נאָמען גישטעלט בֵלטשאַצר: איז זאָל מען  ד נ י א ל ן  אופֿרופֿן אונ′  ע ר  וועט דעם באַשייד פֿון די זאַך צו ווישן געבן»:

(יג) האָט מען דאַמאָלשט דניאלן פֿאַרן מלך אַרופֿגעפֿירט: דער מלך האָט גינומין ריידן:  טוט ער דניאלן אַ זאָג:

«אַאיר זייט דאָש דניאל פון די בני גלותֿ פֿון יהודה, אַוואָש דער מלך, מיין פֿאָטער, האָט אַרוישגיבראַכֿט פון יהודה? (יד) האָב איך דאָך וועגן אייך גיהערט, אַז באַ אייך איז דאָ דער רוּחַ אֱלָהִין, באַ אייך צום טרעפֿן איז ליכֿטיקייט אונ′ שכֿלדיקייט אונ′ חכֿמה יתֿירה? (טו) אָט ט′מען פֿאַר מיר אָקערשט אַרופֿגיפֿירט די חֲכָמִים מיט די אָשְׁפִים, זיי זאָלן אָטאָ דעם כתֿבֿ איבערלייאינין, אונ′ מיר געבן צו ווישן דעם באַשייד — אונ′ אָט האָבן זיי ניט געיכֿולט דעם מלך מודיע זיין דעם באַשייד: (טז) נאָר וואָדען, איך האָב גיהערט אַף אייך זאָגנדיק, אַז איר קענט באַהאַלטנקייטן באַשיידן, קניפלאַך אופֿבינדן — איז איצטערטאָ אָט וואָש: אויבע איר וועט אָטאָ דעם כתֿבֿ איבערלייאינין, אונ′ דעם באַשייד זיינים מיר געבן צו ווישן, וועט איר אוישגיצירט ווערן אין פורפול, אַ גאָלדיני קייט וועט באַ אייך אַפן האַלדז אַרופֿגילייגט ווערן, אונ′ איר′ט ווי דער דריטער פֿון מלכֿותֿ גיוועלטיקן»:

(יז) אַפֿדערוף האָט גינומין ריידן דניאל: ער האָט פֿאַרן מלך גיזאָגט:

«די מתנותֿ קענען באַ אייך בלייבן, אונ′ די גישענקינישן גיט אָפּיט אַן אַנדערן: אַפֿונדעסטוועגן וועל איך דעם כתֿבֿ פֿאַרן מלך איבערלייאינין אונ′ עם געבן צו ווישן דעם באַשייד זיינים, דהיינו —

 «אָ, מלך! דער אֵל עֶלְיוֹן האָט דאָך אייער טאַטן נבֿוכֿדנצרן, גיגעבן זיין מלכֿותֿ אונ′ זיין רומפֿוליקייט אונ′ זיין כבֿוד אונ′ זיין פראַכֿטפוליקייט, (יט) און מחמתֿ די רומפֿוליקייט, אַוואָש ער′ט עם גיגעבן, האָבן פֿון פֿאַר עם גיציטירט און מורא גיהאַט אַלי פֿעלקער, אומותֿ אונ′ לשונותֿ: אַוועמין ער′ט גיוועלט ט′ער דאַהרגיט און אַוועמין ער′ט גיוועלט ט′ער באַם לעבן גיהאַלטן: וועמין ט′ער גיטאָן אופֿהייבן, און אַוועמין ער′ט גיוועלט ט′ער אָפגינידיריקט: (כ) נאָר וואָש, אַז די האַרץ באַ עם איז דאַהויבן גיווען, אונ′ דער גיישט באַ עם האָט זיך גישטאַרקט אַף העזה, איז ער דאָך אַראָפגינידירט גיוואָרן פֿונים טראָן פֿון די מלוכֿה זייני, אונ′ דער כבֿוד איז באַ עם צוגינומין גיוואָרן, (כא) אַז פֿון צווישן בני אדם איז ער אַזש פֿאַרטריבן גיוואָרן ביזקל וואַנינט זיין האַרץ איז צו די חיותֿ גלייך גיוואָרן: אונ′ זיין וואוינונג ווי באַ די ווילדע אייזלין: אונ′ ווי אָקשן האָט מען עם געקאָרמיט מיט גראָז: אונ′ מיטן טוי פֿון הימל האָט ער זאַך גיוואַשן, ביזקל וואַנינט ער′ט זיך ניט דאַוואושט, אַז דער אֵל עֶליוֹן גיוועלטיקט איבערן מלכֿותֿ בני אדם, אונ′  ע ר  איז דער אַוואָש ער שטעלט אופֿיט אַפֿדערוף אַוועמין  ע ם  פֿאַרוועלט זאַך —

(כב) «אונ′ איר — זון זיינער, בֵַּלשאַצר— איר האָט זאַך ניט אַראָפגילאָזן די האַרץ, ניט קוקנדיק אַוואָש איר האָט דאָש אַלציקידינג וואוילגיוואושט, (כג) אונ′ אַפֿן מָרָא שְׁמַיָּא האָט איר זאַך גיטאָן אַקעגנהייבן: און מ′האָט אייך גיבראַכט צו טראָגן די כלים פון  ז י י ן  ה ו י ז, אונ′ איר מיט אייערי גדולים מיט אייערי פֿרויאין מיט אייערי פלגשים האָבן פֿון זיי וויין גיטרונקין: אונ′ איר האָט שבֿחים גיגעבן פֿאַר די אָפגעטער פֿון זילבער אונ′ גאָלד, קופער, אייזן, האָלץ אונ′ שטיין, וואָש ניט זיי זעאין און ניט זיי וויישן עפיש: אונ′ גאָט, אַוואָש אין זייני הענט איז אייער נשמה און אַלע אייערי שטעגן האָט איר ניט באַשיינט — (כד)  ערשט אָדאַמאָלשט איז פֿון  ע ם אָפגישיקט גיוואָרן די פֿלאַך פֿון האַנט אונ′ אָטאָ דער כתֿבֿ איז אופֿגיצייכֿנט גיוואָרן — (כה)

«אונ′ אָט איז דער כתֿבֿ וואָש איז אופֿגישריבן גיוואָרן: 

«מְנֵא מְנֵא תְּקֵל וּפַרְסִין:

(כו) «אונ′ אָט איז פֿון די זאַך דער באַשייד:

«מְנֵא: מְנָה אֱלָהָא מַלְכוּתָךְ וְהַשְׁלְמָהּ — גאָט האָט אָפגיציילט אייער מלוכֿה אונ′ האָט איר גיטאָן צו אַ סוף בריינגין: (כז)

«תְּקֵל: תְּקִלְתָּא בְמֹאזְנַיָּא וְהִשְׁתְּכַחַתּ חַסִּיר — מ′האָט אייך אָפּגיוואויגן אַף די וואָגשאָלן און גיפֿונין אַז איר זייט אַ חסר: (כח)

«פְּרֵס: פְּרִיסַת מַלְכוּתָךְ וִיהִיבַת לְמָדַי וּפָרַס — צוטיילט ווערט די מלוכֿה אייערי, אונ′ גיגעבן ווערט זי פֿאַר מָדַי און פָּרַס»: (כט) 

«האָט דאַמאָלשט גיהיישן בֵּלשאַצר און מען האָט דניאלן אָנגעטאָן אין פורפול: אונ′ אַ גאָלדיני קייט עם אַפֿן האַלדש אַרופֿגילייגט: אונ′ מען האָט איבער עם אַ כרוז אַרוישגילאָזן, ער זאָל דער דריטער שבמלכֿותֿ גיוועלטיקן: (ל) 

אָט די זעלביקי נאַכֿט איז בֵּלשאַצר דער מלך פֿון די כשדים דאַהרגיט גיוואָרן:

                              ≡≡ פּרק ו ≡≡

(א) אָדאַמאָלשט האָט דָּרְיָוֶשׁ⸗מָדָיאָ — דאַריאָוויש דער מעדיער — די מלוכֿה באַקומין צו זייני זעכֿציק⸗צוויי יאָר אַן ערך: (ב) דאַריאָווישן איז רעכֿטהאַפֿטיק גיווען אופֿשטעלן איבערן מלכֿותֿ הונדערט⸗צוואַנציק אֲחַשְׁדַּרְפָּנים אַוואָש זיי זיינין איבערן גאַנצן מלכֿותֿ, (ג) אונ′ איבער זיי — דריי סָרְכִֿים, אַוואָש דניאל איז איינער פֿון זיי גיווען, בכֿדי אָטאָ די אֲחַשְׁדַּרְפָּנים זאָלן אָפגעבן דין וחשבון, אונ′ אַז באַם מלך זאָל קין היזקותֿ ניט זיין: (ד) אַנאָכֿידעם איז אָטאָ דעראָ דניאל אַ בעל⸗נצחון גיווען סיי איבער די סָרְכִֿים אונ′ סיי איבער די אֲחַשְׁדַּרְפָּנים, וויילע באַ עם איז נשמה יתֿירה גיווען, אַזוי אַרומיט אַז דער מלך האָט נוטה גיווען עם דאַהייבן איבערן גאַנצן מלכֿותֿ:

(ה) זיינין די סָרְכִֿים מיט די אֲחַשְׁדַּרְפָּנים דאַמאָלשט אַוועק זוכֿן אַף דניאלן אַן אוישרייד אַף אַ בלבול, אַדאָש וואָש ס′האָט מיט מלכֿותֿ אַ שייכֿותֿ: נייערט מען האָט ניט גיפֿונין קיין שום צודַבְּריניש אָדער אומאָרינטלאַכֿקייט, דווקא אַוויילע ער איז גיווען אַ באַגלייבטער מענטש, אַוואָש שאַלקהאַפֿטיקייט מיט אומאָרינטלאַכֿקייט טרעפֿט מען באַ עם ניט: 

(ו) האָבן זיי דאַן גינומין אַ זאָג טאָן איינער דעם אַנדערן, אָטאָ די לייט:

«מי′לן דאָך ניט טרעפֿן באַ דעם דניאלן אַוועלכֿי ניט איז צודַבְּריניש, אַחוץ אָדעם וואָש מען טרעפֿט אין דתֿ פֿון זיין גאָט»:

(ז) זיינין זיי דאַן צוגעלאָפֿן צום מלך, דיאָ סָרְכִֿים אונ′ אֲחַשְׁדַּרְפָּנים: אָט אַזויאָ האָבן זיי עם אַ זאָג גיטאָן:

«דאַריאָוויש⸗המלך, אייביק לעבן, (ח) ש′האָבן זאַך אַן עצה גיהאַלטן די אַלי סָרְכִֿים פון די מלוכֿה, די אַלי סְגַנִיםאֲחַשְׁדַּרְפָּנים, הַדָּבְֿרִים, פַּחְוָתִֿים, מ′זאָל אופֿשטעלן און מקיים זיין דעם מלכֿס אַן איסור, אַז ווער ש′עט אין משך פֿון דריישיק טעג האָבן אַ בקשה צו אַוועלכֿן ניט איז גאָט אָדער מענטש, אַחוץ צו אייך, אָ מלך, זאָל מען עם אַריינשליידערן אינעם גרוב פֿון די לייבן — (ט)

«איז איצטערטאָ, אָ מלך, שטעלט דרום אופֿיט דעם איסור אונ′ חתֿמיט אונטער דעם כתֿבֿ, ש′זאָל ניט גיביטן ווערן, — אַפֿן שטייגער פֿון די אומבייטיוודיקע דינים פון מָדַי אונ′ פָּרַס»: (י)

האָט דאַפֿאַר אונטערגיחתֿמינט דער מלך דאַריאָוויש דעם כתֿבֿ פֿונים איסור:

(יא) אַז דניאל איז געוואָר גיוואָרן אַז דער כתֿבֿ איז אונטערגיחתֿמינט גיוואָרן, איז ער אַריין צו זאַך אין זיין הויז, אַפֿן אייבערשטן גאָרן זיינין באַ עם אָפֿן גיווען די פֿענצטער אַקעגן ירושלים צוצו, האָט ער דריי מאָל אין טאָג זיך געקניט אַף די קני זייני און געטאָן תפֿילה און הודאה פֿאַר זיין גאָט, אָט אַזוי ווי ער פֿלעגט טאָן מקדמתֿ דנא:

(יב) זיינין אָדאַמאָלשט אָטאָ דיאָ לייט אַריינגילאָפֿן און האָבן גיפֿונין דניאלן, אָט ווי ער האַלט אין בקשותֿ און תחינותֿ טאָן פֿאַר זיין גאָט:

(יג) האָבן זיי זאַך דאַמאָלשט צוגינענטערט צום מלך וואָס איז שייך דעם מלכֿס איסור:

«צו האָט איר דען ניט אונטערגיחתֿמינט אַן איסור, אַז איטלאַכֿן מענטשן, אַווער ש′עט אין משך פֿון דריישיק טעג אַ בקשה מאַכֿן באַ אַוועלכֿן ניט איז גאָט אָדער מענטש, אַחוץ באַ אייך, אָ מלך, וועט מען אַריינשליידערן אין גרוב פֿון די לייבן?»:

האָט דער מלך גינומין ריידן:

«ריכֿטיק גיזאָגט גיוואָרן! אַזויאָ איז לויטן דין פֿון מָדַי און פָּרַס, וואָס איז ניט אומצובייטן:» (יד)

האָבן זיי אָדאַמאָלשטאָ גינומען ריידן און אַ זאָג גיטאָן פֿאַרן מלך:

«דער דניאל, דער פֿון די בני גלותֿ פֿון יהודה, ער לייגט קין אַכֿט ניט, אָ מלך, ניט אַף אייך אונ′ ניט אַף אייער איסור, אַוואָש איר′ט אונטערגיחתֿמינט, אונ′ דריי מאָל אין טאָג בַּקְשינט ער אוישיט זייני בקשותֿ»: (טו)

דאַהערט אָטאָ די ווערטער האָט דעם מלך שטאַרק וויי גיטאָן אַפֿדערוף, און ער האָט מיטן האַרצן ממש זיך גיסטאַריט דניאלן, אָפראַטיווין: ביזקל אין שקיעה אַריין עם גיפּרואווט מציל זיין: (טז)

אַדאַן האָבן זאַך אָטאָ די לייט זאַך אַריינגיאיילט צום מלך, טוען זיי דעם מלך אַ זאָג: 

«זייט וויסן, אָ מלך, אַז דער דין פון מָדַי און פָּרַס, אַז אַן איסור אָדער גיזעץ אַוואָש דער מלך שטעלט אופֿיט, קען מען דאָך ניט אומבייטן»:  (יז)

אַדאַן האָט דער מלך גיהיישן, און מ′האָט גיבראַכֿט דניאלן, און מען האָט עם אַריינגישליידערט אַריין אין גרוב פֿון די לייבן:

האָט דער מלך גינומין ריידן, און דניאלן גיזאָגט:

«אייער גאָט, אַוועמין איר טוט נאָכֿאַנאַנד באַדינין,  ע  ר  וועט אייך אָפראַטיווין»:  (יח)

האָט מען גיבראַכֿט אַ שטיין אַזאַ, און עם אַוועקגילייגט באַם מויל פֿון גרוב, און דער מלך האָט עם צוגיחתֿמינט מיטן אייגינים פֿינגערל אונ′ מיטן פֿינגערל פֿון זייני גדולים, בכֿדי דער רצון זאָל ניט גיביטן ווערן: (יט)

אָדאַמאָלשט איז דער מלך אַוועקגיגאַנגין אין זיין פאַלאַץ: ער האָט די נאַכֿט גיפֿאַשט: אונ′ זייני מיידלאַך האָט מען עם ניט גיבראַכֿט: און דער שלאָף באַ עם האָט זאַך פֿון עם אָפגיטאָן: (כ) אונ′ דאַמאָלשט איז אופֿגישטאַנין דער מלך גאָר פֿרי צום גלאַנץ פֿון מאָרגנשטערן, אונ′ ער איז אין אַ בהלהניש אַוועק אין גרוב פֿון די לייבן: 

(כא) אַז ער האָט זאַך דאַנענטערט צום גרוב, צו דניאלן, האָט ער אַ שריי אויש גיטאָן מיט אַן עצבֿותֿדיקן קול, דער מלך האָט גינומין ריידן, אונ′ דניאלן אַ זאָג גיטאָן:

«אָ דניאל, געטרייער פֿון לעבידיקן גאָט: דיין גאָט, אַוועמין דו טושט עם נאָכֿאַנאַנד באַדינין, צו קען ער דיר דען אַזש פֿון די לייבן אוישראַטיווין?»:  (כב)

אָדאַמאָלשט האָט דניאל גירעדט מיטן מלך:

«אָ מלך, אייביק לעבן, (כג) מיין גאָט האָט דאָך זיין מלאך גישיקט, אונ′ האָט דעם מויל באַ די לייבן גישלאָסן, אונ′ זיי האָבן מיר ניט קין תל גימאַכֿט, וויבאַלד אַז פֿון פֿאַר עם בין איך גיפֿונין גיוואָרן אַ זכאי, אונ′ דאַצו אויכֿיט פֿון פֿאַר אייך האָב קין שאַלקהאַפֿטיקייט ניט אָפגיטאָן»:  (כד)

אַדאַמאָלשט איז דער מלך זייער גליקלאַך גיווען, אונ′ ער האָט גיהיישן מען זאָל דניאלן אַרויסנעמין פֿון גרוב אַרויש: האָט מען דניאלן פֿונים גרוב אַרוישגיצויגן: קיין שום פגימה האָט מען באַ עם ניט גיטראָפֿן, וויילע ער האָט אין זיין גאָט גיגלייבט: (כה)

דער מלך האָט גיהיישן, און מען האָט גיבראַכֿט צו טראָגן אָטאָ דיאָ לייט אַוואָש זיי האָבן אָנגיגריזשיט אַף דניאלן, אונ′ מען האָט זיי אַריינגישליידערט אין גרוב פֿון די לייבן אַריין — זיי מיט זייערי קינדער מיט זייערי ווייבער: מה⸗דאָך, אַזיי זיינין נאָך ניט ביזקל אין דנאָ פֿון גרוב דאַגאַנגין אונ′ די לייבן האָבן איבער זיי די שליטה גיהאַט, אונ′ זייערי אַלי ביינער אַף פיץ⸗פיצלאַך צומאָלן: (כו)

אַדאַמאָלשט האָט דאַריאָוויש⸗המלך אָנגישריבן צו די אַלע פֿעלקער, אומותֿ, לשונותֿ, אַוואָש זיי לעבן אין אַאיטלאַכֿן לאַנד:

«אייך אַ שלום גדול: (כז) פֿון פֿאַר מיר בין איך גוזר אַ פסק אַז אין גאַנצן שלטון פֿונים מלכֿותֿ מיינים זאָל מען ציטערניש אונ′ אימה האָבן פֿון פֿאַרן גאָט פֿון דניאלן, וואָרים ער איז דער לעבידיקער גאָט אונ′ איז אַף אייביק קיים, און  אָ ז י י ן  מלכֿותֿ וועט צעשטערט ניט ווערן אונ′ זיין גיוועלטיקונג וועט ביזקל אין שאַמע סוף גידויערן: (כח) ער איז דער וואָס ראַטיוויט אָפיט אונ′ אַוואָש איז מציל: אונ′ ער מאַכֿט דאָש נסים אונ′ מופֿתֿים אָט אין די הימלין אָט אַזוי ווי אַפֿדערערד: אַוואָש ער האָט דניאלן גיראַטיוויט אַזש פֿון די לאַפיס פֿון לייבן»: (כט)

האָט אָט דער דניאל מצליח גיווען אינעם מלכֿותֿ דאַריאָוויש אונ′ אין מלכֿותֿ פֿון כּוֹרֶשׁ⸗פַּרְסָיָא — כורש דער פערסישער:

≡≡ פּרק ז ≡≡

(א) אינים ערשטן יאָר פון בֵּלְאשַׁצַּר מלך בֿבל האָט זאַך  ד נ י א ל ן  גיחלומט אַ חלום מיט חזיונותֿ אין קאָפ אַפֿן גילעגער: אָדאַמאָלשט האָט ער דעם חלום אָנגישריבן אונ′ די ראשי פרקים געטאָן פֿאַרזאָגן: (ב) ער האָט גינומין ריידן, דניאל, אָט אַזויאָ זאָגנדיק:

«אָט האָב איך אין באַנאַכֿטיקע חזיונותֿ דאַזען, אונ′ די פֿיר ווינטן פֿון די הימלין וואויען אַפֿן גרוישן ים: (ג) אונ′ אָט גייען אוף פֿונעם ים אַרופֿיט פֿיר גרוישי חיותֿ, אַנדערשטדיקע איינע פֿון די אַנדירי: (ד)

«דער ערשטער איז ווי אַ לייב גיווען, נאָר מיט פֿליגלין ווי באַ אַן אָדלער: האָב איך גיקוקט ביזקל וואַנינט די פֿליגלין זיינין באַ עם אָפגיפֿליקט גיוואָרן, און ש′איז פֿונדערערד אופֿגיהויבן גיוואָרן אונ′ אופֿגישטעלט אַף די פֿיש גיוואָרן ווי אַ מענטשנקינד, און די האַרץ פֿון אַ מענטשן איז עם גיגעבן גיוואָרן: (ה)

«אונ′ אָט נאָך דער צווייטער, גיגליכֿן צו אַ בער, זאַך אַ הייב⸗טאָנדיק פֿון איין זייט, אָנהאַלטנדיק דריי ריפן אין מויל צווישן די ציין און מען טוט עם זאָגן: הייב זאַך אופֿיט און עש זיך אָניט מיט אַ סך פֿלייש: (ו) 

«אונ′ אַנאָכֿידעם האָב איך אין חזיון דאַזען ווי אַ לעמפערט, נאָר אַף עם זיינין גיווען פֿיר פֿליגלין ווי באַ אַ פֿויגל: פֿיר קעפ זיינין באַ די חיה גיווען, אונ′ די גיוועלטיקייט איז עם גיגעבן גיוואָרן: (ז) 

«אונ′ אַנאָכֿידעם האָב איך אין די נאַכֿטיקי חזיונותֿ דאַזען, און אָט אַ פֿערטי חיה — אַ פֿאָרכֿצומי אונ′ אַן אימהדיקי, גוזמאדיק שטאַרק מיט גרוישי אייזערני ציין: אַוואָש ש′האָט גיטאָן די גרעשטי טייל אופֿגיפֿרעסן: אונ′ צוריבן, אונ′ אָדאָש וואָש ש′איז איבערגיבליבן האָט עש מיט די פֿיש פֿאַרדַרסינט: און ש′איז אַנדערשט גיווען פֿון די אַלי חיותֿ אַוואָש פֿון פֿרייער: אונ′ הערנער  צ ע ן  האָט עש גיהאַט: (ח) איך האָב זאַך גוט צוגילוגט אַף די הערנער און אָט דאַזע איך נאָך אַ הערנדל, אַ קליינינקן, ער גייט אופֿיט אַצווישן זיי: אונ′ דריי פֿון די פֿרייערדיקע הערנער האָט מען עוקר גיווען פֿון פֿאַרן קליינינקן: אונ′ באַ אָטאָ דעם קליינינקן זיינען גיווען אויגן ווי באַ אַ מענטשנקינד, מיט אַ מויל וואָש רעדט פֿון גרוישינישן: — (ט) 

«גיזען האָב איך, אַביזקל מען האָט טראָנען אופֿגישטעלט, און דער עַתּיק יוֹמִין טוט זיצן: זיין מלבוש אַ וויישער ווי דער שניי, זייני האָר וואָס באַ עם אַפֿן קאָפ ווי ריינוואָל: אונ′ זיין טראָן אויש פֿייערדיקע פֿונקין, און די רעדער אַוואָש באַ עם אייטל פֿלאַם⸗פֿייער: (י) פֿון אַפֿאַר עם האָט אופֿגיברויזט אַ טייך פֿון פֿייער: אלף⸗אלפֿים האָבן עם גיטאָן באַדינין, אונ′ טויזנטער אלף⸗אלפֿים האָבן זיך פֿון פֿאַר עם אַ שטעל⸗אופֿיט גיטאָן: דער פסק איז גיגעבן גיוואָרן אונ′ מען האָט אַן עפֿן⸗אוף גיטאָן די ספֿרים — (יא)

«אָדאַמאָלשט האָב איך דאַזען, ווי די גרוישינקע ווערטער אַוואָש דער האָרן טוט אַרוישריידן: איך האָב זאַך צוגיקוקט ביזקל וואַנינט די חיה איז דאַהרגיט גיוואָרן, אונ′ דער גוף פֿונדאַפֿון איז נאבֿד גיוואָרן, און מ′האָט עש אָפגיגיבן אָפגיברענט ווערן מיטן פֿייער: (יב) אונ′ וואָש ש′איז שייך די איבעריקע חיותֿ האָט מען באַ זיי צוגינומין זייער גיוועלטיקונג: פֿונדעשטוועגן איז זיי גיגעבן גיוואָרן אַ פֿאַרלענגערניש פֿון לעבן גופֿא אַף אַ גיוויסע תקופֿה⸗צייט: (יג)

«אָט האָב איך גיזען אין די נאַכֿטיקע חזיונותֿ ווי מיט די וואָלקנס פֿון די הימלין איז גיווען אַרוישגיקומין ווי אַ בן אדם, אָנגיקומין איז ער ביזקל דעם עַתִּיק יוֹמִין, אונ′ מען האָט עם, צו עם נאָיאינט⸗צוצו דאַנענטערט: (יד) אונ′ עם איז גיגעבן גיוואָרן גיוועלטיקייט, רומפֿוליקייט, מלכֿותֿ, אַז אַלי פֿעלקער, אומותֿ אונ′ לשונותֿ זאָלן עם טאָן באַדינין: זיין גיוועלטיקונג איז דען די אייביקי גיוועלטיקונג וואָש וועט ניט אָפגיטאָן ווערן, אונ′ זייני איז דער מלכֿותֿ וואָס וועט ניט צושטערט ווערן: (טו)

«דער גיישט איז מיר אַפֿדערוף פֿאַרהאַקט גיוואָרן, באַ מיר, דניאל, אונ′ די חזיונותֿ אַוואָש אין קאָפ האָבן מיר אין אַ בהלהניש אַריינגיפֿירט:  (טז)

«איז גיי איך צו צו איינים פֿון די שטייער, אונ′ איך שפאַר זאַך צו צו עם, וועלנדיק באַ עם גיוואָר ווערן אַף אָטאָ דעם אַלימין: האָט ער מיר גיזאָגט, אונ′ דעם באַשייד פֿון די ווערטער גיגעבן צו ווישן: (יז)

«אָטאָ די גרוישינקי חיותֿ, אַוואָש פֿיר זיינין זיי, אָדאָש זיינין דאָך די פֿיר מלכֿים אַוואָש זיי קומין אופֿיט פֿונדערערד: (יח) נאָר וואָדען, די קַדִּישֵׁי עֶליוֹנִין זיינין אָט די אַוואָש זיי וועלן באַקומין מלכֿותֿ, אונ′ מלכֿותֿ אָפיַרשינין אַף אייביק, לעולם ועד: (יט)

«אונ′ דאַמאָלשט האָב איך באַגערט ווישן זיין דעם אמתֿ וועגן די פֿערטי חיה, אַוואָש איז אַנדערשט גיווען פֿון זיי אַלי, זייער שרעקידיק, אַמיט ציין פֿון אייזן און נאָגל פֿון קופער אַוואָש ש′האָט גיטאָן אופֿפֿרעסן אונ′ צוריבן, אונ′ אָדאָש וואָש ש′איז איבערגיבליבן האָט עש מיט די פֿיש פֿאַרדַרסינט: (כ) מכח די הערנער די צען אַוואָש באַ עם אַפן קאָפ, אונ′ דעם אַנדערן וואָש איז אַרופֿגיקומין, פֿאַר אַוועלכֿן עש זיינין דריי פֿון זיי אָפגיפאַלן —

«אָטאָ דער האָרן, וואָש באַ עם איז דאָ אויגין, אונ′ אַ מויל וואָש טוט ריידן גרוישינקי זאַכֿן, אַוואָש דער אוישקוק איז באַ עם גרעשער איידער באַ די גיזעלינש — (כא)

«אָט האָב איך געזען, ווי אַזוי אָטאָ דער האָרן האָט מלחמה גיהאַלטן מיט די קַדִּישִׁין אונ′ האָט זיי איבערגיקומין, (כב) ביזקל וואַנינט ש′איז גיקומין דער עַתִּיק יוֹמַיָּא, אונ′ האָט זיין פסק גיגעבן לטובֿתֿ די קַדִּישֵׁי עֶליוֹנִין, און ש′איז די צייט אָנגיקומין, אונ′ מלכֿותֿ האָבן די קַדִּישִׁין געירשינט: (כג)

«אָט אַזוי האָט ער גיזאָגט: ‹די פֿערטי חיה וועט דען דער פֿערטער מלכֿותֿ זיין אַפֿדערערד, וואָס וועט אַנדערשט זיין איידער די אַלע מלוכֿותֿ: אונ′ ש′עט אופֿעשן די גאַנצי ערד און איר צודרעשן אונ′ צומאָלן: (כד)

«אונ′ די צען הערנער —  פֿון אָטאָ דיאָ מלוכֿה וועלן צען מלכֿים אופֿקומין: אונ′ אַנאָך זיי וועט אופֿקומין אַן אַנדערער, אונ′ ער וועט אַנדערשט זיין פֿון די אַפרייערדיקי, אונ′ ער וועט משפיל זיין דריי מלכֿים — (כה)

אונ′ ריידן ט′ער ריידן קעגן דעם אייבערשטן און די קַדִּישִׁין עֶלְיוֹנִין וועט ער טאָן מוטשין, אונ′ ער וועט קלערן איבערמאַכֿן די יאָר⸗גיצייטן אונ′ דעם גיזעץ: אונ′ זיי וועלן עם איבערגיגעבן ווערן אַף אַ יאָר, אַף צוויי יאָר, אַף אַ האַלבן יאָר —  (כו) 

«נאָר וואָש, אַז דער ביתֿ⸗דין וועט משפטן, אונ′ זיין גיוועלטיקייט וועט צוגינומין ווערן, פֿאַרטיליקט אונ′ פֿאַרלאָרן ווערן, ביזקל צום שאַמי סוף: (כז) אונ′ דער מלכֿותֿ אונ′ די גיוועלטיקונג אונ′ די גרוישיקייט פון די מלוכֿותֿ אַוואָש אונטער די אַלי הימלין וועט גיגעבן ווערן דעם פֿאָלק פֿון די הייליקע פֿונים אייבערשטן: זייער מלכֿותֿ איז אַף אייביק, אונ′ די אַלע ריגירונגין וועלן זיי באַדינען אונ′ אַזיי צוהאָרכֿן›: (כח) 

«עד כאן — דאָס איז דער סוף פֿון די זאַך: וואָש שייך מיר, דניאל, האָבן דיאָ מחשבֿותֿ מיר גאָר שטאַרק אָפגישראָקן: דער אוישקוק באַ מיר האָט זיך גיביטן: אונ′ די זאַך האָב איך באַ זאַך אין האַרצן אָפּגיהיט»:  

 ◊

 ◊

≡≡ פּרק ח ≡≡

(א) „אין דריטן יאָר פון בּלשאַצר⸗המלכס מלוכה האָט זיך מיר אַ זעאונג געזען, אַוואָס איך, דניאל אַליין, האָב דאַזען אַנאָך אָט דיאָ, אַוואָס ס′האָבן זיך מיר לכתחילה געוויזן געוואָרן: (ב) און איך האָב אין די זעאונג דאַזען — ס′געווען אַזוי:

„איך טו אַ קוק און אָט בין איך אין שושן הבירה, אַוואָס אין די פּראָווינציע עֵילָם, און אין די זעאונג דאַזע איך ווי איך געפין זאַך באַם טײַך ׳אוּלַי׳: (ג) טו איך אַ הייב די אויגן און דאַזע, אָט שטייט אַן אַיִל — אַ באַראַנטשיק באַם וואַסער,

„און באַ עם איז דאָ הערנער, הויכע הערנער, נאָר וואָס, איינער איז העכער פאַרן אַנדערן, און די העכערע דאַזעט זאַך אַמלעצטן: (ד) איך זע: דער באַראַנטשיק, ער שטויסט זאַך צו מערב צו, צו צפון צו, און צו דרום צוצו, און קיין שום חיה וועט פון פאַר עם ניט דאַשטיין, און אַווער ס′זאָל פון עם אָפּראַטעווען איז ניטאָ: ער האָט געטאָן אָט אַזוי ווי עם האָט זאַך פאַרוועלט, און ער האָט זאַך אַלץ גרעסער און גרעסער געמאַכט — (ה)

„אָט איך האַלט אָט אַזויאָ אין באַקלערן זאַך, און בעת מעשה יאַוועט זיך אַ האָריקער צ אַ פּ  פון מערב זײַט, און גייט פריי אַדוכעט איבערן גאַנצן לאַנד אַפילו ניט אָנרירנדיק די לענדער, און צווישן זנע אויגן איז אַן איינאיינציקער ריזיקער האָרן: (ו) גייט ער צו צום באַראַנטשיק דעם בַּעַל⸗קַרְנַיִם אַצוויי, אַוואָס איך האָב געהאָט געזען אַשטייענדיק פאַרן וואַסערל, און ער איז צו עם צוגעלאָפן מיטן גרימצאָרן פון זן מאַכטיקט: (ז) און איך האָב דאַזען ווי אַזוי ער קומט אָנעט צום באַראַנטשיק און פאַלט אַף עם אָנעט מיט אַ רציחה, און שלאָגט אַנידער דעם באַראַנטשיק, צוברעכט באַ עם די ביידע הערנער:

„אַקיצור, ס′איז ניט געווען קין כח באַם באַראַנטשיק שטעלן זאַך אַקעגן עם, און ער האָט עם אַראָפּגעשלדערט אין דרערד, און האָט עם צוטראָטן: ס′איז פּשוט ניט געווען אַווער ס′קען דעם באַראַנטשיק אָפּראַטעווען פון זן האַנט  — (ח)

„און דער האָריקער צאַפּ ווידער האָט זיך פֿאַרגרעסערט אָן אַ שיעור, און בעת זן גבורהשאַפט האָט זאַך צובראָכן דער האָרן דער גרויסער, און אַף זן אָרט איז אַרוף די זעעניש פון  פ י ר  הערנער צו די אַלע פיר זייטן פון הימל: (ט) און פון איינעם פון זיי איז אַרוֹיס אַן  א י י נ צ י ק ע ר  הערנדל, אַ קליינינקער, וואָס האָט זיך גוזמאדיק צואוואַקסן: אַף דרום און אַף מזרח און אַפן לאַנד אַוואָס ס′גלוסט זיך, (י) און ס′איז אוֹיסגעוואַקסן אַזש ביזקל די חיילות פונעם הימל, און האָט אַ חלק פון די הימלדיקע חיילות מיט די שטערן אַראָפּגעוואָרפן אין דרערד און זיי צוטראָטן — (יא)

„יע, ער האָט זיך פאַרמאָסטן אַפילו אַפן הויפּט פון די חיילות, און באַ יענעם איז צוגענומען געוואָרן דער שטענדיקער קרבן: און דער הייליקער אָרט פון זן וואוינונג איז פאַרשטערט געוואָרן, (יב) און עם איז עס געגעבן געוואָרן פון פאַרברעכערישקט וועגן אַקעגן דעם קרבן תמיד: און ער האָט געטאָן און הצלחה געהאַט בעת דער אמת איז אין דרערד אַוועקגעשלדערט געוואָרן — (יג)

„און איך האָב געהערט, ווי איינער אַ הייליקער טוט ריידן: און נאָך איינער אַ הייליקער טוט זאָגן דעמענען, דעם פּלוני⸗אַלמוני וואָס ער האָט געהאַלטן אין ריידן, אַזאָגטאָנדיק: 

′אַף ווי לאַנג איז חל די נבואה מכח דעם קרבן תמיד? און די פאַרברעכערישקט וואָס בריינגט שטוינונג, צו דאַלאָזן ס דעם הייליקן אָרט און ס די חיילות אַף צוטראָטן צו ווערן?′ (יד)

„איז זאָגט ער מיר: 

אַביזקל צוויי טוֹיזנט מיט דר הונדערט טאָג⸗און⸗נאַכטן: און דאַמאָלשט וועט דער הייליקער אָרט אופגערעכטפאַרטיקט ווערן′: (טו)

„ס′געווען אָט אַזוי, אַז באַם דאַזען אָטאָ די נביאות האָב איך דניאל, איך אַליין, געבעטן פאַרשטאַנדהאַפטיקט אַפדערוף: און אָט שטייט אַקעגן מיר, ווי מיט די מראה פון אַ מאַנספּאַרשוין, (טז) און אָט דאַהער איך אַ קול פון אַ בן⸗אדם פון צווישן די ברעגן פונעם טך ′אוּלַי′, ער′ט אַרוֹיסגערופן און אַ זאָג געטאָן:

′אָ, העי,  ג ב ר י א ל,  גיב דעם אָטאָדעמאָעדיקן ער זאָל פאַרשטיין די זעאונג′: (יז)

„איז ער צוגעקומען צום אָרט וואו איך בין געשטאַנען: צו זן אָנקום בין איך צעשראָקן געוואָרן, און איך בין אַראָפּגעפאַלן אַפן פּנים מנעם: ער האָט מיר געטאָן זאָגן: 

′זאָלסט פאַרשטיין, בן⸗אדם, אַז די נביאות זנען פון די צט פונעם קץ′: (יח)

„בשעת ער האָט מיט מיר גערעדט בין איך אַוועקגעפאַלן אין אַ שלאָף אַף דרערד אַראָפּעט: ער האָט מיר אַ ריר געטאָן און מיר אַוועקגעשטעלט אַ שטייאיקן: (יט)

„און ער זאָגט מיר:

′אָט בין איך דיר מוסר מודעה, אָטאָ דאָס, אַוואָס ס′עט זן אין אחרית הימים צום סוף פונעם גרימצאָרן, וולע ס′געהערט דאָך דעם  ס ו ף  פון אָטאָ די צט: (כ) דער באַראַנטשיק, אַוואָס דו האָסט געזען, אָטאָ דער מיט די הערנער די צוויי — אָדאָס זנען דאָס די מלכים פון מָדַי און פָּרַס: (כא) און דער האָריקער צאַפּ — אָדאָס איז דער מלך פון יוון: און דער גרויסער האָרן אַוואָס צווישן די אויגן באַ עם — אָדאָס איז דער מלך דער ערשטער — (כב)

′און דער צובראָכענער, אַף זן אָרט וועלן אופשטיין אַזש  פ י ר — פיר מלוכות פון די אומה: זיי וועלן שטיין, אָבער שוין ניט מיט אָט יענע מאַכטיקט: (כג)

′און צום סוף פון זייערע מלוכהשאַפטן, אַז די פּושעים וועלן אָפּטאָן זייערע פאַרברעכנס, וועט אופקומען אַ מלך מיט אַ פּנים פון פעסטהאַפטיקט, אַ פאַרשטייער אין רעטענישקטן, (כד) וואָס דער עצם כח שטעקט ניט אינעם כח גופא זנעם, פונדעסטוועגן וועט ער מיט נפלאות פאַרטיליקן, און ער וועט מצליח זן און אופטאָן, און ער וועט פאַרטיליקן גיבורים און דעם הייליקן פאָלק אויכעט, (כה) מיטן שכל זײַנעם און מיט כיטרעקט וועט ער מצליח זײַן, און ער וועט זיך טאָן פאַרגרעסערן באַ זיך אין האַרצן, און דווקא אַז ס′עט שלווה זײַן וועט ער אַ פולע פאַרטיליקן: און אויך קעגן דעם מלך המלכים וועט ער זיך אַקגענשטעלן, אָבער דאָ ט′ער צובראָכן ווערן אָן די פּעולה פון אַ קיין שום מענטשלעכע האַנט — (כו)

′און די זעאונגען פון אָוונטצט, און פון פרימאָרגנצט, וואָס איז אָנגעזאָגט געוואָרן, איז אַן אמת: אָבער דו, פאַרריגל די נביאות וולע דאָס איז אַ זאַך פון אַ סך אַ סך יאָרן′:

(כז) „איך, דניאל, האָב אַוועקגעחלשט, און איך בין געוויסע טעג שלאַף געבליבן: נאָר וואָדען, איך האָב זיך אַ הייב אופעט געטאָן און איך האָב ווטער אוֹיסגעפירט די מלאכה אַוואָס באַם מלך: איך אַליין בין נשתומם געבליבן פון די נביאות: נאָר קיינער איז דאַרוף ניט געווען קיין מבין“:

 ◊

 ◊

≡≡ פּרק ט ≡≡ 

(א) „אינעם ערשטן יאָר פון דָּרְיָוֶשׁ בֶּן אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ מִזֶּרַע מָדַי — דאַריאָוויש בן אחשוורוש פון אָפּשטאַם פון די מעדיער —, אַוועמען מען האָט פאַר מלך אָנגעקיניגט איבערן מלכות כַּשְׂדִּים: (ב)

„האָב איך, דניאל, אין אַיענעם ערשטן יאָר, זיך אַרנבאַהאַוונט אין די ספרים מכח די צאָל יאָרן, אַוואָס ס′איז געווען דער דְּבַֿר יי באַ ירמיהו⸗הנביאן, ביזקל וואַנענט ס′עלן זאַך אויסלאָזן די זיבעציק יאָר אַנאָך ירושלימס חרוב ווערן: (ג)  האָב איך מיין פּנים געווענדט צו יי, גאָט, בכדי בעטן מיט תפילה און תחנונים, מיט תעניתים, מיט זאַק, און מיט אַש: און כ′האָב תפילה געטאָן פאַר יי מן גאָט און איך האָב זיך מתוודה געווען, און געזאָגט האָב איך: (ד)

′אָנָּא יי — הָאֵל הַגָּדוֹל וְהַנּוֹרָא, אָפּהיטער פונעם ברית און פון חסד באַ די וואָס האָבן דיר האָלט, און באַ די אָפּהיטער פון דנע מצוות: (ה)

מיר האָבן אונטערגעזינדיקט: מיר האָבן גישאַלקעוועט: מיר האָבן רשעות געטאָן: מיר האָבן ווידערשפּעניקט און זאַך אָפּגעקערט, ניט אָפּהיטנדיק דנע מצוות און דנע געזעצן, (ו) און צו דנע געטרע, די נביאים, וואָס האָבן דאָך פון דן נאָמענס וועגן געטאָן ריידן מיט אונדזערע מלכים, אונדזערע שרים — אונדזערע אבות, און גאָר דעם פאָלק וואָס אין לאַנד: (ז)

′אָ  ד י ר, אָ גאָט, אַוואָס דיר געהערט די רעכטפאַרטיקט, און  א ו נ ד ז — די בושה פון די פּנימער וואָס באַ אונדז, אַוואָס נאָך באַם הײַנטיקן טאָג באַ דיאָ פון שבט יהודה, באַ די תושבים פון ירושלים, און צו גאַנץ ישראל, די נאָיענטע און די ווטע, אַוואָס אין די אַלע לענדער וואוהין דו האָסט זיי פאַרשטויסן אַהינצוצו, איבער די פעלשונג אַוואָס זיי האָבן געטאָן אין דיר פעלשן: (ח)

′אָ גאָט,  א ו נ ד ז  געהערט די בושה פון די פּנימער וואָס באַ אונדז, באַ אונדזערע מלכים, אונדזערע שרים, און — אונדזערע אבות, אוואָס מיר האָבן פאַר דיר געזינדיקט: (ט) נערט יי, אונדזער גאָט, געהערט די באַרמיקט, מיט די פאַרגעבונגען, אַלמאי מיר האָבן אין עם ווידערשפּעניקט (י) און זאַך ניט צוגעהאָרכט צום קול יי אלהינו אַף צו גיין לויט זן תורה, אַוואָס ער האָט פון פאַר אונדז געגעבן אַדוך זנע געטרע, די נביאים, (יא) און גאַנץ ישראל האָבן עובר געווען אויף די תורה דנע, און זאַך אָפּגעקערט אַף ניט צוהערן זאַך צו דיין קול, אַז האָסט אַף אונדז די תוכחה געטאָן בריינגען, די קללה און די שבועה וואָס איז אָנגעשריבן אין תורת משה עבד אלהים, אַוואָס אַקעגן עם האָבן מיר אונטערגעזינדיקט: (יב) 

′האָט ער אַף אונדז מקיים געווען דיאָ ווערטער, אַוואָס ער′ט געטאָן ריידן אַף אונדז און אונדזערע שופטים וואָס האָבן אונדז געמשפּט, אונדז אָנבריינגען אַ רעה גדולה, אַזאַאָ וואָס איז ניט אָפּגעטאָן געוואָרן אונטערן הימל דעם גאַנצן, אַדאָס וואָס איז אָפּגעטאָן געוואָרן אין ירושלים, (יג) אָט אַזויאָ, ווי ס′שטייט אָנגעשריבן אין תורת משה אַז ס′עט אָטאָ די גאַנצענע שלעכטיקט אַף אונדז אָנקומען:

′און פונדעסטוועגן האָבן מיר פון פֿאַר יי אלהינו ניט געבעטן, אַז מיר זאָלן זאַך אומקערן פון אונדזער זינד און אופגעקלוגט ווערן מיט קלוגשאַפט אין דײַן וואָריקט: (יד) גאָט האָט נאָך  צ ו ג ע א ײַ ל ט  די שלעכטיקײַט און איר אַף אונדז געטאָן אָנבריינגען דווקא ווײַלע אַ  צ ד י ק  איז דאָך גאָט אין אַלע זנע מעשים אַוואָס ער האָט געמאַכט, נאָר וואָס, מ י ר האָבן זאַך צו זן קול ניט צוגעהאָרכט — (טו)

′הנט אָט וואָס, יי אלהינו, אַוואָס  ד ו  האָסט דעם פאָלק דנעם אַרויסגעצויגן פון לאַנד מצרים מיט אַ פעסטהאַפטיקע האַנט און האָסט זיך געמאַכט אַ שם, אָט ווי באַם הנטיקן טאָג, אָט בשעת ווען  מ י ר  האָבן געזינדיקט און געטאָן שאַלקהאַפטיקט — (טז) 

′איז אָ גאָט, אין דן גאַנצע צידקותשאַפט, זאָל זשע קאַריקגעקערט ווערן דער כעס דײַנער, מיטן גרימצאָרן דײַנעם, פון ירושלים דן שטאָט, פון דיין הייליקן באַרג: מחמת דעם, וואָס אַלציקעדינג וואָס פון אונדזערע חטאים, און די זינדיקײַטן פון אונדזערע אבות⸗אבותינו, איז ס ירושלים און ס דן פאָלק פאַר אַ חרפּה אַרומענאַרומעט געוואָרן: (יז) איז איצטערטאָ טו הערן, גאָט אונדזערער, אונדזער קול, די תפילה פון דן געטרען, און די תחינות מנע, און טו צוליכטיקן דן פּנים אַפן בית⸗המקדש דנעם דעם פאַרוויסטיקטן, כאָטש פון יי′ס וועגן — (יח)

′טאָ נייג צו דנע אייווערן, אָ גאָט, און — הער: עפן זשע אופעט דנע אויגן און קוק, און — זע, טו לוגן די פאַרוויסטעניש אַוואָס באַ אונדז: מהדאָך, אַז אָט די שטאָט גופא, אַוואו ס′איז אָנגערופן אָדן נאָמען: פאַרוואָר, ניט אַף  א ו נ ד ז ע ר ע  מעשים טובים שפּאַרן מיר אָנעט אונדזערע תחינות פון פאַר דיר, נאָר וואָדען — אַף די גרויסאַרטיקע רחמנות  אַ ד נ י ק ע: (יט)

′אָ גאָט: הער זשע, אָ גאָט: פאַרגיב זשע, אָ גאָט: הער זאַך צו און טו אופעט, זאָלסט זאַך ניט זאַמען: פון  ד נ ט  וועגן, מײַן גאָט, וולע  ד  ן  נאָמען ווערט דאָך אָנגערופן אויף  ד  ן  שטאָט און  ד  ן  פאָלק′: (כ)

„אָט האַלט איך אין ריידן און תפילה טאָן און מתוודה זן זאַך, פאַרן אייגענעם זינד און פאַרן זינד פון מן פאָלק ישראל, און איך לאָז אַרוֹיסעט די תחינה מנע פון פאַר יי מיין גאָט איבערן הייליקן באַרג פון מן גאָט, (כא) און אָט, איך האַלט אין ריידן אין תפילה, און דער מאַן גבריאל, אַוועמען איך האָב געזען אין די זעאונג באַם סאַמע אָנהייב ווערט באַפלויגן, פליט צו, טוט מיר אַ ריר, בערך אין צט פון קרבן מנחה: (כב) ער האָט מיר געגעבן צו פאַרשטיין, און האָט גערעדט מיט מיר אַזאָגטאָנדיק:

′דניאל!  אָט איצטערטאָ בין איך אַראָפּ דיר אופקלוגן מיט פאַרשטאַנדיקט: (כג) באַם אָנהייב פון דן תחינות⸗זאָגן איז אַרוֹיס אַ וואָרט: און איך בין דען געקומען אָנזאָגן, אַז דו ביסט אַן אנגענאַמער, איז טו זאַך אַרנפאַרשטיין אינעם וואָרט אַרײַן און וועסט פאַרשטיין די זעעניש: (כד) זיבעציק וואָכן איז נגזר אַף דן פאָלק און אַף דן הייליקע שטאָט, אַף אָפּפאַרטיקן מיטן זינד, און אַף צו בריינגען אַן אייביקע רעכטפאַרטיקט, אָפּזיגלען ס די נבואה און ס דעם נביא, און באַזאַלבן דעם קדש⸗קדשים: (כה)

′איז זאָלסט וויסן זן, און זאָלסט אופקלוגן, אַז פון די המצאה פון די זאַך, אַף קאַריק שטעלן און אופבוֹיען ירושלים ביזן באַזאַלבטן פּרינץ איז: וואָכן — זיבעציק: און באַ די וואָכן — זעכציק⸗צוויי: ס′עט ווטער אופגעבוֹיט ווערן דער שטאָט⸗פּלאַץ מיט אַרומיקן אוֹיסגראָבעניש, נאָר וואָס, אין אַן עת צרה ′עט דאָס זײַן: (כו) און נאָך די זעכציק⸗צוויי וואָכן וועט אַראָפּגעשניטן ווערן דער באַזאַלבטער, און אָט איז ער — ניטאָ: און די שטאָט מיטן בית המקדש וועלן חרוב ווערן: און דעם פאָלק וועט פאַרטיליקן דער פּרינץ וואָס קומט אָנעט: נאָר וואָדען, דער סוף זנער וועט זײַן — אין פאַרפלייצונג: און ביזקל סוף מלחמה וועט זײַן די באַשטימונג אַף פאַרוויסטעניש: (כז)

′און ער וועט כורת ברית זן — אַף אַן איינציקע וואָך: אַז נאָך אַ  ה אַ ל ב ע   וואָך וועט ער אָפּשטעלן די קרבנות מיט די מנחה: און מיט עקלענדיקע פליגלען וועט ער אָפּטאָן אַף וואָס מ′עט שטוינען: (כח)

′ביזקלען סוף דעם באַשטימטן, ווען ס′עט אוֹיסגעגאָסן ווערן — אַפדערוף אַוואָס מען טוט שטוינען′“:

 ◊

≡≡ פּרק י ≡≡ 

(א) אינעם דריטן יאָר פון מלכות כּוֹרֶשׁ מֵלֶךְ פָּרַס, איז אַנטפּלעקט געוואָרן אַזאַ מין זאַך דניאלן, אַוואָס זן נאָמען איז גערופן געוואָרן בֵּלְטְשַׁאצַּר: און די זאַך איז געווען אמת, אַזש מיט אַ גרויסן חייל, און ער האָט רעכטפאַרשטאַנען די זאַך, און פאַרשטאַנדהאַפטיקט האָט ער אין די זעאונג געהאַט: (ב)

„אין גאַנג פון אַיענע טעג האָב איך, דניאל, געפּראַוועט דר וואָכן צט אבילות: (ג) קין ריינגעזיפּטע ברויט האָב איך ניט געגעסן, פלייש מיט וון זנען באַ מיר אין מוֹיל ניט אַרן, און מיט גוט⸗שמעקעוודיקן אייל האָב איך זיך ניט אָנגעאיילט, ביזקל וואַנענט ס′זנען ניט אַדוך קין דר וואָכן צט: (ד) און אין צוואַנציק⸗פערטן טאָג אין ערשטן חודש, אַז איך בין האַרט באַם טײַך געווען — הַנָּהָר הַגָּדוֹל, אָדאָס איז דער חִדֶּקֶל, (ה) האָב איך זאַך די אויגן אַ הייב געטאָן און געזען — 

„אָט איז דאָ אַ מענטש מיט מלבושים לנענע, און די לענדן באַ עם זנען אָנגעגורט מיט גינגאָלד אַזש פון אוּפָֿז, (ו) דער קערפּער באַ עם איז ווי תּרְשִׁישׁ, דער פּנים אָט אַזוי ווי אַ בליץ, די אויגן ווי פלאַם⸗פערדיקע בראַנדן, די אָרעמס און די פיס אָט אַזוי ווי גלאַנציקער קופּער: און דער קול פון די רייד אָט אַזוי ווי דער קול פון אַ המון — (ז)

„אָבער נאָר איך אַליין, דניאל, האָב די זעאונג דאַזען, און די מענטשן וואָס זנען מיט מיר אינאיינעם געווען האָבן די זעאונג ניט געזען, אָבער אַ גרויסע ציטערדיקט איז אַף זיי ס ווי אַראָפּגעפאַלן, און זיי האָבן אַ ויברח געמאַכט אַף אוֹיסבאַהאַלטן זאַך: (ח) און כ′בין איינער אַליין איבערגעבליבן, און איך האָב געזען אָטאָ דיאָ גרויסע זעאונג, און קין כח איז באַ מיר ניט געבליבן, און די חנעוודיקט אַוואָס באַ מיר איז פאַרקערט מיאוסקט געוואָרן, און איך האָב מערניט קיין כח ניט געהאַט: (ט) און איך האָב געהערט דעם קול פון זנע רייד, און אַז כ′האָב דאַהערט דעם קול פון זנע רייד, בין איך אנגעשלאָפן אַפן פּנים געוואָרן, און דער פּנים מנער איז געווען צו די ערד צעצו: (י) און אָט רירט מיר אָנעט אַ האַנט, טוט מיר אָנרירן אין די קני און אין די דלאָניעס: (יא) און ער טוט מיר זאָגן: 

′דניאל! ביסט אַ מאַלאַדעץ! נעם און פאַרשטיי אָטאָ די ווערטער אַוואָס איך גיי מיט דיר ריידן: שטיי אופעט, שטייענדיקערהייט, וולע אָט איצטעראָ בין איך צו דיר צוגעשיקט געוואָרן′: (יב)

„רעדט ער ווטער: 

′איז האָב, דניאל, קין מורא ניט, וולע פון סאַמע ערשטן טאָג אַז דו′סט די האַרץ געגעבן אַף צו פאַרשטיין, אַף אַליין זאַך פּניקן, פון פאַר דן גאָט, זנען די ווערטער דנע דאַהערט געוואָרן, — 

′צוליב דנע ווערטער בין איך דאָך געקומען! (יג) פאַר מיר איז געשטאַנען דער סאַמעראָדנער שַׂר פון מלכות צוואַנציק⸗איין טעג, און אָט יאַוועט זאַך  מ י כ א ל, אַוואָס ער איז איינער פון די גלאַוונע שָׂרִים, קומט ער מיר צו הילף קומען, און איך בין אָדאָרטן פאַרבליבן באַ די מלכים פון פָּרַס: (יד) און געקומען בין איך אַף דיר געבן צו פאַרשטיין אַוואָס ס′עט דעם פאָלק דנעם טרעפן, אַזש אין אחרית הימים צט —

′וולע סבלײַבט נאָך חזיונות אַף גאָר די ווטע יאָרן(טו)

„אָט ער האַלט אין ריידן מיט מיר און איך האָב דעם פּנים מנעם אַ צי געטאָן צו די ערד צוצו און בין פאַרשטומט געבליבן: (טז) און אָט אַזאַאָ מיט אַן אָנזע פון אַ בן⸗אדם טוט מיר אַ ריר אָן די ליפּן, און איך האָב מן מוֹיל אופגעעפנט און גענומען ריידן און כ′האָב געזאָגט אָטאָדעמאָעדיקן, אַוואָס ער שטייט מיר אַקעגנאיבער:

′אֲדוֹנִי! טאַקע פון די זעאונג וואָס פאַר מיר פאַלט מיר אָנעט דער ווייטיק, און ס′בלבט ניט קיין כח: (יז) איז ווי אַזוי זשע זאָל אָטאָ דער קנעכטיקער באַ מן האַר גיין ריידן מיט אָטאָ דעם האַר מײַנעם, וויבאַלד פּלוצלונג גייט אַוועקעט באַ מיר די כוחות, אַז קין אָטעם בלבט ניט איבער:′ (יח)

„נעמט ער, אָטאָ דער מיטן אוֹיסזע פון אַ בן⸗אדם און טוט מיר נאָכאַמאָל אַ ריר אָנעט און ער האָט מיר אַזש פאַרשטאַרקט: (יט) און ער זאָגט: 

′מאַלאַדעץ איינער! האָב ניט קין מורא, בשלום זאָל דיר זן! טו זיך שטאַרק⸗און⸗שטאַרקן!′

„און אָט האַלט ער אין ריידן מיט מיר און איך האָב זיך בפירוש אָנגעשטאַרקט, און איך האָב געזאָגט:

′איז רעדט זשע, וולע איך האָב זיך שוים פאַרשטאַרקט!′ (כ) 

„זאָגט ער:

′דו ווייסט דען פאַרוואָס איך בין געקומען צו דיר? אַז איצטעראָ קער איך זאַך אומעט מלחמה האַלטן מיטן שַׂר פון פָּרַס, און אַז איכ′ל גיין, אָט ′עט זיך אַרניאַווען דער שַׂר פון יוון — (כא)

′איכ′ל דיר פונדעסטוועגן אוֹיסזאָגן אָטאָ דאָסאָ, אַוואָס ס′ווערט אופגעצייכנט אינעם כְתַב⸗אמת: אַז ס′ניטאָ קין איינער וואָס האַלט מיט מיר אַקעגן אָטאָ דיאָ, אַחוץ — אער שַׂר מִיכָאֵל′“:

≡≡ פּרק יא ≡≡ 

(א) ′און א י ך [מיכאל], בין איך אינעם ערשטן יאָר קיניגן פון דָרְיָוֶשׁ⸗הַמָּדִי′ן — באַ דאַריאָוויש דעם מעדיער: כ′האָבזאַך גענומען עם מחזק זן, עם זן פאַר אַ באַפעסטיקט: (ב) איז איצטער וועל איך דיר זאָגן, אַף אַן אמת: ס′שטייען נאָך ד ר  מלכים אין פָּרַס, אָבער דער פערטער, ער וועט רכער זן פאַר זיי אַלעמען: און באַם פאַרשטאַרקט ווערן אַדוכן עשירות וועט ער אַלעמען אָנדרודלען אַקעגן מלכות יוון: (ג) און אַ גרויסער מלך וועט אופשטיין, אַוואָס ער′ט געוועלטיקן גרויסאַרטיק, און אַזוי ווי עם ′עט זיך פאַרוועלן, אָט אַזויאָ ט′ער מאַכן, (ד) און אַז יענער וועט זאַך אופשטעלן, אָדאַמאָלסט וועט די מלוכה זנע אנגעבראָכן ווערן, און ס′עט צוברעקלט ווערן צו די פיר זטן אַזש פון די הימלען: נאָר וואָדען, אַניט באַ די יורשים זנע, און גראַדע ניט מיט אַזאַ געוועלטיקונג אַוואָס באַ עם, אַז ע ר האָט געוועלטיקט, וולע ס′עט באַ אַנדערע זן, אוֹיסער אָטאָ דיאָ: (ה)

′אַוואָס שייך דעם מלך פון דרום, ′עט ער שטאַרק זן, נאָר וואָדען, איינער פון די שָׂרִים זנע וועט עם פאָרט איבערשטאַרקן, און געוועלטיקן ט′ער מיט אַ גרעסערע געוועלטיקונג ווי באַ עם: (ו) 

′און אין סוף פון די יאָרן וועלן זיי זיך גאָר צונויפחַבֶֿרן, אַזש די בת⸗מלכה פון דרום ט′אָנקומען צום מלך פון צפון אַף פּשרות ריידן: נאָר וואָדען, צודאַצו ט′ניט סטען, ניט דער כח פון האַנט באַ איר, און ניט דער כח וואָס פון זן האַנט: איר ט′מען גלאַט אופגעבן, אינאיינעם מיט אירע צובריינגער און אַדעמענען וואָס ער האָט איר געבאָרן, אויך דעמאָ, אַוואָס ער האָט איר אין אָטאָ די צט כח געגעבן: (ז)

′נאָר אופשטעלן וועט זאַך פונדעסטוועגן אַ צווג פון א י ר ע וואָרצלען, אַף  ז  ן  אַמט, און ער′ט צו די חיילות אָנקומען, און ער′ט אין סאַמע פעסטונג פונעם  צ פ ו נ ד י ק ן  מלך אַרײַנקומען, און ער ′עט זיי שוין אָפּטאָן, און — ער′ט גובר זן: (ח) און אַפילו זייערע געטער מיט זייערע פּסילים מיט זייערע גלוסטיקע כלים פון זילבער און פון גאָלד ′עט ער אין געפאַנגענשאַפט העט אין מצרים אַוועקטראָגן, און האַלטן זיך וועט ער דווקא מערערע יאָרן איידער דער מלך פון צפון: (ט) אָנקומען וועט ער אַזש אין מלכות פון מלך פון דרום — פונדעסטוועגן ט′ער⸗זאַך אָבער אומקערן צו זיך אין לאַנד: (י) און די זין זנע ′לן⸗זאַך פאַרמעסטן, זיי וועלן אָנזאַמלען אַ המון מיט סאָלדאַטן, אַ פולע, און זיי וועלן איבערפלייצן און אַדוכרסן: און ער′ט⸗זאַך פאַרמעסטן אַזש ביזקל אין די פעסטונג זנע — (יא)

′אַן אופגערודערטער מיט אַ רציחה וועט דער מלך פון דרום אַרוֹיס, אַמיט עם מלחמה האַלטן, מיטן מלך פון צפון, און ער′ט אופשטעלן אַ גרויסן המון, נאָר וואָדען, דער המון וועט אין יענעמס האַנט אָפּגעגעבן ווערן: (יב) און דעם המון ט′מען אַוועקטראָגן, אַזש די האַרץ באַ עם ט′צאַך דאַהייבן: צענדליקער טוֹיזנטער ט′ער אַוועקלייגן, אָבער ער′ט פאָרט ניט גובר זן: (יג)

′איז וועט דער מלך פון צפון נאָכאַמאָל אופשטעלן אַ המון, נאָך אַ גרעסערן פאַרן ערשטן, און קומען ′עט ער קומען, צום סוף פון די יאָרן די יעמאָלטיקע, מיט אַ גרויסן חייל וואָס גייט מיט אַ שלל קלאַפּערגעצג: (יד) אָטאָ דאַמאָלסט וועלן אַ סך זיך שטעלן אַקעגן דעם מלך פון דרום, בתוכם די פאַרברעכער וואָס אין דן פאָלק: זיי וועלן סטאַרען זיך אַליין הייבן מיט נביאות גאָר: זיי וועלן אָבער פאָרט אַ מפּלה כאַפּן: (טו) —  

′און אַז דער מלך פון צפון ′עט אָנקומען, ט′ער אַ באַלעגער⸗באַרג אָנשיטן, און פאַרנעמען די שטאַרק באַפעסטיקטע שטעט: די דרומדיקע הענט וועלן ניט באַשטיין, און ז ײַ ן אוֹיסגעקליבענער פאָלק וועט קין כח ניט האָבן בשטיין, (טז) אַז דער וואָס קומט צו עם וועט טאָן לויטן אייגענעם רצון, און ס′עט ניט זן ווער ס′זאָל זיך עם אַקעגנשטיין, און ער′ט בלבן אינעם פּראַכטפולן לאַנד, און באַ עם אין די הענט ′עט זן די חָרובֿמאַכונג: (יז) 

′דאַצו ט′ער⸗זאַך נאָך די האַרץ שטעלן אַף אָנקומען מיטן קראַפט אַזש פון גאַנצן מלכות זנעם: ער′ט אָבער אַרן מיט יענעם אין אַ הסכם און אוֹיספירן, די טעכטער ט′ער עם אַוועקגעבן, בכדי ח ר ו ב מאַכן: די זאַך וועט אָבער ניט באַשטיין און ניט  ע ם  ט′דאָס זן: (יח) און נאַכער, אַז ער′ט⸗זאַך ווענדן מיטן פּרצוף צו די אינדזלען, און וועט פאַרנעמען פון זיי אַ סך: נאָר איינער אַ קאַפּיטאַן ט′עם אָפּשטעלן זנע חרפּהדיקע מעשים, און אַף זן העזה געבן אַף קאַריק נאָך מיט אַ צולאָג דאַרוף: (יט) און ער′ט דעם פּרצוף אַווידער אַף קאַריק קערן, אַף די פעסטונגען פון אייגענעם לאַנד: און ער וועט נ כ ש ל ווערן: און ער וועט פ אַ ל ן: און מ′עט עם גאָרניט קענען ג ע פ י נ ע ן: (כ)

′און אַף זן אָרט ′עט⸗זאַך אופשטעלן אַזאַ וואָס פירט אַרנעט איבערן רומפולן לאַנד דעם צינדזן⸗קלבער: נאָר וואָס, אין עטלעכע טעג אַרומעט ′עט ער אנגעבראָכן ווערן, גראַדע ניט אין גרימצאָרן: און ניט אין מלחמה: (כא)

′און אַף ז ן אָרט ′עט⸗זאַך אופשטעלן איינער אַ מנוול, אָט אַזאַ אַוועמען מ′האָט גאָרניט געגעבן קין אַמט, אָדאָרטן אין רומפוליקן לאַנד: איז קומען וועט ער גראַדע אין אַ צט אַ מנוחהדיקע, און מיט חניפהשע מאַכאַרקעס: (כב) און די האַנט פון געוועלטיקונג, אַוואָס אין די פלייצונג,  ′עט⸗זאַך איבערפלייצן פון פאַר עם: אַזש זיי וועלן אנגעבראָכן ווערן, אַזוי′עט אויכעט זן מיטן פּרינץ פון זייער אייגענעם ברית: (כג) אַז באַם זן מיט עם פּאַניבראַט ′עט ער עם אָפּנאַרן, און מיט אַ קליינטשיקן פאָלק ט′ער אופקומען און אנגעשטאַרקט ווערן: (כד) אין מנוחהדיקע צטן ט′ער אָנקומען אין די סאַמע אָנגעזעטיקסטע שטעט פון די מדינה, און אַזעטקענע זאַכן אָפּטאָן, אַוואָס ס′האָבן ניט אָפּגעטאָן ניט זנע אבות און ניט זנע אבֿי⸗אבֿותֿ: פאַרשפּרייטן וועט ער באַ זיי — רוֹיב און זאַקרוֹיב און קלאַפּערגעצג, און אַף די פעסטונגען ט′ער זנע פאַרטראַכטונגען פאַרטראַכטן: פונדעסטוועגן, נאָר ביז אַ געוויסע צײַט: — (כה)

′נאָכמער: אַז ער′ט אופרודערן באַ זיך ס די כוחות, ס די האַרץ, אַף דעם מלך פון דרום, מיט אַ גרויסן חייל, ′עט דער מלך פון דרום זיך אויכעט אָנגורטן אַף מלחמה האַלטן, מיט אַ חייל אַ גרויסן, אַ גוואַלדאָוונעם אַביז גאָר: פונדעסטוועגן ט′ער ניט באַשטיין, וולע אַף עם ט′מען פאַרטראַכטענישן פאַרטראַכטן: (כו) אַז טאַקע אָטאָ דיאָ, וואָס זיי עסן אָפּעט באַ עם גופא, אָזיי וועלן עם אנברעכן, און די חיילות וואָס באַ עם וועלן זיי פאַרפלייצן, און אַ פולע דאַהַרְגעטע וועלן אָפּפאַלן:  (כז)

′און אָטאָ די ביידע מלכים, די האַרץ באַ זיי ′עט⸗זאַך צו שאַלקהאַפטיקט אָפּקערן, און באַ אַן איינאיינציקן טיש וועלן זיי כזב ושקר אָנפּלאַפּלען: ס′טאָבער ניט מצליח זן — וולע נאָך פאַראַן צו אַ תקופה אַ סוף: (כח)

′אומקערן ט′ער צו זיך אין לאַנד מיט אַ גרויסן קלאַפּערגעצג, נאָר די האַרץ באַ עם ט′זן אַקעגן דעם ברית קודש געשטימט: ′עט ער זניקע אָפּטאָן און זאַך אומקערן אַף קאַריק אין זן לאַנד אַוועק: (כט) צו אַ באַשטימטע צט ט′ער קומען אַף קאַריק אין דרום, נאָר וואָדען, באַם לעצטנס ′עט ניט זן ווי באַם ערשטנס: (ל) וולע שיפן מיט כִּתִּים וועלן אַף עם אָנקומען, און ער ′עט⸗זאַך דאַנידעריקן, און ער ′עט⸗זאַך אומקערן, און ער וועט טאָן רַגְזענען אַקעגן דעם ברית קודש, ער ′עט אָפּטאָן זניקע און זאַך אומקערן: און ער וועט נעמען פאַרשטיין אַוואָס אי′ באַ דיאָ, אַוואָס זיי פאַרלאָזן דעם ברית קודש: (לא)

′און פון עם וועלן שטאַרקע הענט אופשטיין, זיי′לן מחלל זן דעם בית המקדש, מיט די פעסטונג, זיי וועלן אַזש אַראָפּנעמען דעם קרבן תמיד און אָדאָרטן אַוועקלייגן דעם עקלהאַפטיקן שַׁקֶּץ⸗תְּשַׁקְּצֶנּוּ: (לב)

′און אָדי וואָס טוען אָפּעט שאַלקהאַפטיקט אַקעגן ברית ט′ער נעמען אונטערחֵנְדלען זאַך מיט חניפהדיקע מאַכאַרקעס: אָבער דיאָ, אַוואָס זיי קענען זייער גאָט, וועלן געשטאַרקט ווערן און פאָרט אוֹיספירן: (לג)

′און די אופגעקלוגטע וואָס פון פאָלק וועלן דעם עולם געבן צו פאַרשטיין, אַפילו ווען זיי ווערן אַף יאָרן געשטרוֹיכלט מיט אַ שווערד: אַ פער: אַ געפאַנגענשאַפט: אַ רויב: (לד) נאָר באַם סאַמע פאַלן ′עלן זיי אַ קאַפּ געהאָלפן ווערן, און אַ סך וועלן גאָר  ז י י  צוטוליען זאַך מיט חניפהשע דריידלעך, (לה) און דווקא פון צווישן די אופגעקלוגטע וואָס וועלן אַרנפאַלן, וועט אַ טייל זיך נעמען אוֹיסלטערן: אופקלאָרן: אוֹיסווסן: נאָך פאַרן קץ, וולע צט איז נאָך דאָ ביזקל די באַשטימטע צט: (לו)

′און אָט אַזוי ווי עם ′עט⸗זאַך פאַרוועלן, אָט אַזוי′עט ער מאַכן, דער מלך, און ער′ט⸗זאַך מתרומם און מתגדל זן איבער איטלעכן אָפּגאָט, אָבער איבערן גאָט פון אַלע געטער ט′ער אוֹיסטערלישע זאַכן אָנדאַציילן: און ער′ט הצלחה האָבן ביזקל וואַנענט ס′עט⸗זאַך ניט אוֹיסשעפּן דער גרימצאָרן: וולע אַזוי ווי ס′באַשערט, אָט אַזוי ′עט זן: — (לז)

′נאָר דעם גאָט פון זנע אבות ט′ער ניט פאַרשטיין, און ניט די תאווה צו פרוֹיען, און ניט אַוועלכן ניט איז גאָט ′עט ער ניט פאַרשטיין, וולע זיך אַליין ט′ער אוֹיסגרעסערן איבער אַלציקעדינג: (לח) אַפן אָרט פון גאָט ט′ער אוֹיסגרעסערן דעם אָפּגאָט פון פעסטונגען, אָט אַזאַ מין גאָט אַוואָס זנע אבות האָבן ניט אָנגעקענט, אָט ז י י ט′ער אָפּגעבן כבוד, און גאָלד, און זילבער, מיט אבנים טובות און טערע חפצים: (לט) און ער′ט⸗זאַך נאָך פאַרמעסטן אַף די שטאַרקסטע פעסטונגען אָט אַזויאָ גייענדיק מיט אַ פרעמדן גאָט, אַוועמען ער וועט אָנקענען און אָפּגעבן אַ פולע כבוד: און ער וועט זיי שטעלן אַף צו געוועלטיקן איבערן עולם: און די לאַנד גופא וועט ער פאַרן פאַרקויף⸗געלט אנטיילן: (מ)

′און בעת די צט פונעם קץ, אַז ס′עט עם אַ שטויס טאָן דער מלך פון דרום, און דער מלך פון צפון דאַקעגן וועט אַף ע ם אָנפאַלן ווי פון אַ זאַווערוכע, מיט רטוועגן: מיט רטער: און מיט אַ פולע שיפן: ער′עט אַדוך די אַלע לענדער, ער′ט אָדאָרטן איבערפלייצן און וועט ממש אַדוך: (מא) און אין פּראַכטפולן לאַנד ט′ער אָנקומען, אַ פולע וועלן כאַפּן אַ מפּלה, אָבער אָט אַוועלכע ′לן⸗זאַך אָפּראַטעווען פון די האַנט זײַנע: אדום: מואב: די הויפּטלט באַ די בני עמון: (מב)

′און די האַנט זנע ט′ער אוֹיסציען איבער די לענדער — מצרים ′עט זיי פאַר קיין פּליטהשאַפט ניט זן: (מג) און געוועלטיקן ′עט ער איבער די פאַרבאָרגענע אוצרות פון גאָלד און פון זילבער און די אַלע טערקטן פון מצרים: און אָטאָ די פון ארץ לוּבֿ, און פון ארץ כּוּשׁ, זיי וועלן צו עם אַזש אַף די טרעפּ אָנקומען: (מד)

′נאָר פונדעסטוועגן ′לן עם ידיעות וואָס דאַגייען פונעם מזרח, פונעם צפון, עם אין אַ בהלהניש אַראָפּלאָזן, פון מזרח און פון צפון, און ער וועט אַרוֹיס שוין איינמאָל אין אַ גרימצאָרן אַף צו פאַרטיליקן און אנשפּאַרן גאָר אַ סך: (מה)

′די געצעלטן פון די פּאַלאַצדיקע מחנה זנע וועט ער אנפלאַנצן צווישן די ימען מיטן הייליקן באַרג וואָס אינעם פּראַכטפולן לאַנד:

′נאָר וואָדען, אַז ער וועט האַלטן באַם סוף זנעם, ′עט ניט זן אַווער ס′עט עם צו הילף קומען′“:

≡≡ פּרק יב ≡≡ 

(א) ′אָדי צט ′עט⸗זאַך אופשטעלן דער שַׂר הַגָּדוֹל, מ י כ א ל, וואָס ער שטייט איבער די מענטשן פון דן פאָלק: און ס′עט אַן עת צרה זן, וואָס אַזאַאָ איז ניט געווען פון זינט ס′איז געוואָרן דער פאָלק און ביזקל אין אָדי דאַמאָלסטדיקע צט אַרן: און יעמאָלט וועט דן פאָלק אַנטרונען ווערן — אַלציקעדינג ווי ס′שטייט געשריבן אין אָדעם ספר: — (ב)

′און אַ סך פון די וואָס שלאָפן אין שטויב פון די ערד ′עלן⸗זאַך אופכאַפּן: אַדיאָ אַף לעבן אייביק, אַדיאָ אַף חרפּות און אייביקן שאַנד: (ג) די אופגעקלוגטע וועלן גלאַנצן ווי דער גלאַנץ פונעם הימל: אָט אַזעטקענע, אַוואָס זיי פירן דעם עולם צו רעכטפאַרטיקט — אַף אייביק און אייביק, אָט אַזוי ווי די שטערן:

′אָ דניאל, אַדו, פאַרשפּאַר זאַך דיאָ ווערטער, חתמע אָפּעט דעם ספר, אַביזקל די צט פונעם עֶתקֶץ: ס′עט דאַוולע אַ לויף טאָן דער עולם, אַף אַהין און אַף אַהער: און דער וויסן וועט פאַרמערט ווערן: (ה) 

„און א י ך, דניאל, האָב געקוקט, און אָט שטייען אַנדערע צוויי: איינער, באַם ברעג פון טײַך פון ד י  ז ײַ ט, און איינער, באַם ברעג פון טך פון י ע נ ע זט: (ו) זאָגט ער צו דעמענען וואָס גייט מיט די לנענע מלבושים, וואָס ער שטייט א י ב ע ר די וואַסערן פונעם טך: 

′ביזקל וואַנענט אַביזן סוף פון די וואונדיירים?′ (ז)

„און איך האָב דאַהערט אַדעמענען וואָס גייט מיט די לנענע מלבושים, וואָס איז איבער די וואַסערן פון טך: ער הייבט אופעט די רעכטע האַנט און די לינקע צו די הימלען, און טוט אַ שבועה דעם וואָס אייביק לעבט ער, אַז דאָס ′עט זן אַף אַ זְמַן, אַף צוויי זְמַנִים, אַף אַ האַלבן זְמַן, און אַז זיי′לן אָפּענדיקן מיטן צושמעטערן די האַנט פונעם הייליקן פאָלק, ′עט⸗זאַך דאַמאָלסט מאַכן אַ סוף מיט אָדעם אַלעמען: (ח)

„איך האָב דאַהערט, אָבער איך האָב ניט פאַרשטאַנען, איז טו איך אַ זאָג:

′אָבער האַר מנער, אַוואָסעט זן פון דעם אַלעמען דער סוף?′ (ט)

„איז זאָגט ער מיר:

′גיי זשע, דניאל, וולע פאַרריגלטע און פאַרזיגלטע זנען דיאָ זאַכן, אַביזקל אין די צט פונעם עֶתקֶץ: (י) אַ סך ′עלן⸗זאַך אָפּרייניקן: און אָפּווסן: זיך אוֹיסלטערן: נאָר די רשעים וועלן רשעות אָפּטאָן, און פון די רשעים וועט קיינער ניט פאַרשטיין: נאָר די אוֹיסגעקלוגטע וועלן וואוילפאַרשטיין: (יא) און פון די צט ווען מ′עט אַראָפּנעמען דעם קרבן תמיד און מ′עט גיין אַרנגעבן דעם עקלהאַפטיקן שַׁקֶּץ⸗תְּשַׁקְּצֶנּוּ, וועט נאָך געדוֹיערן טוֹיזנט מיט צוויי הונדערט ננציק טעג: — (יב)   

′וואויל איז דעם וואָס ער′ט צואוואַרטן, און וועט דאַלעבן, אַנאָך טוֹיזנט דרײַ הונדערט דרסיק⸗פינף טעג: (יג)

′איז דו, גיי זשע, ביזקל צום קץ, רו זאַך אָפּעט, און וועסט צום גורל דנעם אופשטיין אָדאַמאָלסט אינעם קֶץ הַיָּמִין′“: 

חזק

רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב       ☜ אסתר


אַ האַרציקן יישר⸗כח: מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) פאַר זיינע תיקונים און פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די גאַנצע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין. 


Draft translation into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2016).  See also RuthI KingsII Kings, JonahLamentations, and Esther.

 

Comments are closed.