The Book of Ruth in Lithuanian Yiddish

TRANSLATION BY DOVID KATZ


◊ 

BookOfRuthArtByGiedreBeconyteFrontispiece by Giedrė Beconytė   שער⸗בילד פון גיעדרע בעצאָניטע 


  ◊

  ◊

 מגילת רות

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

בוויﬥנא

די פּרקים

א      ב      ג      ד

הערה: אין אָט דעם תרגום רות לייענט זיך וי — [עי]; בשעת וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב, בעת אַ טוֹיב פליט אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; ביי די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר, סודות), [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים, סוד).

☜מלכים א     ☜מלכים ב     ☜יונה     ☜איכה     ☜דניאל     ☜אסתר

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) ס′געווען אַזוי: אָדאַמאָלסט אַז די שופטים האָבן געטאָן משפּטן, אין לאַנד איז אַ הונגער געווען, איז זאַך איינער אַ מענטש אַוועקגעגאַנגען פון בֵּית⸗לֶחֶם וואָס אין יהודה, אַף צו וואוינען אין די פעלדער פון מוֹאָבֿ: ער, מיט די ווײַב זײַנע און די צוויי זין זײַנע. (ב) גערופן האָט מען אָדעם מענטשן אֱלִימֵלֶךְ, די ווײַב זײַנע האָט מען נָעֳמִי גערופן, און די צוויי זין וואָס באַ עם האָבן מַחְלוֹן און כִּלְיוֹן געהייסן. אֶפְרָתֿער — פון בֵּית⸗לֶחֶם וואָס אין יהודה.

זײַנען זיי אָנגעקומען אין די פעלדער פון מוֹאָ און זיי זײַנען אָדאָרטן אָפּגעווען.

(ג) אַז ס′איז אַוועקגעשטאָרבן אלימלך, דער מאַן פון נָעֳמִין, איז זי שוין אָדאָרטן פאַרבליבן, אַזי מיט די צוויי זין אירע. (ד) זיי האָבן זאַך גענומען ווײַבער מואבֿישע. דער נאָמען באַ איינע — עָרפָּה; און דער נאָמען באַ די צווייטע — רוּתֿ. זיי האָבן זאַך אָדאָרטן אַן ערך צען יאָר אופגעהאַלטן. (ה) און אַדי ביידע, מַחְלוֹן מיט כִּלְיוֹן, זײַנען אויכעט אַוועקגעשטאָרבן, איז די פרוֹי איינע אַליין פאַרבליבן פון די צוויי זין אירע מיטן מאַן אירן.

(ו) האָט זי זאַך אופגעהויבן מיט די שנורן אינאיינעם, און זי האָט זאַך גענומען אומקערן פון די פעלדער פון מואב, ווײַלע אין די פעלדער פון מואב האָט זי דאַהערט אַז גאָט האָט אין זײַן פאָלק פאַרגעדיינקט, און זיי ברויט געטאָן געבן. (ז) אַז זי איז אַרוֹיסגעגאַנגען פונעם אָרט אַוואו זי איז אָדאָרטן אָפּגעווען, און מיט איר די צוויי שנורן, זײַנען זיי אַפן טראַקט אַוועק, זאַך אומקערן אין ארץ יהודה.

(ח) טוט נָעֳמִי אירע צוויי שנורן אַ זאָג:

„איז גייט זשע, און קערט⸗זאַך אומעט, אַאיטלעכע פון אײַך צום הוֹיזגעזינד פון די מאַמע אירע, טאָ זאָל יי מיט אײַך גוטיקײַט טאָן, אָט אַזויאָ, ווי איר האָט מיט די אָפּגעשטאָרבענע געטאָן — און אַזויאָ ווי מיט מיר אַליין. (ט) און זאָל זשע גאָט געבן, איר זאָלט אַ מנוחה געפינען, אַאיטלעכע אין הוֹיזגעזינד באַם מאַן אירן.“

האָט זי זיי אַ קוש געטאָן. האָבן זיי אַ קול אופגעהויבן, און גענומען וויינען, (י) זיי האָבן איר אַ זאָג געטאָן:

„אַניין, ווײַלע מיט דיר וועלן מיר זאַך אומקערן צום פאָלק דײַנעם.“

(יא) זאָגט זיי נָעֳמִי:

„קערט זשע זאַך אומעט, טעכטער מײַנע, און גייט⸗זשע. אַפאַרוואָזשע זאָלט איר דען מיט מיר מיטגיין? אַוואָס, איך האָב דען נאָך באַ זאַך אין שויס זין, זיי זאָלן אײַך פאַר מענער ווערן?

(יב) קערט זאַך אומעט, אָ טעכטער מײַנע. טאָ גייט⸗זשע, ווײַלע איך האָב זאַך פאַרעלטערט פון געגעבן ווערן אַ מאַן; און אַפילו אַז איך זאָל באַ זאַך זאָגן, אַז ס′דאָ דאָ באַ מיר אַ האָפונג, זאָל איך אַפילו אָטאָ די הײַנטיקע נאַכט אַ מאַן געגעבן ווערן, און אַפילו אַז איך וואָלט אַ געווינערין פון זין געוואָרן, (יג) וואָלט איר דען פון זייערטוועגן פאַרזיצן ביזקל וואַנענט זיי וועלן אוׂיסוואַקסן, פון זייערטוועגן ווי אַן עגונה, קין מאַן ניט געגעבן ווערן? אַניין, טעכטער מײַנע, ווײַלע מיר איז אַ פולע ביטערער איידער אײַך, ווײַלע די האַנט פון גאָט איז קעגן מיר אַרוׂיסעט.“

(יד) האָבן זיי אופגעהויבן אַ קול און זיי האָבן ווײַטער געוויינט.

עָרְפָּה האָט זאַך צעקושט מיט די שוויגער אירע.

נאָר וואָדען, רוּתֿ האָט זאַך צו איר צוגעקלעפּט, (טו) האָט זי איר אַ זאָג געטאָן:

„טו אַ קוק! די שוועגערין דײַנע קערט⸗צאַך אומעט צו איר פאָלק און איר גאָט. איז גיי אַף קאַריק נאָך די שוועגערין!

(טז) האָט איר רוּתֿ געזאָגט:

„שטיי זשע ניט צו איך זאָל דיר פאַרלאָזן, פון אַנאָך דיר זאַך אומקערן, ווײַלע דאַהין אַוואו דו′עסט גיין ל′איך אויכעט אַהין גיין, און וואואַהין דו′עסט זאַך אָפּשטעלן וועל איך זאַך אויכעט אָפּשטעלן. אַז דײַן פאָלק איז דאָך מײַן פאָלק, און דײַן גאָט איז דאָך מײַן גאָט. (יז) אַוואו דו′עסט ניט אָפּשטאַרבן, אָדאָרטן ′על איך אָפּשטאַרבן, און אָטאָ דאָרטן וועט מען מיר מקבר זײַן; זאָל מיר אָטאַזויאָ אָפּטאָן יי און נאָכמער, אויבע וואָס⸗ניט⸗איז, אַחוץ מערניט דער טויט אַליין ′עט אונדז אָפּשיידן, אַ!“

(יח) דאַזען, אַז זי שפּאַרט זאַך אײַנעט מיט איר מיטגיין, האָט זי אופגעהערט איר צוריידן.

(יט) זײַנען זיי ווײַטער געגאַנגען זאַלבעצווייט ביזקל וואַנענט זיי זײַנען אין בֵּית לֶחֶם אָנגעקומען. ס′געווען אַזוי, אַז באַם אָנקומען אין בֵּית לֶחֶם איז אין גאַנצן שטאָט אַ מהומה געוואָרן, אַז פרוֹיען האָבן אַזש גענומען אַ זאָג טאָן:

„אַ⸗נָעֳמִי אי′ דאָס?!“

(כ) טוט זי די פרוׁיען אַ זאָג:

„אַ⸗ניט נָעֳמִי — אײַנגענעמע, רופט מיר, נאָר וואָדען: מָרָה — פאַרביטערטע, רופט מיר אָנעט, ווײַלע אַ פולע פאַרביטערניש האָט מיר דאָך שַׁדַּי אָפּגעטאָן. מיט פוליקײַט בין איך דאָך אַוועקעט, און אַ ליידיקע האָט מיר יי אומגעקערט. איז צו וואָס זאָלט איר מיר דען ,נָעֳמִיʻ רופן, אַז יי האָט אַף מיר עדות געזאָגט, אַז שַׁדַּי האָט מיר דען אָפּגעמשפּט?“

(כא) איז: נֳעָמִי האָט זאַך אומגעקערט, און מיט איר רוּתֿ די מוֹאֲבֿישע איר שנור, פון די פעלדער פון מואב זײַנען זיי אין בית לחם אָנגעקומען, אַז ס′האָט זאַך אין וועג גענומען דער גערשטן⸗שניט.

≡≡ פּרק בּ ≡≡ 

(א) באַ נֳעָמִין איז דעם מאַנס אַ קרוב געווען, אַ מאַנסביל אַ גיבור, פון אֱלִימֵלֶכס משפּחה, געהייסן האָט ער בּוֹעַז. (ב) איז נעמט רוּתֿ די מוֹאֲבֿישע און טוט נֳעָמִין אַ זאָג:

„טאָ וועל איך אין פעלד אַוועקעט, אופקלײַבן פון די זאַנגען, אַהינטער דעם באַ וועמען אין די אויגן איך נעם אוֹיסעט מיט חן?“

טוט זי איר אַ זאָג:

„גיי זשע, מײַן טאָכטער.“

(ג) איז זי געגאַנגען. און אָנגעקומען. און זי האָט אין פעלד צונויפגעקליבן, אַנאָך די שניטער. און ס′האָט מיט מזל געטראָפן, אַז פּונקט אַפן טייל פעלד וואָס געהערט בּוֹעַזְן, וואָס פון אֱלִימֵלֶכס משפּחה. (ד) בּוֹעַז איז אָקערשט פון בית לחם געקומען, טוט ער אַ זאָג די שניטער:

„גאָט איז מיט אײַך.“

זאָגן זיי עם:

„בענטשן זאָל אײַך גאָט.“

(ה) פרעגט בועז באַם אינגל וואָס איבער די שניטער:

„אַוועמעס איז אָטאָ די מיידל?“

(ו) האָט עם געענטפערט דער אינגל וואָס איבער די שניטער, און האָט אַ זאָג געטאָן:

„אַ מואבֿדיקע מיידל איז זי, אַוואָס זי האָט זאַך מיט נֳעָמִין אומגעקערט פון די פעלדער פון מואב.“

(ז) האָט זי געזאָגט:

„איז גיט⸗זשע, כ′ל אָפּקלײַבן, כ′ל אופזאַמלען — פון די גאַרבן, אַנאָך די שניטער.“

פון דאַמאָלסט אינדערפרי אַז זי איז אָנגעקומען איז זי געשטאַנען ביז אָט איצטערטאָ, נאָר אַ קאַפּ איז זי אין הוֹיז געבליבן. (ח) האָט בּוֹעַז רוּתְֿן געזאָגט:

„הערסטע ניט, מײַן טאָכטער? זאָלסט ניט גיין אופקלײַבן אין קיין שום אַנדער פעלד, קער זאַך ניט אָפּעט פון אָטאָ דעמאָ! (ט) די אויגן באַ דיר זאָלן אַף אָטאָ דעם פעלד זײַן, אוואו זיי שנײַדן, זאָלסט נאָך זיי נאָכגיין. האָב איך זיי דען ניט אָנגעזאָגט, די יונגען, זיי זאָלן דיר ניט אַ ריר טאָן? און טאָמער וועסט דאָרשטיק זײַן, איז גיי זשע באַלד צו, צו די כלים, און טרינק אוֹיסעט, פונדאַפון אַוואָס די יונגען האָבן אָ′געשעפּט.“

(י) זי איז אַפן פּנים אַראָפּגעפאַלן, האָט זאַך צודערערד צוצו זאַך צוגעבוקט, און האָט עם געזאָגט:

„מיט וואָזשע האָב איך חן געפונען אין אײַערע אויגן, איר זאָלט מיר אַפילו דאַקענען, איך בין דאָך פון אַ פרעמדן לאַנד?“

(יא) האָט בועז געענטפערט און איר אַ זאָג געטאָן:

„אַז דאַציילן ט′מען מיר דאַציילט, אַלציקעדינג וואָס דו′סט געמאַכט מיט די שוויגער דײַנע אַנאָכאַדעם ווי דער מאַן איז באַ דיר אָפּגעשטאָרבן, ווי אַזוי דו האָסט פאַרלאָזן דײַן טאַטן מיט דײַן מאַמען און דעם לאַנד אַוואו בינסט געבאָרן געוואָרן, בינסט אַוועקגעגאַנגען אין אַ פאָלק אַוואָס דו′סט עם אייערנעכטן גאָרנישניט געקענט. (יב) טאָ זאָל דיר אָפּצאָלן גאָט פאַר דיאָ מעשים, און זאָל באַ דיר דער שכר אַ פולשטענדיקער זײַן אַזש פון יי, גאָט פון ישראל, אַוואָס דו בינסט געקומען זאַך אופבאַהאַלטן פון אונטער זײַנע פליגל.“

(יג) טוט זי זאָגן:

„טאָ זאָל איך נאָר אוֹיסנעמען באַ אײַך אין די אויגן, מײַן האַר, מחמת איר האָט מיר דאָך געטרייסט, איר′ט צום האַרצן פון אײַער שפחה געטאָן ריידן, אַזוי ווי כ′וואָלט גאָרניט ניט זײַן ווי איינע פון די שפחות אַוואָס באַ אײַך.“

(יד) אַז ס′האָט געהאַלטן באַם מאָלצײַט טוט איר בּוׂעַז אַ זאָג:

„קום דאָ אַהערעט, אָט, עס אָפּעט פונעם ברוֹיט, און דעם עסן טונק אײַנעט אינעם בְּשָׂמִים⸗ווײַן.“

זי איז אָן אַ זײַט פון די שניטער געזעסן, און ער האָט איר אָנגעלייגט זיינגלעך פון אַפן פײַער, זי האָט אָפּגעגעסן, זי איז געווען זאַט און האָט נאָך געהאַט אַוואָס⸗ניט⸗איז באַ⸗זעך איבערגעבליבן. (טו) זי האָט זאַך אַ הייב⸗אופעט געטאָן אַף צו קלײַבן און בועז האָט אָנגעזאָגט די יונגען זײַנע:

„צווישן די גאַרבן⸗בינדער ט′זי אויכעט אָפּקלײַבן. איר זאָלט זאַך צו איר ניט טשעפּענען! (טז) איר זאָלט פון אירטוועגן אַפילו אַ זשמעניע אַראָפּלאָזן, איז זאָל זי אופקלײַבן, זאָגט איר ניט אַרײַנעט.“

(יז) זי האָט אָפּגעקליבן אין פעלד ביז אין אָוונט, און אַדאָס וואָס זי האָט אָנגעקליבן האָט זי אוֹיסגעקלאַפּט, אַן אֵיפָה די מאָס, אַוואָס אַן ערך, מיט גערשטן, (יח) און האָט עס אַוועקגענומען און איז אָנגעקומען אין שטאָט. אַז די שוויגער אירע האָט דאַזען אַוואָס זי האָט אופגעקליבן האָט זי אַרוֹיסגענומען און איר אָפּגעגעבן אָדאָס וואָס זי האָט איבערגעלאָזן, איז זי אָנגעזעטיקט געווען. (יט) זאָגט איר די שוויגער:

„אַוואו ס′טע הײַנט אָפּגעקליבן און אוואו ′סטע אָפּגעאַרבעט? און זאָל געבענטשט זײַן אָ⸗דער וואָס ער שאַצט דיר אָפּעט.“

האָט זי די שוויגער אירע דאַציילט אַבאַ וועמען זי האָט אָפּגעאַרבעט, זאָגנדיק:

„דער נאָמען פון מאַנסביל אַבאַ וועמען כ′האָ′ הײַנט אָפּגעאַרבעט — בּוׂעַז הייסט ער.“

(כ) האָט נָעֳמִי איר שנור אַ זאָג געטאָן:

„געבענטשט זאָל ער זײַן באַ יי, וואָס ט′ניט פאַרלאָזן זײַן גוטיקײַט אַניט מיט די לעבעדיקע און אַניט מיט די טויטע.“

דאַצו האָט איר נָעֳמִי אַ זאָג געטאָן:

„אַז אָטאָ דער מענטש איז דאָך אונדזער קרוב, ער איז איינער פון די געזינד⸗לייזער וואָס באַ אונדז.“

(כא) טוט זאָגן רוּתֿ די מוׂאֲבֿישע:

„אַז נאָכמער! ער′ט מיר אַ זאָג געטאָן: „בלײַב זשע האַרט נאָענט לעבן די יונגען מײַנע, ביזקל וואַנענט זיי וועלן ניט אָפּענדיקן מיטן שניט וואָס געהערט מיר.“

(כב) זאָגט נָעֳמִי רוּתְֿן, איר שנור:

„נאָך בעסער′ט זײַן, מײַן טאָכטער, אַז דו′סט אַרוֹיס מיט די מ י י ד ל ע ך וואָס באַ עם. וועלן יענע דיר ניט טשעפּענען אין אַן אַנדער פעלד אויכעט ניט.“

(כג) האָט זי זאַך נאָענט געהאַלטן באַ די מיידלעך אַוואָס באַ בּוֹעַזְן, אַף אָפּקלײַבן, ביז וואַנענט ס′האָט זאַך ניט געענדיקט דער גערשטן⸗שניט מיטן ווייצן⸗שניט.

געלעבט האָט זי באַ די שוויגער.

≡≡ פּרק ג ≡≡ 

(א) איר האָט אַ זאָג געטאָן נָעֳמִי די שוויגערין אירע:

„אַז כ′זוך דיר דען ניט אוֹיסעט אַ מנוחה, דיר זאָל גוט זײַן? (ב) אי′ דען די זאַך ניט אָט אַזויאָ, אַז בּוֹעַז אי′דאָך אונדזער געזינדמאַן, וואָס בינסט מיט די מיידלעך זײַנע געווען, (ג) איז אָט וואָס: ה ײַ נ ט  ב אַ נ אַ כ ט ט′ער אין גערשטן⸗שײַער ווינט⸗שופלען. איז וואַש⸗זאַך אוֹיסעט, זאַלב⸗זאַך אוֹיסעט, טו⸗זאַך אָנעט די קליידל, און — אין שײַער גיי אַראָפּעט, נײַערט לאָז⸗זאַך ניט אַף באַמערקט צו ווערן, ביזקל וואַנענט ער′ט ניט אָפּענדיקן עסן און ט ר י נ ק ע ן. (ד) אַדאַמאָלסט, אַז ער′ט זאַך אַוועקלייגן, און דו′עסט דאָך שוים געוואָר זײַן דעם אָרט אַוואו ער′ט זאַך לייגן, זאָלסט אַרײַן און אַנטפּלעקן זײַן צופוסנס, איז לייג זאַך אַליין אַוועקעט. ′עט ער דיר שוים הייסן אַוואָס דו זאָלסט מאַכן.“

(ה) זאָגט זי איר:

„אַלציקעדינג אַוואָס דו זאָגסט מיר וועל איך טאָן.“

(ו) איז גייט זי אַראָפּעט צום שײַער צוצו און האָט אַלציקעדינג געטאָן אָטאַזויאָ ווי ס′האָט איר די שוויגער אירע געהייסן. (ז) אַז בּוֹעַז האָט געגעסן, און געטרונקען, און עם איז גליקלעך אַפן האַרצן געווען, איז ער אַוועק לייגן זאַך באַם ברעג פונעם קאָרן⸗הויפן. אָדאַמאָלסט איז זי שטילינקערהייט אַרײַנעט. זי האָט עם אַנטפּלעקט דעם צופוסנס. און זי האָט זאַך אַוועקגעלייגט. (ח) איז געווען אַזוי. האַלבע נאַכט, טוט ער אַ ציטער אופעט און טאַפּט אַרומעט. אָט ליגט באַ עם צופוסנס אַ פרוֹי!

(ט) זאָגט ער:

„אַווער זײַט איר?“

זאָגט זי:

„רוּתֿ, אײַער דינסט⸗מייד בין איך, אַוועט איר דען אוֹיסשפּרייטן די פליגלען פון אײַער מלבוש איבער אײַער דינסט⸗מייד, ווײַלע אַ געזינד⸗לייזער זײַט איר דאָך?“

(י) זאָגט ער:

„באַ יי אַ געבענטשטע זאָלסטע זײַן, מײַן טאָכטער! אַ′ דײַן לעצטע גוטיקײַט איז נאָך בעסער איידער די ערשטע, וואָס בינסט ניט נאָכגעלאָפן נאָך די בחורים, צי אַן אָרעמאַן צי אַן עושר. (יא) איז איצטערטאָ, מײַן טאָכטער, האָב קין מורא ניט, אַלציקעדינג אַוואָס דו זאָגסט ל′איך דיר מאַכן, אַווײַלע דער גאַנצער שטאָט⸗טויער ווייס דען אַז אַן אשת חיל בינסטע. (יב) נו, ס′טאַקע אַזוי, אַ געזינד⸗לייזער בין איך, נאָר וואָדען, פאַראַן נאָך אַ געזינד⸗לייזער וואָס איז נענטער פאַר מיר; איז —

(יג) „שלאָף אָדאָ די⸗אָ נאַכט.

„און אינדערפרי, ט′זײַן, ′עט ער דיר אוֹיסלייזן, איז גוט, ט′ער אוֹיסלייזן. ט′ער דיר ניט וועלן אוֹיסלייזן ′על א י ך דיר אוֹיסלייזן, ווי ס′לעבט גאָט! איז —

„לייג זאַך אַוועקעט ביזקל אינדערפרי.“

(יד) זי איז באַ עם צופוסנס געלעגן ביזקל אינדערפרי און איז אופגעשטאַנען נאָך איידער אַ מענטש קען אַ צווייטן דאַקענען, ער האָט געהאַט געזאָגט:

„מ′זאָל זאַך ניט דאַוויסן, אַז די פרוֹי איז אין שײַער געקומען.“

(טו) דאַצו האָט ער געזאָגט:

„גיב זשע אַהער דעם שלייער וואָס אַף דיר, און האַלט זאַך אָן עם אָנעט“,

האָט זי געהאַלטן. ער האָט אוֹיסגעמאָסטן זעקס מאָס גערשטן און אַוועקגעלייגט באַ איר.

און ער איז אָנגעקומען אין שטאָט אַרײַן.

(טז) און אַז זי איז אָנגעקומען צו די שוויגער אירע, האָט זי באַ איר אַ פרעג געטאָן:

„נו, אי′ וואָס באַ דיר?“

האָט זי איר אוֹיסגעדאַציילט אַלציקעדינג אַוואָס דער מאַנסביל האָט מיט איר געמאַכט, (יז) און געזאָגט:

„אָטאָ די זעקס מאָס גערשטן ט′ער מיר געגעבן, פאַרדאַפאַר, ער′ט געזאָגט: ,קום ניט אָנעט צו די שוויגער דײַנע מיט ליידיקע הענטʻ.“

(יח) האָט זי איר געזאָגט: „איז וואַרט זשע צו, מײַן טאָכטער, ביזקל וואַנענט דו′עסט ניט געוואָר ווערן, ווי ס′עט אוֹיספאַלן די זאַך. על⸗כל⸗פּנים ′עט דער מענטש ניט רוען ביזקל וואַנענט ער′ט ניט פאַרענדיקט די זאַך, אַנאָך ה ײַ נ ט.

≡≡ פּרק ד ≡≡ 

(א) איז בּוֹעַז אַרוף אַפן שטאָטישן טויער.

ער זיצט זאַך, און אָט גייט פאַרבײַ דער געזינד⸗לייזער אַוואָס בּוֹעַז האָט גערעדט. טוט ער עם אַ זאָג:

„העי, וואָ, יע, איר⸗זשע! טאַקע אָט⸗דער⸗בֶּן⸗אָט⸗יענעם! אַהער קערד⸗זאַך אומעט!“

האָט זאַך יענער אָפּגעקערט און האָט זאַך אַוועקגעזעצט.

(ב) נעמט ער צען לײַט פון די זִקְנֵי הָעִיר און זאָגט זיי אָנעט:

„אָטאָ דאָ זעצט זאַך אַוועקעט!“

איז האָבן זיי זאַך אַוועקגעזעצט. (ג) זאָגט ער דעם געזינד⸗אוֹיסלייזער:

„אַדי שטיק פעלד וואָס איז געווען באַ אֱלִימֵלֶכְן, אונדזער קרוב, טוט נָעֳמִי פאַרקויפן, וואָס האָט זאַך אָקערשט אומגעקערט פון די פעלדער פון מוֹאָבֿ. (ד) האָב איך פון מײַנטוועגן אַ קלער געטאָן, אַז כ′ל אײַך אַנטפּלעקן אין עווער, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: קויפט אָפּעט, פאַר די אויגן פון די⸗אָ וואָס זיצן, און פאַר די אויגן פון די זקנים פונעם פאָלק מײַנעם — אויבע איר′ט אוֹיסלייזן, איז לייזט אָפּעט! און טאָמער ′עט אָדאָס ניט אוֹיסגעלייזט ווערן, זאָגט זשע מיר, און כ′ל וויסן זײַן. ווײַלע אַחוץ אײַך איז דאָך ניטאָ ווער ס′עט אוֹיסלייזן, סײַדן — איך בין דאָך אַנאָך אײַך, דער נאָענטסטער.“

האָט ער געזאָגט:

„כ′ל אוֹיסלייזן.“

(ה) האָט עם בּוֹעַז געזאָגט:

„דעם טאָג, אַז איר′ט באַ נֳעָמִין און באַ רוּתֿ די מואבֿישע אָפּקויפן די פעלד, ט′איר במילא אָפּקויפן די פרוֹי פונעם נפטר, כדי אופשטעלן דעם נאָמען פונעם נפטר אינאיינעם מיט די נחלה זײַנע.“

(ו) זאָגט עם דער געזינד⸗אוֹיסלייזער:

„אויבע אַזוי כ′ל איך ניט קענען אוֹיסלייזן, כ′זאָל ניט אַ תֶּל מאַכן דעם יחוס מײַנעם. איז נעמט זשע איר אַף זאַך די אוֹיסלייזונג מײַנע, ווײַלע איכ′ל ניט קענען לייזן.“

(ז) אָטאַזויאָ איז פרייער געווען אין ישראל באַם גואל זײַן, און באַם ממלא⸗מקום זײַן. אַף מקיים זײַן איטלעכע זאַך האָט איינער אַראָפּגענומען אַ שוך און געגעבן דעם צווייטן, אָט אַזויאָ איז דער סימן עדות אין ישראל געווען.

(ח) טאָ האָט דער אוֹיסלייזער אַ זאָג געטאָן בּוֹעַזְן:

„קויפט אָפּעט!“

און האָט אַראָפּגענומען זײַן שוך. (ט) האָט בּוֹעַז די זקנים און דעם גאַנצן עולם געזאָגט:

„עדות זײַט איר באַם הײַנטיקן טאָג אַז איך האָב דען אָפּגעקויפט אַלציקעדינג וואָס באַ אֱלִימֵלֶכְן, און אַלציקעדינג וואָס באַ כִּלְיוֹנען און באַ מַחְלוֹנען פון האַנט פון נֳעָמִין! (י) און דער עיקר, האָב איך זאַך אָ′געקויפט פאַר אַ ווײַב רוּתְֿן, די מואבֿישע, די פרוֹי פון מַחְלוֹנען, בכדי אופשטעלן דעם נאָמען פונעם נפטר אינאיינעם מיט זײַן נחלה. טאָ זאָל דער נאָמען פון נפטר ניט אָפּגעשניטן ווערן: ניט באַ זײַנע מקורבים, ניט באַם טויער פון זײַן שטאָט…

„הײַנט זײַט איר עדות!“

(יא) האָט גאָר דער עולם וואָס באַם טויער מיט די זקנים אַ זאָג געגעבן:

„עדות! —

„זאָל גאָט געבן, אַז די פרוֹי וואָס קומט אָנעט אין אײַער הוֹיזגעזינד — אָט אַזוי ווי רחל און אָט אַזוי ווי לאה, אַוואָס זאַלבענאַנד האָבן זיי אופגעבוֹיט דעם בית ישראל —

„איז אין אפרת גבורות טוט אופעט,

„און אין בֵּית⸗לֶחֶם אַ נאָמען שטעלט זשע אופעט! —

(יב) „און אײַער הוֹיזגעזינד זאָל אָט אַזוי זײַן ווי פֶּרֶצעס הוֹיזגעזינד, אַוואָס תָּמָר האָט יהודהן געבאָרן, אַזש פון פרוכפּערקײַט אַוואָס יי ט′אײַך געבן פון אָטאָ דיאָ יונגע מיידל.“

(יג) האָט בּוֹעַז גענומען רוּתְן. און זי איז עם פאַר אַ ווײַב געווען. און ער איז באַ איר אָנגעקומען. און גאָט האָט איר טראָגעדיקײַט געגעבן. און זי האָט געוואונען אַ זון.

(יד) האָבן די פרוֹיען גענומען זאָגן נָעֳמִין:

„געבענטשט איז גאָט, וואָס האָט אײַך הײַנט ניט אָפּגעשטעלט קין אוֹיסלייזער, איז זאָל מען אין ישראל זײַן נאָמען אוֹיסרופן! (טו) טאָ זאָל ער אַ דערקוויקער צו די נשמה זײַן, אַ פּרנסה געבער צו די עלטערע יאָרן, ווײַלע אײַער שנור, וואָס האָט אײַך האָלט האָט עם געוואונען, זי גופא איז אײַך בעסער ווי זיבן זין.“

(טז) און נָעֳמִי האָט דעם אינגעלע צוגענומען אין שויס און זי איז עם פאַר אַ האָדעווערין געוואָרן. (יז) אירע שכנטעס האָבן עם אַ נאָמען געגעבן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן:

„אַ זון איז דען נָ עֳ מִ י ן געבאָרן געוואָרן!“

זיי האָבן עם אַ נאָמען גערופן: עוֹבֵֿד. ער איז דאָך דער טאַטע פון יִשַׁי, וואָס איז דאָך דער טאַטע פון דָּוִדְן.

(יח) און אָט זײַנען די דור⸗דורות פון פֶּרֶצְן:

פֶּרֶץ האָט געבאָרן חֶצְרוֹנען. (יט)

און חֶצְרוֹן האָט געבאָרן רָמְען.

און רָם האָט געבאָרן עַמִּינָדָבְֿן. (כ)

און עַמִּינָדָבֿ האָט געבאָרן נַחְשׁוֹנען.

און נַחְשׁוֹן האָט געבאָרן שַׂלְמָהן. (כא)

און שַׂלְמוֹן האָט געבאָרן בּוֹעַזְן.

און בּוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֵדְן. (כב)

און עוֹבֵד האָט געבאָרן יִשַׁין.

און יִשַׁי האָט געבאָרן דָּוִדְן.

חזק

ערב שבועות תשע″ו

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב      ☜ יונה      ☜ איכה      ☜ אסתר     ☜ דניאל     ☜ שיר השירים     ☜ קהלת


אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי און שיין בייקער (ביידע: ניו⸗יאָרק), און נעסע אָלשאַנסקי אַשטאַר (עשתר) (טאָראָנטאָ) פאַר זייערע תיקונים און פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.


Draft translation into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2016).  See also I KingsII Kings, Jonah, Lamentations, Daniel and Esther.

Comments are closed.