The Book of Ecclesiastes

in Lithuanian Yiddish

part of an ongoing Bible translation project

translated from the Biblical Hebrew by Dovid Katz


קהלת

 ◊

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

בווילנא

די פּרקים

א      ב      ג     ד     ה     ו     ז     ח     ט    י     יא    יב

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום קהלת לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; ביי די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) די ווערטער פון קֹהֶלֶת פון בֵּית⸗דָּוִד, מֵלֶךְ אין ירושלים: (ב) הֶבֶֿל⸗הֲבָֿלִים, זאָגט קהלת, הֶבֶֿל⸗הֲבָֿלִים, אַז ס′אַלציקעדינג — נאַרישקײַטן: (ג) אַוואָס איז דען דעם מענטשן אַ רבותא די גאַנצע האָרעוואַניע זײַנע, וואָס ער′ט גיין אונטער די זון אָפּהאָרעווען, אַז (ד) אַ דור גייט אַוועקעט און אַ דור קומט אָנעט, און די וועלט שטייט דאָך אַף אייביק, (ה) און די זון גייט אופעט, די זון לאָזט⸗זאַך אַראָפּעט, און באַגערט גאָר אַף איר אָרט אַף קאַריקצוצו, אָדאָרטן אַוואו זי גייט אופעט:

(ו) אַז דער ווינט קערט⸗זאַך אַף דרום צו, און אָט טוט ער זאַך אַף צפון אַ דריי אוֹיסעט: אַרומענאַרומעט, דרייט און דרייט זאַך, און קערט זאַך אומעט אַף אָטאָ די אומדרייענישן:

(ז) אַז די אַלע טײַכעלעך פאַלן דאָך אין ים אַרײַנעט, און דער ים ווערט ניט אָנגעפולט: אַפן אָרט אַוואוהין די טײַכעלעך טוען לויפן, אָטאָ דאָרטן קערן זיי זאַך אומעט ווײַטער לויפן:

(ח) אַז די אַלע רייד ווערן דאָך פאַרמאַטערט אַזש ביזקל אַ מענטש וועט זיי שוין ניט אַרויסריידן: דער אויג ווערט ניט זאַט אַף צו זען: דעם עווער ווידער ווערט ניט נמאס אוֹיסהערן:

(ט) אָדאָס וואָס איז געווען, איז דאָך אָדאָס וואָס′עט זײַן: און וואָס איז אָפּגעטאָן געוואָרן וועט דאָך ווײַטער אָפּגעטאָן ווערן, אַז ס′איז גאָר קין נײַאיקײַט אונטער די זון ניטאָ: (י) פאַראַן דען אַ זאַך אַוואָס מ′קען אַפדערוף אַ זאָג טאָן, „אײַ קוק זאַך אײַנעט, אַ חידוש“? ס′איז דאָך שוין געווען, אין תקופות גאַנצענע וואָס פאַר אונדז איז געווען: (יא) אַז ס′גאָר קין געדיינקונג פון די פרייערדיקע אַזש ניטאָ, און פון די שפּעטערדיקע וואָס וועלן אַדאַנאָכדעם נאָך זײַן, פון זיי′עט קין געדיינקונג אויכעט ניט זײַן:

(יב) איך, קהלת, בין דאָך מלך איבער ישראל אין ירושלים געווען, (יג) און איך האָב⸗זאַך די האַרץ אָפּגעגעבן אַף פאָרשן און זוכן אין חכמה, איבער אַלציקעדינג אַוואָס אונטער די הימלען האָט⸗זאַך אָפּגעטאָן: אַ שווערן גורל גיט דען אָפּ גאָט די מענטשעלעך, זיי זאָלן⸗זאַך מידאַמיט אָפּמוטשען:

(יד) איך האָב געזען די אַלע מעשים, אַוואָס זיי זײַנען אונטער די זון אָפּגעטאָן געוואָרן, איז אָט וואָס: ס′איז אַלציקעדינג הבל און סתם אַ כאַפּעניש אין ווינט אַרײַן: (טו) אָדאָס וואָס איז קרום ט′מען גלײַך ניט מאַכן, און חסרונות פאַראַן וואָס מ′קען אַזש ניט איבערציילן: 

(טז) גערעדט האָב איך מיט די אייגענע האַרץ, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: איך גופא, אָט האָב איך באַ זאַך חכמה פאַרמערט, אָנגעקליבן — אַף מער וויפל אָדאָס אַלציקעדינג אַוואָס זיי אַלע וואָס פאַר מיר זײַנען איבער ירושלים געווען, און די האַרץ באַ מיר האָט אַ פולע חכמה און וויסן דאַזען: (יז) האָבעך זאַך די האַרץ באַ מיר אָפּגעגעבן אַף חכמה און וויסן; כ′האָב טאַקע אויכעט געוואוסט פון הולערײַען און שטותערײַען, ביזקל וואַנענט איך בין ניט געוואָר געוואָרן אַז אויך דאָס איז מערניט סתם אַ כאַפּעניש אין ווינט אַרײַן:

(יח) אַנאָכמער: אַז צו אַ פולעניש מיט חכמה קומט צו אַ פולע כעס: און אַווער איז זאַך מוסיף חכמה, איז ער זאַך בעת מעשה מוסיף צער:

≡≡ פּרק ב ≡≡

(א) אַז איך האָב באַ זאַך אין האַרצן אַ זאָג געטאָן, „אָט זשע לאָמיר פּרואוון גיין פרייען זאַך, און זאַך צוקוקן אַוואָס הנאה“, איז ווײַזט זאַך אַרוֹיסעט אַז דאָס איז אויכעט מערניט — נאַרישקײַטן:

(ב) געזאָגט האָבעך אַף געלעכטער, אַף הולטײַסטווע, און אַף פרייען זאַך: אַוואָס טוט מען דאַמיט אופעט? (ג) כ′האָב באַ זיך אין האַרצן נאָכגעפאָרשט ווי אַזוי דעם גוף מײַנעם מיט ווײַן אָנציען, אַז אַף די האַרץ האָט נאָך חכמה אַ שליטה; און מיטן אַ כאַפּ טאָן אָן דיאָ שטותים, ביזקל וואַנענט איך זאָל ניט אײַנזען וואָס פאַראַ גוטיקײַט איז דאַרינען פאַראַנען די מענטשעלעך, אַוואָס זיי טוען אָפּעט, אין די אָפּגעציילטע טעג פונעם לעבן אַוואָס באַ זיי:

(ד) גרויסאַרטיק האָבעך דאָך מעשים אופגעטאָן: איך האָב דען אופגעבוֹיט הײַזער, זיך ווײַנגערטנער פאַרזייט, (ה) זאַך גערטנער מיט סעדער געמאַכט, און אין זיי פאַרפלאַנצט ביימער פון אַלערלייאיקע פּירות: (ו) און וואַסער⸗קאַסטנס האָב איך זיך געמאַכט, אַף צו געבן אָנטרינקען אַזש אַ וואַלד וואָס שפּראָצט אופעט מיט ביימער: (ז) איך האָב שקלאַפן מיט שפחות, מיט באַדינער בני⸗בית זאַך אָנגעקויפט; און די טשערעדעס בהמות מיט שעפּסן זײַנען באַ מיר מערער געווען וויפל באַ אַלע וואָס זײַנען פאַר מיר אין ירושלים געווען: (ח) כ′האָב⸗זאַך אופגעזאַמלט אויך זילבער מיט גאָלד, מיט אוצרות אַזעטקענע וואָס באַ מלכים און מדינות: כ′האָב⸗זאַך זינגער מיט זינגערקעס אָנגעשטעלט, און די תענוג⸗זאַכן וואָס באַ מענטשעלעך, איין פרוֹי — אַ סך פרוֹיען:

(ט) איז בין איך גרויס געוואָרן, און כ′האָב צוגעגעבן צו דעם אַלעמען אַוואָס איז פאַר מיר אין ירושלים געווען, צודאַצו איז מיר בײַגעשטאַנען די חכמה מײַנע: (י) און אַלציקעדינג אַצו וואָס ס′האָט באַ מיר די אויג אַ תאווה געהאַט האָבעך ניט געזשאַלעוועט, און כ′האָב ניט אָפּגעזאָגט די האַרץ באַ מיר פון אַוועלכע ניט איז פרייד, ווײַלע די האַרץ האָט הנאה געהאַט פון די גאַנצע האָרעוואַניע מײַנע, און דאָס איז טאַקע געווען דער שכר צו די גאַנצע טירחא:

(יא) אָבער אַז כ′האָב⸗זאַך אַרומגעקוקט אַף די אַלע מעשים, אַוואָס ס′האָבן די הענט באַ מיר אופגעטאָן, און די אַרבעט אַוואָס כ′האָב אָפּגעאַרבעט עס מאַכן, און אָט וואָס: ס′אַלציקעדינג —  נאַרישקײַטן, און סתם אַ כאַפּעניש אין ווינט אַרײַן, אַז קיין שום רבותא איז אונטער די זון ניטאָ:

(יב) האָב איך זיך אַ קער געטאָן אַף צוקוקן סײַ חכמה, סײַ הולטײַסטווע מיט שטותערײַ: אַוואָס′עט שוין קענען אופטאָן דער מענטש וואָס′עט קומען נאָכן מלך, אַחוץ אָטאָ דעם אַלעמען, אַוואָס יענער האָט שוין פאָרט געמאַכט:

(יג) מיר האָט געדאַכט, אַז ס′איז פאָרט דאָ אַ מעלה אין חכמה אַמער איידער אין שטותערײַ, אָט אַזויאָ ווי די מעלה פונעם ליכט איבערן חושך — (יד) אַז באַם חכם זײַנען דאָך די אויגן אין קאָפּ, און דער שוטה גייט⸗זאַך אַזש אין אַ פינצטערניש אַרומעט:

פונדעסטוועגן האָבעך באַ⸗זאַך אָבער פאָרט אַ זאָג געטאָן, אַז באַ זיי ביידן איז דער זעלביקער סוף! (טו) איז טו איך באַ⸗זאַך אַ זאָג, אַז אָט אַזוי ווי מיר איז באַשערט אָטאָ דער גורל, אַוואָס באַם נאַר, איז וואָסידען די מעלה פון חכמה? איז דאַגיי איך באַ⸗זאַך ווײַטער, אַז אָדאָס איז אויכעט — נאַרישקײַטן. (טז)  מחמת דעם וואָס קין זכר ט′ניט בלײַבן, ניט פונעם נאַר און ניט פונעם חכם: וואָס שייך די אייביקײַט, אַ זע⸗טאָנדיק, אַז שוין אין די קומעדיקע טעג וועט דאָס אַלציקעדינג פאַרגעסן ווערן: ווי געגליכן איז דער חכם מיטן נאַר דאַמאָלסט אַז זיי שטאַרבן אָפּעט: (יז) האָב איך גאָר גענומען פײַנט האָבן דעם לעבן, ווײַלע פון די גאַנצע אופטועניש וואָס ווערט געטאָן אונטער די זון ווערט מיר ניט⸗גוט, וויבאַלד ס′איז אַלציקעדינג — נאַרישקײַטן, און סתם אַ כאַפּעניש אין ווינט אַרײַן:

(יח) אַזוי אַרומעט האָבעך גענומען פײַנט האָבן די גאַנצע טירחא מײַנע, אַוואָס איך האָב אופגעטאָן אונטער די זון, מה⸗דאָך, אַז איכ′ל עס פאָרט איבערלאָזן אָטאָ דעמאָ מענטשן, וואָס ער′עט נאָך מיר קומען: (יט) ווער קען וויסן, צי וועט ער אַ חכם זײַן, צי אַ נאַר, נאָר באַלעבאַטעווען וועט ער איבער גאָר די גאַנצע אַרבעט אַוואָס איך האָב אָפּגעאַרבעט: איז באַ דעם אַלעמען, אַוואו איך האָ⸗זאַך אָנגעאַבעט, זיך פאַר אַ חכם באַוויזן אונטער די זון, איז דאָס אויכעט — נאַרישקײַטן:

(כ) טאָ האָבעך⸗זאַך ווײַטער אַ פאַל געטאָן אין אַ יאוש אַפן האַרצן, אַף די גאַנצע האָרעוואַניע אַוואָס כ′האָב⸗זאַך אונטער די זון אָנגעהאָרעוועט: (כא) ווײַלע אַ מענטש, אַוואָס ער′ט זאַך אָנגעהאָרעוועט מיט חכמה, מיט וויסן, און די כשרונות זײַנע, באַדאַף ער דאַָך אָטאָ דיאָ ירושה גאָר אַוועקגעבן אָדעמענען אַוואָס ער′ט דאַרײַן גאָרנישניט געהאָרעוועט, איז דאָס אויכעט — נאַרישקײַטן, און אַ שלעכטיקײַט אַ גרויסע:

(כב) ווײַלע וואָס האָט דען אַ מענטש פון זײַן גאַנצע האָרעוואַניע און די קלאַפּעניש אין האַרצן, פון דעם אַלעמען אַוואָס ער האָט אָפּגעהאָרעוועט אונטער די זון? (כג) אַז די גאַנצענע טעג זײַנען באַ עם אָנגעווייטיקטע, און ער פאַרנעמט⸗זאַך מיט אין כעס ווערן, אַז אַפילו באַנאַכט שלאָפט ער ניט אײַנעט, איז דאָס אויכעט מערניט — נאַרישקײַטן:

(כד) איז בלײַבט, אַז ניטאָ באַ אַ מענטשן בעסער איידער אָנעסן⸗זאַך און אָנטרינקען⸗זאַך, און זאַך דעם גוף הנאה טאָן פונדאַפון אַוואָס ער ט′זאַך אָנגעהאָרעוועט: אָבער אָדאָס האָב איך אויכעט געזען, אַז ס′איז באַ גאָט אין די הענט: (כה) ווײַלע ווער′עט דען אָפּעסן, און הנאה האָבן, אַניט דעראָ מענטש גופא?

(כו) פאַרוואָר, אַ מענטשן אַוואָס ער האָט עם האָלט, דעמענען גיט דאָך גאָט חכמה מיט וויסן מיט פרייד: בשעת ווען דעם וואָס ער האַלט פאַר אַ שלעכטן, אָטאָ דעמענען גיט ער אַזאַ מין גורל, ער זאָל זאַך אָנקלײַבן און אײַנקלײַבן בכדי אַוועקגעבן יענעם וואָס גאָט האָט האָלט: איז ווײַטער שוין — נאַרישקײַטן און סתם אין ווינט אַרײַן אַ כאַפּעניש:

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) צו אַלציקעדינג איז דאָ אַ זמן, און אַ צײַט צו יעדער חשק אַוואָס אונטער די הימלען, דהיינו: (ב)

  • אַ צײַט אַף געבאָרן ווערן און אַ צײַט אַף צו שטאַרבן:

  • אַ צײַט אַף פאַרזייען, אַ צײַט אַף אָפּנעמען אָדאָס וואָס מ′האָט פאַרזייט: (ג)

  • אַ צײַט אַף הרגענען און אַ צײַט אַף היילן:

  • אַ צײַט אַף חרוב מאַכן און אַ צײַט אַף אוֹיסבוֹיען: (ד)

  • אַ צײַט אַף וויינען און אַ צײַט אַף לאַכן;

  • אַ צײַט אַף אבילות און אַ צײַט אַף טאַנצן פאַר פרייד: (ה)

  • אַ צײַט אַף שטיינער צעוואַרפן און אַ צײַט אַף שטיינער אופזאַמלען:

  • אַ צײַט אַף אַרומנעמען און אַ צײַט אַף דאַווײַטערן זאַך פון אַרומנעמען: (ו)

  • אַ צײַט אַף אוֹיסזוכן און אַ צײַט אַף אָפּלאָזן:

  • אַ צײַט אַף אופהיטן און אַ צײַט אַף אַוועקוואַרפן: (ז)

  • אַ צײַט אַף צורײַסן און אַ צײַט אַף פאַרנייען:

  • אַ צײַט אַף פאַרשווײַגן און אַ צײַט זאַך צעריידן: (ח)

  • אַ צײַט אַף האָלט האָבן און אַ צײַט אַף פײַנט האָבן:

  • אַ צײַט אַף מלחמה און אַ צײַט אַף שלום: 

 

(ט) איז אַוואָס טויג עס דען דעמענען, אַוואָס ער האָרעוועט און טוט אופעט? (י) האָב איך אײַנגעזען סאַראַ גורל עס גיט דען אָפּ גאָט די מענטשעלעך זיי אָפּמוטשען מידאַמיט: (יא) פונדעסטוועגן האָט ער עס אַלציקעדינג פאָרט פּראַכטפול געמאַכט, אַ זאַך צו איר צײַט, און אָט אַזאַ מין וועלט באַ זיי אין האַרצן אַרײַנגעגעבן, אַזויאַרומעט, אַז דער מענטש קען קין טאָלק ניט דאַגיין, די מעשים וואָס גאָט האָט געמאַכט, ניט באַם אָנהייב ניט באַם סוף.

(יב) בין איך געוואָר געוואָרן, אַז די איינציקע גוטיקײַט איז באַ זיי — פרייען זאַך, און הנאה האָבן בשעת ווען מ′לעבט נאָך: (יג) נאָכמער, אַז דער גאַנצער מענטש, אַז ער עסט אָפּעט און טרינקט אָפּעט און האָט הנאה פון די גאַנצע האָרעוואַניע זײַנע, אָדאָס אי′דאָך פון גאָט אַ מתנה: (יד) צודאַצו בין איך געוואָר געוואָרן, אַז אַלציקעדינג אַוואָס גאָט מאַכט, אי′דאָך עס אַף אייביק געמאַכט געוואָרן: אַף עם איז ניטאָ אַוואָס צוצוגעבן, און פון עם איז ניטאָ אַוואָס אַראָפּנעמען — אַז גאָט מאַכט⸗דאָך זײַניקע, בכדי מען זאָל פאַר עם פאָרכצום זײַן:

(טו) אָטאָ דאָסאָ וואָס איז געווען, איז איצטערטאָ אויכעט דאָ, און אָדאָסאָ וואָס′עט זײַן איז שוין אויכעט געווען:

אַז גאָט וועט שוין מאַכן אַוואָס מ′דאַרף:

(טז) נאָכוואָס האָב איך באַ זאַך אין האַרצן אײַנגעזען אַוואָס אונטער די זון: אַז אַפן אָרט פון אַ משפּט איז דאָרטן דאָ שלעכטיקײַט, און אַפן אָרט פון גערעכטיקײַט איז שוין ווײַטער — שלעכטיקײַט: (יז) טו איך אַ זאָג, באַ זאַך אין האַרצן, אַז סײַ דעם צדיק און סײַ דעם רשע וועט דאָך משפּטן גאָט, ווײַלע ס′איז פאַראַן אַ באַשערטע צײַט צו איטלעכן באַגער און איטלעכע געשעעניש: (יח) זאָג איך באַ זיך אין האַרצן: צוליב די פּלאַפּלענישן פון די מענטשעלעך באַלד טוט גאָט זיי אופקלערן, אַז אַליין זײַנען זיי דאָך מערניט בהמות: (יט) ווײַלע דער גורל באַ די מענטשלעך, און אָדאָס וואָס ס′טרעפט אַ בהמה, אַז ס′איז די זעלביקע זאַך באַ זיי, אָט אַזוי ווי דער שטאַרבט אָפּעט, אָט אַזוי שטאַרבט דאָך יענער אויך אָפּעט, אַלע האָבן זיי דעם זעלביקן אָטעם, און די רבותא באַם מענטשן איבער אַ בהמה, איז — ניטאָ, ווײַלע ס′איז אַלציקעדינג — נאַרישקײַטן: (כ) אַז אַלציקעדינג גייט דאָך אַף אַן איינאיינציקן אָרט: אַלציקעדינג איז פון שטויב געוואָרן, און אַלציקעדינג קערט זאַך אומעט צו די שטויב: (כא) ווער קען דען וויסן צי דער גײַסט וואָס באַם מענטשן גייט אַף אַרופצוצו, און דער גײַסט פון אַ בהמה גייט דען אינדרערד אַראָפּעט:

(כב) אַזויאַרומעט האָב איך אײַנגעזען, אַז בעסער איז ניטאָ איידער אַדאָס, אַז דער מענטש זאָל פרייד האָבן פון די מעשים זײַנע, ווײַלע אָדאָס אי’דאָס די נחלה זײַנע: אַז ווער’עט עם דען גיין באַווײַזן דערײַן אַוואָס’עט דאַנאָכדעם זײַן?

≡≡ פּרק ד ≡≡

(א) האָבעך⸗זאַך נאָכאַמאָל אומגעקערט, אַ קוק געטאָן אָדי אַלע וואָס זײַנען אָנגערוֹדפטע, אַוואָס ס’ווערט זיי אונטער די זון אָפּגעטאָן — איך קוק⸗זאַך אײַנעט די טרערן פון די אָנגערוֹדפטע, אַז ניטאָ ווער ס’זאָל זיי דען טרייסטן; באַ די אָנרוֹדפער זייערע איז דאָד דאָ די געוועלטיקונג; באַ זיי גופא איז קין טרייסטער ניט פאַראַן: (ב) האָב איך אײַנגעזען דעם מזל אַוואָס באַ די מתים וואָס זײַנען שוין אָפּגעשטאָרבן, מער איידער באַ די לעבעדיקע וואָס דאַווײַלע לעבן זיי נאָך: (ג) און בעסער ווי באַ זיי די ביידן איז אָטאָ דעמענען, אַוואָס ער איז גאָרניט געווען דאַווײַלע, אַוואָס ער האָט ניט דאַזען די גאַנצע שלעכטיקײַט וואָס ווערט אונטער די זון אָפּגעטאָן:

(ד) אַז כ’האָב⸗זאַך אַווײַטער אומגעקוקט:

האָבעך דאַזען, אַז די גאַנצע האָרעוואַניע, די גאַנצע כשרונות צו אַן אופטו, אַז דאָס איז אַלציקעדינג מערניט אַ קנאה פון איין מענטשן אַפן אַנדערן, איז דאָס אויכעט — נאַרישקײַטן, און סתם אין ווינט אַרײַן אַ כאַפּעניש: (ה) אַז דער בטלן זיצט⸗זאַך מיט פאַרלייגטע הענט און עסט⸗זאַך אַליין אופעט זײַן פלייש: (ו) בעסער איז איין האַנט אַ פולע מיט מנוחה, איידער צוויי וואָס זײַנען אָנגעפילט מיט האָרעוואַניע און ווינט כאַפּעניש: 

(ז) כ’טו⸗זאַך ווײַטער אַ קוק אַרומעט אונטער די זון אַף — נאַרישקײַטן: (ח)  אָט איז פאַראַן אַן איינעראַליינעדיקער, אָן אַ צווייטן, ניט קין זון ניט קין ברודער איז באַ עם ניטאָ, און ניטאָ קין סוף ווי ער האָרעוועט זאַך אָנעט, די אויגן באַ עם ווערן פון עשירות ניט אָנגעזעטיקט: „איז פון וועמעס וועגן אַרבעט איך זאַך אָנעט און האַלט אָפּעט די נשמה פון הנאה האָבן?“ איז דאָס אויכעט — נאַרישקײַטן, און אַ שלעכטע מעשה: (ט)

זאַלבעצווייט איז בעסער ווי איינער אַליין פאַרזעך, האָבן זיי דאָך אַ גוטן שכר פאַרן האָרעווען, (י) און וואָס איז באַ דעם וואָס טוט אַראָפּפאַלן און ס′ניטאָ קין צווייטער עם אַ הייב אוף טאָן? (יא) אָט אַזוי אויך באַ צוויי וואָס שלאָפן אינאיינעם, איז זיי וואַרעם, און ווי אַזוי דען קען איינער אַליין זאַך אָנוואַרעמען? (יב) און טאָמער וועט אַף איינעם אָנפאַלן אַ גזלן, וועלן דאָך צוויי זאַך אַקעגן עם שטעלן אַקעגן, „אַז אַ דרײַפאַכיקע שטריק רײַסט מען ניט אַזוי גיך איבער“:

(יג) בעסער זײַן אַן אָרעמער אינגל נײַערט אַ קלוגער, איידער אַ מלך, אַן אַלטער און אַ נאַרישער, וואָס לאָזט זאַך שוין מערניט אָנמוסרן: (יד) פאַראַן אַזאַ, פון סאַמע טורמע איז ער אַרוֹיסעט און אַזש פאַר אַ מלך געוואָרן, כאָטש אין מלכות זײַנעם איז ער גאָר אַן אָרעמאַן געבאָרן געוואָרן: (טו)  אַז געזען האָבעך ווי אַזוי דער גאַנצער עולם וואָס אונטער די זון, זיי שאַרן זאַך גאָר אַוועקעט צו אַ צווייטן אינגל וואָס וועט אַף זײַן אָרט שטיין: (טז) אָבער אָן אַ טאָלק איז דער פאָלק דער גאַנצער, וואָס אָטאָ די וואָס קומען דאַנאָכדעם דאַפרייען זיך גאָרניט מיט אַדעם, אַוואָס ער איז פרייער געווען, ווײַלע אָדאָס איז אויכעט מערניט  — נאַרישקײַטן, און סתם אַן אָנכאַפּן זאַך אין ווינט אַרײַן:

(יז) היט זאַך אָפּעט די פיס, אַז דו′סט אַרײַן אינעם בית האלהים: קום צו גיין זאַך אײַנהאָרכן, איידער ווי באַ די נאַראָאים וואָס גיבן אָפּעט אַ קרבן און ווייסן ניט אַחוץ שלעכטיקײַט אָפּטאָן:

≡≡ פּרק ה ≡≡

(א) אײַל זאַך ניט מיטן מוֹיל, און זאָל באַ דיר די האַרץ ניט האַסטיק זײַן אַ וואָרט פון פאַר גאָט אַרוֹיסבריינגען, ווײַלע גאָט איז אַפן הימל און דו ביסט דאָך אַף די ערד, טאָ זאָלן די רייד באַ דיר ו ו י י נ י ק זײַן: (ב) „אַ חלום קומט דאָך פון אַ פולע פאַרנומענקײַטן און אַ נאַר די שטים מיט אַ פולע רייד.“ (ג) איז אַז דו′סט אַ נדר מאַכן פון פאַר גאָט זאָלסט ניט פאַרשפּעטיקן עם אָפּצאָלן, ווײַלע ער האָט ניט קיין חשק צו נאַראָאים, איז וואָס דו’סט אָפּנָדרן זאָלסטע אָפּצאָלן: (ד) בעסער איז ניט צוזאָגן דעם נדר, איידער זאָלסט צוזאָגן און ניט באַצאָלן: (ה) דאַלאָז ניט, אַז דײַן מוֹיל זאָל דיר גופא פאַרפירן, און זאָג ניט פאַרן משולח, „אַז ס’איז סתם אַ טעות געווען“, ווײַלע פאַרוואָס זאָל דען זײַן, אַז גאָט וועט אין כעס ווערן אַף דײַן קול און קאַלע מאַכן די מעשים פון די הענט באַ דיר? (ו) „אָט אַזויאָ ווי פּוסטע חלומות, אָט אַזוי איז באַ אַ מבול מיט ווערטער“:  בעסער איז — פאַר גאָט האָב מורא:

(ז) טאָמער וועסטע באַ זאַך אין גובערניע צוקוקן, ווי מ′טוט אָרעמעלײַט אונטערדרוקן און גערעכטיקײַט באַגַזְלענען, זאָלסטע ניט בלײַבן געפּלעפט פון אַזאַ מין זאַך: ווײַלע אַ הויכער איבער די הויכע וואַכט אַפדאַרוף — פאַראַן נאָך העכערע פאַר זיי אַלעמען: (ח) ס′איז אַ לאַנד אַ מעלה מער ווי אַלציקעדינג, ווען דער מלך אַליין טוט אַרבעטן אין פעלד:

(ט) ווער ס′האָט האָלט געלט, אָדעמענען וועט דאָך קיינמאָל די געלט ניט קלעקן: און ווער ס′האָט מער האָלט רווחים איידער תבואה, איז דאָס אויכעט — נאַרישקײַטן: (י) אַז ס′מערט זאַך די שֶפעדיקײַט, מערן זאַך אויכעט אירע אופעסער, איז וואָס דען איז די מעלה די באַלעבאַטים אַחוץ די עצם צוקוקעניש מיט די אויגן? (יא) באַם אַרבעטנדיקן איז די שלאָף אַ זיסע, צי ער עסט ווייניק צי אַ סך; די איבערגעזעטיקטקײַט באַם רײַכן גיט עם ניט די רואיקײַט אַף אײַנשלאָפן זיך:

(יב) אַ מוראדיקע קריינק איז פאַראַן, אַוואָס איך האָב אונטער די זון דאַזען, אַז עשירות ווערט אָפּגעהיט פון באַלעבאָס אַז ס′איז פון זײַנטוועגן שלעכט, (יג) און אָטאָ דיאָ עשירות ווערט פאַרלאָרן אין עפּעס אַַ שלעכטן געשעפט, און ער האָט געבאָרן אַ זון באַ וועמען ס′בלײַבט ניט גאָרנישניט, (יד) אָט אַזוי ווי ער איז אַרוֹיס פון בוֹיך באַ די מאַמען אַ נאַקעטער, אָט אַזויאָ וועט ער זאַך אומקערן, אַזוי ווי ער איז געקומען: פון אָדעם אַלעמען אַוואָס ער האָט⸗זאַך אָנגעהאָרעוועט וועט ער קיין שום זאַך מיט די הענט ניט אַוועקטראָגן: (טו) איז עס אויכעט מערניט אַ מוראדיקע קריינק, אַז מיט דעם אַלעמען מיט וואָס ער איז געקומען, אַמיט דעמאָ וועט ער אַוועקעט: איז צו וואָס האָט ער זאַך, איז וואָס פאַראַ רבותא וועט ער האָבן פונדאַפון וואָס ער האָט זאַך אָנגעהאָרעוועט — פאַרן ווינט! (טז) נאָכמער, אַז אַלע זײַנע יאָרן האָט ער געגעסן אין אַ פינצטערן געמיט, ער האָט זאַך אַ סך אָנגעכַּעֲסְט אין מרה שחורה און מיט בייזן:

(יז) איז אָט וואָס כ′האָב דען אײַנגעזען ס′איז צום גוטן, מ′זאָל זאַך גוט אָנעסן און אָנטרינקען, און פון די גאַנצע האָרעוואַניע הנאה האָבן וואָס מ′האָט זאַך אָנגעהאָרעוועט אונטער די זון אין גאַנג פון די אַלע יאָרן פונעם לעבן, וואָס גאָט האָט פאַר אַ נחלה געגעבן: (יח) דאַצו נאָך, איטלעכער מענטש, אַוועמען גאָט האָט געשיינקט עשירות מיט נכסים און עם געגעבן אַפדאַרוף געוועלטיקן, אָפּנעמען די נחלה זײַנע, דאַפרייען זאַך מיט זײַן האָרעווען — אָדאָס איז פון גאָט אַ מתנה: (יט) אָט אַזאַאָ, ער′ט זאַך ניט ערגערן קין סך אַלמאי ווייניק זײַנען דען די יאָרן וואָס מ’לעבט אָפּעט, ווײַלע גאָט טוט עם משמח זײַן אין האַרצן:

≡≡ פּרק ו ≡≡

(א) אַ געוויסן אומגליק האָבעך דאַזען אונטער די זון, און טאַקע אַ גרויסע זאַך איז דאָס באַ די בני אדם, (ב) אַז אַ מענטש, אַוועמען גאָט האָט עשירות מיט נכסים מיט כבוד געגעבן, און ס′פעלט עם די נשמה גאָרנישניט ניט אוֹיסעט, פון דעם אַלעמען אַצו וואָס נאָר ער האָט דען אַ תאווה, און פונדעסטוועגן גיט עס עם ניט גאָט ער זאָל אַליין הנאה האָבן פונדאַפון, נאָר וואָדען אַ פרעמדער וועט אָפּנעמען די הנאה דאַפון, איז דאָס אַלציקעדינג — נאַרישקײַטן און אַ מכה אַ האַרבע:

(ג) זאָל דען אַ מענטש געבאָרן קינדער הונדערט, און זאָל ער אַפילו לאַנגע יאָרן דאַלעבן, און אַ סך זײַנען דען די טעג וואָס אין זײַנע יאָרן פאַראַן, אויבע ער איז ניט מסוגל הנאה האָבן אַף זאַטיקונג, און צו קבורה קומט ער ניט אָנעט, איז בעסער אַ  מ פּ י ל ⸗ ק י נ ד איידער עם — (ד) כאָטש קומען קומט עס אָנעט מיט נאַרישקײַטן און אַוועק גייט עס אין אַ פינצטערניש אַוועקעט, און אין פינצטערניש ווערט דער נאָמען זײַנער אײַנגעוויקלט, קין קבר האָט ער ניט, (ה) אַז די זון האָט עס אַזש ניט דאַזען, און דעם נחת וואָס איינער פונעם אַנדערן האָט ער ניט געוואוסט; (ו) איז זאָל אָפּלעבן אימיצער אַפילו טויזנט יאָר אַצוויי⸗מאָל, און קין הנאה ט′ער ניט דאַלעבט — גייט עס אַלציקעדינג אַוועקעט אַף אַן איינאיינציקן אָרט — אַניט?

(ז) אַז דעם מענטשנס גאַנצע האָרעוואַניע איז פון זײַן הונגער וועגן, נאָר די נשמה ווערט דאָך ניט אָנגעזאַטיקט: (ח) איז מיט וואָס דען איז בעסער דעם חכם איידער דעם נאַר? דעם אָרעמאַן וואָס ווייס פונדעסטוועגן ווי זאַך אַרומגיין אַקעגן לעבעדיקע מענטשן? (ט) אַז בעסער איז דען וואָס מען זעט פאַר די אויגן, איידער די אַרומוואַנדערניש פון די פאַנטאַזיע, וואָס דאָס איז אויכעט מערניט — נאַרישקײַטן, און סתם אַ כאַפּעניש אין ווינט אַרײַן: 

(י) אָדאָסאָ וואָס ס′ווערט, איז דאָך שוין פון אַפרייער אָפּגערופן געוואָרן, און מ’האָט געגעבן צו וויסן אַוואָס דאָס איז: אַז אַ מענטש קען זאַך ניט לאָדן מיט דעם וואָס איז שטאַרקער פאַר עם: (יא) און וואָס מער ווערטער, אַלץ מער — נאַרישקײַטן, וואָס איז דען דעם מענטשן אַ רבותא פונדאַפון? (יב) איז ווער קען אַזש וויסן אַוואָס טויג דעם מענטשן, אין די געציילטע יאָרן פון זײַן נאַרישן לעבן, וואָס ער אַליין מאַכט פון זיי מעשה שאָטן? און ווער קען דען אַ מענטשן אָנזאָגן, אַוואָס’עט נאָך עם זײַן?

≡≡ פּרק ז ≡≡

(א) אַ גוטער שם איז בעסער איידער טײַערער שֶמֶן, און דער טאָג פון שטאַרבן איידער דער טאָג פון געבאָרן ווערן: (ב) בעסער צוגיין אין אַ הוֹיז וואו מ′פּראַוועט אבילות איידער אַ הוֹיז מיט אַ הוליאַנקע — מה⸗דאָך, אַדאָס איז דאָך דער סוף באַ איטלעכן מענטשן, און דער וואָס לעבט נעמט ער עס זאַך צום האַרצן: (ג) בעסער איז כעס איידער געלעכטער ווײַלע דווקא באַם פאַרערגערן דעם געמיט פאַרבעסערט זיך דער מח: (ד) קומט אוֹיסעט, אַז די מחשבות פון חכמים טרעפט מען גיכער אין הוֹיז אַוואו אַבילות איידער אין הוֹיז אַוואו אַ שמחה: (ה) און בעסער איז אוֹיסהערן דעם געשריי פון אַ חכם איידער באַ אַזאַאָ, אַוואָס ער הערט זאַך צו צום לויב⸗געזאַנג פון נאַראָאים: (ו) אָט אַזוי ווי דער קנאַקל פון די דערנער אונטערן קעסל הילכט אַזש אָפּעט דער לאַכן פונעם נאַר, און אָדאָס איז אויך מערניט — נאַרישקײַטן: (ז) אַז סײַ די רוֹדפונג טוט פּטרן דעם חכם, און סײַ גייט באַ עם פאַרלאָרן דער מח פון אַ מתנה:

(ח) בעסער איז דער סוף פון אַ זאַך איידער דער אָנהייב: און בעסער איז אַ געדולדיקע נשמה ווי אַ גאווהדיקע נשמה:

(ט) זאָל די נשמה באַ דיר ניט אײַלן זיך אין כעס ווערן, ווײַלע כעס געפינט זאַך זײַן אָרט אין שויס פון די נאַראָאים:  

(י) זאָג דען ניט „ווי אַזוי איז דאָס געווען, אַז די אַמאָליקע יאָרן זײַנען בעסער געווען ווי די הײַנטיקע“, ווײַלע ניט פון חכמה קומסטו דען פרעגן אַזאַ מין קשיא:

(יא) חכמה איז גוט אינאיינעם מיט אַ ירושה, אַ מעלה באַ די וואָס זיי קוקן נאָך אָנעט די זון: (יב) ווײַלע אָדאָרטן אין פינצטערניש איז די חכמה פּונקט אָט אַזוי ווי אָדאָרטן אין פינצטערניש די געלט; די מעלה באַ חכמה — זי לעבט דאָך אופעט דעם חכם:

(יג) קוק נאָר אָנעט די מעשים פון גאָט, איז ווער וועט דען אוֹיסגלײַכן אָדאָסאָ אַוואָס ע ר האָט קרום געמאַכט?

(יד) אין אַ טאָג ווען ס’גייט גוט זאָלסטע זאַך טאַקע דאַפרייען, און אין טאָג אַז ס’גייט שלעכט זאָלסט פאָרט באַקלערן אָדעם אַקעגן דעם אַנדערן, אַז גאָט האָט דאָך געמאַכט סײַ אָדאָס סײַ אָדאָס, מיט די כוונה, אַז דער מענטש געפינט דאָך ניט גאָרנישניט פון אַדעם וואָס ס’עט  נ אָ ך  עם קומען:

(טו) אַלציקעדינג האָבעך דאַזען אין גאַנג פון די נאַרישעוואַטע יאָרן מײַנע — אַ צדיק וואָס קומט אומעט מיט זײַן צדיקימשאַפט, און אַ רשע וואָס באַ עם איז דאָ אריכת ימים צו די שלעכטיקײַט זײַנע: (טז) טאָ זײַ ניט צופיל קין צדיק, און אויכעט ניט קין איבעריקער חכם, זאָלסט ניט אַרײַנפאַלן אין התפּעלות: (יז) זאָלסט אָבער אויכעט ניט זײַן צופיל אַ רשע אָדער סתם אַ שוטה — אַצו וואָס זאָלסט אַוועקשטאַרבן אַז ס’איז דײַן צײַט ניט אָנגעקומען?

(יח) בעסער איז, זאָלסט זאַך אָנכאַפּן אָן איין זאַך און די צווייטע אויכעט ניט אָפּלאָזן פון האַנט, ווײַלע אָטאָ דער, אַוואָס ער האָט מורא פאַר גאָט וועט מיט זיי ביידע אַרוֹיסגיין:

(יט) חכמה גיט טאַקע דעם חכם מער איידער צען געוועלטיקער וואָס אַף אַ שטאָט: (כ) פונדעסטוועגן איז ניטאָ אין גאָרן לאַנד אָט אַזאַ מין צדיק, אַוואָס ער טוט נאָר גוטע זאַכן און זינדיקט ניט אונטער:

(כא) נעם זאַך ניט צום האַרצן די אַלע דיבורים אַוואָס מ′רעדט אָנעט, זאָלסט ניט דאַהערן ווי אַזוי דער אַרבעטער וואָס באַ דיר טוט דיר אָנשילטן, (כב) אַמַה⸗דאָך, אַן אַנדערשטן מאָל האָסטע דאָך אַליין אַנדערע געטאָן שילטן:

(כג) אָטאָ די אַלע זאַכן האָבעך⸗זאַך געסטאַרעט מיט חכמה דאַגיין, אַזאָגטאָנדיק, „איך וועל צו חכמה דאַגיין“, ס’איז מיר אָבער געבליבן ווײַטלעך, (כד) ווײַלע אָדאָס וואָס איז געווען איז צו ווײַט געווען, און טיף ווי די טיפענישן, אַווער וועט עס דען אָפּזוכן? (כה) האָבעך⸗זאַך אַ קער געטאָן, באַ זאַך אין האַרצן, אַף צו לערנען און פאָרשן און זוכן חכמה און חשבון⸗הנפש; דאַצו צו וויסן וואָסידאָס שלעכטיקײַט — שטותערײַ; און זײַן אַ שוטה — הולטײַסטווע:

(כו) איך האָב אוֹיסגעפונען, אַז ביטערער פאַרן טויט איז אָט אַזאַ מין פרוֹי, וואָס באַ איר איז די האַרץ אַ פּאַסטקע און אַ כאַפּערקע, און אירע הענט ווי בינד⸗אײַזנס: פון פאַר גאָט איז רעכט פון אָט אַזאַ מין פרוֹי פּליטה מאַכן; דער זינדיקער וועט אָבער באַ איר גאָר אַרײַנפאַלן:

(כז) איז אָט קום זע אַוואָס איך האָב אוֹיסגעפונען, ווי ס′האָט עס קהלת אַ זאָג געטאָן, מען באַדאַף דען צוגעבן איין זאַך אַף די אַנדערע, אַף דאַגיין אַ טאָלק, (כח), אַוואָס די האַרץ באַ מיר זוכט⸗זאַך נאָך ווײַטער אוֹיסעט און האָט נאָכניט געטראָפן: באַ מאַנסבילן האָב איך איינעם פון טוֹיזנט געטראָפן אָבער אַ פרוֹי אַזאַ אַן איינציקע אין דעם אַלעמען האָב איך דאַווײַלע ניט געטראָפן:

(כט) נאָר וואָדען, אָטוואָס האָב איך געטראָפן, זע אײַנעט, אַז גאָט האָט דעם מענטשן באַשאַפן אַ יושרדיקן, נאָר זיי אַליין, די מענטשעלעך, האָבן זאַך אוֹיסגעזוכט אַלעלייאיקע חשבונדעלעך:

≡≡ פּרק ח ≡≡

(א) ווער קען⸗זאַך דען גלײַכן צום חכם? און ווער ווייס עס פון אַ זאַך דעם באַשייד? די חכמה באַ אַ מענטשן לײַכט אופעט באַ עם די צורה, ס′ווערט דאָך די האַרטקײַט פון זײַן צורה איבערגעביטן: (ב) און איך? האָרך⸗זאַך צו צום מלכס אַ זאָג, און באַ אַ שבועה טאָן פון פאַר גאָט: (ג) אײַל זאַך ניט אַוועקגיין פון פאַר עם: שטעל⸗זאַך ניט אײַנעט פאַר אַ זאַך אַ שלעכטע, ווײַלע ער וועט דאָך אַלציקעדינג טאָן, אָט אַזוי, ווי עם וועט⸗זאַך פאַרוועלן: (ד) אַז אין מלכס אַ וואָרט ליגט דאָך די געוועלטיקונג, איז ווער וועט עם גיין זאָגן: „וואָס זשע דען טוסטע?“ (ה) אָטאָ דער, וואָס ער היט אָפּעט די געבאָט, וועט ניט וויסן פון קין שלעכטע זאַך, און די האַרץ באַ אַ חכם דאַשפּירט שוין ווען ס’איז די צ ײַ ט צו אַ זאַך און וואָס איז דער פּ ס ק פונדאַפון: (ו) ווײַלע פאַראַן אַ צײַט און אַן אָפּפַּסְקענען צו איטלעכע זאַך: אַ גרויסע מכה דעם מענטשן, (ז) אַוואָס ער ווייס ניט דאָס וואָס וועט זײַן — אַמַה⸗דאָך, אַפילו דאַמאָלסט אַז ס′טרעפט, ווער′ט עם דען אַ זאָג טאָן? (ח) ניטאָ דאָך אַזאַ מענטש, אַוואָס ער קען געוועלטיקן איבערן ווינט, דעם ווינט אַף אײַנצוהאַלטן — ניט ער געוועלטיקט איבערן טאָג פונעם טויט, ניט ער קען זאַך אַרוֹיסדרייען פון געשיקט ווערן אַף מלחמה: אויך מיט שלעכטיקײַט וועט ער ניט קענען פּליטה מאַכן: (ט) אָטאָ דעם אַלעמען האָבעך דאַזען, און זאַך צום האַרצן גענומען די אַלע מעשים וואָס ווערן אונטער די זון אָפּגעטאָן, אַז באַ איין מענטשן איז דאָ אַ געוועלטיקונג איבער אַ צווייטן עם שלעכטע זאַכן אַף אָפּצוטאָן:

(י) איך האָב צודאַצו דאַזען, אָט אַזוי ווי רשעים קומען צו קבורה און באַ [צדיקים] קומט מען צו גיין פון גוטן אָרט, און מען פאַרגעסט אויכעט אין זיי, אין סאַמע שטאָט וואו זיי האָבן לוֹיט זייער שטייגער זאַך געפירט, איז דאָס אויכעט — נאַרישקטן: (יא) אַז אַפן רשע אײַלט זאַך ניט צו דער פּסק⸗דין פון שטראָף — פאַרדאַפאַר איז באַ די מענטשעלעך אָנגעפילט גאָר די האַרץ אַף שלעכטיקײַט אָפּטאָן, (יב) אָט איז דאָ איינער וואָס האָט אַזש הונדערט מאָל אונטערגעזינדיקט, און די טעג זײַנען באַ עם גאָר פאַרלענגערטע: יע, כ′האָב דאָך אַוודאי געהערט אַוואָס „אַז ס′עט זײַן גוט באַ די וואָס האָבן מורא פאַר גאָט, וואָס האָבן פון פאַר עם אַ יראה“, (יג) און אויכעט אַז „גוט וועט נ י ט זײַן דעם רשע, און ער′ט ניט מאריך ימים זײַן, ווי באַ אַ שאָטן, ווײַלע ער האָט ניט קין יראה פון פאַר גאָט“, (יד) פאַראַן אָבער אַזאַ מין נאַרישקײַט וואָס ווערט אָפּגעטאָן אַף די ערד, אַוואָס פאַראַן זײַנען צדיקים וואָס זיי טרעפט אָנעט לוֹיט די מעשים פון די רשעים, און פאַראַן ווידער רשעים וואָס זיי טרעפט אָנעט לוֹיט די מעשים פון צדיקים, איז זאָג איך אַז דאָס איז אויכעט מערניט — נאַרישקײַטן: (טו) אַזוי אַרומעט, טו איך אָפּלויבן די שמחה וואָס בעסער איז דעם מענטשן ניטאָ אונטער די זון, אַחוץ דעם אַוואָס ער זאָל אָנעסן, אָנטרינקען און זאַך משמח זײַן, אַז אָדאָס זאָל עם באַגלייטן באַ די האָרעוואַניע זײַנע אין גאַנג פון די געציילטע יאָרן וואָס גאָט האָט עם אונטער די זון געטאָן געבן:

(טז) אַז איך האָב באַ⸗זאַך באַשלאָסן אין האַרצן צו קענען אין חכמה, און אַ קוק טאָן די ענינים, אַוואָס ס′קומט דען פאָר אַף די ערד, ווײַלע סײַ באַטאָג און סײַ באַנאַכט איז דאָך אַ מענטש ניט מסוגל אָנקוקן מיט די אויגן אַפילו די אייגענע שלאָף זײַנע, (יז) איז האָבעך גענומען אָנקוקן די אַלע מעשים פון גאָט, ווײַלע דער מענטש קען דאָך ניט אָפּגעפינען די מעשים וואָס ווערן דען אָפּגעטאָן אונטער די זון: אַז ער וועט⸗זעך דען האָרעווען אַ זוך טאָן וועט ער ניט טרעפן: נאָכמער, אַז אַ חכם, דאַמאָלסט אַז ער מיינט אַז ער ווייס, וועט ער אויכעט פאָרט ניט קענען טרעפן:

≡≡ פּרק ט ≡≡

(א) אַז איך האָב אָטאָ דעם אַלעמען זאַך גענומען צום האַרצן, בכדי דעם אַלעמען אופקלאָרן, אַלמאַי די צדיקים מיט די חכמים און זייערע אופטוען, זײַנען דאָך באַ גאָט אין די הענט, צו אַף ליבשאַפט צו אַף שנאה, אַז אָדאָס ווייס קיינער ניט, אַז פאַר זיי איז דאָך אַלציקעדינג עלול צו טרעפן: (ב) אַז דער זעלביקער צופאַל קען דאָך טרעפן סײַ דעם צדיק און סײַ דעם רשע — דעם גוטן און ריינעם; אָדעם וואָס ער בריינגט קרבנות און אָדעם וואָס ער בריינגט ניט קין קרבנות; דעם גוטן אָטאַזויאָ ווי דעם זינדיקן; אָדעמענען, אַוואָס ער טוט אַ שבועה, אָט אַזויאָ ווי באַ דעמענען, אַוואָס ער האָט מורא טאָן אַ שבועה: (ג) אָדאָס איז דאָך די ערגסטע זאַך אַוואָס ס′טרעפט אונטער די זון, אַז דער זעלביקער צופאַל טרעפט דאָך זיי אַלעמען: אַז אָט פאַרדאַפאַר איז באַם מענטשן אין האַרצן אָנגעפולט מיט שלעכטיקײַט און משוגעת אין האַרצן בשעת נאָך מען איז אַ לעבעדיקער: אַז דאַנאָכדעם גייען זיי דאָך גלײַך צו די מתים: (ד) אַמַה⸗דאָך, אָטאָ דער וואָס ער איז נאָך דאַווײַלע אוֹיסגעקליבן צווישן די לעבעדיקע צו זײַן, קען ער נאָך האָבן אַ בטחון, „ווײַלע אַ הונט אַ לעבעדיקן איז בעסער פאַר אַ לייב אַ פאַרשטאָרבענעם“, (ה) אַז די לעבעדיקע ווייסן דאָך אַז זיי וועלן אַוועקשטאַרבן; די מתים פאַרקערט ווייסן ניט ג אָ ר נ י ש נ י ט, פאַר זיי איז קין שכר ניטאָ, אַז דער עצם אָנדיינק פון זיי ווערט דאָך אויכעט פאַרגעסן, (ו) אַדאָס אינאיינעם מיט די ליבשאַפט, און אינאיינעם מיט די שנאה, און אינאיינעם מיט די קנאה, איז שוין אָנגעוואָרן, און קין חלק האָבן זיי ווײַטער קיינמאָל ניט אַף אייביק אין דעם אַלעמען אַוואָס ס′ווערט אונטער די זון אָפּגעטאָן: (ז) איז —גייזאַך און עס אָפּעט מיט פרייד די ברויט דײַנע, און טרינק אָפּעט די ווײַן וואָס באַ דיר, און גאָט וועט שוין מרוצה זײַן פון די מעשים דײַנע:

(ח) זאָלן באַ דיר די מלבושים אַלעמאָל העלע זײַן, און ס′זאָל באַ דיר אַפן קאָפּ ניט אוֹיספעלן קין באַלזאַם: (ט) איז גיי און האָב הנאה מיט אַ פרוֹי, אַוואָס דו′סט איר האָלט געהאַט אין גאַנג פון די אַלע יאָרן דײַנע פון נאַרישקײַטן, אַוואָס ע ר האָט דיר געשיינקט אונטער די זון, די אַלע יאָרן דײַנע פון נאַרישקײַטן, ווײַלע אָדאָס איז דען דײַן חלק פונעם לעבן און פון די האָרעוואַניע דײַנע אַוואָס דו′סט אָפּגעהאָרעוועט אונטער די זון: (י) אַלציקעדינג וואָס ס′טרעפט דײַנע הענט אופטאָן מיטן כח דײַנעם זאָלסטו אופטאָן, ווײַלע אין שאול תחתיה, וואואַהין דו וועסט דאָך גיין, איז ניטאָ קין אופטו, קין חשבון, קיין וויסן, און קין חכמה ניט:

(יא) אַז איך האָב⸗זאַך נאָכאַמאָל אומגעקוקט, אונטער די זון, אַז ניט צו די פלינקסטע — דער געלאַף; ניט צו די גיבורים — די מלחמה; נאָכמער, ניט צו די חכמים — ברויט; און נאָכמער, ניט צו די פאַרשטאַנדהאַפטיקע —עשירות; און נאָכמער, ניט צו די אוֹיסקענער — באַ לײַטן חן האָבן, ווײַלע ס′קומט דאָך אָנעט די צײַט, אַז דער שלימזל טרעפט זיי אַלעמען: (יב) נאָכמער דאַצו, דער מענטש ווייסט דאָך ניט זײַן סוף⸗צײַט, ווי די פיש וואָס ווערן פּלוצלונג געכאַפּט אינעם בייזן נעץ, ווי די פייגל וואָס ווערן פּלוצלונג געכאַפּט אין די פּאַסטקע; פּונקט אָט אַזויאָ ווערן די מענטשעלעך געכאַפּט אין  אַן עת⸗צרה וואָס פאַלט אַף זיי פּלוצלונג אָנעט:

(יג) נאָכמער האָבעך דאַזען אַ חכמה אונטער די זון, און מיר איז דאָס אַ גרויסע זאַך, (יד) אַז: אַ קליינינקע שטאָט געווען, ווייניק מענטשן אין איר פאַראַן, און צו איר איז אָנגעקומען אַ גרויסער מֵלֶךְ, וואָס האָט איר אַרומגערינגלט און געסטרוֹעט אַקעגן איר באַלאַגער⸗שאַנצן ריזיקע: (טו) און אין איר האָט⸗זאַך געפונען איינער אַן אָרעמאַן אַ חכם, אוואָס ער האָט מיט זײַן חכמה אַזש די שטאָט אָפּגעראַטעוועט, נאָר וואָדען, קיין שום מענטש האָט⸗זאַך ניט פאַרגעדיינקט אָטאָ דעמאָ אָרעמען מענטשן: (טז) איז האָבעך אַ זאָג געטאָן: בעסער איז חכמה פון גבורה, אָבער די חכמה וואָס באַ אַן אָרעמאַן איז מען מבזה, און צו די רייד זײַנע האָרכט מען ניט:

(יז) די ווערטער פון חכמים הערן זיך אָנעט שטילינקערהייט, מערער ווי די קולות וואָס באַ אַ געוועלטיקער צווישן נאַראָאים:

(יח) בעסער איז חכמה פון כְּלֵי⸗מלחמה, נאָר וואָדען, אַן איינאיינציקער שלעכטער קען אָן אַ שיעור גוטיקײַט קאַלע מאַכן:

≡≡ פּרק י ≡≡

(א) אָפּשטאַרבנדיקע פליגן טוען פאַרסַרְחְענען, און פּטרן דעם אַפּטייקערס שמעקעדיקן שמן — און אַ ביסינקע שטות וועגט דאָך איבער חכמה מיט כבוד:

(ב) די האַרץ באַ אַ חכם איז געווענדט צו די רעכטע האַנט באַ עם, און די האַרץ באַ אַ נאַר צו די לינקע האַנט זײַנע:

(ג) אויכעט אונטערוועגנס, אַז דער נאַר גייט⸗זאַך, פעלט וואָס באַ עם אין מח, טוט ער דאַווײַלע אַלעמען במילא אַ זאָג טאָן אַז אַ נאַר איז ער פאָרט:

(ד) טאָמער וועקט⸗זאַך אוף אַף דיר דעם געוועלטיקערס אַ רוגזא, פאַרלאָז דען ניט גלײַך דײַן אָרט, ווײַלע איידעלע רייד קענען אײַנשטילן אויך גרויסע חטאים:

(ה) פאַראַן אַזאַ שלעכטיקײַט, אַוואָס איך האָב אונטער די זון דאַזען, וואָס גייט אַרוֹיסעט פון פאַרן געוועלטיקער גלאַט ווי אַ טעות: (ו) נאַרישקײַט טרעפט מען אין אַ סך הויכע ערטער, און גבירים אַזעטיקע, וואָס זיי זיצן⸗זאַך אַזש אין שפלות: (ז) געזען האָבעך אַרבעטנדיקע אַף פערד, און פּרינצן וואָס גייען⸗זאַך צופוס אַרומעט ווי אַרבעטנדיקע:

(ח) ווער ס′גראָבט אַ גרוב, אָ⸗דער וועט אַליין דאַרינען אַרײַנפאַלן, און דער וואָס ברעכט אײַנעט אַ וואַנט, עם ′עט אַ בײַס טאָן אַ שלאַנג:

(ט) ווער ס′פירט אומעט שטיינער וועט פון זיי צעקאַלעטשעט ווערן, און ווער ס′שפּאַלט אײַנעט האָלץ, אָ⸗דער וועט פונדאַפון פאַר אַ סכנה שטיין:

(י) אַז דער האַק איז אַ טעמפּער, אַז מ′האָט אים פרייער ניט פאַרשאַרפט, מוז מען דאַצו צולייגן מער כח, נײַערט אַ מעלה וואָלט געווען ער זאָל פעאיק זײַן צו טאָן מיט חכמה:

(יא) אַז דער שלאַנג טוט בײַסן אַז מען האָט עם ניט אָנגעטאָן אַ שפּרוך, האָט דער שפּרוך⸗מײַסטער גופא קיין רבותא ניט דאַבײַ:

(יב) די ווערטער פונעם חכם בריינגען חן, און די ליפּן באַ אַ נאַר וועלן עם טאָן אײַנשלינגען, (יג) אַז אָנהייבן הייבט ער אָנעט מיט שטות און אוֹיסלאָזן לאָזט ער⸗זאַך אוֹיסעט מיט גלאַט משוגעת: (יד) נאָכמער, דער נאַר פּלאַפּלט אָנעט רייד אָן אַ שיעור, נאָר וואָדען, אַז דער מענטש ווייס דאָך ניט וואָס גייט ווערן, און וואָס ס′עט אַנאָך עם זײַן — ווער′ט עם דען גיין אַ זאָג טאָן?

(טו) די האָרעוואַניע באַ אַ נאַר מאַטערט עם אַזוי אוֹיסעט, אַז ער קען אַזש אין שטאָט אַרײַן ניט טרעפן:

(טז) אַזאָכנאַזוויי דיר, אַזאַ מין לאַנד, אַוואו דער מֵלֶךְ איז גאָר אַ אינגל, און וואו די מיניסטאָרן עסן⸗זאַך אינדערפרי אָנעט: (יז) און וואויל און גוט איז דיר, אַזאַ מין לאַנד, אַוואו דער מֵלֶךְ באַ דיר איז אַ פרײַער, און די מיניסטאָרן עסן אָפּעט צו די ריכטיקע צײַט, גבורהדיק, ניט באַם אָנזשלאָקען:

(יח) אַז פון פוֹילקײַט נעמען⸗זאַך די באַלקנס פון סטאָלעוואַניע אונטערבייגן, און פון בטלנותדיקע הענט נעמט אַראָפּרינען אין שטוב אַרײַן:

(יט) אַ סעודה מאַכט מען אַף פרייען⸗זאַך, און ווײַן טוט משמח זײַן דעם לעבן, אָבער געלט איז פאָרט אָדאָס וואָס ענטפערט אַף אַלציקעדינג:

(כ) זאָלסט דעם מֵלֶךְ ניט שילטן אַפילו ניט באַ זיך אין געוויסנשאַפט, און דעם עושר זאָלסט ניט שילטן אַפילו ניט באַ זיך אין שלאָף⸗קאַמער, ווײַלע אַ פייגעלע פון הימל קען גרײַלעך דעם קול דײַנעם ווײַטער טראָגן — און אָט אַזאַ וואָס האָט פליגלען איז מסוגל אַ זאַך אוֹיסדאַציילן:

≡≡ פּרק יא ≡≡

(א) שְלַח לַחְמְךָ עַל פְּנֵי הַמַּיִם — טו אַ וואַרף דײַן ברויט איבער די וואַסערן  ווײַלע נאָך אַ פולע יאָרן וועסט איר אָפּזוכן:

(ב) אַ פּוֹתִּיקי טייל אײַנעט אַף זיבן חלקים, אַפילו אַכט, ווײַלע דו קענסט דאָך ניט וויסן אַוואָס פאַר אַ שלעכטיקײַט קען זײַן אין אַ לאַנד:

(ג) אַז די וואָלקנס ווערן אָנגעפולט, וועלן זיי דאָך אַ רעגן אוֹיסליידיקן איבערן לאַנד: און טאָמער פאַלט אײַנעט אַ בוים, צו אַף צפון צו אַף דרום צוצו, אָטאָ דאָרטן, אַוואו ער טוט פאַלן, אָדאָרטן וועט ער שוין ליגן:

(ד) דער וואָס טוט⸗זאַך כסדר אין ווינט ארײַנעט — אָ⸗דער וועט ניט פאַרזייען, און דער אַוואָס ער קוקט⸗זאַך כסדר אין די וואָלקנס אַרײַנעט — אָ⸗דער ′עט ניט אָפּקאָסען:

(ה) פּונקט אָט אַזויאָ, ווי דו ווייסט ניט מיט וואָס פאַראַ וועג די נשמה טוט⸗זאַך אַרײַנעט אין די ביינער וואָס אין בוֹיך פון אַ טראָגעדיקע, אָט אַזויאָ ווייסטו גאָרנישניט די מעשים פון גאָט, ווי אַזוי ער טוט אַלציקעדינג אוֹיספורעמען:

(ו) איז אינדערפרי גיי און פאַרזיי⸗זאַך דײַן פאַרזייען, און אין אָוונט זאָלסטע אויכעט די הענט דײַנע קין מנוחה ניט געבן, ווײַלע דו ווייסט דאָך ניט אַוועלכער פון זיי וועט געראָטן, אָ⸗דער צו אָ⸗דער, צו די ביידע וועלן גלײַך אַף גלײַך אוֹיסטויגן:

(ז) זיס איז די ליכט און צו די אויגן איז זי גוט, די זון, צו קוקן, (ח) איז אָט וואָס, אַזאָל דער מענטש אַפילו אָפּלעבן אַ פולע יאָרן זאָל ער זאַך פרייען מיט זיי אַ ל ע, פאַרגעדיינקענדיק, אַז די יאָרן פון חושך וועלן דאָך אַ סך מערער זײַן, אַז אַלציקעדינג וואָס קומט דאַנאָכדעם איז דאָך — נאַרישקײַטן, (ט) איז יונגערמאַן! פריי⸗זאַך מיט די יונגשאַפט דײַנע, און דיר אַפן האַרצן זאָל דאָך גוט זײַן אין די בחורשע יאָרן, און גיי⸗זאַך לוֹיטן חשק פונעם האַרצן און מידאַמיט אַוואָס די אויגן באַ דיר טוען זען, נאָר זײַ וויסן, אַז אַף דעם אַלעמען וועט דיר גאָט צום משפּט בריינגען: (י) און פון האַרצן נעם אַראָפּעט כעס, און שלעכטיקײַט פונעם לײַב דײַנעם, ווײַלע די קינדערשע יאָרן, און די שוואַרץ⸗האָריקע, זײַנען דאָך — נאַרישקײַטן:

≡≡ פּרק יב ≡≡

(א) טאָ געדיינק⸗זשע אינעם בורא אין די י ו נ ג ע יאָרן, נאָך איידער ס′קומט אָנעט די שלעכטע טעג און ס′קומט אָנעט אַזעטיקע יאָרן וואָס דו′סט אַף זיי זאָגן „צו זיי האָבעך גאָר קין חשק ניט“:

(ב) כל⸗זמן ס′זײַנען ניט אײַנגעפינצטערט געוואָרן די זון מיט די ליכט, און די לבנה מיט די שטערן, און די וואָלקנס קערן⸗זאַך נאָך דאַווײַלע אומעט נאָכן רעגן: (ג) אינעם טאָג ווען עס נעמען ציטערן די שומרים פון הוֹיז, עס בוקן⸗זאַך אונטער די אנשי חיל, די מאָלערינס וועלן זיצן ליידיק ווײַלע ווייניק זײַנען זיי גאָר, און פינצטער וועט זײַן די קוקערינס פון די פענצטער: (ד) און די טאָפּל⸗טירן פון מאַרק וועט מען צומאַכן, אַז דער געהילך פונעם מאָלן פאַלט אָפּעט, און מ’עט⸗זאַך אַ שטעל טאָן צום קול פון אַ פויגל, און די זינגערקעס פון לידלעך וועלן אײַנגעשטילט ווערן: (ה) אויך פון די הויכיקײַטן וועלן זיי נעמען מורא האָבן, און שוֹידער וועט אין וועג לאָקערן: דער מאַנדלבוים וועט אָבער אופבליען און דער היישעריק וועט⸗זאַך נאָכשלעפּן, דער קאַפּער⸗בלאַט אָן כח⸗גַבְֿרָא, ווײַלע דער מענטש איז דאָך אונטערוועגנס אין בית⸗עולם זײַנעם — אַמַה⸗דאָך, אַז די אבלים דרייען זיך אַפן מאַרק שוין אַרומעט: (ו) ביזקל וואַנענט ס′עט⸗זאַך ניט איבערשנײַדן די זילבערנע שטריק, און אײַנברעכן די גאָלדערנע שיסל, און צעשמעטערט ווערן דער קרוג וואָס באַם קראַן, און אַריינפאַלן צעבראָכענערהייט די ראָד אין גרוב אַרײַן, — (ז) און די שטויב קערט⸗זאַך אומעט אין די ערד אַזוי ווי ס′איז פרייער געווען, און די נשמה קערט⸗זאַך אומעט צו גאָט, אַוואָס ער האָט דאָך איר לכתחילה געגעבן, — (ח) הֶבֶֿל⸗הֲבָֿלִים, זאָגט דער קהלת, אַז ס′אַלציקעדינג — נאַרישקײַטן:

(ט) צודאַצו אַוואָס ער איז געווען אַ חכם, קהלת, וואָס ער האָט געלערנט מיטן פאָלק וויסן, וואָס ער האָט⸗זאַך אויכעט צוגעהערט און אוֹיסגעפאָרשט דעם אײַנשטעל פון משלים אָן אַ שיעור, (י) האָט ער, קהלת, זיך אַליין געסטאַרעט אָפּזוכן חשקדיקע ווערטלעך און כתבים פון גערעכטיקײַט און ווערטער פון אמת:

(יא) די ווערטער באַ חכמים זײַנען ווי טרײַב⸗שטעקעלעך, אַזוי ווי די טשוועקעס שורותווײַז פאַרקלאַפּטע פונעם מײַסטער — געמאַכט פון אַן איינאיינציקן פּאַסטעך:

(יב) נאָכמער פון דעם אַלעמען, מײַן קינד, זאָלסטע זאַך אָפּהיטן ניט מאַכן קין צופיל ספרים אָן אַ סוף, אַז צופיל אײַנגריבלען⸗זאַך מאַטערט אוֹיס דעם מענטשן:

(יג) איז סוף⸗כל⸗סוף, אַלציקעדינג האָט מען דאָך אוֹיסגעהערט, פאַר גאָט זאָלסטע מורא האָבן, זײַנע מצוות היט אָפּעט, ווײַלע אָדאָס איז דאָך דער גאַנצער בן⸗אדם: (יד) אַז צו יעדער פון די מעשים וועט דאָך קומען גאָט אָפּמשפּטן, אַף יעדער פאַרבאָרגענע זאַך, צי לטובה צי לרעה:

חזק


טבת תשע″ז

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.


Draft Bible translations into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2016).  See also RuthI KingsII Kings, Jonah, Lamentations, Daniel, and Esther.

Comments are closed.