The Book of Jonah in Lithuanian Yiddish

TRANSLATION BY DOVID KATZ


yb_jonah_web

Frontispiece by Giedrė Beconytė   שער⸗בילד פון גיעדרע בעצאָניטע 


יונה

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

☜ רות      ☜ מלכים א      ☜ מלכים ב     ☜ איכה     ☜ דניאל    ☜ אסתר

בווילנא

די פּרקים

א      ב      ג     ד

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום יונה לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; ביי די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) אַז ס′איז געווען דער דְּבַר יי באַ יוֹנָה⸗בֶּן⸗אֲמִיתַּיען, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (ב)

„הייב זאַך אופעט! אַף נִ י נְ וֵ ה זאָלסטע גיין, די גרויסע שטאָט, און טו אַקעגן איר אַרוֹיסרופן, ווײַלע די שאַלקהאַפטיקײַט אַוואָס באַ זיי איז פון פאַר מיר אַרוף!“ (ג)

האָט זיך יונה טאַקע אַ הייב אופעט געטאָן — אַף אַ נ ט ל אָ פ ן צו ווערן גאָר אין תַּ רְ שִׁ י שׁ, פון פאַר גאָט: ער איז אַראָפּ אין יָפוֹ, האָט זאַך געפונען אַ שיף וואָס אַף תרשיש: גיט ער אָפּעט שכר נסיעה, און ער איז אין איר אַראָפּעט, אַף אָנקומען מיט זיי אינאיינעם קין תרשיש — פון פאַר גאָט אַוועק. (ד) 

האָט גאָט אויפגעוואָרפן איבערן ים אַ גרויסן ווינט: איז געוואָרן אַ זאַווערוכע אַ גרויסע אַפן ים, אַז ס′האָט זאַך געדאַכט אַזש אַז די שיף קלערט זאַך אײַנברעכן: (ה) אָדאָס דאַזען, האָבן די שיפער גענומען אַ שרײַ אוֹיס טאָן, איטלעכער צו זײַן גאָט: און די כלים וואָס אין שיף האָבן זיי אין ים אַרײַנגעוואָרפן גרינגער צו מאַכן פון אַף זיי:

נערט יונה איז אַראָפּ אין די טיפענישן פון שיף: לייגט ער זאַך אַוועקעט און דרעמלט אײַנעט: (ו)

גייט צו עם צו דער קאַפּיטאַן און טוט עם אַ זאָג:

„וואָס אי′ דאָס באַ אײַך פאַראַ פּאָפן!? הייבט זאַך אופעט, רופט אוֹיסעט צום גאָט אײַערן, טאָמער ′עט דער גאָט זיך מיישב זײַן און מי′לן ניט פאַרלאָרן ווערן!“ (ז)

טוען זיי אַ זאָג איטלעכער מאַן צום חבר זײַנעם:

„איז לאָמיר גיין און מי′לן גורל וואַרפן, און מ′עט וויסן ווערי′דאָס, וואָס פון זײַנטוועגן איז אַף אונדז אָטאָ דער אומגליק“:

האָט מען אַ וואַרף געטאָן דעם גורל: און געפאַלן איז דער גורל אַף יונהן: (ח) זאָגן זיי עם:

„איז זאָגט זשע אונדז טאַקע: אַפון וועמעס וועגן איז אַף אונדז אָטאָ דער אומגליק? וואָסי′ באַ אײַך די מלאכה? און פון וואַנענט קומט איר, פון וואָס פאַראַ לאַנד? און פון וואָסאַרע פאָלק זײַט איר?“: (ט)

זאָגט ער זיי:

„אַן עִבְרִי בין איך און מורא האָב איך פאַר יי דעם גאָט פון די הימלען — אָ⸗דער, אַוואָס ער′ט סײַ דעם ים און סײַ די יבשה געמאַכט“: (י)

האָבן זיי, די מענטשן, מורא געהאַט מיט גרויס פּחד, טוען זיי אַ פרעג אָנעט באַ עם:

„איז וואָס ט′איר פאַר אַזויניקע אָ′געטאָן?“ ווײַלע דיאָ מענטשן האָבן וואוילגעוואוסט אַז פון פאַר יי אַנטלויפט ער, ווײַלע ער האָט זיי דאָס געזאָגט: (יא) איז פרעגן זיי שוין באַ עם:

„איז וואָס טוט מען דען מיט אײַך, דער ים זאָל זאַך באַ אונדז צושווײַגן, אַז דער ים גייט און ער שטורעמט זאַך נאָכמער אופעט?“ (יב)

זאָגט ער זיי:

„נעמט מיר, טוט מיר אַ הייב⸗אוף און אין ים אַרײַן וואַרפט מיר, און דער ים ′עט פון פאַר אײַך שטיל ווערן, ווײַלע כ′ווייס אַז פון מײַנטוועגן איז אַף אײַך אָטאָ דיאָ גרויסע זאַווערוכע“: (יג)

האָבן זיי גערודערט, דיאָ מענטשן, זאַך אומקערן צו די יבשה, האָבן זיי אָבער ניט געקענט, ווײַלע דער ים האַלט אין אופשטורעמען זאַך אַף זיי: (יד) האָבן זיי אַרוֹיסגערופן צו יי, און האָבן געזאָגט: (טו)

„אָנָּה יי: לאָז אונדז ניט אָנגעוואָרן ווערן פאַרן לעבן פון אָדעם מענטשן: לייג ניט אַף אונדז קין אומשולדיקע בלוט, ווײַלע דו ביסט דאָך גאָט, און אָט אַזוי ווי דו′סט געוועלט, אָט אַזויאָ ′סטע געמאַכט“: (טו)

האָבן זיי יונהן אַ הייב⸗אוף געטאָן און עם אַרײַנגעוואָרפן אין ים אַרײַן: און אָט טוט דער ים אַ שטעל⸗אָפּעט פון די רוגזא זײַנע: (טז) איז מורא האָבן, האָבן די מענטשן גרויס מורא געהאַט פאַר יי, האָבן זיי אַ קרבן געבראַכט פון פאַר יי און נדרים גענָדְרט:

≡≡ פּרק ב ≡≡ 

(א) האָט אָבער יי אָנגעגרייט אַ גרויסן פיש אַף אײַנשלינגען יונהן: און יונה איז אין די געדיירים פון פיש געבליבן דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט: (ב) און פון די געדיירים פונעם פיש האָט יונה אַ תפילה געטאָן צו יי זײַן גאָט, (ג) אַזוי זאָגנדיק:

„אַרוֹיסגערופן האָב איך אין די צרה וואָס אַף מיר, צו יי, און ער′ט מיר געענטפערט:

„פון בוֹיך פון אַ תהום זיך אײַנגעבעטן ראַטעווען, און דו′סט מײַן קול געהערט: (ד) 

„האָסטע מיר אַ וואַרף געטאָן אין טיפעניש אַרײַן, אין סאַמע האַרץ פון די ימען: און דער שטראָם האָט מיר אַרומגערינגלט, דײַנע אינדן און כוואַליעס זײַנען אַף מיר אַריבער: (ה) 

„געזאָגט האָב′עך, אַז פאַרטריבן בינ′עך פון פאַר דײַנע אויגן: פונדעסטוועגן ל′איך פאָרט נאָך לוגן אין היכל פון דײַן בית המקדש: (ו) 

„אַז אײַנגעוויקלט ביזן קוויק האָבן מיר די וואַסערן, און אַרומגערינגלט האָט מיר אַ תהום: אַזש די ים⸗אײַער האָבן מיר די קאָפּ געבונדן: (ז) אַראָפּ בינ′עך אין גרונט פון די בערג: די ערד האָט אירע ריגלען צוגעשלאָסן פאַר מיר ביז אַף אייביק: און האָסט מיר אַזש פון קבר אַרוֹיסגעהויבן דעם לעבן מײַנעם, אָ, יי, מײַן גאָט: (ח)

„אַז די לײַב איז אַף מיר שטאַר געוואָרן האָב איך זיך פאַרגעדיינקט אין יי: צו דיר איז די תפילה מײַנע אָנגעקומען אַזש אין היכל פון דײַן מקדש: (ט) 

„אָדי וואָס הבל⸗הבלים היטן זיי אופעט, אַזיי ′עט די באַרעמדיקײַט פאַרלאָזן: (י) אָבער איך מיטן קול פון אָפּדאַנקונג וועל דיר מײַן קרבן מקריב זײַן: אַוואָס איך האָב גענָדרט וועל איך דאָך באַצאָלן, ווײַלע פון גאָט קומט דאָך די ישועה“: (יא)

האָט גאָט מיטן פיש גערעדט, און ער האָט אוֹיסגעשפּויגן יונהן אַף די יבשה אַרוף:

≡≡ פּרק ג ≡≡ 

(א) אַז ס′איז אַ צ וו יי ט ן מאָל געווען באַ יונהן דער דְּבַר יי, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (ב)

„הייב זאַך אופעט! אַף נִינְוֵה זאָלסטע גיין, די גרויסע שטאָט, און טו אַקעגן איר אַרוֹיסרופן דעם קולקורא, אַוואָס איך וועל דיר זאָגן“, (ג)

האָט זיך יונה טאַקע אַ הייב אופעט געטאָן און איז געפאָרן — אַף נִ י נְ וֵ ה, לוֹיטן דְּבַר יי.

איז נינוה אַ גרויסע שטאָט געווען פון פאַר גאָט, דרײַ טעג אַ מהלך: (ד) אַז יונה האָט גענומען אין שטאָט אַרײַן גיין, אַ טאָג דער מהלך, האָט ער אַרוֹיסגערופן אַזאָגטאָנדיק: 

„נאָך פערציק טעג און נינוה ווערט איבערגעקערט!“ (ה)

און די מענטשן פון נינוה האָבן געגלייבט אין גאָט און האָבן אַ תענית אַרוֹיסגערופן און האָבן זיך מיט זאַק⸗לײַוונט אָנגעטאָן, אַזש פון גרעסטן ביזקל דעם קלענסטן: (ו) דאַגייט די זאַך צום נינווהר מלך, טוט ער זיך אַ הייב⸗אופעט פונעם טראָן, נעמט זאַך אַראָפּעט די מלכותדיקע פּעלערינע, באַדעקט זאַך מיט זאַק⸗לײַוונט, און זעצט זיך אַף אַש אַוועקעט: (ז) און ער האָט געלאָזן געבן אַן אוֹיסשרײַ אין נינוה פון מלכס וועגן, און זײַנע גדולים וועגן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: 

„קיין שום מענטש, בהמה, רינד, און שעפּס, זאָל קיין שום זאַך ניט פאַרזוכן, ניט פּאַשען זאַך, און וואַסער זאָלן זיי ניט טרינקען, (ח) נאָר וואָדען, זיי זאָלן זאַך באַדעקן מיט זאַק⸗לײַוונט, אַ מענטש און אַ בהמה גלײַך אַף גלײַך: און אַז מ′וועט אַרוֹיסרופן צו גאָט גבורותדיק, אַז איטלעכער מענטש זאָל זאַך אומקערן פון שלעכטן וועג און פון די גאַנצע גזילות וואָס באַ זיי אין די הענט, (ט) איז ווער ווייס, אפשר וועט זאַך דער גאָט מיישב זײַן און רחמנות האָבן, ער זאָל זאַך אַף קאַריק קערן פון זײַן גרימצאָרן, און מיר וועלן ניט פאַרפאַלן ווערן“:

(י) האָט זיך גאָט צוגעקוקט צו די מעשים זייערע, אַז זיי האָבן זיך אַף קאַריק געקערט פון זייער שלעכן וועג, און גאָט האָט רחמנות געהאַט וואָס איז שייך דעם גרויסן אומגליק אַוואָס ער האָט דאַוועגן גערעדט, אַז ער וועט זיי אָפּטאָן, האָט ער עס ניט אָפּגעטאָן:

≡≡ פּרק ד ≡≡ 

(א) יונהן איז בעת⸗מעשה ניט⸗גוט געוואָרן, שלעכט ממש, און ס′האָט עם געגרימט: (ב) האָט ער גענומען תפילה טאָן פון פאַר גאָט, אָטאַזויאָ זאָגנדיק:

„אָנָּה יי! צו אי′ דאָס ניט די רייד מײַנע, זײַענדיק נאָך אין אייגענעם לאַנד? פאַרדאַפאַר בין איך לכתחילה געגאַנגען מאַכן דעם ויברח קין תרשיש! כ′אָ דאָך געוואוסט, אַז דו בינסט דאָך אַן אֵל רַחוּם וְחַנּוּן, אֶרֶךְ אַפַּיִם וְרַב חֶסֶד, און אַז דו′סט חרטה האָבן אָנעם אומגליק: (ג) איז איצטעראָ, יי, נעם זשע באַ מיר צו דעם לעבן, ווײַלע מיר איז בעסער כ′זאָל שטאַרבן איידער כ′זאָל לעבן“:

(ד) זאָגט עם גאָט: 

„טוסט דען גוט, אַז בינסט אַזוי אין כעס?“ (ה)

איז יונה פון שטאָט אַרוֹיסגעגאַנגען, זיצט ער זיך פון פאַרן שטאָט, צו מזרח צו, און ער מאַכט זיך אָדאָרטנאָ אַ סוכה, און זעצט זאַך אונטער איר אַוועקעט, אינעם שאָטן, ביזקל וואַנענט ער וועט ניט זען וואָס ט′צאַך אין שטאָט אָפּטאָן: (ו) 

האָט אָבער יי אלהים אָנגעגרייט אַ גרויסן קִקָיוֹן⸗ביימל, און עם אַרופגעהויבן פון איבער יונהן, פאַר אַ שאָטן אַף זײַן קאָפּ, עם אָפּראַטעווען פון די שלעכטיקײַט וואָס אַף עם, און יונה האָט זאַך מיטן קִקָיוֹן⸗ביימל דאַפרייט, אַ גרויסע פרייד: (ז)

האָט אָבער גאָט אָנגעגרייט אַ ווערעמל: באַם אופגיין פונעם מאָרגנשטערן אינדערפרי האָט עס געמזיקט דעם קִקָיוֹן⸗ביימל און ער האָט זאַך אוֹיסגעטריקנט: (ח)

אַז די זון האָט גענומען אופגיין, האָט אָבער גאָט אָנגעגרייט אַן אָסיענדיקן חמימה⸗ווינט פון מזרח, און די זון⸗היץ האָט געמזיקט יונהן אין קאָפּ און ער האָט גענומען אַוועקחלשן: און ער האָט געבעטן באַ די נשמה ער זאָל שטאַרבן, אַזאָגטאָנדיק: 

„אַז בעסער איז מײַן שטאַרבן איידער מײַן לעבן“: (ט) 

איז טוט גאָט אַ זאָג יונהן: 

„איז האָסטע גוט געטאָן וואָס בינסט אין כעס געוואָרן איבערן קִקָיוֹן⸗ביימל?“ (י)

זאָגט יונה: 

„אַז איך טו גוט, וואָס איך בין אין כעס ביזקל צום טויט“:

זאָגט גאָט:

„אַז ד ו האָסט געזשאַלעוועט דעם קִקָיוֹן⸗ביימל, אַוואָס דו′סט ניט געהאָרעוועט אַפדערוף, האָסטעך עם ניט געהאָדעוועט, מה⸗דאָך, ער איז גלאַט אַף איין נאַכט געווען, און אַף איין נאַכט פאַרלאָרן געגאַנגען, (יא) און א י ך זאָל קין רחמנות ניט האָבן אַף נינוה, די גרויסע שטאָט אַוואו פאַראַן זײַנען אַמער ווי צוועלף מאָל צען טוֹיזנט בני אדם, אַוואָס זיי ווייסן ניט דעם חילוק פון רעכטן האַנט ביזקל′ען לינקן? — און צודאַצו אָן אַ שיעור בהמות“:

חזק

רות     ☜ מלכים א     ☜ מלכים ב     ☜ איכה     ☜ אסתר      ☜ דניאל


אַ האַרציקן יישר⸗כח: מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) פאַר זיינע תיקונים און פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די גאַנצע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין. 


Draft translation into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2016).  See also RuthI KingsII Kings, Lamentations, Daniel and Esther.

Comments are closed.