◊
translated from the Biblical Hebrew by
Dovid Katz
Vilnius, Lithuania & North Wales, UK
◊
part of a project of Bible translation into Lithuanian Yiddish
Last updated: 2023
◊
Dedicated to
Prof. Robert D. King
(1936 – 2023)
◊
מﬥﬤיﬦ ב
תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:
הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס
◊
בוויﬥנא
◊
◊
די פּרקים
א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה
הערה: אין אָט דעם תרגום מלכים לייענט זיך וי — [עי]; בשעת וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב, בעת אַ טוֹיב פליט אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש.
☜ מלכים א
◊
(א) מואב האָט דאַמאָלסט מורד געווען אין ישראל. אַנאָכן טויט פון אַחְאָבן.
(ב) אַז אֲחַזְיָה איז אַראָפּגעפאַלן, אין שוֹמרוֹן, אַדוך אַ געפלאָכטענע גראַטע וואָס אַפן בוידים, און איז קראַנק געווען, האָט ער אַוועקגעשיקט שלוחים און האָט זיי געטאָן זאָגן: „גייט זשע און פרעגט אוֹיסעט באַ בַּעַל⸗זְבוּב גאָט פון עֶקְרוֹן צי וועל איך מײַן קראַנקשאַפט איבערלעבן“.
(ג) האָט אַ מלאך פון יי מיט אֵלִיָּהוּ הַתִּשְׁבִּין גערעדט: „שטיי אופעט גיי אַרופעט, אָנטרעפנדיק די שלוחים פון מלך שוֹמרוֹן, און רייד מיט זיי: ,צי איז דען ווײַלע אין ישראל איז קין גאָט ניטאָ אַז איר גייט אוֹיספרעגן בַּעַל⸗זְבוּב גאָט פון עֶקְרוֹן? (ד) דרום אָט אַזוי זאָגט יי: די בעט, וואָס אַף איר ביסטו אַרופעט ′עסטו פון איר ניט אַראָפּעט. נאָר וואָדען: שטאַרבן וועסטו אַוועקשטאַרבןʻ.“ און אליהו איז אַוועק.
(ה) אַז ס′האָבן זיך צו עם אומגעקערט די שלוחים, זאָגט ער זיי: „אַוואָס אי′ דאָס, איר ד′זאַך אומגעקערט?“ (ו) זאָגן זיי עם: „אַ מענטש איז אַרוף, אונדז אָנטרעפנדיק, זאָגט ער אונדז: ,גייט אײַך קערט זיך אומעט צום מלך וואָס ט′אײַך געשיקט, און רעדט מיט עם — אָט אַזוי זאָגט יי: צי איז דען ווײַלע אין ישראל איז קין גאָט ניטאָ אַז איר גייט אוֹיספרעגן בַּעַל⸗זְבוּב גאָט פון עֶקְרוֹן? דרום די בעט, וואָס אַף איר זײַט איר אַרופעט ט′יר פון איר ניט אַראָפּעט. נאָר וואָדען: שטאַרבן ט′יר אַוועקשטאַרבןʻ.“
(ז) האָט ער מיט זיי גערעדט: „אַוואָסערער איז דער מענטש וואָס איז אַרוף אײַך אָנטרעפן און האָט מיט אײַך גערעדט אָטאָ דיאָ רייד?“ (ח) זאָגן זיי עם: „אַ מענטש אַ האָריקער! מיט אַ פעלענעם גאַרטל באַ עם אָנגעגורט אַף די לענדן!“ טוט ער אַ זאָג: אֵלִיָּהוּ הַתִּשְׁבִּי אי′ דאָס!“
(ט) שיקט ער צו עם צו אַ קאַפּיטאַן⸗פופציק, אינאיינעם מיט זײַנע פופציק מאַן, גייט ער צו עם אַרופעט. און אָט זיצט ער זיך אַפן שפּיץ באַרג, נעמט ער מיט עם ריידן: „איש אלהים! דער מלך האָט געזאָגט — אַראָפּעט!“
(י) האָט ער געענטפערט, אליהו, און געזאָגט דעם קאַפּיטאַן⸗פופציק: „און אויבע אַן איש אלהים בין איך, טאָ זאָל פון הימל אַראָפּ אַ פײַער, און אײַך מיט אײַערע פופציק ט′ער אופפרעסן“. איז אַ פײַער אַראָפּ פון הימל און האָט עם מיט זײַנע פופציק אופגעפרעסן.
(יא) גייט ער ווידעראַמאָל און שיקט עם אָנעט אַן אַנדער קאַפּיטאַן⸗פופציק מיט זײַנע פופציק מאַן. איז ער אַרוף און האָט גענומען ריידן מיט עם: „איש אלהים! דער מלך האָט גערעדט! גיכער! אַראָפּעט!“
(יב) האָט ער געענטפערט, אליהו, און געזאָגם דעם קאַפּיטאַן⸗פופציק: „און אויבע אַן איש אלהים בין איך, טאָ זאָל פון הימל אַראָפּ אַ פײַער, און אײַך מיט אײַערע פופציק ט′ער אופפרעסן“. איז אַ פײַער אַראָפּ פון הימל און האָט עם מיט זײַנע פופציק אופגעפרעסן.
(יג) גייט ער ווידעראַמאָל און שיקט עם אָנעט אַ דריטן קאַפּיטאַן⸗פופציק מיט זײַנע פופציק מאַן. אַז ער איז אַרוף, דער דריטער קאַפּיטאַן⸗פופציק, איז ער צוגעקומען און זיך צוגעבוקט אַף די קני אַקעגנאיבער אליהון, און האָט פאַר עם תחינה געטאָן, אַזאָגטאָנדיק: „איש אלהים! זאָל ווערטהאַפטיק באַ אײַך אין די אויגן זײַן דער לעבן מײַנער און דער לעבן פון אָטאָ די פופציק מאַן, אײַערע געטרײַע! (יד) אָט איז דאָך פון הימל אַראָפּ אַ פײַער און ט′אופגעפרעסן די ביידע פרייערדיקע פופציקער⸗קאַפּיטאַנען, אינאיינעם מיט זייערע פופציקער. איז איצטערטאָ זאָל זשע ווערטהאַפטיק זײַן מײַן לעבן באַ אײַך אין די אויגן.“
(טו) האָט מיט אליהון אַ מלאך יי גערעדט: „גיי זשע מיט עם אַראָפּעט. האָב פאַר עם ק′מורא ניט.“ האָט ער זיך אופגעהויבן און איז מיט עם אַראָפּגעגאַנגען צום מלך, (טז) און האָט מיט עם גערעדט: „אָט אַזוי זאָגט יי: מחמת דעם וואָס דו האָסט שלוחים געשיקט אוֹיספרעגן באַם גאָט פון עקרון, באַ בַּעַל⸗זְבוּבן, צי איז דען ווײַלע אין ישראל איז קין גאָט ניטאָ אוֹיספרעגן אַף זיין וואָרט? דרום די בעט, וואָס אַף איר ביסט אַרופעט, וועסטו פון איר ניט אַראָפּעט. נאָר וואָדען: שטאַרבן וועסטו אַוועקשטאַרבן.“
(יז) איז ער געשטאָרבן וועדליק גאָטס וואָרט וואָס ס′האָט אליהו גערעדט.
און יְהוֹרָם [זיין ברודער] האָט געקיניגט אַף זיין אָרט ווײַלע קין זון איז באַ עם ניט געווען — אין צווייטן יאָר פון יְהוֹרָם⸗בֶּן⸗יְהוֹשָׁפָט מלך יהודה.
(יח) און די איבעריקע זאַכן וועגן אֲחַזְיָהוּן, אַוואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעﬦ ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“?
◊
(א) ס′געווען אַזוי. אַז ס′האָט געהאַלטן באַ גאָטס אופהייבן אליהן אַפן הימל אַרוף אין אַ שטורעם⸗ווינט — אליהו גייט זיך, מיט אלישען, פונעם גִּלְגָּל, (ב) טוט אליהו אלישען אַ זאָג: „בלײַב זשע אָטאָ דאָ אָ, ווײַלע גאָט ט′מיר אַף בֵּית⸗אֵל צוגעשיקט“. זאָגט אלישע: „ווי גאָט לעבט! אַף אײַער לעבן, אויבע איכ′ל אײַך פאַרלאָזן!“
זײַנען זיי אַוועק, אַראָפּצוצו אַף בֵּית⸗אֵל.
(ג) צו אלישען זײַנען אַרוֹיס די בני⸗הנביאים וואָס אין בֵּית⸗אֵל און עם געזאָגט: „איר ווייסט דען, אַז באַם הײַנטיקן טאָג ′עט גאָט צונעמען אײַער האַר פון איבער אײַך?“ זאָגט ער זיי: „יע, כ′האָב אויכעט געוואוסט. שאַט!“
(ד) טוט אליהו אלישען אַ זאָג: „בלײַב זשע אָטאָ דאָ אָ, ווײַלע גאָט ט′מיר אַף יריחו צוגעשיקט“. זאָגט ער: „ווי גאָט לעבט! אַף אײַער לעבן, אויבע איכ′ל אײַך פאַרלאָזן!“ זײַנען זיי אַוועק.
זיי זײַנען אָנגעקומען אין יריחו.
(ה) צו אלישען האָבן אָנגעטראָפן די בני⸗הנביאים וואָס אין יריחו און עם געזאָגט: „איר ווייסט דען, אַ′ באַם הײַנטיקן טאָג ′עט גאָט צונעמען אײַער האַר פון איבער אײַך?“ זאָגט ער זיי: „יע, כ′האָב אויכעט געוואוסט. שאַט!“
(ו) טוט עם אליהו אַ זאָג: „בלײַב זשע אָטאָ דאָ אָ, ווײַלע גאָט ט′מיר צום ירדן צוגעשיקט“. זאָגט ער: „ווי גאָט לעבט! אַף אײַער לעבן, אויבע איכ′ל אײַך פאַרלאָזן!“
זײַנען זיי זאַלבעצווייט געגאַנגען.
(ז) און פופציק מאַן פון די בני⸗הנביאים זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך אָפּגעשטעלט אַקעגנאיבער, פונדערווײַטנס.
זיי ביידע זײַנען זיך באַם ירדן געשטאַנען.
(ח) האָט אליהו גענומען זײַן מאַנטל און האָט עם אײַנגעראָלעט. ער האָט מיט עם אַ שלאָג געטאָן אין וואַסער, האָבן זיי זיך צעטיילט אַף אַהין און אַהער. זיי זײַנען אַף אַ יבשה זאַלבעצווייט אַריבער.
(ט) ס′געווען אַזוי. באַם אַריבערגיין האָט אליהו אלישען געזאָגט: „זאָג זשע, וואָס זאָל איך פון דײַנטוועגן טאָן איידער כ′ל פון דיר גענומען ווערן?“ האָט געזאָגט אלישע: „זאָל מיר אַ צווייאיקע מאָס פון אייער גײַסט זיין.“ (י) זאָגט ער עם: „אַ האַרבע זאַך האָסטע געבעטן! טאָמער וועסט מיר זען גענומען ווערנדיק פון דיר וועט דיר אָט אַזוי אָ זײַן. און אַניט, וועט עס ניט זײַן.“
(יא) ס′געווען אַזוי, אָט גייען זיי זיך, מ′גייט און מ′רעדט, און אָט קומט אָ פײַערדיקע קאַרעטע מיט פײַערדיקע פערד און צעשיידט זיי. און אליהו איז מיט אַ שטורעם⸗ווינט אין הימל אַרוף. (יב) און אלישע קוקט זיך אײַנעט און שרײַט אוֹיסעט: „מײַן טאַטע, מײַן טאַטע. מרכבה פון ישראל און זײַנע בעלי⸗מרכבה“.
מער האָט ער עם ניט געזען.
ער האָט אַ כאַפּ געטאָן זײַנע בגדים און זיי צעריסן אין צווייען. (יג) און ער האָט אופגעהויבן אליהוס מאַנטל וואָס איז פון עם אַראָפּגעפאַלן. ער האָט זיך אומגעקערט און איז געשטאַנען באַם ברעג פונעם ירדן. (יד) דעם מאַנטל, אליהוס, וואָס איז פון עם אַראָפּגעפאַלן האָט ער גענומען און אַ שלאָג געטאָן אין וואַסער. זאָגט ער: „אַוואו איז יי, גאָט פון אליהו, דווקא אָטאָ דער?“ האָט ער אַ שלאָג געטאָן אין וואַסער און זיי האָבן זיך צעטיילט אַף אַהין און אַהער.
און אלישע איז אַריבער. (טו) האָבן עם דערזען די בני⸗הנביאים וואָס פון יריחו, פון קעגנאיבער, האָבן זיי געזאָגט: „דער רוח אליהו טוט רוען אַף אלישען“. זײַנען זיי צו צו עם, און זיך צוגעבוקט צו דער ערד.
(טז) זאָגן זיי עם: „אָט אי′ דאָ מיט אײַערע געטרײַע פופציק חַיִלס⸗לײַט, טאָ זאָלן זיי גיין און זוכן אײַער האַר, טאָמער האָט עם ניט אָפּגעטראָגן אַ רוח יי און עם אַראָפּגעוואָרפן אין איינעם פון די בערג, אָדער אין איינעם פון די טאָלן.“ זאָגט ער: „שיקט ניט!“ (יז) האָבן זיי זיך פאַר עם אײַנגעשפּאַרט ביזקל וואַנענט ער האָט זיך געשעמט און געזאָגט: „שיקט!“ האָבן זיי געשיקט די פופציק מאַן. זיי האָבן דרײַ טעג געזוכט. זיי האָבן עם פאָרט ניט געפונען.
(יח) אַז זיי האָבן זיך צו עם אומגעקערט, ער איז דאַמאָלסט אין יריחו געווען, האָט ער זיי געזאָגט: „צי האָב איך אײַך דען ניט געזאָגט: ,גייט ניטʻ?“
(יט) אַז שטאָטסלײַט האָבן אלישען געזאָגט: „אַ′ דער אָרט פון שטאָט איז אַ גוטער, זעט דאָך מײַן האַר, נאָר די וואַסער איז שלעכט און די לאַנד מַפְּלט אָפּעט“, (כ) האָט ער זיי געזאָגט: „ברענגט מיר אַ נײַע גלאָז און טוט אָדאָרטן אַרײַנעט זאַלץ“. האָט מען עם געבראַכט. (כא) איז ער אַוועק צום וואַסער⸗קוואַל און אַרײַנגעשאָטן די זאַלץ און גענומען ריידן: „אָט אַזויאָ זאָגט גאָט: ,אָטאָ דיאָ וואַסערן האָב איך אוֹיסגעהיילט, פון דאַנענט ′עט מער קיין טויט און מַפְּלעניש ניט זײַןʻ.“ (כב) און די וואַסער איז אוֹיסגעהיילט געוואָרן, אַזש ביז אין הײַנטיקן טאָג, וועדליק דעם וואָרט פון אלישען, וואָס ער האָט גערעדט.
(כג) פון אָדאָרטן איז ער אַרוף אַף בֵּית⸗אֵל. ער גייט אַרופעט אין וועג, און קליינינקע בחורימלעך וואָס זײַנען אַרוֹיס פון שטאָט האָבן עם אוֹיסגעלאַכט: „אַוועק פון דאַנענט, פּליכעוואַטער! אַוועק פון דאַנענט, פּליכעוואַטער!“ (כד) קערט ער זיך אומעט און דערזעט זיי, שילט ער זיי אין נאָמען פון יי. זײַנען פון וואַלד אַרוֹיס צוויי בערעכעס און פארצוקט פון זיי פערציק⸗צוויי קינדער.
(כה) פון אָדאָרטן איז ער אַוועק אַפן הַר הַכַּרְמֶל. און פון אָדאָרטן האָט ער זיך אומגעקערט אין שוֹמרוֹן.
◊
(א) יְהוֹרָם, דער זון פון אַחְאָבן, האָט געקיניגט איבער ישראל אין שוֹמרוֹן, אין אַכצעטן יאָר פון יְהוֹשָׁפָט מלך יהודה. צוועלף יאָר האָט ער געקיניגט. (ב) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, נאָר וואָדען, ניט אַזוי ווי זײַן פאָטער און זײַן מוטער. ער האָט אַראָפּגענומען דעם זײַלשטיין פונעם בַּעַל וואָס ס′האָט געמאַכט זײַן פאָטער. (ג) נײַערט צום זינדיקן וועג פון יְרָבְעָם⸗בֶּן⸗נְבָט, וואָס ער האָט דערמיט זינדיקגעמאַכט ישראל האָט ער זיך צוגעטשעפּעט, און זיך פונדערפון ניט אָפּגעטרייסלט.
(ד) מֵישַׁע, דער מלך פון מוֹאָב, איז געווען אַ שעפּסן⸗האָדעווער און פלעגט אָפּצאָלן דעם מלך פון ישראל מַס, הונדערט טויזנט לעמער און די וואָל פון הונדערט טויזנט ווידער.
(ה) ס′געווען אַזוי. באַ דער אָפּשטאַרבונג פון אַחְאָבן, האָט דער מלך מוֹאָב מורד געווען אינעם מלך ישראל. (ו) אין אָטאָ דעם טאָג איז אַרוֹיס דער מלך פון שומרון און האָט גאַנץ ישראל אופגעציילט. (ז) איז ער געגאַנגען אַוועקשיקן יְהוֹשָׁפָטן, דעם מלך פון יהודה, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (ח) „דער מלך מואב האָט אין מיר מורד געווען. ט′איר מיט מיר מיטגיין אין מואב אַף מלחמה?“ זאָגט ער עם: „איך וועל אַרופגיין. אַזוי ווי באַ אײַך אַזוי באַ מיר. אַזוי ווי באַ אײַער פאָלק אַזוי מײַן פאָלק, אַזוי ווי מײַנע פערד אַזוי אײַערע פערד.“ (ח) זאָגט ער עם: „מיט אַוועלכן וועג ט′מען אַרוף?“ זאָגט ער עם: „מיטן דֶּרֶך מִדְבַּר⸗אֱדוֹם.“
(ט) איז געגאַנגען דער מלך ישראל מיטן מלך יהודה מיטן מלך אדום, און זיי זײַנען אַרומענאַרום געגאַנגען, אַ מהלך זיבן טעג, און ס′איז ניט געווען קין וואַסער פאַר דער מחנה און צו די בהמות וואָס הינטער זיי. (י) האָט געזאָגט דער מלך ישראל: „אַזאָכנאַזוויי צו אונדז, אַז גאָט האָט גערופן אָטאָ די דרײַ מלכים זיי איבערגעבן אין האַנט פון מואב.“ (יא) האָט יְהוֹשָׁפָט געזאָגט: „אַדאָ איז ניטאָ גאָטס אַ נָבִיא, און מי′לן אוֹיספרעגן באַ עם גאָט?“ האָט געענטפערט איינער פון די אַרבעטער פונעם מלך ישראל, ער האָט געזאָגט: „אָדאָ אי′ דאָ אֳלִישָׁע⸗בֶּן⸗שָׁפָט וואָס האָט מיט וואַסער געוואַשן די הענט פון אֵלִיָּהו⸗הַנָּבִיאן!“ (יב) זאָגט יְהוֹשָׁפָט: „באַ עם איז דאָ דער דְּבַר יי!“ זײַנען זיי צו עם אַראָפּעט — דער מלך ישראל, יְהוֹשָׁפָט, מיטן מלך אֱדוֹם.
(יג) דעם מלך ישראל האָט אלישע געזאָגט: „אַוואָס האָב איך מיט אײַך אַ שײַכות? טאָ גייט צו די נביאים פון אײַער פאָטער און צו די נביאים פון אײַער מוטער!“
זאָגט עם דער מלך ישראל: „לֹא⸗מיט⸗אַן⸗אַלֶף, אַז גאָט האָט צונויפגערופן אַזש אָטאָ די מלכים זאַלבעדריט זיי אָפּגעבן אין האַנט פון מוֹאָב!“
(יד) זאָגט אלישע: „אָט ווי ס′לעבט יי צְבָאוֹת וואָס פאַר עם בין איך געשטאַנען, ווען איך זשאַלעווע ניט די דאָאיקײַט פון יְהוֹשָׁפָט⸗מֶלֶךְ⸗יְהוּדָה אַז איך זאָל אַף אײַך לוגן און אײַך זען! (טו) איז איצטערטאָ ברענגט מיר אַ כְּלֶיזְמֶר.“ ס′פלעגט זײַן, אַז דער כְּלֶיזְמֶר האָט געכְּלֶיזְמֶרְט, איז באַ עם געווען דער יַד יי.
(טז) און ער האָט געזאָגט: „אָט אַזויאָ זאָגט גאָט: ,אָטאָ דער וואַדע⸗טאָל וועט קאַלוזשעס⸗קאַלוזשעס אופטראָגןʻ. (יז) ווײַלע אָט אַזויאָ זאָגט גאָט: ,אַז איר′ט ניט זען קין ווינט און ניט זען קין רעגן, און אָטאָ דער וואַדע⸗טאָל ′עט זיך אָנפילן מיט וואַסער און איר′ט טרינקען, איר מיט אײַערע סטאַדעס מיט אײַערע טשערעדעס (יח) אַ′ דאָס איז באַ גאָט אַ קלייניקײַט ′עט ער אַוודאי געבן מוֹאָב אין אײַערע הענט. (יט) נאָר וואָס, איר זאָלט מאַכן אַ תל פון אַיעדער אַרומגעמוֹיערטער שטאָט, פון אַיעדער אוֹיסגעקליבענער שטאָט. אַיעדער גוטן בוים זאָלט איר אײַנוואַרפן. אַיעדער וואַסער⸗קוואַל זאָלט איר פאַרשטאָפּן. אַיעדער פאַרזייטע פעלד קאַלע מאַכן מיט שטיינער.
(כ) ס′איז געווען אַזוי. אינדערפרי, אין דער צײַט ווען מ′פלעגט אופברענגען דעם קרבן מנחה, און די וואַסערן קומען אָנעט פון זײַט פון אֱדוֹם, און די ערד איז פול געווען מיט די וואַסער, (כא) און די גאַנצע מוֹאָבער האָבן געהערט אַז די מלכים זײַנען געקומען קעגן זיי מלחמה האַלטן, האָט מען אופגערופן אַיעדער איינעם וואָס גורט זיך אָן אַ שווערד, און נאָך עלטער, און זיי האָבן זיך אַוועקגעשטעלט באַם גרעניץ. (כב) כאַפּן זיי זיך אופעט אינדערפרי, און די זון האָט געשײַנט אַפן וואַסער און די מוֹאָבער אַנטקעגן האָבן דערזען די וואַסערן רויטע ווי בלוט, (כג) האָבן זיי זיך געזאָגט: „אַ′ בלוט אי′ דאָס! אין אַ חורבן זײַנען זיי חרוב געוואָרן, די מלכים! איינער דעם אַנדערן דאַהַרְגעט! צום זאַק⸗רויב, מוֹאָב!“
(כד) אַז זיי זײַנען אָנגעקומען אין מחנה פון ישראל, זײַנען זיי אופגעשפּרונגען, די ישראלים, און זיי צעמַכּהט, און זיי זײַנען פון פאַר זיי אַנטלאָפן געוואָרן. איז מען באַ זיי אַרײַן און מוֹאָב צעשמעטערט: (כה) חרוב⸗מאַכנדיק די שטעט; אָנפילנדיק איטלעכע גוטע נחלה אַיעדערער מיט זײַן שטיין; פאַרשטאָפּנדיק איטלעכן וואַסער⸗קוואַל; אַראָפּהאַקנדיק איטלעכן גוטן בוים, איבערלאָזנדיק נײַערט די שטיינער פון קִיר⸗חֲרֶשֶׂת, אַוואו ס′האָבן אוֹיסגעשלאָגן און אײַנגעוואָרפן די שלײַדער⸗וואַרפער.
(כו) דער מלך מוֹאָב האָט אײַנגעזען אַז די מלחמה האָט עם איבערגעשטאַרקט. האָט ער מיט זיך גענומען זיבן הונדערט מאַן וואָס קענען אוֹיסציען אַ שווערד, כדי מיט זיי אוֹיסשפּאַלטן אַ וואַרע צום מלך אֱדוֹם. זיי האָבן אָבער ניט געיָכלט. (כז) האָט ער גענומען זײַן זון דעם בכור וואָס האָט געזאָלט אַף זײַן אָרט קיניגן, און עם אַרופגעבראַכט אַ קרבן אַפן שטאָט⸗מוֹיער.
און ס′געווען אַ גרויסער גרימצאָרן קעגן ישראל. האָבן זיי זיך אַוועקגעצויגן פונדערפון און האָבן זיך אין ארץ ישראל אומגעקערט.
◊
(א) איינע אַ פרוֹי, פון די ווײַבער באַ די בני⸗הנביאים, האָט פאַר אלישען אוֹיסגעשריען, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אײַער געטרײַער, מײַן מאַן, איז געשטאָרבן, איר ווייסט דאָך אַז אײַער געטרײַער איז געווען אַ יְרֵא אֱלֹהִים, און דער בעל⸗חוב איז געקומען צונעמען מײַנע צוויי קינדער פאַר קנעכט.“
(ב) זאָגט איר אלישע: „איז וואָזשע קען איך אײַך טאָן? זאָגט זשע, וואָס אי′ באַ אײַך אין שטוב פאַראַן?“ זאָגט זי: „גאָרנישניט! באַ אײַער קנעכט אי′ קיין שום זאַך ניטאָ אַחוץ אַ שמירונג בוימל.“ (ג) טוט ער אַ זאָג: „טאָ גייט און באָרגט אוֹיסעט כלים פון דרוֹיסן, באַ אַלע שכנים, ליידיקע כלים, זשאַלעוועט ניט! (ד) ט′איר אַף קאַריק קומען, ′עט איר זיך די טיר פאַרשפּאַרן, פאַר אײַך און אײַערע קינדער, גיסט אָנעט אין אָטאָ די אַלע כלים, און אָטאָ די וואָס זײַנען פול רוקט אָפּעט אָן אַ זײַט.“
(ה) איז זי פון עם אַוועקגעגאַנגען, און האָט פאַר זיך און אירע זין די טיר פאַרשפּאַרט. זיי — דאַלאַנגען. זי — גיסט אָנעט. (ו) ס′געווען אַזוי, אַז די כלים האָבן זיך אָנגעפילט און זי האָט איר זון געזאָגט „ברענג נאָך אַ כֵּלֶי“, און ער האָט איר אַ זאָג געטאָן „ניטאָ נאָך אַ כֵּלֶי“. און דער בוימל האָט זיך אוֹיסגעלאָזן.
(ז) איז זי געקומען און האָט דעם איש אלהים דערציילט. זאָגט ער איר: „גייט און פאַרקויפט דעם בוימל און צאָלט אָפּעט דעם חוב. און פון דעם וואָס בלײַבט איבער ט′איר מיט אײַערע זין פונדערפון לעבן.
(ח) ס′געווען אין אָטאָ דעם טאָג, אַז אלישע איז אַריבער אַף שׁוּנֵם. אָדאָרטן איז געווען אַ חשובע פרוֹי וואָס האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, ער זאָל באַ איר עסן ברויט, אַזוי אַרומעט, אַז ווען ער איז אָדאָרטן ניט אַדוך פלעגט ער זיך אָפּשטעלן אָפּעסן. (ט) האָט זי איר מאַן אַ זאָג געטאָן: „אָט זשע ווייס איך, אַז דער איש אלהים וואָס גייט דאָ אַלעמאָל אַדוך, ער איז דאָך אַ הייליקער, (י) איז לאָמיר עם מאַכן אַ בוידים⸗שטיבעלע, און מי′לן עם אַוועקשטעלן אָדאָרטן אַ בעט מיט אַ טיש מיט אַ בענקל מיט אַ מנורה, און אַז ער′ט צו אונדז קומען ′עט ער דאָרטן אַרײַן.“
(יא) איז געקומען דער טאָג, אַז ער איז אָדאָרטן אָנגעקומען, איז ער אַוועק אַפן בוידים⸗שטיבעלע און האָט זיך אָדאָרטן אַוועקגעלייגט שלאָפן. (יב) זאָגט ער גֵּיחֲזִין דעם משרת⸗אינגל זײַנעם: „רוף איר, דיאָ שׁוּנַמִּית“. האָט ער איר גערופן. איז זי פאַר עם געשטאַנען. (יג) ער האָט עם געזאָגט: „זאָג זשע איר: ,אָט האָט איר פון אונדזערטוועגן געזאָרגט אָטאָ די גאַנצע זאָרגעניש, איז וואָס קענען מיר דען מאַכן פון אײַערטוועגן? צי איז דאָ וואָס פון אײַערטוועגן ריידן מיטן מלך אָדער צום הויפּט פון די חיילות?ʻ.“
האָט זי געזאָגט: „צווישן מײַנע אייגענע לעב איך זאַך אוֹיסעט.“
(יד) זאָגט ער: „איז וואָס קען מען פון אירטוועגן מאַכן?“ זאָגט גֵּיחֲזִי: „אָבער קין זון אי′ באַ איר ניטאָ, און דער מאַן אירער איז אַ זקן.“ (טו) זאָגט ער: „רופט איר!“ האָט ער איר גערופן און זי איז געשטאַנען באַם אַרײַנגאַנג. (טז) זאָגט ער: „אין אָטאָ דער צײַט, אַזוי ווי איצטערטאָ, איבעראַיאָר, ′עט איר זיך צוטוליען אַ זון.“ האָט זי געזאָגט: „ניין, מײַן האַר, איש אלהים, נאַרט ניט אָפּעט אײַער קנעכטין.“
(יז) די פרוֹי איז טראָגעדיק געוואָרן און האָט געוואונען אַ זון אין אָטאָ דער צײַט אַף איבעראַיאָר, אָט אַזוי ווי ס′האָט איר אלישע געזאָגט.
(יח) דער אינגל איז געוואַקסן. אין איינעם אַ טאָג איז ער אַוועק צו זײַן טאַטן צו די שניטער צוצו. (יט) זאָגט ער דעם טאַטן זײַנעם: „מײַן קאָפּ מײַן קאָפּ!“ האָט ער דעם משרת⸗אינגל געזאָגט: „טראָג עם אָפּעט זײַן מאַמען!“ (כ) האָט מען עם אַוועקגעטראָגן און אָפּגעפירט צו זײַן מאַמען. ער איז אַף אירע קני געזעסן ביזקל אין מיטיק⸗צײַט. און ער איז געשטאָרבן.“
(כא) זי האָט זיך אופגעהויבן, און עם אַוועקגעלייגט אַפן בעט פונעם איש אלהים, און האָט פאַר עם פאַרמאַכט. און זי איז אַרוֹיסעט. (כב) רופט זי אַרוֹיסעט צו איר מאַן און זאָגט: „שיק זשע מיר איינעם פון די משרת⸗אינגלעך און איינע פון די אייזעלינס צו. כ′ל זיך צואײַלן ביזקל דעם איש אלהים און זיך אומקערן.“ (כג) זאָגט ער איר: „פאַרוואָס גייסטע צ′עם הײַנט, אַז ס′ניט ראש⸗חודש און ניט שבת?“ זאָגט זי: „בשלום“.
(כד) האָט זי די אייזעלין אָנגעזאָטלט און אַ זאָג געטאָן דעם משרת⸗אינגל: „טרײַב אונטער, וויאָ! נאָ! פון מײַנטוועגן שטעל זיך ניט אָפּעט מיטן פאָרן סײַדן איך הייס דיר ניט!“ (כה) איז זי געגאַנגען און איז אָנגעקומען צום איש אלהים, צום הר הכרמל. און ס′איז געווען, אַז דער איש אלהים האָט איר דערזען פונדערווײַטנס, האָט ער גֵּיחֲזין זײַן משרת⸗אינגל געזאָגט: „אָט איז די שׁוּנַמִּית, אָטאָ דיאָ! (כו) איז לויף זשע איצטערטאָ איר באַגעגענען און זאָג איר: ,באַ אײַך — בשלום? באַ אײַער מאַן — בשלום? באַם אינגל — בשלום?“ האָט זי געזאָגט: „בשלום“.
(כז) אַז זי איז דאַגאַנגען צום איש אלהים אַפן באַרג האָט זי זיך אָנגעכאַפּט אָן זײַנע פיס. דאַנענטערט זיך גֵּיחֲזִי איר אָפּשטויסן, נײַערט דער איש אלהים האָט געזאָגט: „לאָז איר צורו! ס′איז ווײַלע באַ איר איז די געמיט פאַרביטערט און גאָט האָט דאָס פון מיר פאַרהוילן און מיר ניט געזאָגט.“ (כח) זאָגט זי: „האָב איך דען באַ מײַן האַר אַ זון געבעטן? האָב איך דען ניט געזאָגט: ,נאַרט מיר ניט אָפּעטʻ?“
(כט) האָט ער גֵּיחֲזִין געהייסן: גורט זיך אָן די לענדן, דעם שטעקן מײַנעם נעם באַ זיך אין האַנט און — געגאַנגען! טאָמער טרעפסט וועמען ניט איז, באַגריס ניט. טאָמער יענער באַגריסט, ענטפער ניט. דעם שטעקן מײַנעם לייג אַוועקעט אַפן אינגלס פּנים. (ל) זאָגט די מאַמע פונעם אינגל: „ווי גאָט לעבט! אַף אײַער לעבן, אויבע איכ′ל אײַך פאַרלאָזן!“ איז ער אופגעשטאַנען און איז איר נאָכגעגאַנגען.
(לא) גֵּיחֲזִי איז דאַגאַנגען נאָך פאַר זיי און ער האָט דעם שטעקן אַוועקגעלייגט אַפן אינגלס פּנים. ניט קין שטים און ניט קין הערונג. האָט ער זיך אומגעקערט עם באַגעגענען. און ער האָט עם איבערגעגעבן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „דער אינגל האָט זיך ניט אופגעכאַפּט“. (לב) איז אָנגעקומען אלישע אין הוֹיז, און אָט איז דער אינגל, אַ געשטאָרבענער, ליגט אַף זײַן בעט.
(לג) אַז ער איז אָנגעקומען האָט ער פאַר זיי ביידן די טיר פאַרמאַכט און תפילה געטאָן צו גאָט. (לד) און ער איז אַרוף און איז געלעגן אַפן אינגל און אַוועקגעלייגט זײַן פּנים אַף זײַן פּנים, זײַנע אויגן אַף זײַנע אויגן, זײַנע הענט אַף זײַנע הענט, און האָט זיך אַף עם אוֹיסגעשפּרייט. און ס′איז וואַרעם געוואָרן דער לײַב פונעם אינגל. (לה) ער האָט זיך אַף קאַריק געצויגן, און איז זיך אַרומגעגאַנגען אין הוֹיז, איינמאָל אַהער און איינמאָל אַהין, און איז אַרוף אַפן בעט און זיך אַף עם אוֹיסגעשפּרייט. גאַנצע זיבן מאָל האָט ער גענאָסן, דער אינגל. און דער אינגל האָט אופגעעפנט די אויגן.
(לו) האָט ער אַרוֹיסגערופן צו גֵּיחֲזִין און געזאָגט: „רוף איר, אָטאָ דיאָ שׁוּנַמּית“. רופט ער איר. איז זי צו עם געקומען. זאָגט ער: „נעם אָפּעט דײַן זון“. (לז) איז זי געקומען און איז צו זײַנע פיס געפאַלן און זיך צוגעבוקט ביזקל צו דער ערר צוצו. זי האָט צוגענומען איר זון און איז אַרוֹיס.
(לח) אלישע האָט זיך אומגעקערט אין גִּלְגָּל.
אין לאַנד איז אַ הונגער געווען, און די בני⸗הנביאים זײַנען פאַר עם געזעסן. זאָגט ער זײַן משרת⸗אינגל: „שטעל אַוועקעט דעם טאָפּ דעם גרויסן און קאָך אופעט אַ קאַשע פאַר די בני⸗הנביאים.
(לט) איינער פון זיי איז אַרוֹיס אַפן פעלד קלײַבן גראָזן און האָט געפונען אַ ווילדשטאָק און האָט דערפון אָפּגעקליבן די ווילדאויפּס, אָנפילנדיק דעם בגד זײַנעם. אַז ער איז אָנגעקומען, האָט ער זיי אײַנגעשניטן אין טאָפּ מיט די קאַשע, ווײַלע ער האָט עס ניט געקענט.
(מ) האָט מען דעם עולם אַרײַנגעגאָסן צום עסן, איז געווען, באַם עסן פון די קאַשע נעמען זיי שרײַען, זאָגנדיק: „דער טויט איז אין דעם טאָפּ, איש אלהים!“ מ′האָט ניט געקענט עסן. (מא) האָט ער געזאָגט: „איז ברענגט צו טראָגן מעל“, האָט ער עס אַרײַנגעוואָרפן אין טאָפּ און געזאָגט: „טאָ גיס אַלעמען אָנעט און זאָל מען עסן“.
און אין טאָפּ איז קיין שלעכטיקײַט ניט געווען.
(מב) פון בַּעַל⸗שָׁלִישָׁה איז איינער געקומען, ער האָט געבראַכט דעם איש אלהים ברויט פון דער ערשטצײַטיקער תבואה, צוואַנציק לאַבן פון גערשטן⸗מעל, מיט פרישע זאַנגען אין זײַן זאַק.
האָט ער געזאָגט: „גיט פאַרן עולם. זאָל מען עסן“. (מג) האָט זײַן משרת אָבער געזאָגט: „אַוואָס′ל איך דאָ — דאַלאַנגען פאַר הונדערט מאַן?“ האָט ער געזאָגט: „גיב דעם עולם, זאָלן זיי עסן, ווײַלע אָט אַזויאָ זאָגט גאָט: „אָפּעסן און איבערלאָזן וועלן זיי נאָך!“ (מד) האָט ער פאַר זיי דאַלאַנגט. זיי האָבן אָפּגעגעסן און איבערגעלאָזן, וועדליק דעם וואָרט פון גאָט.
◊
(א) דער הויפּט פון די חיילות באַם מלך פון אֲרַם, נַעֲמָן, איז געווען אַ גרויסער מענטש און אַ הויך⸗פָּנִימדיקער באַ זײַן האַר, ווײַלע אַדוך עם האָט גאָט אַ ישועה געבראַכט די אַראַמייער.
ער איז געווען אַ חַיִלְס⸗גיבור — אָבער אַ מְצוֹרָע.
(ב) אַז די אַראַמייער זײַנען מחנותווײַז אַרוֹיס מלחמהווען, האָבן זיי פון ארץ ישראל אין געפאַנגענשאַפט גענומען אַ קליינע מיידל. זי האָט נַעֲמָנס ווײַב באַדינט. (ג) טוט זי איר האַרינטע אַ זאָג: „הלוואי וואָלט מײַן האַר געקומען צום נביא וואָס אין שומרון, וואָלט ער עם צונויפקלײַבן פון זײַן צרעת!“ (ד) איז ער געקומען אָנזאָגן ז י י ן האַר אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אָט אַזוי און אַזוי האָט גערעדט די מיידל וואָס פון ארץ ישראל“. (ה) האָט דער מלך פון אֲרַם געזאָגט: „קום⸗און⸗גיי! אָט גיי איך צושיקן דעם מלך ישראל אַן איגרת.“
ער איז אין וועג אַרוֹיס. ער האָט מיט זיך גענומען צען כִּכַּר⸗זילבער און זעקס טוֹיזנט גאָלדענע, און צען איבערבײַטונגען פון מלבושים. (ו) און ער האָט דעם בריוו אַוועקגעטראָגן דעם מלך ישראל אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „איצטערטאָ, צום אָנקום פון אָטאָ דעם איגרת צו אײַך, שיק איך אײַך מײַן אונטערטעניקן, נַעֲמָן, איר זאָלט עם צונויפקלײַבן פון זײַן צרעת.“
(ז) ס′געווען אַזוי: אַז דער מלך ישראל האָט דעם איגרת איבערגעלייענט, האָט ער קריעה געריסן זײַנע מלבושים, און געזאָגט: „אַוואָס, גאָט בין איך אַף טייטן און לעבעדיק מאַכן? אַז אָטאָ דער שיקט מיר צו אַ מענטשן איך זאָל עם צונויפקלײַבן פון זײַן צרעת? טאָ זאָל מען נײַערט וויסן זײַן און אײַנזען, אַז ער זוכט מערניט קעגן מיר אַ תירוץ!“
(ח) איז געווען אַזוי: אַז אלישע האָט דאַהערט אַז דער מלך ישראל האָט מיט זײַנע מלבושים געריסן קריעה, האָט ער אַוועקגעשיקט צום מלך אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אַוואָס ט′יר קריעה געריסן מיט אײַערע מלבושים? טאָ זאָל ער אַרײַנקומען צו מיר, ′עט ער געוואָר ווערן אַז אין ישראל איז דאָ אַ נביא!“
(ט) איז נַעֲמָן אָנגעקומען מיט זײַנע פערד און זײַנע קאַרעטעס און איז געשטאַנען באַם אַרײַנגאַנג צו אלישעס הוֹיז. (י) האָט עם אלישע געשיקט אַ משולח אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „גייט און וואַזשד⸗זאַך זיבן מאָל אוֹיסעט אינעם ירדן, און אײַער הוֹיט ′עט זיך אומקערן צו אײַך, און איר וועט זיך פונדערפון אוֹיסרייניקן.
(יא) נַעֲמָן איז אין כעס געוואָרן, און ער איז אַוועק, זאָגנדיק: „אָט האָד⸗זאַך מיר געדאַכט, אַז צו מיר ט′ער אַרוֹיס און זיך אַוועקשטעלן און ער′ט אוֹיסרופן אין נאָמען פון יי זײַן גאָט און אַ מאַך טאָן מיטן האַנט איבערן אָרט, אַז דער מצורע זאָל צונויפגעקליבן ווערן. (יב) זײַנען דען די טײַכן פון דַּמֶּשֶׂק, די אֲמָנָה און דער פַּרְפַּר, ניט בעסער איידער די אַלע וואַסערלעך פון ישראל? פאַרוואָר, צי קען איך זיך ניט אוֹיסוואַשן אין זיי און ריין ווערן? ער האָט זיך אומגעדרייט און איז מיט גרימצאָרן אַוועק.
(יג) נאָר וואָס, זײַנע אונטערטעניקע זײַנען צו עם צוגעקומען. זיי האָבן מיט עם גערעדט. זיי האָבן עם געזאָגט: „טאַטעניו אונדזערער! וואָלט דער נביא אײַך געהייסן אַ גרויסע זאַך טאָן, וואָלט איר דאָך ניט געטאָן? אי′ דאָך אַדרבא, אַז ער זאָגט אײַך, גייט וואַשן, רייניקט זיךʻ!“
(יד) איז ער אַראָפּ און האָט זיך זיבן מאָל געוואַשן אינעם ירדן, וועדליק דעם וואָרט פונעם איש אלהים. האָט זיך אומגעקערט די הוֹיט באַ עם ווי די הוֹיט באַ אַ קליינעם אינגעלע, און ער איז געווען ריין. (טו) קערט ער זיך אומעט צום איש אלהים, ער און זײַן גאַנצע מחנה. קומט ער אָנעט, שטייט ער פאַר עם און ער טוט זאָגן: „וואַ, אָט זע איך איצטערטאָ אײַנעט אַז איבערן גאַנצן לאַנד איז ניטאָ קין גאָט אַחוץ אין ישראל. איז איצטערטאָ נעמט זשע דען אָנעט אַ ברכה פון אײַער אונטערטעניקן“. (טז) זאָגט ער: „ווי גאָט לעבט, וואָס פאַר עם בין איך געשטאַנען, אויבע כ′וואָלט נעמען“. ער האָט זיך באַ עם אײַנגעשפּאַרט, ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט. (יז) האָט נעמן געזאָגט: „אייבע ניט, גיט זשע פאַר אײַער געטרײַען ערד אַף וויפל ס′קענען אַ משא דערטראָגן צוויי מוֹילאייזלען, ווײַלע אײַער געטרײַער וועט מער ניט ברענגען קיין קרבנות עוֹלָה אָדער זֶבַח פאַר אַנדערע געטער, נײַערט בלוֹיז פאַר יי. (יח) מערניט איין זאַך זאָל יי פאַרגעבן אײַער געטרײַען: אַז מיין האַר קומט אינעם בֵּית⸗רִמּוֹן זיך אָדאָרטן אונטערבוקן און ער איז אָנגעשפּאַרט אָן מײַן האַנט, און איך בוק זיך אונטער אינעם בֵּית⸗רִמּוֹן. איז צו מײַן אונטערבוקן זיך אין בֵּית⸗רִמּוֹן זאָל אין אָטאָ דיאָ זאַך יי פאַרגעבן אײַער געטרײַען“. (יט) האָט ער עם געזאָגט: „גייט זשע בשלום“.
ער איז פון עם אַוועק אַ מְהַלְכְל. (כ) טוט זיך אַ זאָג גֵּיחֲזִי, דער משרת⸗אינגל באַ אלישע דעם איש אלהים: „אָט האָט מײַן האַר געשאַנעוועט אָטאָ דעם אַראַמייער אַדוך זײַן ניט אָננעמען אָדאָס וואָס ער′ט געבראַכט. ווי ס′לעבט גאָט, זאָל איך עם ניט נאָכלויפן און וואָסניטאיז פון עם אַרוֹיסקריגן?“ (כא) האָט גֵּיחֲזִי נַעֲמָנען נאָכגעיאָגט. דערזען אַז מ′לויפט עם נאָכעט, האָט נַעֲמָן אַראָפּגעקלעטערט פון די קאַרעטע עם באַגעגענען און אַ פרעג געטאָן: „בשלום אַלציקעדינג?“ (כב) זאָגט ער עם: „מײַן האַר האָט מיר צוגעשיקט אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,פּונקט איצטער זײַנען צו מיר אָנגעקומען צוויי בחורים פון הַר אפרים, פון די בני⸗הנביאים. גיט זשע פאַר זיי אַ כִּכַּר⸗זילבער און צוויי איבערבײַטונגען פון מלבושיםʻ.“ (כג) האָט נַעֲמָן געזאָגט: „נאַט, נעמט זשע צוויי כִּכָּרִים“ און איז צו עם צוגעשטאַנען און האָט אײַנגעבונדן צוויי כִּכָּרים זילבער אין צוויי זעקעלעך און צוויי איבערבײַטונגען מלבושים. און ער האָט עס געגעבן צוויי פון זײַנע משרת⸗אינגלעך זיי זאָלן פון עם פונפאָראוֹיס טראָגן. (כד) אָנגעקומען אינעם „עוֹפֶל“ האָט ער פון זייערע הענט צוגענומען און האָט באַהאַלטן אין הוֹיז. די מענטשן האָט ער אַוועקגעשיקט. זײַנען זיי אַוועק.
(כה) ער איז אַרײַנגעקומען און איז געשטאַנען פאַר זײַן האַר. האָט עם אלישע געזאָגט: „אי′ פון וואַנענט קומסטע, גֵּיחֲזִי, אַ?“ ענטפערט ער: „אײַער געטרײַער איז ניט דאָ און ניט דאָרטן ניט געגאַנגען“.
(כו) האָט ער עם געזאָגט: „איז דען מײַן האַרץ ניט מיטגעגאַנגען אַז דער מענטש האָט פון זײַן קאַרעטע אַראָפּגעקלעטערט דיר באַגעגענען, אַ? וואָס פאַראַ צײַט איז דאָס אַף אָפּנעמען זילבער, נעמען מלבושים, איילבערטן, ווײַנגערטנער, שאָף, רינדער, מיט באַדינער און באַדינערינס? (כז) צו דיר און דײַנע קינדסקינדער וועט זיך נַעֲמָנס צרעת צוטשעפּענען — אַף אייביק.“
פון פאַר עם איז ער אַרוֹיסעט, אַ מצורע שניי⸗די⸗ווײַס.
◊
(א) אַז די בני⸗הנביאים האָבן אלישען אַ זאָג געטאָן: „הײַנט דער אָרט וואו מיר זיצן אָדאָרטן פאַר אײַך איז אונדז צו ענג, (ב) איז לאָמיר ביזקל דעם ירדן גיין; פון אָדאָרטן וועט איטלעכער איין באַלקן זיך נעמען, און מי′לן זיך מאַכן אַן אָרט אַף אײַנזײַן אָדאָרטן“, האָט ער געזאָגט: „איז גייט זשע“. (ג) טוט איינער פון זיי אַ זאָג: „טוט אונדז צוליב, גייט מיט אײַערע געטרײַע מיט“. זאָגט ער: „כ′ל גיין“. (ד) איז ער מיט זיי געגאַנגען. זײַנען זיי אָנגעקומען באַם ירדן און זיי האָבן ביימער געהאַקט. (ה) איז אָט וואָס געווען: האַלט איינער פון זיי אין אָפּהאַקן אַ באַלקן, און דער האַק⸗אײַזן וואָס באַ עם טוט אַ פאַל אַרײַנעט אין וואַסער אַרײַן . האָט ער אַ שרײַ⸗אוֹיס געטאָן: „אוי, וויי, מײַן האַר, ער איז דאָך אַן אוֹיסגעליענער!“ (ו) זאָגט דער איש אלהים: „אַוואו איז ער געפאַלן?“ ווײַזט ער עם אָנעט דעם אָרט. האַקט ער אָפּעט אַ צווײַגעלע און טוט אַ וואַרף אָדאָרטן אַרײַנעט, און אָט איז אופגעשוואומען דער האַק⸗אײַזן. (ז) זאָגט ער: „הייב עם פאַר זיך אופעט“, האָט ער אוֹיסגעשטרעקט די האַנט און עם צוגענומען.
(ח) דאַמאָלסט האָט דער מלך פון אֲרַם מלחמה געהאַלטן מיט ישראל. אַז ער האָט זיך אַן עצה געהאַלטן מיט זײַנע אונטערטעניקע, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „מ′עט אַף זיי לאָקערן אינעם אָרט פְּלוֹנִי אַלְמוֹנִי“. (ט) האָט דער איש אלהים געשיקט צום מלך ישראל אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „היט זיך, ניט אַדוכפאָרן אָטאָ דעמאָ אָרט ווײַלע אָדאָרטן לאָקערן די אַראַמייער“. (י) האָט דער מלך ישראל אַוועקגעשיקט צו אָטאָ דעמאָ אָרט, אַוואָס ס′האָט עם דער איש אלהים געזאָגט, זיי באָוואָרענענדיק אַז מ′זאָל אַף⸗דער⸗וואַך זײַן, ניט איין מאָל און ניט צוויי מאָל.
(יא) דיאָ זאַך האָט באַם מלך פון אֲרַם אופגערודערט די האַרץ. האָט ער גערופן זײַנע אונטערטעניקע, און זיי געזאָגט: „צי וועט איר מיר ניט אוֹיסזאָגן אַווער פון די אונדזעריקע איז מיטן מלך ישראל?“ (יב) זאָגט עם איינער פון זײַנע אונטערטעניקע: „ניין, מײַן האַר מלך, נאָר וואָדען: אלישע, דער נביא וואָס אין ישראל, זאָגט אוֹיסעט דעם מלך ישראל די זאַכן וואָס איר רעדט באַ זיך אין שלאָף⸗קאַמער“. (יג) טוט ער אַ זאָג: „גייט און ווערט געוואָר אַוואו ער איז און איכ′ל שיקן עם כאַפּן!“ האָט מען עם אַ זאָג געטאָן, אַז אָט איז ער דאָ אין דּוֹתָן. (יד) האָט ער אָדאָרטן געשיקט פערד מיט קאַרעטעס מיט אַ שווערהאַפטיקן חַיִל. אָנגעקומען זײַנען זיי באַנאַכט. זיי האָבן די שטאָט אַרומגערינגלט.
(טו) דער משרת באַם איש אלהים האָט זיך פרי אופגעכאַפּט. גייט ער אַרוֹיסעט, און אָט שטייט אַן אַרמיי וואָס רינגלט אַזש אַרומעט די שטאָט, מיט פערד און מיט קאַרעטעס. זאָגט עם זײַן משרת⸗אינגל: אַזאָכנאַזוויי! ווי אַזוי זשע ′עט מען מאַכן, מײַן האַר? (טז) זאָגט ער עם: „האָב ניט קין מורא, ווײַלע מער זײַנען די וואָס מיט אונדז, איידער מיט זיי“. (יז) האָט אלישע תפילה געטאָן, זאָגנדיק: „עפן זשע אוף, יי, די אויגן זײַנע, ער זאָל זען“, האָט גאָט אופגעעפנט די אויגן באַם אינגל, און ער האָט געזען: און אָט איז דער באַרג פול מיט פערד און פײַערדיקע קאַרעטעס אַרומענאַרום אלישען.
(יח) אַז זיי זײַנען אַראָפּעט צו עם צוצו, האָט אלישע תפילה געטאָן פאַר גאָט, זאָגנדיק: „דאַלאַנג זשע אַ מכה אָטאָ דעם פאָלק, אַ פאַרבלענדעניש בלינדקײַט“. האָט ער זיי אָ מכה דאַלאַנגט אַ פאַרבלענדעניש בלינדקײַט, וועדליק דעם וואָרט פון אלישען. (יט) און אלישע האָט זיי אַ זאָג געטאָן: „ניט אַדאָס איז דען דער וועג! און ניט אַדאָס איז דען די שטאָט. טוט נאָכגיין נאָך מיר און איך וועל אײַך צופירן צום מענטשן וועמען איר זוכט אוֹיסעט“. און ער האָט זיי אַף שומרון געפירט.
(כ) ס′געווען אַזוי. אַז זיי זיינען אין שומרון אַריין האָט אלישע אַ זאָג געטאָן: „עפן זשע אוף, יי, די אויגן פון אָטאָ דיאָ, זיי זאָלן זען“. האָט גאָט אופגעעפנט באַ זיי די אויגן, און זיי האָבן געזען. און אָט איז מען אינמיטן שומרון!
(כא) זיי דאַזען, האָט דער מלך ישראל אלישען געזאָגט: „הַרְגענען זאָל איך זיי צוהַרְגענען, מײַן פאָטער?“ (כב) זאָגט ער עם: „הַרְגעט ניט! צי אי′ דאָס אַזעטקענע וואָס איר′ט געפאַנגען מיט אײַער שווערד און מיט אײַער בויגן וואָס איר′ט גיין הַרְגענען? שטעלט זיי ברויט מיט וואַסער אַוועקעט, זיי זאָלן עסן און זיי זאָלן טרינקען און זיי זאָלן אַוועקגיין צו זייער האַר.“ (כג) האָט ער זיי אַ גרויסע סעודה געמאַכט, זיי האָבן געגעסן און זיי האָבן געטרונקען, און ער האָט זיי אַוועקגעשיקט צו זייער האַר.
(כד) די אַראַמייאישע כאָפּטעס זײַנען שוין אַווײַטער אין ארץ ישראל ניט געקומען.
נאָר וואָדען, דערנאָכדעם איז געווען אַזוי, בֶּן⸗הֲדַד דער מלך פון אֲרַם האָט אײַנגעזאַמלט זײַנע ג אַ נ צ ע חיילות, און איז אַרוף און האָט שומרון באַלעגערט.(כה) איז אין שומרון געווען אַ גרויסער הונגער, אַז זי איז אַזש באַלעגערט געוואָרן ביזקל אַף אַן אייזל⸗קאָפּ צו אַכציק זילבערנע, און אַ פערטל קַב טוֹיבן⸗מיסט צו פינף זילבערנע.
(כו) איז אַזוי געווען, אַז דער מלך ישראל איז זיך געגאַנגען איבערן שטאָט⸗וואַנט, שרײַט צו עם אוֹיסעט אַ פרוֹי, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „ראַטעוועט, אוי, מײַן האַר דער מלך!“ (כז) טוט ער אַ זאָג: „אַז גאָט ט′אײַך ניט ראַטעווען, איז פון וואַנענט וועל איך אײַך ראַטעווען? פונעם דרעש⸗בריק צי פונעם ווײַן⸗קעלער? (כח) פרעגט באַ איר דער מלך: „וואָס אי′ באַ אײַך?“ טוט זי זאַגן: „אָטאָ דיאָ פרוֹי האָט מיר אַ זאָג געטאָן: ,גיב אַהער דײַן זון און מי′לן עם הײַנט אופעסן, און מײַן זון ′לן מיר מאָרגן אופעסןʻ, (כט) האָבן מיר מײַן זון אָפּגעקאָכט און מיר האָבן עם אופגעגעסן. טו איך איר אַ זאַג אַף מאָרגן: ,גיב דײַן זון און מי′לן אופעסןʻ, האָט זי איר זון פאַרבאַהאַלטן.“
(ל) איז געווען אָטאַזויאָ, אַז דער מלך האָט דאַהערט ווי אַזוי די פרוֹי טוט ריידן, האָט ער קריעה געריסן זײַנע מלבושים. און אַז ער איז זיך געגאַנגען אַפן שטאָט⸗וואַנט, האָט דער עולם דאַזען אַז אָט אינעווייניק איז דאָ אַף זײַן לײַב אַ זאַק. (לא) האָט ער געזאָגט: „אָט אַזויאָ און נאָכמער זאָל מיר אָפּטאָן גאָט, אויבע הײַנט ′עט די קאָפּ נאָך שטיין אַף אֱלִישָׁע⸗בֶּן⸗שָׁפָטְן!“
(לב) אַז ער האָט געשיקט אַ מענטשן פון פאַר עם, איז אלישע בשעת מעשה געזעסן באַ זיך אין שטוב, און די זקנים זײַנען מיט עם געזעסן, און נאָך איידער דער שליח איז צו עם אָנגעקומען, טוט ער אַ זאָג די זקנים: „זעט איר! דער בֶּן⸗רוצח האָט געשיקט מ′זאָל מיר אָפּהאַקן די קאָפּ. טוט אַ קוק! אַז ס′עט אָנקומען דער שליח, פאַרמאַכט די טיר און קוועטשט עם אָנעט אָן טיר — ווײַלע הינטער עם איז דער קלאַנג פון די פיס פון זײַן באַלעבאָס.“
(לג) ער האַלט נאָך אין ריידן און אָט גייט צו עם אַראָפּעט דער שליח [מיטן מלך און דער מלך] טוט זאָגן: „מַה⸗דאָך, אַז אָטאָ די שלעכטיקײַט איז דאָך פון יי, טאָ וואָס′ל איך אַף ווײַטער שוין פון יי דאַוואַרטן?“
◊
(א) האָט אלישע געזאָגט: „הערט זשע אוֹיסעט דעם דְּבַר יי. אָט אַזוי זאָגט גאָט: אָט די זעלביקע שעה מאָרגן ט′זײַן אַ סְאָה זעמל⸗מעל פאַר איין שקל, און צוויי סְאָה גערשטן פאַר איין שקל, אָט באַם טויער פון שומרון“. (ב) האָט דעם איש אלהים געענטפערט דער באַאַמטער, וואָס אָן עם אַף דער האַנט שפּאַרט זיך אָנעט דער מלך, אַזאָגטאָנדיק: „אָט אַז גאָט זאָל אופעפענען די פענצטער פונעם הימל אַפילו, וואָלט געווען דיאָ זאַך?“ זאָגט ער עם: „אָט ′עט איר זען מיט אײַערע אויגן, נאָר פונדאַפון ט′איר ניט עסן.“
(ג) פיר מענטשן זײַנען דאַמאָלסט געווען, מְצוֹרָעִים, לעבן אַרײַנגאַנג באַם טויער, האָבן זיי איינער דעם אַנדערן אַ זאָג געטאָן: „אַוואָס זיצן מיר אָטאָ דאָאָ ביז וואַנענט מי′לן שטאַרבן?“ (ד) אויבע מי′לן זאָגן: „מ′עט אין שטאָט אַרײַן, און אין שטאָט איז דאָ דער הונגער, און אָדאָרטן ′לן מיר שטאַרבן; און אויבע מי′לן אָטאָ דאָאָ בלײַבן און — שטאַרבן; איז איצטערטאָ לאָמיר בעסער גיין און אַרײַנפאַלן אין מחנה פון די אַראַמייער. אַז זיי וועלן אונדז לעבן לאָזן ט′מען לעבן, און אויבע זיי′לן אונדז הַרְגענען ′עט מען שטאַרבן.“
(ה) האָבן זיי זיך בין⸗השמשות אַ הייב געטאָן אַף אָנצוקומען אין מחנה פון די אַראַמייער. קומען זיי אָנעט באַם ברעג פון מחנה, און אָט איז קין איין מענטש אָדאָרטן ניטאָ. (ו) ווײַלע גאָט האָט געלאָזן הערן אין מחנה אֲרַם דעם געפּילדער פון קאַרעטעס און דעם געפּילדער פון פערד, דעם געפּילדער פון אַ גרויסאַרטיקן חַיִל. האָט איטלעכער זײַן ברודער אַ זאָג געטאָן: „אָט האָט דער מלך ישראל אַף אונדז אָנגעדונגען די מלכים פון די חִתִּים און די מלכים פון מִצְרַיִם זיי זאָל קומען אַף אונדז“. (ז) האָבן זיי זיך שקיעהצײַט אופגעהויבן און זײַנען אַנטלאָפן געוואָרן. זיי האָבן אַף הפקר געלאָזן זייערע געצעלטן מיט זייערע פערד מיט זייערע אייזלען און די גאַנצע מחנה ווי זי שטייט, און זײַנען פון לעבנס⸗וועגן אַנטלאָפן געוואָרן. (ח) אַז אָטאָ די מצורעים זײַנען אָנגעקומען באַם ברעג מחנה, זײַנען זיי אַרײַן אין איינעם אַ געצעלט, האָבן זיי געגעסן און געטרונקען און פון אָדאָרטן אַוועקגעטראָגן גאָלד מיט זילבער מיט מלבושים, און זײַנען געגאַנגען עס פאַרבאַהאַלטן, און האָבן זיך אומגעקערט און זײַנען אָנגעקומען אין אַן אַנדער געצעלט און האָבן פון אָדאָרטן אַרוֹיסגעטראָגן און זײַנען אַוועק פאַרבאַהאַלטן.
(ט) טוט מען אַ זאָג איינער דעם אַנדערן: „ניט ריכטיק טוען מיר. דער הײַנטיקער טאָג אי′ דאָך אַ טאָג פון גוטע בשורות, און אָט שווײַגן מיר אונטער. טאָמער וואַרטן מיר צו ביזקל ליכט פון פרימאָרגן וועט מען עס האַלטן באַ אונדז פאַר אַן עוולה. איז איצטערטאָ! לאָמיר גיין, לאָמיר קומען, לאָמיר עס דערציילן אינעם בֵּית הַמֶּלֶך! (י) זײַנען זיי אָנגעקומען, און האָבן אַרוֹיסגערופן צו די טויער⸗היטער פון שטאָט און זיי דאַציילט, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „מיר זײַנען געקומען אין מחנה פון די אַראַמייער, און אָט איז דאָרטן ניטאָ קיין שום מאַן, קיין קול פון אַ מענטשן, בלוֹיז פערד — צוגעבונדענע מיט אייזלען — צוגעבונדענע, און די געצעלטן אָט אַזוי ווי זיי שטייען“. (יא) די טויער⸗היטער האָבן אַרוֹיסגערופן און האָבן עס דערציילט אינעם בֵּית הַמֶּלֶך אינעווייניק.
(יב) איז אופגעשטאַנען דער מלך באַנאַכט און ער האָט געזאָגט זײַנע אונטערטעניקע: „אָט וועל איך אײַך געבן צו פאַרשטיין אַוואָס די אַראַמייער האָבן אונדז דאָ אָפּגעטאָן! זיי ווייסן אַז מיר זײַנען דאָך הונגעריקע, זײַנען זיי אַרוֹיס פון מחנה זיך אוֹיסבאַהאַלטן אין פעלד, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,אַז זיי וועלן פון שטאָט אַרוֹיס וועלן מיר זיי לעבעדיקערהייט כאַפּן און מיר וועלן אַרײַן אין שטאָט!ʻ“ (יג) האָט געענטפערט איינער פון זײַנע אונטערטעניקע, זאָגנדיק: „איז זאָל מען נעמען פינף פון די איבערגעבליבענע פערד, וואָס זײַנען אין שטאָט געבליבן, זיי זײַנען דאָך ווי דער גאַנצער המון ישראלים וואָס זײַנען אין איר געבליבן און זיי זײַנען דאָך ווי דער גאַנצער המון ישראלים וואָס זײַנען אומגעקומען. לאָמיר שיקן און מי′לן זען!“ (יד) האָט מען גענומען צוויי קאַרעטעס מיט פערד און דער מלך האָט זיי געשיקט אַף די אַראַמייערס מחנה, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „גייט און קוקט!“ (טו) זײַנען זיי געגאַנגען נאָך זיי ביזקל דעם ירדן, און אָט איז די גאַנצע וועג פול מיט מלבושים און כלים וואָס די אַראַמייער האָבן אַוועקגעוואָרפן אין זייער אײַלעניש. האָבן זיך אומגעקערט די שלוחים און האָבן דעם מלך דאַציילט. (טז) איז דער עולם אַרוֹיס. אוֹיסגערויבט האָט מען די מחנה פון די אַראַמייער.
און ס′געווען אַ סְאָה זעמל⸗מעל פאַר איין שקל, און צוויי סְאָה גערשטן פאַר איין שקל, וועדליק דעם וואָרט פון גאָט. (יז) האָט דער מלך יענעם באַאַמטן, וואָס באַ עם אַף דער האַנט שפּאַרט ער זיך אָנעט, געשטעלט איבערן שטאָט⸗טויער. האָט עם דער עולם צעטראָטן באַם טויער און ער איז געשטאָרבן, אָט אַזויאָ ווי ס′האָט גערעדט דער איש אלהים, וואָס ער האָט געזאָגט, אַז דער מלך איז צו עם אַראָפּעט, (יח) און ס′איז געווען, אַז דער איש אלהים האָט געהאַלטן אין ריידן מיטן מלך, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אַ סְאָה זעמל⸗מעל פאַר איין שקל, און צוויי סְאָה גערשטן פאַר איין שקל, ′עט זײַן אָט די זעלביקע שעה מאָרגן באַם טויער פון שומרון“, (יט) האָט דער באַאַמטער געענטפערט דעם איש אלהים, אַזאָגטאָנדיק: „אָט אַז גאָט זאָל אופעפענען די פענצטער פונעם הימל אַפילו וואָלט דען געווען אַזאַ מין זאַך?“ און ער האָט עם געזאָגט: „אָט ′עט איר זען מיט אײַערע אויגן, נאָר פונדאַפון ט′איר ניט עסן“. (כ) טאַקע אָט אַזויאָ איז עם געווען. דער עולם האָט דאָך עם צעטראָטן באַם טויער און ער איז געשטאָרבן.
◊
(א) אַז אלישע האָט געזאָגט די פרוֹי, וואָס איר זון האָט ער געהאַט אופגעלעבט, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „שטייט אופעט און גייט, איר מיט אײַער הוֹיזגעזינד, וואוינען ט′איר וואוינען וואו זאָל ניט זײַן, ווײַלע גאָט האָט אַרוֹיסגערופן אַ הונגער, וואָס קומט אויכעט אָדאָ אין ארץ ישראל אַף זיבן יאָר“, (ב) האָט זיך די פרוֹי אופגעהויבן, און זי האָט געטאָן לויטן וואָרט פונעם איש אלהים, און זי מיט איר הוֹיזגעזינד האָבן געוואוינט אין פְּלִישְׁתִּים⸗לאַנד זיבן יאָר. (ג) איז געווען אַזוי. צום סוף פון די זיבן יאָר, אַז די פרוֹי האָט זיך אומגעקערט פון פְּלִישְׁתִּים⸗לאַנד, איז זי אַרוֹיס שרײַען צום מלך פון וועגן איר הוֹיז און איר פעלד.
(ד) און דער מלך האָט דאַמאָלסט געהאַלטן אין ריידן מיט גֵּיחֲזִין, דעם אינגל פונעם איש אלהים, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „דאַציילט זשע מיר די אַלע גדולות וואָס אלישע האָט געמאַכט“. (ה) איז אָטוואָס געווען. ער האַלט אין דאַציילן דעם מלך וועגן דעם ווי ער האָט אופגעלעבט דעם מת, און אָט טוט שרײַען צום מלך אָטאָ דיאָ פרוֹי, וואָס איר זון האָט ער דאָך אופגעלעבט, פון וועגן איר הוֹיז און איר פעלד. טוט אַ זאָג גֵּיחֲזִי: „מלך! מײַן האַר! אָדאָס אי′ די פרוֹי, און אָדאָס אי′ דער זון אירער, וואָס ס′האָט אופגעלעבט אלישע!“ (ו) האָט דער מלך די פרוֹי אוֹיסגעפרעגט. און זי האָט עם דאַציילט. האָט איר דער מלך געגעבן איינעם אַ סָרִיס⸗באַדינער, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „קערט איר אומעט אַלציקעדינג וואָס באַ איר, און די אַלע תבואות פונעם פעלד, פונעם טאָג פון איר פאַרלאָזן די לאַנד און ביזקל איצטערטאָ.“
(ז) דאַווײַלע איז אלישע אָנגעקומען אין דַּמֶּשֶׂק. בֶּן⸗הֲדַד מלך אֲרַם איז געווען אַ חולה און מ′האָט עם געגעבן צו וויסן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „דער איש אלהים איז אַזש אַהער געקומען“. (ח) האָט בֶּן⸗הֲדַד אַ זאָג געטאָן חֲזָהאֵלן: „נעם אין האַנט אַרײַן אַ מתנה און גיי באַגעגענען דעם איש אלהים, און פאָרש אוֹיסעט יי באַ עם, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,צי וועל איך אָטאָ די קראַנקשאַפט מײַנע איבערלעבן?ʻ“ (ט) איז חֲזָאֵל עם געגאַנגען באַגעגענען, נעמענדיק אין האַנט אַ מתנה מיטן כָּל⸗טוּב פון דַּמֶּשֶׂק, אַ משא אַזש פאַר פערציק קעמל, און ער איז געקומען און האָט זיך פון פאַר עם אַ שטעל⸗אוף געטאָן און ער האָט געזאָגט: „אײַער זון בֶּן⸗הֲדַד מלך אֲרַם האָט מיר צו אײַך צוגעשיקט, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,צי וועל איך אָטאָ די קראַנקשאַפט מײַנע איבערלעבן?ʻ“ (י) זאָגט עם אלישע: „גייט, זאָגט עם, לעבן ט′איר לעבןʻ נאָר וואָס, יי האָט מיר באַוויזן אַז שטאַרבן ′עט ער שטאַרבן“, (יא) אײַנהאַלטנדיק שטאַר זײַן פּנים ביזקל וואַנענט ער האָט זיך געשעמט און ער האָט גענומען וויינען, דער איש אלהים.
(יב) פרעגט באַ עם חֲזָאֵל: „פאַרוואָס זשע האָט מײַן האַר גענומען וויינען?“ זאָגט ער: „ווײַלע איך ווייס די שלעכטיקײַט וואָס איר′ט די בני ישראל אָפּטאָן. פון זייערע פאַרפעסטיקטע שטעט ט′איר זיי מיטן פײַער פאַרשיקן. זייערע בחורים ט′איר מיטן שווערד אַוועקהַרְגענען. זייערע עופעלעך ט′איר צעהאַקן אַף שטיקלעך. און זייערע טראָגעדיקע פרוֹיען ט′איר אופשפּאַלטן“. (יג) זאָגט חֲזָהאֵל: „אַוואָס איז דען אײַער געטרײַער, מערניט אַ הונט, אַז ער וועט אָטאָ די גרויסע זאַך טאָן?“ (יד) האָט אלישע געזאָגט: „יי האָט מיר באַוויזן ווי איר זײַט מלך איבער אֲרַם!“
(טו) אַף מאָרגן איז אָט אַזויאָ געווען: ער האָט גענומען אַ טיכל און האָט אײַנגעטונקען אין וואַסער אַרײַן און האָט עם אוֹיסגעשפּרייט איבער זײַן פּנים און ער איז געשטאָרבן.
און חֲזָהאֵל האָט געקיניגט אַף זײַן אָרט.
(טז) אין פינפטן יאָר פון יוֹרָם בֶּן⸗אַחְאָב מלך ישראל, אַז יְהוֹשָׁפָט איז געווען מלך יהודה, האָט גענומען קיניגן יְהוֹשָׁפָטס זון — יהוֹרָם מלך יהודה. דרײַסיק⸗צוויי יאָר איז עם געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. (יח) און ער איז געגאַנגען אין וועג פון די מלכים פון ישראל אַזוי ווי ס′האָט געטאָן דער בֵּית אַחאָב, ווײַלע אַחאָבס טאָכטער איז עם געווען פאַר אַ ווײַב, און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט. (יט) גאָט האָט פונדעסטוועגן ניט געוועלט פאַרטיליקן יהודה, פון דוד זײַן געטרײַענס וועגן, לויט דעם וואָס ער האָט עם געזאָגט אַז ער וועט געבן עם און זײַנע זין אַ נר ביז אין סוף פון די טעג.
(כ) אין זײַנע טעג האָט אֱדוֹם מורד געווען פון אונטער יהודהס האַנט, און האָבן פאַרקיניגט איבער זיך אַ מלך. (כא) איז יוֹרָם אַריבער אַף צָעִיר, און די גאַנצע קאַרעטעריע מיט עם. און ס′איז געווען, אָט שטעלט ער זיך אופעט באַנאַכט און צעמַכֶּט די אֱדוֹמער, וואָס האָבן עם געהאַט אַרומגערינגלט ווי אויך די שָׂרִים איבער די קאַרעטעס, און דער עולם איז צעלאָפן אין זײַנע געצעלטן. (כב) אָבער אֱדוֹם האָט ווידערשפּעניקט פון זײַן אונטער יהודה אַזש ביזן הײַנטיקן טאָג. אָטאָ דאַמאָלסט האָט אויך לִבְֿנָה מורד געווען.
(כג) ﬡון די ﬡיבעריקע זאַכן וועגן יוֹרָמען, און אַﬥציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (כד) און יוֹרָם איז געלעגן מיט זיינע אבות, און איז צו קבורה געקומען אינעם עִיר דָּוִד. און אֲחַזְיָהוּ זײַן זון האָט געקיניגט אַף זײַן אָרט.
(כה) אֲחַזְיָהוּ בֶּן⸗יְהוֹרָם מלך יהודה האָט גענומען קיניגן אין צוועלפטן יאָר פון יוֹרָם בֶּן⸗אַחאָב מלך ישראל. (כו) צוואַנציק⸗צוויי יאָר איז געווען אֲחַזְיָהוּן אַז ער האָט גענומען קיניגן, און איין יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און זײַן מאַמעס נאָמען איז עֲתַלְיָהוּ די טאָכטער פון עָמְרִי מלך ישראל. (כז) און ער איז געגאַנגען אין וועג פון בֵּית אַחְאָב, און האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, ווײַלע אַן איידים פון בֵּית אַחְאָב איז ער דאָך.
(כח) און ער איז געגאַנגען, אינאיינעם מיט יוֹרָם⸗בֶּן⸗אַחאָבן, אַף מלחמה אַקעגן חֲזָאֵלן, דעם מלך פון אֲרַם, אין רָמוֹת גִּלְעָד, און די אַראַמייער האָבן יוֹרָמען צעמַכֶּהט. (כט) האָט זיך אומגעקערט יוֹרָם המלך זיך אוֹיסצוהיילן אין יִזְרְעֶאל פון די מכות וואָס ס′האָבן עם צעמַכֶּהט. די אַראַמייער אין רָמָה, בעת ער האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן חֲזָהאֵלן, דעם מלך אֲרַם. און אֲחַזְיָהוּ בֶּן⸗יהוֹרָם מלך יהודה איז אַראָפּעט אַף צו זען זיך מיט יוֹרָמען, דעם זון פון אַחְאָב, אין יִזְרְעֶאל אַז ער איז געווען אַ חולה.
◊
(א) האָט אלישע⸗הנביא בעת⸗מעשה גערופן צו זיך איינעם פון די בני⸗הנביאים און עם געזאָגט: „גורט זיך אָן די לענדן און נעם אָטאָ דעם קריגל מיט אייל באַ זיך אין האַנט, און גיי אין רָמוֹת גִּלְעָד. (ב) אַ′ דו′סט אָטאָ דאָרטן אָנקומען קוק זיך אָדאָרטן אַרומעט אַף יֵהוּא דעם זון פון יְהוֹשָׁפָט⸗בֶּן⸗נִמְשִׁי. וועסט קומען, ′עסטע עם אַרוֹסהייבן פון צווישן זײַנע ברידער, איז נעם עם אַרײַנעט בְּחַדְרֵי⸗חֲדָרִים. (ג) און נעם דעם קריגל מיט אייל און גיס עם אָנעט איבערן קאָפּ, און זאָלסט זאָגן: ,אָט אַזויאָ זאָגט יי: איך האָב דיר באַזאַלבט פאַר מלך אַף ישראלʻ, און זאָלסט עפענען די טיר און אַנטלויפן, וואַרט ניט“.
(ד) איז דער יונגערמאַן, דעם נביאס יונגערמאַן, אַוועק אין רָמוֹת גִּלְעָד. (ה) קומט ער אָנעט, אָט זיצן די שָׂרִים פון חַיִל, און ער טוט זאָגן: „האַר שַׂר! איך האָב פאַר אײַך אַ ידיעה“. זאָגט יֵהוּא: „אַוועמענען פון אונדז אַלעמען?“ זאָגט ער: „אײַך, האַר שַׂר“. (ו) ער איז אופגעשטאַנען און אַרײַנגעקומען אינעווייניק, אין הוֹיז. גיסט ער אוֹיסעט דעם אייל אַף זײַן קאָפּ און טוט עם אַ זאָג: „אָט אַזויאָ זאָגט יי גאָט פון ישראל: ,איך האָב דיר באַזאַלבט פאַר מלך אַפן פאָלק פון יי, אַף ישראל. (ז) גיי און צעממית די הוֹיזגעזינד פון אַחְאָב דײַן האַר. און דו′סט נקמה נעמען פאַרן בלוט פון מײַנע געטרײַע, די נביאים, און פאַרן בלוט פון אַלע געטרײַע פון יי, פון האַנט פון אִיזֶבֶל, (ח) אַזוי אַרומעט אַז ס′זאָל פאַרטיליקט ווערן גאַנץ בֵּית אַחְאָב, און איך וועל אָפּהאַקן פון בֵּית אַחְאַב יעדן וואַנט⸗פּישער — ביזקל דעם אַפּאָפּלעקסעטן און דעם אָפּגעשטויסענעם — וואָס אין ישראל. (ט) און איך וועל אָפּגעבן דעם בֵּית אַחְאַב אַזוי ווי דעם בֵּית יְרָבְעָם⸗בֶּן⸗נְבָט און אָט אַזוי ווי דעם בֵּית בַּעְשָׁא⸗בֶּן⸗אֲחִיָּה (י) און אִיזֶבְלען וועלן אופפרעסן די הינט אָט אין דיאָ נחלה, אין יזרעאל, און ס′עט ניט זײַן אַווער זאָל באַגראָבןʻ.“ און ער האָט אופגעעפנט די טיר און איז אַנטלאָפן געוואָרן.
(יא) אַז יֵהוּא איז אַרוֹיס צו די אַרבעטער באַ זײַנע באַלעבאַטים, פרעגן זיי: „ס′בשלום? פאַרוואָס איז צו אײַך געקומען אָטאָ דער משוגענער?“ זאָגט ער זיי: „איר קענט דאָך דעם פּאַרשוין און זײַנע רייד!“ (יב) זאָגן זיי עם: „אַ ליגן! דאַציילט אונדז!“ האָט ער זיי געזאָגט: „אָט אַזוי און אָט אַזוי האָט ער מיר געזאָגט, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,אָט אַזויאָ זאָגט יי: איך האָב דיר באַזאַלבט פאַר מלך אַף ישראלʻ.“ (יג) האָבן זיי זיך געאײַלט, איטלעכער האָט זײַן אייגענעם בגד אַוועקגעלייגט אונטער עם אַף די הוילע טרעפּ, און מ′האָט געבלאָזן אין שופר און זיי האָבן געזאָגט: „יֵהוּא איז מלך!“
(יד) האָט יֵהוּא, דער זון פון יְהוֹשָׁפָט⸗בֶּן⸗נִמְשִׁי געמאַכט אַ צונויפדַבְּרעניש קעגן יוֹרָמען. יוֹרָם האָט דאַמאָלסט געהאַלטן אין היטן רָמוֹת גִּלְעָד, ער און גאַנץ ישראל, פון פאַר חֲזָאֵל מלך אֲרַם, (טו) נאָר יוֹרָם⸗המלך האָט זיך געהאַט אומגעקערט זיך אוֹיסצוהיילן אין יזרעאל פון די מכות וואָס די אַראַמייער האָבן עם צעמַכֶּהט אַז ער האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן חֲזָאֵל מלך אֲרַם.
האָט יֵהוּא געזאָגט: „טאָמער ווילט איר אַזוי טאַקע, טאָ זאָל קיין שום אַנטלויפער ניט אַרוֹיס פון שטאָט צעטראָגן די זאַך אין יזרעאל!“ (טז) איז יֵהוּא אַרוֹיסגעפאָרן און איז אַוועק אַף יזרעאל, ווײַלע אָט אָדאָרטן איז יוֹרָם געלעגן, און אֲחַזְיָה מלך יהודה איז אַדאָרטן אַראָפּעט זיך זען מיט יוֹרָמען.
(יז) דער קוקער שטייט אַפן יזרעאלער טורעם און זעט אַז אַ פולע קומען אָנעט מיט יֵהוּאן, זאָגט ער: „אַ פולע זע איך!“ האָט יוֹרָם געזאָגט: „נעמט אַ רײַטער, און שיקט עם זיי באַגעגענען, און זאָל ער אַ פרעג טאָן: ,צי בשלום?ʻ“ (יח) איז דער פערד⸗רײַטער אַוועק עם באַגעגענען, און ער זאָגט: „אָט אַזוי זאָגט דער מלך: ,צי בשלום?ʻ“ זאָגט עם יֵהוּא: „אַ דאגה האָט איר צי בשלום?! רינגלט זיך אַרומעט הינטער מיר!“ זאָגט דער קוקער, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „דער שליח איז ביזקל צו זיי דאַגאַנגען, און איז ניט געקומען אַף קאַריק!“
(יט) האָט ער געשיקט אַ צווייטן פערד⸗רײַטער. קומט ער צו זיי אָנעט און ער זאָגט: „אָט אַזוי זאָגט דער מלך: ,צי בשלום?ʻ“ זאָגט עם יֵהוּא: „אַ דאגה האָט איר צי בשלום?! רינגלט זיך אַרומעט הינטער מיר!“ (כ) זאָגט דער קוקער, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „דער שליח איז ביזקל צו זיי דאַגאַנגען, און איז ניט געקומען אַף קאַריק! די טרײַבונג איז אַזוי ווי סʻטרײַבט יֵהוּא דער זון פון נִמְשִׁין, ער טרײַבט דאָך משוגענערהייט!“
(כא) האָט יוֹרָם געזאָגט: „אײַנשפּאַנען!“ האָט מען די קאַרעטע זײַנע אײַנגעשפּאַנט און ס′איז אַרוֹיס יוֹרָם מלך ישראל, און אֲחַזְיהוּ מלך יהודה, איטלעכער אין זײַן קאַרעטע. זיי זײַנען אַרוֹיס באַגעגענען יֵהוּאן.
זיי האָבן עם געפונען אין נחלה פון נָבוֹת דעם יזרעאלי.
(כב) און ס′איז געווען אַזוי: אַז יוֹרָם האָט דאַזען יֵהוּאן, פרעגט ער עם: „בשלום, יֵהוּא?“ זאָגט ער עם: „וואָס פאַראַ ,בשלוםʻ צו אַלדי זנותערײַען פון אִיזֶבֶל אײַער מוטער און אירע אַלע מאַכאַרײַקעס!“ (כג) האָט יוֹרָם פאַרקערעוועט זײַנע הענט און איז אַנטלאָפן, אָזאָגטאָנדיק אֲחַזְיָהון: „אַכאַזיע! אָפּגענאַרט!“
(כד) און יֵהוּא האָט אוֹיסגעצויגן די האַנט מיטן בויגן און געטראָפן יוֹרָמען צווישן די אָרעמס — דער פײַל איז אַרוֹיס באַ עם פון האַרץ און ער איז פאַנאַנדערגעפאַלן אין וואָגן — (כה) און געזאָגט בִּדְקַרְן, דעם קאָמאַנדיר זײַנעם: „הייבט עם אופעט און וואַרפט עם אַרײַנעט אַפן אָרט פון נָבוֹת דעם יזרעאלערס נחלה! געדענקסט, ווי איך און דו זײַנען געריטן זאַלבעצווייט נאָך אַחְאָבן, זײַן פאָטער, און יי האָט אַף עם אַרופגעלייגט אָט וועלכן עול⸗נבואה: (כו) ,אָט אַזויאָ, ווי איך האָב דען ניט די בלוט פון נָבוֹתְן נעכטן אַפדערנאַכט געזען, און די בלוט פון זײַנע זין — אָט זײַנען די רייד פון יי — דרום וועל איך דיר אָפּצאָלן דאָ אין דיאָ נחלה גופאʻ, איז איצטערטאָ הייבט עם אופעט און וואַרפט עם אַרײַנעט אין די נחלה, לויטן וואָרט פון יי“.
(כז) בשעת מעשה האָט דאָס דאַזען אֲחַזְיָה מלך יהודה און ער איז אַנטלאָפן מיטן וועג אַף בֵּית⸗הַגָּן. פונדעסטוועגן איז יֵהוּא עם נאָכגעלאָפן אַזאָגטאָנדיק: „עם אויכעט! מ′האָט עם געטראָפן אין קאַרעטע, אָדאָרטן אין מַעֲלֵה⸗גּוּר וואָס אין יִבְֿלְעָם. ער איז אַנטלאָפן אין מְגִדּוֹ און אָדאָרטן איז ער געשטאָרבן. (כח) האָבן עם זײַנע באַדינער אָפּגעפירט מיטן וואָגן אין ירושלים און עם מקבר געווען אין זײַן קבורה⸗אָרט, מיט זײַנע אבות אינעם עִיר דָּוִד.
(כט) אֲחַזְיָה האָט גענומען קיניגן איבער יהודה אין עלפטן יאָר פון יוֹרם דעם זון פון אַחְאָבן.
(ל) יֵהוּא איז געקומען אין יזרעאל. דאָס דאַהערט איזֶבֶל, האָט זי זיך באַשמירט די אויגן מיט פאַרבעכץ און האָט זיך געמאַכט די האָר און זי האָט זיך אַרוֹיסגעקוקט באַם פענצטער. (לא) אַז יֵהוּא איז אָנגעקומען באַם טויער, האָט זי געזאָגט: „צי בשלום, זִמְרִי, וואָס האָט דאַהַרְגעט זײַן האַר?“ (לב) ער האָט זײַן פּנים אופגעהויבן צום פענצטער, און געפרעגט: „אַווער איז מיט מיר, אַווער?“ און אַ צוויי⸗דרײַ סְרִיסִים האָבן אין זײַן זײַט געקוקט. (לג) האָט ער געזאָגט: „וואַרפט איר אַראָפּעט!“ האָט מען איר אַראָפּגעוואָרפן, און פון איר בלוט האָט געשפּריצט אַפן וואַנט און אַף די פערד. און מ′האָט איר צעטראָטן.
(לד) ער איז אַרײַן. אַז ער האָט אָפּגעגעסן און אָפּגעטרונקען, האָט ער געזאָגט: „גיט אַכטונג אַף אָטאָ די פאַרשאָלטענע. זײַט איר מקבר, ווײַלע זי איז דאָך פאָרט אַ טאָכטער פון אַ מלך“. (לה) זײַנען זיי געגאַנגען איר מקבר זײַן, האָבן זיי אָבער פון איר געפונען גאָרנישניט אַחוץ דעם שאַרבן מיט די פיס מיט די דלאָניעס. (לו) האָבן זיי זיך אומגעקערט און עם דאַציילט. זאָגט ער: „אָדאָס איז דער דְּבַר יי, וואָס ער האָט געטאָן ריידן אַדוך זײַן געטרײַען, אֵלִיָּהוּ⸗הַתִּשְׁבִּין, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,אין נחלה, אין יזרעאל, וועלן די הינט אופפרעסן די פלייש פון אִיזֶבְלען. (לז) אין נחלה, אין יזרעאל, וועט די נבילה פון אִיזֶבְלען זײַן אַזוי ווי אָפּפאַל אַפן אָפענעם פעלד, מ′וואָלט ניט זאָגן אַז דאָס איז איזבלʻ.“
◊
(א) באַ אַחְאָבן זײַנען געווען זיבעציק זין אין שוֹמרוֹן.
האָט יֵהוּא גענומען שרײַבן בריוו און זיי אַוועקגעשיקט אין שוֹמרוֹן, צו די שָׂרִים פון [שטאָט וואָס אין] יזרעאל, צו די זקנים און די אַפּוטרָופּסִים פון אַחֲאָבס קינדער, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (ב) „אָט איצטערטאָ, אַז סʻקומט צו אײַך אָן אָט דער בריוו, און מיט אײַך זײַנען דאָ די זין פון אײַער האַר, און מיט אײַך די קאַרעטעריע מיט די פערד און אַן אײַנגעפעסטיקטע שטאָט מיט כְּלֵי⸗זַיִן, (ג) וועט איר אײַנזען ווער איז דער בעסטער און רעכטפאַרטיקסטער צווישן די זין פון אײַער האַר, איז שטעלט עם אַפן טראָן פון זײַן פאָטער, און גיין אין מלחמה פאַר אײַער האַרס הוֹיזגעזינד?
(ד) האָבן זיי זייער⸗און⸗זייער שטאַרק מורא געהאַט און גענומען זאָגן: „אָט זײַנען די צוויי מלכים פאַר עם ניט באַשטאַנען, טאַ ווי אַזוי זשע וועלן מיר דען באַשטיין?“ (ה) דער וואָס ממונה איבערן בַּיִת, און דער איבערן שטאָט, און די זקנים מיט די אַפּוטרָופּסים האָבן געשיקט יֵהוּאן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אײַערע אונטערטעניקע זײַנען מיר און אַלציקעדינג וואָס איר וועט אונדז הייסן וועלן מיר טאָן. מיר וועלן קיינעם ניט פאַרקיניגן. טוט ווי אַזוי אײַך אין די אויגן איז גוט“. (ו) האָט ער זיי אָנגעשריבן אַ צווייטן בריוו, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אויבע איר זײַט מײַניקע, און מײַן שטים האָרכט איר, איז נעמט די קעפּ פון די מענער צווישן די קינדער פון אײַער האַר און אָט די שעה אַף מאָרגן קומט צו מיר אין יזרעאל“. און די זין פונעם מלך זײַנען געווען זיבעציק מאַן, זיי זײַנען געווען מיט די טוּבֵי⸗הָעִיר וואָס האָדעווען זיי. (ז) איז אַזוי געווען, אַז דער בריוו איז צו זיי דערגאַנגען האָבן זיי גענומען די זין פונעם מלך, און האָבן געשאָכטן זיבעציק מאַן, און זיי האָבן זייערע קעפּ אין קוישן געלייגט און עם אַוועקגעשיקט אין יזרעאל. (ח) איז געקומען דער שליח און עם געגעבן צו וויסן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „מ′האָט געבראַכט די קעפּ פון די זין פון מלך!“, זאָגט ער עם: „שטעל זיי אוֹיסעט אין צוויי קופּעס באַם אַרײַנגאַנג פון שטאָט⸗טויער ביזקל אינדערפרי“.
(ט) איז געווען אַזוי אינדערפרי, ער איז אַרוֹיס און איז געשטאַנען און דעם גאַנצן עולם געזאָגט: „צדיקים זײַנט איר! אָט האָב איך געמאַכט קעגן מײַן האַר אַ צונויפדַבְּרעניש, און איך האָב עם דאַהַרְגעט, אָבער ווער האָט דען אָטאָ די אַלע דאַהַרְגעט? (י) דרום זײַט וויסן, אַז פונעם דְּבַר יי וועט גאָרנישניט אַ פאַל טאָן אַף דרערד פון דעם וואָס ס′האָט יי גערעדט איבערן בֵּית אַחְאָב. דאָס איז דען יי וואָס טוט אָדאָס וואָס ער האָט גערעדט אַדוכן האַנט פון זײַן געטרײַען, אֵלִיָּהוּ“. (יא) דאַנאָכדעם האָט יֵהוּא טויטגעשלאָגן די אַלע איבערגעבליבענע פונעת בֵּית אַחְאָב אין יזרעאל, מיט אַלע זײַנע גדולים, זײַנע ידידים און זײַנע כהנים, ביזקל וואַנענט ער האָט עם ניט איבערגעלאָזן קין איין שָׂרִיד⸗פָּלִיט.
(יב) און ער האָט זיך אופגעהויבן, און ער איז געקומען. ער איז אַוועקגעגאַנגען אַף שוֹמרוֹן. אונטערוועגנס איז ער אין בֵּית⸗עֵקֶד, באַ די פּאַסטעכער, (יג) טרעפט יֵהוּא די קרובים פון אֲחַזְיָהו מלך יהודה, איז פרעגט ער באַ זיי: „אַווער זײַנט איר?“ זאָגן זיי: „קרובים פון אֲחַזְיָהון זײַנען מיר, און מיר גייען אַראָפּעט פון וועגן שלום פון די קינדער פונעם מלך און די קיניגלעכע מוטער“. (יד) האָט ער אַ זאָג געטאָן: „כאַפּט זיי לעבעדיקערהייט!“ האָט מען זיי געכאַפּט לעבעדיקערהייט, און מ′האָט זיי געשאָכטן אין אַ גרוב אין בֵּית⸗עֵקֶד, פערציק⸗צוויי מאַן, ער האָט ניט איבערגעלאָזן קיין איינעם פון זיי.
(טו) איז ער פון אָדאָרטן געגאַנגען און האָט געטראָפן יְהוֹנָדָב⸗בֶּן⸗רֵכָבֿן, קומענדיק עם צו באַגעגענען, באַגריסט ער עם און טוט אַ פרעג: „צי איז באַ דיר אין האַרצן אופריכטיק מיט מיר אַזוי ווי באַ מיר אין האַרצן מיט דיר?“ זאָגט עם יְהוֹנָדָב: „יע און יע!“ „טאָ גיב די האַנט!“ האָט ער עם געגעבן, און ער האָט עם אַרופגענומען צו זיך אין רײַטוואָגן, (טז) זאָגנדיק עם: „איז קום מיט מיר און זע מײַן קנאות צו יי“. האָט מען עם מיטגענומען פאָרן אין רײַטוואָגן.
(יז) אַז ער איז אָנגעקומען אין שוֹמרוֹן האָט ער טויטגעשלאָגן די אַלע איבערגעבליבענע פון אַחְאָבן ביז וואַנענט ער האָט עם פאַרטיליקט וועדליק דעם דְּבַר יי וואָס ער האָט געזאָגט אֵלִיָּהוּן.
(יח) דאַמאָלסט האָט יֵהוּא אײַנגעזאַמלט דעם גאַנצן עולם און האָט פאַר זיי געזאָגט: „אַחְאָב האָט אַ קאַפּ געדינט דעם בַּעַל, יֵהוּא ט′עם דינען אַ פולע! (יט) איז איצטערטאָ די אַלע נביאים פון בַּעַל, די אַלע באַדינער זײַנע, מיט די אַלע כהנים זײַנע — רופט זיי צו מיר! זאָל קיינער ניט אוֹיספעלן, ווײַלע גרויסע קרבנות ′עט באַ מיר זײַן פאַרן בַּעַל. אַווער עס ′עט אוֹיספעלן, אָטאָ דער וועט ניט לעבן“. דאָס האָט יֵהוּא געמאַכט מיט כיטרעשאַפט, בכדי אומברענגען די באַדינער פון בַּעַל.
(כ) האָט יֵהוּא אַ זאָג געטאָן: „רופט אוֹיסעט אַ הייליקע אסיפה צום בַּעַל“. האָט מען אוֹיסגערופן. (כא) צודאַצו האָט יֵהוּא געשיקט איבער גאַנץ ישראל. ס′זײַנען געקומען די אַלע באַדינער פונעם בַּעַל. און ס′איז קין איינאיינציקער מאַן ניט געבליבן וואָס איז ניט געקומען. זיי זײַנען אָנגעקומען אין בֵּית הַבַּעַל. און דער בֵּית הַבַּעַל איז פול געווען פון איין שוועל ביזקל דעם אַנדערן. (כב) און דעם וואָס איז ממונה איבער באַלעבאַטישקײַט האָט ער געזאָגט: „נעמט אַרוֹסעט די בַּעַלשע מלבושים פאַר אַלע באַדינער פון בַּעַל“, האָט ער זיי אַרוֹיסגענומען די הלבשה. (כג) איז אָנגעקומען יֵהוּא, מיט יְהוֹנָדָב⸗בֶּן⸗רֵכָבֿן, אינעם בֵּית הַבַּעַל און ער האָט די בַּעַל באַדינער געזאָגט: „זוכט און קוקט טאָמער אי′ דאָ דאָ מיט אײַך פון די באַדינער פון יי, נײַערט בלוֹיז באַדינער פון בַּעַל“.
(כד) זײַנען זיי געקומען מקריב זײַן די קרבנות — זבחים און עולות. און יֵהוּא האָט זיך געשטעלט אַכציק מאַן, אַזאָגטאָנדיק: „אויבע אימיץ אַ מאַן וועט אַנטלאָפן ווערן, פון די מענטשן וועמען איך ברענג אײַך אין די הענט אַרײַן, ′עט ז ײַ ן לעבן אַף זײַן אָרט זײַן“.
(כה) און ס′איז געווען אַזוי, אַז ער האָט פאַרענדיקט מאַכן דעם קרבן עולה, האָט יֵהוּא אַ זאָג געטאָן די לויפער מיט די קאַפּיטאַנען: „קומט! הַרְגעט זיי! קין איין מאַן זאָל ניט אַרוֹיס“. האָבן זיי, די לויפער מיט די קאַפּיטאַנען, זיי דאַהַרְגעט מיטן שווערד און זיי געלאָזן אָדאָרטן ליגן. נאַכער זײַנען זיי אַוועק אין עִיר בֵּית⸗הַבַּעַל, (כו) און האָבן אַרוֹיסגענומען די אָפּגאָט⸗שטיינער פונעם בֵּית⸗הַבַּעַל, און עם אָפּגעברענט. (כז) דעם אָפּגאָט⸗שטיין פון בַּעַל האָבן זיי חרוב געמאַכט און דעם בֵּית⸗הַבַּעַל האָבן זיי חרוב געמאַכט, עס געמאַכט פאַר דרעקיקע אַטכאָזשעס ביזקל אין הײַנטיקן טאָג.
(כח) אַזוי אַרומעט האָט יֵהוּא פאַרטיליקט פון ישראל דעם בַּעַל. (כט) פונדעסטוועגן האָט ער זיך ניט אַוועקגעקערט פון די זינד פון יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿטן, מיט אַוועלכע ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל און איז געגאַנגען נאָך זיי: די גאָלדערנע קעלבער וואָס אין בֵּית⸗אֵל און וואָס אין דָּן.
(ל) האָט גאָט געזאָגט יֵהוּאן: „מחמת דעם וואָס דו האָסט גוט געטאָן, באַם מאַכן אָדאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין מײַנע אויגן — אָטאָ דעם אַלעמען וואָס באַ מיר אין רצון האָסטו געטאָן דעם בֵּית אַחְאָב; דרום וועלן נאָך זיצן פון פערטן דור דײַנעם אַפן טראָן פון ישראל. (לא) יֵהוּא האָט זיך אָבער ניט געהיט גיין לוֹיט די תורה פון יי, גאָט פון ישראל, מיטן גאַנצן האַרצן. ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פון די זינד פון יְרָבְֿעָמען, וואָס ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל.
(לב) יענע יאָרן האָט גאָט אָנגעהויבן אָפּהאַקן פון ישראל. חֲזָאֵל האָט זיי געשלאָגן אין אַלע געמאַרקן פון ישראל; (לג) פון זײַט ירדן אַוואו די זון נעמט שײַנען: דעם גאַנצן לאַנד פון גִּלְעָד, פון די גָּדְער, די ראובנער, די מְנַשּׁהר; פון עֲרׁעֵר וואָס באַם נַחַל אַרְנוֹן — מיטן גִּלְעָד און מיטן בָּשָׁן.
(לד) און די איבעריקע זאַכן וועגן יֵהוּאן, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, און די גאַנצע גבורה זײַנע, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (לה) און יֵהוּא איז געלעגן מיט זײַנע אבוﬨ און מ′האָט עם מקבר געווען אין שוֹמרוֹן. און אַף זיין אָרט האָט געקיניגט יְהוֹאָחָז זײַן זון.
(לז) די יאָרן אַוואָס יֵהוּא האָט איבער ישראל געקיניגט: צוואַנציק⸗אַכט יאָר אין שוֹמרוֹן.
◊
(א) אַז עֲתַלְיָה, די מוטער פון אֲחַזְיָהון, האָט זיך אַרומגעזען, אַז איר זון איז געשטאָרבן, האָט זי זיך אופגעהויבן און האָט אומגעבראַכט די גאַנצע זרע המלוכה. (ב) האָט דאַמאָלסט יְהוֹשֶׁבַֿע, די טאָכטער פונעם מֵלֶך יְהוֹרָם — די שוועסטער פון אֲחַזְיָהו — גענומען יְהוֹאָשְׁן, דעם זון פון אֲחַזְיָהן, און עם אַוועקגעגנבעט פון צווישן די קינדער פון מלך וואָס מ′האָט געהאַלטן אין הַרְגענען, אין קאַמער פון די בעטן; עם און זײַן זייגערקע. מ′האָט עם אוֹיסבאַהאַלטן פון פאַר עֲתַלְיָהן און ער איז ניט געטייט געוואָרן. (ג) און ער האָט זיך מיט איר באַהאַלטן אינעם בּיֵת יי זעקס יאָר.
און עֲתַלְיָה האָט געקיניגט איבערן לאַנד. (ד) אָבער אין זיבעטן יאָר האָט יְהוֹיָדָע געשיקט נאָך די קאַפּיטאַנען איבער די הונדערטער באַ די כְּרֵיתִים, און די לויפער, און האָט זיי געבראַכט צו זיך אינעם בֵּית יי, און מיט זיי כּוֹרֵת בְּרִית געווען, און באַשוואָרן, און זיי באַוויזן דעם בֶּן⸗מֵלֶךְ, (ה) און זיי אַ קאָמאַנדע געגעבן: „אָדאָס אי′ די זאַך וואָס איר זאָלט טאָן: אַ דריטל פון אײַך, די שבת⸗שמירה און די היטער פון שמירה פונעם בֵּית⸗הַמֵלֶךְ; (ו) און אַ דריטל פון אײַך וואָס באַם טויער שַׁעַר⸗סוּר; און אַ דריטל וואָס אַהינטער די לויפער; היטן זאָלט איר די היטונג פונעם בַּיִת מיט אַ מחיצה; (ז) און אָטאָ די צוויי חלקים אַוואָס באַ אײַך וואָס גייען אַוועקעט אום שבת, זיי זאָלן היטן די שמירה אַרום דעם בֵּית יי פון מֵלֶכס וועגן. (ח) אַרומרינגלען זאָלט איר דעם מלך אַרומענאַרום, איטלעכער מאַן מיט זײַן כֵּלֶי אין האַנט באַ עם. און ווער ס′עט אַרײַנקומען אין די רייען, זאָל געטייט ווערן. און זיי זאָלן מיטן מלך זײַן, אַז ער גייט אַרוֹיסעט און אַז ער קומט אַרײַנעט“.
(ט) די קאַפּיטאַנען איבער די הונדערטער האָבן געטאָן וועדליק אַלציקעדינג וואָס עס האָט אַ קאָמאַנדע געגעבן יְהוֹיָדָע⸗הַכֹּהֵן. איטלעכער האָט גענומען די מענער די זײַניקע: די שבת⸗קומענדיקע מיט די שבת⸗אַוועקגייענדיקע, און זיי זײַנען געקומען באַ יְהוֹיָדָע⸗הַכֹּהנען. (י) און דער כהן האָט געגעבן די קאַפּיטאַנען פון די הונדערטער די שפּיזן מיט די שיידלען וואָס זײַנען באַ דָּוִד⸗הַמֵּלֶכן געווען, וואָס אינעם בֵּית יי. (יא) די לויפער זײַנען געשטאַנען, איטלעכער מיט זײַן כֵּלֶי אין האַנט, פון רעכטן עק פונעם הוֹיז אַזש ביזקל דעם לינקן עק פון הוֹיז באַם מזבח און באַם בַּיִת, אַרומרינגלענדיק דעם מלך.
(יב) האָט ער אַרוֹיסגעפירט דעם בֶּן⸗מֵלֶךְ און געשטעלט אַף עם די קרוין און די עֵדוּתדיקע הלבשה, און מ′האָט עם באַקיניגט און מ′האָט עם באַזאַלבט, מ′האָט געפּאַטשט מיט די הענט און מ′האָט אַ זאָג געטאָן: „יְחִי הַמֵּלֶך!“
(יג) אַז עֲתַלְיָה האָט דאַהערט דעם געפּילדער פון די לויפער [און] פונעם עולם, איז זי געקומען צום עולם אינעם בֵּית יי. (יד) אָט דאַזעט זי אַז ס′שטייט דער מלך באַם עמוד ווי ס′איז דער שטייגער, און די שָׂרים מיט די טרומייטער זײַנען מיטן מלך, און דער פאָלק אין לאַנד, אַלע דאַפרייען זיך און בלאָזן אין טרומייטן. האָט זיך עֲ׃תַלְיָה קריעה געריסן מיט אירע מלבושים און אַרוֹיסגערופן: „אוֹי, אַ צונויפדַּבְּרעניש, אַ צונויפדַּבְּרעניש“.
(טו) האָט יְהוֹיָדע דער כהן אַ קאָמאַנדע געטאָן די קאַפּיטאַנען פון די הונדערטער מיט די וואָס איבערן חַיִל, ער האָט זיי געזאָגט: „נעמט איר אַרוֹיסעט פונעם בַּית אַף די רייען. און ווער ס′גייט איר אַנאָך זאָלט איר טייטן מיטן שווערד“, ווײַלע, אָט אַזוי האָט ער געגעבן צו פאַרשטיין, „זי זאָל ניט געטייט ווערן אינעם בֵּית יי“. (טז) האָט מען הענט אַף איר ארופגעלייגט, און אַז זי איז אָנגעקומען דוכן אַרײַנגאַנג פון די פערד אין בֵּית⸗הַמֵּלֶך, איז זי אָדאָרטן געטייט געוואָרן.
(יז) יְהוֹיָדָע האָט דעם ברית געמאַכט צווישן יי און צווישן דעם מלך, און צווישן דעם פאָלק, צו זײַן אַ פאָלק צו גאָט, און צווישן דעם מלך און דעם פאָלק.
(יח) איז דער גאַנצער פאָלק פון לאַנד אָנגעקומען אינעם בֵּית⸗הַבַּעל און חרוב געמאַכט זײַנע מזבחות און די בילדער האָט מען גרונטיק צעשמעטערט, און דעם כהן גדול, מַתָּנען האָט מען באַ די מזבחות דאַהַרְגעט.
און דער כהן האָט געשטעלט שומרים איבערן בֵּית יי, (יט) און גענומען די קאַפּיטאַנען וואָס איבער די הונדערטער, מיט די כְּרֵיתִים מיט די לויפער מיטן גאַנצן פאָלק פון לאַנד, און מ′האָט אַראָפּגעפירט דעם מלך פון בית יי, אָנקומענדיק דורכן טויער שַׁעַר⸗הָרָצים.
און ער איז געזעסן אַפן טראָן פון די מלכים. (כ) דער גאַנצער פאָלק פון לאַנד האָט זיך דאַפרייט. די שטאָט איז געווען אַ רואיקע. עֲתַלְיָהן האָט מען דאָך געהאַט געטייט באַם בֵּית⸗הַמֵּלֶךְ.
◊
(א) זיבן יאָר איז יְהוֹאָשְׁן געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן. (ב) אין זיבעטן יאָר פון יֵהוּא האָט ער גענומען קיניגן, און פערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און די מאַמע באַ עם האָט געהייסן צִבְֿיָה פון באר⸗שבע. (ג) און יְהוֹאָשׁ האָט אַלע זײַנע יאָרן געטאָן אָדאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין די אויגן פון גאָט, אָטאַזוי ווי ס′האָט מיט עם געלערנט יְהוֹיָדָע דער כהן. (ד) נײַערט די הויכע במות האָט מען ניט אַראָפּגענומען, דער פאָלק האָט נאָך ווײַטער געקוילעט און געדעמפּט אַף די הויכע במות.
(ה) יהואש האָט אַ זאָג געטאָן די כהנים: „די גאַנצע געלט פון הייליקשאַפטן וואָס ס′עט געבראַכט ווערן אין בֵּית יי — געלט פון די אָנגעפאָרענע וואָס מ′ציילט, געלט לויטן אָפּשאַץ פון אַ מענטשן, יעטווידער געלט וואָס ס′פאַלט אײַנעט באַ אַ מענטשן צו ברענגען אין בֵּית יי — (ו) זאָלן זיך נעמען די כהנים, איטלעכער באַ זײַן באַקאַנטן, און זיי זאָלן געבן פאַרריכטן דעם בֶּדֶק⸗הַבַּיִת אומעטום וואו ס′וועט זיך אָפּזוכן אַ היזק“.
(ז) און ס′איז געווען, אין צוואַנציק⸗דריטן יאָר באַם מלך יהואש, אַז די כהנים האָבן דעם בֶּדֶק⸗הַבַּיִת ניט פאַרריכט, (ח) האָט דער מלך יהואש גערופן יְהוֹיָדָע⸗הכהנען, און די כהנים, און זיי געזאָגט: „פאַרוואָזשע פאַרריכט איר דען ניט דעם בֶּדֶק⸗הַבַּיִת? איז אַף איצטערטאָ נעמט ניט קין געלט פון אײַערע באַקאַנטע, נאָר וואָדען, גיט עס אַוועקעט פאַרן בֶּדֶק⸗הַבַּיִת“. (ט) די כהנים זײַנען מרוצה געווען, ניט נעמען באַם עולם קין געלט און ניט פאַרריכטן דעם בֶּדֶק⸗הַבַּיִת.
(י) האָט יְהוֹיָדָע הכהן גענומען אַ פּושקע און געעגבערט אין טיר וואָס באַ איר אַ לאָך און איר געשטעלט באַם מזבח, צו רעכטס צוצו (אַז מ′גייט אַרײַנעט אינעם בֵּית יי), און די כהנים די שוועל⸗שומרים האָבן אָדאָרטן אַוועקגעגעבן די גאַנצע געלט וואָס איז געבראַכט געוואָרן אינעם בֵּית יי. (יא) און ס′איז געווען, אַז זיי האָבן דאַזען אַז ס′איז דאָ אַ סך געלט אין פּושקע זײַנען געקומען דעם מלכס סופר און דער כהן גדול און האָבן עס פאַרבונדן און אָפּגעציילט די געלט וואָס איז געפונען געוואָרן אינעם בֵּית יי, (יב) און האָבן אַוועקגעגעבן די אָפּגעוועגטע געלט צו די אָנגעשטעלטע איבער די בעל⸗מלאכהס אינעם בֵּית יי, און זיי האָבן אַרוֹיסגענומען פאַר די סטאָלער און די בוֹיער וואָס אַרבעטן אינעם בֵּית יי, (יג) און די מולער און די שטיינשנײַדער, און צום אײַנקויפן די געהילץ און די אײַנגעהאַקטע שטיינער, אַף צו פאַרריכטן דעם בֶּדֶק⸗הַבַּיִת פונעם בֵּית יי, און פאַר אַלציקעדינג וואָס גייט אַוועקעט אַף הוצאות צום פאַרריכטן. (יד) נײַערט אין בֵּית יי וועט ניט געמאַכט ווערן קיין זילבערנע געזאַנג⸗בעקן, קין שפּרענג⸗בעקן און קין טרומייטן — אַוועלכע ניט איז כלים פון גאָלד צי פון זילבער, פון די געלט וואָס ווערט געבראַכט אין בֵּית יי, (טו) נאָר וואָדען, פאַר די בעל⸗מלאכהס זאָל עס געגעבן ווערן, זיי זאָלן דאַמיט פאַרשטאַרקן דעם בֵּית יי. (טז) באַ די מענטשן אַוואָס מ′האָט זיי געגעבן אין האַנט אַרײַנעט די געלט אַף צו געבן די בעל⸗מלאכהס האָט מען קין חשבונות ניט געמאַכט, זיי האָבן עס דאָך געטאָן בנאמנות. (יז) נײַערט די געלטער פון אַ קרבן אשם און אַ קרבן חטאת ברענגט מען ניט אינעם בֵּית יי. זיי זײַנען דאָך פאַר די כהנים.
(יח) דאַמאָלסט איז חֲזָאֵל דער מלך פון אֲרַם אַרוף מלחמה האַלטן אַפן שטאָט גַּת, און ער האָט איר אײַנגענומען. האָט ער זײַן פּנים געקערט, חֲזָאֵל, אַרוף אַף ירושלים. (יט) יהואש דער מלך יהודה האָט גענומען די אַלע כְּלֵי⸗קוֹדֶשׁ וואָס עס האָבן געהייליקט זײַנע אבות יְהוֹשָׁפָט, יְהוֹרָם און אֲחַזְיָהו, מלכים פון יהודה, און זײַנע אייגענע כְּלֵי⸗קוֹדֶשׁ, און די גאַנצע גאָלד וואָס האָט זיך געפונען אין די אוצרות פונעם בֵּית יי און פונעם בֵּית הַמֵּלֶךְ, און ער האָט עס אַוועקגעשיקט חֲזָאֵלן דעם מלך פון אֲרַם און ער איז אַראָפּ פון איבער ירושלים.
(כ) ﬡון די ﬡיבעריקע זאַכן וועגן יוֹאָשְׁן, און אַﬥציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (כא) ס′האָבן זיך אַף עם אופגעהויבן זײַנע באַדינער צונויפדַבֶּרענען אַ צונויפדַבְּרעניש און זיי האָבן עם געשלאָגן אין בֵּית⸗מִלֹּא אַז מ′גייט אַראָפּעט אַף סִלָּא. (כב) יוֹזָכָר⸗בֶּן⸗שִׁמְעָת און יְהוֹזָבָֿד⸗בֶּן⸗שׁוֹמֵר, זײַנע באַדינער, האָבן עם געשלאָגן און ער איז געשטאָרבן. מ′האָט עם מקבר געווען מיט זײַנע אבות אינעם עִיר דָּוִד.
און ס′האָט געקיניגט אֲמַצְיָה זײַן זון אַף זײַן אָרט.
◊
(א) אין צוואַנציק⸗דריטן יאָר פון יוֹאָשְׁן, דעם זון פון אֲחַזְיָהוּן, מלך יהודה, האָט יְהוֹאָחָז, דער זון פון יֵהוּאן, גענומען קיניגן איבער ישראל אין שׁוֹמְרוֹן — אַף זיבעצן יאָר. (ב) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט און ער איז נאָכגעגאַנגען נאָך די זינד פון יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿט וואָס ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל, ער האָט זיך פונדאַפון ניט אָפּגעקערט. (ג) און ס′האָט געגרימט דער צאָרן פון גאָט אַף ישראל און ער האָט אָטאָ די אַלע יאָרן זיי געגעבן אין האַנט פון חֲזָאֵל, דעם מלך פון אֲרַם, און אין האַנט פון בֶּן⸗הֲדַדְן, חֲזָאֵלס זון.
(ד) האָט זיך יְהוֹאָחָז אײַנגעבעטן פון פאַר יי. און יי האָט זיך צו עם צוגעהערט ווײַלע ער האָט געזען ישראלס פאַרמוטשעניש, וואָס דער מלך פון אֲרַם האָט זיי פאַרמוטשעט. (ה) האָט יי געגעבן פאַר ישראל אַן אוֹיסלייזער, און זיי זײַנען אַרוֹיס פון אונטערן האַנט פון אֲרַם, און די בני ישראל זײַנען געזעסן באַ זיך אין שטוב אַזוי ווי אין די אַמאָליקע יאָרן.
(ו) נײַערט זיי האָבן זיך ניט אָפּגעקערט פון די זינד פון בֵּית יְרָבְֿעָם וואָס האָט מיטדאַמיט זינדיקגעמאַכט ישראל, אינדערין איז ער געגאַנגען. אַז אַפילו די אֲשֵרָה איז אין שוֹמרוֹן געשטאַנען!
(ז) מחמת דעם וואָס ער האָט ניט איבערגעלאָזן פאַר יְהוֹאָחָזְן קין מענטשן, אַחוץ מערניט פופציק רײַטער, צען קאַרעטעס, און צען טוֹיזנט פוסגייער. ווײַלע דער מלך פון אֲרַם האָט זיי אומגעבראַכט, זיי געמאַכט פאַר שטויב אַף צעטרעטעניש.
(ח) און די איבעריקע זאַכן וועגן יְהוֹאָחָזְן, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, און די גבורה זײַנע, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (ט) און יְהוֹאָחָז איז געלעגן מיט זײַנע אבות, מ′האָט עם צו קבורה געבראַכט אין שוֹמרוֹן.
און ס′האָט געקיניגט יְהוֹאָש זײַן זון אַף זײַן אָרט.
(י) אין דרײַסיק⸗זיבעטן יאָר פון יוֹאָשְׁן, מלך יהודה, האָט גענומען קיניגן יְהוֹאָשׁ⸗בֶּן⸗יְהוֹאָחָז אין שוֹמרוֹן, אַף זעכצן יאָר. (יא) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט. ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פון די אַלע זינד פון יְרָבֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָטְן, וואָס ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל, אינדערין איז ער געגאַנגען.
(יב) און די איבעריקע זאַכן וועגן יְהוֹאָשְׁן, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, און די גבורה זײַנע, וואָס ער האָט מלחמה געפירט מיט אֲמַצְיָהן, דעם מלך פון יהודה, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (יג) און יְהוֹאָחָז איז געלעגן מיט זײַנע אבות.
און יְרָבְֿעָם איז געזעסן אַף זײַן טראָן.
און יְהוֹאָשׁ איז צו קבורה געקומען אין שוֹמרוֹן מיט די מלכים פון ישראל.
(יד) אלישע איז קראַנק געוואָרן אַפן קראַנקשאַפט זײַנע וואָס דערמיט וועט ער שטאַרבן. צו עם איז אַראָפּ יְהוֹאָשׁ מלך ישראל און האָט געוויינט פאַר זײַן פּנים, אַזאָגטאָנדיק: „מײַן טאַטע, מײַן טאַטע. מרכבה פון ישראל און זײַנע בעלי⸗מרכבה“. (טו) זאָגט עם אלישע: „נעם פײַלנבויגן“. האָט ער עם געבראַכט אַ בויגן מיט פײַלן, (טז) און ער זאָגט דעם מלך ישראל: „פירט די האַנט אײַערע איבערן בויגן“. און אלישע האָט זײַנע הענט געלייגט איבער די הענט פונעם מלך, (יז) און עם אַ זאָג געטאָן: „עפנט אוף דעם פענצטער צו מזרח צו“. האָט ער געעפנט. זאָגט אלישע: „שיסט!“ האָט ער געשאָסן. זאָגט ער ווײַטער: „ס′איז דער פײַל פון גאָט אַף אַ ישועה! און דער פײַל פון אַ ישועה איבער אֲרַם. איר וועט שלאָגן די אַראַמייער אין אֲפֵק ביזן מאַכן אַ סוף!“ (יח) זאָגט ער ווײַטער: „נעמט די פײַלן“, האָט ער גענומען, און ער זאָגט דעם מלך ישראל: „שלאָגט אָן דרערד צוצו“, האָט ער דרײַ מאָל אַ שלאָג געטאָן, און זיך אָפּגעשטעלט. (יט) איז דער איש אלהים אַף עם אין כעס געוואָרן, אַ זאָגטאָנדיק: „וואָלט איר פינף צי זעקס מאָל געשלאָגן, טאָ וואָלט איר די אַראַמייער געשלאָגן ביזן מאַכן אַ סוף! איצטערטאָ ט′איר דרײַ מאָל פאַרשלאָגן די אַראַמייער“.
(כ) און אלישע איז געשטאָרבן און מ′האָט עם מקבר געווען.
דאַמאָלסט פלעגן באַנדעס פון די מוֹאָבֿער אָנקומען אין לאַנד אַלע יאָר. (כא) איז געווען אַזוי, אַז מ′האַלט אין מקבר זײַן אַ מענטשן און אָט טוט מען אַ קוק — אַ באַנדע. האָבן זיי דעם מאַן אַרײַנגעוואָרפן אין אלישעס קבר און זײַנען אַוועק. און אַז דער מאַן האָט זיך אָנגערירט אָן די ביינער פון אלישען האָט ער זיך געגעבן אַ שטעל⸗אוף אַף די פיס.
(כב) חֲזָאֵל דער מלך פון אֲרַם האָט געמוטשעט ישראל די אַלע יאָרן פון יְהוֹאָחָזְן. (כג) האָט זיי גאָט געלײַטזעליקט און האָט זיך איבער זיי דערבאַרימט, און זיך צו זיי צוגעקערט פון וועגן זײַן ברית מיט אברהם, יצחק, און יעקבן, און האָט ניט געוועלט זיי פאַרטיליקן, און האָט זיי ניט אַוועקגעוואָרפן פון פאַר זײַן פּנים אַזש ביזקל אין הײַנטיקן טאָג.
(כד) אַז חֲזָאֵל מלך אֲרַם איז געשטאָרבן, האָט גענומען קיניגן זײַן זון בֶּן⸗הֲדַד אַף זײַן אָרט. (כה) און יְהוֹאָשׁ, דער זון פון יְהוֹאָחָזְן, האָט גענומען אַף קאַריק פון האַנט פון בֶּן⸗הֲדַדְן, דעם זון פון חֲזָאֵל, אָטאָ די שטעט וואָס ער האָט דאָך זיי געהאַט גענומען פון האַנט פון יְהוֹאָחָז זײַן טאַטן אין מלחמה.
דרײַ מאָל האָט עם יְהוֹאָשׁ מנצח געווען. ער האָט די שטעט פון ישראל אומגעקערט אַף קאַריק.
◊
(א) אין צווייטן יאָר פון יוֹאָשְׁן, זון פון יוֹאָחָז, מלך ישראל, האָט גענומען קיניגן אֲמַצְיָהוּ דער זון פון יוֹאָשׁ מלך יהודה. (ב) צוואַנציק⸗פינף יאָר איז עם געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן. צוואַנציק⸗נײַן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. די מאַמע באַ עם האָט געהייסן יְהוֹעַדָּן פון ירושלים. (ג) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין די אויגן פון גאָט, נאָר וואָדען ניט אַזוי ווי דוד זײַן פאָטער, נײַערט אַזוי ווי זײַן טאַטע יוֹאָשׁ, אַזוי האָט ער געמאַכט. (ד) נײַערט די הויכע בָּמוֹת האָט מען ניט אָפּגעקערט, דער עולם האָט ווײַטער געקוילעט און געדעמפּט אַף די במות.
(ה) און ס′איז געווען, אַז באַ עם אין האַנט האָט זיך פאַרשטאַרקט די מלוכה, האָט ער דאַהַרְגעט די באַדינער זײַנע וואָס האָבן טויטגעשלאָגן דעם מלך, זײַן טאַטן. (ו) אָבער די זין פון די הַרְגער האָט ער ניט געטייט, וועדליק דעם וואָס ס′שטייט געשריבן אינעם ספר תּוֹרַת מֹשֶׁה, אָדאָס וואָס גאָט האָט געהייסן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „ס′זאָלן ניט געטייט ווערן עלטערן פאַר קינדער, און קינדער זאָלן ניט געטייט ווערן פאַר זייערע עלטערן, נאָר וואָדען: אַ מענטש פאַר אייגענע זינד זאָל געטייט ווערן“.
(ז) ער האָט מנצח געווען צען טוֹיזנט אֱדוֹמער אין גֵּי⸗מֶלַח און האָט אײַנגענומען סֶלַע, און איר אַ נאָמען געגעבן יָקְתְֿאֵל, אַזש ביזן הײַנטיקן טאָג.
(ח) אֲמַצְיָה האָט דאַמאָלסט געשיקט שלוחים צו יְהוֹאָשְׁן, זון פון יְהוֹאָחָז זון פון יֵהוּא, מלך ישראל, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „לאָמיר זיך פּנים⸗אל⸗פּנים פאַרמעסטן“. (ט) האָט יְהוֹאָשׁ מלך ישראל אַוועקגעשיקט אֲמַצְיָהוּן, דעם מלך יהודה, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „דער דאָרן וואָס אין לבנון האָט געשיקט דעם צעדערבוים וואָס אין לבנון, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,גיב זשע דײַן טאָכטער פאַר אַ ווײַב פאַר מײַן זוןʻ, איז אָבער אַדוך אַ ווילדע חיה וואָס אין לבנון און האָט דעם דאָרן צעטראָטן. (י) מנצח האָט איר טאַקע מנצח געווען די אֱדוֹמער און ס′האָט אײַך געמאַכט פאַר הויכהאַרציק. איז נעמט זשע אָפּעט דעם כבוד און זיצט זיך אינדערהיים. אַוואָס ט′איר זיך אָפּטאָן אַ צרה אַוואו איר′ט פאַלן, און מיט אײַך — יהודה!“.
(יא) האָט זיך אֲמַצְיָהו פונדעסטוועגן ניט צוגעהערט. איז יְהוֹאָשׁ מלך ישראל אַרוף, און זיי האָבן זיך פּנים⸗אל⸗פּנים פאַרמאָסטן: ער, און אֲמַצְיָהוּ מלך יהודה, אין בּיֵת⸗שֶׁמֶשׁ וואָס אין יהודה. (יב) יהודה האָט געכאַפּט אַ מפּלה פון פאַר ישראל, און מ′איז אַנטלאָפן, איטלעכער צו זיך אין שטוב. (יג) און אֲמַצְיָהוּן, מלך יהודה, דעם זון פון יְהוֹאָשׁ דעם זון פון אֲחַזְיָהוּן, האָט יְהוֹאָשׁ מלך ישראל געכאַפּט אין בּיֵת⸗שֶׁמֶשׁ. זיי זײַנען אין ירושלים אָנגעקומען, און ער האָט אײַנגעבראָכן די שטאָט⸗וואַנט פונעם טויער שַׁעַר אֶפְרַיִם און ביזקל דעם טויער שַׁעַר הַפִּנָּה, פיר הונדערט אמה אַ מהלך. (יד) און ער האָט צוגענומען די גאַנצע גאָלד מיטן זילבער, מיט די אַלע כלים וואָס געפינען זיך אינעם בּיֵת יי, און פון די אוצרות פונעם בֵּית הַמֵּלֶךְ, און די משכנות, און האָט זיך אומגעקערט אין שוֹמרוֹן.
(טו) און די איבעריקע זאַכן וועגן יְהוֹאָשְׁן, וואָס ער האָט געמאַכט, און די גבורה זײַנע, און ווי אַזוי ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אֲמַצְיָהוּן, מלך יהודה, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (טז) און יְהוֹאָשְׁ איז געלעגן מיט זײַנע אבות, מ′האָט עם צו קבורה געבראַכט אין שוֹמרוֹן מיט די מלכים פון ישראל.
און ס′האָט געקיניגט יְרָבְֿעָם זײַן זון אַף זײַן אָרט.
(יז) און ס′איז געווען אַזוי, אַז אֲמַצְיָהוּ דער זון פון יוֹאָשׁ איז געווען דער מלך פון יהודה אַף נאָך פופצן יאָר נאָכן טויט פון יְהוֹאָש⸗בֶּן יְהוֹאָחָז מלך ישראל. (יח) ﬡון די ﬡיבעריקע זאַכן וועגן אֲמַצְיָהוּן, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (יט) מען האָט צונויפגעדַבְּרט אַף עם אַ צונויפדַבְּרעניש אין ירושלים. איז ער אַנטלאָפן געוואָרן קין לָכִישׁ, האָט מען געשיקט נאָך עם אַף לָכִישׁ און מ′האָט עם אָדאָרטן דאַהַרְגעט. (כ) האָט מען עם געבראַכט צו טראָגן אַף די פערד און ער איז צו קבורה געקומען אינעם עִיר דָּוִד.
(כא) האָט גענומען דער גאַנצער פאָלק יהודה עֲזַרְיָהן, ער איז אַלט געווען זעכצן יאָר, און מ′האָם עם פאַרקיניגט אַפן אָרט פון אֲמַצְיָהוּן, זײַן טאַטן. (כב) אָדאָס האָט ער אוֹיסגעסטרוֹיעט אֵילַת און איר אומגעקערט פאַר יהודה נאָכדעם ווי דער מלך איז מיט זײַנע אבות געלעגן.
(כג) אין פופצעטן יאָר פון אֲמַצְיָהוּ, זון פון יוֹאָשְׁן, מלך יהודה, האָט גענומען קיניגן יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗יוֹאָשׁ, מלך ישראל, אין שוֹמרוֹן — אַף פערציק⸗איין יאָר. (כד) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט. ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פון די אַלע זינד פון יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿט וואָס ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל.
(כה) אָדאָס האָט ע ר אַף קאַריק אומגעקערט דעם גְּבֿוּל יִשְׂרָאֵל אַזש פון לְבֿוֹא חֲמָתֿ העט ביזקל דעם יַם⸗הָעֲרָבָֿה, וועדליק דעם וודאָרט פון יי, גאָט פון ישראל, וואָס ער האָט גערעדט אַדוכן האַנט פון יוֹנָה⸗בֶּן⸗אֲמִתַּי הַנָּבִיא פון גַּת הַחֵפֶר, (כו) דאַמאָלסט אַז יי האָט דאַזען די מאַטערניש פון ישראל, זייער ביטערשאַפט, אַז ניט דער אַפּאָפּלעקסעטער און ניט דער אָפּגעשטויסענער, קיינער איז ניט קין באַהעלפער פון ישראלס וועגן. (כז) יי האָט דאָך ניט גערעדט וועגן גלאַט אָפּמעקן דעם נאָמען ישראל פון אונטערן הימל, און ער האָט זיי אָפּגעראַטעוועט אַדוך יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗יוֹאָשׁ.
(כח) און די איבעריקע זאַכן וועגן יְרָבְֿעָמען, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, און זײַן גבורה, וואָס ער האָט מלחמה געהאַלטן און אַווידער אומגעקערט דַּמֶּשֶׂק; און חֲמָתֿ וואָס אין [אַראַמישן גליל] יהודא; — צו ישראל, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (כט) און יְרָבְֿעָם איז געלעגן מיט זײַנע אבות, מיט די מלכים פון ישראל.
און ס′האָט געקיניגט זְכַֿרְיָה זײַן זון אַף זײַן אָרט.
◊
(א) אין צוואַנציק⸗זיבעטן יאָר פון יְרָבְֿעָם מלך ישראל האָט גענומען קיניגן עֲזַרְיָה, זון פון אֲמַצְיָה, מלך יהודה. (ב) אַ זעכצן יאָריקער איז ער געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן, און פופציק⸗צוויי יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. זײַן מאַמעס נאָמען איז יְכָלְיָהוּ פון ירושלים. (ג) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז גוט אין די אויגן פון גאָט אָט אַזויאָ ווי אַלציקעדינג וואָס ס′האָט געטאָן אֲמַצְיָהוּ זײַן טאַטע. (ד) מערניט די הויכע במות האָט מען ניט אַראָפּגענומען, דער עולם האָט ווײַטער געקוילעט און געדעמפּט אַף די במות.
(ה) גאָט האָט אָנגעטשעפּעט דעם מלך און ער איז געווען אַ מְצוֹרָע ביזקל אין טאָג פון זײַן טויט, און ער האָט געוואוינט אין באַזונדערן קאַניקולן⸗הוֹיז, און יוֹתָם דער בֶּן⸗הַמֵּלֶךְ האָט געטאָן משפּטן דעם פאָלק פונעם לאַנד.
(ו) און די איבעריקע זאַכן וועגן עֲזַרְיָהוּן, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (ז) און עֲזַרְיָהוּ איז געלעגן מיט זײַנע אבות. מ′האָט עם צו קבורה געבראַכט מיט זײַנע אבות אינעם עִיר דָּוִד.
און ס′האָט געקיניגט יוֹתָם זײַן זון אַף זײַן אָרט.
(ח) אין דרײַסיק⸗אַכטן יאָר פון עֲזַרְיָהוּן, מלך יהודה, האָט זְכַרְיָהוּ, דער זון פון יְרָבְֿעָמען, גענומען קיניגן איבער ישראל, אין שומרון — אַף זעקס חדשים. (ט) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, אָט אַזויאָ ווי ס′האָבן געטאָן זײַנע אבות. ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פון די זינד פון יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿטְן, מיט וועלכע ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל.
(י) אַף עם האָבן צונויפגעדַבֶּרט שַׁלּוּם⸗בֶּן⸗יָבֵֿשׁ, און האָם עם געשלאָגן אין יִבְֿלְעָם, און האָט עם דאַהַרְגעט און האָט געקיניגט אַף זײַן אָרט. (יא) די איבעריקע זאַכן וועגן זְכַרְיָהן זײַנען דאָך אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“, (יב) אָדאָס איז דאָך דער דְּבַר יי אַוואָס ער האָט גערעדט צו יֵהוּאן, אַזוי צו זאָגן: „ס′וועלן נאָך זיצן פון פערטן דור דײַנעם אַפן טראָן פון ישראל“. וכך הווה.
(יג) שַׁלּוּם⸗בֶּן⸗יָבֵֿשׁ האָט גענומען קיניגן אין דרײַסיק⸗נײַנטן יאָר פון עוּזִּיָּה מלך יהודה, און געקיניגט האָט ער אַ קיימא⸗לן פון אַ חודש אין שוֹמרוֹן.
(יד) און ס′איז אַרוף מְנַחֵם⸗בֶּן⸗גָּדִי פון תִּרְצָה. ער איז אָנגעקומען אין שוֹמְרוֹן און האָט געשלאָגן שַׁלּוּם⸗בֶּן⸗יָבֵֿשְׁן, און האָט עם דַאהַרְגעט, און האָט אַף זײַן אָרט געקיניגט. (טו) און די איבעריקע זאַכן פון שַׁלּוּמען מיט זײַן צונויפדַבְּרעניש אַוואָס ער האָט צונויפגעדַבְּרט זײַנען דאָך אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“.
(טז) דאַמאָלסט האָט מנחם אָנגעשלאָגן אַף תִּפְסַח מיט אַלציקעדינג וואָס דאַרינען, מיט אירע געמאַרקן אַזש פון תִּרְצָה, ווײַלע זיי האָבן ניט אופגעעפנט, און ער האָט אַפילו דאַהַרְגעט די אַלע טראָגעדיקע פרוֹיען, זיי אופגעשפּאָלטן.
(יז) אין דרײַסיק⸗נײַנטן יאָר פון עֲזַרְיָהן, מלך יהודה, האָט גענומען קיניגן מְנַחֵם⸗בֶּן⸗גָּדִי איבער ישראל, אַף צען יאָר, אין שוֹמרוֹן. (יח) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט. ער האָט זיך אַלע זײַנע יאָרן ניט אָפּגעקערט פון די זינד פון יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿטְן אַוואָס ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל.
(יט) איז געקומען אַף ארץ ישראל פּוּל דער מלך פון אַשּׁוּר. האָט מנחם אַוועקגעגעבן פּוּלְן טוֹיזנט כִּיכָּרִים מיט זילבער זײַנע הענט זאָלן עם אונטערשפּאַרן בכדי צו שטאַרקן באַ עם אין די הענט די מלוכה. (כ) ער האָט אַרוּפגעלייגט די הוצאה, מנחם, אַף ישראל: איבער די אַלע גיבורים פון די חיילות, אַף צו געבן דעם מלך אַשור צו פופציק זילבערנע שקלים צו אַיעדער. האָט זיך דער מלך פון אַשור אַף קאַריק געקערט, און איז ניט געבליבן אין ארץ ישראל.
(כא) און די איבעריקע זאַכן פון מנחמען, און אַלציקעדינג אַוואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“? (כב) איז מנחם געלעגן מיט זײַנע אבות.
און ס′האָט געקיניגט פְּקַחְיָה זײַן זון אַף זײַן אָרט.
(כג) אין פופציקסטן יאָר פון עֲזַרְיָהן, מלך יהודה, האָט גענומען קיניגן פְּקַחְיָה, דער זון פון מנחמען, איבער ישראל אין שוֹמרוֹן אַף — צוויי יאָר. (כד) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פון די זינד פון יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿטְן, אַוואָס ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל. (כה) אַף עם האָט צונויפגעדַבֶּרט פֶּקַח⸗בֶּן⸗רְמַלְיָהוּ, באַ עם אַ באַאַמטער, און האָט עם געשלאָגן אין שוֹמרוֹן אינעם פּאַלאַץ פון בית המלך גופא, אינאיינעם מיט אַרְגּוֹבֿן און מיטן לייב. און מיט עם זײַנען געווען פופציק מאַן פון די בְּנֵי גִּלְעָד.
און ער האָט עם דאַהַרְגעט און האָט געקיניגט אַף זײַן אָרט.
(כו) און די איבעריקע זאַכן וועגן פְּקַחְיָהן, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, זיי זײַנען דאָך אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“.
(כז) אין פופציק⸗צווייטן יאָר פון עֲזַרְיָהן, מלך יהודה, האָט גענומען קיניגן פֶּקַחְ⸗בֶּן⸗רְמַלְיָהוּ איבער ישראל, אין שוֹמרוֹן — אַף צוואַנציק יאָר. (כח) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פון די זינד פון יְרָבֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿטְן, אַוואָס ער האָט זינדיקגעמאַכט ישראל.
(כט) פאַר דיאָ יאָרן פון פֶּקַחְן, מלך ישראל, איז געקומען תִּגְלַת פִּלְאֶסֶר, דער מלך פון אַשור, און האָט צוגענומען עִיּוֹן; און אָבֵֿל בֵּית⸗מַעֲכָֿה; יָנוֹחַ; קֶדֶשׁ; חָצוֹר — דעם גִּלְעָד, דעם גָּלִיל, גאַנץ ארץ נַפְתָּלי. און ער האָט זיי אין גלות פאַרשיקט קין אַשור.
(ל) ס′האָט צונויפגעדַבֶּרט אַ צונויפדַבּרעניש הוֹשֵׁעַ⸗בֶּן⸗אֵלָה אַף פֶּקַחְ⸗בֶּן⸗רְמַלְיָהוּן. ער האָם עם געשלאָגן, און דאַהַרְגעט, און געקיניגט אַף זײַן אָרט אין צוואַנציקסטן יאָר פון יוֹתָמען, זון פון עוּזִּיָּהן. (לא) און די איבעריקע זאַכן וועגן פֶּקַחְן, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געטאָן, זיי זײַנען דאָך אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יִשְׂרָאֵל“.
(לב) אין צווייטן יאָר פון פֶּקַחְ⸗בֶּן⸗רְמַלְיָהוּן, מלך ישראל, האָט גענומען קיניגן יוֹתָם, דער זון פון עוּזִּיָּהוּ, מלך יהודה. (לג) צוואַנציק⸗פינף יאָר איז עם געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. דער נאָמען פון זײַן מאַמע איז יְרוּשָׁא, די טאָכטער פון צָדוק. (לד) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז גוט אין די אויגן פון גאָט, אָט אַזויאָ ווי אַלציקעדינג וואָס ס′האָט געטאָן עוּזִּיָּהוּ זײַן טאַטע. (לה) נײַערט די הויכע במות האָט מען ניט אַראָפּגענומען, דער עולם האָט ווײַטער געקוילעט און געדעמפּט אַף די במות. אָדאָס האָט ער אוֹיסגעבוֹיט דעם אייבערשטן טויער — דעם שַׁעַר הָעֶלְיוֹן — פונעם בֵּית יי.
(לו) און די איבעריקע זאַכן וועגן יוֹתָמען, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געטאָן, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (לז) אָט אין יענע יאָרן האָט יי אָנגעהויבן אָנצושיקן אין יהודה רְצִינען, מלך אֲרַם, און אויך פֶּקַחְ⸗בֶּן⸗רְמַלְיָהוּן.
(לח) און יוֹתָם איז געלעגן מיט זײַנע אבות, און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה מיט זײַנע אבות, אינעם עִיר דָּוִד, זײַן פאָטער.
און ס′האָט געקיניגט אָחָז זײַן זון אַף זײַן אָרט.
◊
(א) אין זיבעצעטן יאָר פון פֶּקַחְ⸗בֶּן⸗רְמַלְיָהוּן האָט גענומען קיניגן אָחָז, דער זון פון יוֹתָם, מלך יהודה. (ב) צוואַנציק יאָר איז עם געווען, אָחָזְן, אַז ער האָט גענומען קיניגן, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. ער האָט ניט געטאָן אָדאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין די אויגן פון יי זײַן גאָט ווי דוד זײַן אורפאָטער. (ג) אַדרבא, ער איז געגאַנגען מיטן דרך פון די מלכים פון ישראל און האָט זײַן זון אַפילו אַדוכגעפירט דוכן פײַער, אַזוי ווי די פּאַסקודסטוועס באַ די אומות וואָס גאָט האָט זיי אַנטיַרְשְׁנט פון פאַר די בני ישראל. (ד) ער האָט נאָך דאַצו געקוילעט און געדעמפּט אַף די הויכע במות, אַף די היגלען און אונטער איטלעכן פאַנאַנדערגעבלעטערטן בוים.
(ה) איז דאַמאָלסט אַרוף רְצִין, דער מלך אֲרַם, מיט פֶּקַחְ⸗בֶּן⸗רְמַלְיָהוּן, מלך ישראל, אַף ירושלים אַף מלחמה האַלטן. זיי האָבן באַלעגערט אָחָזְן, נײַערט זיי האָבן ניט געקענט מאַכן די מלחמה. (ו) אָטאָ די צײַט האָט רְצִין, מלך אֲרַם, אומגעקערט אֵילַת צו אֲרַם און פאַרטריבן די בְּנֵי יהודה פון אֵילוֹת. זײַנען געקומען בְּנֵי אֱדוֹם אין אֵילַת און האָבן זיך אָדאָרטן באַזעצט ביזקל אין הײַנטיק טאָג.
(ז) האָט אָחָז געשיקט שלוחים צו תִּגְלַת פְּלֶסֶרְן, מלך אַשור, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אײַער באַדינער און אײַער זון בין איך. קומט זשע אַרופעט און ראַטעוועט פונעם האַנט פון מלך אֲרַם און פון האַנט פון מלך ישראל וואָס זײַנען אַף מיר אָנגעפאַלן“. (ח) און אָחָז האָט גענומען די זילבער און די גאָלד וואָס געפינט זיך אינעם בֵּית יי, און אין די אוצרות פונעם בֵּית הַמֵלךְ און אַוועקגעשיקט דעם מלך פון אַשור פאַר שוחד. (ט) דער מלך אַשור האָט עם געהאָרכט. ער איז אַרוף, דער מלך אַשור, קין דַּמֶּשֶׂק. ער האָט איר גענומען און די איריקע אין גלות פאַרשיקט קיין קִיר. רְצִינען האָט ער דאַהַרְגעט.
(י) איז דער מלך אָחָז אַוועק אין דַּמֶּשֶׂק באַגריסן תִּגְלַת פְּלֶסֶרְן, דעם מלך אַשור. און ער האָט דאַזען דעם מזבח וואָס אין דַּמֶּשֶׂק, האָט דער מלך אָחָז אַוועקגעשיקט אוּרִיָּה⸗הַכֹּהֵנען אַ בילד פונעם מזבח און אַ געמעל פונדאַפון מיט אַלע פּיטשעווקעס. (יא) האָט אוּרִיָּה⸗הַכֹּהֵן אוֹיסגעסטרוֹיעט דעם מזבח וועדליק אַלציקעדינג וואָס ס′האָט געשיקט דער מלך אָחָז פון דַּמֶּשֶׂק. אָט אַזויאָ האָט געטאָן אוּרִיָּה⸗הַכֹּהֵן נאָך איידער דער מלך אָחָז איז פון דַּמֶּשֶׂק אָנגעקומען. (יב) אַז דער מלך איז אָנגעקומען פון דַּמֶּשֶׂק, דאַזעט ער דעם מזבח, ער דערנענטערט זיך און גייט אַף עם אַרופעט, (יג) האָט ער מקטיר געווען זײַן קרבן עולה און קרבן מנחה, און אוֹיסגעגאָסן זײַן גיסונג און האָט געשפּרענקט די בלוט פונעם קרבן שלמים וואָס איז באַ עם געווען אַפן מזבח. (יד) וואָס שייך דעם קופּערנעם מזבח וואָס איז געשטאַנען פון פאַר יי האָט ער עם איבערגעשטעלט פון צווישן אָטאָ דעם מזבח און צווישן דעם בֵּית יי און עם געלייגט צום צפון זײַט פון אָטאָ דעם מזבח. (טו) און דער מלך אָחָז האָט קאָמאַנדעוועט אוּרִיָּה⸗הַכֹּהֵנען אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „זײַט מקטיר אַפן גרויסן מזבח דעם קרבן עולה אינדערפרי, דעם קרבן מנחה אָוונטצײַט, און דעם מלכס עולה און זײַן מנחה, און דעם קרבן עולה פון גאַנצן פאָלק פון לאַנד, און זייערע מנחות און זייער גיסונג, און די גאַנצע בלוט פון די עולות, און די גאַנצע בלוט פון די זבחים זאָלט איר אַף עם שפּרענקען. און דער קופּערנער מזבח וועט זײַן פאַר מיר אַף אוֹיספאָרשן“. (טז) אוּרִיָּה⸗הַכֹּהֵן האָט געטאָן אַלציקעדינג וועדליק דעם וואָס ס′האָט עם דער מלך אָחָז געהייסן.
(יז) נאָכמער, דער מלך אָחָז האָט אָפּגעהאַקט די בענקלעך פון די באַרעדלטע שטענדערס און אַראָפּגענומען באַ זיי דעם האַנטפאַס און האָט אַראָפּגענומען דעם ים⸗קאַסטן פון די קופּערנע רינדער וואָס האָבן עם אונטערגעשפּאַרט, און עם געשטעלט אַף אַ שטיינערנעם פּאַמאָסט. (יח) צודאַצו האָט ער אַראָפּגענומען אינעם בֵּית יי דעם שבתדיקן אייבערדעכל וואָס מען האָט אײַנגעבוֹיט אינעם בַּיִת, און דעם אינדרוֹיסנדיקן אַרײַנגאַנג פאַרן מלך — אַלציקעדינג צוליבן מלך אַשור.
(יט) און די איבעריקע זאַכן וועגן אָחָזְן, וואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (כ) איז אָחָז געלעגן מיט זײַנע אבות אינעם עִיר דָּוִד.
און ס′האָט געקיניגט חִזְקִיָּהו זײַן זון אַף זײַן אָרט.
◊
(א) אין צוועלפטן יאָר פון אָחָז מלך יהודה, האָט גענומען קיניגן הוֹשֵׁע⸗בֶּן⸗אֵלָה אין שוֹמרוֹן, איבער ישראל, אַף נײַן יאָר. (ב) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, נאָר וואָדען ניט אַף אַזויפל ווי די מלכים פון ישראל וואָס זײַנען פאַר עם געווען.
(ג) אַף עם איז אַרוף שַׁלְמַנְאֶסֶר דער מלך פון אַשור, און הוֹשֵׁעַ איז עם געוואָרן אַ באַדינער, און ער האָט עם דאַלאַנגט אָפּצאָל⸗מתנות. (ד) נאָר וואָס, דער מלך פון אַשור האָט געטראָפן באַ הוֹשֵׁעַן אַ צונויפדַבּרעניש, אַלמאי ער האָט שלוחים געשיקט צו סוֹא, מלך מצרים, און האָט ניט דאַלאַנגט די אָפּצאָל⸗מתנה אַזוי ווי יאָר אײַן יאָר אוֹיסעט. האָט דער מלך אַשור עם פאַרהאַלטן און אײַנפאַרשפּאַרט אין תפיסה. (ה) און דער מלך אַשור איז אַרוף איבערן גאַנצן לאַנד און איז אַרוף אַף שוֹמרוֹן און האָט איר דרײַ יאָר באַלעגערט.
(ו) אין נײַנטן יאָר פון הוֹשֵׁעַן האָט דער מלך אַשור אײַנגענומען שוֹמרוֹן. און ער האָט ישראל פאַרשיקט אין גלות קין אַשור און האָט זיי באַזעצט אין חְלַח; אין חָבֿוֹר באַם טײַך גּוֹזָן; און אין די שטעט פון מָדַי.
(ז) אַזוי האָט געטראָפן ווײַלע די בני ישראל האָבן דאָך געזינדיקט פאַר יי זייער גאָט וואָס האָט זיי אַרוֹיסגעהויבן פון ארץ מצרים פון אונטערן האַנט פון פּרעהן, דעם מלך פון מצרים. און זיי האָבן מורא געהאַט פאַר אַנדערע געטער. (ח) און זיי זײַנען געגאַנגען לוֹיט די געזעצן פון די אומות וואָס גאָט האָט אַנטיַרְשְנט פון פאַר די בני ישראל; און לוֹיט די מלכים פון ישראל, אַוואָס זיי האָבן אָפּגעטאָן. (ט) און די בני ישראל האָבן אוֹיסגעטראַכט אַזעטקענע זאַכן אַף יי, וואָס ס′איז ניט אַזוי. און זיי האָבן זיך אוֹיסגעסטרוֹיעט די הויכע במות אין אַלע זייערע שטעט, פון שמירה⸗טורעמס אַזש ביזקל די אײַנגעפעסטיקטע שטעט. (י) און זיי האָבן זיך אופגעשטעלט אָפּגאָט⸗שטיינער און אַשֵׁירה⸗סלופּעס אַף אַיעדער הויכן היגל און אונטער אַיעדער פאַנאַנדערגעבלעטערטן בוים. (יא) און אָדאָרטן האָבן זיי געדעמפּט אַף די אַלע במות פּונקט אַזוי ווי באַ די אומות וואָס גאָט האָט פאַרשיקט אין גלות פון פאַר זיי, און זיי האָבן שלעכטע זאַכן אָפּגעטאָן אַף אין כעס מאַכן יי. (יב) און זיי האָבן געדינט די פּסילים אַוואָס גאָט האָט זיי דאָך געזאָגט: „אָטאָ דיאָ זאַך טוט דען ניט!“. (יג) האָט דאָך גאָט מתרה געווען אין ישראל און אין יהודה, דורכן האַנט פון אַיעדער נביא און אַיעדער חוזה, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „קערט זשע זיך אומעט פון אײַערע וועגן, די שלעכטע, און היט אָפּעט מײַנע מצוות און געזעצן לויט גאָר די תורה אַוואָס איך האָב געהייסן אײַערע אבות, און וואָס איך האָב אײַך דאָך געשיקט אין האַנט פון מײַנע געטרײַע, די נביאים“. (יד) האָבן זיי זיך ניט צוגעהערט און האָבן פאַרהאַרטעוועט זייער אַקן אָט אַזויאָ ווי דער נאַקן באַ זייערע אבות, וואָס האָבן ניט געגלייבט אין יי זייער גאָט. (טו) און זיי האָבן זיך פאַרמיאוסט פאַר זײַנע געזעצן, און אינעם ברית וואָס ער האָט כורת געווען מיט זייערע אבות, און זײַנע התראות וואָס ער האָט זיי דאַרינען מתרה געווען, און זיי זײַנען נאָך הבל⸗הבלים געגאַנגען — און זײַנען אַליין פאַרהֶבֶֿל⸗הַבָֿלעט געוואָרן — און נאָך די אומות וואָס אַרומענאַרומעט, וואָס גאָט האָט זיי געהייסן ניט טאָן אָט אַזוי ווי זיי. (טז) און זיי האָבן פאַרלאָזן די אַלע מצוות פון יי זייער גאָט, און זיי האָבן זיך געמאַכט אָפּגאָסן פון די צוויי קעלבער. און זיי האָבן זיך געמאַכט אַן אשירה. און זיי האָבן זיך אונטערגעבוקט פאַרן גאַנצן קלאַפּערגעצײַג וואָס אַף די הימלען. און זיי האָבן געדינט דעם בַּעַל. (יז) און זייערע זין מיט זייערע טעכטער האָבן זיי אַדוכגעפירט דוכן פײַער. און זיי האָבן געכישופט מיט כישוף און מיט פּלוֹידערזאָגערײַ און זיך פאַרקויפט די נשמות אַף אָפּטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, עם אין כעס צו ברענגען. (יח) האָט גאָט זיך געגרימצאָרנט אין ישראל און האָט זיי פון פאַר זײַן פּנים אָפּגעטאָן, און ס′איז געבליבן מערניט דער שבט יהודה איינער אַליין.
(יט) נײַערט אויך יהודה האָט ניט אָפּגעהיט די מצוות פון יי זייער גאָט און האָבן געפאָלגט אָט אַזאַ מין געזעץ ווי אין ישראל, אָט אַזוי ווי זיי האָבן געהאַט געטאָן. (כ) אַזוי אַרום האָט גאָט אָפּגעשטויסן דעם גאַנצן שטאַם פון ישראל און ער האָט זיי געפּײַניקט און ער האָט זיי געגעבן אין האַנט פון ראַזבוֹיניקעס ביזקל וואַנענט ער איז פון זיי ניט פּטור געוואָרן פון פאַר זײַן פּנים. (כא) אַז ער האָט אַוועקגעריסן ישראל פון בֵּית דָּוִד האָבן זיי פאַרקיניגט דעם יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿט. און יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿט האָט ישראל פאַרפירט פון נאָכגיין גאָט און האָט זיי זינדיקגעמאַכט אַזש מיטן גרויסן חטא. (כב) זײַנען זיי געגאַנגען, די בני ישראל, מיט די אַלע זינד פון יְרָבְֿעָמען, וואָס ער האָט געמאַכט, זיי האָבן זיך פונדאַפון ניט אָפּגעקערט (כג) ביזקל וואַנענט גאָט האָט זיי אָפּגעטאָן פון זײַן פּנים, וועדליק אָדעם וואָס ער האָט געהאַט פאָראוֹיסגעזאָגט דורכן האַנט פון זײַנע אַלע געטרײַע, די נביאים, און האָט ישראל אין גלות פאַרשיקט פון זײַן אַף זײַן ערד, אַזש קין אַשור, ביזקל אין הײַנטיקן טאָג.
(כד) דאַמאָלסט האָט דער מלך פון אַשור געבראַכט קין שוֹמרוֹן אַפן אָרט פון די בני ישראל — פון בָּבֶֿל, פון כּוּתָֿה, פון עַוָּה, פון חֲמָתֿ, און פון סְפַרְוַיִם, און זיי באַזעצט אין די שטעט פון שוֹמרוֹן. (כה) איז געווען אַזוי: באַם אָנהייב פון זייער וואוינען אָדאָרטן האָבן זיי ניט מורא געהאַט פאַר יי. האָט אָבער יי געשיקט צווישן זיי די לייבן וואָס פלעגן פון זיי אוֹיסהַרְגענען. (כו) האָבן זיי אַ זאָג געטאָן דעם מלך אַשור, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „די אומות וואָס איר האָט אין גלות פאַרשיקט און באַזעצט אין די שטעט פון שוֹמרוֹן ווייסן דאָך ניט די געזעצן פונעם גאָט פון אָטאָ דעם לאַנד, האָט ער צווישן זיי אָנגעדרודלט די לייבן און אָט הַרְגענען זיי זיי אַוועקעט, אַלמאַי זיי ווייסן ניט די געזעצן פונעם גאָט פון אָטאָ דעם לאַנד“. (כז) האָט דער מלך אַשור געהייסן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן:„איז ברענגט אָדאָרטן צו פירן איינעם פון די כהנים וועמען איר האָט אין גלות פאַרשיקט פון דאָרטן, זאָלן זיי אַהינגיין און וואוינען דאָרטן און לערנען מיט זיי די געזעצן פונעם גאָט פון אָט דעם לאַנד“. (כח) אַף אַזאַ אופן איז אָנגעקומען איינער פון די כהנים וואָס מ′האָט פאַרשיקט פון שוֹמרוֹן. ער האָט זיך אײַנגעתּוֹשֶׁבְֿט אין בֵּית⸗אֵל און פלעגט מיט זיי לערנען ווי אַזוי זיי זאָלן מורא האָבן פאַר יי.
(כט) נאָר וואָדען, אַן אומה, איטלעכע אומה, האָט דען איר גאָט סײַווע געמאַכט און אופגעשטעלט און אַרײַנגעלייגט אין אַ „בֵּית הַבָּמוֹת“ אַוואָס ס′האָבן די שוֹמרוֹנים געמאַכט, איין אומה און אַ צווייטע אומה, אין די שטעט זייערע אַוואו זיי לעבן. (ל) אָט האָבן די בָּבְֿלער זיך געמאַכט אַ „סֻכּוֹת בּנוֹת“. און די כּוּתער האָבן זיך געמאַכט אַ „נֵרְגַל“. און די חֲמָתער האָבן זיך געמאַכט אַן „אֲשִׁימָא“. (לא) און די עַוִים האָבן זיך געמאַכט אַ „נִבְֿחַז“ מיט אַ „תַּרְתָּק“. און די סְפַרְווער האָבן אָפּגעברענט זייערע זין אין פײַער צום „אַדְרַמֶּלֶךְ“ מיטן „עַנַמֶּלֶךְ“, די געטער פון סְפַרְוַיִם. (לב) זיי פלעגן מורא האָבן פאַר יי און האָבן פון אַ מיעוט זייערן געמאַכט כהנים צו די במות און זיי פלעגן זיך דאָס מאַכן אין אַ „בֵּית הַבָּמוֹת“. (לג) פאַר יי האָבן זיי מורא געהאַט אָבער זייערע אייגענע געטער פלעגן זיי דינען, לוֹיטן שטייגער פון די אומות פון וואַנענט מ′האָט זיי ערשט פאַרשיקט אין גלות.
(לד) אַזש ביזן הײַנטיקן טאָג פירן זיי זיך אופעט לוֹיטן לכתחילהדיקן שטייגער זייערן. נאָר וואָדען, ניט זיי האָבן מורא פאַר יי, און ניט זיי פירן זיך לוֹיט זייערע געזעצן און זייערע פירונגען און לוֹיט תורה⸗און⸗מצוות אַוואָס יי האָט אָנגעהייסן די קינדער פון יעקבן, וואָס זײַן נאָמען האָט ער געשטעלט: ישראל. (לה) יי האָט דאָך מיט זיי כורת ברית געווען, און האָט זיי אָנגעהייסן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „איר זאָלט ניט מורא האָבן פאַר אַנדערע געטער, און איר זאָלט זיך צו זיי ניט בוקן, איר זאָלט זיי ניט דינען און איר זאָלט זיי ניט קוילענען קין קרבנות; (לו) נײַערט בלוֹיז מיט גאָט, וואָס האָט אײַך אַרופגעפירט פון ארץ מצרים מיט אַ גרויסן כח און אַן אוֹיסגעשטרעקטן אָרעם: פאַר עם זאָלט איר מורא האָבן, צו עם בוקט זיך און צו עם ברענגט קרבנות. (לז) און די דינים מיט די פירונגען און די תורה מיט די מצוות וואָס ער האָט פון אײַערטוועגן אופגעשריבן זאָלט איר אָפּהיטן און אוֹיספירן אַף אייביקע יאָרן, און האָט ניט קין מורא פאַר אַנדערע געטער. (לח) און דעם ברית וואָס איך האָב מיט אײַך כורת געווען זאָלט איר ניט טאָן פאַרגעסן. און האָט קין מורא ניט פאַר אַנדערע געטער, (לט) נײַערט בלוֹיז פאַר יי אײַער גאָט זאָלט איר מורא האָבן, און ער וועט אײַך אָפּראַטעווען פון האַנט פון אַלע אײַערע שונאים“. (מ) האָבן זיי זיך ניט צוגעהערט, נײַערט לוֹיט זייער ערשטן שטייגער, אָט אַזויאָ טוען זיי ווײַטער אָפּעט.
(מא) און אָטאָ די אומות פלעגן מורא האָבן פאַר גאָט און בעת מעשה האָבן זייערע פּסילים געדינט. און אָט אַזוי פירן זיך זייערע קינדער און קינדסקינדער, אָט אַזוי ווי ס′האָבן געטאָן זייערע אבות אָט אַזוי טוען זיי, אַזש ביז אין הײַנטיקן טאָג.
◊
(א) און געווען איז אַזוי, אַז אין דריטן יאָר פון הוֹשֵׁעַ⸗בֶּן⸗אֵלָהן, מלך ישראל, האָט גענומען קיניגן חִזְקִיָּה דער זון פון אָחָז, מלך יהודה. (ב) צוואַנציק⸗פינף יאָר איז עם געווען, אַז ער האָט גענומען קיניגן, און צוואַנציק⸗נײַן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. דער נאָמען פון זײַן מאַמען איז אֲבִֿיָּה⸗בַּת⸗זְכַרְיָה. (ג) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין די אויגן פון יי, אַזוי ווי אַלציקעדינג וואָס ס′האָט געטאָן דוד זײַן אורפאָטער. (ד) ער האָט אַ ר אָ פּ ג ע נ ו מ ע ן די הויכע במות, ער האָט צ ע ב ר אָ כ ן די אָפּגאָט⸗זײַלן, ער האָט אָ פּ ג ע ה אַ ק ט די אַשירה, און ער האָט צ ע ש מ ע ט ע ר ט דעם קופּערנעם שלאַנג וואָס משה האָט געמאַכט, ווײַלע ביזקל אין יענע יאָרן אַרײַן פלעגן עם די בני ישראל דעמפּן קרבנות; און מ′האָט עם גערופן „נְחֻשְׁתָּן“. (ה) אין יי דעם גאָט פון ישראל האָט ער זײַן בטחון געשטעלט. נ אָ ך עם איז אָטאַזאַאָ ניט געווען פון די אַלע מלכים פון יהודה, און אַזוי באַ די וואָס זײַנען פ אַ ר עם געווען. (ו) ער האָט זיך געדְבֵֿקעט צו גאָט, זיך ניט אָפּקערנדיק פון גיין נאָך עם, און ער האָט אָפּגעהיט זײַנע מצוות, וואָס גאָט האָט געטאָן הייסן משהן. (ז) איז יי מיט עם געווען: באַ אַלציקעדינג צו וואָס ער האָט זיך גענומען, האָט ער מצליח געווען. האָט ער מורד געווען אינעם מלך אַשור, האָט ער עם ניט באַדינט. (ח) די פּלישתים האָט ער באַזיגט ביז אין עַזָּה און אירע געמאַרקן, פון אַ שמירה⸗טורעם אַזש ביזקל אַן אײַנגעפעסטיקטע שטאָט.
(ט) איז אָטוואָס געווען, אין פערטן יאָר פונעם מלך חִזְקִיָּהוּ, אָדאָס הייסט אין זיבעטן יאָר פון הוֹשֵׁעַ⸗בֶּן⸗אֵלָהן, מלך ישראל, איז שַׁלְמַנְאֶסֶר מלך אַשור אַרוף אַף שוֹמרוֹן און האָט איר באַלעגערט, (י) און האָט איר נאָך דרײַ יאָר אײַנגענומען, אינעם זעקסטן יאָר פון חִזְקִיָּהן, אָדאָס הייסט אין נײַנטן יאָר פון הוֹשֵׁעַן, מלך ישראל, איז געפאַלן שוֹמרוֹן.
(יא) און דער מלך פון אַשור האָט ישראל פאַרשיקט אין גלות קין אַשור און האָט זיי באַזעצט אין חְלַח; אין חָבֿוֹר באַם טײַך גּוֹזָן; און אין די שטעט פון מָדַי, (יב) פאַרדערפאַר וואָס זיי האָבן ניט געהאָרכט דעם קול פון יי זייער גאָט און האָבן עובר געווען אַף זײַן ברית — אַף אַלציקעדינג אַוואָס ס′האָט געהייסן משה, גאָטס געטרײַער. ניט זיי האָבן זיך צוגעהערט, ניט זיי האָבן אוֹיסגעפירט.
(יג) אין פערצעטן יאָר פונעם מלך חִזְקִיָּהוּ איז אַרוף סַנְחֵרִיבֿ מלך אַשור אַף די אַלע שטעט פון יהודה וואָס זײַנען געווען אײַנגעפעסטיקט, און האָט זיי גענומען. (יד) האָט חִזְקִיָּה מלך יהודה געשיקט צום מלך אַשור אין לָכִֿישׁ, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „איך האָב געזינדיקט. קערט זיך אַוועק פון מיר אַף קאַריק און וואָס איר וועט ניט אַרופלייגן אַף מיר וועל איך טאָן טראָגן“. האָט דער מלך אַשור אַרופגעלייגט אַף חִזְקִיָּהן, מלך יהודה, דרײַ הונדערט כִּכָּרִים זילבער און דרײַסיק כִּכָּרִים גאָלד. (טו) האָט חִזְקִיָּה אָפּגעגעבן די גאַנצע זילבער וואָס געפינט זיך אינעם בֵּית יי, און די אוצרות פונעם בֵּית הַמֵּלֶךְ. (טז) דאַמאָלסט האָט חִזְקִיָּה אָפּגעשונדן די גאָלד פון די טירן פונעם היכל; און אויך פון די אונטערשפּאַרן וואָס דער מלך יהודה האָט אייבערגעלייגט, — און זיי אַוועקגעגעבן דעם מלך אַשור.
(יז) דער מלך אַשור האָט אָבער צוגעשיקט תַּרְתָּנען, רַבֿ⸗סָרִיסְן, און רַבְֿשָׁקֵהן, פון לָכִֿיש צום מלך חִזְקִיָּהוּן, מיט אַן אייבערוואָגיקן חַיִל, אַף ירושלים. זײַנען זיי אַרוף און זײַנען אָנגעקומען אין ירושלים. זיי זײַנען אַרופעט, אָנקומענדיק, און זײַנען געשטאַנען באַם אָפּפלוס פון די אייבערשטע סאַזשעלקע וואָס באַם טראַקט פון שְׂדֵה⸗כוֹבֵֿס, (יח) און זיי האָבן אַרוֹיסגערופן דעם מלך. איז צו זיי אַרוֹיס אֶלְיָקִים⸗בֶּן⸗חִלְקִיָּהוּ דער ממונה איבערן בית המלך; און שֶׁבְֿנָה דער סופר; און יוֹאָח⸗בֶּן⸗אָסָף דער מזכיר.
(יט) טוט זיי אַ זאָג רַבְֿשָׁקֵה: „זאָגט זשע אַקאָרשט חִזְקִיָּהוּן, אַז אָטאַזויאָ זאָגט דער מֵלֶךְ גָּדוֹל דער מלך אַשור: ,וואָס איז דען דער גאַנצער בטחון וואָס איר בַּטְחעט? (כ) באַ אײַך איז אַ סברא אַז פּלאַפּלעניש פון ליפּן ברענגט די חכמה און די גבורה אַף גיין אין מלחמה? איז איצטערטאָ — אין וועמען ט′יר בטחון האָבן, אַז איר האָט אין מיר מורד געווען, אַ? (כא) איז איצטערטאָ אָט בַּטְחעט איר אינעם שטעקעלע פון אָטאָ דעם צעבראָכענעם אײַאיר⸗גראָז — מצרים — וואָס אַ מענטש, אַז ער וועט זיך אָן עם אָנשפּאַרן, וועט עס עם אַריין און דוכלעכערן די האַנט? אָטאַזויאָ איז פּרעה מלך מצרים פאַר די אַלע וואָס האָבן אין עם בטחון. (כב) און טאָמער פאַרקערט, ט′איר זאָגן, אײַ: „אין יי אונדזער גאָט האָבן מיר דעם בטחון אונדזערן געלייגט“, צי איז ער ניט דער יעניקער פאַר וועמען חִזְקִיָּהוּ האָט זײַנע במות מיט זײַנע מזבחות אַראָפּגענומען, אַזאָגטאָנדיק צו יהודה און ירושלים: „בלוֹיז פאַר אָטאָ דעם מזבח אין ירושלים זאָלט איר זיך בוקן“? (כג) איז אָטוואָס: אדרבא, גייט אַקאָרשט אין געוועט מיט מײַן האַר — מ ל ך אַ ש ו ר. אָט גיב איך אייך אַוועקעט צוויי טוֹיזנט פערד, אויבע איר′ט נאָר קענען אַף זיי אַרופשטעלן רײַטער, אַ? (כד) איז ווי אַזוי זשע קומט אוֹיסעט אַז איר זאָגט זיך אָפּעט פון איינעם אַ באַאַמטן, פון מיין האַרס קלענסטע באַדינער, און איר גייט בעת מעשה פאַרלאָזן זיך אַף מצרים אַף קאַרעטעס מיט פערד! (כה) און איצטערטאָ, אַוואָס, איר מיינט טאַקע אַז אָן יי בין איך אַרוף אָטאָ דאָ אַף דעם אָרט עם חרוב מאַכן? יי האָט מיר דען געזאָגט: ,גיי אַרופעט אַף אָטאָ דעם לאַנד און זאָלסט איר חרוב מאַכן!ʻ“
(כו) האָבן געזאָגט אֶלְיָקִים⸗בֶּן⸗חִלְקִיָּהוּ, און שֶבְנָה און יוֹאָח צו רַבְֿשָקֵהן: „רעדט זשע אַקאָרשט צו אײַערע אונטערטעניקע אַף אַראַמיש, מיר פאַרשטייען דאָך, און רעדט ניט מיט אונדז אַף יהודיש פאַר די אייווערן פונעם עולם וואָס באַם שטאָט⸗וואַנט!“ (כז) האָט רַבְשָקֵה זיי אַן ענטפער געגעבן:
„וואָס, צו אײַער האַר און צו אײַך האָט מיר געשיקט מײַן האַר ריידן אָטאָ דיאָ ווערטער? וואָס, ער האָט מיר ניט געשיקט ריידן מיטן עולם וואָס זיצן אַפן שטאָט⸗וואַנט, וואָס זיי זײַנען דאָך אָטאָ דיאָ וואָס וועלן עסן זייער דרעק און טרינקען זייער פּישעכץ, אינאיינעם מיט אײַך גופא?“
(כח) רַבְֿשָקֵה האָט זיך אופגעשטעלט און האָט אַרוֹיסגערופן אַף יהודיש אַף אַ הויכן קול, און האָט גערעדט, אַזוי⸗צו⸗זאָגן:
„הערט זשע זיך צו צום דְּבַר הַמֵּלֶךְ הַגָּדוֹל, דער מלך פון אַשור. (כט) אָט אַזוי זאָגט דער מלך: ,לאָזט זיך ניט אָפּנאַרן פון דעם חִזְקִיָּהוּן אַז ער קען אײַך דען אָפּראַטעווען פון מײַן האַנט. (ל) און זאָל אײַך דער חִזְקִיָּהוּ ניט אײַנריידן אין בטחון צו יי אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „ראַטעווען וועט אונדז יי ראַטעווען, און אָטאָ די שטאָט וועט ניט אָפּגעגעבן ווערן אין האַנט פון מלך אַשור“. (לא) הערט זיך ניט צו צו חִזְקִיָּהוּן, ווײַלע אָט אַזויאָ זאָגט דער מלך אַשור: ,רעדט אָפּעט מיט מיר אַ געשענק, און קומט אַרוֹיסעט צו מיר, און איר′ט דאַמאָלסט אָפּעסן איטלעכער פון זײַן ווײַנשטאָק און זיין פײַגנבוים, און איר′ט אוֹיסטרינקען איטלעכער פון אייגענעם ברונים, (לב) ביזקל וואַנענט איך וועל קומען אייך אָפּנעמען אין אַ לאַנד וואָס איז דאָך געגליכן צו אײַער לאַנד, אַ לאַנד פון תבואה און װײַן, אַ לאַנד פון ברױט און װײַנגערטנער, אַ לאַנד פון אײלבערטן און האָניק. און איר וועט לעבן און ניט שטאַרבן. איז הערט זיך ניט צו צו חִזְקִיָּהוּן, וואָס וויל אײַך אײַנריידן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,יי וועט אונדז אָפּראַטעוועןʻ. (לג) ראַטעווען האָבן דען געראַטעוועט די געטער פון די אמות, איטלעכער זײַן לאַנד פון האַנט פון מלך אַשור? (לד) איז אַוואו זשע זײַנען די געטער פון חֲמָת און אַרפָּד? אַוואו זשע זײַנען די געטער פון סְפַרְוַיִם, הֵנַע און עִוָּה? צי האָבן זיי דען פון מײַנע הענט אָפּגעראַטעוועט שוֹמרוֹן? (לה) און ווער זײַנען דאָס צווישן די אַלע געטער פון די לענדער וואָס האָבן זייער לאַנד געראַטעוועט פון מײַן האַנט, אַז יי זאָל פון מײַנע הענט אָפּראַטעווען ירושלים?ʻ“
(לו) דער עולם האָט אונטערגעשוויגן און האָבן עם קין וואָרט ניט געענטפערט, ווײַלע דעם מלכס קאָמאַנדע איז געווען, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „ענטפערט עם ניט“.
(לז) זײַנען געקומען אֶלְיָקִים⸗בֶּן⸗חִלְקִיָּהוּ דער ממונה איבערן בית המלך; און שֶׁבְֿנָה דער סופר; און יוֹאָח⸗בֶּן⸗אָסָף דער מזכיר, צו חִזְקִיָּהוּן, מיט קריעה⸗צעריסענע בגדים, און האָבן עם איבערגעגעבן די רייד פון רַבְֿשָקֵהן.
◊
(א) איז אָטאַזוי געווען: אָדאָס דאַהערט דער מלך חזקיהו, האָט ער קריעה⸗געריסן די מלבושים זײַנע, ער האָט זיך באַדעקט מיט זאַק, און איז אַרײַן אין בֵּית יי, (ב) און ער האָט געשיקט אֶלְיָקִימען, וואָס איבערן בַּיִת; און שֶׁבְֿנָא, דעם סופר; און די זִקְנֵי הַכֹּהֲנים, באַדעקטע מיט באַזאַקטע בגדים, צו יְשַׁעְיָה⸗הַנָּבִיאן, דעם זון פון אָמוֹצְן. (ג) האָבן זיי עם געזאָגט: „אָט אַזויאָ זאָגט חזקיהו: ,אַ טאָג פון אַ צרה, פון תוכחה און פון העזה איז אָט דעראָ טאָג. קינדער וואָס קומען צום מוטערמוֹיל און קין דוכברעכונגס⸗כח אַף געבורט איז ניטאָ. (ד) אפשר וועט זיך צוהערן יי אײַער גאָט צו די אַלע רייד פון רַבְֿשָׁקֵהן אַוואָס ס′האָט עם דער מלך אַשור זײַן האַר אָנגעשיקט אוֹיסזידלען דעם לעבעדיקן גאָט, און ער האָט אַרײַנגעזאָגט מיט די ווערטער אַוואָס ס′האָט געהערט יי אײַער גאָט, און איר′ט אַקאָרשט אַ תפילה טראָגן פון וועגן דעם שאריתל וואָס איז נאָך פאַראַןʻ.“
(ה) אַז דעם מלך חזקיהוס מענטשן זײַנען צו ישעיהן אַרײַנעט, (ו) האָט ער זיי אַ זאָג געטאָן: „זאָגט אָטוואָס אײַער האַר: (ז) אָט אַזויאָ זאָגט יי: ,האָב קין מורא ניט פון פאַר די רייד וואָס דו′סט געהערט פון דיאָ בחורים פון מלך אַשור וואָס האָבן מיר אוֹיסגעחוֹזְקט. אָט גיב איך עם אַרײַנעט ער זאָל דאַהערן אַ קלאַנג און ער′ט זיך אומקערן אַף קאַריק אין זײַן לאַנד, און איך וועל עם אַראָפּוואַרפן מיטן שווערד באַ זיך אָדאָרטנאָ אין לאַנדʻ.“
(ח) אַז רַבְֿשָׁקֵה איז אַוועק אַף קאַריק, האָט ער שוין געטראָפן דעם מלך אַשור מלחמה⸗האַלטנדיק איבער לִבְֿנָה, נאָכדעם ווי ער האָט דאַהערט, אַז פון לָכִיש איז ער אַוועק. (ט) און אַז ער האָט בעת מעשה דאַהערט זאָגנדיק אַף תִּרְהָקָהן, דעם מלך פון כּוּשׁ, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „ער איז אָקערשט ארוֹיס קעגן אײַך מלחמה האַלטן“, האָט ער נאָכאַמאָל שלוחים געשיקט צו חזקיהון, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (י) „אַזוי זאָלט איר זאָגן חזקיהון, דעם מלך יהודה, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ,לאָזט זיך ניט אָפּנאַרן פון אײַער גאָט, וואָס איר בַּטְחְנט אין עם, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: ירושלים וועט פאָרט ניט געגעבן ווערן צום מלך אַשורʻ. (יא) אָט האָט איר דאָך געהערט אַוואָס ס′האָבן אופגעטאָן די מלכים פון אַשור אין אָטאָ די אַלע לענדער — פון זיי אַ תל געמאַכט! און איר′ט זיך דען אָפּראַטעווען? (יב) צי האָבן זיי דען אָפּגעראַטעוועט די געטער פון די אומות וואָס מײַנע אבות האָבן חרוב געמאַכט? גּוֹזָן! חָרָן! רֶצֶף! און די בְּנֵי עֶדֶן וואָס אין תְּלַאשָּׂר? (יג) אַוואו דען איז דער מלך פון חֲמָת? און דער מלך פון אַרְפָּד? און דער מלך פון לָעִיר? פון סְפַרְוַיִם? פון הֵנַע? און פון עִוָּה?
(יד) חזקיהו האָט גענומען דעם בריוו פון האַנט פון די שלוחים, און ער האָט עם איבערגעלייענט. ער איז אַרוף אין בֵּית יי און האָט עם אוֹיסגעשפּרייט פון פאַר יי. (טו) און חזקיהו האָט געדאַוונט פון פאַר גאָט, און האָט געטאָן זאָגן: „אָ, יי, גאָט פון ישראל וואָס זיצט איבער די כרובים, דו ביסט דאָך דער גאָט, דו אַליין, פאַר די אַלע מלוכות פון דער ערד. דו, וואָס האָסט הימל און ערד באַשאַפן, (טז) נייג צו, יי, דעם אייווער און הער; עפן אוף די אויגן, יי, און זע. און הער די רייד פון סַנְחֵרִיבְֿן, וואָס ער האָט אָדאָסאָ געשיקט אוֹיסזידלען דעם לעבעדיקן גאָט. (יז) טאַקע אמת, יי, די מלכים פון אַשור האָבן חרוב געמאַכט די אומות מיט זייערע לענדער, (יח) און זייערע געטער אַרײַננגעגעבן אין פײַער אַרײַן, מחמת זיי זײַנען גאָר קין געטער ניט, נאָר וואָדען די מלאכה פון אַ מענטשנס הענט: האָלץ און שטיין, און דערפאַר האָט מען זיי פאַרטיליקט. (יט) און איצטערטאָ, יי אלהינו, ראַטעוועט אָפּעט אַקאָרשט פון זײַן האַנט. זאָלן די אַלע מלוכות פון די לענדער וויסן זײַן אַז דו ביסט יי — דו אַליין.
(כ) האָט יְשַׁעְיָהוּ⸗בֶּן⸗אָמוֹץ געשיקט צו חזקיהון, אַזוי⸗צו⸗זאָגן:
„אָט אַזויאָ זאָגט יי, גאָט פון ישראל: אַוואָס דו′סט צו מיר מתפּלל געווען, אַף דעם סַנְחֵרִיבְֿן, מלך אַשור, האָב איך דאַהערט. (כא) אַף עם איז אָט וואָס פאַראַ דְּבַר יי:
- ◊
- דיר לאַכט אָפּעט, חוזקט אוֹיס,
- די בתולה בת⸗ציון.
- אַף דיר פאַרקרימט זיך אַ קאָפּ,
- די בת⸗ירושלים.
- (כב) אַוועמען זידלסטו, שייגעצסט אוֹיסעט, אַ?
- אַף וועמען שרײַסט אָנעט?
- מיט ביטול די אויגן אַזאַ מין הייב געטאָן?
- אַפן קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל?
- (כג) אַז דוך שלוחימלעך האָסט יי געזידלט,
- זאָגנדיק: ,אײַ מיט מ ײַ נ ע קאַרעטעס,
- בין א י ך דאָך דער זיג⸗מײַנסטער,
- בין א י ך אַף בערג⸗הייכן אַרוף,
- אין די גדיירים פון ווײַטסטן לבנון,
- אָפּגעהאַקט צעדערביימער ריזן,
- נאָדל⸗ביימער פּראַכטפולסטע,
- אַרײַן באַ זיי אין ווײַטסטן האַרבעריק,
- וואָס אין וואַלד אופבליענדיקן.
- (כד) א י ך האָב געגראָבן⸗געטרונקען פרעמדע וואַסערן,
- מיט מײַנע הוילע פּיאַטעס פאַרטריקנט,
- אַזש טײַכן פון מִצְרִישְן ווײַטלאַנד.ʻ
- (כה) אַהאַ! האָסט דען ניט געהערט,
- אַז דאָס אַלציקעדינג האָב איך נאָך פון קדמונים פאַרטראַכט,
- און לעת⸗עתה צו וואָר געבראַכט?
- און אָט: פאַרחוּרבֿהטע קופּעס געמאַכט,
- פון שטעט אוֹיסגעפעסטיקטע.
- (כו) זייערע תושבים אָפּהענטיק, צעשוידערט, פאַרווירוואַרט,
- ווי די גראָז אין פעלד — אַ פרישע פּאַשע,
- ווי שטרוי אַפן דאַך צעבלאָזן פון מזרח ווינט.
- (כז) דײַן בלײַבן, דײַן אַרויס, דײַן אַרײַן:
- איך אַלציקעדינג ווייס דאָך.
- און צו מיר דײַן צאָרן, (כח) אַף מיר געצאָרנט,
- זשומעט דײַן געפּילדער מיר אין די אייווערן,
- איז אָט שטעל איך דיר אַ קרוק,
- אַ האָק דיר אין נאָז וועל איך לייגן,
- מײַן צאַם דיר אַדוך די ליפּן,
- און דיר אַפקאַריקשיקן אין אָטאָ דעם וועג,
- אַף דעמאָ אַוועלכן דו קומסט.
- (כט) אָט אַ סימן האָסט:
- האַיאָר ט′מען פון ווילד⸗וואַקסונג עסן,
- איבעראַיאָר ווידערוואַקסעניש פון ווילד⸗וואַקסונג.
- נײַערט אין דריטן יאָר ט′מען ווײַטער זייען, שניידן,
- פלאַנצן ווײַנגערטנער, פון זייער אויפּס הנאה האָבן.
- (ל) אָ, יע, ס′עט דער שארית פון בית יהודה,
- אָנוואַקסן זיך וואָרצלען אונטן, מיט פּירות אויבן.
- (לא) ווײַלע פון ירושלים וועט אַ שארית שפּרודלען,
- און פון הר ציון אַ פּליטה קומען,
- אָט אייפעריקע עקשנות פון יי צְבָאוֹת.
- (לב) דרום טוט גאָט זאָגן אַף מלך אַשור:
- ניט ער′ט אין שטאָט דאָ אַרײַן,
- ניט ער′ט אַן איינאיינציקן פײַל דאָ פאַרוואַרפן,
- ניט ער′ט סטרוֹיען אַף איר אַ סטרוֹיאונג,
- און קין שאַנץ⸗באַרג ט′ער אַף איר ניט אָנשיטן,
- (לג) נײַערט אַף קאַריק ט′ער גיין,
- מיטן זעלביקן וועגן וואָס ער′ז מיט איר געקומען.
- אין דיאָ שטאָט ט′ער ניט אַרײַן.
- — אָטאַזוי טוט גאָט זאָגן.
- (לד) איך וועל די שטאָט איבערשירעמען,
- איר פון מײַנטוועגן לייזן,
- און מײַן געטרײַען דודס וועגן.
- ◊
(לה) איז אַזוי געווען: אָט די נאַכט גופא איז אַרוֹיס גאָטס אַ מלאך און האָט אַ מכה דאַלאַנגט אין מחנה פון אַשור הונדערט מיט אַכציק⸗פינף טוֹיזנט מאַן. שטייט מען אינדערפרי אופעט, דערזעט מען אַלעמען — טויטע פּגירות.
(לו) סַנְחֵרִיבֿ מלך אַשור איז אַרוֹיסגעפאָרן, אַוועקגעגאַנגען און זיך אומגעקערט, און איז געזעסן אין נִינְוֵה. איז געווען אַזוי: בעת ער האָט געהאַלטן אין בוקן זיך אינעם בֵּית נִסְרׁךְ, זײַן גאָט, האָבן עם דאַהַרְגעט מיטן שווערד זײַנע זין אַדְרַמֶּלֶךְ און שַׁראֶצֶר. נאַכער זײַנען זיי אַנטלאָפן געוואָרן אין אֶרֶץ אֲרָרָט.
און ס′האָט געקיניגט אֵֽסַר⸗חַדֹּן זײַן זון אַף זײַן אָרט.
◊
(א) יענע יאָרן איז חזקיהו קראַנק געוואָרן אַף צום שטאַרבן. איז צו עם געקומען יְשַׁעְיָהוּ⸗בֶּן⸗אָמוֹץ, דער נביא, און זאָגט עם: „אָטאַזויאָ זאָגט יי: מאַך דיר אַ צוואה פאַר דײַן הוֹיזגעזינד ווײַלע איר′ט ניט איבערלעבן, נײַערט שטאַרבן“. (ב) האָט ער אָפּגעקערט דעם פּנים זײַנעם צום וואַנט און ער האָט תפילה געטאָן צו גאָט, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (ג) „אוֹי אָ, יי, געדענק זשע ווי אַזויאָ איך בין זיך פון פאַר דיר באַגאַנגען, מיט אמתדיקײַט און מיטן גאַנצן האַרצן, און אָדאָס וואָס איז גוט אין דײַנע אויגן האָב איך דאָך געטאָן“. און ער האָט זיך צעוויינט, חזקיהו, מיט אַ גרויסן געוויין.
(ד) איז געווען אַזוי: יְשַׁעְיָהוּ איז נאָכניט אַרוֹיס פון מיטלדיקן הויף, און דער דְּבַר יי איז עם געווען, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (ה) „גיי אַף קאַריק און זאָג חזקיהון, דעם נגיד פון מײַן פאָלק: ,אָט אַזויאָ זאָגט יי, גאָט פון דודן, דײַן אורפאָטער: איך האָב באַ דיר די תפילה געהערט, איך האָב באַ דיר די טרערן געזען. אָט גיי איך דיר אוֹיסהיילן. אין דריטן טאָג, גיי אַרופעט אין בֵּית יי, (ו) און אָט גיב איך דיר צו נאָך פופצן יאָר. און פון האַנט פון מלך אַשור וועל איך, דיר און דיאָ שטאָט אָפּראַטעווען. דיאָ שטאָט וועל איך באַשירעמען פון מײַנטוועגן און פון מײַן געטרײַען דודס וועגןʻ.“
(ז) האָט ישעיהו געזאָגט: נעמט אַ פײַגן⸗קוכן און לייגט עם אַפן שחין אַרופעט, ער זאָל לעבן בלײַבן. (ח) האָט חזקיהו אַ פרעג געטאָן געטאָן באַ ישעיהן: „וואָס′ט זײַן דער סימן, אַז יי וועט מיר אוֹיסהיילן, און אַז איך זאָל טאַקע אין דריטן טאָג אַרוף אין בֵּית יי?“ (ט) זאָגט ישעיה: „אָט איז דער סימן אײַערער פון יי, אַז ער וועט מקיים זײַן אָדאָס וואָס ער האָט געטאָן ריידן: אַז דער שאָטן אַף די זייגער⸗טריט גייט אַף פאָראוֹיסעט צען טראָט, צי וועט ער זיך אַזש אומקערן אַף קאַריק צען טראָט?“ (י) זאָגט יחזקיהו: „גרינג איז דאָך דעם שאָטן פאָראוֹיסגיין צען טראָט; ניט אַזוי דער שאָטן זאָל זיך אומקערן קאַריקצוצו צען טראָט“. (יא) האָט ישעיה⸗הנביא אַרוֹיסגערופן צו יי און ער האָט אומגעקערט דעם שאָטן וואָס פאַלט אַראָפּעט אַף אָחָזעס ציפערבלאַט. צען טראָט אַף קאַריקצוצו.
(יב) דאַמאָלסט האָט דער מלך בָּבֶֿל געשיקט בְּרׁאדַךְ בַּלְאֲדָן דעם זון פון בַּלְאֲדָנען, אַ בריוו מיט אַ מתנה חזקיהון, ווײַלע ער האָט געהערט, אַז חזקיהו איז געווען קראַנק. (יג) חזקיהו האָט זיך מיט די מענטשן דערפרייט, און האָט זיי באַוויזן גאָר די שאַץ⸗קאַמערן: דעם זילבער, די גאָלד, די בשמים, די גוטע איילן, דעם גאַנצן בֵּית כֵּלִים, און אַלציקעדינג וואָס געפינט זיך אין זײַנע אוצרות. ניט געווען קיין שום זאַך וואָס ס′האָט זיי ניט באַוויזן חזקיהו אין זײַן הוֹיז און די גאַנצע געוועלטיקײַט זײַנע.
(יד) קומט צו גיין ישעיה⸗הַנָביא צום מלך חזקיהן, און טוט עם אַ פרעג: „אַוואָס האָבן אָטאָ דיאָ מענטשן געזאָגט? און פון וואַנענט קומען זיי צו אײַך?“ זאָגט חזקיהו: „פון אַ ווײַטן לאַנד קומען זיי, אַזש פון בבל“. (טו) פרעגט ער עם: „און וואָס האָבן זיי באַ אײַך אין הוֹיז געזען?“ זאָגט חזקיהו: „אַז אַלציקעדינג וואָס אין מײַן הוֹיז האָבן זיי געזען. ניט געווען אַזאַ זאַך וואָס איך האָב זיי אין מײַנע אוצרות ניט באַוויזן“.
(טז) האָט ישעיהו חזקיהון געזאָגט: „איז הערט זשע דעם דְּבַר יי: (יז) אָט קומען אָן יאָרן און מ′עט אַוועקטראָגן אין בבל אַלציקעדינג וואָס אין אײַער הוֹיז, און אָדאָס אַוואָס ס′האָבן אָנגעקליבן ביזקל אין הײַנטיקן טאָג אײַערע אבות. קיין שום זאַך וועט ניט איבערבלײַבן, זאָגט יי. (יח) און פון אײַערע זין וואָס גייען פון אײַך אַרוֹיסעט, און וואָס איר′ט געבערן, סריסים וועלן זיי זיין אין פּאַלאַץ פון מלך בבל“. (יט) האָט געזאָגט חזקיהו ישעיהון: „אַז גוט איז דער דְּבַר יי וואָס איר האָט געטאָן ריידן“, אַזאָגטאָנדיק: „ניט אַזוי, אַבי ס′זאָל נאָר שלום און אויפריכטיקײַט פאַר מײַנע יאָרן זײַן?“
(כ) און די איבעריקע זאַכן פון חזקיהון, און זײַן גאַנצע גבורה, און אַוואָס ער האָט געמאַכט דעם וואַסער⸗קאַסטן מיטן וואַסער⸗וועג, און האָט געטאָן וואַסער אין שטאָט אַרײַנברענגען, זײַנען זיי דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (כא) און חזקיהו איז געלעגן מיט זײַנע אבות.
און ס′האָט געקיניגט מְנַּשֶׂה זײַן זון אַף זײַן אָרט.
◊
(א) צוועלף יאָר איז מְנַשֶׁהן געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן, און פופציק⸗פינף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. די מאַמע באַ עם האָט געהייסן חֶפְצִי⸗בָֽֿהּ.
(ב) ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, אָט אַזוי ווי די פּאַסקודסטוועס וואָס באַ די אומות, אַוואָס גאָט האָט זיי אַנטיַרְשְׁנט פון פאַר די בני ישראל. (ג) ער האָט גענומען שוין אַווידער אוֹיססטרוֹיען די הויכע במות וואָס חזקיהו זיין טאַטע האָט פאַרטיליקט, און האָט אופגעשטעלט מזבחות צום בַּעַל, און ער האָט געמאַכט אַן אַשירה אָט אַזוי ווי אַחְאָב מלך ישראל, און ער האָט זיך געבוקט פאַרן גאַנצן קלאַפּערגעצײַג פון די הימלען און האָט זיי געדינט. (ד) און ער האָט פאַרסטרוֹיעט מזבחות אין סאַמע בֵּית יי אַוואָס גאָט האָט געזאָגט, אַז אָטאָ דאָרטן „אין ירושלים וועל איך מײַן נאָמען שטעלן“. (ה) ער האָט נאָך דאַצו געסטרוֹיעט מזבחות צום גאַנצן קלאַפּערגעצײַג פון הימל אין די צוויי חֲצֵרוֹת⸗הויפן פונעם בֵּית יי. (ו) און דעם זון זײַנעם האָט ער אַדוכגעפירט אַדוכן פײַער, און זיך פאַרנומען מיט צויבער⸗טרעפערײַ און כישוף⸗מאַכערײַ און זיך געשטעלט פּלאַפּלער פון שדים און גײַסטער. ער האָט געמערט צו טאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט אַבי אַף⸗צו⸗להכעיס. (ז) דעם פֶּסֶל פון אַשירה וואָס ער האָט געמאַכט האָט ער אַוועקגעשטעלט אינעם בַּיִת, אַוואָס גאָט האָט אָנגעזאָגט פאַר דודן, און פאַר שלמהן זײַן זון: „אין אָטאָ דעמאָ בַּיִת און אין ירושלים, אָוואָס איך האָב אוֹיסגעקליבן פון די אַלע שבטים פון ישראל וועל איך שטעלן מײַן נאָמען אַף אייביק, (ח) און ווײַטער מערניט נע⸗ונד מאַכן די פוס פון ישראל פון אַפדערערד, אַוואָס איך האָב געגעבן זייערע אבות, מערניט זיי זאָלן אָפּהיטן טאָן אָטאַזויאָ ווי איך האָב זיי געהייסן, און די גאַנצע תורה, וואָס ס′האָט זיי געהייסן מײַן געטרײַער משה“.
(ט) האָבן זיי ניט געהאָרכט, און מנשה האָט זיי פאַרפירט אָפּטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט, פון די פעלקער וואָס גאָט האָט פאַרטיליקט פון פאַר די בני ישראל.
(י) האָט יי גערעדט אין האַנט פון זײַנע געטרײַע, די נביאים, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (יא) „מחמת דעם וואָס מנשה מלך יהודה האָט אָפּגעטאָן אָטאָ דיאָ פּאַסקודסטוועס, אַף ערגער איידער אָדאָס אַלציקעדינג וואָס ס′האָט געטאָן דער אֱמוֹרִי וואָס פון פאַר עם, און האָט אויכעט זינדיקגעמאַכט יהודה מיט זײַנע פּסילים, (יב) דרום אָטאַזויאָ זאָגט יי גאָט פון ישראל: ,אָט אָט, גיי איך ברענגען אַף ירושלים און יהודה אַן אומגליק, אָט אַזאַאָ וואָס וועט צעקלינגען די ביידע אייווערן באַ אַלע וואָס ווערן פונדאַפון געוואָר. (יג) איך וועל אוֹיסציען איבער ירושלים די מעסט⸗שנור פון שומרון, און דעם זענק⸗בלײַ פון בֵּית אַחְאָבֿ, און איך וועל אָפּווישן ירושלים אָטאַזויאָ, ווי מ′ווישט אָפּעט אַ טעלער, אָפּגעווישט און איבערגעקערט אַפן פּנים. (יד) איך וועל אַוועקוואַרפן דעם שארית פון מײַן ירושה⸗נחלה, און זיי אַוועקגעבן אין האַנט פון זייערע שונאים, און זיי וועלן זײַן צו רויב און צו לאַטכענוואַרג באַ זייערע אַלע שונאים. (טו) מחמת דעם וואָס זיי האָבן געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין מײַנע אויגן, און זיי האָבן מיר געטאָן אינכַּעַסמאַכן אַזש פונעם טאָג ווען זייערע אבות זײַנען פון מצרים אַרויסעט און העט ביז אין הײַנטיקן טאָג אַרײַן“.
(טז) דאַצו נאָך אומשולדיקע בלוט אַ פולע, זייער אַ סך, האָט מנשה פאַרגאָסן ביזקל וואַנענט ער האָט פולגעמאַכט ירושלים פון איין שוועל ביזקל דעם אַנדערן, אַחוץ זײַן זינד וואָס ער האָט זינדיקגעמאַכט יהודה אָפּטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט.
(יז) און די איבעריקע זאַכן פון מנשהן, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי דען ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (יח) און מנשה איז געלעגן מיט זײַנע אבות, און איז געקומען צו קבורה אין גאָרטן פון זײַן הוֹיז, וואָס אין גַּן⸗עֻזָּא.
און ס′האָט געקיניגט אָמוֹן זײַן זון אַף זײַן אָרט.
(יט) צוואַנציק⸗צוויי יאָר איז אָמוֹנען געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן, און צוויי יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פון זײַן מאַמען איז מְשֻׁלֶּמֶתֿ די טאָכטער פון חָרוּצְן, פון יָטְבָֽֿה. (כ) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט אָטאַזויאָ ווי ס′האָט געטאָן מנשה זײַן טאַטע. (כא) און ער איז געגאַנגען לחלוטין אין וועג פון זײַן טאַטן, און ער האָט געדינט די פּסילים אַוואָס ס′האָט געדינט זײַן טאַטע און האָט זיך פאַר זיי צוגעבוקט. (כב) און ער האָט אָפּגעלאָזן יי גאָט פון זײַנע אבות, און איז ניט געגאַנגען אין וועג פון גאָט.
(כג) אָמוֹנס באַדינער האָבן אַף עם געמאַכט אַ צונויפדַבְּרעניש און זיי האָבן דעם מלך דאַהַרְגעט באַ זיך אין הוֹיז. (כד) דאַנאָכדעם האָט דער פאָלק פון לאַנד געטייט די אַלע צונויפדַבְּרעניקעס אַפן מלך אָמוֹן.
און דער פאָלק פון לאַנד האָבן באַקיניגט יֹאשִׁיָּהוּן, זײַן זון, אַף זײַן אָרט.
(כה) און די איבעריקע זאַכן פון אָמוֹנען, אַוואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (כו) און מ′האָט עם מקבר געווען אין זײַן אוהל אין גַּן⸗עֻזָּֽא.
◊
(א) אַכט יאָר איז יׁאשִׁיָּהוּן געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן, און דרײַסיק⸗איין יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און די מאַמע באַ עם האָט געהייסן יְדִידָה, די טאָכטער פון עֲדָיָהן, פון בָּצְקַֽתֿ. (ב) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז רעכטפאַרטיק אין די אויגן פון גאָט, און איז געגאַנגען אינגאַנצן אין וועג פון דודן, זײַן אורפאָטער, זיך ניט אָפּקערנדיק אַף רעכט⸗צעצו אָדער אַף לינק⸗צעצו.
(ג) און געווען איז אַזוי. אין אַכצעטן יאָר פון מלך יאשיהון, האָט דער מלך געשיקט שָׁפָנען, דעם סופר, דעם זון פון אֲצַלְיָהוּ⸗בֶּן⸗מְשֻׁלָּם, אינעם בֵּית יי, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (ד) „גייט אַרופעט צו חִלְקִיָּהוּן, דעם כהן גדול, זאָל ער אין אַ סדר ברענגען די געלט וואָס ווערט געבראַכט אין בֵּית יי, אַוואָס די שוועל⸗שומרים האָבן באַם עולם צונויפגעקליבן, (ה) און זאָל מען עס אַוועקגעבן אין האַנט פון די בעל⸗מלאכהס וואָס זײַנען ממונה אין בֵּית יי, און זיי וועלן עס געבן די בעל⸗מלאכהס וואָס אין בֵּית יי גופא אַפן בֶּֽדֶק הַבַּֽיִת — (ו) צו די סטאָלער, די סטרוֹיער און די מולער און אַף קויפן געהילץ און אײַנגעהאַקטע שטיינער אַף צו פאַרריכטן בֶּדֶק הַבַּיִת. (ז) נאָר וואָס, מ′זאָל מיט זיי קין חשבונות ניט מאַכן פון די געלט וואָס ווערט זיי געגעבן אין האַנט, ווײַלע זיי טוען עס דאָך בנאמנות“.
(ח) האָט חִלְקִיָּהוּ דער כהן גדול אַ זאָג געטאָן שָׁפָן⸗הַסוֹפֵרן: „איך האָב געפונען אָט דעם ספר תורה אינעם בֵּית יי!“ חלקיה האָט דעם ספר געגעבן שָׁפָנען, און ער האָט עם איבערגעלייענט. (ט) און שָׁפָן⸗הַסוֹפֵר איז צום מלך אַרײַנגעקומען און עם געבראַכט אַ תשובה אַף אַ זאַך, אַזאָגטאָנדיק: „אײַערע אַרבעטער האָבן צעשאָטן די געלט וואָס געפינט זיך אינעם בֵּית יי, און איר אַוועקגעגעבן די בעל⸗מלאכהס וואָס זײַנען ממונה אין בֵּית יי“. (י) האָט ער ווײַטער דאַציילט דעם מלך, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „אַ ספר ט′מיר געגעבן חלקיה דער כהן“.
און שָׁפָן האָט דעם ספר אוֹיסגעלייענט פאַרן מלך.
(יא) איז געווען אַזוי: אַז דער מלך האָט דאַהערט די ווערטער פונעם ספר התורה האָט ער זיך קריעה⸗געריסן די בגדים. (יב) ער האָט געהייסן חִלְקִיָּה⸗הַכֹּהֵנען, און אֲחִיקָם⸗בֶּן⸗שָׁפָנען, און עַכְבּוֹר⸗בֶּן⸗מִיכָיָהן, און שָׁפָן⸗הַסוֹפֵרן, און דעם מלכס באַדינער עֲשָׂיָהן, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: (יג) „איז גייט זשע און פאָרשט אוֹיסעט באַ יי, פון מײַנטוועגן, און פונעם עולמס וועגן, און פון גאַנץ יהודהס וועגן, וואָס אי′ שייך די ווערטער וואָס זײַנען פאַראַן אין אָטאָ דעם אָפּגעזוכטן ספר, ווײַלע גרויס איז דער גרימצאָרן פון יי וואָס איז אַף אונדז אָנגעצונדן, אַלמאַי אונדזער אבות אבותינו האָבן ניט געהאָרכט די ווערטער וואָס אין אָטאָ דעמאָ ספר, בכדי צו טאָן וועדליק אַלציקעדינג אַוואָס איז אָדאָרטן פאַר אונדז אָנגעשריבן“.
(יד) איז אַוועק חִלְקִיָּה דער הַכֹּהֵן, און אֲחִיקָם, און עַכְבּוֹר, און שָׁפָן, און עֲשָׂיָה, צו חֻלְדָה⸗הַנְבִיאָהן, די פרוֹי פון שַׁלֻּמען — דער שומר פון די בגדים, זון פון תִּקְוָה⸗בֶּן⸗חַרְחַס. זי האָט אין ירושלים געלעבט, אינעם מִשְׁנֶה, האָבן זיי זיך מיט איר צונויפגערעדט. (טו) זאָגט זי זיי:
„אָט אַזויאָ זאָגט יי גאָט פון ישראל: אָדעם מענטשן וואָס האָט אײַך צו מיר געשיקט זאָלט איר טאָן זאָגן: (טז) אָט אַזויאָ זאָגט יי: אָט ברענג איך אומגליק אַף אָטאָ דעמאָ אָרט און אַף אירע תושבים — די אַלע ווערטער פונעם ספר אָוואַס ס′האָט אוֹיסגעלייענט דער מלך יהודה, (יז) אַלְמאַי זיי האָבן מיר פאַרלאָזן, און האָבן געדעמפּט צו אַנדערע געטער בכדי מיר אינכַּעַסמאַכן מיט די אַלע מעשים פון זייערע הענט. מײַן גרימצאָרן איז אָנגעצונדן אַף אָטאָ דעמאָ אָרט. ער וועט ניט אוֹיסגעלאָשן ווערן. (יח) און צום מלך יהודה וואָס שיקט אײַך אוֹיספאָרשן באַ גאָט די זאַך, זאָלט איר עם אָטאַזויאָ זאָגן: אָט אַזויאָ זאָגט יי גאָט פון ישראל: דיאָ ווערטער, אַוואָס איר האָט געהערט — (יט) מחמת דעם וואָס באַ אײַך איז ווייך די האַרץ, און איר זײַט אונטערטעניק פון פאַר יי באַם דאַהערן אָדאָסאָ אַוואָס איך האָב גערעדט אַף אָטאָ דעם אָרט מיט זײַנע תושבים, צו ווערן אַ פאַרוויסטעניש און אַ קללה, הײַנט איר האָט זיך קריעה⸗געריסן די בגדים, און איר האָט פאַר מיר געוויינט, האָב איך דאָס אויכעט געהערט, טוט גאָט זאָגן. (כ) דרום וועל איך אײַך מוסיף זײַן צו די אבות אײַערע, און איר′ט בשלום אופגעקליבן ווערן אין אײַער אוהל, אַז אײַערע אויגן וועלן דען ניט דאַזען אָט דעם גאַנצן אומגליק אַוואָס איך גיי ברענגען אַף אָטאָ דעמאָ אָרט.“
האָבן זיי דעם וואָרט צום מלך קאַריקגעבראַכט.
◊
(א) האָט דער מלך גערופן און ס′האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די אלע זִקְנֵי יְהוּדָה און די זִקְנֵי יְרוּשָׁלַיִם. (ב) און דער מלך איז אַרוף אין בֵּית יי, און יעדער מאַן פון יהודה, און די אַלע תושבים פון ירושלים, מיט עם און די כהנים און די לוויים, און דער גאַנצער פאָלק, פונעם קלענסטן ביזקל דעם גרעסטן, און ער האָט אַרוֹיסגעלייענט פאַר זייערע אייווערן די אַלע ווערטער פונעם סֵפֶר הַבְּרִית וואָס איז אין בית יי געפונען געוואָרן. (ג) דער מלך איז געשטאַנען באַם עמוד, און האָט כּוֹרֵת בְּרִית געווען פון פאַר יי, צו גיין נאָך גאָט און אָפּהיטן די מצוות זײַנע, און די אמונות, און זײַנע דינים, מיטן גאַנצן האַרצן און די גאַנצע נשמה אַרופפירן די ווערטער פון אָטאָ דעמאָ ברית, די אָנגעשריבענע אין אָטאָ דעמאָ ספר. און דער גאַנצער פאָלק איז צום ברית צוגעשטאַנען.
(ד) און דער מלך האָט געהייסן חלקיהון, דעם כהן גדול, די סג″לען—סגן⸗כהנים, און די שוועל⸗שומרים, אַרוֹיסנעמען פון היכל יי די אַלע כלים וואָס זײַנען געמאַכט געוואָרן פאַרן בַּעַל און פאַר די אַשירה און פאַר דעם גאַנצן קלאַפּערגעצײַג וואָס אין די הימלען. ער האָט זיי פאַרברענט אוֹיסער ירושלים אַף די שַׁדְמוֹת קִדְרוֹן. דעם אַש זייערן האָט ער געטראָגן אין בֵּית⸗אֵל. (ה) ער האָט אַ סוף געמאַכט מיט די גלחים וואָס די מלכים פון יהודה האָבן געהאַט געשטעלט אַף צו דעמפּן אַף די הויכע במות אין די שטעט פון יהודה און אין ירושלמער געגנט, און די וואָס דעמפּן צום בַּעַל, די זון און די לבנה, און צו די מזלות, און צום גאַנצן קלאַפּערגעצײַג וואָס אין די הימלען. (ו) און ער האָט אַריבערגענומען די אַשירה פונעם בית יי ביז אוֹיסערן שטאָט ירושלים, אין נַֽחַל קִדְרוֹן, און האָט איר פאַרברענט אין נַֽחַל קִדְרוֹן, און צעפּולווערט אַף שטויב, און די שטויב צעשאָטן איבער די קברים פונעם המון. (ז) און ער האָט צעשמעטערט די שטיבער פון די קורוואַרן וואָס אינעם בֵּית יי, אַוואו ס′האָבן אָדאָרטן פרוֹיען געוועבט אומהענגען צו די אשירה.
(ח) ער האָט [אין ירושלים] געבראַכט די אַלע כהנים וואָס אין די שטעט פון יהודה, און ער האָט קאַלע געמאַכט די במות אַוואו די כהנים פלעגן אָדאָרטן דעמפּן, פון גֶּבַֿע אַזש ביזקל אין בּאֵר⸗שֶׁבַֿע. און ער האָט צעשמעטערט די במות באַ די טויערן, און דעם וואָס איז באַם אַרײַנגאַנג פונעם „שַֽׁעַר יְהֹשֻׁע שַׂר הָעִיר“ וואָס צו לינקס צו, אַז מ′קומט צו צום שטאָטישן טויער. (ט) נאָר וואָס, די בָּמוֹתדיקע כהנים האָבן ניט געטאָרט אַרוף אַפן מזבח יי אין ירושלים, פונדעסטוועגן האָט מען זיי געגעבן עסן מצות אינאיינעם מיט זייערע ברידער.
(י) און ער האָט קאַלע געמאַכט דעם תֹּפֶת וואָס אינעם גֵּי⸗בֶּן⸗הִנֹּם, אַז קיינער זאָל ניט קענען אַדוכפירן זײַן זון און זײַן טאָכטער אַדוכן פײַער, צום מֹֽלֶךְ.
(יא) און ער האָט אַ סוף געמאַכט מיט די פערד וואָס די מלכים פון יהודה האָבן געגעבן פאַר די זון, אַז מ′גייט אַרײַן אין בֵּית יי אָדאָרטן באַם אַרבעט⸗קאַמער פון נְתַן⸗מֵלֶכְן, דעם סריס וואָס איבער די פאָר⸗הויפן. און די קאַרעטעס פון די זונס וועגן האָט ער אין פײַער פאַרברענט. (יב) און די מזבחות וואָס אַפן דאַך באַ אָחָזעס בוידים⸗שטיבל אַוואָס ס′האָבן געמאַכט מלכים פון יהודה, און די מזבחות וואָס מנשה האָט געמאַכט אין די צוויי הויפן פון בֵּית יי, האָט דער מלך צעשמעטערט און האָט זיך געאײַלט פון דאָרטן צעשפּרייטן זייער רים איבערן נַֽחַל קִדְרוֹן. (יג) און די במות וואָס פון פאַר ירושלים, צו רעכט⸗צוצו פונעם הַר הַמַּשְׁחִית — וואָס שלמה מלך ישראל האָט געבוֹיט צו עַשְׁתֹּרֶתְן, עקלעניש פון די צִידוֹנִים; און צו כְּמוֹשְׁן, עקלעניש פון די מוֹאָבֿער; און צו מִלְכּוֹמען, עקלעניש, די פּאַסקודסטווע פון די בְּנֵי עַמּוֹן — האָט דער מלך קאַלע געמאַכט. (יד) און ער האָט צעבראָכן די אָפּגאָט⸗שטיינער, און אַראָפּגעהאַקט די אַשֵׁירָה⸗סלופּעס, און אָנגעפילט זייער אָרט מיט מענטשלעכע ביינער.
(טו) אויך דעם מזבח וואָס אין בֵּית⸗אֵל — די במה וואָס ס′האָט געמאַכט יְרָבְֿעָם⸗בֶּן⸗נְבָֿט וואָס האָט זינדיקגעמאַכט ישראל, אויך יענעם מזבח און די במה — האָט ער צעשמעטערט. ער האָט פאַרברענט די במה, געמאַכט דאַפון שטויב, און האָט פאַרברענט דעם אַשֵׁירָה⸗סלופּ. (טז) אַז יֹאשִׁיָּהוּ האָט זיך אַרומגעקוקט, און דאַזען קברים אָדאָרטן אַפן באַרג, האָט ער געשיקט, מ′זאָל אַרוֹיסנעמען די ביינער פון די קברים, און ער האָט זיי פאַרברענט אַפן מזבח, און האָט קאַלע געמאַכט דעם מזבח, לוֹיטן דְּבַר יי אַוואָס ס′האָט אַרוֹיסגערופן דער איש אלהים וואָס האָט אָטאָ דיאָ זאַכן אַרוֹיסגערופן.
(יז) פרעגט ער: „וואָס פאַראַ מצבה איז אָטאָ דיאָ וואָס איך זע דאָ?“ האָבן עם די שטאָטלײַט אַ זאָג געטאָן: „אָדאָס איז דער קבר פונעם איש אלהים וואָס איז געקומען פון יהודה און האָט פאָראוֹיסגערופן אָטאָ דיאָ זאַכן וואָס איר האָט אָקערשט געטאָן מיטן מזבח אין בֵּית⸗אֵל“.
(יח) האָט ער געזאָגט: „טשעפּעט עם ניט! זאָל קיין מענטש ניט אָנרירן די ביינער זײַנע!“ האָבן זיי געשאַנעוועט זײַנע ביינער, און אויכעט די ביינער פונעם נביא וואָס איז פון שוֹמרוֹן געקומען.
(יט) דאַצו אויכעט די אַלע במות⸗הײַזער אַוואָס אין די שטעט פון שוֹמרוֹן, וואָס ס′האָבן געמאַכט די מלכים פון ישראל אַף⸗צע⸗להכעיס, האָט יאשיהו אַראָפּגענומען און האָט מיט זיי געמאַכט פּונקט ווי זײַנע מעשים אין בֵּית⸗אֵל. (כ) ער האָט געקוילעט די אַלע „כהנים פון די במות“ וואָס זײַנען אָדאָרטן געווען באַ די מזבחות און איבער זיי האָט ער פאַרברענט מענטשלעכע ביינער.
און ער האָט זיך אומגעקערט אין ירושלים.
(כא) דער מלך האָט אָנגעהייסן דעם גאַנצן פאָלק, אַזוי⸗צו⸗זאָגן: „מאַכט זשע אַ פּסח פאַר יי אײַער גאָט, אָטאַזויאָ ווי ס′שטייט געשריבן אין אָדעם ספר הברית“. (כב) פאַרוואָר, ס′איז ניט געמאַכט געוואָרן אַזוי ווי אָטאָ דער פּסח פון זינט די יאָרן פון די שופטים וואָס האָבן געמשפּט אין ישראל, אין גאַנג פון די אַלע יאָרן פון די מלכים פון ישראל און די מלכים פון יהודה, (כג) אלא וואָדען אין אַכצעטן יאר פון מלך יאשיהו איז אָטאָ דער פּסח געמאַכט געוואָרן פאַר יי אין ירושלים.
(כד) אויך די פּלאַפּלער פון שדים און גײַסטער, און די שטוביקע תּרָפִים, און די פּסלים און די אַלע עקלהאַפטיקײַטן וואָס האָבן זיך אָנגעזען אין לאַנד פון יהודה, און אין ירושלים, האָט יאשיהו אוֹיסגעראַמט, בכדי אופשטעלן די ווערטער פון די תורה וואָס זײַנען אָנגעשריבן אינעם ספר אַוואָס ס′האָט געפונען חלקיהו הכהן אינעם בית יי.
(כה) אַזאַ איינער ווי ער איז ניט געווען פאַר עם מלך, וואָס האָט זיך אומגעקערט צו יי מיטן גאַנצן האַרצן און מיט זײַן גאַנצע נשמה און מיט זײַן גאַנצן מהות, וועדליק די גאַנצע תורה פון משהן.
אויך נ אָ ך עם איז ניט אופגעקומען אַזאַ איינער ווי ער.
(כו) פונדעסטוועגן האָט זיך יי ניט אַפקאַריקגעקערט פון זײַן גרימצאָרן, דעם גרויסן, וואָס זײַן צאָרן האָט געגרימט אַף יהודה, אַף די אַלע צעלכהעיסדיקײַטן אַוואָס ס′האָט עם אינכַּעַסגעמאַכט מנשה, (כז) און יי האָט געזאָגט: „אויך יהודה וועל איך אָפּטאָן פון פאַר מײַן פּנים גראָד אָטאַזויאָ ווי איך האָב אָפּגעטאָן ישראל, און פאַרמיאוסט באַ מיר איז געוואָרן אָטאָ די שטאָט וואָס איך האָב אוֹיסגעקליבן: ירושלים, און אָטאָ דעם בַּיִת, אַף אַוועלכן איך האָב געזאָגט אַז אָדאָרטנאָ וועט זײַן מײַן נאָמען“.
(כח) און די איבעריקע זאַכן וועגן יאשיהון, און אַלציקעדינג אַוואָס ער האָט געטאָן, זײַנען זיך דאָך ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי היָּמִים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“?
(כט) אין זײַנע יאָרן איז דער פּרעה נְכׁה, דער מלך מצרים, אַרוֹיס צום מלך אַשור באַם טײַך פְּרַת. דער מלך יאשיהו איז געגאַנגען עם באַגעגענען, האָט ער עם דאַהַרְגעט אין מְגִדּוֹ באַלד אַז ער האָט עם דאַזען. (ל) האָבן זײַנע באַדינער עם געפירט מיטן וואָגן אַ טויטן פון מְגִדּוֹ און זיי האָבן עם געבראַכט אין ירושלים, און עם מקבר געווען אין קבר באַ זיך אין אוהל.
און דער פאָלק פון לאַנד האָט גענומען יְהוֹאָחָזְן, דעם זון פון יאשיהון, און האָבן עם באַזאַלבט און באַקיניגט אַפן אָרט פון זײַן טאַטן.
(לא) צוואַנציק⸗דרײַ יאָר איז יְהוֹאָחָזן געווען אַז ער האָט גענומען קיניגן, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און די מאַמע באַ עם האָט געהייסן חֲמוּטַל, די טאָכטער פון יִרְמְיָהוּן, פון לִבְֿנָֽה. (לב) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, אַזוי ווי אַלציקעדינג וואָס ס′האָבן געטאָן זײַנע אבות. (לג) און דער פּרעה נְכֹה האָט עם פאַרשפּאַרט אין טורמע אין רִבְֿלָה אינעם לאַנד פון חֲמָת, איידער עם לאָזן קיניגן אין ירושלים, און ער האָט אַרופגעלייגט אַ שטראָף⸗צאָל אַפן לאַנד הונדערט כִּכָּרִים זילבער און אַ כִּכַּר גאָלד.
(לד) און דער פּרעה נְכׁה האָט באַקיניגט אֶלְיָקִימען, דעם זון פון יאשיהון, אַפן אָרט פון יאשיהו זײַן טאַטן, און האָט פאַררינגלט זײַן נאָמען אַף — יְהוֹיָקִים. און יְהוֹאָחָזְן האָט ער גענומען, און ער איז אָנגעקומען אין מצרים און געשטאָרבן אָדאָרטן. (לה) און די זילבער מיטן גאָלד האָט יְהוֹיָקִים געגעבן פּרעהן, נאָר וואָס, ער האָט געמאַכט אַן אָפּשאַצונג פונעם לאַנד, אַף צו געבן די זילבער, לוֹיט פּרעהן, איטלעכער מענטש לוֹיט זײַן ווערט. ער האָט אופגעמאָנט די זילבער מיטן גאָלד באַם פאָלק פון לאַנד אַף צו געבן דעם פּרעה נְכׁהען.
(לו) צוואַנציק⸗פינף יאָר איז געווען יְהוֹיָקִימען אַז ער האָט גענומען קיניגן, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און די מאַמע באַ עם האָט געהייסן זְבֿוּדָה, די טאָכטער פון פְּדָיָהן, פון רוּמָֽה. (לז) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, אָטאַזויאָ ווי אַלציקעדינג וואָס ס′האָבן געטאָן זײַנע אבות.
◊
(א) אין זײַנע יאָרן איז אַרוף נְבֿוּכַֿדְנֶאצַּר מֵלֶךְ בָּבֶל. יְהוֹיָקִים איז עם דרײַ יאָר געווען אַ באַדינער. האָט ער זיך מיישב געווען, און האָט אין עם מורד געווען. (ב) און יי האָט עם אָנגעשיקט כאָפּטעס פון כַּשְׂדִּים, און כאָפּטעס פון אֲרַם, און כאָפּטעס פון מוֹאָב, און כאָפּטעס פון די בני עַמּוֹן, און זיי געשיקט אַף יהודה, עם צו פאַרטיליקן לוֹיטן דְּבַר יי אַוואָס ער האָט גערעדט דוכן האַנט פון זײַנע געטרײַע, די נביאים. (ג) נאָכמער, לוֹיטן רצון פון יי איז אַזוי געווען אין יהודה, זיי אָפּצוטאָן פון פאַר זײַן פּנים פון וועגן די זינד פון מנשהן, וועדליק אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, (ד) און דאַצו נאָך די אומשולדיקע בלוט וואָס ער האָט געטאָן פאַרגיסן. יי האָט ניט געוועלט מוחל זײַן.
(ה) און די איבעריקע זאַכן וועגן יְהוֹיָקִימען, און אַלציקעדינג וואָס ער האָט געמאַכט, זײַנען זיי דען ניט אָנגעשריבן אינעם ספר „דִּבְרֵי הַיָּמים לְמַלְכֵי יְהוּדָה“? (ו) און יְהוֹיָקִים איז געלעגן מיט זײַנע אבות.
און ס′האָט געקיניגט יְהוֹיָכין זײַן זון אַף זײַן אָרט.
(ז) ווײַטער איז שוין דער מלך מצרים ניט אַרוֹיס פון זײַן לאַנד, ווײַלע דער מלך פון בָּבֶל האָט צוגענומען פונעם טײַך פון מצרים אַזש ביזקל דעם טײַך פְּרַת —אַלציקעדינג וואָס איז באַם מלך מצרים געווען.
(ח) אַכצן יאָר איז יְהוֹיָכִינען געווען, אַז ער האָט גענומען קיניגן, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושלים. די מאַמע באַ עם האָט געהייסן נְחֻשְׁתָּא, די טאָכטער פון אֶלְנָתָנָען, פון ירושלים. (ט) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, אָטאַזויאָ ווי אַלציקעדינג וואָס ס′האָט געטאָן זײַן טאַטע.
(י) אָטאָ דאַמאָלסט זײַנען אַרוף נְבֿוּכַֿדנֶאצַּרס מענטשן אַף ירושלים, און די שטאָט איז אין באַלעגערונג אַרײַן.
(יא) נְבֿוּכַֿדנֶאצַּר מלך בָּבֶל איז אָנגעקומען אַפן שטאָט, און זײַנע מענטשן באַלעגערן אַף איר. (יב) איז אַרוֹיס זיך אונטערגעבן יְהוֹיָכִין, מלך יהודה, צום מלך בָּבֶל — ער, און זײַן מאַמע, און זײַנע מענטשן, און זײַנע שָׂרִים, און זײַנע סריסים.
און דער מלך בָּבֶל האָט עם אַוועקגענומען, אין אַכטן יאָר פון זײַן קיניגן. (יג) און ער האָט פון דאָרטן אַרוֹיסגענומען די אַלע אוצרות פון בֵּית יי, און די אוצרות פון בֵּית הַמֵּלֶךְ, און האָט אָפּגעהאַקט די גאָלדערנע כלים, אַוואָס ס′האָט געמאַכט שלמה, מלך ישראל, אינעם הֵיכַל יי, אַזוי ווי גאָט האָט אָנגעזאָגט. (יד) און ער האָט אין גלות פאַרשיקט די גאַנצע ירושלים, און די אַלע שָׂרִים, און די אַלע גיבורים אין מלחמה — צען טוֹיזנט גולים — מיט אַלע מײַנסטער און שמידן.
ס′איז קיינער ניט געבליבן, אַחוץ די אָרעמעלײַט פון פאָלק פונעם לאַנד.
(טו) און ער האָט אין גלות פאַרשיקט יְהוֹיָכִינען, קין בָּבֶל, און די מאַמען פון מלך, און די ווײַבער פון מלך, און זײַנע סריסים, און די פּריצים פון לאַנד האָט ער אַרוֹיסגעפירט אין גלות, פון ירושלים אַף בָּבֶל צוצו. (טז) און די אַלע חַיִלס⸗לײַט, זיבן טוֹיזנט; מיט די מײַנסטערס און די שמידן, טוֹיזנט; אַיעדער גיבור וואָס איז פעאיק מלחמה האַלטן. דער מלך בָּבֶל האָט זיי אַלעמען געבראַכט אין גלות קין בָּבֶל.
(יז) און דער מלך בָּבֶל האָט באַקיניגט מַתַּנְיָהן, זײַן [יְהוֹיָכִינס] פעטער אַף זײַן אָרט און האָט פאַררינגלט זײַן נאָמען אַף — צִדְקִיָּהוּ.
(יח) צוואַנציק⸗איין יאָר איז געווען צִדְקִיָּהוּן אַז ער האָט גענומען קיניגן, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און די מאַמע באַ עם האָט געהייסן חֲמוּטַל, די טאָכטער פון יִרְמְיָהוּן, פון לִבְֿנָֽה. (יט) און ער האָט געטאָן אָדאָס וואָס איז שלעכט אין די אויגן פון גאָט, אָטאַזויאָ ווי אַלציקעדינג וואָס ס′האָט געטאָן יְהוֹיָקִים. (כ) בפירוש איבערן גרימצאָרן פון יי איז דאָס געווען אַף ירושלים און אַף יהודה, ביזקל וואַנענט ער האָט זיי ניט אָפּגעטאָן פון פאַר זײַן פּנים.
צִדְקִיָּהוּ האָט מורד געווען אינעם מלך בָּבֶל.
◊
(א) ס′איז געווען אַזוי, אַז אין נײַנטן יאָר פון זײַן [צִדְקִיָּהוּס] קיניגן, אין צענטן חודש, אום צענטן פון חודש, איז געקומען נְבֿוּכַֿדְנֶאצַּר מֵלֶךְ בָּבֶל, ער מיט זײַנע גאַנצע חיילות, אַף ירושלים, און האָט אַקעגן איר זײַן מחנה געשטעלט, און מ′האָט אוֹיסגעסטרוֹיעט אַרומענאַרום אַ שאַנץ⸗וואַנט. (ב) און די שטאָט איז אין באַלעגערונג אַרײַן, ביזקל אין עלפטן יאָר פונעם מלך צִדְקִיָּהוּן, (ג) אום נײַנטן פון חודש. דער הונגער האָט זיך געשטאַרקט אין שטאָט. קין ברויט פאַרן פאָלק פון לאַנד איז ניט געווען. (ד) די שטאָט איז אַדוכגעבראָכן געוואָרן, און די אַלע לײַט וואָס אין מלחמה — באַנאַכט אַדוכן טויער וואָס צווישן דעם דאָפּל⸗וואַנט וואָס באַם מֵלֶכְס גאָרטן. כאָטש די כַּשְׂדִּים זײַנען אַפן שטאָט געווען אַרומענאַרום איז ער אַרוֹיסגעגאַנגען מיטן דֶּֽרֶךְ הָעֲרָבָֿה. (ה) האָבן אָבער נאָכן מלך נאָכגעיאָגט די חיילות פון די כַּשְׂדִּים, און מ′האָט עם דאַיאָגט אום די עֲרָבֿוֹת פון יְרִיחוֹ, אַז דער גאַנצער חַֽיִל זײַנער איז פון עם צעלאָפן, (ו) און זיי האָבן דעם מלך געכאַפּט. זיי האָבן עם אַרופגעבראַכט צום מֵלֶךְ בָּבֶל אין רִבְֿלָה, און מען האָט עם דעם פְּסַק פון משפּט איבערגעגעבן: (ז) די זין פון צדקיהון האָט מען געשאָכטן פון פאַר זײַנע אויגן. די אויגן באַ צדקיהון האָט מען בלינדגעמאַכט. מען האָט עם אײַנגעשפּאַרט אין פאַרדאָפּלטע קופּערנע קייטן און מען האָט עם קין בבל געבראַכט צו טראָגן.
(ח) דאַנאָכדעם, אין פינפטן חודש, אום זיבעטן טאָג אין חודש, אָדאָס איז דער נײַנצעטער יאָר פון מֵלֶךְ נְבֿוּכַֿדְנֶאצַּר מֵלֶךְ בָּבֶל, איז אָנגעקומען אין ירושלים נְבֿוּזַרְאֲדָֽן דער שעכט⸗מײַנסטער — „רַבֿ⸗הַטַּבָּחִים“, באַדינער פונעם מֵלֶךְ בָּבֶל. (ט) ער האָט פאַרברענט דעם בֵּית יי, און דעם בֵּית המֵלֶךְ, און די אַלע הײַזער פון ירושלים — אַוואו נאָר אַ הוֹיז פון אַ וואַזשנעם מענטשן האָט ער אין פײַער אָפּגעברענט. (י) און די וואַנט פון ירושלים אַרומענאַרום האָבן דעם רַבֿ⸗הַטַּבָּחִימס חיילות אַײַנגעוואָרפן. (יא) און דעם רעשטל פון פאָלק, וואָס איז איבערגעבליבן אין שטאָט; און די אָפּפאַלער, וואָס זײַנען אָפּגעפאַלן צום מֵלֶךְ בָּבֶל; און די איבעריקע פונעם המון —האָט נְבֿוּזַרְאֲדָן דער רַבֿ⸗הַטַּבָּחִים אין גלות פאַרשיקט. (יב) אָבער פון די אָרעמעלײַט פונעם לאַנד האָט איבערגעלאָזן דער רַבֿ⸗הַטַּבָּחִים אַף צו זײַן ווײַנגערטנער און אַקערלײַט.
(יג) די קופּערנע זײַלן וואָס אין בֵּית יי, און די שטענדערס, און דעם קופּערנעם יַם⸗קאַסטן וואָס אינעם בֵּית יי, האָבן די כשדים צעבראָכן און זייער קופּער אַוועקגעפירט אין בבל אַוועק. (יד) און די טעפּ, די רידעלעך, די בשמים⸗ביקסן, די לעפעלעך — די אַלע קופּערנע כלים מיט אַוועלכע מ′האָט זיך באַדינט האָבן זיי אַוועקגענומען. (טו) און די סקאַוואַראָדקעס מיט די שפּרענג⸗בעקן, אַוואָס פון גאָלד — גאָלד, און אַוואָס פון זילבער — זילבער, האָט צוגענומען דער רַבֿ⸗הַטַּבָּחִים; (טז) די זײַלן — צוויי; דער ים⸗קאַסטן — איינער, און די שטענדערס וואָס שלמה האָט געמאַכט צום בֵּית יי. די וואָג פונעם קופּער אַוואָס אין די אַלע כלים איז געווען ניט אַף אָפּשאַצן. (יז) אַכצן אמה איז געווען די הייך באַ איין זײַל און די קרוין וואָס אַף עם פון קופּער, און די קרוין גופא איז דרײַ אמה געווען, און די פאַרפלעכטונגען און די מילגרוֹימען וואָס אַפן קרוין אַרומענאַרום, אָדאָס אַלציקעדינג איז געווען פון קופּער. און גענוֹי די זעלביקע ווי דיאָ באַם צווייטן זײַל איבערן פאַרפלעכטונג.
(יח) דער רַבֿ⸗הַטַּבָּחִים האָט גענומען שְׂרָיָהן, דעם הויפּט כהן, און צְפַֿנְיָהוּן, דעם סְגַן כהן, און די דרײַ שוועל⸗שומרים, (יט) און פון שטאָט האָט ער גענומען איינעם אַ סריס, וואָס איז אַ קאַפּיטאַן געווען איבער מלחמה⸗לײַט; און פינף מאַן פון צווישן דעם מלכס נאָענטע אופזעער, וואָס האָבן זיך געפונען אין שטאָט; און דעם סופר פון הויפּט פון די חיילות וואָס האָט אופגעציילט דעם פאָלק פון לאַנד; און נאָך זעכציק מאַן פונעם פאָלק פון לאַנד וואָס האָבן זיך געפונען אין שטאָט. (כ) נְבֿוּזַרְאֲדָן דער רַבֿ⸗הַטַּבָּחִים האָט זיי גענומען און אַוועקגעפירט צום מֵלֶךְ בָּבֶל קין רִבְלָה, (כא) און דער מֵלֶךְ בָּבֶל האָט זיי געשלאָגן, און דאַהַרְגעט אין רִבְלָה וואָס אין לאַנד חֲמָת.
אַזוי אַרומעט איז יהודה אין גלות אַוועקגעפירט געוואָרן פון אַף זײַן לאַנד.
(כב) דער עולם וואָס איז אין ארץ יהודה געבליבן, וואָס נְבֿוּכַדְנֶאצַּר מֵלֶךְ בָּבֶל האָט איבערגעלאָזן, איבער זיי האָט ער געשטעלט גּדַלְיָהוּן, דעם זון פון אֲחִיקָם⸗בֶּן⸗שָׁפָנען. (כג) אַז ס′האָבן דאַהערט די אַלע שָׂרים פון די חיילות און זייערע מענטשן, אַז דער מֵלֶךְ בָּבֶל האָט גְּדַלְיָהוּן געשטעלט, זײַנען זיי צו גְּדַלְיָהוּן געקומען אין מִצְפָּה: יִשְׁמָעֵאל⸗בֶּן⸗נְתַנְיָה; יוֹחָנָן⸗בֶּן⸗קָרַחַ; און שְׂרָיָה⸗בֶּן⸗תַּנחֻמֶתֿ דער נְטוֹפָֿתִֿי; און יַאֲזַנְיָהוּ דער זון פונעם מַעֲכָֿתִֿי; זיי און זייערע מענטשן. (כד) האָט גדליה זיי אַ שבועה געטאָן, און זייערע מענטשן, און האָט זיי אַ זאָג געטאָן: „האָט ניט קין מורא פון די וואָס אַרבעטן באַ די כשדים. זיצט זיך אין לאַנד און דינט דעם מֵלֶךְ בָּבֶל, און ס′עט אײַך גוט זײַן“.
(כה) ס′איז אָבער געווען אַזוי, אַז אין זיבעטן חודש איז אָנגעקומען יִשְׁמָעֵאל, דער זון פון נְתַנְיָה⸗בֶּן⸗אֱלִישָׁמָען. ער איז געווען מִזֶּרַע הַמְּלוּכָה. מיט עם זײַנען געווען נאָך צען מענטשן. האָבן זיי געשלאָגן גדליהן און ער איז געשטאָרבן; דאַצו אויך די יהודער און די כשדים וואָס זײַנען מיט עם געווען אין מִצְפָּה.
(כו) דאַמאָלסט האָט זיך אַ הייב געטאָן דער גאַנצער פאָלק, פונעם קלענסטן אַזש ביזן גרעסטן, און די שָׂרִים פון די חיילות.
זיי זײַנען אָנגעקומען אין מצרים ווײַלע זיי האָבן מורא געהאַט פון פאַר די כשדים.
(כז) און ס′איז געווען, אַז אין דרײַסיק⸗זיבעטן יאָר פונעם גלות פון יְהוֹיָכִינען, מלך יהודה, אין צוועלפטן חודש, אין צוואַנציק⸗זיבעטן טאָג פון חודש, האָט אֱוִיל מְרֹדַךְ מֵלֶךְ בָּבֶל, אינעם יאָר ווען ער האָט גענומען קיניגן, באַגנעדיקט יְהוֹיָכִין מֵלֶךְ יְהוּדָה פון תפיסה אַרוֹיס, (כח) און גערעדט האָט ער מיט עם חבריש, און זיין בענקל געגעבן איבער די אַנדערע בענקלעך פון די מלכים וואָס זײַנען מיט עם אין בבל געווען. (כט) ער האָט עם איבערגעביטן די טורמעדיקע מלבושים, און ער האָט פון פאַר עם געגעסן זײַן שטענדיקע ברויט, די אַלע יאָרן פון זײַן לעבן. (ל) און זיין מאָלצײַט איז געווען אַ שטענדיקע מאָלצײַט, וואָס איז עם געגעבן געוואָרן פונעם מלך, טאָג⸗אײַן טאָג⸗אוֹיסעט אַ זאַך, די אַלע יאָרן פון זײַן לעבן.
חזק
◊
◊
שבט תשע″ו
◊
◊
אַ האַרציקן יישר⸗כח:
מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) און יוליטשקע רעץ (פּעטערבורג) פאַר זייער גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.
◊