די זיבעציק יאָריקע דעקלאַראַציע
צום יאָרטאָג פון דער „ענדלייזונג“ קאָנפערענץ אין וואַנזע
דעם 20טן יאַנואַר 2012 \ פינף און צוואַנציק טעג אין טבת תשע″ב
צו אָט דעם זיבעציקסטן יאָרטאָג פון דער פאָרמעלער אָננעמונג דורך דער נאַצישער אָנפירערשאַפט פון דער „ענדלייזונג פון דער יידישער פּראָבלעם“, טרעטן מיר די אונטערגעחתמעטע אַרויס, בכדי:
פאַרגעדענקען:
♦ מיט הכנעה און טרויער דעם פּלאַן פון „ענדלייזונג“ וואָס האָט נאָכמער געמאַכט פאַר יורידיש און אינדוסטריאַליזירט די אָנגייענדיקע מאַסן שחיטה פונעם אייראָפּעאישן יידנטום.
♦ דעם שוידער און די ברוטאַלקייט פון טאָטאַלן גענאָציד פון אייראָפּעאישן יידנטום וואָס איז דורכגעפירט געוואָרן פון די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן.
♦ אַז דער מאַסן≈מאָרד פון אייראָפּעאישן יידנטום האָט זיך אין וועג גענומען נאָך פאַר יענעם פאָרמעלן „ענדלייזונג“ פּלאַן, פריער מיט אַ האַלבן יאָר, און האָט זיך אָנגעהויבן אויפן מזרח פראָנט אין 1941 מיט „באַרבאַראָסאַ“ און דעם נאַצישן אָנגריף אויפן סאָוועטנפאַרבאַנד.
♦ אַז מיליאָנען ניט⸗יידן האָבן געליטן אויף פאַרשיידענערליי אופנים אונטער די נאַציס און אַנדערע טיראַנישע רעזשימען בעת דער צווייטער וועלט מלחמה.
אָנערקענען:
♦ אַז דער נאַציסטישער דראַנג אויסצומאָרדן דאָס יידישע פאָלק איז געווען פילאָסאָפיש, אין סאַמע מהות, און וואָס שייך דעם ממשותדיקן רעזולטאַט לחלוטין אייגנאַרטיק און אַנדערשדיק איידער די אַנדערע פאַלן פון אונטערדריקונג וואָס עס האָבן אַדורכגעליטן אייראָפּעאישע פעלקער אין גאַנג פון דער צווייטער וועלט מלחמה, ווי אַשטייגער די גרויזאַמקייטן פון סטאַליניזם אויך פאַר און אויך נאָך דער מלחמה.
♦ אונדזער אַנטוישונג אַלמאַי מען האָט ניט אָפּגעלערנט דאָס וואָס מען דאַרף, און גענאָציד קומט נאָך פאָר אין דער וועלט.
♦ די נאָבעלקייט פון די יידישע פּאַרטיזאַנער וואָס האָבן דורכגעמאַכט געטאָס אָדער לאַגערן און האָבן באַוויזן דערנאָכדעם צו קעמפן קעגן די נאַציס און זייערע אַליאירטע.
♦ די פּרואוון פון אייראָפּעאישע מלוכות ערלעך צו אָנערקענען זייער ראָלע אין דער חורבן פאַרגאַנגענהייט פון זייערע לענדער.
♦ אַז די דיסקוסיע איבער גענאָציד אין אייראָפּע מוז זיך ווייטער פירן אויפן סמך פון דער דעפיניציע פון דער גענאָציד⸗הסכמה פון די פאַראייניקטע פעלקער אין 1948.
♦ אַז אַנטיסעמיטיזם זעט זיך ווייטער אין אייראָפּע און אַנדערשוואו.
פּסלען:
♦ די פּרואוון אויף צו פאַרפּלאָנטערן דעם חורבן דורכן פּרובירן פאַרמינערן זיין אוניקאַלקייט, האַלטן דעם חורבן פאַר גלייך⸗אויף⸗גלייך, ענלעך אָדער עקוויוואַלענט צום קאָמוניזם, ווי עס ווערט געזאָגט אין דער פּראָגער דעקלאַראַציע פון 2008.
♦ די פאָרגעלייגטע גלייכמאַכונג פון נאַצישע און סאָוועטישע פאַרברעכנס, וואָס פאַרטונקלט די אוניקאַלקייט פון ביידע און איז עלול אונטערצוגראָבן די וויכטיקע היסטאָרישע מסקנות וואָס ווערן געצויגן פון אָט די אַנדערשדיקע פענאָמענען.
♦ די פּרואוון אויף איבערצומאַכן די לערנביכער פון אייראָפּעאישער געשיכטע אויף אָפּצושפּיגלען דעם באַגריף פון „דאָפּלטן גענאָציד“ (דהיינו די „גלייכקייט“ אָדער „זעלביקייט“ פון נאַצישע און סאָוועטישע פאַרברעכנס).
♦ אַלס דערווידערדיק די גלאָריפיקאַציע פון נאַצישע אַליאירטע, חורבן פאַרברעכער און קאָלאַבאָראַטאָרן, אַריינגערעכנט די „וואַפען עס עס“ אין עסטלאַנד און לעטלאַנד און דער ליטווינער אַקטיוויסטן פראָנט אין ליטע.
♦ די פּרואוון אויף צו לעגאַליזירן אָדער ריינוואַשן די עפנטלעכע דעמאָנסטרירונג פון דער סוואַסטיקאַ דורך ראַסיסטישע און פאַשיסטישע גרופּעס.
♦ די פּרואוון אויף צו פאַרגעדענקען בפרהסיא אויסגעמישטערהייט, אין אַן איינאיינציקן בשותפותדיקן טאָג, די קרבנות פונעם חורבן מיט די קרבנות פונעם קאָמוניזם.
אונטערצושטיצן:
♦ באַזונדערע טעג און באַזונדערע פּראָגראַמען אויף צו פאַרגעדענקען דעם חורבן, און אויף צו פאַרגעדענקען די קרבנות פון אַנדערע טאָטאַליטאַרישע רעזשימען פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.
♦ אַז מלוכות אינעם אייראָפּעאישן פאַראיין זאָלן ווייטערפירן די אַרבעט פון אָנערקענען די ראָלעס פון זייערע לענדער אין דער אומברענגונג פון אייראָפּעאישן יידנטום.
♦ די נייטיקייט אין אָרנטלעכע לימודים איבערן חורבן און אין עפנטלעכער פאַרגעדענקונג אין די לענדער פון אייראָפּעאישן פאַראיין.
♦ קעגנערשאַפט צו אַלע פאָרמען פון היינטצייטיקן ראַסיזם און דיסקרימינאַציע און זייערע פּועל יוצאס, אַריינגערעכנט אַנטיסעמיטיזם, שנאה צו מוסלמענער, שנאה צו ראָמאַ, האָמאָפאָביע און אַנדערע מינים פאָראורטייל און אומטאָלעראַנץ וואָס וואַקסן אַרויס פון דער עקסטרעמיסטישער פּאָליטיק.