Tag Archives: Lithuanian-Yiddish bilingualism

A Pharmacist’s 1941 Lithuanian-Yiddish Prescription for Mrs. Joffe in Vílkomir (Ukmergė), a Few Months Before the Nazi Invasion



מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 2

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


◊◊

zoom in of Yiddish

דעם ווילקאָמירער דאָקטער קאַמינסקיס רעצעפּט פאַר פרוי יאָפע (יאָפיענע), אויף ליטוויש און יידיש, אָפּגענומען בײַם אַפּטייקער לאַנגלעבן, עטלעכע חדשים פאַר היטערלס אינוואַזיע

   דאָס איז אַן אַפּטייקערס אַ רעצעפּט פון ווילקאָמיר (אוקמערגע) אין דער צפון⸗מזרחדיקער ליטע, דאַטירט דעם 19טן מערץ 1941. דער רעצעפּטן⸗בלאַנק איז פון אַפּטייק „עזרה“ בײַם יידישן צדקה פאַראיין, אויף קעסטוטשיאָ פּלאַץ 8, נומער פון טעלעפאָן: 108.

   דער טעקסט איז אויף ליטוויש, אַחוץ די אָנווײַזונגען דעם פּאַציענט, וואָס זײַנען אינמיטן צוגעגעבן אויף יידיש כהאי לישנא: „3 מאָל אין טאָג צו 8 טראָפּפן [טראָפּן] נאָכן עסן“. דאָס איז אין דער פאָרם פון אַ שטעמפּל „מאָל אין טאָג צו“ מיט די צאָלן און פּרטים צוגעגעבן מיטן אַפּטייקערס האַנט.

   ס′איז אַ רפואה פאַר פרוי יאָפע, געשריבן אויפן ליטווישן שטייגער יאָפיענע (Joffienė), ד.ה. דער חתונה⸗געהאַטער נאָמען לויטן מאַן, ניט דער מיידלשער פאַמיליע נאָמען לויטן טאַטן. דער נאָמען פונעם דאָקטער לייענט זיך ניט אינגאַנצן קלאָר, אויפן שניט פון ד″ר א. קאַרלינסקי (?); דער אָפּצאָל: 2 ליט מיט 24 סענט.

   אויף דער אַנדערער זײַט פונעם רעצעפּט גייט כנהוג די אינפאָרמאַציעס בײַם אָפּנעמען אין אַפּטייק. באַקומט זיך אַז פרוי יאָפע האָט עס אָפּגענומען דעם 4טן אַפּריל 1941 בײַם אַפּטייקער ד. לענגלעבענאַס (לאַנגלעבן?). פון אויבן און אונטן גייען גרעסערע סטאַנדאַרד געדרוקטע רעקלאַמע שורות אויף ליטוויש, וואָס זעצן זיך איבער, אַן ערך: „באַנדאַזש מאַטיעריאַלן און קאָסמעטיק“ און „פּאַטענט מעדיצינען און מינעראַלנע וואַסערן“. 

   דאָס איז אין די לעצטע חדשים פון יידישן לעבן אין ליטע, אין גאַנג פון לעצטן יאָר (אונטער סאָוועטישער הערשאַפט), האַרט פאַרן חורבן וואָס האָט זיך אין וועג גענומען באַלד נאָך דער דײַטשישער אינוואַזיע פון 22טן יוני 1941.


prescription

Reverse of prescription


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • נײַן טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 27טן נאָוועמבער 2017

 

 

Tagged , , | Comments Off on A Pharmacist’s 1941 Lithuanian-Yiddish Prescription for Mrs. Joffe in Vílkomir (Ukmergė), a Few Months Before the Nazi Invasion