Tag Archives: יידיש אין קאָוונע
◊
די ברידער קאָלאָדני און זייער„ליטוויש⸗יידישער ווערטערניק“ אין קאָוונע (1923)
דאָס איז אַ טשיקאַווער, ווייניק באַקאַנטער ווערטערבוך (XII פּלוס 244 זז.). די צונויפשטעלער: בר. [ברידער] קאָלאָדני. אַוועלכע ניט איז „קאָוונער קאָלאָדני“ טרעפט מען ניט בײַ זלמן רייזענען, ניט אין נײַעם לעקסיקאָן. אין נײַעם לעקסיקאָן (באַנד 8, נ.י. 1981, ז. 51) טרעפט מען אָבער אַ פּינסקער יאָסעלע קאָלאָדני; אויך אַ פּסח קאָלאָדני (געבאָרן⸗אָרט ניט באַקאַנט) וועלכער האָט אַרויסגעגעבן ביכער איבער גערטנערײַ אין קיעוו און פּעטערבורג אין 1919 און בײַם בערלינער כלל⸗פאַרלאַג אין 1921. אין בערל כהנס מילואים באַנד (נ.י. 1986) ווערן יאָ געבראַכט די ברידער קאָלאָדני, אָן אַוועלכע ניט איז ביאָגראַפישע פּרטים, טאַקע אויפן בלויזן סמך פון אָטאָ דעם ווערטערבוך, וועמענס טיטל פיגורירט אַלס „ליטוויש⸗יידישער ווערטערבוך“ אָנשטאָט דעם „ווערטערניק“ וואָס אין דער אויסגאַבע גופא.
דער באַנוץ פון (אַפּנים קיינמאָל ניט פאַרשפּרייטן) פאָרשלאַג⸗אויף⸗אַ⸗טערמין „ווערטערניק“ איז אַ סברא (צריך עיון!) אַזוי איינמאָליק⸗אוניקאַל אַז מען טרעפט אים ניט, אַפילו ניט בײַ סטוטשקאָוון (זע קאַטעגאָריע 379, ז. 379).
דער קאָוונער „ווערטערניק“ איז אָבער פאָרט אַביסל באַקאַנט אונדזערע ביבליאָגראַפן. אויסער דעם דערמאָנטן באַנד בערל כהנס מילואים צום נײַעם לעקסיקאָן, טרעפט מען אַז ער איז פאַרצייכנס צווישן אַנדערע בײַ דער ייוואָ און בײַ אַנדערע, בתוכם: ווערשיק און קאָפּיִיק.
דער שער⸗בלאַט ווײַזט אָן אויף די „בר. קאלאדני“ אַלס די „צוזאַמענשטעלער“, און אויך אויף נאָך צוויי שותפים צו דער זאַך: „רעדאַגירט און דעם ליטווישן טעקסט באַאַרבעט — סט. דאבושיס“ און צולעצט: קאָרעגירט און דעם יידישן טעקסט באַאַרבעט — ד. ג.“ וועלכער איז אויך אונטערגעחתמעט אויף אַ קורצער הקדמה וועגן ליטווישע גראַמאַטישע קאַטעגאָריעס (די נומערירטע זײַטלעך VIII – V). איז אפשר קען ווער ניט איז צו הילף קומען בכדי דערגיין „ווערי⸗דאָס?“
און צווישן די מיסטעריעזע „ברידער קאָלאָדני“ מיטן מיסטעריעזן „ד.ג.“ טרעפט מען מיט גרעסערע אותיות איידער בײַ זיי דעם נאָמען „סט. דאבושיס“ מיט דער אָנווײַזונג אַז דאָס האָט ער „רעדאַגירט און דעם ליטווישן טעקסט באַאַרבעט“. לעניוות דעתי איז גאַנץ גרינג צו פאַרשטיין פאַרוואָס די מחברים און אַרויסגעבער וואָלטן וועלן אַרויסהייבן מיט באַזונדערן נחת און אָפּשײַ דעם ליטווישן מומחה וואָס קומט העלפן אַ פּראָיעקט אויפן געביט פון יידישער דעציאונג אין דער נײַער ליטע. אָט דער סט. דאַבושיס ווערט דערמאָנט אין פאַרשדייענע ערטער ווי אַ ליטווישער שפּראַך רעדאַקטאָר וואָס האָט געהאָלפן צוגרייטן צום דרוק איבערזעצונגען אויף ליטוויש פון (צווישן אַנדערע לשונות) לאַטיין און דײַטש פאַר שול⸗טעקסטן. דאָס איז סטאַסיס דאַבושיס (Stasys Dabušis) וואָס האָט געלעבט פון 1898 ביז 1974 (און אפשר קען מען אינעם עזבון זײַנעם טרעפן אַוועלכע ניט איז מאַטעריאַלן צו זײַן מיטאַרבעט אין קאָוונער „ווערטערניק“ פון 1923.
◊
אָט זײַנען צוויי זײַטלעך פון דער הדקמה:
◊
◊
און אָט זײַנען פון מוסטער וועגן צוויי זײַטלעך פון ווערטערבוך גופא:
◊
◊
אגב פעלן אינגאַנצן אין אונדזער עקזעמפּלאַר אַוועלכע ניט איז ליטווישע שער⸗בלעטער, טאָוול, הקדמה, דאָס וועט מען קענען דאָ מירצעשעם דערגאַנצן אַדורך אַנדערע עקזעמפּלאַרן וואָס אין ביבליאָטעקן.
- ◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- צוויי⸗און⸗צוואַנציק טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 10טן דעצעמבער 2017