Hosea in Lithuanian Yiddish


הושע

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

די פּרקים

א      ב      ג     ד     ה     ו     ז     ח    ט    י    יא    יב    יג    יד

☜ רות       ☜ מלכים א       ☜ מלכים ב      ☜ יונה      ☜ איכה    ☜ אסתר     ☜ דניאל      ☜ קהלת    ☜ שיר השירים

בווילנא

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום הושע לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; ביי די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) אָדאָס איז דער דְּבַר יי, אַוואָס איז באַ הוֹשֵׁׁעַ⸗בֶּן⸗בְּאֵרִי′ן געווען אין די יאָרן פון: עֻזִּיָּה, יוֹתָם, אָחָז און יְחִזְקִיָּה — מלכים פון יהודה; און אין די יאָרן פון: יְרָבְֿעָם⸗בֶּּן⸗יוֹאָשׁׁ — מלך פון ישראל.

(ב) לכתחילה, אַז ס′האָט גאָט מיט הוֹשֵׁׁעַן גערעדט, זאָגנדיק, גאָט — הוֹשֵׁׁעַן:

„גיי זשע און נעם⸗זאַך אַ פרוי אַ פאַרקורוועטע, און קינדער אַוואָס פון קורווערײַ, אַווײַלע קורווענען, טוט זאַך אַזש די גאַנצע לאַנד, זיי קורווענען זאַך אַזש אוֹיסעט פון פאַר גאָט“. 

(ג) איז גייט ער און נעמט ער זאַך גּׁמֶרְן, די טאָכטער באַ דִּבְֿלַיִם. איז זי פאַרגאַנגען אין טראָגן, און האָט עם צוגעוואונען אַ זון. (ד) איז זאָגט עם אָנעט גאָט:

„זאָלסט עם דעם נאָמען אָנרופן: יִ זְ רְ עֶ א ל, ווײַלע אָט נאָך אַ ביסל און כ′ל אָפּמאָנען די בלוט פון יִזְרְעֶאל אַפן חשבון פון בֵּית יֵהוּא, און כ′ל אַ סוף מאַכן מיטן מלכות בית ישראל, (ה) און ס′עט אין אָט דעם טאָג זײַן, אַז דעם בויגן פון ישראל וועל איך צוברעכן, אַדווקא אינעם עֵמֶק יִזְרְעֶאל.“

(ו) זי איז ווײַטער פאַרגאַנגען אין טראָגן, און האָט געוואונען אַ טאָכטער. זאָגט ער עם:

„רוף איר דעם נאָמען אָנעט לׁ א ⸗ רֻ חָ מָ ה — ניט⸗דערבאַרעמדיקע, ווײַלע אַף ווײַטער וועלעך שוין מער קין רחמנות ניט האָבן אַפן בית ישראל זיי אָפּזשאַלעווען. (ז) נאָר אַפן בית יהודה וועל איך פונדעסטוועגן רחמנות האָבן, און כ′ל זיי אָפּראַטעווען אַדוך יי, זייער גאָט; כ′ל זיי ניט אָפּראַטעווען ניט מיטן בויגן ניט מיטן שווערד, ניט מיט מלחמה ניט מיט פערד און ניט מיט רײַטער.“

(ח) אַז זי האָט אַנטוויינט לׁא⸗רֻחָמָהן, איז זי טראָגעדיק געוואָרן און האָט צוגעוואונען אַ זון. (ט) זאָגט ער עם:

„רוף עם דעם נאָמען אָנעט לׁ א ⸗ עַ מִּ י, ווײַלע איר זײַט דאָך ניט מײַן פאָלק, און איכ′ל פון אײַערטוועגן ניט פאַראַן זײַן.“

≡≡ פּרק ב ≡≡

  • (א) ס′עט די צאָל פון די בני ישראל,
  • אַזש ווי דער זאַמד פון ים זײַן,
  • אַוואָס — ניט מ′קען מעסטן, ניט מ′קען ציילן,
  • און ס′עט זײַן, אַז,
  • אָנשטאָט מ′זאָל זיי אָנזאָגן: „לׁא⸗עַמִּי אַתֶּם — ניט מײַן פאָלק זײַט איר“,
  • ט′מען זיי אַזש אַ זאָג טאָן: „בְּנֵי אֵל⸗חַי — קינדער פון לעבעדיקן גאָט“. (ב)
  • און ס′עלן די בני יהודה מיט די בני ישראל,
  • זאַך זאַלבענאַנד אײַנזאַמלען,
  • און זיי′לן זאַך שטעלן אַן איינאיינציקן ראש,
  • און זיי′לן פונעם אָפּלאַנד אַרופגיין, ווײַלע גרויס איז דער טאָג פון:
  • יִזְרְעֶאל — פ אַ ר ז י י ע ן וועט דאָך גאָט. (ג) 
  • איז זאָגט זשע די ברידער אײַערע: 
  • „עַמִּי — פאָלק מײַנער“,
  • און די שוועסטער אַוואָס באַ אײַך: 
  • „רֻ חָ מָ ה — דיאָ אַוואָס מ′האָט איר געטרייסט“. 
  •                            
  • (ד) טאָ קריגט⸗זאַך, מיט די מאַמע אַוואָס באַ אײַך,
  • טאָ קריגט⸗זאַך, אַווײַלע זי איז גאָר מײַן ווײַב ניט,
  • און איר מאַן בין איך גאָר ניט,
  • איז זאָל זי דען די קורווישקײַט אָפּטאָן פון די צורה אירע,
  • און די נַפְקישקײַט פון צווישן די בריסט, (ה) 
  • טאָמער זאָל איך איר דען ניט אוֹיסטאָן אַ נאַקעדיקע,
  • איר אַרומווײַזן אָט ווי אין טאָג פון איר געבאָרן ווערן,
  • איר שטעלן ווי אין דער מדבר, איר אָפּטאָן ווי אין וויסטעניש,
  • איר אַזש מיט דאָרשט טייטן; (ו) 
  • און אַף אירע קינדער כ′לעך קין רחמנות ניט האָבן,
  • ווײַלע זנות⸗קינדער אי′ דאָס דאָך, (ז) 
  • מה⸗דאָך, אַז די מאַמע באַ זיי האָט זאַך געקורוועט,
  • דיאָ אַוואָס האָט זיי געבאָרן, זי′ט זאַך פאַרשעמט.
  • זי′ט דאָך אַ זאָג געטאָן: 
  • „אַגיין וועלעך אַנאָך מײַנע האָלטהאָבער,
  • די געבער פון מײַן ברויט און מײַן וואַסער,
  • מײַן וואָל און מײַן בוימל און מײַנע משקאות.“ (ח)  
  • דרום נעם איך דיר די וועג אַזש מיט דערנער פאַרשפּאַרן!
  • פאַרצאַמען וועלעך איר מיט אַ צאַם,
  • און זי′ט ניט טרעפן די וועג אַף אַהין⸗און⸗אַהער. (ט) 
  • אַנאָכלויפן ′עט זי די האָלטהאָבער אירע,
  • נײַערט דאַיאָגן ′עט זי זיי פאָרט ניט;
  • זוכן ′עט זי זיי זוכן, נײַערט טרעפן ט′זי ניט טרעפן.
  • אָדאַמאָלסט ′עט זי באַ זאַך אַ זאָג טאָן: 
  • „ל′איך זאַך גיין אַף קאַריק צום ערשטן מאַן מײַנעם
  • ווײַלע בעסער איז מיר דאַמאָלסט געווען, ווי איצטערטאָ. (י)
  • אַ⸗קשיא⸗אַף⸗אַ⸗מעשה: זי′ט דען ניט געוואוסט,
  • אַז  א י ך  האָב דאָס איר געגעבן דעם קאָרן, מיטן ווײַן, מיטן בוימל,
  • און זילבער איר געמערט, און גאָלד 
  • און דאַמיט האָבן זיי פון בַּעַלס וועגן געמאַכט. (יא)
  • דרום ל′איך זאַך אומקערן,
  • און כ′ל באַצײַטנס אָפּנעמען מײַן קאָרן,
  • און מײַן ווײַן צו די צײַט זײַנע, 
  • כ′ל דאַצו אָפּשיידן מײַן וואָל און מײַן פלאַקס,
  • אַוואָס איר צוצודעקן די נאַקעדיקײַט. (יב)  
  • און איצטערטאָ כ′לעך אַנטפּלעקן די שאַנדהאַפטיקײַט אירע
  • פאַר די אויגן פון אירע האָלטהאָבער,
  • קיינער ט′איר פון די הענט מײַנע ניט אָפּראַטעווען. (יג)  
  • פאַרשטערן וועלעך גאָר די פרייד אַוואָס באַ איר,
  • יום⸗טובים, ראש⸗חודש, שבתים,
  • אַלע אירע פרייד⸗טעג, (יד)
  • און דעם ווײַנשטאָק מיטן פײַגנבוים אירן,
  • ל′איך טאָן פאַרוויסטן,
  • אַוואָס זי′ט אַף זיי אַ זאָג געטאָן:
  • „אַמײַנע זײַנען זיי דאָך,
  • אַוואָס די האָלטהאָבער מײַנע האָבן מיר אַוועקגעגעבן“,
  • און כ′ל פון זיי גאָר אַ וואַלד מאַכן,
  • אַוואָס ווילדע חיות פון פעלד וועלן פונדאַפון אָפּפרעסן. — (טו) 
  • און אָפּצאָלן וועלעך איר,
  • פאַר די אַלע יאָרן מיט די בְּעָלִים,
  • אַוואָס צו זיי האָט זי מקריב געווען די קרבנות,
  • זאַך אוֹיסצירנדיק,
  • מיט אירע עוורינגלעך און אירע איידלשטיינער.
  • זי איז דאַמיט געגאַנגען אַנאָך אירע האָלטהאָבער.
  • און מיר האָט זי גאָר געטאָן פאַרגעסן —
  • איז אָט וואָס, אַזויאָ זאָגט גאָט: (טז) 
  • „דרום וועל איך איר אַזש פאַרריידן,
  • כ′ל איר אָפּפירן אין דער מדבר אַוועקעט,
  • און כ′ל איר אַפן האַרצן ריידן. (יז)
  • און אַפון דאָרטן וועלעך איר אָפּגעבן,
  • אירע ווײַנגערטנער,
  • און דעם טאָל פון עָכוֹר אַזש אַף אַ פֶּתַח⸗תִּקְוָה,
  • — אַן אָנהייב פון האָפונג, פאַרבײַטן.
  • און אָטאָ דאָרטן ט′זי גאָר ענטפערן
  • אָט אַזויאָ, אַזש ווי אין די יאָרן פון די יונגשאַפט.
  • אָט אַזויאָ גראָד ווי אין טאָג,
  • פון איר אַרופגיין פון לאַנד מִצְרַיִם.“ (יח)
  • און ס′עט זײַן אין אָטאָ דעמאָ טאָג — 
  • אָט אַזויאָ זאָגט גאָט:
  • „דו′עסט גאָר אַ רוף⸗אוֹיסעט טאָן: 
  • ,מײַן מאַן!‘ און מיר ′עסטע ווײַטער ניט אָנרופן ,מײַן בַּעֲל‘, (יט)
  • און איכ′ל גאָר אַראָפּנעמען די נעמען פון די בְּעָלִים
  • פון מוֹיל וואָס באַ איר,
  • און מ′עט זיי באַם נאָמען מער ניט אָנרופן. (כ) 
  • און אין אָטאָ דעמאָ טאָג,
  • כ′לעך מיט זיי כּוֹרֵתֿ בּרִיתֿ זײַן,
  • מיט די חיות פון פעלד און מיט די פייגל פון די הימלען,
  • און מיט די ווידמענונג פון די ערד,
  • און דעם בויגן מיטן שווערד מיט מלחמה⸗האַלטן,
  • וועל איך צעשמעטערן,
  • אַזש פון די ערד אַראָפּ,
  • כ′ל זיי אַלע געבן זיכעראַהייט זאַך אָפּרוען, (כא)
  • כ′ל דיר אַף אייביק פאַרקְנַסְן,
  • כ′ל דיר מיט רעכטפאַרטיקײַט און גערעכטיקײַט פאַרקְנַסְן, (כב)
  • כ′ל דיר מיט אמונה פאַרקְנַסְן,
  • ′עסטע גאָט וואוילקענען. (כג)
  • און ס′עט זײַן אין אָטאָ דעמאָ טאָג,
  • ל′עך ענטפערן — אָט אַזויאָ זאָגט גאָט:
  • „די הימלען ל′עך ענטפערן,
  • און זיי ווידער וועלן די ערד אָפּענטפערן, (כד)
  • און די ערד גופא ′עט מיט ק אָ ר ן ענטפערן,
  • און מיט וו ײַ ן און מיט ב ו י מ ל,
  • און זיי גופא ′לן דאָך אָפּענטפערן:
  • ,יִ זְ רְ עֶ אל‘ — אַ פ אַ ר ז י י ע ן טוט גאָט. (כה)
  • און איך וויל איר — צו מיר — פאַרזייען אינעם לאַנד,
  • כ′ל אַף לׁא⸗רֻחָמָהן אַזש רחמנות האָבן,
  • כ′ל לׁא⸗עַמּין אַ זאָג טאָן: 
  • ,עַמִּי — פאָלק מײַנער בינסטע′,
  • און ער ווידער וועט אַ זאָג טאָן:
  • ,אֱלׁהַי — אָ, גאָטעניו מײַנער‘.“

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) טוט מיר אַ זאָג גאָט

„איז גיי נאָכאַמאָל, און ליב⸗זאַך מיט אַ פרוֹי, אַוואָס אַ צווייטער האָט איר האָלט און זי איז אַ נואפטע — אָט אַזויאָ ווי גאָט האָט האָלט די בני ישראל כאָטש זיי קערן זאַך פון עם אַוועקעט צו די אַנדערע געטער און אָנזשלאָקער פון בעכער מיט געצנווײַן.“

(ב) איז האָב איך פאַר איר פופצן זילבערנע באַצאָלט, מיט אַ חוֹמֶר גערשטן און אַ לֶתֶֿךְ גערשטן, (ג) און אָט טו איך איר אַ זאָג: „אַ פולע טעג זאָלסטע מיר אָפּזיצן, מאַך ניט קין זנותערײַען און זײַ ניט מיט קין מאַן, און אָט אַזוי אויכעט איך וואָ⸗שייך דיר, (ד) אַווײַלע לאַנגע יאָרן וועלן אָפּזיצן די בני ישראל, און ס′ניטאָ קין מֵלֶךְ, ס′ניטאָ קין האַר, ניטאָ קין קרבן, און ניטאָ קין שטענדער, ניטאָ אויך — ניט קין אֵפוֹד און ניט קין תְּרָפִים. 

(ה) און אַנאָכדעם וועלן די בני ישראל ערשט תשובה טאָן און אוֹיסזוכן אֲדֹנָי זייער גאָט, און דָּוִדְן זייער מֵלֶךְ, און זע′לן מורא האָבן פון פאַר גאָט און פון זײַן גוטיקײַט — אַזש אין די אחרית הימים.

≡≡ פּרק ד ≡≡

  • (א) הערט זשע אוֹיסעט דעם וואָרט פון גאָט, אָ בני ישראל:
  • ווײַלע אַ קריג האָט דאָך גאָט מיט אָטאָ דיאָ,
  • וואָס זיי וואוינען אין לאַנד,
  • אַז ניטאָ קין אמת, און ניטאָ קין חסד,
  • און אין לאַנד וויל מען גאָט ניט וויסן. (ב)  
  • נאָר וואָדען: מ′טוט פאַלש שווערן, מ′לייקנט אָפּעט,
  • מ′רַצְחְנט, מ′גנבעט, מען טרײַבט ניאוף,
  • מען ווילדעוועט אַזש ביז די בלוט פון איינעם
  • פאַלט ניט אין בלוט פונעם צווייטן אַרײַנעט.(ג) 
  • דרום טוט די לאַנד אבילות אָפּריכטן,
  • אַז אומגליקלעך איז איטלעכער,
  • אַוואָס אָדאָרטן טוט ער זאַך זיצן,
  • אַזש מיט די חיות פון פעלד און די פייגל פון די הימלען,
  • אַפילו די פיש וואָס אין ים ט′מען אַוועקקלײַבן, (ד)
  • און פונדעסטוועגן, זאָל זאַך אַ מענטש ניט אַמפּערן,
  • זאָל ער ניט אַרײַנמוסרן,
  • ווײַלע עַמְּךָ איז מערניט אַף קריגן זאַך מיטן כהן. (ה) 
  • געשטרוֹיכלט ′סטע ווערן באַטאָג,
  • און מיט דיר אינאיינעם ′עט דער נביא געשטרוֹיכלט ווערן באַנאַכט,
  • און די מאַמע באַ דיר וועל איך אַנטשווײַגן, (ו)
  • אַז פאַרשטומט איז מײַן פאָלק פון דוחק אין וויסן,
  • ווײַלע וויסן איז דיר מיאוס געווען,
  • וועט מיר דען מיאוס זײַן אײַער באַדינען מיר אַלץ כהן —
  • האָסט פאַרגעסן די תורה פון דײַן גאָט,
  • אָט אַזויאָ וועל איך אין דײַנע קינדער פאַרגעסן.(ז)
  • אַוואָס מער זיי האָבן זאַך געמערט,
  • אַלץ מער האָבן זיי אין מיר געזינדיקט,
  • כ′לעך דעם כבוד זייערן אַף שאַנדהאַפטיקײַט פאַרבײַטן; (ח) 
  • די זינד פון מײַן פאָלק פרעסן זיי אָפּעט,
  • און לייגן די האַרץ אין חטאים אַרײַנעט. (ט) 
  • אַזויאָ באַ עמך — אָט אַזויאָ באַם כהן. 
  • כ′לעך עם אָפּשטראָפן איבער זײַנע זיטן,
  • עם אָפגעבן לוֹיט די מעשים. (י) 
  • זע′לן עסן און זיך ניט אָנזעטיקן,
  • זע′לן זיך אַרומזונהן און וועלן זאַך ניט פאַרמערן,
  • ווײַלע זיי האָבן פאַרלאָזן די האָרכונג פון אֲדֹנָיען. (יא) 
  • אַז דער זנות מיטן אַלטן ווײַן מיטן נײַעם ווײַן
  • נעמען צו די האַרץ. (יב) 
  • אַז מײַן פאָלק גייט עתידות באַ אַ קלאָץ גאָר פרעגן,
  • און דער שטעקן וואָס באַ עם ט′עם אַן ענטפער געבן!
  • אַווײַלע ס′האָט אַ רוח שטות פאַרפירט,
  • און אַף די שפּיצן פון די בערג קוילענען זיי קרבנות,
  • און טוען אָפּברענען אַף די היגלען:
  • אונטערן אייכנבוים, דעם באַרנבוים, דעם לינדנבוים,
  • אַווײַלע — גוט איז באַ עם דער שאָטן.
  • דעריבער ל′ן אָנזונהווען אײַערע טעכטער און אָננַפְקענען אײַערע שניר. (יד) 
  • פונדעסטוועגן וועלעך עס ניט אָפּציילן אַקעגן אײַערע טעכטער,
  • אַז זיי וועלן זונהווען, און אײַערע שניר, אַז זיי וועלן נַפְקענען,
  • מה⸗דאָך, אַז ז יי  אַ ל י י ן האָבן דאָך חברותא מיט די זונות געמאַכט,
  • און קרבנות מיט קורוועס געבראַכט.
  • אַ פאָלק וואָס פאַרשטייט ניט, וועט אַף פּורעניות אָנקומען. (טו) 
  • אַז דו, י ש ר א ל,  בינסט אַ זונה
  • וועט י ה ו ד ה דאַפון ניט שולדיק ווערן;
  • איז קומט ניט אַפן גִּלְגָּל,
  • און קריכט ניט אין בֵּית⸗אָוֶן,
  • און שווערט ניט אָדאָרטן: „חַי יי“. (טז) 
  • אַזוי ווי אַ ווידערשפּעניקע אָנגעשטאָפּטע קו
  • האָט ווידערשפּעניקט ישראל,
  • טאָ זאָל איצטער גאָט זיי ווי אַ שאָף אַף דער פרײַ לאָזן? (יז) 
  • צוגעטשעפּעט צו די אָפּבילדער איז אפרים.
  • איז — לאָז עם צורו! (יח) 
  • און ווען זייער טרינקעכץ איז אָפּגעטרונקען זונהווען זיי אין זנות,
  • אַז האָלט⸗האָבן האָבן אירע האַרן מערניט שאַנד, (יט) 
  • אַז דער ווינט האָט איר פאַרפּלאָנטערט אירע קליידלעך,
  • און מיט זייערע קרבנות וועלן זיי זיך גלאַט שעמען.

≡≡ פּרק ה ≡≡

  • (א) טוט הערן, אָ, כהנים,
  • און האָרכט זאַך אײַנעט, בית ישראל,
  • און גיט אַן עווער, אָ, בֵּית הַמֵּלֶךְ,
  • ווײַלע אַף אײַך גייט דאָך דער משפּט,
  • אַלמאַי אַ פּאַסקע האָט איר אין מִצְפּה געמאַכט,
  • און אַ נעץ⸗געוועב אוֹיסגעשפּרייט אַף תָּבוֹר, (ב) 
  • אַז די וואָס האָבן זאַך אָפּגעקערט,
  • האָבן זאַך אין שחיטה פאַרטיפט,
  • און איך, וואָס כ′ל זיי אַלעמען מוסרן, (ג) 
  • איך קען דאָך אפרימען,
  • און ישראל איז פאַר מיר ניט פאַרבאַהאַלטן,
  • ווײַלע אָט איצטערטאָ האָסט זיך אפרים אָנגעזוֹנהט,
  • ישראל — פאַרטומהט. (ד) 
  • אַז די בייזע מעשים זייערע דאַלאָזן זיי ניט,
  • אומקערן זאַך צו זייער גאָט,
  • ווײַלע בײַ זיי גופא איז אַ רוח פון זנותעכץ,
  • און אֲדֹנָיען האָבן זיי געטאָן — ניט⸗וויסן. (ה) 
  • וועט דאָך די גאווה פון ישראל אָפּגעענטפערט ווערן
  • פון פאַרן אייגענעם פּרצוף;
  • און ישראל מיט אפרים וועלן נכשל ווערן מיטן זינד זייערן,
  • און מיט זיי אינאיינעם וועט נכשל ווערן יהודה אויכעט. (ו) 
  • מיט זייערע שאָף, מיט די רינדער זייערע וועלן זיי גיין,
  • זוכן אֲדֹנָיען — און וועלו ניט טרעפן,
  • ער האָט זיך פון זיי אָפּגערוקט. (ז) 
  • אֲדֹנָיען האָבן זיי געטאָן פאַרראַטן,
  • און זיי האָבן געבאָרן קינדער פון פרעמדע,
  • ט′מען זיי אין נײַעם חודש אופפרעסן,
  • אינאיינעם מיט זייערע נחלאות. 
  •                                                   
  • בלאָזט דען אין שופר אין גִּבְעָה,
  • און טרומייטערט אין רָמָה,
  • שאַלט און בלאָזט אין בֵּית⸗אָוֶן: 
  • „אַנאָך דיר, אָ בנימין!“ 
  • צו אַ בייזוואונדער וועט דאָך אפרים,
  • אין טאָג פון די תוכחה זײַן,
  • אַז אין די שבטי ישראל טו איך,
  • וואָרהאַפטיקײַט מוסר מודעה זײַן. 
  • זײַנען די האַרן פון יהודה געוואָרן,
  • ווי דיאָ וואָס פאַררוקן די געמאַרקן,
  • אַזוי ווי וואַסער כ′לעך אַף זיי,
  • אוֹיסגיסן מײַן גרימצאָרן. (יא
  • צעדריקט איז אפרים, 
  • אין משפּט צעשמעטערט,
  • ווײַלע ער איז דאָך נאָכגעגאַנגען שמוץ. (יב
  • און איך וועל אפרים זײַן ווי אַ מילב,
  • און צו בית יהודה אַ האָלץ⸗וואָרים. (יג
  • און אַז אפרים האָט זײַן חולאת דאַזען,
  • און יהודה זײַן ראַנע,
  • איז אפרים — צו די אַשורים אַוועק,
  • אַוועקגעשיקט צום מֵלֶךְ הַפּלאָנטערניש,
  • קען ער דיר אָבער ניט אוֹיסהיילן,
  • יָכְלְט ער ניט דײַן וואונד באַזאַלבן. (יד
  • ווײַלע כ′ל יהודהן ווי אַ לייב זײַן
  • און ווי אַ יונגע לייבעכע צו בית יהודה,
  • איך און איך אַליין וועל פאַרצוקן און — אַוועק,
  • אַוועקטראָגן די פאַרצוקעניש,
  • און קין מַצִּיל ט′ניט זײַן. (טו
  • כ′ל זאַך אַ נעם טאָן און — אַוועק,
  • קאַריק אַף מײַן אָרט,
  • ביזקל וואַנענט זיי וועל אײַנזען די שולד,
  • און אוֹיסזוכן פון פאַר מיר,
  • און פון אַלדי צרות וועלן זיי זיך,
  • אופכאַפּן מיר — אוֹיסזוכן.

≡≡ פּרק ו ≡≡

  • (א) איז קום זשע,
  • לאָמיר זאַך אומקערן צו אֲדֹנָיען!
  • האָטאָך ער פאַרצוקט,
  • און ער וועט אונדז אוֹיסהיילן,
  • ער האָט פאַרוואונדיקט,
  • און ער וועט אונדז די וואונדן איבערבינדן. 
  • פון אַ טאָג צוויי ט′ער אונדז אופלעבן,
  • אין דעם דריטן טאָג,
  • וועט ער אונדז אופשטעלן,
  • און מי′לן לעבן פון פאַר עם. 
  • און מי′לן וויסן דאַיאָגן דעם וויסן פון אֲדֹנָיען,
  • קלאָר ווי דער אינדערפריעדיקער שטערן,
  • ט′עם זײַן, עם אין אָרט זײַנעם טרעפן,
  • און ווי דער רעגן ט′ער צו אונדז קומען,
  • אַזש ווי דער שפּעטער שפּריי רעגן
  • קומט דערנערן די ערד. 
  • אײַ וואָזשע זאָלעך דיר אפרים טאָן?
  • אײַ וואָזשע זאָלעך דיר יהודה טאָן?
  • אַז די גוטיקײַט איז באַ אײַך,
  • ווי אַ וואָלקן אינדערפרי,
  • ווי דער טוֹי וואָס אײַלט זאַך אַוועקעט? 
  • דרום האָב איך זיי געהויערט,
  • אַדוך די נביאים,
  • זיי אַוועקגעהרגעט,
  • מיטן זאָג פון מײַן מוֹיל,
  • און דער משפּט דײַנער,
  • זאָל נאָך צום ליכטיקן אַרוֹיסעט, 
  • ווײַלע גוטיקײַט האָב איך געוועלט,
  • און ניט קין קרבנות,
  • און דַּעֲת אלהים,
  • איידער די קרבן⸗עולות. 
  • נאָר זיי ווידער האָבן עובר ברית געווען,
  • מעשה אדם הראשון,
  • אָטאָ דאָרטן האָבן זיי אין מיר פאַרראַטן: 
  • אַז גִּלְעָד איז אַ שטאָט מיט אופטוער פון שאַלקהאַפטיקײַט,
  • אַפול מיט אַזעטקענע
  • וואָס אַף ריינע בלוט לאָקערן. 
  • אַזוי ווי כאָפּטעס מיט רוֹיבער
  • וואַרטן אַף אַ מענטשן
  • אַזוי באַ חברה כהנים
  • אונטערוועגנס אַפן שְכֶמער וועג טוען רַצְחענען,
  • פּאַסקודסטוועס טוען זיי אָפּעט. 
  • באַם בית ישראל האָבעך דאַזען
  • וואָס די האָר שטייען פונדאַפון קאַפּויער,
  • אַ זנותערײַ באַ אפרים
  • אַ טומאה באַ ישראל. (יא
  • אָהאָ, יהודה, אַף דיר′ט אָפּוואַרטן אויך דיאָ שניטצײַט.
  • נײַערט — באַם אומקערן די אַרוֹיסקערונג פון מײַן פאָלק.

≡≡ פּרק ז ≡≡

  • (א) אַז כ′ל אַ רפואה טאָן ישראל,
  • ′עט זאַך אופדעקן די זינד פון אפרים,
  • און די שלעכטיקײַט שומרונס,
  • אַלמאַי די שקרימדיקײַט,
  • אַוואָס זיי האָבן געטאָן אָנמאַכן,
  • אַז דער גנב גליטשט זאַך אינעווייניק אַרײַנעט,
  • בעת די כאָפּטע אינדרוֹיסן לאָזט זיך פונאַנדער, (ב)
  • זאָלן זיי באַזעך אין האַרצן נאָר ניט אַוואָס זאָגן —
  • די גאַנצע שאַלקהאַפטיקײַט זייערע,
  • האָב איך דאָך פאַרגעדיינקט,
  • לעת⸗עתה רינגלען זיי אַרומעט,
  • זייערע מעשים,
  • אַזיי שטייען מיר אַזש פאַר די אויגן. (ג)
  • מיט זייער רשות,
  • זײַנען זיי דעם מלך משמש
  • און מיט זייערע לייקענישן,
  • די פּרינצן די ליגנער, (ד)
  • זײַנען אַלע נואפים,
  • ווי אַן אָנגעהייצטער באַק⸗אויוון,
  • אַז דער בעקער הערט אוף די טייג קנעטן,
  • אַביזקל ס′עט נתחמץ ניט ווערן. (ה)
  • אין סאַמע טאָג פון דעם מלך באַקריינען,
  • נעמען זאַך די האַרן אַזש קריינקן מיט ווײַן,
  • און עם ציט די האַנט זײַנע,
  • גראָד די לצים דאַלאַנגען. (ו)
  • און  ז י י  ווידער האָבן די האַרץ צוגעגרייט,
  • ווי אַַ באַק⸗אויוון בעתן לאָקערן,
  • אַז אַ גאַנצע נאַכט שלאָפט אײַנעט דער בעקער,
  • און אינדערפרי טוט ברענען פלאַם⸗פײַער; (ז)
  • היצן זיי זאַך אינאיינעם אין אויוון,
  • נאָכן אָפּפרעסן די שופטים וואָס באַ זיי,
  • געפאַלן זײַנען אַלע זייערע מלכים,
  • אַז ניטאָ צווישן זיי,
  • אַוואָס רופט אוֹיסעט — צו מיר. (ח)
  • אפרים — צווישן די פעלקער,
  • ′עט⸗צעך אוֹיסמישן,
  • אַ האַלב געבאַקענער קיכל איז געוואָרן אפרים, (ט)
  • וואָס פרעמדע האָבן זײַנע כוחות צופרעסן,
  • ער אַליין ווייס דאָס ניט,
  • גראָע האָר יאַווען זיך אָדאָ, אָדאָרטן,
  • נאָר ער אַליין ווייס דאָס ניט, (י)
  • און די גאווה פון ישראל,
  • וועט עם אָפּענטפערן אין פּרצוף אַרײַן,
  • נאָר זיי האָבן זאַך ניט אומגעקערט,
  • צו זייער גאָט, אֲדֹנָיען, און
  • מיט אָט דעם אַלעמען, עם — ניט געטאָן אוֹיסזוכן. (יא) 
  • אפרים ט′זאַך פאַר אַ נאַרישע טײַבעלע געמאַכט,
  • אָן אַ פאַרשטענדעניש,
  • אָט — אַ רוף טוענדיק צו מצרים,
  • אָט — אַף אַשור קריכנדיק. (יב) 
  • אָט ווי אַזוי זיי גייען נאָר, וועלעך די נעץ מײַנע אוֹיסשפּרייטן,
  • און ווי די פייגל אַפן הימל וועלעך זיי אַראָפּבריינגן,
  • זיי אַרײַנזאָגנדיק, ווי מ′הערט דאָס באַ קהל, (יג) 
  • אָך און וויי זיי, אַוואָס פון מיר האָבן זיי אַוועקגעהַלְכְנט,
  • אַ קלאָג זיי, וואָס זיי האָבן אין מיר געזינדיקט, —
  • זאָל איך זיי גיין אוֹיסלייזן, אַז זיי האָבן אַף מיר כזב ושקר אָנגערעדט? (יד) 
  • אַז צו מיר האָבן זיי פונעם האַרצן ניט אַרוֹיסגעשריען,
  • זאָלן זיי אַפילו יללהן אין סאַמע געלעגער,
  • נײַערט וועגן אָנגעשײַערטן קאָרן, מיטן ווײַן, טוען זיי,
  • זאַך אָנדרודלען, כדי פון מיר אָפּקערן — (טו) 
  • דאָס האָב איך זיי געפעסטיקט און געשטאַרקט די האַנט –
  • און דאָך אַף מיר האָבן זיי קרום אָנגעקוקט. (טז) 
  • טוען זיי אַ קער, איז ניט — אַרופצעצו,
  • נאָר ווי באַם איבערגעדרייטן בויגן,
  • וועלן פאַלן באַ זיי אַפן שווערד די פּרינצן,
  • אַפן חשבון פונעם פאַרביסענעם צונג וואָס באַ זיי.
  • אַפדערוף ט′מען פון זיי ערשט חוזק מאַכן — אין ארץ מצרים.

≡≡ פּרק ח ≡≡

  • (א) דעם שופר אין מוֹיל לייג אַרײַן!
  • ווי אַ רוֹיב⸗פויגל קומט ער אַפן בֵּית יי אָנעט,
  • אַלמאַי זיי האָבן דעם כריתות ברית מײַנעם פאַרשוועכט,
  • און אין די תורה מײַנע ווידערשפּעניקט. (ב)
  • איז צו מיר ′לן זיי דען גיין שרײַען:
  • „גאָט מײַנער! דײַן פאָלק ישראל קען דאָך דיר!“? (ג)
  • אַז אָפּגעשלײַדערט האָט ער גאָר אָדאָס וואָס איז גוט —
  • וועט עם דער שונא פאַריאָגן. (ד)
  • אַז אופגעמֵלֶכְט האָבן זיי מלכים — גאָר ניט פון מײַנטוועגן,
  • אופגעפּרינצט פּרינצן — וואָס קענען קענעך זיי אַפילו ניט,
  • פון זייערע זילבער מיט די גאָלד זייערע האָבן זיי זאַך געטשקעס געטאָן מאַכן,
  • דרום וועלן זיי אַליין — אָפּגעהאַקט ווערן. (ה)
  • אָפּגעשלײַדערט איז דער עֵגֶל הַזָּהָב דײַנער, אָ, שומרון,
  • דער צאָרן באַ מיר גרימט אַזש אין זיי,
  • ביזקל וואַנעט וועלן זיי צו רייניקונג ניט דאַגיין?
  • אַז פון ישראל אַפילו אָטוואָס:
  • פון בעל⸗מלאכה — קין גאָט אי′ דאָס ניט.
  • נײַערט צו שפּענדלעך וועט צושמעטערט ווערן דער קאַלב פון שומרון! (ז)
  • דען אַ ווינט טוען זיי זייען,
  • און אַ זאַווערוכע ′לן זיי פונדאַפון שנײַדן,
  • פון דער זייאונג וועט די תבורה ניט שטיין,
  • און אַז שפּראָצן וועט די זייאונג,
  • וועט עס קין מעל ניט באַווײַזן, נײַערט ליידיקע זאַנגען,
  • און טאָמער וועט עס פאָרט וואָס מאַכן —
  • וועלן דאָס שטאָק פרעמדע אופפרעסן. (ח)
  • אופגעשלונגען איז דען ישראל
  • איצטער צווישן די פעלקער ′לן זיי זײַן
  • אַזוי ווי אַ כֵּלי וואָס איז קיינעם קין חֵפֶץ ניט. (ט)
  • ווײַלע אָן אַשור האָבן זיי זאַך צוגעטשעפּעט,
  • ווי אַ צעווילדעוועטער מוֹיל⸗אייזל,
  • וואָס דרייט זיך איינער אַליין אַרומעט.
  • אירע ליבהאָבער ט′אפרים זיך אַזש צוגעקויפט; (י)
  • כאָטש אַוועק אין די פעלדער זײַנען זיי, זיך צוקויפן,
  • וועל א י ך זיי אָט איצטער פונדעסטוועגן טאָן אײַנזאַמלען,
  • זאָלן זיי נישקשה אונטערקריינקן,
  • אַזש פון די משא פונעם מֵלֶךְ מיט די פּרינצן;  (יא) 
  • אַלמאַי געמערט האָט אפרים מזבחות אַף זינדיקן,
  • אַיע, אַף ז י נ ד י ק ן
  • זײַנען עם די מזבחות געווען.  (יב)
  • אַז געשריבן האָבעך עם אַזויפל פון די תורה מײַנע,
  • איז עס באַ עם גאָר אַן אָפּפרעמדעניש פאַרבליבן,  (יג)
  • און די ברענעכצער פון אָטאָ די קרבנות,
  • זאָלן זיי עס בעסער די קוילונגען צו פלייש קאָכן און אָפּעסן,
  • ווײַלע גאָט — וויל זיי ניט.
  • הײַנט ′עט ער זייערע זינד פאַרגעדיינקן,
  • און די חטאים זייערע אָפּציילן,
  • אַף מצרים וועלן זיי קאַריק.  (יד)
  • וויילע פאַרגעסן האָט ישראל אָטאָ דעם וואָס האָט עם געמאַכט,
  • און גלאַט געבויט היכלות אַף עבודה זרה.
  • און יהודה ווידער האָט זיך געמערט געפעסטיקטע שטעט,
  • נאָר אַ שריפה ′לעך אַף די שטעט זײַנע אָנשיקן
  • און אָפּפרעסן וועט זי אירע אַלע פּאַלאַצן.

≡≡ פּרק ט ≡≡

  • (יד)  זאָלסט זאַך, אָ, ישראל, ניט פרייען,
  • אַף גליק אַזוי ווי באַ די פעלקער,
  • ווײַל אָן דײַן גאָט האָסטו מיטן קורווע⸗געלט אָנגעזנותט,
  • מיט אַ באַצאָלטן ליבהאָבער האָסט זאַך געליבט,
  • אַף אַיעדע פּאַדלאָגע פון אַ קאָרן⸗שײַער, (ב)
  • איז וועט דער שײַער מיטן קעלטער זיי ניט שפּײַזן,
  • און צום ווײַן ′לן זיי ניט אוספּייען, (ג)
  • אין גאָטס לאַנד וועלן זיי ניט פאַרבלײַבן,
  • נײַערט אומקערן וועט זאַך אפרים — אין מצרים,
  • און פרעסן טַרפות ט′ער אַזש — אין אַשור. (ד)
  • זיי ′עלן שוים ניט גיסן פאַר גאָט קין ווײַן,
  • און ס′עלן עם ניט זיס זײַן,
  • זייערע קרבנות וועלן אַזש זײַן ווי די ברויט באַ אבלים,
  • און אַווער ס′טוט פונדאַפון עסן ′עט טמא ווערן,
  • ווײַלע זייער ברויט איז צו זייער לײַב ראוי,
  • אין בֵּית יי ′עט ניט דאַגיין; (ה)
  • איז וואָס ט′איר גיין טאָן אום יום⸗טוב,
  • און אין טאָג פון אַ חג אֲדֹנָי? (ו)
  • אַז אָט זײַנען זיי פון פאַרחוּרבֿעניש אַוועקעט,
  • און אָט האָט זיי אופגעזאַמלט מצרים,
  • איז וועלן זיי אין מוֹף באַגראָבן ווערן,
  • די קעסטלעכע זילבערנע אוצרות וועלן ירשענען שטעכלקעס
  • און די שטעכלקעס וועלן די שטיבער אָפּנעמען. (ז)
  • קומען זיי אָנעט די טעג פון אָפּרעכענונג,
  • קומען זיי אָנעט די טעג פון אָפּצאָלונג,
  • דאָס′ט וויסן זײַן ישראל, אַוואָס האָבן אַ זאָג געטאָן:
  • „אַ נאַר אי′ דער נביא, אַ שוטה דער מענטש פון גײַסט“,
  • און פאַר די גרויסעצאָלעקײַט פון בייזע מעשים,
  • גרויסעצאָליק ט′זײַן רונד אַרום די פאַרהאַסונג. (ח)
  • פאַר גאָטס אַ סטראָפּטשע האַלט זאַך גאָר אפרים,
  • דעם יעגערס אַ פּאַסטקע שטעלט ער —
  • דעם נביא, אַף אַלע זײַנע וועגן,
  • ט′זײַן רונד אַרום די פאַרהאַסונג אינעם הוֹיז פון זײַן גאָט. (ט)
  • זיי האָבן זאַך אַזש אַרײַנגעטיפט אין שאַלקהאַפטיקײַט,
  • פּונקט ווי אין די טעג פון די גִּבְעָה;
  • געדיינקן ′עט ער זייער זינד
  • און אופמאָנען ′עט ער דעם חטא. (י)
  • ווי מ′טרעפט אין דער מדבר ווײַנטרוֹיבן,
  • אָט אַזויאָ האָבעך די ישראל געטראָפן,
  • ווי דעם פײַגנבוים צו ערשטע אופבליאונג,
  • האָבעך די אבות אײַערע אָנגעקוקט,
  • זיי זײַנען צום בַּעַל פּעוֹר אָנגעקומען,
  • און זאַך אָפּגעשיידט — צו בושות,
  • געוואָרן פּאַסקודסטוועס גענוֹי ווי זייער ליבהאָבער. (יא)
  • אפרים: ווי אַ פויגל ט′אָפּפליען דער כבוד אַוואָס באַ זיי,
  • אינאיינעם מיטן געבורט פון אַ בוֹיך, און גלאַט טראָגעשאַפט. (יב)
  • און זאָלן זיי אַפילו מגדל בנים זײַן,
  • כ′לעך זיי פאַרוואַרפן פון אַן איינציקן אַ מענטש צו ווערן,
  • טאַקע זיי אַזאָכנוויי, אַז כ′ל זאַך פון זיי אָפּטראָגן. (יג)
  • אפרים — אָט אַזוי ווי כ′האָב דאַזען באַ צוֹר
  • פאַנאַנדערגעפלאַנצט מיט אָנגענעמקײַט —
  • אי′ וואָס זשע טוט אפרים, טראָגט אַרוֹיסעט זײַנע זין צום הַרְגער. (יד)
  • איז גיב זיי, אָ גאָט, אָדאָס, אַוואָס⸗ניט⸗איז, אַוואָס דו′סט דען געבן:
  • אַ טראַכט וואָס מַפּילט גיב זיי,
  • און אײַנגעשרומפּענע בריסט. (טו)
  • אינעם גִּלְגָּל איז גאָר די שלעכטיקײַט זייערע,
  • אַז אָדאָרטן האָבעך זיי פײַנט געהאַט
  • פון וועגן די שלעכטע מעשים זייערע,
  • איז פון מײַן הוֹיז כ′לעך זיי פאַרטרײַבן,
  • אַווײַטער כ′לעך זיי ניט האָלט האָבן,
  • מה⸗דאָך זייערע האַרן זײַנען אָפּקערער. (טז)
  • אַז געשלאָגן איז אפרים,
  • דער וואָרצל באַ זיי אוֹיסגעטריקנט,
  • קין פרוכפּערקײַט ל′ן זיי ניט מאַכן,
  • זאָלן זיי אַפילו קינדער טאָן געווינען,
  • וועלעך ממיתן די שענסטע פרוכט פונעם בוֹיך. (יז)
  • גאָט וועט זיי פאַר מאוס⸗מיאוסע וואַרפן,
  • אַלמאַי זיי האָבן זאַך צו עם ניט צוגעהאָרכט,
  • נע⸗ונע וועלן זיי אַזש צווישן פעלקער וואָגלען.

≡≡ פּרק י ≡≡

  • (א)   אַ מאדימדיקער ווײַנשטאָק איז ישראל,
  • וואָס בריינגט אופעט פּירות אַוואָס זיי פּאַסן עם,
  • נאָר וואָסאַמער פּירות,
  • אַלצאַמער — געצן⸗מזבחות;
  • וואָסאַמער גוט איז אין לאַנד,
  • אַלצאַמער — די שענסטע געצן⸗סלופּעס. (ב)
  • האָטצאַך די האַרץ באַ זיי אָפּגעטיילט,
  • וועלן זיי איצטערטאָ געשולדיקט ווערן:
  • די מזבחות ט′ער זיי דעם נאַקן אײַנברעכן,
  • די געצישע סלופּעס חרוב מאַכן. (ג)
  • איז אַצינד ל′ן זיי אַוודאי אַ זאָג טאָן:
  • „קין מלך אי′ באַ אונדז ניטאָ!“
  • אַלמאַי מיר האָבן פאַר גאָט קין מורא ניט געהאַט,
  • און דער מֵלֶךְ — אַוואָס קען ער אונדז שוין אופטאָן? (ד)
  • אומרעכטיקע ווערטער ריידן זיי,
  • פאַלשע שבועות טוען זיי באַם צושטימען,
  • ווי ביטער⸗גראָז בליט אַזש אופעט דער משפּט אַוואָס באַ זיי,
  • אַף די בייטן פון מײַנע פעלדער. (ה)
  • פון פאַר די עֵגֶל⸗זָהָבְס אַוואָס אין בֵּית⸗חֶטא
  • וועלן די אײַנוואוינער פון שומרון אופציטערן,
  • מחמת דער פאָלק ′עט איבער זיי אבילות פּראַוון,
  • די פּריסטער וואָס דערוף וועלן זאַך שוין „פרייען“
  • איבערן כבוד פונדאַפון, וואָס איז פון דאָרטן —
  • אויך אין גלות אַוועק. (ו)
  • אַז אויכעט אַדאָס ט′מען אין אַשור אַוועקטראָגן,
  • אַ מתנה דעם מֵלֶךְ הַפּלאָנטערניש;
  • אַ בושה ט′אָפּנעמען אפרים,
  • און פאַרחרפּהנען זײַנע עצה⸗געבער. (ז)
  • אַז פאַרשוואונדן ווערט באַ שומרון דער מֵלֶךְ אירער,
  • ווי שוֹים אַוואָס אַפן וואַסער. (ח)
  • און די הויכע במות פון בֵּית⸗חֶטא ′לן צושמעטערט ווערן,
  • דער חטא פון ישראל גופא,
  • דערנער מיט שטעכלקעס ′לן אַף די מזבחות אַרופעט,
  • און צו די בערג וועלן זיי אַזש אַ זאָג טאָן: „פאַרדעקט זשע אונדז“,
  • און צו די היגלען: „פאַלט זשע אַף אונדז אַראָפּעט“. (ט)
  • אַז פון זינט די מעשה אין די גבעה,
  • האָסט דאָך געזינדיקט, אָ, ישראל,
  • אָדאָרטן זײַנען זיי געשטאַנען,
  • וועסט זיי דען אין די מלחמה אַוואָס אין גבעה ניט דאַיאָגן,
  • אַזוי באַ די הײַנטיקע זינדיקע גאווהניקעס; (י)
  • לוֹיט מײַן ווילן ל′עך זיי פאַרשפּאַרן,
  • און ס′עלן אָנגעזאַמלט ווערן אַף זיי די פעלקער
  • באַם פאַרשפּאַרט ווערן אין אַ צווייפאַכיקן יאָך. (יא)
  • אַן אָנגעלערנטער קאַלב איז אפרים,
  • אַוואָס האָלט האָט ער דרעשן,
  • אַוואָס געזשאַלעוועט האָב איך איר דעם שיינעם נאַקן,
  • נײַערט אַצינד ט′מען אַף עם אַף אפרימען רײַטן, און יהודה′עט אָפּאַקערן —
  • און צעקאַלעטשן ′עט זאַך אַזש יעקב. (יב)
  • איז זייעט זאַך צו פון רעכטפאַרטיקײַט וועגן,
  • און שנײַדט זשע אָפּעט מיט רחמנות,
  • רידלט אַדורך אַפסנײַ די ערד:
  • אַ צײַט אַף אוֹיסזוכן גאָט,
  • ביז וואַנענט ער′ט קומען,
  • און אַף אײַך מיט גערעכטיקײַט אַראָפּרעגענען. (יג)
  • נאָר וואָדען, אַז איר′ט געאַקערט רשעות און אָפּגעשניטן אומרעכט,
  • געגעסן פון די פּירות פון שקרים,
  • מיט בטחון אַנאָך אינעם וועג דײַנעם,
  • מיט די גאַנצע גיבורים דײַנע. (יד)
  • דרום וועט אַ ברומונג באַ דיר אין פאָלק אַרוף,
  • און די פעסטונגען וועל גאָר צושטערט ווערן,
  • אָטאַזויאָ ווי ס′האָט שַׁלְמַן אין טאָג פון מלחמה דעם בֵּית⸗אַרְבֵּאל צעשטערט,
  • מאַמעס מיט די קינדער האָט מען אינאיינעם צושפּאָלטן, (טו)
  • אַזויאָ ט′איר זאַך אָפּגעטאָן מיטן בֵּית⸗אֵל,
  • איבער די שלעכטע שבשלעכטע,
  • אַז אינדערפרי איז אין אַ שלאָף גאָר פאַרשלאָפן דער מֵלֶךְ ישראל.

≡≡ פּרק יא ≡≡

  • (א)  אַז ישראל איז אַ אינגעלע געווען, האָבעך עם האָלט געהאַט,
  • פון מצרים מײַן זונעלע אַרוֹיסגערופן, (ב)
  • אַוואָס מער מ′האָט זיי גערופן, אַלץ מער איז מען פון זיי אַוועקעט,
  • צו די בּעָלִים האָבן זיי קרבנות געבראַכט,
  • צו די פּסילים געטאָן דעמפּן. (ג)
  • און איך דען האָב מיט אפרימען ערשטע טריט געלערנט גיין,
  • זיי ווידער האָבן גאָרניט געוואוסט, אַז דאָס האָב א י ך זיי פאַרהיילט, (ד)
  • מיט מענטשן⸗שטריק,
  • מיט רינגלעך פון האָלטשאַפט,
  • ווי אָדי⸗אָ, אַוואָס דעם יאָך טוען זיי הייבן אַזש איבער די בעקלעך —
  • איידעלערהייט האָבעך זיי געקאָרמעט. (ה)
  • אין ארץ מצרים ט′ער זאַך ניט אומקערן,
  • נאָר אַשור ט′עם דער קיניג זײַן,
  • ווײַלע א ו מ ק ע ר ן האָבן זיי זאַך טאַקע אָפּגעזאָגט. (ו)
  • איז וועט דער שווערד אַף זײַנע שטעט אַראָפּפאַלן,
  • די גרויסעלײַט פאַרצוקן, גלאַט פאַרלענדן,
  • פון וועגן זייערע אַלע באַשלוסערײַען. (ז)
  •                              
  • טוט מײַן פאָלק אַ ישוב הדעת:
  • צי זאָל מען זאַך אומקערן?
  • זאָל מען עם אַפילו אַרופצעצו רופן,
  • ′לן זיי אינאיינעם זאַך קין הייב ניט טאָן. (ח)
  • און פונדעסטוועגן, ווי זשע זאָלעך דיר אופגעבן, אפרים?
  • ווי אַזוי דיר אָפּגעבן, אָ, ישראל?
  • ווי אַזוי דיר אַ גיב טאָן ווי אַדְמָה,
  • דיר אַ שטעל טאָן ווי צְבוֹאִים —
  • אַז די האַרץ באַ מיר טוט זאַך אַ קער איבער —
  • רחמנותן צינדן זאַך אָן באַנאַנד. (ט)
  • דעם גרימצאָרן מײַנעם כ′לעך ניט פאַרוואָריקן,
  • און מער ל′עך ניט משחית זײַן אפרימען,
  • אַז גאָט בינעך, ניט עפּעס אַ מענטשנקינד,
  • דער הייליקער וואָס אַדיר אינצווישן,
  • און כ′ל די שטאָט מער ניט איבערקערן. (י)
  • נאָך אֲדֹנָיען ′לן זיי גיין,
  • ווי ס′רעוועט אַ לייב אָט אַזוי ווי ער רעוועט,
  • ′לן זאַך קינדער ציטערנדיק,
  • קומען אַזש פון מערב אַף קאַריק, (יא)
  • ציטערנדיק ל′ן זיי פון מצרים אָנקומען,
  • ווי אַ טײַבל פון לאַנד אַשור,
  • און כ′ל זיי אין זייערע הײַזער אומקערן,
  • — אָט אַזוי זאָגט אֲדֹנָי.

≡≡ פּרק יב ≡≡

  • (א) מיט ליגנערײַ האָט מיר אַרומגערינגלט אפרים,
  • מיט פאַרנאַרערײַ, בית ישראל,
  • און יהודה שפּילט זאַך מיט גאָט,
  • נאָך געטרײַלעך די הייליקײַטן. (ב)  
  • אפרים, אַ פּאַסטעך פון ווינט טוט יאָגן,
  • דעם מזרחדיקן ווינט אַנאָכעט,
  • אַ גאַנצן טאָג טוט וואָס מער אָפּעט,
  • שלעכטיקײַט מיט שאַלקהאַפטיקײַט,
  • גייט נאָך כורת ברית זײַן מיט אַשור
  • און דעם ארץ ישראלדיקן בוימל
  • — טראָגט ער אָפּעט אין מצרים. (ג) 
  • אַ קריוודע באַ גאָט אַף יהודהן,
  • ער′ט זאַך מיט יעקבן אָפּרעכענען
  • לוֹיט יענעמס שטייגער,
  • לוֹיט די מעשים וועט ער עם אַזש אומקערן. (ד) 
  • נאָך אין בוֹיך ט′ער דעם ברודער —
  • אַ כאָפּ געטאָן באַ די פּיאַטע,
  • און מיט זײַן גבורה געראַנגלט מיטן געטלעכן, (ה) 
  • מיטן מלאך זאַך פאַרמאָסטן און גובר געווען,
  • זיך צעוויינט און עם געטאָן בעטן זאַך,
  • געפינען ט′ער עם אין בֵּית⸗אֵל,
  • אָדאָרטן אָ ט′ער מיט אונדז ריידן. (ו) 
  • נאָר אֲדֹנָי איז דער גאָט פון אַלע צבאות,
  • אַדֹנָי איז זײַן געדיינקעניש, (ז) 
  • איז — דו! צו ד ײַ ן גאָט טו זאַך אומקערן!
  • רחמנות און רעכטפאַרטיקײַט זאָלסט אָפּהיטן
  • אַף ד ײַ ן גאָט זאָלסט זאַך תמיד פאַרהאָָפן. (ח) 
  • נאָר דער סוחר דער כנעני,
  • וואָס באַ עם אין האַנט אַ פאַלשע וואָגשאָל,
  • ער האָט דען האָלט  — אָפּנאַרן. (ט) 
  • זאָגטעך אָבער אפרים: „האָבעך זאַך אַ פּותיקי געטראָפן,
  • און אין אַלע מײַנע באַמיאונגען ט′מען באַ מיר ניט טרעפן
  • אַן עוולה וואָס אַ זינד איז“. (י)     
  •                                   
  • בין איך דען אֲדֹנָי, דײַן גאָט,
  • אַוואָס פון ארץ מצרים,
  • איכ′ל דיר אָן די געצעלטן אַווײַטערפירן
  • אַזוי זיכער ווי די טעג אַזש פון לוח, (יא) 
  •  גערעדט האָבעך מיט די נביאים,
  • די חזיונות פאַרמערט,
  • און אַדוך די נביאים אָפּגעמשלט באַשײַמפּערלעך: (יב) 
  • און אַז גִּלְעָד איז אַף שאַלקהאַפטיקײַט,
  • אַף נישטיקײַט אַוועק,
  • איז האָט מען אָקסן אין גִּלּגָל מקריב געווען,
  • אָנגעפילט מיט זייערע מזבחות
  • ווי קופּעס אָפּפאַל באַ די בייטן פון פעלד. (יג) 
  • אַנטלאָפן איז יעקב אבינו קין שְׂדֵה אֲרָם,
  • און געאַרבעט האָט ער, יעקב, פאַר אַן אשה,
  • און פאַר אַן אשה געטאָן שאָף היטן, (יד) 
  • און מיט אַ נביא האָט גאָט אַרופגעבראַכט,
  • די ישראל פון מצרים,
  • און מיט אַ נביא זײַנען זיי פון אַלעם בייז אָפּגעהיט געוואָרן. (טו) 
  • האָט אפרים אַפצעלהָכעִיס אָפּגעטאָן,
  • וועט זײַן בלוט אַף עם געוואָרפן זײַן —
  • אַז די חרפּהניש זײַנע ט′עם שוים אָפּצאָלן גאָט.

≡≡ פּרק יג ≡≡

  • (א)  אַז אפרים האָט גערעדט ט′מען אַזש געציטערט,
  • פאַרגרויסאַרטיקט איז ער באַ ישראל געוואָרן,
  • נאָר ער האָט זאַך צעזינדיקט מיטן בעל,
  • איז ער אָפּגעשטאָרבן, (ב)
  • און לעת⸗עתה זינדיקן זיי זאַך נאָכמער אונטער,
  • מאַכן זיך ַאַ געטשקע אַ געגאָסענע פון זייער זילבער,
  • אָפּגעטער לוֹיט אייגענע פאַרשטאַנדיקײַט,
  • אינגאַנצן די אַרבעט פון האַנטמײַסטער,
  • אַדי⸗אָ, וואָס אַף זיי טוט מען זאָגן:
  • „אָדי⸗אָ וואָס זיי בריינגן אַ מענטשן אַ קרבן,
  • טוען זיי קושן דעם עֵגֶל“. (ג)
  • דרום וועלן זיי ווי דער וואָלקן אינדערפרי זײַן,
  • און ווי דער טוֹי וואָס יאָגט זאַך נעלם ווערן,
  • ווי די פּלאַווע וואָס ווערט אוֹיסגעווייט פון שײַער דוכן שטורעם⸗ווינט,
  • ווי דער רוֹיך דוכן פענצטער. (ד)
  •                                   
  • בין איך דען אֲדֹנָי, דײַן גאָט,
  • אַזש פון ארץ מצרים אַרוֹיס,
  • און אַ גאָט אַחוץ מיר זאָלסטע ניט וויסן זײַן,
  • קיין ראַטעווער אוֹיסער מיר איז ניטאָ. (ה)
  • איך האָב דיר דאָך געקענט אין דער מדבר,
  • אין לאַנד פון אוֹיספעלענישן. (ו)
  • און אַז זיי האָבן אָפּגעגעסן, זאַך אָנגעזעט,
  • אין אָנזעטיקונג איז די האַרץ אַ דערהויבענע געוואָרן,
  • דרום האָבן זיי אין מיר — פאַרגעסן. (ז)
  • בין איך זיי געוואָרן דער לייב וואָס פאַרצוקט,
  • דער לעמפּערט וואָס אונטערוועגנס אַף אַשור. (ח)
  • באַגעגענען וועל איך זיי ווי דער פאַרוואָרפנדיקער בער,
  • וואָס צערײַסט באַם מענטשן דעם ברוסטקאַסטן,
  • און כ′ל זיי ווי אַ לייבעכע אופפרעסן,
  • — ווילדע חיות ל′ן זיי אַזש צערײַסן. (ט)
  • אַז האָסט⸗זעך אַליין אומגעבראַכט, אָ ישראל,
  • ווײַלע מיר′סטע געטראָפן, דײַן באַהעלפיקן. (י)
  • אָט האָסטע דען אַ מֵלֶךְ!
  • ′עט ער דיר דען אָפּראַטעווען אין די אַלע שטעט דײַנע?
  • און וואָסי′ מיט די שופטים, וואָס דו′סט זיי געטאָן זאָגן:
  • „גיב מיר אַ מֵלֶךְ מיט פּרינצן!“ (יא)
  • איז נאַ דיר אַ מֵלֶךּ אין מײַן גרימצאָרן,
  • און מיט כעס כ′לעך עם אַזש צונעמען. (יב)
  • אײַנגעחתמעט איז די זינד פון אפרים,
  • פאַרזיגלט איז זײַן חטא. (יג)
  • ווייטיקן פון אַ געווינערין ′לן עם צוקומען,
  • אַז ער איז אַ זון ניט⸗קין⸗חכם,
  • שוים צײַט ער זאָל דאָרט ניט הײַען,
  • אָדאָרטן וואו אַ זון באַדאַרף אַדוכרײַסן. (יד)
  • פון גיהנום זאָלעך זיי אוֹיסלייזן?
  • פונעם טויט זיי אוֹיסגוֹאֵלן?
  • דײַנע די פּלאָג, אָ, טויט!
  • דײַנע דער אומקום, אָ, גיהנום!
  • פון מײַנע אויגן ′עט זיך רחמנות אַזש אוֹיסבאַהאַלטן זיך.  (טו)
  • צווישן די טשרעט איז′ר אַ גאַנצער אפרימער,
  • נאָר אַז פון מזרח קומט אָנעט דער רוח יי,
  • פון דער מדבר קומט ער אַזש אַרופעט,
  • ′עט⸗זעך אוֹיסטריקענען זײַן קוואַל און חרוב ווערן זײַן קרעניצע.
  • — צעפּטרן ט′ער אַזש די אוצרות פון אַיעדער פּראַכטפולער כלי.

≡≡ פּרק יד ≡≡

  • (א)  אַ שולדיקע וועט שוים פאַרבלײַבן שומרון,
  • מחמת זי האָט ווידערשפּעניקט אין איר גאָט,
  • אַ ז י י וועלן אַפן שווערד פאַלן,
  • זייערע קינדער ′לן צושניטן ווערן,
  • זייערע טראָגעדיקע פרוֹיען ′לן אופגעריסן ווערן. (ב) 
  •                                   
  •  איז מיט תשובה⸗טאָן,
  • אַף קאַריק טו קומען, אָ, ישראל,
  • ביזקל אֲדֹנָיען, דײַן גאָט,
  • ביסט דען מיטן זינד געשטרוֹיכלט געוואָרן, (ג)  
  • איז נעם⸗זשע אָטאָ דיאָ ווערטער, מיט⸗זעך אינאיינעם,
  • און קערט זאַך אומעט צו אֲדֹנָיען,
  • און טו עם אַ זאָג: 
  • „פאַרגיב⸗זשע אונדז אַלצינעזדינג,
  • נעם⸗זשע אָדאָס וואָס איז גוט,
  • און מיט גוטע רייד אַף די ליפּן
  • — ′לן מיר די אָקסן⸗קרבנות פאַרבײַטן. (ד)  
  • אַשור ט′אונדז ניט אָפּראַטעווען
  • אַף קין פערד ′לן מיר ניט רײַטן
  • און מער ל′ן מיר ניט זאָגן:
  • ,אונדזער גאָט’ אַפן מאַכעץ פון אונדזערע הענט —
  • נײַערט אין דיר גופא ′עט⸗זעך טרייסטן דער יתום.“ (ה)  
  • ′על איך זיי אוֹיסהיילן פון קאַריקגליטשעניש,
  • ווי אַ נדבה — ′עלעך זיי פאָרט האָלט האָבן,
  • מחמת מײַן גרימצאָרן האָט⸗זעך פון זיי אָפּגעקערט. (ו) 
  • אָט ווי דער טוֹי ′על איך ישראלן זײַן,
  • און ער′ט אופבליען ווי די רויז,
  • וואָרצלען ט′ער אָנשלאָגן ווי דער הַר לְבָנוֹן. (ז)  
  • אַווײַטער ל′ן⸗זעך צעוואַקסן זײַנע צווײַגעלעך,
  • ווי דער פײַגנבוים זײַן פּראַכט,
  • בשמימדיק, טאַקע, ווי אין לבנון. (ח)  
  • אומקערן ′לן⸗זעך אָדי⸗אָ וואָס רוען אין זײַן שאָטן,
  • דעם קאָרן ל′ן זיי אופלעבן,
  • און צעבליען ל′ן זיי⸗זעך אַזש ווי דער ווײַנשטאָק,
  • די אָנדיינקעניש פונדאַפון 
  • — ווי לבנונדיקע ווײַן. (ט)  
  • ′עט זאָגן אפרים: 
  • „ט′אַוואָס דאַף איך די געצערײַען?“
  • און כ′ל ענטפערן, עם באַגליקן,
  • איך, ווי אַ צווײַגנדיקער בוקסערבוים,
  • — אַז באַ מיר ′סטע דײַנע פּירות געפינען. (י)  
  • איז ווער⸗זשע איז דען באַ אײַך אַ חכם,
  • אַוואָס ער′עט דאָס אַלצינעזדינג פאַרשטיין?
  • דער פאַרשטאַנדיקער — זאָל ער עס אַלצינעזדינג וויסן!
  • ווײַלע רעכטפאַרטיק זײַנען דאָך די וועגן פון גאָט,
  • די צדיקים ′לן דאָך אַף זיי גיין,
  • בעת פּושעים וועלן אָּדאָרטן ערשט אַרײַנפאַלן.

חזק


חשוון תשע″ח

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין.

Draft Bible translations into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz  (© Dovid Katz, Vilnius 2018).  See also RuthI KingsII Kings, Jonah, Lamentations, Daniel, and Esther.

Comments are closed.