The Book of Lamentations (in Lithuanian Yiddish)


Draft translation (in progress, comments welcome) into the Yiddish of easterly regions of the old Province of Vilna by Dovid Katz (© Dovid Katz, Vilnius 2016). See also Ruth (© 2016), I Kings (© 2015), II Kings (© 2016), Esther (© 2016) and Daniel (© 2016).


איכה

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנא ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

  רות      ☜ מלכים א      ☜ מלכים ב      ☜ אסתר     ☜ דניאל

בווילנא

די פּרקים

א      ב      ג      ד     ה

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום איכה לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; ביי די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

≡≡ פּרק א ≡≡ 

(א) אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד

ווי אַזוי זשע זיצט זי איינע אַליין, די שטאָט, וואָס איז דאָך אַזוי גרויסאַרטיק געווען, אַזש אַ פולע מענטשן? ווי אַן אלמנה איז זי געוואָרן: אַזוי גרויס געווען באַ די פעלקער, אַ פּרינצעסין פאַר די אַלע פּראָווינציעס, איז זי גאָר אין אַ צאָלערקע פון צינדז פאַרוואַנדלט געוואָרן:

(ב) בָּכוֹ תִבְכֶּה בַּלַיְלָה

אַז וויינען וויינט זי באַנאַכט, און די טרערן באַ איר זײַנען אַף די באַקן: זי האָט ניט ווער טרייסטן זאָל איר, פון די אַלע האָלטהאָבער: אַז די חברים האָבן איר אַלע פאַרראַטן, זײַנען איר פאַר שונאים געבליבן:

(ג) גָּלְתָה יְהוּדָה

אין גלות איז אַוועק יהודה, אין מוטשעניש און אין קנעכטשאַפט, אַ פולע: זי זיצט⸗זאַך צווישן די פעלקער, טרעפט ניט קין מנוחה פון די אַלע וואָס רודפן איר: אַז זיי האָבן איר דען איבערגעיאָגט אַווען ס′האָט שמאָל געהאַלטן: 

(ד) דַּרְכֵי צִיּוֹן אֲבֵלוֹת

די וועגן קין ציון פּראַווען אבילות, אַז ס′פעלן אַדיאָ וואָס קומען אַף יום⸗טוב: וויסטע זײַנען באַ איר די שטאָט⸗טויערן: די כהנים זיפצן, די בתולות איז קאַלעמוטנע, און זי — איר איז, אײַ, ביטער:

(ה) הָיוּ צָרֶיהָ לְרֹאשׁ

אויבנאָן זײַנען אירע פײַנטהאָבער אַרוף: באַרואיקן זיי זאַך, די שונאים אירע, אַלמאי גאָט האָט איר אַקעגנגעטאָן פאַר די פולע זינד: אַזש די קליינע קינדערלעך אירע זײַנען אין געפאַנגעניש אַוועק, פון פאַרן פײַנטהאָבער:

(ו) וַיֵצֵא מִן בַּת צִיּוֹן

פון בת⸗ציון האָט זיך אָפּגעטאָן גאָר די פּראַכט: אירע פּרינצן זײַנען ווי הינדן געוואָרן, אַוואָס זיי טרעפן ניט אַוואו⸗זאַך פּאַשען: פאַרן רודף זײַנען זיי געגאַנגען, אָן כח:

) זָכְרָה יְרוּשָׁלַיִם

האָט⸗זאַך פאַרגעדענקט ירושלים, אין די טעג פון אירע מוטשעניש מיט אירע צרות, אין די אַלע גליקלעכקטן וואָס באַ איר איז פון גאָר די אַמאָליקע יאָרן געווען: אַז דער פאָלק אירער איז באַם פנטהאָבער אין האַנט אַרנגעפאַלן, און אַף צו הילף קומען איז אַקיינער ניט געווען, האָבן זיך אָדי פנטהאָבער צוגעקוקט, איר אָפּגעלאַכט אַוואָס ס’איז אַלציקעדינג באַ איר אָפּגעשטעלט:

(ח) חֵטְא חָטְאָה יְרוּשָׁלַיִם

זינדיקן האָט ירושלים געזינדיקט, איז זי אַזוי אַרומעט אַ נידה געוואָרן: אָדי אַלע, אַוואָס זיי האָבן איר אָפּגעגעבן כבוד האָבן אין איר שוין מזלזל געווען, אַז זיי האָבן איר נאַקעטערהייט דאַזען: אַז זי אַליין טוט זיפצן, און האָט⸗זאַך אַף קאַריק אומגעקערט:

(ט) טֻמְאָתָהּ בְּשׁוּלֶיהָ

שוין אין קליידל איז דאָ באַ איר די טומאהניש, זי האָט זיך ניט דאַטראַכט וואָס′ט זן פאַראַ סוף: גייט זי אַראָפּעט אַ פאַרהִתְפַּעֲלוּתטע וואָס ס′ניטאָ ווער זאָל טרייסטן —

„זע, גאָט, מן מוטשעניש: אָט ווי אַזוי דער שונא מאַכט⸗זאַך אַזש גרויס“:

(י) יָדוֹ פָּרַשׁ צָר

אוֹיסגעשפּרייט האָט דער פנטהאָבער זן האַנט אַף אַלע טערסטע אוצרות אירע: זי האָט געזען, ווי די פעלקער קומען אין בית המקדש אַרנעט, אַזעטקענע אַוואָס דו האָסט געהייסן זיי זאָלן אין קהל דנעם ניט קומען:

(יא) כָּל עַמָהּ נֶאֱנָחִים

גאָר דער פאָלק באַ איר טוט זיפצן, בעטלען ברויט: זייערע חפצים די טערע האָבן זיי דאָך פאַר מאכלים געגעבן, זיך אַ קוויק טאָן די נשמה:

„זע, גאָט, און קוק זשע אנעט וואָס פאַראַ פאַרביליקטע בין איך פאַרבליבן:

(יב) לוֹא אֲלֵיכֶם

„א י ר אַלע, פאַרבגייער — ל א  ע ל י כ ם! קוקט⸗זאַך גוט אנעט דען און זעט, אויבע פאַראַן איז גאָר אַ ווייטיק אַמער פון מן ווייטיק, אַוואָס מיר איז אָפּגעטאָן, מיט וואָס גאָט האָט מיר אַקעגנגעטאָן אין טאָג פון זן גרימצאָרן:

(יג) מִמָרוֹם שָׁלַח אֵשׁ

„פון הייכענישן ט′ער מיר אַ פער אין די ביינער געשיקט, און ער′ט עם אַראָפּגעלאָזן, אַ כאַפּערשע נעץ צו די פיס ט′ער מיר אוֹיסגעשפּרייט: ער האָט מיר אַף קאַריק געטאָן שיקן, פאַר אַ וויסטע מיר געמאַכט, אַז ס′איז אין חלשות אַ גאַנצן טאָג:

(יד) נִשְׁקַד עַל פְּשָׁעַי

„צונויפגעפלאָכטן זנען מנע אַלע זינד אין איין יאָך, באַ עם אין די הענט, און אנגעשפּאַנט אין זיי אַלע איז מן האַלדז: ער האָט באַ מיר דעם כח אַזש קאַלע געמאַכט: גאָט האָט מיר געגעבן אין די הענט פון [אַזעטקענע וואָס טוען], איך זאָל זאַך אופשטעלן גאָר ניט קענען:

(טו) סִלָּה כָּל אַבִּירַי

„אַז פאַרהֶפְקֶרְט האָט גאָט באַ מיר גאָר די יונגע גיבורים, אַוואָס אַרום מיר: ער האָט נאָך אַף מיר יום⸗טוב אַרוֹיסגערופן, אַף די בחורים מנע אנברעכן: אַזש ווי אין אַ וונקלאַפּ, האָט גאָט די בתולה בת⸗יהודה צוטראָטן:

(טז) עַל אֵלֶה אֲנִי בוֹכִיָּה

„אַף אָטאָ דיאָ טו איך וויינען: מן אויג, מן אויג, לאָזט וואַסערן אַראָפּ, אַז איטלעכער וואָס טוט טרייסטן האָט זיך פון מיר פונווטגעהאַלטן: אַז די וואָס האָבן מיר די נשמה דאַקוויקט, סאַמע קינדער מנע, זנען זיי אַליין אין פאַרוויסטעניש: וולע דער שונא′ט גובר געווען:

(יז) פֵּרְשָׁה צִיּוֹן בְּיָדֶיהָ

„אַ שפּרייט אוֹיס טוט צִיוֹן מיט די הענט אירע: אַז ס′ניטאָ ווער ס′עט טרייסטן: האָט דאָך גאָט געהייסן אַף יעקבן, אַז די פנטהאָבער זנע זאָלן עם אַרומענאַרום זן: און צווישן זיי אַלעמען, איז גאָר פאַר אַ נידה געבליבן ירושלים:

(יח) צַדִּיק הוּא יי

„איז דאָך גאָט פאָרט דער רעכטפאַרטיקער: אַקעגן ז ײַ ן וואָרט האָב א י ך דאָך ווידערשפּעניקט: איז הערט זשע זאַך צו, אַלע פעלקער, און טוט זען דעם ווייטיק, אַז די בתולות מיט די בחורים אינאיינעם ט′מען אין געפאַנגענשאַפט אַרוֹיסגעפירט:

(יט) קָרָאתִי לַמְאַהֲבַי

„כאָ′דאָך אַ רוף געטאָן מנע געליבטע, האָבן זיי מיר אָבער אָפּגענאַרט: אַזש די כהנים מנע, מיט די זקנים מנע, אַוואָס אין שטאָט, פאַר הונגער זנען זיי אוֹיסגעגאַנגען, באַם אוֹיסבעטן זאַך אַוואָס צובסן:

(כ) רְאֵה יי כִּי צַר לִי 

„איז זע, גאָט, ווי אַזוי באַ מיר האַלט שמאָל, אַז ס′ברענט אַזש באַ מיר די אינגעווייד: אוֹי, האָב איך חרטה, אַז ווידערשפּעניקן האָב איך ווידערשפּעניקט: אינדרוֹיסן האַקט אָפּעט די שווערד און אינעווייניק איז גלאַט ווי דער טויט:

(כא) שָׁמְעוּ כִּי נֶאֱנָחָה

„אַ ז י י  האָבן דאַהערט אַזש ווי אַזוי כ′טו זיפצן, אַז ס′ניטאָ ווער זאָל טרייסטן: אַז די אַלע שונאים זנען געוואָר געוואָרן מנע צרות, האָבן זיי⸗זאַך דאַפרייט, אַלמאי אָדאָס האָס ט ע געמאַכט: דרום ווע⸗ס ט ע בריינגין צו טראָגן אָדעם טאָג, אַוואָס ד ו⸗עסט עם אַרוֹיסרופן, און זיי אַלע, צו מיר וועלן זיי זן צוגעגליכן:

(כב) תָּבֹא כָל רָעָתָם

טאָ זאָל די גאַנצע שאַלקהאַטפיקט ז י י ע ר ע קומען פון פאַר דיר: און ז י י טו אָפּעט אַוואָ′ דו′סט מ י ר אָפּגעטאָן אַף אַלע מנע זינד: באַ מיר איז אַ פולע זיצפן, און די האַרץ — אַ פאַרחלשטע:

≡≡ פּרק ב ≡≡ 

(א) אֵיכָה יָעִיב בְּאַפּוֹ

ווי אַזוי זשע האָט גאָט, אין זײַן גרימצאָרן, גאָר אין אַ וואָלקן אײַנגעוויקלט די בת⸗ציון? ער האָט דען אַ שלײַדער געטאָן פון די הימלען אין דרערד אַרײַן די פּראַכט פון ישראל: ז ײַ ן פוס⸗ביינקעלע האָט ער זאַך, אינעם טאָג פון זײַן גרימצאָרן, ניט פאַרגעדיינקט:

(ב) בִּלַּע אֲדֹנָי

אַז אָפּגעשלונגען האָט גאָט, ניט שאַנעווענדיק, די אַלע ישובים פון יעקבן: ער האָט אין זײַן רוגזא צעשמעטערט די פעסטונגען פון  די בת⸗יהודה, אַזש אין דרערד אַרײַן געטאָן בריינגען: ער האָט די מלוכה מיט אירע שָׂרִים אין חילול געבראַכט:

(ג) גָּדַע בָּחֳרִי אַף

אין גרימצאָרן האָט ער אָפּגעהאַקט גאָר דעם האָרן פון ישראל: די רעכטע האַנט זײַנע האָט ער אַף קאַריק געצויגן פון פאַרן שונא: און ער האָט באַ יעקבן אָפּגעברענט, אין אֵשׁ⸗לְהָבָֿהדיקן פּאָזשאַר, וואָס פרעסט רונד אַרומעט אופעט:

(ד) דָּרַךְ קַשְׁתּוֹ כְּאוֹיֵב

דעם בויגן האָט ער ווי אַ שונא געצויגן, שטייענדיק מיטן רעכטן האַנט ווי אַ פײַנט, און אַוועקגעהַרְגעט האָט ער אַלץ וואָס איז פאַרן אויג אַ מחיה: אינעם געצעלט פון די בת⸗ציון האָט ער ווי אַ פײַער דעם כעס אוֹיסגעגאָסן:

(ה) הָיָה אֲדֹנָי כְּאוֹיֵב

ווי אַ שונא איז געוואָרן גאָט, ישראל אופשלינגענדיק: ער האָט אירע פּאַלאַצן אַלע אופגעשלונגען, אירע פעסטונגען פאַרטיליקט: באַ די בת⸗יהודה האָט ער דען אבילות מיט עצבות פאַרמערט:

(ו) וַיַּחְמֹס כַּגַּן שֻׂכּוֹ

ווי אַ סאָד האָט ער דעם בית המקדש צושטערט, דעם הייליקן אָרט פאַרחורבהט: אַז ג אָ ט האָט דען אין ציון געפּועלט, מ′זאָל אין יום⸗טובים און שבתים פאַרגעסן: און אין רוגזא פון זײַן כעס האָט ער מלכים מיט כהנים פאַרשעמט:

(ז) זָנָה אֲדֹנָי מִזְבְּחוֹ

אַראָפּגעוואָרפן האָט גאָט זײַן מזבח, געעקלט האָט עם אין זײַן מקדש: האָט ער די ווענט פון אירע פּאַלאַצן אין האַנט די שונאים אָפּגעגעבן: האָבן ז י י קולות געמאַכט אינעם בית יי ווי אום יום⸗טוב:

(ח) חָשַׁב יי לְהַשְׁחִית

אַז גאָט האָט זיך מיישב געווען, חרוב מאַכן די שטאָטישע וואַנט פון די בת⸗ציון, האָט ער די שנור אַף אָפּמעסטן אַ צי אוֹיסעט געטאָן: די האַנט האָט⸗זאַך באַ עם ניט אַף קאַריק געקערט פון פאַרטיליקן: נײַערט ער האָט פאַראָבְֿׁלְט די קליינינקע וואַנט מיט די שטאָטישע וואַנט: אינאיינעם פאַראומגליקט זײַנען זיי:

(ט) טָבְעוּ בָאָרֶץ שְׁעָרֶיהָ

אינדרערד אײַנגעזונקען די שטאָטישע טויערן, האָט ער די ריגלען צושמעטערט און צובראָכן: איר מלך מיט אירע שָׂרִים זײַנען צווישן די פעלקער: ניטאָ קין תורה: אויך די נביאים, אַוואָס באַ איר, האָבן גאָטס חזיונות ניט אָפּגעזוכט: 

(י) יָשְׁבוּ לָאָרֶץ

שטילינקערהייט זיצן זאַך אַפדרערד די זקני בת⸗ציון: אַז שטויב האָבן זיי זאַך אַפן קאָפּ אַרופגעטאָן: מיט זאַק⸗לײַוונט האָבן זיי זיך אָנגעגורט: אַז די בתולות פון ירושלים האָבן זיך אַזש די קעפּ צו די ערד אַראָפּגעלאָזן:

(יא) כָּלוּ בַדְּמָעוֹת עֵינַי

פון די טרערן, איז באַ מיר קאַלע געוואָרן די אויגן, און באַ מיר ברענען די אינגעווייד: אַף די ערד איז מײַן לעבער אוֹיסגעגאָסן, אַפן בראָך פון די בַּת⸗עַמִּי, אַלמאי קינדערלעך מיט זויגלינגען חלשן אָפּעט אין די ברייטע פּלאַצן פון שטאָט:

(יב) לְאִמֹתָם יֹאמְרוּ

טוען זיי דען אַ פרעג באַ זייערע מאַמעס:

„אַוואו איז דען, קאָרן מיט ווײַן?“

אַז זיי חלשן ווי די פאַרוואונדעטע, אין די ברייטע פּלאַצן פון שטאָט, און גיסן זיך אוֹיסעט די נשמה אין ברוסט פון די מאַמעס זייערע:

(יג) מָה אֲעִידֵךְ

„אַוואָס פאַראַ עדות קען איך פאַר דיר זאָגן, אַצו וואָס דיר גלײַכן, אָדו, בת⸗ירושלים? מיט וואָס דיר פאַרגלײַכן כ′זאָל דיר טרייסטן, אָ בתולה בת⸗ציון, ווײַלע דײַן בראָך איז דאָך גרויס ווי דער ים: איז ווער′עט דיר שוין אוֹיסהיילן?“

(יד) נְבִיאַיִךְ חָזוּ לָךְ

„די נביאים דײַנע האָבן פונדײַנטוועגן חזיונות געזען, אומווערטיקע און שטותֿהאַפטיקע: אַז זיי האָבן דאָך דײַן זינד ניט מגלה געווען, אַף בטל מאַכן דעם גלות: אדרבא, זיי האָבן דיר נביאותן פאַרזאָגט, אַוואָס זיי זײַנען מערניט אומווערטיקײַט מיט אײַנריידענישן:

(טו) סָפְקוּ עָלַיִךְ כַּפַּיִם

„אַז אַלע פאַרבײַגייער פּאַטשן אַף דיר מיט די הענט: זיי צישען און מאַכן מיטן קאָפּ חוזק אַף די בת⸗ירושלים: איז דאָס דען די שטאָט וואָס מ′האָט אַף איר געזאָגט — כולה שיינקײַט? אַ פריידעניש צו גאָר די וועלט? 

(טז) פָּצוּ עָלַיִךְ פּיִהֶם

„אופגעעפנט האָבן זיי אַף דיר אַ פּיסק אַזאַ וואָס באַ זיי: זיי צישען און קריצן די ציינער: זיי זאָגן: ′מיר האָבן דאָך איר אופגעשלונגען, אָדאָס איז דער טאָג אַוואָס מיר האָבן געביינקט און — געפונען און געזען′:

(יז) עָשָׂה יי

„יי האָט אוֹיסגעפירט אַוואָס ער′ט אָנגעקלערט: ט′ער דאָך מקיים געווען דעם זאָג זײַנעם, אַוואָס ער′ט דאָך גאָר אַמאָליקע יאָרן געהייסן: ער האָט צושטערט, ניט שאַנעווענדיק, און ער האָט פרייען געמאַכט איבער דיר דעם שונא: אַזש דערהויבן ט′ער דעם האָרן פון דײַנע מוטשער:“

(יח) צָעַק לִבָּם

אַרוֹיסגעשריען צו גאָט האָט באַ זיי די האַרץ:

„אָ, שטאָטישע וואַנט פון די בת⸗ציון: לאָז זשע אַראָפּעט ווי אַ טײַכעלע די טרערן, סײַ באַטאָג סײַ באַנאַכט: קין מנוחה גיב⸗זאַך ניט: זאָל דער שוואַרצאַפּל פון אויג ניט פאַרשלאָפן ווערן:

(יט) קוּמִי רׁנִּי

„שטיי אופעט! באַנאַכט זינג אוֹיסעט, האַרט באַ די התחלה פון די שמירות! גיס⸗זאַך אוֹיסעט ווי אַ וואַסער דײַן האַרץ אַקעגנאיבער דעם פְּנֵי יי: די הענט דײַנע הייב אופעט פון דײַנע תינוקות לעבן וועגן: אַזיי חלשן אַוועקעט פון הונגער באַם שפּיץ פון אַלע גאַסן“:

(כ) רְאֵה יי וְהַבִּיטָה

„איז זע, גאָט, און טו זשע אַ קוק, אַוועמען דו האָסט אָטאַזויאָ אָפּגעטאָן: טאָ זאָלן דען פרוֹיען עסן זייער אייגענע פרוכט, די עופהלעך וואָס זיי האָבן זיך צוגעטוליעט? זאָל דער כהן מיטן נביא דאַהַרְגעט ווערן אין סאַמע בית המקדש פון יי?

(כא) שָׁכְבוּ לָאָרֶץ

„אַף דרערד אַף די גאַסן ליגט זיך אַ יונגערמאַן, מיט אַ זקן: די בתולות וואָס באַ מיר מיט די בחורים מײַנע זײַנען באַם שווערד דאָך געפאַלן: האָסט זיי דאַהַרְגעט אינעם טאָג פון דײַן גרימצאָרן: האָסט געשאָכטן, ניט שאַנעווענדיק:

(כב) תִּקְרָא כְיוֹם

„האָסט געטאָן רופן ווי אום יום⸗טוב די שכנים פון אַרומענאַרומעט: אָט אינעם טאָג פון גאָטס גרימצאָרן איז ניט געווען, ניט קין אַנטלאָפענער, ניט קין פאַרבליבענער: אָדיאָ אַוואָס כ′האָב געטוליעט און געהאָדעוועט, האָט מײַן שונא פאַרצוקט“:

≡≡ פּרק ג ≡≡ 

(א) אֲני. (ב) אוֹתִי. (ג) אַךְ.

(א) „בין איך⸗דעך אָ⸗דער מענטש, אַוואָס⸗ר′ט דיאָ מוטשעניש דאַזען, אַזש פון ז ײַ ן כעס, מיטן קאַנטשיק: (ב) ע ר′ט דאָך מיר געפירט, און מיר אַרײַנגעפירט אין חושך גיין, אַניט אין ליכט אַרײַן: (ג) אַקעגן מיר ט′ער זאַך אַוודאי געקערט, טוט ער אַף קאַריק, קערן קעגן מיר די האַנט זײַנע, אַ גאַנצן טאָג:

(ד) בִּלָּה. (ה) בָּנָה. (ו) בְּמַחֲשַׁכִּים.

(ד) „געמאַכט פוילן מײַן פלייש מיט מײַן הוֹיט, די ביינער צובראָכן: (ה) געסטרוֹיעט אַרום מיר און פאַרכאַפּט, מיט גאַל און סם: (ו) וואוינען ט′ער מיר געמאַכט אין פינצטערניש, אַזוי ווי באַ די אָפּגעשטאָרבענע פון די וועלט:

(ז) גָּדַר. (ח) גָּם. (ט) גָּדַר.

(ז) „אַרומגעצאַמט האָט ער מיר, איך זאָל ניט אַרוֹיס, די קייטן אַף מיר ט′ער שווערע געמאַכט: (ח) אַפילו אַז איך טו אַ שרײַ אוֹיסעט — ראַטעווע! — טוט ער מײַן תפילה פאַרשפּאַרן: (ט) פאַרצאַמט באַ מיר די וועגן מיט אוֹיסגעטעסעטן שטיין, אַזש די סטעזשקעס ט′ער מיר פאַרקרומעוועט:

(י) דֹּב. (יא) דְּרָכַי. (יב) דָּרַךְ.

(י) „מיר איז ער אַ בער וואָס ער לאָקערט, אַ לייב וואָס ער באַהאַלט זאַך אוֹיסעט: (יא) פון די וועגן מנע ט′ער מיר אַראָפּגענומען, אַף שטיקער מיר צוריסן, געשטעלט פאַר אַ וויסטן: (יב) דעם בויגן זײַנעם ט′ער אָנגעצויגן, און מ י ר  ט′ער פאַרן גאָרן ציל געשטעלט:

(יג) הֵבִיא. (יד) הָיָיתִי. (טו) הִשְׁבִּיעַנִי.

(יג) „אין מײַנע נירן אַרײַן ט′ער געטאָן בריינגען אָדי וואָס אין פײַלן⸗שיידל: (יד) צו שפּאָט בין איך באַם גאַנצן פאָלק מײַנעם געוואָרן, אַף זינגעכצער, דעם טאָג דעם גאַנצן: (טו) אָנגעזעטיקט ט′ער מיר מיט פאַרביסנקײַט, מיט ווערמוט אָנגעטרונקען:

(טז) וַיַגְרֵס. (יז) וַתִּזְנַחְ. (יח) וָאֹמַר.

(טז) „די ציינער באַ מיר ט′ער צובראָכן מיט בוֹי⸗שטיינדעלעך, אין אַש ט′ער מיר געמאַכט זאַך וואַלגערן: (יז) פון שלום איז באַ מיר די נשמה אָפּגעטיילט, פאַרגעסן האָב איך אין גוטע זאַכן: (יח) האָב איך אַ זאָג געטאָן: ′די כוחות פאַרלאָרן, און צו גאָט — דעם בטחון′:

(יט) זְכָר. (כ) זָכוֹר. (כא) זֹאת.

(יט) „איז פאַרגעדיינק מײַן מוטשעניש און מײַן פּײַן, אַזש ווערמוט מיט גאַל: (כ) געדיינקען זאָל געדיינקען די נשמה מײַנע, וואָס זי האַלט באַ מיר אין אונטערטעניקן זיך:

(כא) „איז אָט וואָס טו איך אָפּענטפערן, באַ זיך אין האַרצן, דרום ה אָ ב איך בטחון פאָרט:

(כב) חַסְדֵּי. (כג) חֲדָשִׁים. (כד) חֶלְקֵי.

(כב) „די באַרעמהאַרציקײַט באַ גאָט האָט⸗זאַך ניט אוֹיסגעשעפּט, זײַן רחמנות האָט⸗זאַך ניט אוֹיסגעלאָזן: (כג) באַנײַט ווערן זיי אַלע אינדערפרי, העט גרויס איז זײַן נאמנות: (כד) אָ מײַן נחלה איז — יי, זאָגט מײַן נשמה, דרום וועל′עך אין עם בטחון האָבן:

(כה) טוֹב. (כו) טוֹב. (כז) טוֹב

(כה) „אַגוט איז יי — אָדעם וואָס וואַרט עם אָפּעט, אָדי נשמה וואָס זוכט עם אוֹיסעט: (כו) אַגוט איז אָדעם וואָס האָט בטחון, הכנעהדיקערהייט, צו די ישועה פון יי: (כז) גוט איז אַ מענטשן, אַז ער באַדאַף אַ משא באַשטיין נאָך אין די יאָרן פון זײַן יונגשאַפט: 

(כח) יֵשֵׁב. (כט) יִתֵּן. (ל) יִתֵּן.

(כח) „זיצט ער זאַך איינער אַליין און מאַכט אַ שווײַג, נעמט אַף זיך אָנעט דעם גורל: (כט) אין שטויב אַרײַן לייגט ער דעם מוֹיל, אַזוי אַרום, זאָל זשע זײַן אַף וואָס האָפן: (ל) זאָל ער זײַן באַק געבן אָדעם וואָס שלאָגט עם, ער זאָל אַזש זאַט ווערן מיט חרפּה:

(לא) כִּי. (לב) כִּי. (לג) כִּי.

(לא) „ווײַלע אַף אייביק וועט דאָך גאָט ניט אַוועקשלײַדערן: (לב) ווײַלע אַפילו אַז ער בריינגט צער, טוט ער רחמנות האָבן לוֹיט די גאַנצע גוטסקײַט זײַנע: (לג) ווײַלע ניט מיט כוונה טוט ער מוטשען און צער טאָן דעם מענטשן — 

(לד) לְדַכֵּא. (לה) לְהַטּוֹת. (לו) לְעַוֵּת.

(לד) „אַף צעטרעטן אונטער די פיס זײַנע די אַלע פאַרשפּאַרטע אין טורמע איבער די וועלט: (לה) אַף אָפּוואַרפן אָן אַ זײַט דעם יושרדיקן משפּט איבער אַ מענטשן: (לו) אַף פעלשן אַ מענטשנס אַ וואָרט אין זײַן סכסוך וועט דאָך ניט אײַנגיין גאָט:

(לז) מִי זֶה. (לח) מִפִּי. (לט) מַה.

(לז) „אַווער אי′ דאָס, וואָס ער זאָגט און אָט ס′ווערט? אַז גאָט האָט עס דען ניט געהייסן? (לח) פון אייבערשטנס מוֹיל וועט דען ניט אַרוֹיס שלעכטיקײַט מיט גוטיקײַט? (לט) אַוואָס′עט אַ מענטש אַ לעבעדיקער האָבן טענות? אַ מאַן — פאַרן שטראָף צו די זינד זײַנע? 

(מ) נַחְפְּשָׂה. (מא) נִשָׂא. (מב) נַחְנוּ.

(מ) „איז לאָמיר אונדזערע זיטן אוֹיסזוכן, אָפּפאָרשן, און מי′לן זאַך צו גאָט אומקערן: (מא) לאָמיר אַ הייב טאָן די האַרץ באַ אונדז מיט אונדזערע הענט, צו גאָט וואָס אין די הימלען: (מב) מיר האָבן געזינדיקט און ווידערשפּעניקט און דו האָסט — ניט געטאָן פאַרגעבן:

(מג) סַכּוֹתָה. (מד) סַכֹּתָה. (מה) סְחִי.

(מג) „אַ באַדעקטער מיט גרימצאָרן האָסט אונדז גערודפט, געהַרְגעט, ניט שאַנעווענדיק: (מד) האָסט⸗זאַך מיט אַ טומאַן באַדעקט, קין תפילה זאָל ניט אַדוך: (מה) האָסט אונדז פאַר בלאָטע און פאַרמיאוסונג געשטעלט אַצווישן די פעקלער:

(מו) פָּצוּ. (מז) פַּחַד. (מח) פַּלְגֵי.

(מו) „צעעפנט אַף אונדז אַ פּיסק האָבן די אַלע שונאים אונדזערע: (מז) אַף אונדז אַ פּחד און אַ פּאַסטקע, גרוֹיליקײַט און צובראָכנקײַט: (מח) טײַכן מיט וואַסער לאָזט אַראָפּעט מײַן אויג אַפן בראָך פון די בת⸗עמי:

(מט) עֵינִי. (נ) עַד. (נא) עֵינִי.

(מט) „פון מײַן אויג גיסט זאַך, ס′שטילט זאַך ניט אײַנעט, גאָר ניט אָפּצושטעלן: (נ) ביזקל וואַנענט ס′עט זאַך גאָט ניט צוקוקן און וועט אַזש זען פון די הימלען: (נא) פון מײַן אויג איז שלאַף געוואָרן די נשמה, פון דעם אַלעמען, וואָס באַ די מיידלעך פון מײַן שטאָט:

(נב) צוֹד. (נג) צָמְתוּ. (נד) צָפוּ.

(נב) „יאָגן האָבן זיי מיר ווי אַ פויגל געיאָגט, אָדי וואָס אומזיסט זײַנען זיי מיר שונאים: (נג) פאַרהאַקט דעם לעבן האָבן זיי מיר אין אַ גרוב, און שטיינער אַף מיר אָנגעלייגט: (נד) וואַסערן האָבן איבערן קאָפּ געפלאָסן, האָב′עך זאַך שוין געזאָגט —אַ פאַרטיקער בינ′עך:

(נה) קָרָאתִי. (נו) קוֹלי. (נז) קָרַבְתָּ.

(נה) „אַרוֹיסגערופן האָב′עך דײַן נאָמען, אָ, יי, אַזש פון תפיסה⸗גרוב דעם טיפסטן: (נו) און האָסט מיר געהערט! טאָ זאָל איצטער ניט נעלם ווערן דײַן אייווער פון הערן מײַן בקשה אַף אַ קאַפּ ברייט⸗אָרט: (נז) האָסטע זאַך טאַקע צוגענענטערט, אין טאָג ווען איך האָ′דיר אַ רוף געטאָן; האָסט מיר אַ זאָג געגעבן — ′האָ′ניט קין מורא′:

(נח) רַבְתָּ. (נט) רָאִיתָה. (ס) רָאִיתָה.

(נח) „האָסט דאָך מיר די קריוודעס פון די נשמה מײַנע אָנגענומען, אָ גאָט, האָסטע דעם לעבן מײַנעם אוֹיסגעלייזט: (נט) געזען האָסטע אָדי עוולה, גאָט, איז זאָלסטע דעם משפּט מײַנעם אָפּפַּסְקענען: (ס) געזען האָסטע די גאַנצע נקמה וואָס באַ זיי, די גאַנצע מאַכאַרײַקעס זייערע אַף מיר:

( סא) שָׁמַעְתָּ. (סב) שִׂפתֵי. (סג) שִׁבְתָּם.

(סא) „געהערט האָסטע וואָס פאַראַ חרפּה באַ זיי, די גאַנצע מאַכאַרײַקעס זייערע אַף מיר: (סב) אַדי ליפּן באַ די וואָס שטייען אַף מיר אופעט, זייערע אָנדרודלונגען אַף מיר, הײַנט אַ גאַנצן טאָג: (סג) טו נאָר אַ קוק, צו זיי זיצן זאַך אַוועקעט, צו זיי שטעלן זאַך אופעט, די גאַנצע זינגעכץ באַ זיי — בינעך:

(סד) תָּשִׁיב. (סה) תִּתֵּן. (סו)תִּרְדֹּף.

(סד) „טאָ זאָלסטע זיי אַרײַנגעבן, דעם חשבון מאַכן, אָ, גאָט, לוֹיט די מעשים פון די הענט זייערע: (סה) אַ מכה אין האַרצן זאָלסטע זיי געבן, אַף זיי די קללה דנע: (סו) וועסט זיי אַזש נאָכיאָגן אינעם גרימצאָרן דײַנעם, און זיי פאַרטיליקן פון אונטער די הימלען פון יי“: 

≡≡ פּרק ד ≡≡ 

(א) אֵיכָה

ווי אַזוי זשע איז מאַט געוואָרן די גאָלד, די גינגאָלד פאַראַנדערשט, די פײַנשטיינער פונעם בית המקדש באַם שפּיץ פון די אַלע גאַסן צעוואָרפן?

(ב) בְּנֵי צִיוֹן

ווי אַזוי זשע זײַנען די טײַערע קינדער פון ציון, אָפּגעוואויגענע ווי די שענסטע גאָלד, באַטראַכט געוואָרן ווי ליימענע קריג, די אַרבעט פון טעפּערס האַנט?

(ג) גַּם תַּנִין

אַז אַפילו שאַקאַלן טוען אַרוֹיסרוקן די ברוסט, גיבן זייגן זייערע שאַקאַלעכלעך: נאָר די בת⸗עמי איז אַן אכזריותדיקע געוואָרן, ווי די שטרוֹיס⸗פויגלען, וואָס אין מדבר:

(ד) דָּבַק לָשׁוֹן

באַם זייגנדיקן עופהלע קלעפּט זאַך די צונג אַזש צום גומען צו, פונעם דאָרשט: יונגע קינדער בעטן אַ שטיקל ברויט, ס′פאָרט ניטאָ ווער זאָל זיי אָפּקרײַציקן:

(ה) הָאֹכְלִים לְמַעֲדַנִּים

אָדי וואָס האָבן זיך מיט זיסיקײַטן אָנגעגעסן, גייען פאַרוואָרלאָזטע איבער די גאַסן: די געהאָדעוועטע מיט רויט⸗שיינע מלבושים זײַנען אָן מיסטהויפנס צוגעטוליעט:

(ו) וַיִּגְדַּל עֲוֹן בת⸗עמי

גרעסער איז פאַררעכנט געוואָרן דער זינד פון די בת⸗עמי ווי דער חטא אַזש פון סדום — וואָס איז אין אַן ערך אַ רגע איבערגעקערט געוואָרן, אָן אַוועלכע הענט וואָס זאָלן אַף איר גילטיקן:

(ז) זַכּוּ נְזִירֶיהָ

ריינער פאַרן שניי איז באַ איר געווען אירע פּרינצן, און ווײַסער פון מילך; רויט⸗מונטערע פון פּערל, ווי שאַפירשטיין געפּוצטע:

(ח) חָשַׁךְ מִשְּׁחוֹר

איז אָבער די צורה באַ זיי שוואַרצער פאַר קוילן, אין גאַס דאַקענט מען זיי אַזש ניט: די הוֹיט באַ זיי איז דען ביזקל′ן ביין אײַנגעשרומפּן, ווי אַ שטעקן אוֹיסגעטריקנט:

(ט) טוֹבִים הָיוּ

בעסער איז זיי, די דאַהַרְגעטע מיטן שווערד, ווי די דאַהַרְגעטע פונעם הונגער, ווײַלע אָדי⸗אָ,  ז י י  רינען דאָך אוֹיסעט, דוכגעשטאָכענערהייט, פון דוחק אין תבואות פונעם פעלד:

(י) יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת

אַז די הענט פון רחמנותהאַפטיקע פרוֹיען האָבן זייערע קינדער אַזש אָפּגעקאָכט, זיי פאַר אַ מאכל, אינעם בראָך פון בת⸗עמי:

(יא) כִּלָה יי

האָט גאָט מיטן כעס זײַנעם געקאָנטשעט, דעם גרימצאָרן אוֹיסגעגאָסן: אונטערגעצונדן האָט ער אַ שריפה אין ציון וואָס זי האָט באַ איר די גרונטפעסטענישן אופגעפרעסן:

(יב) לֹא הֶאֱמִינוּ

אַז ניט געגלייבט האָבן, ניט די מלכים אַף די וועלט, ניט די תושבים די אַלע אַף גאָר די ערד, אַז אַ שונא, אַ פײַנט, ט′אַזש דאַגיין ביזקל די שטאָטישע טויערן ירושלימס:

(יג) מֵחַטֹּאת נְבִיאֶהָ

מחמת די חטאים פון אירע נביאים, און די זינד פון אירע כהנים, וואָס האָבן אין איר גופא די בלוט פון צדיקים אוֹיסגעגאָסן:

(יד) נָעוּ עִוְרִים

ווי בלינדעלײַט דרייען זיי זאַך אין די גאַסן, מיט בלוט פאַרקוֹיטיקט, אַז צו זייערע מלבושים ט′מען זאַך ניט אָנרירן:

(טו) סוּרוּ טָמֵא

„אַוועק פון דאַנענט! טָמֵא!“ טוט מען זיי אַ רוף אוֹיסעט, „וועק⸗אַוועקעט, רירט ניט אָנעט!“ האָבן זיי פּליטה געמאַכט, אַ ויברח: ט′מען באַ די פעלקער אַ זאָג געטאָן, „אָדאָרטן וועלן זיי שוין ווײַטער ניט וואוינען“:

(טז) פְּנֵי יי

אַז גאָטס כעס האָט זיי פאַנאַנדערגעטיילט, ער′ט זיי אַווײַטער ניט אָנקוקן: ניט זיי האָבן צו כהנים דרך⸗ארץ, ניט זיי דערבאַרמענען זקנים:

(יז) עוֹדֵינֻה תִּכְלֶינָה

מיר האָבן געוואַרט אַביזקל ס′קאַליע געוואָרן די אויגן אַף אונדזערע כלומרשטיקע העלפער — גאָרנישניט: אַרוֹיסקוקן האָבן מיר אַרוֹיסגעקוקט — אַף אַ פאָלק וואָס′עט קיין ישועה ניט בריינגען:

(יח) צָדוּ צְעָדֵינוּ

יאָגן זיי אונדזערע טריט, קענען מיר ניט גיין אין די אייגענע ברייט⸗פּלאַצן: ס′האַלט האַרט באַם סוף, די טעג אונדזערע האָבן זיך שוין פאַרפולט, ווײַלע ס′איז דער סוף געקומען:

(יט) קַלִים הָיוּ

פלינקער ווי די אָדלערס פון די הימלען זײַנען געווען די וואָס האָבן אונדז גערודפט: אונדז געיאָגט אין די בערג אַרײַן, אין מדבר אַף אונדז געלאָקערט:

(כ) רוּחַ אַפּיֵנוּ

אַזש דעם אָטעם פון אונדזער נאָז, דעם געזאַלבטן פון יי, ט′מען עם אין זייערע תפיסהגריבער געפאַנגען, עם, אַוועמען אונדז האָט געדאַכט, אַז באַ זײַן שאָטן ט′מען באַַ די פעלקער כאָטש לעבן:

(כא) שִׂישִׂי וְשִׂמְחִי

טאָ פריי זאַך און שמחה פּראַווע, אָ, בַּת⸗אֱדוֹם, וואָס זיצט אין לאַנד עוּץ: אַף דיר אויכעט וועט אַדוך די כּוֹסע, וועסט⸗זאַך אָנשיכורן, וועסט זיך נאַקעט מאַכן:

(כב) תַּם עֲוֹנֵךְ

געענדיקט האָט זיך די זינד⸗שטראָף, אָ, בַּת⸗צִיּוֹן: אַווײַטער ט′ער דיר אין ג ל ו ת ניט פאַרשיקן: אָ ד ײַ ן זינד⸗שטראָף, אָ, בּת⸗אֱדוֹם וועט ער נאָך פּראַווען, און דײַנע זינד ט′ער ערשט מ ג ל ה זײַן.

≡≡ פּרק ה ≡≡ 

(א) געדיינק זשע, גאָט, אַוואָס אונדז ס′האָט געטראָפן, טו אַ קוק אָן, זע באַ אונדז די חרפּה: (ב) אונדזער נחלה איז צו פרעמדע איבערגעקערט, די הײַזער אונדזערע פאַר די גוים: (ג) יתומים זײַנען מיר, קין טאַטע אי′ ניטאָ, די מאַמעס ווי אלמנות: (ד) אייגענע וואַסער טרינקען מיר פאַר געלט, אייגענע האָלץ פאַר אַ מקח קומט אונדז צו: (ה) ביזקל′ן האַלדז רודפט מען אונדז, מיר האָרעווען, קין אָפּרו גיט מען ניט: (ו) אַז האַנט האָבן מיר שוין מִצְרַיִם געגעבן, אויך אַשׁוּר אַפילו, אַף געזעטיקט ווערן מיט ברויט.

(ז) אונדזערע אבות האָבן טאַקע אונטערגעזינדיקט, זײַנען זיי דאָך ניטאָ, האָבן מ י ר זיך פאַר ז י י ע ר ע זינד אָנגעליטן: (ח) אַז באַדינער געוועלטיקן שוין איבער אונדז, און ניטאָ ווער זאָל אונדז אַרוֹיסציען פון די הענט זייערע: (ט) די ברויט אונדזערע בריינגען מיר ערשט מיט סכנת⸗נפשות פון פאַרן מדברדיקן שווערד: (י) די הוֹיט באַ אונדז ברענט, אַזש ווי אַן אויוון, פון די היץ וואָס פונעם הונגער ס′טוט ברענען: (יא) די פרוֹיען פון ציון האָט מען אָפּגעמוטשעט, די בתולות אין די שטעט פון יהודה: (יב) באַ זיי אין די הענט היינגט מען שוין אַ פּרינץ, און קין זקן גיט מען ניט אָפּ כבוד: (יג) אַ מיל⸗שטיין טראָגט אַ בחור, אַ קינד פאַרטשעפּעט זאַך אונטער אַ משא געהילץ: (יד) ניט ס′דאָ זקנים באַם שטאָטישן טויער, און ניט — נגינה באַ יונגע בחורים: (טו) אוֹיס מיט  פרייד באַ אונדז אין האַרצן, אַז אַפן אָרט פון טאַנצן איז אבילות:

(טז) די קרוין פון קאָפּ איז אַראָפּגעפאַלן, איז אַזאָכנוויי אונדז, אַוואָס מיר האָבן דען אונטערגעזינדיקט: (יז) אַפדערוף חלשט באַ אונדז אַוועקעט די האַרץ, אַף אָטאָ דיאָ זאַכן איז אונדז פינצטער פאַר די אויגן: (יח) אַפן סאַמע הר ציון דעם פאַרוויסטן, גייען זאַך שפּאַצירן פוקסן:

(יט) אַדו, גאָט, וואָס אַף אייביק זיצסטע זאַך אַפן טראָן דײַנעם, פון איין דור ביזקל דעם אַנדערן, (כ) פאַרוואָ′דען טוסט אין אונדז אַף אַזאַ לאורך⸗ימים פאַרגעסן?

(כא) הֲשִׁיבֵנוּ יי אֵלֶיךָ: איז טו אונדז אַף קאַריק צו דיר אָפּבריינגען, אָ גאָט, און מיר וועלן אַף קאַריק קומען: באַנײַ זשע אונדזערע טעג, טאַקע ווי אַמאָל: (כב) אַניט⸗קוקנדיק וואָס פײַנט האָבן האָסטע אונדז גוט פײַנט געהאַט, האָסט אַף אונדז שוין פונדעסטוועגן צופיל געבייזערט:

הֲשִׁיבֵנוּ יי אֵלֶיךָ וְנָשׁוּבָה חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֱם:

איז טו אונדז אַף קאַריק צו דיר אָפּבריינגען, אָ גאָט, און מיר וועלן אַף קאַריק קומען: באַנײַ זשע אונדזערע טעג ווי אַמאָל:

חזק

רות   ☜ מלכים א   ☜ מלכים ב   ☜ איכה   ☜ אסתר    ☜ דניאל  


אַ האַרציקן יישר⸗כח: מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) פאַר זיינע תיקונים און פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די גאַנצע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗התרגום אַליין. 


Comments are closed.