Kaunas Professor N. Šapira (Chaim-Nachman Shapira) Publishes a Book on Modern Jewish Poems about Vilna


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 11
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

thumbnnail

חיים⸗נחמן שאַפּיראָס קאָוונער בוך אויף ליטוויש (1935) וועגן ווילנע אין דער פּאָעזיע וואָס אויף העברעאיש און יידיש

       חיים⸗נחמן שאַפּיראָ, אָ געבאָרענער אין מינסק אין 1895 (זון פון קאָוונער רב), וועלכער האָט זיין דאָקטאָראַט פאַרענדיקט אין ווין, האָט זיך אין 1925 באַזעצט אין קאָוונע, קרוינשטאָט פון דער צווישנמלחמהדיקער „קאָוונער ליטע“. אָדאָרטן איז ער געוואָרן לעקטאָר און דערנאָכדעם, אין 1931, פּראָפעסאָר פון סעמיטישע לשונות אויפן קאָוונער אוניווערסיטעט. ער האָט אין די חורבן יאָרן אין קאָוונער געטאָ אָנגעפירט מיט דערציאונג און קולטור אַרבעט ביז זיין גרויזאַמען אומקום דעם 8טן דעצעמבער 1943 (נייער לעקסיקאָן באנד 8: 530 – 531).

       אַרויס איז נאָר דער ערשטער באַנד (אין תל אביב אין 1939) פון זיינע פּראָיעקטירטע צוועלף בענד אויף העבראיש, תולדות הספרות העברית החדשה („געשיכטע פון דער נייער העברעאישער ליטעראַטור“). ער האָט אַ סך פון זיינע וויסנשאַפטלעכע אַרבעטן פאַרעפנטלעכט אין העברעאישע פּובליקאַציעס, און מער פּובליציסטישע און ליטעראַרישע זאַכן דווקא אין דער יידישער פּעריאָדיק.

       אָקערשט זיינען אָנגעקומען אין אונדזער זאַמלונג צוויי בענד זײַנע אויף דער ליטווישער שפּראַך. ערשטנס: Vilnius naujojoj žydu poezijoj („ווילנע אין דער נייער פּאָעזיע ביי יידן“, קאָוונע 1935, 56 זז.). דער צווייטער באַנד איז Naujosios žydų literatūros metmenys („ראשי פּרקים פון דער מאָדערנער ליטעראַטור ביי יידן“, קאָוונע 1938, 130 זז.). אין אונדזערע איבערזעצונגען דאָ פון די ביידע טיטלעך מיטן צינבערגישן „בײַ יידן“ איז מען פּשוט אויסן איבערזעצן דאָס ליטווישע וואָרט žydų אויף „יידישע(ר)“ וואָס אין אָטאָ דעם קאָנטעקסט באַציט זיך אויף יידיש אין זין פון פאָלק, לאו דווקא לשון יידיש. דאָ אין דער ליטע וועט דער באַדײַט אין שייכות מיט מאָדערנער ליטעראַטור מעיקרא זיין: אויף העברעאיש און אויף יידיש (מה⸗דאָך, נייע כתבים אויף אַראַמיש זיינען געווען, אָבער אין תחום פון רבנישער ליטעראַטור איבער תלמוד און קבלה, ווייט פון דעם מחברס פאָקוס אויף מאָדערנער ליטעראַטור אין די אייראָפּעאישע זשאַנרען).

       לכתחילה איז ווי תמיד וויכטיק צו האַלטן פאַרן אויג דעם ברייטערן היסטאָרישן קאָנטעקסט. די צווישנמלחמהדיקע ליטווישע רעפובליק („קאָוונער ליטע“) איז כידוע געווען אויף מעסערשטעך מיט דער פּוילישער רעפּובליק אַלמאַי ווילנע און די ווילנער געגנט זײַנען פאַרנומען געוואָרן דורך פּוילישע חיילות אין 1920 און זײַנען נאָכדעם אינקאָרפּאָרירט געוואָרן אין פּוילן. יידישע וואָרטזאָגער, מנהיגים, שרײַבער וכדומה אין דער קאָוונער ליטע, אַלס געטרײַע בירגער, האָבן זיך אָפטמאָל געסטאַרעט אַרויסווײַזן זייער פּאַטריאָטיזם בײַם „צוגעבן אויך יידישע ראיות“ פאַר דער ליטווישקײַט פון ווילנע; וואו עס גייט די רייד וועגן דער ליטוואַקישער טעריטאָריע, איז דאָס גראָד אַ לייכטע הלכה, מה⸗דאָך, „ירושלים דליטא“ איז הונדערטער יאָרן געווען דער סאַמעראָדנער צענטער פון די ליטוויש⸗יידישע לענדער. ניט שייך וואָס די „ירושלימדיקײַט“ פון ווילנע איז אפשר קיינמאָל ניט געווען אָפּהענגיק אָן דעם, וועלכער פון די אַרומיקע פעלקער האָט אין דער צי יענער תקופה געהאַט די פאַקטישע מאַכט איבער דער שטאָט; ניט שייך צי רוסיש, בעלאַרוסיש, ליטוויש אָדער פּויליש איז די מלוכה שפּראַך. איז ניט קיין חידוש, וואָס פּראָפ. שאַפּיראָס בוך הייבט זיך אָנעט מיט די עמאָטיווע ווערטער: Vilnius… Lieuvos Jeruzalė.

       חיים⸗נחמן שאַפּיראָס בוך איז אָרגאַניזירט אַקאַדעמיש און בצימצומדיק⸗קאָנדענסיריט. עס גיט אַ סך⸗הכל איבער דער געשיכטע פון יידן אין ווילנע, פון געדימינס צײַטן (אין פריאיקן פערצעטן יאָרהונדערט) און ביזן אויפשוואונג פון ווילנע אַלס וועלט⸗צענטער פאַר דער וועלט פון יידישער רבנישער לומדות אין די לעצטע דורות ביז דער צײַט פונעם מחבר גופא.

       דאָס ערשטע ליד וואָס ווערט געבראַכט איז פון לייב סטאָצקי (1902 – ?), אַ ליד וואָס איז צוערשט דערשינען אין דער קאָוונער יידישער שטימע אין 1930. אַזוי ווי אַלע געבראַכטע לידער אין פּראָפ. שאַפּיראָס ביכל, ווערט עס געבראַכט איבערגעזעצט אויף ליטוויש.

       עס איז אָבער ניט קיין חידוש וואָס דער קאָוונער פּראָפעסאָר פון סעמיטישע לשונות און היסטאָריקער פון דער העברעאישער ליטעראַטור האָט דעם טראָפּ געלייגט אויף דער העברעאישער פּאָעזיע, זיך פאַררופנדיק אויף די אָריגינעלע אויסגאַבעס. די איבערזעצונגען פון העברעאיש אויף ליטוויש ווערן אגב אַקרעדיטירט צו ט. גלאַובערסאָנאַיטע (מיט דער ליטווישער ענדונג פאַר אַ מיידלשן פאַמיליע⸗נאָמען —גלויבערסאָן).

       אַזוי אַרום, איז אינגאַנצן נאַטירלעך, אַז דער נאַראַטיוו מיט די פּאָעטישע דוגמאות אין ליטווישער איבערזעצונג נעמט זיך אין וועג אַרײַן מיט לידער וועגן ווילנע פון איינעם פון די אויפשטעלער פון דער מאָדערנער העברעאישער פּאָעזיע בכלל, אברהם דוב⸗בער לעבענזאָהן (1794 — 1878), אַ יליד ווילנע וועלכער בלײַבט אויף אייביק אין דער העברעאישער ליטעראַטור געשיכטע אַלס „אדם הכהן“; „אדם“ איז אַ ראשי⸗תיבות פון: אברהם דוב⸗בער מיכאַלישקער, גענומען פון זיינע יאָרן אויף קעסט בײַם שווער אין שטעטל מיכאַלעשיק צו צפון⸗מזרח פון ווילנע (היינט: מיכאַלישקי אין בעלאַרוס [אין דער ייוואָ ענציקלאָפּעדיע האָט זיך אַריינגעכאַפּט אַ טעות וועגן היינטיקן נאָמען פון שטעטל און וועגן לאַנד וואו עס געפינט זיך]). עס ווערן אויך געבראַכט אויסצוגן פון לידער פון לעבענזאָהנס יונג פאַרשטאָרבענעם הויך⸗טאַלאַנטירטן זון, מיכה יוסף לעבענזאָהן (מיכ″ל, 1828 − 1852).

       עס ווערן אַנאַליזירט, אינאיינעם מיט געבראַכטע דוגמאות אין ליטווישער איבערזעצונג, לידער וועגן ווילנע פון מרדכי צבי מאַנע (1859 − 1886), באַקאַנט אויך לויט אַקראָנים המציר ([האַמאַציר], הבחור מרדכי צבי יליד ראַדאַשקאָוויטש — „דער בחור מרדכי צבי, אַ געבאָרענער אין ראַדאַשקאָוויץ [אַ שטעטל ניט ווייט פון מינסק]. דערצו ווערן געבראַכט לידער איבער ווילנע פון א. י. גאָלדשמידט (1882  — 1941 אָדער 1942). גאָלדשמידט איז געווען אַ שרײַבער און פּאָעט סײַ אויף יידיש און סײַ אויף העברעאיש, און האָט געשפּילט אַ הויפּט⸗ראָלע בײַם אַרויסגעבן ביידע בענד ליטא (אין 1914 און 1918) וואו די טעמע פון שותפות און נאָענטשאַפט צווישן יידן און ליטווינער ווערט אונטערגעשטראָכן סײַ היסטאָריש און סײַ פּראָגראַמאַטיש. פאַרשטייט זיך, אַז ס’ווערט באַהאַנדלט זלמן שניאורס פּאָעמע וִילְנָה, וואָס איז אַרויס אין בערלין אין 1923 מיט אילוסטראַציעס פון הערמאַן שטרוק אין אַ פּראַכט⸗אויסגאַבע.

       ניט קוקנדיק וואָס פּראָפעסאָר חיים⸗נחמן שאַפּיראָ איז געווען אַ העברעאיסט אין יעדן זין פון וואָרט, האָט ער ניט באַעוולט די פּאָעזיע וועגן ווילנע וואָס אויף יידיש. אַחוץ משה קולבאַקס באַוואוסט ליד ווילנע, וואָס איז צוערשט דערשינען אין דער „צוקונפט“ אין 1926, ווערן באַהאַנדלט לידער פון זישע לאַנדוי, לייב נײַדוס, אורי קאַצענעלענבאָגן, שרה רייזען, צווישן אַנדערע. דער מחבר גיט דעם פולן קרעדיט צו זײַנע קוואַלן, בתוכם מאָריטץ גראָסמאַנס אילוסטרירטן אַלמאַנאַך, יידישע ווילנע אין וואָרט און בילד (ווילנע 1925). 

  אויף ז. 39 פון פּראָפעסאָר חיים⸗נחמן שאַפּיראָס בוך ברענגט דער מחבר אַ פראַגמענט פון א.י. גאָלדשמידטס אַ ליד איבער ווילנע אין ליטווישער איבערזעצונג. דער אָריגינאַל איז דערשינען אין מ. גראָסמאַנס ווילנער אַלמאַנאַך פון 1925.

inside

 ◊

  ס′קומען אין בוך אויך שילדערונגען און באריכותדיקע טראַנסקריפּציעס פון לידער פון לייב נײַדוס און אורי קאַצענעלענבאָגן.

Image (331)

 

  דער שער⸗בלאַט פונעם בוך:

title page

  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דרײַ⸗און⸗צוואַנציק טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 11טן דעצעמבער 2017

 

 

Comments are closed.