Keepsakes of Old Jewish Vilna (21)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

כ″א

          עטלעכע זייטלעך פון ביכעלע „ליטא“, וואָס עס האָבן ארויסגעגעבן אוריה קאַצענעלענבאָגען און א. י. גאָלדבערג ביים קלעצקין פאַרלאַג אין ווילנע אין 1914, מיט אַ וואָרט⸗פריער פון נתן בירנבוים.

          אַקעגנאיבער דעם זייטל מיטן אינהאַלט (צום שלוס) איז דאָ אַ רשימה פון קלעצקינס ווילנער אויסגאַבעס פון 1913טן יאָר.

          דאָס ביכעלע איז טאַקע וועגן ליטע, דעם ליטווישן פאָלק און די ליטווינער און ווייסרוסן.

          פונדעסטוועגן טראָגט דער סוף⸗טאָוול אַ רעקלאַמע פון „ווילנער אָפּטיילונג פון דער רוסיש⸗אַמעריקאַנישער ליניע“, וואָס ענדיקט זיך מיטן פאָרשלאַג צו שיקן במתנה „אַ בראָשור אין אַלע שפּראַכן: ווי זאָל איך פאָרן קיין אַמעריקע?“ …

Comments are closed.