◊
in Lithuanian Yiddish
part of an ongoing Bible translation project
translated from the Biblical Hebrew by Dovid Katz
◊
זכריה
◊
תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנﬡ ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:
הירשע⸗דוד מעינקעס
◊
די פּרקים
א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד
◊
לעין הקורא
אין אָט דעם תרגום זכריה לייענט זיך וי — [עי]; בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).
◊
בווילנא
◊
◊
≡≡ פּרק א ≡≡
(א) אין אַכטן חודש פון צווייטן יאָר פון מלכוﬨ דַּרְיָוֶשׁ ﬡיז דער דְּבַֿר אֲדשֶׁﬦ געווען באַ זְכַרְיָה בֶּן⸗בֶּרֶכְיָה⸗בֶּן⸗עִדּוֹ הַנָבִיﬡן, אַזוי צו זאָגן:
(ב) האָטעך גאָט אַף אײַערע אבוﬨ געצאָרנט מיט אַ צאָרנונג: (ג) איז זאָגט⸗זשע זיי:
אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁﬦ צְבָﬡוֹﬨ:
„קערד⸗זאַך צו מיר ﬡומעט“ — אָדאָס איז דער וואָרט פון אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ — „און צו אײַך ′עלעך⸗זאַך אומקערן“, האָט געטאָן זאָגן אֲדשֶׁם צְבָﬡוֹﬨ.
(ד) איז זײַט ניט אָט אַזוי⸗אָ ווי די ﬡבוﬨ אײַערע, אַוועמען די נביﬡים רﬡשונים האָבן באַ זיי אַ רוף אוֹיסעט געטאָן, אַזוי צו זאָגן: „אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ: קערט⸗זאַך אומעט פון די שאַלקהאַפטיקע וועגן אײַערע, און די שאַלקהאַפטיקע מעשים אײַערע“ און זיי ווידער האָבן⸗זאַך צו מיר ניט צוגעהערט און ניט צוגעהאָרכט“, אָדאָס איז דער וואָרט פון גאָט. (ה) „אײַערע אבוﬨ — איז וואו זײַנען זיי, און די נביﬡים — אַוועלן זיי דען אייביק לעבן? (ו) נײַערט די ווערטער מײַנע און די חוקים מײַנע, אַוואָס איך האָב גוזר געווען מײַנע קנעכט, די נביﬡים, האָבן אײַערע אבוﬨ זיי דען ניט משיג געווען, און זיך אומגעקערט און זיי האָבן דאָך אַ זאָג געטאָן: אָט אַזוי⸗אָ ווי אֲדשֶׁם צְבָﬨוֹﬨ האָט פאַרטראַכט אַף בייזן אונדז אָפּטאָן, לויט אונדזערע אייגענע וועגן און ﬡונדזערע ﬡייגענע מעשים, אָט אַזוי⸗אָ ט′ער אונדז אַליין אָפּגעטאָן“.
(ז) אין צוואַנציק⸗פערטן טאָג פון עלפטן חודש, ער אי′דעך דער חודש שבט — פון צווייטן יאָר פון מלכוﬨ דַּרְיָוֶשׁ — ﬡיז דער דְּבַֿר אֲדשֶׁם געווען באַ זְכַרְיָה בֶּן⸗בֶּרֶכְיָה⸗בֶּן⸗עִדּוֹ הַנָבִיﬡן, אַזוי צו זאָגן:
(ח) כ′האָב אָט⸗די נאַכט געזען אַ מענטשן, אַף אַ רויטן פערד רײַטנדיק. און ער שטייט צווישן די הָדָס⸗ביימער אַוואָס אין נידערלאַנד; אַנאָך עﬦ — נאָך פערד, רויטע, שאַטענענע און ווײַסע.
(ט) טו איך אַ פרעג: „אַוואָס זײַנען אָטאָ דיאָאיקע, מײַן האַר?“
זאָגט ער מיר, דער מלאך, אַוואָס ער רעדט מיט מיר: „′עלעך אײַך באַווײַזן, אַוואָס זיי זײַנען, אָט דיאָﬡיקע“.
(י) האָט געענטפערט דער מענטש, אַוואָס ער שטייט צווישן די הָדָס⸗ביימער, ער טוט אַ זאָג: „אָטאָ די⸗אָ, אי′ דאָס, אַוואָס גאָט האָט געשיקט אַרומגיין איבערן לאַנד.“
(יא) האָבן זיי עם ווײַטער אָפּגעענטפערט, דעם מַלְאַךְ אֲדשֶׁם אַוואָס צווישן די הָדָס⸗ביימער און געזאָגט:
„מיר זײַנען אַרומגעפאָרן אינעם לאַנד און אָטוואָס: די גאַנצע לאַנד זיצד⸗זאַך און שטילט זיך“.
(יב) איז ענטפערט עם דער מַלְאַךְ אֲדשֶׁם און זאָגט:
„ביזקל וואַנענט ′עסט ניט רחמנוﬨ האָבן אַף ירושלים און אַף די שטעט פון יהודה, איבער וועלכע דו קאָכסט⸗זאַך שוין אַ יאָר זיבעציק!?“
(יג) ענטפערט גאָט דעם מלאך, אַוואָס ער האָט געהאַלטן אין ריידן מיט מיר, ווערטער אַזש פון גוטיקײַט, אַזש ווערטער פון רחמים.
(יד) זאָגט ער מיר, דער מלאך וואָס ער האַלט דאָך מיט מיר אין ריידן:
מיט אַ קול קורא רוף אוֹיסעט: אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
„אַז אַף ירושלים און אַף ציון אייפערט באַ מיר אַן אייפערזוכט אַ גרויסע. (טו) און צו אָטאָ די שלווהדיקע אומות, טו איך רגזענען מיט אַ רוגזא אַ גרויסע, אַז איך האָב⸗זאַך אַ קאַפּ גערוגזט האָבן זיי דאָך צום סאַמע בייזן דעם צאָרן אונטערגעשפּאַרט.“
(טז) איז אַזויאַרומעט — אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
„מיט דערבאַרימדיקײַט האָבעך⸗זאַך אומגעקערט אין ירושלים, מײַן הוֹיז ′עט אין איר אופגעבוֹיט ווערן“, אָדאָס איז דער וואָרט פון אֲדשֶׁם צְבָﬡוֹﬨ, און דעם בויערס מאָס⸗שטריק ט′מען איבער ירושלים אוֹיסציען.“
(יז) און ווײַטער מיט אַ קול קורﬡ רוף אוֹיסעט: אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁﬦ צְבָﬡוֹﬨ:
„ס′עלן ווײַטער אוֹיסשפּרייטן זאַך מײַנע שטעט מיט כל⸗טוּב, און גאָט ′עט ווײַטער נחמה ברענגען — ציון, און ער′ט⸗זאַך ווײַטער אוֹיסקלײַבן — ירושלים.“
◊
≡≡ פּרק ב ≡≡
(א) הייבעך ﬡופעט אַרופצעצו די אויגן מײַנע, דערזע איך, אָט שטייען פיר קריגסהערנער. (ב) איז טו איך אַ פרעג באַם מלאך, וואָס מיט עם האַלט איך אין ריידן: אַוואָס אי′ דאָס, אַזעטקענע? זאָגט ער מיר: אָדאָס זײַנען די קריגסהערנער וואָס האָבן געשטויסן אין פאַרשפּרייטונג — יהודה, ישראל, און ירושלים.
(ג) און גאָט האָט מיר באַוויזן פיר בעל⸗מלﬡכוﬨ. (ד) איז טו איך אַ פרעג: אַוואָס זײַנען אָטאָ די⸗אָ געקומען מאַכן? ענטפערט ער, אַזוי צו זאָגן: אָט די⸗אָ זײַנען געקומען אַף זיי — אָטאָ די קריגסהערנער וואָס האָבן געשטויסן אין פאַרשפּרייטונג יהודה, ביזקל וואַנענט קיין שום מענטש האָט די קאָפּ ניט אופגעהויבן — אַזש אָנוואַרפן אַ פּחד און פאַרוואַרפן די קריגסהערנער באַ די אומוﬨ, וואָס האָבן זייער האָרן אַף יהודה געטראָגן אַף צו שטויסן אין פאַרשפּרייטונג.
(ה) הייבעך ﬡופעט אַרופצעצו די אויגן מײַנע, דערזע איך, אָט שטייט אַ מאַן און באַ עם אין האַנט — אַ מאָס⸗שטריק. (ו) טו איך אַ פרעג: „אַוואוהין גייט איר?“ זאָגט ער מיר: „אָפּמעסטן ירושלים דערזען אַוויפל באַ איר די ברייט און אַוויפל די לענג“.
(ז) און אָט גייט אַרוֹיסעט דער מלאך וואָס האָט געהאַלטן אין ריידן מיט מיר, און אַן אַנדער מלאך קומט עם אַנטקעגן, (ח) און זאָגט עﬦ: „לויף! רייד מיט אָט דעם יונגנמאַן, אַזוי צו זאָגן: גאָר אַ מוֹיערלאָזע ′עט ירושלים באַוואוינט ווערן, פון דער ריזנצאָל מענטשן און בהמוﬨ אַוואָס אין איר, (ט) און איך אַליין וועל איר — אָדאָס איז דער וואָרט פון גאָט — אַ מוֹיער אַ פײַערדיקער אַרומענאַרום זײַן און פון איר כבוד וועגן וועל איך באַ איר זײַן.
(י) אָט אַזוי! אָט אַזוי! און אַנטלויפט פונעם צָפונדיקן לאַנד — אָדאָס איז דער וואָרט פון גאָט — מחמﬨ אַזוי ווי די פיר רוחוﬨ פון די הימלען האָבעך אײַך פונאַנדערפאַרשפּרייט, אָדאָס איז דער וואָרט פון גאָט. (יא) אָט אַזוי, ציון! פּליטה זאָלסטע מאַכן, וואָס זיצט אינאיינעם מיט דער בַּﬨ בָּבֶל.
(יב) ווײַלע אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ, אַז פון זײַן כבוד וועגן האָט ער מיר געשיקט צו די אומוﬨ וואָס באַרויבן אײַך. אַז אָטאָ דער וואָס טשעפּעט אײַך טשעפּעט דעם שוואַרצאַפּל פון מײַן אויג. (יג) ווײַלע איכ′ל אַ טרייסל טאָן איבער זיי מײַן האַנטשלאַק, און זיי′לן אַליין ווערן רויב באַ זייערע באַדינער, און איר′ט וויסן זײַן אַז אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ האָט דאָך מיר געשיקט.
(יד) רָנִּי וְשִׂמְחִי בַּﬨ צִיּוֹן — זינג און פריי⸗זאַך, אָ, בﬨ ציון,
ווײַלע אָט קומעך און וואוינען ′עלעך באַ דיר גופא,
אָדאָס איז דער וואָרט פון גאָט.
(טו) און אומוﬨ אַ סך ′לן⸗זאַך מיט גאָט באַהעפטן אין יענעם טאָג,
און מיר פאַר אַ פאָלק ווערן, און וואוינען ′עלעך באַ דיר גופא,
און דו′סט וויסן זײַן, אַז דאָס האָט מיר אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ דיר צוגעשיקט,(טז) און ער′ט פאַריַרְשְענען יהודה זײַן חלק אַף זײַן אדמת קודש,
און ער′ט⸗זאַך נאָך אוֹיסקלײַבן — ירושלים.
(יז) שאַ⸗שטיל, אַלע ברוﬡים, פון פאַר גאָט,
ווײַלע פון זײַן הייליקן ווﬡוין האָט ער זיך אופגעכאַפּט.
◊
≡≡ פּרק ג ≡≡
(א) איז באַווײַזט ער מיר יהושוען, דעם כהן גדול, אַ שטייענדיקן פון פאַרן מַלְאַךְ אֲדשֶׁם. און צו רעכטצעצו שטייט דער ש ט ן, אַף עם צו פאַרשָׂטענען. (ב) איז טוט גאָט דעם שטן אַ זאָג: „זידל דיר אוֹיסעט גאָט, דו, שטן! זידל דיר אוֹיסעט דער אוֹיסקלײַבער פון ירושלים! איז דען דער אָטאָדעריקער גלאַט אַ שﬡריﬨל, אַ טליענדיקער קויל אַפון דער שריפה אַן אָפּגעראַטעוועטער?
(ג) און יהושע איז געווען אוֹיסגעקליידט מיט קוֹיטיקע בגדיﬦ, און ער שטייט פאַרן מלﬡך, (ד) און ער ענטפערט אָפּעט, ער זאָגט די שטייענדיקע פאַר עם, אַזוי צו זאָגן: „טוט אָפּעט פון עם די קוֹיטיקע בגדים“. זאָגט ער עם: „זע נאָר, איך האָב דײַן זינד וואָס אַף דיר אַראָפּגענומען, און כ′ל דיר אין יום⸗טובדיקע מלבושיﬦ אוֹיספּוצן.“
(ה) טו איך אַ זאָג: „איז זאָלן זיי באַ עם אַפן קאָפּ אַ קאַפּל אַרופלייגן, אַ שיינע⸗ריינינקע.“ האָבן זיי עם אָנגעקליידט די בגדים.
און דער מַלְאַךְ אֲדשֶׁם שטייט. (ו) האָט דער מַלְאַךְ אֲדשֶׁם יהושען מזהיר געווען, אַזוי צו זאָגן:
(ז) „אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ: וועסטע אין מײַנע וועגן גיין, און וועסטע מײַנע אָפּהיטונגען אָפּהיטן, איז דאַמאָלסט ′עסטע אַן אפּוטרופּוס זײַן איבער מײַנע הויפן, און וועסט דריסﬨ הרגל האָבן אַצווישן די אָטאָדיאיקע אַוואָס זיי שטייען אָדאָ⸗אָ. (ח) איז שמע ישראל! הער זשע⸗זאַך גוט צו, יהושע כהן גדול! דו, מיט די חבריﬦ דײַנע, וואָס זיי זיצן פאַר דיר, דען מענטשן פון וואונדיירים זײַנען זיי. ווײַלע אָט ברענג איך מײַן אַרבעטער צֶמַחְן. (ט) ווײַלע אָט איז ער, דער שטיין, אַוואָס איך האָב געגעבן פון פאַר יהושען. אַף איין שטיין זיבן אויגן. און אָט קריץ איך אוֹיסעט די גראַווירונג. אָדאָס איז דער וואָרט פון אֲדשֶׁם צְבָﬡוֹﬨ. און די זינד פון אָטאָ דעם לאַנד ′עלעך אין אַן איינציקן טאָג אָפּווישן. (י) און אין יענעם טאָג — אָדאָס ﬡיז דער וואָרט פון אֲדשֶׁם צְבָﬡוֹﬨ — ′עט איטלעכער רופן איינער דעם אַנדערן רואיקערהייט זיך זעצן, ﬨחﬨ גפנו וﬨחﬨ ﬨאנﬨו.
◊
≡≡ פּרק ד ≡≡
(א) ער′ט⸗זאַך ﬡומגעקערט, דער מלאך וואָס האָט געהאַלטן אין ריידן מיט מיר, און האָט מיר אַ וועק⸗אוף געטאָן, אָט אַזוי ווי אַ מענטש וואָס מ′וועקט עם פון זײַן שלאָף אופעט. (ב) איז פרעגט ער באַ מיר: „וואָזשע זעסטע?“. זאָג איך: „אָטוואָס, אַ גאַנצע מנורה פון גאָלד, און אַ בעקן אַף איר שפּיץ, מיט אירע זיבן ליכטעלעך אַפדערוף, טאַקע זיבן, און זיבן רערלעך צו די ליכטעלעך, אַוואָס אַף איר שפּיץ. (ג) און צוויי איילבערט⸗ביימלעך אַפדערוף, איינער צו רעכטס צעצו, און ﬡיינער צו לינקס צעצו.
(ד) האָבעך געענטפערט און האָב אַ זאָג געטאָן דעם מלאך וואָס האָט געהאַלטן אין ריידן מיט מיר, אַזוי צו זאָגן:
„אַוואָס זײַנען, מײַן האַר, אָטאָ די⸗אָ?“
(ה) ענטפערט אָפּעט דער מלאך, און ער זאָגט מיר:
„דו′סט דען ניט געוואוסט, אַוואָס זײַנען דאָס אָטאָ די⸗אָ?“ זאָג איך עם:
„ניין, ניין האַר.“ (ו) ענטפערט ער מיר אָפּעט און זאָגט מיר, אַזוי צו זאָגן:
אָדאָס איז דער וואָרט פון גאָט אַוואָס צו זְרוּבָּבְלְן, אַזוי צו זאָגן:
ניט מיט חיל און ניט מיט כח,
נאָר וואָדען מיט מײַן רוח אלהים,
אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ.
(ז) ווער דען ביסטו, אָ באַרג, אָ גרויסער,
אַז פון פאַר זְרוּבָּבְלְן ′עסטע אַ פלאַכיקײַט ווערן,
און ער′ט די קרוינשטיין אַרוֹיסנעמען,
ﬡון מ′עט ﬡינﬡיינעם לויבגעזאַנג אוֹיסרופן:
חֵן! חֵן לָהּ!
(ח) ﬡון ס′באַ מיר געווען דער דְּבַר אֲדשֶׁם, אַזוי צו זאָגן:
(ט) די הענט פון זְרוּבָּבְלְן האָבן אָטאָ די הוֹיז געגרונטפעסטיקט, און די הענט זײַנע וועלן איר אוֹיספאַרטיקן, און דו′עסט וויסן זײַן, אַז דאָס′עט אַדֹשֶם צְבָאוֹת מיר צו אײַך צוגעשיקט. (י) ווײַלע אָטאָ דער וואָס האָט עס פאַר אַ טאָג פון קליינלעכקײַטן פאַרבטלט, וועלן זיי⸗זאַך דערפרייען באַם דערזען דעם בוֹיערס מעסטשטיין באַ זְרוּבָּבְלְן אין האַנט. איז אָטאָ די זיבן, טאַקע זיבן, ס′איז די אויגן פון גאָט אַוואָס זיי טוען אַרומלוגן איבערן גאָרן לאַנד.
(יא) האָבעך געענטפערט, באַ עם אַ פרעג געטאָן:
„איז וואָס זײַנען דאָס די צוויי ﬡיילבערט⸗ביימער, צו רעכט צעצו אין דער מנורה און צו דער לינקער זײַט אַוואָס באַ איר?“
(יב) ﬡיז ענטפער איך אַ צווייטן מאָל און זאָג עם: „אוואָס אי′ דאָס דען, די צוויי וועטקעס מיט איילבערטן וואָס באַ די צוויי גילדענע קעלטער, אַוואָס פון זיי ליידיקט אָפּ פון זיך די גאָלדערנע ﬡייל?“
(יג) זאָגט ער מיר, אַזוי צו זאָגן: „דו′סט דען ניט געוואוסט, אַוואָס זײַנען דאָס אָטאָ די⸗אָ?“ זאָג ﬡיך עם: „ניין, מײַן האַר“. (יד) זאָגט ער:
„אָדאָס זײַנען די צוויי משוחים⸗געזאַלבטע, אַוואָס זיי שטייען פאַרן אַלמעכטיקן וואָס איבערן גאָרן לאַנד“.
◊
≡≡ פּרק ה ≡≡
(א) האָבעך⸗זאַך נאָכאַמאָל די אויגן מײַנע אַ הייב געטאָן אַרופצעצו, טו ﬡיך אַ קוק און אָט: אַ פליענדיקע מגילה! (ב) טוט ער באַ מיר אַ פרעג: „וואָס זשע זעסטע?“ זאָג איך עם: „אַ פליענדיקע מגילה זע איך, די לענג באַ איר צוואַנציק אַמָּה, און אין דער ברייט — צען אַמָּה.
(ג) זאָגט ער מיר: „אָדאָס איז די קללה, אַוואָס זי גייט אַרוֹיסעט איבערן גאָרן לאַנד: פון דאַנענט, אַז איטלעכער, וואָס ער′ט געגנבעט, וועט אָפּגערייניקט ווערן; און פון אַדאַנענט, אַז איטלעכער, וואָס ער′ט פאַלש אָפּגעשוואָרן, ט′ער אָפּגערייניקט ווערן. (ד) ′עלעך איר, די מגילה, צעשיקן, ′עט זי אַרײַנשוועבן צום גנב, באַ עם אין שטוב, און צום פאַלש שווערנדיקן אין מײַן נאָמען. און דאָרטן גופא באַ עם אין שטוב ′עט זי⸗זאַך אַרײַנקלײַבן און פונדערפון אַ ﬨל מאַכן מיט די בערווענעס אירע און מיט די שטיינער אינאיינעﬦ.
(ה) דער מלﬡך, אַוואָס ער האָט געהאַלטן ﬡין ריידן מיט מיר, איז אַרוֹיס, און ער זאָגט מיר: „הייב אופעט אַרופצעצו דײַנע אויגן, און טו אַ קוק, אַוואָס איז אָדאָס דען פאַר אַ שוועבערקע?“
(ו) זאָג איך: „וואָס אי′ דאָס טאַקע?“ זאָגט ער: „אַן אֵיפָה⸗מאָס וואָס שוועבט אַרוֹיסעט“, און ער זאָגט: „אָט דאָס איז זייער אויג, איבערן גאָרן לאַנד.“
(ז) און אָט טוט זיך הייבן אַ קײַלערדיקער פאַס, און אָט זיצט⸗זאַך איינע אַ פרוֹי אינעווייניק אין פאַס גופא. (ח) זאָגט ער: „אָדאָס איז אַ מרשעת“. ער האָט איר פאַרשיקט אין סאַמע פאַס אַרײַן, און דעם וואָג⸗אײַזן איז באַ איר אין מוֹיל אַרײַן פאַרשטעקט.“
(ט) טו איך א הייב⸗אופעט מײַנע אויגן, און אָט דערזע איך ווי ס′גייען אַרוֹיסעט צוויי פרוֹיען, און ס′וואָיעט באַ זיי אין די פליגל אַ ווינט — ווײַלע באַ זיי זײַנען דאָך פליגל געווען, אָט אַזוי ווי באַ אַ בוטשאַן — איז האָבן זיי אַ הייב⸗אופעט געטאָן די אֵיפָה⸗מאָס אינצווישן דער ערד און אינצווישן די הימלען.
(י) פרעג איך באַﬦ מלאך, אַוואָס באַ עם האַלט איך אין ריידן: „איז אַוואוהין טראָגן זיי אָפּעט די אֵיפָה⸗מאָס?“
(יא) ענטפערט ער מיר: „אַף אופסטראָיען פון ﬡירטוועגן אַ שטוב אין לאַנד שִׁנְעָר. און ס′עט איר צוגעגרייט ווערן, און זי′ט אָדאָרטן אָנגעגרייט אַפן אָרט ווערן.“
◊
≡≡ פּרק ו ≡≡
(א) האָבעך⸗זאַך נאָכאַמאָל די אויגן מײַנע אַ הייב געטאָן אַרופצעצו, טו איך אַ קוק און אָט: קאַרעטן פיר, פאָרן זיי אַרוֹיסעט פון צווישן צוויי בערג, און די בערג זײַנען קופּערנע.
(ב) באַ דער ערשטער קאַרעטע: רויטע פערד. באַ דער צווייטער קאַרעטע: שוואַרצע פערד. (ג) און באַ דער דריטער קאַרעטע: ווײַסע פערד. און באַ דער פערטער קאַרעטע: פעסטע באַפּינטלטע פערד.
(ד) ענטפער איך און טו אַ פרעג באַם מלאך, אַוואָס ער האָט געהאַלטן מיט מיר אין ריידן: „איז וואָס זײַנען די אָטאָדיאיקע?“
(ה) ענטפערט ער, דער מלאך, און זאָגט מיר:
„אָטאָ די⸗אָ זײַנען עס די פיר רוחוﬨ פון די הימלען, זיי פאָרן אַרוֹיסעט נאָכן צושטיין צום אַלמעכטיקן וואָס איבערן גאָרן לאַנד; (ו) אַוואָס דערײַן די שוואַרצע פערד וואָס גייען אַרוֹיסעט אַפן צפונדיקן לאַנד; און די ווײַסע זײַנען נאָך זיי אַרוֹיסעט; און די פעסטע געפּינטלטע זײַנען אַרוֹיס אַפן דרום⸗לאַנד. (ז) און די אַש⸗פאַרבענע זײַנען אַרוֹיס.“
האָבן זיי אַ בקשה געהאַט, אַף צו גיין, אַרומגיין איבערן לאַנד, און ער האָט געזאָגט: „איז גייט זשע, גייט אַרומעט איבערן לאַנד. זײַנען זיי, די קאַרעטן, איבערן לאַנד אַוועק.“
(ח) טוט ער מיר אַ שרײַ אוֹיסעט און נעמט מיט מיר ריידן, אַזוי צו זאָגן: „לוג⸗זאַך נאָר צו, אַף אָטאָ די וואָס זיי זײַנען אַוועק אַפן צפונדיקן לאַנד.“
(ט) נאַכער איז באַ מיר געווען דער דְּבַר אֲדשֶׁם אַזוי צו זאָגן:
(י) „גיי נעם אָפּעט באַ די אַוואָס אין גלוﬨ, אַפון חֶלְדַּיען, אַפון טובִיֳּהן, און אַפון יְדַעְיָהן; זאָלסט אָנקומען צו יֹאשִׁיָּה⸗בֶּן⸗צְפַנְיָהן. (יא) איז וועסטע נעמען די גאָלד מיט די זילבער און מאַכן קריינען. און זאָלסט לייגן אַפן קאָפּ באַ יְהוֹשֻׁעַ⸗בֶּן⸗יְהוֹצָדָקְן דעם כהן גדול. (יב) און זאָלסט עם זאָגן, אַזוי צו זאָגן:
„ווײַלע אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ, אַזוי צו זאָגן: אָט איז אַ מענטש, צֶמַח איז באַ עם דער נאָמען — שפּראָצונג — און פונעם אָרט זײַנעם ט′ער אופשפּראָצן, און ער′ט אופבוֹיען גאָטס פּאַלעץ. (יג) וועט ער טאַקע אופבוֹיען גאָטס פּאַלעץ, און טראָגן ט′ער באַ זיך די פּראַכט⸗שיינקײַט, און ער′ט זיצן און געוועלטיקן אַף זײַן טרוין. און ס′עט זײַן דער כהן וואָס ער זיצט אַף זײַן טרוין. און די עצה⸗געבונגען אַוואָס צווישן זיי וועלן זײַן — בשלום. (יד) און די קריינען ′לן זײַן פאַר חֵלֶמען, פאַר טוֹבִיָּהן, פאַר יְדַעְיָהן, פאַר חֵן בֶּן⸗צְפַנְיָהן, לזכרון, אין גאָטס פּאַלעץ.
(טו) און פון מרחקים וועלן זיי אָנקומען, און בוֹיען און אופבוֹיען אינעם פּאַלעץ פון גאָט, און איר′ט וויסן זײַן אַז אֲדשֶׁם צְבָאוֹת האָט מיר צו אײַך צוגעשיקט, און ס′עט אַלציקעדינג צו שטאַנד קומען, ﬡויבע היטן ′עט איר היטן אינעם קול פון אֲדשֶׁם אײַער גאָט.“
◊
◊
≡≡ פּרק ז ≡≡
(א) און ס′איז אָט אַזוי⸗אָ געווען: אין פערטן יאָר פון מלכוﬨ דַּרְיָוֶשׁ הַמֵּלֶךְ ﬡיז דער דְּבַֿר אֲדשֶׁם געווען באַ זְכַרְיָהן, אין פערטן טאָג פון נײַנטן חודש, כסלו, אַזוי צו זאָגן: (ב) אָדאַמלסט, אַז ס′האָבן אינעם בֵּיﬨ אֲדשֶׁם אַ שאלה געשיקט בֵּיתְאֵל⸗שַׂראֶצֶר און רֶגֶם⸗מֶלֶךְ מיט זײַנע לײַט, בכדי אַ זוך טאָן חן פון פאַר גאָט, (ג) אַזוי צו זאָגן, צו די כהנים וואָס אינעם בֵּיﬨ אַדשֶׁם צְבָאוֹת און צו די נביﬡים, אַזוי צו זאָגן:
„צי זאָל איך באַוויינען אין פינפטן חודש, זיך פון ﬨענוגים אָפּשיידן, אָט אַזוי ווי כ′האָב עס שוין יאָרנלאַנג געטאָן?“
איז דאַמלסט, איז באַ מיר געווען דער דְּבַר אֲדשֶׁם, אַזוי צו זאָגן:
(ה) „זאָג זיי אָנעט, דעם גאַנצן פאָלק⸗פונעם⸗לאַנד, און צו די כהניﬦ, אַזוי צו זאָגן:
′אַז איר האָט געפאַסט און געקלאָגט אין פינפטן און אין זיבעטן חודש, שוין זיבעציק יאָר אַ קיימא לן — און פאַסטן ט′איר דען פון מײַנטוועגן געפאַסט? (ו) און אַז איר עסט און אַז איר טרינקט, זײַט דאָך א י ר דען ניט די עסער און זײַט א י ר דען ניט די טרינקער? (ז) צי איז דאָס דען ניט אָטאָ די⸗אָ ווערטער אַוואָס גאָט האָט אַרוֹיסגערופן דורך די נביﬡיﬦ רﬡשוניﬦ, דאַמלסט אַז ירושלים איז געווען אַ יושבת בשלווה, און די שטעט וואָס אַרום איר, מיטן נגב און די שפילה, זײַנען באַוואוינט געווען?
(ח) און ס′איז דער דְּבַֿר אֲדשֶׁם געווען באַ זְכַרְיָהן, אַזוי צו זאָגן:
ﬡיז דער דְּבַֿר אֲדשֶׁם געווען באַ זְכַרְיָהן:
(ט) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ, אַזו צו זאָגן:
„אָפּמשפּטן זאָלט אין אַ יושרדיקן משפּט, און גוטסקײַט מיט רחמנות זאָלט איר איטלעכער דעם אַנדערן טאָן. (י) און אַן אלמנה, אַ יתוﬦ, אַ גר, און אַן אָרעמאַן זאָלט איר ניט פאַרצוקן, און קיין שלעכטיקײַט איטלעכער דעם אַנדערן ניט פאַרטראַכטן באַ זיך אין האַרצן.“
(יא) האָבן זיי⸗זאַך אָפּגעזאָגט, זיך ניט צוגעהערט, אַן אָפּגעקערטע פּלייצע געגעבן, און די עווערן זייערע געמאַכט פאַר שווערהערנדיקע — אַבי ניט הערן. (יב) און די האַרץ באַ זיי האָבן זיי אַלץ אַ שָׁמִיר⸗שטיין געשטעלט, אַף זיך ניט צוהאָרכן צו דער ﬨורה, און צו די ווערטער וואָס אֲדֹשֶﬦ צְבָﬡוֹת האָט מיטן רוח אֲדֹשֶם געטאָן שיקן דורך די נביﬡיﬦ רﬡשוניﬦ. און ס′איז געווען אַ גרויסער גרימצאָרן באַ אֲדֹשֶם צְבָﬡוֹת.
(יג) און ס′איז געווען אַזוי: אַז ער האָט אַרוֹיסגערופן, און זיי האָבן קיין הער ניט געטאָן, אָט אַזוי⸗אָ וועלן ז י י אַרוֹיסרופן, און א י כ ′ ל ניט אַ הער טאָן, אָט אַזוי⸗אָ האָט געזאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹﬨ. (יד) און כ′ל זיי צעזאַווערוכען צו אַלדי פעלקער וואָס זיי האָבן זיי אַפילו ניט געקענט, און די לאַנד ′עט אַ פאַרוויסטע בלײַבן נאָך זיי, ניט מ′עט אַדורך, ניט מ′עט זאַך⸗אומקערן, און אַן ﬡרץ חמדה האָבן זיי געשטעלט אַזש פאַר אַ פאַרוויסטעניש.
◊
≡≡ פּרק ח ≡≡
(א) און ס′ﬡיז געווען דער דְּבַֿר אֲדשֶׁם צְבָﬡוֹת אַזוי צו זאָגן:
(ב) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
אַף ציון אייפערט באַ מיר אַן ﬡייפערזוכט אַ גרויסע, האָבעך מיט גרויס גרימצאָרן אַף איר געאייפערט.
(ג) איז אָט אַזוי⸗אָ זאָגט גאָט: קיין צ י ו ן קערעך זאַך אומעט, און וואוינען ′עלעך אין ירושלים גופא. און מ′עט איר אָנרופן, ירושלים — די שטאָט פון אמﬨדיקײַט, און דעם הַר אֲדֹשֶם צְבָאוֹﬨ — הַר הַקֹּדֶשׁ.
(ד) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
ס′עלן⸗זאַך נאָך יאַווען זקנים מיט זקנות אַף די גאַסן פון ירושליﬦ, איטלעכער מיט זײַן שטעקן באַ עם אין דער האַנט פון די אַלע יאָרן. (ה) און די גאַסן פון שטאָט ′לן זיך אָנפילן מיט אינגעלעך און מיידעלעך שפּילנדיקע אַף די גאַסן אירע.
(ו) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
אַז ס′עט באַ דער שאריﬨ הפּליטה אוֹיסקומען אַ וואונדער⸗זאַך אָטאָ דעם פאָלק אין יענע יאָרן. איז אָט וואָס — צי ט′עס קיין וואונדער⸗זאַך ניט זײַן אויך באַ מיר אין די אויגן? אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדֹשֶﬦ צְבָאוֹת.
(ז) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
אָט גיי איך אוֹיסלייזן מײַן פאָלק פונעם לאַנד אַוואו די זון נעמט שײַנען אין מזרח, און פונעם לאַנד אַוואו די זון נעמט⸗זאַך אַף שקיעה. (ח) און כ′ל זיי ברענגען, און זיי′לן זיך אײַנוואוינען אין ירושליﬦ גופא, און זיי וועלן מיר זײַן צו אַ פאָלק, און איך וועל זיי דער רבונו של עולם זײַן, אין אמתדיקײַט און אין רעכטפאַרטיקײַט.
(ט) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָﬡוֹﬨ:
געשטאַרקט ווערן זאָלן די הענט באַ אײַך, די וואָס זיי הערן⸗זאַך צו אין אָטאָ די טעג אָטאָ צו די⸗אָ ווערטער פונעם מוֹיל פון די נביﬡים אַוואָס אין טאָג פון לייגן דעם גרונטפעסט פונעם בֵּיﬨ אֲדֹשֶם צְבָאוֹﬨ, דעם היכל אַף זאַך⸗אוֹיסבוֹיען. (י) ווײַלע אַפרייער, פאַר אָטאָ די⸗אָ טעג, ניט ס′איז קיין שׂכירוﬨדיקע אַרבעט באַ אַ מענטשן געווען, און קיין שכר פאַר אַ בהמה אפילו — אויכעט ניטאָ. און דעם אַרוֹיסגייער מיטן אַרײַנקומער איז קיין שלום ניט פאַראַנען, צוליבן שונא, און כ′האָב יעמאָלט אַיעדן מענטשן אָנגעדרודלט איינער דעם אַנדערן.
(יא) איז איצטערט⸗אָ בין איך צו דער שאריﬨ הפּליטה פון אָטאָ דעם פאָלק מײַנעﬦ, ניט ווי ס′איז אין די אַמאָליקע יאָרן געווען. אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדֹשֶﬦ צְבָאוֹת. (יב) אַלץ זאָמען פון שָלומדיקײַט: דער ווײַנשטאָק ′עט זײַנע פּירוﬨ געבן, די לאַנד ′עט אירע פרוכפּערקײַט געבן, די הימלען זייער טוֹי. און אָטאָ דעם אלעמען ′עלעך פאַר אַ נחלה געבן דער שאריﬨ הפּליטה פון אָטאָ דעם פאָלק.
(יג) און ס′עט זײַן, אַז אָט אַזוי ווי איר זײַט באַ די פעלקער געווען צו אַ קללה, ביﬨ יהודה און ביﬨ ישראל, אָט אַזוי⸗אָ וועל איך אײַך אוֹיסלייזן, און פאַר אַ ב ר כ ה עט′איר זײַן. האָט קיין מורא ניט, די הענט אײַערע ′לן פאַרשטאַרקט ווערן.
(יד) ווײַלע אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
פּונקט אָט אַזוי ווי כ′האָב באַ אײַך פאַרפלאַנצט שלעכטיקײַט אָפּטאָן, אַז די אבוﬨ אײַערע האָבן מיר דערצאָרנט, זאָגט אֲדֹשֶם צׁבָאוֹת, און קיין רחמנות ניט געהאַט, (טו) אָט אַזוי⸗אָ האָבעך⸗זאַך מיישב געווען, אין אָטאָ די⸗אָ טעג, גוטיקײַט ברענגען ירושלים און בית יהודה. האָט קיין מורא ניט!
(טז) נײַערט אָט זײַנען די רייד וואָס איר זאָלט דען אַדורכפירן: זאָגן דעם אמﬨ איינעם דעם אַנדערן; אמﬨדיקײַט און אַ יושרדיקן משפּט פון שָלומדיקײַט זאָלט איר טאָן משפּטן אין תחום פון אײַערע טויערן.
(יז) און מ′זאָל זיך ניט אַרײַנפאַרטראַכטן באַ זיך אין האַרצן איינער אינעם אַנדערנס שלעכטיקײַט, און ניט האָלט האָבן קיין שבועﬨ שקר, ווײַלע אָטאָ דעם אַלעמען האָב איך פײַנט. אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת.
(יח) און ס′ﬡיז באַ מיר געווען דער דְּבַֿר אֲדשֶׁם צְבָאוֹת, אַזוי צו זאָגן:
(יט) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
דער תענית פון פערטן חודש, און דער תענית פון פינפטן חודש, און דער תענית פון זיבעטן חודש, און דער תענית פון צענטן חודש: פאַר ששון ושמחה ′לן זיי באַם בית יהודה זײַן, צו גוטינקע יוﬦ⸗טוביﬦ — ′עט איר נאָר האָלט האָבן: אמת און שלום.
(כ) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
ס′עלן נאָך קומען די אומוﬨ, מיט די ﬨושביﬦ פון אַ פולע שטעט; (כא) זיי⸗אָ, די ﬨושביﬦ, זיי′לן ﬡומגיין פון איין שטאָט צו אַן אַנדער שטאָט, אַזוי צו זאָגן: „לכו ונלכה, געגאַנגען! לאָמיר זאַך⸗אײַנבעטן פון פאַר אֲדֹשֶם צְבָאוֹת. אָט גיי איך אַליין אויכעט!“
(כב) און ס′עלן נאָך קומען אַ פולע ﬡומוﬨ, שטאַרקע פעלקער, ﬡײַנזוכן אֲדֹשֶם צְבָאוֹﬨ אין ירושליﬦ, און זיך ﬡײַנבעטן פון פאַר גאָט.
(כג) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם צְבָאוֹﬨ:
אין אָטאָ די⸗אָ טעג, ′עט זײַן, אַז צען מענטשן, פון אַלע לשונות אַוואָס באַ די פעלקער, זיי′לן זיך אָנכאַפּן אָן אַ ווינקל⸗בגד פון אַן איש יהודה, אַזוי צו זאָגן:
„מיל′ן מיט א ײַ ך גיין, ווײַלע מיר האָבן געהערט אַז — גאָט איז מיט אײַך!“
◊
≡≡ פּרק ט ≡≡
(א) די צוטראָגונג פונעם דְּבַר אֲדֹשֶם:
אינעם לאַנד פון חַדְרָךְ און אין דַּמֶּשֶׂק,
איז די רואונג זײַנע,
ווײַלע דעם רבונו של עולמס איז די ﬡויג פונעם מענטשן,
מיט די אַלע שבטי ישרﬡל.
(ב) אויך חֲמָת ′עט⸗זאַך מיט איר גרענעצן, צֹר און צִידוֹן —
ווײַלע אַ קלוגע איז זי.
(ג) האָט זיך צֹר אַ פעסטונג זיך געסטראָיעט,
און זיך אָנגעקליבן זילבער אַזש ווי שטויב,
און גימגאָלד ווי די בלאָטע וואָס אין די גאַסן.
(ד) וועט איר אֲדֹשֶם פונדעסטוועגן אַנטיַרְשענען,
און אירע כוחות וואָס אַפן ים אַ מכה דערלאַנגען,
און זי′ט אין אַ שריפה אופגעגעסן ווערן.
(ה) ′עט דאָס אַשְׁקְלוֹן אַ קוק טאָן,
און ס′עט איר אַ פּחד אָנכאַפּן,
און עַזָּה — זי וועט אַ ציטער טאָן,
און עֶקְרוֹן — אַ חרפּה איר די אַנטוישונג,
אַז עַזָּה וועט דעם מלך וואָס באַ איר אָנווערן,
(ו) און אין אַשְׁקְלוֹן ′לן קיין ﬨושבים ניט זײַן —
ﬡון ﬡין אַשְׁדּוֹד וועלן די ﬡײַנוואוינער זײַן מַמְזֵרוּﬨדיקע,
און די גאווה באַ די פּלישﬨים ′עט אָפּגעשניטן ווערן.
(ז) און כ′ל פון זײַן מוֹיל די בלוט אַראָפּנעמען,
און די פּאַסקודסטווע פון צווישן די ציין זײַנע,
און ער′ט אַזוי ווי אַ טוֹיזנט אַנדערע אין יהודה זײַן,
און עֶקְרוֹן — אַזש ווי דער סאַמעראָדנער יְבוּסִי.
(ח) אַ פעסטונג אין מײַן הוֹיז ′עלעך אַליין אופשטעלן,
ניט מ′עט אַדורך, ניט מ′עט זאַך⸗אומקערן,
און קיין שום באַצווינגער ט′אַף ווײַטער ניט אַדורך —
ווײַלע אָט איצטער האָב איך מיט די ﬡויגן מײַנע געזען.
(ט) איז דערפריי⸗זאַך ביז גאָר, אָ בַּﬨ צִיּוֹן,
שרײַ זשע ﬡוֹיסעט, אָ בַּﬨ יְרוּשָׁלַיִﬦ,
אָט קומט צו דיר דײַן מלך,
אַ צדיק אַן אוֹיסגעלייזטער איז ער,
אַן אָרעמאַן, וואָס אַפן אייזל קומט ער צו רײַטן,
און אַף אַן אייזעלע — אַן אייזלטעס אַ קינד.
(י) און דעם מלחמהדיקן רײַטוואָגן ′עלעך באַ אפרים צונעמען,
דעם קאַמפספערד פון ירושליﬦ ﬡויכעט,
און ס′עלן אָפּגעשניטן ווערן די מלחמהדיקע כלים,
און ש ל ו ם ט′ער מיט די אומוﬨ ריידן,
און די ממשלה זײַנע אַזש פון איין ים ביזקל דעם אַנדערן,
אַזש פונעם נָהָר הַגָּדוֹל — ביזקל אַף עק ערד.
(יא) אויך דיר, אַפן בלוט פונעם בריﬨ דײַנעם,
′עלעך די געפאַנקענע דײַנע אַרוֹיסלאָזן פון גרוב,
אַוואו קיין וואַסער איז ניט פאַראַן.
(יב) איז קערט⸗זאַך אומעט אין דער שטאַרק⸗שטאָט,
אָ געפאַנקענע פון האָפענונג,
אַז שוין הײַנט גיבעך אַ טאָפּעלע זאָג,
אַוואָס כ′ל דיר צוריקטראָגן.
(יג) ווײַלע יהודה האָבעך צו זיך באַוועגט,
אפרימען אָנגעפילט מיט פײַלן דעם פוטערפאַס,
און דײַנע קינדער, אָ צִיּוֹן, ′עלעך מעורר זײַן,
אַף ד ײַ נ ע קינדער, אָ יָוָן,
און כ′ל דיר פאַר אַ גיבור מיטן שווערד מאַכן.
(יד) און אֲדֹשֶם ′עט⸗זאַך אָנזען איבער זיי,
ווי אַ בליאַסק פון בליץ ′עט זײַן פײַל זײַן,
און גאָט אֲדֹשֶם וועט אין שופר בלאָזן,
און וועט מיט שטורעמדיקע ווינטן אַף דרום גיין.
(טו) אֲדֹשֶם צְבָאוֹת ′עט זיי פאַרטיידיקן,
און די שלײַד⸗שטיינער ′עלן זיי דערפרעסן און באַזיגן,
אָפּטרינקען און ﬡונטערברומען ′לן זיי, ווי מיט ווײַן,
אָנגעפילט ווי אַ שפּרענג⸗בעקן, ווי די ווינקלען פון מזבח.
(טז) און אֲדֹשֶם זייער גאָט וועט זיי דערלייזן,
אין יענעם טאָג, אַלץ שאָף פון זײַן פאָלק,
אַלץ שטיינער פון קרוין, פינקלדיק איבערן לאַנד זײַנעם,
(יז) אַז ס′איז מה טוב, דען ווי פּראַכטפול,
אַז דער קאָרן וועט כח געבן — די בחורים,
און דער נײַ⸗ווײַן — די בﬨולוﬨ.
◊
≡≡ פּרק י ≡≡
(א) באַם אייבערשטן טוט בעטן ס′זאָל וועסנעצײַט רעגענען,
אַז גאָט אי′דאָך אָ⸗דער וואָס ער שאַפט די בליץ⸗וואָלקנס,
און דעם רעגנוואַסער ט′ער אײַך געבן,
באַ איטלעכן ′עט קלעקן די גראָז וואָס באַ עם אַפן פעלד.
(ב) און די תְּרָפִים⸗בילדער האָבן שטותים גערעדט,
די כישופמאַכער האָבן פאַלשע זעאונגען דערלאַנגט,
און אַ פאַלשן פּﬨרון⸗חלום פאַרפּלאַפּלט,
און נחמוﬨ געגעבן, אַז הבל הבלים זײַנען זיי,
דרום ט′מען ווי שאָף אַזש אַרומגעבלאָנקעט,
אַלמאי ניטאָ קיין פּאַסטעך.
(ג) אָטאָ די⸗אָ פּאַסטעכער האָבן דעם צאָרן באַ מיר געגרימט,
מיט די באָקנקעפּ ′עלעך⸗זאַך נאָך אוֹיסחשבונען,
ווײַלע אֲדֹשֶם צְבָאוֹת האָט⸗זאַך פאַרגעדענקט אין זײַן סטאַדע —
ב י ﬨ י ה ו ד ה,
און ער′ט זיי אופהאַלטן ווי ﬨפﬡרתדיקע מלחמה⸗פערד.
(ד) פון זיי ′עלן זײַן די וואָס מאַכן,
ווי ווער — דעם ווינקלשטיין,
ווי ווער — דעם טשוואָק,
ווי ווער — דעם בויגן צו מלחמה⸗האַלטן,
ווי ווער — אַבי וואָסערער אַ מײַסטער, אַלע אינאיינעם.
(ה) ווי גיבורים וואָס טרעטן אַדורך די אָנגעבלאָטיקטע גאַסן,
און אין מלחמה גיין קעמפן, ווײַלע — גאָט איז מיט זיי,
און די פערד⸗רײַטער ′לן גוט צעטומלט ווערן.
(ו) און כ′ל פאַרגיבורן ביﬨ יהודה,
אַ ישועה ברענגען ביﬨ יוסף,
און זיי קאַריקברענגען, ווײַלע כ′האָב אַף זיי רחמנוﬨ געהאַט,
כאילו כ′וואָלט זיי גאָרנישניט אַוועקגעשלײַדערט,
בינעך דאָך אֲדֹשֶם זייער גאָט, כ′ל⸗זאַך אָפּרופן.
(ז) און אַ גיבור ′עט זײַן ﬡפרים,
און די האַרץ באַ זיי וועט זיך דערפרייען ווי מיט ווײַן,
און די קינדער זייערע וועלן אַ קוק טאָן און דערפרייען זיך,
און באַ זיי ′עט⸗זאַך די האַרץ גליקן אין אֲדֹשֶם.
(ח) מיט אַ פּאַסטעכדיקן פײַף ′עלעך זיי רופן,
און אופקלײַבן, ווײַלע איך האָב זיי געטאָן ﬡוֹיסלייזן,
און מערן ′לן זיי⸗זאַך אַווײַטער, אָט אַזוי ווי זיי האָבן⸗זאַך אַמאָל געמערט.
(ט) כ′ל זיי פאַרזייען נאָך זײַענדיק באַ די ﬡומוﬨ,
און זיי′עלן מיר אַזש אין מרחקים אין מיר זיך דערמאָנען,
זיי′לן מיט די קינדער זייערע דערלעבן — און זיך אומקערן.
(י) פון לאַנד מצרים ′עלעך זיי אַף קאַריק ברענגען,
פון לאַנד אַשּוּר ′עלעך זיי אופזאַמלען,
און כ′ל זיי ברענגען אין אֶֶרֶץ גִּלְעָד מיט לְבָנוֹן,
אַז אָרט ′עט זיי ניט קלעקן.
(יא) די ים⸗סכנוﬨ וועלן זיי אַדורך,
און ער′ט אין ים אָפּשלאָגן די כוואַליעס,
און די טיפענישן פון טײַך ′לן זאַך⸗אוֹיסטריקענען,
און ס′עט דערנידערט ווערן די גאווה פון אַשּוּר,
און די געוועלטיקײַט פון מצרים וועט אָפּגעטאָן ווערן,
(יב) און אין אֲדֹשֶם ′עלעך זיי שטאַרקן,
און אין ז ײַ ן נאָמען ′עלן זיי אומגיין.
אָדאָס איז דער וואָרט פון אֲדשֶׁם.
◊
≡≡ פּרק יא ≡≡
(א) טו אַן עפן⸗אוף דײַנע טירן, אָ לבנון,
זאָל אַ שריפה דײַנע טענינביימער אופפרעסן.
(ב) גיי קלאָגן, אָ בוקסבוים, אַז געפאַלן איז דער טענינבוים,
ווײַלע די גיבורדיקע זײַנען קאַליע,
גייט קלאָגן דעמבעס פון בָּשָׁן,
ווײַלע אַראָפּגענומען איז דער מעכטיקער וואַלד.
(ג) אָט, דער קול פון ווייגעשריי פון פּאַסטעכער,
אַלמאַי צוגערויבט איז זייער גלאַנץ,
אָט, דער קול פון ווייגעשריי פון יונגע לייבן,
אַלמאַי צוגערויבט איז די אָנגעוואַקסעכץ באַם ירדן.
(ד) אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדשֶׁם, אָ גאָט מײַנער:
גיי פּאַשע געהַרְגעטע שאָף, וועמענס אָפּקויפער הרגענען זיי אַוועקעט, (ה) און וועלן גאָרניט געשולדיקט ווערן, און אָטאָ די⸗אָ וואָס פאַרקויפן זיי, אַזאָגנדיק: „ברוך הַשֶׁם, אָט בינעך אַ גביר“, אַז די אייגענע פּאַסטעכער האָבן אַף זיי קיין שום רחמנות ניט.
(ו) ﬡיז וועלעך ווײַטער ניט זשאַלעווען די תושבים אַוואָס אינעם לאַנד — אָדאָס איז דער וואָרט פון אֲדשֶׁם — כ′ל געבן אַף געפונען צו ווערן איטלעכער מענטש פונעם אַנדערן, און פון זײַן מלך, און זיי וועלן צעשטויסן די לאַנד; כ′ל זיי פון זייערע הענט ניט אָפּראַטעווען.
(ז) נו, האָבעך געקאָרמעט די שחיטה⸗שאָף, אַפאַנאמﬨ די אָרעמע שאָף אי′ דאָס געווען. און איך האָב⸗זאַך גענומען צוויי שטעקענער. איינעם האָבעך אָנגערופן „נעימוﬨ“ און דעם אַנדערן „מזיקים“, און געפּאַשעט די שאָף. (ח) און די דרײַ פּאַסטעכער האָב איך פאַרטיליקט אין משך פון אַ חודש, די געדולד צו זיי האָבעך אָנגעוואָרן, פאַרוואָר אויך — זיי האָבן מיר בכל נפשם פײַנט געהאַט. (ט) האָבעך געזאָגט: אַווײַטער ′עלעך אײַך מער ניט פּאַשען: אָטאָ די⸗אָ וואָס′לן אָפּשטאַרבן, איז זאָלן זיי אָפּשטאַרבן, און אָטאָ די⸗אָ וואָס′לן אָפּגעשיידט ווערן זאָלן זיי פאַרבלײַבן אָפּגעשיידטע, און די אַלע איבערגעבליבענע, אַאיטלעכע ′עט די פלייש פון איר חברטע פרעסן. (י) האָבעך מײַן שטעקן „נעימוﬨ“ גענומען, עם אינצווייען צעבראָכן, אַף איבערברעכן דעם ברית וואָס איך האָב כורﬨ געווען מיט די אַלע אומות. (יא) איז עס אין יענעם טאָג צעבראָכן געוואָרן, און די אָרעמע אַוואָס אין דער סטאַדע וואָס היטן אָפּ מײַנע ווערטער אַז דאָס איז וואָרהאַפטיק דער דְּבַר אֲדֹשֶם. (יב) איז זאָג ﬡיך זיי: טאָמער אי′ דאָס גוט באַ אײַך אין די אויגן, איז גיב אַהער די שכירוﬨ. טאָמער ניט, איז גיי פאַרמײַד⸗זאַך פון מיר. האָבן זיי מיר אָפּגעוואויגן די שכירוﬨ מײַנע: דרײַסיק זילבערנע.
(יג) איז טוט מיר גאָט אַ זאָג:
דעם גזבר גיב עס אַ וואָרף! — אָט אַזאַ מין „מקח טוב“ וואָס אָדאָס האָבעך באַ זיי די ווערט!
נעמעך די דרײַסיקע זילבערנע און איך גיב זיי אַ וואָרף דעם גזבר וואָס אינעם בֵּיﬨ אֲדֹשֶם.
(יד) יעמאָלט האָבעך אינצווייען צעבראָכן דעם צווייטן שטעקן מײַנעם, „מזיקים“, אַף צוברעכן די ברידערשאַפט אַוואָס צווישן יהודה און צווישן ישראל.
(טו) איז זאָגט מיר ווײַטער גאָט:
נעם⸗זאַך צו די כלים פון אַ פּאַסטעך אַ נאַרישן. (טז) ווײַלע אָט גיי איך הייבן איבערן לאַנד אַ פּאַסטעך, אַזאַ, וואָס ער′ט⸗זאַך ניט רעכענען מיט די אָפּגעשניטענע, אַ יונגן ט′ער ניט גיין אוֹיסזוכן, אַ צעבראָכענע ט′ער ניט גיין אוֹיסהיילן. ער′ט ניט שפּײַזן אָטאָ די וואָס שטייט שטאַר. נאָר וואָדען, די סאַמע פלייש פון די געזונטע ט′ער אָפּפרעסן, און די קלאָען באַ זיי אַרוֹיסרײַסן. (יז) איז וויי צו די שאַלקהאַפטיקע פּאַסטעכער וואָס פאַרוואָרלאָזן די שאָף זייערע. אַף עם ט′פאַלן די שווערד אַפן האַנט און אַפן רעכטן אויג באַ עם. אָפּטריקענען וועט⸗זאַך באַ עם אָפּטריקענען די רעכטע האַנט, ﬡון פאַרטונקלט וועט דער רעכטער ﬡויג באַ עם פאַרטונקלט ווערן.
◊
≡≡ פּרק יב ≡≡
(א) די צוטראָגונג פונעם דְּבַר אֲדֹשֶם אַף ישראל:
דער וואָרט פון גאָט, וואָס האָט פאַרשפּרייט די הימלען און געגרונטפעסטיקט די ערד און דערײַן גופא באַשאַפן דעם רוח חיים פונעם מענטשן:
(ב) אָט ′עלעך ירושליﬦ מאַכן פאַר אַ פאַרסמע שיסל צו די אַלע פעלקער אַרומענאַרום,
און אויך אַף יהודה ′עט אוֹיספאַלן אין ירושלימס באַלעגערונג זײַן,
(ג) און ס′עט זײַן, אין יענעם טאָג, ירושליﬦ ′עלעך שטעלן פאַר אַ לאַסטיקן שטיין צו די אַלע פעלקער
און די באַלאַסטיקער גופא וועלן וואונדיקן מיט וואונדן,
און ס′עלן⸗זאַך אַף איר אָנזאַמלען די אַלע אומות פון דער ערד.
(ד) אין יענעם טאָג,—
דאָס איז דער וואָרט פון גאָט —
′עלעך יעדן פערד פאַרמַכּהנען — מיט פאַרטומלונג,
ﬡיטלעכן רײַטער זײַנעם — מיט שגעון,
נײַערט אַף ביﬨ יהודה ′עלעך מײַנע אויגן אופעפענען,
און די פערד פון די אומוﬨ ′עלעך פאַרמַכּהנען מיט בלינדקײַט.
(ה) און די מנהיגים פון יהודה וועלן באַ זיך אין האַרצן אַ זאָג טאָן:
„פאַרשטאַרקט האָבן מיר די ﬨושבים פון ירושלים,
אין אֲדֹשֶם צְבָאוֹת, זייער גאָט.
(ו) אין אָט יענעם טאָג ′עלעך די מנהיגים פון יהודה מאַכן,
פאַר אַ פלאַקער⸗פײַער וואָס ברענט אין האָלץ,
פאַר אַ בראַנד⸗פײַער וואָס ברענט אין די גאַרבן,
זיי′לן אופפרעסן אַף רעכטס און אַף לינקס,
די אַלע פעלקער אַרומענאַרום.
ירושליﬦ ′עט ווײַטער זײַן מיט די תושבים אירע,
טאַקע אין סאַמע ירושליﬦ גופא.
(ז) נאָר פרייער ′עט גאָט אוֹיסלייזן די הוֹיזגעזינטן פון יהודה,
ס′זאָל ניט גרייסן זיך אַ שטאָלציקײַט באַם בֵּיﬨ דָּוִד,
צי די שטאָלציקײַט פון די יְרוּשַׁלְמער תושבים איבער יהודה.
(ח) אין אָט יענעם טאָג וועט גאָט מגין זײַן פון די יְרוּשַׁלְמער תושבימס וועגן,
און דער דורכגעפאַלענער אַוואָס באַ זיי ט′ווי דוד זײַן,
און דער בֵּיﬨ דָּוִד ווי גאָטס —
ווי אַ מלאך אֲדֹשֶם פון פאַר זיי.
(ט) און אין אָט יענעם טאָג ′עט זײַן,
כ′ל זאַך⸗נעמען פאַרטיליקן די אַלע אומוﬨ,
וואָס קומען אָנעט אַף ירושליﬦ.
(י) און כ′ל אָנגיסן אַפן בֵּית דָּוִד,
און אַף די ﬨושבים פון ירושליﬦ,
אַ רוח⸗חן מיט ﬨחנונים,
און זיי′לן מיר אָנקוקן, וועגן אָדעם אַוואָס זיי האָבן עם דורכגעשטאָכן,
און זיי′לן עם מספּיד זײַן ווי מ′איז אַ בן יחיד מספּיד,
מיט פאַרביטערניש ווי מען איז פאַרביטערט ﬡיבערן בכור.
(יא) אין אָט יענעם טאָג ′עט גרויס ווערן די ﬡבילוﬨ ﬡין ירושליﬦ,
ווי די ﬡבילוﬨ פון הֲדַדְ⸗רִמּוֹן ﬡינעם טאָל מְגִידּוֹ.
(יב) און די לאַנד וועט טרוֹיערן,
איטלעכע משפּחה און משפּחה — פאַרזעך,
די געזינט פון בֵּיﬨ דָּוִד — פאַרזעך,
די געזינט פון בֵּיﬨ נָתָן — פאַרזעך,
און די פרוֹיען אַוואָס באַ זיי — פאַרזעך.
(יג) די געזינט פון בֵּיﬨ לֵוִי — פאַרזעך, און די פרוֹיען וואָס באַ זיי — פאַרזעך,
די געזינט פונעם שִׁמְעִי — פאַרזעך, און די פרוֹיען וואָס באַ זיי — פאַרזעך.
(יד) און די אַלע משפּחה⸗געזינטן די געבליבענע,
איטלעכע משפּחה און משפּחה — פאַרזעך,
און די פרוֹיען וואָס באַ זיי — פאַרזעך.
◊
≡≡ פּרק יג ≡≡
(א) אין אָט יענעם טאָג ′עט⸗זאַך אופעפענען דער קוואַל,
פון וועגן בֵּית דָּוִד ﬡון די תושבים פון ירושליﬦ,
פאַר אַ וואַסער פון רייניקונג מיט שפּרענגונג.
(ב) און ס′עט זײַן אין יענעם טאָג —
אָדאָס איז דער וואָרט פון אֲדֹשֶם צְבָﬡוֹת —
וועלעך אָפּהאַקן די נעמען פון די געצלעך אין לאַנד,
מ′עט⸗זאַך אין זיי ניט פאַרגעדענקען,
דערצו זייערע שקרנוﬨדיקע נביﬡים,
און דעם רוח הטומאה ′עלעך אָפּפירן פונעם לאַנד.
(ג) און ס′עט זײַן, —
אָדאָס איז דער וואָרט פון גאָט —
אַז ס′עט נאָך אַ מענטש נבואה זאָגן, ט′עם אַ זאָג טאָן דער טאַטע און די מאַמע וואָס האָבן עם געוואונען: „וועסט ניט לעבן בלײַבן, ווײַלע שקרים האָסטע אין גאָטס נאָמען גערעדט“, האָבן עם דורכגעשטאָכן דער טאַטע און די מאַמע אַוואָס זיי האָבן עם געוואונען, בעת זײַן נבואה זאָגן. (ד) און ס′עט זײַן, און אין אָט יענעם טאָג, אַז אָטאָ די⸗אָ נביﬡים ′לן פאַרשעמט ווערן, יעדערער מיטן חזיון זײַנעם באַם נבואה זאָגן, און זיי′לן⸗זאַך ניט אָנקליידן מיטן האָריקן מאַנטל אַף אָפּנאַרן.
(ה) נײַערט ער′ט זאָגן: „כ′בין ניט קיין נביﬡ! אַן ערד⸗אַרבעטער בין איך, און דערצויגן האָט מען מיר אין תאווה נאָך פון די יונגע יאָרן.“ (ו) ′עט מען עם אַ פרעג טאָן: „אַוואָס זײַנען דאָס די מכה⸗וואונדן באַ דיר צווישן די הענט דײַנע?“, און ענטפערן ′עט ער: „אָדאָס ט′מען מיר אָנגעשלאָגן אין הוֹיז פון מײַנע ליבהאָבער“.
(ז) אָ שווערד! דערוועק⸗זאַך אַף מײַן פּאַסטעך,
אַף אָדעם וואָס איז מיר נאָענט —
אָדאָס איז דער וואָרט פון אֲדֹשֶם צְבָאוֹת.
שלאָג דעם פּאַסטעך און זאָלן די שאָף צעשפּרייט ווערן,
און כ′ל אומקערן מײַן האַנטשלאַק איבער די פּאַסטעך⸗אינגלעך.
(ח) ﬡון ס′עט זײַן ﬡינעם גאַנצן לאַנד, אָדאָס איז דער וואָרט פון גאָט,
אַז אַ צוויי דריטל פאָלק וועלן אָפּגעשניטן ווערן,
און דער לעצטער דריטל ′עט איבערגעלאָזן ווערן.
(ט) און אָטאָ דעם דריטל ′עלעך אַדורכפירן דורכן פײַער,
און כ′ל זיי אוֹיסלײַטערן ווי מ′לײַטערט זילבער אוֹיס,
און אוֹיספּרואוון אַזוי ווי מ′פּרואווט אוֹיסעט — גאָלד,
און אָט דער⸗אָ ט′מיר באַם נאָמען אָנרופן,
און כ′ל עם אָפּענטפערן זאָגנדיק:
„אָט מײַן פאָלק אי′ דאָס“,
און ער′עט אַ זאָג טאָן:
„אֲדֹשֶם איז מײַן גאָט“.
◊
≡≡ פּרק יד ≡≡
(א) אָט דער טאָג קומט באַ גאָט,
און דער זאַקרויב ′עט צעטיילט ווערן צווישן די דײַניקע.
(ב) און כ′ל אײַנזאַמלען די אַלע אומוﬨ אַף ירושליﬦ —
אַף מלחמה האַלטן.
מ′עט באַצווינגען די שטאָט, באַרויבן די הײַזער, די פרוֹיען מאנס זײַן.
אַ האַלבע שטאָט ′עט אין גלוﬨ אַוועק,
די איבעריקע פון פאָלק ′לן פון שטאָט ניט אָפּגעשניטן ווערן.
(ג) נאַכער ′עט גאָט אַרוֹיס און אין מלחמה מיט אָטאָ די⸗אָ אומות,
אַזוי ווי אין טאָג פון זײַן מלחמה האַלטן אין טאָג פונעם שלאַכט.
(ד) אין אָט דעם טאָג ′לן די פיס זײַנע אַפן הַר הַזֵיתִים שטיין,
אַוואָס פון פאַר ירושליﬦ פון מזרח,
און דער הַר הַזֵיתִים ′עט אינצווייען צעשפּאָלטן ווערן מיט אַ טאָל אַ גרויסן:
אַ העלפט פונדערפון ′עט⸗זאַך אַ רוק טאָן אַף צפון צעצו,
און אַ העלפט אַף דרום צעצו.
(ה) פּליטה ט′איר מאַכן אין טאָל וואָס צווישן די בערג,
ווײַלע אָט דער טאָל וואָס צווישן די בערג וועט ביז אָצַל גרייכן,
און איר′ט פּליטה מאַכן אַזוי ווי איר′ט פּליטה געמאַכט פון פאַרן ערדציטערניש,
אין די יאָרן פון עוּזִיָּהוּ מלך יהודה,
און קומען ′עט אֲדֹשֶם מײַן גאָט,
און די אַלע געהייליקטע ′לן מיט דיר זײַן.
(ו) און ס′עט אין אָט דעם⸗אָ טאָג זײַן,
אַז קיין ליכטיקײַט ′עט ניט זײַן,
נײַערט כמאַרעס שוועריקע און געדיכטיקע.
(ז) און ס′עט איינער אַ טאָג זײַן,
באַוואוסט נאָר באַ גאָט,
ניט באַטאָג און ניט באַנאַכט,
און צונאָוונט צו ′עט זײַן ליכט.
(ח) און ס′עט זײַן אין אָט דעם טאָג,
′עט פון ירושליﬦ אַרוֹיס מַיִם⸗חַיִּים,
אַ העלפט די וואַסערן אַפן מזרחדיקן ים,
און אַ העלפט אַפן מערבדיק ים,
אַזוי′ט זײַן זומער, אַזוי′עט זײַן ווינטער.
(ט) און אֲדֹשֶם ′עט זײַן פאַרן מלך איבער גאָר דער ערד,
אין אָט יענעם טאָג ′עט אֲדֹשֶם זײַן — ﬡיינער,
און זײַן נאָמען — ﬡיינער.
(י) ס′עט⸗זאַך די גאַנצע ערד אוֹיספלאַכן,
אַזש ווי די עֲרָבָה, פון גֶּבַע ביזקל רִמּוֹן, דרום⸗צו ירושליﬦ;
נײַערט זי, ירושליﬦ, ′עט אופגעהייבן ווערן,
מיט אירע תושביﬦ באַ איר אַפן אָרט —
פונעם שַׁעַר בֶּנְיָמִין ביזקל דעם שַׁעַר הָרִﬡשׁוֹן,
ביזקעלן ווינקל⸗טויער; פונעם מִגְדַּל חֲנַנְאֵל ביזקלען מלכס קעלטער.
(יא) און מ′עט⸗זאַך דאָרטן אײַנלעבן,
און מער′עט אַף איר קיין חרמות ניט זײַן,
און זיצן ′עט זי, ירושליﬦ — בשלוﬦ.
(יב) און דאָס′עט די מגיפה זײַן,
וואָס גאָט′עט פאַרמַכּהנען די אַלע פעלקער,
אַוואָס זיי האָבן חיילוﬨ⸗אַרמייען אַף ירושליﬦ אָנגעשיקט:
די פלייש באַ עם ′עט⸗זאַך אַליין אופפרעסן אַז ער שטייט נאָך אַף די פיס,
און די אויגן ל′ן⸗זאַך אופפרעסן אין די אויגנלעכער גופא,
און די צונג ′עט⸗זאַך אופפרעסן באַ זיי אין מוֹיל.
(יג) און ס′עט זײַן, אין אָטאָ דעם⸗אָ טאָג,
אַ גרויסע מהומה באַ זיי, אַן אָנגעשיקטע פון גאָט,
און איטלעכער וועט מיט אַ האַנט אָנהאַלטן אָנעם אַנדערן,
נאָר די האַנט ′עט קומען אַקעגן האַנט פונעם אַנדערן.
(יד) אויך יהודה וועט אין ירושליﬦ מלחמה האַלטן,
און די צונויפגעקליבענע אוצרות,
באַם חיל פון אַלע אומות אַרומענאַרומעט,
גאָלד מיט זילבער מיט מלבושים אָן אַ שיעור.
(טו) ﬡון אַזוי′עט זײַן די מגיפה באַ די פערד,
מיט די מוֹילאייזלען, מיט די קעמלען און פּראָסטע אייזלען,
און אַיעדער בהמה וואָס ט′זײַן,
אין יענע מחנות, אַזוי ווי אָטאָ די מגיפה.
(טז) און ס′עט זײַן, אַז איטלעכער איבערגעבליבענער באַ די אַלע אומות,
וואָס זיי קומען אָן אַף ירושליﬦ:
זיי′לן עולה זײַן איין יאָר נאָכן אַנדערן זיך צובוקן צום מלך,
אֲדֹשֶם צְבָאוֹת, און מאַכן אַ יום⸗טוב, צום יום⸗טוב סוכוﬨ.
(יז) און ס′עט זײַן באַ דעמענען, אַוואָס ער′ט ניט עולה זײַן,
פון די משפּחוﬨ וואָס אַף דער וועלט, קיין ירושלים זיך צובוקן,
צום מלך אֲדֹשֶם צְבָאוֹת — באַ זיי ′עט קיין רעגן ניט זײַן.
(יח) טאָמער′ט די משפּחה פון מצרים,
ניט עולה זײַן און ניט אָנקומען,
′עט אַף זיי די מגיפה דען ניט זײַן? —
אַוואָס גאָט וועט אָנמַכּהנען די אומות,
אַוואָס זיי′לן ניט עולה זײַן יום⸗טוב מאַכן, אין יום⸗טוב סוכות.
(יט) אָדאָס′עט די שטראָף פאַרן זינד פון מצרים זײַן,
פאַרן זינד פון די אַלע אומוﬨ וואָס זיי′לן
ניט עולה זײַן מאַכן יום⸗טוב אום יום⸗טוב סוכות.
(כ) אין אָטאָ דעם⸗אָ טאָג, ′עט זײַן אַף די גלעקעלעך פון פערד:
„קודש לַאֲדֹשֶם“, און די טעפּלעך וואָס אינעם בֵּית אֲדֹשֶם ,
′עלן זײַן ווי די שפּרענג⸗בעקנס אַוואָס פון פאַרן מזבח.
(כא) און ס′עט זײַן איטלעכער טאָפּ,
אַוואָס אין ירושילם און אין יהודה,
אַ קדושה באַ אֲדֹשֶם צְבָאוֹת.
און די אַלע קרבן⸗ברענגער ′לן קומען,
באַ זיי אָפּנעמען די טעפּ און דערײַן ﬡופקאָכן.
ﬡון ﬡין אָטאָ דעם⸗אָ טאָג,
וועלן מער קיין סוחרים זיך ניט דרייען ﬡינעם בֵּיﬨ אֲדֹשֶם צְבָﬡוֹﬨ.
חזק
◊
◊
אב תשפ″ג
אַ האַרציקן יישר⸗כח:
מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק) פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗מעתיק אַליין.
◊