Yiddish and Hebrew Divorce Authorization Form from Early Years of Independent Lithuania


 מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 17
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

אַ גט⸗בלאַנק אויף העברעאיש און יידיש פון די ערשטע יאָרן פון דער ליטווישער רעפּובליק

  אָט דער זעלטענער דאָקומענט (אַן ערך 28.5 צמ די ברייט אויף 27.5 די הייך, מיט נישקשהדיק אויפגעהיטע ווערטיקאַלע און האָריזאָנטאַלע פּערפאָראַציעס) שטעלט מיט זיך פאָר די „יידישע שטאַפּלען“ בײַם באַקומען אַ גט: (פון אויבן) די באַשטעטיקונג פון אַ רב, אַז דער פּאָרפאָלק איז טאַקע געווען חתונה געהאַט; און  דערצו, אַז ס′איז ניטאָ קיין מניעה צו אַ גט; און (אונטן) די זעלביקע באַשטעטיקונג פונעם ועד הקהילה. ביידע טעקסטן זײַנען סײַ אויף העברעאיש (רעכטס) און סײַ אויף יידיש (לינקס), אין ביידע פאַלן אין גאַנץ מאָדערנע סטילן פון די ביידע לשונות. צו רעכטס פונעם דאָקומענט (אויך אָפּגעטיילט דורך אַ פּערפאָראַציע) איז פאַראַן „דער רעשטל“ וואָס איז נאָר אויף העברעאיש פאַר די פּנקסים פון דער קהילה גופא.

  פון סאַמע אויבן איז דאָ דער סימבאָל פון ליטע, דער מיטלעלטעריש⸗שטאַמיקער „וויטיס“ (ריטער אויף אַ פערד) וואָס באַשטעטיקט אַז דאָס שטאַמט פון דער צווישנמלחמהדיקער ליטווישער רעפּובליק. וואָס נאָך, דער סטיל פונעם יידיש און פונעם העברעאיש, דאָס אויספעלן פון אַוועלכן ניט איז ליטוויש⸗שפּראַכיקן טעקסט, די אייגנשאַפטן פונעם פּאַפּיר, דאָס אַלץ גיט אָנצוהערעניש, אַז מען האָט לכאורה צו טאָן מיט די ע ר ש ט ע יאָרן פון דער ליטווישער רעפּובליק וואָס איז אויפגעקומען אין 1918טן יאָר, און וואו די פולשטענדיקע אויטאָנאָמיע האָט זיך געהאַלטן ביז 1925 (זע אַשטייגער שמואל גרינגאַוזעס אַרטיקל אינעם Jewish Social Studies, פערצעטער יאָרגאַנג, 1952; נ. 3, זז. 246-225).

  דעם רבס בלאַנק (ואָס לאָזט זיך אָפּנעמען באַזונדער מיט די פּערפאָראַציעס) איז גילטיק אינגאַנצן זיבן טעג. משמעות, אַז נאָכן באַקומען די רבנישע הרשאה, דאַרף מען טאַקע לויפן צום ועד הקהילה, אַוואו ס′דאַרפן אויך צוחתמענען די צוויי עדות…


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • א′ דראש חודש שבט תש″ף \ דעם 27טן יאַנואַר 2020

Comments are closed.