Torah Scribe Kasríyel Léshem of Náyshtot-Távrik (Žemaičių Naumiestis) Explains Delay to M. Kroshéyev (Krevošejevas) in Radvíleshok (Radviliškis)


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 28

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


דער סופר סת″ם ר′ כתריאל לֶשֶם פון נײַשטאָט⸗טאַווריק גיט צו פאַרשטיין פאַרוואָס ס′האָט זיך אָפּגעלייגט די פאַרענדיקונג פון אַ ספר תורה פאַר ראַדווילישאָק

(ער איז בשעת מעשה פאַרנומען אויך מיט אַ ספר תורה פאַר שאַדעווע)

דער טעקסט, אײַנגעטיילט אין פּּאַראַגראַפן (מיטן באַנוץ פון ˜ אויף ראשי תיבות, ניט תמיד אין דער גענויער גראַפישער שטעלונג פונדערפון אינעם אָריגינאַל):

יום ו עש˜ק לסדר ראה ניינשטאדט

כבוד הרבני הנאגיד י˜א כש˜ת מהור˜ר ר˜ מנדיל קראשייעוו נ˜י

אייער פאסט קארט ערהאלטין, און וואס איהר פרעגט אן וואס איז מיט אייער ספר תורה, קען איך שרייבען דאס איך וועל צו שיקען אי˜ה פאר ראש השנה ביז אהאלבע ס˜ת, און [אוף?] וואס איהר שרייבט דאס איהר וואלט וועלין קירצליך מאכין דעם סיום, ווען עס וועט פארטיג ווערין דיא ס˜ת וועט איהר אי˜ה מאכין אַסיום, גלויבט מיר וויא איהר אויך דיא חברה ווילין זאל ווערין פארטיג דיא ס˜ת וויל איך נאך מעהר, אבער וואס קען איך טאהן אז בייא דיא ארבייט קען איך ניט מאכין אף גיך.

מען מוז שרייבען גאנץ לאנגזאם און אכטונג געבין זאל זיין גוט, נור דאס קען איך אייך שרייבין אז מיט ג˜ הילף דעם קאממדיגען ווינטער וועט איהר האבין פארטיג אייער ספר תורה גלויבט מיר אז איך מאך ניט קיין תפילין ניט קיין מזוז[ו]ת נור איך שרייב אייער ס˜ת אויך דיא שאדעווער ס˜ת, איך מוז מאכין דיא פארמעט אויך שרייבען אללעס אליין, דיא וואס מאכין גשעפט מיט ספר תורות וואלטין דיא 2 יאהר גיקענט צו שטעלין אייניגע ספר תורות, אבער אסופר וואס שרייבט אלליין מוז דויערין איידער עס וועט פארטיג א ס˜ת אבער איך האף אז עס וועט פארטיג ווערין וועט איהר צו פרידען זיין[.]

איך גריס אייך אויך אייער פרויא אויך אייערע קינדער, אויך גריס איך הרב הגאון מיט זיין פערמיליע[,] אויך גריס איך דיא גבאים[,] אויך דיא גאנצע חברה תהילים[.] פערבלייבט אללע געזונדט[,] ממני כתריאל לשם סופר סתם.


   פאַראַן דאָ פאַרשיידענע טשיקאַוועקײַטן און ספּעציפישקײַטן צו דער צײַט און צום אָרט. לאָמיר זיך דאָ אָפּשטעלן מערניט אויף איין פּרט פונעם סופרישן שטאָלץ: דעם סופר סת″ם (ד.ה. פון ספרי תורה, תפילין און מזוזות) גייט אָן אַז דער קליענט זאָל וויסן אַז די פאַרשפּעטיקונג איז ניט צוליב סוחרישע טעמים, ער פאַרזיכערט אַז ער פאַרנעמט זיך ניט מיט די קלענערע פּרנסה אַרבעטן פון תפילין און מזוזות; די פאַרלענגערונג שטאַמט פון דער איכות פון זײַן הייליקער אַרבעט, וואָס ער טוט אינגאַנצן אַליין און דערפון וואָס ער האָט אויך צוגעזאָגט אַ ספר תורה פאַר שאַדעווע (שאַדעוו, אויף ליטוויש: Šeduva).

   אָט איז די אַדרעסן⸗זײַט פונעם פּאָסטקאַרטל:

    פון דער אַדרעסן⸗זײַט פונעם פּאָסטקאַרטל ווערט מען געוואָר אַ היפּש ביסל. אָטאָ דעם פּאָסטקאַרטל, אַוואו די אײַנגעדרוקטע מאַרקע אויף צום שיקן קאָסט 15 ליטווישע צענט (און דער קאַרטל גופא — פינף צענט), איז דעם 30טן אויגוסט 1929 אַרויסגעשיקט געוואָרן פון Naumiestis Tauragė (וואָס איר נאָמען איז הײַנט Žemaičių Naumiestis), אויף יידיש: ניישטאָט⸗טאַווריק. ס′איז אַ קאַרטל פון K. Lesem (פון יידישן טעקסט, זע אויבן, ווייסן מיר אַז דאָס איז דער נײַשטאָט⸗טאַווריקער סופר סת″ם ר’ כתריאל לשם ([léshəm]).

   און אָנגעקומען אין ראַדווילישאָק (אויך: ראַדווילעשיק, אויף ליווטיש: Radviliškis), שאַוולער קרײַז, איז עס דעם ערשטן סעפּטעמבער 1929, צום אַדרעסאַט M. Krevošejevas, וואָס אין יידישן טעקסט איז די פאָרמע גאָר: קראשייעוו.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • צוועלף טעג אין סיוון תשפ″ג \ דעם 1טן יוני 2023

 

Comments are closed.