Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 24
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna
◊
◊
דוויירע קלאַז פון שטעטל צײַקעשיק (טשעקישקע) דרוקט אָפּ איר „פרילינג⸗ליד“ אין „קינדערבלאַט“ אָפּטייל פון קאָוונער „פאָלקסבלאַט“ אין די לעצטע חדשים פון דער אומאָפּהענגיקער קאָוונער ליטע
◊
דאָס „פרילינג⸗ליד“ פון דוויירע קלאַז איז דערשינען אין „קינדערבלאַט“ אָפּטיילונג פון דער טעגלעכער קאָוונער יידישער צײַטונג „פאָלקסבלאַט“ מאָנטיק, דעם עלפטן מערץ 1940. דאָס איז אַן ערך פיר חדשים פאַר דער סאָוועטישער אָקופּאַציע פון יולי 1940 וואָס האָט גורם געווען דעם זייער גיכן אונטערגאַנג פון דער פרײַער יידישער פּרעסע (פון אַלע פאַרמלחמהדיקע סביבות) אין אַלע דרײַ באַלטישע לענדער. אָט דאָ איז אָבער דער גײַסט פון יידיש⸗ליטעראַרישער שעפערישקײַט נאָך אין פולן שוואונג. אָט איז אַ טראַנסקריפּציע פון ליד, וואָס ווערט אָפּגעדרוקט אין פאָנעטישן אויסלייג להיפּוך צו דעם טראַדיציאָנעלן אויסלייג פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט אין יידיש אין דער צײַטונג בכלל.
(אגב איז די טעמע מכח באַנוץ פון אַן אָרטאָגראַפיע מיט פאָנעטיזירטע סעמיטזמען בלויז פאַר ספּעציעלע זשאַנרען גאָר אַ טשיקאַווע אין דער געשיכטע פון דער יידישיסטישער באַוועגונג צווישן די מלחמות. למשל: די ניו⸗יאָרקער „פרײַהײַט“ האָט זיך געדרוקט מיטן מאָדערנעם יידישן אויסלייג אויפהיטנדיק די העברעאישע און אַראַמישע שרײַבונג פון סעמיטיש⸗שטאַמיקע ווערטער, בשעת ווען די פּאָעטן פון אָט דער סביבה האָבן פאַרעפנטלעכט זייערע לידער⸗ביכער פאָנעטיזירט, אָבער אינגאַנצן אָ ן די סאָוועישע המצאות פון פּינטעלעך וואָס זײַנען געווען דער סימבאָל פון דער סאָוועטיש⸗קאָמוניסטישער שרײַבונג. אַזעלכע עקספּערימענטן, ווי אין ניו⸗יאָרק, בוענאָס⸗אײַרעס און אַנדערשוואו האָבן די ווערט, מען זאָל זיי שטודירן. אָט האָבן מיר פון קאָוונע אַן עיקרדיקע טאָג⸗צײַטונג וואו דער סעמיטישער אויסלייג ווערט אויפגעהיט אין בלאַט, אָבער מען עקספּערימענטירט מיט פאָנעטיזירונג אין דער אָפּטיילונג פאַר קינדער און שילער. צריך עיון.)
נאָך דער מחברטעס נאָמען גייט אין האַלבע לבנות דער נאָמען פון איר שטעטל. דאָס איז צײַקעשיק (צײַקישאָק), וואָס ווערט אָבער דאָ טראַנסקיבירט לויט דעם אָפיציעלן נאָמען פונעם שטעטל אויף ליטוויש: טשעקישע.
אָט איז אַן אות⸗באותעדיקע טראַנסקריפּציע פון דוויירע קלאַזעס ליד. דער נאָמען אירער איז פאָנעטיזרט ליטוויש, ניט כלל⸗יידישדיק „דוואוירע“, נאָר דווקא לויטן אויטענטישן אָרטיקן נוסח — דוויירע. טשיקאַווע איז אויך דער טיף⸗ליטווישער נוסח פון דער פאָנעטיזירטער „בשורע“ אויפן אָרט פון „בסורע“ (מיט אַ „סאַבעסדיקן לאָסן“ ממש, סײַדן גלאַט אַ טעות הדפוס).
פרילינג⸗ליד
- הערט, קינדערלעך ליבּע, וואָס כ′וועל אייך דערציילן,
- אַ כאָלעם האָט זיך מיר געכאָלעמט די נאַכט,
- דער פרילינג, דער ליבּער, צו מיר איז געקומען,
- און האָט מיר אַ פריילעכע בּשורע געבראַכט.
- ער וועט שוין אין גיכן צו אונדז, זאָגט ער, קומען,
- ער ווער שוין פאַרטרייבּן דעם ווינטער די קעלט,
- אַ ליכטיקע זון פאַר אונדז וועט ער בריינגען.
- מיט זונען⸗שיין וועט ער פאַרלייכטן די וועלט,
- און גרעזעלעך גרינע אויף לאָנקעס צעשיטן,
- בּלומען אין ווייסינקע בּליעכץ אַ סאַך
- בּאַפרייען דעם טייכל, אין אייז דעם געשמידטן.
- —רויש זיך דו, טייכעלע, פריי זיך און לאַך!
- און פויגעלעך וועלן אין וואַלד זיך צעזינגען,
- אין סעדל דער נאַכטיגאַל זינגען וועט שיין,
- און אַלע צוזאַמען זיי וועלן זיך פרייען:
- דער פרילינג, דער ליבּער, ער קומט שוין צוגיין!
- טאָ קום שוין צו אונדז ליבּער, טייערער פרילינג!
- מיר ווארטן דאָך אַלע און בּענקען נאָך דיר,
- טאָ זאָלן אין וועלדל שוין הינקען און קלינגען,
- פויגעלעך — שטימען אויף שריט און אויף טריט.
- מיר וועלן מיט לויבּ⸗געזאַנג גיין דיר אַנטקעגן,
- מיט בּלומען, פאַר אונדז וועסט פאַרשיטן דעם וועג.
- און אַלע אינאיינעם נער וועלן זיך פרייען,
- דער ווינטער, דער בייזער ער איז שוין אַוועק!
דוויירע קלאז (טשעקישקע)
◊
אָט איז די גאַנצע „קינדערבלאַט“ אָפּטיילונג פון 11טן מערץ 1940: סײַ דאָס קעסטל אויף ז. 3 (אַוואו דוויירעס ליד טרעפט זיך צו לינקס צו, סײַ דער המשך פון דער אָפּטיילונג אויף ז. 4). טוט אַ קליק אויפן בילד און דערנאָך נאָכאַמאַָל אַז ס′עפנט זיך דער נײַער פענצטער אויף נאָכמער צו פאַרגרעסערן.
און לסוף, אויף צו העלפן משיג זײַן דאָס אָרט און די צײַט, די אייבערשטע העלפט פון דער ערשטער זײַט פון בלאַט:
◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- דרײַ טעג אין אייר תשפ″ג \ דעם 24טן אַפּריל 2023