The Vilna Tarbut (Tarbus) School’s Lapel Pin Medallion


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן פ″ח (89

דער מעדאַליאָן (צי בראָשקע) פון דער „תרבות“ גימנאַזיע אין ווילנע אויף זאַוואַלנע גאַס

  אָדאָס איז דער באַקאַנטער מעדאַליאָן (צי בראָשקע) פון דער באַוואוסטער ווילנער תרבות גימנאַזיע אויף זאַוואַלנע גאַס 4 (הײַנט: פּילימאָ 4, דער אַדרעס פון דער אָפיציעלער יידישער קהילה פון ליטע און פון אַ צענטראַלן אָפּטייל פונעם מלוכהשן יידישן מוזיי — באַזונדער, אין די ביידע „העלפטן“ פון דער אַמאָליקער גימנאַזיע). אינעם מגן דוד שטייט אין דער אינמיטנדיקער פּאָזיציע: „תרבּות“, און אין די זעקס אַרומענאַרומיקע דרײַ⸗קאַנטיקע חללות די ווערטער: „בית ספר“ (פון אויבן „בית“ און אונטן „ספר“). ווילנער ציוניסטן בכלל, און ליבהאָבער פון העברעאיש בפרט, פלעגן זיך באַרימען אַז אין ווילנער „תרבות“ שול לעבט די העברעאישע שפּראַך בײַ די קינדער אין מויל, אין גאַנג פון די קלאַסן, מער ווי אַוואו⸗ניט⸗איז אויסער ארץ ישראל. די מאָס איז אַן ערך דרײַ⸗אַהאַלבע צמ די ברייט אויף צוויי⸗אַהאַלבע צמ די הייך.

  פריער איז געווען די גימנאַזיע באַקאַנט אין פאָלקס⸗מויל אַלץ „ד″ר עפּשטיינס גימאַזיע“ אָדער פּשוט די „העברעאישע גימנאַזיע (אויף זאַוואַלנע)“. אין אונדזער מוזייעלע פון אַמאָליקן ווילנער יידישן לעבן, טרעפט מען אַן אַנאָנס אין דער ווילנער „יידישער צײַטונג“ פון 8טן אויגוסט 1919 פאַר דער „גימנסיה עברית“, פאַרבעטנדיק עלטערן זייערע קינדער זיך אָדאָרטן צו פאַרשרײַבן אויפן נײַ⸗אָנקומענדיקן לערן⸗יאָר.

  צו דער געשיכטע פון דער גימנאַזיע, און בכלל פונעם בנין, זע אין אירינאַ גועזנבערגס Vilnius: Traces of the Jerusalem of Lithuania. Memorable Sites of Jewish History and Culture  (ווילנע, 2021, ז. 286–289).


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דינסטיק, זיבן⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אייר תשפ″ד \ דעם פערטן יוני 2024

Comments are closed.