by Dovid Katz Index in English
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן נ′
◊
אַ העברעאישע רעקלאַמע פאַר דער „גימנסיה עברית זולני נומ′ 4“ אין דער ציוניסטישער „יידישער צייטונג“ אין ווילנע פונעם 8טן אויגוסט 1919
◊
אָטאָ די רעקלאַמע פאַר דער העברעאישער גימנאַזיע אויף זאַוואַלנע 4 אין ווילנע, וואָס עס האָט געגרינדעט ל. עפּשטיין אין 1915טן יאָר, איז דערשינען אויף דער ערשטער זייט פון דער אויסגאַבע פונעם ציוניסטישן טאָגבלאַט „יידישע צייטונג“ פון 8טן אויגוסט 1919. די רעקלאַמע (אויבן אינמיטן אויפן אָפּבילד) לייענט זיך:
גמנסיה עברית זולני נומ′ 4
הבחינות אל הגמנסיה מתחילות ב-10 לאַבגוסט. תלמידים ותלמידות מתקבלים אל כל המחלקות. המקומות הפנוים במחלקות הנמוכות מגבלים ספרות, הסתוריה עברית וכללית וידיעות הטבע ילמדו מורים בעלי השכלה גבהה. הקנצלריה של הגימנסיה פתוחה משעה 10 — 12.
◊
איבערגעזעצט אויף יידיש, מאַכט עס אַן ערך:
די העברעאישע גימנאַזיע [אויף] זאַוואַלנע נומער 4
די עקזאַמענס צו דער גימנאַזיע הייבן זיך אָן דעם 10טן אויגוסט. תלמידים און תלמידות ווערן אָנגענומען אין די אַלע אָפּטיילונגען. די צאָל פרייע ערטער אין די נידעריקערע אָפּטיילונגען איז אַ באַגרענעצטע. ליטעראַטור, יידישע און אַלגעמיינע געשיכטע, נאַטור⸗וויסנשאַפט וועלן לערנען לערער וואָס פאַרמאָגן העכערע בילדונג. דער ביוראָ פון דער גימנאַזיע איז אָפן פון צען אַזייגער ביז צוועלף.
◊
צו די יידיש⸗שפּראַכיקע פאַרהעלטענישן וואָס איז שייך צו די אינטימע יידישע נעמען פון ווילנער גאַסן איז טשיקאַווע אָט וואָס: להיפּוך צו די שפּעטערדיקע יאָרן ווען דער נאָמען פון גאַס וואָלט העברעאיזירט געוואָרן אויף (למשל) זולנה (Zaválna), וואָס איז אגב אַ נענטערע אָפּשפּיגלונג פון די פּוילישע און רוסישע פאָרמעס (Zawalna; סЗавальная), האָט מען ביים נאָמען פון דער גאַס זיך דאָ שטרענג געהאַלטן ביים אַרויסרייד אין יידיש (Zaválnǝ) וואָס איז דאַמאָלסט אַפּנים געווען דער איינציקער גאַנגבאַרער אַרויסרייד ביי ווילנער יידן. נאָר וואָדען, ניט מיטן „יידישיסטישן עין שבכתב“ אויף איבערגעבן דעם וואָרט⸗אויסיקן אומבאַטאָנטן שווא וואָקאַל, אלא וואָדען, מיטן סוף⸗וואָרטיקן יוד פון משכילישן העברעאיש, ווי למשל אין: מנדלי (= Méndelǝ, וואו דער באַטאָנטער וואָקאַל איז בעצם [ɛ]); אָט דער באַנוץ פונעם יוד איז אַן אָפּגעירשנטער פון עלטערן יידיש. נאָכמער, אין טייל ליטווישע דיאַלעקטן איז דער וואָרט⸗אויסיקער שווא סיי ווי נענטער אויף i, איידער אויף e (אַשטייגער: [ɪ]). נאָר אָט די טעמע וואָלט צו ווייט היינט פאַרפירט. מען באַמערקט אויך אַז דער טערמין „נומער“ נאָכן נאָמען פון דער גאַס איז בעת מעשה נאָך ניט העברעאיזירט געוואָרן.
צו דער ראָלע פון דער ווילנער העברעאישער גימנאַזיע (עווענטועל איינגעפעסטיקט אין די תרבות שולן) אין דער העברעאישער דערציאונג אין מזרח אייראָפּע שרייבט זיך אין פארשיידענע ערטער, בתוכם אין די אַרבעטן פון אלחנן אינדלמאַן און מירה בערגער (ברגר) וואָס אין צבי שאַרפשטיינס החנוך והתרבות העברית באירופה בין שתי מלחמות העולם (הוצאת עגן: ניו יאָרק 1957).
אויפן אָפּבילד זעען זיך אויך רעקלאַמעס פאַר אַנדערע ווילנער דערציאונגס⸗אַנשטאַלטן, צווישן זיי די באוואוסטע יידישע גימנאַזיע פון סאָפיע גורעוויטש (דאָ: ס. מ. גורעוויץ — מ. מאַכט: מאַרקאָוונאַ), די גימנאַזיע פון ע. דזענצעלסקי (אינאיינעם מיטן חדר יהודה), און די אַכט קלאַסיקע יידישע גימנאַזיע פאַר מיידלעך אויף פּאָרטאָווע (היינט: פּאַמענקאַלניאָ).
ביי היינטיקן טאָג וועט אָבער דער אַנאָנס אויף דער גימנאַזיע האָבן אַ ספּעציעלע שייכות מיטן היינט, וויל דער בנין (היינט: פּילימאָ 4; Pylimo 4) איז היינט דער בנין פון דער יידישער קהילה פון ליטע (אויך פון דער יידישער קהילה פון ווילנע, אויך פון טייל פון יידישן מוזיי).
- ◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
- דריי טעג אין אדר תשע″ה \ דעם 22טן פעברואַר 2015