Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 32
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna
◊
די וואַלן אין אַ (קאָוונער?) שול פאַר די אַמטן פון: „געלערנטער“, „גבאי“, און „גזבר“
(מאָנטיק כ″ו אייר ת″ש \ דעם 3טן יולי 1940)
◊
◊
דאָס איז אַ וואַל⸗צעטל (14 אויף 17.5 צמ די גרייס) אויף אויסצוקלײַבן דעמאָקראַטיש די יחידים אויף צו פאַרנעמען אָטאָ די דרײַ פּאָזיציעס: (א) „געלערנטער“, (ב) „גבאי“, און (ג) „גזבר“ (קאַסירער, פינאַנץ⸗דירעקטאָר) אין אַ שול (בײַ ליטוואַקעס ע″פּ רוב: קלויז) אין דער אומאָפּהענגיקער צווישנמלחמהדיקער ליטע. דאָס איז געווען מאָנטיק, זעקס⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אייר ת″ש (דעם דריטן יוני 1940), דאָס הייסט קורץ פאַר דער געצוואונגענער סאָוויעטיזאַציע פון זומער 1940 און אַ קאַפּ מער ווי אַ יאָר פאַרן אָנהייב פון חורבן ליטע דעם 23טן יוני 1941.
אַלצדינג ווערט געגעבן אויף יידיש צי העברעאיש א ו ן אויף ליטוויש, אפשר אַ סימן אַז דאָס איז געווען אַ גרעסערע שול, אפשר אין קאָוונע גופא? גאָר טשיקאַווע איז דער אַמט וואָס רופט זיך דאָ „געלערנטער“, אַ סברא ענלעך אויף דעם וואָס האָט זיך דור דורות אָנגערופן „אַ חָבר“ (מיט אַ קמץ). צריך עיון.
מן הסתם וועלן ספּעציאַליסטן דערקענען אַוועמען⸗ניט⸗איז פון די קאַנדידאַטן, צי די אויסגעשטריכענע (דורכגעפאַלענע) — בערל דאָנסקי, שלמה וואָלפּערט, נחום שטערן, הירש קרעמער, דובער וואַרשאַווסקי; צי די דערגאַנגענע (דערפאָלגעדיקע) — אפרים דאָנסקי, יעקב ראַבינאָוויץ, און שמעון ראַבינאָוויץ. טשיקאַווע זײַנען אויך פאַרשיידענע פּרטים פון די ליטווישע פאָרמעס פון די נעמען פון אָטאָ די יחידים.
צי האָט זיך אַווער פון זיי זיך אויסגעראַטעוועט פון אָנקומענדיקן חורבן ליטא?
- ◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- מאָנטיק, דרײַצן טעג אין סיוון תשפ″ה \ דעם 9טן יוני 2025