Malachi


in Lithuanian Yiddish

part of an ongoing Bible translation project

translated from the Biblical Hebrew by Dovid Katz


מלאכי

תרגום לשפה היהודית המורגלת בפלך ווילנﬡ ובפרט במזרחו, מאת הד″ם:

הירשע⸗ﬢוﬢ מעינקעס

די פּרקים

א   ב   ג

לעין הקורא

אין אָט דעם תרגום מלאכי לייענט זיך וי  — [עי];  בשעת ווען וֹי לייענט זיך — [אָי], אַזוי אַרומעט אַז דער וואָס הערט ניט איז טויב [טעיב], בעת אַ טוֹיב [טאָיב] פליט אַזש אין הימל. דאָס איז גערעדט געוואָרן וועגן ווערטער וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש אָדער אַראַמיש; בײַ די ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם, איז עס בדרך כלל [עי] אין אָפענע טראַפן (סוחר [סעיכער], סודות [סעידעס]); [אָ] אין פאַרמאַכטע טראַפן (סוחרים [סאָכרים], סוד [סאָד]).

בווילנא

≡≡ פּרק א ≡≡

(א) די צוטראָגונג פונעם דְּבַר אֲדֹשֶם צו די ישראל על⸗יד מלﬡכין:

(ב) „האָבעך אײַך דאָך האָלט געהאַט“, זאָגט גאָט.

′עט איר אַ פרעג טאָן:

„אײַ, מיט וואָס זשע האָסט ﬡונדז דען האָלט געהאַט?“

צי איז דען עשו ניט יעקבס אַ ברודער?

אָט אַזוי איז דער וואָרט פון גאָט —

 יעקבן האָבעך דאָך האָלט געהאַט,

(ג) און עשון פײַנט געהאַט,

זײַנע בערג פאַר וויסטע געמאַכט,

די נחלה זײַנע — פאַר שאַקאַלן פון דער מדבר.

 

(ד) און אַז אֱדוֹם ′עט זאָגן:

אָפּגעשלאָגענע זײַנען מיר,

נאָר וואָדען, מי′לן⸗זאַך אומקערן, די חורבוﬨ אוֹיסבוֹיען.

אָט אַזוי⸗אָ זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת:

זיי′לן גיין בוֹיען, און איכ′ל קומען צעשטערן,

אָנרופן זיי ′עט מען: די געמאַרק פון רשעוﬨ,

דער פאָלק אַוואָס גאָט רַגְזענט אַף זיי ביזקל אין סוף פון די דורוﬨ.

(ה) זען ′עלן די אויגן אײַערע, און זאָגן ט′איר:

יִגדַּל אֲדֹשֶם, אויך א י ב ע ר די געמאַרקן פון ארץ ישראל.

(ו) אַ זון פּראַוועט כיבוד אב,

און אַ קנעכט באַערט זײַן האַר.

איז אויבע אַ פאָטער בינעך,

טאָ וואו איז דער אָפּגעבן כבוד?

איז אויבע אַ האַר בינעך איז אַווﬡו איז דער מורﬡ האָבן?

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת:

אַף אײַך, כהנים, אַוואָס זיי זײַנען מבזה מײַן נאָמען,

′עט איר אַ פרעג טאָן:

„אײַ, מיט וואָס זשע האָבן מיר דײַן נאָמען דען מבזה געווען?“

(ז) איז: אַז איר ברענגט צו טראָגן אַפן מזבח געפּטרטע ברויט,

און איר קומט פרעגן:

„מיט וואָס זשע האָבן מיר דיר געטאָן פּטרן?“

איז —  מידערמיט אַוואָס איר זאָגט דאָך:

„דעם שולחן אֲדֹשֶם קען מען מבזה זײַן“!

(ח) און אַז איר ברענגט צו טראָגן אַ בלינדן מקריב זײַן, דאַכט אײַך אַז מהיכא ﬨיﬨי!

און אַז איר ברענגט אַ הינקעדיקן און אַ קראַנקן, דאַכט אײַך אַז מהיכא ﬨיﬨי?!

אַדרבא, טוט עס אָפּעט, אַזעטקענע שטיק,

און ברענגט דעם גובערנאַטאָר צו טראָגן!

ער′עט דען מיט דיר מרוצה זײַן, אַ?

ער′עט דיר דען אין פּנים אָנקוקן?

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת.

(ט) הײַנט טוט זוכן חן פון פאַר גאָט,

זאָל ער עס אונדז באַחֵנען.

ווײַלע פון אײַער צד ﬡי′ דאָך אָטאָ דאָס געוואָרן. 

′עט ער ﬡײַער פּנים פאַרטראָגן?

זאָגט אֲדֹשֶם צְבאָוֹת.

(י) ווער דען באַ אײַך ′עט די טאָפּלטירן פאַרשפּאַרן,

איר זאָלט ניט אָנצינדן אַפן מזבח ﬡומווירדיקערהייט?

האָבעך ניט צו אײַך קיין וועלעניש

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת.

און קיין מתנות ′עלעך פון אײַערע הענט ניט וועלן.

(יא) ווײַלע פון מזרח אַוואו ס′גייט די זון אופעט,

ביזקל איר פאַרגיין אַוואו זי פאַרגייט,

איז גרויסאַרטיק דער שם מײַנער באַ די ﬡומוﬨ,

און אין אַיעדער אָרט אַוואו די קרבנוﬨ ברענגט מען צו טראָגן,

טאַקע ריינע מﬨנוﬨ, אַף מײַן נאָמען,

ווײַלע גרויסאַרטיק איז דער שם מײַנער באַ די ﬡומוﬨ,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבאָוֹﬨ.

(יב) און איר גייט דעם שם מחלל זײַן,

אַזאָגנדיק: דער שולחן אֲדֹשֶם, ער איז געפּטרט,

און אַוואָס פונדערפון איז אַ נבזה מאכילה.

(יג) זאָגט איר: „סאַראַ אָנשיקעניש“

און וואַרפט אָפּעט.

זאָגט אֲדֹשֶם צְבאָוֹת.

און געבראַכט גזלניש⸗געהרגעטע קרבנות,

מיט די הינקעדיקע מיט די קראַנקע,

אָט אַזוי⸗אָ ברענגט איר אַ קרבן;

איז זאָלעך⸗זאַך דערײַן פון ﬡײַערע הענט פאַרוועלן?

זאָגט גאָט.

(יד) פאַרשאָלטן איז דער זשוליק,

וואָס באַ עם אין טשערעדע איז פאַראַן אַ גוטער זכר,

און קומען קומט ער מיט אַ נדר און בשעת מעשה —

אַ פּגימהפולן קרבן צו גאָט.

אַ מלך גדול בינעך,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבאָוֹת,

ﬡון מורﬡהאַפטיק איז דער שם מײַנער באַ די ﬡומוﬨ.

≡≡ פּרק ב ≡≡

(א) הײַנט פאַר אײַך, פּאַנאָווע כהנים,

אָט אַזאַ מין מצווה, אָט וואָס:

(ב) ′עט איר ניט האָרכן, 

′עט איר⸗זאַך צום האַרצן ניט נעמען,

′עט איר דעם שם מײַנעם קיין כבוד ניט אָפּגעבן,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבאָוֹת, 

′עלעך אַף אײַך אָנשיקן די תוכחה,

און אײַערע סאַמע ברכוﬨ פאַר קללות מאַכן,

טאַקע קללוﬨ, אַוואָס איר נעמט⸗זאַך ניט צום האַרצן.

(ג) אָט ′עלעך אַרײַנזאָגן דעם זאָמען, אײַך אַקעגן,

און מיט בהמהשע מיסט ל′איך אײַך דעם פּנים פאַרשמירן,

טאַקע די מיסט פון די בהמוﬨ צום קרבן,

און דערצו ט′מען אײַך אַוועקשלעפּן.

(ד) ט′איר וויסן זײַן, אַז א ײַ ך האָבעך צוגעשיקט,

אָטאָ די⸗אָ מצווה, אַפן בריﬨ מײַנעם מיטן לֵוִי′ן,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבאָוֹת,

(ה) מיט עם אי′ געווען דער ברית מײַנער,

אַף לעבן, און אַף שלום,

אַוואָס כ′האָב עם געגעבן,

אַז באַ עם אי′ געווען — מוראהאַפטיקײַט און יראﬨ הַשֶּׁם,

פון מײַן נאָמען וועגן האָט ער אַזש געציטערט.

(ו) אין זײַן מוֹיל אַ לוֹיטערע ﬨורﬨ אמﬨ,

און קיין עוולה ניט באַ עם אַף די ליפּן,

מיט נעימוﬨ און יושרדיקײַט איז ער מיט מיר מיטגעווען,

און אַ פולע לײַט ט′ער פון זינדיקײַט אומגעקערט.

(ז) אַז די ליפּן פונעם כהן דאַרפן אָפּהיטן וויסן⸗שאַפט,

און די מוֹיל באַ עם זאָל די ﬨורה טאָן זוכן,

ווײַלע דער שליח פון אֲדֹשֶם צְבָאוֹﬨ איז ער.

(ח) נאָר וואָס, איר′ט⸗זאַך אָפּגעקערט פונעם דרך הישר,

און פאַרשטרויכלט פאַר אַ פולע לײַט די תורה,

פאַרדאָרבנדיק דעם בריﬨ פונעם לֵוִי,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבאָוֹת.

(ט) איז  דרום האָבעך אײַך געמאַכט צו

מבוזהדיקע און שפלוﬨדיקע פון פאַרן גאַנצן עולם,

לויט דעם וואָס איר טוט ניט אָפּהיטן די וועגן מײַנע,

און  מיט פּניוﬨ היחיד משפּט איר אָפּ תורה.

(י) צי איז ניטאָ באַ אונדז אַלעמען אַן איינאיינציקער טאַטע?

צי האָט דען אַן איינאיינציקער גאָט אונדז ניט באַשאַפן?

אי′ צו וואָס דען ווערט אַ מענטש פאַרראַטן דורכן ברודער זײַנעם,

מחלל⸗זײַענדיק דעם ברית פון אונדזערע אבוﬨ אבוﬨינו?

(יא) יהודה האָט — פאַרראַטן.

און אין ישראל און ירושלים איז אָפּגעטאָן — ווידערוויליקײַט.

ווײַלע יהודה האָט מחלל געווען,

די⸗אָ קדושה אַוואָס באַ גאָט איז באַליבט,

און איז אַוועק אַף בעילה מיט אַ פרעמדן געצל.

(יב) זאָל גאָט כורﬨ זײַן אָט דעם מענטשן וואָס′ט אַזוי טאָן,

אַזאַ צי אַן אַנדערן פון די הוֹיזגעזינטן פון יעקב,

צי אַ צוטראָגער פון קרבנוﬨ אַדֹשֶם צְבָאוֹתן.

(יג) און נאָכמער דערצו אַוואָס איר טוט:

דעם מזבח אֲדֹשֶם באַדעקט איר מיט טרערן,

מיט געוויין און מיט זיפצונג,

און פונדעסטוועגן טוט גאָט ניט קיין קוק אַפן קרבן,

און נעמט עם ניט אָנעט פאַר גוטוויליק פון די הענט אײַערע.

(יד) איז גייט איר אַ פרעג טאָן: אַלמאי?

אַלמאי — גאָט קומט עדות זאָגן,

צווישן דיר און צווישן דער פרוֹי פון די יונגע יאָרן דײַנע,

אַוואָס דו האָסט אין איר פאַרראַטן,

ניט שייך, זי אי′ דאָך די סאַמע חברטע דײַנע,

און די פרוֹי פון אײַער סאַמע כורת ברית זײַן.

(טו) קיין איינער האָט אָט אַזוי⸗אָ ניט געטאָן,

וואָס באַ עם איז נשמה יתירה דאָ,

וואָס אָדאָס איז ניט דער⸗אָ, אָ⸗דער וואָס —

גאַרט נאָך קינדער בצלם אלהים,

איז זײַט זשע אָפּגעהיט מיט אײַער „רוחניות“,

און זאָל מען די פרוֹי פון די יונגע יאָרן ניט פאַרראַטן.

(טז) האָסטע איר פײַנט, איז גט איר אָפּעט,

זאָגט אֲדֹשֶם אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל,

איידער פאַרדעקן גוואַלד⸗מעשים מיט אַ מלבוש,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבאָוֹת,

איז זײַט זשע אָפּגעהיט מיט אײַער רוחניות,

— און פאַרראַט ניט.

(יז) איר′ט גאָט אַזש פאַרנודזשעט מיט די פּלאַפּלערײַען אײַערע,

און איר פרעגט נאָך: מיט וואָס זשע האָבן מיר עם פאַרנודזשעט?

מיט אײַער טענהן אַז יעדער אָפּטוער פון שלעכטיקײַט,

אַז ס′איז גאָר נישקשה אין די אויגן באַ גאָט,

און מיט זיי איז ער מרוצה, אַפרעגנדיק פאַרקערט:

צי וואָס, דען — אַוואו איז ער, דער גאָט פון יושרדיקײַט?

≡≡ פּרק ג ≡≡

(א) אָט גייעך צושיקן מײַן שליח — מלﬡכין,

ער′ט אַ וועג פון פאַר מיר אוֹיסראַמען,

און פּלוצלונג יאַווען⸗זאַך אין זײַן היכל,

וועט דער וועלט⸗האַר, וועמען איר זוכט אוֹיסעט,

און דעם מלﬡך פונעם ברית,

אַוועמען איר באַגערט, איז —

טאָ אָט קומט ער!

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת.

(ב) און ווער′עט דען אוֹיסהאַלטן דעם טאָג פון זײַן אָנקומונג?

און ווער′עט דען אוֹיסשטיין אַז ער′ט⸗זאַך טאַקע יאַווען?

ווײַלע אָט אַזוי⸗אָ ווי דער פײַער אַוואָס באַם שמיד פון גאָלד און זילבער,

און אָט אַזוי⸗אָ ווי דער זייף אַוואָס באַם קליידער⸗וואַשער;

(ג) זיצט⸗זאַך דער שמיד און לײַטערט אוֹיסעט דעם זילבער,

מאַכט פאַר טָהור די בְּנֵי לֵוִי, מאַכט זיי פאַר ראוי,

אָט אַזוי⸗אָ ווי דער גאָלד מיטן זילבער,

אַזויאַרומעט אַז פון פאַר גאָט

וועלן זיי מַגִּישֵׁי מִנְחָה מיט יושרדיקײַט ווערן.

 

(ד) אַדאַמלסט ט′עט גאָט אַ מחיה זײַן,

די קרבנות פון יהודה און ירושלים,

אָט אַזוי⸗אָ ווי אין די גאָראַמאָלעדיקע טעג,

און אין די יאָרן פון קדמונים.

(ה) און כ′ל זיך צו אײַך דערנעענטערן צו אַ משפּט צדק,

און כ′ל אַ תיקפדיקער עדות זײַן,

אַף די כישופמאַכער מיט די ניאופטרײַבער,

און אַף אָטאָ די⸗אָ אַוואָס זיי שווערן פאַלש,

און אַף די וואָס זיי פאַרהאַלטן די שכירות פונעם אַרבעטער,

פון אַן אלמנה, פונעם יתום, וואָס באַעוולען דעם גר,

און אַוואָס זיי האָבן פאַר מיר קיין יראה ניט,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת.

(ו) ווײַלע אָט איך, גאָט, האָבעך⸗זאַך ניט געביטן,

און אײַך, בני יעקב, ניט געלאָזן גאָר אופגעפרעסן צו ווערן.

(ז) אַז אַזש פון די יאָרן פון די אבות אײַערע,

האָט איר⸗זאַך אָפּגעקערט פון מײַנע חוקים,זיי ניט אָפּעהיט,

איז קערט⸗זאַך צו מיר אומעט, און כ′ל⸗זאַך צו אײַך אומקערן,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת,

און איר′ט דען אַ פרעג געטאָן: 

„איז מיט וואָס זשע זאָלן מיר⸗זאַך דען אומקערן?“

(ח) צי ′עט אַ מענטש קענען גאָט באַגזלען?

ווײַלע — איר גַזְלְט דאָך אָנעט באַ מיר!

טוט איר אַ פרעג: „איז מיט וואָס האָבן מיר דיר באַגַזְלְט?“

איז — מעשר מיט תרומה!

(ט) מיט אַזאַ מין געשאָלטנקײַט זײַט איר דאָך אָנגעשאָלטן,

און פונדעסטוועגן טוט איר באַגזלען,

די אומה די גאַנצע.

(י) איז ברענגט⸗זשע דעם מעשר דעם גאַנצן,

אינעם בית אוצרות,

זאָל די פלייש באַ מיר אין הוֹיז זײַן —

איז מאַכט מיר מיט דעם טאַקע אַ פּרואוו⸗אוֹיסעט,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת,

צי כ′ל אײַך ניט אופעפענען די פענצטער פון די הימלען,

אײַך צוגיסן ברכות עַד⸗בְּלִי⸗דַּי,

(יא) ′עלעך אָנשרײַען דעם עסער דעם היישעריק,

ר′זאָל אײַך ניט קאַלע מאַכן די פּירות פון דער ערד,

און דער ווײַנשטאָק ′עט פאַרדערצײַט גיין רײַפן,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת,

(יב) אַז אַלע ﬡומות ′לן אײַך פאַר גליקלעכע האַלטן,

אַ לאַנד וואָס אַלע ווילן דערײַן זײַן,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת.

(יג) האָבן⸗זאַך די רייד אַף מיר, אַוואָס באַ אײַך, געשטאַרקט,

זאָגט אֲדֹשֶם,

טוט איר אַ פרעג: 

„מיט וואָס האָבן מיר זיך אַף דיר אָנגערעדט?“

(יד) טוט איר אַ זאָג: „אומזיסט טוט מען דינען גאָט!

איז וואָס פאַראַ שכר פאַרן אָפּהיטן זײַנע אָפּהיטענישן,

אַז מ′איז נאַכער פאַרשוואַרצטע אַרומגעגאַנגען

פון פאַר אֲדֹשֶם צְבָאוֹת,

(טו) און איצטערטאָ האַלטן מיר די חוצפּהניקעס פאַר גליקלעכע,

אַז די שלעכטיקײַט⸗טוער האָבן⸗זאַך ממש אוֹיסגעסטראָיעט —

האָבן זיי דאָך גאָט געפּרואווט, און האָבן⸗זאַך פאָרט אוֹיסגעדראַפּעט.

 

(טז) אַדאַמלסט האָבן⸗זאַך גענומען די יִרְאֵי אֲדֹשֶם,

איינער מיטן אַנדערן זיך אַדורכריידן,

האָט זיך גאָט טאַקע צוגעהערט, און דערהערנדיק,

איז פון פאַר עם אופגעשריבן געוואָרן אַ ספר יזכור,

פון די יִרְאֵי אֲדֹשֶם, און די וואָס זיך אין זײַן נאָמען  האָבן⸗זאַך אַרײַנגעקלערט.

(יז) „איז באַ מיר ′לן זיי זײַן“,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת,

אַ סגולה זיי אַפן טאָג וואָס איך גיי מאַכן,

כ′ל זיי זשאַלעווען,

אָט אַזוי ווי אַ מענטש זשאַלעוועט אָפּעט דעם אייגענעם זון אַוואָס ער אַרבעט מיט עם.

(יח) ′עט איר שוין נאָכאַמאָל אײַנזען שוין איינמאָל אַ חילוק,

אַצווישן דעם צדיק מיטן רשע,

אַצווישן אַ געטרײַען באַדינער פון גאָט,

און צווישן אָדעם, אַוואָס ט′עם ניט געדינט.

 

(יט) ווײַלע אָט קומט אָנעט דער טאָג,

און ער ברענט ווי אַן אויוון,

און די אַלע פּאַסקודניאַקעס און די מיאוסע אָפּטוער וועלן פאַר שטרוי זײַן,

און אָטאָ דער⸗אָ טאָג אַוואָס ער קומט אָנעט, 

′עט זיי אין פײַער פאַרשרפענען,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת,

און באַ זיי איבערלאָזן ניט קיין וואָרצל ניט קיין וועטקע.

(כ) אײַך ′עט אָבער פאָרט שײַנען,

אָ, יִרְאֵי מײַן שֶם, די זון פון צדקות,

וואָס היילט אוֹיסעט מיט אירע פליגל,

און איר′עט פרײַ⸗לעבהאַפטיקערהייט,

אַרוֹיס, ווי די קעלבעלעך פון שטאַל.

(כא) די רשעים ט′איר צעטאָפּטשען,

ווי אַש אונטער די פּיאַטעס פון די פיס,

אין דעם וואָס איך גיי מאַכן,

זאָגט אֲדֹשֶם צְבָאוֹת —

(כב) איז געדענקט זשע די תורה פון משה רבינון, מײַן קנעכט,

אַוואָס כ′האָב עם מְצַוֶה געווען אַפן הר חורב,

צו גאַנץ ישראל חוקים און משפּטים.

(כג) אָט גייעך אײַך צושיקן אליהו הנביאן,

פאַרן אָנקום פונעם יוֹם אֲדֹשֶם —

דער טאָג דער גרויסער און דער מוראהאַפטיקער.

(כד) ער′ט שלום מאַכן, די האַרץ פון די עלטערן צו די קינדער,

און די האַרץ פון די קינדער צו די עלטערן זייערע,

כ′זאָל ניט קומען שלאָגן די ערד מיט חרמות.

אָט גייעך אך צושיקן אליהו הנביאן,

פאַרן אָנקום פונעם יוֹם אֲדֹשֶם —

דער טאָג דער גרויסער און דער מוראהאַפטיקער.

 

חזק


אב תשפ″ג

אַ האַרציקן יישר⸗כח:

מיכאל מאַסאַרסקי (ניו⸗יאָרק)  פאַר זײַן גאָר ברייטהאַרציקער הילף און וויכטיקע פאָרשלאָגן. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר שוואַכקײַטן און טעותן טראָגט דער בעל⸗מעתיק אַליין.

 

Comments are closed.