Lithuania’s Minister for Jewish Affairs, Max Soloveichik, Issues Document Confirming N. Feinberg is Headed to Vilna (Wilno) on Official Business


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 29

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


מאַקס סאָלאָווייטשיק, מיניסטער פאַר יידישע ענינים אין דער קאָוונער ליטע, חתמעט אונטער אַ דאָקומענט באַשטעטיקנדיק, אַז נ. פײַנבערג פאָרט קיין ווילנע אויף אָפיציעלע שליחותן

  אַז די צווישנמלחמהדיקע ליטווישע רעפּובליק („די קאָוונער ליטע“) איז מיט דער פּוילישער רעפּובליק געווען אויף מעסערשטעך, אַלעמערשטנס איבער דער פּוילישער געוועלטיקונג איבער ווילנע, איז דאָך שטאַרק ידועדיק. פונדעסטוועגן איז עס דער גאַנג פון דער וועלט, אַז אַפילו בײַם דוחק אין אָפיציעלע דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען צווישן צוויי שכנותדיקע מלוכות וואָס זיי טיילט אַ בשותפותדיקע גרענעץ⸗ליניע, קומען פאָר „סוב⸗דיפּלאָמאַטישע“ קאָנטאַקטן צווישן באַאַמטע וועגן אַלערלייאיקע עניני דיומא (בתוכם פראַגן וואָס זײַנען נוגע יחידישע בירגער). אין די יאָרן האַרט נאָכן אויפקום פון די ביידע צווישנמלחמהדיקע מלוכות האָט „דער ענין יידן“ פאַרנומען אַ בפירוש און בוֹלט וויכטיק אָרט, צוליב אַ ריי סיבות, בתוכם דער נומעריש גרויסאַרטיקער יידישער מיעוט אַוואָס בײַ זיי ביידן, און אויך — די האָפענונג, אַז דער קול פון ווײַטע, אויסלענדישע יידישע אינסטאַנצן און רעפּרעזענטאַנטן, ועל כולם אין אַמעריקע, קען אַפילו ווירקן אויפן אַרויסקום פון דער עצם מחלוקה איבער ווילנע און איר געגנט, וואָס זײַנען, נאָך אַ גאַנצער ריי הינאונצוריקן, ענדגילטיק באַזיגט געוואָרן פון פּוילישע חיילות אין 1920טן יאָר. די ליטווישע מאַכט בפרט האָט געהאַלטן, אַז די אויסערגעוויינטלעכע געגעבענע יידישע אויטאָנאָמיע וועט העלפן צו דער זאַך.

  אין דער אומאָפּהענגיקער ליטע איז אַפילו געווען די ערשטע יאָרן אַ מיניסטעריום פאַר יידישע עינים (פון 1918 ביז 1924). אין די יאָרן 19191922 איז דער מיניסטער געווען מאַקס סאָלאָווייטשיק (לויטן ליטווישן נוסח: Maksas Soloveičikas). ער איז געווען אַ געבאָרענער אין קאָוונע, אין 1883, וועלכער האָט שטודירט אין רוסלאַנד, דײַטשלאַנד און שווייץ (וואו ער האָט אין זשענעוו פאַרענדיקט דעם דאָקטאָראַט). מאַקס סאָלאָווייטשיק איז אין 1919 געווען אַ דעלעגאַט, רעפּרעזענטירנדיק די יידן פון דער נײַער ליטווישער מלוכה אויף דער פּאַריזער שלום⸗קאָנפערענץ. פון 1923 האָט ער געלעבט אין בערלין, אַוואו ער האָט פאַרנומען אַ חשוב אָרט אין דער ציוניסטישער וועלט⸗אָרגאַניזאַציע. נאָכדעם ווי היטלער איז צו דער מאַכט געקומען אין דײַטשלאַנד האָט זיך  סאָלאָווייטשיק באַזעצט אין ארץ ישראל, אַוואו ער איז געשטאָרבן אין 1957.

  אין אָטאָ דעם בריוו, דאַטירט דעם 3טן סעפּטעמבער 1920, באַשטעטיקט דער מיניסטער פאַר יידישע ענינים אַז דער דאָקטאָר⸗יורי נ. פײַנבערג פאָרט קיין ווילנע אויף אָפיציעלע שליחותן. משמעות, אַז אַזאַ בריוו פון יידישן מיניסטעריום, געחתמעט פון סאַמעראָדנעם מיניסטער, איז געווען בכח דערמעגלעכן  נ. פײַנבערגס רײַזע קיין ווילנע. די איבערזעצונג פונעם טעקסט גופא:

נ. 2998

קאָוונע, דעם 3טן סעפּטעמבער 1920

 אַטעסטאַט

דערמיט באַשטעטיקן מיר, אַז דער הויפּט פון דער פּרעסע⸗אָפּטיילונג פונעם מיניסטעריום פאַר יידישע ענינים, דער דאָקטאָר⸗יורי נ. פײַנבערג, ווערט געשיקט אין ווילנע אין שייכות מיט אָפיציעלע באַשעפטיקונגען.

מאַקס סאָלאָווייטשיק

מיניסטער פאַר יידישע ענינים

[שטעמפּל פונעם מיניסטעריום]

  קולטור⸗היסטאָריש טשיקאַווע איז דער עצם בלאַנק פונעם מיניסטעריום. אויבן צענטער איז דער נאָמען פונדערפון, פאַרשטייט זיך אויף ליטוויש.

פון רעכטס אויף העברעאיש:

מיניסטריון
לעניני היהודים
קובנה.

פון לינקס אויף יידיש:

מיניסטעריום
פאר אידישע ענינים
קאוונא.

  צו דער יידישער סטיליסטיק און אירע קולטור⸗אידעאָלאָגישע אָנצוהערענישן איז שייך דער באַנוץ פון טראַדיציאָנעלן אשכנזיש לשון⸗קודשדיקן נוסח „קאוונא“ אָנשטאָט דעם נײַ⸗יידישן „קאָוונע“. אויפן שטעמפּל אונטן צוצו איז בכלל „פאַראַַן אָרט“ מערניט אויף ליטוויש און העברעאיש: Žydų Reikalų Ministerio Kanceliarija און: „לשכת המיניסטר לעניני היהודים“. הייסט דאָס, אַַז דאָ זעט זיך ניט קיין פּרואוו אויף אַרויסווײַזן סימבאָלישער גלײַכבאַרעכטיקטקײַט פון יידיש און העברעאיש אינעם מיניסטעריום. די בכורה ווערט אָפּגעגעבן ניט דער גערעדטער שפּראַך פונעם ליטווישן יידנטום. דער העברעאיסטישער⸗ציוניסטישער פאַקטאָר אינעם מיניסטעריום איז טייל פון זײַן לפי ערך קורצן קיום אין די פריאיקע יאָרן פון דער אומאָפּגענגיקער צווישנמלחמהדיקער ליטע. די טראַדיציאָנעל⸗רעליגיעזע און לחלוטין פּאָליטיש כשרע שרײַבונג, „קאוונא“ פאַרבײַט אַ שרײַבונג „קאָוונע“ וואָס האָט געקענט בײַ ט י י ל  אויסגעטײַטשט ווערן אַלץ פּאָטענציעל לינק⸗רעוואָלוציאָנעריש, בעשת ווען די העברעאיסטיש⸗ציוניסטישע שרײַבונג, „קובנה“ האָט קיין חשדים ניט דערוועקט. צריך עיון.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • איין⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אייר תשפ″ד \ דעם 29טן מאַי 2024

 

Comments are closed.