Kovno Leather Merchant D.L. Lipetz Writes to Son-in-Law Dr. Joseph Britanishski in London (Leon Brittan’s Father) in 1930


 מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 18
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

ד. ל. ליפּעץ שרײַבט אין 1930 פון זײַן קאָוונער רויכוואַרג⸗געשעפט צום איידעם אין לאָנדאָן, ד″ר יוסף בריטאַנישסקי (פאָטער פון בריטישן פּאַרלאַמענטאַריער לעאָן בריטאַן)

  אָט דער קאָנווערט טראָגט די צוויישפּראַכיקע (יידיש⸗ליטווישע) אינפאָרמאַציע, אַז דאָס איז פון געשעפט פון לעדער און פּעלצן (רויכוואַרג) פון סוחר ד. ל. ליפּעץ וואָס געפינט זיך אין קאָוונע אויף ניעמען גאַס 33 (דעמאָלט און הײַנט: Nemuno). ס′איז אַ צענטראַלע גאַס וואָס פירט פון ווילנער גאַס ביזן ברעג פונעם ניעמען); און אַז דער סקלאַד געפינט זיך אויף יאַנעווער גאַס (דעמאָלט און הײַנט: Jonavos), בײַם ברעג ניעמען. מומחים קענען דערגיין צי די נומערירונג פון די אַּדרעסן האָט זיך געביטן און אַוואו דאָס אַלצדינג טרעפט זיך בײַ הײַנטיקן טאָג.

  זעט אויסעט, אַז דאָס איז דער יוסף ליפּעץ וועמענס טאָכטער רבקה האָט חתונה געהאַט מיט ד″ר יוסף בריטאַנישסקי און איז מיט איר אַוועק אין לאָנדאָן (אַפּנים נאָך אַן אויפהאַלט אין דײַטשלאַנד). אָטאָ דער קאָנווערט איז טאַקע אַדרעסירט צו ד″ר י. בריטאַנישסקין, 45 אַמהורדט ראָוד, לאָנדאָן (אינעם באָראָ האַקני). דער משפּחה נאָמען איז פאַרקירצט און פאַרענגלישט געוואָרן. דאָ קען מען זאָגן ממש „בריטיזירט“ געוואָרן אויף — בריטאַן (Britan).

  דער זון פון יוסף און רבקה, לעאָן בריטאַן (1939–2015) איז געווען אַ גאָר באַוואוסטער (און צומאָל קאָנטראָווערסאַלער) בריטישער פּאַרלאַמענטאַריער און פּאָליטיקער אין דער קאָנסערוואַטיווער פּאַרטיי. אַמבאַוואוסטן איז ער געווען אַ מיניסטער אין דער רעגירונג פון מאַרגאַרעט טאַטשערן אין די אַכציקער יאָרן: מיניסטער פאַר אינערלעכע ענינים (1983–1985) און מיניסטער פאַר האַנדל און אינסדוסטריע (1985–1986). איינע פון די באַשרײַבונגען פון זײַן לעבן איז דערשינען אין „ניו⸗יאָרק טײַמס“ אין 1984. זײַן רעזיגנאַציע אין 1986 איבער אַ מחלוקת אַרום דער העליקאָפּטער פירמע „וועסטלאַנד“ האָט געקלונגען אין בריטאַניע (אויך מײַקל העזעלטײַן האָט רעזיגנירט אינן גאַנג פונעם סכסוך). לעאָן בריטאַן האָט דערנאָכדעם פאַרנומען הויכע פּאָזיציעס אין דער אייראָפּעאישער קאָמיסיע (בתוכם: וויצע פּרעזידענט).

  דער פּאָסט⸗שטעמפּל אויפן קאָנווערט איז אַפּנים פון 13טן פעברואַר 1930. מיט אַ פעדער איז געשריבן אויפן קאָנווערט די דאַטע: 17טער פעברואַר. אַ סברא אַז דאָס האָט פאַרצייכנט דער אַדרעסאַט אַלץ די דאַטע פון אָנקומען.

  אין אונדזער מוזייעלע איז ניט דערגאַנגען דער בריוו וואָס אינעם קאָנווערט, און מיר קענען זיך נאָר משער זײַן אויף וועלכער שפּראַך ער איז געווען געשריבן. ווייסן ווייסן מיר נאָר, אַז דאָס איז געווען אַ קיימא⸗לן נײַן⸗אַ⸗האַלבע יאָר פאַרן געבורט פונעם אַּדרעסאַטס זון (און דעם בריוו⸗שרײַבערס אייניקל) לעאָן.

דאַנק⸗וואָרט: אַ יישר⸗כח די פּראָפעסאָרן שניאור ליימאַן (נ.י.) און יוסף פּאַראַסאָן (ווילנע) פאַר זייערע וויכטיקע באַמערקונגען.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דאָנערשטיק, פיר טעג אין שבט תש″ף \ דעם 30טן יאַנואַר 2020

Comments are closed.