Kháne (Hannah) Gives Photo to her Brother, Tsvi Shuster, on 31 March 1935, on his Emigration to the Land of Israel


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 30

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


חנה (פון קאָוונע?) גיט איבער, דעם 31טן מערץ 1935, דעם ברודער צבי שוסטער אַ בילד פון זיך אַלץ אָנדענק, צו זן עולה זן אין ארץ ישראל 

  ניט קוקנדיק, וואָס חנהס פאָטאָגראַפיע איז דאָ לכתחילה צונויפגעפּאָרעט מיט דער אָפּגעקלאַפּטער ווינטשעוואַניע „לשנה טובה תכתבו“ (אויף אַן אָפּגעשניטענעם חלק פון אַ פּאָסטקאַרטל, אַן ערך 5.2 אויף 8 צמ), אַפּנים פון פריער, איז די איצטיקע אָנווענדונג, דאַטירט דעם 31 מערץ 1935 גאָר אַן אַנדערע: ווינטשנדיק דעם ברודער, צבי שוסטערן, אַ גליקלעכע עליה אין ארץ ישראל.

דער טעקסט: 

  • 31/III 1935
  • צום איביגן
  • אנדייקונג פיר
  • מיין ברודער
  • צבי שוסטער
  • איך ווינש דיר
  • א קליקלעכע
  • עליה נאך ארץ ישראל
  • פון מיר דיין שוועסטע[ר]
  • חנה

  מיטן אויסלייג סטאַנדאַרדיזירט: „צום אייביקן אָנדענקונג פאַר מײַן ברודער צבי שוסטער. איך ווינטש דיר אַ גליקלעכע עליה נאָך ארץ ישראל. פון מיר דײַן שווסטער חנה.“ בשעת ווען אָרטאָגראַפישע אומסטאַנדאַרדקײַטן, וואָס שפּיגלען אָפּ די דײַטשמערישע שרײַבונגען פון דער תקופה פאַר דער ערשטער וועלט⸗מלחמה, זײַנען ניט איבעריקס באַלערעוודיק, זײַנען אַנדערע אָפּווייכונגען צומאָל אַן אָפּלערנונג אויף דער שייכותדיקער דיאַלעקטישער פאָנעטיק ממש, אַשטייגער: אָנדענקונג > (ע″פּ נייטראַליזירונג פון [ε] און [ey] פאַר [ŋk]) אָנדיינקונג > אָנדייקונג (אַ סברא מיט נאַזאַליזירונג אויפן אָרט פון אַראָפּגעפאַלענעם [n]); די אומשטימיקע קופן אין „קליקלעכע“, און אפשר נאָכוואָס, וואָס בײַ אַ געבאָרענעם יידיש ריידנדיקן זײַנען דאָס עלול צו זײַן אונדז⸗אומבאַקאַנטע פּערל פונעם דיאַלעקט (אַ סברא אַז חנה האָט זיך געלערנט אין אַ העברעאישער גימנזאַיע, און די מוטערשפּראַך שרײַבט זי טיילווײַז לויטן אייגענעם באַנעם פון דער פאָנעטיק). צו דער גראַמאַטיק פון ליטווישן יידיש איז כאַראַקטעריסטיש דער דאַטיוו אויף -ן (עלעהיי לשון זכר אין „צום אייביקן אָנדענקונג“) אויך בײַ פעמינינע שמות⸗דברים (אַשטייגער: „די גאַס“ אָבער „אויפן גאַס“ [afn gas]); חוץ דעם איז „אָנדענקונג“  גלאַט לאו דווקא פעמינין אינעם דיאַלעקט.

  צי וועט אפשר אַ באַזוכער פון ארץ ישראל אין ווירטועלן ווילנער מיני⸗מוזיי פון יידישן לעבן אין דער צווינשמלחמהדיקער ליטע דערקענען דאָ די שייכותדיקע משפּחה שוסטער, די פאָטאָגראַפיע פון חנהן, און קענען אַוואָס⸗ניט⸗איז ממלא זײַן וואָס שייך — חנהס גורל?


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דרײַ⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אייר תשפ″ד \ דעם 31טן מאַי 2024

 

Comments are closed.