Jewish National Council in Kóvne (Kaunas) Calls on Utyán (Utena) Council to Fill Out Questionnaires (1920)


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 23

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


אַ מימעאָגראַפירטער פּאָסטקאַרטל פון ועד ארץ ליטא, פון נאָוו. 1920, צו דער יידישער קהילה אין אוטיאַן, בעטנדיק ענטפערס אויף אַ צוגעשיקטער אַנקעטע

   דאָס איז אַ מימעאָגראַפירטער פּאָסטקאַרטל. מ′האָט אַרויסגעשיקט אַ סך עקזעמפּלאַרן דערפון מיט דער באַקאַנטער פּורפּורנער שטענצל⸗טינט פון די אַמאָליקע מימעאָגראַפיע⸗אַפּאַראַטן, צוגעבנדיק מיט דער האַנט, מיט געוויינטלעכער שוואַרצער טינט, אַוועלכע ניט איז ספּעציפיצירונגען צום אַדרעסאַט. מיר זעען פון דער פאָדערשטער זײַט פונעם פּאָסטקאַטרל ווי גוט אָרגאַניזירט ס′איז די אַקציע.

   דער געדרוקטער טעקסט פון אויבן ווײַזט אָנעט, אויף העברעאיש און אויף ליטוויש, אויפן אַרויסשיקער: „ועד הארץ בליטא“ (Žydų Tautos Taryba, ד.ה. ′דער ועד פון יידישן פאָלק′). דאָס איז געדרוקט אויפן סטאַנדאַרדן בלאַנק פון אַ ליטווישן פּאָסטקאַרטל, Atviras laiškas, ′אָפענער בריוו′). היות ווי מען צעשיקט אַ גרעסערע צאָל צו די אָרטיקע (שטאָטישע און שטעטלשע) יידישע קהילה⸗ועדים, קלעקט אַ גרויסער אויבנאויפיקער שטעמפּל Žydų Bendruomenės Tarybai — ′צו דעם ועד (ראָט) פון דער יידישער קהילה′), אַזויאַרומעט אַז מיט דער האַנט בלײַבט מערניט צוגעבן דעם נאָמען פון שטאָט אָדער שטעטל אַוואוהין מ′שיקט. איז אין דעם פאַל: Utena (אוטיאַן, צפון⸗מזרח ליטע), און שוין.

   פונעם שטעמפּל פונעם באַקומער, זעט מען ווײַטער די גוטע אָרגאַניזאַציע פון די יידישע קהילות אין ליטע אין דער תקופה פון דער אויטאָנאָמיע, אין די ערשטע יאָרן פון דער נײַער רעפּובליק: ס′איז אָנגעקומען דעם 5טן נאָוועמבער 1920 אין אוטיאַן. אויף דער פאַרקערטער זײַט גייט דער טעקסט:

   נאָכטוענדיק די קאָלאָרינגען אינדיגאָ⸗פּורפּל פאַרן מימעאָגראַפירטן טעקסט, און שוואַרץ פאַר די האַנט⸗געשריבענע אַרײַנשרײַבונגען, וועט די טראַנסקריפּציע זיך לייענען, בערך:

קאוונע דעם [XI]/1920 … 3 יאָר

 צום ועד הקהילה אין…אוטיאן

   צוליב דער דרינגענדער נויטווענדיקייט צו האבן ווי אמשנעלסטן די ענטווערן אף אלע פראגן, וואס זיינען פאַראַ[ן] אין די אנקעטע בויגענס, ווערט איר אויפגעפאדערט גליי[ך] אויסצופילן זיי און צושיקן אין נאַצ.-ראט.

   עס פעלן פון אייער קהילה די ידיעות פון… מעות חטים, ווירטשאפטלעכע אנקעטן לאגע

   מ′זעט אַז די לכתחילהדיקע אַרײַנגעשריבענע דעטאַלן אויפן פּאָסטקאַרטל האָט אַ צווייטער אין קאָוונע איבערגעקוקט, דורכשטרײַכנדיק דאָס וואָרט „אנקעטן“ (= אַנקעטעס), און פאַרבײַטנדיק מיט (אין אַ בפירוש אַנדערנס האַנטשריפט): „לאגע“. קען זײַן אַז די דערמאָנונג פון „מעות חטים“ (די מאַטעריעלע הילף פאַר אָרעמעלײַט צו קויפן מצה און אַנדערע פּסחדיקע הצטרכותן) איז דאָ אויסן פּשוט צו פאָדערן אַז פאַרן סוף פון קאַלענדאַרישן יאָר זאָל וועגן דער טעטיקײַט אָפּגעגעבן ווערן אַ דין וחשבון (אַ יישר כח יונתן פעלענדלער, דעם מחבר פון „לעקסיקאָן פון ליטווישן אידיש“ פאַר זײַן הילף בײַם דערגרוונטעווען זיך דאָ צום מיין פון מאָדנע⸗געשריבענעם „מעות“, אין אָריגינאַל אַפּנים מיט אַ פּליטת הקולמוס).

   צו דעם אַלעמען ווערט צוגעגעבן, אינעם מימעאָגראַפירטן אינדיגאָ⸗טעקסט, אַ שטעמפּל אין אַ קעסטל מיט די ווערטער:

אידישער נאַציאָנאַל⸗ראַט
סטאטיסטישע אפטיילונג

  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דעם דריטן טאָג חול המועד פּסח תשפ″ג \ דעם 10טן אַפּריל 2023

Comments are closed.