J. Slavin of Abólnik (Vabalninkas) Invites Dentist Jacob Stotsky of Remigóle (Ramygala) to Relocate and Set up his Practice in Abólnik


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 27

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


י. סלאַווין פּרובירט איבערצײַגן דעם רעמיגאָלער דענטיסט ד″ר יעקב סטאָצקי זיך איבערפּעקלען קיין אַבאָלניק (6טן נאָוו. 1926)

   פון דער אַדרעסן⸗זײַט פונעם פּאָסטקאַרטל ווערט מען געוואָר אַ היפּש ביסל. אָטאָ דעם פּאָסטקאַרטל, אַוואו די אײַנגעדרוקטע מאַרקע אויף צום שיקן קאָסט 15 ליטווישע צענט (און דער קאַרטל גופא — פינף צענט), איז דעם 6טן נאָוועמבער 1926 געשיקט געוואָרן פון אַבאָלניק (אויך: וואַבאָלניק, אויף ליטוויש: Vabalninkas, אין צפון ליטע) צום דענטיסט, ד″ר יעקב סטאָצקי (אויף ליטוויש געשריבן: Jakubas Stotzkis [הײַנט וואָלט זײַן: Stockis]), אין שטעטל רעמיגאָלע (אויף ליטוויש געשריבן: Remigalo [הײַנט וואָלט זײַן: Ramygala]), אין פּאָנעוועזשער ראַיאָן. אַכלל: דאָס שרײַבט אַ ייד פון אַבאָלניק (וואַבאָלניק) צו אַ יידישן דענטיסט אין רעמיגאָלע. ווײַטער טוען מיר אַ דריי איבער אויף דער בריוול⸗זײַט פונעם פּאָסטקאַרטל:

 


דער טעקסט:

  • ה′. דאָקטאָר!
  • נאך אונזער געשפרעך ביי ה′. שעוועל אין
  • פאָנעוועז דעם X4/XIהאָב איך זיך איבערצייגט
  • אין וואבאָלניק אז דאָ וועט איהר האבען
  • זייער פֿיל פראַקטיקע און אויך אַ דירָה
  • וועט איהר קענען באַקומען. אייבע איהר
  • וועט באַשטימען צו קומען ביטע מיר
  • אנשרייבן אויפן אדרעס:   
  • m. Vabalninkai
  • Biržų ap.
  • J. Slavinui

י. סלאַווין


   

   אַ סברא אַז אפשר קען אַן אָרטיקער היסטאָריקער צי אַ ספּעציאַליסט אויף די ליטווישע אַרכיוון פון אײַנוואוינער אין יענע יאָרן דערגיין, צי איז י. סלאַווינען געלונגען אַריבערברענגען קיין אַבאָלניק דעם רעמיגאָלער דענטיסט ד″ר יעקב סטאָצקי…


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • צען טעג אין סיוון תשפ″ג \ דעם 30טן מאַי 2023

 

Comments are closed.