Interwar Envelope from Shádeve (Shádov, today’s Šeduva) Asserting Litvak Loyalty to Lithuanian Claims on Vilna


 מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 22
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

אַ קאָנווערט פון שאַדעווע (שאַדאָוו) מיט אַ סימבאָלישער „שבועה“ וועגן קאַמף פון ליטווישע יידן פאַרן אָפּגעבן ווילנע דער ליטווישער רעפּובליק

  אָט דער זעלטענער קאָנווערט (אַן ערך 15.5 צמ די ברייט אויף 12.5 די הייך), וואָס שטאַמט אָפּעט פון שאַדעווער יידישן צווײַג פון אַ נאַציאָנאַלן ליטווישן פאַראיין אין די צווישנמלחמהדיקע יאָרן, וואָס איז געווידמעט דער איבערגעבונג פון דער שטאָט ווילנע פון פּוילן (וועמען ווילנע האָט געהערט אין יענער תקופה) צו ליטע וואָס האָט די שטאָט געפאָדערט. צוליב דער מחלוקה זײַנען (ביז 1938) בכלל ניט געווען קיין דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען צווישן די ביידע לענדער.

  פונעם ליטווישן טעקסט זעט זיך אַז דער קאָנווערט איז פּראָדוצירט געוואָרן פונעם VVS, דהיינו: Vilniui vaduoti sąjunga, דער „פאַראיין פאַר דער באַפרײַאונג פון ווילניוס“, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1925, דורך דער שאַדעווער יידישער אָפּטיילונג (סעקציע) זײַנער. די גענויע איבערזעצונג פון ליטווישן נוסח פון דער „שבועה“ איז: אָ, ווילניוס, ירושלים פון ליטע, ליטווישע יידן וועלן פאַר דיר אייביק קעמפן“.

  קולטור⸗היסטאָריש, פּאָליטיש, און געזעלשאַפטלעך איז דאָ טשיקאַווע דער באַנוץ אויף יידיש פון דער ליטוויש⸗שפּראַכיקער פאָרמע „ווילניוס“ אָנשטאָט ווילנע ווי אויף יידיש, די שפּראַך פונעם אויפשריפט וואָס לייענט זיך:

א ווילניוס, ליטווישע ירושלים,

פאר דיר וועלן די ליטווישע אידן

דורות קעמפן!

  פּונקט אַזוי טשיקאַווע (אויב ניט אויף נאָכמער) איז דער באַנוץ פון „ליטווישע ירושלים“ אויפן אָרט פון „ירושלים ד′ליטא“ (צי „ירושלים ד′ליטע“). דאָס  ק ע ן  אויסגעטײַטשט ווערן (כאָטש לאו דווקא), אַז דעם טראָפּ לייגט מען אויפן כמו⸗ירושלימדיקן סטאַטוס בײַם ליטווישן פאָלק און ניט אויפן אָרט פון דער שטאָט אין היסטאָרישן יידישן באַוואוסטזײַן (כאָטש מיט דער אַנטלײַאונג, אַזוי צו זאָגן, פון דער „ירושלימדיקײַט“ פון די יידנס באַגריף „ירושלים ד′ליטא“).

  מ′קען פאַרטײַטשן דעם פאַרבײַט פונעם עמאָציע⸗אָנגעלאָדענעם נאָמען „ווילנע“ (צי „ווילנא“) און פונעם אפשר נאָכמער הייליקן באַגריף „ירושלים ד′ליטא“ אַלץ עקסטרעמער אויסדרוק פון (געקינצלטן? מלוכה⸗פּראָפּאַגאַנדיש מאַניפּולירטן?) פּאַטריאָטיזם, וואָס איז געצילט „מאַכן אַ פּאָליטישן פּונקט“. צריך עיון…

  דרך אגב: לייענער וואָס אינטערעסירן זיך מיט שאַדעווע (שאַדאָוו) ווערן פאַרבעטן זיך צוקוקן צום ווידעאָ פון דער קריסטלעכער בת עיר עלענאַ רימדזשיוטע (רעדאָרדירט אין 1999), אַוואו זי דערציילט וועגן שטעטל אויף י י ד י ש (דערצו: אַ קורצער אויסצוג דערפון וועגן חורבן שאַדעווע).


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • ב′ דחול המועד פּסח תשפ″ג \ דעם 9טן אַפּריל 2023

Comments are closed.