Vilna Yiddish Theatre Studio Invites Zalmen Reyzen to Scenes from Skakespeare, Schiller, Gorki, Gogol and Büchner (69)

by Dovid Katz                                Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ט (69)

אַן אײַנלאַדונג זלמן רייזענען פונעם ווילנער דראַמאַטישן קאָלעקטיוו  „דאַווקע“ (דווקא) אויף סצענעס פון שעקספּיר, שילער, גאָרקי, גאָגאָל און ביכנער (אין 1934)

   אָט די אײַנלאַדונג איז אויסגעשריבן צום באַוואוסטן און באַליבטן ווילנער יידישן פילאָלאָג, ליטעראַטור פאָרשער, רעדאַקטאָר און בעל⸗הלעקסיקאָן זלמן רייזען. ער ווערט פאַרבעטן אויף אַן אָוונט שבתע נאַכט דעם ערשטן דעצעמבער 1934 „פּונקט 9 אָוונט אין אייגענעם לאָקאַל טראָקער 13“ (ד.ה. אויף טראָקער גאַס, דעמאָלט אויף פּויליש Trocka, בײַ הײַנטיקן טאָג אויף ליטוויש Trakų).

   ס′ווערט איבערגעגעבן, אַז בײַם דראַמאַטישן קאָלעקטיוו „דאַווקע (סטודיע)“ וועט מען דעמאָנסטרירן „סצענעס און ראָלן פון פאָלגנדיקע מחברים: שעקספּיר, שילער, גאָרקי, גאָגאָל, ביכנער“. ס′ווערט ווײַטער אָנגעוויזן, אַז „די אײַנלאַדונג איז אַ נאָמענטלעכע“, ד.ה. בלויז פאַרן אַדרעסאַט, אַ סימן האָבן מיר אַז דאָס איז געווען אַן עליטישע פאָרשטעלונג פאַר ווילנער יידישער אינטעליגענץ, ניט קיין טעאַטער ספּעקטאַקל פאַרן ברייטן עולם. מיט דער האַנט ווערט אונטן צוגעשריבן: „ארײַנגאַנג פרײַ“.

   די געדרוקטע אײַנלאַדונג ווערט געחתמעט מיט די נעמען פון די פאָרשטייער פונעם דראַמאַטישן קאָלעקטיוו ח. בלייך און י. טעפּער. וועגן בלייכן דאַרף מען ערשט זוכן די ביאָגראַפישע פּרטים. יוסף טעפּער איז געווען אַ געבאָרענער אין קאָלאָמיי אין דער מזרחדיקער גאַליציע. צווישן די ביידע וועלט מלחמות האָט ער געלעבט אין ווילנע וואו ער איז געווען אַ לערער פון דײַטש אין דער סאָפיע גורעוויטש גימנאַזיע אויף מאַקאָווע. ער האָט איבערגעזעצט מאַקס ווײַנרײַכס בוך איבער יוגנט פאָרשונג („דער וועג צו אונדער יוגנט“, ווילנע 1935) אויף דײַטש. אַליין האָט ער פאַרעפנטלעכט אויף יידיש פאָרשונגען, פּובליציסטישע אַרטיקלען, רעצענזיעס און איבערזעצונגען (דײַטש אויף יידיש און יידיש אויף דײַטש). ער איז באַלד נאָך דער דײַטשישער אָקופּאַציע גענומען געוואָרן אויף שקלאַפן⸗אַרבעט און אומגעבראַכט געוואָרן אין וועליטשאַן, ניט ווײַט פון ווילנע, דעם 23טן סעפּטעמבער 1941).

   אָט די אַלע פּרטים שטאַמען פון לייזער ראַנס ביאָגראַפישן אַרטיקל וועגן טעפּערן אין פערטן באַנד פון „נײַעם לעקסיקאָן“ (נ.י. 1961, זז. 102 – 103).  דער שטעמפּל אויף דער אײַנלאַדונג איז פון דער „געזעלשאַפט פרײַנד פון יידישן טעאַטער“ (אויף יידיש און אויף פּויליש).


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • שבתע נאַכט, פופצן טעג אין טבת תשע″ט \ דעם 22טן דעצעמבער 2018

Comments are closed.