Elkhónen (Elchanan) of Kóvne (Kaunas) Sends his Photo to Relatives (or Friends) in the Holy Land on 14 April 1929


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 26

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


אלחנן שיקט פון דער קאָוונע ליטע אַ פאָטאָגראַפיע פון זיך צו קרובים (צי חברים) אין ארץ ישראל

   אָט דאָס איז אַ פּראָפעסיאָנעל⸗געמאַכטער פאָטאָ⸗פּאָסטקאַרטל וואָס קען געשיקט ווערן טאַקע אַלץ פּאָסטקאַרטל פאַר⸗זיך; אונדז הײַנט איז אפשר אַ שאָד וואָס די אַלע אינפאָרמאַציעס וועגן שיקער, אַּדרעסאַט, די פעסטע ידיעות וואָס פּאָסטשטעמפּלעך גיבן אונדז צו וויסן, אָדאָס אַלץ ווייסן מיר ניט, ווײַל דער שיקער, וואָס שיקט דאָ זײַן בילד פון קאָוונע, האָט די שיקונג פון בילד⸗גרוס צו די ארץ⸗ישראלדיקע קרובים (צי חברים?) דווקא געוואָלט אַדורכפירן למהדרין — אַרײַנגעלייגט אין אַ באַזונדערן קאָנווערט. די שיינע, פון⸗קאָנווערט⸗אָפּגעהיטענע פאָטאָגראַפיע האָבן די באַקומער אָפּגעהיט, און דעם קאָנווערט כנהוג מסתמא אַרויסגעוואָרפן.

   אין יעדן פאַל, האָבן מיר די פאָטאָגראַפיע און אונטן רעכטס מיט רעלעף⸗שריפט (עמבאָסירט, געהויבענע אותיות) דעם פאָטאָגראַפס שטעמפּל (וואָס איז צום דערלייענען אינעם סקאַן מיטן עלעקטראָניש פאַרשאַרפטן קאָנטראַסט):

ד.ה. Fridmanas און אונטער דעם: Kaunas.  

 

   קומען מיר צו דער צווייטער זײַט פונעם פּאָסטאַרטל⸗פאָטאָ:

   פון העברעאישן טעקסט איז צו זען אַז דער שיינער יונגערמאַן וואָס אויפן בילד איז אַפנים העברעאיסטיש⸗ציוניסטיש גענייגט (צי ער שרײַבט אויף העברעאיש לכבוד די אין ארץ ישראל אַרויסגעפאָרענע קרובים (צי גאָר חברים)? אַכלל, דער טעקסט לייענט זיך:

לאסתר ויוסף יקירי

אלחנן מירש [?]

קובנה,  

   דאָס הייסט: „אסתרן און יוספן, מײַנע טײַערע, אלחנן מירש [?], קאָוונע, דעם 14טן אַפּריל 1929“. אויב דער ניט⸗קלאָרער נאָמען איז אַ פאַמיליע⸗נאָמען („מירש“ צי אַנדערש), זײַנען די אַדרעסאַטן אפשר גיכער חברים איידער נאָענטע קרובים. אפשר איז עס אָבער אַ זעלטענע חתימה פון „מיכל“ צי אַן אַנדער צווייטער פּרט⸗נאָמען. צריך עיון און מיר פאַרבעטן ווי תמיד יודעי חן אין שווערע האַנטשריפטן און אין קאָוונער יידישע משפּחות זאָגן אַ וואָרט.

   די עיקר⸗פראַגע בלײַבט אָבער פאָרט: וואָס איז מיט אלחנען געוואָרן? וואו איז ער געווען אין 1941טן יאָר און אַוואָס זײַן גורל?


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • אַכט טעג אין סיוון תשפ″ג \ דעם 28טן מאַי 2023

 

Comments are closed.