Lithuanian Language Textbook for Hebrew Schools with “Ékhod mi yoydéya” in Lithuanian (Mariampolė 1928)


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 1

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


◊◊

דאָס לערנביכל פון לערער .I.A (מאַרנפּאָל 1928) פאַרן לערנען מיט קינדער אין שול ליטוויש דורכן מיטל פון — העברעאיש

   דאָס טשיקאַווע לערנביכל, דאַטירט יולי 1928, פון לערער .I.A (צי קען ווער⸗ניט⸗איז דערגיין דעם נאָמען?) פון דער העברעאישער גינמנאַזיע אין מאַריאַמפּאָל (אויפן היימישן יידיש: מאַרנפּאָל; הײַנט — מאַריאַמפּאָלע אין ליטע) צום באַנוץ פון יידישע קינדער אין די העברעאישע שולן אין דער אומאָפּהענגיקער צווישן⸗מלחמהדיקער ליטע („קאָוונער ליטע“) אויף אויסלערנען זיך  ר י כ ט י ק  און כדבעי די ליטווישע שפּראַך (וואָס איז געוואָרן די מלוכה שפּראַך ערשט מיטן אויפקום פון דער מלוכה אין 1918). 

   גאָר אַ טשיקאַווע קולטור⸗היסטאָרישער אַספּעקט פונעם ביכל איז דער אויסגעהאַלטענער און דורכאויסיקער באַנוץ פון ה ע ב ר ע א י ש אויף אויסלערנען זיך ריכטיק ל י ט ו ו י ש, בײַ קינדער וועמענס מאַמע⸗לשון און איינציקער טאָגטעגלעכער לשון איז — י י ד י ש. דער באַשלוס, אין סאַמע ליטע, צו באַנוצן אַ ניט גערעדטע שפּראַך צום אויסלערנען זיך אַ גערעדטע שפּראַך; דער ניט⸗דערזאָגטער אידעאָלאָגישער העברעאיזם פאַרבונדן מיטן פאַקט אַז די דאָזיקע בילדונגס⸗שיטה שטעלט מיט זיך פאָר אַ פאַרשווערערונג צום לערנען, ניט קיין פאַרגרינגערונג, אַזש ביז צום באַנוץ פון שווערע פילאָלאָגישע טערמינען אינעם ע ל ע מ ע נ ט אַ ר ן  לערנביכל — אָדאָס זײַנען אַלע שטריכן וואָס רופן אַרויס צו אַ פאָרשונג. איין מעגלעכער פאַקטאָר וואָס וואַרפט זיך אין די אויגן: אינעם ביכל, אָט אַזוי ווי אינעם מחברס וואָרט פריער, ווערט דער טראָפּ געלייגט אויף דער פאָנעטיק, אַזוי אַרום אַז קינדער וואָס קענען שוין פון דער סביבה כאָטש אין טייל פאַלן „זיך צונויפריידן“ אויף ליטוויש זאָל זיך אויסלערנען ריידן טאַקע אויף אַ ראַפינירטן אופן און ניט מיט אַ שטאַרקן „יידישן אַקצענט“, ווי ס′פּאַסט אין דער נײַער ליטווישער מלוכה. די זאַך לאָזט זיך צורעכט מאַכן, האַלט דער מחבר, דווקא דורכן מיטל פון געשריבענעם העברעאיש. צריך עיון.

    נאָכוואָס: מיט דעם וואָס דער מחבר באַנוצט זיך מיט דער קלאַסישער העברעאישער טערמינאָלאָגיע צום לערנען, שטודירן און פאָרשן דעם קלאַסישן לשון⸗קודש, ניט פאַרגרינגערנדיק און אויסמײַדנדיק דעם באַנוץ פון אינטערנאַציאָנאַליזמען, איז אַ סברא אַ סימן, אַז ער איז בעת מעשה אויסן געווען לערנען מיטן תלמיד דערוויילע אויך ה ע ב ר ע א י ש.  אויך דאָ בלײַבט עס מיט אַ — צריך עיון.

   דאָ ווײַטער גייען אייניקע זײַטלעך פונעם ביכל, אַרײַנגערעכנט דער שער⸗בלאַט, די באַמערקונג צום אָנהייב פון מחבר, עטלעכע כאַראַקסטעריסטישע זײַטלעך און צום סוף, די לעצטע צוויי זײַטלעך וואו עס גייט אַ ליטווישער וואַריאַנט פון באַליבטן פּסח⸗ליד „אחד מי יודע“ (′ווער ווייס איינס?′) אויף ליטוויש, אַ טעקסט וואָס די קינדער וואָלטן מיט פרייד דערקענט ניט נאָר פון סדר סתם נאָר בפירוש אויף ליטוויש, מחמת דעם וואָס ס′איז פון לאַמג אַ טראַדיציע „אחד מי יודע“ זינגען אויף פאַרשיידענע לאַנד⸗לשונות אַוואו יידן האָבן געוואוינט. דער באַליבטער פילאָלאָג כאַצקל לעמכען (1904 − 2001) האָט אַ ליטווישן וואַריאַנט דערפון אַרײַנגענומען אין זײַן גרינטלעכער אַרבעט, „די השפּעה פון ליטוויש אויפן יידישן דיאַלעקט אין ליטע“ (אין אָקספאָרדער יידיש 3, 1995, זז. 5 − 130, דאָרטן גופא זז. 122-121). אַ פאַקסימיליע קומט דאָ באַלד אונטן נאָך דעם ליטווישן טעקסט אינעם מאַרנפּאָלער ביכל. פריער נאָך, אין זײַן בוך אויף ליטוייש, Lietuvių kalbos įtaka Lietuvos žydų tarmei (ווילנע 1970), האָט ער דעם ליטווישן נוסח פאַרעפנטלעכט (דאָרטן גופא, זז.  131 − 132). פון פאַרגלײַך וועגן ברענגען מיר אויך דאָ אונטן דעם יידישן נוסח פון ליד וואָס ס′האָט געבראַכט מענינקע קאַץ (1906 − 1991) אין זײַן זאַמלונג יידישע פאָלקסלידער (בתוכם אַ סך פון ווילנער געגנט).

דאָס ווייניק באַקאַנטע לערנביכל ווערט אַפּנים ניט דערמאָנט אַפילו אין דער ספּעציפישער אַרבעט איבער דער טעמע פון ווערשיק, וואו א. שולמאַנס לערנבוך פאַר מער אַוואַנסירטע ווערט אָנגערופן „דאָס איינציקע לערנביכל“ (זע ווערשיקס אַרטיקל אין Archivum Lithuanicum, באַנד 7, 2005, ז. 142).

   צולעצט אַ פאָנאָלאָגישע (און דער עיקר אַ קולטור⸗היסטאָרישע) באַמערקונג מכח דער הברה פון העברעאיש וואָס ווערט געלערנט אין די שולן. ניטאָ קיין ספק (פון ז. 13), אַז קמץ = o, דהיינו: די אשכנזישע הברה. . .

   אַ יישר⸗כח יוליוס נאָרווילאַן פאַרן שענקען דאָס ביכל אונדזער מוזייעלע.


1

2

3

13

21

26

47

48


פון כאַצקל לעמכענס אַרבעט אין אָקספאָרדער יידיש 3:

Image (295)


דער יידישער נוסח פון „איינער איז דאָך גאָט“ פון ווילנער געגנט וואָס ס′האָט אויפגעשריבן מעינקע קאַץ

זײַט אַזוי גוט, דרייט ווײַטער די זײַטלעך מיטן פײַל אויבן לינקס

Please turn pages using the arrows in the upper left hand corner

Menke_SongBook


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • אַכט טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 26טן נאָוועמבער 2017

Comments are closed.