Appeal from Gorzd (Gargždai) to Yavneh in Kóvne (Kaunas) for Help in Finding a Good Teacher for Religious Hebrew School


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 21

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


אַ בקשה פון לערער י.א. שרהס (סאָרעס) צו דער צענטראַלער „יבנה“ אין קאָוונע בעטנדיק הילף בײַם געפינען אַ גוטן לערער, אָדער (ווי ער שרײַבט…), טאָמער ניט, איז — אַ גוטע לערערקע

   דאָס איז אַ פּאָסטקאַרטל וועמענס בריוול⸗טעקסט איז אויף העברעאיש, דאַטירט ח′ תשרי תרצ″ח (מיט דער קאָרעספּאָנדירנדיקער אַלגעמיינער דאַטע אינעם פּאָסט⸗שטעמפּל — דעם 13טן סעפּטעמבער 1937). ס′איז געשריבן פונעם גאָרזדער לערער י.א. שרהס (סאָרעס) צום דירעקטאָר פון צענטראַלן ביוראָ פון דער העברעאיש⸗אָרטאָדאָקסישער שול⸗באַוועגונג „יבנה“ אין קאָוונע, קאָפּעלאָוויץ, בעטנדיק דרינגענדיקע הילף אויף אויסצוזוכן פאַר דער שול אין גאָרזד אַ גוטן העברעאישן לערער, און טאָמער איז ניטאָ, איז — אַ לערערקע, ווײַל די געוועזענע לערערקע, מרת מינעס, האָט מען אויסגעכאַפּט, זי איז אַריבער נעמען אַ שטעלע אין מאַזשייק. וועגן די פראַגן פון מענער⸗פרויען סטערעאָטיפּן און השגות מכח זייער אויספירן אָט די ספּעציפישע אַרבעט, ווי ס′קומט צום אויסדרוק אינעם טעקסט קען מען פאַרשטייט זיך ניט ווייניק דיסקוטירן.

   אָט איז דער העברעאישער טעקסט און דערנאָכדעם, אַ פּראָוויזאָרישע יידישע איבערזעצונג.

בע″ה יום ח יום ח בין כסה לעשור, תשרי תרצ″ח, גורזד.

לכבוד המנהל המרכז „יבנה“

כש″ת [כבוד שם תפארתו] מר קופלוביץ שליט[″]א.

שלום וברכה!

אני פונה לכבודו בשם הרב דפה, כי בית ספרנו הדתי ת″ת [תלמוד תורה] נשאר בלי מורה, כי המורה מרת מינס נתקבלה בבי″ס [בבית ספר] בעיר מזייק. אנו מבקשים להודיענו אודות מורה, אם אפשר להשיג מורֶה הי′ יותר טוב, אבל אם אי אפשר, גם מורָה טוב בעד בי″ס. יטיב נא להראות לנו מורה בעלת נסיון וראוי′ לאותה „אֻצטלה“.

בברכות גמר חתימה טובה

וברגשי כבוד רב

הנני גומר בקשתי

המורה י.א. שרה′ס

כתובת:

Mokyt. J.H. Soresui

Gargždai

אויף יידיש, בערך:

בע″ה, אַכט טעג אין תשרי תרצ″ח, אין די טעג פון בין כסה לעשור [די טעג צווישן ראש השנה און יום כיפּור (די עשרת ימי תשובה)], אין גאָרזד

לכבוד דעם מנהל [דירעקטאָר] פון דער צענטראַלע פון „יבנה“

אָפּגעבנדיק כבוד דעם מהודרדיקן נאָמען פון פרײַנד קאָפּעלאָוויץ שליט″א,

שלום און ברכה!

איך ווענד זיך צו זײַן בכבודיקײַט אין נאָמען פונעם היגן רב, ווײַלע אונדזער פרומע פאָלקס⸗שול, די תלמוד⸗תורה, איז געבליבן אָן אַ לערער, ווײַלע די לערערקע פרוי מינעס איז אָנגענומען געוואָרן אין דער שול אין מאַזשייק. בעטן מיר אונדז געבן צו וויסן, וואָס שייך אַ לערער, אויב ס′איז מעגלעך צו באַקומען אַ לערער וואָלט נאָך בעסער געווען, נאָר טאָמער ניט אויך אַ לערערקע, אַ דערפאַרענע, וועלכע איז ראוי צו אָט דער „אויסשטאַטונג“.

מיט ברכות אויף אַ גמר חתימה טובה

און מיט געפילן פון גרויס ערע,

פאַרענדיק איך מיין בקשה,

לערער י.א. שרה′ס [סאָרעס]

אַדרעס:

Mokyt. J.H. Soresui

Gargždai


   הייסט דאָס, אַז דער אַדרעסאַט איז די צענטראַלע פון „יבנה“ אין קאָוונע אויף דאַוקשאָס גאַס 28 (Daukšos 28); דער פּאָסטקאַרטל איז פון דער פּאָסט געשטעמפּלט אינעם אַרויסשיקערס שטעטל גאָרזד (Gargždai) דעם 13טן סעפּטעמבער 1937; אַרויסגעשיקט פונעם לערער י.א. שרהס (סאָרעס), וועמענס אַדרעס איז: מאַרק⸗פּלאַץ 24 (Turgaus a[i]kštė 24).

  בלײַבן בלײַבט ניט קלאָר נאָר דער נאָמען צוגעשריבן מיט אַ צווייטנס האַנט אין אייבערשטן לינקן ווינקל פון דער פאָדערזײַט פונעם קאַרטל: „המורה גרבר“ (דער לערער גאַרבער). צי הייסט דאָס אַז אין „יבנה“ ביוראָ האָט מען דעם גאָרזדערס בקשה איבערגעגעבן אין קאָוונע דעם לערער גאַרבער, צי אפשר ווייס ער ווער קען אָננעמען די אָפענע גאָרזדער שטעלע, צי אפשר איז דאָס אַ לערער וואָס וועגן אים גופא טראַכט מען אַלץ מעגלעכער לערער דאָרטן? צריך עיון…


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • פופצן טעג אין סיוון תשפ″ב \ דעם 14טן יוני 2022

Comments are closed.