A Home-Cut Ticket Issued by a Prayerhouse in Plungyán (Plungė)


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 25

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


אַ בילעטל (אויף גמילת חסד?) פון אַ פּלונגיאַנער בית⸗מדרש   

   אָט דאָס איז אַ קליין, אַפּנים מיט⸗דער⸗האַנט אויסגעשניטענער בילעט (אָדער קאַרטעלע). די גרעסערע אותיות אויבנאָן מאַכן: „בּ המד·פלונגיאן“, ד.ה. „בית המדרש פּלונגיאַן“ — אויב רעכענען אַז דאָס צינגל וואָס שטאַרצט אַרויס פונעם לעצטן אות (א) אונטן לינקס איז אַן „אָנהייב“ פון אַ לאַנגע⸗נון מיט וועלכן דער בעל⸗כתיבה האָט מקצר געווען, צי געטראַכט אפשר אַז ס′פעלט אָרט

   דבר אחר: אַז דאָס עקל איז סתם, און אַ שרײַבונג „פּלונגיא“ איז אויסן געווען זיך דערנעענטערן צו דער פאָרם אין דער ליטווישער שפּראַך (Plungė); און אין דער עלטערער טראַדיציאָנעלער שרײַבונג פון שטעטישע (און שטעטלשע) נעמען מיט וואָרט⸗אויסיקן שווא איז געווען מיט א′, ניט ע′ (אויפן שטייגער פון ווילנא ∼ ווילנע). גיי ווייס…

   פונדעסטוועגן איז דאָס אפשר אַלץ פּשוטלעך אין פאַרגלײַך מיטן תוכן פונעם צעטל. זעט אויס צו זיין: א:ק אַרומגערינגלט צורעכטס⸗צו, און דער נומער 1, מער „יום⸗טובדיק“ אַרומגערינגלט צולינקס⸗צו. דער מערב⸗ליטווישער הענדלער אין אַנטיקל⸗זאַכן בײַ וועמען אונדזער מוזייעלע האָט עס (פאַר אַ שיבוש ממש) אײַנגעהאַנדלט האָט איבערגעגעבן (און בשעת מעשה באַוויזן) דעם קאָנווערט וואו ס′איז געלעגן: מיט ענלעכע פּאַפּירלעך אויף ליטוויש און רוסיש אויף אויסטיילן הילף פאַר נויטבאַדערפטיקע אין די אָרעמע יאָרן נאָך דער ערשטער וועלט⸗מלחמה און בײַם סאַמע אויפקום פון דער אומאָפּהענגיקער צווינשמלחמהדיקער ליטווישער רעפּובליק. אפשר ניט גלאַט צדקה נאָר אויך דורך אַ לאָטערייע (גורל⸗שפּיל) וכדומה. אַכלל, אפשר קענען מומחים דאָ צו הילף קומען, פאַרשטייט זיך מיט אַ באַדאַנקונג בשם אומרו אָדאָ אויפן אָרט.

   די מאָס איז אַ קליינינקע: דער בילעט איז סך⸗הכל בערך 4.4 צמ די ברייט אויף 2.5 צמ די הייך.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זעכצן טעג אין אייר תשפ″ג \ דעם 7טן מאַי 2023

Comments are closed.