1920 Mimeographed Postcard in Yiddish Advertises Hebrew High School in Pónevezh (Panevėžys). This one sent to Utyán (Utena).


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 20

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


אַ מימעאָגראַפירטער פּאָסטקאַרטל פון פּאָנעוועזש, פון 29טן יוני 1920, צו דער יידישער קהילה אין אוטיאַן, אַנאָנסירנדיק די פּאָנעוועזשער העברעאישע גימנאַזיע

   דאָס איז אַ מימעאָגראַפירטער פּאָסטקאַרטל, וואָס איז אַפּנים ברייטאַרטיק צעשיקט געוואָרן פון פּאָנעוועזש, סוף יוני 1920 איבער דער אומאָפּהענגיקער ליטע, געבנדיק צו וויסן וועגן דער העברעאישער גימנאַזיע אין פּאָנעוועזש, בעטנדיק מ′זאָל די בשורה אַז די גימנאַזיע אַרבעט גוט מוסר מודעה זײַן. דער טעקסט איז אין יידיש. דער פּורפּורנער קאָליר פון טינט פון מימעאָגראַף שטייט אין קאָנטראַסט מיט די האַנט⸗אַרײַנגעשריבענע פּרטים פון (א) דאַטע און (ב) אַדרעסאַט; אין דעם פאַל — 29טן יוני [1920] און דעם אַדרעסאַט: ועד הקהילה אוטיאַן. דער פולער טעקסט:

פאניוועז דעם 6\29

                                   צום ועד הקהלה אוטיאן

גלייכצייטיג שיקען מיר אייך ארויס אונטער אבעזונדערען באנדראל אייניגע מודעות וועגען אהעברייאישע גימנאזיע אין פאניוועז.

מיר בעטען אויסקלעפען עס אויף אקענטיגען ארט און אויפקלערען דעם עולם די וויכטיקייט פון דעם אנשטאלט.

מיט אכטונג

דאס העברייאישע גימנאזיע

פוניבז


    און דאָס (גלײַך אונטן) איז די פאָדערזײַט פונעם פּאָסטקאַרטל. מיר זעען אַז ס′איז פּאָסטמאַרקירט אין פּאָנעוועז דעם 29טן יוני 1920, און אין אוטיאַן, וואוהין ס′איז געשיקט געוואָרן, דעם 1טן יולי 1920. דער ליטווישער טעקסט פונעם שיקערס אַדרעס זעצט זיך איבער:

  „פון: די אַלט⸗יידישע שפּראַכיקע [ד.ה. העברעאישע] גימנאַזיע, פּאַנעוועזשיס [פּאָנעוועש]“. דער אַדרעסאַט: „צו דער יידישער קהילה אין אוטענאַ [אוטיאַן]“.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • פערצן טעג אין סיוון תשפ″ב \ דעם 13טן יוני 2022

Comments are closed.