Responsa in Yiddish Linguistics

Dovid Katz 2023                           Yiddish Linguistics ©


שאלה⸗תשובהלעך

ממני הירשע⸗דוד כ″ץ המכונה הירשע⸗דוד מעינקעס וגם דוד קאַץ. בן לאביו ידידו ומורו מעינקע קאַץ ז″ל. הדר לע″ע בווילנא ברחוב אלכסנדאָווסקע. והתחיל בהן לאחר חנוכה תשע″ו. והמען לשלוח את השאלות:

info@yiddishculturaldictionary.org

בווילנא

ואלן הן:

א. צום מהלך צווישן ליטווישן יידיש ביזן צפון⸗מערבדיקן יידיש לויטן אײַנדרוק פונעם מערבדיקן צוהערער. צוגעשיקט: פּראָפעסאָר שניאור לײַמאַן (ברוקלין, נ.י.)

ב. צו די פריסטע ראיות צום פאַראַן⸗זײַן פונעם ליטווישן דיאַלעקט. צוגעשיקט: פּראָפעסאָר שאול שטאַמפּער (ירושלים)

ג. צו די באַמערקונגען פון אַ רב פון באַברויסק און נאַוואַרעדאָק וועגן דעם אַז מען דאַרף אין קריאת שמע מבחין זײַן צווישן א און ע; צווישן ס, שׂ און תֿ. צוגעשיקט: אדם אריאל (נ.י.)

ד. וועגן זלמן רייזענס צוגאַנג צו דער לעקסיק וואָס פּוריסטן האַלטן פאַר „דײַטשמעריש“. צוגעשיקט: פּראָפ. סטעפן קראָג (דענעמאַרק).

ה. מיכאל מאַסאַרסקיס ריכטיקע (און וויכטיקע) אָנווײַזונגען וועגן יידישן נאָמען פון אַ רײַסישן שטעטל?

ו. וואָס מיינט בײַ קאַרפּינאָוויטשן „קולעהײַ“?

ז. וועגן „דער נײַסטער יידישער פּאָעזיע“

ביבליאָגראַפיע צו די מראה⸗מקומות וואָס אין די שאלה⸗תשובהלעך

דאַנק⸗וואָרט: אַ האַרציקן דאַנק מיכאל מאַסאַרסקין (ניו⸗יאָרק) פאַרן פרײַנדלעך איבערלייענען די שאלה⸗תשובהלעך און צושיקן תיקונים. פאַרשטייט זיך, אַז די פולע אחריות פאַר יעדער מיינונג טראָגט דער מחבר דערפון אַליין.

א

שאלה

פרעגט זיך אַ פראַגע: וואָס פאַראַ מהלך איז אַמאָליקע צײַטן געווען צווישן דעם צפון⸗מזרחדיקן (ליטווישן) יידיש און דעם צפון⸗מערבדיקן יידיש (אַשטייגער אין צפונדיקן דײַטשלאַנד)?

אָדאָס רירט אָנעט במילא די פראַגע וועגן קדמון (פּראָטאָ) מזרח יידיש בכלל, וואָס זײַנע מתנגדים וואָלטן עלול געווען זוכן צדָדין⸗השָווין בײַם גאַנצן צפון גופא, מ′עט אי″ה צוקומען צודערצו אין אַן אַנדער תשובה.

לאָמיר אָנכאַפּן מיט אַ יאָר דרײַ הונדערט צוריק. פאַרגלײַכן טעקסטן איז אַ סברא ניט בתכלית⸗המציאות, כל⸗זמן מ′האָט ניט צו דער האַנט ניט קיין כתבי ידות, ניט קיין ספרים שבדפוס וואָס שפּיגלען אָפּעט דעם ליטווישן יידיש, און ווער ס′ווייס פאַרקערט פון אַזעלכע זאָל אונדז מוסר מודעה זײַן דערוועגן און מ′עט בפה מלא אָדאָ אין די שאלה⸗תשובהלעך יישר⸗כח אָפּגעבן כדבעי לויטן בשם אמרו.

האָט אונדז די טעג גראַדע פרײַנטלעך צוגעשיקט אונדזער ידיד און לערער פּראָפעסאָר שניאור⸗זלמן לײַמאן שליט″א פון ניו⸗יאָרק אַ פּתשגן פון אַ זײַטל פון ר′ יעקב עמדין (דער יעב″ץ; תנ״ז \ 1697 — תקל״ו \ 1776), פון זײַן מגילת ספר (וואַרשע תרנ״ז \ 1897, צום צוויי הונדטערטסטן יאָרצײַט פונעם יעב″ץ, אַרויסגעגעבן פון דוד כהנא לויטן באָדלעיאַנער כתב⸗יד וואָס אין אָקספאָרד).

תשובה

דער יעב″ץ איז כידוע געווען אַ זעלטענער גאון און אַ מעכטיקער מחבר, דערצו אַ הייסער צורר אַקעגן די שבתי⸗צביניקעס (זיך באַנוצנדיק מיט חריפות⸗מומחהדיקע, אַפילו מאָדערנע מעטאָדן פון טעקסטן⸗אַנאַליז). נאָר וואָדען, קיין איבעריקער אוהב הבריות איז ער פאָרט ניט געווען (זאָל ער אונדז מוחל זײַן), און מען טרעפט אין זײַנע כתבים גאַנץ שאַרפע אָפּשאַצונגען וועגן פאַרשיידענע בני דור זײַנע (אַפילו אַ סך וואָס זײַנען אונטערן חשד פון שבתאות לחלוטין ניט געפאַלן). אינעם מגילת ספר זשאַלעוועט ניט דער גאון פון אַלטאָנע (בײַ הײַנטיקן טאָג פאַקטיש אַ פאָרשטאָט פון האַמבורג) דעם ליטווישן רב ר′ יחזקאל בר′ אברהם קאַצינעלענבאָגן (קאצינעלין בוגין, קאצינעלינבאגין א.א.), וואָס איז געוואָרן אַ תושב אין זײַן שטאָט און איז אין תע״ד \ 1714 אָנגענומען געוואָרן אַלס רב פון דער אשכנזישער קהילה וואָס אין שטאָט (פאַראַן געווען אויך אַ ספרדישע).

דער מערב⸗אשכנזישער, אַלטאָנער ר′ יעקב עמדין איז ניט איבעריקס נתפּעל געוואָרן אַלמאַי מען האָט פאַר שטאָט רב געבראַכט צו פירן אָזש פון דער ווײַטער ליטע, טיף אין צפון⸗מזרחדיקן אשכנז, איינעם אַ רב יחזקאל קאַצענעלענבאָגן וואָס איז פריער געווען רב אין קיידאַן וואָס טיף אין דער ליטע. נאָכמער, ער האָט געטענהט אַז די עצם רבנות איז חשוד מחמת משא⸗מתן: איינער אַ מאַכער יש(ש)כר כהן האָט מסדר געווען די פּרעסטיזשפולע אַלטאָנער רבנות (בעצם איבער די דרײַ קהילות: אַלטאָנע, האַמבורג, וואַנזבעק — אה״ו) פאַר קאַצענעלענבאָגענען, לויט עמדינען, און בעת מעשה האָט אָטאָ דער ישכר כהן געפּועלט אַז זײַן איידעם זאָל ווערן שטאָט רב אין קיידאן דליטא. [דוד כהנא ווײַזט אָנעט אין אַ הערה ( ז. 124, הערה ג′) אַז דער זעלביקער ישכר כהן ווערט דערמאָנט אין גליקל האָמילס זכרונות, די זײַטלעך בײַ אים זײַנען נאַטירלעך שייך צו דוד קויפמאַנס פראַנקפורטער אויסגאַבע פון 1896, Die Memoiren der Glückel von Hameln, 1645-1719].

אגב: ר′ יחזקאל קאַצענעלענבאָגנס זון דוד איז געווען צווישן די קיידאַנער רבנים וואָס האָבן געלערנט מיטן יינגעלע, אליהן, זון פון שלמה⸗זלמן קרעמער פון ווילנע, דער צוקונפטיקער ווילנער גאון, וועמענס גענויע הברה פון אשכנזישן לשון קודש און יידיש בלייבט אין טייל פּרטים אַ נוטה לספקות (זע ביי אונדז, 2003, דאָרטן גופא זז. 53 – 54). די פראַגע וועגן מעגלעכע שפּעטערדיקע באַציאונגען פון ווילנער גאון מיטן באַוואוסטן שפּעטערדיקן מחלוקת צווישן יעקב עמדין און יונתן אייבעשיץ געהערט אַן אַנדער פּרשה.

זיך אומקערנדיק צו דער שאלה גופא: צווישן די פאַרשיידענערליי זלזולים אַקעגן ר′ יחזקאל קאַצענעלנבויגן וואָס מען טרעפט אין ר′ יעקב עמדינס ספר איז פאַראַן אָט וועלכע טענה וועגן זיין  ל ש ו ן:

אך קבלת זה האיש רי″ח לרב בג″ק מארץ רחוקה, אף כי ממדינת ליטא, עם לעגי שפה אשר לא יכירו בני אשכנז לשונם, אף כי האיש הלז היה עמוק שפה ולשון מגומגם מאד, ולא היה ניכר לשום אחד מבני הקהילה בכלל, חוץ מישכר כהן שהיה לו עסק מו″מ לשם, אבל נעשה בתחבולה גדולה ובערמה עצומה. ראשונה נעשה מו″מ וחליפין עם הרבנות, כי הק′ ישכר כהן שהיה בעל כיס גדול, היתה בתו מכוערת שלא היה יכול להשיאה לאיש עשיר, ואפילו לבלתי עשיר, במדינה זו לא היה אפשר לו, על כן בחר לזווגה ללמדן נכבד ונחמד מארץ פולין […]

(אין כהנאס אויסגאַבע פון מגלת ספר, וואַרשע תרנ″ז; דאָרטן גופא ז. 124)

איבערגעזעצטערהייט (בערך):

נאָר וואָדען, די אויפנעמונג פון אָט דעם פּאַרשוין, ר′ יח[זקאל קאַצענעלענבאָגען] פון אַ ווײַטן לאַנד — אַזש פון מדינת ליטא! — מיט לעכערלעכן לשון וואָס די בני אשכנז [ד.ה. אין די דייטשישע לענדער] וועלן עס ניט דערקענען [אָדער: פאַרשטיין] זייער שפּראַך, ניט קוקנדיק וואָס דער דאָזיקער מענטש רעדט אויף אַן אומפאַרשטענדלעכן לשון, שטאַרק שטאַמלענדיק; און איז בכלל ניט באַקאַנט געווען קיין איינאיינציקן מענטשן אין דער קהילה, אַחוץ ישכר כהן וואָס האָט געהאַט ביזנעס מיט יענעם אָרט. נאָר ס′איז געמאַכט געוואָרן מיט גרויסע מאַכאַרײַקעס און מיט גוואַלדיקער כיטרעקײַט. קודם כל האָט מען געמאַכט אַ ביזנעס פון אויסבײַטעניש פון די רבנות⸗שטעלעס, ווײַלע דער קצין ישכר כהן איז געווען אַ גרויסער בעל⸗קעשענע; איז די טאָכטער זײַנע געווען אַ מיאוסקײַט, וואָס ער האָט ניט געקענט חתונה מאַכן מיט אַ גביר, און אַפילו ניט מיט אַ ניט⸗קיין⸗גביר, דאָ אין לאַנד וואָלט אים ניט מעגלעך געווען, דעריבער האָט ער איר אויסגעקליבן אַ שידוך מיט אַ למדן, אַ בכבודיקן און אַ לײַטזעליקן, פונעם לאַנד פּוילן […]

נמצא, אַז כאָטש איין גרויסער מערב⸗אשכנזישער רב, אין צפון דײַטשלאַנד, האָט אין אַכצעטן יאָרהונדערט אָן אַוועלכע ניט איז וואַקלעניש בײַם אויסדריקן זיך בכתב, געגעבן צו פאַרשטיין, אַז בײַ זײַנע בני דור און בני עיר איז די שפּראַך וואָס בײַ אַ ליטווישן רב אַן אַראָפּגעבראַכטן סײַ לעכערלעך קאָמיש סײַ אומפאַרשטענדלעך. אלא וואָדען, די לינגוויסטישע באַמערקונג באַדאַרף מען משמעות אויפנעמען אין געהעריקן סאָציאָלינגוויסטישן קאָנטעקסט: אַז מה⸗דאָך, שיער ניט אין זעלביקן אָטעם, פאַרזיכערט דאָך דער מחבר, אַז אַן אָרטיקער גביר קען ניט חתונה מאַכן אַ טאָכטער אַ מיאוסקײַט (אין אָריגינאַל: מכוערת) אַפילו ניט מיט אַ ניט⸗רײַכן, און באַדאַרף פאַרדערפאַר זיך אַרײַנלאָזן אין געשעפטן מיט די  מ ז ר ח ד י ק ע  יידן, אָדאָסמאָל אָנרופנדיק: פּוילן. וועגן דעם, „אַ מכוערת“ בײַ אַוועמען אין די אויגן (דעם רב דעם מחברס?) איז געוויינלעך פּתח שין שאַ. דאָ גייט אַ סברא אין ברייטערן ביטול מצד „דײַטשישע יידן“, אַרײַנגערעכנט די פרומע שבפרומסטע וואָס צווישן זיי, לגבי מזרח⸗אייראָפּעאישע יידן, אין יענעם דור ווען עס איז אויפגעקומען דער פענאָמען ווילנער גאון. דער עדות קען האָבן זײַנע פאָראורטיילן, אַן עדות לגבי לשון בלײַבט ער פאָרט, ווער רעדט נאָך דאַמאָלסט אַז קיין צווייטער איז ניטאָ. נאָר איין זאַך קען מען רואיקערהייט אָפּדרינגען פון ר′ יעקב עמדינס אַרויסזאָג וועגן יענער מעשה⸗שהיה מיט אַלטאָנע און קיידאַן: די יידישע דיאַלעקטן האָבן זיך זייער שטאַרק אונטערגעשיידט אשה מאחותה.

אויף להבא: וואָס פאַראַ נפקא⸗מינה אינעם אַמאָליקן דײַטשישן יידנס אָפּרוף אויף אַ ליטווישן קעגנאיבער אַ פּוילישן יידיש? וועגן פריערדיקן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, זע ביי שלמה בירנבוימען (1926: 91, הערה 2; פאַרגלײַך בײַ אונדז, 1994: 216).

ווילנע, י″ב טבת תשע″ו \ דעם 24טן דעצעמבער 2015


ב

שאלה

פּראָפעסאָר שאול שטאַמפּער (ירושלים) שרײַבט: „וואָס איז די פריסטע דאַטע, צו וועלכער עס זײַנען דאָ ראיות צום פאַראַן⸗זײַן פונעם ליטווישן דיאַלעקט פון יידיש? און וואָס זײַנען די דאַטעס לגבי די אַנדערע דיאַלעקטן פון מזרח⸗אייראָפּעאישן יידיש?

תשובה

צו די דרומדיקע דיאַלעקטן וועלן מיר זיך לעת⸗עתה דאָ באַנוגענען מיטן אַראָפּברענגען דעם מחלוקת צווישן שלמה בירנבוימען (1939) מיט יודאַ אַ. יאָפען (1954), אָנווײַזנדיק מערניט אַז האַלטן האַלטן מיר, וואָס שייך דער דאַטירונג פון די דרומדיקע מזרח⸗אייראָפּעאישע דיאַלעקטן, מיט בירנבוימען בנוגע לפּחות די ברייטערע צײַט⸗ראַמען, לאו דווקא די אַלע שייכותדיקע פּרטי פּרטים און יוצא⸗מִדְבָֿרֵינוּס. (דאָ גייט אָבער ניט די רייד וועגן זייער מחלוקת, וואָס לויט בירנבוימען באַקומט זיך אַז דער צפונדיקער דיאַלעקט האָט זיך אָפּגעצווײַגט פון דרומדיקן, צי לויט יאָפען, אַז פאַרקערט דער דרומדיקער האָט זיך אַזש פון צפונדיקן אָפּגעצווײַגט, אָדאָ זעען מיר גראַדע אַ רמיזא, זאָל זײַן אלכסונדיקערהייט, אויפן ליטווישן און פּוילישן „ברען“ ביי פאַרשיידענע פאָרשער; זע כץ 1994: 216 – 217.)

צום צפון⸗מזרחדיקן (ליטווישן) יידיש, הייבן מיר אָן, במחילה, מיטן איבערחזרן אונדזער בקשה אין תשובה א, מ′זאָל אונדז צושיקן ידיעות וועגן אַוועלכע ניט איז לינגוויסטיש פאַרלאָזלעכע טעקסטן וואָס שפּיגלען אָפּ צפון⸗מזרח יידיש בפירוש, אָדער כאָטש אויף אַזויפל אַשטייגער ווי מאַקס ווײַנרײַכן איז געלונגען פעסטשטעלן, אין זײַן אַרבעט אין ערשטן באַנד מינסקער צײַטשריפט (ווײַנרײַך 1926), אַז אַ שבתי⸗צבי ליד פון 1666 האָט שטריכן וואָס דערמאָנען אָנעם וואַרשעווער יידיש (דאָרטן גופא, ז. 163).

אין גאַנג פון זײַן גבורותדיקער רעקאָנסטרוקציע פון די מזרח⸗יידישע דיאַלעקטן, האָט אוריאל ווײַנרײַך (1958) אויפגעשטעלט צו די באַטאָנטע וואָקאַלן — דעם סימן הסימנים פון אונדזער דיאַלעקטאָלאָגיע — אויסגעאַרבעטע קדמון (פּראָטאָ) סיסטעמען צום דרומדיקן מזרח יידיש (זז. 237 – 239) און צום צפונדיקן מזרח יידיש (זז. 252 – 254). צי עס שטייט דאָרטן בפירוש צי ניט, איז סײַ ווי קלאָר, אַז די צפונדיקע קדמון סיסטעם, וואָס זי איז מבחין סײַ אין איכות און סײַ אין כמות פון די באַטאָנטע וואָקאַלן, מוז לויט אוריאלן זײַן מדעיקרא אָן אַ שיעור נעענטער צום אַלגעמיינעם קדמון מזרחדיקן יידיש, וואָס דער דרום קען פון אים אָפּשטאַמען, אָבער פאַרקערט ניט.

מיט יאָרן צוריק האָבן מיר טאַקע אויפגעשטעלט אַ סיסטעם קדמון וואָקאַליזם פון כוללדיקן מזרחדיקן יידיש וואָס איז גאַנץ נאָענט מיט אוריאלס סכעמע פאַר קדמון צ פ ו ן⸗מזרח יידיש, ד.ה. „ליטוויש“ (זע: כ″ץ 1982: 84; פּרטים צו דער פאָרגעלייגטער אַנטוויקלונג, דאָרטן 75 – 85, און — 1983: 1030 – 1031).

ביי היינטיקן טאָג וואָלטן מיר זיך פאָרט אויסגעדריקט אַביסל אַנדערש. ערשטנס וואָלטן מיר אונטערגעשטראָכן מיט אַ הא הידיעה, אַז די כוונה פון דער רעקאָנסטרוקציע, לאָמיר אָנכאַפּן, פון קדמון מזרח יידיש, איז אויסן דערווײַזן אַ בשותפותדיקן מקור צו די עמפּיריש⸗אויפגעוויזענע שפּעטערדיק דיאַלעקטישע ממשודיקײַטן פון אַן  אָ נ ז ע ע ו ו ד י ק ן  חלק פונעם לשון, ניט פון לשון גאַנצערהייט. דאָס איז ניט נאָר אַ טעאָרעטישע באַוואָרעניש, עס איז אַ פּונקט צו וועלכן מיר וועלן זיך מירצעשעם אומקערן, בײַם אָפּוועגן אַלערלייאיקע פּרטים לויט פאַרשיידענע וואָג⸗און⸗מאָסן, בתוכם: די אָפטמאָל סוביעקטיווע אָפּמעסטונג, אַוואָס שטעלט מיט זיך פאָר דעם דרך המלך פון דער שפּראַך אַנטוויקלונג, און וואָס הייסט אַן אוניקאַלער יוצא⸗דופנדיקער איינס, וואָס שפּיגלט אָפּ אַן אויסנאַם; דערצו: די נייטיקײַט אַרײַנטראָגן אין דער שקלא וטריא היסטאָרישע פאַרהעלטענישן וואָס וואַקסן פון דער אָפּגעזוכטער עווידענץ, אַפילו (אָדער: דווקא!) ווען אָט די עווידענץ וואַקסט ניט פון דער רעקאָנסטרוקציע פונעם פילאָלאָגס אַרבעטס⸗טיש, נאָר מחוץ דער רעקאָנסטרואירונגס⸗אַרבעט, פון „פּאַפּירלעך“ (זע פון פאַרגלײַך וועגן אונדזער דיסקוסיע וועגן רעקאָנסטרוקציע אויפן סמך פון „פּאַפּירלעך“ — כ″ץ 2013: § III).

איז במה דברים אמורים?

די סאַמע באַוואוסטע שטריכן פון ליטווישן יידיש, פאָלקלאָריסטיש גערעדט און לויט אַ ברייטערער באַהאַוונטקײַט געמאָסטן, זײַנען אָן אַ ספק די פענאָמענען „סאַבעסדיקער לאָסן [סבתדיקער לָסון]“ (אוריאל ווײַנרײַך 1952), און „דער ליטווישער עי“, געמיינט, פאַרשטייט זיך דער [ej] אַרויסרייד בײַ אַזעלכע איינסן ווי ברויט, חודש, קוימען (וואָס איז גאָרניט אוניווערסאַל; זע למשל די מאַפּע צו טויב). אויב אַרײַנטרעטן אַ קאַפּ אין דער באַוואוסטזיניקײַט פון געלערנטע און בפירוש פאַראינטערעסירטע אין דער זאַך, קען מען גלײַך אויף אַן אָרט צוגעבן די צוויי⸗מינימדיקײַט (זכר און נקבה) בײַ סובסטאַנטיוון אויפן אָרט פון די דרײַ וואָס בײַ די דרומדיקע דיאַלעקטן. אגב פאַרבלײַבט עד היום יודל מאַרקס „אונדזער ליטווישער יידיש“ די שענסטע, ברייטסטע שילדערונג פונעם פאַר⸗חורבנדיקן ליטווישן יידיש (מאַרק 1951).

וואָס אָבער אַן אמת, זײַנען אָט די דרײַ „פּאָפּולערע גרונט⸗סימנים“ אין די לעצטע דורות געגליכן צו די אויסערלעכע, אייגנאַרטיקע טשיקאַווע צווײַגן און צווײַגעלעך פון אַן אוראַלטן בוים, דאָס וואָס ס′שטעלט מיט זיך פאָר דעם יחידס און דעם כללס מענטשלעכע, וויזועלע אָפּבילד פון דעם⸗אָ בוים. אויף משיג זײַן עלטערע תקופות און פראַגן צום אָפּשטאַם איז נייטיק ווי ניט איז אַ קוק טאָן אין אינעווייניקסטן שטאַם און אונטערן ערד⸗פלאַך די וואָרצלען. אָדאָ⸗אָ וועלן מיר זיך באַנוגענען מיט נאָר איין לפי⸗ערך „אַבסטראַקטן“ סך⸗הכל צום ברייטערן בילד. דהיינו:

אַזש פון יחיאל פישערן (1936) און ווײַטער (אוריאל ווײַנרײַך 1958; מאַקס ווײַנרײַך 1960; מיכל הערצאָג 1965; כ″ץ 1983 א.א.) האָט מען פּראָיעקטן אויף קדמון סכעמעס פון יידישן וואָקאַליזם, און וואו מער וואו ווייניקער אויך פונעם מזרח⸗אייראָפּעאישן יידיש פאַר⸗זיך. ביי אַלע איז אַ סברא פאַראַן אַ חסרון (און בײַ אונדז גופא אַוודאי און אַוודאי), אַז אינעם אולטראַ⸗סטרוקטוראַליסטישן גײַסט, און אַ סברא אויך אין אונדזער איבערגעטריבענעם דראַנג צו זוכן פאַר יידיש „פּערפעקטע קאָרעספּאָנדענצן“, האָבן מיר וואו⸗ניט⸗וואו אָן אַ זײַט געלאָזן אַפילו גרונטיקע פילאָלאָגישע פאַרהעלטענישן וואָס זײַנען דירעקט און אויף אַ יסודותדיקן אופן פאַרקניפּט מיטן עצם ענין. דהיינו:

שלמה בירנבוים (1934) האָט מיט אַ באַרג ראיות פון אַמאָליקע כתבים אויפגעוויזן אַז דער יידיש⸗דיאַלעקטישער איבערגאַנג פון u אויף i, עווענטועל אויך ū אויף ī, אין די ביידע פאַלן געוויינלעך דורך דויערהאַפטיקע צווישן⸗סטאַדיעס פון ü און ǖ, שטאַמט גאָר פון (דרומדיקע) געגנטן פון אַמאָליקן  מ ע ר ב  יידיש און איז אַריבערגעפירט געוואָרן צו מזרחצו אין די „פּוילישע לענדער“. דער דאָזיקער גאָר  אַ ל ט ⸗ מ ע ר ב ד י ק ע ר וואָקאַלישער איבערבײַט איז ניט אָפּצוטיילן פון דער  ק י י ט  אָנגעווענדטע איכותדיקע איבערגאַנגען פון ɔ אויף u און פון ō אויף ū (פאַרנעמענדיק דעם אָרט פון /u/ און /ū/ אין דער סיסטעם). 

דערצו גייען אַרײַן אויך אַנדערע אָנגעווענדטע גאַנצענע ק י  י ט ן קלאַנגיקע בײַטן. דער עיקר דאָ שטעקט פאָרט ניט אין פּרטים, נאָר וואָדען אין אָט וואָס: אין דער היסטאָרישער יידישער דיאַלעקטאָלאָגיע גייט דאָ ניט, צו דער איצטיקער שאלה⸗תשובה, אין אַ וואָרט דאָ און אַ קלאַנג דאָרטן, וואָס פאַרשיידענע געלערנטע זײַנען נוטה, גאַנץ אַטאָמיסטיש און ווען ניט ווען קאַפּריזנערהייט אַרויסדרינגען עולמות ומלואם.

מיר האַלטן, אַז די העכסט⸗ראַדיקאַלע שינויים אין סיסטעם באַטאָנטן וואָקאַליזם פון דרומדיקע מזרח⸗אייראָפּעאישן יידיש שטעלן מיט זיך פאָר אַ ממשותדיק⸗עמפּירישן שלל פון שפּראַכיקן חומר, אַרײַננעמענדיק ט ו י ז נ ט ע ר ווערטער און איינסן אין דער שפּראַך, וועמענס מקור איז שוין איינמאָל נוגע צו אונדזערע יידישע קדמון דיאַלעקטן.

אָט אַשטייגער איז אונדזער אַמאָליקע סכעמע פון דער דינאַמישער אַנטוויקלונג פון צענטראַל⸗מזרח יידיש („פּויליש“).

(a) to MEY (CY)

מקור: כ″ץ 1982: באַנד 2, ז. 583; אין דײַטשישער איבערזעצונג: כ″ץ 1983: 1029  (דאָרטן טאַבעלע 53.9)

 

די ווײַטערדיקע און פּרינציפּיעל שפּעטערדיקע שינויים וואָס האָבן געפירט צום כאַראפקטעריסטישן דרומדיקן דרום⸗מזרחדיקן יידיש („אוקראַאיניש“) זײַנען כולל (אין אייבערשטן קעסטעלע — „וואָלינעריש“; אין אונטערשטן מער: „פּאָדאָליער⸗בעסאַראַביש“)

(b) to SEY

מקור: כ″ץ 1982: באַנד 2, ז. 586; אין דײַטשישער איבערזעצונג: כ″ץ 1983: 1029 (דאָרטן טאַבעלע 53.11)

איז מאי קא משמע לן? דער געאָגראַפישער מאַסיווער און נאָכאַנאַנדיקער שטח וואָס אין צפון („ליטוויש“), וואו ס′איז ניטאָ אויף קיין רפואה קיין רמז ושמץ פון די אַלע ט ו י ז נ ט ע ר פאָרמעס וואָס זײַנען עמפּיריש און סיסטעמאַטיש איבערגעאַנדערשט געוואָרן, שטאַמט אָפּ פון אַ זייער אַלטער שפּראַך⸗סטאַדיע פון יידיש אין מזרח אייראָפּע. אַז דער עלטסטער צפון⸗מזרחדיקער („ליטווישער“) יידיש איז דער עלטסטער יידיש אין מזרח אייראָפּע אויף וועלכן די איבערגאַנגען  i ⟵ u (אויך ī ⟵ ū), און  u  ⟵  ɔ  (אויך ū  ⟵  ō), און זייערע אַלע אָנגעווענדטע איבערגאַנגען, האָבן קיין דריסת הרגל ניט געהאַט.

אַנדערש געזאָגט געוואָרן וועט דאָס הייסן, אַז דער עלטסטער יידיש אין די צפונדיקן געביטן איז ב מ י ל א דער עלטסטער צפון⸗מזרחדיקער („ליטווישער“) יידיש.

אָבער אַווען, ברחל בתך הקטנה, דאָס קען זײַן, ווייס מען נאָך ניט, נאָר וואָדען: שלמה בירנבוים האָט אָנגעוויזן אויף דער דאַטע ±1385, אַווען ס′האָבן דער ליטווישער גרויספירשטנטום מיט דער פּוילישער מלוכה צוערשט אַרײַן אין אַ פאַראיין, ווי אַ צײַט פון אַן אויפגעעפנטן גרענעץ, מיט אַן השערה אַז בלויז  פ אַ ר יענער צײַט איז געווען אַזאַ מין פּאָליטיש⸗מיליטערישע מחיצה וואָס וואָלט בכח געווען שטעלן אַ פעסטן „עד⸗כאן“ לגבי דער מעכטיקער כוואַליע פון איכותדיקן קלאַנגען⸗בײַט (בירנבוים 1939: 40).

ס′איז דאָך שוין איינמאָל אַן עד⸗כאן, מה⸗דאָך, אַז ניט קוקנדיק אויף קליינינקע דיאַלעקטיש⸗געמישטע אינדזלעך ווי אַשטייגער טשערנאָבל אָדער בריסק, איז די u ~ o ליניע אַזאַ פעסטע, אַז מער ווי אַ יובל מיט יאָרן נאָכן חורבן איז געלונגען ניט נאָר אויפרעקאָרדירן אויפסנײַ די ליניע, נאָר אין געוויסע פאַלן וואו אַ יחיד אַ זקן אַן עדות איז געווען, אַפילו געוואָר ווערן די קליינע ישובים וואָס אויף איטלעכער זײַט פונעם אוראַלטן צפוןדרומדיקן גרענעץ פון מזרחדיקן יידיש (זע כ″ץ 2016: § 7). דאָס הייסט נאָך ניט, אַז דער יידיש⸗דיאַלעקטישער גרענעץ האָט זיך ניט אויף אַהין אָדער אַהער אַ רוק געטאָן; ס′הייסט אָבער טאַקע בפירוש, אַז דער מיטלעלטערלעכער „עד⸗כאן“ פון דער יסודותדיקער דרום טעריטאָריע, אויסער וועלכער די מעכטיקע קייט איבערגאַנגען וואָס האָבן אינגאַנצן איבערגעאַנדערשט דעם אַקוסטישן פּנים הלשון, i ⟵ u (אויך ī ⟵ ū), און  u  ⟵  ɔ  (אויך ū  ⟵  ō), צווישן אַנדערע, איז געבליבן אָט דער אייגענער „עד⸗כאן“ וואָס איז חל אַזש ביז די לעצטע יידיש ריידנדיקע יחידים אין אָט די מקומות.

נמצא, אַז דעם עלטסטן ליטווישן יידיש וועט מען במילא טרעפן בײַם עלטסטן אשכנזישן ישוב וואָס אין דער ליטע.

אַוואָס נאָר, אַזאַ טערמין ווי „ליטע“, אַוואו דער עצם שטח האָט זיך אַ סך מאָל געענדערט אין גאַנג פון דער געשיכטע איז ניט קיין איבעריקס שטרענג⸗וויסנשאַפטלעכער טערמין. אַ סך מער פּינקטלעך⸗עמפּיריש וואָלט זײַן די עצם ליניע צווישן אַלע מיני יידישע שפּראַכיקע נוסחאות וואָס זיינען „ליטוויש“ אַקעגנאיבער אַלע דרומדיקע, ד.ה. ניטליטווישע; עמפּיריש סײַ ווײַל ס′בויט זיך אויף אַ יאָרהונדערט פון דיאַלעקטאָלאָגיע וועמענס לעילאדיקסטע סחורה ס′איז דער לעבעדיקער מענטש וואָס רעדט די שפּראַך, סײַ ווייל אין טיפן צפון מאַכט זיך קיין ס י מ ן ניט פון די אַלע דרומדיקע שינויים וואָס נעמען אַרום די מערהײַט ווערטער אין דער שפּראַך (ניט דעם אָדער אַן אַנדער לינגוויסטס פאַרליאַפּען זיך אין דעם אָדער אַן אַנדער פּרטל אַלס שיער ניט קיין אַנטדעקטע אַמעריטשקע). פאַרשטייט זיך, אַז  י ע ד ע ר  שפּראַך גרענעץ, ווי פעסט ער זאָל זיך ניט האַלטן, רוקט זיך אין משך פון דורות, און עס קומען אויף אַוואוניטוואו געמישטע אונטערדיאַלעקטן (צו אונדזער ענין וועלן דאָ אַרײַנגיין דער בריסקער קרײַז אין פּאָלעסיע, דער טשערנאָבלער יידיש, און אפשר נאָך וואָס).

קען מען אויך שטעלן אָט אַזוי די זאַך: די עלטסטע שפּראַך בײַ די ערשטע אשכנזים וואָס קענטיק⸗ממשותדיק צו צפון צוצו (ניט סתם גלאַט יענע פּאָר וויאָרסטלעך) פון דער שייד⸗ליניע (די דרומדיקע בלויע ליניע אין אָט דער מאַפּע), איז בעיקרא, במילא, און בדיעבד: צפון מזרח יידיש (ל י ט ו ו י ש  אין פּאָפּולער לינגוויסטישן זין) פון דער ערשטער רגע פון גרופּעסווײַזער אַשכנזישער באַזעצונג אין אָט די מקומות.

 2016 Map JPEG (from PDF)

 מקור: כ″ץ 2016    

ס′מאַכט זיך אַמאָל אַפילו, אַז דער פּשוטער שכל הישר טראָגט אויס אויף דער זעלביקער מסקנא אַוואָס די מעטאָדאָלאָגיע פון דער היסטאָרישער לינגוויסטיק.

צולאָג צום ענין פון קדמון וואָקאַליזם פון מזרחדיקן יידיש: דער ערשטער פּונקט איז מער נוגע דער עסטעטיק פון קדמון מזרח יידיש, דער צווייטער איז שייך צום לינגוויסטישן מהות גופא.

(א) ס′וואָלט טאַקע זײַן מהודרדיק סימעטריש און גלייכגעוויכטיש אין קלאַסיש נעאָגראַמאַטישן גײַסט, אַז אַ קדמון וואָקאַליזם מיט אַלע אָפּגעהיטע חילוקים, סײַ כמותדיקע און סײַ איכותדיקע, לאָזט פון זיך אַרויס אַ צפון מיט אַן איכותדיק קאָנסערוואַטאָרישער וואָקאַלישער סיסטעם און אַ דרום מיט אַ כמותדיק קאָנסערוואַטאָרישער וואָקאַלישער סיסטעם. באַקומט זיך אָבער, אַז קדמון מזרח יידיש, אויף ווי ווײַט ער לאָזט זיך רעקאָנסטרואירן, איז אין זײַן סיסטעם באַטאָנטע וואָקאַלן אַ היפּש ביסל נעענטער צום שפּעטער אויפגעוויזענעם צפונדיקן מזרח יידיש איידער צום דרומדיקן. אָדאָס איז אַ פּועל יוצא פון די איצט אויסגעשטאָרבענע סאַמע מערבדיקסטע שטחים פון ליטווישן יידיש, מיט זייער דאָ⸗ניט⸗לאַנג אויפגעהיטער כמותדיקער דיפערענצירונג בײַ די באַטאָנטע וואָקאַלן, סײַ אין קורלאַנד (מאַקס ווײַנרײַך 1923: 199 – 200), און סײַ אינעם זאַמעטער יידיש (יודל מאַרק 1951: 439  – 440). פאַרקערט איז דער פאַל בײַ די לחלוטין קאָנסערוואַטיווע וואָקאַלישע איכותן — אַן אויסנאַמסלאָזע פאַראַניקײַט פון גאָר אַמאָליקע וואָקאַלישע איכותן אין  אַ ל ע  נוסחאות פונעם ליטווישן יידיש. די פאַרשיידענע קייטן פון איכותדיקע קלאַנגען⸗בײַטן וואָס אין דרום האָבן ניט געהאַט קיין ברעקל השפּעה — דער „עד⸗כאן“ פון אונדזער תשובה.

(ב) והשנית, שטאַמט דער ערשטער עטאַפּ פון די כאַראַקטעריסטישע דרומדיקע קייטן פון איכותדיקן קלאַנגען⸗בײַט גאָר פון עלטערן מערבדיקן יידיש (בירנבוים 1934), און האָט דעם צפון פון מזרח⸗אייראָפּעאישן יידיש ניט אָנגערירט. נמצא, אַז קדמון מזרח יידיש קען ניט זײַן קיין קדמון דיאַלעקט פאַרן ג אַ נ צ ן מזרחדיקן יידישן לשון, ווײַל ער קען ניט אַרייננעמען קיין פּ ר ע⸗ מזרח⸗יידישע שטריכן ווי די מעכטיקע קייטן קלאַנגען⸗בײַטן צום דרום וואָס האָבן ניט געקענט האָבן אַ חלק אין די צפונדיקע שטחים וואו די אוראַלטע איכותן ווערן לחלוטין אָפּגעהיט עד היום הזה.

ווילנע, כ″ה אייר תשע″ו \  דעם 2טן יוני 2016

לעצטע הגהה ב′ סיוון תשע″ו \  דעם 8טן יוני 2016


ג

דבר המקדים

אדם אריאל (אַ סטודענט אין ישיבה אוניווערסיטעט אין ניויאָרק) האָט פרײַנטלעך צוגעשיקט אַ שאלה וועגן צוויי אויסצוגן פון סעיפים בײַם מפורסמדיקן רב, ר′ יחיאל מיכל (הלוי) עפּשטיין, דעם בעל ערוך השולחן, וועלכער איז געבאָרן געוואָרן אין 1829 אין באַברויסק (אין די מזרחדיקע קאַנטן פון מינסקער גובערניע, אין די טיפענישן פון דער יידישער ליטע (דער צפוןמזרח פון יידיש און פון אשכנז), אין די געגנטן וואָס האָבן אַמאָל געהייסן בײַ יידן: רסן (זע כ″ץ 1996, און די מאַפּע אין כ″ץ 2008). „דער ערוך השולחן“ איז נפטר געוואָרן אין 1908 אין נאַוואַרעדאָק (אין דער מערבדיקער מינסקער גובערניע [ביז 1848 איז די שטאָט צו גראָדנער גובערניע פאַררעכנט געוואָרן]). אין נאַוואַרעדאָק האָט ער זײַנע לעצטע 34 יאָר געדינט אַלס שטאָטרב. אָט די מקומות געפינען זיך בײַ הײַנטיקן טאָג אין בעלאַרוס (ווײַסרוסלאַנד), וואו באַברויסק גייט אַרײַן אין מאָלעווער (מאָהילעווער) פּראָווינץ (אָבלאַסט), און נאַוואַרעדאָק איז ווידער אַרײַן אין גראָדנער פּראָווינץ.

די ביידע צוגעשיקטע אויסצוגן זײַנען טאַקע פונעם ערוך השולחן, קומט דעם חשובן שואל אַ יישר כח פאַרן שיקן סײַ די געדרוקטע זײַטלעך פון שער⸗בלאַט, מיט די זײַטלעך מיטן ערשטן און צווייטן אויסצוג, פון אַן אַמאָליקן דרוק, פיעטרקוב (פּיעטערקאָוו) תרס″ג (1902 – 1903); און סײַ דעם דיגיטאַליזירטן טעקסט מיטן צוגאָב פון מאָדערנע אָפּשטעל⸗צייכנס, אַוואו מען קען טרעפן דעם ערשטן און דעם צווייטן אויסצוג.

דער ערשטער אויסצוג איז פון ערוך השולחן, אורח חיים סימן סא סעיף ח: 

[…] וכן יש לדקדק באות עי″ן בק″ש דלפי מבטא שלנו שוין העי″ן והאל″ף ובבק″ש יש לדקדק להפרישם זה מזה וכן בין שי″ן שמאלית לתי″ו רפה ולכן בתיבת ועשיתם יש לדקדק הרבה להטעים העי″ן, ולהפריש בין השי″ן להתי″ו וכן הסמ″ך לא יהיה דומה לתי″ו רפה וכן בבי″ת רפה יש להטעים שלא יתראה כפ″א רפה כמו ואהבת לבבך ובכל והרבה כאלו ויטעים העי″ן של אשר נשבע.

און איבערגעזעצטערהייט, מיט אָפּשטעל⸗צייכנס און נקודות וואו נייטיק, און צוגאָבן אין קאַנטיקע קלאַמערן [ ]):

[…] און אָט אַזוי אויך באַדאַרף מען מדקדק זײַן בײַם אות ע אין קריאת⸗שמע [קרישמע], ווײַל לויט אונדזער אַרויסרייד [דיאַלעקט] איז גלײַך דער ע מיטן א, באַדאַרף מען מבחין זײַן איינער פונעם אַנדערן. און אָט אַזוי אָ צווישן דעם שׂ [שין שמאל] מיטן תֿ מיט אַ רפה. אַזוי אַרום באַדאַרף מען אין וואָרט וַעֲשִׂיתֶם שטאַרק מדקדק זײַן באַטאָנען דעם ע, און מבחין זײַן צווישן דעם שׂ מיטן תֿ. און אָט אַזוי בײַם ס, ער זאָל ניט זײַן געגליכן מיטן רפה תֿ. און אָט אַזוי בײַם רפה בֿ, באַדאַרף מען באַטאָנען, ער זאָל זיך ניט אַרויסווײַזן פאַר אַ רפה פֿ, למשל בײַ די ווערטער וְאָהַבְתָּלְבָבְךָוּבְכָל, און אַ סך אַזעלכע. און מען באַדאַרף באַטאָנען דעם ע וואָס אין אֲשֶׁר נִשְׁבַּע.

 דער צווייטער איז פון אָדאָרטן, סימן סב סעיף ב:

ומזה הטעם אני אומר דלפי מבטא שלנו שאין הפרש בין אל″ף לעי″ן ובין חי″ת לכ″ף ובין סמ″ך לתי″ו רפויה, ובין טי″ת לתי″ו דגוש יצאו ידי חובתן כיון שלשונם כן הוא והרי אנו רואים שהמדקדקים בזה בא להם ההפרש בטורח רב, ועדיין אין ההפרש כראוי […]

איבערגעזעצטערהייט:

און צוליב אָטאָ דער סיבה זאָג איך אָט וואָס: אַז לויט אונדזער אַרויסרייד [דיאַלעקט] איז ניטאָ קיין חילוק צווישן א און ע; צווישן ח און כֿ; און צווישן ס און תֿ מיט אַ רפה; און צווישן ט און תּ מיט אַ דגש; איז מען יוצא מיט דער התחייבות [פון דער מצווה], ווײַל אָט אַזוי אָ איז זייער לשון. און נאָכאַלעמען [אַפילו] ביי די בעלי דקדוק זעען מיר אַז די אונטערשיידונג קומט אָן מיט גרויס טירחא, און די אונטערשיידונג איז ניט ווי ס’באַדאַרף צו זײַן […]

[פון קאָנטעקסט וועגן: די ווערטער בײַם אָנהייב („און צוליב אָטאָ דער סיבה“) פאַררופן זיך אויפן פריערדיקן סעיף (סימן סב סעיף א′) וואָס ענדיקט זיך מיטן אַראָפּברענגען פונעם פּראָגער מהר″ל (מהר″ל⸗פּראָג, ר′ יהודה לייב בן בצלאל), פון זיין ספר תפארת ישראל, ר′ אחא′ס אַ זאָג אין שיר השירים רבה, וועגן פאַרמישן אהבה (′ליבשאַפט′) מיט איבה (′שנאה′), למשל אין קריאת שמע: ואהבת און ואיבת. פונדעסטוועגן איז דער עיקר פון סעיף א′ אַ ציטאַט פון דער משנה (ברכות טו עמוד א) און דעם ערוך השולחנס פאַקטישער פּסק, דהיינו: „קרא ולא דקדק באותיותיה יצא“ (′האָט ער געלייענט און ניט מדקדק געווען אין די אותיות – האָט ער יוצא געווען′). אין דער משנה גופא איז דאָס ר′ יוֹסי′ס מיינונג אין אַ מחלוקת מיט ר′ יהודהן, נאָר דאָס אַלצדינג וואָלט אַ סברא צו ווײַט געפירט פון אונדזער שאלה.]

שאלה

קומען מיר אָנעט צו דער עצם שאלה פון חשובן געלערנטן, אדם אריאל פון ניו⸗יאָרק, וואָס ער שיקט אונדז קיין ווילנע, וואָס לייענט זיך (איבערגעזעצט פון ענגליש):

„מיר זעען אַז ר′ יחיאל מיכל עפּשטיין האַלט אַז די אותיות ס און תֿ רפויה באַדאַרף מען מבחין זײַן איינער פון אַנדערן (כאָטש ביי קריאת⸗שמע), אַ דיפערענצירונג וואָס מען טרעפט ניט בײַ אשכנזים — ביידע האָט מען דעמאָלט אַרויסגערעדט ווי s, פּונקט ווי ס’איז הײַנט דער גאַנג בײַ די אשכנזים. מיר גייט אין פאַרשטיין וואָס פאַראַ גענויען אונטערשייד ער האָט געהאַט אין זינען. אפשר האָט ער געהאַט אין זינען אַ שטימלאָזן פריקאַטיוו⸗קלאַנג th אַזוי ווי לויט דער טראַדיציע בײַ די תימנער. אויב אַזוי, צי קענען מיר געוואָר ווערן ווי אַזוי ער וואָלט דערפון געוואוסט? צי וואָלט דאָס געווען באַקאַנט הרב עפּשטיינען אין דער ליטע אין שפּעטערדיקן נײַנצעטן יאָרהונדערט? טאָמער ניט, צי וואָלט עס געווען געבויט אויף פאָרשונגען (אַקאַדעמישע צי אַנדערע) פון די מזרחדיקע טראַדיציעס און בתוכם די תֵּימָנישע? טאָמער ניט, צי האָט איר אַ סברא וועגן וועלכן אַנדערן קלאַנג ער האָט דאָ געהאַט בדעה?“

תשובה

לכתחילה איז אויפן אָרט זיך מודה ומתוודה זײַן, אַז בלויז אַ ממשותדיקער ביאָגראַף פונעם רבנישן מחבר וואָלט  א פ ש ר  געקענט אויסזוכן אינפאָרמאַציעס וועגן זײַנע קאָנטאַקטן און בכלל זײַן לעבנסוועג און אַנדערע כתבים, וואָס מען האָפט אַז זיי וואָלטן געהאַט אַ שייכות, און דערצו אַ ניצלעכן, לגבי דער חשובער צוגעשיקטער פראַגע. דאָָס איז בעצם אַן אַרט התנצלות פאַרדערפאַר אַז אונדזער תשובה דאָ איז בעצם אַן אַרײַנקלערעניש, אַן השערה, וואָס ווײַטערדיקע פאָרשונג וועט אפשר מסוגל זײַן אָפּפרעגן אָדער באַשטעטיקן. איז, מיט אָט דער באַוואָרעניש:

אַ ספק צי אַ רב אַ פּוסק אין באַברויסק אָדער נאַוואַרעדאָק וואָלט אין נײַנצעטן יאָרהונדערט געהאַט פעסטע ידיעות וועגן דעם אַרויסרייד פון לשון קודש אין תימן אָדער אין אַנדערע יידישע ישובים פון ווײַטן מיטעלן מזרח. ווער ס’וויל אַזוי טענהן איז עס אַ פאַל פון  — עליו הראיה.

ס′לייגט זיך מער אויפן שכל אַז אַ רב אין אַזעלכע שטעט ווי באַברויסק אָדער נאַוואַרעדאָק וואָלט אין משך פון זײַן לעבן געהאַט אַ קאָנטאַקט ווען⸗ניט⸗ווען אָדער מיט קריסטלעכע געלערנטע ביכער וועגן העברעאיש אָדער אַפילו מיט קריסטלעכע לעבעדיקע גײַסטלעכער וועלכע האָבן שטודירט העברעאיש. אין ביידע פאַלן וואָלט ער גלײַך געלייגט אַכט אויף די חילוקים פון קלאַסישן לשון קודש וואָס זײַנען בײַ די אשכנזים פאַרלאָרן געגאַנגען, צווישן זיי די קלאַסישע דיפערענצירונגען, לאָמיר אָנכאַפּן, פון גּ אַקעגן גֿ און פון דּ אַקעגן דֿ, אין ביידע פאַלן פון דער סעריע „בגד כפת“, און בתוכם די לאַנג באַקאַנטע אָנגענומענע מיינונג אַז דער תֿ רפויה איז געווען אַ מין θ (אַן ערך ווי דער ענגלישער th אין think) להיפּוך צו אַ דֿ רפויה וואָס איז געווען אַ מין ð (אַן ערך ווי דער ענגלישער th אין though). וואָלט זיך באַקומען במילא, מיט (אָדער אַפילו אָן) אַזאַ פאָנעטישער פּינקטלעכקייט, אַז דער תֿ רפויה דאַרף פּרינציפּיעל זיין אַ נ ד ע ר ש איידער דער ס און דער שׂ, (וואָס מ’האָט אויך אָנגערופן אויף יידיש פּשוט: „דער שמאל“ [סמאָל]).

פאַראַן אָבער אַ פּשוטערע סברא דאָ, וואָס לייגט זיך מער אויפן שכל, און איז אויך בשעת מעשה דווקא אַן אָנווײַז אויף אַ טשיקאַוון אינטעלעקטועלן פאַל, וואו דער רבנישער גאַגנ טראַכטן אין משך פון דור דורות איז, אויף חידושים, אין פולן אײַנקלאַנג מיט די השגות פון דער מאָדערנער פילאָלאָגיע. סײַ די און סײַ די, אַז זיי קוקן אויפן אוראַלטן העברעאישן (אָדער אַפילו כלל⸗סעמיטישן) אַלפאַבעט, אָדער אַז זיי קוקן אויף די שפּעטערע (און פון אונדזער שטאַנדפּונקט אויך גאָר אַלטע) סיסטעמען ניקוד, דרינגען זיי אָפּ אַן איינציקע מסקנא: דהיינו, אַז יעדער סימן האָט מיט זיך פאָרגעשטעלט אַן איינאיינציקן (אוניקאַלן, יחיד⸗במינודיקן) קלאַנג.

פאַר דער מאָדערנער לינגוויסטיק איז צומאָל געוואָרן וויכטיקער דערגרונטעווען זיך, וויפל פון זיי זײַנען פאָנעמען וואָס זײַנען בכח דיפערענצירן אַ באַדײַט און ניט סתם אַלאָפאָנען; דער פאַל פון „בגד כפת“ איז פאַר טייל מאָדערנע סטרוקטוראַליסטישע לינגוויסטן גראַדע ווייניקער אינטערעסאַנט ווײַל מען קען פאָראויסזאָגן וואו אַן עקספּלאָסיוו⸗קלאַנג (דגש) און וואו אַ ספּיראַנט (פריקאַטיוו) פון דער פאָנעטישער שכנות גופא: די ספּיראַנטן קומען נאָך אַ וואָקאַל און דעם עסק קענען זיי גאָר אָפּפּטרן מיט אַ פאָנאָלאָגישן „כלל פון נאָך⸗וואָקאַלישער ספּיראַנטיזירונג“, און שוין. אָבער אויך די טעמע וואָלט אונדז צו ווײַט אַוועקגעפירט.

דער עיקר איז דאָ דער מערקווערדיקער צד⸗השווה, ביי רעליגיעזע און פילאָלאָגישע פּרינציפּן, בײַם באַנעמען סימנים שבכתב (גראַפעמען — אותיות צי נקודות) פון קלאַסישן העברעאיש (אָדער אַוועלכן ניט איז אַמאָליקן לשון שבכתב). די רבנים וואָס גיבן זיך אָפּ מיטן ענין האַלטן, רעליגיעז⸗אידעאָלאָגיש, אַז די אוניקאַלע, דיפערענצירטע סימנים פונעם אוראַלטן הייליקן לשון מוזן אייביק אויפגענומען ווערן מיט אוניקאַלע, דיפערענצירטע קלאַנגען בײַ היינטיקן טאָג, לפּחות „פּרינציפּיעל“. ס′איז דאָך אַ פראַגע פון הייליקײַט. אָבער דאָס איז אַ הייליקײַט וואָס מען וועט אומזיסט זוכן אין דער תורה גופא, ווײַל ס′איז אַ שפּעטערדיקער ענין וואָס וואַקסט פון ריכטיק באַנעמען בדיעבד (צומאָל מיט טויזנטער יאָר שפּעטער) די הייליקע שפּראַך בײַ אַזעלכע אונטערנעמונגען ווי דאַוונען און בפרט בײַאַזאַ הייליקער תפילה ווי שמע ישראל (אַ טעמע באַהאַנדלט שוין אין דער משנה, מסכת ברכות), וואָס באַשטייט פון פּסוקים פון דער תורה. דאָס איז אַ הייליקײַט וואָס איז געוואַקסן בײַ רבנים פון אַ קלאָרן פילאָלאָגישן שכל הישר, אַז פאַרשיידענע סימנים האָבן אַמאָל אָנגעוויזן אויף פאַרשיידענע אַרויסריידן, אַפילו ווען טייל הבחנות זײַנען בײַ דער אָדער אַן אַנדער יידישער עדה פאַרלאָרן געוואָרן אין משך פון די דורות. און בײַ דער היסטאָרישער לינגוויסטיק איז עס גלאַט אַ שכלדיקער אויסגאַנג⸗פּונקט, מען זאָל האַלטן, אַז יעדער סימן האָט לכתחילה פאַרטראָטן אַן אוניקאַלן, יחיד⸗במינודיקן קלאַנג אָדער פאָנעטישן שטריך.

קערן מיר זיך אום צו הרב ר′ יחיאל מיכל עפּשטיין פון באַברויסק און נאַוואַרעדאָק. אין לעצטן סך⸗הכל איז גאָר ניט נייטיק צו פּאָסטולירן אַ באַקאַנטשאַפט מיט די נוסחאות פון געלייענטן אָדער געדאַוונטן העברעאיש אין ווײַטן תימן, און אַפילו ניט קיין איבעריקע באַהאַוונטקײַט אין דער קריסטלעכער קענטשאַפט פון קלאַסישן העברעאיש בײַ טייל געלערנטע (דער עיקר דעמאָלט: טייל גלחים). מיר זעען שוין פון אַפילו די געבראַכטע קורצע אויסצוגן פונעם ערוך השולחן, אַז דער רב האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין אַן ענין וואָס שווימט אויף אין דער רבנישער ליטעראַטור, אין וועלכער ער איז כל ימיו געווען אַזוי גרינטלעך פאַרטיפט, ניט נאָר פון דער משנה, נאָר פון אַזעלכע אשכנזישע גדולים ווי דער מהר″ל פּראָג וועמען ער ברענגט אין סעיף האַרט פאַרן צווייטן ציטירטן סעיף. (וועגן טייל פון מהר″ל פּראָגס שיטות לגבי ניקוד און הברה האָבן מיר געשריבן מיט אַ סך יאָר צוריק אין שייכות מיט דרומדיקע אַקעגן צפונדיקע דיאַלעקטן אין מזרח אשכנז; זע כ″ץ 1993: זז. 61 – 65;  1994: זז. 238 – 244, וואו מיר זעען אַז בײַם מהר″ל זײַנען דאָ אויך קאַבאַליסטישע נטיות און אײַנשטעלונגען לטובת דער הברה פון די דרומדיקע יידן פון מזרח אייראָפּע). 

להיפּוך צום מהר″ל, דעם בעל תפארת ישראל, איז דער בעל ערוך השולחן אין די צוגעשיקטע ציטאַטן אַ בעל הלכה, ניט קיין מקובל און ניט קיין מליץ יושר פאַר אַוועלכן ניט איז דיאַלעקט אָדער קיבוץ יידן. פּשוט אַווײַטערפירנדיק די שקלא⸗וטריאס פון זײַנע פאָראויסגייער וועגן דעם אַז אין די סאַמע הייליקסטע תפילות, ווי שמע⸗ישראל, דאַרף מען זיך סטאַרען אויפהיטן וואָס מער חילוקים און וואָס מער דײַטלעכקײַט: א און ע; ס מיט שׂ מיט תֿ. ווייסן ווייסן מיר זייער גוט, אַז ביי יידן אין באַברויסק און נאַוואַרעדאָק איז ניט געווען קיין שמץ פון אַ חילוק ניט צווישן אַרויסרייד פון א און עס און שׂ און תֿ.

אין צווייטן פון די געבראַכטע אויסצוגן זאָגט ר′ יחיאל מיכל עפּשטיין, קלאָר ווי דער טאָג, אַז היות ווי בײַ אונדז איז ניטאָ קיין חילוקים אינעם לשון, איז מען יוצא מיטן נ י ט דיפערענצירן. להיפּוך צודערצו, פרובירט ער אין ערשטן ציטאַט פאָרט אײַנפירן מען זאָל זײַן וואָס מער אָפּגעהיט בײַ קריאת שמע, וואָס איז אַזוי הייליק, דערמאָנענדיק צווישן אַנדערע דעם ענין א און ע און דעם ענין סשׂ און תֿ. האָט דער חשובער שואל השאלה רעכט, אַז ס′בעט זיך דאָ בפירוש, מען זאָל אַ פרעג טאָן: וואָס האָט דער מחבר דאָ בדעה געהאַט?

אַ סברא, אַז דער רמז אויפן ענטפער ליגט אין וואָרט להטעים (′באַטאָנען′, ′אַקצענטירן′, ′לייגן דעם טראָפּ′ וכדומה) און אין דער פראַזע יש להטעים (′מען באַדאַרף באַטאָנען′ וכדומה). אַז אַן אָפּגעהיטער אין אָט די זאַכן, לאָמיר אָנכאַפּן אַ בעל קריאה צי גלאַט אַ צדקותדיקער ייד, רעדט אַרויס בײַם זאָגן קרישמע קלאָרער, העכער, פּאַמעלעכער (אָדער במחילה מיט מער אַספּיראַציע) אַן ע (אַקעגן אַן א), אָדער לאָמיר אָנכאַפּן אַ ס (איידער אַ תֿ), איז דאָס פאַר מענטשן, וואָס בײַ זיי אין לשון איז דור דורות ניטאָ קיין זכר פון די אוראַלטע, היסטאָרישע דיפערענצירונגען (וואָס סײַ רבנים און סײַ פילאָלאָגן אַמפּערן זיך וועגן זיי עד היום), האָט דער ייד שוין איינמאָל יוצא געווען. באַטאָנונג פון איין קלאַנג מער איידער אַן אַנדערער, ענלעכער, קלאַנג אין אַן איינאיינציקער תפילה הייסט שוין פאַר⸗זיך אַ חילוק געמאַכט — מיט וועלכן מען איז שוין לחלוטין יוצא.

נ.ב. בײַ לייענער וואָס קומען צו צו אָט די ענינים פונעם געביט פון דער יידישער פילאָלאָגיע און קולטור געשיכטע, איז וויכטיק האַלטן פאַרן אויג אַז דאָס איז פאַרשטייט זיך, גאָר אַן אַנדער ר′ יחיאל מיכל עפּשטיין איידער דער רב אין פּראָסטיץ סוף זיבעצעטן און די ערשטע יאָרן פון אַכצעטן יאָרהונדערט וועמענס כתבים וועגן דער יידישער שפּראַך זיינען אַן אָביעקט פון הייסער דיסקוסיע פון זינט ישראל צינבערג האָט אים פאַרן ברייטערן אינטעליגענטן יידיש⸗לייענענדיקן עולם מגלה געווען אין 1928, אין צווייטן באַנד פון די ווילנער פילאָלאָגישע שריפטן, אין זײַן אַרבעט „דער קאַמף פאַר יידיש אין דער אַלט⸗יידישער ליטעראַטור“ (צינבערג 1928: זז. 69 – 106, דאָרטן 95 – 96) וואָס האָט געפירט צו אַ סך דיסקוסיעס ביזן הײַנטיקן טאָג (זע כ″ץ 2007: 122 – 124, 129, 158; און צו מראה⸗מקומות צו די ביידע צדדים וואָס אינעם וויכוח אין די הערות צו זז. 122 – 124 וואָס דאָרטן, ז. 404; אויך כ″ץ 2015: 161 – 167, 203, 211, 307, 314).

ווילנע, ה′ אב תשע″ו \ דעם 9טן אויגוסט 2016

לעצטע הגהה: י″ב אב תשע″ו \ דעם 16טן אויגוסט 2016


ד

זלמן רייזענס דעת הכלל וואָס שייך דעם סטאַנדאַרדן יידיש און דעם עקסטרעמען פּוריזם

שאלה

פּראָפעסאָר סטעפן קראָג (אַרהוס, דענעמאַרק) שרײַבט:

אין אײַער יידישער סטיליסטיק (קאַץ 1993: 177) זאָגט איר, אז צווישן די אַנטי⸗דײַטשמעריסטן זײַנען באָראָכאָוו, פּרילוצקי און רייזען געווען די מעסיקע. וואָס איז שייך די ערשטע צוויי בין איך מסכים מיט אײַך, אָבער רייזען? דעם אמת געזאָגט האָב איך גיכער דעם אײַנדרוק, אַז ער געפינט זיך צווישן די גאָר שטרענגע אַנטי⸗דײַטשמעריסטן. איך פאַררוף זיך קודם כל אויף די ווײַטערדיקע שריפטן זײַנע: גראַמאַטיק פון דער יידישער שפּראַך (רייזען 1920); ווען זאָל מען ניצן ′אלס′?“ (רייזען 1938א). נאָרמע, יוצא⸗מן⸗הכלל, גראַמאטישע דובלעטן: נאָטיצן צו דעם ענין נאָרמירונג פון יידישן שפּראַכבאַנוץ“ (רייזען 1938ב).

מײַן בקשה: צי קענט איר מיר אפשר געבן צו וויסן אַנדערע אַרבעטן פון רייזען, וואָס וואָלטן געקענט אונטערשטיצן אײַער שטעלונג, אז רייזען איז געווען א מעסיקער אַנטי⸗דײַטשמעריסט?

תשובה

אונדזער חבר, דער חשובער דענעמאַרקער מלומד, פּראָפ. סטעפן קראָג, רירט דאָ אָן אַ העכסט אינטערעסאַנטע טעמע, דהיינו: די אָפּשאַצונג פון יידישע ווערטער און קאָנסרטוקציעס, וואָס (א) זײַנען אַרײַן אין דער שפּראַך ערשט אין נײַנצעטן יאָרהונדערט (און האָבן במילא ניט דורכגעמאַכט די דיאַלעקטישע און אַלגעמיינע אַנטוויקלונג פון די אַלטע תושבים) און וואָס (ב) זײַנען געווען נוטה למחלוקת, צי גלאַט מוטל בספק בײַ אָפּגעהטע באַנוצער פון יידיש (להיפּוך צו דעם נײַ⸗דײַטשישן עלעמענט אין יידיש וואָס איז בײַם ברייטן דעת הכלל לחלוטין כשר, ווי אַשטייגער: „אויסנאַם“, „אוראַלט“, „באַוועגונג“, „זיצונג“, „פּרעכטיק“, „קינדהייט“, „רונד“, „שפּראַך“, וכדומה).

וואָס אַן אמת, אָדאָרטן וואו ס′איז אַ נוטה למחלוקת גייט דאָס אין ערשטן — און אין לעצטן — סך⸗הכל אין אַן ענין פון עסטעטיק און דעם חוש פון דעם וואָס רעדט אָדער שרײַבט. איינער נוצט „עלנט“, אַ צווייטן געפעלט בעסער „איינזאַם“ און אַ דריטער שפּירט אַן איידעלן סעמאַנטישן ניואַנס אַצווישן זיי. דערפאַר זײַנען דאָ אויף דער וועלט פאַרשיידענע סטילן, ווי עס האָט דאָס אַזוי שיין אויסגעדריקט ל. שאַפּיראָ אין זײַן מײַסטערישן „דער שרײַבער גייט אין חדר“ (1945).

פון שפּראך⸗געפיל, פון סוביעקטיוון תופס זײַן נייטראַלקײַט, שיינקײַט און מאיוסקײַט, וועט קאַם אַ חידוש זײַן אַז בײַ אָן אַ שיעור אָפּגעהיטע יידישע פּען⸗מענטשן, אַזעלכע וואָס באַציען זיך צום יידישן וואָרט מיט יראת הכבוד און ווען⸗ניט⸗ווען מיט האַרצקלאַפּעניש ממש, ס′וועלן פונדעסטוועגן פאַראַן זײַן פאַרשיידענע שטימונגען, פאַרשיידענע געפילן צי פאַרשייגענע זשאַנרען און סיטואַציעס, און אַוודאי און אַוודאי איז בײַם רוב יחידים אפילו פאַראַן אַ וואַריאַציע אינעם געפיל און עסטעטישן באַנעם אין משך פון די תקופות און תקופהלעך וואָס אין גאַנג פון די אויסגעלעבטע יאָרן דאָ אויף דער וועלט.

צומאָל איז די וואַריאַציע באַוואוסטזיניק געווענדט אין ברייטערע פּעריאָדן אין דער געשיכטע. מיט הונדערט יאָר צוריק, האָט זלמן רייזען, אין זײַן קלאַסישער גראַמאַטיק פון דער יידישער שפּראַך: ערשטער טייל (רייזען 1920), באַמערקט אַשטייגער, אַז: 

„אַלץ יסוד פון דעם מאָדערנעם ליטעראַרישן יידיש איז גענומען דערעיקרשט דער ליטווישער דיאַלעקט.“

(רייזען 1920: 68§, ז. 34)

אָנגעבנדיק אַלץ איינע פון די סיבות פאַרדערפאַר:

„אויך מחמת דעם, וואָס דער ליטווישער וואָקאַליזם שטייט נעענטער צו דער דײַטשער שפּראַך, וואָס אונטער איר השפּעה האָבן זיך געפונען די שאַפער פון אונדזער נײַער ליטעראַטור“

(אָדאָרטן גופא)

געכאַפּט האָט ער פאַרדערפאַר אַ האַרבן פּסק בײַם טשאַמפּיאָן פונעם פּוילישן יידיש, שלמה בירנבוים, אין ערשטן באַנד פון די ווילנער פילאָלאָגישע שריפטן

„כ′וויל דאָ ניט אַרויסדרינגען פון דעם רושם, וואָס ליטוויש [= ′דער ליטווישער דיאַלעקט פון יידיש′] מאַכט אויף דײַטשע אויערן; כ′האָב שוין אָפט געהערט זאָגן, אַז ליטוויש איז אַ סך שווערער צו פאַרשטיין, ווי פּויליש⸗דרומדיק, אַז ס′קלינגט פרעמדער. פאַר אָביעקטיווע קריטעריען דאַרף מען נעמען פאָנעטישע פאַקטן. און דאָ, דאַכט זיך מיר, איז דער הסכם צווישן פּויליש⸗דרומדיק און צווישן דײַטש גרעסער ווי צווישן ליטוויש און דײַטש: פּויליש⸗דרומדיק און דײַטש האָבן בשותפות דעם חילוק פון לאַנגע און קורצע וואָקאַלן און בכלל אויך דעם אָרט פון קורץ און לענג. דאָס איז אַ סך כאַראַקעטיריסטישער אויף צו פאַרגלײַכן, ווי דאָס איכות פון די וואָקאַלן און דיפטאָנגען […]“

(בירנבוים 1926: 91-92)

נאָר וואָדען, נאָך דער מלחמה, זיך אַמפּערנדיק שוין מיט אוריאל ווײַנרײַכן (1951) אין דער סוגיא סטאַנדאַרדע הברה (נאָרמירטע אויסשפּראַך), ווײַטער אין תחום פון צפון ∼ דרום, איז שוין בירנבוימען געגאַנגען אין דערווײַזן, איפּכא מסתברא, אַז דער דרומדיקער וואָקאַליזם איז אָן אַ שיעור ווײַטער פון דײַטש, מחמת, רחמנא לצלן:

„מיר זעען אַז צוויי⸗דריטל פונעם וואָקאַליזם זענען אין צפון יידיש אַלצאיינס מיטן דײַטשן וואָקאַליזם און דאָס רעשט איז נענטער צו דײַטש ווי דער דרום⸗יידישער וואָקאַליזם.“

(בירנבוים 1953: 111; [צו דער דיסקוסיע אין ראַם פון „צפון כנגד דרום“ זע אויך קאַץ 1994: 216])

אָט אַזאַ מין אַלכסונדיקער אַרײַנפיר, וועגן אַרויסרייד פון דיאַלעקטן אין ליטעראַרישן⸗סטאַנדאַרדן יידיש קען קומען ווי אַן אָנווײַז אויפן סוביעקטיוון כאַַראַקטער וועגן מעמד פון דײַטש — און במילא דײַטשמעריש — אין דער יידישער פילאָלאָגיע. ווען ס′האַנדלט זיך אין לעקסיק, און אינעם סכום ווערטער וואָס זײַנען נוטה למחלוקת עד היום, קען מען נאָך הײַנט טרעפן אַן עקסטרעם⸗פּוריסטיש פליגעלע (זע קאַץ 2019).

אַריבערגייענדיק צו זלמן רייזענען און אַלעמערשטנס, די פּובליקאַציעס וואָס דער חשובער שואל רעכנט אויסעט. איינער פון די גרונט⸗מאָטיוון מחמת וועלכע רייזענס גראַמאַטיק פון 1920 וועט אייביק פאַרבלײַבן אַ קלאַסיש ווערק אין הלכות יידישע פילאָלאָגיע איז די אינטואיטיווע גאונות מיט וועלכער רייזען האָט ריכטיק דערכאַפּט און יסודותדיק באַשריבן דעם  ד ע ת  ה כ ל ל  פון די אַלע לינגוויסטיש⸗פּראָגרעסיווע עלעמענטן אין דער צעזייט⸗און⸗צעשפּרייטער וועלט פון יידיש, אֲַרויסוואַרפנדיק דאָס אַלץ וואָס דער דעת הכלל בײַ געניטע לערער, שרײַבער, רעדאַקטאָרן, אינטעליגענטן און באַוואוסטזיניקע אוהבי יידיש האָבן געפּסלט. אַכלל: אַקעגן  י ע נ ע ם דײַטשמעריש („דיזער“, „מאָנד“, „מונד“, „געסטערן“; אַזעלכע שרײַבונגען ווי: „יאָהרען“, „געהען“) איז ער שטאָל און אײַזן. נאָר וואָס, ניטאָ בײַ אים קיין שמץ פונעם  א י ב ע ר ג ע ט ר י ב ע נ ע ם  פּוריזם. אינעם סאַמע ווערק וואָס פּסלט אַזוי בוֹלט די פּאַראַזיטישע דײַטשמעריזירונג, באַנוצט זיך רייזען אינגאַנצן פרײַ פון די קאָמפּלעקסן (וואָס האָבן זיך דער עיקר געטראָפן בײַ געלערנטע וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אין דײַטש ריידנדיקע סביבות) מיט די אַלע ווערטער וואָס זײַנען אַרײַן פון מאָדערנעם דײַטש אין נײַנצעטן יאָרהונדערט און זײַנען שוין אין 1920 געווען היימישע תושבים אין לשון יידיש, בתוכם: „אומדאַנקבאַר“ (ז. 71), „אומפאַרענדערט“ (ז. 79), „אויסגאַבע“ (.ז. 57), „אויסשפּראַך“ (ז. 32), „אויפגאַבע“ (ז. 25); „אייגנשאַפט“ (ז. 3), „איינפאַכקײַט“ (ז. 109), „אַלס“ (ז. 93), „אָנווענדונג“ (ז. 141), „באלעסטיקט“ (ז. 135), „דערשײַנונג“ (ז. 80), „ווירקונג“ (ז. 21), „זעלבשטענדיק“ (ז. 31), „לאַגע“ (ז. 1) „לעבנס⸗באַדינגונגען“ (ז. 2), „מערקווערדיק“ (ז. 28), „ענדגילטיק“ (ז. 4), „פאָלקסטימלעך“ (ז. 27), „פאַראַנטוואָרטלעכקײַט“ (ז. 156), „פאָרמען“ (ז. 95), „פאַרענדערונג“ (ז. 48), „פרוכטבאַר“ (ז. 30), „שפּראַכלעך“ (ז. 16), „שטאַנדפּונקט“ (ז. 20), „שטרעבונג“ (ז. 122), „שילדערן“ (ז. 27), וכדומה נאָך אָן אַ שיעור.

גייען מיר אַריבער צום שואלס צווייטן ציטירטן מקור, דעם אַרטיקל „ווען זאָל מען ניצן ′אַלס′?“ אינעם זשורנאַל יידיש פאַר אַלע אין 1938. דער פאָרגעשלאָגענער איסור געהערט ניט רייזענען, נאָר דעם עצם מחבר פונעם אַרטיקל, מאַקס ווײַנרײַך (1938). פאַרקערט, רייזען קומט דאָ אין זײַן  נ אָ ט י ץ וואָס נאָכן אַרטיקל אַלעמערשטנס מקיל זײַן, לינדערן, הגם מיט אַן אָפּגעהיטענעם נוסח אין יענער תקופה פון ייוואָאיססטישן פּוריזם האַרט פאַר דער מלחמה. שרײַבט רייזען: 

„ווען מ′זאָל אַפילו אײַנזען אַ פּוריזם אין דער טענדענץ דורכאויס אויסצוקומען אָן דעם ווערטל ′אַלס′, מוז מען אָבער מודה זײַן, אז מ’נוצט עס שוין בײַ אונדז איבער דער מאָס […]“

(רייזען 1938ב: 21-22 [טשיקאַווע: דאָ געחתמעט „זלמן רייזין“ און אַזוי אינעם אינהאַלט צום נומער הגם אין דער אינהאַלט⸗רשימה צום גאַנצן באַנד (פאַר 1938) שטייט כנהוג: „רייזען“ — אַזאַ צײַט⸗שטימונג, וד″ל])

און ברענגט אַראָפּעט דוגמאות פאַר דעם אַז ניואַנסירטע וואַריאַנטן וואָס שטייען אין סכנה פאַרלאָרן ווערן אַז מ′וועט צופיל אָנווענדן ′אַלס′; (אַ געלונגענעם סך⸗הכל מיט אַ רײַכן מאַטעריאַל ברענגט אַראָפּעט יודל מאַרק אין גרויסן ווערטערבוך (באַנד III, ז. 1384). אין נאָטיץ צו ווײַנרײַכס איסור, קומט רייזען פאָרט ווי אַ (אַלס?) — מקיל.

קומען מיר אָנעט צום לעצט⸗געבראַכטן מראה⸗מקום, רייזענס אַרבעט „נאָרמע, יוצא⸗מן⸗הכלל, גראַמאַטישע דובלעטן“ (רייזען 1938ב). רייזען איז ניט געווען קיין טעאָרעטישער לינגוויסט; ער האָט זיך אָבער פאַרמאָסטן אין אָט דער אַרבעט, מיט אַ סך דערפאָלג, באַטראַכטן דעם ענין פון וואַריאַציעס לויט דער מאָס פון אַנאַלאָגיע (לויטן כלל) און אנאָמאַליע (די יוצא⸗מן⸗הכללן). ער פירט אויסעט, אַז בעת לעקסישע וואַריאַצעס (דער עיקר פון אונדזערע דיאַלעקטן) באַרײַכערן די שפּראַך, זײַנען גראַמאַטישע דובלעטן אָפטמאָל אַן הכבדה (אַ לאַסט?), און ער שפּילט זיך, אַזוי ווי טעאָרעטיקער שפּילן זיך כדרכם אינטעלעקטועל אין זייערע אַרבעטן, מיט אופנים און מאָסן אויף אָפּקלײַבן פאַרן ברייטערן באַנוץ פון איין וואַריאַנט צי אַן אַנדערן (דער גרעסטער טייל דוגמאות האָבן צו טאָן מיטן עבר פון ווערבן, די טיפּן „געשאָנקען“ קעגנאיבער „געשענקט“). דעם טערמין „דײַטשמעריש“ ווענדט ער אָן זייער שפּאָרעוודיק, בנוגע ווערטער וואָס זײַנען ט אַ ק ע אויסגעמיטן געוואָרן בײַם רוב אָפּגעהיטע שרײַבער, למשל: 

„גרײַזן, שוין דײַטשמערישע, זײַנען אַזעלכע פאָרמעס ווי „אַנטשיידן“ אָנשטאָט „אַנטשיידט“ (אויב מען קען בכלל נוצן דאָס וואָרט אין יידיש), ′געשיד′ אָנשטאָט ′געשיידט′“.

(רייזען 1938ב: 175)

בײַם סוף פונעם זאַץ גייט אַ שטערנדל (*) וואָס פירט צו אָט וועלכער הערה אונטערן זײַטל:

„גלײַכבאַרעכטיקט דערווײַלע זײַנען נאָך די אַדיעקטיוון ′פאַרשיידן′ (ליטוויש) און ′פאַרשידן′ (מיטל⸗יידיש) [ּצענטראַל⸗מזרח יידיש — פּויליש]“.

רייזען רוקט אַרויס דעם פּרינציפּ, אַז:

„שטענדיק איז בילכער די פאָרמע, וואָס איז אַ רעזולטאַט פון אַן אַנטוויקלונגס⸗פּראָצעס אויפן באָׁדן פון דער יידישער שפּראַך גופא, וואָס שטימט מיט די אַלגעמיינע שפּראַך⸗פאָרמעס פון יידיש“

(אָדאָרטן, ז. 176)

אין די ווײַטערדיקע פּאַראַגראַפן ברענגט ער בײַשפּילן פון די דובלעטן וואָס ער איז דערבײַ אויסן: „געטרײַשאַפט“ ∼ „טרײַהײַט“, „גאָט צו דאַנקען“ ∼ „גאָט זײַ דאַנק“. ער זאָגט זיך אויך אַרויס פאַר „נוציק“ לגבי „ניצלעך“ און „שפּראַכיק“ לגבי „שפּראַכלעך“.

נאָר אומזיסט וועט איר זוכן אַ פּרואוו צו פּסלען „געפאַר“ (ווײַל ס′איז פאַראַן „סכנה“), צו פּסלען „באַזוך“ (ווײַל מ′קען ערגעץ טרעפן „וויזיט“), אָדער פּסלען „פאַרדעכטיק“ אַלמאַי מ′קען דאָך אָנווענדן „חשוד“. מכל שכן וועט ער ניט גיין פּסלען „שטאַנדפּונקט“ ווײַל מ′קען צוקלערן „קוקווינקל“, צי „זעלבסטמאָרד“ ווײַל מ′קען דאָך אַרויסציען פון אַרבל „אַליינמאָרד“. דאָס הייסט ניט אַז רייזען איז ניט געווען גרייט עקספּערימענטירן מיט נייטיקע און געוואונטשענע נײַשאַפונגען. ס′הייסט אַז ער איז ניט געגאַנגען  פּ ס ל ע ן  גוטע יידישע ווערטער, אַלמאי מען קען פון זיי „פּטור ווערן און  מ אַ כ ן  יידיש ווײַטער פון דײַטש“ ווי עס האָבן בעצם געפאָׁׁדערט די עקסטעם⸗פּוריסטישע יידישע לינגוויסטן וואָס האָבן זיך אויסגעהאָדעוועט אין דײַטש ריידנדיקע סביבות, ווי דערמאָנט אויבן, און וואָס בײַ זיי איז פאַרבליבן אַזא מין קאָמפּלעקס.

ווילט איר אַפילו ווײַטער שטודירן אָט די אַרבעט רייזענס, דערשינען אין 1938, ווען די ייוואָ קרײַזן זײַנען געווען פאַרכאַפּט מיט עקסטרעמען נאָרמאַטיוויזם (סײַ אין לעקסיק סײַ אין אויסלייג), וועט איר טרעפן אַפילו  ד אָ  אַ שפּּאָר ביסל בײַשפילן פון רייזענס גאָלדענעם שפּראַך⸗חוש, למשל:

„ס′איז אַ גוזמא צו האַלטן דעם ווערב „קלעטערן“ פאַר דײַטשמעריש, לעל הפּחות פאַר מײַן דיאַלעקט — דעם רײַסישן“

(אָדאָרטן, ז. 178)

זלמן רייזען, אַ סברא די באַליבטסטע פּערזענלעכקײַט (ניט „פּאַרשוינלעכקײַט“) אין די צווישנמלחמהדיקע יידישיסטישע סביבות אין ווילנע, איז כידוע געווען דער מחבר פון אַ ריי יסודותדיקע ווערק וואָס בלײַבן עד היום קלאַסיש: אַם סאַמע באַוואוסטן, זײַן פירבענדיקער לעקסיקאָן פון דער יידישער ליטעראַטור, פּרעסע און פילאָלאָגיע (רייזען 1926 — 1929) וואָס ווערן ביזן הײַנטיקן טאָג בײַ קענער גערופן סתם: „רייזען“; זײַן היסטאָריש⸗ליטעראַרישע זאַמלונג, פון מענדעלסאָן ביז מענדעלע (רייזען 1923) איבערן בראשית פּראָצעס פון דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור, און נאָך אַ סך.

רייזענס צוגאַנג צו פראַגן פון באַנוץ איז דורכאויס געווען דער געזונטער צוגאַנג פון צוקוקן זיך, וואָס ס’טוען די בעסטע (געמיינט דאָ אויך: סאַמע אָפּגעהיטע) שרײַבער, רעדאַקטאָרן, פּען⸗מענטשן, און עס אויפזאַמלען, קאָדיפיצירן, דערלאַנגען דעם לייענער און דעם לערער און דעם סטודענט. דאָס טוט רייזען עד היום, העכער אַכציק יאָר נאָך זײַן גרויליקן אומקום בײַ די סאָוועטן (וואָס האָבן אים דאָ אַרעסטירט און דעפּאָרטירט בעת זייער ערשטער אָקופּאַציע פון דער שטאָט אין דער תקופה פון דער צווייטער וועלט מלחמה, אין סעפּטעמבער און אָקטאָבער פון 1939). אפשר מער ווי אומעטום זעט זיך עס אויף די בלעטער פון זײַן טאָג⸗צײַטונג: דער ווילנער טאָג. ס′וואָלט געווען ממש כדאי זאַמלען זײַנע אייגענע לענגערע אַרבעטן אין דער צײַטונג און זיי אַרויסגעבן ווי אַ בוך. אין דער אָרטאָגראַפיע, אין דער לעקסיק, אינעם באַנוץ, וועט מען דאָרטן טרעפן דעם בעסטן זשורנאליסטישן יידיש וואָס אויפן ערדקוגל.

ווילט איר אַ קוק טאָן זלמן רייזענס לעקסיק אין זײַן לעבנס⸗שעדעווער, דעם פירבענדיקן לעקסיקאָן, אַרויס אין סאַמע בלי⸗צײַט פון יידיש אין דער צווישנמלחמהדיקער תקופה, וועט איר אויף שריט און טרעפן אַזעלכע יידישע ווערטער ווי: „אויסגאַבע“; „אײַנפלוס“; „אונטערהאַנדלונגען“; „אַנטהאַלטן“; „אַנטוישונג“; „אויפלאַגע“; „אומגעלונגען“; „אַלס“; „באַזוך“; „באַראַטונג“; „באַרירונג“; „געפאַר“; „גרינדן“; „דאַן“; „דערפאַרונג“; „טעטיקײַט“; „לאַגע“; „ענדלעך“; „פאָלקסטימלעך“; „פאַרבאָטן“; „פאַרנאַכלעסיקן“; „פאַרעפנטלעכן“; „צוציאונגס⸗קראַפט“; „רײַזע“; „שיכט“.

בשעת מעשה וועט איר אויך טרעפן אַזעלכע ווערטער ווי: „בפרט“, „געניט“; „השפּעה“, „לסוף“; „מחמת“; „נסיעה“; „סכנה“; „פּשוט“; „פאַרווערט“; „תקופה“.

וואָס נאָך? אײַ, איר וועט ניט טרעפן „אָנפאַנגען“ (אויף: „אָנהייבן“), „לעזער“ (אויף: „לייענער“), „שפּראַכע“ (אויף: „שפּראַך“ צי „לשון“), „הייראַטן“ (אויף „חתונה האָבן“), צי „האָכצײַט“ (אויף „חתונה“).

איז מאי קא משמע לן? פאַרשטייט זיך אַז אין די העכער הונדערט יאָר פון זינט רייזענס ווילנער גראַמאַטיק (פון 1920) און אין משך פון קאַרגן יאָרהונדערט פון זינט דעם לעקסיקאָן (1926-1929) האָט די ליטעראַרישע שפּראַך דורכגעמאַכט שינויים. פאַרשטייט זיך אַז אין ראַם פון ליטעראַרישן, סטאַנדאַרדן יידיש שבכתב זײַנען פאַראַן, ווי בײַ לײַטן, אַ גאַנצע ריי סטילן — פּערזענלעכע, זשאַנערשע, סאָציאַלע, רעליגיעזע, דיאַלעקטישע, געאָגראַפישע און נאָך. פונדעסטוועגן בלײַבט עס באַשײַמפּערלעך, אַז זלמן רייזען האָט געניאַל קריסטאַליזירט, געשילדערט און באַנוצט אין זײַנע מײַסטערווערק דעם שענסטן און ריכטיקסטן יידיש, אַ שביל הזהב בפירוש, ווײַט פון דער דײַטשמעריזירונג פון דער פּרעסע און אַנדערע סביבות, און, דאָס איז דער עיקר צום חשובן שואלס שאלה: פּונקט אַזוי ווײַט פון עקסטרעמיסטישן פּּוריזם.


הערה א: ווי ס′קען זיך מאַכן, איז מען צו מיר געקומען מיט אַזאַ מין פראַגע לגבי זלמן רייזענען מיט קאַרגע דרײַסיק יאָר צוריק; מײַן ענטפער איז דערשינען אין איטשע גאָלדבערגס ע″ה יידישער קולטור (קאַץ 1992: באַמערקונגען וועגן רייזען, ז. 43).

הערה ב: וועגן וואָרט „אַלס“ — אינעם נײַעם ענגלש⸗יידישן ווערטערבוך (וואָס האַלט ערשט אין גאַנג פון דער אַרבעט, צוביסלעך…), ווערט גענוצט „אַלץ“ לויט אַן עלטערן פאָלקישן אויסלייג וואָס בויט זיך אויפן אַרויסרייד בײַ אַ היפּשן טייל.

הערה ג: אַ רשימה פונעם משיבס אַרבעטן אויפן געביט פון דער יידישער סטיליסטיק טרעפט מען אָדאָ.

ראש חודש אדר תשפ″א \  דעם 12טן פעברואַר 2021


v◊

ה

מיכאל מאַסאַרסקי קלערט אויף וועגן נאָמען פון שטעטל שומילינע (Shumíline), וואָס צווישן וויטעבסק און פּאָלאָצק 

שאלה

איך שרײַב װעגן דעם נאָמען פון אײנעם אַ שטעטל אין דער װיטעבסקער גובערניע. עס גײט דאָ די רײד װעגן אַ שטעטל, װאָס געפינט זיך צװישן װיטעבסק און פּאָלאָצק און איז אָנגעװיזן אױף מאַפּעס אינעם אַטלאַס פון ליטווישן יידיש אַלץ: Shumelíne.

אין אָט דעם שטעטל איז מיר אױסגעקומען צו זײַן אַ סך מאָל, און איך האָב אַפילו געלעבט דאָרטן אַ געװיסע צײַט אין די קינדערשע יאָרן. און סײַ דאָרטן, סײַ אין די אַרומיקע ערטער האָב איך קײנמאָל ניט געהערט, אַז מ′זאָל עס אַרויסריידן מיטן אַקצענט אױפן פאַרלעצטן טראַף און מיטן װאָקאַל „ע“ אינעם צװײטן. אױף אַלע אָרטיקע לשונות (רוסיש,  װײַסרוסיש און יידיש) פלעגט מען אָנרופן דעם שטעטל שיער ניט אױפן זעלבן אופן: Shumílina אָדער Shumíline (פאָנעטיש: šumílinǝ), ד.ה. מיטן אַקצענט אױפן װאָקאַל „אי“ ([i]), וואָס אינעם צװײטן טראַף. די שריפטלעכע פאָרמען דערפון זײַנען  Шуміліна (אױף װײַסרוסיש), Шумилино (אױף רוסיש), און שומילינע (אױף יידיש).

װאָס שייך דעם נוסח פון נאָמען, וואָס מען טרעפט איצט אויף די מאַפּעס, Shumelíne, שטאַמט דאָס אַפּנים פונעם „געאָגראַפישן װערטערבוך (לעקסיקאָן) פונעם קעניגרײַך פּױלן און אַנדערע סלאַװישע לענדער“ (Słownik geograficzny Królestwa Polskiego i innych krajów słowiańskich), באַנד XII, יאָר 1892, ז. 73, װאו עס שטײט געשריבן בזה הלשון:

Szumielino, wś, powiat horodecki, przy linii dr. żel. dynabursko-witebskiej. Na gruntach wsi znajduje się st. dr. żel., zwana Sierocino.

איבערגעזעצט אויף יידיש:

שומיעלינאָ, אַ דאָרף, אויעזד האָראָדאָק, בײַ דער אײַזנבאַן⸗ליניע דינאַבורג — װיטעבסק. עס געפינט זיך אויפן אָרט פונעם דאָרף די אײַזנבאַן⸗סטאַנציע מיטן נאָמען סיעראָצינאָ.“

קעגן דער השערה, אַז שומילינע האָט אַמאָל געקענט האָבן אַזאַ פּאָלאָניזירטן נאָמען, קען איך אָבער ברענגען אַ פּאָר אַרגומענטן.

‏‏‏זעט אױס, אַז ס′רוב ‏פאָנעטיש⸗אַדאַפּטירטע יידישע נוסחאות פון די נעמען פון רײַסישע ישובים האָבן זיך אויסגעפורעמט אױפן סמך פון זײערע פאָלקסטימלעך⸗מינדלעכע װאַריאַנטן, װאָס‏ עקזיסטירן אין אָרטיקע דיאַלעקטן פון װײַסרוסיש. װי ס′איז באַװאוסט, פאַלט ‏כמעט שטענדיק דער אַקצענט אין פּױלישע װערטער אױפן פאַרלעצטן טראַף,‏ ‏ניט ווי כאַראַקטעריסטיש פאַר די מזרח⸗סלאַװישע שפּראַכן. ‏װאָס שייך „שומילינע“ און די נעמען פון אַנדערע ישובים אין יענע מקומות, װעלכע געהערן צום דריטן מין און ענדיקן זיך מיט ино־ \ іна־ \ ⸗ינע, האָבן זיי שיער ניט אַלע דעם אַקצענט אױפן לעצטן שורש⸗טראַף‏ און ניט אױף דער ענדונג (סוף⸗טראַף), אַשטײגער: Sirótino ,Vétrino ,Uzhlyátino ,Yázvino ,Byválino און אַזױ װײַטער. ‏גאָר װײניק ישובים דאָרטן (איבערהױפּט, די אַמאָליקע פאָלװאַרקעס און מאַיאָנטיקעס פון פּױלישע פּריצים) טראָגן נאָך אַלץ‏ זײערע אַלטע פּױלישע אָדער פאַרפּױלישטע נעמען, למשל, Teolíno (אַרױסגערעדט בײַ די אָרטיקע תושבים Tavalína).

אין פאַרגלײַך מיטן דערבײַאיקן „אַלטן“ שטעטל סיראָטינע1, וואָס האָט באַקומען‏ די אַזױגערופענע „מאַגדעבורג⸗רעכט“ נאָך אין דער „פּױלישער תקופה“, אין 1767, איז שומילינע געװען אַ רעלאַטיװ „יונגער“ ישוב, אָן קײן שום פּױלישע פאַרבינדונגען. װי אַ קלײן דאָרף איז עס‏ דערמאָנט געװאָרן ‏אין דאָקומענטן ערשט אין דער צװײטער העלפט פונעם 19טן יאָרהונדערט. די אַנטװיקלונג פון אָט דעם ישוב האָט זיך פאַקטיש אָנגעהױבן נאָכדעם, װי מען האָט דורכגעלײגט דאָרטן די אײַזנבאַן⸗ליניע אין 1866 און געבױט שפּעטער אַ וואָקזאַל2. אין אַ שטעטל מיט אַ היפּש ביסל יידישע תושבים האָט שומילינע זיך פאַרװאַנדלט ערשט אין די סאָװעטישע צײַטן, באַזונדערס נאָכן יאָר 1924, װען עס איז געװאָרן דער אַדמיניסטראַטיװער צענטער פון אַ ראַיאָן. ‏

1אַגב, די הײמשטאָט פון מײַן טאַטן, ראובן בן⸗אליעזר מאַסאַרסקי, װעלכער איז געװען אַ חורבן⸗געליטענער און אַ װעטעראַן פון פּאַרטיזאַנער⸗קאַמף קעגן די נאַצישע שונאים אין מזרח⸗װײַסרוסלאַנד בעת דער צװײטער וועלט⸗מלחמה.

2די צװײשטאָקיקע געבײַדע פונעם וואָקזאַל אין שומילינע, אַפּנים געבױט אין 1886, איז על⸗פּּּּי נס געבליבן גאַנץ בעת דער מלחמה און װערט צװעקמעסיק אויסגענוצט ביזן הײַנטיקן טאָג. ער האָט געטראָגן דעם נאָמען „סיראָטינאָ“ ביז 1961. אָט איז אַן אַלטע שװאַרץ⸗װײַסע פאָטאָ פונעם וואָקזאַל פון אומבאַקאַנטער צײַט. כ′האָב זי גענומען פונעם װעבזײַטל פון דער איצטיקער שומילינער אַדמיניסטראַציע. די געבײַדע זעט אױס דאָרטן ‏כמעט‏ אַזױ װי איך געדענק זי פון מײַנע קינדערשע יאָרן. 

און אָט אַזוי זעט אויס דער בנין בײַם הײַנטיקן טאָג: 

אויפן אָנדענק⸗טאָוול לכבוד דעם ערשטן טראַנספּאָרט⸗מיניסטער פון רוסלאַנד, פּאַװעל מעלניקאָװ, וואָס פאַר דער װאָקזאַל⸗געבײַדע אין שומילינע. שטײט געשריבן בזה הלשון: דעם 17טן אָקטאָבער 1866 האָט ער מיטגעטײלט אין אַ טעלעגראַם צום אימפּעראַטאָר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן: „…איך בין גליקלעך צו אינפאָרמירן אײַער אימפּעראַטאָרישער מײַעסטעט, אַז הײַנט⸗צו⸗טאָג, נאָכן פּראַװען אַ גאָטסדינסט, דרײַסיק מינוט פאַר צען אינדערפרי, איז דער פאַרקער פון פּאָלאָצק ביז קיין װיטעבסק אויפגעעפנט געװאָרן…“.  צװישן די דאָרטן געבויטע סטאַנציעס עס איז געװען אױך די סטאַנציע סיראָטינע (זינט 1962: שומילינע). דאָס דורכלײגן פון דער אײַזנבאַן⸗ליניע האָט באַגינסטיקט די אַנטװיקלונג פון אָט דעם שטעטל. ‏

 תשובה

אַ האַרציקן יישר⸗כח פאַר דער ממש אויפקלערנדיקער און העכסט⸗אינטערעסאַנטער אויסבעסערונג וואָס וועט מירצעשעם אַרײַן אין די קומעדיקע נוסחאות פון דער מאַפּע. אגב האָפט מען, אַז מיט דער צײַט וועט מען קענען צוגעבן, אויסער דעם וואַריאַנט (אַמאָל צוויי וואַריאַנטן) וואָס מען קען שטעלן אויף דער מאַפּע גופא, אַ רשימה וואַריאַנטן מיט אָנווײַזונגען פון וועלכע קוואַלן זיי שטאַמען אָפּעט. די כוונה אינעם אַטלאַס איז צו באַזירן אַלע אָרט⸗נעמען אויף דעם וואָס מיר האָבן געהערט בײַ די אינפאָרמאַנטן גופא בעת די עקספּעדיציעס, ניט פון אַוועלכע ניט איז מקורות שבכתב. אַ צרה נאָר, וואָס אין אַ סך פאַלן איז דער אינפאָרמאַנט ניט פון יענעם שטעטל גופא, נאָר פון דער זעלביקער געגנט אָדער אַפילו נאָר אין זעלביקן לאַנד. אַדאַנק אַזעלכע תיקונים פון פרײַנדלעכע לייענער איז די מדרגה אַקוראַטקײַט לגבי די פאַקטישע אָרטיקע נעמען האָפנטלעך אַ שטײַגנדיקע.

וועגן אומבאַטאָנטן וואָקאַל אין דער ייוואָ טראַנסקריפּציע סיסטעם: אַפילו ווען ער איז נוטה צו i איז מען זיך נוהג צו נוצן דעם e וואָס דאַרף מיט זיך פאָרשטעלן אַ ריי קלאַנגען וואָס גייען אַרײַן אינעם באַגריף שווא — ǝ (מיט אַ סך אונטערנוסחאות, וואָס אין יידישע דיאַלעקטן זײַנען זיי במילא נוטה צו i וואָקאַלן. דער מחבר פון תיקון⸗טעות איז אָבער אויך גערעכט, אויב ער איז מרמז אַז ס′איז פאָרט אפשר ניט דער בעסטער אויסוועג, דעמאָלט, אַשטייגער אין אַ סך ליטווישע דיאַלעקטן, אַוואו ס′איז בפירוש נוטה צו i.

צען טעג אין תמוז תשפ″א \  דעם 20טן יוני 2021


ו

משה וואָלפטאַל פרעגט וועגן אַ זעלטן וואָרט בײַ אברהם קאַרפּינאָוויטשן

שאלה

משה וואָלפטאַל (היוסטאָן, טעקסאַס) פרעגט:

אין אברהם קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונג, „חנה⸗מערקע פון די פיש“, וואָס גייט אַרײַן אין זײַן באַנד דערציילונגען ווילנע, מײַן ווילנע (פאַרלאַג י. ל. פּרץ, תל אביב 1993), טרעפט מען אויף ז. 105, אויף דער פערטער שורה דאָס וואָרט „קולעהײַ“. וואָס איז דער פּשט און פון וואַנעט קומט עס?

תשובה

אָט איז דאָס וואָרט אין זײַן קאָנטעקסט אינעם באַנד פון מײַן טײַערן איידעלן חבר אברהם קאַרפּינאָוויטש ז″ל:

דאָס טשיקאַווע וואָרט טרעפט מען לפּחות נאָך צוויי מאָל אין דער זעלביקער דערציילונג. אויפן זעלבן זײַטל אַראָפּצוצו:

„שוין ווידער רובינשטיין? אָט דער קולעהײַ קריכט דיר פון קאָפּ ניט אַרויס! […]“. אַחוץ אַ דריטן פאַל אין אָט דער דערציילונג טרעפט מען דאָס וואָרט, ווײַטער בײַ קאַרפּינאָוויטשן, אין זײַן דערציילונג „די רויטע פאָן“, וואָס אין באַנד אויף ווילנער גאַסן (פאַרלאַג די גאָלדענע קייט, תל אביב 1981). אַ סברא אַז אַנדערשוואו אויך.

שטאַמען שטאַמט עס, לויט אונדזער מיינונג, פון דער אַראַמישער פראַזע „כולי האי“ וואָס טרעפט זיך אַ סך אינעם בבלי (די מסכתאות ברכות, חגיגא, עירובין, פּסחים, שבת, און נאָך) מיט פאַרשיידענע נואַנסעלעך, בתוכם: ′אויף אַזויפל′, ′אויף אַזוי ווײַט′ און פּשוט: ′דאָס אַלץ′, ′דעם אַלעמען′ וכדומה (ניט ריידנדיק וועגן באַזונדערן באַדײַט פון „כולי האַי ואולי“ אין מדרש תנחומא א.א.).

אין דער ליטווישער הברה פון גמרא לשון וועט דאָס זײַן (נוצנדיק די טראַנסקריפּציע פון אונדזער ווערטערבוך): [kúlə|háy]. מיט דער כאַראַקטעריסטישער גאונות פון יידיש, מיט אַ שפּרודלדיקער שעפערישקײַט וואָס נעמט זיך פון אַן איידעלן פּרט, האָט דער לײַכטער איבערגאַנג אויף [kùl(ə)-háy], אויפן משקל אַשטייגער פון (להבדיל) „הולטײַ“ [hùl-táy] אַ שטויס געגעבן צום געשמאַקן ווילנער אַרײַנזאָג⸗וואָרט. אַ מחיהדיקער צוגאָב איז אָט אַזאַ מיין קנייטש, אַז אַ גמרא⸗וואָרט וואָס בײַ לומדים און מלומדים ווערט מגולגל אין אַ וואָרט וואָס מאַרק⸗יידן באַנוצן זיך מיטדערמיט גאָר אויף צו באַריידן די קענער⸗שמענער…

ניט קענענדיק באַווײַזן אויף זיכער, און מיט פאַרדראָס אַלמאַי מיר האָבן בײַ אברהמען בשעתו ניט אַ פרעג געטאָן, מיינען מיר אַז ס′איז אין פּשוטן, שאַרף⸗פאָלקסטימלעכן און אַרײַנזאָגערישן ווילנער לעקסיקאָן אַרײַן מיטן באַדײַט: ′אַ גאַנצער קנאַקער וואָס קען אַלצדינג′; אַזאַ⸗אָ וואָס קען צופיל און פּטרט די צײַט מיט דער מי אַלצדינג (צי: אַלע פּיטשעווקעס) געוואָר ווערן′; אין לעצטן סך⸗הכל אפשר אַפילו אַ שאַרפע שילדערונג אין מויל פון פּשוטערן וועגן צופיל אָנגעלערנטן (וואָס איז דערצו נאָך אפשר גרויסהאַלטעריש מיטן לערנען און קענען: אַ גאַנצער קנאַקער מיטן וויסן). אפשר ווייס אַווער⸗ניט⸗איז פון אונדזערע לייענער נאָכוואָס דערוועגן?

כ″ג אלול תשפ″ב  \  דעם 19טן סעפּטעמבער 2022


 

ז

יעקב באָרכאַרט פרעגט וועגן דער „נײַסטער יידישער פּאָעזיע“

שאלה

אונדזער לאַנגיאָריקער חבר (פון די ברוקלינער קינדעריאָרן ממש), ר′ יעקב באָרכאַרט פון באָראָ פּאַרק ד′ברוקלין, פרעגט אין שייכות מיט אַ נײַער פּאָעזיע אָוונט אין בערלין (דעם 2טן נאָוועמבער 2022) געווידמעט „דער נײַסטער יידישער פּאָעזיע“ (אַלץ פּע⸗דע⸗עף). די פראַגע, צי איז אינטערעסאַנט די אָרגאַניזירער די לידער וואָס דערשײַנען אין חסידישע זשורנאַלן בײַ הײַנטיקן טאָג?

תשובה

איך האָב מײַן יוגנט⸗חבר געענטפערט, אַז די וועלטן פון סעקולערע קרײַזן אינטעליגענטן וואָס גיבן זיך אָפּ ערנסט מיט יידיש און די זשורנאַלן וואָס גייען אַרויס בײַ אַ ציבור פון אַ סך טויזנטער מענטשן וואָס לעבן זיך אויס טאַקע אויף יידיש (אידיש) זײַנען צום באַדויערן, בעוונותינו, איינער פון אַנדערן ווײַט כרחוק מזרח ממערב. צווישן אונדזערע באַשיידענע פּרואוון נעמען שאַפן אַ בריקעלע אַצווישן זיי טרעפט מען עטלעכע אינטערנעטישע (זום) קורסן וועגן חסידישע זשורנאַלן בײַם ניו⸗יאָרקער אַרבעטער רינג.

דער עיקר ענטפער איז אָבער געווען, אַז יאָרן לאַנג קענען מיר, און מיר האַלטן בפירוש טײַער די פּרעכטיקע אַרבעט פון אונדזער בערלינער חבר אַרנט בעק וועלכער פירט אָן מיט דער בערלינער יידישער גרופּע מיט גרויס דערפאָלג און שעפערישקײַט שוין אַ סך יאָר. איך האָב אויך ריזיקירט מיט דער מיינונג, אַז איך בין זיכער אַז סײַ אַרנט און סײַ די אַלע אָנטיילנעמער אינעם בערלינער אָוונט לכבוד דער נײַסטער יידישער פּאָעזיע, וואָלטן געווען בעלנים לפּחות אַ קוק כאַפּן אויף נײַגעשריבענע יידישע לידער וואָס ווערן פאַרעפנטלעכט אין חסידישע יידישע זשורנאַלן. אין אָט דעם גײַסט ברענגען מיר דאָ טאַקע פינף דוגמאות פון די לעצטע צײַטן. בײַם קליקן אויף אַן אָפּבילד (איין מאָל און אויף נאָכמער פאַרגרעסערן אַ צווייטן מאָל) קען מען אָנקומען צו אַ גרעסערן אימאַזש וואָס מ′קען האָפנטלעך לייענען. אַזויאַרומעט קען איטלעכער זיך אָפּגעבן כאָטש אַן ערשטן דין וחשבון וועגן דעם צי די נײַגעשריבענע פאַרעפנטלעכטע לידער אין חסידישע זשורנאַלן קענען האָבן אַ דריסת הרגל אין אונדזערע השגות וועגן — דער נײַסטער יידישער פּאָעזיע (לעניוות דעתי — יאָ מיט אַן אלף). איז:

(א) „וויין, מאַמע, וויין…“ פון ה. רייזנער

אין „ליכטיגע היים“ (14טער יאָרגאַנג, נ. 173, שבט תשפ″ב \ יאַנואַר 2022, זז. 22 – 23).


(ב) „בצלא דמהימנותא“ פון ח. ניימאַן

אין „פאַמיליע“ (באַנד 47, נ. 37 [138], י″ד תשרי תשפ″ג \ דעם 9טן אָקטאָבער 2022, זז. 28 – 29)


(ג) „מעשה ברבי: דער פלאַם אויפן אייז“ פון ב.ה. קלאָר

אין „מעלות“ (באַנד 26, נ. 309, סיון תשב″ב \ יוני 2022, ז. 57)


 

(ד) „מיין ווערד“ פון מ. ווייס

אין „מעלות“ (באַנד 26, נ. 310, תמוז תשפ″ב \ יולי 2022, ז. 28)


 

(ה) „הבל הבלים, הכל הבל“

אין „ליכטיגע היים“ (יאָרגאַנג 15, נ. 131, תשרי תשפ″ג \ תשרי 2022, זז. 30-31)

ה′ חשוון תשפ″ג  \  דעם 30טן אָקטאָבער 2022


ביבליאָגראַפיע צו די שאלה⸗תשובהלעך

בירנבוים, שלמה

1926

„דיאַלעקט און ליטעראַטור⸗לשון“ אין פילאָלאָגישע שריפטן 1 (ווילנע): 89 – 92.

1934

די היסטאָריע פון די אַלטע U⸗קלאַנגען אין יידיש. יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט, פילאָלאָגישע סעקציע: ווילנע [סעפּעראַטער אָפּצוג פון ייוואָ בלעטער 6.1: 25 – 60].

1939

Solomon A. Birnbaum, “The Age of the Yiddish Language” in Transactions of the Philological Society [for] 1939: 31 – 43.

1953

„פון דײַטשמעריזם ביז דער הייל אין דער מדבר יהודה“ אין יידישע שפּראַך 13: 109 -– 120 .

בן⸗נון, יחיאל  ⟵ פישער, יחיאל

הערצאָג, מיכל

1965

Marvin I. Herzog, The Yiddish Language in Northern Poland. Its Geography and History [= International Journal of American Linguistics 31.2 = Publication 37, Indiana University Research Center in Anthropology, Folklore, and Linguistics], Mouton: The Hague.

ווײַנרײַך, אוריאל

1951

„צו דער פראַגע וועגן אַ נאָרמירטער אויסשפּראַך“ אין יידישע שפּראַך 11: 26 – 29.

1952

Uriel Weinreich, “Sábesdiker losn in Yiddish. A Problem of Linguistic Affinity” in Word 8: 360 – 377.

1954

(ed), The Field of Yiddish. Studies in Yiddish Language, Folklore, and Literature [= Publications of the Linguistic Circle of New York, III], Linguistic Circle of New York at Columbia University: New York.

1958

“A Retrograde Sound Shift in the Guise of a Survival. An Aspect of Yiddish Vowel Development” in Diego Catalán (ed), Miscelánea Homenaje a. André Martinet. 2: Estructuralismo e Historia, Universidad de La Laguna, Biblioteca Filológica: La Laguna.

ווײַנרײַך, מאַקס

1923

שטאַפּלען. פיר עטיודן צו דער יידישער שפּראַך⸗וויסנשאַפט און ליטעראַטור⸗געשיכטע, פאַרלאַג וואָסטאָק: בערלין.

1923ב

„דאָס קורלענדער יידיש“ אין מאַקס ווײַנרײַך 1923: 193 – 240.

1926

„אַ יידיש ליד וועגן שבתי צבי פון יאָר 1666“ אין [מינסקער] צײַטשריפט 1: 159 – 172.

1938

„ווען זאָל מען ניצן ′אַלס′?“ אין יידיש פאַר אַלע (ווילנע): 1: זז. 21 – 22.

1960

„די סיסטעם יידישע קדמון וואָקאַלן“ אין יידישע שפּראַך 20: 65 -– 71.

1973

געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן (4 בענד). יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט — ייוואָ: ניו⸗יאָרק.

יאָפע, יודאַ אַ

1954

Judah A. Joffe, “Dating the Origin of Yiddish Dialects” in Field of Yiddish 1: 102 – 121.

כ″ץ, הירשע⸗דוד ← קאַץ, הירשע⸗דוד

מאַרק, יודל

1938 – 1939

„נאָרמע, יוצא-מן-הכלל, גראַמאטישע דובלעטן: נאָטיצן צו דעם ענין נאָרמירונג פון יידישן שפּראַכבאַנוץ“ אין יידיש פאַר אַלע (ווילנע\וואַרשע):  I (נומער 9, נאָוועמבער 1938): זז. 233 – 234; I (נומער 10, דעצעמבער 1938): 265 – 272; II  (נומער 3 פון צווייטן יאָרגאַנג, כוללדיקער נומער 13): זז. 80 – 86;  II (נומער 4 פון צווייטן יאָרגאַנג, כוללדיקער נומער 14, יוני-יולי 1939): 97 – 100 [ס′שטייט בײַם סוף: „סוף קומט“; אַפּנים אַז פון אויגוסט 1939 האָבן מיר ניט קיין נומער פון זשורנאַל, פון האַרט פאַרן אויסבראָך פון דער מלחמה?].

1951

„אונדזער ליטווישער יידיש” אין ליטע. בוך איינס, רעד. מענדל סודאַרסקי, אוריה קאצענעלענבאָגן, י. קיסין, קולטור געזעלשאַפט פון ליטווישע יידן: ניו⸗יאָרק.

עמדן [עמדין], יעקב

1897

מגלת ספר. כולל תולדות וזכרונות איש האלהים ורב פעלים, הרב הגאון הגדול מוהר″ר יעקב ישראל עמדן הנקרא יעב″ץ, אשר כתב בעצמו על ספר. יוצא לאור ראשונה מתוך כ″י הנמצא העיר אכספורד במדינת בריטניא, עם מבוא הגהות והערות וקורות הגאון יעב″ץ האחרונים. מאת דוד כהנא. האחים שולדבערג ושותפים: ווארשא. אויפן אינטערנעט.

פישער, יחיאל [בן⸗נון, יחיאל]

1936

Jechiel Fischer, Das Jiddische und sein Verhältnis zu den deutschen Mundarten unter besonderer Berücksichtigung der ostgalizischen Mundart. Ester Teil. Erste Hälfte: Allgemeiner Teil. Inauguraldissertation zur Erlangung der Doktorwürde einer hohen philosophischen Fakultät der Ruprecht-Karls-Universität Heidelberg, Oswals Schmidt: Leipzig.

Jechiel Bin-Nun, Jiddisch und die deutsche Mundarten unter besonderer Berücksichtigung der ostgalizischen Jiddisch, Max Niemeyer: Tübingen.

צינבערג, ישראל

1929

„דער קאַמף פאַר יידיש אין דער אַלט⸗יידישער ליטעראַטור“ אין פילאָלאָגישע שריפטן (ווילנע): באַנד 3: זז. 69 – 106.

קאַץ, הירשע⸗דוד [קאַץ, דוד]

1982

Dovid Katz, Explorations in the History of the Semitic Component in Yiddish, 2 vols., PhD thesis, University College London: London. Online [vol. 1 also here] & vol. 2.

1983

“Dialektologie des Jiddischen” in Dialektologie. Ein Handbuch zur deutschen und allgemeinen Dialektforschung [= Handbuch zur Sprach- und Kommunikations-wissenchaft, I], Walter de Gruyter: Berlin & New York. Online.

1992

„דער קריזיס פון דער יידישער סטיליסטיק“ אין יידישע קולטור 54.3 (מאַי⸗יוני 1992): 38 – 44. אויפן אינטערנעט.

1993

תקני תקנות. פראַגן פון יידישער סטיליסטיק, פאַרלאַג אָספאָרדער יידיש: אָקספאָרד.

1994

„נײַע גלגולים פון אַלטע מחלוקתן: די ליטווישע נאָרמע און די סיכסוכים וואָס אַרום איר“ אין ייוואָ בלעטער, נײַע סעריע (ניו⸗יאָרק) 2: 205  –  257. אויפן אינטערנעט.

1996

„וואו איז רײַסן?“ אין פאָרווערטס, 2טן פעברואַר 1996, זז. 13, 22. אויפן אינטערנעט.

2003

„דעם ווילנער גאונס יידיש“ אין ירושלימער אַלמאַנאַך 27:  49 – 61. אויפן אינטערנעט.

2007

Words on Fire: The Unfinished Story of Yiddish [2nd revised edition]. Basic Books: New York.

2008

“Itske Gavenda’s Memory of the Líte – Raysn Border” in Lítvish: An Atlas of Northeastern Yiddish. Online.

2013

„צו דער מעטאָדאָלאָגיע פון דער היסטאָרישער יידישער לינגוויסטיק“ אין DefendingHistory.com. אויפן אינטערנעט.

2015

Yiddish and Power. Palgrave Macmillan: Basingstoke [UK].

2019

“The Yiddish Conundrum. A Cautionary Tale for Language Revivalism” in G. Hogan-Brun and  B. O’Rourke (eds.), The Palgrave Handbook of Minority Languages and Communities, Basingstoke 2019, pp. 553-587. Online.

אין גאַנג פון דער אַרבעט (א)

Litvish. An Atlas of Northeastern Yiddish. Online.

אין גאַנג פון דער אַרבעט (ב)

.Yiddish Cultural Dictionary. An English-Yiddish Lexicon. Online

קויפמאַן, דוד

1896

David Kaufmann (ed), Die Memoiren der Glückel von Hameln. 1649-1719. J. Kauffmann: Frankfurt am Main.

רייזען, זלמן

1920

גראַמאַטיק פון דער יידישער שפּראַך: ערשטער טייל, פאַרלאַג ש. שרעבערק: ווילנע.

1923

פון מענדעלסאָן ביז מענדעלע. האַנטבוך פאַר דער געשיכטע פון דער יידישער השכלה⸗ליטעראַטור מיט רעפּראָדוקציעס און בילדער, פאַרלאַג קולטור⸗לגע: וואַרשע.

1926 – 1929

לעקסיקאָן פון דער יידישער לטעראַטור, פּרעסע אטו פילאָלאָגיע, IV בענד, פאַרלאַג ב. קלעצקין: ווילנע.

1938א

[געחתמעטע צושריפט צו מאַקס ווײַנרײַכס„ווען זאָל מען ניצן ′אַלס′?“] אין יידיש פאַר אַלע (ווילנע): 1: זז. 21 – 22.


Comments are closed.