Dovid Katz’s Lecture at Czernowitz (6 Aug. 2018)


דער הנטיקער תכלית פון טשערנאָוויץ

(באַטראַכטונגען צום 110טן יובל)

רעפעראַט געלייענט אויף דער דערעפענונגס⸗סעסיע פון דער אינטערנאַציאָנאַלער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ צום 110טן יובל פון דער קאָנפערענץ אין 1908

מאָׁנטיק, פינף⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אב תשע″ח \ דעם 6טן אויגוסט 2018

— הירשע⸗דוד כ″ץ (ווילנע)

  טויזנט⸗איין נאַכט, ס′גלייבט זיך קאַם! דאָס איז טאַַקע דער זעלביקער טשערנאָוויץ, ניט קיין אַנדערער? אַ סימן האָבן מיר, אַז מען לעבט נאָר, איז מען עלול צו אַלצדינג נאָך צו דערלעבן.

  וויל איך אָנהייבן מיטן באַגריסן אײַך אַלעמען; און זאָגן, קודם⸗כל, אַ דאַנק און אַ יישר⸗כח די אַלע וואָס האָבן מעגלעך געמאַכט, מיר זאָלן זיך דאָ הײַנט טרעפן אין פריידן און מיט גוט⸗חברשאַפט; אַלעמערשטנס — מײַן לאַנגיאָריקן חבר און לערער, פּראָפעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש, וואָס אַדאַנק אים בלײַבט לעבהאַפטיק, רעאַל און הײַנטיק דער עצם אָנדענק פון טשערנאָוויץ, טאָ זאָל עס אים און אײַך אַלעמען, אונדז אַלעמען, אַ סגולה אויף אריכת ימים זײַן, מען זאָל זיך טרעפן טאַקע דאָ אין טשערנאָוויץ הבירה אויך אין צען יאָר אַרומעט.

  אגב, מיט וואָלף מאָסקאָוויטשן האָב איך זיך באַקענט מיט נײַן⸗און⸗דרײַסיק יאָר צוריק, אויף אַן אָקספאָרדער קאָנפערענץ אין 1979, וואו ער האָט געלייענט דעם גלענצנדיקן רעפעראַט: „די טיפּאָלאָגיע פון די לעקסיש⸗סעמאַנטישע סיסטעמען פון יידישע לשונות: אַ קאָנטראַסטיווער אַנאַליז פון יידישע און קאַראַאימישע וואָקאַבולאַרן“. בײַ הײַנטיקן טאָג וויל איך אויסדריקן אָנערקענונג אונדזער טײַערן וואָלף, ניט נאָר פאַר זײַן אייגענער אויסערגעוויינלעכער אַרבעט אויפן געביט פון יידישער לעקסיקאָגראַפיע, נאָר אויכעט פאַר זײַן געבענטשטער אַרבעט בײַם אַרײַנטראָגן אַ נײַעם, קאָלעגיאַלן, אויפבויערישן טאָן אויפן אַקאַדעמישן געביט פון יידיש, אַ טאָן פון ממשותדיקע מעשים, אין אַ ראַם פון מענטשלעכן דרך⸗ארץ, אַן אַטמאָספער פון דערמוטיקונג און צוטרוי, אַוואו מען פרייט זיך מיט יענעמס דערפאָלג, מען באַדויערט יענעמס עגמת נפש, און בעת⸗מעשה בויט מען אויף להבא די יידישע פילאָלאָגיע.

  צו אָטאָ דעם ציל, קען דאָך קיין שענער וואָרט ווי „טשערנאָוויץ“ ניט זײַן. אַלעמערשטנס איז „טשערנאָוויץ“ אַ פאַל אין דער געשיכטע פון געדאַנקען, אַוואו דער טרוים איז אויסגעוואַקסן מיט גרויס ממשותדיקײַט, אויף גאָרניט פאָראויסגעזעענע אופנים, אַ יש געוואָרן, און במילא פאַרבליבן דערווײַלע אַלץ סימבאָלישער „אַקט פון פּראָקלאַמאַציע“ אין דער געשיכטע פון באַמיאונגען לטובת יידיש.

  איז: וואָס איז דען טײַטש „טשערנאָוויץ“?

  דער לכתחילהדיקער באַגריף „טשערנאָוויץ“, אין די יאָרן  נאָך דער קאָנפערענץ פון 1908, האַרט ביז דער ערשטער וועלט מלחמה און שפּעטער, איז דאַמאָלסט ניט געווען קיין באַגריף וואָס „יידישיסטן גופא“ האָבן געוואָלט דערוועגן ריידן. איז לאָמיר אָן שהיות צוקומען צו דער עצם קאַנטראָווערסאַלקײַט, צו דער אייביקער „נטיה למחלוקת“ וואָס ליגט ניט אַזוי טיף פאַרבאָרגן, אינעם עצם וואָרט „טשערנאָוויץ“.

  אַז מען קומט צו פאָרן דאָ אין אוקראַינע, איז דאָך אַ חוק ולא יעבור, אַז אָנהייבן הייבט מען אָנעט ניט אַנדערש נאָר מיט — שלום⸗עליכמען. אין זײַן „כתרילעווקער פּראָגרעס“, געשריבן 1914 ‒ 1915, דאָס הייסט, כמה וכמה יאָרן נאָך דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ, דערציילט שלום⸗עליכם וועגן די „יידישיסטן“ און די „העברעאיסטן“ אין כתרילעווקע. בײַ אַ שטעטלשער צונויפקומעניש, האָט גענומען ריידן אַ ייד:

„חברים און חברטעס!“

  איז וואָס? דערציילט שלום⸗עליכם אַז

„מער אָבער ווי די צוויי⸗דרײַ ווערטער האָט ער נישט געקאָנט אַרויסרעדן, מע האָט אים נישט געלאָזט. ווער? די, וועלכע זענען קעגן יידיש. זיי האָבן פײַנט יידיש, וואָרים יידיש איז ′זשאַרגאָן′ און זשאַרגאָן איז — פע. זענען זיי אַרויס דעריבער מיט אַ פּראָטעסט: איווריט! העברעאיש!“

  נו, דערנאָכדעם, אין שלום⸗עליכמס שילדערונג, נעמט ריידן איינער אַ העברעאיסט, באַגריסנדיק, געוויינלעך, מיט: „ראָבאָטאַי“ (′רבותי′), און די יידישיסטן פון כתרילעווקע זײַנען אויך, ווי מען זאָגט, אַ טאַטנס אַ קינד. נעמען זיי שרײַען בקולי קולות:

„′מיכנאַטאַאים! לאָקשנקוילעטש′ — יידיש, יידיש, יידיש!“

  גיבן מיר ווײַטער דאָס וואָרט שלום⸗עליכמען:

„האָט גאָט אַרײַנגעגעבן איינעם פון די העברעאיסטן, ער זאָל צווישן די אַלע אַנדערע קולות געבן אַ וואָרף אַרויס אַ באָמבע, אויסשרײַען אויף אַ קול:

„′ט ש ע ר נ אָ וו י ץ′ … דאַכט זיך: וואָס, אייגנטלעך, שטעקט אַזעלכעס אינעם וואָרט ′טשערנאָוויץ′? טשערנאָוויץ איז נישט מער ווי אַ שטעטל אין דער בוקאָווינע, אין עסטרײַך, וואָס צוויי מלוכות שלאָגן זיך איצטער איבער דעם, און טרײַבן אַרויס איינס דאָס אַנדערע, — הײַנט געהערט עס צו איינעם, מאָרגן צו אַן אַנדערן. איז אָבער פאַר די כתרילעווקער יידישיסטן, אַז מע דערמאָנט זיי דעם נאָמען ′טשערנאָוויץ′, טויזנט מאָל, צען טויזנט מאָל ערגער, ווי אין טאַטן אַרײַן געשאָלטן! איר קאָנט זיי אויסוואַרפן די שענדלעכסטע עבירה, איר קאָנט זיי זאָגן וואָס אין דער קאָרט, אַבי ניט ′טשערנאָוויץ′. אָט אַזאַ טבע בײַ די כתרילעווקער יידישיסטן. […]

„אכלל, דערהערט דאָס וואָרט ′טשערנאָוויץ′, האָט איינער פון די יידישיסטן, דווקא אַ שוואַכער, אַ הוסטנדיקער, נאָר אַ היציקער פּאַרשוין, ניט לאַנג געטראַכט, אַראָפּגעצויגן פונעם לינקן פוס אַ שטיוולעט און אַ וואָרף געגעבן פון זיך איינעם פון די העברעאיסטן גלײַך אין פּנים אַרײַן און געטראָפן סאַמע דאָרט, וואו עס הייבט זיך אָן די נאָז, בײַ דער אונטערשטער זײַט פונעם לינקן אויג.“

  עד כאן שלום⸗עליכם, בײַ וועמען מיר ווערן געוואָר אַז יענע יאָרן, אַן ערך אַכט⸗ניין יאָר נאָך דער קאָנפערענץ, האָבן זיך יידישיסטן גאָר געשעמט מיט טשערנאָרוויץ; געבייזערט, מיט אַ ווילדן כעס, דאַמאָלסט, אַז מען וואַרפט זיי אויפעט די שאַנדע פון טשערנאָוויץ. אַנדערש געזאָגט געוואָרן: האָט מען, פאַר קיינעם ניט געדאַכט, געוואָלט אַ יידישיסט אַרײַנפירן אין אַ ווילדן כעס, האָט מען אים מערניט געדאַרפט אויפוואַרפן דאָס וואָרט — „טשערנאָוויץ“.

  איז מאי קא משמע לן, פאַרוואָס עפּעס אַ שאַנדע? ווייל דער הויפּטשטראָם אין דער יידישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט די מערסטע צײַטונגען אויף יידיש גופא, האָבן פון דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ געמאַכט אַש און בלאָטע. מען האָט געשילדערט די קאָנפערענץ אַלץ געזעמל פון משוגעים ממש, אַזעלכע וואָס: האָבן פײַנט העברעאיש; וואָס האָבן פײַנט די תורה און די יידישע רעליגיע; וואָס האָבן פײַנט ארץ ישראל און אַלע נוסחאות פונעם ציוניזם; ראַדיקאַלן וואָס זוכן וויסטע, בלוטיקע איבערקערענישן אין די לענדער וואו יידן לעבן, מאַכנדיק אַ געטשקע, אַ פּסל, אַן אָפּגאָט פונעם שמערעוואָדניקס „זשאַרגאָן“. טאָמער פּאַראַפראַזירן אַביסל טיפער פּסיכאָלאָגיש: אַ באַנדע אידעאָלאָגן וואָס מאַכן גאָרנישט פון דער גאַנצער יידישער געשיכטע און כמעט אַלע יידישע געלערנטע און שיטות, אָנטשעפּענענדיק זיך אָן די מסוכנדיקע ראַדיקאַלע באַוועגונגען בײַ די אומות העולם וואָס שטרעבן צו אומאָרדענונג, כאַאָס און רעוואָלוציע, טאַקע אין נאָמען פונעם המון עם⸗הארצים וואָס אויף גאָטס ערד⸗קוגל.

  ערשט נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה, האָט מען זיך אָנגעכאַפּט אָן טשערנאָוויץ ווי אין אַ גײַסטרײַכן סימבאָל פון דער הויך⸗קולטורישער באַוועגונג לטובת יידיש. אַז ס′זיינען אויפגעקומען די נײַע פרײַע מלוכות אין מזרח אייראָפּע, אַמוואָגיקסטן די פּוילישע רעפּובליק, און דער יידישיזם איז, שיער ניט מיטאַמאָל, קען מען זאָגן, געוואָרן איינע פון די אָנערקענטע הויפּט⸗טענדענצן בײַ יידן. אַ סימן האָבן מיר — די ציש″אָ און אַנדערע שול נעצן, די פאַרלאַגן, פּאַרטייען, אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוטן.

  ס′איז, טײַערע קאָלעגן, ניט קיין צופאַל, אַז די „איבערמאַכונג“ פון עצם וואָרט „טשערנאָוויץ“, פון אַ וואָרט וואָס האָט אין די יאָרן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה געבראַכט שאַנדע און חרפּה צו דער נשמה פון אַ יידישיסט, ביז אויף להבדיל אַ „סימבאָל פון אונדזער שטאָלצטן מאָמענט“, האָט זיך פאַרלאָפן דער עיקר אין די הענט פון געלערנטע, פאָרשער, פילאָלאָגן, אַקאַדעמיקער, אַלע — „יידישיסטן אין באָראָכאָווישן זין“ (דאָס הייסט געלערנטע אויפן געביט פון יידיש וואָס זייענן אידעאָלאָגיש און געזעלשאַפטלעך אויך „יידישיסטן“). דאָס זײַנען געווען, ניט סתם געלערנטע, נאָר וואָדען, אין די שפּעטערע צוואַנציקער יאָרן, די סאַמע גרינדער און אָנפירער פון דער דאַמאָלסט שפּאָגל⸗נײַער ייוואָ אין ווילנע — דער יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט מיט מאַקס ווײַנרײַכן און זלמן רייזענען בראש. 

  מה⸗דאָך, אַז באַלד נאָכן אויפקום פון דער ייוואָ, איז אויפן סדר היום געשטאַנען דער פּראָיעקט אַרויסגעבן צום צוואַנציקסטן יובל פון דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ אַ באַנד מיטן סדר היום, מיט די דאָקומענטן און די דעבאַטעס, אָדאָס וואָס איז אַפריער ניט מקוים געוואָרן, ניט אין 1908, ניט אין 1909, ניט אין 1910. ערשט מיט אַ דור שפּעטער, אַז ס′האָט געהאַלטן האַרט בײַם צוואַנציקסטן יובל, האָבן די געלערנטע אויפן געביט פון יידיש אין ווילנע גענומען פּלאַנעווען, די פאַרפאַלענע פּראָטאָקאָלן פון דער קאָנפערענץ אין טשערנאָוויץ רעקאָנסטרואירן אין אַ באַנד, מיטן פּלאַן אַזאַ באַנד אַרויסגעבן צום צוואַנציקסטן יובל אין 1928. אַזאַ אַרבעט האָט שוין אָבער אַ טבע זיך צו פאַרציען; דער באַנד איז אַרויס אין 1931, רעדאַגירט פון מאַקס ווײַנרײַך און זלמן רייזען און מיט אַ דאַנק⸗וואָרט פאַר חיים ברוידען וואָס האָט מיטגעאַרבעט.

  איז וואָס האָט זיך געביטן אין משך פון צען יאָר, לאָמיר אָנכאַפּן, פון שלום עליכמס שילדערונג פון די רעאַקציעס אויפן וואָרט „טשערנאָוויץ“ ביזקל די פרישע יונגע טעג פון דער ווילנער ייוואָ, ווען מ′האָט גענומען פאַרוואַנדלען טשערנאָוויץ אין אַ ווינקלשטיין, אַ ראש פּינה ממש, פון דער יידישיסטישער מיטאָלאָגיע?

  ערשטנס: אין פּילסודצקיס פּוילן, אין דער ריזיקער פּוילישער רעפּובליק מיט אירע העכער דרײַ מיליאָן יידן, האָבן זיך אײַנגעשטעלט אין לעבן, דאָ אויף דער וועלט, אַ סך פון די טשערנאָוויצער חלומות: ניט נאָר די פולשטענדיק לעגאַלע יידישע נעצן שול-סיסטעמען, נאָר אַ שטוינענדיקער וואוקס פון אַ פרישער, רײַכער ליטעראַטור פון יונגע טאַלאַנטירטע שרייבער אויף אַ הויכן ניוואָ, פון דער פּרעסע, טעאַטער און מעכטיקע פּאָליטישע פּאַרטייען, וואָס זײַנען געווען בכח אויספירן בפּועל ממש מיט פינאַנצן און אָרגאַניזירטע אינסטאַנצן; דער עיקר, אין גײַסט פונעם לינקן, אָבער אַנטי⸗קאָמוניסטישן סאָציאַליסטישן יידישיזם וואָס פּרץ האָט מיר זיך אויף דער קאָנפערענץ פאָרגעשטעלט.

  צווייטנס, זײַנען אינצווישן געשטאָרבן די דרײַ באַליבטסטע שרײַבער, זיי זײַנען יענע יאָרן קען מען זאָגן, מגולגל געוואָרן אין „די קלאַסיקער“: שלום⸗עליכם אין 1915, פּרץ אין 1916, און מענדעלע אין 1917. פּרץ איז פאַרשטייט זיך געווען די סאַמע פּרעסטיזשפולע פּערזענלעכקײַט אויף דער קאָנפערענץ גופא. מענדעלע און שלום⸗עליכם, וואָס זײַנען ניט געקומען צו פאָרן, האָבן כידוע געשיקט באַגריסונגס⸗טעלעגראַמעס וואָס פון מיטאָלאָגיע וועגן קען דאָס קלעקן. נאָכמער, מענדעלעס נאָמען איז געשטאַנען, ניט אויף דער צעשיקטער פאַרבעטונג אויף דער קאָנפערענץ, אָבער אינעם נוסח וואָס איז דערשינען אין דער פּרעסע. מ’האָט אָן איבעריקע קונצן געקענט ווי⸗ניט⸗איז צואייגענען אַלע דרײַ קלאַסיקער.

  דריטנס, איז געגאַנגען אין דעם, וואָס די אָנפירער פון דער לעגאַלער, עלעגאַנטער, אינטעליגענטישער נײַער אינפראַסטרוקטור פון יידיש, מיט דער ייוואָ בראש, האָבן זיך אַרומקעקוקט אויף דער אַנטוויקלונג פון אַלערלייאיקע אַנדערע קלענערע לשונות אין מזרח אייראָפּע און דערזען די פּעולה מיט די מעלות פון אַ סימבאָלישער גרינדונגס⸗אסיפה. ערב דעם צוואַנציקסטן יובל פון טשערנאָוויץ, האָבן הויך⸗געבילדעטע שפּראַך⸗פּלאַנירער אין ווילנע דערזען אָטאָ די ראָמאַנטישקײַט, ניט נאָר פון דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ גופא, נאָר אין דעם וואָס אינעם בשעת⸗מעשהדיקן בוידעם וואָס האָט זיך גאָר אַרויסגעלאָזן, אַז די פאַרלאָרנקײַט, די פאַרפאַלענקײַט פון די פּראָטאָקאָלן — דאָס איז שוין פאַר⸗זיך אַ גאָלדענער קוואַל פון מיסטיק און חשק. איז לאָמיר ניט פאַרנאַכלעסיקן צו דערמאָנען פון אמת⸗וועגן: ווען ניט אָטאָ דער ייוואָ באַנד פון 1931, אַ ביז גאָר באַשיידענער אין אויסזען, „די ערשטע יידישע שפּראַך⸗קאָנפערענץ: באַריכטן, דאָקומענטן און אָפּקלאַנגען פון דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ 1908“ וואָלט עס פון לאַנג שוין געווען פאַרגעסן, און במילא וואָלטן מיר אַלע דאָ ניט געשטאַנען בײַם הײַנטיקן טאָג.

  אָט דאָ קומען מיר אַ סברא צו נאָכמער פּאָליטיש אומקאָרעקטע אָבזערוואַציעס. די אָנפירער פון ווילנער ייוואָ זײַנען טאַקע געווען קעגן די ציוניסטן, קעגן די העברעאיסטן, און דעם אמת דאַרף מען דאָ זאָגן, זיי זײַנען געווען מערסטנטייל שטאַרק אַנטי⸗רעליגיעז. אין די מאַַטעריאַלן וואָס זיי האָבן אָפּגעקליבן און אַרויסגעגעבן אינעם באַנד, האָבן זיי גענוג געפונען לאָמיר אָנכאַפּן „אינספּיראַציעס“ אין אָטאָ די ריכטונגען.

  אויפן באַנד צום צוואַנציקסטן יובל, „די ערשטע יידישע שפּראַך⸗קאָנפערענץ“, האָבן ווײַנרײַך און רייזען באַשלאָסן, ווי אַזוי, אָפּגעהיטערהייט, צו ברענגען די רייד פון די צוויי אַזוי⸗אָנגערופענע ראַדיקאַלן פון טשערנאָוויץ, צוויי פון די מערקווערדיקסטע און טאַלאַנטירטסטע (און טראַגישסטע) פיגורן אין דער געשיכטע פונעם יידישיזם: אסתר פרומקין און מתתיהו מיזעס.

  אסתר פרומקין (פּען⸗נאָמען: אסתר, געבאָרן מלכה ליפשיץ אין מינסק אין 1880), איז געווען די פּיאָנערישע מחברטע פון די ערשטע ערנסטע לערנביכער פאַר קינדער אויף יידיש (דאָס איז מען עלול בײַ הײַנטיקן טאָג פאַרגעסן צוליב דער פּאָליטיק). זי איז געווען די הויפּט⸗פּערזענלעכקײַט וואָס האָט דעם יידישן אַרבעטער בונד אַריבערגעפירט פון גלײַכגילטיקײַט לגבי יידיש אַריבער אויף אַ הייסן יידישיזם; זי איז אַפילו געווען אַ סברא (איך האָב צוגעזאָגט פּראָפ. מאָסקאָוויטשן עפּעס וואָס נײַ הײַנט מגלה זיין) אָטאָ די⸗אָ, וואָס האָט אינספּירירט דעם יינגל מאַקס ווײַנרײַכן, ער זאָל אַריבערגיין פון בונדישער פּאָליטיק אַריבער אויף — דער וויסנשאַפט פון יידיש.

  פון זינט נאָך דער רעוואָלוציע, ווען אסתר האָט זיך סאָוועטיזירט און אין ראַטנפאַרבאַנד צום סוף גאָר געהאָלפן ליקווידירן דעם בונד, האָט מען איר אויסגעמעקט פון דער געשיכטע פון בונד, אָבער ניט פונעם יידישיזם: די מיטאָלאָגיע פון טשערנאָוויץ לאָזט ניט פאַרגעסן אַז זי, אסתר, האָט אַרײַנגעטראָגן די דרייסטע, געוואַגטע רעזאָלוציע: יידיש איז „די“ נאַציאָנאַלע שפּראַך פון יידישן פאָלק; כאָטש די קאָנפערענץ האָט אָנגענומען די מעסיקע רעזאָלוציע, אַז יידיש איז נעבעך „אַ“ נאַציאָנאַלע שפּראַך פון יידישן פאַלק. (דאָס איז אויכעט שוין פאַר⸗זיך גענוג געווען בכדי די העברעער געבן אַפּאָפּלעקסיע, נאָר וואָס, נאָך דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ, ווען די יידישיסטן זײַנען פאַרבליבן פאַרקאָכט אין זייערע מחלוקתן, קריגערײַען און פּלוגתאות, האָבן די העברעער גענומען בויען די העברעאישע דערציאונג אין מזרח אייראָפּע, אָבער ניט דאָס זײַנען מיר הײַנט דאָ אויסן).

  פונדעסטוועגן האָט דער ייוואָ באַנד ניט אַרײַנגענומען אסתרס ראַדיקאַלסטע אַרויסזאָגונגען וועגן העברעאיש, און וועגן די וואָס שטיצן איר אויפלעבן אַלץ לעבעדיק לשון. דאָס איז געווען אַ באַנד מיט אַ געזעלשאַפטלעכן ציל אויף להבא, אויף פאַקטיש בויען אין ווילנע אַ לעבעדיקן, פּראַקטישן המשך פון די טשערנאָוויצער חלומות.

  בלײַבט אַרומריידן דעם צווייטן ראַדיקאַל, דעם געניאַלן יונגן לינגוויסט פון 1908, מתתיהו מיזעס (בײַ זײַנע היימישע גאַליציאַנער: מאַטיס מיזיש). אַרויסגייענדיק פון שטאַנדפּונקט פון דער לינגוויסטיק, פון פילאָלאָגיע, האָט מיזעס אַלץ יונג בחורל געוואַגט דעבאַטירן אין 1907, אַ יאָר פאַר טשערנאָוויץ, מיט נחום סאָקאָלאָוון אין זשורנאַל „הָעוֹלָם“. אין נומער פון יוני 1907 איז דאָ אַ סענסאַציע: דער צוויי⸗און⸗צוואַנציק יאָריקער מיזעס איז אַרויס מיט זײַן עסיי אויף העברעאיש: „בזכות השפה היהודית“. שוין נאָך דער קאָנפערענץ, אין 1910, איז מיזעס אַוועק דעבאַטירן, ניט מער און ניט ווייניקער, מיט אחד⸗העמען אַליין, אין זשורנאַל „הֶעָתִיד“.

  מיזעס איז געווען דער פאַקטישער שטערן פון דער קאָנפערענץ אין 1908, צו די דרײַ⸗און⸗צוואַנציק יאָר זײַנע געלייענט אַ רעפעראַט וואָס האָט, ניט קוקנדיק אויף פאַרשיידענע פעלער, געלייגט דעם פונדאַמענט פון דער יידישער פילאָלאָגיע, אַרויסזאָגנדיק געדאַנקען וואָס בער באָראָכאָוו האָט ווײַטער און מער פּרעציז פאָרמולירט אין זײַנע „אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע“ וואָס איז אין 1913, וואָס איז דערשינען אין ש. ניגערס ווילנער „פּנקס“. צווישן די⸗אָ געדאַנקען: דאָס וואָס יידיש האָט פאַרקלענערט און מינימיזירט אַמאָליקע בייגפאַלן און קאָמפּליקאַציעס פון דער אַלט⸗דײַטשישער גראַמאַטיק, דאָס איז אַ מעלה, שפּראַך⸗אַנטוויקלונג, ניט קיין חסרון, ניט קיין שפּראַך⸗פאַרדאָרבונג חלילה. יידיש איז לויט מיזעס דער אמתער המשך פון ווײַטן יידישן אַמאָל, פון לשון⸗קודש און אַראַמיש. ער האָט אויפגעשטעלט די היפּאָטעזע, אַז די עצם שנאה צו יידיש איז אַ דירעקטער רעזולטאַט פון איבערנעמען בײַ די דײַטשן זייער אַנטיסעמיטיזם, אַזוי אויך דעם עצם באַגריף אַז די שנאה לגבי יידיש שטייט בײַם סאַמע צענטער פון אָט יענעם יידנהאַס וואָס אַ סך יידישע אינטעליגענטן האָבן איבערגענומען אין דער בחינה פון זעלבסט⸗האַס.

  גאַנצע פופציק זײַטלעך אין סאַמע האַרץ פונעם באַנד וועגן דער קאָנפערענץ האָבן ווײַנרײַך און רייזען געגעבן מיזעסעס רעפעראַט. מיזעס האָט אָנערקענט די שאַנסן פאַרן אויפלעבן העברעאיש אין ארץ ישראל פאַר רעאַליסטישע, האָט געהאַלטן אַזעלכע שאַנסן אין די תפוצות פאַר זעראָ, נול, גאָרניט. מיזעסעס ווערטער וועגן העברעאיש: 

„לשון⸗קודש באַדאַרף נישט מער ווערן די שפּראַך פון דעם לעבן. בלומען אויפן בית⸗עולם צו פליקן קאָן אָנגענעם זײַן; צו וואוינען אויף אַ בית⸗עולם איז אָבער נישט פאַר די וואָס ווילן לעבן […]

„לשון⸗קודש האָט נישט קיין שום שאַנסן פאַר דאָס לעבן.

[וועגן יידן וואָס ריידן אויף דער לאַנדשפּראַך:} האַלב גויים, האַלב יידן, גוייש רעדן, יידיש פילן? אַן אַמפיביען⸗לעבן איז אַ קאַריקאַטור אַ מאַטע, — אַ סך טרויעריקער און ערגער ווי אמתדיקע אַסימיאַלאַציע. צוויטער⸗וועזן מאַכט פלאַך און האַלב.“

  דער אויסלאָז פון מיזעסעס רעפעראַט איז דער אומפאַרגעסלעכער קול קורא פון גאַנץ טשערנאָוויץ (דאָס מיינען מיר, נאַטירלעך פונעם באַגריף „טשערנאָוויצער קאָנפערענץ“, לאו דווקא די שטאָט כולה):

„דאָס נײַנצעטע יאָרהונדערט האָט מענטשן⸗רעכט געשאַפן, דאָס צוואַנציקסטע האָט די הויכע אויפגאַבע שפּראַכן⸗רעכט צו שאַפן. ווער ס’גלייבט אין דעם פּראָגרעס פון דער מענטשהײַט, דער זאָל אין אונדזערע שרעגעס אײַנטרעטן, און מיט מוט און האָפענונג שטרעבן פאַר אונדזער הייליקער נאַציאָנאַלער זאַך, פאַר דערלאַנגען פון אַנטוויקלונגס⸗מעגלעכקײַטן פאַר אונדזער יידישער שפּראַך.“

  די פאַרבעטונג אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ גופא, מיט דער פּלאַנירטער „פּראָגראַם“, האָט אָבער גאָר געהאַט באַטאָנט אַ סך מער פּראַקטישע ענינים:

„(1) וועגן אָרטאָגראַפיע; (2) גראַמאַטיק; (3) באַנוצן פרעמדע ווערטער; (4) אַ ווערטערבוך; (5) ביבל איבערזעצונג; (6) די פּרעסע; (7) די ליטעראַטור; (8) דראַמאַטורגיע און סצענע; (9) די באַדײַטונג פון דער שפּראַך אַלץ נאַציאָנאַלע אָדער פאָלקסטימלעכע שפּראַך און איר באַציאונג צו העברעאיש; (10) „די מאָראַלישע צווישן⸗פעלקערלעכע ליטעראַרישע אייגנטום⸗פאַרזיכערונג“ [= אינטעלעקטועלע רעכט].“

  פאַר דער ייוואָ פון די צוואַנציקער יאָרן, וואָס האָט זיך אונטערגענומען אַ פּראָגראַם פון שפּראַך⸗נאָרמירונג אַלץ איינע פון די הויפּט אויפגאַבעס, איז די ברענענדיקסטע פּראָבלעם געוואָרן אויסלייג, אַביסל שפּעטער אויך פּוריזם און שפּראַך⸗רייניקונג, דער עיקר אין דער לעקסיק, די מלחמות און דעבאַטעס אַרום די אַזוי⸗גערופענע „דײַטשמעריזמען“.

  פון גײַסטיקן, קולטור⸗היסטאָרישן און פּסיכאָלאָגישן שטאַנדפּונקט, קען מען אײַנטיילן די אַַקטיווע אויסלייג רעפאָרם קאָמפּאַניע אין צוויי באַזונדערע קאָמפּאָנענטן. דער ערשטער קאָמפּאָנענט איז דאָס וואָס מיר רופן „די נײַע אָרטאָגראַפיע“ פון בער באָראָכאָוו און זלמן רייזען און די שול קאָנפערענץ פון 1920: אַרויסוואַרפן דעט שטומען עין אין מערסטע פּאָזיציעס, און באַזײַטיקן אַנדערע שטריכן פון די משכילים אין נײַנצעטן יאָרהונדערט וואָס האָבן פאַרקריפּלט אַ געירשנטע סיסטעם שרײַבן אַדורכן נאָכמאַלפּעווען דעם דײַטשישן אויסלייג. טשיקאַווע, אָט די רעפאָרמען, ביזן הײַנטיקן טאָג, ווערן אָנגענומען אויך בײַ פרומע, זייער פרומע, חסידישע, חרדים, ווײַל זיי טראָגן ניט קיין אַנטי⸗רעליגיעזע סימבאָליק.

  ס′איז אָבער געקומען אַ צווייטע כוואַליע רעפאָרמען, אַלע אויפן יסוד פון די סאָוועטישע דיקטאַטן — אַרויסוואַרפן דעם שטומען אלף און אַרײַנפירן דיאַקריטישע צייכנס געבויט אויף די נקודות. אָט די צווייטע כוואַליע שטאַמט פון די סאָוועטישע אויסלייג⸗איבערקערענישן וואו אויסלייג האָט שוין איינמאָל געהאַט אַ סימבאָליק: די יעווסעקציע האָט דאָך געשטרעבט צו אַ יידיש שבכתב וואָס איז אויפן ערשטן בליק שוין אַנטי⸗רעליגיעז, אַנטי⸗טראַדיציאָנעל, ממש סאָוועטיש. אין די דרײַסיקער יאָרן, און מיט אַ ברען בפרט אין די שפּעטע דרײַסיקער יאָרן, נאָכן טויט פון פּילסודצקין, נאָכן אויפקום פון נאַציסטישן פאַשיזם אין דײַטשלאַנד און זײַן אָפּקלאַנג אויך צו מזרח⸗צו, האָט זיך דער ווילנער ייוואָ ווײַטער גערוקט אויפן פּאָליטישן לינקס, און האָט אין די שפּעטע דרײַסיקער יאָרן אָפיציעל אָנגענומען עלעמענטן פון סאָוועטישן יידישן אויסלייג אין אַ „פּשרה“ וואָס האָט דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט פאַרהיט פון דער פאָנעטיזירונג.

  דאָס האָבן מיר געדאַרפט דערמאָנען, ווײַל דער גורל האָט געוואָלט, אַז די זעלביקע „מאַרגינאַלע“ פראַגן פון אויסלייג⸗פּרטים און אַ דראַנג אייביק צו „רייניקן און פאַרריכטן“ דעם וואָקאַבולאַר פון יידיש, איז געווען באַשערט שפּילן אַ ראָלע אין אונדזער דור, אויסער אַיעדן גדר פון אַ קלאָרן שכל הישר.

  איז לאָמיר איצטער איבערהיפּן הונדערט⸗צען יאָר און צוקומען צום יאָר 2018.

  וואָס האָט פּאַסירט פאַר די הונדערט⸗צען יאָר?

♦ אין משך פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן סײַ דער ניוואָ און סײַ דער כמות פון דער יידישער ליטעראַטור איבערגעשטיגן אַלע טשערנאָוויצער חלומות אַזש ביז אויף אַ נאָבעל פּרעמיע; ביז אויף אַ ברייט⸗צעבליטער וועלט ליטעראַטור וואָס ווערט כסדר איבערגעזעצט אויף די לשונות פון די אומות העולם, אָט אַזאַ⸗אָ, וואָס יודעי חן ווייסן גוט, אַז פאַראַן נאָך אַ ים מיט ווערק פון טויזנטער שרײַבער וואָס זייערע וואָגיקע ווערק וואַרטן נאָך אויף זייער גואל און תיקון. אויך די יידישע פילאָלאָגיע און די שייכותדיקע געביטן האָבן דערגרייכט צילן וואָס זײַנען אַ סברא „אויב ניט נאָך העכער“ ווי די אַספּיראַציעס פון די לכתחילהדיקע טשערנאָוויצער בעלי⸗חלומות.

♦ אין היטלעריסטישן חורבן זײַנען אומגעקומען מער ווי פינף מיליאָן יידיש ריידנדיקע יידן אין אייראָפּע, און אויף אייביק זײַנען אויסגעמעקט געוואָרן די שפּרודלדיקע לעבעדיקע ישובים וואו יידיש איז געווען אַזוי נאַטירלעך דעם פּייסאַזש ווי אַ יעטוועדער אַנדער שפּראַך.

♦ אין סאָוועטנפאַרבאַנד האָבן די סטאַליניסטישע רדיפות געבראַכט צו אַ סוף די קולטור, די שרײַבער, די שולן און אַנשטאַלטן, צי פאַר דער מלחמה, צי נאָך דער מלחמה, ווען ס’איז געבליבן לעבן אַ שארית אַ וואָגיקער.

♦ אין ישראל איז די דערפאָלגרײַכע פאַרוואַנדלונג פונעם מאָדערנעם איווריט אין אַ מלוכה שפּראַך געווען פאַרבונדן מיט אַ פאַרביסענער קאַמפּאַניע קעגן יידיש, וואָס האָט אָפּגעווישט דעם יידיש⸗וועלטלעכן סעקטאָר אַלץ וואָגיקן גליד פון דער הויפּטשטראָמיקער קולטור.

♦ און וואָס איז מיט די מיליאָנען יידיש ריידנדיקע יידן וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע, קאַנאַדע, ענגלאַנד, דרום אַפריקע און אַנדערע לעדנער, וואו ס’איז ניט געווען קיין היטלער, ניט געווען קיין סטאַלין און אַפילו ניט קיין אנטי⸗יידישע העברעאיסטישע מלוכהשע מאַכט („מען האָט שוין ניט וועמען צו באַשולדיקן“), איז יידיש כמעט אינגאַנצן פאַרלאָרן געגאַנגען אַלץ פולע גערעדטע שפּראַך בײַ די קינדער און קינדסקינדער פון שיער ניט אַלע טרעגער פון דער יידישיסטישער קולטור גופא — לערער, שרײַבער, דערציער, טוער אויף אַ ריי געביטן. דאָס רופט זיך „בײַ סאָציאָלינגוויסטן“: אַ מאַסנדיקע וואָלונטערישער איבערגאַנג אויף די לאַנד⸗שפּראַכן.

  איז וואו האַלט מען טאַקע הײַנט?

  די גרויסע ישובים וואו יידיש ריידנדיקע יידן האָבן אויפגעבויט שולן, צײַטונגען, זשורנאַלן, טעאַטערס, אַוואו טאַלענטפולע שרײַבער האָבן כל ימיהם געשאַפן ווערק, דאָס אַלצדינג איז געקומען צו אַ סוף אומגעפער אָנהייב איין⸗און⸗צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, ווען עס זײַנען אַוועק אין דער אייביקײַט די לעצטע און שיער⸗ניט לעצטע פון די גרעסערע שרײַבער, לערער, שאַפער, רעדאַקטאָרן, אָט אַזעלכע וואָס זײַנען געקומען צו אַ פולער שפּראַכיקער רײַפקײַט אין דער פאַרמלחמהדיקער מזרח אייראָפּע.

  די ברייטערע באַוועגונג אַרום דעם סעקולערן (דעם אַזוי⸗גערופן וועלטלעכן) יידיש האָט (מיט ווינציק אויסנאַמען) ניט געבראַכט צו קיין נײַע דורות יידיש ריידנדיקע אין סאָציאָליגוויסטישן זין פון אַ שפּראַכיקן ציבור וואָס איז בעצם פעאיק אויפהאַלטן אַ לעבעדיקע גערעדטע שפּראַך. דאָס איז ווײַט ניט דאָס זעלביקע אָבער ווי אַ פולשטענדיקער אונטערגאַנג. פאַר אָטאָ דעם לעצטן האַלבן יאָרהונדערט, אַן ערך, זײַנען אויפגעקומען דרײַ אינדזעלעך פון יידיש, אַלע דרײַ מיט אַ כח החיים אײַנגעפעסטיקטע. 

  ערשטנס, יידיש אַלץ ברייט פאַרצווײַגטער געביט אויף אַקאַדעמישער פאָרשונג: אַלט יידיש, מיטל יידיש, נ יידיש; ליטעראַטור⸗פאָרשונג; לינגוויסטיק; סאָציאָלאָגיע; סאָציאָלינגוויסטיק; פאָלקלאָר; קולטור געשיכטע; און נאָך אַ סך. דער רויוואַרג, דער חומר גופא, פון יידיש פון די לעצטע טויזנט יאָר, איז די והותר אויף מעגלעך מאַכן אַ קיום אויף לאַנגע דורות, פאַר פאָרשער, אַקאַדעמיקער; פאַר אָפּטיילונגען, אוניווערסיטעטן און אינסטיטוציעס, מיט פּובליקאַציעס אין דער סביבה פון מלומדים ספּעציאַליסטן.

  והשנית: ס′איז אויסגעוואַקסן א ברייט⸗פאַרצווײַגטע טעטיקײַט אַרום Yiddish; דאָס מיינט מען אַלעמערשטנס אַ ליבשאַפט צו יידיש און דער מזרח⸗אייראָפּעאישער יידישער ירושה, אַ דרך⸗ארץ צו באָבע⸗זיידע אָדער טאַטע⸗מאַמע (אָפטמאָל שוין נאָך זייער טויט) און אין אַמעריטשקע⸗גנב, אַ גרויסע ביזנעס פון „ראַטעווען יידיש“, אַזש ביז צום אויססטראָיען פאַר צענדליקער מיליאָנען דאָלער בנינים און סטרוקטורן, אָן אַפילו דעם בלויזן באַגער אויסשולן אמתע קענער וואָס וועלן ריידן, שרײַבן, שאַפן ווערק אויף יידיש, דערציען ניט נאָר וועגן יידיש נאָר אויכעט אויף יידיש. דאָ גייט אין דער „דע⸗שפּראַכיזירונג“ פון יידיש: שוין ניט קיין לשון וואָס מען דאַרף זיך אויסלערנען, נאָר וואָס ניט איז אַנדערש.

  דריטנס, פאַראַן אַ קליינע גרופּע סעקולערע יידישיסטן וואָס ריידן יידיש איז בײַ זיי טאַקע אַן עיקר. נאָכמער, מיטן פאַקטישן און מאָראַלישן אונטערגאַנג פון פעסטע יידישיסטישע אינסטיטוציעס, האָבן זיי אין אַ קענטיקער מאָס אָפּגעירשנט מיליאָנען דאָלאַרן ממש. די טראַגעדיע באַשטייט אין דעם, וואָס אָנשטאָט אָפּלערנען מיט דרך⸗ארץ בײַ די גדולים פון וועמען זיי האָבן אָפּגעירשנט, האָט זיך געיאַוועט דער דיבוק פון שגעונדיקער שפּראַך רייניקונג (הונדערט יאָר נאָכדעם ווי מען האָט אַ סברא צום לעצטן מאָל געזוכט נײַע יידישע ווערטער אין אַ דײַטשישן ווערטערבוך), פון נעאָלאָגיזאָמאַניע, און אַ פאַנאַטישער ברען צו די „דיאַקריטישע צייכונס“ („דיאַקריטלעך“ בלשונם), און אויסלייגעכץ פון יענער פּשרה מיט דער יעווסעקציעס יידיש סוף דרײַסיקער יאָרן, וואָס אַ פרומער ייד פון אַ גאַנץ יאָר קען אויף דעם אַפילו הײַנט ניט קוקן. אין דער געשיכטע איז ווי עמבלעמאַטיש דערפון געוואָרן די פּיקעטערונג פון „טאָג – מאָרגן זשורנאַל“ און פונעם „פאָרווערטס“ אויף איסט בראָדוויי אין אַפּריל 1970 איבער אויסלייג און דײַטשמעריזמען, רחמנא לצלן. מען האָט אָבער ניט דעמאָנסטרירט קעגן העברעאסטישע טאָג⸗שולן וואָס באָיקאָטירן יידיש, נאָר קעגן די לעצטע שרײַבער, רעדאַקטאָרן און קולטור פירער פון לעצטן דור געבאָרענע פאַר דער מלחמה אין מזרח אייראָפּע…

  גאָר אַן אַנדער קאָמפּלעקס מניעות בויט זיך אַרום פּאָליטיק. אין טייל לענדער אין מערב איז דער עסק „יידיש“ געוואָרן אַ פּאָליטישע צאַצקע אויף צו פאַרגלעטן עקסטרעם⸗לינקע פּאָליטיק און שנאה צו מדינת ישראל. אין מזרח אייראָפּע פאַרקערט, און דער עיקר אין ליטע, האָט מען שוין מיליאָנען געוואָרפן אויף „יידיש“ בתורת קאַמופלאַזש פאַר עקסטרעם⸗רעכטער פּאָליטיק, דער עיקר אויף צו כשרן די מזרח⸗אייראָפּעאישע עקסטרעם⸗נאַציאָנאַליסטישע (און אַנטיסעמיטישע) באַמיאונגען אויף צו רעווידירן די געשיכטע פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין גײַסט פון „דאָפּלטן גענאָציד“, אין גײַסט פון מאַכן נאַציאָנאַלע העלדן פון נאַציסטישע מערדער און קאָלאַבאָראַטאָרן. מה⸗דאָך, בײַ אונדז אין ווילנע זײַנען אַוועק מיליאָנען אויף גאַנצע דרײַ אינסטיטוציעס פאַר יידיש, וואו עלף חדשים אין יאָר (אויסער דער פאַרבליבענער אויסגעצייכנטער זומער פּראָגראַם, וואָס מען גייט בקרוב פאַרמאַכן ווײַל ס′איז זיי שוין פּאָליטיש ניט נייטיק), קען מען בכלל ניט לערנען קיין יידיש, און די קוואַליפיצירטע לערער פון יידיש גייען אַרום אָן אַרבעט, בשעת ווען רײַכע לאָקאַלן אין צענטער שטאָט שטאַרצן אַרויס אַלץ יידישלאָזע מאַכאַרײַקעס. במילא ווערט אויפן סדר⸗היום אַפילו ניט דערמאָנט דער „קליינינקער פּרט“ וועגן קורסן פון יידיש פאַר אָנהייבער, מיטלדיקע און אַוואַנסירטע אין משך פון אַקאַדעמישן יאָר. נאָר אויפנאַמעס בײַ מיניסטאָרן און מלכי מלכים פעלן ניט אויסעט. בשעת מעשה שפּילט יידיש, געצוואונגענערהייט, די טרויעריקע ראָלע פון מכשיר אויף אײַנשטילן די קריטיק קעגן מלוכהשער גלאָריפיקאַציע פון אָרטיקע היטלעריסטישע קאָלאָבאָראַנטן און רוצחים.

  ס′איז ניט פּשוט…

  איז וואָס טוט אָבער גאָט?

  אויף זײַן אופן, און מיט זײַן חכמה, האָט דער אייבערשטער געגעבן, אַז בשעת ווען די פּאָר הײַפעלעך ראַטעווער און אויפלעבער פון יידיש („ואני הקטן בתוכם“), בשעת מיר האָבן געטומלט און געשריבן, געלערנט און פאַרעפנטלעכט, געטאַראַראַמעוועט „יידיש! יידיש! יידיש!“ איז די שארית הפּליטה פון חרדישע יידן, און בפרט חסידים, און בפרט חסידי חג″ת (ד.ה. די דרומדיקע, וואָס ריידן דער עיקר אַ היימיש פּויליש⸗אונגאַרישן יידיש) צעוואַקסן אויף אַזאַ שטייגער און צאָל, וואָס קיינער, ממש קיינער, האָט ניט פאָראויסגעזען.

  אין די חדשים פאַר אונדזער טשערנאָוויץ האָבן מיר גענומען פרעגן בײַ די וויכטיקסטע יידישע דעמאָגראַפן, וויפל חסידישע יידיש⸗ריידנדיקע יידן זײַנען אויף דער וועלט פאַראַן? די שאַצונגען ווײַזן אַרויס אַ גרויסע וואַריאַציע: פּראָפ. באַרי קאָזמין (טריניטי קאָלעדזש, קאָנעטיקאָט) שאַצט: 525,000. דער יידישער „דאַטאַ באַנק“ אין ניו⸗יאָרק פאַרקערט פאָלגט די פאָרשונגען פון פּראָפעסאָר סערדזשיאָ דעלאַ⸗פּערגאָלאַ פון ירושלים, שאַצנדיק: 1,100,000. אַזוי צי אַזוי, גייט די רייד וועגן אַן אמתן יידישן שפּראַך ציבור. נאָכמער: אַ גיך וואַקסנדיקער מיט הונדערטער פּובליקאַציעס אַלע יאָר, בתוכם ביכער, זשורנאַלן, צײַטונגען, בלעטלעך, אינטערנעט און נאָך. אגב אורחא: אַחוץ אַזעלכע נעמען ווי „ בנות ציון“ און „דער אוצר“, טרעפן מיר בײַ הײַנטיקן טאָג זשורנאַלן וואָס רופן זיך „אידישע צייטונג“, „די וואָך“,  „דער בליק“,  „דער וועקער“, „דער פלאַם“, „מאָמענט“, און „שטערן“ — אַפילו דאָ שטעלן מיט זיך פאָר די שפּראַך און דער סטיל דעם נאַטירלעכן המשך פון לשון יידיש פון די וועלטלעכע שרײַבער און פּעריאָדיק פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

  איז וואָס זשע וועט מען זאָגן אין טשערנאָוויץ (און ניט נאָר אין טשערנאָוויץ…) אין הונדערט⸗צען יאָר אַרומעט, חברים, אַז אַ גאַנצער געביט — אַקאַדעמיש, ניט אַקאַדעמיש, מיט אַ בליצפּאָסט און אָן אַ בליצפּאָסט, מיט אַ קוקווינקל און אָן אַ קוקווינקל — האָבן איגנאָרירט, ווי ס′וואָלט גאָר ניט געווען: די הונדערטער טויזנטער, בײַ וועמען יידיש לעבט ווי אַן אמתע שפּראַך?

  דער גרעסטער יישר⸗כח קומט די אָרגאַניזירער פון אונדזער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ פאַרן פאַרבעטן אויך פרומע און חרדישע פאָרשער. איינע פון זיי האָט אין אַן אָקערשט פאַרעפנטלעכטער אַרבעט געשריבן דעם ווייטאָגדיקן אמת: סעקולערע יידישיסטן קומט אָן צו גרויס דער פּסיכאָלאָגישער ווייטיק, אַז זייערע (אונדזערע) באַמיאונגען האָבן געבראַכט צו אַ בליצפּאָסט מיט אַ קוקווינקל, בשעת ווען די טראַדיציאָנעלע יידישקײַט, אָן קיין שום יידישיסטישע טעאָריעס, האָט געבראַכט צום אמתן לעבן פון דער שפּראַך אין איין⸗און⸗צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. טשיקאַווע, די די פרײַע מאָדערניסטן וואָס האַלטן אַזוי טיף פון דער פּראַכטפולער אייביקער יידישער ליטעראַטור, פאַרגעסן בדרך כלל אַז בערך 99% פון די גרויסע ווערק פון אָט דער יידישער ליטעראַטור זײַנען דאָך געשריבן געוואָרן דורך שרײַבער וועמענס קינדער⸗יאָרן און יוגנט האָבן זיך דורכאויס פאַרלאָפן אין אַזאַ מין סביבה וואָס מ’רופט הײַנט אָנעט: „חרדיש“…

  פאַרן פאַרענדיקן מיטן סך⸗הכל וועגן טשערנאָוויציער גײַסט, וויל איך דערמאָנען נאָך אַ פּאָליטיש אומקאָרעקטן פאַקט (אָט דאָ אין טשערנאָוויץ מעג מען זיך פאָרט אויסדריקן אַ קאַפּ ראַדיקאַל): אין די אַלע לענדער פון די תפוצות, פון גרויסן יידישן גלות איבער דער וועלט, איז אויסער ארץ ישראל ניטאָ קיין איין משפּחה וואָס האָט ניט געלעבט אין ארץ ישראל, וואו מען רעדט איווריט אין דער היים נאַטירלעך. קיין איינע אויכעט ניט. איווריט איז דער גרעסטער דערפאָלג אין דער מדינה און איז געוואָרן אַ גוואַלדיק וויכטיקע מלוכה⸗שפּראַך. אין די תפוצות — לא מיט אַן אלף.

  יידיש, דערקעגן, איז די איינציקע יידישע שפּראַך פון הונדערטער טויזנטער, צי שוין אַ מיליאָן, חרדים (דער גרעסטער רוב: חסידים), וואָס היטן אויף די גאַנצע אשכנזישע יידישע ציוויליזאַציע וואָס האָט דאָך אַרויסגעגעבן די וואָס האָבן צונויפגערופן די טשערנאָוויצער קאָנפערענץ, אָטאָ דאָ, אין אָט דעם בנין, מיט הונדערט⸗צען יאָר צוריק.

  דורכאויס ערלעכע געלערנטע ביידע, האָבן מאַקס ווײַנרײַך און זלמן רייזען געגעבן אין זייער טשערנאָוויץ⸗באַנד דעם פולן בריוו פונעם סאַמע מיסד, שאַפער און בויער פון דער קאָנפערענץ, נתן בירנבוים (מאַטיאַס אחר), נאָך דעמאָלט אין זײַן יידישיסטישן פּעריאָד, וואָס איז געקומען נאָך דער ציוניסטישער תקופה, און פאַר זיין טראַדיציאָנעל⸗פרומער לעצטער תקופה. אָדאָרטן שרײַבט בירנבים, שוין דער בעל⸗תשובה נתן בירנבוים, אין זײַן בריוו פאַרן ייוואָ⸗באַנד צום צוואַנציקסטן יובל פון דער קאָנפערענץ: 

„אָבער הײַנט — צוליב דעם, וואָס איך האָב זיך אומגעקערט צו דער יידישער תורה און צו די יידן וועלכע לאָזן נישט פון איר — זע איז עס מיט אַ געפיל פון דאגה: די ראַדיקאַלע פּאַרטייען האָבן מכלומרשט מאָנאָפּאָליזירט די יידישע שפּראַך און דערמיט נישט נאָר אַרײַנגעוואָרפן אַ חשד אויף איר אין דער מאַסע פון פרומע יידן — די ערשטע און אמתדיקע באַשעפער פון יידיש — נאָר אויך אַרײַנגעבראַכט יידיש אין דער סכנה, אַז, אָפּגעריסן פון זיין מקור, זאָל עס חלילה פארלירן זײַן שפּראַכלעך בִּרְשוּת⸗עַצְמָהדיקײַט, זײַן אמתדיקע יידישלעכקײַט, און זײַנע שטאַרקע קאָלירן, און ווערן צו אַ גראָען שאָטן פון זיך אַליין, צו אַ מין טרוקענער בריאה, צו אַן אַבי⸗אייראָפּעאישער אַבי⸗שפּראַך. הלוואי די דאָזיקע סכנה זאָל אַריבער בשלום, און יידיש זאָל בלײַבן דער יידישער אוצר, פאַר וועלכן ס’האָט זיך געלוינט אײַנצורופן די טשערנאָוויצער יידישע שפּראַך קאָנפערענץ.“

  א ו נ ד ז ע ר טשערנאָוויצער קאָנפערענץ דאַרף, ווי ניט איז, פּועלן אַ סך אַ פאַרגרעסערטן אינטערעס צו אַנטוויקלען יידיש גופא, אין דער ערשטער ריי בײַ דעם הײַנטיקן יידיש ריידנדיקן פאָלק, וואָס האַלט קיין עין⸗הרע אין אויסוואַקסן, אין אַ ראַם וואו מאָדערניסטן אָנערקענען דעם חסידישן צענטער פון יידיש אויף די קומעדיקע דורות, און באַווײַזן בשעת⸗מעשה דעם טשערנאָוויצער גײַסט ווײַטערצופירן מיט קאָנסטרוקטיווער ממשותדיקער אַרבעט.

  מיר, וואָס קומען צו דעם אַלעמען אין גײַסט פונעם אַזוי⸗גערופענעם וועלטלעכן יידישיזם, צי פון דעם אַקאַדעמישן געביט וואָס פאָרשט יידיש און איר ליטעראַטור, דאַרפן בפירוש שלום מאַכן מיט דעם, אַז דער אויפקום פון די הונדערטער טויזנטער יידיש ריידנדיקע יידן איבער דער וועלט איז גראַדע ניט געווען „אונדזער אויפטו“ — פאַרפאַלן.

  פאַרקערט, פּונקט ווי די אמתע מאַמע אין שלמה⸗המלכס משפּט צווישן די צוויי פרויען וואָס איטלעכע האָט געטענהט: „ס′איז מײַן קינד“, דאַרפן מיר זיך דערפרייען אין זיבעטן הימל ממש, וואָס מיר האָבן דערלעבט זען אַזאַ ווידערוואוקס, אַפילו אַז מיר זײַנען גאָר ניט מסוגל צו פאַרשטיין ווי אַזוי דאָס וועט זיך אַנטוויקלען.

  איינס איז אָבער זיכער: אין אַ יידיש ריידנדיקער געזעלשאַפט פון הונדערטער טויזנטטער, צי אַ מיליאָן, וואָס צעוואַקסט זיך אין מיליאָנען, וועט די שוין פאַראַנענע שעפערישקײַט זיך צעבליען און דער טראָפּ אויף יידיש גופא וועט פירן צו גרויס שעפערישקײַט.

  אפשר וועלן די⸗אָ אויפטוער פאַר יידיש אין דער צוקונפט זיך ניט באַנוצן מיטן וואָרט „טשערנאָוויץ“, נאָר גראַדע די נעמען פון אַנדערע שטעט. נאָר וואָס, אָט די אַנדערע שטעט זײַנען אָבער פאָרט ניט זייער ווײַט פון אונדזער טשערנאָוויץ (געאָגראַפיש גערעדט…).

  איך אַליין האָב חרדישע חברים, וואָס ניט נאָר ריידן זיי נאָר יידיש אין דער היים, נאָר וואָס בײַ זיי איז יידיש אַן עיקר פון עכטער יידישקײַט. איז אויב ניט טשערנאָוויץ, איז וואָס פאַראַ שטאָט דערמאָנען זי? ווי ווער…

  בײַ טייל, וועט דאָס זיין פּרעשבורג (צי פּרעשבאָריק, היינט: בראַטיסלאַוואַ, סלאָוואַקיע), וואו דער חתם⸗סופר האָט אַרויסגעלאָזן זיינע פּסקים וועגן האַלטן זיך בײַ יידיש (בתוכם אַן איסור אויף לערנען תורה בײַ אַ רב וואָס רעדט ניט אויף יידיש).

  אַנדערע דערמאָנען זיך אין אונגוואַר (היינט אוזשגאָראָד, אָדאָ אין אוקראַינע), וואו ר′ עקיבא יהוסף שלעזינגער האָט אַרויסגעלאָזן די עטישע צוואה פונעם חתם⸗סופר, וואו ס′ווערט בוֹלט פעסטגעשטעלט, אַז יידן טאָרן ניט איבערבײַטן זייער יידיש אויף אַן אַנדער לשון (און טאָרן במילא ניט מאַכן קיין „אַדאָלף“ פון „אברהם“ און קיין „מאָריץ“ פון „משה“). דאָס איז אגב געווען אין 1864, וואָס מיר יידישיסטן געדענקען גראָד אַלץ געבורט⸗יאָר פון דער נײַער יידישער ליטעראַטור, דאָס יאָר פון מענדעלעס דעבו אין אלכסנדר צעדערבוימס „קול מבשר“ אין אָדעס (איז ווייטער — אוקראַינע).

  נאָך אַנדערע דערמאָנען זיך אין מיכאַלאָוויטש (היינט מיכאַלאָווצע אין מזרח סלאָוואַקיע), אַוואו מען האָט אין 1865 אַרויסגעלאָזן דעם פּסק פון אַ פינף⸗און⸗צוואַנציק רבנים („דער מיכאַלאָוויטשער פּסק“). עס איז אָבער געבליבן באַקאַנט מער ווי דער „אונגוואַרער פּסק⸗דין“ נאָכדעם ווי ס’איז געדרוקט געוואָרן אין 1866 אין אונגוואַר, שוין אונטערגעחתמעט פון איין⸗און⸗זעבעציק רבנים, לויט דער צאָל אַ סנהדרין ממש.

  נאָך אַנדערע ווידער פאַררופן זיך אויף דער שטאָט טשאָפּ (אויכעט אין אוקראַינע, אָטאָ דאָ ניט ווײַט!), אַוואו מען האָט אין 1922 אָפּגעהאַלטן די טשאָפּער אסיפה פון חסידישע רביים וואָס האָט זיך געענדיקט מיטן חרם אויף אגודת ישראל און די אויסקריסטאַליזירונג פונעם מאָדערנעם חסידישן יידנטום מיט איר גאַנצער התנגדות (שיער ניט געזאָגט: „מתנגדות“) צו די פּשרות מיטן „מאָדערנעם יידנטום“ פון דער אגודה און אַנדערע. די ערשטע חתימה אין טשאָפּ איז געווען פון יונגן ר′ יואליש טייטלבוים, דער צוקונפטיקער סאַטמאַרער רבי אין אַמעריקע וואָס האָט אַזוי געווירקט אויף דער צעוואַקסונג פון יידיש ריידנדיקן חסידישן ציבור אין אַמעריקע און איבער דער וועלט.

  איז וואָס איז געבליבן? דער טיפסטער גײַסט פון טשערנאָוויץ, אהבת יידיש לשמה, בפירוש ניט פאַרפּלאָנטערט מיט אַזאַ צי אַן אַנדער פּאָליטיק, איז געבליבן געזונט ווי אײַזן, מערניט ניט אַזוי ווי ווײַנרײַך און רייזען האָבן זיך פאָרגעשטעלט, נאָר גראַדע ווי נתן בירנבוים („מתתיהו אחר“), דער בעל⸗טשערנאָוויץ אַליין, האָט זיך פאָרגעשטעלט — גיי ווייס.

  איז לאָמיר פאָרט אַ פּרואוו טאָן דעפינירן, מיט הונדערט⸗צען יאָר שפּעטער, דעם באַגריף יידישיזם, מער נייטראַל געזאָגט געוואָרן: אהבת יידיש, אויפן הײַנטיקן טאָג און אויף להבא, איז אָטוואָס: „די ליבשאַפט צו יידיש, די אידיי, אַז די שפּראַך און פאַרשיידענע פון אירע אוצרות פון דור⸗דורות האָבן בפירוש די ווערט מען זאָל זיי אין דער טיף, און אויף יידיש גופא, אויפהיטן און לייענען און לערנען; די איבערצײַגונג, אַז די לעבעדיקע גערעדטע און געשריבענע שפּראַך איז אַ יש צום היטן, נוצן און אַנטוויקלען אויף אונדזער דור און אויף די קומעדיקע דורות“ (זעט איר דאָך, אַ באַשיידענע, מעסיקע דעפיניציע).

  שאַט, און וואָס איז מכח טשערנאָוויץ? נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז די אָרגאַניזירער פון אונדזער „הונדערט⸗צען יאָר טשערנאָוויץ“ האָבן אָדאָ פאַרבעטן געלערנטע פון חרדישן עולם און געווידמעט אַ סעסיע דער פאָרשונג פון חסידישן יידיש, קען בלײַבן אַ סברא, אַז אינאיינעם מיט פּרעשבורג, מיכאַלאָוויץ, אונגוואַר און טשאָפּ, וועט אויך טשערנאָוויץ אַ ווינקעלע געפינען אינעם באַוואוסטזײַן פון די פאָרשער, קענער און לערער פון יידיש אין די קומעדיקע דורות וואָס האָבן גענומען שוין שפּראָצן מיט אימפּעט און בקיאות פון די רייען פון די יידישע קהילות וואו מען לעבט זיך אויס אויף יידיש די יאָרן.

  און אויף אונדז אַלע וואָס מיר פאַרערן דעם אָנדענק פון טשערנאָוויץ, און האַלטן ליב און טײַער יידיש און די אומגעהייערע שעפערישע אוצרות וואָס אויף יידיש, אויף אונדז בלײַבט די פּשוטע, באַשיידענע און בשעת⸗מעשה שווערע אויפגאַבע, זיך פאַרקאַשערן די אַרבל און אַרבעטן, און אויפטאָן וואָס מ′קען, לויטן שכל הישר, ערנסט און ממשותדיק אויף אונדזער שפּרודלדיקן, ניט⸗לײַכטן, און פונדעסטוועגן געבענטשטן געביט פון יידיש.


www.DovidKatz.net

www.YiddishCulturalDictionary.org

DefendingHistory.com’s Yiddish Section

Comments are closed.