Yisroel-Tsvi Piesker Announces the Death of Rabbi Pinkhes-Moyshe Gordon of Vilna’s Ramayles Yeshiva (10 Aug. 1917)


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן צ″ד (94

ר′ ישראל צבי פּיעסקער איז מוסר מודעה וועגן דער פּטירה פון הרב פּנחס משה גאָרדאָן פון ווילנער ראַמײַלעס ישיבה

(אויגוסט 1917)

  דער באַליבטער ווילנער רב ר′ פּינחס⸗משה גאָרדאָן איז אין ווילנע נפטר געוואָרן. זײַן געטרײַער תלמיד ר′ ישראל⸗צבי פּיעסקער האָט דעם זעלביקן טאָג אָנגעשריבן אָטאָ די מודעה אויפן בלאַנק פונעם נפטר, וואו ס′ווערט קלאָר אַז דאָס זײַנען רבנים פון ראַמײַלעס ישיבה. דעם נפטרס פאָטער, ר′ אברהם אליהו גאָרדאָן ווערט באַצייכנט אַלץ „ר″מ בפה ווילנא“, ד.ה. ריש מתיבתא (ראש ישיבה) דאָ אין ווילנע.

  דער מודעה⸗בריוו איז דאַטירט יום ו′, כ″א אב (פרײַטיק, איין⸗און⸗צוואַנציק טעג אין חודש מנחם אב) תרע″ז, דאָס איז לויטן הײַנטיקן (גרעגאָריאַנישן) קאַלענדאַר געווען פרײַטיק דעם 10טן אויגוסט 1917. אין טרויער⸗אײַלעניש ווערט די דאַטע געשריבן פון אויבן ניט⸗פולשטענדיק (ס′פעלט דער חודש), ס′ווערט אָבער אַלץ קלאָר און ביז גאָר פאָרזיכטיק אָנגעשריבן אינעם טעקסט פון דער מודעה גופא.

  דער שרײַבער חתמעט זיך אונטער: תּלמידו ישראל צבי בהשו″ב דלוקישעק (זײַן [דעם נפטרס] תלמיד, דער זון פונעם לוקישקער שוחט ובודק); דער פאַמיליע⸗נאָמען: פּיעסקער.

  די וואָס גיבן זיך אָפּעט מיטן ענין ווילנער גאַסן וועלן זיך דאָ קענען אַ ביסל פּאַסמאַקעווען. דער אַדרעס פון ראַמײַלעס ישיבה ווערט אָנגעגעבן אויף רוסיש אַלץ: נאָווגאָראָדסקאַיאַ (Новгородская), אוגעל קאַווקאַזסקאַיאַ (Кавказская) — בײַ ווילנער יידן דאַמאָלסט: נאָוויגאָרעד, ראָג קאַווקאַזער גאַס. אין די צווישנמלחמהדיקע יאָרן אין דער פּוילישער רעפּובליק: Nowogrodzka און Slowatzkiego  — בײַ ווילנער יידן: נאָוויגאָרעד און סלאָוואַטסקע. בײַ היינטיקן טאָג אין ליטע: Naugarduko און Mindaugo. דערצו זעען מיר, אַז דער שרײַבער פון דער טרויער⸗מודעה, ר′ ישראל⸗צבי, חתמעט זיך ניט מיטן טאַטנס נאָמען כנהוג אלא וואָדען, מיטן טאַטנס אַמט: דער שוחט ובודק (בראשי תיבות, אויך אַ באַקאַנטער יידישער פאַמיליע⸗נאָמען: שו″ב, Shub) פון דער ווילנער געגנט לוקישעק (לוקעשיק, בײַ הײַנטיקן טאָג: Lukiškės).

  עמעצער האָט קאָרעגירט די דאַטע אין טעקסט אויף כ″ב מנחם אב (ד.ה. דעם צוויי⸗און⸗צוואַנציקסן אב, אָנשטאָט דעם איין⸗און צוואַנציקסטן). מיר האַלטן זיך בײַם ערשטן, ניט נאָר ווײַלע אָט אַזוי איז דער אָריגינאַל וואָס שטימט מיט דער דאַטע אין דער שורה אויבנאָן, נאָר אויך מחמת דעם וואָס שטייט קלאָר, צוויי מאָל: „יום ו′“ (ד.ה. פרײַטיק) און מיר זעען פון די קאַלענדאַרן אַז פרײַטיק יענע וואָך איז אויסגעקומען דעם 10טן אויגוסט 1917, וואָס קאָרעספּאָנדירט מיט — כ″א מנחם אב.

  דאָס איז אַלצדינג אין סאַמע ברען פון די מלחמה יאָרן, די ערשטע וועלט⸗מלחמה, און סײַ בשעת מעשה און דער עיקר נאָכדעם, צווישן די אָרטיקע פעלקער. ווילנע האָט זיך אַמאָל זיבן געביטן יענע יאָרן די הערשאַפט. ס′איז נאַטירלעך געווען אַז בײַ די תושבי העיר האָט מען זיך געהאַלטן בײַ די לאַנגאָניקע, באַקאַנטע נעמען פון גאַסן, ביז וואַנעט אַ נײַע אײַנגעסדרטע פּאָליטישע אָרדענונג וועט זיך ניט אײַנפעסטיקן.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זונטיק, נײַנצן טעג אין טבת תשפ″ה \ דעם נײַנצעטן יאַנואַר 2025

Comments are closed.