↤ שער



הירשע⸗דוד מעינקעס


מתנגדישע מעשיות
פון ווילנער גובערניע


↤ 1 


קלמנען
צו זיין פינף און ניינציקסטן געבוירנטאָג



↤ 2


הירשע⸗דוד מעינקעס


מתנגדישע מעשיות
פון ווילנער גובערניע



פאַרלאַג „ירושלימער אַלמאַנאַך“
תשנ״ו — 1996


↤ 3

הירשע⸗דוד מעינקעס
סיפורים מתנגדיים
ממחוז וילנא
סיפורים קצרים


Heershadovid Menkes
Tales of the Misnagdim
in Vilna Province
short stories



published by


YERUSHALAIMER ALMANACH PRESS


Jerusalem 1996


Dovid Katz ©
כל הזכרות שמורות all rights reserved



↤ 4





דערשינען אַדאַנק דער הילף פונעם
הירש און דבורה ראָזענפעלד פאָנד ביים קאַנאַדער יידישן קאָנגרעס (מאָנטרעאָל)
און דעם
חיים גראַדע ליטעראַטור פאָנד ביי דער „צוקונפט“ (ניו⸗יאָרק)

↤ 5



שומסקער רבינו גרשום 7
ריווטשע פון תניא 25
דער משפּט פון מלאך⸗המות 33
די קמיע 49
אויב נישט נאָך קליגער 79
נח⸗אנשיל פון יענער וועלט 91
דער דרייצעטער רומפּל 105
דער געצנדינער 143
די לבנהדיקע שטאָט 163
דער מלאך פון מאַרציבאַל 173


↤ 7


שומסקער רבינו גרשום

אַז פון וואַרשע האָט זיך אין ליטע אומגעקערט דער שומסקער רב, ר׳ גרשום ראַגבימע האָט מען אים גערופן, נאָך אָנדערהאַלבן חודש, האָט ער אויסגעזען ווי אַ שפּאָגל נייער מת וואָס קייקלט זיך אַראָפּ פון טהרה⸗ברעט און גייט אַ לעצטן גאַנג, די לעבעדיקע אויף צעפּלאַצעניש. שוין אַז די גבירישע קאַרעטע איז אַריינגעפאָרן אין שומסק, האָט מען ביי אים אויפן פּנים דערזען דעם יאוש פון יענע וואָס ווייסן אַז זיי האָבן פאַרשפּילט.

ר׳ גרשום איז געווען אַ זיבעציקער, אַ הויכער ייד אַ הדרת⸗פּנים און אַ גיבור. די מעכטיקע לאַנגע באָרד האָט ביי אים מלכותדיק געגלאַנצט מיט רויטן, גאָלדן, ווייסן, און שאַטירונגען פון שאַטען, שיין ווי סאַלאָקער רעגנבויגן. איצטער איז ער אַרויסגעשטיגן פון דער קאַרעטע אַ צעבראָכענער און האָט זיך צוגעשאַרט צו דער טיר מיט געליימטע טריט. ער איז געווען אויסגעדאַרט. די קעסטלעכע רבנישע מלבושים זיינען פון אים אַראָפּגעהאַנגען, עלעהיי דאָ וואָלט גיין אַ דאַרער דלפון וואָס מ׳האָט אים ערגעצוואו אַוועקגעגעבן די אָנטועכצער פון אַ פאַרשטאָרבענעם גראָבן באַנקיר. די אָפּגעבליאַקעוועטע קאָלירן פון דער באָרד זיינען שיער ניט אַריינגעפאַלן אין אַן איינאיינציקער קויטיקער פאַרב, ווי פון פריש צעטראָטענער ערד אויף אַ בלאָטעדיקער סטעזשקע.

{{זייט|8

וואָס האָט אין וואַרשע פּאַסירט האָט מען ניט געדאַרפט פרעגן. דריי ווייבער האָט ר׳ גרשום ראַגבימע געהאַט אָפּגעגט, אַלמאַי זיי האָבן אים געבאָרן נאָר טעכטער, יעדערע פון זיי צו צוויי מיידלעך. די פערטע ווייב, זי איז געווען אַ זיבעצן⸗יאָריקע בתולה אַז ער איז מיט איר געגאַנגען אונטער דער חופּה צו זיינע פופציק, איז גאָר אַן עקרה געבליבן. ער האָט מיט בייזן אַריינגעזאָגט סיי דעם שומסקער פעלדשער סיי די בעסטע ווילנער דאָקטוירים, דאַמאָלסט אַז זיי האָבן אים געגעבן צו וויסן אַז די עקרות איז אַפּנים גאָר זיינע. פון לאַנג האָבן אים די ווילנער דאָקטוירים איבערגעגעבן, אַז אין וואַרשע איז דאָ צו די⸗אָ זאַכן אַ פּראָפעסאָר, מאַקסימאָוויטש הייסט ער. אַז מאַקסימאָוויטש קען שוין ניט העלפן, וועט קיינער קיין זאַך ניט מאַכן. אין זיין סאַנאַטאָריע, דאָרטן זיינען אַריינגעפאָרן גבירים פון גאַנץ רוסלאַנד, האָט דער פּראָפעסאָר געמאַכט דעם רב אַלע אונטערזוכונגען, אים דערלאַנגט געמישעכצער אויף צו טרינקען, רפואות אויף צו שלינגען, באַלזאַמען אויף איינצורייבן. ביים געזעגענען זיך מיטן ליטווישן ראַבין האָט ער קלאָרע דיבורים גערעדט.

— טאָמער קען מען די סאַנאַטאָריע מיינע אין ווילנע, נעמט זיך עס ניט פון דעם וואָס איך בין אַ שאַרלאַטאַן. עס טוט מיר לייד אייך געבן צו וויסן, אַז קיין קינדער וועט איר שוין ניט געבאָרן. איר זייט אַ מענטש איבער די זיבעציק און איר דאַרפט דאָס, איך בין זיכער אויך לויט אייער גלויבן, פאַר גאָטס ווילן אויפנעמען.

די רייד זיינען אים געווען אַ מכת⸗מות, ניט גלאַט צוליב מענערשער בושה איבער אַן אָפּגעשלאַפטן כח גברא. די זעקס טעכטער האָט ער שטאַרק ליב געהאַט. דעם גויאישקן דאָקטער גיין דערציילן פאַרוואָס איז דאָס אים עק וועלט האָט שוין קיין זין ניט געהאַט.




ביי דער שומסקער משפּחה ראַגבימע איז געווען אַ שלשלת היוחסין ↰ 9 אַ גראָדער אַזש פון רבינו גרשום מאור הגולה. די פאַמיליע האָט מען ביי זיי געשריבן: רגבימ״ה, אַ ראשי⸗תיבות אויף רבינו גרשום בן יהודה מאור הגולה. מיט קאַרגע ניין הונדערט יאָר פאַר דעם, אין יאָר תשע״ב נאָך אין אלף החמישי, איז רבינו גרשומס בן⸗יחיד דעם נסיון הגדול ניט בייגעשטאַנען, ער האָט זיך אין מיינץ געלאָזן אָפּשמדן אין אַ מאוימדיקן שעת הדחק, ער האָט ניט באַוויזן תשובה טאָן פאַרן שטאַרבן. און רבינו גרשום מאור הגולה האָט נוהג געווען אכילות, דאָס האָט דער אור זרוע בפירוש געוואוסט צו דערציילן. צוויי וואָכן איז רבינו גרשום שבעה געזעסן, אַ וואָך איבערן לעבן פון זיין זון, אַ וואָך איבער דער נשמה.

דריי אָפּגעשמדטע זינדעלעך האָט דער בן⸗יחיד פאַריתומט, לייבלעכע דריי אייניקלעך פון רבינו גרשום מאור עיני הגולה. אַז רבינו גרשום איז נתבקש געוואָרן אויף די הויכע היכלות פון אַלטן אשכנז, אין יאָר תשפּ״ח, אַלץ אין אלף החמישי, האָבן זיי אַלע דריי תשובה געטאָן, זיך אומגעקערט צו יידישקייט בפרהסיא. זיי האָבן צווישן זיך אָפּגערעדט אַז זיי וועלן אַוועק אויף ווייטע וועגן, זיך אויף אייביק געזעגענען. די שעה איז אַ שעה פון גזירות, און אין דער צעשפּרייטונג האַרבעריקט דער טרייסט, אַז דער דערבאַרעמדיקער וועט זיך כאָטש אויף איינעם פון זייערע הויזגעזינדן דערבאַרעמען. דער עלטסטער זון, אנשיל, איז אַוועק אין ארץ ישראל מיט אַ שיף, ער איז אונטערוועגנס דערטרונקען געוואָרן. דער צווייטער, גבריאל, האָט אויסגעלעבט די יאָרן ערגעץ אין אַ שטעטל ניט ווייט פון מיינץ, זיינע אוראייניקלעך זיינען אָבער אויסגעגאַנגען אין אַן עיפּוש.

דער יינגסטער, זלמן האָט ער געהייסן, נאָך אַ בחור געווען, ער האָט צוגענומען די כתבי⸗ידות וואָס זיינען פון זיידן געבליבן, און איז אַוועק צו מזרח צו, קיין ראָטנבורג. דאָרטן האָט ער מצליח געווען אין מסחר און דאָרטן האָט ער זיך אויסגעזוכט אַ כלה, אַ קרובה, זי האָט געשטאַמט פון רבינו גרשומס אַ פעטער. עס זיינען אים דאָרטן געבאָרן געוואָרן טעכטער און זין אַ סך. די יאָרן זיינען פאַרוואַנדלט געוואָרן אין ↰ 10 דורות. אין אַ פּאָר הונדערט יאָר אַרום איז ביים ראָטנבורגער הויזגעזינד פון רבינו גרשומס קינדסקינדער געבאָרן געוואָרן אַן עילוי אַ חד בדרא. תנחום מבית רגבימ״ה האָט ער געהייסן. ער האָט זיך גערעכנט פאַרן ערשטן בחור אין דער נייער ישיבה פונעם מהר״ם ראָטנבורג, ר׳ מאיר בן ברוך. געגרונדפעסטיקט די ישיבה האָט דער מהר״ם מיטן גאָלד וואָס ס׳האָבן אַוועקגעשאָנקען די גבירי בית רגבימ״ה, ראָטנבורג זאָל גלאַנצן מיט דער פּראַכט פון דער תורה.

מיט גרויס ליבשאַפט האָט דער מהר״ם מקרב געווען דעם יונגן גאון וואָס האָט אָפּגעשטאַמט פון רבינו גרשום און זיין אָפּגעשמדטן זון. דער מהר״ם האָט אויף אים אָנגערופן דעם פּסוק פון עמוס הנביא: „אוד מוצל משריפה“ — אַ שייט, אַן אָפּגעראַטעוועטער פון דער שריפה.

אַז תנחום האָט צוועלף יאָר אָפּגעלערנט, האָט אים דער מהר״ם געגעבן ידין ידין; אַ זאַק מיט הונדערט גאָלדענע קוילן, פונעם גאָלד וואָס ס׳האָבן מנדר געווען לתורה די גבירי רגבימ״ה; אַ רומפולן קאַרעט מיט צוויי ווייסע פערד נאַשפּיץ; און אַ לאַנד⸗קאַרטע וואו עס איז געווען צוגעצייכנט מיט פּרוכת בלויער טינט אַ ווייטער וועג אויף צו מזרח⸗צו אין ערגעצלאַנד. דער מהר״ם האָט אים געהייסן ער זאָל זיך לאָזן אין וועג אַריין מיט זיין הויזגעזינד, און מיטנעמען מיט זיך רבינו גרשומס כתבי⸗ידות וואָס די משפּחה האָט די אַלע יאָרן פאָרכצום אָפּגעהיט, און פאָרן און פאָרן, מיטן אָנגעצייכנטן וועג, ביז וואַנען ער וועט ניט קומען צו אַ רונדיקן פּאַלאַץ אין אַ וואַלד. דאַמאָלסט זאָל ער דעם פּאַלאַץ אָפּקויפן און אויפשטעלן דעם זרע דרבינו גרשום אויף אַלע דורות און אויפבויען אַ ישוב. דעם ישוב זאָל ער אָנרופן „שום“, אַ זכר לעולם נאָך די קהילות שו״ם פון רבינו גרשום: שפּירא, ווערמייזא, מאגענצא.

איבער פאַרשטויבטע זאַמדיקע וועגן, און דורך מוראהאַפטיקע וועלדער וואו עס האָבן וועלף געקיניגט און וואַלד⸗רויבער געלויערט, איז תנחום אַדורכגעפאָרן מיטן וועג וואָס ס׳האָט אים אויפגעצייכנט דער מהר״ם. אַ רוח⸗הקודשל האָט דעם קאַרעט פון אַלדאָסבייז ↰ 11 אויסגעהיט. אַז ער האָט סוף⸗כל⸗סוף דערזען פאַר די אויגן אַ גרויסן רונדיקן פּאַלאַץ אין וואַלד, איז ער אַן אונטערטעניקער צוגעגאַנגען צום ליטווישן פּרינץ וואָס האָט דאָרטן געוואוינט, אים געשאָנקען קעסטלעכע מתנות און ביי אים געפרעגט צי איז ער אַ בעלן דעם פּאַלאַץ פאַר ריין גאָלד פאַרקויפן. דער פּרינץ האָט געבעטן אַ קוק טאָן דאָס גאָלד. תנחום האָט געהאַט אָנגעגרייט אַ באַזונדערן זאַק וואו עס זיינען געלעגן דריי און צוואַנציק גאָלדענע קוילן. דער גראַף האָט באַלד דערזען אַז מיט אַזויפל גאָלד קען ער אָפּקויפן אַ גרעסערן פּאַלאַץ, האָט ער צוגענומען דעם זאַק. דעם רונדיקן פּאַלאַץ מיט די וועלדער וואָס אַרום האָט ער אָפּגעגעבן דעם אויסטערלישן פרעמדן וואָס איז פון אַ ווייטן לאַנד צו אים אומגעריכטערהייט אַריינגעפאָרן.

תנחום דער ראָטנבורגער, אַזוי האָט מען אים גערופן, האָט דעם פּאַלאַץ מיט די וועלדער אַ נאָמען געגעבן „שום“, לויטן וואָרט פון מהר״ם. מיט אַנדערע גאָלדענע קוילן האָט ער אַראָפּגעלאָזן ביימער, אָנגעשטעלט פּויערים, און די קרקע בתולה מיט אַלדאָסגוטס פאַרזייט, אויף דור⸗דורות חיונה, ביז וואַנען משיח וועט ניט קומען און די מלכותא דשמיא אויפשטעלן אין ארץ ישראל. מיט זיינע זין האָט תנחום געלערנט תורה. דעם זון וואָס איז אַמהעכסטן געשטיגן אין לערנען האָט ער צום מסחר ניט צוגעלאָזן, ער האָט מיט אים בייטאָג געלערנט און ביינאַכט געלערנט, ביז וואַנען ער האָט אים סמיכה געגעבן צו די פערציק. אַזוי איז געבליבן ביי די בני רגבימ״ה אין רונדיקן פּאַלאַץ אין גאַנג פון אַלע דורות. אין איטלעכן דור האָט דער שומסקער רב אויסגעקליבן פון זיינע זין דעם וואָס איז אַמערסטנס ראוי צו תורה, און מיט אים געלערנט ביז צו די פערציק און סמיכה געגעבן.

די ערשטע צייטן האָבן זיי זיך משדך געווען אין מרחקים. שפּעטער צו, אַז ליטע איז אַ מקום תורה געוואָרן, און איר קרוינשטאָט ניט ווייט האָט זיך ירושלים דליטא גערעכנט, האָט מען איידעמס מיט שנורן אויסגעזוכט אין געגנט. קיין שומסק, אַזוי האָט מען גענומען רופן דאָס דערפל וואָס איז אויסגעוואַקסן אַרום דעם רונדיקן פּאַלאַץ, האָבן זיך ↰ 12 אַריינגעקליבן אַ ביסל יידן און אַ ביסל גויים. מ׳האָט צווישנאַנאַנד גוט געלעבט. פון איין זייט איז אויסגעוואַקסן דאַינאָוויק, פון דער אַנדערער זייט קאַלוול. אַז מ׳האָט דעם אַסטראָוועצער וועג אַריבערגעפירט דורך שומסק, איז די שומסקער וואָסאַמאָל בעסער געגאַנגען.

די ווילנער רבנים זיינען געווען אין זעקסטן הימל איבער „די שומסקער“. ערשטנס האָבן זיך די ראַגבימעס געהאַלטן ביי זייערע מנהגים פון פאַרצייטנס. דעם של⸗יד האָבן זיי געלייגט מיט דער מעברתא איבערגעקערט. אַז ס׳איז זיי אַ מיידל געבאָרן האָט מען אַ „האָלעקראַש“ געפּראַוועט. פון די ליטווישע רבנים, זאָל זיין דער גאון אַליין, האָבן זיי קיין איבעריקן פּירוש ניט געמאַכט. אין קיין ליטווישער ישיבה זיינען זיי קיין שוועל ניט איבערגעטראָטן.

הונדערטער יאָרן וואָס די חריפות איז ביי די שומסקער ראַגבימעס אַראָפּגעפאַלן, אַ סברא אַז פונעם דור⸗דורותדיקן מאַכן שבת פאַר זיך. מ׳האָט גערעדט אַז די גמרא⸗מלמדים ניט ווייט, אין סאַדינישעק און סאַטרינינעק, האָבן מער געקענט לערנען איידער דער שומסקער רב. ס׳זאָל ניט קומען צו קיין חרפּות, האָבן די שומסקער רבנים קיין הזמנות אויף דין⸗תורהס ניט אַרויסגעשיקט. קיין שאלות האָבן זיי ניט געפּסקנט, אַפילו ניט איבער אַ טאָפּ צי איז ער מותר. אַז מ׳האָט געדאַרפט האָט מען אַנדערשוואו געשיקט, ס׳איז געווען וואוהין שיקן. זיי האָבן געטענהט אַז זייער שליחות איז תורה לשמה, אויפהיטן דעם בית רבינו גרשום מאור הגולה, ניט אָנפירן מיט קיין שטאָט⸗רבנות. שומסק איז געווען דער איינציקער ישוב אין יענע מקומות וואו אַ רב איז געווען און קיין בית⸗מדרש איז ניט געווען. אַז מ׳האָט אָנגעוויזן אויף אַ זאַך אַז זי איז אַ שברי⸗כלי, אַ קליאַמקע אָן אַ טיר, האָט מען אַ זאָג געטאָן: „אַ שומסקער רבנות“.

ניט איינמאָל האָט געטראָפן אַז ווילנער מחמירים האָט זיך פאַרוועלט דעם שומסקער רב פאַרהערן, באַשטעטיקן אַז די רבנות וואָס ווערט איבערגעגעבן פון טאַטע צו זון, איז גלאַט ניט אויפן פייער. אַנדערע ווידער האָבן געסטראַשעט זיי מחרים זיין איבער פּסולער ↰ 13 רבנות. פונדעסטוועגן האָבן תמיד אויסגעפירט די סניגורים. ערשטנס, האָבן די שומסקער קיין שאלות ניט געפּסקנט, קיין עגונות ניט אויפגעלייזט, קיין דין⸗תורהס ניט אָנגענומען. צווייטנס, איז דאָך יעדער שומסקער רב וואָרהאַפטיק על התורה געזעסן מיט זיין וואוילקענעוודיקסטן זון. קיין עם⸗הארצים זיינען דאָס ניט געווען. פונדעסטוועגן האָט זיך די ווילנער פאַרשווייגעניש גענומען פון אַ דריטן גורם.

ביי די ראַגבימעס זיינען געלעגן די כתבי⸗ידות פון רבינו גרשום מאור הגולה, וואָס זיי האָבן קרוב ניין הונדערט יאָר געטריי אָפּגעהיט פון אַלע גזירות, שריפות און בהלות; פון מיינץ ביז קיין ראָטנבורג און פון ראָטנבורג ביזקל שומסק. וואו אַ מחק אין אַ גמרא, און וואו אַ צעדרייעניש פון די ווערטער וואָס זעט אויס צו זיין אַ טעות פון סופרים, ווער רעדט נאָך די אַלע גרייזן אין די געדרוקטע ש״סן, האָט מען די זאַך געקענט דערגיין נאָר אין שומסק. פון איבערן גאַנצן תחום האָבן עולה רגל געווען קיין שומסק תלמידי חכמים, און אונטערטעניק געבעטן מ׳זאָל זיי צולאָזן צו רבינו גרשום מאור הגולהם גמרות. מ׳האָט זיי בסבר פּנים יפות אויפגענומען מיט טייגלעך און טיי, זיי פאַרבעטן אַרויפגיין צום בית⸗דין שטיבל אויפן העכסטן שטאָק. דעם גאַסט האָט מען אַרויפגעפירט אויף די שמאָלע, דרייאיקע טרעפּ, וואָס האָבן גערונדיקט האַרט ביי די קיילעכדיקע שטיינערנע ווענט. מ׳האָט זיך אָנגעהאַלטן אָן דעם מאַרמאָרנעם פּאַרענטש, וואָס ס׳האָבן אונטערגעשפּאַרט אַן ענדלאָזע קייט מיט דעמבענע סלופּעלעך, אויסגעשניצטע מיט לייבעלעך און ריסן. דורך קליינע רונדע פענצטערלעך, האָט מען אין אַלע זייטן אַריבערגעקוקט איבער פעלדער, דערפער, וועלדער. ניט איין תלמיד חכם וואָס איז אַוועק אין שומסק האָט געדאַכט, ביים אַרויפקריכן אויף די טרעפּ, אַז מ׳קלעטערט גאָר אויפן הימל אַרויף.

סוף⸗כל⸗סוף איז מען דערגאַנגען צום בית⸗דין שטיבל, וואו מ׳האָט קיין שאלות ניט געפּסקנט און קיין סיכסוכים ניט אויסגעגליכן, דאָרטן וואו יעדער שומסקער רב האָט מיט זיינע זין געלערנט תורה. די רבנישע געסט זיינען ניט געווען איינגעוואוינט צו קריכן אויף טרעפּ ↰ 14 אַזוי הויך. זיי האָבן געסאָפּעט מיט אויסגעמאַטערטקייט אַז זיי זיינען ביז אינדערהייך דערקראָכן. קיין רגע האָט ניט געדויערט, דאָס שווערע אָטעמען איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קייכעניש פון התפּעלות און עלית נשמה, באַלד ווי מ׳האָט מיט די אויגן באַנומען די גאָלדענע פּאַרמעטענע כתבי⸗ידות וואָס רבינו גרשום האָט מסדר געווען בכדי עס זאָל לדורות זיין אַ ריכטיקע גמרא און ניט קיין פאַרגרייזטע. די אותיות זיינען געווען אַלט⸗אשכנזישע, אַ ביסל זיינען זיי געווען געגליכן צו עברי⸗טייטש אותיות. די שוואַרצע טינט האָט געגלאַנצט מיט אַ גלאַנץ וואָס איז ניטאָ ביי קיין שום נייעם כתב⸗יד. דער פּאַרמענט האָט געשמעקט מיט קדושה, ווי מיט די בעסטע בשמים וואָס שלמה המלך האָט פון אַ ווייטן לאַנד אין ארץ ישראל געבראַכט צו פירן. דאָ און דאָרט זיינען די גליונות געווען באַשפּרענקלט מיט קליינינקע לעכעלעך, וואָס עס האָבן דורכגעבויערט אַמאָליקע ווערעמלעך. אין קונטרסים און אין ספרים האָבן מחברים געוואוסט צו שרייבן וואָס איז גורם רבינו גרשום „בכתבי ידות עתיקי יומין דשומסק“ — אין די אוראַלטע כתבים וואָס אין שומסק.




זיבן הונדערט יאָר אַן ערך וואָס אין שומסק האָט זיך געהאַלטן דער בית רבינו גרשום, פון זינט דעם טאָג ווען תנחום דער ראָטנבורגער האָט דעם רונדיקן פּאַלאַץ אָפּגעקויפט מיט די גאָלדענע קוילן וואָס דער מהר״ם האָט אים אַוועקגעגעבן. ביי יעדן שומסקער רב איז איין זון געווען לפּחות, וואָס איז ראוי געווען צו ווערן דער נייער שומסקער רב. מיטאַמאָל איז עס צו אַלדי גוטע יאָר צו אַזאַ מיאוסן סוף דערגאַנגען. דער אומגליקלעכער ר׳ גרשום ראַגבימע, זיינע דריי ווייבער האָבן אים געבאָרן נאָר טעכטער, איז ביי דער פערטער ווייב, אַ געזונטער יונגער פרוי, צו דוד המלכס יאָרן גאָר אַ לא⸗יוצלח געבליבן. אַז דער גרעסטער וואַרשעווער פּראָפעסאָר קען ביי אים קיין זאַך ניט מאַכן.

אַז ר׳ גרשום האָט זיך אומגעקערט פון וואַרשע, האָט ער זיך מיט ↰ 15 דער ווייב קוים באַגריסט, שפּרינצע ט׳מען איר גערופן. ער איז גלייך אַרויף צו זיך אין בית⸗דין שטיבל אינדערהייך. ער האָט געבעטן ביי דער דינסט מ׳זאָל אים דאָרט צושטעלן אויף נאַכטלעגער. אין שלאָפשטוב מיט דער ווייב איז ער שוין מער ניט געשלאָפן. אַלצדינג וואָס מ׳דאַרף צום עסן און צום טאָן אַ מענטשלעך געברויך, האָט ער זיך איינגעסדרט ערגעץ דאָרטן אויבן אין די הויכע צימערן. וואָכן לאַנג איז ער פון דאָרט ניט אַראָפּ.

אין שומסק האָט מען גענומען ריידן אַז דעם שומסקער רב האָט אָנגעכאַפּט אַזאַ מרה⸗שחורה אַז ער איז אַראָפּ פון זינען. אין געגנט האָט מען אים גענומען רופן „דער שומסקער בוידעם“. די ווייב מיט די טעכטער מיט די איידעמס האָבן געמאַכט אַ שווייג אַז מ׳האָט ביי זיי אָנגעפרעגט וואָס עס מאַכט דער באַהאַלטענער. זיי האָבן אויף זייער הויזגעזינד קיין לשון⸗הרעס ניט געוואָלט אויפקאָכן. איבעריקנס האָבן זיי אַליין רעכט ניט געוואוסט וואָס ער מאַכט. בלויז די דינסט האָט ער צו זיך אַרויפגעלאָזן, ר׳ גרשום. שפּרינצע איז אַ יפת⸗תואר געווען, נאָר דער עגמת נפש האָט איר גלאַטיק פּנים מיט צוקן פאַרטרייסלט. ניט זי האָט אַ מאַן, ניט זי איז אַ גרושה, ניט קיין אלמנה, קיין עגונה אַפילו אויך ניט. קוים איז זי אין גאַס אַרויס, איר האָט געדאַכט אַז יעדערער וויל איר אַ זאָג טאָן מערניט איין זאַך: „שמאַלצגראָבערין! נישקשה ׳סטע פאַרשפּילט ביים אַלטן גביר, אַה?“

ר׳ גרשום איז איינגעשלאָפן מערניט אַ פּאָר שעה אין מעת⸗לעת, דאָ אַ שעה און דאָרטן אַ שעה. טעג מיט נעכט האָט ער זיך געפּלאָגט אַלמאַי ער האָט אַזאַ שפלדיקן סוף אָנגעמאַכט דעם בית רבינו גרשום. אָך און וויי, אַ שומסקער רב, ער הייסט נאָך דערצו גרשום, צום ערשטן מאָל אין זיבן הונדערט יאָר קען ער קיין איינאיינציקן יינגל אויף דער וועלט ניט ברענגען. אַ שאַנדע פאַר די זיידעס און אַ שאַנדע פאַר די אויף דער וועלט ניט געקומענע דורות.

אַוועק אַ חודש, האָט ער גענומען רואיקער קלערן צי איז פאָרט קיין אויסוועג ניטאָ. שעהן לאַנג האָט ער זיין בית⸗דין שטיבל אַרום און ↰ 16 אַרום געמאָסטן, שפּאַנענדיק פּאַזע די דרויסנדיקע ווענט. אונטן האָבן די בני בית די פוסטריט דערהערט. זיי איז בעסער געוואָרן, כאָטש ער זיצט ניט אויס און וויינט ניט אָפּ קיין מעת⸗לעתן. די דינסט וואָס האָט אים באַזאָרגט מיט די טעגלעכע נויטווענדיקייטן, האָט שפּרינצען געגעבן צו וויסן אַז גאָט איז אַ פאָטער, איר מאַן קומט צו ביסלעך צו זיך. מ׳דאַרף נאָר געדולד האָבן.

אין איינעם אַ שפּעטביינאַכט האָט זיך ר׳ גרשום גענומען אין די הענט אַריין. זיין בית⸗דין שטיבל איז געווען באַלויכטן פון פיר ריזיקע ליכט. דער חלב האָט פון זיי אַראָפּגעטריפט אויף די זילבערנע לייכטער און די קופּערנע טאַצן. אים איז איינגעפאַלן איבערהיפּן אַ דור און נעמען לערנען מיט אַן אויסגעקליבענעם אייניקל, נאָר ער האָט באַלד דערזען אַז ס׳טויג ניט. אַז דער אייניקל איז דאָך אַ זון פון אַ טאַטן אַ צוגעקומענעם, גאָרניט מזרע דרבינו גרשום.

אַרום און אַרום געשפּאַנט אין רונדן בית⸗דין שטיבל אין שפּיץ פון גרויסן שומסקער פּאַלאַץ, וואו ער האָט זיך פאַרשפּאַרט אין אַ שטראַליקער קדושהפולער תפיסה, ווייט פון גשמיות, גערינגלט מיט רבינו גרשום מאור הגולהס גמרות און מיט אַלטע ספרים מיט לעדערנע, הילצערנע, לייוונטענע איינבונדן, האָט ר׳ גרשום ראַגבימע גענומען וואָסאַמאָל ווייניקער קלערן פון זיך און זיין ניט⸗געבאָרענעם זון, וואָס מער פון רבינו גרשום מאור הגולה גופא. אַז ס׳דערגייט במילא צו אַ סוף, זאָל כאָטש אַ סוף זיין וואָס וועט ווערט זיין דעם הייליקן נאָמען פון רבינו גרשום בן יהודה מאור עיני הגולה. אומעטום דאַרף קלינגען, ניט נאָר אין שומסק; אייביק דאַרף קלינגען, ניט נאָר דאַמאָלסט נייערט אויך אין ניין הונדערט יאָר אַרום. פּונקט ווי ביי היינטיקן טאָג געדענקט מען אומעטום די תקנות פון די ערי שו״ם. אַז זיי האָבן אים דאָך פאַרן ערשטן ריש גלותא פון אשכנז באַקרוינט, אַן עק געמאַכט מיטן שיקן שאלות דאַווייס וואוהין, קיין פּומבדיתא אויף יענער זייט סמבטיון.

וואָס פּשוטער דער אמת, אַלץ טיפער דער סוד. רבינו גרשום האָט ↰ 17 דאָך דאַמאָלסט ניט געוואוסט אַז די מערסטע ספרים זיינע וועלן פאַרפאַלן ווערן, אַז געדענקען וועט מען גאָר די תקנה „דאין לישא שתי נשים“, מ׳זאָל ניט חתונה האָבן מיט קיין צוויי ווייבער. נאָר וואָס, דער מהרי״ק האָט דאָך אַראָפּגעבראַכט פונעם רשב״א, אַז דער חרם דרבינו גרשום איז נאָר חל ביזן סוף פון אלף החמישי. הייסן הייסט דאָס אַז שיער ניט קיין זיבן הונדערט יאָר וואָס די תקנה איז בטל און מבוטל. יענע תקנה האָט מען אַפּנים געמוזט מתקן זיין אויף מפייס זיין די גויים דאַמאָלסט אין די ערי שו״ם. איצטער איז ניט שייך. די שומסקער פּויערים וועט ניט אַרן אַ ייד זאָל נעמען אויך ניין ווייבער. פאַרקערט, זיי וואָלטן זיך גאָר אָנגעכאַפּט אַליין אָן דעם. אַז רבינו גרשום מאור הגולה זאָל וויסן זיין, אַז די תקנה זיינע האָט די אייגענע משפּחה צום אונטערגאַנג פאַרפירט, וואָלט ער דאָך בשום אופן ניט צוגעשטאַנען. ס׳גייט אָבער ניט גלאַט אינעם שלשלת היוחסין. מ׳קען זיך גאָרניט פאָרשטעלן וויפל יידן עס וואָלטן אויף דער וועלט געווען, אַז אַ ייד זאָל מער ווי איין ווייב מעגן נעמען. אַז שלמה המלך מעג און משה⸗בנימינען איז עס חמץ שעבר עליו הפּסח, איז דאָך ניט קיין שכל הישר. אַז מ׳היט אויף אַ תקנה קאַרגע זיבן הונדערט יאָר נאָכדעם ווי זי איז שוין עבר⸗הזמן לויטן מתקן גופא, טוט מען דעם מתקן גאָרניט אָפּ קיין כבוד. פאַרקערט. איצטער איז אַ מצווה שהזמן גרמה די תקנה פאַרבייטן מיט אַ נייער תקנה וואָס זאָל אומקערן עטרה לישנה. קיין הונדערט יאָר וועלן ניט אַדורך און די יידן וועלן אין תחום המושב אַ גוי⸗עצום ווערן. אויף ווייטער וועט מען זיך מיט זיי ניט פאַרטשעפּען. אַ ייד אַן אָרעמאַן וועט זיך קיין צוויי ווייבער סיי ווי ניט נעמען, נאָר ווער ס׳קען זיך פאַרגינען, די אַלע קינדער מחנך זיין כדבעי, דעם זאָל מען קיין שטיינער אין וועג ניט שטעלן. וויפל תלמידי חכמים, וויפל עילויים, גאונים, צדיקים, וואָס פאַראַ — — —

ס׳האָט קיין שעה ניט געדויערט און די זאַך איז ביי ר׳ גרשומען אין די אויגן קלאָר געוואָרן וואָס קען קלאָר זיין. צום ערשטן מאָל פון זינט ער האָט זיך אומגעקערט פון וואַרשע האָט ער ביי זיך אַ לאַך געטאָן. ↰ 18 ער האָט זיך וואוילעריש אויסגעפּאַטשט אין די ביידע באַקן און אַ צי געטאָן די באָרד⸗פון⸗אַלע⸗פאַרבן, אַלמאַי ער איז אַלע זיינע יאָרן געווען אַזאַ נאַר און די זאַך ניט צורעכטגעמאַכט. אַפּנים אַז נאָר ביים פּראַווען התבודדות אין אַ שכינהפולן צימער, איינער אַליין מיט די גמרות וואָס רבינו גרשום האָט מסדר געווען לדורות, האָט אים געקענט אויפקלערן אַזאַ קלאָריקייט, אויבן אין בית⸗דין שטיבל פון רונדיקן שומסקער פּאַלאַץ. וואָלט ער יונגערהייט דערגאַנגען אַ טאָלק, וואָלט ער איינמאָל געבאָרן זין, נאָר פאַרפאַלן איז פאַרפאַלן. פאַרקערט, קיין צופאַלן זיינען ניטאָ, און זיין בנמצא⸗זיין אויף דער וועלט, דאָס ניט האָבן קיין זין אַריינגערעכנט, נעמט זיך אַלצדינג פון דער באַהאַלטענער האַנט פון דער השגחה פּרטית, ערשט איצטער האָט ער דעם תכלית דערפון רעכט באַנומען. נאָכמער, ער האָט אַ חשבון געמאַכט, אַז די אַלטע תקנה רבינו גרשומס איז אויסגעגאַנגען דאַמאָלסט אין יענע צייטן ווען תנחום דער ראָטנבורגער האָט דעם פּאַלאַץ אָפּגעקויפט. אַז וואָס נאָך דאַרף מען, געבליבן איז נאָר אויפטאָן פאַרן כלל ישראל און פונעם בית רבינו גרשום וועגן.

איידל און פּאַמעלינקערהייט האָט ער אויסגעשניטן אַ פּוסט בלעטל וואָס איז געווען איינגעבונדן צום סוף פון איינעם פון די אַלטע ספרים, און ער האָט זיין תקנה אָנגעשריבן קורץ און שאַרף לויטן נוסח פון תקנות: „והחרם ששם רבינו גרשום מאור עיני הגולה איש מגנצא דאין לישא שתי נשים עד סוף אלף החמישי החרים ולע״ע מותר וכל המרבה הרי זה משובח נאום רבינו גרשום איש שומסק דליטא אשר מגזע רבינו גרשום מאור הגולה“, דהיינו: דער חרם וואָס רבינו גרשום מאור עיני הגולה פון מיינץ האָט אַרויפגעלייגט אַז מ׳טאָר ניט חתונה האָבן מיט קיין צוויי ווייבער, האָט ער אַרויפגעלייגט ביזן סוף פונעם אלף החמישי, און אַצינד איז עס דערלויבט, און וואָס מער אַלץ בעסער, אָט דאָס איז דאָס וואָרט פון רבינו גרשום פון שומסק וואָס אין ליטע, אַן אָפּשטאַמיקער פון רבינו גרשום מאור הגולה.

ר׳ גרשום איז פּלוצלונג אַראָפּגעלאָפן אונטן מיטן אַמאָליקן שפּאַן. ↰ 19 דריי⸗פיר טרעפּ אויפאַמאָל האָט ער איבערגעהיפּערט. ס׳איז געווען שפּעט ביינאַכט, נאָר דער גאַנצער פּאַלאַץ האָט זיך אין אַ הרף⸗עין איבערגעוועקט פון די פריידיקע שפּרונגען פון אויבן אַראָפּ, אַ סימן אַז דער שומסקער רב איז אַרויס פון דער מרה⸗שחורה און אָט קערט זיך עס אום צום אַלטן. אַז ער איז דערשפּרונגען צום גרויסן סאַלאָן וואָס אונטן האָבן זיך גענומען הערן רוישענישן און שעפּטשענישן. ס׳האָבן געסקריפּעט די מעכטיקע דעמבענע טירן, וואָס אויף זיי איז געווען אויסגעשניצט אַ ריטערלעכער קאַרעט מיטן הערב פונעם ליטווישן פּרינץ וואָס האָט דעם פּאַלאַץ פאַרקויפט ר׳ תנחום ראָטנבורגער פאַר דריי און צוואַנציק גאָלדענע קוילן מיט קאַרגע זיבן הונדערט יאָר פריער.

די טעכטער מיט זייערע מענער און קינדער האָבן האַסטיק אויף זיך אַריבערגעצויגן אַבי וואָס. מ׳איז אַרומגעגאַנגען מיט ליכטלעך ביז וואַנען די דינסט האָט ניט אָנגעצונדן די נאַפט⸗לאָמפּן. די לעצטע איז אַריין שפּרינצע. זי האָט זיך ניט געפרייט מיט דער פרייד וואָס ביי אַלע. אַ ווייב דערשמעקט אַז ס׳איז ניט ווי ס׳באַדאַרף צו זיין. זי איז פאָרט געוואָרן האָפערדיק אַז זי האָט דעם מאַן אירן דערזען. איר האָט געדאַכט, אַז ער האָט שיער ניט אויסגעזען ווי אַמאָל, איידער ער איז אַוועק צום פּראָפעסאָר מאַקסימאָוויטש. ר׳ גרשום איז געשטאַנען גלייך ווי אַ דאָמב און האָט אַרויסגעגליט מיט אַ פעסטער איינגעגלייבטקייט צו זיך אַליין.

— שפּרינצע לעבן!

— אוי! גרשון! גערשקע! כ׳האָ׳ געמיינט איכ׳ל דיר שוין מער קיין לעבעדיקן ניט זען!

— וואָס הייסט, כ׳בין דאָך געווען פאַרטאָן אין תורה.

— זאָל נאָר זיין צום גוטן. נו, ס׳אינמיטן נאַכט. אַוועקלייגן זיך אין בעט: גענוג האָסטע זיך אָנגעשפּאַרט דאָרטן אויבן אויפן ברעט!

— באַלד, שפּרינצע, באַלד. וועסט מיר אייביק זיין די ערשטע ווייב, די סאַמע באַליבטסטע!

↤ 20

— באַליבטסטע, ניט באַליבטסטע, ווייס איך ניט, נאָר קיין ערשטע וועל איך שוין ניט זיין: אַז כ׳בין דאָך צו אַלע צרות די פערטע!

— נאַרעלע, אויף ווייטער רעדט מען, אויף ווייטער: דו׳סט בלייבן מיין ווייב און איכ׳ל נאָך אַ ווייב נעמען. אפשר נאָך צוויי ווייבער. מ׳קען דאָך ניט וויסן, קען זיין אַז דריי אַפילו אויכעט. כ׳מוז דאָך זיין דער ערשטער וואָס׳עט מקיים זיין די נייע תקנה דרבינו גרשום. רבינו גרשום פון שומסק. דער עולם ווייס גאָרניט אַז יענע תקנה איז אין אַ מזלדיקער שעה אויסגעגאַנגען, שוין קאַרגע זיבן הונדערט יאָר!

— טראַלאַ⸗לאַ⸗לאַ אויפן גאַנצן קאָפּ! אין משוגעים⸗הויז אין ווילנע דאַרף מען אים אָפּפירן: האָב חתונה מיט וועמען דו ווילסט. אַ גט גיב מיר! אַ גט! גענוג שוין אויסגעליטן פון די משוגעתן מיטן יחוס: בעסער פון אַ הונט אַ יחוס! פון אַ קאַץ! אַ ווידרע! וויי׳ז מיר! — — —

שפּרינצע האָט אַוועקגעחלשט. די דינסט איז צוגעלאָפן איר אָפּמינטערן. ר׳ גרשום האָט זיך פון גאַנצן טראַסק אויפגעקאָכט. ער האָט אַ שריי געטאָן מ׳זאָל אַוועק אַלע שלאָפן. צומאָרגנס האָט שפּרינצע אַ פור געכאַפּט אויף ווילנע. זי איז אַריין צו דער שוועסטער וואָס האָט חתונה געהאַט פאַר אַ יידן פון דייטשע גאַס. די צוויי שוועסטער זיינען אַוועק אויפן גרויסן שולהויף. זיי זיינען צוגעלאָפן צום ערשטן רב וואָס זיי האָבן דערזען. מ׳האָט אים דערציילט וואָס האָט אין שומסק פּאַסירט. דער רב איז אויפגעציטערט געוואָרן, ער איז מיט זיי גלייך אַוועק צום ועד⸗הרבנים. לאַנג האָט ניט געדויערט, מ׳האָט דעם שומסקער רב גערופן קומען צום ועד⸗הרבנים. ניט ער איז געקומען ניט ער האָט געענטפערט. דערוויילע האָט ער אַליין מסדר געווען קידושין מיט אַ נייער ווייב, זי איז געווען אַן אָרעמע יתומה פון באָלניק. ער האָט מיט איר געלעבט אין רונדיקן שומסקער פּאַלאַץ פון וואַנען די אַלע בני בית, די דינסט בתוכם, האָבן פּליטה געמאַכט ווי פון אַ שריפה. מ׳האָט געהאַלטן אַז פון די אַלע צרות איז דער רב פּשוט משוגע געוואָרן.

די ווילנער רבנים האָבן זיך ניט אונטערגעפוילט. מ׳האָט אויסגערופן אַ חרם, געלאָזן אָפּדרוקן מודעות דערוועגן, אַ משולח אַרומגעשיקט מיט ↰ 21 פערד און וואָגן, ער זאָל צוקלעפּן די מודעה אָן די טירן פון די בתי⸗מדרשים אין אַלע שטעטלעך וואָס אַרום שומסק. דאָס אַלץ איז דעם שומסקער רב געלעגן אין דער לינקער פּיאַטע. אַוועקגעגאַנגען אַ יאָר, האָט ער ווייטער חתונה געהאַט, ווידער מיט אַ יתומה, זי איז געווען פון אַ דאָרף, סוויראַנעק. זי האָט אים געגלייבט אויפן וואָרט אַז מ׳מעג. וואָס נאָך דאַרף מען האָבן אַז אַ רב זאָגט אַז מ׳מעג. קורץ נאָכדעם האָט ער זיך אַ דריטע ווייב גענומען, אויך אַ דאָרפישע יתומה, פון קורקול, הינטער סוויר. מ׳האָט גערעדט אַז ער האָט אויסגענאַרט ביי אַ באַקאַנטן, וואָס פלעגט צולייגן אַ האַנט אין דער ווילנער „חברה תומכי יתומים“, אַ רשימה אָרעמע יידישע יתומות אין דער גובערניע.

אַלע דריי ווייבער האָט ער אָנגעזאָגט, ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל, אַז זיי זיינען מיט אים אינאיינעם מקיים אַ מצווה וואָס אַ מצווה קען נאָר זיין. קיין קינדער זיינען אים מער ניט געבאָרן געוואָרן, נאָר ביי אים איז דער ענין אייגענע זין שוין אַראָפּ פון וואָגשאָל. דער עיקר איז געווען אַז סוף⸗כל⸗סוף, אין הונדערט יאָר אַרום, וועט אומעטום קלינגען מיט דער תקנה פון רבינו גרשום פון שומסק, וואָס האָט דעם פאָלק ישראל אַ סגולה געגעבן צו אַלע רדיפות און גזירות, אַ נצח ישראל לא ישקר.

געהאַנדלט האָט שוין ר׳ גרשום נאָר מיט גויים און גערעדט האָט ער אויך נאָר מיט גויים. די יידן אַרום האָבן אים גענומען רופן „דער גויאישקער רב“. אויף קיין ווילנער חרם האָט מען ניט עובר געווען. אַז ר׳ גרשום איז געשטאָרבן צו די גבורה⸗יאָרן, האָט מען קיין לוויה ניט געמאַכט. די דריי ווייבער האָבן אים מקבר געווען הינטערן גרויסן רונדיקן פּאַלאַץ. דעם זעלביקן טאָג זיינען זיי פאַרשוואונדן געוואָרן ווי אין דער הוילער לופט.

אַ ווילנער גביר אַ לערנער, אַן עלטערער ייד וואָס איז נאָענט געשטאַנען מיט די חשובסטע רבנים, איז צוגעפאָרן אין שומסק, צום רונדיקן פּאַלאַץ, אינאיינעם מיט ר׳ גרשומס זעקס טעכטער מיט זייערע מענער, און צוויי רוסישע זשאַנדאַרן. אַן אַלטער קריסט וואָס איז ↰ 22 דאָרטן געבליבן אַ וועכטער האָט זיך ניט אַקעגנגעשטעלט, ער האָט זיך אָפּגעצלמט און איז מיט גוטן אַוועק. די יורשים האָבן אויף אַן אָרט מסדר געווען, מ׳זאָל די אַלע כתבי⸗ידות און ספרים וואָס אין בית⸗דין שטיבל אַריבערפירן אין אַ צימער אויפן ווילנער שולהויף.

אויף ר׳ גרשומס טיש האָט דער ווילנער גביר באַלד דערזען דעם איינציקן בלאַט מיט דער תקנה אַז מ׳מעג חתונה האָבן מיט מער ווי איין ווייב. דורכקרייצנדיק די ווערטער פון דער תקנה זיינען געווען צוגעשריבן פון אויבן אַראָפּ, אויך מיט ר׳ גרשומס האַנט, אַלערלייאיקע ברכות מיטן שם ההוויה. דאָס איז געווען ר׳ גרשומס אַ סגולה מ׳זאָל נאָך זיין טויט דעם בלאַט ניט אַרויסוואַרפן און ניט צערייסן. מ׳האָט דערזען ניט ווייט ווי מ׳האַלט אין אויסבויען אַ געמויערט הויז. האָט מען די מוליער געגעבן אין יד אַריין און דעם בלאַט האָט מען באַלד אויף אַן אָרט מגנז געווען צווישן די ציגל פון אַ וואַנט. דאָרטן ליגט ער ביזן היינטיקן טאָג.

דער ווילנער גביר מיט ר׳ גרשומס יורשים האָבן זייערע מענטשן געשיקט, מ׳זאָל דעם רונדיקן פּאַלאַץ אין שומסק צענעמען ביזן גרונט, אַ שטיין פאַר אַ שטיין. די שטיינער האָט מען צעמאָלן אויף זאַמד. פון גרויסן רונדיקן פּאַלאַץ וואָס תנחום דער ראָטנבורגער האָט אָפּגעקויפט פאַר דריי און צוואַנציק גאָלדענע קוילן איז קיין סימן ניט געבליבן.

↤ 25


ריווטשע פון תניא

דאַמאָלסט אַז ריווטשע ראובן⸗איסר׳ס איז אין שטעטעלע קאַזאַן געבאָרן געוואָרן האָט זיך קיינער ניט אומגעקוקט. אַן אַכט קינד ביי אָרעמע מענטשן. זאָל נאָר געזונט זיין.

אַז מ׳האָט איר די פיר קלעצלעך מיטן לייוונט געשטעלט ט׳מען ווייטער קיין אַכט ניט געלייגט. אַז דער חתן איז אַליין אַ קאַזאַנער דלפון געווען, אויך פון ווידזער גאַס. זאָל נאָר זיין מיט מזל.

און אַז זי איז אַן עקרה געבליבן איז אַפילו אַ רחמנות אויף יידן. פאַרפאַלן, אַז מ׳קען קיין זאַך ניט מאַכן.

נאָר אַז דער מאַן אירער איז פאַרשוואונדן געוואָרן, דאַמאָלסט האָט אין קאַזאַן געקלונגען. ניט נאָר אין קאַזאַן. ערב יום⸗כיפּור איז דאָס געווען. פון שחרית⸗צייט האָט זיך ריווטשע געפּאָרעט אַרום דעם פּאָד. די „לייטערס“ צום פאַרפאַסטן קען מען דאָך ניט אויסבאַקן גלאַט ווי ס׳פאַלט איין. זי האָט אַריינגעשאָטן מעל, זאַלץ, צוקער, אייער, הייוון און פאַרקנאָטן דאָס טייג. אַז ס׳איז אויפגעגאַנגען, דאָס טייג, האָט זי פונאַנדערגעמאַכט די חלה — דריי שטיקלעך גראָבע, נאַכער צוויי דינינקע, פּאַשיקעס פון טייג, איינעם העכער איינעם נידעריקער. בשעת מעשה איז דער מאַן אַוועק שפּאַצירן.

פון אים איז קיין הויכע קדושה ניט געבליבן. אין קאַזאַן ט׳מען עס אָנגערופן: „דער פאַרשטערטער יום⸗כיפּור“. מ׳האָט געבעטן ביים ↰ 26 אייבערשטן, ער זאָל זיך דערבאַרעמען אויף ריווטשע ראובן⸗איסר׳ס און איר מאַן. ער זאָל זיך דערבאַרעמען אויף זיין געטריי פאָלק ישראל.

אומעטום ט׳מען אים געזוכט, דעם מאַן. אין קאַזאַן און אין שאַרקאָוושין, אין יאָד, אין ווידז און אין מאַלאַגאַן. ניטאָ איז ניטאָ. ריווטשע ראובן⸗איסר׳ס איז „ריווטשע די עגונה“ געוואָרן.

אַוועקגעגאַנגען אַ יאָר, האָט ריווטשע ראובן⸗איסר׳ס אָפּגעפאַסט ביי זיך, אַז זי וועט אויסזוכן דעם מאַן אירן אין אַלע עקן פון דער גובערניע. באַשלאָסן איז באַשלאָסן. גאַנץ קאַזאַן האָט איר גענומען אַוועקשענקען געלט, מלבושים, צידה לדרך. דער קאַזאַנער רב האָט איר אַ בריוו געגעבן, אַז אומעטום זאָל מען די עגונה מרת רבקה בת ר׳ ראובן איסר הלוי ז״ל העלפן מיט וואָס נאָר מ׳קען.

קיין איינגעטונקטע פּען האָט מען פון דער ריווטשע ניט געזען. מ׳האָט גאָר מורא געהאַט, טאָמער מיט איר האָט קיין בייז ניט געטראָפן. איינער קען פאַרפאַלן ווערן און צוויי קענען פאַרפאַלן ווערן.

אַוועק דריי יאָר האָט זיך די ריווטשע געיאַוועט אויפן קאַזאַנער מאַרק. זי איז אַפילו געגאַנגען מיטן קאַרטאָנענעם קליידל וואָס אַמאָל, נאָר מיט לאַטעס אומעטום. קוים האָט מען די ריווטשע דערקענט. עטלעכע און דרייסיק יאָר איז איר געווען, נאָר די האָר זיינען איר ווייס געוואָרן. זי איז געוואָרן דיק. פאַר די דריי יאָר איז זי אַ זקנה געוואָרן. וואָס צרות קענען שטיקער רייסן ביי אַ מענטשן קען אַ דם⸗שונא אויך ניט רייסן.

נאָר וואָס, ס׳האָט זיך געדאַכט אַז ווייטער עלטערט זי זיך ניט. זי איז געבליבן ווי זי איז.

אַז זי האָט די דריי יאָר אַרומגעוואַנדערט, ריווטשע די עגונה, האָט זי אויסגעמאָסטן די אַנטאָנאָווסקער וועלדער. זי האָט זיך פונאַנדערגעקליבן אין די וואַלד⸗גראָזן מיט די פלאַנצן מיט די שוועמלעך. און אַז זי האָט זיך אומגעקערט אין קאַזאַן האָט זי פון שוועמלעך חיונה געצויגן. געקליבן האָט זי מער און בעסערע, זי האָט פאַרשטאַנען ווי אַזוי מ׳היט זיי אויף, זיי זאָלן טויגן ביז אויף איבעראַיאָר.

↤ 27

גויים האָט זי פאַרקויפט די בעסטע באָראָוויקעס. יידן האָבן דאָס אין מויל אַריין ניט גענומען. טאָמער מאַכט זיך אַ ווערימל. יידן האָט זי פאַרקויפט די „יידישע שוועמלעך“ — „פיקסעלעך“ ט׳מען זיי גערופן, קליינע און געלע. אַז ביי זיי מאַכט זיך ניט קיין ווערימל.

קיין גבירנטע איז זי פון די שוועמלעך ניט געוואָרן, נאָר קיין אָרעמענטש איז זי אויך ניט געבליבן. ווען ניט ווען האָט זי אַ נדבה געשאָנקען אַ ייד וואָס גייט איבער די הייזער. ריווטשע די עגונה איז „ריווטשע פון די שוועמלעך“ געוואָרן.




די משפּחה ריווטשע׳ס איז פון די קאַזאַנער חב״דניקעס געווען. זיי האָבן געדאַוונט אין חסידישן מנין. דאָס האָט שניאור⸗זלמן לאַדיער אויפגעשטעלט דעם מנין, אַז ער איז אַדורכגעפאָרן קאַזאַן, אונטערוועגנס אין סווינציאַן. אין סווינציאַן ט׳ער דריי מנינים אויפגעשטעלט, דאָס איז אַ מעשה פאַר זיך.

אַז די ריווטשע האָט זיך בשלום אומגעקערט אין קאַזאַן, נאָכדעם ווי זי האָט דריי יאָר אַרומגעוואַנדערט, אַז זי האָט זיך אויסגעזוכט אַן ערלעכע פּרנסה, אַלץ בזעת⸗אפּיה, דאָס אַלץ האָט מען געהאַלטן פאַרן אייבערשטנס האַנט.

ריווטשע פון די שוועמלעך האָט מען מקרב געווען. מ׳האָט איר אָפּגעגעבן אַ בכבודיק אָרט אין דער ווייבערשול. מ׳האָט איר אַ מחזורל געשאָנקען, מיט עברי⸗טייטש, וואָס פאַרמאַכט זיך אויף אַ שלעסעלע.

דער רב פון חסידישן מנין האָט איר געגעבן צו פאַרשטיין אַז מיט גאָטס וואונדער קען זיך דער מאַן נאָך אַמאָל יאַווען. יאוש איז דאָך ניט קיין מידת אמונה. סיי ווי סיי וועט זי זיך מיט אים טרעפן אַז משיח וועט קומען און מ׳עט אויפשטיין תחית המתים און אַוועקפאָרן אַלע אין ארץ ישראל.

פון די גרויסע צדיקתטעס איז די ריווטשע גאָרניט געווען. פונדעסטוועגן האָט זי אַלע שבת גענומען גיין אין דער ווייבערשול. ↰ 28 אויף דאַוונען האָט זי קיין קאָפּ ניט געהאַט. מער ווי אַלצדינג האָט ביי איר חן געפונען די דרשה. אַ גאַנצע וואָך, אַז זי איז געזעסן אויפן מאַרק און פאַרקויפט פון צוויי קערב אירע צווייערליי שוועמלעך, האָט זי זיך פאַרקלערט אין דעם אַלעמען וואָס דער רב האָט געדרשנט.

אַלע שבת האָט דער רב פון חסידישן מנין דערציילט וואָס ס׳שטייט געשריבן אין דער „תניא“, אָדאָס איז די תניא וואָס דער אַלטער רבי, שניאור⸗זלמן לאַדיער האָט אָנגעשריבן און אַליין אַוועקגעשאָנקען אַ כתב⸗יד דערפון די קאַזאַנער, דאַמאָלסט אַז ער האָט זיין מנין דאָרטן געגרונדפעסטיקט. אָטאָ די תניא האָט דער רב אין האַנט געהאַלטן אַז ער האָט געדרשנט.

מיט אַ ישיבה⸗דמעלהדיקן קול, הימליש און רומפול, האָט ער דערציילט, אַז דער בעל⸗התניא איז מסביר, אַז צווייערליי מענטשן זיינען אויף דער וועלט פאַראַן. דער בינוני, אַ ייד פון אַ גאַנץ יאָר, דאַרף זיך אויסלייטערן אויף זיין שטייגער. דער וואָס איז געבאָרן געוואָרן אַ צדיק דאַרף זיך אויסלייטערן אויף זיין שטייגער. יעדערער אויף זיין אופן, וועדליק זיינע כוחות.




די ריווטשע פון די שוועמלעך האָט מאריך ימים געווען, עלעהיי בענקעניש און וואַרטונג וואָלטן דעם מלאך⸗המות אָפּגעשטויסן. פרייטיק צו נאַכט און צום יום⸗כיפּורדיקן פאַרפאַסטן, האָט זי די אַלע יאָרן אַוועקגעשטעלט אויפן טיש צוויי טעלער. וועט דער מאַן אירער אין שטוב פּלוצלונג אַריין, ׳עט ער זען סאַראַ אשת חיל איז זיין ריווטשעלע.

אַריכת ימים לאָזט זיך אויכעט סוף⸗כל⸗סוף אויס. אַז דער מענטש איז נאָר אַ מענטש.

אין אַ הייסן תמוז האָט זיך צו איר צוגעטשעפּעט אַ שלאַפקייט. מ׳האָט באַשיימפּערלעך געזען אַז זי שטייט שוין אויף דער פּריזבע. היימישע מלאכים וואַרטן איר אָפּעט, רופן אויס: „ריווטשע בת ראובן⸗ איסר“.

↤ 29

פונדעסטוועגן האָט זי זיך געהאַלטן.

יום⸗כיפּור איז ריווטשע פון די שוועמלעך אויף דער בימה אַרויף, האַרט פאַר כל⸗נדרי. קוים צום באַלעמער איז זי דערקראָכן, זיך אָנהאַלטנדיק אָנעם פּאַרענטש ווי אַן עופעלע אַז ס׳טוט מיט ערשטיקע טריט שפּאַנען.

גרויסע אויגן ט׳מען אויסגעשטעלט. וואָס פאַראַ קריוודע קען זי שוין האָבן, ריווטשע פון די שוועמלעך, צו וועמען? אַז נאָר מ׳האָט איר געטרייסט, פאַר אַ רעכטפאַרטיקע געהאַלטן, אַן ערלעכע אין די אויגן פון גאָט און קאַזאַן.

ריווטשעס ליפּן האָבן זיך געטרייסלט, נאָר קיין קול האָט זיך ניט געהערט. אַז זי דאַרף קומען צו זיך איז קיין חידוש ניט. אַ קלייניקייט, אַ יידענע אויף דער בימה, אין קאַזאַן צו כל⸗נדרי.

אונטן ביי די מענער ט׳מען זיך משער געווען, אַז זי גייט זיך אויסטענהן מיטן רבונו של עולם. אויסטענהן מהיכא תיתי, זי זאָל די מאָס נאָר ניט איבערכאַפּן. צו קיין חילול השם זאָל עס אין קאַזאַן ניט קומען, רחמנא לצלן.

אין דער ווייבערשול ט׳מען אַנדערש געטייטשט, אַז פאַרן טויט וויל זי דעם מאַן שילטן לויט ווי אים קומט. געלערנטע ווייבער האָבן שטאַרק מורא געהאַט, טאָמער האָט זי אַ טעות. אפשר איז אים וואָס געטראָפן. אַז אַלצדינג קען זיך מאַכן.

איידל און נעימותדיק, האָט דער רב גענומען צוגיין צו ריווטשען.

ער האָט אַ קלער געטאָן, ער וועט איר שטילערהייט איינרואיקן, זי זאָל ניט דאַרפן שטיין ביים עמוד און קלאָגן זיך פאַר קאַזאַן אין די אויגן.

ער איז לעבן איר געשטאַנען, דער רב. דער עולם האָט תמימותדיק געשטומט. די נאָענטע גסיסה איז איר געווען אויסגעקריצט אויפן פּנים. עלעהיי דער חסידישער מנין איז צו כל⸗נדרי אין דער ישיבה של מעלה אַרויף.

מיטאַמאָל האָט זי גענומען ריידן, ריווטשע, מיט אַ געזונטער שטימע, גאָרניט קיין שטימע פון אַ זקנה, אַזוי צו זאָגן:

↤ 30

— יידן! אַז מיין אומגליק ווייס דאָך יעדערער. איין זאַך מערניט זאָלט איר וויסן זיין, אַז פון די נאַראָנסקע ווייבעלעך בין איך קיינמאָל ניט געווען. איך האָב שוין געזען וואָס טוט זיך אויף דער גרויסער וועלט. אַז ס׳בלאָנדזשעט דריי יאָר אַרומעט און מ׳זוכט אַ נעכטיקן טאָג זעט מען שוין אַ פולע! אַ פולע! איבעראַיאָר יום⸗כיפּור וועל איך זיין אויפן בית⸗עולם מיטן מאָך צוקאָפּנס. געקומען זיך געזעגענען, טייערינקע! אייך צו וויסן געבן, יידן! מיט קאָפּ הערט אויסעט, מיט קאָפּ! דער שניאור⸗זלמן, זאָל ער מיר מוחל זיין, האָט אַ גרויסן טאָוועס געהאַט! מיינע שוועמלעך אויפן מאַרק זיינען טאַקע צווייערליי. אַ מענטש איז ניט קיין שוועמל! אַ מענטש ווערט קיין צדיק ניט געבאָרן! אַ מענטש דאַרף ערשט ווערן אַ צדיק! פאַראַן וואָס האַלטן זיך פאַר געבאָרענע צדיקים און גלאַוונע זשוליקעס אי׳ דאָס! פאַראַן פּראָסטאַקעס — צדיקים גאַנצע! יידן! כל⸗נדרי!

ניין טעג אין שבט איז זי געשטאָרבן, ריווטשע.

ביי די חסידים האָט מען אין איר ניט פאַרגעסן. טויזנט⸗איין נאַכט, די ריווטשע פון די שוועמלעך האָט אַ קשיא געבראַכט אויפן בעל⸗התניא.

ביי מתנגדים האָט מען אין איר אויכעט ניט פאַרגעסן. ניט מער און ניט ווייניקער, מיט איין משל פון אירע שוועמלעך האָט די ריווטשע דעם בעל⸗התניא גאָר אָפּגעפרעגט.

ביי די און ביי די איז זי אייביק געבליבן ניט אַנדערש: ריווטשע פון תניא.

↤ 33


דער משפּט פון מלאך⸗המות

ליטע, אַזוי האָט מען געזאָגט, איז אַ לאַנד, ניט פון שלש רגלים נאָר פון „שתי רגלים“. ווי גליקלעך מ׳איז ניט געווען אַז מ׳האָט אויפגעשטעלט די סוכה, ווי געשמאַק די ערשטע צוויי טעג יום⸗טוב, אַזוי טרויעריק איז חול⸗המועד געוואָרן.

חול⸗המועד סוכות. דעם גאונס יאָרצייט.

ווער ס׳איז נאָר אויף גאָטס וועלט געווען דאַמאָלסט אַז ס׳האָט זיך דער אומגליק געטראָפן, אָ⸗דער האָט שוין אייביק פאַר די אויגן געהאַלטן דעם „שוואַרצן חול⸗המועד“, אַזוי האָט מען עס אָנגערופן. פורמאַנעס האָבן ווילד אָנגעטריבן די פערד אין אַ יעטוועדער ישוב. מיט גאָרניט קיין בעל⸗עגלהשע טרערן האָבן זיי כליפּענדיק אויסגעשריען: „געשטאָרבן דער גאון“.

אין „די זיבן גובערניעס“ איז קיין ייד ניט געווען וואָס זאָל ניט געדענקען, אויגנשיינלעך ווי ביי היינטיקן טאָג אַ זאַך אַז ס׳טרעפט, אַוואו ער איז דאַמאָלסט געשטאַנען און וואָס ער האָט דאַמאָלסט געמאַכט, אין כל⸗שהוא פון אַ רגע ווען מ׳האָט געבראַכט צו טראָגן די בשורה מות.

ביי קינדערלעך אָן אַ שיעור איז עס די ערשטע מעשה⸗שהיה געווען וואָס אויפן זכרון.

↤ 34

אַזאַ מין ייד איז אין סוויר געווען: עלע⸗לייזער בר׳ אברהם⸗אבא הכהן. פון קיצור וועגן האָט מען אים עלע⸗לייזער בר׳ אבא גערופן. ווייטער האָט מען ניט געקירצט. גראַד יעמאָלט זיינען אין סוויר זיבן מאַן געווען וואָס מ׳האָט זיי עלע⸗לייזער גערופן.

דער עלע⸗לייזער בר׳ אבא איז אַ גביר אַ מילנער געוועזן, אַ ייד אַ הדרת⸗פּנים מיט ברייטע פּלייצעס. די באָרד איז געווען ביי אים שאַטען, אַן אויסגערונדיקטע ווי אַ האַלבע לבנה. אים האָט געהערט די אַלטע וואַסערמיל וואָס אין סטראַטשע, הינטער סוויר, אויפן שימענישקער וועג. ער האָט נאָך מיט וויין און מיט בראַנפן געהאַנדלט, נאָר דער ייד איז אַלעמערשטן אַ מילנער געווען. אין די וואָכעדיקע טעג איז ער אַרומגעגאַנגען אַ שניי⸗ווייסער פון די מעל.

דער אייבערשטער האָט אים אין אַלע זיינע טואונגען וואוילגעבענטשט.

עלע⸗לייזער בר׳ אבא איז אַ בא בימים געוואָרן. ער האָט פאַרשטאַנען אַז לאַנג וועט ניט געדויערן ביז וואַנען ער וועט צו זיינע אבות ניט אָנקומען אויפן סווירער בית⸗עולם ביי דער גרויסער סווירער אָזערע. האָט ער ביים לעבן נאָך די וואַסערמיל אַוועקגעגעבן דעם בכור ישראל⸗יוסף, יעיסקע מילנער האָט מען אים גערופן, און אים געבענטשט אַזוי צו זאָגן:

— יעיסקע! די פּראַצע זאָל מען אַזש אין ווילנע שמעקן! אַזש אין ווילנע!

אַלע אַנדערע געשעפטן זיינע, אויך די הייזער, אַ סך הייזער זיינען ביי אים געווען, האָט ער געטאָן פאַרקויפן.

בשעת מעשה האָט ער אַליין אָפּגעקויפט אַ שיינע אַלטע שטוב אויפן דאָרף, ביי ריטאַן, וואָס צווישן ניקראַשון און ליטוואַן.

די שטוב איז אויף אַ בערגעלע געשטאַנען. צום בערגעלע האָבן זיך אַראָפּגענידערט וואָלקנדלעך, עלעהיי די שטוב אַ הייב טאָן אַרויפצוצו. אויפן בערגעלע איז געווען אַ וועלדעלע מיט קאַשטאַנעס. רונד אַרום זיינען געווען פּויערשע פעלדער וואו מ׳האָט געפּאַשעט, ווער קי ↰ 35 און ווער שעפּסן. דערצו האָט מען פאַרזייט אויך, ווער בולבעס און ווער בוריקעס.

דאַמאָלסט איז געווען איינגעפירט אַז גבירים נדבנים האָבן אונטערגעשפּאַרט ראשי ישיבה מיט קרן, זיי זאָלן מאַכן אַ „כולל“. אין כולל האָט מען נאָך דער חופּה ווייטער געלערנט. עלע⸗לייזער בר׳ אבאן איז עס ניט וואוילגעפעלן געווען. אין לערנען האָט ער נאָר פון זקנים געהאַלטן. „זאָלן די באַלעבאַטימלעך בעסער פאַרן הויזגעזינד דאגהנען“, אַזוי האָט ער געזאָגט. „אויבע פון יגדיל תורה ויאדיר וועגן, איז פאַר זקנים, און ווייטער קיינעם“.

האָט עלע⸗לייזער בר׳ אבא מסדר געווען אַז אַלטע תלמידי חכמים זאָלן אויסלעבן די יאָרן אין דער שיינער שטוב וואָס אויפן ריטאַנער בערגל. זיצן און לערנען. אָן דאגת פּרנסה. ווייטער פון גאַנצן טומל, צום רבונא דעלמא אַלץ נעענטער. אים האָט געדאַכט אַז דער איינפאַל איז אים איינגעפאַלן אַז ער האָט יעמאָלט, אַ יינגעלע, אין סוויר נאָר דערהערט: „געשטאָרבן דער גאון“. עלעהיי דער גאון אַליין, אַז ער איז איבערגעפאָרן איבער סוויר, אַרויפצוצו אין אליהו הנביאס רייטוואָגן, וואָלט עס אים אַליין געטאָן זאָגן „אין די אייווערן אַריין“.

עלע⸗לייזער בר׳ אבא איז אַלע זיינע יאָרן אַרום און אַרום געפאָרן, האָט ער אין זינען געהאַט וועמען אין ריטאַן אַראָפּברענגען. ער האָט זיי פון עולמות⸗געלטער, איינגעלייגטע אין קאַזנאַטשייסטווער באַנק וואָס אין סווינציאַן, חיונה נאַרייעט ביז איבער די מאה ועשרים שנה. אַ דינסט אַ שטומע האָט ער אויסגעזוכט, אימיץ אין לערנען זאָל זי ניט טאָן איבעררייסן.

אין דער אַלטער שטוב אין ריטאַן זיינען צוועלף צימערן געווען.

האָט עלע⸗לייזער בר׳ אבא אָפּגעפאַסט ביי זיך אַז פאַרן גיין אַ גאַנג דאַרף ער צוועלף לערנער אויסזוכן. כשבטי ישראל.

שיער ניט יעדער האָט זיך אָפּגעזאָגט. איבערקלייבן זיך אויף דער עלטער אין די תרי חושך, אין פּויערשע פעלדער וואו קיין בית⸗מדרש איז קיינמאָל ניט געשטאַנען, די מקורבים איבערלאָזן, דאָס אַלץ איז ביי ↰ 36 זיי קיין עסק ניט געווען.

קיין ריטאַן האָט מקובלים געצויגן, איבערקערער פון וועלטן אין ח״ן, וואָס לעבן זיך סיי ווי ביחידות אַליין, ווער אַן אלמן און ווער אַ גרוש, און ווער ס׳איז פאַרזעסן. זיי איז באַשיימפּערלעך געווען אַז מיט אַ רוח⸗הקודשל האָט דער גאון ביים שטאַרבן אַריינגעזאָגט אין האַרצן פון אַ יינגעלע, אַז ווען ער וועט אויסוואַקסן זאָל ער אַ גרויסער גביר ווערן, ווען ער וועט אויסלעבן די יאָרן זאָל ער מיט זיין עשירות אַן אתחלתא דגאולה צוציען. ניט מיט קיין רבין, ניט מיט קיין הויף, נאָר מיט אויפשטייגן אין לערנען.

און דאַמאָלסט, אַז די צוועלף צימערן זיינען אין ריטאַן באַוואוינט געווען, די שטומע דינסט האָט ער איינגעאָרדנט אין ליטוואַן ניט ווייט, האָט מען עלע⸗לייזער בר׳ אבאן אין סוויר מוסיף געווען צו זיינע אבות.




דער עלטסטער פון די צוועלף זקנים אין ריטאַן האָט אַ טאָלק געמאַכט. ישראל⸗וועלע האָט מען אים גערופן, ער איז געווען איבער די ניינציק. דאָס איז געווען אַ ברייטער ייד, די באָרד איז ביי אים געווען מיט טויזנט שפּיצן, זיי האָבן ביי אים אָנגעגרייכט ביז צו די לענדן. אום שבת האָט מען אין תורה גערעדט, אַזוי האָט ער איינגעסדרט, און אין די וואָכעדיקע טעג האָט מען קיין וואָרט פאַר די ליפּן ניט געבראַכט. אַז די אַלע רייד נעמען דאָך אַראָפּ.

קיין מושב⸗זקנים יידן זיינען דאָס אין ריטאַן ניט געווען. פון אַלדאָס לערנען און פאַסטן זיינען זיי פלינק און זשוואַווע געבליבן.

אין שבתדיקע שמועסן, אַן אימפּעריאַל אַ וואָרט, איז מען רזי עולם דערגאַנגען, סודות וואָס גלימען אין מעשה מרכבה, אין ספירות און אויף הימלען. ווער עס פאַסט באַשטענדיק און קיין הונגער ליידט ער זיך ניט אָן, דעם געראָט עס אין די שפּעט⸗ביינאַכטן, ווען קיין פייגל צוויטשערן ניט און די סאָווע הוילט, זיך צו באַהעפטן מיט נשמות טהרות פון די עולמות העליונים.

↤ 37

ווער עס האָט זיך מיט דער נשמה פון שמעון בר יוחאי באַהאָפטן און ווער מיטן אר״י הקדוש, ווער מיט חיים וויטאַל און ווער מיט יהודה⸗לייב פּאַכאָוויצער.

יעדער האָט פאַר זיך געלערנט און געטאָן אין זיין חדר, מערניט די תעניתים האָט ישראל⸗וועלע דער עלטסטער מסדר געווען מ׳זאָל פּראַווען בבת⸗אחת. זעקס און דרייסיק טאָג אויפאַמאָל האָט מען צוגעפאַסט, נאָר אַ גלאָז וואַסער אינדערפרי האָבן זיי אַלע טאָג אויסגעטרונקען, שבת און יום⸗טוב — צוויי גלאָז מעד. דעם זיבן און דרייסיקסטן טאָג האָט די שטומע דינסט אַ מילכיקע סעודה דערלאַנגט. צו קיין פלייש מיט קיין פיש האָט מען זיך אין ריטאַן ניט צוגערירט.




דער יינגסטער איז געווען דאָרטן אַ ייד אַ זיבעציקער, סענדער שאַרקאָוושינער האָט מען אים גערופן.

אים איז אין די נעכט ניט געלונגען זיך באַהעפטן מיט קיין ווייטע נשמות. אין די טעג איז ביי אים אַ ספק געווען צי ער האָט אַ שווערן ענין רעכט משיג געווען אין די קבלה ספרים. דאָס איז געווען אַ גמרא⸗ייד.

טיף אין אַ לאַנגן תענית אַריין איז סענדער שאַרקאָוושינער איינגעפאַלן, אַז אויב נשמות פון מקובלים, ווער רעדט נאָך מלאכים, קען ער ניט אויסזוכן, טאָ זאָל ער גאָר נעמען אויפן צימבל דעם מלאך⸗המות. וואָס איז דאָס פאַר אַ מעשה, אַז צדיקים גמורים, די שופרא דשופרא פון כנסת ישראל טוט דער מלאך⸗המות הרגענען. אַז זיי קומט גאָרניט, איז דאָך אַפּשיטא, אַז מען דאַרף אים צו משפּט רופן.

לאַנגע נעכט האָט ער זיך קלאַפּאָטשעט. דערהערט האָט ער די סאָווע. נאָר אין פינף און דרייסיקסטן טאָג פון זיין תענית דאַמאָלסט, האָט ער דעם מלאך⸗המות אָנגעטאַפּט.

פון שמועסן אום שבת איז סענדער שאַרקאָוושינער דערגאַנגען אַז אַ מקובל, אַז ער באַהעפט זיך מיט אַ נשמה טהורה, איז דאָס אים ↰ 38 לויטערע פרייד. נאָר וואָס, אין יענער רגע, אַז ער האָט זיך געכאַפּט, אַז דער מלאך⸗המות איז מיט אים וואָרהאַפטיק דאָ אין זיין חדר אינעם „קבלה קלויז“, אַזוי׳ט מען די ריטאַנער שטוב גענומען אָנרופן, האָט ער זיך אָנגעשראָקן אימה מות. איין קלייניקייט, מיטן מלאך⸗המות זאַלבעצווייט.

אים האָט געדאַכט אַז דער מלאך⸗המות טוט זיך בייזערן:

— ר׳ ייד: אַז ס׳איז ניטאָ וואָס צו ריידן, איז רוף ניט! שתיקה! אַ גוטע נאַכט!

סענדער האָט אַראָפּגעלאָזן דעם קאָפּ אַ פאַרשעמטער. די ליפּן האָט ער פאַרפּרעסט.

יענעם שבת האָט ער אויסדערציילט די שכנים וואָס האָט פּאַסירט.

זיי האָט די זאַך פאַרכאַפּט. דעם סענדער שאַרקאָוושינער איז געלונגען אַראָפּברענגען אין זיין חדר אין ריטאַן דעם מלאך⸗המות. ביי זיי האָט ניט געפעלט וואָס אויסצופרעגן. אַ קלייניקייט, דעם מלאך⸗המות אַראָפּרופן אין ריטאַן.

ישראל⸗וועלען איז גאָרניט געפעלן געווען די אויפרעגעניש. אָפּלייגן האָט ער ניט געקענט. האָט ער ביי סענדער שאַרקאָוושינער געבעטן, ער זאָל שבתע⸗נאַכט נאָכאַמאָל אַראָפּרופן דעם מלאך⸗המות. אַרום אים וועט מען שטומערהייט זיצן.

וכך הווה.




ביי די צוועלף נושאי ח״ן, פון ישראל⸗וועלע דעם עלטסטן און ביז סענדער שאַרקאָוושינער דעם יינגסטן, איז הכרת נשמה געווען. דער מלאך⸗המות איז וואָרהאַפטיק ביי זיי אין חדר געווען. זיי האָט אָנגעכאַפּט אַ פאָרכצומער פּחד. איין קלייניקייט, מיטן מלאך⸗המות זאַלבענאַנד.

אַז דעם מלאך⸗המות קען גראַדע איינפאַלן אימיצן אָנטאָן אַ טויט, דאָס האָט מען קיין מורא ניט געהאַט. ס׳איז אַפּשיטא, אַז מ׳טרייסלט זיך ↰ 39 אָפּ פונעם לבוש איז אַ מדרגה. אינעם יום המות פליט דאָך אָפּ די נשמה אַ פרייע, אַז זי איז נאָר אַן אויסגעלייטערטע.

סענדער שאַרקאָוושינער האָט אָנגענומען האַרץ. דעם יש וואָס אין צימער האָט ער דער ערשטער גענומען אויספרעגן.

— מלאך⸗המות! וואָס איז דער שכל אַז אַ מענטש דאַרף דווקא שטאַרבן? ניט שייך צי די נשמה ווערט ביים לעבן אויסגעלייטערט צי ניט, ניט שייך, אַ מתקן פון וועלטן, צי אַ קליפּה ממש?

— ר׳ ייד! בעסער איז געווען אַז דו האָסט צוגעשוויגן!

עפּעס אין דעם ערך האָט זיך יעדן געהערט, ניט קיין שטימע נאָר אַ בת⸗קול פון ווערטערלאָזע רייד, אָפנוואָרלעך און קלאָר, ווי ביי די מקובלים פון אַמאָל.

און סענדער האָט אַראָפּגעלאָזן דעם קאָפּ אַ פאַרשעמטער. די ליפּן האָט ער פאַרפּרעסט. געזאָלט אויספיינען זיך, אַנטפּלעקט ער זיך גאָר פאַר אַ שטיא. אין קבלה קלויז איז צו חרפּה געווען, אַז דער זעירא שבחבריא רעדט מיטן מלאך ניט ווי מען באַדאַרף צו ריידן.

האָט אַ צווייטער גענומען זיך אויסטענהן.

— אַז ניט אייביק, טאָ פאַרוואָס ניט לענגער אַ ביסל? אַז ניט אַלע, טאָ פאַרוואָס ניט אָטאָ די וואָס ביי זיי איז דער גוף אַ כלי לטובה?

— אַז ס׳אַלץ ניט מיין עסק! — האָט מען בבת⸗אחת אַ תשובה דערשפּירט, קלאָר ווי אַ וואָרטלאָזער ווינט דאַמאָלסט אַז כסלו פאַלט אין טבת אַריין.

דערזען ווי אַ צווייטער האָט זיך פאַררעדט, האָט זיך ישראל⸗וועלע געכאַפּט אַז דאָ איז חל דער „במקום שאין איש תהיה איש“. דאָ איז שייך דער „איש איש כלשונו“. דאָ איז ניט שמעון בר יוחאי, ניט יהודה⸗לייב פּאַכאָוויצער. דאָ איז אַ מלאך וועמענס שליחות עס איז פאַר קיינעם ניט געדאַכט מענטשן צו טייטן. איז דאַרף מען מיטן מלאך⸗המות ריידן לויט זיין שטייגער. אַז ער קלייבט זיך עפּעס וואָס זאָגן, האָט ער צו וויסן געגעבן מיט אַ ברומעניש, און נאָך דער ברומעניש האָט ער צוגעשוויגן אַ צייט. און נאָכן שווייגן האָט ↰ 40 ישראל⸗וועלע געגעבן לשון, אַזוי צו זאָגן:




אַ יישר⸗כח אַז דו ביסט אין ריטאַן אַראָפּ. אַז רופן רופט מען דיר „מלאך⸗המות“ איז דאָך עס גלאַט ניט מטעם הנימום. לגנאי איז דאָס! אומאיידלקייט וואַקסט פון אומוויסן אַרויס. גרויסער גאַסט! אורח נכבד! ווי אַזוי רופט מען דיר אָן?

— אָט אַ ייד אַ חכם! נשמיאל רופט מען מיר, אויסגעלייטערטע נשמות לייז איך אויס פון די גופים! אָדאָס איז מיין שליחות.

— אַ הויכע שליחות, איי אַ געבענטשטע! „אויסגעלייטערטע נשמות“ זאָגסטו דאָך, אַ סימן אַז אַנדערע נשמות ווערן ניט אויסגעלייזט, הייסט דאָס אַז ביי זיי הרגעט אַוועק נשמיאל המלאך די גופים מיט די נשמות אינאיינעם?

— רחמנא לצלן! וואָס קען איינפאַלן!! ביי די מערסטע וואָס שטאַרבן אָפּ איז עס גאָרניט מיין עסק. מענטש מיינער! אַ קערפּער וועבט זיך אויס, איז ער אויסגעוועבט. אַז ער איז דאָך געמאַכט געוואָרן אינגאַנצן אויף אַ ביסל פון אייערע ערדישע יאָרן! גאָט מיינער! ביי איינעם אַ האַרץ און ביי איינעם די אָדערן! ווי ווער! אַ זייגער קען אייביק לעבן. פּלאַצט די ספּראָנזשינע שטעלט מען אַ נייע. אַז דער קערפּער שעפּט זיך אויסעט קען מערניט צוקוקן דער פעלדשער!

— דערפון איז געדרונגען אַז ביי די מערסטע וואָס שטאַרבן אָפּ איז עס גאָרניט דיין אַרבעט, נשמיאל המלאך!

— ריכטיק געזאָגט געוואָרן!

— זיי שטאַרבן ווייל דער גוף איז קאַליע געוואָרן און שוין!

— און שוין!

— און מיט די נשמות וואָס ווערט?

— ביי אַ סך איז גאָר ניטאָ קיין ריכטיקע נשמה, מערניט אַ שטומפּ, אַ שמצל, אַ קיימא⸗לן גאָרניט מיט גאָרניט.

— און ביי זיי אַלעמען גייט אויס דער שטומפּ אינאיינעם מיטן גוף?

↤ 41

— ס׳קען אַלץ זיין. פון אַלצדינג וואָס גייט ניט אין מיין שליחות אַריין קען איך דאָך ניט וויסן! אַ מלאך האָט דאָך איין שליחות מערניט! נאָר ביי די מענטשעלעך האַלט זיך יעדער בעל⸗גאווה אַז אויף אַלצדינג קען ער זיך אויס.

— איז לאָמיר די זאַך פאַרשטיין. וואו נאָר אַן אויסגעלייטערטע נשמה, דאַמאָלסט שטאַרבט אָפּ דער מענטש דורך דיר, נשמיאל המלאך.

— הלוואַי וואָלט אַזוי געווען! נאָר ס׳טרעפט ניט זעלטן אַז עס טשעפּעט זיך צו צום גוף אַ קרענק, דאַמאָלסט גייט די נשמה לאיבוד, סיידן זי קען זיך אויסלייזן אויף אַן אופן וואָס איז מיר ניט וואוילבאַקאַנט.

— הייסן הייסט דאָס, אַז אַ נשמה, אַפילו אַן אויסגעלייטערטע נשמה, ווערט פון אונטערגאַנג געלייזט נאָר און בלויז אַז דו, נשמיאל המלאך, קוילעסט דעם גוף, כדבעי, און טאָמער ניט, טאָמער טשעפּעט זיך צו אַ קרענק, ווערט זי אַ סברא פאַרפאַלן פּונקט ווי ביי אומאויסגעלייטערטע נשמות, פּונקט ווי ביי די וואָס ביי זיי איז דאָ מערניט אַ שטומפּ פון אַ נשמה?

— איי אַ בעל⸗לשון!

— איז וואַרט זשע. אַז אַ נשמה ביי אַ בר⸗נש האַלט זיך אין איין אויסלייטערן, און קיין קרענק האָט זיך צום גוף ניט צוגעטשעפּעט, אַוואָס דאַרף מען אָטאָ די נשמה אָפּרייסן פונעם גוף אַז דער מענטש קען טאַקע פּועלן לטובה?

— וואָס דאַרף מען, וואָס דאַרף מען! אַז דער גוף איז סיי ווי אַ מאַכאַרייקע אויף אַ פּאָר יאָר. סיי ווי סיי וועט ער זיך אויסוועבן! דער תמצית פון מיין שליחות איז דאָך אָפּצוראַטעווען די נשמה איידער אַ חולאת טוט זיך צוטשעפּענען דער מענטש האַלט אַז איך שיק צו די קרענק. סתם אַ שטות! דער גרעסטער שונא איז מיר אַ קרענק ביי אַ מענטשן מיט אַן אויסגעלייטערטער נשמה! איך דאַרף דאָך אַריינכאַפּן אַז די נשמה איז באַהאָפטן מיט אַ געזונטן גוף! אַנדערש קען ניט זיין.

↤ 42

— אַזוי גאָר? אָט איז די מעשה, נו, הייסט דאָס, נשמיאל המלאך, אַז ביים אויסלייזן אַ נשמה פון אַ גוף גייען פונדעסטוועגן לאיבוד די מעשים טובים דאָ אויף דער וועלט וואָס דער מענטש וואָלט בכח געווען אויפטאָן אַז מען וואָלט ביי אים אויסלייזן די נשמה אַ ביסעלע שפּעטער?

— מענטש מיינער! אַז ס׳ווערט עפּעס וואָס פאַרלאָרן איז דאָך עס מיעוטא דמיעוטא. מעגסט מיר גלייבן, אַלצדינג וואָס אַ מענטש טוט ניט אויף אין די יאָרן פונעם גוף דאָ אויף דער וועלט, וועט ער אַפּשיטא ניט אויפטאָן אַז ער וועט זיך אַרומדרייען אַ ביסעלע לענגער. גאָר אַנדערש איז די זאַך, גאָר אַנדערש. אַן אויסגעלייטערטער נשמה ווערט שטאַרק נמאס, אַלמאַי זי ליגט פאַרשפּאַרט אין אַ גוף וואָס ווערט וואָסאַמאָל מער קאַליע, זי רופט צו מיר אַרויסעט און בעט רחמים, איך זאָל איר אויסלייזן. אויסלייזן! ניט אַלץ קען אַ מלאך! אָט האָט מען מיר אַנוסטן בבת⸗אחת אַרויסגערופן קיין סוויר און קיין סמאָרגאַן. האָב איך אין סוויר באַוויזן און אין סמאָרגאַן — — — נו, אַלצדינג קען מען ניט.

— אַ סברא אויך אַז דער כח הזיווג, דער עצם צונויפהעפט פון דער נשמה מיטן גוף שעפּט זיך אויס, און די צעשיידונג דאַרף קומען אַפילו אָן אַ קרענק-

— דאָס איז שוין דיינע זאַכן. איך ווייס נאָר פון מיין שליחות.

— קלאָר. און ווי אַזוי טוט טייטן דער מלאך נשמיאל?

— פּלוצלונג! איך נעם אַרום די נשמה גאַנצערהייט, צאַרט און מיט ליבשאַפט, זי זאָל ניט געניזוקט ווערן. וואו נאָר ס׳טרעפט, אַז אַ מענטש גייט אַרום ווי אים גייט זיך, און מיטאַמאָל טרעפט מען דעם מענטשן אַ טויטן, איז אַ סברא אַז דאָ איז מיין אַרבעט. אַז איך לייז אויס די נשמה, שטעלט זיך גלייך אָפּ דער גוף.

— הייסט דאָס אַז אַלע דיינע טויטן זיינען פּלוצימדיקע, נאָר ניט אַלע פּלוצימדיקע טויטן זיינען דיינע?

— געכאַפּט! ביי אַ פּלוצימדיקן טויט איז פונדעסטוועגן אַ סברא אַז דאָס בין איך, אויב ניט איך איז פון מיינע מענטשן. ס׳טרעפט אַז איך ↤ 43 שיק אַ שליח פון די מענטשעלעך. אַז אַ מענטש הרגעט אַוועק אַ מענטשן ווי פונדערלופטן אַרויס, דאָרטן וואו ס׳הייסט ביי אייך אַז דער וואָס הרגעט האָט פּלוצלונג עמיצן מיט אַ שפּיז צעשטאָכן, מיט אַ ביקס דערשאָסן, מיט אַ האַק פאַרהאַקט, איז עס עלול צו זיין מיינער אַ שליח.

— איך פאַרשטיי אַז דאָס איז ניט דיין שליחות, נשמיאל המלאך, נאָר אָט וואָס: ביי די אַלע אויסגעלייטערטע נשמות וואָס דו אַליין לייזט ניט אויס פון די גופים, אַשטייגער אַז דו האָסט ניט באַוויזן, אָדער עס האָט זיך צוגעטשעפּעט אַ חולאת, אָדער אַנדערש גאָר, בלייבט אַ מעגלעכקייט אַז אַנדערע הייליקע מלאכים לייזן אויס אויף אַן אַנדער אופן?

— ווייס איך ניט.

— אַ לעצטע קשיא מעג מען פרעגן?

— אַדרבא.

— דיין שליחות, הייליקער מלאך, באַשטייט אין אויסלייזן אויסגעלייטערטע נשמות פון גוף. בשעת מעשה ווערט דער גוף גלייך געטייט. צו וואָס עפּעס פּלוצלונג? וואָס איז שייך?

עס איז געוואָרן אין צימער אַ שטילשווייגעניש, עלעהיי דער מלאך איז זיך מישב פאַרן ענטפערן. די צוועלף מקובלים זיינען זיך ווייטער געזעסן, אין שטאַרער דערהייבונג פון באַהעפטונג מיט אַ מלאך. די מינוטן האָבן זיך ווי שעהן געצויגן. און אַז דער מלאך נשמיאל האָט גענומען געבן לשון, האָט ער זיך אַ ביסל צערעדט.




פאַרשטייען פאַרשטייסטו אַז איך בין דעם רבונו של עולמס אַ שליח, נאָר קיין לייכטע שליחות איז דאָס ניט. די איידלסטע אַרבעט טו איך און יעדער האַלט אַז איך בין אַ רוצח גאָר. און מיר איז דאָס אויך ניט קיין אָנגעלייגטע זאַך. אָט דערפרייט זיך אַ מענטש מיט די קינדער, מיט אַ ספרל, מיט אַ פּענעצל ברויט, מיט אַ גלעזעלע משקה, און אָט פאַל איך אַריין און מאַך אים אָן אַ פּלוצימדיקן טויט. ביי די מקורבים ↰ 44 באַקומט זיך אַז ס׳איז עק וועלט. מען זיצט און מען קלאָגט. שוין איינמאָל מלאכה בזויה!

איז מיט קאָפּ הער אויס. ביי די מערסטע, איז ניט נאָר וואָס ס׳איז קיין אויסגעלייטערטע נשמה ניטאָ, ס׳איז גאָר ניטאָ אַזאַ מין נשמה וואָס לאָזט זיך לייטערן. פאַראַן מערניט אַ שמצל, אַ שטומפּ.

זוימען פון אַ נשמה זיינען צו די זוימען וואָס אויפן פעלד ניט געגליכן. זיי דורשטן דאָך נאָך אַ שטילער צופליסעניש פון וואַסער. דאַמאָלסט שפּראָצן זיי אויף. דער טוי אַלע טאָג, די אַלע רעגנס, דאָס קען מען אַלץ גלייכן בלשון בני אדם צום חינוך, צו אַלצדינג וואָס אַ קינד לערנט זיך אָן בהדרגה. דער חינוך קען צושפּייזן, דער מענטש זאָל אויסוואַקסן אַ געלערנטער. קוים האָט עס אָבער צו דער נשמה.

אַ לויטערע נשמה קען דורך צווייערליי צינורות ווערן: אָדער זי איז אַ נשמה וואָס האָט זיך פון פריער שוין אויסגעלייטערט און איז אַריין אין גוף פון אַ מענטשן, אַשטייגער ביי דער מאַמען אין בויך, דאָס הייסט על⸗פּי גלגול.

אָדער, פאַרקערט: גלאַט אַ שטומפּ וואָס האָט זיך אָנגעצונדן.

און ווי אַזוי צינדט זיך אָן אַ שטומפּ עס זאָל פון אים ווערן אַ נשמה וואָס איז מסוגל צו אויסלייטערונג, אַ, ר׳ ייד? אַז אַ מענטש קוקט אָנעט מיט די אויגן דעם פּלוצימדיקן טויט פון אַ מענטשן מיט אַן אויסגעלייטערטער נשמה, און יענער איז אים אַזש נאָענט, נפשו קשורה בנפשו, דאַמאָלסט אין דער רגע פון אויפרודערונג פון ציטער קלאַפּ, דאַמאָלסט טוט אַ כאַפּ אָן די נשמה מיט אַן אימהדיקער אָנצינדעניש, אש להבה איז דאָס, און זי טוט ברענען מיט די פייערן פון אויסלייטערונג.

אגב אורחא, דער פּלוצימדיקער טויט איז אַ סגולה סיי צו אַ צינדונג און סיי צו אַ גלגול, ניט אַזאַ וואָס ביי אַ נשמה וואָס גלגולט זיך אַשטייגער אין אַ קינד ביי דער מאַמען אין בויך אַריין, נאָר וואָס דען אַ גלגול ישר, וואו די אויסגעלייטערטע נשמה טוט גלייך אויף אַן אָרט אַ שפּרונג אַריבער אינעם געזונטן גוף אַריין.

↤ 45

אַזוי צי אַזוי זעט מען ניט ביי אייך אויף אייער וועלט קיין שום זאַך ניט. גראַדע ביי אונדז אין די ספירות טוט בליצן אַ בהלהדיקער בליץ. און דאַמאָלסט איז ביי אונדז יום⸗טוב, אַז אַ נשמה האָט זיך אָנגעכאַפּט. אַזאַ מין זאַך האָט באַשיימפּערלעך געזען מערניט איין מענטש, יחזקאל בן בוזי הכהן, וואָס האָט עס וואָרט אין וואָרט געשילדערט: כמראה זוהר כעין החשמלה.

אַצינד, ר׳ ישראל⸗וועלע, טו איך אומקערן זיך צו מיין שליחות, מחמת בשעת די רייד נאָך ווערן פאַרפאַלן אויסגעלייטערטע נשמות. אַ גוטע נאַכט, ווייטער פריינט. אַ גוטע וואָך, נאָענטער בת⸗קול.




און דעם מלאך⸗המות האָבן די ריטאַנער פאַר זכאי שבזכאי געמשפּט, כולו זכאי.

מ׳האָט געדרונגען, אַז שטאַרבן דאַרף מען דווקא אין די ד׳ אמות פון אַ נאָענטן. טאָמער וועט די נשמה זיין גענוג אַן אויסגעלייטערטע, טאָמער וועט די נשמה פּלוצלונג אויסלייזן דער מלאך נשמיאל, זאָל עס אַ קנויט זיין, די נשמה פון נאָענטן זאָל זיך בשעת מעשה אָנכאַפּן, אָדער די אייגענע זאָל אינעם נאָענטן גלאַט אַריבער. אַזוי און אַזוי, עס זאָל אין די הימלען זיין כמראה זוהר כעין החשמלה.

פון די צוועלף ריטאַנער, האָבן זיך עלף אַוועקגעלאָזן אַהיימצוצו, איש איש צו זיין הויזגעזינד און זיין נחלה.

נאָר ישראל⸗וועלע דער עלטסטער האָט זיך ווייטער געלעבט, שוין איינער אַליין, אין דער שטוב וואָס אויפן ריטאַנער בערגל. אים איז גלאַטער געווען די נשמה זיינע ווייטער אויסצולייטערן פּראַווענדיק התבודדות, ווייט פון מענטשן און רעש. אים איז גלאַטער געווען קלערן, אַז אויב ער וועט נאָר די נשמה אויסלייטערן, וועט זי אַמאָל אין אַ נייעם מענטשן אַריין על⸗פּי גלגול, אפשר אין טויזנט יאָר אַרום.

די שטומע דינסט האָט אים נייע וואָסער פון ברונעם אַלע טאָג אויסגעדרייט, זי האָט אים דערלאַנגט צוויי גלאָז מעד אום שבת און איין ↰ 46 מאָל אין זיבן און דרייסיק טעג האָט זי אים אָנגעגרייט אַ מילכיקן מאָלצייט.

אַלצדינג האָט ער אויפגעשריבן. ער האָט אָנגעהויבן מיט: „תולדות ר׳ אליהו אליעזר בר׳ אברהם אבא הכהן מק״ק סוויר דליטא“. דערגאַנגען איז ער ביז צו „דברי המלאך נשמיאל המכונה מלאך המות אשר דיבר בבית המקובלים אשר בריטאן“.

אַז די נשמה זיינע האָט מען ווי ניט איז אַרויפגערופן אויף די הויכע היכלות פון ליטע, אים איז געווען הונדערט יאָר, האָט מען דעם קונטרס אַוועקגעטראָגן קיין ווילנע צו ראָמען. דאָרטן האָט מען אים אַרויסגעלאָזן, „ליקוטי ריטאן לר׳ ישראל וועלא“, אַזוי האָט ער געהייסן. אַ ביסל רבנים איז דאָס שטאַרק ניט⸗אָנגעלייגט געווען, האָט מען ווייניק אָפּגעדרוקט. היינט איז ער, דער ספר, פון די ריכטיקע יקר⸗המציאותן.

↤ 49


די קמיע

שפּעט אין ספירהצייט אין אַן אויסגעשטערנטער נאַכט, האָט דער פּאַס הימל וואָס אין ווייטן צפון באַשיידן אָנגעגליט אין קאָלטניאַן מיט אַ ווייטער אומגלאַטיקער אָפּליכטונג. די אָפּליכטונג האָט אינעווייניק ניט אַריינגעשטראַלט, נאָר ווער ס׳האָט אַ בליק געכאַפּט אין פענצטער וואָס צו צפון, דער האָט די אָפּליכטונג באַשיימפּערלעך דערזען, ווי אַ באַשטענדיקן באַגינען אין נאַכטיקן לאַנד. פון לבנהדיקן דרויסן האָט דער פּאָליש אין קאָלטניאַנער בית⸗מדרש אָנגעזאַפּט די מבושמדיקע ריחות פון גלאַנדער און מאַטע, וואָס האָבן זיך פאַרחנדלט מיטן וואַקסענעם וואוילגערוך פון די פיר באַברויסקער ליכט, און מיט דעם פאָרכצומען אַראָמאַט פון אַלט⸗שטייגערישע ספרים, באלכסונדיק אָנגעלענטע איינער אָן אַנדערן.

ביים טיש וואָס אין פּאָליש האָבן צוויי אלמנים אויסגעלערנט די נאַכט. מלך איז געווען אַ הויכער, דיקלעכער ייד מיט ברייטע פּלייצעס. אלימלך איז געווען אַ קליינער, אַ ביינערדיקער; ס׳האָט געדאַכט אַז מיט אַ לופּע קען מען ביי דעם יידן דאָס האַרץ באַקוקן מיט די לונגען, מיט אַלע שס״ה גידין. ביי ביידן איז געווען אַ לאַנגע שיטערע ווייסע באָרד. זיי האָבן זיך פּאַניבראַטלעך געאַמפּערט איבער אַ סוגיא מיטן זעלבן ברען וואָס דאַמאָלסט אַז זיי זיינען געווען שניטקרעמער, קאָנקורענטן אויף שווערדנשטאָך וואָס האָבן זיך אַלע וויילע געשפּאַרט, ↰ 50 וואו איבער אַ קונד וואו איבער אַ גראָשן.

די ווייבער זיינען ביי זיי פון לאַנג אַוועקגעשטאָרבן, מלכס פון קריוואַווקע, אלימלכס פון אַ שלאַפקייט וואָס איז דעם פעלדשער ניט געווען באַקאַנט. די בעסטע סווינציאַנער דאָקטוירים האָבן קיין סגולות דערצו אויך ניט געהאַט. די קינדער ט׳מען לאַנג אויסגעגעבן אין מרחקים, מלך די בת⸗יחידה צו מזרח⸗צו אין רייסן, אלימלך אַ טאָכטער מיט אַ זון, ביידע אין ווייטן מערב, אַזש אין זאַמעט, הינטער סאַלאַנט.

אַז זיקנה לינדערט קנאה. אַוועקגעלאָפן די יאָרן, האָבן די אַמאָליקע שונאים צוביסלעך גענומען חברן זיך. פון שניט⸗סחורה, פאַרשטאָרבענע ווייבער און אויסגעגעבענע קינדער האָט מען גאָרנישניט גערעדט. בחורווייז האָבן זיי ביידע אין סווינציאַנער ישיבה געלערנט. אויף דער עלטער האָט ווידער געצויגן צו דער גמרא מיטן רמב״ם, צום טור מיטן מחבר, צום ש״ך מיטן ט״ז, עלעהיי דאָס גאַנצע לעבן וואָס אינצווישן וואָלט בין⸗הזמנים געווען.

די אַלט⸗נייע חברים האָבן גענומען אויסזיצן די נעכט ביי די ספרים אין פּאָליש. אַז די ערשטע שטראַלן זון האָבן זיך באַוויזן אויפן הימל, פון מאַלאַגאַנער זייט, האָבן זיי ביינאַנד געזאָגט די ברכות און אָפּגעדאַוונט שחרית, מערניט על נטילת ידים און אלהי נשמה האָבן זיי ניט געזאָגט, לויטן דין פון דעם וואָס איז אַ גאַנצע נאַכט ניט געשלאָפן. נאַכער זיינען זיי אַוועק אַהיים שלאָפן. זיי האָבן זיך אויפגעכאַפּט ערשט שפּעט אין מנחה⸗צייט. צוויי זאַכן, אַזוי׳ט מען געזאָגט, האָבן זיי אויסגעהיט פון אַלע שלאַפקייטן וואָס טשעפּענען זיך צו צו זקנים: דאָס נאַכטיקע לערנען און דאָס אויסמיידן אַלע טועכצער און ריידעכצער פון בייטאָגעדיקן אַרומלויפן. אַז זיי האָבן קראָמען געהאַלטן, האָט מען זיי אין קאָלטניאַן גערופן „די מלכס“. אַז זיי זיינען לערנער אויף דער עלטער געוואָרן האָט מען זיי ניט אַנדערש גערופן — „די מלכים“.

דעם קאָלטניאַנער רב ר׳ נתן צידיראָוויטש, איז אַ גדולה געווען וואָס אין בית⸗מדרש זיצן צוויי יידן און לערנען אויס די נעכט. אים איז דאָס געווען אַ ראיה אַז אין קאָלטניאַן האַרבעריקט וואָרהאַפטיק אַן ↰ 51 אָפּגליאונג פון דער שכינה. דערויף האָבן קיין סימנים ניט אויסגעפעלט. אַנדערשוואו זיינען וואַסערן געווען בלויע, אין קאָלטניאַן איז די זשעמיאַנע געווען פון זילבער און די אָזערע גרין. קיין ריכטיקע אָרעמעלייט זיינען דאַמאָלסט ניט געווען. ווער ס׳האָט מיט יאַגעדעס געהאַנדלט, ווער מיט שוועמלעך, פאַרקויפט האָט מען זיי אין פּאָדבראָדזש, נעמענטשין, ווילנע. די וואַלד⸗סוחרים האָבן זייער געהילץ פאַרקויפט אַזש אין בערלין און דענמאַרק.

איין זאַך מערניט האָט דער רב ניט געוואוסט. מלך און אלימלך האָבן אין גאַנג פון די יאָרן די גמרא וואָסאַמאָל ווייניקער געלערנט, ענדלעך קוים אַ שעה פון יוצא וועגן, ס׳זאָל ניט הייסן אַז מ׳גייט נאַרן קהל. די מלכים האָט צו קבלה געצויגן, צו די ספרי ח״ן וואָס זיי האָבן בחורווייז אין סווינציאַנער ישיבה גאָרניט אָנגעקוקט. מיט קונדסישע העוויות און גניבהשע בליקן, האָבן זיי יענע נאַכט, ווי אַלע נאַכט יענע וועסנעצייט, אַרויסגעצויגן דעם „ארבע מאות שקל כסף“ פון ספרים⸗אַלקערל אין וועלכן ס׳האָט אַריינגעפירט אַ טיר וואָס אין פּאָליש.

זיי האָבן געזאָגט דעם אר״יס תפילה קודם הלימוד און זיינען אַריינגעשפּרונגען אינעם ספר. שפּעטער⸗צו האָט גענומען אַריינבלאָזן דורך די אַלטע שויבן דער שטאַרקער ווינט פון קרעטאָנער זייט וואָס האָט זיך אָפטמאָל צעבושעוועט טיף אין דער נאַכט. אַזוי ווי אַלעמאָל זיינען ברעקעלעך טינק דאָ און דאָרטן אַראָפּגעשפּרונגען פון די ווענט מיט די סטעליעס. דאָסמאָל האָט זיך געהערט אויך אַ טעמפּע קראַכעניש פון אינדערהויך. אַריין אין בית⸗מדרש און אַ קוק געטאָן אַרויפצוצו, האָבן זיי דערזען, אַז ס׳האָט געפּלאַצט אַ קליין שטיקל סטעליע אין עזרת⸗נשים. אויפן בוידעם, האַרט איבער דער ווייבערשול איז געווען די גניזה. אַז מ׳האָט געדאַרפט אין קאָלטניאַן מגנז זיין, איז מען אַרויפגעקראָכן פון דרויסן מיט אַ לייטער, ס׳איז געווען אַ טירעלע פון דרויסן, באַדעקט מיט דאַכלעווקעס מ׳זאָל עס פון דרויסן ניט באַמערקן.

צוריק אין פּאָליש אַרויס, האָבן זיי דעם „ארבע מאות שקל כסף“ ↰ 52 איידל צוגעמאַכט און אַ גלעט געטאָן מיט דער צאַרטקייט פון אַ ציטערדיקן חתן אין חדר היחוד. די מלכים זיינען אין עזרת⸗נשים אַרויף. ביי יעדן אין האַנט איז געווען אַ רער מיט אַ ליכט. אויבן אויף דער ווייבערשער פּאַדלאָגע זיינען געלעגן שמהלעך אויסגעמישטע מיט דער צעפּודערטער טינק. קיין סך איז ניט אַראָפּגעפאַלן. יעדע שמה האָבן זיי אַרומגעווישט מיט אַן אַרבל און אַוועקגעשטעלט אויף אַ באַנק. אין ראַמשענעם רומל האָט אלימלך דערזען אַ קופּערנע שייניקייט, אַן אויסטערלישע מזוזה מיט פיר אַרויסשטאַרצנדיקע הענטעלעך. ער האָט עס באַוויזן מלכן, וועלכער האָט דעם חבר אַ זאָג געטאָן, אַז אַ קמיע איז דאָס, אַזאַ שיידל ט׳ער אַמאָל אין היידוציטשעק ביי אַ פעלדשערין געזען.

זיי זיינען האַסטיק אַראָפּ צוריק אין פּאָליש מיט דער קמיע, ווי יינגלעך נאָכן אַרויפקריכן אויף אַן עפּלבוים וואו זיי האָבן אין דער אייבערשטער קאָרע געפונען פאַרבאַהאַלטן אַן אוצרל. די קמיע האָבן זיי אויפן טיש אַוועקגעשטעלט, אַ ביסל מיט אַ פּחד, טאָמער איז בעסער איר ניט האַלטן צו לאַנג אין דער האַנט.

זיי האָבן זיך אָפּגעאָטעמט און אַ קוק געטאָן איינער דעם אַנדערן אין פּנים אַריין, מיט בליקן וואָס האָבן געגעבן אָנצוהערעניש, אַז ביידע זיינען זיי זיכער, אַז צו אָט דער מעשה קמיע זיינען זיי גאָר אויף דער וועלט געקומען. אין זעלביקן כל⸗שהוא פון אַ רגע האָבן זיי זיך געכאַפּט אַז דאָס איז גאָר קיין עניוות ניט, האָבן זיי, ווייטער בבת⸗אחת, די אויגן אַ קער געטאָן צום „ארבע מאות שקל כסף“, דעם ספר ניט מבייש זיין. ביי ביידן האָבן זיך אָנגעשטרענגט די אויגן פון צוגלאָצן, סיי אויפן ספר סיי אויף דער קמיע. אלימלך האָט סוף⸗כל⸗סוף דעם חבר אַ קוק געטאָן אין די אויגן אַריין.

— אויפדרייען, אַניט?

— וואָדען? אויף משיחן ׳עסטע וואַרטן?

מיט אַלע כוחות האָט מלך אַ דריי געטאָן די אייבערשטע צוויי הענטעלעך פון קופּערנעם צילינדערל און דאָס קעפּעלע אויפגעדרייט. ↰ 53 דאָס צילינדערל האָט ער איבערגעקערט איבער דער האַנטפלאַך ביז וואַנען אַ שטיקעלע פּאַרמענט האָט זיך ניט אָנגעזען. מיט פאָדערשטע שפּיץ פינגער האָט ער עס אָנגעכאַפּט און אַרויסגעצויגן. אויפן פּאַרמענט זיינען געווען משונהדיקע צייכנס, קעסטעלעך, ליניעס. פון אויבן האָט זיך יעדער פון די משונהדיקע צייכנס אויסגעלאָזן מיט קליינינקע רינגעלעך. פון די אימהדיקע וואונדער⸗אותיות האָט מען געקענט אויסלייענען צוויי אינגאַנצן, אַ שין מיט פיר קעפּ און אַ קאַפּויערדיקן עין. מ׳האָט געזוכט און געקוקט, פון דער זייט און פון יענער זייט, ס׳האָט אָבער קיין זאַך ניט געהאָלפן.




דער ערשטער קריי האָט אָפּגעהילכט אין פּאָליש. דער אויפגרויענדיקער פרימאָרגן האָט פון פריער נאָך אָפּגעווישט די הימל⸗מראה וואָס אין צפון, עלעהיי זי וואָלט גלאַט אַ בת⸗דמיון געווען. אויבן אין דער סטעליע פון עזרת⸗נשים, האָט זיך אָנגעזען דער לאָך. די נאַכטיקע רואיקייט איז ווי פון אַ לעכערדיקן כוס אויסגערונען.

מ׳איז אַריין צום ערשטן מנין. די מלכים זיינען נאָך געזעסן אין פּאָליש, האָט מען אַלע געוואוסט אַז ס׳איז אַנדערש איידער אַלע שחריתן פון אַ גאַנץ יאָר. דערזען דעם לאָך איז מען אַרויף אויבן אַ קוק טאָן. מלך האָט אַלצדינג אויסדערציילט פאַר די מתפּללים מיטן רב בראש.

ר׳ נתן צידיראָוויטש האָט גענומען אין האַנט אַריין דאָס שטיקעלע פּאַרמענט און באַטראַכט. פון פאַרוואונדערונג האָט זיך ביי אים אויסגערונדיקט דאָס מויל ווי אַ סערפּ. דעם קאָפּ האָט ער געשאָקלט אויף לינקס און אויף רעכטס. סוף⸗כל⸗סוף האָט ער געגעבן לשון.

— אַ קמיע איז דאָס, מיט — — — „קבלה אותיות“ רופט זיך עס אָנעט. קבלה אותיות קען דאָך נאָר איבערלייענען כדבעי אַ מקובל, פון די אַמאָליקע, די צפתער, די ריכטיקע. אַ סברא אַז ביי היינטיקן טאָג איז קיינער גאָר ניטאָ וואָס קען דאָ אַריינקריכן, ווער רעדט נאָך ↰ 54 אַרויסקריכן. אַ שאלה נאָר ווער׳ט דאָס דאָ מגנז געווען. אַ קשיא נאָך, צו וואָס, אַז ס׳איז דאָך גאָרנישניט געניזוקט. ס׳איז דאָך אינאיינעם געווען מיט די שמות וואָס זיינען אַראָפּגעפאַלן דורכן לאָך, אַ סימן אַז ס׳איז געלעגן אויפן דיל. נמצא, אַז דאָס איז פון די ערשטע זאַכן וואָס מ׳האָט אין קאָלטניאַן מגנז געווען, מן הסתם יעמאָלט אַז מ׳האָט דעם בית⸗מדרש דאָ אויסגעבויט. אַז מ׳זאָל ריידן אָפענע דיבורים, איז דאָך ניט אַזאַ איינפאַל אַ גניזה אויפן בוידעם האַלטן, ווער רעדט נאָך אַז מ׳דאַרף צולייגן, קען מען בלויז פון דרויסן מיט אַ לייטער. דעם בית⸗מדרש ט׳מען דאָך מיט גרויס חכמה אויסגעבויט! קוקט זיך נאָר צו: דער טיש און דער פּאָליש און דער בית⸗מדרש, אַלע זיינען לאַנג און שמאָל און הויך, פירן די מחשבות אַרויפצוצו, ווי דער טיש וואָלט זיין פון פּאָליש בזעיר⸗אנפּין אַן אָפּשפּיגלונג, דער פּאָליש פון בית⸗מדרש און דער בית⸗מדרש פון אַ העכערן היכל. און די גניזה האָט מען גאָר מסדר געווען, פאַרקערט, ניט אַזוי מטעם החכמה. לייגט זיך פאָרט ניט אויפן שכל. אַ סברא אַז דאָס ט׳מען אַלצדינג איבער דער קמיע געמאַכט. אַלץ איבער דער קמיע. די קמיע זאָל ליגן פאַרבאָרגן פּונקט איבער דער סטאָלעוואַניע פון עזרת⸗נשים.

באַלד נאָך שחרית, האָט ר׳ נתן געבעטן ביי געזונטע בחורים, מ׳זאָל דעם בוידעם אויסליידיקן, און אַלץ וואָס אין דער גניזה אַרויפשטעלן ביים פורמאַן אויפן וואָגן. אַז די סטעליע נעמט זיך איינברעכן לוינט זיך ניט ווייטער האַלטן אויפן בוידעם די גניזה. דעם פורמאַן האָט ר׳ נתן געהייסן, ער זאָל די גניזה אין פּאָדבראָדזש אָפּפירן. ער האָט אים מיטגעגעבן אַ בריוו, זיי זאָלן עס אַלץ מגנז זיין דאָרטן אין רחבותדיקן גניזה⸗שטיבל וואָס הינטערן פּאָדבראָדזשער בית⸗מדרש.

מלך אין אלימלך זיינען ניט אַוועק שלאָפן נאָך שחרית וועדליק זייער געוואוינשאַפט. זיי זיינען גאָרניט מיד געווען, האָבן זיך געפּאָרעט אינדרויסן פאַרן בית⸗מדרש. ס׳האָט געברענט אַ דערוואַרעמדיקע זון. איין זאַך נאָר האָט זיך זיי פאַרוועלט געוואָר ווערן, וואָס דער רב ׳עט ↰ 55 גיין מאַכן מיט דער קמיע. צווישן זיך האָבן זיי אָפּגערעדט אַז דאַרפן באַדאַרף זי בלייבן ביי זיי. ניט דער מקובל וואָס האָט די קמיע אָנגעשריבן, ניט דער לעצטער ביי וועמען ס׳איז געווען, האָבן געקענט נאָך לעבן. דער רב אַליין האָט געמאַכט אַ חשבון אַז די קמיע ט׳מען אויפן בוידעם מגנז געווען, פּונקט איבער דער סטעליע, מ׳זאָל איר אַמאָל נאָך געפינען. אַ בוידעם איז דאָך ניט קיין קבר.

דערוויילע איז מען פון אַלע זייטן געקומען צו לויפן, זען וואָס דאָ טוט זיך אָפּ מיט אַ קמיע. קימפּעט צעטלעך און שיר⸗המעלות צעטלעך האָבן אין קאָלטניאַן ניט אויסגעפעלט, נאָר קיין ריכטיקע קמיע ט׳מען אין לעבן ניט געזען. דער רב איז געזעסן מיט אַ פאַרגרעסער⸗גלאָז, געפּרואווט איבערלייענען פון אַלע זייטן, נאָר אַחוץ די פיר⸗קעפּיקע שינען מיט די איבערגעקערטע עינס האָט ער קיין זאַך ניט פאַרשטאַנען. מיט די צוויי אותיות איז ער אויך ניט געווען אינגאַנצן זיכער.

ר׳ נתן האָט זיך משער געווען אַז דאָס זיינען מעכטיקע צירופים, אַז אין דער קמיע קענען ליגן פאַרבאַהאַלטן דאַווייס וואָס פאַראַ כוחות. ער האָט אַריינגעקוקט אין זיינע ספרים. ער איז סוף⸗כל⸗סוף אַרויס אינדרויסן און האָט מיטן געזעמל מיט יידן גענומען ריידן, אַזוי צו זאָגן:

— רבותי, די זאַך פון דעם איז אַזוי. אַז דער רמב״ם האָט קמיעות אינגאַנצן געפּסלט. אין הלכות תפילין זאָגט ער דאָך בפירוש אַז דאָס איז פאַר די טיפּשים אַן עסק; נאָכמער, בשעת מעשה פאַרשפּילט מען עולם⸗הבא. שטעלט זיך פאָר! און אין מורה נבוכים שטייט, אַז דאָס מאַכן גלאַט רשעים אויף אָפּנאַרן קהל. נאָר וואָס, מיטן רמב״ם ט׳מען דאָ ניט געהאַלטן! בפירוש ניט געהאַלטן מיטן רמב״ם! אַוואָס דאַרף מען נאָך, אַז דער ווילנער גאון, ער׳ט דאָך צו אַש און פּאָרעך געמאַכט די ניט⸗געשטויגענע מעשיות פון די ווייסע חברהניקעס, נאָר פון אַ קמיע ט׳ער גראַדע געהאַלטן. דער גאון זאָגט, אין יורה דעה דאָרטן אין הלכות כישוף, אַז די גמרא איז פול מיט לחשים און אַזעלכענע זאַכן. ער ברענגט פונעם זוהר איבערן „ויהיו לתנינים“, צו דער וואָרהאַפטיקייט פון מופתים. די זאַך איז פאָרט ניט אַזוי פּשוט. דער יעב״ץ האָט דאָך ↰ 56 ראיות געבראַכט, אַז פאַראַן אַזעלכע קמיעות וואָס זיינען גאָר פון שבתי⸗צביס חדר, ימח שמו. טומאהנע פּסולתן! נאָר דאָ לייגט זיך פאָרט ניט אויפן שכל. — דער רב האָט פון קעשענע אַרויסגענומען דאָס קופּערנע צילינדערל וואָס די רביצין האָט געהאַט אָפּגערייניקט און אויסגעפּוצט, גאָרניט צו דערקענען. ער האָט זיך אָפּגעאָטעמט און גענומען ווייטער ריידן מיט קהל.

— טוט נאָר אַ קוק, אַז אויפן שיידל גופא איז אויסגעקריצט מיט פּשוטע אותיות, קליינינקע, אויף אַראַמיש: „הכא במתא קאלטניאן, על נהרא זעמיאנא, בגלילא דווילנא“, דאָ אין דער שטאָט קאָלטניאַן, ביים טייך זשעמיאַנע אין ווילנער גובערניע. דער פּאַרמענט פּאַסט זיך גענוי צום שיידל, אַ סימן אַז דאָס ט׳מען דאָ געמאַכט, אַמאָל אַמאָל, אין קאָלטניאַן. דאָ אין קאָלטניאַן זיינען קיין ווייסע חברה ניט דערגאַנגען, מ׳רעדט שוין ניט פון קיין כת! די „קבלה אותיות“, איך קען זיי ניט און אַ סברא אַז ביי היינטיקן טאָג קען זיי קיינער ניט, אַפּנים איז דאָס הייליקע צירופים פון אייבערשטנס נאָמען. די קמיע איז הייליק וואָס הייליק קען זיין, אונדזערע אבות אבותינו האָבן איר אויפן בוידעם איבערגעלאָזן אונדז צו באַשירעמען. זיי האָבן ניט קרום געטאָן. וועמען איז אַזוי גוט ווי די יידן אין קאָלטניאַן: וועמען? זאָגט נאָר, וועמען!

מ׳איז זיך צעגאַנגען אין אַ דערהויבנקייט, אַז אַזאַ הייליקייט האָט זיך אָפּגעזוכט אויפן בוידעם פון קאָלטניאַנער בית⸗מדרש. מלך און אלימלך זיינען אַריין אין פּאָליש און אין העלן טאָג האָבן זיי זיך אַוועקגעזעצט ביי זייער נאַכטיקן טיש.

— ניט אַנדערש, מלך, ס׳איז אַלצדינג אין קאָלטניאַן אַקעגן דעם וואָס ס׳שטייט געשריבן פון די טעג ווען דער קעניג יאשיהו האָט איבער מלכות יהודה געקיניגט. חלקיהו דער כהן האָט דאָך אָנגעזאָגט שפן דעם סופר, אַז ער האָט אין בית אדושם געפונען דעם פאַרגעסענעם ספר פון דער תורה. שפן דער סופר האָט אים אויסגעלייענט, פריער פאַר חלקיהון און דערנאָך פאַרן קעניג. דער קעניג יאשיהו האָט אַזש קריעה געריסן.

↤ 57

— אי׳ דאָך עס פּשוט. דאַרף מען, אלימלך, ניט מער און ניט ווייניקער, עפן דעם סופר אַראָפּברענגען פון יענער וועלט, ׳עט ער אַריינפאָרן אין קאָלטניאַן אויף אַ וויילינקע. ער׳ט זיך שוין אַן עצה טאָן מיט די קבלה אותיות.

— וואָס אי׳ דאָס ביי דיר פאַר אָן „אַריינפאָרן“, אַ? „שפן“ מאַכט דאָך „אַ האָז“, ׳עט ער אין קאָלטניאַן אַריבערשפּרינגען!

די זקנים⸗לערנער האָבן גענומען ווי חדר⸗יינגלעך שטיפן, שטאָלצע אַלמאַי זיי זיינען דאָס די מגלה טמירין פון אַלטן אוצרל, וואָס איז דור⸗דורות אויפן בוידעם געלעגן, וואַרטנדיק מיטן געדולד פון דורות אויף אַ תיקון. דער דורכגעטריבענער סוחר וואָס ביי זיי ביידן אין דער נשמה, איז פונדעסטוועגן אויף דער עלטער ניט געמינערט געוואָרן. זיי זיינען אַוועק צום רב, שוין ווי בגילופין פון דעם אַלעמען וואָס האָט זיך פאַרלאָפן, און פון ניט צומאַכן אַ קאַרגן מעת⸗לעת קיין אויג.

— קומט אַריין ר׳ מלך, קומט אַריין ר׳ אלימלך, וואָס שטייט איר אינדרויסן? מדוע אתם יושבים לבדכם?

— רבי, ס׳אי׳ דאָך אַ פּשיטא פון אלו מציאות, אַז מיר האָבן די קמיע געפונען, — — —

— זאָלט איר געזונט זיין! אַ סטאָלעוואַניע האָט זיך אינמיטן נאַכט איינגעבראָכן פון אַ שטאַרקן ווינט און ס׳איז אַראָפּגעפאַלן אַ קמיע אינאיינעם מיט שמות. אַז דאָס איז דעם אייבערשטנס האַנט געווען, דעריין בין איך גאָרניט מסופּק. נאָר אַז איר וואָלט יעמאָלט ניט געווען, וואָלט מען דאָך די קמיע צו שחרית געפונען. פאַרשטייט זיך אַז איר האָט ערלעך געהאַנדלט, איר׳ט אָפּגעגעבן דעם רב.

— איז ביי אייך ׳עט זי בלייבן, די קמיע?

— חלילה וחס! אַז דער אייבערשטער האָט דאָך מיר אַלצדינג געשענקט, אַ פרוכפּערדיקע ווייב מיט געראָטענע קינדער, קאָלטניאַנער רבנות מיט אַ זילבערנער זשעמיאַנע. איז צו וואָס דאַרף איך אַ קמיע? די קמיע דאַרף מען אַוועקגעבן אַ קראַנקן, אַ שלאַפן, אַן אומעדיקן. אַז אַלע יידן וואָלטן צו די גבורות⸗יאָרן געזונט געווען, קיין ↰ 58 עין⸗הרע ווי איר זייט געזונט, ניט אומזיסט רופט מען אייך אָנעט די „מלכים“, וואָלט אַ שיינע וועלט געווען. אויף מיין ערן וואָרט — — —

ביי די מלכים האָבן זיך די פּנימער בבת⸗אחת פאַררויטלט. דער באַגער זייערער, די קמיע אָפּנעמען, האָט זיך פאַרן רב אַרויסגעוויזן פאַר קרום און גשמיותדיק.

אַז ר׳ נתן האָט דערזען די פאַררויטלטע פּנימער ביי די ביידע לומדים⸗זקנים, האָט ער חרטה געקראָגן אַלמאַי ער׳ט זיי בשגגה מבזה געווען, און ער האָט גלייך אָפּגעפּאַסט ביי זיך די זאַך צו פאַרגלעטן דורכן אַריינציען די מלכים אין דער חקירה.

— אַקיצור, הערט אויסעט! אַז איר׳ט געלערנט תורה אין דער רגע ווען ס׳האָט זיך איינגעבראָכן די סטאָלעוואַניע איז דאָס אויכעט אַ גאָט⸗זאַך! אויכעט אַ גאָט⸗זאַך! וואָדען? וועלכע מסכתא איז דאָס געווען?

די מלכים זיינען שטום און שטאַר געזעסן. די פּנימער האָבן זיך ביי זיי נאָכמער פאַרמיטלט. איבערלאָזן אויפן טיש גמרות, וואָס מ׳האָט זיי געלערנט ניט מער ווי אַ שעה איז איין זאַך, אָפּענטפערן דעם רב מיט אַ פּוסטן ליגן איז גאָר אַן אַנדער מעשה. ביים רב אין די אויגן זיינען זיי במילא אַראָפּגעפאַלן מיטן פאָדערן די קמיע מיט אַ טענה פון גמרא⸗חדר. מלך האָט דאָ ניט געוואָלט אַריינפאַלן מער אין קיין בזיונות. ער האָט דעם חברס הסכמה מיט אַ האַסטיקן בליק פאַרלאַנגט, און — באַקומען.

— מיר האָבן פּונקט יעמאָלט גראַדע אַריינגעקוקט אינעם — — — „ארבע מאות שקל כסף“.

— אַזוי גאָר? אָט אי׳ די מעשה! — האָט זיך אָפּגערופן דער רב מיט אַ ברייטן שמייכל. די מלכים האָבן אָפּגעאָטעמט. — אויבע אַזוי, איז טאַקע אַ סברא אַ׳ דאָס ט׳איר גורם געווען די סטאָלעוואַניע זאָל זיך איינברעכן, אַ? אַ קשיא אויף אַ מעשה. — זיין שמייכל האָט זיך פאַרוואַנדלט אין אַ ליטוויש⸗אָפּלאַכערישער מינע. אין קמיעות ט׳ער וואָרהאַפטיק געגלייבט נאָר אין די קבלה כוחות פון די געוועזענע שניטקרעמער, דאָס איז שוין גאָר עפּעס אַנדערש. — נו, אַזוי צי אַזוי, ↰ 59 וואָס ׳עט מען פאָרט מאַכן מיט דער קמיע, עס זאָל זיין צום גוטן? אין דעם גייט דאָך עס.

יעדערער אינעם מזומן האָט געדאַרפט אַ ביסל קומען צו זיך. אין געדעכעניש האָבן זיי אַלע דריי גענומען באַקלערן יעדן קאָלטניאַנער וואָס האָט זיך געלייגט אויפן זינען. ביי אַלע דריי האָבן זיך אָנגעזען אַרויסשטאַרצנדיקע ליפּן און צעקאָרטשעטע קנייטשן אין שטערן. קיין פּשוטע זאַך איז דאָס ניט געווען. קיין ריכטיקע אָרעמעלייט מיט עקרות זיינען דאַמאָלסט ניט געווען. טראָגעדיקע פרויען און סתם חולאים זיינען געווען אַ שפּאָר ביסל. פּלוצלונג האָבן מלך און אלימלך אַ שריי אויס געטאָן ווי מיט איין קול:

— האָדיש סטובון! די וואַסערטרעגערין!

ביים רב האָט דאָס גלייך נושא חן געווען, ער האָט אָן הסכמה געגעבן מיט אַן אָפּגעכאַפּטן „אמן“, און מיט אַ פאַרמאַכטן קולאַק אַ זעץ געטאָן אין טיש, אַ סימן אַז די זאַך איז אָפּגעפּסקנט, און שוין.




קמיע, קמיע, און ווייטער קמיע. קיין אַנדער וואָרט ט׳מען ניט געהערט. עלעהיי משיח וואָלט אויף זיין אייזל דורכגעריטן קאָלטניאַן, די סטאַנציע זיינע וואָס פאַר שאַקאַלישעק, אונטערוועגנס פון פּאַלוש אויף סווינציאַנקע. בלויז ביי איין האָדיש סטובון, וואָס איר האָט מען אונטער זעקס אויגן באַשלאָסן אַוועקשענקען די קמיע, איז דער גאַנצער טומל אין דער לינקער פּיאַטע געלעגן. גראַדע ביי איר איז פון לאַנג געווען קלאָר, אַז טאָמער טראַסקעט מען אַלע וועגן עפּעס אַ זאַך, איז עס אַוודאי אַ נאַרישקייט. בעסער גיין ווייטער.

האָדיש חיים⸗חייקיל׳ס איז געווען דאַרער פון די דורכשניטלעך דאַרע קאָלטניאַנער מיידלעך, העכער ווי די סתם הויכע פרויס⸗פּאַרשוינען אין געגנט. אַלצדינג איז געווען ביי איר שפּיציק, די אויערן, די נאָז, דער קין, די בריסטן, די הענט, די פיס. מ׳האָט איר געגליכן צו אַ שדיכע. היימישע שדימלעך האָט מען געריסעוועט ווי מענטשעלעך ↰ 60 ביי וועמען ס׳איז אַלצדינג שפּיצעכדיק. אַז קונדסים האָבן אויף זיך איבערגעצויגן אַ ווייסן ליילעך אויף אָנצושרעקן דעם קברות⸗ייד, האָט מען זיך צוערשט אָנגעטאָן אַ געשטריקט היטל מיט אַ שפּיץ פון אויבן, דער קאָפּ זאָל זיין שפּיציק ווי ס׳דאַרף צו זיין ביי אַ שד. סתם מיט אַ ליילעך האָט מען קיין וועווערקע אויך ניט געשראָקן.

די קינדישע צונעמענישן — שדיכע, שפּיצון, די עוגיכע — האָט מען אויף אַ צייט אָנגעווענדט און דערנאָך ט׳מען אין זיי פאַרגעסן. געבליבן איז מען ביי „סטובון“. וואו נאָר אַ בייט מיט גרינע ציבעלעס, איז געווען איין ציבעלע, דער סטובון ט׳עם געהייסן, וואָס איז געווען העכער פון אַלע, דינער פון אַלע, עפּעס ניט דערבאַקן. עסן ט׳מען ניט געקענט.

אַן עלטערן זון מיט אַ יינגערער טאָכטער האָט מען ביי חיים⸗חייקלען חתונה געמאַכט אין סווינציאַן, דאָרטן זיינען זיי שוין פאַרבליבן. גאַנצע דריי מאָל, דאַמאָלסט אַז האָדיש איז געוואָרן אַ כלה⸗מויד, האָט מען געמאַכט אַ „רומפּל“ מיט אַ בחור, נאָר ס׳איז אַלעמאָל אַרויס דערפון אַ טינטערל. די בחורים האָבן זיך נישקשה אָנגעשראָקן אַז זיי האָבן די הויכע, דינע, שפּיציקע באַשעפעניש דערזען פאַר די אויגן.

האָדיש האָט וואָסאַמאָל ווינציקער געהאַט צו טאָן מיט די שטאָטלייט. פון צוקוקן זיך וואָס טוט זיך ביי אַנדערע, האָט גענומען אין איר אינגעווייד ברענען אַ פאַרדראָסיקייט. דאָ פּראַוועט מען אַ ברית, דאָ ווערט בעל⸗מצווה אַ שיין יינגעלע. ביי איר איז געווען מערניט בושה, אַלמאַי זי איז אַ פאַרזעסענע פאַרזעעניש. מיט גאַנץ קאָלטניאַן איז זי געווען אויף גוט⸗מאָרגן גוט⸗יאָר. מיט די עלטערן איז אויסגעקומען דאָ און דאָרט כאַפּן אַ שמועסל אין באַלעבאַטישקייט, אַן אימפּעריאַל אַ וואָרט.

דער טאַטע חיים⸗חייקיל איז געווען פון די קאָלטניאַנער וואַלד⸗ סוחרים. פון קינדווייז אָן האָט זיך האָדיש אין שטוב אָנגעהערט מיט גראַפן מיט זייערע וועלדער; ביימער מיט זייערע רמ״ח אברים און די ↰ 61 אַלע מיני געהילץ, קאָרע און זאַפט; וועגן דעם „בראַקער“ וואָס סוחרים האָבן פון ווייטן געשיקט ער זאָל די ליטווישע וועלדער באַטראַכטן; פּויערים וואָס לאָזן אַראָפּ די ביימער, פּויערים וואָס פירן צו ווינטערצייט די קלעצער צו דער זשעמיאַנע אויף שליטנס, פּויערים וואָס קלאַפּן אויף נאָכפּסח די פּליטן, און סוף⸗כל⸗סוף די פּויערים יחידי סגולה — זיי דאַרף מען דאָך ריכטיק געטרויען — וואָס פירן אַוועקעט אין ערגעצלאַנד די פּליטן מיט די כוחות פון דער זשעמיאַנע.

האָדישן האָט זיך פאַרגלוסט מערניט איין זאַך, אַרבעטן אינעם וואַלד⸗מסחר. ביים טאַטן האָט קיין רייד דערפון ניט געקענט גיין. און ליידיק זיצן איז קיין גאַנג ניט. ווי אויף צו להכעיס דעם גאַנצן קאָלטניאַן, האָט זי זיך געמאַכט פאַר וואַסערטרעגערין דאַמאָלסט אַז ס׳איז געשטאָרבן דער אַלטער וואַסערטרעגער. ביי דער אלמנה האָט זי פאַר אַ שיבוש אָפּגעקויפט די געזונטע נאַשילע. אויף אַ הינטערהויף ניט ווייט איז געשטאַנען דער בעסטער ברונעם. פון „שווירץ“ איז אַראָפּגעהאַנגען דער הילצערנער עמער, ער איז געווען דאָרטן אַזוי לאַנג, דער עמער, ער איז פון אינעווייניק געווען גרין. פון הילצערנעם עמער האָט זי פלינק אָנגעגאָסן אירע צוויי מעשענע עמערס און יעדן קונד אָנגעפילט די בלעכענע דייזשע, עס זאָל זיין אויף אַ דריי טעג וואָסער אין שטוב אויף קאָכן, עסן, טרינקען, וואַשן זיך.

קיין סך האָט מען יענע צייטן וועגן האָדיש סטובון ניט געקלערט. זי איז פאָרט געווען „יענע פּאַרשיין“. אויף שידוכים איז ניט געווען וואָס צו ריכטן זיך. און אַז אַ מויד וויל דווקא טראָגן וואַסער איז דאָך עס אויכעט אירער אַן עסק און ווייטער קיינעמס. איבעריקנס האָט זי אַלעמען געענטפערט אויף אַלצדינג אויף איר אייגענעם אויסטערלישן לשון, מיט אַ צונויפפלעכטונג פון ווערטער וואָס האָט די שטאָטלייט פאַרוואונדערט. „זי רעדט מיט די לידעלעך“, אַזוי׳ט דאָס אין קאָלטניאַן געהייסן. די האָר ביי איר זיינען געווען שאַטען, זי האָט זיי פאַרקאַמט אין אַ גרעק מיט אַ שפּיץ ווי אויף צעפּלאַצעניש דער שטאָט, זאָלן די נאַראָנים אָפּלאַכן, אָט מאַכט זי זיך אָן אַליין אַ נייעם שפּיץ.

↤ 62

האָדישעס באַגער צו האָבן צו טאָן מיט די ביימער, וואָס דער טאַטע׳ט ניט צוגעלאָזן דערצו, האָט קיין נאַשילע ניט באַפרידיקט. אַז זי׳ט אַלעמען אָנגעגאָסן וואַסער, וועמען מ׳האָט געדאַרפט יענעם טאָג צוטראָגן, איז זי אין וואַלד אַוועק, אַ מהלך אַ דריטל וויאָרסט, אין זייט פון קרעטאָן. דאָרטן האָט זי פאַרבראַכט מיט די ביימער. ס׳איז געווען אַ ריכטיקער וואַלד, ניט קיין פאַרזייטער. אַלערלייאיקע ביימער האָבן זיך גוט צונויפגעלעבט. זי האָט לאַנג געגלאָצט אויף דער קאָרע פון אַ בוים און גענומען טאַפּן, גלעטן, צושאַרן זיך מיטן אייבערשטן קערפּער. איר האָט ניט אויפגעהערט הנאה טאָן, וואָס די זעלביקע קאָרע איז קאַלט און האַרט אַז מ׳טוט אַ ריר אָן מיט די פינגער, זיס⸗ווייך און רייצנדיק אַז מיט דער דלאָניע. די ביימער מיט די וואַלד⸗חיהלעך האָט ניט געאַרט. זאָל זי זיין קליין ווי אַ פליג צי הויך ווי אַ פּאַפּערוטשקע, רונד ווי אַ פעסל צי שפּיציק ווי אַ דאַך. ווען ניט ווען האָט מען די האָדישן געזען ווי זי כאַפּט אַ שמועס מיטן ליעסניק, ער האָט געוואוינט אין אַ שטיבל ניט ווייט פון ווינקל וואַלד וואו האָדיש האָט האָלט געהאַט אַרומדרייען זיך. ווער ס׳האָט געשפּונען מעשיות אַז זי האָט מיט אים צו טאָן, נאָר קיין האַפט האָבן זיי ניט געהאַט. מ׳האָט געשמועסט וועגן די ביימער און שוין.

יענעם אינדערפרי, איז האָדיש געשטאַנען ביים ברונעם, איין עמער איז שוין געווען אָנגעגאָסן, און זי האָט פלינק און קונציק געהאַלטן אין אָנגיסן דעם צווייטן, די נאַשילע איז ביי איר געשטאַנען בשעת מעשה אויף די פּלייצעס און זי האָט זיך אונטערגעזונגען אַ לידל:

אַלע וואַסערלעך פליסן אַוועק,
די גריבעלעך בלייבן ליידיק,
אוי, וואו נעמט מען אַזאַ מענטש,
וואָס זאָל פאַרשטיין מיין ווייטיק?
אַזוי ווי ש׳איז ניטאָ קיין מענטש,
וואָס זאָל קענען די שטערן אויםציילן,

↤ 63

אַזוי איז אויך ניטאָ קיין מענטש,
וואָס קען מיינע וואונדן אויסהיילן.

האָדיש האָט די נאַשילע אויף די פּלייצעס אויסגעגליכן. פּלוצלונג האָט זי דערזען ביים ברונעם דעם רב מיט די צוויי אַלטע יידן, מלך און אלימלך, די אַמאָליקע שניטקרעמער. דער רב האָט אין יענער רגע אָנגענומען אַ מראה פון אַ פּשרה צווישן די צוויי, ער איז געווען מיטלוואוקסיק מיט אַ האַלב⸗לאַנגער שיטערער באָרד, וואָס איז געווען מער געל איידער ווייס.

האָדיש האָט זיך שיער ניט פאַר שרעק איבערגעקערט מיט דער נאַשילע אינאיינעם. ר׳ נתן צידיראָוויטש האָט זיך ברייט צעשמייכלט, און זיס⸗פאָטעריש געבעטן ביי איר, זי זאָל אַוועקלייגן אויף אַ וויילינקע די נאַשילע.

— האָדישקע לעבן, אַ לעבן אויף דיר. מיר זיינען געקומען דיר אָפּגעבן אַ וואונדערלעכע מתנה. עס האָט זיך אָפּגעזוכט אויפן בוידעם פון בית⸗מדרש אַן אוראַלטע קמיע, אפשר האָסטו זיך שוין דערוואוסט. מיר האָבן זיך איבערגעלייגט, וועמען דאַרף מען אַזאַ זאַך אַוועקגעבן? וועמען? איז זאַלבעדריט האָבן מיר באַשלאָסן אַז די קמיע דאַרף מען דיר, האָדישקע לעבן, אַוועקגעבן, זאָל דיר זיין צו געזונט און צו גליק ביז הונדערט צוואַנציק יאָר.

— וואָס פאַראַ מתנה? דער טאַטע מיינער האָט דאָ ניט — — —

— ניין! נו, ס׳איז פון גאַנץ קאָלטניאַן, אַזוי איז די זאַך.

— וואָס אי׳ דאָס אַ קמיע? קאַ׳ מאה אויכעט ניט? איך בין אַ וואַסערטרעגערין, ניט קיין ישיבה בחור! וואָס אי׳ דאָס? ס׳אי׳ דאָ ביי אייך איצטער?

דער אַלטער הויכער מלך האָט איר געענטפערט.

— אַוודאי איז דאָ, מיין קינד, וואָדען, צו האָדישן איז מען געקומען מיט אַ מעשה פון טויזנט⸗איין נאַכט? אָט האָסטע די קמיע! נאַ דיר! — און ער האָט אויפגעעפנט אַ קולאַק און האָדישן דערלאַנגט דאָס ↰ 64 קופּערנע צילינדער, ס׳וואָלט געקענט זיין פון די רייכע מזוזות ווען ניט די פיר הענטעלעך וואָס האָבן אַרויסגעשטאַרצט.

— טאָמער ווילסטו, מיין קינד, — האָט צוגעגעבן דער רב, — קענסטו איר האַלטן, די קמיע, אין קעשענע ביי זיך. און טאָמער פאַרקערט ווילסטע אַרום האַלדז טראָגן איז אָט, טו אַ קוק דאָ, זעסטע, די צוויי לעכעלעך אין די אייבערשטע צוויי הענטעלעך, אַ קייטעלע קען מען דאָ אַדורכציען. אַזוי צי אַזוי זאָל דיר זיין צו געזונט.

ביי האָדישן האָט אָפּגענומען דאָס לשון. מיט אירע מינעס האָט זי די דריי אַלטע יידן אָפּגעגעבן יישר⸗כח. זי האָט אונטערטעניק אַ בייג געטאָן דעם שפּיציקן קאָפּ, דאָס קופּערנע צילינדערל האָט זי אַריינגעטאָן אין קעשענע פון דער ספּאָדניצע, און געקוקט אויף דער נאַשילע מיט אומרואיקייט, עלעהיי ס׳וואָלט אַן עוולה זיין אירע קונדן צוטראָגן די עמערס מיט עטלעכע מינוט שפּעטער.




ווי דריי מלאכים, וואָס האָבן זייער שליחות דאָ אויף דער וועלט מקיים געווען, האָבן די ווייס⸗בערדיקע קמיע⸗שענקער מיט האָדיש דער וואַסערטרעגערין ראַפּטעם זיך געזעגנט ביים ברונעם. זיי האָבן זיך אומגעדרייט אויף הינטערוויילעכץ, און מיט ברייטע שפּאַנען, צום זעלבן טאַקט אַלע דריי, זיינען זיי אויפן שולעף אַוועק. האָדיש האָט זיך גענומען אויף איר מאַרשרוט, די נאַשילע איז ביי איר אויף די פּלייצעס ווייטער געלעגן, און אין דער קעשענע איז געלעגן די קמיע. אין קאָלטניאַן האָט מען זיך אַלע דערוואוסט אַז איר האָט מען אַוועקגעגעבן די קמיע, און שוין האָט מען אויף איר אין גאַס אַנדערש געקוקט, מ׳האָט זיך מיט איר באַגריסט מיט דרך⸗ארץ. אויף אַן אָרט האָט מען זיך אָנגעשטויסן, אַז דאָ שלעפּט שווערע עמערס פון ברונעם אַן אָרנטלעכע מיידל וואָס האָרעוועט זיך אָן אויף צו פאַרדינען איר פּענעצל ברויט. איר שפּיציקייט האָט מיטאַמאָל אָנגענומען אַ יוצא⸗רופנדיקן חן, ווי ביי אַ גרייליקער פּרינצעסין פון אַ ווייטן לאַנד.

↤ 65

— האָדישקעז די קמיע אייערע מעג מען אַ קוק טאָן?

— פאַרוואָס זאָל מען ניט אַ קוק טאָן? איצטער קען איך ניט, איך טראָג דאָך די נאַשילע!

— איז שפּעטער⸗צו! אַ גוטן, האָדיש.

מ׳האָט איר דאָ גערופן און דאָרטן גערופן. אַלעמען האָט זי אָפּגעענטפערט, אַז היינט קען זי ניט און מאָרגן ווייס זי ניט. די „נייע גוטע פריינט“, וואָס האָבן פון איר אַ לעבן לאַנג אָפּגעשפּאָט, האָט זי ניט געקענט אָנקוקן. איר איז ווייטער אָנגעגאַנגען אַלע טאָג אָנקומען צו די ריכטיקע פריינט, — די ביימער. זיי האָבן איר קיין „סטובון“ ניט אָנגערופן. זיי האָבן איר פאַר קיין שפּיציקער שדיכע ניט געהאַלטן. זיי האָבן קיין נאַרישקייטן ניט געפּלאַפּלט.

ווי די אַלע יאָרן אָן אַ קמיע איז יענעם פאַרנאַכט געווען מיט אַ קמיע. זי איז אַוועק אין וואַלד דרשענען פאַר די ביימער וועדליק איר שטייגער.

— פון דיר, יאָלקע, וועט פּאַפּיר אַמאָל זיין. אַ פריינט צו אַ פריינט, אַ בחור צו אַ מיידל, וועלן אויפן פּאַפּיר בריוולעך שרייבן, מיט פייגעלעך, שיידימלעך, שטיבעלעך.

— און דו, סאָסנע, אַדאָרטן וואו גוטע מענטשעלעך מיט גוטינקע האַרצעלעך וועלן ביי דיר קיין פּגם ניט אויסזוכן, וואו קיין שענקעס וועלן ביי דיר ניט זיין, וועט מען פון דיר אויסזעגן ברעטער צו שיפן, וואָס וועלן שווימען איבער ימען, אין לענדער וואָס קאָלטניאַן ט׳ניט געהערט. די שיף⸗ברעטער וועלן וואָיען אויף זייער בלעטערדיקער קינדהייט. אין חלום וועלן זיי דיר זען, אַ יונגן אומבאַרירטן בוים, ווי ער שטייט היינט פאַר מיר חיים⸗חייקיל׳ס. דיינע צווייגן מיט שענקעלעך וועט מען אויף שפּאַלן שאַנעווען. מיידלעך גליקלעכע וועלן איבער זיי אויף באַנען פאָרן, ביז צו די חתנים וועלן זיי ניט אָנטרעפן.

— אָשינע, מיט דיינע שוועבעלעך וועט מען פּאַפּיראָסן פאַררייכערן ביי טישן אין גרויסע שטעט.

— און דו, דאָמב, דו, טייערסטע האָלץ, פון דיר ׳עט פעסער אויף ↰ 66 וויין ווערן, און קלעצעלעך אויף אַ פּאַדלאָגע אין אַ וואַרעמער שטוב.

— בעראָזקעלע ווייסינקע! פון דיר וועט מען טישן מיט בענק אויסקלאַפּן, צום זיצן אין פריידן; און קאַפּילעס צו שיך, צום גיין.

— אָלכע! דיקט וועסטו זיין, און אייביק גלאַנצן ווי שוואַרצאַפּלען ביי נייגעבאָרענע יינגעלעך.

— יעדלאָוועץ! דיינע צווייגן, בייטש⸗שטעקלעך צו פערד וועלן ווערן. אויף די פערד וועלן גיבורים ווי אויף בליצן צו די באַשערטע רייטן.

— וואַלד! עס וועט נאָך קומען דיין ווינטער. ביימער, אויף שליטנס וועט מען אייך צו דער זשעמיאַנע פירן, ווען זי וועט פאַרפראָרן נאָך זיין. דער אייז וועט אָפּלאָזן און קריעס וועלן צעשווימען אין דיין וועסנע. אין דער זשעמיאַנע ׳עט מען אייך אָפּוואַרטן, און צונויפפירן ווי באַשערטע, אַ קלאָץ מיט אַ קלאָץ, פּליטן מיט טשוועקעס ט׳מען אויפקלאַפּן, איר׳ט אַוועקשווימען העט ווייט. און איך, ווען איך וועל שטאַרבן וועל איך נאָר צו די וועריס טויגן. אויף מיין קבר וועט קיינער ניט קומען.

יענער פאַרנאַכט איז פונדעסטוועגן געווען אַנדערש איידער אַלע פאַרנאַכטן פון אַ גאַנץ יאָר, עלעהיי די קמיע וואָס ביי איר אין דער קעשענע, און דער נייער אָפּשיי צו איר ביי די שטאָטלייט וואָלטן איר צוגעגעבן אַ נייעם מוט. אָנשטאָט אומצוקערן זיך אַהיים איז זי אַוועק צום שטיבל פונעם ליעסניק מיט וועמען זי פלעגט ווען ניט ווען כאַפּן אַ שמועסל. די כאַטע האָט זי פונדערווייטנס אַ סך מאָל געזען, ביי אַ וועגל וואָס האָט דורכגעשניטן דעם וואַלד. דער ליעסניק, אַנדרעי ט׳מען אים גערופן, איז געווען אַ מיטליעריקער קריסט, אַ הויכער מיט ברייטע פּלייצעס, געזונט ווי אַ שטאַבע אייזן, מיט געקרייזלטע האָר, שוואַרצע מיט ווייסע פּאַסן, און קוילן⸗שוואַרצע וואָנצעס וואָס האָבן געגלאַנצט און זיינען ביי די ראַנדן געווען געדרייט אַרויפצוצו. ער האָט זיך מיט האָדישן אַדלמאַניש באַגריסט. זי האָט זיך שטאַרק פאַררויטלט און גענומען שפּאַנען אויף הינטערוויילעכץ. נאָר ער האָט איר איידל און ↰ 67 קונציק באַרואיקט, ער האָט ווי אַ סך קריסטן אין יענע מקומות גאַנץ נישקשה גערעדט יידיש. די מערסטע יידן אין געגנט האָבן גערעדט אויף דריי אָדער פיר שפּראַכן, האָדיש סטובון האָט גערעדט נאָר אויף יידיש.

אַ צייט האָט אַנדרעי מיט האָדישן גערעדט וועגן ביימער, באַוויזן ביימער, לויטן גאַנג פון זייערע געכאַפּטע שמועסן אין משך פון יאָרן. נאַכער האָט ער איר גענומען פאַרטרויען מיט סודות פון זיין לעבנס⸗וועג. ער איז אַמאָל געווען אַ רייכער, אין פּאָלאָצק, אים איז אַלצדינג קאַליע געוואָרן, ער איז אָפּגעזעסן פיר יאָר צייט אין טורמע, לויט ווי ער האַלט, אומזיסט, און איז אַוועק אויף דער פּראָווינץ זוכן אַרבעט, ווייט פון מענטשן און פון טומל, און נאָכמער, אַזוי׳ט ער צוגעגעבן, ווייט פון פרויען.

דערהערט „ווייט פון פרויען“, האָט האָדיש סטובון גענומען קאַטשען פון געלעכטער, איר האָט אַזש אָפּגענומען דעם אָטעם. אין די באַקן האָט ביי איר איינגעשניטן אַ שאַרפער ווייטיק. אַזוי לאַכן האָט זי אין לעבן ניט געלאַכט, און מיטן אויסלאַכן איר שרעק צום געזונטן ליעסניק, האָט זי אין די ביימער באַלד פאַרגעסן, און גענומען קוקן אויפן ברייטביינערדיקן מאַנסביל. ער איז געווען געגליכן צום שענסטן בוים: הויך, גלייך, מלכותדיק. ער האָט מיט איר פון תמיד גערעדט ווי צו אַ מענטש, ניט ווי מיט אַ „סטובון“.

אַנדרעי האָט צו האָדישן געגלוסט מיט דער מוראהאַפטיקער גלוסטונג פון אַ מאַנסביל וואָס איז גאָר לאַנג מיט קיין פרוי ניט געווען. אייננעמען אַזאַ האָדיש וואָלט ביי אים געהייסן אַ מענערשער פאַרמעסט, נאָכמער אַז ער האָט דאָ דערשנאַפּט אַן איבעררייפע בתולה, אַן עלנטע, וואָס טענהט זיך אויס פאַר די ביימער אין וואַלד, אין זיין וואַלד. ער האָט זיך מיט אַלע כוחות איינגעהאַלטן און דעם יצר בייגעקומען. זיינע צאַרטקייטן ביים ריידן מיט איר, און דער גאַנצער אָפּשיי וואָס ער האָט איר אַרויסגעוויזן, דאָס זיינען אַלץ געווען סימנים פון אַ ווילן מיט אָט דער מיידל אויסצולעבן זיינע וואַלדישע יאָרן. די ↰ 68 ניט⸗דערגאַנגענע לייבלעכע תענוגים, האָט ער פאַרשטאַנען בחוש, וועט זי אים נאָך אויסצאָלן מיט אַ צולאָג.

זיי האָבן זיך צעשמועסט ביז וואַנען פונעם פאַרנאַכט איז רעכט נאַכט געוואָרן, ביז וואַנען די שטערן אויפן ראַנד הימל וואָס צו צפון זיינען ניט אָפּגעטראָטן פאַרן אָפּליכט וואָס פון צפון. אַז ס׳האָט געהאַלטן ביים געזעגענען זיך, האָט דער ליעסניק אַ זאָג געטאָן האָדישן, שטיפעריש און גוטברודעריש, אַז טאָמער איז זי גרייט זיך לאָזן באַשפּריצן אין קלויסטער מיט הייליק וואַסער, וואָלט ער מיט איר אויף מאָרגן חתונה געהאַט. זי האָט אים געענטפערט מיט אַ געלעכטערל, רייצנדיק און קאָקעטיש, ווי ביי אַ גרויסשטאָטישער פרוי וואָס איז איינגעניט איר שטעטל צו באַשטיין ביי אַ מאַנסביל, אַז ער וואָלט גיכער געדאַרפט זיך לאָזן אָפּמלן ביי מרדכי דעם מוהל אין שאַקאַלישעק. זיי האָבן אָפּגערעדט טרעפן זיך אין דער זעלביקער שעה אויף מאָרגן.

פון איין פאַרנאַכט זיינען געוואָרן אַ סך פאַרנאַכטן. האָדיש האָט איר קאַוואַליער באַגעגנט לעבן זיין שטיבעלע. אין לינדע לבנה נעכט האָבן זיי אַרומשפּאַצירט צווישן די ביימער אין וואַלד. אין רעגנס און קאַלטע נעכט זיינען זיי אָפּגעזעסן ביי אים אין דער כאַטע, האַרט ביים אָנגעהייצטן אויוון. די ערשטע פּאָר מינוט זיינען אַלע טאָג אויפסניי געווען פּריקרע, נאָר דער אַנדרעי האָט געוואוסט ווי זיין האָדיש איינצונעמען, מיט רייד וועגן אַ וואָרצל, אַ שטאָק, אַ צווייג און אַ בלאַט.

בייטאָג האָט האָדיש ווייטער אין קאָלטניאַן אָנגעגאָסן די דייזשעס, נאָר ס׳איז פאָרט ניט געווען די זעלבע האָדיש. אַוואו נאָר דאָס פּנים איז ביי איר פריער געווען אָנגעשטרענגט און פאַרדרייט, האָט איצטער געגלאַנצט מיט אַן איינגעגלייבטקייט צו זיך און מיט רייפער פרויאישער פּראַכט. דעם גאַנצן קאָלטניאַן, און דעם רב מיט די מלכים מער פון אַלעמען, האָט ניט אויפגעהערט חידושן, ווי אַזוי קען דאָס אַ קמיע אויף אַזויפל איבעראַנדערשן אַ מענטשן. מ׳האָט איר אויפסניי נאַרייעט שידוכים, זי האָט דערפון אָפּגעלאַכט, און יעדן געענטפערט, ↰ 69 אַז מ׳האָט איר דערציילט וועגן אַזאַ און אַזאַ חתן: „אַ סטובון זוכט אים אויסעט: אַ סטובון“, און זי איז ווייטער אויף איר וועג געגאַנגען.

ביי די פאַרנאַכטיקע באַגעגענישן אין וואַלד, האָבן זיך האָדיש און אַנדרעי געוויצלט וועגן הייליק וואַסער אין קלויסטער און זיך לאָזן אָפּמלן אין שאַקאַלישעק. חדשים לאַנג, האָט ער האָדישן ניט אָנגערירט מיט קיין קלענסטן פינגער. ערשט דאַמאָלסט אַז די ערשטע אָסיענדיקע אָוונטן האָבן דעם זומער פאַרשטויסן און די גריל האָט געגרילצט, האָט ער האָדישן גענומען אַרומטאַפּן, מיט האַלבע פינגער און איידעלע מינעס. ווי מיט אַן אויסגערעכנטן חשבון, איז די מאָס רייד געפאַלן אויף אַזויפל וויפל די צאַרטע רירענישן האָבן זיך געמערט, ביז וואַנען זיי האָבן זיך ענדלעך אין אַ וואַרעמער אלול נאַכט באַהאָפטן אויפן מאָכיקן באָדן, אונטער ביימער ריזן. די יסורים פון פּלאַצונג און פון רייסונג זיינען גיך פאַרוואַנדלט געוואָרן ביי האָדישן אין אַ באַגער ערגעץ מיט אַנדרעיען אַנטלאָפן צו ווערן, העט ווייט, פּונקט אַזוי ווייט ווי עס וועלן אַמאָל דערגיין די ברעטער פון די⸗אָ ביימער, אין לענדער וואו מ׳ווייס גאָרניט אַז ס׳איז דאָ אויף דער וועלט אַ קאָלטניאַן. בשעת מעשה האָט זיך האָדישן געדאַכט, אַז איצטער זיינען די ביימער גאָר איר מקנא.

די פאַרנאַכטן זיינען ביי האָדישן געוואָרן אַלץ פריידיקער. בייטאָג האָט זי פריינטלעך אַ שמועס געטאָן מיט יעדן. די עלטערן האָבן זיך מיט איר שוין ניט געשעמט. זי איז ניט קיין פאַרזעסענע סטובון, נאָר אַ הויכע מיידל וואָס וויל ניט חתונה האָבן. מ׳האָט איר גענומען אָנרופן „האָדיש פון די וואַסער“ און מער פון אַלצדינג — „האָדיש מיט די קמיע“.

סוף אלול, אַז ס׳האָט געקאָכט מיט די יום⸗טובדיקע צוגרייטענישן, האָבן האָדיש און אַנדרעי זייערע נאַכטיקע באַהעפטונגען אַריבערגעפירט פון וואַלד צו אים אין דער כאַטע אַריין. זי האָט אים צוגעטראָגן פון קאָלטניאַן פאַרשיידענע יידישע מאכלים וואָס האָבן אים אַלע געשמעקט.

↤ 70

פון האַרבסט איז געוואָרן ווינטער און ווייטער פרילינג. ס׳איז אַלצדינג גלאַטיק געגאַנגען ביז וואַנען ס׳האָט זיך ביי איר אָפּגעשטעלט די ווסת און זי האָט פאַרשטאַנען אַז זי טראָגט. האָדישן איז דאָס געווען די אמתע „קמיע“ אַ סגולה אַנטלאָפן צו ווערן אויף אייביק. אַז זיי האָבן גענומען ריידן, איז קלאָר געוואָרן אַז די זאַך איז גאָרניט אַזוי פּשוט. וואוהין אַנטלויפן? און וואו ט׳מען זיך אַהינטאָן, אַ גוי מיט אַ יידיש⸗קינד מיט אַ קינד אין בויך וואָס איז ניט אַהער ניט אַהין?

אויף דעם אַלעמען האָט זיך גראַדע געריכט דער דורכגעטריבענער ליעסניק מיט די שוואַרצע פאַרדרייטע וואָנצעס. פון יענער רגע ווען ער האָט דערזען ווי די הויכע, שפּיציקע האָדיש פון קאָלטניאַן קומט צו צו אים אין דער כאַטע, האָט ער פאַרשטאַנען אַז דאָס האָט דער גורל אים צוגעשאַרט אַ ביסל גליק צו די עלטערע יאָרן. קיין גלייביקע מענטשן זיינען דאָס ניט געווען. וועגן דעם, ווי אַזוי, וואָס און ווען, האָט ער זיך אויך ניט אונטערגעפוילט. ניט ווייט פון דער כאַטע זיינער פלעגן זיך אָפּשטעלן די פורן אויף אָנצוטרינקען די פערד. אַנדרעי האָט ביי אַלעמען אָנגעטאַפּט דעם דפק וועגן דעם וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט.

איצט, אַז די קאָכאַנקע איז אים מעוברת געוואָרן, לויט זיין ווילן, און זי איז גרייט געווען מיט אים אַוועקגיין העט ווייט, עס זאָל נאָר זיין וואוהין, איז ער געווען צוגעגרייט. מיטן ביסל געלט וואָס איז ביי זיי ביידן געווען אָנגעקליבן, וואָלטן זיי געקענט אָנקומען אין אָדעס און דאָרטן הונגערן. צום ערשטן מאָל האָט זיך האָדיש צעהעשעט פאַר אַנדרעיען אין די אויגן. ער האָט איר וואַרעם אַרומגענומען, געטרייסט אירע ליידענישן מיט צערטלעכקייטן אויף דריי שפּראַכן וואָס האָבן זיך צונויפגעמישט פון גרויס אויפרעגונג. און ווי פון דער העלער לופט, איז ער אָנגעפאַלן אויף אַן המצאה.




אַנדרעי האָט ביי האָדישן געפרעגט ווער ס׳איז דער רייכסטער ייד ↰ 71 אין קאָלטניאַן. זי האָט דערציילט, אַז צוויי פון די דריי אַלטע יידן וואָס האָבן איר די קמיע אַוועקגעגעבן זיינען אַמאָליקע סוחרים וואָס קענען האָבן אין ווילנער בענק דאַווייס וויפל געלט.

זיי האָבן אָפּגעמאַכט צווישן זיך, אַז שפּעט ביינאַכט, וועט זי פּרובירן פאַרקויפן די קמיע צו מלך מיט אלימלכן, אַז ס׳וועלן נאָר ברענען אין פּאָליש די באַברויסקער ליכט. אַן אָנגעזעטיקטע מיט פלאַמפייערדיקער ליבע, איז האָדיש יענע נאַכט אַוועק אין קאָלטניאַן אויפן שולעף. ס׳איז געווען נאָך חצות. די ליכט האָבן געברענט. זי איז אַדורך די ביידע טירן, דערהערט ווי מלך און אלימלך לערנען — —

— והנה הרקיעים דעשיה הם קליפּת נוגה דעשיה יריעות עזים כי כל הבהמות והחיות והעופות והדגים והאילנות והעשבים כולם טוב ורע מקליפּת נוגה.

זיי האָבן פּלוצטהאַלבן דערזען, ווי עס שטייט פאַר זייערע אויגן האָדיש סטובון, און זיינען געבליבן פאַרגליווערט, פּונקט ווי האָדיש, דאַמאָלסט אַז זי האָט איר לידל ביים ברונעם אויסגעזונגען און דערזען ווי עס זיינען פאַר איר געשטאַנען די דריי יידן.

— האָדיש⸗לעבן! איר זייט געקומען אין פּאָליש לערנען? זעצט זיך אַוועק און מיר וועלן אייך פאַרטייטשן.

— מלך! וואָס טוט זיך מיט דיר? מיט קיין מיידל לערנט מען ניט קיין קבלה!

— אלימלך! ביסט שוין געוואָרן אויף דער עלטער קאָלטניאַנער רב?

— יידן! איך קען זיך ניט אויס אין די זאַכן. איך בין געקומען פאַרקויפן די קמיע! — פאַרצויגענערהייט, און כמעט קאָקעטיש האָט זי זיך אַוועקגעזעצט אַנטקעגן זיי, און מיט אירע לאַנגע שפּיציקע הענט גענומען גלעטן דעם טיש מיט געמאָסטענע שאַרענישן פון דריי פינגער. איר רייף⸗ווייבעריש גערוך האָט זיך אויסגעמישט מיט מאַטע און מיט גלאַנדער, מיט בינען⸗וואַקס און מיט ספרים⸗שטויב.

ביי די צוויי זקנים האָט זיך אומגעקערט דער לאַנג פאַרשלאָפענער ↰ 72 יצר ווי אַ זאַווערוכע אין די אַנדערע טעג פּסח. ווען מ׳גיט זיי צו אַ שווערד יעדן איינעם, וואָלטן זיי גערן איבער דער מיידל אָפּגעריכט אַ דועל.

ס׳איז געווען שטיל. אַוועק אַ וויילינקע, האָט מען ביי האָדישן אַ פרעג געטאָן צו וואָס וויל זי די קמיע פאַרקויפן. זי האָט געגעבן צו פאַרשטיין, אַז זי נייטיקט זיך אין געלט. די קמיע האָט איר שוין געבראַכט גליק, זאָל די קמיע איר איצטער ברענגען דאָס וואָס זי דאַרף, זאָל די קמיע אַ צווייטן איצטער ברענגען גליק.

אַז קנאת סוחרים און קנאת תאווה מישן זיך אויס קענען וועלטן איינגעלייגט ווערן. דעם „ארבע מאות שקל כסף“ האָט מלך אַוועקגעשאַרט ביז צום ברעג פון טיש. דעם ספר האָט מען אַפילו ניט פאַרמאַכט.

— הונדערט רובל! — האָט דער ערשטער אָנגעבאָטן אלימלך.

— צוויי הונדערט!

— פינף הונדערט רובל!

— פינף הונדערט מיט צען!

— מיט צוואַנציק!

לאַנג איז עס געגאַנגען פון פינף הונדערט פופציק ביז איין און פופציק און ביז צוויי און פופציק. האָדיש איז רואיק געזעסן און האָט נאָר געמאַכט רייצנדיקע קרייזלעך איבערן טיש מיט אירע האַנטפלאַכן.

פּלוצלונג האָט אלימלך אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער האַנט אָן טיש און זיגעריש אַ שריי אויס געטאָן:

— טויזנט רובל! קיין איין גראָשן ניט מער!

סתם זיגן האָט מלכן שוין ניט געקלעקט. ער האָט געדאַרפט, אַז דאָס זאָל זיין אַ נצחון ווי אין די מעשה ביכלעך פון די ריטערלעכע קאַרעטן, וואו מ׳שטעכט יענעם מיט דער שווערד אין ברוסט אַריין, ער זאָל מער ניט אויפשטיין, פאַר אַ מיידל אין די אויגן, אינמיטן נאַכט.

— האָדישקע⸗לעבן! צוויי טויזנט רובל גיב איך דיר אַוועקעט פאַר דער קמיע! דער איז אַ קורדופּ, אַ קאַרגע נשמה! קום! געגאַנגען! מ׳עט ↰ 73 איבערוועקן דעם פורמאַן, שוין פירט ער אונדז אָפּעט אין ווילנע. אין ווילנע! אינדערפרי נעם איך אָפּ אין באַנק און איך גיב דיר גלייך אַוועקעט. ביי מיר׳ט בלייבן די קמיע און ביי דיר׳ט זיין די צוויי טויזנט רובל, זאָל דיר נאָר זיין צו געזונט. אַז אַלציקעדינג וויפל איך דאַרף האָב איך דאָך. אַז כ׳בין שיער ניט קיין ניינציקער. שטאַרבן מיט געלט אין באַנק איז קיין גדולה ניט. מ׳עט מיר אַריינלייגן אין ארון די קמיע: אַז משיח׳ט קומען וועל איך מיט איר אַוועק אין ארץ ישראל! דער קורדופּ וועט פוילן אין דרערד! אין דרערד ׳עט ער פוילן! איין זאַך זאָלסטע וויסן זיין, האָדישקע⸗לעבן, אַז מ׳איז ביידע קיין צוואַנציק יאָר ניט געווען האָט ער מיר גענומען נאָכקרימען, דער קורדופּ. האָב איך אויפגעשטעלט אַ שניטקראָם ט׳ער איבערן וועג אויכעט געמאַכט אַ שניטקראָם. אַבי די יאָרן דערגיין! און וויפל יאָרן! וויי!

דאָס אַלץ אויסגעהערט, איז אלימלך אַריינגעפאַלן אין אַ ווילדן כעס. ער האָט ראַש אָפּגעשאַרט דעם „ארבע מאות שקל כסף“ אָן דרערד, ווי ער וואָלט וועלן דערמיט באַגראָבן די אַלע נעכט וואָס ער האָט מיט מלכן פאַרבראַכט. ער איז אַרויסגעלאָפן פון פּאָליש מיט שפּאַנען גאָרניט פון קיין זקן.

דעם פורמאַן האָט מען שטילערהייט איבערגעוועקט און דער אַלטער מלך איז מיט האָדיש אַוועקגעפאָרן אינמיטן נאַכט אויף ווילנע.

צו שחרית אינדערפרי האָט אלימלך אויסדערציילט אַלצדינג וואָס ס׳האָט זיך אין פּאָליש פאַרלאָפן. ער האָט גענומען דריי טעג פאַסטן איבער דעם וואָס ער האָט דעם „ארבע מאות שקל כסף“ אויף דרערד געוואָרפן. דער רב האָט אים געטרייסט אַז מיטן אָפּריכטן תענית וועט ער ביים כביכול אויספּועלן פאַרגעבונג.

פאַרנאַכט האָט אַנדרעי אין זיין שטיבל אין וואַלד לויט זיין געוואוינהייט אַרויסגעקוקט אין בין⸗השמשותדיקן ליכט, זיין געליבטע פונדערווייטנס אַקעגנצולויפן.

אַז זי איז ניט אָנגעקומען, איז ער אַריינגעפאַלן אין אַ פּחד. ער איז אַרויף אויפן פערד און אַריינגעריטן אין קאָלטניאַן. ער איז כיטרע⸗סודותדיק ↰ 74 געוואָר געוואָרן, אַז האָדיש איז אַוועק מיט אַן אַלטן גביר אין ווילנע אָפּנעמען געלט פאַר דער קמיע. ער האָט זיך געזאָרגט אַ גאַנצע נאַכט, מאַלע וואָס דער ייד צי אַן אַנדער ייד קען איר איינריידן דאָרטן אין ווילנע.

צומאָרגנס שפּעטלעך האָבן זיי זיך אומגעקערט. ביי האָדישן זיינען געלעגן די צוויי טויזנט רובל און ביי מלכן איז געווען די קמיע. אונטערוועגנס אויפן וואָגן האָבן זיי זיך ניט ווייניק געחכמהט. אַז עמעצער אין קאָלטניאַן קען פונעם עסק ניט צופרידן זיין איז אויפן זינען ניט אַרויף. אָנגעקומען אין געגנט האָט האָדיש ביים פורמאַן געבעטן ער זאָל אַרומפאָרן, איר אַראָפּלאָזן ביי דער כאַטע וואו עס לעבט דער ליעסניק הינטערן שטאָט. דאָס האָט מלכן שטאַרק געוואונדערט, וואָס איז דאָס פאַראַ צופאָרן צו אַ ליעסניק אָנשטאָט צו די עלטערן? ער האָט גענומען אָנשרייען אויף איר מיט בייזן, ווי אַ תמעוואַטער אַז ער כאַפּט זיך אַז מ׳האָט אים מיט כיטרעוואַטע דריידלעך אויסגענוצט צו פאַרפּלאָנטערטע בלאָטע געשעפטן. איידער וואָס ווען איז דער וואָגן געשטאַנען לעבן ליעסניקס כאַטע. האָדיש האָט מלכן אַריינגערופן צום ליעסניק אויף אַ פּאָר מינוט. יענער וועט אים אַלצדינג געבן צו פאַרשטיין, אַזוי האָט זי אים פאַרזיכערט, קלאָר ווי די זשעמיאַנע.

אַנדרעי איז אַרויסגעלאָפן אין פריידן. מלך איז שיער ניט אויסגעגאַנגען פאַר שרעק, אַז ער האָט דערזען ווי די האָדיש צעקושט זיך מיט אים. אים האָט גענומען ביסלעכווייז קלאָר ווערן וואָס דאָ טוט זיך. ס׳איז אים מינוטנווייז באַפאַלן אַ שולדיקייט וואָס איז געווען אָן אַ שיעור פּיינלעכער איידער ביים געוועזענעם חבר איבערן ספר. אַנדרעי האָט זיך וואַרעם באַגריסט מיט מלכן, אים אָנגעגאָסן אַ גלעזל בראַנפן.

מ׳האָט אויסגעטרונקען איין לחיים נאָכן אַנדערן. אַנדרעי האָט מלכן אַלצדינג אויסדערציילט מיט אַ סדר. ער האָט דעם יידן אויפגעוויזן, אַז זיכער ווי אין סוויר איז דאָ אַ באַרג, אויך לויט זיין גלויבן, אַז ס׳איז שוין דאָ ביי אַ פרוי אַ קינד אין בויך, דאַרף מען צו הילף קומען ↰ 75 דעם טאַטן מיט דער מאַמען, זיי זאָלן אַוועק ערגעץ ווייט וואו ס׳מאַכט ניט אדם אַ ייד צי אַ גוי. מלך האָט אים ברודעריש אַ כאַפּ געטאָן פאַר אַ פּאָלע און געזאָגט:

— אַז אויף דער וועלט איז ניטאָ אַזאַ אַרט!

— אַמעריקע! נעוו⸗יאָרק! נעוו⸗האַוון! נעוו⸗יערזעי! — האָט אים אַנדרעי האָפערדיק אויסגערעכנט זיינע ערי⸗מקלט און מלכן פּאַניבראַטלעך אַ קלאַפּ געטאָן אין דער פּלייצע.

מלך איז שטום געבליבן. ער האָט זיך געשפּירט אַן אַלטער תרח, אַן אָפּהענטיקער נאַר וואָס האָט אַלצדינג פאַרשפּילט אַבי צוניץ קומען דעם ליעסניק מיט דער סטובון. אים האָט זיך פאַרוועלט אַרויסלויפן פון דער כאַטע, נאָר בשעת מעשה האָט ער זיך פאַרקלערט אַז אין קיין שום אָרט וויל ער ניט גיין. אין בית⸗מדרש איז שוין ניט געווען וואָס צו מאַכן, מיט אלימלכן האָט ער איבערגעריסן. ביינאַכט איז ער צוגעוואוינט צו וואַכן און לערנען, וואָס ט׳ער מאַכן אין זיין איינזאַמער שטוב? ער האָט זיך געטרייסט נאָר מיט דעם, אַז די אוראַלטע קמיע פון דער גניזה וועט אייביק בלייבן ביי אים. און אים וועט מען דאָך ניט באַשולדיקן אין גאָרניט. דאָס קינד ביי דער סטובון האָט דאָך אָנגעמאַכט דער ערל און ניט ער. ווער ווייס, אפשר וועט זיך יענער אַמאָל נאָך מגייר זיין, אַז אויף יידיש רעדט ער נישקשה. סיי ווי, ׳עט דאָס קינד אַ ייד זיין, ער איז געבאָרן ביי אַ יידיש⸗קינד. דאָס קינד וועט ניט הונגערן. אים אַליין וועט מען מקבר זיין מיט דער קמיע. די גאַנצע מעשה איז גאָרניט אַזוי געפערלעך.

אַז מלך איז אַרויף אויפן וואָגן איז האָדיש אַרויסגעלאָפן זיך געזעגענען מיט אים. זי האָט זיך מיט אים צעקושט, און ביי אים געבעטן אַ גרויסע טובה, ער זאָל אירע עלטערן אַלצדינג אויסדערציילן, זיי צוזאָגן פון אירטוועגן אַז זי׳ט זיי אָנשרייבן בריוולעך פון אַמעריקע.

— דאָס אַלץ און מער ניט? — האָט מלך מיט אַ קרומען געלעכטערל צוריקגעשאָסן. אַז אים האָט שוין קיין זאַך ניט געחידושט. דער פורמאַן האָט דערלאַנגט מיט דער בייטש דעם פערד און אַ שריי ↰ 76 געטאָן „נאָ“.

אָנגעקומען אין קאָלטניאַן, איז מלך גלייך אַריין צו חיים⸗חייקלען.

דער טעם פונעם בראַנפן, וואָס דער ליעסניק האָט אים אָנגעגאָסן, איז אים געבליבן פריש און אויפמונטערנדיק. דער אַלטער וואַלד⸗סוחר חיים⸗חייקיל האָט זיך נאָך אינדערפרי דערוואוסט ביי אלימלכן, אַז זיין תכשיטל האָט די קמיע פאַר צוויי טויזנט רובל פאַרקויפט. אַז ער איז ביי מלכן געוואָר געוואָרן צו וואָס, האָט ער מיט אַלע כוחות אַ ריס געטאָן זיין העמד און גענומען זיצן שבעה מיט אַ ביטערער יללה.

מלך איז אַרויס פון שטוב מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ, כאָטש די בושה פון אָנמאַכן אַזויפל צרות אין שטאָט האָט זיך אויסגעמישט מיט אַ מין חשיבות, נאַכסאָל ער איז דאָס געווען דער משולח וואָס איז געקומען מגלה זיין די וואַרע געשיכטע פון האָדיש סטובון.

מלך איז גלייך אַוועק צום רב, אים האָט ער אויך אַלצדינג אויסדערציילט.

ר׳ נתן צידיראָוויטש האָט לאַנג צוגעשוויגן. אַז ער האָט באַטראַכט אַן ערנסטן ענין, האָט ער תמיד מיט צוויי פינגער אַריינגעשטופּט גאַנצענע סנאָפּעס באָרד אין מויל אַריין און האָט זיי געקייט. ער האָט סוף⸗כל⸗סוף גענומען ריידן.

— ר׳ אלימלך איז אין קיין זאַך ניט שולדיק, איר דאַרפט זיך מיט אים סיי ווי סיי איבערבעטן. איר זייט אויך אין קיין זאַך ניט שולדיק, אַ קמיע קויפן מעג מען דאָך, וואָדען, איר׳ט דאָך ניט געוואוסט אין וואָס דאָ גייט. די האָדיש איז דאָך אַוודאי אין קיין זאַך ניט שולדיק, זי איז פון קינדווייז אָן אַן אומגליקלעכע, און אפשר האָט די שטאָט די מיידל געמאַכט פאַר נאָכמער אומגליקלעך. זיכער איז איין זאַך אינגאַנצן, אַז מיט דער פאַרשאָלטענער קמיע האָבן מיר די האָדיש געמאַכט פאַר אַ פּושע ישראל. כיי וואָלטן מיר זיך באַמיט פון אירטוועגן אויסזוכן אַ חתן נאָך מיט יאָרן צוריק. איי איי איי! מיר זיינען שולדיק דעריין, וואָס ס׳וועט געבאָרן ווערן פאַר קיינעם ניט געדאַכט אַ ממזרל, אַ רחמנות אויף אים. ס׳אַ גרויסע רחמנות. איר האָט אָנגעוואָרן אייערע צוויי ↰ 77 טויזנט רובל. איר׳ט אָבער ניט הונגערן. דער עיקר איז אָט וואָס, ר׳ מלך, מ׳דאַרף וואָס פריער פּטור ווערן פון דער פינצטערער קמיע. ס׳איז אַ פּגע רע! אַ נגע צרעת! ביזן טאָג פון מיין טויט, וועל איך ניט פאַרשטיין ווי אַזוי אין מיר איז אַריין אַזאַ רוח שטות, איך האָב געגעבן צו פאַרשטיין אַז דאָס איז אַ הייליקע זאַך אַז איך האָב אַפילו ניט געקענט איבערלייענען. אַז מ׳קען ניט איבערלייענען דאַרף מען שווייגן. שווייגן! פּתח שין שאַ! שתיקה! זאָל איך נאָר דערלעבן תשובה טאָן. איך האָף — — —

— רבי! איין טובה טוט מיר און ווייטער גאָרניט! נעמט די מינוט צו ביי מיר די קמיע. איר׳ט שוין וויסן ווי אַזוי מ׳ווערט פון איר פּטור! איר׳ט שוין וויסן!

דער רב האָט ביי מלכן צוגענומען די קמיע. ער האָט איר איינגעוויקלט אין אַ לייוונט זעקעלע, און האָט גענומען שרייבן אַ בריוו. ער איז אַוועק צום פורמאַן וועלכער האָט ערשט אויסגעשפּאַנט דעם פערד זיינעם און איז אַריין צו זיך אין שטוב אַ פאַרמאַטערטער. דער רב האָט ביי אים געבעטן, ער זאָל גלייך ווידער איינשפּאַנען דעם פערד, און טאָמער איז דער פערד צו מיד זאָל ער נעמען אַ צווייטן, און אַוועקפירן דאָס זעקעלע אין פּאָדבראָדזש, מ׳וועט אים שיין באַצאָלן. ער האָט אים מיטגעגעבן דעם בריוו, זיי זאָלן דאָס זעקעלע מגנז זיין דאָרטן אין רחבותדיקן גניזה⸗שטיבל וואָס הינטערן בית⸗מדרש.

↤ 79


אויב נישט נאָך קליגער

אין אַ שטעטל הינטער בערדיטשעוו איז געווען אַ וואונדער⸗רבי. שלאַפע ט׳ער געהיילט, עקרות פאַר געווינערינס געמאַכט.

מ׳האָט דאָרטן געלעבט אין געמויערטע הייזער. קיין פּרנסה האָט ניט אויסגעפעלט. מ׳האָט זיך משמח געווען מיטן רבונו של עולם און מיטן רבין שליט״א. אַ סברא אַז דאָרטן טאַנצט מען שוין אין בויך ביי דער מאַמען. פאַר קיינעם ניט געדאַכט, טאָמער שטאַרבט ביי זיי אַ ייד, טאַנצט מען שוין ווייטער אַרום קבר. ווער קען דאָס פאַרשטיין די חסידים?

נאָר וואָס, אויף דער לבנה זיינען אויך דאָ שאָטנס. באַלד עפּעס, האָט מען ניט געדאַרפט קלערן וועמען פאַרטשעפּענען. האָט יענער גערעדט אונטער דער נאָז, האָט געהייסן אַז ער פאָנפעט ווי אַ לוטוואַק. אַ מצווה ניט אָפּגעהיט — לוטוואַק צלם⸗קאָפּ. אַ ווידערשפּעניק קינד — לוטוואַק שייגעץ. פון זינט דער גאון האָט זיי אַריינגעלייגט אין חרם, די חסידים, האָט מען זיך אין אַ נויטפאַל אויך געשאָלטן, אַז יענער זאָל אַריינפאַלן צו די לוטוואַקעס.




צו זיי איז אַריינגעפאַלן אַ ליטוואַק. אַ ריכטיקער, ניט קיין צוגעקלערטער. ער איז געווען אַ פורמאַן מיט אַ שליחות אין מרחקים. ↰ 80 פון קיין אייזנבאַן האָט ער ניט געהאַלטן. זאָל ער פאָרן אין סטאַמבול וועט ער די קליאַטשע דאָרטן אויך אָנטרייבן. אַן עקשן אַ ליטוואַק.

דער שטעטלשער שמש האָט דעם פרעמדן אין בית⸗מדרש געגעבן נאַכטלעגער.

מ׳איז געקומען דעם בייזוואונדער אָנקוקן. ער איז געגאַנגען, דער ליטוואַק, מיט אַ קליין בערדעלע און אַ דייטשיש רעקל, אינגאַנצן אָן פּאות אַ ייד. זיין היטל איז אַפילו געווען אַ „יידיש היטל“ מיט אַ קאָזיריק, נאָר וואָס, אָנשטאָט אַ פלאַכן דעקל פון אויבן איז געווען אַ קאַפּוזע. אין גאַס האָבן אים נאָכגעשריען קינדער: „אָנגעבלאָזענער לוטוואַק“. ער׳ט אַ שמייכל געטאָן, און זיי אָנגעזאָגט, אַז בלאָזן בלאָזט מען שופר.

אין בית⸗מדרש האָט דער ליטוואַק אַראָפּגענומען אַ גמרא. דאַכט זיך, די גמרא חגיגה, און אפשר פּסחים. ער האָט זיך אָנגעהאַלטן אָן די צוויי עמודים ווי אָן די לייצעס.

דאָרטן האָט שוין געקלונגען. אַ ליטוואַק אַ בעל⸗עגלה איז אַריינגעפאָרן, זיצט ער אין בית⸗מדרש און לערנט אַ בלאַט גמרא פאַר זיך.

מ׳האָט אים נאַרייעט אַ יחידות מיטן רבין. האָט ער זיך פאַרענטפערט, דער מתנגד, אַז ער דאַרף דאָך ענדיקן דעם בלאַט. דאָרטן גופא, אין דער גמרא וואָס ער האָט געהאַלטן אין לערנען, האָט ער אויפגעמישט אַז ס׳שטייט געשריבן:

— אינו דומה שונה פּרקו מאה פּעמים לשונה פּרקו מאה ואחת. ווער ס׳לערנט הונדערט מאָל אַ פּרק איז ניט געגליכן צו דעם וואָס הונדערט⸗איין מאָל.

איז דאָס געווען הייסט דאָס ביי אים די גמרא חגיגה.

די חסידים קענט איר דאָך, זיי לאָזן ניט אָפּעט. האָט אים אַ צווייטער איבערגעריסן: די פּאָר מינוט וועט ער מיטן אייבערשטנס הילף גוטמאַכן דערנאָך. אַ יחידות מיטן רבין איז דוחה.

האָט דער ליטוואַק אַראָפּגענומען די מסכתא שבת, ער׳ט אויפגעמישט, אַז ר׳ יהודה הנשיא זאָגט אַז די שטראָף פאַר ביטול תורה איז אַ ↰ 81 האַרבע, די אייגענע זין קענען אַוועקשטאַרבן, רחמנא לצלן.

ווייטער האָבן זיי שוין געשוויגן, די חסידים. אַ ליטוואַק דאַרף דאָך אָבער אויף אַלצדינג אָפּענטפערן. אויס לשון קודש. וועגן דעם צי מ׳קען גוטמאַכן געפּטרטע צייט, האָט ער זיי שוין אַריינגעזאָגט אויף תרגום לשון:

— יומא כאן, ומחר בביה קברי! — היינט איז מען דאָ און מאָרגן אויפן בית⸗עולם. די חסידים זיינען אַרויס. דער אונטערשמש האָט דעם גאַסט שטילערהייט אויפגעהויבן דאָס קנויטל פון נאַפט⸗לאָמפּ. דער ליטוואַק האָט זיך מיטן לאָמפּ מחיה געווען. די אותיות האָבן געגלינצערט, ווי אין הימל פאַר אַ פייערדיקער שקיעה.

צו מעריב האָט מען זיך אַלע אומגעקוקט אויפן ליטוואַק. מער ט׳מען אים קיין קשיות ניט געפרעגט. אַז אַ ייד זאָגט זיך אָפּ פון אַ יחידות מיטן רבין איז ניטאָ וואָס צו ריידן.

נאָכן דאַוונען איז דער ליטוואַק ווייטער געזעסן איבער דער גמרא ביי דער ליכט פון נאַפט⸗לאָמפּ. אין בית⸗מדרש איז אַריין אַ זינדל פון שטעטלשן גביר, אים האָט נאָך געפעלט אַ פּאָר יאָר צו בר⸗מצווה. דאָס יינגעלע מיט פליענדיקע רויטע פּאות האָט זיך מיט חשק אַוועקגעזעצט האַרט לעבן ליטוואַק. מיט קיין פּיפּס האָט ער דעם פרעמדן ניט מפסיק געווען אין לערנען.

ראַפּטעם האָט דער מתנגד אַ חברישע האַנט געלייגט אויף דער פּלייצע פון יינגעלע. ער האָט אים גענומען פאַרטייטשן די גמרא, מיט רש״י און תוספות. זיין ליטווישע אויסשפּראַך האָט דעם יינגעלע אָנגעטאָן אַ כישוף. גראַד ווי רעלסן, גיך ווי אַ באַן, שאַרף ווי אַ קערב⸗זעג.

אָפּגעפאַרטיקט אַ סוגיא האָט דער ליטוואַק אַליין אָן הפסקה געמאַכט. ער האָט אַ פרעג געטאָן ביים יינגעלע ווי רופט מען אים. דאָס יינגעלע האָט ביים ליטוואַק געפרעגט פון וואַנען קומט ער.

↤ 82

— פון נאַראַט. ניט ווייט פון גאַראַן.

— ס׳אַ שטאָט?

— אַ פּיצינקע שטעטעלע. קלענער אַ סך ווי דאָ, אָרעמער אַ סך.

— ווי ווייט איז דאָס פון דאַנען, אומגעפער?

— אַז דעם אום⸗געפערד וואָס דאַרף מען? פון דאַנען נאַראַט איז ניין הונדערט פיר און זעכציק וויאָרסט.

— וואו איז דאָס?

— ווילנער גובערניע ׳סטע געהערט?

דערהערט „ווילנער גובערניע“ האָט דעם יינגעלע מיט די געפלאָכטענע פּאות אַ צופּ געטאָן אין האַרצן. ער האָט געשטומט. קיין שום חסיד קען ניט בלייבן גלייכגילטיק אַז לעבן אים שטייט אַ ייד פון ווילנער גובערניע. זאָל זיין אַ ליטוואַק אַ מתנגד.

— ביי אייך איז דאָ אַ רב?

— וואָדען, אַ גלח?

— קיין וואונדער באַווייזט ער ניט?

— יינגעלע! ביי אַ מענטשן איז קלוגשאַפט דער גרעסטער וואונדער. ער איז קלוג ווי שלמה המלך.

— ער דביקעט זיך ניט מיט די יידן? מ׳איז טאַקע טרויעריק דאָרטן?

— יינגעלע! געמאַכטע פרייד איז אומעדיקער פון אַלע אומעטן. דעם לערנערס אומעט איז פריידיקער פון אַלע פריידן. אַז דו׳סט עלטער ווערן וועסטו אַריינפאָרן. נאַראַט. ניט ווייט פון גאַראַן.

צומאָרגנס פאַר שחרית איז דער יינגל אַריין אין בית⸗מדרש מיט זיינע חברימלעך אויפזוכן דעם ליטוואַק. קיין סימן איז פון אים ניט געווען.




אויך אַ חסיד נאָגט די תאווה אַ זאַך צו דערגיין. אַ נפקא⸗מינה, ס׳ברענט ניט. ס׳איז אַוועק אַ יובל מיט יאָרן. פון יינגעלע איז געוואָרן אַ בייכיקער ייד מיט גרויע פּאות. ער איז געווען פון די שטעטלשע גבירים. ↰ 83 די ניין קינדער זיינע האָט ער אויסגעגעבן. די ווייב איז אים געשטאָרבן פון אַ האָבן און ווייטער ט׳ער שוין ניט חתונה געהאַט. שיער ניט אַלע רווחים האָט ער אַוועקגעגעבן דעם רבינס הויף. וואָס אַ רבי קען אַ גראָשן אין מעשים טובים פאַרוואַנדלען קען אַ פּשוטער ייד מיט קיין טויזנטער אויך ניט מאַכן.

דאַמאָלסט איז אים צו חלום געקומען דער ליטוואַק, ווי ער זיצט אין בית⸗מדרש ביים נאַפט⸗לאָמפּ. ער׳ט אים דערזען ווי ער טוט אַ זאָג מיט זיין ליטווישער אויסשפּראַך. ווילנער גובערניע ׳סטע געהערט? אַז דו׳סט עלטער ווערן וועסטו אַריינפאָרן. נאַראַט. ניט ווייט פון גאַראַן.

ער איז אַוועק צום רבין, שוין יענעם רבינס אַן אייניקל. אַז ביי זיי גייט דאָך עס פון טאַטן צום זון. האָט ער אים דערציילט אַז אים איז צו חלום געקומען אַ ליטוואַק וואָס איין נאַכט ט׳ער גענעכטיקט אין בית⸗מדרש מיט אַ יאָר פופציק צוריק. אַ פורמאַן וואָס האָט געקענט לערנען אַ בלאַט גמרא. סיי אין בית⸗מדרש און סיי אין חלום האָט אים דער ליטוואַק פאַרבעטן אַ קוק טאָן ביי אים אין ווילנער גובערניע.

דערהערט ווילנער גובערניע האָט אויך דעם רבין אַ צופּ געטאָן אין האַרצן. ער׳ט וואויל געוואוסט אַז דאָרטן איז תורה לערנען אַ קנין ביי גאַנץ כלל ישראל. האָט אים דער רבי געענטפערט אַזוי צו זאָגן:

— פון הימל איז דאָס: קיין „צופעליק“ איז נישטאָ! דער בעל שם טוב האָט מבאר געווען דעם ענין פון השגחה פּרטית. אַז אַ ווינטל טראָגט איבער אַ בלעטעלע פון אַ בוים, פון איין אָרט אויף אַ צווייטן אָרט ביז וואַנען עס בלייבט ערגעץ ליגן, איז עס אַלץ בהשגחה פּרטית. איז דאָך קל וחומר אַז דער אייבערשטער האָט דעם ליטוואַק דאָ הי צוגעשיקט מיט פופציק יאָר צוריק. ביסט גאָר געבוירן געוואָרן צו אַזאַ מין שליחות. נעם דיר מיט חסידישע ספרימלעך מיט די סידורים פון אר״י הקדוש און לאָז דיך אין וועג אַריין קיין ווילנער גובערניע. אָנוואַרעמען די נשמות דאָרטן: אַ סברא אַז די גאַנצע שטאָט וועט ביי זיי ווערן חסידים. ניט פאַרגעסן זאָגן תפילת הדרך.




↤ 84

דער חסיד האָט זיך אַוועקגעלאָזן אין וועג אַריין. קיין בערדיטשעוו ט׳ער געכאַפּט אַ פור. דאָרטן איז ער אַרויף אויפן אייזנבאַן. ער איז דורכגעפאָרן סלאָוויטע, ראָוונע, בריסק, ביאַליסטאָק, האָראָדנע, לאַנדוואַראָוו. ס׳איז געווען נאָך שבועות. אין פענצטער האָט ער דערזען ווי די פעלדער ווערן אַלץ אָרעמער. די ליטווישע ערד האָט וואָרהאַפטיק נאָר צו בולבעס געטויגט.

צו די ערשטע פּאַסן פרימאָרגן⸗ליכט איז אָנגעקומען דער צוג אויפן ווילנער וואָקזאַל. פורמאַנעס האָבן די באַנען אָפּגעוואַרט.

דער אַמאָליקער פורמאַן איז שוין לאַנג אויפן פורמאַנישן הימל געווען. האָט זיך דער חסיד אויסגעקליבן אַ יידן וואָס איז געווען אויף אים ענלעך.

— וואוהין?

— נאַראַט. נישט ווייט פון גאַראַן.

— נאַראַט? גאַראַן? עק וועלט: אַז ס׳איז קיין זאַך דאָרטן ניטאָ!

— איז דאַרף מען נישט, כ׳ל פאָרן מיט אַ צווייטן.

— נאָ⸗אָ⸗אָ! אַף נאַראַט:

אַזוי האָט דער פורמאַן צום פערד אַ שריי געטאָן. דער פערד, ער איז געווען אַ געזונטער קאַשטאָן, האָט די בריטשקע געשלעפּט אויף יריד גאַס, ער איז אַרויס פון שטאָט אויף מאַלאָדעטשנע. אַלצדינג פאַר דעם ווי דער פורמאַן האָט אַ צי געטאָן מיט אַ לייצע. אונטערוועגנס האָט ער ביי זיך אַ טראַכט געטאָן, דער חסיד, אַז דער פערד איז אויכעט אַ ליטוואַק.




אָנגעקומען אין נאַראַט, וואָס ניט ווייט פון גאַראַן. דער חסיד איז אויסגעשטיגן פון וואָגן. אינמיטן גאַס ט׳ער גענומען לאַכן. דער גאַנצער נאַראַט איז געווען אַ ביסל הילצערנע כאַטעס, קרומע, האַלב איינגעזונקענע אין דער ערד. אויך מיר אַ שטאָט:

אין אַן אויגנבליק האָט זיך אָנגעזאַמלט גאַנץ נאַראַט. מ׳האָט זיך ↰ 85 מחיה געווען מיטן פרעמדנס אויסטערליש יידיש לשון און די סאַמעט⸗זיידענע מלבושים פון יענער זייט סמבטיון. מ׳האָט אים שיין אָפּגעגעבן שלום.

— אַ ייד מעג דאָ ביי אייך נעכטיקן אין בית⸗מדרש אַ נאַכט?

— חס ושלום! וואָס פאַראַ בית⸗מדרש? ביי מיר ׳עט איר נעכטיקן!

איך גיב אייך אָפּ די שלאָפשטוב! ביי מיר!

— אַוואָס דאַרפט איר אים האָבן? ביי מיר וועט אייך זיין ווי אין גלובאָק.

— איך וועל באַצאָלן פאַרן נאַכטלעגער.

— מיט אייערע געלט ׳עט איר אין גאַס שלאָפן! דאָ נעמט מען ניט קיין געלט ביי אַ יידן וואָס פאָרט דאָ אַדורך! נאַראַט איז נאַראַט און סדום איז סדום!

דער שטעטלשער בעקער האָט פון קיין חכמות ניט געוואוסט. ער האָט דעם חסיד אָנגענומען פאַר דער האַנט און אַוועקגעפירט אין שטוב צו זיך.

ביי די נאַראַטער האָט מען געהערט מערניט איין וואָרט: „אויסגעכאַפּט“.

דעם בעקערס קינדער זיינען אין פאָראויס אַהיימגעלאָפן. אַז דער טאַטע איז אַריין מיטן גאַסט האָבן זיי דריי מאָל אויסגעזונגען „שלום עליכם, מלאכי השרת, מלאכי עליון“. פּונקט ווי אום שבת.

ס׳איז געווען אַן אָרעם שטיבעלע מיט אַן ערדענער פּאַדלאָגע. אינמיטן איז געשטאַנען אַ שטיינערנער אויוון וואָס האָט פאַראיינוועגס דאָס שטיבעלע אינצווייען געטיילט.

דער בעקער האָט צוגעשטעלט אַ פלאַש בראַנפן און געמאַכט לחיים מיטן פרעמדן. די בעקערין האָט דערלאַנגט טייגלעך אין האָניק מיט פלוימען⸗קאָמפּאָט.




מ׳איז אַוועק אין בית⸗מדרש אויף מנחה⸗מעריב.

↰ 86

אַזאַ אָרעם בית⸗מדרשל, אינגאַנצן פון האָלץ, האָט דער חסיד נאָך ניט געזען. צו אים איז צוגעגאַנגען דער רב. ער׳ט זיך דערפרייט אַז ביי אים אין בית⸗מדרש קומט דאַוונען אַ ייד פון אַ ווייטן לאַנד.

דער חסיד האָט אים שטילערהייט אַ פרעג געטאָן ווי אַזוי מ׳קען דאַוונען אָן אַ גאַרטל. דער רב האָט אים אַוועקגעלייגט אַ האַנט אויף דער פּלייצע.

— אַ גאַרטל לייגט מען איבערן מענטעלע פון אַ פּסולער ספר תורה!

האָט אים דער חסיד ווייטער געפרעגט פאַרוואָס טייל יידן גייען אום אין גאַס בגילוי ראש.

— אַז ס׳גייט ניט אין קיין דין. אַזוי׳ט געפּסקנט דער גאון. הלכות נטילת ידים, סימן ח׳ סעיף ב׳.

דערהערט „גאון“ האָט דעם חסיד אָנגעכאַפּט אַן אימה, די זעלביקע אימה וואָס מיט פופציק יאָר פריער, אַז ער האָט יינגלווייז דאַמאָלסט דערהערט „ווילנער גובערניע“. ער איז דאָ דאָ אין לאַנד פון ווילנער גאון.

צווישן מנחה⸗מעריב האָט דער רב געלערנט מיט די באַלעבאַטים אַ שיעור יורה דעה. סיי פון טור און סיי פון מחבר מיטן רמ״א. אַלע וויילע ט׳ער געבראַכט דעם ט״ז מיטן ש״ך. יעדן סעיף האָט ער אָפּגעשלאָסן מיטן גר״א, דעם ווילנער גאון. דער רב האָט יעדן אין די אויגן אַריינגעקוקט און מסביר געווען אַ זאַך ביז וואַנען ער האָט ניט געזען אַז מ׳פאַרשטייט גענוי. דעם חסיד איז אויפגעלאָפן אַ שווייס. טאָמער וועט מען זען אַז ער איז ניט קיין קענער אין די קליינינקע אותיות. דער סוף איז געווען אַז ער האָט אַלצדינג פאַרשטאַנען. צום ערשטן מאָל אין זיינע יאָרן ט׳ער תופס געווען אַ מחלוקת צווישן די פּוסקים „אינעווייניק“. אַן עלית נשמה איז דאָס אים געווען.

שפּעט ביינאַכט האָט אים דער בעקער אַ זאָג געטאָן:

— זייט וויסן, אַז דער נאַראַטער רב איז קלוג ווי שלמה המלך.

— פרעגט נישט. דאָס האָט מען מיר מיט פופציק יאָר צוריק נאָך ↰ 87 געזאָגט וועגן אַ פריערדיקן נאַראַטער רב.

— אַזוי גאָר?




פאַרטאָג איז דער בעקער אַוועק אין בעקעריי. דער חסיד האָט סיי ווי ניט צוגעמאַכט קיין אויג. איז ער אויך אַרויס אינדרויסן. דאָרטן האָט ער דערזען ווי דער רב לאָזט זיך אין וואַלד אַריין. איז ער אים פונדערווייטנס נאָכגעגאַנגען. וואָס קען האָבן אין וואַלד אַ רב?

דער רב האָט אים באַלד דערזען ווי ער גייט אים נאָך.

— איר גייט אויך אין וואַלד אַריין שפּאַצירן? טאָ קומט. אינצווייען איז פריילעכער.

— וואואַהין?

— אַ קראַנקע יידענע, זי לעבט דאָ ניט ווייט. אויפן דאָרף.

— מיט רפואות?

— רפואות גיט דער פעלדשער.

— איך האָב מיט זיך געלט. איך וועל איר שענקען אַ נדבה.

— מ׳דאַרף דאָך ניט. דערויף איז דאָ אַ גמילת חסד. גיט בעסער זיי, וועט מען אויסטיילן אַלע אָרעמעלייט.

— איז מיט אַ ברכה? אונדזער רבי היילט מיט אַ ברכה.

— מיינע ברכות האָבן נאָך קיינעם ניט אויסגעהיילט.

ווייטער האָט מען צווישנאַנאַנד ניט געשמועסט. פון טויאיקע צווייגן זיינען זיי ביידע גענעצט געוואָרן. אינדערווייטנס האָט זיך אָנגעזען דאָס שטיבעלע וואו ס׳האָט געלעבט די אלמנה. דער נאַראַטער רב איז אַריין אינעווייניק. דער חסיד איז אַ שטומער געשטאַנען אויף דער שוועל און זיך צוגעקוקט.

— ראָכאַיקע, וואָס וויינט איר?

איר האָט שוין פון יאָרן אָפּגענומען דאָס לשון. נאָר פון אירע קלוגע אויגן איז געווען באַשיימפּערלעך אַז זי איז ביי די קלאָרע געדאַנקען.

↤ 88

פון בוזעם⸗קעשענע האָט דער רב אַרויסגענומען אַ ביכעלע. דאָס איז געווען אַ פּרשת שבוע מיט מפרשים וואָס מ׳האָט אין ווילנע אַרויסגעלאָזן.

האַרבע עברי לייענען איז פאַר אירע כוחות ניט געווען. די זקנה האָט זיך אָבער מיטן ביכעלע מחיה געווען. געהאַלטן, געגלעט, אויפגעמישט.

דער רב האָט גענומען דערציילן פון דער סדרה מיט זיין האַסטיקן ליטווישן קול. די קראַנקע יידענע האָט זיך גענומען אויפמונטערן.

נאָכדעם האָט ער איר געזאָגט וואָס רש״י מאַכט, שוין מיט אַ ניגון.

די קראַנקע האָט באַוויזן אַ מאַך טאָן מיט די ליפּן: „איי גוט“.

דאַן האָט ער גענומען דערציילן מעשיות פון מדרש, אויף אַ בדחנישן שטייגער, מיט לאַכעדיקס און וויינעדיקס. די קראַנקע האָט גענומען שאָקלען מיטן קאָפּ אַהער און אַהין צום טאַקט פון די מעשיות.

נאַכער האָט ער געבראַכט משלים פון מוסר ספרים, אויף אַ מגידישן משקל.

צום סוף האָט ער דערציילט פון אַ גמרא וואו מ׳ברענגט פון דער סדרה אַ פּסוק. די קראַנקע האָט קוים פאַרשטאַנען אין וואָס דאָ איז געגאַנגען. שוין דער גמרא ניגון, ביי איר דאָרטן עק וואַלד אין דער כאַלופּע, האָט איר צוגעגעבן אַ שטיק געזונט. מיטן פאַרקרימטן מויל האָט זי זיך פאַר גרויס פרייד צעשמייכלט.




דער חסיד איז שוין געבליבן אין נאַראַט אַ מתנגד. טאָמער האָט עמעצער געלאָזן פאַלן אַז דער נאַראַטער רב איז קלוג ווי שלמה המלך, האָט ער שטילערהייט אַ זאָג געטאָן:

— אויב נישט נאָך קליגער.

↤ 91


נח⸗אנשיל פון יענער וועלט

אויפן מאַראַנער באַרג ביי פּאַלוש, אָדאָס איז פּאַלוש וואָס צווישן שולין און איגנאַלינע, איז אַ קליין שטיבעלע געשטאַנען. אין שטיבעלע האָט זיך געלעבט אַן אַלטער פּרוש, נח⸗אנשיל ט׳מען אים גערופן. געגעסן האָט ער אויפּס פון די ביימער וואָס אין סעדל אויפן באַרג. געטרונקען האָט ער פון די לויטערע וואַסערן פון קוואַלעכל וואָס האָבן זיך פון מאַראַנער באַרג אַראָפּצוצו אָנגעיאָגט, צוערשט אין פּויערשן דאָרף מאַראַן, וואָס אונטן, און נאָכדעם אין יידישן פּאַלוש, אַ מהלך קיין צוויי וויאָרסט ניט.

מאַראַנער קריסטן האָבן נח⸗אנשלען צוגעטראָגן שייטלעך האָלץ אויף דעם אויוון צו הייצן, קינעלעך אויף די שטוב ביינאַכט צו באַלייכטן, ווען ניט ווען מילך און האָניק. מיט וואָס ט׳ער זיי אויסגעסילוקט, דאָס׳ט קיינער ניט געוואוסט. איבעריקנס איז דאָס אין מאַראַן ניט געווען סתם קיין פּויערים. פרייטיק צו נאַכט האָבן זיי געצונדן ליכט. אמת, לאַנג נאָך דער שקיעה. פאָרט. אין יענע מקומות ט׳מען גערעדט אַז דאָס איז געווען פון די אָפּגעשמדטע יידן וואָס האָבן מיט אַ יאָר פינף הונדערט פאַר דעם אויסגעוואַנדערט, בימי גירוש ספרד, אין יאָר קנ״א, וואָס דערויף האָט נחום הנביא געזאָגט: „אל קנא ונוקם יי“. אַזוי ווי מ׳האָט זיי גערופן, אַזוי⸗אָ האָבן זיי דעם ישוב זייערן אין ליטע גערופן. מאַראַן.

↤ 92

זומערצייט זיינען די פּאַלושער יידן אַוועק אָטכאַיען זיך ביי די אָזערעס לושע און דרינגע, אין וועג פון אָנטאַלקאָן. אונטערוועגנס, אין מאַראַן, האָט מען פון מאָל צו מאָל דערזען אויפן באַרג נח⸗אנשלען. ער איז געגאַנגען מיט אַ „יידיש היטל“ מיט אַ ברייטן קאָזיריק, אַ שוואַרצן זשילעט און געלאַטעטע הויזן. דאָס בייקענע העמד איז געווען אָנגעמאָלן מיט בלויע קעסטעלעך. די ווייסע באָרד איז געווען ניט קיין איבעריקס לאַנגע, דערפאַר איז זי גלאַנציק⸗געדיכט געווען, ווי דריי לבנות איבערגעלייגט איינע איבער דער אַנדנערער, ווי אין סיוון אַ וואָלקן.

אייביק לעבט מען ניט. אין אַ פראָסטיקן טאָג אין שבט, ער איז דאָך דעם מלאך⸗המותעס באַליבטסטער חודש, איז אין פּאַלוש געקומען צו לויפן אַ קריסט, פון די מאַראַנער קריסטן, ער האָט די יידן אויפן שולעף מיט אַ צעהעשעט קעלעכל געגעבן צו וויסן אַז דער „ראַבין“ אויפן מאַראַנער באַרג איז געשטאָרבן. נעכטן איז ער אַרומגעגאַנגען, היינט ליגט ער אַ מת. אַזוי ביי קריסטן אַזוי ביי יידן.

אין פּאַלוש איז דאַמאָלסט קיין בית⸗עולם ניט געווען, האָט מען גערופן חברה קדישא פון איגנאַלינע ניט ווייט. דעם נפטר האָט מען צו קבורת ישראל אויפן איגנאַלינער בית⸗עולם געבראַכט. דעם טאַטנס נאָמען ט׳מען ניט געוואוסט, האָט מען אויפן קליינעם שטיין געלאָזן אויסקריצן: „פּ נ הלמדן נח אנשיל“ מיטן טאָג און אַ „תנצבה“. און שוין.




אין נח⸗אנשלען האָט מען פאַרגעסן. מאַראַנער האָבן זיין שטיבעלע באַוואוינט. די ספרים האָט מען באַלד אָפּגעגעבן אין פּאַלושער בית⸗מדרש. סוף⸗כל⸗סוף האָט זיך די כאַטע גאָר איינגעבראָכן אין אַ שטורעם ווינט. נאָר ביי קאַלמענעזער דעם פּאַלושער סופר, ער האָט דעם פּנקס געהאַלטן, איז געווען פאַרשריבן דער יאָרצייט.

צום זיבעטן יאָרצייט, אינמיטן טאָג, האָט זיך אין פּאַלושער ↰ 93 בית⸗מדרש געיאַוועט אַ פרעמדער. די צורה ביי אים איז געווען די צורה פון נח⸗אנשלען. דער הילוך איז געווען דער הילוך פון נח⸗אנשלען. מ׳האָט גענומען שושקען זיך איבער די געעפנטע גמרות.

— יענעם ט׳מען דאָך אויפן מאַראַנער באַרג געזען. פונדערווייטנס זעט מען אַלע אויס גלייך. אַלע שטערן האָבן איין פּנים. און וואָס, אַ פּרוש לאָזט זיך גלאַט אַזוי אַראָפּעט אין בית⸗מדרש און מיר דאַרפן אויף משיחן וואַרטן? וואָלט דאָך קיין יושר אויף דער וועלט ניט געווען!

— אי׳ דאָך טאַקע ניטאָ קיין יושר. און אפשר איז משיחן נמאס געוואָרן הייען זיך אָן אַן עק?

— גיי אַוועק!

— אַוואָס דאַרף מען ריידן אַ׳ מ׳קען דאָך אים אַ פרעג טאָן. — —

— ר׳ ייד! ברוך⸗הבא! פון וואַנענט קומט אַ ייד?

— פון מאַראַן. הר מאַראַן קענט איר ניט? ס׳אי׳ דאָך גאָרניט ווייט!

מ׳האָט אַלע די קעפּ אַ הייב געטאָן, און אַ לייכטע קייכעניש אויסגעלאָזן.

— ווי הייסט אַ ייד?

— נח⸗אנשיל בר׳ לייזראָשער הייסט אַ ייד. אַ גמרא אַ קוק טאָן מעג מען ביי אייך אין פּאַלוש? דאָ דאַרף זיין די אַמאָליקע ספרים מיינע.

מ׳האָט אויסגעלאָזן אַ הויכע קייכעניש.

— מהיכא⸗תיתי, ר׳ נח⸗אנשיל בר׳ לייזראָשער, געזונטערהייט! — האָט אים ווי אַ גוטער ברודער געענטפערט דער שמש און אים גלייך אַ קלער⸗אויף געטאָן איבער וואָס די גאַנצע תמיה. — די זאַך פון דעם איז אַזוי, ר׳ נח⸗אנשיל בר׳ לייזראָשער, מיט אַ יאָר זיבן צוריק, גראַדע די טעג איז דאַכט זיך דער יאָרצייט, נו, אָט אי׳ דאָס, אי׳ געשטאָרבן אַ ייד, אייך צו לאַנגע יאָר, ער אי׳ געווען אויף אייך פּאַכאָזשע וואָס פּאַכאָזשע קען זיין, אייערער אַ קרוב קען דאָס אַמאָל זיין? געלעבט האָט ער אין שטיבעלע וואָס אויפן מאַראַנער באַרג, אים ט׳מען אויכעט נח⸗אנשיל גערופן, דעם טאַטנס נאָמען ט׳מען ניט געוואוסט, האָט מען ↰ 94 אַזוי⸗אָ די מצבה געשטעלט, אין איגנאַלינע, אויפן בית⸗עולם דאָרטן ליגט ער, אַ גוטער בעטער זאָל ער זיין, אַ גוטער בעטער — — —

— דאָס בין איך! כ׳האָב זיך אַראָפּגעכאַפּט פון יענער וועלט אויף אַ שליחות.

אין בית⸗מדרש איז געוואָרן אַ בהלה. מ׳איז אין גאַס אַרויס דערציילן וואָס האָט פּאַסירט. אַ מאַרק⸗יידענע האָט אויף די העכסטע טענער גענומען שרייען:

— אַ שד, אַ שד אי׳ דאָ אין שטאָט! מיטן שופר דאַרף מען אים פאַרטרייבן!

די קליגסטע אין פּאַלוש האָט זיך חיה⸗שרה די נייטאָרין גערעכנט.

זי איז אַריין מיט אירע פריינדינעס אין בית⸗מדרש און דעם אורח אויפן צימבל גענומען.

— ניט קיין מת און ניט קיין שד! אַ שאַרלאַטאַן אי׳ דאָס! אַ זשוליק! אפשר אַ שוועסטערקינד און פּאַמוינע אַ צווילינג ברודער. וויל ער מיט די מתים טאַנצן, טאָ זאָל ער אין גלובאָק אַוועק! אַז אַלציקעדינג גלייבט מען אין גלובאָק! פרומע קעץ אי׳ דאָך ביי זיי אויך פאַראַן. שמעקט אים ניט גלובאָק טאָ זאָל ער אַוועק אין וואַרשע! דאָרטן גלייבט מען אַלציקעדינג מיט אַ צולאָג! מיט אַ צולאָג! סאַ נאַראָנסקע התפּעלות. פּוסטע מעשיות! ניט געשטאָרבן און ניט געשטויגן!

האָט נח⸗אנשיל גענומען ריידן בקול דממה דקה.

— חשובע פרוי, ביי אייך און ביי גאַנץ פּאַלוש בעט איך פאַרגעבונג טאָמער האָב איך מיט וואָס עמעצן באַעוולט. מ׳האָט געפרעגט פון וואַנען קום איך, האָב איך ערלעך געענטפערט. בלייבט נאָר פרעגן אין פּאַלוש וואָס שמואל הנביא האָט אין גלגל געפרעגט: וועמעס אָקס האָב איך צוגענומען? און וועמעס אייזל האָב איך צוגענומען? און וועמען האָב איך באַגנבעט? וועמען — — —

אין פּאָליש איז דאַמאָלסט קיין רב ניט געווען. דער איגנאַלינער רב פלעגט שבת צושפּאַצירן, אַן עירוב איז געווען, די דרשה זיינע ט׳ער ↰ 95 אויך אין פּאַלוש דערלאַנגט. דער עלטסטער פון די לערנער האָט זיך שמעיה דיין גערעכנט. אויף אים האָט מען אויסגעשטעלט די אויגן, ווי גיט מען זיך דאָ אַן עצה. דער דיין האָט אַ בייזער געטאָן, ניט אויף נח⸗אנשלען.

— אַ ייד קומט צו פאָרן אין אַ שטאָט, זעצט זיך אַוועקעט אין בית⸗מדרש און נעמט לערנען, דרייט מען אים אַ קאָפּ מיט די מתים. אָפּלאָזן! די ספרים עפנט אויף! לערנען! דאָס אַ בית⸗מדרש, ניט קיין יריד! יידענעס, אינדרויסן ט׳איר ריידן אַלצדינג וואָס אייך ׳עט זיך פאַרגלוסטן! אַ בית⸗מדרש אי׳ דאָס, אַ בית⸗מדרש!

צו שמעיהס אַ וואָרט האָט מען זיך צוגעהאָרכט. מ׳האָט זיך אָפּגעאָטעמט, עמעצער איז פונדעסטוועגן ביי די קלאָרע געדאַנקען געבליבן, הייסט אָנגיין ווייטער. מ׳האָט זיך געעפנט די גמרות נאָר די אויגן האָבן זיך איבערגעדרייט פאַר אָנשטרענגעניש. מ׳האָט זיך געסטאַרעט קוקן סיי אין דער גמרא און סיי אויף דעם נח⸗אנשיל. און נח⸗אנשיל האָט געלערנט מיט ברען.

שמעיה דיין איז אַן אש⸗להבהדיקער מתנגד געווען, פרעגט מה⸗רעש און שוין בשעת די רייד באַקלערט ער זיך, ווי אַזוי דערגייט מען די זאַך. ער איז פון בית⸗מדרש אַרויס און אַ פור אויף איגנאַלינע געכאַפּט. דאָרטן איז ער אויפן בית⸗עולם אַוועק, ער׳ט אַרומגענישטערט ביז וואַנען ער׳ט דעם קברות⸗ייד ניט אָנגעטראָפן. דערזען, האָט ער אים געהייסן צופאָרן מיט אים אינאיינעם אין פּאַלוש.

— ר׳ שמעיה דיין! יידן שטאַרבן בעוונותינו, ס׳דאָ אַרבעט! וואָס ׳עט זיין אַז כ׳ל אין פּאַלוש פאָרן, אַ?

— ס׳איז לעבן און טויט. החיים והמות!

— נו, אָט אי׳ די מעשה. אַז דער פּאַלושער דיין זאָגט לעבן און טויט ׳עט מען צופאָרן. געגאַנגען!

אויפן פּאַלושער שולעף איז געווען אָנגעזאַמלט שיער ניט גאַנץ פּאַלוש. שמעיה דיין איז אין בית⸗מדרש אַריין. די גמרות זיינען אָפענע געבליבן נאָר די יידן זיינען פאַרשטאַרטע געזעסן. נאָר איין נח⸗אנשיל ↰ 96 האָט וואָרהאַפטיק געהאַלטן אין לערנען, מעשה ייד וואָס ווייס וואויל ווי אַזוי דער זייגער טיקטאַקעוועט אָן שהיות, וואָס ווייס וואויל וואָס דאָס איז פאַר אַ וויסטן שטות ביטול⸗זמן.

מיט אַן איידעלן, דיינישן מאַך מיט אַ האַנט, האָט שמעיה צוגערופן צו זיך נח⸗אנשלען. די אויגן ביי די יידן דאָרטן האָבן ווי ביי איין מענטשן נאָכגעטאַנצט אייערע מינע פון דעם נח⸗אנשלען. קיין יידן פון יענער וועלט האָט מען אין פּאַלוש ניט געזען.

נח⸗אנשלען האָט זיך דערוויילע פאַרגעלט אַרויפקריכן אויפן מאַראַנער באַרג. איז מען אַוועק זאַלבעדריט אין זייט פון מאַראַן: דער פּאַלושער דיין ר׳ שמעיה, דער איגנאַלינער קברות⸗ייד, נח⸗אנשיל פון „הר מאַראַן“, אַזוי׳ט ביי אים געהייסן דער באַרג. גאַנץ פּאַלוש איז נאָכגעגאַנגען. „יציאת פּאַלוש!“ האָט מען זיך אַ חכמה געטאָן, לאַכנדיק מיט אַ האַלבן מויל, ווי אויף צו לינדערן די פלאַטערניש.

אונטערוועגנס האָט הויך אויפן קול גערעדט נאָר איין חיה⸗שרה.

— נאַראָנים! זעען ניט איין אַז דאָ איז אַ שאַרלאַטאַן! וואָס ט׳מען דאָרטן געפינען אין מאַראַן ביי די פּויערים, אַ? הער נאָר אַ מעשה! אויבע זיי האַלטן טאַקע אַ׳ דער ייד איז אויפגעשטאַנען פון קבר, טאָ וואו איז ביי זיי די גאַנצע פרייד אַז ס׳האַלט שוין ביי גאולה? אַ? פון שבתי⸗צביס מעשיות אי׳ דאָס! — — —

די ווינטערדיקע זון האָט די גייענדיקע פּאַלושער יידן צוגעוואַרעמט. אָנגעקומען אין מאַראַן, איז מען צו זיי צוגעלאָפן. דערזען נח⸗אנשלען האָבן זיי גענומען שרייען אויף די העכסטע טענער: „יעיזוס מאַריאַ“, די אייגענע האָר ט׳מען זיך בשעת מעשה געריסן. מ׳האָט זיך געצלמט, געוויינט, מ׳האָט גענומען אַ קוש טאָן נח⸗אנשלען. שוין אויפגעשטאַנען פון קבר אַ צווייטער ייד, ניט קיין דריי טעג נאָר גאַנצע זיבן יאָר נאָכן טויט. ניט אין יערוזאַלעם. אין מאַראַן.

דעם איגנאַלינער קברות⸗ייד האָט זיך פּלוצלונג פאַרגעדענקט אַז דאַמאָלסט אַז ער האָט יענעם מת פון מאַראַנער באַרג מטהר געווען, איז געווען ביי אים אַ שראַם אונטערן לינקן עלנבויגן, ווי דריי ↰ 97 צווייגעלעך. האָט ער ביי נח⸗אנשלען געבעטן, ער זאָל קיין פאַראיבל ניט האָבן און פאַרקאַשערן דעם לינקן אַרבל.

נח⸗אנשיל האָט זיך אויסגעטאָן דעם מאַנטל און פאַרקאַשערט דעם לינקן אַרבל פון בייקענעם העמד. דערזען די דריי צווייגעלעך האָט דער קברות⸗ייד גענומען רעווען, אייפערדיק און פלאַקערדיק:

— אוי וויי׳ז מיר; אַ׳ דעם מת האָב איך אַליין מטהר געווען אין טהרה שטיבל! און אָט גייט ער אַרומעט! דער מת גייט אַרומעט; אַ מת! אַ שד! אַ טייוול! — — —

דער קברות⸗ייד איז אַוועקגעפאַלן אויפן שניי אַ געחלשטער. די האָר ביי אים זיינען געשטאַנען דיבאָם, ווי קורצגעשאָרענע גראָז. די מאַראַנער האָבן געשווינד געבראַכט צו טראָגן משקה מיט הירשהאָרן⸗זאַלץ. מ׳האָט אים דעם קאָלנער אויסגעשפּילעט און אַריינגעגאָסן בראַנפן אין מויל אַריין. ער האָט זיך צעהוסט. מ׳האָט אים אַרויפגעלייגט אויף אַ שליטן און אָפּגעפירט גאַלאָפּ אין פּאַלוש צום פעלדשער.

דער פעלדשער האָט זיך צעלאַכט.

— אַלע זיינע יאָרן האָט ער צו טאָן מיט די טויטע און היינט איז אים איינגעפאַלן ער זאָל זיך אָפּשרעקן. טע טע טע. נו, דעם יידן דאַרף מען אויסרייכערן! מיט די זאַכן פאַרנעמט זיך די יידענע.

דעם חולה האָט ער אַוועקגעזעצט אויפן קראַנקן⸗שטול. אַוועק אַ וויילינקע, איז געקומען צו לויפן די פעלדשערין מיט אַ טאָפּ מיט הייסע וואַסער וואָס איז גרין געווען פון די הייל⸗גראָזן וואָס זי׳ט דאָרטן פאַרן אויפזידן אַריינגעטאָן. דעם טאָפּ האָט זי אַוועקגעשטעלט לעבן אים אויף אַ טישעלע, די פּאַרע זאָל אים אין די נאָזלעכער אַריין. בליץ⸗געשווינד האָט זי אָנגעצונדן עטלעכע שטיקעלעך צוקער אויף אַ בלעכענעם טאַץ אויף דער פּאַדלאָגע. אַ גרויסן ווייסן ליילעך האָט זי נאַכער איבערגעצויגן איבער אַלעמען: דעם יידן, דעם טאָפּ מיט די הייסע גרינע וואַסער, דעם טאַץ מיטן ברענענדיקן צוקער. אין אַן אויגנבליק האָט ער דעם ליילעך פון זיך אַראָפּגעוואָרפן. געהייסן האָט דאָס אַז ער איז ↰ 98 אויסגעהיילט פון דער אָנשרעקעניש. דער פעלדשערין האָט מען באַצאָלט שכר⸗רפואה. דעם קברות⸗ייד ט׳מען אָפּגעפירט אַהיים.




דערוויילע איז אין מאַראַן געוואָרן אַ משיהישע התערותא, ביי די מאַראַנער קריסטן מיט די פּאַלושער יידן אינאיינעם. צי משיח בן יוסף, צי גאָר בן דוד, צי יעזוס קריסטוס פונדאָסניי, איז די זעאונג וואָס פאַר זייערע אויגן זיי אַלעמען אַ זעאונג פון קדשי קדשים געווען.

נח⸗אנשיל איז אַרויף אויפן מאַראַנער באַרג. דער המון איז אים נאָכגעגאַנגען. ווי פון בענקשאַפט⸗גאַרונג וועגן האָט ער זיך געשטעלט דאַוונען מנחה דאָרטן אין סעדל וואו ער פלעגט אַלע יאָרן ביחידות אָפּדאַוונען מיטן רבונו של עולם. ניט מיט קיין שליח⸗ציבורדיקן קול ווי ביים עמוד, נאָר מיט אַ ווייך⸗הימלדיקן בת⸗קול האָט ער גענומען זאָגן אשרי. אויפן באַרג איז שטילשווייגעניש געווען, אַזש איטלעך וואָרט ט׳מען דייטלעך דערהערט. נאָך יעדן „אמן“ וואָס ביי די יידן האָבן די קריסטן אינאיינעם נאָכגעזאָגט זייער „אמן“, עלעהיי די יידן פון שכנותדיקן פּאַלוש זיינען אין אַ גוטער שעה זייערע שליחי ציבור צום אייבערשטן געוואָרן, אין טאָג ווען דער זיבניאָריקער מת נח⸗אנשיל האָט זיך אומגעקערט אין מאַראַן.

נח⸗אנשיל האָט זיך מיט די מאַראַנער קריסטן געזעגנט. זיי האָבן זיך מיט אים צעקושט, זיך געבוקט פאַר אים. ער איז אַוועק מיט די יידן צוריקצוצו אין פּאַלוש. אַ פאַרנאַכטיקער פראָסט האָט זיך געשטעלט. גייענדיקערהייט האָט מען אַרום נח⸗אנשלען אַ קרייז געמאַכט, עלעהיי ס׳איז קיין דרץ⸗ארץ ניט שטיין אין דער נאָענט פון דעם וואָס איז אויפגעשטאַנען תחית המתים.




מ׳איז אָנגעקומען אויפן פּאַלושער שולעף. שמעיה דיין איז אין בית⸗מדרש אַריין. ער האָט אַריינגעלאָזן נח⸗אנשלען מיט די יידן וואָס ↰ 99 פלעגן דאָרטן אַלע טאָג לערנען צווישן מנחה⸗מעריב. ווייטער קיינעם.

די ערשטע קשיא האָט געשטעלט אַ קליין יידעלע מיט אַ רויטער באָרד און אַ פּלאַטשיקן קאָפּ.

— האָט ניט קיין פאַראיבל, ר׳ נח⸗אנשיל, איר זייט טאַקע געווען אויף יענער וועלט?

— וואָדען, אין מאַלאָדעטשנע?

— האָט איר דאָך געגעסן פונעם שור⸗הבר מיטן לויתן!

— איר זאָלט געזונט זיין! דאָס אי׳ אַלצדינג מעשיות פון די באָבע טאָלצע! אויף יענער וועלט עסט מען ניט! לויטערער גייסט איז מען! די נשמה האָט ניט צו טאָן מיט די אַלע קלייניקייטן! די אונטערשטע וועלט איז דאָך אַן אָפּקומעניש, אַן אָנשיקעניש, דאָ טוט וויי אַ צאָן און דאָ רעדט מען נאַרישקייטן.

— אַוואָס רעדט איר?! אַז ר׳ יהודה ברענגט דאָך פון רבס וועגן דאָרטן אין פּרק המוכר: וואָס, פון בבא בתרא ט׳מען ביי אייך אויף יענער וועלט ניט געוואוסט?! אַ קאַשעף אַ מעשה: דער אייבערשטער האָט פון לויתן דעם זכר מסרס געווען, די נקבה ט׳ער געשאָכטן און צוגעזאַלצן, אַ כיבוד פאַר די צדיקים אין עולם⸗הבא! „סירס את הזכר והרג הנקבה ומלחה לצדיקים לעתיד לבוא“ — — —

— געזונט זאָלט איר זיין: ערשטנס, איז מאַלע וואָס ער האָט געזאָגט, אויך אַ גדול בתורה קען האָבן אַ טעות! אַחוץ דעם גייט דאָך עס אין משלים, מ׳רעדט דאָך צום מענטשן אויף זיין לשון, ס׳הייבט זיך ניט אָן.

אַ צווייטער ייד האָט גענומען ריידן. ער איז געווען אַ שוואַרצער, ווי די קוילן איז ביי אים געווען די באָרד, ער איז געווען שלאַנק ווי אַ לאָקש.

— ר׳ נח⸗אנשיל! איז וואָס טוט מען דאָרטן אַ גאַנצן טאָג אויף יענער וועלט?

— אַז ס׳קיין טעג ניטאָ און קיין נעכט ניטאָ!

— איז וואָס מאַכט מען דאָרטן אָן טעג און אָן נעכט?

↤ 100

— וואָס מאַכט מען, וואָס מאַכט מען. די נשמה מאַכט ניט גאָרנישניט. זי איז. זי ווייס אַז זי איז. באַנעמט, זאַפּט איין. זי איז תופס. זי קלערט. די קלערונג איז ביי איר לויטערע קלערונג. העלע באַנעמונג. אייביקע פרייד.

אַן אַלטער תלמיד חכם וואָס האָט זיך געפּאָרעט מיט די ספרי ח״ן האָט איין זאַך מערניט געוואָלט וויסן.

— גלגילים זיינען דאָך פאַראַן!?

— פאַראַן.




דאָס זייניקע האָט שמעיה דיין גענומען אויספרעגן מיט אימפּעט, עלעהיי ער האָט מורא אַז דאָס פענצטערל וועט לאַנג ניט אָפן בלייבן.

— נח⸗אנשיל בר׳ לייזראָשער! איר זאָגט דאָך עדות אַז די נשמה אויף יענער וועלט באַנעמט, זי זאַפּט איין, זי איז תופס. און צום גוטן פּועלן קען זי ניט, אויספירן לטובה דאָ אויף דער וועלט, איז זי ניט מסוגל?

— מסוגל, ניט מסוגל! אַז ס׳גייט איר ניט אָן! סיידן איינמאָל אין אַ גלות! אַוואָס דאַרף זי דאָס האָבן אַז איר איז דאָך גוט? אַ משל אויף אייער לשון: אַז אַ מענטש ראַטעוועט זיך אַרויס פון אַ פינצטערער, קויטיקער הייל, אַ הייל וואו עס קריכן אַרומעט שרצים מיט מיאוסקייטן, און ער איז זוכה צו וואוילשטאַנד אויף דער זוניקער לופט, ׳עט ער זיך ווייטער אַראָפּלאָזן דאָרטן אין הייל, אַ?

— קיין רחמנות איז אויבע אַזוי דאָרטן ניטאָ? אַז אַלע יסורים דאָ אויף דער וועלט — — —

— אַז ווייטער פאַרדרייען זיך אַ קאָפּ מיט אייך אַלעמען האָט דאָך קיין זין ניט. ביי אייך ווערט דאָך אַלצדינג סיי ווי געפּטרט! מאַכט מען צורעכט, מאַכט מען נאָך מער קאַליע!

— ר׳ נח⸗אנשיל! כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא. אַלע יידן — — —

↤ 101

— אַוואָס רעדט איר אין דער וועלט אַריין! פון הונדערט וואָס שטאַרבן, ליגן ניין און ניינציק אין דרערד און פוילן. נאָר די העכסטע נשמות קומען אָן אויף יענער וועלט.

— ר׳ נח⸗אנשיל בר׳ לייזראָשער! פון די אַלע פּאַלושער וואָס זיינען נפטר געוואָרן איז ווער ניט זיכער אויף יענער וועלט אַרויף.

— ווער ניט.

— דער רב ר׳ אברהם⸗מאיר זכרונו לברכה, אַוודאי.

— ניטאָ.

— דער למדן ר׳ יאשע⸗בנימין זכרו — — —

— ניטאָ.

— דער גבאי ר׳ ליאָקעם⸗משה זכ — — —

— ניטאָ.

— איז ווער איז פון פּאַלוש דערגאַנגען?

— פון זינט ס׳איז דאָ אויף דער וועלט אַ פּאַלוש — דריי יידן אינגאַנצן (איך רעכן זיך דאָך אַ מאַראַנער). דער מקובל ר׳ אַרעלייבע. די רביצין גיטקע, זי׳ט דאָ אָנגעפירט מיטן מיידלשן חדר. כאַיקע די אָרעמענטש וואָס פלעגט אַרומגיין היילן ביי קראַנקע הינער דעם פּיפּעץ.

— און ווייטער קיינער?

— און ווייטער קיינער.

— און דער צד⸗השווה? צדיקים אַלע געווען?

— וואו צדיקים? זיי האָבן זיך אָפּגעגעבן נאָר מיט די שיינע זאַכן. תפארת והוד. קיין פלעק אויף דער נשמה ניט צוגעלאָזן.

— און זיי גייט אויכעט ניט אָן אַראָפּכאַפּן זיך?

— אַ׳ צו וואָס? סקוטשנע שבסקוטשנע! מער נודנע ווי דאָ ביי אייך קען גאָר ניט זיין. דערפאַר איז זי אַ פּרוזדור, די וועלט, אַ פירהויז!




מ׳האָט גענומען אַריינשאַרן זיך אין בית⸗מדרש צו מעריב. מ׳האָט ↰ 102 געדאַוונט מיט אַ כוונה יתירה, ביז צום סוף פון שמונה⸗עשרה. תיכף נאָך דער עמידה איז געוואָרן אַ ראַזרוך. ניטאָ נח⸗אנשיל. ס׳איז געווען אַ לבנה נאַכט. מ׳האָט אַרומגעזוכט אין יעדן ווינקל פון פּאַלוש. אַ ביסל יידן זיינען אַוועק אין וועג פון מאַראַן. אַ גרעסערע חברה — צום קבר אויפן איגנאַלינער בית⸗עולם. די מצבה, אַ קליינינקע איז זי געווען, איז שוין פון לאַנג געווען אַ ביסל איינגעבויגן. דריי לאַנגע אייז⸗ליכטלעך זיינען אַראָפּגעהאַנגען ווי שפּיזן פון איר אלכסונדיקן קאָפּ. אין ערגעץ ט׳מען קיין סימן ניט געטראָפן פון דעם נח⸗אנשלען.




לאַנגע יאָרן האָט מען אין פּאַלוש גערעדט פון נח⸗אנשלען. צום יאָרצייט איז מען אַוועק אויפן איגנאַלינער בית⸗עולם. מאַראַנער קריסטן זיינען אויך געקומען אויפן קבר אַלע יאָר, לויט זייער לוח.

די בית⸗מדרש יידן האָבן געהאַלטן אַז צו זיי איז דער פּרוש פון מאַראַנער באַרג טאַקע אַראָפּ פון יענער וועלט אויף אַ קורצן ווינטערדיקן טאָג.

ביי אַנדערע איז געבליבן אַז דאָס איז געווען אַ שד, אַ ניטגוטער וואָס קומט מאַכן יידן פאַר כפירהניקעס.

אַ ביסל האָבן מיט חיה⸗שרהן געהאַלטן, אַז דאָס איז געווען אַ שאַרלאַטאַן, אפשר אַ צווילינג ברודער צי סתם אַ לץ וואָס האָט זיך געמאַכט אַזאַ מין שראַם ווי ביי יענעם אויף אָפּצונאַרן קהל. ביי איר איז עס געווען אַ פּשוטער שכל:

— אַז די וועלט איז אים אַזוי סקוטשנע, און קיינעם פון דאָרטן גייט ניט אָן אַראָפּכאַפּן זיך, טאָ צו וואָס איז ער אַליין געקומען דרייען אַ קאָפּ?

ביי חיה⸗שרהס מענטשן האָבן טייל חושד געווען, אַז דער איגנאַלינער קברות⸗ייד האָט עס אַלצדינג געמאַכט אויף קאַטאָוועס. אַ קברות⸗ייד דאַרף זיך אויך מאַכן אַ ביסל פרייד, האָט ער זיך געמאַכט געפּגרט מען זאָל אים אַוועקטראָגן אויסרייכערן. יענער׳ט שוין ↰ 103 געוואוסט ווי אַזוי מ׳מאַכט די האָר זאָלן זיך שטעלן קאַפּויער.

איין שמעיה דיין האָט אַלע זיינע יאָרן געהאַלטן, אַז דאָ איז געווען שייך די מאַראַנער קריסטן וואָס צינדן שבת ליכט, אַ זכר פון אַ זכר פון אַמאָ ליקער יידישקייט. אַז אַנדערע קריסטן וואָלטן זיך אומגעקערט צום דרך פון אברהם, יצחק און יעקב, אַזוי׳ט ער געהאַלטן, וואָלטן אַנדערע אויך אויפגעשטאַנען תחית המתים. דעם איינפאַל האָט ער קיינעם ניט פאַרטרויט, די יידענע אויכעט ניט.

סיי ביי פּאַלושער יידן און סיי ביי מאַראַנער קריסטן איז אַ מאָדע געוואָרן גיין מיט בייקענע העמדער מיט בלויע קעסטעלעך.

און ביי זיי אַלעמען איז אַן אייביקער טרויער געבליבן, אַז ס׳קען גריילעך זיין אַז אַפילו ביי די פאַר נשמות, מיעוטא דמיעוטא, וואָס קומען אָן אין גן⸗עדן, גייט זיי אָנעט די גאַנצע וועלט ווי אַ פאַראַיאָריקער שניי.




און אַלצדינג פון נח⸗אנשלען און פון דעם אַלעמען וואָס ס׳האָט זיך מיט אים אָפּגעטאָן אין מאַראַן, אין פּאַלוש און אין איגנאַלינע, אָט דאָס אַלץ האָט דאָך פאַרשריבן קאַלמענעזער דער סופר אין פּאַלושער בית⸗מדרש אין גרויסן פּנקס. ביי אים הייסט די מעשה: „הפּרוש מהר מאראן“.


↤ 105


דער דרייצעטער רומפּל

אין מלכותדיקן מויער אויפן מאַרקפּלאַץ אין היידוציטשעק, אַקעגן די קלויסטערשע שפּיצן, האָט מיט קריגערישע קולות געקלונגען. ר׳ איסר⸗עזר גרויסדאָרף — סרעזער דער גביר ט׳מען אים גערופן — האָט דעם מיזיניק אָנגעמוסרט, מעסערדיק און מיט די טענער פון אָנגעקליבענע קריוודעס.

— מיט קאָפּ, דן⸗בערע, מיט קאָפּ זאָלסטע זיך צוהערן! עד כאן הקפה אלף אי׳ דאָס: צוועלף כלות ט׳מען דיר נאַרייעט. ניט קיין צען און ניט קיין עלף. צוועלף מאָל ׳סטע ניין געזאָגט. קיינער׳ט דיר ניט געטויגט. אַ גרויסער חכם ביסטע, ביסט שוין אויכעט אַ דרייסיקער! אייביק בלייבט מען ניט יונג. און אייביק לעבט מען דאָך אויכעט ניט! איך בין איבער די זיבעציק. מער ׳עסט קיין בושות דעם טאַטן ניט אָנמאַכן! מער ׳עט מען דאָ קיין מעשיות ניט אָנדערציילן. דאָ אַז דו ביסט קיין מאַנסביל ניט און דאָרטן אַז דו קריכסט אויפן דאָרף צו די שיקסעס. רבונו של עולם! וויפל דאַרף אויסשטיין אַ ייד? די תנאים האָב איך אָ׳געחתמעט! אַז איך האָב דערלעבט צו די זיבעציק זאָל איך נאָר אייניקלעך דערלעבן, דיינע! ביסט דאָך אַ נאָמען נאָכן טאַטן, וויי איז צו מיינע יאָרן!

— מ׳טאָר גאָר ניט, אַ׳ די גמרא זאָגט בפירוש — — —

— אָהאָ! די גמרא! פון די גמרא דערציילט ער! הערסט? פּלוצלונג ↰ 106 פון די ל״ו, אַ? צום רב, געגאַנגען! אָט אי׳ די מעשה!

דער טאַטע, אַ ייד אַ גיבור מיט אַ לאַנגער שאַטענער באָרד, זי איז געווען דורכגעשורהט מיט ווייסע סטרונעס, האָט האָפערדיק אַוועקגעשפּאַנט צום רב צוצו; נאָך אים, מיט וואַקלדיקע קני, דן⸗בערע, מיט לאָקן פון ריין שאַטען, וואָס האָבן זיך צוגעקלעפּט צום שוויציקן שטערן. ס׳איז געווען אַ הייסער טאָג אין סיוון, נאָך שבועות. אויף דער אַלטער בריק וואָס איבער דער קאַמאַיקע, זי האָט היידוציטשעק אינצווייען געשפּאָלטן, האָט מען ביידע אויף אַ כל⸗שהוא פון אַ רגע זיך צוגעקוקט צו די רוישיקע וואַסערן וואָס האָבן אַרומגעהובלט די פלאַכיקע שטיינער.

אין בית⸗דין שטיבל איז דער פענצטער געשטאַנען אַן אָפענער. אויף אַ זומערדיק ווינטעלע, וואָס האָט זיך אין דער ברייט געצויגן, ווי אַ מיאָרער טאַפּעט, זיינען אָנגעפלויגן מבושמדיקע ריחות פון געלע דאָליעס, אויך רויטע, פון נאַסטורצעס, מיענטע, בלענדיקע באָב און אַרבעס. דער רב איז געווען אַ יונגער, אַ קליינינקער. די באָרד איז ביי אים געווען אַ שוואַרצע, אַן אויסגערונדיקטע ווי דער רויכיקער דמות אויף די קאַכליעס פון אַ דורכגעברענטן אויוון.

ער האָט אַ פרעג געטאָן וואָס איז.

האָט מען אים צו וויסן געגעבן.

מיט הענט ווי ביי אַ בוי⸗מייסטער האָט ער אומגעהייערע ספרים, ווילנער און סלאָוויטער, פון אייבערשטע פאַכן אַראָפּגענומען. גרינג ווי פּוך זיינען זיי אים געווען. ווי אַ שיפסמאַן מיט די לאָפּעטקעס, האָט ער דאָ צו רעכטס אויפגעמישט, אָדאָרטן צו לינקס. געלאַסענערהייט האָט ער גענומען געבן לשון. בעת מעשה האָבן די פינגער ביי אים פלינק אַרומגעטאַנצט, אָט איבער עמודים, און אָט האָבן זיי אינדערלופטן אויסגעמאָלן אַלץ קלענערע קרייזיקע וועלטעלעך.

— נו יע! ר׳ איסר⸗עזר בר׳ דן⸗בערע! ר׳ דן⸗בערע בר׳ איסר⸗עזר! זאָל ניט קומען צו קיין סיכסוך, אַ טאַטע מיט אַ זון. רחמנא לצלן! די גמרא רעדט דאָך קלאָרע דיבורים, אָדאָ איז עס, אין קידושין: ר׳ יהודה ↰ 107 ברענגט דאָך פון רבס וועגן, אַז אַ מאַן טאָר קיין פרוי ניט מקדש זיין ביז וואַנענט ער׳ט איר מיט די אויגן ניט אָנגעקוקט, ער זאָל ביי איר דערנאָכדעם ניט געפינען וואָס ניט איז וואָס ס׳טרייסלט זיך אים און ער קען איר ניט פאַרטראָגן. נו, אָט אי׳ די זאַך. און דאָ זאָגט דער רמב״ם, נאָכמער: ס׳זאָל ניט האַלטן דערביי ער זאָל מיט איר חתונה האָבן אַז ער האָט איר גאָרניט אָנגעקוקט, טאָמער ׳עט זי ביי אים ניט נושא חן זיין און ער׳ט איר גאָר מגרש זיין, ער קען מיט איר זיין און ער קען איר פיינט האָבן. מאַלע וואָס קען זיך מאַכן, אַ! יע, און דאָ זאָגט דער מחבר אין שולחן ערוך די זעלביקע זאַך. פרעגט אַ קשיא דער ט״ז, פאַרוואָס ט׳עס דער טור ניט געבראַכט? דער טור, ביי אים אי׳ דאָ מערניט טאָמער פאַרקערט, וועגן דעם אַז אַ פרוי דאַרף אַליין זיין ביי די קידושין. שוין פון דעם אַליין, אַזוי זאָגט דער ט״ז, וואָלט מען עס אָפּגעלערנט מיט אַ קל⸗וחומר: אַליין זיין אויף די קידושין איז דאָך אַ מצווה, וועגן דעם ׳עט מען זיך ניט שפּאַרן, אַ? אויבע ביי אַ פרוי, איז דאָך מכל⸗שכן ביי אַ מאַן וואָס איז נאָכמער חייב אין מצוות. — — — נו, דאָס אי׳ אַלץ ניט צו דער זאַך. אָ! אָהאָ! אָט פרעגט דער בית שמואל, זעט איר, דאָס איז גראַדע צום ענין: דער בית שמואל זאָגט אַז ביי היינטיקן טאָג איז מען אין דעם ניט אָפּגעהיט, מ׳מאַכט שידוכים אָן דעם מ׳זאָל זיך אָנקוקן. נו, אַ סברא אַז אין ליטע ט׳ער ניט געלעבט, דאָ פירט זיך ניט אַזוי. נאָר וואָ׳ זאָגט ער, אָ, אָט ברענגט ער דעם תירוץ: אַז ניט אָנקוקנדיק מעג מען שידוכים מאַכן, נאָר וואָדען, שידוכים מיט קידושין איז ניט די זעלביקע זאַך, פאַרשטייט איר מיר. אַ שידוך קען מען טאַקע מאַכן אָן דעם מ׳זאָל זיך אָנקוקן, נאָר וואָס, די נאַכט פאַר דער חופּה מאַכט מען אַ סעודה און דאָרטן קוקט מען זיך אָן. שוין.

דער רב האָט פּאַמעלינקערהייט צוגעמאַכט די ספרים, איטלעכן ספר פאַר זיך האָט ער אַרויפגעלייגט אויפן קביעותדיקן אָרט, יעדער מיט אַ קוש. ער האָט צוגעמאַכט דעם פענצטער און דעם ווינט מיט די וועסנעדיקע ריחות בשעת מעשה איבערגעהאַקט אינצווייען. געבליבן איז דער למדנישער ריח פון שטויביקע ספרים. גראַד און שאַרף האָט ↰ 108 ער אַריינגעקוקט אין די אויגן פון די בשר⸗ודמס פון יענער זייט טיש.

— ר׳ איסר⸗עזר לעבן! ווער אי׳ דאָס די כלה וואָס אייער זון ט׳איר ניט אָנגעקוקט?

— רבי! אַ׳ די גאַנצע שטאָט ווייס דאָך, ס׳אַ חרפּה! צוועלף מאָל ט׳מען אים געבראַכט צו פירן אַ מיידל. אַ׳ ס׳ניטאָ וואָס צו ריידן, די בעסטע כלות, די שענסטע אין ליטע. פון רייסן אויכעט. אַז אויף אַלציקעדינג ט׳ער ניין געזאָגט. שטייט אים ניט אָן. פאַרשטייט איר מיר, אָט אי׳ די זאַך, האָב איך אים איצטער אַ שידוך געמאַכט פון אַ שטעטל הינטער וואַרשע, איך פאָר דאָרטן איבער די געשעפטן. וואָס, כ׳ל דעם זון גיין אָפּטאָן דאַווייס וואָס? זאָל איך צער האָבן! ער אי׳ דאָך אַ נאָמען נאָכן טאַטן עליו השלום. אַז איך אַליין האַלט עס פאַר אַ זיכערע זאַך, רבי, באַלד ווי ער׳ט איר אָנקוקן, די מיידל, מאַרמל רופט מען איר, וועט ער שוין קיין פאַראיבל אויפן טאַטן ניט האָבן. אַ שיינהייט אי׳ דאָס, פרעג ניט. פון אויסגעקלונגענע תלמידי חכמים שטאַמט זי אָפּעט. זעקס דורות למדנים, מאַמעס צד. גאַנצע זיבן פון טאַטן! ניט קיין זעקס נאָר זיבן. שטעלט זיך פאָר!

— איר׳ט ניט קרום געטאָן, ר׳ איסר⸗עזר. — דער רב האָט אַ שמייכל געטאָן און זיין בליק איבערגעפירט אין זייט פון דן⸗בערען: — יונגערמאַן! דאַרפסט דאָך גליקלעך זיין אַז דער טאַטע ברענגט דיר אַראָפּעט אַזאַ מין כלה! אין זיבעטן הימל! עס זאָל ניט האַלטן דערביי, טאָמער וועסט איר אָנקוקן און זי׳ט דיר פאָרט ניט געפעלן ווערן, דאַמאָלסט ׳עט מען ריידן ווייטער. אַ גוטן!

ערשט אינמיטן נאַכט, אַז דן⸗בערע האָט זיך אַ שלאָפלאָזער געקאָרטשעט, זיינען אים אין קאָפּ אַריין די רייד, עלעהיי דער טאַטע וואָלט עס אים איינגעשריבן אין פּנקס פון האַרצן. די מרה⸗שחורה האָט זיך פּלוצטהאַלבן פונאַנדערגעפּלאַצט ווי ביי אַן אייטערדיקן בייל וואָס מ׳שטעכט מיט אַ נאָדל אַדורך. אַז אַ שיינהייט אי׳ דאָס, פרעג ניט. און מאַרמל. קיין „מאַרמל“ איז אין יענע מקומות ניט געווען, ניט אין סווינציאַן, ניט אין ווידז, אין היידוציטשעק אַוודאי ניט. ער האָט ↰ 109 אַריינגעקוקט אין פענצטער איבערן מאַרק. ס׳איז געווען אַ לבנה נאַכט. געזען האָט ער ווי אַ וואונדער⸗מיידל פון אַ ווייטן לאַנד שוועבט איבערן מאַרק און רייצט אים מיט שוואַרצע צעפּ ווי פליגל, און אונטערטעניקע אויגן ווי ביי אַ בת⸗מלכה וואָס איז מיט אַ מלאך, אַ רואה ואינו נראה, צוגעפלויגן זיך אָפּגעבן איר באַשערטן. ווי מאַרמלשטיין גלאַנציק איז זי געווען, שוואַרצחנעוודיק ווי די מלכה שבא און רופן רופט מען איר מאַרמל. די מאַרמל אויפן מאַרק איז ניטגעוואָרן.

אין שטאָט האָט געקלונגען. סרעזער דער גביר האָט זיך אויסגעזוכט אַ שנור אַז ער איז געווען אין פּוילן וועגן די פלאַקס. היידוציטשעק איז דאַמאָלסט קרוינשטאָט פון די פלאַקס געווען. סרעזער גרויסדאָרף איז געווען קייניג פון די פלאַקס, איז ער דערוויילע שוין געווען אויך קייניג אין היידוציטשעק.

מ׳איז געבליבן געפּלעפט אַז מ׳האָט אַ שידוך אָן אַ רומפּל געמאַכט. אַנדערשוואו אין ליטע האָט מען אַ „רומפּל“ גערופן אַ סעודה נאָך דער חופּה, וואו אויף מאָרגן און וואו נאָכן חודש. אָדאָרטן האָט דער רומפּל געהייסן די באַגעגעניש פון אַ מיידל מיט אַ בחור, מ׳זאָל זיך ערשט אָנקוקן. וואו נאָר ס׳איז די רייד איבער אַ שידוך געגאַנגען, האָט מען זיך אָנגעשטויסן אַז ס׳קען ווערן דערפון אַ זאַך, ערשט יעמאָלט אַז אימיץ פון די צדדים האָט איינגעשטעלט און אַ פרעג געטאָן, באַהאַרצט און תמימותדיק: „נו, ׳עט מען אַ רומפּל מאַכן?“ דאַמאָלסט איז עלית נשמה געוואָרן. וואו אַ רומפּל, דאָרטן לאָזט זיך אַראָפּ די שכינה און וועגט, און מעסט אָפּעט, צי וועט זי די זאַך טאָן בענטשן.

נאָכמער האָט געוואונדערט, וואָס דער שידוך אָן אַ רומפּל האָט זיך גראַדע ביי סרעזער דעם גביר געטראָפן. היידוציטשעק איז געווען גערינגלט מיט מתנגדישע שטעטלעך, נאָר אַליין איז זי געווען אַ חב״דישע. „די אַלטע שול“, „די שטיבל“ און „דער נייער מנין“, אַלץ איז מיט חב״ד געגאַנגען. אין שטאָט האָט מען געפּראַוועט די הילולא פון י״ט בכסלו. נאָר סרעזער איז גראַדע געווען אַ מתנגד. ביי מתנגדים אין היידוציטשעק איז געווען מערניט „די שניידערשע קלויז“. אַ פאַרקערטע ↰ 110 וועלט, דער שטאָטישער עושר דאַוונט אָפּ אין שניידערשן קלויז. אַזוי איז געווען איינגעפירט ביי אַלע גרויסדאָרפס פון זינט ס׳איז דאָ אויף דער וועלט אַ היידוציטשעק. סרעזער האָט זיך קינדווייז צוגעקוקט ווי דער טאַטע זיינער איז זיך מחיה אינעם מתנגדישן מנין. יום⸗כיפּור האָט ער מפטיר יונה געקויפט ניט פאַר זיך, נאָר אַלע יאָר פאַר אַן אַנדער יידן אַן אביון, און בשעת מעשה דעם מנין כיד⸗המלך מנדר געווען. אַזוי ווי די טאַטעס, אַזוי האָבן זיך געפירט די זין.

אַז מ׳לעבט דערלעבט מען אַלצדינג. דער מתנגדישער גביר אין חסידישן היידוציטשעק, אין דער מתנגדישער ליטע, ער דאַוונט צו אַלע זיבן זאַכן אין אָרעמסטן מנין, גייט ער דעם זון אינגאַנצן אָן אַ רומפּל משדך זיין מיט אַ כלה פון הינטער די הרי⸗חושך אין פּוילן.

די ערשטע צייטן האָט סרעזער גרויסדאָרף די כלה⸗מיידלעך אַראָפּגעבראַכט אויף די רומפּלען ביי זיך אין מויער אויפן מאַרק. דערנאָכדעם איז געוואָרן ווי אַ מאָל, אָדאָרטן אָדער ביי כלהס צד אין שטאָט. אַז באַלעבאַטישע משפּחות אין יענער געגנט האָבן זיך די ביינער גענומען היטן פאַרן ניין⸗זאָגער פון היידוציטשעק, האָט מען אַלץ נייע שדכנים אויסגעזוכט אין מרחקים, און די רומפּלען געמאַכט ווי דער שטייגער איז, אין אַן אכסניא אונטערוועגנס. מיט אַ פּאָלאָצקער כלה⸗מיידל האָט מען זיך אין ברעסלעוו גערומפּלט, מיט אַ קאַפּולערין אין קרעווע.

אַלע אַדוטשקער, אַזוי׳ט מען די יידן אין היידוציטשעק אָנגערופן, האָבן כאָטש⸗וואָס פּרנסה געהאַט פון סרעזערס פלאַקס האַנדל. דער אַדוטשקער וואוילשטאַנד האָט זיך אָנגעזען אין שפע פון אַלעם גוטן וואָס אין די קראָמען, און אין דער איידלאַרטיקייט ביי די קרעמער. אין היידוציטשעק האָט מען זיך ניט געדונגען. אַז אַ שטיק סחורה האָט אויסגענומען האָט מען געפרעגט מערניט איין זאַך ביי דעם קרעמער: „וויפל ווילט איר נאמנות פּרנסה פון דעריין?“ — וויפל רווח, האָט דאָס געהייסן. יענעם האָט מען דורכאויס געטרויט, אַז ער טוט זאָגן ריכטיק וויפל אים האָט אָפּגעקאָסט די סחורה.

↤ 111

די אַדוטשקער האָבן אָנגעטאַפּט, אַז ביי גרויסדאָרפס מיזיניק איז קיין גרעסערער פאַרגעניגן ווי אַ רומפּל אויף דער וועלט גאָר ניטאָ. אַז מ׳מאַכט אַ רומפּל איז פריילעך. ס׳טומלט זיך און ס׳קאָכט זיך. אַלע פּוצן זיך אויס. מ׳טרעפט זיך מיט אַ צאַפּלדיקער יפהפיה, וואָס מ׳האָט איר אויסגעשטאַט ווי אַ גראַפינע. ניט זי ווייס וואָס מ׳מאַכט מיט די בגדי מלכות, ניט זיי ווייסן וואָס מ׳מאַכט מיט איר.

ביי אַ רומפּל האָט דן⸗בערע נישקשה אָנגעצינגלט מיט די מיידלעך גענוג פאַרכאַפּעוודיקע ריידעלעך, זיי זאָל באַשיימפּערלעך זיין, אַז פאַרנאַכט נאָך וועט מען ראשי פּרקים טאָן חתמענען. אַנטוישטע מיידלעך האָבן דעם גבירס מיזיניק פאַר אַן אכזר געהאַלטן, אַ צעלאָזענעם גראָבן יונג וואָס אים איז טייוואָלים⸗שפּיל אַרויסנעמען ביי אַ מיידל די נשמה.

נאָך אַ פינף⸗זעקס רומפּלען האָט מען אין היידוציטשעק דעם גבירס מיזיניק שוין ניט גערופן „דן⸗בערע סרעזער׳ס“ נאָר וואָדען: בער⸗רומפּל.




ווינטערצייט האָט מען אין היידוציטשעק נאָר פון די פלאַקס גערעדט. זומער איז מען ליידיק געזעסן און לצנות געטריבן. רונד אַרום ט׳מען די שטאָטלייט „אַדוטשקער לצים“ אָנגערופן. יענעם זומער איז געווען וואָס אָפּצולאַכן, דעם אייגענעם שמועס האָט מען אומעטום דערהערט.

— יענע מפּלה ט׳ער געכאַפּט, דער בער⸗רומפּל!

— אויס רומפּלמאַן, צו אַלדע צרות אַ חתן געוואָרן.

— כאַ כאַ כאַ, אַ׳ דער טאַטע׳ט אים דאָך גענייט.

— אויף מיין ערן וואַרט, מיט גוואַלד ט׳מען אים שלעפּן אונטער דער חופּה, מיט גוואַלד!

קוים האָט מען באַמערקט אַז צווישן דן⸗בערען מיטן טאַטן האָט זיך אויסגעגליכן. די צוריקגעצויגנקייט ביים מיזיניק האָט זיך שוין ↰ 112 גענומען ניט פון צער און ניט פון בושות, נאָר פון אומגיין אַ פאַרטרוימטער מיט דמיונדיקע זעאונגען פון זיין באַשערטער מאַרמל פון אַ ווייטן לאַנד.

די חופּה האָט מען געאיילטערהייט באַשטימט אויף עטלעכע טעג פאַר שבעה⸗עשר בתמוז. איינשטעלן מיטן צואוואַרטן ביז נאָך די תעניתים ט׳מען ניט געוואָלט.

ס׳האָט אָפּגעהילכט מיטן קלינג⸗קלאַנג פון גוטע בשורות. וואו מאַרמל, וואָס מאַרמל, און ווייטער מאַרמל. אַ הויכע צי אַ קליינע, אַ לייביקע צי אַ שלאַנקע. אין דעם וואָס מ׳ווייס ניט קלערט מען זיך איין אָן אַ סוף. די מאַרמל פון ווייטן פּוילן האָט אין הייסע טעג אין תמוז היידוציטשעק דליטא גאָר איינגענומען.

עטלעכענע טעג פאַר דער חופּה זיינען אין היידוציטשעק אַריינגעפאָרן זעקס בוידן פון כלהס צד. מ׳איז געוואָר געוואָרן אַז די פאַמיליע איז ביי זיי כהנא. דער טאַטע, ר׳ שלום⸗שכנא כהנא, איז געווען הינטער וואַרשע אַ גרויסער סוחר פון העמדער, האַנטעכער, לייוונט, אַלצדינג פון די פאָדים וואָס פון די פלאַקס וואָס ער האָט זיך אָנגעקויפט ביי גרויסדאָרף דעם אַדוטשקער. קוים ט׳מען באַוויזן אַ קוק טאָן, די אָנגעפאָרענע קאָמאַנדע האָט זיך אין גרויסן מויער גלייך אַריינגעשאַרט.

דן⸗בערען האָט מען אַוועקגעשיקט צו קרובים אין סווינציאַן, ער זאָל אַריינפאָרן אין היידוציטשעק האַרט פאַר דער חתונה. ביים קבלת פּנים האָט ער פונדערווייטנס אַ גניבהשן קוק געכאַפּט אויף זיין באַשערטע. אים איז גוט ווי די וועלט געווען. די לאַנגע געפלאָכטענע צעפּ ביי איר, קויל⸗שוואַרצע און שפּרינגעוודיקע, ווי דאַמאָלסט אין דער נאַכט⸗זעאונג, האָבן ביי איר געהוידעט איבער דער פּורפּור⸗ווייסער קרינאָלינע. אַרום האַלדז האָט זי געטראָגן אַ זיידענעם באַנד, אַ שטייפע, שיער ניט דערשטיקט צו ווערן. די אַרבל האָבן זיך אויסגעלאָזן מיט מאַנקעטן, באַפּוצטע מיט סאַמעטענע שפּיצן. איר פּנים האָט געגלאַנצט מיט פּראַכט און צניעות.

↤ 113

אויף דער חתונה האָבן די מאַנסבילן בליצעדיקע בליקן געכאַפּט אויף דער כלה. אין חתנס זייט האָבן זיי אויסגעשטעלט פאַרדראָסיקע אויגן וואָס האָבן זיך שיער ניט אויפגעריסן פאַר ריין אייפערזוכט. מ׳האָט זיך אַראָפּגערעדט פון האַרצן: „כאַ וואָלט איך אויך נאָכן רומפּל צו אַלדע יאָרן געזאָגט, וואָלט מען מיר אפשר אויכעט געבראַכט צו פירן אָט אַזאַ מין מאַרמל פון יענער זייט סמבטיון. וואַרשע, הער נאָר אַ מעשה, וואַרשע! אַ׳ דאָס אי׳ גאָרניט היידוציטשעק!“

מ׳האָט זיך אָנגעזשלאָקעט ווי ביי אחשוורושן. ס׳איז גאָרניט געבאָרן געוואָרן אַזאַ אַדוטשקער וואָס זאָל דערנאָכדעם רעכט געדענקען ווי אַזוי דער בדחן האָט אויסגעקוקט. אים ט׳מען אויך פון ערגעצוואו ווייט אַראָפּגעבראַכט. אויפן זכרון האָט זיך געלייגט מערניט איין זאַך, ווי אַזוי דער בדחן האָט גענומען איבערקרימען דער כלהס פּויליש יידיש לשון. דאָס האָט ביים עולם ניט אויסגענומען, אַלמאַי ס׳קען דער כלה ערגערן. בלויז פאַר מאַרמלען האָט מען געהאַלטן. דעם בדחן ט׳מען אָנגעשריען פון אַלע זייטן מיט „בע“. מער׳ט מען אים אויף קיין חתונות אין יענע מקומות ניט גערופן.

אַדורך די שבע ברכות, זיינען די מקורבים פון כלהס צד אַרויסגעפאָרן אויף פּוילן מיט זייערע גבירישע בוידן. פון שטיבער און פון קראָמען זיינען די אַדוטשקער אין גאַס אַרויס, ווי שוועמלעך נאָך אַ לאַנגן, דערפרישנדיקן רעגן. פון אַלע זייטן האָט אָפּגעהילכט, מיט טענער פון יום⸗טובדיקע יישר⸗כחן: „אַ גוטע וועג!“

מ׳האָט זיך גענומען גרייטן צום תענית מיט די דריי וואָכן.

און מיטן אימפּעט פון טעג וואָס ווערן אין חדשים פאַרוואַנדלט, איז די מאַרמל די באַליבטסטע אין געגנט געוואָרן. מ׳האָט זיך געריסן אַרויסריידן מיט איר אַבי אַ וואָרט. ס׳האָט פון איר מיט אָרנטלעכקייט געלויכטן. איר אויסטערליש יידיש לשון האָט ווי מאַגנעטנשטיין צוגעצויגן. אָפּגעגעבן שלום האָט זי מיט „וואוס מאַכט עץ“. מיט אַ „זאַאַץ געזינט“ האָט זי געטאָן געזעגענען זיך. פאַר איר אין די אויגן האָט מען געשמייכלט, ס׳איז געווען אַ שמייכל פון קוועלונג. מער פון ↰ 114 אַלצדינג האָט פאַרכישופט אַז זי האָט איבערגעפרעגט מיט „וואוע?“ און איר ווידער איז פּונקט אַזוי חנפול געווען די אייליקע ליטווישע אויסשפּראַך, וואָס יאָגט זיך נאָכאַנאַנד, וואואַהין ווייס דאָך קיינער ניט.

דן⸗בערע מיט מאַרמל האָבן זיך איינגעלעבט אין אַן אויסגעצירטער דירה אין „גרויסדאָרפס מויער“, אַזוי ט׳מען אים גערופן, דעם בנין וואָס אויפן אַדוטשקער מאַרק. דער טאַטע האָט דן⸗בערען פון לאַנג אָן אַרבעט געגעבן, ער זאָל אויפנעמען די אָנגעפאָרענע סוחרים פון זאָמען, בוימל, פאָדים, לייוונט, קאַנאַטן. די פלאַקס האָט מען נאַכער צעקוועטשט און איינגעפּאַקט אין פירקאַנטיקע טשוקעס און פאַרבונדן מיט דראָט. די טשוקעס האָט מען אַרויפגעלייגט אויפן אַדוטשקער וואָקזאַל אויף די וואַגאָנען.

מאַרמל איז ביסלעכווייז אַריבער אויף דער ליטווישער אויסשפּראַך. עטלעכע יאָר נאָך דער חופּה איז קוים אַ סימן געבליבן פון לשון פון אירע מוטערס. איין וואָרט מערניט האָט זיך ביי איר צוגעקלעפּט. מ׳זאָל איר ברענען און בראָטן, וואָלט זי פאַר די ליפּן ניט ברענגען קיין „שטוב“. געבליבן איז אַ „שטיב“ און דעריין האָט ביי איר געשטעקט אָן אַ שיעור מער איידער די בעלקעלעך מיט די דאַכלקעס. אין אַ שטיב האָט וואָרהאַפטיק געהויזט די גאַנצע ליבשאַפט פון אַן ערלעך יידיש⸗קינד צו איר מאַן, צו די נאָכניט געבאָרענע קינדערלעך און צום זיווג וואָס שפּיגלט אָפּ בזעיר אנפּין די אהבה פון דער שכינה מיטן קודשא בריך הוא.

מאַרמל האָט געבאָרן אַ בכור מיט צוויי טעכטערלעך. זי האָט איר הויזגעזינד אויפגעשטעלט וועדליק די מיידלשע חלומות. דן⸗בערען האָט זי היים ליב געהאַט און ער פאַר איר, אַזוי פלעגט ער זאָגן, וואָלט איינלייגן וועלטן. רונד אַרום האָט זיך אָנגענומען אַ וואָרט: „כאַ וואָלטן רבנים קלוג זיין, ווי קלוג ס׳איז דער סרעזער פון די פלאַקס“.




ווי אַן איבערגעדרייטע ספּראָנזינע, מוז אין היידוציטשעק אַ סוד ↰ 115 ענדלעך פּלאַצן. די ערשטע יאָרן האָט מען זיך פאַר דער מאַרמל געהיט ווי מיט אַ גלעזערנעם תכשיט. נאָר דער גורל שטעלט פעסט, אַז אַלע לעצטע פאַסאָנען שפּילן זיך אויס, אַפילו אַ מאַרמל. דאָ האָט זיך מאַרמל אָנגעשטויסן אָן אַ ווייבל וואָס האָט געלאָזן פאַלן, אַז זי אַליין איז אַמאָל אויף אַ רומפּל מיט דן⸗בערען געווען. דאָרטן האָט זי דערהערט אַז אַזאַ און אַזאַ איז אויף אַ רומפּל מיט אים געווען, יענע איז זיכער געווען אַז ס׳ווערט דערפון אַ זאַך, און אויסגעלאָזן האָט זיך אַ טינטערל. מער פון אַלצדינג האָט איר געערגערט וואָס דעם מאַן אירן האָט מען הינטעראויגיק ווייטער אָנגערופן ניט אַנדערש: „בער⸗רומפּל“. דער נאָמען האָט זיך צו אים צוגעקלעפּט ווי מיט שוסטער⸗קליי. דאָנערשטיק איז געווען דער אַדוטשקער מאַרק, פלעגט דאָרטן פון ערגעץ אַריינפאָרן אַ הענדלערין, האָט זי מאַרמלס בלוט געטאָן פאַרגיסן.

— אַוואו איז ער, אייער ברומפּל מיט די צוועלף כלות? זיי קומען גאָרניט צו גאַסט צו די פלאַקס ביי אייך דאָרטן?

— האָט קיין פאַראיבל ניט, דעם מאַן מיינעם רופט מען ר׳ דן⸗בערע גרויסדאָרף.

— אַוואַצע!

מאַרמלס אונטערטעניקייט צום מאַן האָט איר דעם וועג פאַרשטעלט, זי זאָל ביי אים אַ פרעג טאָן וועגן דעם וואָס גריזשעט איר אין דער נשמה. פאַרשווייגעניש מאַכט אָן אַ געשוויר אין האַרצן, וואָס מוז אַמאָל פּלאַצן. דן⸗בערען ווידער איז ניט אָנגעגאַנגען אַז מ׳באַרעדט אים. די שטענדיקע גוטמוטיקייט האָט דערפירט דערצו, ער זאָל שיער ניט יעדן פאַר אַ לייטזעליקן רעכענען.

ביי לייטן איז מאַרמל געבליבן די אייגענע תמימותדיקע וואָס אַמאָל, נאָר די שריפה אין איר אינגעווייד האָט די גאַנצע דרויסנדיקע פרייד פאַרוואַנדלט אין אַ פאַרשטעלעניש. זי האָט אינעווייניק טאָג און נאַכט געליטן, ווי עס ליידן אייביק די אַלע וואָס ווייסן וואויל אַז זיי האָבן פאַרשפּילט. נאָר ביינאַכט האָט זיך איר געחלומט אַז זי איז נאָך ↰ 116 אַ כלה⸗מויד, אַז דער טאַטע רעדט איר אַ פּשוטן שידוך מיט אַ שטעטלדיקן בחור וואָס מ׳קען אים און מ׳ווייס גענוי פון וואַנען ער שטאַמט און פון אַלע זיינע טואונגען און זיטן.

מאַרמלען האָט געדאַכט אַז וויפל שטערן עס זיינען דאָ אויפן אַדוטשקער הימל, אָט אַזויפיל מאָל האָט זי אָפּגעפּאַסט ביי זיך אַ פרעג טאָן דעם מאַן וועגן די בחורשע יאָרן, און אַזויפיל מאָל אַ שווייג געמאַכט, עלעהיי די ווערטער וואָלטן זיך גאָר אַריינגעגאָסן אין די צוויי קנייטשן אַרום מויל וואָס האָבן איר אַ פּגם געמאַכט אין דער יונג⸗שיינקייט.




ערשט דאַמאָלסט אַז די יינגסטע טאָכטער האָט מען אויסגעגעבן, דער שווער סרעזער גרויסדאָרף איז אַן אַלטער תושב אויפן הימל פון פלאַקס געווען, אין אַ שנייאיקן פאַרנאַכט אין טבת, די אויוונס אין מויער האָבן אַלע קעלטן פאַרטריבן, האָט זיך מאַרמל אָנגענומען אַ מוט, די לאַנג פאַרשטיקטע טענות האָבן גענומען אַרויסשיסן ווי גיפטיקע פיילן.

— בערקע, כ׳וויל ביי דיר אַ פרעג טאָן — — —

— טאָ פרעג, פאַרוואָס זאָלסט ניט פרעגן?

— ס׳אַן אמתע מעשה, אַז, אַז — — — צוועלף מאָל האָסטע אויף כלה⸗מיידלעך געזאָגט ניין, אויף די, ווי הייסט מען עס, דאָ זאָגט מען דען ניט, די רומפּלען, ס׳אמת אַז ווען דער טאַטע ע״ה צווינגט ניט אַרויף אויף דיר אַ כלה וואָלסט אויף מיר אויכעט ניין געזאָגט! די אַלע יאָרן האָב איך דאָך צוגעשוויגן, ווייטער קען איך שוין ניט אויסהאַלטן — — —

גליוועריק און בלאַס האָט דן⸗בערע אונטערגעשטומט, ביז וואַנען ער האָט זיך ניט אויסגעזוכט קיין ווערטער.

— מאַרמלקע! אַ׳ ס׳עט געקענט זיין הונדערט רומפּלען אויכעט! אַז כ׳האָב אויף די באַשערטע געוואַרט, אויף דיר! אויף מאַרמל פון ↰ 117 פּוילן! אַז דו געפעלסט מיר ניט זאָג איך ניין! אַזוי׳עט דאַמאָלסט געהייסן דער רב: אי׳ פאַרוואָסטע ניט אַ פרעג געטאָן מיט אַ יאָר צען צוריק, וואָלסטע זיך אַלציקעדינג ביים טאַטן דערוואוסט? וואָס וואַרטסטע ביז איצטער? כאַ וואָלסט מיר זאָגן! אַ׳ מ׳דאַרף זיך אַראָפּריידן פון האַרצן. איך האָב דיר האָלט מער וויפל דו ווייסט! מער פון אַלציקעדינג, וועלטן פאַר דיר לייג איך איין.

זי האָט אים גענומען היים קושן אין האַלדז ווי ס׳פלעגט איר ווען ניט אָנכאַפּן אַ גליאיקע רייסערישקייט. ביי אים אויפן געוויינלעך טרוקענעם פּנים האָט זיך געשטעלט אַ שווייס. זי האָט זיך דערנאָכדעם מישב געווען, אַז דער מאַן האָט מיט איר קיין ערלעכע דיבורים ניט גערעדט. ווער ווייס מיט וואָס נאָך ער האָט איר די אַלע יאָרן אָפּגענאַרט. אַז ביי אים איז אַ משוגעת מיט מיידלעך. ווען דער שווער עליו השלום צווינגט איר אויף אים ניט אַרויף, וואָלט ער נאָך היינט געזוכט אין די הרי⸗חושך אַלץ נייע רומפּלען.

און די איינפאַכע מאַרמל פון הינטער וואַרשע, פּשטותדיק און אָרנטלעך, האָט זיך אין אַדוטשקער מויער פאַרכמאַרעט ביי איין מחשבה, אַז ווען דן⸗בערע וואָלט זיך מיט איר אויף אַ רומפּל געטראָפן וואָלט ער אויפן שידוך ניט איינגעגאַנגען. די שענסטע רייד וואָלט ער מיט איר ריידן און נאַכער גרויס הנאה האָבן איר מיט אַ צעבראָכענעם האַרץ איבערלאָזן און גיי רוף אים קנאַקניסל.

ביסלעכווייז האָט זיך די שכינה פון זיי אָפּגעטאָן. מאַטע גלידער האָבן ביינאַכט זייערע ד׳ אמות געהיט, ווי וועכטער אַ גרענעץ פון מלכות. בייטאָג האָט מען זיך אַזש מיט שפּיצן צונויפגערעדט.

מאַרמל האָט גענומען אַ גאַנצן טאָג אָפּזיצן אונטן אין קראָם, זי האָט מיט די קונדן פאַררעדט די ציין, גאָרניט אויפן אַלט⸗מאַרמלשן שטייגער. אַז די געשעפטן זיינען זומערצייט ווי איינגעשלאָפן געוואָרן, האָט זי גענומען חברן זיך מיט אַדוטשקער יידענעס, געפּלוידערט מיט זיי אין קאָכן, אין ראַמען און אין פּלאָטקעס. די שטילע מאַרמל וועמען עס איז די אַלע יאָרן אָנגעגאַנגען איין גאָט און איין מאַן מיט דריי ↰ 118 קינדער האָט זיך צעיאַכנעט ווי אַ מאַרק⸗יידענע וואָס מוז אַלצדינג דערגיין.

דן⸗בערע, ער איז דאַמאָלסט געווען אַריינגעטאָן אין די געשעפטן ווי אַמאָל דער טאַטע זיינער, ער האָט זיך ניט איבערגענומען מיט מאַרמלס נייע גענג ביז וואַנען אין אַ קלאָרן פרימאָרגן, אַז ער האָט אַרויסגעצויגן אַ פּאָר שקאַרפּעטקעס פון שופלאָד, האָט ער דערזען דאָרטן אַ שטיקעלע פּאַפּיר, איינגעראָלט פון באַהעלטעניש וועגן אין מאַרמלס אַ זאָק, געוויקלט גאָרניט פון קיין געניטן בעל⸗סוד. דערויף זיינען געווען אויפגעשריבן די נעמען פון די אַמאָליקע צוועלף כלה⸗מיידלעך וואָס מ׳האָט אים נאַרייעט אויף די רומפּלען. ס׳האָט אים רגעווייז געצופּט אין האַרצן, טראַכטניק ווי אַזוי דער טאַטע אויס ליבשאַפט צום זון האָט אים די אַלע רומפּלען געמאַכט. אים האָט אַ טאָכקע געטאָן מיט חרטה, איבערן צער וואָס ער האָט דעם טאַטן פאַרצערט, דאַמאָלסט אַז ער האָט אויסגעצויגן די בחורשע יאָרן און בשעת מעשה דעם טאַטן די יאָרן געטאָן פאַרקירצן.

אויפן פּאַפּירל זיינען געווען פאַרשריבן אַדוטשקער כלה⸗מיידלעך און סווינציאַנער, פּאַלושערינס מיט איינער אַ גאַוויקענערין. ער האָט דערזען דאָרטן אויך מיידלעך פון מרחקים, וואָס ער האָט זיי מיט זיסע רייד איינגענומען אויף רומפּלען אין ווייטע אכסניות. ביי יעדן נאָמען זיינען געווען פאַרשריבן איינצלהייטן, אַלץ מיט מאַרמלס כתב, דאָ די נעמען פון די עלטערן, דאָ וועגן יחוס, דאָ וועגן טאַטנס עסקים.

בליצהאַפטיק איז בער⸗רומפּל פול מיט גרימצאָרן געוואָרן. ער איז צו מאַרמלען אַריינגעלאָפן.

— ביסטע געוואָרן הייסט עס פון די מלשינים? איי אַן אויפטו! אַ גדולה! האָסט אויסגעקראַצט ביי די באַראַבאָליכעס אַ צעטעלע מיט די נעמען האָסטע אויסגעקראַצט? פיין האָסט די גרויסדאָרפס אָפּגעצאָלט! געוואָרן אַ מאַרק⸗יידענע!

— אַן אַרומלויפער ביסטו! ווער ווייס וואָס דו מאַכסט אַז דו פאָרסט אַרומעט וועגן די געשעפטן! אַז דיינע גרעסטע גליקן איז טרעפן זיך ↰ 119 מיט פרעמדע מיידלעך! דיין ווייב האָסטע פיינט ווייל איך האָב דיר קאַליע געמאַכט! ווען מ׳וואָלט דיר ניט גענייט וואָלסט נאָך היינט אויכעט אַרומגעלאָפן אויף אַלע רומפּלען. דאָ וואָלסטע שוין ניט געקענט ווייל מ׳קען דיינע שטיק, וואָלסטע קיין פּאַריזש געפאָרן אַבי אויסזוכן רומפּלען: ביסט פאַרריקט אָפן גאַנצן קאָפּ! — אין סאַמע כעס האָט זיך איר וואָס ניט אומגעקערט פון היימישן לשון. אַן אויפגעקאָכטער איז בער⸗רומפּל אַרויסגעלאָפן פון צימער. מאַרמל האָט זיך צעוויינט. זי האָט גענומען מוסרן איר טאַטן, ער איז שוין אויך געווען אויף יענער וועלט, אַלמאַי ער האָט איר אַרויסגעשיקט צו אַזעלכענע מענטשן. זי האָט זיך דערמאָנט אין איר באָבעס אַ ווערטל: „וואו אַ סוד דאָרטן איז גניבה“. זי האָט זיך אָנגעשטרענגט אויף צו געדענקען נאָך עפּעס וואָס און זיך דערשלאָגן צו אַ וואָרט פונעם אַמאָליקן מיידלשן מלמד: „גניבת דעת איז די האַרבסטע גניבה“.

נאָך דער קריג האָט זיך גראַדע אומגעקערט די נאַכטיקע תאווה, עלעהיי צו לוסטענישן פון גלידער רעכנט זיך אָנגעקליבענער כעס פאַרן פלאַמיקסטן צינדהאָלץ.




אין די לאַנגע זומערדיקע טעג, היידוציטשעק האָט זיך צעלעצעוועט ווי אַלע זומער, האָט זיך מאַרמל שוין ניט געפּאָרעט אין קראָם וואָס אונטן אין גרויסן מויער אויפן מאַרק. זי האָט זיך גענומען אויסזוכן אַ ווייבערשע פּרנסה.

— ווייסטע וואָס? — האָט זי דעם מאַן אַ זאָג געטאָן אין איינעם אַ זונטיק, — ׳עסט אין הונדערט יאָר אויך ניט טרעפן. דער ענין מיט די רומפּלען געפעלט מיר גראַדע אויכעט. איך גיי ווערן אַ שדכנטע. פון נאָך סוכות.

— אַראָפּ פון די רעלסן!

— וואָס, ס׳קיין ערלעכע פּרנסה ניט?

— פּרנסה פעלט דיר אויסעט, אַ נייע מעשה!

↤ 120

— ס׳פעלט מיר קיין זאַך ניט. ס׳איז אַ גרויסע מצווה געבענטשטע שידוכים מאַכן.

— און מיט וואָס ביסטו אַזאַ מבינטע אויף שידוכים, אַ? די קינדער האָבן מיר פאַרטרויט ריכטיקע שדכנים, ט׳מען זיי גאָרניט באַעוולט!

— אַז מיין מאַן איז אויף צוועלף רומפּלען געווען וועט ער מיר שוין געבן די ריכטיקע עצה! — מיט דעם האָט זי אים דאָס מויל פאַרמאַכט. ער האָט אַראָפּגעקוקט אויפן לינקן שוך. דאָס איז גאָרניט געווען די אייגענע מאַרמל.

מאַרמל האָט זיך גוט אומגעקוקט אויף מענטשן און אויף זייערע גענג אין דער ברייטער וועלט. באַקומען האָט זיך, אַז די אַלע שמועסן מיט ווייבער זיינען ניט געווען פון רכילות הנאה וועגן נאָר אויף געוואָר ווערן עפּעס וואָס פונעם לב אדם. ביי איר איז אויסגעוואַקסן אַ ברען דעם סוד פון שלום⸗בית צו דערגיין, ניט אויף אַ יאָר און ניט אויף קיין צען יאָר, נאָר ביז אויף אייביק מיט אַ מיטוואָך.

האָט זיך מאַרמל פאַר שדכנות גענומען. זי האָט וואוילפאַרשטאַנען אַז פונדערווייטנס איז טאַקע בילכער, דער קול חתן וקול כלה זאָל זיך פּאָרן מיט סאָפלאָזער נייאיקייט, איידער מיט איבערגעשלייערטער נאָענט⸗באַקאַנטשאַפט.

מאַרמל האָט זיך לאַנגע יאָרן איבערגעשריבן מיט אַמאָליקע חברטעס אין פּוילן. ווער ס׳איז איינגעגאַנגען, אַן אייגן קינד זאָל אויף אַ רומפּל אין ליטע פאָרן און ווער ניט, נאָר אַלע האָבן איר נאַרייעט שידוכים. מ׳האָט איר אַוועקגעשיקט בריוו מיט די פּיטשעווקעס פון מיידלעך מיט בחורים. צוויי מאָל אין יאָר איז זי סיי ווי געפאָרן צו גאַסט ביי דער משפּחה, האָט זי גענומען אויסזוכן חתן⸗בחורים מיט כלה⸗מיידלעך. זי האָט אויך אויסגעזוכט זיווגים אין ליטע גופא, אַבי ניט פון איין שטאָט.

דן⸗בערע גרויסדאָרף האָט געמאַכט אַ שווייג. ביי זיך אין בויך האָט ער דערשפּירט ברענענדיקע פיילן.

אין שטעטל וואו די מאַרמל איז געבאָרן געוואָרן האָט מען אַ ↰ 121 רומפּל אָנגערופן אַ „קיק“, נאָר ביי איר האָט אַ „קיק“ קיין ווערדע ניט געהאַט. וויבאַלד עס האָט געהייסן אַ רומפּל איז עס געווען אַ זאַך. אַז זיי האָבן איבערגעלייענט די בריוו אירע האָבן די פּוילישע חברטאָרנס גענומען ריידן וועגן אַזאַ מיט אַזאַ „רימפּל“. אין מויער אויפן אַדוטשקער מאַרק האָט זי זיך איינגעאָרדנט אַ באַזונדערן קאַנטאָר צו די רומפּלען. אינמיטן צימער איז אַ גרויסער טיש געשטאַנען. אַקעגן דער וואַנט מיט אַ ברייטן מזרח איז געווען אַ בילד פון אַן אַלטער חופּה פון ארץ ישראל.

ביי מאַרמלען איז די שדכנות ווי אַ באַן געגאַנגען. ס׳האָבן ניט אויסגעפעלט קיין באַלעבאַטים ביי וועמען „זוכן אין דער אייגענער קעשענע“ האָט קיין ניצוצות ניט צעצונדן.

„די מאַרמל פון די שידוכים“ האָט זיך צוגעוואונען אַ שם פון נאָוואָ⸗אַלעקסאַנדראָווסק און ביזקל פּאָדבראָדזש. אין אַמאָליקן שטעטל אין פּוילן האָט מען זיך מיט איר געגרייסט ווי מיט אַ בחור אַ לערנער וואָס איז אַוועקגעפאָרן אין מרחקים און געוואָרן אַן אויסגעקלונגענער עילוי. רונד אַרום היידוציטשעק האָט מען אָנגעהויבן ריידן פון „די מאַרמלס אַ זיווג“.

מאַרמל גרויסדאָרף אין היידוציטשעק איז אַנדערש געווען איידער אַלע שדכנים פון אַ גאַנץ יאָר. ביי זיי איז רעכט געווען זאָגן אויף אַ וויסטער קאַליקע אַז פאַר טו⸗בשבט ט׳ער גראַדע אויסגעלונקען אַ פוס. אויף אַ הויקערטע האָבן זיי געלערנט פּשט אַז פון אַן אייבערשטן פענצטער איז איר פּונקט אַראָפּגעפאַלן אויף די פּלייצעס אַ פאָרטעפּיאַן. מאַרמל האָט זיך נוהג געווען, זי האָט אַלעמערשטן אָפּגעציילט די חסרונות, ערשט דערנאָכדעם איז זי אַריבער אויף די מעלות. אירס אַ וואָרט האָט זיך גאָלד גערעכנט. מ׳פלעגט זאָגן אַז „אַ שדכן איז אַ ליגנער“, נאָר אַז די מאַרמל האָט זיך פאַר שדכנות גענומען האָט מען אַנדערש געזאָגט: „אַז אַפילו אַ שדכן דאַרף קיין ליגנער ניט זיין“.

אַלע אירע יאָרן האָט מאַרמל אַריינגעקוקט אין די טייטש⸗ספרים, ↰ 122 איצטער ט׳זי נאָכגעקוקט אין קיצור שולחן ערוך אויף עברי⸗טייטש די דריי סימנים וואָס מ׳דאַרף ביי אַ כלהס משפּחה אויסזוכן: זיי דאַרפן זיין באַשיידענע, זיי דאַרפן זיך באַרימען איינער מיטן אַנדערן, און זיי דאַרפן צו הילף קומען איינער דעם אַנדערן. לויטן קיצור דאַרף כאָטש זיין איינער פון די סימנים. מאַרמל האָט זיי אַלע דריי פאָרזיכטיק אויסגעזוכט, סיי ביי חתנס צד סיי ביי כלהס צד. צייט האָט זי געהאַט. שבתים גאַנצע האָט זי ביי די פעטערס מיט די מומעס פאַרבראַכט, אַז די באַרעלעך פאַלן דאָך אָפּעט ניט ווייט פון די ביימעלעך. ביי איר האָט דער גאַנצער עסק געהייסן „די זעקס סימנים“ ביי די ביידע צדדים. מ׳האָט גערעדט אַז ווען די מאַרמל פון די שידוכים טוט קוקן מענטשן אין די אויגן אַריין, זעט זי ביי זיי באַלד אויף אַן אָרט די נשמות ערטילאין.

קיין רומפּל האָט מאַרמל ניט געמאַכט סיידן ביי זיך אין האַרצן איז זי ניט געווען זיכער אַז די זאַך איז ניט געבענטשט פון זוגיאל דעם מלאך פון זיווגים וואָס זיצט אין אַ הויכן היכל און קוקט אַראָפּ מיט גנאָד אויף זיין פאָלק ישראל. ביי מאַרמלס אַ שידוך האָט מען קיין תנאים ניט אָפּגעשיקט און דערנאָכדעם איז מען זיך ניט פונאַנדערגעגאַנגען.

מאַרמלס געלונגענע שידוכים האָבן די גרויסדאָרפס אָנגעטאָן אַ כבוד. ניט קוקנדיק וואָס זי האָט זיך ניט גענומען פאַרדערפאַר איבער די געלט, האָט זי די גרויסדאָרפס אַ שיינע מטבע אַריינגעטראָגן. אַלצדינג האָט זי ערלעך איינגעלייגט אין די משפּחה קאָנטאָס אין דער גרויסער באַנק אויף קאַזנאַטשייסטווער גאַס אין סווינציאַן. ניט זעלטן האָט אַ גבירישער מחותן באַצאָלט מער וויפל זי האָט שדכנות⸗געלט געבעטן, אַלמאַי זי האָט ביי אַ טאָכטער צי אַ זון אויסגעזוכט דעם זיווג נאָך אַלערלייאיקע דורכפאַלן. ביי אַנדערע שידוכים⸗מאַכער האָט געברענט אַ קנאת שדכנים, זיי וואָלטן די מאַרמל געפערטלט און געבראָטן.

מ׳האָט גענומען ריידן אַז מ׳עט אַמאָל נאָך פאַרגעסן אין די פלאַקס ↰ 123 און היידוציטשעק וועם פון דענעבורג ביזקל נאַוואַרעדאָק באַרימט זיין איבער די שידוכים. אַ פּוילישער גראַף פון אַ הויף ניט ווייט האָט זיך אין אַ נעפּלדיקן פרימאָרגן געהייסן אָפּשטעלן די קאַרעטע פאַר דער טיר פון גרויסדאָרפס מויער אויפן אַדוטשקער מאַרק. די דריי סיוואַקעס נאַשפּיץ האָבן זיך בבת⸗אחת אָפּגעשטעלט און פונאַנדערגעשאָטן וואָלקנדלעך זאַמד. מ׳האָט גוט אָנגעקוקט די קאַרעטע מיט די ניקלנע עקספּאָנאַטן, די גלעקלעך מיט די פאָנאַרעס.

דער גראַף האָט מאַרמלען אַריינגעטראָגן אַ זילבערנעם טאַץ, אַרום און אַרום איז געווען איינגראַווירט ווי אַ רויזנקראַנץ. ער איז מיט איר אָפּגעזעסן דריי אַ האַלבע שעה, ער׳ט זיך מיט איר אַן עצה געהאַלטן וועגן זיינעם אַ זון. לאַנגע יאָרן האָט מען אין היידוציטשעק געפּרואווט טרעפן וואָס אַזוינס האָט דער גראַף געפרעגט און וואָס האָט אים די מאַרמל נאַרייעט. נאָר פון זינט זי האָט גענומען מאַכן שידוכים האָט זי קיין פּיפּס פאַר די ליפּן ניט געבראַכט פאַר די שטעטלשע ווייבער, סיידן גוט⸗מאָרגן גוט⸗יאָר און אַ פּאָר ווערטער אין באַלעבאַטישקייט פון יוצא וועגן.




פונדעסטוועגן, האָט די פרייד פון גוטע שידוכים ביי אַנדערע אַלץ ווינציקער גובר געווען די אייגענע בושה. אַז די שדכנטע אַליין איז אַריינגעפאַלן צו אַ חתן מיט צוועלף רומפּלען וואָס דער טאַטע׳ט אים געצוואונגען איינגיין אויפן דרייצעטן שידוך אינגאַנצן אָן אַ רומפּל.

אָט ווי אין היידוציטשעק מוז זיך געהיימעניש אַנטפּלעקן, אַזוי וועט זיך אין האַרצן פון אַ מאַרמל די שעמונג אויפרייסן. אַלטער כעס גריזשעט איין ווי שלינגענדיקע וואַסערן אין זאַמדיקע ברעגן. צוועלף רומפּלען פון בער⸗רומפּלען האָבן מאַרמלען אין האַרצן אַ טוץ לעכער איינגעבויערט.

פון זינט מאַרמל האָט אויסגעגעבן דעם זון אירן מיט די צוויי טעכטער, האָט זי געקלערט אפשר אַרויסנעמען ביים מאַן אַ גט, ↰ 124 אומקערן זיך קיין פּוילן, זיך אויסזוכן אַ גרוש צי אַן אלמן. זי איז פאַרבליבן אַ פריש⸗רייצנדיקע. מ׳האָט איר נאָכגעקוקט ווי זי גייט אַרומעט. די שוואַרצע האָר ביי איר האָבן געגלאַנצט ווי אַמאָליקע יאָרן. זי איז געוואָרן אַ ביסל דיקלעך, געגאַנגען מיט זילבערנע ברילן, נאָר דאָס פּנים איז ביי איר גלאַטיק געווען, געראַמט פון אַ רונדער קרוין מיט שוואַרצן פּוך איבערן שטערן. מיטן גט איז זי געבליבן ביים קלערן. זי האָט האָלט געהאַט די שטובלייט, זי האָט האָלט געהאַט היידוציטשעק און ווי זי האָט זיך ניט אַריינגענומען אין קאָפּ אַריין אַ מעשה מיט אַמאָליקע צוועלף רומפּלען, האָבן פייערדיקע נעכט פונדעסטוועגן פאַרשטויסן טאָגיקע טראַכטענישן וועגן פונאַנדערגיין זיך.

פון זינט זי איז געוואָר געוואָרן די נעמען פון די צוועלף כלה⸗מיידלעך האָט זי די זאַך ניט אָפּגעלאָזן. אַלצדינג פון זייערע לעבנס איז זי שטילערהייט דערגאַנגען, אַזוי אין היידוציטשעק און אַזוי רונד אַרום, אַזוי ביי העט⸗ווייטע אַזש ביז אין וויטעבסקער גובערניע אַריין.

פון די אַמאָליקע צוועלף מיידלעך האָבן עלף פון לאַנג שוין חתונה געהאַט. וועמען ס׳האָט אָפּגעגליקט מיט שלום⸗בית און געזונטע קינדער, וועמען עס זיינען מענער און קינדער אַוועקגעשטאָרבן. וועמען עס איז באַשערט געווען רחבות און ווער ס׳איז אין יורדות פאַרפאַלן געוואָרן.

בלויז די ערשטע כלה⸗מויד בער⸗רומפּלס איז גלאַט פאַרזעסן. פראַדע ט׳מען איר גערופן. די עלטערן זיינען איר פון לאַנג געשטאָרבן, די ברידער מיט די שוועסטער האָבן חתונה געהאַט אין מרחקים און האָבן ביי איר אויסגענאַרט איר חלק ירושה. דער סוף איז געווען, אַז זי איז משוגע געוואָרן. זיי האָבן געטענהט אַז אַ מטורפטע וואָס איז נעבעך אַראָפּ פון די רעלסן וועט קיין ירושה ניט האָבן קיין שפּיי די ווערט. נאָר זי שילט און נאָר זי שלאָגט זיך. זי איז אַוועק אין איגנאַלינע, דאָרטן ט׳מען איר „פראַדע די צעדרייטע“ גערופן. יעדן ט׳זי אַריינגעזאָגט מיט אַ פּיסק פון אַ נעמענטשינער קצבטע. ווער ס׳האָט מיט גוטן אַ וואָרט מיט איר אויסגערעדט, דעם ט׳זי וויסטע קלעפּ ↰ 125 דערלאַנגט מיט גאָרניט קיין פרויאישע כוחות. אין הקדש ט׳מען איר ניט אַריינגעלאָזן איבערן שוועל. זי האָט זיך אַריינגעקליבן אין אַן אָרעמער שטוב אויפן בוידעם. אונטן האָבן געלעבט אָרנטלעכע שכנים אָרעמעלייט.

דאַמאָלסט איז געווען ווינטערצייט, דער פרימאָרגן איז געווען אַ פראָסטיקער. די זון האָט מיט שפּיזיקער ווינטער ליכט אָנגעשטראַלט, נאָר די אייז⸗ליכטלעך, הענגענדיק אָן די דעכער, האָבן זיך געמאַכט ניט⸗וויסנדיק, ווי די זון גופא וואָלט זיי ביי זיך אין באַק⸗אויוון אויסגעאַרבעט, יעדן מיט זיין שפּיץ. מאַרמל איז מיט אַ בריטשקע אַוועק אין איגנאַלינע אויסזוכן אָטאָ די פראַדע די צעדרייטע. די בני⸗בית האָבן זיך פאָרגעשטעלט אַז דאָס פאָרט זי איבער אַ שידוך, פאַרברענגען ביי אַ צד אין שטוב, זיך באַקענען מיט דער משפּחה, אויספאָרשן דעם תכשיט גופא, אַלצדינג וועדליק דעם מאַרמלשן שטייגער.

אַז מאַרמל איז מיט דער בריטשקע אַריינגעפאָרן אין איגנאַלינע, זיינען קיין אייז⸗ליכטלעך ניט פאַראַן געווען, עלעהיי די פאַרפראָרענע איגנאַלינער אָזערעס וואָלטן אין זיך איינגעזאַפּט אַזויפל קעלט, אַז אַ ביסל וואַרעמקייט, אַ קינעלע די ווערט, איז דער שטאָט געשענקט געוואָרן. מאַרמל האָט אַ פרעג געטאָן ביי אַן אַלטער יידענע אויפן מאַרק:

— פראַדע וואו איז? מיינע יאָרן דאַרף זי דאָך זיין, אַן אַדוטשקערין.

— פראַדע די צעדרייטע?

— נו.

— ניט אַריינגיין! פאָלגט מיר, זוכט איר ניט אויסעט. אין וואַלד אַ ריס בעסער זוכן!

— אַז איך דאַרף מיט איר עפּעס ריידן.

— אַ קרובהטע זייט איר? אַזאַ ווילדע חיה האָט אַ קרובהטע וואָס פאָרט אַרומעט מיט אַ בריטשקע? אַ קאַשעף אַ מעשה!

↤ 126

— אַן ענין.

— נו, איבערן וועג צו רעכטס⸗צו. די פערטע שטוב. אויבן אויף דער שאַלקע. גייט ניט, זי׳ט אייך אַראָפּוואַרפן איבער אַלע טרעפּ.

— אַ גוטן.

אויפן גרויסן טראַקט, פון היידוציטשעק ביז אויפן איגנאַלינער מאַרקפּלאַץ, האָבן פערדישע פיס דעם גאַנצן שניי צעקוועטשט, האַרט ווי אַ ברוק. נאָר אין די קלענערע געסלעך ט׳מען מיט קיין בריטשקע ניט אַריינגעשמעקט. מאַרמל איז צופוס אַוועק אין שניי. דעם פורמאַן האָט זי אָנגעזאָגט, ער זאָל צואוואַרטן, ווי לאַנג ס׳זאָל ניט דויערן. אַזוי איז ער געווען איינגעוואוינט.

מאַרמל איז אַריבערגעקראָכן איבער שנייענע בערגלעך מיט טאָלעכלעך. די שטיוול מיט די זאָקן זיינען איר אויסגענעצט געוואָרן.

זי האָט אָנגעקלאַפּט אין טיר. אַן איידעלע אָרעמע פרוי האָט אויפגעעפנט און איר אָפּגעגעבן שלום.

— פראַדע לעבט ביי אייך אויבן אויף דער שאַלקע?

— פראַדע די צעדרייטע? לעבן לעבט זי נאָר ריידן רעדט זי מיט קיינעם ניט. גייט ניט אַרויפעט, זי׳ט אייך נאָך אַראָפּוואַרפן איבער אַלע טרעפּ!

— אַ׳ מ׳דאַרף אַרומריידן אַן ענין אי׳ דאָך קיין ברירה ניטאָ. דער אייבערשטער ׳עט העלפן.

— איר׳ט חרטה האָבן! — די פרוי האָט דערביי אַ טרייסל געטאָן אינדערלופטן מיטן טייט⸗פינגער.

מאַרמל איז אַרויף אויף די שמאָלע טרעפּלעך, זיי האָבן די מראה פון אַ מין לייטער געהאַט. זי האָט אָנגעקלאַפּט אָן דער טיר וואָס אויבן. לאַנג האָט פון אינעווייניק געשטומט. די פראַדע איז ענדלעך שטילערהייט צוגעגאַנגען און האָט די טיר האַסטיק און צו⸗שטאַרק אַן עפן געטאָן. מאַרמל האָט געגאַפט. די פרוי איז געווען אַ פאַרקוקעניש, אַ בייניק⸗אויסגעדאַרטע. די שוואַרצע האָר זיינען ביי איר געווען גאָר קורץ געשאָרן. אויגנברעמען זיינען געווען ביי איר גרויסע ווי ביי אַן ↰ 127 אַלטן יידן, דערצו נאָך זיינען זיי זיך צונויפגעוואַקסן צווישן די אויגן. זי איז געגאַנגען מיט אַ שוואַרץ קליידל און שוואַרצע מענערשע שיך. אַ שטייפע שוואַרצע העמד האָט זי זיך איבערגעצויגן כמעט ביז צו די קני. די נאָז איז געווען ביי איר מער דיק ווי גרויס און אַרום מויל האָט געשוימט.

— וואָ׳ דאַגייסטע מיר די יאָרן? אַרויס! געגאַנגען, מאַד!

— פראַדע לייבע׳ס רופט מען אייך?

— די פיס זאָלן דיר אין דרייען ברעכן, וואָס קומסטע צו מיר אַרויף? מ׳עט דיר דאָ גערופן אימיצער? אַ העזה פון אַ נפקא! קאַ׳ מאַן אי׳ דאָ ניטאָ. גיי שוין! קעבינע מאַט! — זי האָט מאַרמלען אַ בריק געטאָן אין דיך מיטן שווערן מענערשן שוך, מאַרמל׳ט זיך פון ווייטיק פאַרקאָרטשעט, גענומען אויסבייגן זיך אויף הינטערוויילעכץ, נאָר זי האָט זיך מיט אַלע כוחות אָנגעכאַפּט אָנעם פּאַרענטש. זי האָט אַ בליק געכאַפּט אויף די טרעפּ אַראָפּצוצו און דערטאַפּט אַז אַראָפּפאַלן וואָלט ביטער געווען.

שטאַר און פאַרגליווערט זיינען זיי געשטאַנען ביידע, מיט אויפגעשפּיצטע אויגן ווי ביי קאָטערס וואָס גייען זיך צעדראַפּען. מאַרמל, וואָס האָט קיין האַנט אויף קיינעם אין אירע יאָרן ניט געהויבן, האָט מיטן גאַנצן אייבערשטן קערפּער פראַדען אַ פּלוצימדיקן שטויס געטאָן אינעווייניק אין צימער אַריין, עלעהיי אויף אָנצוזאָגן, אַז ווייטער ׳עט מען איר מיט קיין טרעפּ ניט אָנשרעקן. פראַדע האָט דעם נאַפט⸗לאָמפּ אַ הייב געטאָן, זי׳ט אים אַ שליידער געטאָן מאַרמלען אין פּנים אַריין, פלינק ווי אַ גזלן אין אַסוואַרישטשער וואַלד. מאַרמל האָט אויסגעלאָזן אַ יללה און גענומען וויינען. בלוט האָט ביי איר אַראָפּגערונען פון עטלעכע איינשניטן אין פּנים און אַמערסטנס פון אַ טיפן שניט איבערן לינקן אויג. רגעווייז האָט איר אויסגעדאַכט אַז זי איז גאָר בלינד געוואָרן. איין שטיק גלאָז האָט זי אַרויסגעצויגן פון באַק מיט צוויי פינגער. זי האָט געשריען און געקרעכצט פון די שניידיקע יסורים און גענומען שפּייען מיט בלוט.

↤ 128

דער ייד וואָס אונטן האָט אַ שריי געטאָן:

— פראַדע! לאָזט איר אַרויסעט, די פרוי! אַניט ׳עט מען דעם גאָראָדאָוואָי אַרויסרופן.

— איז גיי רוף אַרויסעט! כ׳ל אים פאַרשטעכן אָדאָרטן וואו מ׳דאַרף! ביי מיר ׳לן זיי קיין לעבעדיקע ניט אַרויס! ס׳מיין שטוב! אַז מ׳שיקט אַרויפעט טינוף דאַרף מען דעם טינוף אויפראַמען! אויסגעפּוצט ווי אַ קורווע אויף סופיאַנקע איז זי, די פּאַסקודסטווע! ס׳פּאַסט איר אויפן פּנים די גאַנצע בלוט! מיט דיר ׳עט מען זיך אָפּרעכענען דאַנאָכדעם. דאַוויילע דאַרף מען די קורווע צורעכטמאַכן די צווייטע אייג! די צווייטע אייג! נאָך היינט פאַרנאַכט ׳עט מען איר צונייען טראַכיכים ביי די חברה קאַדישים! אַז גילדענע טראַכיכים נייט מען דאָך צו ביי די געלט⸗זעק, אַניט?

מאַרמל האָט מיט צוויי פינגער אָנגעפּרעסט אויפן גרויסן שניט. ווי אַ יאַגד⸗הונט האָט זיך די צעדרייטע פראַדע נאָכמער צעווילדעוועט פונעם בלוט און מיט אַ שטעקן האָט זי מאַרמלען אַ כמאַלע דערלאַנגט איבערן נאַקן. מאַרמל האָט גערעוועט ווי אַ בהמה וואָס מ׳האָט ניט רעכט געשאָכטן. זי איז אַראָפּגעפאַלן אויף דער פּאַדלאָגע און אויף אַ קול געזאָגט „שמע ישראל“.

— סט׳אַוועקגיין צי כ׳ל דיר נאָך דאַרפן שינדן צו די פעלד⸗הינט? — מיט אַ זיכערן קול גאָרניט פון קיין פאַרוואונדעטן האָט איר מאַרמל גוט⸗שוועסטעריש און רואיק אַ זאָג געטאָן:

— שלאָגט ניט! פראַדע! פאַר אייערטוועגן בין איך צו אייך אַרויף!

— אַלע הורן נעמען אויף דער עלטער שפּינען ציצית.

— האָרכט אויסעט. איך בעט אייך.

— אי׳ וואָס ווילסטע פון מיינע יאָרן? — און זי האָט אויפסניי אַ הייב געטאָן דעם שטעקן.

— איר זייט ניט געווען, סאַ שאָק מיט יאָרן, אויף אַ רומפּל מיטן זון פון אַדוטשקער גביר פון די פלאַקס? דער טאַטע אי׳ שוין לאַנג ניטאָ.

↤ 129

— אַוועמען אַרט עס וואָס ער אי׳ ניטאָ! אַוואָס ט׳מען אים בכלל געדאַרפט? אַלע מעגן זיי דאָרטן ברענען! אייבע דער זון אי׳ נאָך דאָ, וועל איך אים מיט די קישקעס אַ פעלד אָפּמעסטן. כ׳ל אים צעיושען ווי אַ חזיר, כ׳ל אים — — —

— וואָס האָט איר צ׳עם?

— אַ קאַזוואַניעץ! אַ ממזר אַ קאַפּאַרניק! אַ בלאָטע אַ סלוכאָטע ׳עט פון אים בלייבן! דו ביסט פון זיינע לייט?

— שיסט ניט מיט קיין פייער!

— מ׳זאָל דיר האַקן באַנקעס!

— און איר, פראַדע, זאָלט נאָר געזונט זיין.

פראַדע האָט גענומען לאַכן.

— זאָג וואָ׳ דו ווילסט פון מיינע צרות, אַניט וואַרף איך דיר שוין אין פענצטער אַרויס. די גלאָז ׳עסטע נעמען מיט זיך. דאַמאָלסט ׳עט דיר באַנג טאָן וואָס כ׳האָ׳ דיר ניט אַראָפּגעוואָרפן איבער די טרעפּ.

— געדענקט איר דאָך דעם בחור פונעם רומפּל אין היידוציטשעק?

— פאַרוואָס זאָל איך אים ניט געדענקען? דער סוואָליטש ט׳מיר אַלצדינג צוגעזאָגט, ווי נאָר כ׳בין פון צימער אַרויס ט׳ער זיך אויסגעלאַכט! קיין חרטה ט׳ער ני׳ געהאַט, ער׳ט שוין יעמאָלט געוואוסט אַז ער נאַרט אָפּעט, זאָל אים צופאַלן אַ היץ⸗קרענק! דעם טאַטן זיינעם ט׳ער אויכעט גוט אָפּגענאַרט. יענער ט׳ניט געוואוסט אַז דער זינדל האָט מיר פאַרפירט אין אַ שייער אויפן דאָרף אַ צוויי חדשים פאַרן רומפּל. איך בין געווען אַן ערלעכע מיידל פון אַ רייכע שטוב און ער׳ט מיר געשענדט אויף די קופּעס שטרוי פאַר די בהמות אין די אויגן. ברענען זאָל ער! ער׳ט מיר צוגעזאָגט אַז מ׳עט חתונה האָבן, אַז אַ רומפּל דאַרף מען פאָרט מאַכן, מ׳זאָל זיך ניט כאַפּן. אַ קינד אין בויך ט׳ער מיר פאַרזייט, ער׳ט מיר דאָרטן געשלעפּט כמעט אַלע טאָג. אַז פון רומפּל האָט זיך אַ קאַלוזשע אויסגעלאָזן, אַז דער בויך האָט גענומען גרויס ווערן, ט׳מען געמוזט אַוועק פאַר שאַנדע אין טיף רייסן, הינטער פּאָלאָצק. פון צער זיינען זיי געשטאָרבן מיינע עלטערן, פון ↰ 130 צער! פון בושה! און דער זון מיינער, ער ליגט דאָ ניט ווייט אין הקדש ווי אַ הונט! טאָ וואו איז ער, דער קנאַקער פון די פלאַקס?

מאַרמל איז די גאַנצע צייט געזעסן אויף דער קויטיקער פּאַדלאָגע, אָנגעשפּאַרט אָן וואַנט. יענע רגע האָט זי אַוועקגעחלשט. דער קאָפּ האָט אַ שלאָג געטאָן אָן וואַנט מיט אַ קנאַקעניש.

מיטאַמאָל האָט דער פראַדען אַ טאָכקע געטאָן מיט חרטה, אַזוינס האָט די מויד אין אירע יאָרן ניט דערשפּירט. זי האָט זיך געכאַפּט אַז די וואָס איז צו איר אַרויף איז ניט פון די רייכע דריפּקעס וואָס טוען איר אויסלאַכן. פראַדע האָט אַן עמער מיט וואַסער געבראַכט צו טראָגן. זי׳ט צאַרט גענומען אָפּוואַשן מאַרמלען דאָס פּנים. זי האָט איר מיט אַ טיכל אָנגעפּרעסט אָנעם טיפסטן גלאָז⸗שניט איבערן לינקן אויג. מיט פּויערשע כוחות גאָרניט פון קיין ווייבספּאַרשוין האָט זי מאַרמלען אַ הייב געטאָן און אַוועקגעזעצט אויפן בענקל דערלעבן. מאַרמל איז ביסלעכווייז געקומען צו זיך און האָט געשעפּטשעט ברכה הגומל וואָס די ווילדע פראַדע האָט איר אין חורבהדיקן איגנאַלינער בוידעמשטיבל געשאַנעוועט.

— דו ביסט אַ משפּחה מיט דעם אַדוטשקער אויסוואורף?

— די אומגליקלעכע ווייב בין איך! — האָט מאַרמל אַ כליפּע געטאָן.

— אָהאָ! הער נאָר אַ מעשה! טאָ פאַרוואָס⸗טע ניט גלייך געזאָגט?

— אַז ס׳ניט געווען ווען!

— נו — — —

— אַז כ׳האָב גאָרניט ניט געוואוסט אַז ער איז פריער אויף צוועלף רומפּלען געווען. פון וואַנענט זאָל איך וויסן, אַ? איך בין אַ פּוילישע פון הינטער וואַרשע, דער טאַטע עליו השלום ט׳מיר דעם שידוך גערעדט אָן אַ רומפּל. דער סוף איז געווען אַז איך האָב דאָ נאָכגעפרעגט און דאָרטן נאָכגעפרעגט. פון די צוועלף מיידלעך זייט איר די איינציקע וואָס האָט נאָך ניט קיין מאַן, זאָלט איר נאָך זוכה זיין צו גליק און אַ באַשערטן. אַז ער איז מיט אייך — — — געווען — — —

↰ 131

— וואָס האָסטע אַזוי מורא ריידן ווי אַ מענטש, אַ? ביי די רייכע איז אַלץ קאַפּויער. פּגרן אי׳ „נפטר“ און אַ קילע הייסט „ווינקלבראָך“. ניט קיין ווינקל נאָר אַ בראָך! אַ בראָך אויף מיין לעבן! כאַ וואָלט איך שטאַרבן — — —

— בייסט זיך אָפּ די צונג! פראַדע! איך נעם זיך פאַר אייך אָנעט! מיר וועלן אַוועק צו אייער זון! איר׳ט ביידע ביי אונדז קומען לעבן. אין אונדזער מויער איז דאָ איבערגענוג אָרט.

— דיין מאַן ל׳איך אַ אייג אויסשטעכן. דאַנאָכדעם די צווייטע אייג!

— מאַכט אים וואָס איר ווילט! אַבי מ׳עט דעם טאַטעשי איינגערעדט אַ׳ דאָס אַן ערלעכער בחור. כאַ וואָלט איך וויסן זיין אַז ער איז ניט געווען קיין ערלעכער! דער שווער מיינער, ר׳ סרעזער בר׳ דן⸗בערע גרויסדאָרף עליו השלום, ער איז יע געווען אַן ערלעכער! אַ ליכטיקן גן⸗עדן זאָל ער האָבן. גוט וואָס ער׳ט ניט דערלעבט געוואָר ווערן וואָס פאַראַ זון אי׳ ביי אים.

פראַדע האָט אויסגעשאָסן מיט אַ העליש געלעכטער, אַ שיידימדיק כאָרכלען פון יענע וואָס האָבן יאָרן לאַנג בכלל ניט געלאַכט און דאָס מויל איז דערפון אינגאַנצן אָפּגעוויינט.

די פרויען האָבן לאַנג געשטומט און איינע די אַנדערע אָנגעקוקט מיט בליקן פון נייגעבאָרענער פריינטשאַפט.




אַ פאַרנאַכטיקער פראָסט האָט זיך אין איגנאַלינע געשטעלט. פראַדע און מאַרמל זיינען אין גאַס אַרויס ביינאַנד, אַ האַנט פאַר אַ האַנט. די שכנים וואָס אונטן האָבן געגאַפט, געפּלעפטע פון גרויסן נס. די אויסגעפּוצטע פרוי וואָס האָט זיך פונדערלופטן געיאַוועט דאַווייס פון וואַנען, און ביטערע קלעפּ געכאַפּט פון פראַדע די צעדרייטע, איז מיט איר גאָר פּאַניבראַט געוואָרן, אחרית הימים.

אַ געדיכטער שניי האָט די פּנימער פון די פרויען באַווייסט, מאַרמלס וואונדן צוגעדעקט. זיי זיינען אַריין צום פעלדשער ניט ווייט, ↰ 132 לאַכנדיק ווי לייכטזיניקע קונדסטעס. מ׳האָט אים דערציילט אַז די אַדוטשקערין וואָס איז צו גאַסט געווען אין שטאָט האָט זיך אויף אַ נאַסן בוידעם אויסגעגליטשט און איז נעבעך געפאַלן מיטן פּנים אין נאַפט⸗לאָמפּ אַריין, איין גאָט האָט געגעבן אַז מ׳האָט אים ניט געהאַט אָנגעצונדן, דעם נאַפט⸗לאָמפּ. דער פעלדשער האָט זיך קוים אָפּגעוואונדערט, ווי אַזוי פראַדע די צעדרייטע האָט זיך אין אַן אָנגעשנייטן פאַרנאַכט פּלוצלונג אויסגעניכטערט. ער האָט מאַרמלס וואונדן באַזאַלבט, איר אַ קליין באַנדאַזשל צוגעקלעפּט איבערן לינקן אויג. מ׳איז אַוועק אויפן מאַרק צום פורמאַן וואָס איז געדולדיק געזעסן. ער האָט זיך צוגעוואַרעמט מיט אַ נאַפט⸗אייוועלע און האָט אָנגעשפּאַרט די הענט אויף די קני, ווען ניט ווען אַראָפּטרייבנדיק פון פערד מיט דער בייטש די ווינטערדיקע פליגן וועמען דער פערדנפעל איז ווערט אַלע קרירות אויסשטיין. ס׳איז דערוויילע פינצטער געוואָרן. מאַרמלס צעממיתט פּנים האָט זיך ניט אָנגעזען. האָפערדיק און מיט אַ פּוילישער זינגעוודיקייט פון די מיידלשע יאָרן האָט זי אים דערציילט אַז זי בלייבט אויף אַ פּאָר טעג אין איגנאַלינע. זי האָט אים באַצאָלט און געגעבן אַ שליחות ער זאָל אָנזאָגן ביי איר אין שטוב אין היידוציטשעק אַז זי טוט אין איגנאַלינע וועגן אַ גאָר וואַזשנעם שידוך. יענער האָט אַ שריי געטאָן „נאָ“ צום פערד. די בריטשקע איז פאַרן ווינטער⸗נאַכטיקן שניי⸗ליכט פאַרשוואונדן אויפן אַדוטשקער טראַקט, באַלויכטן פון אַן איינציקן פאָנאַר.

מאַרמל האָט ביי פראַדען אויפן בוידעם גענעכטיקט. ווי אַן איינגעניטע באַלעבאָסטע האָט פראַדע איר שטוב⸗גאַסט אָפּגעגעבן איר בעטל. אַליין האָט זי זיך מיט שטרוי אויסגעבעט אויף דער ניט⸗געטעסעטער פּאַדלאָגע. די צוויי פרויען, פון דן⸗בערע גרויסדאָרפס ערשטן רומפּל, און פון נאָך אַלע רומפּלען, זיינען אויף קיין רגע ניט איינגעשלאָפן. פאַר דער שוואַכער לבנה⸗שיין האָבן זיי געפּלוידערט און געשטיפט. די אָפּשפּאָטונג פון דעם וואָס האָט זיי מיט אומפרייד פאַרשאָלטן האָט זיי די נאַכט אין איגנאַלינע מיט פרייד געבענטשט, ↰ 133 בגילופינדיקע פון דער טרעפונג זייערער, ערשטע חברטאָרינס אין אַ צווייטער געשענקטער קינדהייט.

פראַדע האָט „אַלציקעדינג“ געגאַרט וויסן, וואָס עס האָט זיך פאַרלאָפן ביי דן⸗בערען און זיין הויזגעזינד. מאַרמל איז להוט געווען דערגיין אַלע פּיטשעווקעס פון פראַדעס אַמאָליקער לינקער ליבע מיט איר מאַן, און וועגן אומגליקלעכן זון וואָס איז איר דאַמאָלסט געבאָרן געוואָרן אין אַ ווייטער שטאָט אַרומגערינגלט מיט פרעמדע קאַלטע מענטשן ביי אַ קריסטין אַ הייבאַם. אַז די זון האָט זיך פון ווידזער זייט אַ הייב אויף געטאָן, שפּעט און פויל לויטן גאַנג פון טבת, איז אויפן אָרעמען בוידעם געווען ניט אַנדערש, נפשה קשורה בנפשה.

צום שטילן טאַקט פון די ערשטע פרימאָרגן שטראַלן האָט פראַדע אויסגעקאָכט גריקענע קאַשע אויף דעם אייוועלע. די פריינדינעס האָבן זיך צוגעוואַרעמט און אָנגעזעטיקט. פראַדען איז דער וואַנזין⸗לאָך אַ שטוב געוואָרן, היימיש און גליקלעך, און מאַרמל איז דער אָרעמער בוידעמשטיבל, וואו מ׳האָט איר אומזיסט צעהרגעט, די שענסטע אכסניא אין ליטע געוואָרן.

זיי זיינען אַוועק צום איגנאַלינער הקדש וואו עס האָט זיך אויפגעהאַלטן פראַדעס זון. מאַרמל האָט פון פראַדעס רייד באַנומען אַז ער איז פון די אַלע צרות אַ ניט⸗דערבאַקענער געבליבן. גערופן האָט מען אים דאָנקע.

די פרויען זיינען אַדורך די פּאָר גאַסן ביז צום הקדש. פראַדע האָט פאַרשטאַנען אַז מאַרמל איז ניט צוגעוואוינט אין אַ הקדש אַריינגיין. האָט זי מאַרמלען געהייסן צואוואַרטן. זי איז אַליין אַריין אויסזוכן איר דאָנקען צווישן אָרעמסטע לייט, פאַרדולטע, מטורפים, קאַליקעס.

פראַדע איז מיט דאָנקען אַרויס. מאַרמל האָט פאַר די אויגן דערזען שפּרינגענדיקע פלעקן, רויטע און ווייסע. די פאַרבן און די ליניעס פון אַלץ וואָס אַן אויג באַנעמט האָבן זיך גענומען אויסמישן. אין אַ פּיצל רגע האָט מאַרמל דערזען אַ פּנים, אַ גאַנג, אַ בחור, אַלץ ווי ביי איר זון אליקום. נאָר ס׳איז ניט געווען איר צעלאָזענער אליקום וואָס איז צו ↰ 134 גבירנשאַפט געבאָרן געוואָרן און צו גבירנשאַפט חתונה געהאַט. ער איז געווען אַן אליקום⸗מעסיקער שד, אַ וויסטער יונג פון איגנאַלינער הקדש. דער⸗אָ דאָנקע פראַדע׳ס איז ביי דן⸗בערע גרויסדאָרף דער וואַרער בכור.

מאַרמל איז צוגעלאָפן צום בחור און אים גענומען אויסקושן. ער איז געשטאַנען אַ ליימענער, עלעהיי ער ווייס גאָרניט וואָס אַרום אים טוט זיך אָפּעט. מאַרמל האָט אים אַ כאַפּ געטאָן ביי די ביידע באַקן.

— דאָנקע! דאָס בין איך, די מומע מאַרמל! דיין מומע מאַרמל! קומסט מיט מיר מיט די מאַמעשי קיין היידוציטשעק! — פון די מיידלשע יאָרן האָט זיך איר אָפּגעזוכט דאָס וואָרט „מאַמעשי“.

דער דאָנקע איז געווען געראָטן אין איר אליקום ווי אַ ריכטיקער ברודער, ניט קיין האַלבער.

אין איגנאַלינע אויף סווינציאַנער גאַס איז געווען גילינסקיס קראָם פון פאַרטיקע סחורה. דער גילינסקי האָט זיך מיט מאַרמלען דערפרייט און אַ פרעג געטאָן וואָס איר האָט געטראָפן. זי האָט דערציילט אַז זי האָט זיך אויסגעגליטשט איבער אַ נאַפט⸗לאָמפּ און אַז ס׳איז גאָרניט, אָט וועט זיך אויסהיילן, הלוואַי אויף אַלע קרענק. גילינסקי, ער איז געווען אַ הויכער דיקער ייד מיט אַ צוגעשאַרענער באָרד, ער האָט אַ פאַרדאַכטפולן קוק געגעבן אויף פראַדע די צעדרייטע און דעם זון אירן פון הקדש. אים איז גאָרניט איינגעפאַלן אַז מאַרמל גרויסדאָרף איז מיט זיי אינאיינעם אַריין. ער האָט מיטן ווינקל אויג נאָכגעשפּירט די צוויי שלעפּער זיי זאָלן אים קיין סחורה ניט צולאַטכענען. מאַרמל האָט זיי ביידן, די קלוגע פראַדע מיטן צוריקגעשטאַנענעם דאָנקען, פאַר די הענט אָנגענומען און צוגעפירט צו גילינסקין. ער איז געבליבן געפּלעפט.

— גילינסקי! קיין מזומן איז ביי מיר גענוג היינט ניטאָ, מ׳עט זיך אָפּרעכענען איבעראַכטאָג. אַלציקעדינג ט׳מען אויססילוקן.

— אַוואָס דרייט איר די קאָפּ? מאַרמל פון די שידוכים געטרוי איך אויף צען יאָר אויכעט! די גאַנצע קראָם גיב איך אייך אָפּעט אויף נאמנות, אַפילו היינט! אַ קלייניקייט, מאַרמל פון די שידוכים!

↤ 135

— איר זעט דאָך די צוויי גוטע פריינט מיינע? מעסט זיי אָנעט, טוט מיר צוליב, די שענסטע און די בעסטע קליידער. זאָל דער שניידער צופּאַסן אַלץ ווי מ׳דאַרף. אַ מלכה מיט אַ פּרינץ זאָלט איר זיי אויסשטאַטן! פאַרשטאַנען? מ׳מוז זיי שוין באַלד אָפּפירן אין היידוציטשעק ווי גראַפן! פאַרשטאַנען?

— אַז מאַרמל גרויסדאָרף הייסט אויסשטאַטן ווי אַ מלכה מיט אַ פּרינץ וועט אויף קיין האָר ניט אויספעלן. אויף מיר פאַרלאָזט זיך. צו וואָס רופט מען מיר גילינסקי?

די באַריידעוודיקע פראַדע און איר שטומער זון פון הקדש זיינען אַרויס פון גילינסקיס קראָם ווי גראַפן. דער בחור איז געגאַנגען מיט אַ ווילנער אָנצוג, מיט אַ העמד מיט קאָלנער⸗קראַגן. די מאַמע איז געגאַנגען מיט אַן אויסגעצירט קלייד און אַ פוטערנעם מאַנטל. ביידן איז ניט געווען צו דערקענען.

מאַרמל האָט זיי צוגעפירט מיט אַ פּאָר טירן ווייטער צום פּאַריקמאַכער. ער האָט דאָנקען אַ פריזור געמאַכט. ביי פראַדען ט׳ער מערניט די ברעמען צורעכטגעמאַכט, די האָר זיינען ביי איר צו קורץ געווען אויף אַרומשערן. איבעריקנס האָט איר גילינסקי באַזאָרגט מיט אַ זיידענעם קאָפּטיכל.

מאַרמל האָט אַ פּויער דערזען מיט אַ געזונטן פערד און אַ שליטן. זי האָט אים אָנגעבאָטן אַ שיינע מטבע ער זאָל זיי אָפּפירן גאַלאָפּ אין היידוציטשעק.




מאַרמל איז מיט אירע געסט אַריין צו זיך אין מויער אַריין אויפן אַדוטשקער מאַרק. מ׳האָט זיך אויף איר אַלע אָנגעוואָרפן, וואָס האָט מיט איר געטראָפן, צי זאָל מען דעם פעלדשער ניט גיין אַרויסרופן. זי האָט ווייטער דערציילט אַז זי׳ט זיך אויסגעגליטשט איבער אַ נאַפט⸗לאָמפּ אין איגנאַלינע, אַז ס׳איז גאָרניט מיט גאָרניט, קיין ערגערע צרות זאָלן ניט זיין, דער אייבערשטער איז אַ גוטער וועכטער, ↰ 136 דעם לאָמפּ ט׳מען ניט אָנגעצונדן. זי האָט פאָרגעשטעלט אירע איגנאַלינער געסט. מ׳האָט זיך משער געווען אַז דאָ רעדט מען אַ שידוך עפּעס אַ בחור פון איגנאַלינע, אַ סברא אַז אַ יתום, וויבאַלד ער איז דאָ געקומען מיט דער מאַמען.

מאַרמל האָט זיי באַלד אַריינגעפירט צו זיך אין שדבנות⸗קאַנטאָר. די נייע מלבושים זיינען ניט פעאיק געווען פאַרשטעלן דעם מאָדנעם אויסזען פון זייערע פּרצופים, כיטרע און פאַרביסן ביי דער מאַמען, ניט⸗דערבאַקן און פאַרחושכט ביים זון. ס׳האָט זיך אויך אָנגעזען דער הקדשדיקער גאַנג, מיט שאָקלענישן פון ביידע זייטן, און די אָרעמאַנסקע גאַפונג אויף דער עשירות וואָס אינעם אַדוטשקער מויער. מ׳האָט זיך געשושקעט איבערן גאַנצן מויער: וואו מאַרמלס פּנים, צעממיתט פון אַ נאַפט⸗לאָמפּ; וואָס מאַרמלס פּנים, צעממיתט פון אַ נאַפט⸗לאָמפּ; ווער מאַרמלס פריינט און וואָס מאַרמלס פריינט.

דן⸗בערע איז אַנדערשוואו געווען, מ׳איז אים גלייך אַוועק רופן, מ׳האָט אים דערציילט אַז עפּעס איז מיט מאַרמלען. ער איז געקומען צו לויפן אַ פאַרסאָפּעטער און איז אַריין אין מאַרמלס קאַנטאָר. ער האָט איר אַרומגענומען מיט אַ לאַנג פאַרלאָשענער צאַרטקייט, קוים האָט ער באַמערקט אַז עס זיצן צוויי געסט אין קאַנטאָר. אַ וואָרט פאַר אַ וואָרט האָט זי אים דערציילט די מעשה שלא היה מיט אַן אויסגליטשעניש איבער אַ נאַפט⸗לאָמפּ. דן⸗בערע האָט פּלוצלונג דערזען דעם בחור וואָס איז דאָרטן געזעסן.

— יונגערמאַן! איר זייט אין מיין זון אליקום געראָטן ווי אַ ריכטיקער ברודער! ניט צום גלייבן!

— איך דאַרף מיטן יונגנמאַן עפּעס ריידן, — האָט מאַרמל געכאַפּטערהייט אַ זאָג געטאָן, שוין מיט אַ שדכנותדיקן קול. — מ׳עט זיך באַלד אומקערן.

אין דער רגע ווען מאַרמל איז מיט דאָנקען אַרויס, און די שווערע דעמבענע טיר פונעם שדכנות⸗קאַנטאָר צוגעשפּאַרט, האָט פראַדע דעם באַלעבאַטישן אָנשטעל אָפּגעלאָזן. זי האָט האַסטיק אַ הייב געטאָן ↰ 137 אַ טאַץ וואָס איז געשטאַנען אויפן טיש און עס אַ וואָרף געטאָן דן⸗בערען אין פּנים אַריין. אַזוי אומגעריכט איז דאָס געווען, קוים האָט ער באַוויזן זיך איבערבייגן.

— וואָס אי׳ מיט אייך? משוגע זייט איר?

— אינגאַנצן משוגע! — און דערביי האָט פראַדע אַ שליידער געטאָן אָן דרערד אַלצדינג וואָס איז אויפן טיש געלעגן, די פּענעס, אַ טינטער, העפטלעך, טעפּלעך.

דן⸗בערע האָט גענומען לויפן צו דער טיר רופן זיינע מענטשן.

— אַוואוהין לויפסטע, בערקע, אַ? אַ׳ דיינער איז ער, דער יינגל! פראַדע בין איך, פון ערשטן רומפּל! פראַדע! אַ קינד אין בויך ס׳טע מיר פאַרזייט, סוואָליטש איינער. פראַדע! וואָס דו׳סט מיר אַוועקגעהרגעט טאַטע⸗מאַמע. פאַר בושה זיינען זיי אויסגעגאַנגען! אָדאָ אָ אין מויער האָסטע מיר מיטן רומפּל פאַרשעמט. ווער ווייס וואָס דו׳סט די אַנדערע אָ׳געטאָן! דאָ אין היידוציטשעק ווייס מען ניט סאַראַ אויסוואָרף דו ביסט? סאַראַ באַנדיט? ווען ניט די מאַרמל וואָלט איך דאָ מיטן זון ניט געווען. אַוואָס זאָל מען מאַכן אַז זי איז פאָרט אַן ערלעכע, ניט קיין שאַרלאַטאַן ווי בערקע גרויסדאָרף, סרעזער דעם גבירס צעלאָזענער פּאַסקודניאַק!

דן⸗בערע איז געשטאַנען אַ שטומער, ווי ער וואָלט אַזש שטייענדיקערהייט אַ פּאָפּלעקסיע געכאַפּט. דאָס זיידענע צינגל איז אים געבליבן הענגען ווי אַ מיגלדיקע שטיק פלייש אין מויל. אַ הייטל מיט סלינע האָט זיך אים אויף דער אונטערשטער ליפּ באַוויזן.

— אין שייער אויף די שטרוי האָב איך דיר יעמאָלט אויסגעטויגט, אַ, פּאַני גביר? זי׳ט מיר דערציילט דיין יידענע אַ׳ דער זון דיינער, ליאָקעם צי דער רוח ווייס ווי מ׳רופט אים, אַ קרענק אים אין די ביינער, ער איז אַ גביר אַ קראַסאַוויץ, אַ שידוך ט׳מען געמאַכט מיט נאָכמער רייכערע. איז וואָס אי׳ מיט דאָנקען, אַ? מיט דאָנקען! פון אים האָסט זיך ניט⸗וויסנדיק געמאַכט, ער ליגט און פוילט אין הקדש אין איגנאַלינע, ווייס נאָר אַז קיין טאַטע אי׳ ביי אים ניטאָ. „דאָנקע ממזר“ ↰ 138 רופט מען אים. דאַרף מען דאָ אויסשרייען אויפן מאַרק אַז דאָנקע ממזר פון איגנאַלינער הקדש איז דער ריכטיקער בכור ביי דן⸗בערען! דער ריכטיקער בכור! און דו האַלטסט אַז דעם צווייטן זון דיינעם ׳עט מען דעם אמת ניט אויסזאָגן?? אַלעמען! אַלעמען! פון די אַלע צרות איז ער געבליבן אַ ניט⸗דערבאַקענער, מיין דאָנקע. דיין דאָנקע! איצטער ׳עט ער זיך שוין אויסבאַקן. אַ׳ דיין יידענע האָט אונדז גערופן לעבן מיט אייך אַלעמען דאָ אין פאַרשטונקענעם מויער!

— זאָל איך צער האָבן, פראַדע, אויבע איך האָב געוואוסט אַז ביי דיר איז אַ קינד. זאָל איך צער האָבן!

— זאָלסטע סיי ווי צער האָבן! צער און ווייטיק! אַ דימענט ביסטע, מ׳זאָל מיט דיר גלאָז שניידן!

— פראַדע! אַלציקעדינג ׳עט מען גוטמאַכן. דעם בחור ׳עט מען אויסהיילן!

— אַ׳ דיין ווייב האָט אונדז שוין צוגענומען צו זיך! דעם זון אינאיינעם מיט די מאַמע! אינאיינעם מיט די מאַמע!

— ׳עסט זען אַז ס׳עט זיך אַלציקעדינג אויסלאָזן צום גוטן.

— זיי מיר געזעגן ווי אַ זעג!

— פראַדע, מיט קאָפּ הער אויס. דיר מיטן קינד ׳עט מען דאָ אויפנעמען ווי גראַפן. איין זאַך מערניט. קיין בושות אויף אונדז אַלעמען מאַך ניט אָן. מ׳דאַרף ניט וויסן אַלע מעשיות וואָס אַמאָל געווען. מ׳דאַרף ניט וויסן אַז דער כאָנקע איז, איז, איז — — —

— דאָנקע, דאָנקע, דאָנקע! טראָפּ! פּייטע! אַז מ׳זאָגט דיר אַז ער הייסט דאָנקע, דיינער אַ זון איז דאָס, דער בכור, און דו רופסט אים גאָר כאָנקע! צו אַ פיינעם טאַטן ט׳ער נאָך די אַלע צרות דאַלעבט. צו אַ פיינעם טאַטן!

— פראַדינקע, הער אויס!

— וואָ⸗האָ! גאָר געוואָרן מיטאַמאָל פראַדינקע! אַז די פּאַרע פון מויל איז ביי דיר אַ פאַלשע!

— הער מיט קאָפּ, איך — —

↤ 139

— דו, ווייבערניק⸗קאָכאַנטשיק, הער מיט קאָפּ, דו הורן⸗זון, שווייג און הער אויסעט. איך מיט דיין מאַרמל, אַלציקעדינג ט׳מען שוין אָפּגערעדט. וועסט מאַכן אַזוי ווי מ׳הייסט דיר, אַניט ט׳מען דיר אָנמאַכן יענעם סוף, אַ׳ דו׳עסט דאַרפן אַנטלאָפן ווערן אין פּאָלאָצק! דיין מאַרמל וויל סיי ווי סיי אַז דו זאָלסט איר דעם גט דערלאַנגען, דעם גט! פאַרשטאַנען? אַז זי וויל אויסלעבן די יאָרן מיט אַן אָרנטלעכן מאַן. מיט מיר וועסטו נאַכער חתונה האָבן דאָ אין היידוציטשעק. מ׳עט דיר שאַנעווען דיין כבוד און אָנדערציילן אַז איך בין אַן אלמנה נאָך דאָנקעס טאַטן. מיין דאָנקע ׳עט בלייבן דער יורש פון די גאַנצע פלאַקס געשעפטן. קיינער וועט ניט וויסן פון גאָרניט. מאַרמל ׳עט נאָך היינט אַרויספאָרן אין פּוילן.

— מ׳עט אַ טראַכט טאָן. מ׳עט — — —

— אין דרערד מיט דיר! ׳עסט די מינוט ענטפערן, אַניט שריי איך אויס דאָ אויפן אַדוטשקער מאַרק! אָט אי׳ מיין זון דאָנקע, דער זון פון דעם אויסגעלאַסענעם הורן⸗יעגער דן⸗בערע גרויסדאָרף! איך צייל איבער ביז דריי. איינס, צוויי, צוויי אַ האַלבע, דר— — —

— גוט, גוט, אַלציקעדינג ׳עט מען מאַכן, נאָר שריי ניט!

— האָסט גאָרניט געוואוסט, אַז היינט מאַכט מען דיר דאָ אין מויער דעם דרייצעטן רומפּל דיינעם?

— וואָס מאַכט מען?

דן⸗בערע איז ביסלעכווייז צו זיך געקומען. ער האָט אויפסניי אָנגעקוקט די ווייבספּאַרשוין וואָס פאַר אים. ווי מיט ברילן וואָס פירן אַוועק אין אַ ווייטן אַמאָל האָט ער שוין ניט באַנומען קיין שטיק צעשרייעניש אויסגעפּוצט אין בגדי מלכות, נאָר וואָדען, די אַמאָליקע יפהפיה וואָס אים איז דאַמאָלסט אין די צייטן פון זיין ערשטן רומפּל אין לעבן געגאַנגען ער זאָל מיט איר אַ לינקע ליבע שפּילן אין שטרויאיקע שייערן. אים איז באַפאַלן אַ הייסע ליבע צו זיין אָפּגעזוכטן זון דאָנקע וואָס איז גאָר געבליבן אַ ניט⸗דערבאַקענער און ווייס ניט וואָס טוט זיך מיט אים.

↤ 140

— דאָנקע וועט צו זיך קומען! גוט ווי די וועלט ׳עט אים דאָ זיין.

מאַרמל האָט אַפריער געוואוסט וואָס פראַדע גייט בער⸗רומפּלען אָפּטאָן. זי איז אַריין אין צימער.

דן⸗בערען איז פּלוצטהאַלבן אין קאָפּ אַריין דאָס וואָס דער טאַטע׳ט אים אין זעלבן בנין אַמאָל אַ זאָג געטאָן:

— צום רב, געגאַנגען! אָט אי׳ די מעשה!

פּונקט ווי דער טאַטע זיינער סרעזער אַמאָל, האָט היינט דער זון דן⸗בערע צוגעשפּאַנט צום רב צוצו, נאָר איבערן בריקל האָט ער געפירט צוויי פרויען מיט אַן אומכשרן זון. זאַלבעפערט האָט מען זיך צוגעהאָרכט צו די רוישיקע וואַסערן וואָס האָבן אַרומגעהובלט פלאַכיקע שטיינער. אַלץ ריינערע שטיינדעלעך האָבן זיך צוגעהערט, שטייניק⸗פאַרשטוינטע, ווי די מענטשעלעך פאַרפּלאָנטערן זיך אַלץ טיפער.

דער רב איז שוין געווען ניט קיין יונגער, די באָרד איז ביי אים שוין ניט געווען קיין גאָלע שוואַרצע.

ער האָט אַ פרעג געטאָן וואָס איז.

האָט מען אים צו וויסן געגעבן.

ער איז געבליבן נשתומם, אַז פאַר די צוויי פרויען און דעם ניט⸗דערבאַקענעם בחור אין די אויגן, דערציילט דן⸗בערע פון זיינע יוגנט⸗זינד גאָרניט אָן בושה, ווי ער נעמט דערמיט אַ שטיין פון דער נשמה אַראָפּ. פראַדע איז צוגעשטאַנען אַז דן⸗בערע זאָל מיט איר חתונה האָבן. מעשה רביצין האָט מאַרמל צוגעגעבן אַז דאָס וואָלט חלילה אירע דריי קינדער פאַר קיין ממזרים ניט געמאַכט מחמת זיי זיינען דאָך געבאָרן געוואָרן ביי כשרע טאַטע⸗מאַמע וואָס דער רב אַליין האָט זיי מסדר קידושין געווען. פון אַ שידוך מיט דן⸗בערען קען נאָר אַרויס אַ דערבאַרעמדיקער טרייסט, אַ נחמה דער אומגליקלעכער פראַדען מיט איר בידנעם זון. מאַרמל אַליין איז סיי ווי מסכים דער מאַן זאָל איר אָפּגטן, זי מאָנט נאָר די געלטער וואָס זי האָט פון שדכנות אַריינגעטראָגן אין די גרויסדאָרפס קאָנטאָס, קיין גראָשן ניט מער.

↤ 141

נאָר ביי איין נקודה איז געווען אַ חילוקי⸗דעות, צי דאַרף אייביק אַ סוד בלייבן אַז דאָנקעס טאַטע איז ניט קיין אַנדערער ווי דן⸗בערע. מ׳איז איינגעגאַנגען, אַז דריי יאָר צייט וועט מען צושווייגן און דערנאָך וועט מען ווייטער אַריינגיין צום רב אַרומריידן די זאַך.

אַזאַ מין מעשה האָט מען דעם אַדוטשקער רב אין אַלע זיינע יאָרן ניט געבראַכט צו טראָגן. ער האָט זיך אומגעדרייט צו אומגעהייערע ספרים, ווילנער און סלאָוויטער, וואָס אויף די אייבערשטע פאַכן, נאָר קיין איין ספר האָט ער ניט אַראָפּגענומען. ער האָט תופס געווען אַז דאָס איז דער עיקר, אַז קיין שפּענדל מחלוקת איז אין בית⸗דין שטיבל ניט געווען, דאָ איז דער עיקר, אַז ס׳איז „זה נהנה וזה נהנה ואף אחד לא חסר“ — ראובן געניסט און שמעון געניסט און קיינער ווערט גאָרנישניט אָן. קורץ און שאַרף ט׳ער אַ זאָג געטאָן:

— מ׳עט שוין מאַכן. גייט געזונטערהייט. — נאָך בשעת די רייד האָט אים באַנג געטאָן וואָס מיט העכער צוואַנציק יאָר פריער האָט ער כאַפּלאַפּ גערעכט געגעבן דעם טאַטן סרעזער גרויסדאָרף, אַז ער מעג דעם זון אָן אַ רומפּל אַ שידוך מאַכן. אין זיינע שאלה⸗תשובות האָט דער אַדוטשקער רב אַרויפגעלייגט אַ בפירושדיקן איסור אויף משדך זיין אָן אַ רומפּל.

און באַלד ווי די פיר בעלי⸗דינים זיינען פון בית⸗דין שטיבל אין גאַס אַרויס האָט ער געקלערט עפּעס אַנדערש. אַזאַ מין פאַרפּלאָנטערניש פאַר קיינעם ניט געדאַכט ביי גאַנצע פיר צדדים און קיין האָר מחלוקת איז צווישן זיי ניטאָ. אַלע וויילע פאַרקערט קומען צו אים אַריין צוויי בעלי⸗דינים, לאָדן זיך איבער נאַרישקייטן.

↤ 143


דער געצנדינער

אין שופּראַן איז געשטאָרבן דער רב, ר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ ט׳מען אים גערופן. אָדאָס איז שופּראַן וואָס צווישן סול און באַראַן, האַרט ביי דער אָשמאַנקע, אָטאָ די אָשמאַנקע וואָס פאַלט סוף⸗כל⸗סוף אַריין אין דער וויליע. די רביצין האָט פאַר דעם נאָך, אַ שאָק מיט יאָרן, די נשמה אויסגעהויכט, אַ פאַרשלעפּטע חולאת איז ביי איר געווען. אַלע פאַרשבת איז ר׳ שלמה⸗יעקב אַוועק אויפן בית⸗עולם איר דערמאָנען אַז ס׳רוקט זיך אָן די צייט פון ליכטצינדן.

ביי ר׳ שלמה⸗יעקבן איז קיין שלאַפקייט ניט געווען. אַז ער איז געווען אַ ייד טיף אין די יאָרן, איז ער אַרומגעגאַנגען אַ גלייכער ווי אַ טעלעגראַפנער סלופּ, מיט סטאַטעטשנע רבנישע שפּאַנען. ער האָט וואויל דערטאַפּט דאָס פּינטעלע, וואו די נשמה טרעפט זיך מיטן גוף. אַז ער האָט זיך געלייגט שלאָפן אין דער נאַכט פון זיין טויט, האָט ער געשפּירט אַז ווייטער וועט ער ניט אויפשטיין. ער האָט געזאָגט ווידוי און דערנאָך „מודה אני“. אַ ליטוואַק בלייבט אַ ליטוואַק. וואָס מ׳קען מאָרגן ניט מאַכן דאַרף מען מאַכן היינט. די צוואה האָט ער אַרויסגעצויגן פון אַן אַלטן „חובות הלבבות“ און אַוועקגעשטעלט אויפן טיש. זי איז געווען געשריבן מיט פּיצינקע קרייזלדיקע אותיות און גלאַנציקער טינט אויף אַ קליין שטיקעלע פּאַרמענט.

פונווייטן קיין שאלות ט׳מען אין שופּראַן ניט געשיקט. סתרי תורה ↰ 144 האָט ר׳ שלמה⸗יעקב אויך ניט אַרויסגעלאָזן. דאָס איז געווען אַ גאון שבעל⸗פּה. מיט זיינע ווערטלעך האָט רונד אַרום געקלונגען. ביי זיך אין שופּראַן ט׳מען אים פאַר שלמה המלך בדורותיו גערעכנט. פאַרוואָר, כל⸗זמן ר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ איז רב אין שופּראַן געווען, האָט מען קיין קלאָגן צו גאָט און צו לייט ניט געזוכט. ניט מ׳האָט זיך געלאַדן, ניט מ׳האָט געהונגערט. ס׳איז איש תחת גפנו געווען.

נאָר געשטאָרבן איז געשטאָרבן. אַוועקגעגאַנגען די שלשים איז געבליבן מערניט איין זאַך: אַ נייעם רב אין שופּראַן שטעלן.

אין דער צוואה ט׳ער איינגעשריבן, דער שופּראַנער, אַז דעם בן⸗יחיד זיינעם, ר׳ אליקום⸗אַלטער פּאַלאַץ, לאָקעמאַלטער ט׳מען אים גערופן, זאָל מען פאַר רב שטעלן. דריי ווערטער ט׳ער צוגעגעבן צודערצו: „על דעת הקהילה“.

וואַלאָזשינער סמיכה ט׳ער געהאַט, ר׳ לאָקעמאַלטער, פּונקט ווי דער פאָטער זיינער. אַליין איז ער אויך געווען אַ זעכציקער. ער איז מזכיר ביים פאָטער געווען. פונדעסטוועגן איז דאָס קיין נאה לבריות ניט געווען. אַ יידן אין גאַס ט׳ער אָפּגעגעבן שלום מיט אַ קעצישן שמייכל, קוים ט׳ער מיט אימיץ אויסגערעדט אַ וואָרט. פּלוידערן מיט עמך אין קלייניקייטן איז פאַר אים קיין עסק ניט געווען.

איבעריקנס האָט דער לאָקעמאַלטער גאָרניט אויסגעזען ווי קיין רב. ער איז געווען קליין און דאַר, אַ בר⸗מצווה בחורל די גרייס, לצנים האָבן אים אָנגערופן „קורדופּ“. ער איז געבליבן אַן אַלטער בחור. די זילבערנע באָרד איז ביי אים אַפילו געווען לאַנג ווי ביי אַ זקן, נאָר זי איז שיטער געווען, ווי סטרונעלעך פון אַ מאַנדאָלינע. וויבאַלד אַ ווינטעלע, האָבן זיך צעפלויגן די איינציקע בערדישע פעדעם, יעדער מיט אייגענעם אימפּעט. די שטימע ביי אים איז געווען געראָטן אין אַ שעפּסל וואָס מעקעט. מיט אַזאַ מין מעקעניש וועט אַ רב אין בית⸗ מדרש קיין דרשות ניט האַלטן.

די כלי⸗קודש האָבן זיך צונויפגערעדט. דער שופּראַנער וועט פאַרגעבן אויפן עולם האמת. אַז ער׳ט דאָך אַליין צוגעשריבן „על דעת ↰ 145 הקהילה“.

דעם זון האָט מען פאַר אונטער⸗רב געשטעלט און אַ כתב געגעבן אַז גוטע שכירות ט׳מען אים אויסצאָלן ביז צו די הונדערט⸗צוואַנציק. דעם כתב האָט ער די כלי⸗קודש אַ וואָרף געטאָן אין פּנים אַריין, גאָרנישניט רבניש, און זיי אָפּגעפּטרט מיט איין וואָרט: „מוחל“.

מ׳האָט געבראַכט צו פירן אַ יונגן רב פון ערגעץ אין רייסן, אַזש פון וויטעבסקער גובערניע. ער איז געווען אַ חב״דניק. ביי די שופּראַנער ט׳ער אויסגענומען. מיט יעדן האָט ער מתיקותדיק גערעדט, אויסגעהערט מיט קאָפּ אַלצדינג וואָס אַ יידן אויפן האַרצן ליגט. נאָכדעם ווי ער האָט פאַר די שופּראַנער אַ דרשה געהאַלטן, איז ביים עולם עלית⸗נשמה געווען. ער האָט גלייך געגעבן צו וויסן אַז ער גייט איין מ׳זאָל ווייטער דאַוונען נוסח ליטא. וועט ער ביחידות צוגעבן די חב״דישע תפילות אַז ער טוט תפילה פאַרן אייבערשטן, וועט דאָס אויך צום שידוך ניט שאַטן. ער האָט דערוועגן אַ זאָג געטאָן, געלאַסן און נעימותדיק:

— אַז חסידים מיט מתנגדים וועלן צוזאַמען ניט תפילה טאָן, איז ווי אַזוי זשע וועט קומען משיח, אַ? און וואָס, דער צמח צדק מליובאַוויטש איז קיין פּעטערבורג ניט אַוועק משתדל זיין פאַר יידן אינאיינעם מיט ר׳ איציעלע חיים⸗וואַלאָזשינער׳ס?

דער יונגער רב האָט גלייך גענומען שאַנעווען דעם כבוד פון ר׳ לאָקעמאַלטער, ער האָט געהייסן, מ׳זאָל מוותר זיין אויפן גאַנצן פּאַראַד, מ׳זאָל אים מיט קיין באַגלעקלטע פערד ניט באַגלייטן אין בית⸗מדרש אַריין, קיין קלעזמער זאָלן ניט אויפשפּילן, דעם כתב רבנות זאָל מען אין בית⸗מדרש ניט אויסלייענען פאַר קהל.




לאָקעמאַלטער איז אַריינגעפאַלן אין אַ וויסטער מרה⸗שחורה. ריכטיק ווי גאָלד, דער נייער רב האָט אים קיין כבוד ניט געזשאַלעוועט. אַלע וויילע ט׳ער זיך מיט אים אַן עצה געהאַלטן אין קהל⸗זאַכן, נאָר ↰ 146 ס׳איז געווען אַרויסגעוואָרפן די רייד. די מאַמע איז אים געשטאָרבן. דער טאַטע איז אים געשטאָרבן. אַליין איז ער אַ פאַרזעסענער ייד אין די יאָרן, אָן אַ יורש, אָן אַ קדיש. וועגן עלנט זיין איז דאָך אָפּגערעדט. קומט מען צו גיין, אַ כאָפּטע מיט כלי⸗קודש, צבועקעס וואָס טראָגן זיך אַרומעט מיט גאָט אין קעשענע, נעמען און פאַרשטערן אים אַ רבנות שבירושה. אַז ביי זיי איז דעם רב⸗ז״לס צוואה כעפרא דארעא. אין שופּראַן, וואו ער האָט אָפּגעלעבט אַ לעבן, האַלט מען אים פאַר אַ לא⸗לנו.

לאָקעמאַלטער האָט גענומען אַרומבלאָנקען איבערן בית⸗עלמין אינמיטן נאַכט. אַז מיט די לעבעדיקע איז ניטאָ וואָס צו ריידן, דאַרף מען זיך אַדורכשמועסן מיט די טויטע. קיין טרייסט האָט ער זיך דאָרטן ניט אויסגעזוכט. אַ היציקער שווייס איז אים אויפגעלאָפן אַפילו ווינטערצייט. מיט גרימצאָרן ט׳ער אויסגעזעצט דעם טאַטן אַ קלאַגע, אַלמאַי מ׳האָט אים צו חרפּות אויף דער וועלט געבראַכט. אַוועק די עלף חדשים אבילות, האָט ער זיך גענומען אויפפירן גאָר אויסטערליש. אין שופּראַן ט׳עס געהייסן אַז ביים פריערדיקן רבס זון „איז דאָ מאָדנע זיטן“.

די חושים האָבן זיך ביי אים אויסגעשאַרפט, אַ שרעק. ער האָט דערהערט רוישענישן פון העט ווייט וואָס זיינען אים גאָרנישניט אָנגעגאַנגען. ווי אַ געפירטער ביי דער נאָז פון אַ דרויסנדיקער מאַכט האָט ער זיך אינמיטן גאַס צוגעשפּיצט די אויערן, ווי אַזוי מ׳דרייט אויס וואַסער פון אַ ברונעם אינדערווייטנס. אין שטוב האָט ער שעהן לאַנג אַכט געלייגט ווי עס לויפט אַרום אַ מייזעלע אונטער די ברעטער פון דער פּאַדלאָגע. אַן אַנדער מאָל האָט זיך ביי אים פאַרגלאָצט אַן אויג אין זייט פון אַ קאַלוזשע ערגעץ אין גאַס און ער איז געשטאַנען אַ פאַרשטאַרטער, עלעהיי דאָרטן איז דאָ ווער ווייס וואָס. ער האָט זיך אַ טרייסל געטאָן פאַר שרעק אַז ער האָט דערזען דעם פּאַרענטש פון אַ בענקל, עלעהיי די שטאַנגען וואָלטן גיפטיקע שלאַנגען געוואָרן. מ׳האָט אים דערלאַנגט אַ ספר ער זאָל דאָרטן נאָכקוקן אַ זאַך, האָט ער זיך ↰ 147 געבייזערט אַלמאַי די עמודים זיינען אינגאַנצן שוואַרץ, הוילע טינט, וואָס מאַכט מען אים צו שפּאָט.

דער סוף איז געווען, ער איז אַ מומר להכעיס געוואָרן. ער איז אַרומגעגאַנגען אין גאַס אָן אַ היטל. בגילוי ראש אַ רב. אַ יידענע האָט זיך אום שבת צעשריען אַז זי איז גרייט שווערן ביי אַ רייניקייט אַז זי האָט אים דערזען ווי ער צינדט אָן אַ ליכט אין שטוב צוויי שעה פאַר הבדלה. אין בית⸗מדרש איז ער אינגאַנצן ניט אַריין.

ביי אַלצדינג וואָס אונטער דער זון האָבן שופּראַנער דעם אצבע אלהים דערזען. „ס׳איז דאָ אויף דער וועלט אַ גאָט. אַ גליק וואָס ער׳ט זיך ניט גענומען פאַר אונטער⸗רבנות. אַ פיינע מעשה! און אַ גליק נאָך וואָס דער רב ר׳ שלמה⸗יעקב עליו השלום מיט די רביצין עליה השלום האָבן דאָס ניט דערלעבט! אַז דער אייבערשטער איז פאָרט אַ בעל⸗רחמים!“ פאַר אים אין די אויגן האָט מען זיך געהיט, נאָר צווישן זיך ט׳מען דעם לאָקעמאַלטער, יחוס אבות, ניט יחוס אבות, גענומען אָנרופן: „דער טראַלאַ⸗לאַלאַ“.

קוים וואָס ער איז פון שטוב אַרויס. ער איז געווען זיכער אַז אויב ער וועט זיצן ביים פענצטער און פּאַמעלינקערהייט אַן עפּל גריזשען אום תשעה⸗באב וועט ער אויפרודערן שופּראַן. נאָר ס׳האָט זיך ניט אָנגעהויבן. אויף אַ משוגענעם פרעגט מען קיין קשיות ניט, אַז ס׳איז דאָך אַ רחמנות.

פון אויסזיצן אין שטוב די מעת⸗לעתן איז די הויט ביי אים ווייס ווי תכריכים געוואָרן. ער איז נאָך מאָגערער און קלענער געוואָרן. ווער ס׳האָט אים אין פענצטער דערזען האָט זיך אָפּגעשראָקן. ביינער פון בית⸗עולם שאַרן זיך אין אַ שטוב אַרום אויף אייגענער אחריות. אַלע אינדערפרי האָט ער מקיא געווען אין אַן עמער, ס׳האָט געטרייסלט אַז מ׳האָט דאָס אין גאַס דערהערט.

שופּראַנער האָבן זיך געסטאַרעט דעם נעבעכדיקן קומען צו הילף. מ׳האָט אים צוגעטראָגן מתנות מיט מאכלים. פון סווינציאַן האָט מען געבראַכט פון טאַראַשייסקי׳ס פאַבריק אַ קענער אין די הייל⸗גראָזן, ↰ 148 נאָר קיינעם האָט ער צו זיך ניט אַריינגעלאָזן.

אַלע שבת האָט לאָקעמאַלטער פונדעסטוועגן געפּרואווט מיט אַלע כוחות זיך אַרויסדראַפּען פונעם טירוף הדעת. אים איז אַרויף אויפן זכרון, ווי אַזוי דער טאַטע זיצט מיט אים אין דער זעלביקער שטוב, ביים זעלביקן טיש, און לערנט מיט אים תורה. ער האָט פאַר די אויגן דערזען די ליכטיקע פּנימער פון טאַטע⸗מאַמע אַז זייער בן⸗יחידל האָט זיך אומגעקערט פון וואַלאָזשין מיט סמיכה. אַ גאַנצע נאַכט האָבן זיי דאַמאָלסט אָפּגעוואַרט די פור.

ס׳האָט קיין זאַך ניט געהאָלפן. אַז מ׳גליטשט זיך אַראָפּ אין אַ תהום, פאַלט מען אַלץ טיפער אַריין. די עבירות וואָס לאָקעמאַלטער האָט זיך צוגעקלערט האָבן זיך אויסגעשעפּט. וואו ׳עט ער גיין אייביק אויסזוכן עבירות? ווייטער קיין ברכה ניט געזאָגט און ווייטער קיין תפילין ניט געלייגט. מילכיקע מיט פליישיקע מאכלים האָט ער פאַרמישט אין אַ טאָפּ און פאַרזוכט, נאָר באַלד האָט ער דאָס אַלצדינג אויסגעבראָכן. אַ ייד בלייבט דאָך אַ ייד. אַז מיט אַלע עבירות האָט ער קיין זאַך ניט אויפגעטאָן. איינעם אַ שלש⸗סעודות צייט ט׳ער דערזען פאַר די אויגן די צורה פון טאַטן ווי ער זיצט שבעה אין גן⸗עדן, מיט געוויין און שברון⸗לב, נאָך דער נשמה פון זיין בן⸗יחיד אין שופּראַן ד׳ליטא.




יעדער משוגענער ווערט אום תמוז אַ ביסל מיושב. אין די זומערדיקע שבתים, אַז די סאַמע לופט שמעקט מיט פּרק, האָט זיך לאָקעמאַלטער פאַרמאָסטן אויף ישוב הדעת מיט אַלע פאַרבאָרגענע פּינטעלעך קלאָרקייט. ווי אין די אייליקע מינוטן, ווען אַ רויט⸗שקיעהדיקער זונענגלי רייסט זיך אַדורך מיט וואונדער⸗כוחות פון נאָענטער גסיסה, האָט זיך אים אויפגעעפנט אַ לויטער פענצטערל אין טומאַניקן שגעון גופא. ער האָט אויפגעמישט אין גמרות מיט אחרונים. דאָסמאָל האָבן די אותיות באהבה אָפּגעוואַרט זיינע וואַלאָזשינער אויגן. די פרייד ביי אים, ↰ 149 אַריינקוקן אין אַ ספר, האָט זיך אומגעקערט מיט אַ צולאָג. ער האָט זיך לענגער פאַרהאַלטן אין אַן אַכטפאַכיקן תוספות אין נדרים. ער האָט זיך גאווהדיק צעלאַכט און גענומען דרשענען פאַר די ווענט. — וואָס וואָלט זאָגן דער תנא⸗ברא דער יונגערמאַנטשיק, ראָוועלע אין שופּראַן, אויף אָט אַזאַ מין תוספות, אַ? מח ענין תוספות אצל רייסן?

בשעת מעשה האָט לאָקעמאַלטער פאַרשטאַנען אַז איבער אַלע במזידס, אויף צו להכעיס גאָט און אויף צעפּלאַצעניש שופּראַן, וועט ער אין גן⸗עדן שוין ניט אַריין. צום וואַטנמאַכער גן⸗עדן!

און לאָקעמאַלטער בהרב שלמה⸗יעקב האָט אָפנוואָרלעך אָפּגעפאַסט ביי זיך ווערן אַן אפּיקורס. אַז ישוב הדעת קען צו אַלצדינג דערפירן.

איין צרה מערניט, אַן אפּיקורס ווערן איז ניט פון די גרינגע הלכות. וואָס מער עבירות, אַלץ מער ט׳מען אים פאַר אַ סאַמאַסעץ גערעכנט. ניט אומזיסט האָבן די חכמים געזאָגט, אַז אַן עם⸗הארץ קען קיין אפּיקורס ניט זיין.

אפּיקורסות איז אויך אַ שיטה. אין אַ שיטה דאַרף מען זיך אַריינקלערן. לערנען! אַז אַלצדינג גייט דאָך אין תורה אַריין.

ער׳ט אַראָפּגענומען דעם שולחן ערוך, אויפגעמישט יורה דעה דאָרטן אין „הלכות עבודת כוכבים“, אַריינגעקוקט אין די סעיפים. גאָרניט מיט גאָרניט. הנאה האָבן פון גויאישקע געצן וואָס אין אַ שטעטל, טאָר מען ניט, מחמת מ׳האָט זיי געמאַכט אויף צו דינען. הנאה האָבן פון גויאישקע געצן וואָס אין אַ שטאָט מהיכא תיתי, ווייל דאָס איז פון שיינקייט וועגן געמאַכט. געפונען צעשמעטערטע צלמים און געצן, מעג מען זיי אויף עפּעס אַ צוועק אויסנוצן, אַבי מ׳זעט ניט, ניט קיין האַנט ניט קיין פוס. וועגן אַ יריד אַז מ׳מאַכט אין טאָג פון זייערע חגאות. אַלץ ניט צום ענין.

ער האָט אַ שפּרונג אַריבער געטאָן ביז צום לעצטן סעיף, ווער זיינען דאָס די ריכטיקע אפּיקורסים. צום ענין. ריכטיקע און ניט קיין איינגערעדטע. דינען געצן און לייקענען אָפּ די תורה און די נבואה. ↰ 150 אמת, די וואָס טוען עבירות אויף צו להכעיס זיינען אויך כופרים, נאָר דאָס ט׳ער פאַר קליינגעלט גערעכנט, לאָקעמאַלטער, מוראַשקענע מעשימלעך. אַ ריכטיקער אפּיקורס דאַרף דינען דעם געץ בכל נפשו ובכל מאודו, מיט כוונה, מיט אהבת האליל! פונדעסטוועגן האָט ער וואויל געוואוסט אַז גאָט איז דער בורא עולם, איז ווייטער ניט גוט.

ער האָט אויפגעמישט דעם רמב״ם, דאָרטן אין הלכות תשובה. אַז ווער ס׳גלייבט ניט אַז דער בורא עולם ווייס וואָס טוט זיך ביי אַ מענטשן אין האַרצן איז אויך אַן אפּיקורס. און ווער ס׳גלייבט אַז אַן איינאיינציק וואָרט אין דער תורה איז ניט פון גאָט, ווייטער אַן אפּיקורס. פיינע אפּיקורסים! וואָס דעם רמב״ם איז איינגעפאַלן! אַז גאַנץ אפּיקורסות פאַרוואַנדלט ער אין קליפּערלעך. מיט אַזאַ מין גאַנג ׳עט זיין דער סוף, אַז כל ישראל יש להם חלק באפּיקורסות.

און לאָקעמאַלטער בר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ, איש שופּראַן, גליל ווילנא, האָט ביי זיך אָפּגעפאַסט אַז ער וועט ווערן אַן אפּיקורס. לשמה. למהדרין. כהלכתה. „קע—היל—כאָ—סאָ⸗אָ⸗אָ“ האָט ער ביחידות אויסגעזונגען מיט מוספדיקער התרוממות. ער האָט אַרויסגענומען פון אַ רענצל אַ פאַרשטויבטע פלאַש לינטופּער משקה, זי איז געלעגן נאָך פון דאַמאָלסט אַז דער טאַטע האָט געלעבט, ער׳ט אויסגעזשלאָקעט ווי אַ פּראָמשטשיק.

אַז דער רמב״ם מיטן שולחן ערוך פּלאָנטערן קלייניקייטן מיט אפּיקורסות גופא! איבעריקנס האָבן זיי דאָך ביידע, דער מיימוני מיטן מחבר, לכאורה גאָר בדעה געהאַט די גויים מיט וועמען זיי האָבן געלעבט בשכנות, די אַראַבער מיט די קריסטן, גאָרניט קיין ריכטיקע געצנדינער. יענע האָבן דאָך מוסיף געווען צום רבונא דעלמא, אַ צוגאָב איז פאָרט ניט קיין פאַרמינערונג. געזאָגט באַשקע און געמיינט גאָר בלומקען.

„דרשו האליל בהמצאו“ האָט ער פון מפטיר תענית ציבור פאַרקרימט. אליהו הנביא האָט דאָך מלחמה געהאַלטן אויפן הר הכרמל מיט די פאַלשע נביאים. וועלכע פאַלשע נביאים, די נביאי הבעל, ווער ↰ 151 קען דאָך ניט די הפטורה כי תשא. פאַלשע און ניט קיין פאַלשע, אַ נפקא מינה, אַז ס׳איז כל האדם כוזב! צו אַלדע צרות, גיי זוך אין שופּראַן דעם בעל! אַז גיכער ׳עסטו אין וואַרניאַן משה רבינוס שטעקן טרעפן.

פאַררוקט אָן אַ זייט איז געלעגן אַן אַלטער אַמסטערדאַמער נ״ך. די בלעטער זיינען געווען זייער דין. פונדעסטוועגן זיינען זיי געווען ווייסער איידער אין ווילנער און סלאָוויטער ספרים. די אותיות זיינען געווען איידעלע און מיט חן.

אַ משוגעת לערנען נ״ך איבעריקנס איז דער נ״ך אינגאַנצן אָן מפרשים געווען, אַחוץ רש״י מיט אַן עברי⸗טייטש פון פאַרצייטנס, געווען דאָרטן ווערטער וואָס די עלטערבאָבע האָט אַליין ניט רעכט פאַרשטאַנען.

און צום ערשטן מאָל אין זיינע יאָרן האָט לאָקעמאַלטער גענומען אַ בוך לייענען. ניט געלערנט נאָר געלייענט, ווי להבדיל אַ מעשה⸗ביכל שבת ביי אַ יידענע אין שטוב. ער האָט מיט פאַרפּרעסטע ליפּן און אַ בליק פון אַ קונדסישן חדר⸗יינגל אָנגעהויבן: ויהי אחרי מות משה עבד יי ויאמר יי אל יהושע בן נון משרת משה לאמר — — —

לאַנג׳ט ניט געדויערט, די בני ישראל האָט צו בעל׳ן געצויגן. דער מלאך פון גאָט איז אַרויף פון גלגל אויף בוכים, מוסרן די בני ישראל, מחמת דאַמאָלסט אַז דער גאַנצער דור פון יהושע איז אויסגעשטאָרבן, ס׳איז ניט פאַרבליבן ווער זאָל די מעשים פון אדני געדענקען, איז געוואָרן: „ויעבדו את הבעלים“, זיי האָבן געדינט די בעלים, ניט איין בעל, נאָר אַ פולע בעלים! אַז ביים לעבן נאָך האָט יהושע בן נון איינגענומען בעל⸗גד. קיין נאָמען נאָכן פעטער טודרוס איז דאָך עס ניט געווען. נאַכער האָבן זיך די יידן בעל⸗ברית פאַר אַ גאָט געמאַכט. און אַז דער חווי האָט דעם באַרג לבנון באַוואוינט, פון באַרג בעל⸗חרמון ביז וואַנען מ׳קומט ניט אָן אין חמת, איז דאָך ווייטער אַ בעל. און ביי שלמה המלך איז קיין וויינגאָרטן אין בעל⸗המון ניט געווען? קיין נאָמען נאָך דער באָבע יאַכנע איז דאָך עס אויך ניט. אַוואָס דאַרף מען נאָך, ↰ 152 אַז אחזיה המלך, קייניג איבער מלכות ישראל, אַז ער איז אַראָפּגעפאַלן פון בוידעמשטיבל, פאַר קיינעם ניט געדאַכט, האָט ער דאָך באַלד אַוועקגעשיקט משולחים צו בעל⸗זבוב דעם גאָט פון עקרון.

שגעון מיט קלאָרקייט, אַז זיי מישן זיך אויס, איז שוין בילכער גלאַט משוגעת. לאָקעמאַלטער איז אַריינגעפאַלן אין צערעגעניש. אין קאָפּ ביי אים האָט געשטאָכן מיט צינגלעך פון די פייערן פון גיהנום. ער האָט אויסגעגלאָצט אינדערלופטן אַרויס. ער האָט זעאונגען געזען. יהושע בן נון, שלמה המלך, אחזיה המלך אויפן בוידעם און די בעלים. דאָ אַ בעל און דאָרטן אַ בעל. אין אַ שאַרף פּיצל רגע איז אים אַריין אין קאָפּ דער תמצית פון זיין אפּיקורסות. דער בעל אין שופּראַן הייסט דאָך ניט אַנדערש: בעל⸗שופּראַן.

לאָקעמאַלטער האָט זיך צעפּלאַנכעט ווי אַ פירזאָגערין אין אלול. ס׳איז געווען מנחה⸗צייט. מיט גאָרניט קיין מתנגדישע העוויות ט׳ער גענומען אָפּדאַוונען די שבתדיקע מנחה, מ׳שטיינס געזאָגט. די עמידה ט׳ער אָנגעהויבן אויסשרייען, גאָרניט שמונה⸗עשריש בלחש: „ברוך אתה בעל שופּראַן, בעלינו ובעל אבותינו, בעל אברהם, בעל יצחק ובעל יעקב, הבעל הגדול הגיבור והנורא“.

אַ גוס מיט שווייס איז אים פון אייבערשטן שטערן אַראָפּגערונען איבערן קערפּער. מיט די אויגן האָט ער אינגאַנצן ניט געפּינטלט, זיי האָבן ביי אים שטאַר גערונדיקט. דאָס רעכטע אויג איז פּלוצלונג אויסגעוואַקסן אין רויטן, ווי אַ זון קעגנאיבער דער לינקער לבנה אין שפּעטפרילינגדיקן זונפאַרגאַנג, ווען די ווידעראַנאַנדן אין הימל ווערן דאָ אויף דער ערד באַשיימפּערלעך.

אויף די העכסטע טענער האָבן זיינע קולות אָפּגעהילכט איבער שופּראַן. ס׳איז געווען אַ הייסער זומער טאָג. דער רב האָט געהאַלטן אין לערנען פּרק מיטן עולם אין בית⸗מדרש. אַז די תפילה צום „בעל⸗שופּראַן“ האָט אָפּגעהילכט, איז אויס שיעור געוואָרן. מ׳האָט געקלאַפּט אָן טיש פאַר געלעכטער. אַ פּאָר געזונטע יונגען אין גאַס האָבן דערוויילע באַשלאָסן „צורעכטמאַכן“ דעם משוגענעם וואָס ↰ 153 ברענגט בושות אויף יידן און אויף שופּראַן. דערהערט די סומאַטאָכע איז דער יונגער רב אַרויסגעלאָפן זיי אָפּריידן פון האַרבע זינד. ערשטנס איז שבת און צווייטנס האָט מען דאָך אַנוסטן געלערנט: „והוי דן את כל האדם לכף זכות“. אויף אַ גערירטן איז צער בעלי חיים.

לאָקעמאַלטער האָט אַראָפּגענומען די אַלע ספרים פון שראַנק און זיי פאָרזיכטיק אויסגעשטעלט אויפסניי אין דער צורה פון אַ בית מיט אַ שין. ער האָט זיך פאַרנייגט, שיער ניט כורעים געפאַלן, פאַר זיין האַסטיק אויסגעפורעמטן בעל⸗שופּראַן.

אין שופּראַן ט׳מען שוין ניט געלאַכט. אויב אַזוי וועט עס אָנגיין, ׳עט מען פון סדום און פון כעלם מער ניט ריידן. חילול השם ממש. גויים וועלן האָבן וואָס אויסלאַכן, און יידן פון פּאַלוש ביז קאַפּולע וועלן שופּראַן נעמען רופן „די משוגענע שטאָט“. אָדאָס פעלט אויסעט.

אַוויפל מאָל דער שופּראַנער רב איז ניט געקומען מיט גוטן צו לאָקעמאַלטערן, אַזויפיל מאָל האָט ער אים גראָב פאַרטריבן פון דער פּריזבע מיט דריי ווערטער מערניט: „אַוועק פון דאַנענט“. דער יונגער רב האָט איינגעזען אַז ער דאַרף דעם ענין נעמען אין די הענט אַריין. אַז יענער מאָדלעוועט אויס דריי מאָל אַ טאָג די פאַרקרימטע תפילות צו אַ געץ „בעל⸗שופּראַן“, וואָס ירבעם בן נבט האָט פון אים אויך ניט געוואוסט. דער רב האָט פאַרשטאַנען אַז אין לאָקעמאַלטערן איז פאַר קיינעם ניט געדאַכט אַריין אַ דיבוק. אַז ביי אַ דיבוק האָט דאָך קיין ווערדע ניט אַ פּאָר טויזנט יאָר. ביי אַ בתולה קריכט אַריין אַ דיבוק פון אַ פאַרביסענעם חתן, ביי אַ פאַרזעסענעם בן⸗הרב — פון אַ פאַרביסענעם געץ. אַז גיי פרעג ביי אַ דיבוק אַ קשיא.

אַ מעשה נאָר, אַז אַרויסטרייבן אַ דיבוק דאַרף מען קענען. דעם יונגן רב האָט קיין זריזות ניט אויסגעפעלט. שוין מוצאי שבת האָט ער אַ משולח אַוועקגעשיקט ביינאַכט אין מרחקים, ער זאָל אַראָפּברענגען אין שופּראַן הייליקע צדיקים. ביז וואַנען דער משולח איז ניט דערפאָרן אין די מקומות וואו ס׳לעבן די ריכטיקע חסידים, און ביז וואַנען ער האָט זיך ניט אומגעקערט מיט די צדיקים, האָט געהאַלטן אין די עשרת ימי ↰ 154 תשובה. אַ סימן פון אייבערשטן, האָט דער יונגער רב פון רייסן אָפּגעדרונגען, אַז דעם דיבוק דאַרף מען אַרויסטרייבן נאָך פאַרן יום הדין. סאַראַ פּנים, אַז צו כל⸗נדרי וועלן זיך צעקלינגען מטורפדיקע קולות פון אַ ייד וואָס קלאַפּט פאַרן בעל⸗שופּראַן על⸗חטא?

דער משולח איז געקומען צו פאָרן מיט פינף מאַן: דריי פּני פון די חסידים, צדיקים, יעדער איינער אַ זקן אַ הדרת⸗פּנים, מיט צוויי יונגע משרתים, געזונטע ווי אַ שטאַבע אייזן. די חסידים זיינען געגאַנגען מיט שטריימלעך, געדרייטע פּאות, זיידענע קאַפּאָטעס און ווייסע זאָקן. די משרתים האָבן גרויסע ווייסע ליכט געטראָגן, גרויסע שוואַרצע ליכט, קמיעות, אַ שופר אַ ריז, אַ גוזמא מיט ביכעלעך.

מ׳האָט באַלד געזען אַז דאָס איז אַ קאַמפּאַניע וואָס קען די מלאכה. די ערשטע זאַך, האָבן די משרתים די טיר ביי לאָקעמאַלטערן איינגעבראָכן, אים האָבן זיי פאַר די הענט גענומען און צוגעבונדן מיט שטריק. די דריי חסידים האָבן אַריינמאַרשירט מיט שירה, מיט תפילה, מיט יללות. זיי האָבן פאַרשפּאַרט די לאָדנס און אָנגעצונדן ווייסע ליכט מיט שוואַרצע ליכט. זיי האָבן גענומען אונטערזאָגן אויף לשון קודש און אויף אַראַמיש, צו דעם מלאך און צו יענעם מלאך. סוף⸗כל⸗סוף איז צוגעגאַנגען צום באַדיבוקטן דער עלטסטער פון די חסידים, דאָס איז געווען אַ ייד אַ גיבור מיט אַ באָרד ביז אונטערן גאַרטל. ער האָט דעם דיבוק, ווי ס׳איז דער שטייגער, גענומען אויף פאַרהער.

— דיבוק, גיב לשון, ווער ביסטו?

— ראַזבאָיניקעס! אַוועק פון דאַנענט!

— ווי רופט מען דיך?

— באַנדיטן! אַרויס פון דאַנענט! טויבע זייט איר?

— פון וואַנעט קומסטו?

— ווייסע חברהניקעס! געגאַנגען!

— פאַרוואָס זשע ביסטו אַריין אינעם רב בן הרב, ר׳ אליקום אַלטער בר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ?

— טריפהנע נידהניקעס! הורנזין!

↤ 155

די דיבוק⸗פאַרטרייבער פון אַ ווייטן לאַנד האָבן געדברט און אונטערגעברומט, מיט צירופים און מיט סגולות. מיט ליכט אינדערלופטן האָט מען געפאָכעט און מיט קמיעות מלחמה געפירט, דעם דיבוק אויף אָנסטראַשענען.

אַוועק אַ טאָג, אַוועק אַ נאַכט. צום צווייטן מעת⸗לעת זיינען די פינף אָנגעפאָרענע אַוועק אין וועג פון וואַנען זיי זיינען אַריינגעפאָרן. זיי האָבן צוגעזאָגט, אַז נאָך די יום⸗טובים וועלן זיי זיך אומקערן. יום⸗כיפּור איבערזיין אין אַן אָרט וואו אַ דיבוק שבדיבוקים האָט זיך ניט געלאָזן אַרויסטרייבן, האָבן זיי פונדעסטוועגן מורא געהאַט.

לאָקעמאַלטער האָט געבענטשט גומל מ׳שטיינס געזאָגט, אַז דער בעל⸗שופּראַן האָט אים פון אַלדע רוחות געטאָן אויסלייזן.




אין שופּראַן איז דאַמאָלסט געווען אַ קלוגע יידענע. כאַנטשע ט׳מען איר גערופן. זי איז געווען אַ דיקלעכע אלמנה, זי פלעגט גיין מיט אַ געקעסטלטן רויט⸗בלויען פאַרטעך און אַ גרינעם קאָפּטיכל. אין שופּראַן ט׳מען איר האָלט געהאַט.

די כאַנטשע איז גאָרניט געווען אין זיבעטן הימל אַז מ׳האָט דעם יונגן רב אַראָפּגעבראַכט פון רייסן. צו די חסידים האָט זי קיין זאַך ניט געהאַט. נאָר וואָס, אַזוי׳ט זי דאַמאָלסט אונטערגעפרעגט, מיט אַ דריטעלע שמייכל אין ווינקעלע פון מויל: „צו וואָס גראַדע חב״ד אין שופּראַן?“

און אַז לאָקעמאַלטער איז אינגאַנצן פון די רעלסן אַראָפּ, האָט זי גאָרנישניט פאַרשטאַנען, אַוואָס ברענגט מען אַראָפּעט פון ווייטע מקומות חסידים מיט ווייסע זאָקן, אַז אַרום און אַרום זיינען דאָ אויסגעקלונגענע תלמידי חכמים, מיט די שענסטע סמיכות, ווער פון מיר און ווער פון קלעצק, ווער פון סווינציאַן, ווער פון וואַלאָזשין.

פון טייטש⸗פּרק האָט זיך כאַנטשע פאַרגעדענקט, אַז דאָרטן וואו ס׳איז קיין מענטש ניטאָ דאַרף מען אַליין אַ מענטש זיין. זי איז צופוס ↰ 156 אַוועק אין סול. אָנגעקומען פאַרנאַכט, איז זי אַריין צום סולער רב. „די מהומה אין שופּראַן“ האָט מען אומעטום געוואוסט. אַלצדינג האָט זי אים אויסדערציילט מיט אַ סדר. אַז שופּראַן איז צו חרפּה געוואָרן.

דער סולער רב האָט איר אַ שווייגנדיקער אויסגעהערט, מיט טרויעריקע אויגן און אַראָפּגעלאָזענע פּלייצעס. נאָכדעם האָט ער איר אַ זאָג געטאָן, אַז טאָמער וועט אים רופן דער שופּראַנער רב, ט׳ער קומען. גלאַט אַריינמישן זיך אין יענעמס קהילה קען מען ניט.

דער סולער איז געווען אַ באַיאָרנטער רב. ידין ידין ט׳ער פון וואַלאָזשין געהאַט, טאַקע דאָרטן האָט ער זיך יונגערהייט געחברט מיט ר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ.

די כאַנטשע האָט ביי אַ קרובהטע גענעכטיקט, אויף מאָרגן איז זי אַוועק אַהיים אין שופּראַן. זי איז אַריין צום יונגן רב. זי׳ט אים צו וויסן געטאָן אַז זי איז ביים סולער געווען. ׳עט מען אים אין שופּראַן רופן, דעם סולער, ט׳ער זיך ניט אָפּזאָגן. דער יונגער רב איז איינגעגאַנגען.

דעם סולער האָט מען פאַרבעטן אויף אַן אסיפה אין שופּראַנער בית⸗מדרש. דאָס איז אַלצדינג געווען נאָך שמחת תורה. נאָך מנחה האָט זיך געשטעלט דער ערשטער פראָסט. דעם אויוון האָט מען געהייצט, גענוג אויף אַ שטאָט אָנוואַרעמען. אַז ניט אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק קומט צו פאָרן דער סולער רב.

דער סולער איז אַריינגעפאָרן מיטן מזכיר זיינעם. תיכף האָט אַלעמען אויסגעדאַכט אַז די „ברוך אתה בעל⸗שופּראַן“ געשרייען פונעם חסר⸗דעה ווערן מיט אַ קאָפּ איינגעשטילט. אַז אַ רב מיט וואַלאָזשינער ידין ידין פאָרט ערגעץ אַריינעט איז דאָך עס די שטאָטלייט געגליכן צום „אווירא דארץ ישראל מחכים,׳.

דער סולער רב האָט זיך אַוועקגעזעצט אויבנאָן ביים לאַנגן טיש וואָס צווישן דער בימה מיטן ארון קודש. די שופּראַנער האָבן שיער ניט פאַרגעסן ווי דאָס זעט אויס אַ רב אַ זקן.

דער סולער האָט ביי יעדן געבעטן, מ׳זאָל אויסדערציילן פון אליקום⸗אַלטער נעבעך. זקנים האָבן דעם נוגע בדבר וואוילגעדענקט פון ↰ 157 זינט ער איז אויף דער וועלט געקומען, זיי זיינען די ערשטע צום וואָרט געקומען.

געקומען צו שקיעה און צו נאַכט צוצו. נאָך מעריב האָט מען ווייטער דערציילט. דער סולער האָט אַלצדינג אויסגעהערט אַ שווייגנדיקער.

אַז מ׳האָט זיך אַראָפּגערעדט פון האַרצן, האָט זיך דער סולער אַ הייב געטאָן. ער איז געשטאַנען ביים עמוד און האָט גענומען ריידן מיט די בני שופּראַן פאַר די וואַקסענע ליכט, אַזוי צו זאָגן:




רבותי, די זאַך פון דעם איז אַזוי. אין ר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ ז״לס זון, צו לאַנגע יאָר, איז טאַקע אַריין אַ דיבוק. אַ מעשה נאָר, דער דיבוק איז גאָר פון דער אייגענער נשמה, ניט פון קיין פרעמדן, ניט פון קיין אַמאָליקן. פונעם בעל⸗זבוב, עליו השאָקל, אַוודאי און אַוודאי ניט! וואָס מ׳האָט דאָ געבראַכט צו פירן חסידים מיט שופרות, איז דאָס אַלץ פּוסטע טירחא. אַז יום⸗טוב בלאָזט מען אין שופר.

אַ קלאָרער ייד, אַז ער ווערט פאַר קיינעם ניט געדאַכט, ניט בהא עלמא, דאַמאָלסט ווערט די אַמאָליקע נשמה פון אָטאָ דעם יידן, דעם זעלבן, אַ פאַרוואָגלטע נאָך ביים לעבן. אַ פאַרוואָגלטע נשמה רייסט זיך מיט אַזעטקענע כוחות, אַז דער מענטש קען זיי גאָרניט משיג זיין, זיי רייסן זיך, בכדי זיך אויסלייזן פון דער פאַרוואָגלונג, ס׳איז דאָך אַ פּשוטער שכל. אַז דער⸗אָ, ביי וועמען זי איז געווען, לעבט נאָך, ער אַטעמט, ער גייט אַרומעט, איז דאָך אַ פּשיטא אַז דער נשמה ציט צו אָטאָ דעם מענטשן. דעם זעלביקן. אַז ס׳איז דאָך קלאָר ווי אַ רש״י! טאָמער איז גובר דער בייזער רוח, די נשמה קען איר ניט בייקומען, דאַמאָלסט נעמט די נשמה און זי ווערט ביים אַמאָליקן קערפּער אַ דיבוק. דער דיבוק שפּייזט זיך פון אַלצדינג וואָס איז שלעכט און שאַלקהאַפטיק אין דער וועלט: פון קנאה און ניט פאַרגינען; פון שנאה און ניט געטרויען; פון צוזאָגן און ניט מקיים זיין, און פון אַלע ↰ 158 איבעריקע עבירות וואָס בין אדם לחבירו. נעמט מען צו ביים בייזן רוח די שפּייזונג, ווערט ער אָפּגעשוואַכט און די נשמה ווערט אויס דיבוק. זי ווערט ווידער אַ געזונטע, אַ נשמה וואָס לעבט זיך איין אין אַ גוף בנעימות.

דער חשובער יונגער רב ביי אייך, דער רייסישער, עד מאה ועשרים שנה, האָט ערלעך געטאָן. די חסידים פון ווייטע מקומות וואָס מ׳האָט דאָ אַראָפּגעבראַכט, זיי זיינען אויך אין קיין זאַך ניט שולדיק.

שולדיק איז שופּראַן! דריי טעג דאַרף מען דאָ אָפּפאַסטן. תשובה טאָן, יידן, תשובה! ווי אַזוי דערוועגט מען זיך גאָר, אַראָפּברענגען פונווייטן אַ רב, אַז דער הייליקער שופּראַנער, זכרונו לברכה, דער גדול בתורה, ר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ, אַ ליכטיקן גן⸗עדן, אַז ער האָט אַ צוואה איבערגעלאָזן! ר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ האָט דאָך שופּראַן אַ שם געמאַכט! נבחר שם מעושר רב! קליינגעלט איז דאָס אַ שם? שוין פאַרגעסט מען זיך עס, ווער׳ט אייך אַזאַ מין שם געמאַכט?

און אַ צוואה רעכנט זיך אין שופּראַן פאַר זייפנבלאָז? איי, ער האָט דאָרטן צוגעשריבן, דער שופּראַנער: „על דעת הקהילה“, טאָ האָט ער צוגעשריבן: האָט ער זיין עדה פאַר אַ נסיון געשטעלט — — —

די גמרא זאָגט דאָך בפירוש, אין גיטין איז דאָס, שוין אין פּרק המביא, אַז רבי יהודה הנשיא ברענגט פון ר׳ יעקבס וועגן, יענער ברענגט פון ר׳ מאירס וועגן: „מצווה לקיים דברי המת“. דאָרטן גייט די רייד וועגן געלט⸗זאַכן, איז אחת כמה וכמה אַז די צוואה פון שופּראַנער רב איבערן זונס רבנות איז הייליק וואָס הייליק קען זיין. הייליק, יידן!

באַלעבאַטים! לאָמיר אָנכאַפּן, אַ ייד. אַ פּשוטער ייד. גייט זיך אַ פּשוטער ייד. איז ביי אים דאָ מן הסתם ברידער מיט שוועסטער, אַ פאַך, אַ ווייב מיט קינדערלעך. עולם ומלואו! געזונט זאָלט איר זיין! דער אליקום⸗אַלטער, אַ רפואה שלימה, ביי אים איז דאָך קיין זאַך ניטאָ. אַ סברא אַז צו איין תכלית ט׳מען אים אויפן הימל פאַרשריבן, אינעם ספר החיים, נאָך איידער ער איז געבאָרן געוואָרן! רב אין שופּראַן זיין. צו וואָס האָט ער געלערנט און צו וואָס האָט ער סמיכה געקראָגן, אַ? ↰ 159 און צו וואָס איז ער געזעסן אַלע זיינע יאָרן אין זיין טאַטנס הויזגעזינד, דעם טאַטן אַ מזכיר צו זיין?

אַקיצור, די איינציקע זאַך וואָס איז ביי דעם יידן געווען האָט איר ביי אים צוגענומען. די מעשה מיט דוד המלך און בת⸗שבע, אַזאַ מעשה ט׳מען אין שופּראַן ניט געהערט? אַ גוזמא מיט ווייבער ט׳ער געהאַט, דוד המלך, ס׳איז דאָך פאַר רבינו גרשום געווען! אוריה החתי האָט מערניט איין ווייב געהאַט, בת⸗שבע איז דאָס געווען. האָט אים דוד המלך צוגענומען אָטאָ די איינאיינציקע ווייב זיינע. דעם מאַן אירן, דעם אוריה, אים האָט ער גאָר אַוועקגעשיקט אין מלחמה ער זאָל דערהרגעט ווערן. ווי האָט דאָך נתן הנביא געזאָגט, אַז ער האָט דוד⸗המלכן געמוסרט: „צוויי מענטשן זיינען אין איין שטאָט געווען, אַ גביר מיט אַן אָרעמאַן. ביים גביר זיינען געווען שאָף מיט רינדער אָן אַ שיעור. און ביים אָרעמאַן איז געווען מערניט איין קליינינקע שעפעלע, וואָס ער האָט אָפּגעקויפט און אויפגעהאָדעוועט“. נו, איז וואָס בלייבט אים, ר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ ז״לס זון, פונעם גאַנצן לערנען, פון וואַלאָזשינער סמיכה, פון מזכיר ביים טאַטן זיין, אַ?

אַז דאָס וואָס ס׳שטייט געשריבן אין דער צוואה פונעם גאון ר׳ שלמה⸗יעקב פּאַלאַץ זכרונו לברכה איז אייך ניט געפעלן געווען? דער זון האָט ביי אייך ניט אויסגענומען? איז די ערשטע זאַך פירט מען אויסעט די צוואה. נאַכער אַז דער שידוך טויג ניט, נעמט מען אים אַראָפּעט און מ׳שטעלט אַ צווייטן פאַר רב. אַז שופּראַנער רבנות איז דאָך פאָרט ניט די רוסישע קיסרות!

איר האָט אים משוגע געמאַכט. פון זיין נשמה ט׳איר אַ דיבוק געמאַכט. אַז דאָס איז ניט קיין אפּיקורס און ניט קיין געצנדינער. וואָס, ער׳ט זיך אָפּגעשמדט אין קלויסטער? אַ נעכטיקער טאָג. אין צערקווע? אַוועק צו די טערקן מיט שבתי⸗צביען? הייבט זיך ניט אָנעט! ער גלייבט אינעם בעל⸗שופּראַן פּונקט ווי איך גלייב אינעם בעל⸗סול! וואָלט ער זיך אַ צלם געמאַכט מיט די ספרים, רחמנא לצלן, וואָלט שמאָל געהאַלטן. האָט ער דאָך ניט געמאַכט!

↤ 160

מזכיר! גיי רוף אליקום⸗אַלטער אין בית⸗מדרש אַריין! זאָג אים אַז דער סולער רב רופט אין בית⸗מדרש אַריין הרב ר׳ אליקום אַלטער בהרב ר׳ שלמה יעקב פּאַלאַץ.




דעם סולער רבס מזכיר האָט מיט אַ האַלבן קולאַק אַ קלאַפּ געטאָן אין טיר ביי לאָקעמאַלטערן. דערהערט אַז אין שופּראַן איז דאָ דער סולער רב, דעם טאַטנס אַ יריד נאָך פון וואַלאָזשינער יאָרן, אַז ער רופט אים אין בית⸗מדרש, איז ער גלייך אַוועק מיטן מזכיר.

באַלד ווי לאָקעמאַלטער האָט זיך געיאַוועט אין בית⸗מדרש ט׳מען געזען אויפן פּנים אַז דער דיבוק איז פון אים אַרויס, עלעהיי דעם סולערס קלאָרע דיבורים וואָלטן אים פונדערווייטנס אויסגעהיילט. בההיא שעתא דמלה דאורייתא אתחדשת מפּומיה דבר נש ההיא סלה סלקא ואתעתדת קמיה דקב״ה וקב״ה נטיל לההיא סלה ונשיק לה. יענע רגע, אַז אַ תורה⸗וואָרט אַ חידוש ווערט געבראַכט פאַר אַ מענטשנס ליפּן, נעמט דאָס וואָרט און פליט אויפן הימל אַרויף און טוט זיך אַ שטעל פאַרן אייבערשטן און דער אייבערשטער נעמט דאָס וואָרט און טוט עס אַ קוש. און פון הימל, אַזוי׳ט מען אָפּגעלערנט, פליט עס ווייטער, וואוהין ס׳באַדאַרף אָנקומען.

דער גבאי האָט אים געפירט צום סולער רב אויבנאָן.

זיי האָבן זיך צעקושט אויפן רבנישן שטייגער. שטילערהייט ט׳מען גענומען אַדורכשמועסן זיך.

דער סולער רב האָט זיך ווייטער ביים עמוד געשטעלט. ער האָט פאַרן עולם גערעדט אַזוי צו זאָגן:

— רבותי! ווער ס׳ווערט צערודערט פון אַן אומגליק, און ער ווערט מיטן אייבערשטנס הילף ווייטער געזונט, דער דאַרף קיין תשובה ניט טאָן, ער דאַרף מערניט בענטשן גומל. אַקיצור, יידן! דער פּסק! ר׳ אליקום אַלטער בר׳ שלמה יעקב פּאַלאַץ זאָלט איר נאָך היינט ביינאַכט פאַר רב שטעלן! דעם כתב רבנות זאָל מען איצטער אויפשרייבן און ↰ 161 לייענען פאַר קהל. נאַכער ׳עט ער מיט מיר אַוועק אין סול אויף אַ חודש און אפשר אַפילו צוויי חדשים. נאָך אַזאַ מין מעשה דאַרף מען זיך גוט אָפּרוען. נאָר פאַרלאָזט זיך אויף מיר, ער׳ט אינגאַנצן צו זיך קומען, ס׳גאָרניט מיט גאָרניט. דעם בן תורה דעם יונגנמאַן, דעם רב פון רייסן, אים זאָלט איר פאַר אונטער⸗רב שטעלן! און איבער די הונדערט צוואַנציק פון ר׳ לאָקעמאַלטערן וועט ער נאָך רב אין שופּראַן זיין! אָפּגעהיט זאָל מען זיין! אָפּגעהיט! אַ גוטן!

ר׳ לאָקעמאַלטערן איז געווען באַשערט חכמה און אריכת ימים. אַז ער איז רב אין שופּראַן געווען, וועדליק דעם טאַטנס צוואה, איז ער בהדרגה געוואָרן אויך אַ לייטזעליקער. די שטימע ביי אים האָט זיך אויסגעלייטערט. יעדן האָט ער מיט קלוגע עצות באַזאָרגט. אין אַלע זיינע מעשים האָט אים דער אונטער⸗רב פון רייסן אונטערגעשפּאַרט. קיין קנאה איז צווישן זיי ניט געווען. אַז דער שופּראַנער רב איז אַמאָל אַ שטיק צייט ניט געווען ביי די קלאָרע געדאַנקען, וועגן דעריין האָט מען קיין וואָרט ניט גערעדט, וועגן דעריין האָט מען אין שופּראַנער פּנקס קיין וואָרט ניט פאַרשריבן. נאָר וואָדען, דעם סולער רבס מזכיר האָט עס אַלצדינג אויפגעשריבן אין סולער פּנקס. ביי אים הייסט די מעשה: „כבוד הצוואה“.

↤ 163


די לבנהדיקע שטאָט

אַז מ׳קלאַפּט פון דאַנען און פון דאַנען, בלייבט מערניט איין זאַך. פּליטה מאַכן ווי אַ דיבוק פאַרן שופר.

אין קאַמאַי איז ביטער געוואָרן.

פון רייסן זיינען אַריינגעפאָרן חב״דניקעס. מאַכן זיי זיך אַ חסידאַרניע. דערזען אין גאַס, גייט זיך אַ ייד, נעמט מען און מ׳באַראַבאַנעוועט אים אין די אייווערן אַריין, אַז מ׳דאַרף גאָר אַנדערש דאַוונען. אַז ביי זיי איז קיין קדיש ניט סיידן מ׳גיט דאָרטן ניט צו: „ויצמח פּורקניה“. וואָדען? אַז משיח וועט נאָר דערהערן, וועט ער ווייטער קיין שהיות ניט מאַכן, נאָך פאַר⸗שבת כאַפּט ער זיך אַראָפּ אין קאַמאַי. און גיי דאַוון אָפּ מנחה, אַז ביז וואַנען מ׳קומט צו אשר, ניט אָן, האָבן זיי דאַווייס וויפיל צוגעלייגט צודערצו. אַז מ׳דערלעבט שוין צו שמונה⸗עשרה, ט׳זיך אויסגעוועבט די גאַנצע כוונה. איבעריקנס איז ביי זיי סך⸗הכל איין פּזמון: „דער רבי“.

וואָס האָט גאָט געוואָלט, אין זעלבן יאָר איז אַריינגעפאָרן אַ קאָמאַנדע פון די מוסרניקעס אַזש פון זאַמעט, נאָר געלערנט האָבן זיי אין נאַוואַרעדאָק.

די מוסרניקעס קען מען דאָך. אַלע זיינען רשעים, נאָר זיי אַליין טראָגן זיך אַרומעט מיט גאָט אין קעשענע. ביי דעם איז שלעכטע זיטן און ביי יענעם האַלט שמאָל. אַפּנים אַז פון אַריינזאָגן אַ יידן פון אַ גאַנץ ↰ 164 יאָר וועט משיח נאָך פאַרנאַכט אַריינפאָרן.

די חב״דער ט׳מען אין קאַמאַי פאַר ווייסע חברהניקעס פאַררעכנט. די מוסרניקעס — גלאַט היימישע משוגעים. אַז ביי זיי איז סך⸗הכל אויך מערניט איין פּזמון פאַראַן: „שבירת המידות“ און ווייטער קיינער. גייען זיי אין אַפּטייק אַריין און בעטן זיך טשוועקעס דערלאַנגען. פאַרוואָס, זיך אויספיינען אַז זיי ווערן ניט נתפּעל אַז מ׳לאַכט זיי אויסעט. מאַלע וואָס קען איינפאַלן.

ביי די ריכטיקע קאַמאַיער איז אַ דולעניש געוואָרן. איין זאַך ט׳מען גאָרנישניט פאַרשטאַנען. צו וואָס האָבן די „צווייערליי נודניקעס“ — אַזוי׳ט מען זיי גערופן, די אָנגעפאָרענע — דעם גאַנצן כבוד אָנגעטאָן גראַדע קאַמאַי. סווירדון און דיזשאַריץ האָבן זיך גערעכנט ניט דאָס. אָנגעטשעפּעט איז פאַרפאַלן!

די פאַרסמטע לופט פון מחלוקת האָט אומעטום פאַרכמאַרעט. ווער ס׳האָט זיך אַריינגעלייגט אין שלום, נאָר ס׳איז ניט געגאַנגען.

דעם קאַמאַיער רב, ר׳ מאַרקיל קאַמינפּאָל ט׳מען אים גערופן, אים איז פון דעם אַלעמען ניט⸗גוט געוואָרן. אַוועק אַ יאָר האָט ער זיין עדה אויפגערודערט אינמיטן דער שבתדיקער דרשה.

— רבותי קאַמאַיער! די זאַך פון דעם איז אַזוי. ניט איין מאָל נאָר גאַנצע צוויי מאָל האָט דאָך ירמיהו הנביא געזאָגט: שלום שלום ואין שלום. דאָ רעדט מען שלום און דאָרטן רעדט מען שלום און קיין שלום איז ניטאָ. אי׳ פאַרוואָס צוויי מאָל? איין מאָל אויף ירושלים און איין מאָל אויף קאַמאַי: דאָ׳עט קיין שלום ניט זיין. אַז דאָ איז אַ כת און דאָ איז אַ כת. אַדרבא! האָסטע אַן אַנדער מנהג בקבלה, איז געזונטערהייט! קומסטע פון אַ שטאָט וואו די יוצרות זאָגט מען אָפּעט מיטוואָך צו שחרית של חול, איז זאָג! אימיצער ׳עט זאָגן אַ׳ ניט? אָט אי׳ די מעשה! קלעקט זיי ניט, זעצט מען זיך אָנעט אויף אונדז. פון מחלוקת טרייבן ווערט דאָך שנאת חינם. די וועלט ווערט מען אָנעט און יענע וועלט ווערט מען אויכעט אָן. אַז דער בית⸗המקדש איז דערפון חרוב געוואָרן איז דאָך אַ פּשיטא אַז קאַמאַי וועט דערפון חרוב ווערן. יידן! ↰ 165 בעסער די שטיבער פאַרקויפן! לא אלמן ישראל, אַלצדינג וועלן זיי צעכאַפּן, די אָנגעפאָרענע! אַוואָס איז דאָ וואָס צו ריידן, אַ? אַז ביי היינטיקן טאָג איז מען צו אברהם אבינו׳ן געגליכן. ס׳איז „לך לך מארצך וממולדתך“! אַ נייעם ישוב ׳עט מען זיך אויססטראָיענען! ויקם — ער האָט זיך אויפגעשטעלט. וילך — געגאַנגען!

„געגאַנגען!“

אַזוי האָבן די מתפּללים אינאיינעם אַ שריי געטאָן, מיטן ניגון פון אַ „ש׳כח“.

פאַר ר׳ מאַרקיל קאַמינפּאָלס אַ וואָרט גייט מען אין פייער אַריין. אַז פון וויטאָלדס יאָרן נאָך זיינען אין קאַמאַי די רבנים מבית קאַמינפּאָל געווען.

קיין קיילעכדיקן חודש ט׳ניט געדויערט. אויף די שטיבער האָבן קיין בעלנים ניט אויסגעפעלט. וואו אַ חב״דער, וואו אַ מוסרניק.

אַז ס׳האָט געהאַלטן ביים פאַרלאָזן קאַמאַי, האָט מען אַ שושקע געטאָן איש אל רעהו: „זאָלן זיי זיך, די אָנגעפאָרענע, איינער דעם אַנדערן צעדראַפּען“. קיין אַנדער וואָרט אויף אָפּזידלען איז אין קאַמאַי דאַמאָלסט ניט געווען — „אָנגעפאָרענע“.

די קאַמאַיער זיינען ר׳ מאַרקילן נאָכגעגאַנגען ווי די בני ישראל משה⸗רבינו׳ן אין מדבר. קיין זקן איז ער ניט געווען, נאָר ער האָט געהאַט צו טאָן מיט אַ פוס, ער איז אַרומגעגאַנגען מיט אַ שטעקן. די פאַרבליבענע אין קאַמאַי, די חב״דניקעס מיט די מוסרניקעס, אַ פולע פּויערים האָבן זיך אויך אַ רעדל געמאַכט, מ׳איז אַלע אין גאַס געשטאַנען אויף חידושים, אָנקוקן ווי דער רב טוט זיין עדה מיט יידן אַוועקפירן דער רוח ווייס וואואַהין. ער׳ט זיך איינגעשפּאַרט, ר׳ מאַרקיל, אַז זיין עדה טוט ער פירן נאָר צופוס. אַ צפונדיקער ווינט האָט די לאַנגע שוואַרצע באָרד זיינע אַרויפצוצו איבערן פּנים פאַנאַנדערגעבלאָזן. דורך שפּאַרונעס פון בערדישע קנאָספּן האָט ער אַלע וויילע אַרויסגעקוקט אינדערווייטנס, ער׳ט אַרויפגעלייגט די האַנט איבער די אויגן, עלעהיי ער מאַכט זיך אַ קאַזיריק.

↤ 166

אַלצדינג ט׳מען אין וועג אַריין אָפּגעטראָגן, די ספר⸗תורהס מיט די קריינען מיטן טייטל מיט די ספרים, מיט אַלע זאַכן פון די שטיבער. אַלצדינג ט׳מען אַרויפגעשטעלט אויף די וועגענער. יידענעס האָבן אָנגעטריבן די הינער אויפן משקל פון פּלע⸗פּלע⸗פּלע. קינדער האָבן מיט שטריקלעך די בהמות געפירט. אַרום און אַרום האָבן זאַמדיקע קנוילן ווי אומרואיקע וואָלקנס זיך צעבלאָזן אינדערלופטן.

קאַמאַי האָט פון דור⸗דורות „די ליכטיקע שטעטל“ געהייסן. די שטאָטלייט ט׳מען „קאַמאַיער בענטש⸗ליכט“ גערופן, אויף קאַטאָוועס — „קאַמאַיער שילט⸗ליכט“. די קאַמאַיער האָבן ליכט געמאַכט. ווער חלבנע און ווער וואַקסענע. ווער שבתדיקע און ווער צו הבדלה. ווער יום⸗טובדיקע און ווער פאַר די פּויערים. איבער קאַמאַיער ליכט ט׳מען זיך אין ווילנע אַזש געדונגען.

אַז ס׳האָט ביים זאַמדיקן ים⸗סוף געהאַלטן, זיינען געווען אָנגעלייגט אויף די וועגענער ליכט אַוואָס די וועלט שטייט. גרויסע און קליינע, דיקע און דינע, פּשוטע און באַפאַרבטע. די בעסטע האָבן זיך גערעכנט די וואַקסענע. בינען ט׳מען אין קאַמאַי געהאָדעוועט גענוג אויף אַן עלפטע מכה אָנשיקן אויף פּרעהן. אונטערוועגנס ט׳מען מיטגעשלעפּט די גאַנצע האָרעוואַניע פון די בינען — קעסטלעך, שטייגן, בינשטאָקן, בינען⸗שטיבעלעך. די לעמעלעך האָבן געמעקעט. פערד האָבן געהירזשעט. די בינען האָבן געזשומזשעט. אַ הייסער טאָג אין אייר איז דאָס געווען, ס׳שטייט דאָך אַלצדינג פאַרשריבן אין „פּנקס יציאת קאַמאַי“.

ווי מיט גאָטס אַ בייטאָגעדיקן שטערנווייזער האָט דער רב שוין געוואוסט וואואַהין גיין. ער׳ט זיי אָפּגעפירט, די יידן, אין זייט פון פּאָסטעוו. מ׳איז אָנגעקומען אין אַ דערפל בוצאַוויטש. דאָרטן האָט דער רב אָנגעזאָגט די פּויערים אַז מ׳דאַרף אויפקלאַפּן שטיבעלעך אויף אַ נייעם ישוב אַ ביסל ווייטער⸗צו. דערוויילע דאַרף מען נאַכטלעגער. דערזען די וועגענער מיט קאַמאַיער ליכט האָבן זיי געמאָנט מ׳זאָל זיי אַפריער אויסצאָלן מיט די ליכט. גענוג ליכט אויף אַלעקסאַנדראָווסקע ↰ 167 בולוואַר אין ווילנע ט׳מען זיי אַוועקגעגעבן אויפן אָרט. אַ ווערדע ביי קאַמאַיער, ליכט!

ר׳ מאַרקיל איז נאָך אין זעלביקן טאָג מיטן שטעקן אַוועק, ער איז דערקראָכן ביזקל אין אַ ווינקל וואַלד. אין זייט פון דוואַרטשאַן איז דאָס געווען. ער איז דאָרטן געשטאַנען אין זיין ארץ זבת חלב ודבש שיער ניט ביז דער שקיעה. אַ פייערדיק⸗רויטע לבנה האָט זיך פאַרמאָסטן אויף אַ זון אַ שוכן עפר. קיין שענערע לבנה האָט ער אין זיינע יאָרן ניט געזען. ער איז צוריק צו זיין מחנה אין בוצאַוויטש און זיין עדה מכריז געווען די בשורה טובה:

— דעם ישוב אונדזערן ׳עט מען לאָזן אויססטראָיענען דאָ ניט ווייט, אין זייט פון דוואַרטשאַן. אַ׳ דאָרטן איז פאַראַן די שענסטע לבנה דאָ אויף דער⸗וועלט. ווי זאָל מען אָנרופן דעם ישוב אונדזערן, זאָל ער הייסן, ניט דאָנילעוויטש ניט אַוואַרעוויטש, ניט אַנדערש: לבנה⸗וויטש!

ביזן היינטיקן טאָג שטייט לעוואָנעוויטש אויפן פּאָסטעווער וועג, צווישן קאַמאַי און דוואַרטשאַן.

בוצאַוויטשער פּויערים, געזונטע ווי די פּלישתים, האָבן אויף מאָרגן גענומען אַראָפּלאָזן די ריזן⸗ביימער אויפן אָרט וואָס ר׳ מאַרקיל קאַמינפּאָל האָט זיך אויסגעקליבן. אַ בוים נאָך אַ בוים האָבן זיי אַראָפּגעלאָזן. אַראָפּגעשיילט די קאָרע, אָפּגעטעסעט אויף פלאַך די ברעגן און אַרויפגעשטעלט אויף צוויי גרויסע האַלטערס מ׳זאָל אַרומאַרבעטן פון אַלע זייטן. מ׳האָט אָנגעצויגן שטריקלעך, זיי אַ צי געטאָן און אָנגעשמירט מיט אַ האָלעוועשקע אויף צו מאַכן שוואַרצע סימנימלעך אַוואו איינשניידן. צוויי האָבן די זעג געהאַלטן, פון אויבן און פון אונטן. די פּויערים אין יענע מקומות וואָלטן פאַר אַ חודש אַ כרך קענען אויפשטעלן. אַז ס׳איז מיט עשו׳ס כוחות.

די קאַמאַיער האָבן זייער בוצאַוויטשער סטאַנציע פאַרלאָזן, זיך אַוועקגעלאָזן אינעם אָנגעגרייטן ארץ כנען.

דאָרטן וואו ס׳האָבן געוועלטיקט וועלף און געלאָפן פיקס, געהוילט ביינאַכט סאָוועס, איז לעוואָנעוויטש דליטא געוואָרן.

↤ 168

דער לעוואָנעוויטשער רב ר׳ מאַרקיל האָט טעג מיט נעכט געלערנט תורה. שפּעט ביינאַכט איז אים שטאַרק געפעלן געווען לערנען ביי צוויי גרויסע וואַקסענע ליכט און צוקוקן זיך ווי די שאָטנס זייערע טאַנצן פאַר דער העלער לבנה⸗שיין.

די לבנה, אַזוי׳ט מען געזאָגט, איז מער פּראַכטפול געווען ווי סאַלאָקער לבנה וואָס האָט אַ שם געהאַט איבערן גאַנצן לאַנד. ר׳ מאַרקיל איז געווען אַ פלאַם⸗פייערדיקער מתנגד, אים האָט געטויגט אויף קלאָגן דער „אַזוי׳ט מען געזאָגט“. נעמט ער און פאָרט אַריינעט אין סאַלאָק, וואָס צווישן דוקשט און נאָוואָ⸗אַלעקסאַנדראָווסק. אַ גאַנצע נאַכט ט׳ער באַטראַכט דאָרטן די לבנה. ער האָט איינגעזען אַז די שיינקייט פון סאַלאָקער לבנה נעמט זיך גאָרניט פון דער לבנה גופא, נאָר וואָדען, פון איר אָפּשפּיגלונג אין די סאַלאָקער אָזערעס. צו דער לעוואָנעוויטשער לבנה, וואָס איר פּראַכט שטעקט אין איר גופא, כמות שהיא, קומט זי ניט.

ר׳ מאַרקיל קאַמינפּאָל האָט גענומען לערנען וואָסאַמאָל מער אויך קבלה ספרים. ער האָט זיך גענומען צו אַן אייגענעם ספר וואָס ער׳ט אָנגערופן „נהורא זעירא“.

און אַז ס׳איז דאָ אַ לבנה אַ וועלט⸗פּראַכט אין אַ שטעטל מיט ליכטציער קען דאָך נאָר איין זאַך דערפון אַרויס.

די ערשטע צייטן, דאַמאָלסט אַז מ׳האָט לעוואָנעוויטש אויפגעשטעלט, האָט מען קוים באַמערקט אַז מ׳וואַכט אַלץ שפּעטער אין דער נאַכט אַריין, און שלאָפן בלייבט מען ליגן ביז ווייטער אין טאָג אַריין.

אַז די טעג האָבן גענומען זיך קירצן צו ווינטער⸗צו, האָט מען זיך געכאַפּט וואָס דאָ טוט זיך. אַרבעטן האָבן זיי האָלט געהאַט, די לבנהדיקע, אַזוי׳ט מען זיי גערופן, די לעוואָנעוויטשער, ביי דער רויטער שיין פון אייגן געצויגענע ליכט וואָס פלעכט זיך צונויף מיט די ווייסע נאַכטיקע שטראַלן פון הימל.

דער רב האָט געפּסקנט אַז ס׳איז אַלצדינג כשורה, מה⸗דאָך אַז שחרית דאַוונט מען אָפּ בזמנה, נאָכן זונאויפגאַנג, מערניט וואָס, האַרט ↰ 169 פאַרן לייגן זיך שלאָפן פאַלט דאָס צו. מ׳האָט זיך אַלע אויפגעכאַפּט דאַמאָלסט ווען מ׳מעג נאָך מנחה דאַוונען. שבת און יום⸗טוב האָט מען שיער ניט קיין מעת⸗לעת אויסגעוואַכט און אויף מאָרגן האָט מען זיך אַזוי ריכטיק אויסגעשלאָפן.




אַוועקגעלאָפן די יאָרן, אין קאַמאַי האָבן זיך וואָסאַמאָל מער אויסגעמישט די רייסישע חסידים מיט די זאַמעטער מוסרניקעס. ביי זיי האָבן יד⸗אחת געמאַכט דער ליאַדער מיטן סאַלאַנטער, ניט קוקנדיק וואָס אויפן ליטווישן הימל האָבן זיי זיך איינגעשפּאַרט, איטלעכער פאַר זיין שיטה.

רונד אַרום האָט מען זיך איבער די לעוואָנעוויטשער ניט געחידושט. ליכטציער לעבן זיך אויס ביי דער שיין פון זייערע ליכט, איז מהיכא תיתי. איבעריקנס זאָלן זיי זיך מאַכן ווי זיי איז גוט, אַז ס׳איז דאָך זייער עסק און ווייטער קיינעמס.

נאָר ביי די נייע קאַמאַיער איז געווען יענער חידוש, אַז די אַמאָליקע שטאָטלייט האָבן זיך געמאַכט אַזאַ מאָדנעם גאַנג דאָרטן ביי זיך אויפן נייעם ישוב. „זיינען דאָך דאַמאָלסט אויכעט געווען ניט אינגאַנצן“, אַזוי׳ט מען אין קאַמאַי געגעבן צו פאַרשטיין.

דער קאַמאַיער דיין, ער איז געווען אַ רייסישער חסיד, ער האָט זיך אָנגענומען אַ מוט, ער׳ט אַוועקגעשיקט קיין לעוואָנעוויטש אַ שאלה, ווי אַזוי קען מען זיך מאַכן אַזאַ מין היפּוכו של עולם, אַז טאָג זאָל נאַכט זיין און נאַכט ווידער טאָג. אַז שוין אין דרדקי⸗חדר לערנט מען דאָך: וירא אלהים את האור כי⸗טוב ויבדל אלהים בין האור ובין החשך.

דער קאַמאַיער האָט זיך געגרייסט מיט זיין שאלה. די מתנגדים האָבן זיך געהאַלטן פאַר גאַנצע תנא⸗קמאס, זיינען אַנטלאָפן געוואָרן ווי די הירשן, געמאַכט אַ ישוב פאַר זיך אין וואַלד און גענומען דעם סדר עולם און געמאַכט דערפון קאַפּויער. נאָר אַז מ׳האָט דעם קאַמאַיערס שאלה ר׳ מאַרקילן געבראַכט צו טראָגן אין לעוואָנעוויטש ↰ 170 האָט ער זיך דווקא מחיה געווען. ער איז שוין דאַמאָלסט געווען אַ ייד אין די יאָרן. פון זינט ער האָט זיין עדה אַוועקגעפירט פון מחלוקת, מ׳זאָל זיך אויסלעבן בשלום די יאָרן, האָט ער זיך ווייטער געלעבט מיט זיינע יידן אַ גליקלעכער. „מחוצפים“, אַזוי האָט ער ביי זיך אַ קלער געטאָן, ר׳ מאַרקיל. קומען יידן, צעשטערן אַ שטאָט, פאַרטרייבן די תושבים, גייט אַוועט אַ שאָק מיט יאָרן, שטעלן זיי נאָך קשיות. נאָר גיי און פאַרשטיי וואָס טוט זיך אָפּ ביי אַ מענטשן אין האַרצן.

ר׳ מאַרקיל קאַמינפּאָל האָט אָפּגעשיקט אין קאַמאַי זיין תשובה. דער תמצית דערפון איז געווען אַ קורצער.

„שטייען שטייט טאַקע: ויאמר אלהים יהי אור ויהי אור. נאָר ווייטער שטייט דאָך בפירוש, אַז גאָט האָט דעם מענטשן באַשאַפן, מאַנסביל און ווייבספּאַרשוין האָט ער זיי באַשאַפן, אין זעקסטן טאָג פון מעשה בראשית איז דאָס געווען, האָט ער דערויף געזאָגט, דער אייבערשטער: ויברא אלהים את האדם בצלמו בצלם אלהים ברא אותו. וואָס איז דען טייטש בצלם אלהים? זאָגט רבינו בחיי אינעם שער היחוד: מידות אלהיות, מידות אַזעלכענע ווי ביי גאָט. איז וואָס איז געדרונגען פונעם בחיי? אַז דער מענטש דאָ אויף דער וועלט איז דאָך בשר ודם, איז וואָס קען ער שוין אויפטאָן, ער קען מערניט אַ ביסעלע נאָכמאַכן דעם קדוש ברוך הוא. מאַכט ער אַ ביסעלע נאָך דעם אייבערשטן האָט ער וועלטן איינגעלייגט, וועדליק זיינע כוחות. עד כאן דער בחיי. האָט גאָט געשריבן די תורה קען אַ בר נש אָנוואַרפן אַ ספרל. די גלייכעניש, דאָס איז אַ מדרגה. גאָר אַ העכערע מדרגה איז די דערהייבונג פון גאָטס אַ קלענערע באַשאַפונג צום שטאַנד פון אַ גרעסערער באַשאַפונג. האָט דער בורא עולם באַשאַפן דעם מאור הגדול, די זון, מיטן מאור הקטן, די לבנה. האָבן זיך די בני לעוואָנעוויטש אָנגעטאָן אַ כח און מיט זייערע ליכט געמאַכט אַ נאָך קלענערע באַליכטיקונג נאָר זי האָט געקלעקט, אינאיינעם מיט דער לבנה, מ׳זאָל דערביי תורה לערנען, מ׳זאָל האָבן פּרנסה און לעבן זיך בשלום, מיט גאָט און מיט לייט. און פון וואַנען ווייס מען אַז גאָט איז דערפון ↰ 171 צופרידן, אַ ראיה האָט מען פון חולין, ס׳ עמוד ב׳, אַז דעם באָק האָט מען אין בית⸗המקדש אום ראש⸗חודש מקריב געווען, דאָס איז געווען אַ קרבן חטאת, ניט מער און ניט ווייניקער פון גאָט אַליין, מחמת דער אייבערשטער האָט חרטה געהאַט אַלמאַי ער האָט די לבנה קליין געמאַכט. האָט מען מעשה בראשית אין לעוואָנעוויטש פאַרשענערט. בשעת מעשה האָט מען מקיים געווען ישיעה הנביאס אַ נביאות, והיה אור הלבנה כאור החמה. די ליכט פון דער לבנה וועט זיין ווי די ליכט פון דער זון. איז מה רעש?“

די תשובה האָט אויסגענומען. סיי אין קאַמאַי סיי אין לעוואָנעוויטש האָט מען גענומען ריידן אַז אַלצדינג האָט פּאַסירט כדי די תשובה זאָל געשריבן ווערן. וואָס הייסט, די בני חסידים פון מזרח מיט די בני מוסר פון מערב, זיי אַלעמען זאָל בבת⸗אחת איינפאַלן דווקא אין קאַמאַי אַריינפאָרן? אַז יציאת קאַמאַי זאָל גורם זיין הקמת לעוואָנעוויטש. אין די הויכע יאָרן פון ר׳ מאַרקיל קאַמינפּאָל, זאָל ער אַרויסלאָזן די שאלה⸗תשובה. דאָס איז געווען דעם אייבערשטנס אַ זאַך, בכדי מיט אַלע דריי שבטים צו לערנען, אַז ס׳איז אַלצדינג באַשערט.

↤ 173


דער מלאך פון מאַרציבאַל
(דער מומע ביילקעס אַ מעשה)

איך האָב זיך אַראָפּגעכאַפּט אין מיכאַלישעק. בין איך גלייך אַריין צו ביילע אהרן⸗וועלוול׳ס. „ביילקע פון די מעשיות“ האָט מען איר גערופן. דאָס זיינען ניט געווען קיין מעשיות פונעם מיכאַלישקער „ליגנער“. יענער האָט דערציילט אַז אין סמאַרגאָן איז געווען אַזאַ גרויסער שניי, אַז אַ פערד האָט אַריינגערוקט אַ פוס אין קוימען און ערשט איבעראַיאָר האָבן אים די שניטערקעס אַרויסגעצויגן. ביילקעס אַ מעשה איז געווען אַ מעשה. מ׳האָט גערעדט אַז אין אַ בלאַט גמרא וואָלט זי זיך אויך ניט פאַרבלאָנדזשעט. פונדעסטוועגן איז זי פון גאָטס קאָזאַקן ניט געווען. אַלצדינג וואָס טרעפט זיך אויף דער וועלט קען זיך טרעפן ביי איר אין די מעשיות.

אַנדערש האָט מען איר „די מומע ביילקע“ גערופן. אַלעמענס אַ מומע איז זי דאָך ניט געווען, נאָר מיינע איז זי געווען אַן עלטערמומע. זי האָט זיך מיט מיר דערפרייט, אַ דאָנערשטיק איז דאָס געווען: „איי הירשע⸗דוד, האָב איך פאַר דיר אַ מעשה!“

באַלד אויף אַן אָרט האָט זי צוגעגעבן אַז קיין מעשה דערציילט מען ניט בייטאָג. אַ מעשה דערציילט מען נאָכדעם ווי עס באַווייזן זיך אויפן מיכאַלישקער הימל דריי שטערן ווי אַ סגול. ניט ווי קיין שורוק. אַ ↰ 174 מעשה דאַרף מען אויך צוגרייטן אַ ביסל.

בין איך אַוועק אָפּגעבן זיך מיט מיינע זאַכן. צו דעם אַריין און צו יענעם אַריין. דערזען אויפן הימל דעם סגול, נעם איך און גיי אַריין צו ביילקען. ס׳איז געווען פון די לעצטע שטיבעלעך אויף ווילנער גאַס. נאָך אַ ביסל איז שוין די „קומסע“ און אויס מיכאַלישעק. זי איז געווען אַן אלמנה אַן אָרעמע. פאַר מעשיות צאָלט מען דאָך ניט. זי זאָל הונגערן האָט מען אויך ניט דערלאָזן. קיין ליכט זיינען ביי איר ניט געווען, פלעגט זי אָנצינדן אַ קינעלע, און אַריינרוקן אין אַ שפּאַרונע צווישן די בעלקעלעך פון וואַנט. אַ קינעלע דאַרף מען היטן, מ׳דאַרף אַרויסציען אַז ס׳האַלט ביים סוף, האַרט לעבן וואַנט. אַנדערש קען אַ שריפה ווערן.

יעדע מעשה ביילקעס האָט זיך געצויגן פּונקט אַזוי לאַנג ווי דאָס קינעלע. זי האָט מיר דערלאַנגט אַ האָניק⸗זעמעלע און אָנגעצונדן אַ ניי קינעלע, עס אַריינגעשפּאַרט צווישן צוויי בעלקעלעך לעבן טיש. די דיקע פאָדערשטע אָרעמס האָט זי זיך צונויפגעלייגט אויפן טיש, ביילקע, און מוסר מודעה געווען מיט אַ ניגון פון אַ מעשה:





נו, אַ פּאָטקעווע באַ אַ פיש

וואָליקעס באַ אַ האָן

די מעשה הייבט צאַך אָן.

אין מאַרציבאַל, הינטער גלובאָק אַפן פּאָלאָצקער וועג דאָרטן, איז געווען אַ גביר. „מענדל פון די ציגל“, אַזוי׳ט מען עס גערופן. אַ מנוול און אַ מיאוסקייט. וואָס זאָליך דיר זאָגן, רונד ווי אַ טון ביר. אַ כעסן אַ ייד. אַ קאָפּ רויטע האָר איז באַ עם געווען ווי אַ שריפה אין אַ שייער. די גאָמבע איז באַ עם געווען ווי באַ אַ חזיר. ווי רייך ער אי׳ ניט געווען, ט׳ער זיך נאָר באַקלאָגט אַז ס׳פעלט עם. ווער עס קלאָגט אַז די גרויפּן זיינען שיטער און ווער עס קלאָגט אַז די פּערל זיינען שיטער.

↤ 175

גאָט זיצט אויבן און פּאָרקעט אונטן. די ווייב זיינע, לאַנע⸗מינע, זי איז געווען אַ הויכע, אַ שוואַרצחנעוודיקע, אַקיצור, וואָס זאָליך דיר זאָגן, דאָס איז געווען אַ פּאַרשיין. לאַמינע ט׳מען איר גערופן. וואו זי אי׳ ניט געגאַנגען ט׳מען איר האָלט געהאַט. „דער רויטער אתרוגל“ מיט „לאַמינע די גוטע“, אַזוי׳ט מען זיי צוגעגעבן נעמען. צוגעגעבן אַ נאָמען איז דאָך פאַרפאַלן.

אַז דער שידוכ׳ט אַפן פייער געטויגט, דאָס׳ט מען באַלד געזען. באַ די כלה איז געווען אַ משפּחה בעזנאַדאַנעס. אין קאָנסטאַנטין האָבן זיי געלעבט, הינטער לינטיפּ. באַ זיי איז געווען מער אָרעמקייט ווי שכל. ס׳אַריינגעפאָרן דאָרטן אַ שדכן, נו, ט׳ער אַרומגעשמעקט, אומעטום אַ טאַפּ געטאָן. פרעג ניט, אַ שדכן טרעפט שוין וואו מ׳דאַרף ניט. אַ קוק געטאָן פאַר די אויגן די לאַנע⸗מינע, ט׳ער גלייך פאַרשטאַנען אַ׳ דאָס אי׳ דאָס די כלה וואָס די מאַרציבאַלער גבירים האָבן עם געשיקט אויסזוכן פאַרן קדישל. וויבאַלד געטראָפן, איז ניט געווען אַוואָס ווייטער אַרומפאָרן. דעם בחורעץ ט׳זיך פאַרגלוסט אַ יפת⸗תואר אַן אָרעמענטש ער זאָל איבער איר שאַפן ווי מ׳שאַפט איבער אַ דינסט. קיין גוטער איז ער דאָך ניט געווען. איבעריקנס איז דער שדכן מיד געווען. דער פערד זיינער איז אויכעט געווען מיד. האָט זיך אין קאָנסטאַנטין אָפּגעזוכט אַ צוגעפּאַסטע כלה, איז אָפּגעזוכט.

מעגסט מיר גלייבן, די לאַמינע ט׳זיך אויכעט ניט אַרויסגעלאָזן פון געשעפט. דעם רומפּל ט׳מען אין מאַרציבאַל באַ זיי אין מויער דאָרטן געמאַכט. דער מענדל וואָלט איר פאַר אַ כלה גענומען זאָל זי אַפילו אַריינגיין מיט די טראַנטעס. נאָר וואָס זאָליך דיר זאָגן, קאָנסטאַנטין ׳עט זיך ניט לאָזן פאַרשעמען. אַלציקעדינג האָט מען אַוועקגעגעבן די לאַמינען. ס׳זאָל ניט קומען צו קיין שאַנדע אַפן רומפּל. קאָנסטאַנטין איז קאָנסטאַנטין, שלומפּישאָק איז שלומפּישאָק. קיין סאַמעט מיט קיין זייד איז אין קאָנסטאַנטין ני׳ געווען וואָס צו זוכן, האָט מען די לאַמינען מיט אַ געקעסטלטע קלייד אויסגעשטאַט, אַ בלאָאינקע, מיט אַזעטקענע ווייסינקע פּאַסיקלעך אַרום יעדער קעסטעלע. דעם הויכן קראַגן ט׳מען ↰ 176 פאַרשפּילעט מיט צוויי קליינע רויטע קנעפּעלעך. פון אויבן אַראָפּ איז די קלייד געוואָרן אַלץ ברייטער. איבער די טאַליע, אַף אונטערשפּאַרן די ברוסט איז געווען אַ ברייטער לאַנגער פּאַס אויסגעבונדן אַף הינטן ווי אַ סטענגע מיט צוויי לאַנגע עקן. די לאַנגע אַרבל אי׳ געווען מיט אַ מאַנקעט פאַרשפּילעט אַף אַ רויטע קנעפּעלע. פאַרלאָז זיך אַף די יידענעס! אַ שיינהייט מיט אַזאַ מין קלייד, ט׳אַ מאַנסביל געקענט פּלאַצן! צו די צניעות ט׳מען ניט געקענט האָבן, אַ קלייד ביזקל די פיס און אַרבל ביזקל די הענט.

דער רומפּל איז געגאַנגען ווי אַף חיים⸗דעם⸗שמידס אַן אָפּגעשמידטע ראָד. דער מענדל איז גלייך אַף אַן אָרט איינגעגאַנגען. לאַמינע׳ט צוגעזאָגט לאָזן וויסן אין דריי טעג אַרומעט. דאָס ט׳מען איר אַפרייער געהייסן זי זאָל אָט אַזוי זאָגן, באַ די מאַרציבאַלער גבירים זאָל מען אַרויסנעמען אַ בעסערע כתובה. מאַלע וואָס קען זיך מאַכן, עס זאָל ניט איינפאַלן אַז ער קען איר גלאַט אַזוי אָפּגטן און אַהיימשיקן מיט גאָרנישניט. אַ יידישע טאָכטער דאַרף מען אָפּהיטן! יע בעזנאַדאַנעס ניט בעזנאַדאַנעס. כלהס צד האָט אויסגעפירט. שוין אין די ראשי פּרקים איז געשטאַנען, אַז טאָמער ׳עט חתנס צד אָפּשיקן די תנאים, און טאָמער ׳עט מען שטעלן אַ חופּה און ס׳עט קומען צו אַ גט, דאַרף מען די לאַמינען אַוועקגעבן הונדערט גאָלדענע אימפּעריאַלן. אַלציקעדינג ׳עט זיך רעכענען, אַזוי ווי מ׳וואָלט געווען יענער נדן! אַזוי׳ט מען איינגעשריבן אויכעט אין די כתובה. נישקשה, אַ, בעזנאַדאַנעס זאָלן אַזאַ מין כתובה אויספּועלן, נאָר אַזוי איז דאָס, פאַר אַ קראַסאַוויצע לייגט מען איין וועלטן.

„׳עט דאָך צו קיין גט ניט קומען, חלילה וחס“, אָט אַזוי אָ האָבן זיך די מחותנים תקיעת⸗כף געגעבן. מ׳האָט זיך אָנגעזשלאָקעט אַף וואָס די וועלט שטייט. אונטערגעחתמעט, איז דאַרף מען דאָך מאַכן לחיים.

מ׳שטעלט אַ חופּה און נאַכער נעמען די יאָרן און לויפן אַוועקעט ווי די האָזן. אַף מיין ערן וואָרט, קיין געלט האָט זיי דאָרטן ניט אויסגעפעלט. וואָס זאָליך דיר זאָגן, אַז אַ גביר איז ערגעצוואו ↰ 177 איינגעפאַלן אויססטראָיענען אַ מויער, ט׳ער נאָר די מאַרציבאַלער ציגל געוועלט האָבן אַפדערוף, פון אַנדערע ציגעלניעס ט׳זיך גערעכנט ניט דאָס. פּונקט ווי ספּירט פון לינטופּער ספּירט פאַבריק, אָט אַזוי׳ט מען די מאַרציבאַלער ציגל אויסגעכאַפּט. פון אַזאַ מין פאַרב ווי פון קאָרע זיינען זיי געווען, די ציגל. אַף צו באַצירן אַרום און אַרומעט ט׳מען אַנדערע ציגל דערלאַנגט מיט אַזעטקענע רויטע פּאַסיקלעך דורכגעצויגענע אינמיטן. די מאַרציבאַלער ציגל איז אומעטום גלייך צו דערקענען.

דער מענדל פון די ציגל איז אַ שטייפער געווען. מיט אַ האַלבן מויל ט׳ער אָפּגעגעבן אין גאַס שלום, טייער קאָסט עס עם אָפּעט. די לאַמינע, זעסטע, זי אי׳ געווען אַן איינגענאַמע. אַלעמען ט׳זי אָפּגעגעבן כבוד. מיט איטלעכן ט׳זי זיך אָפּגעשטעלט כאַפּן אַ וואָרט. פאַרפאַלן, אַ׳ קיין שלום⸗בית איז דאָרטן ניט געווען באַשערט. אַלע וויילע ט׳מען דערהערט ווי דער מענדל בייזערט זיך שוין ווייטער איבער גאָרניט מיט גאָרניט. ניט ער׳ט גערעדט, דער ייד, נאָר די גאַנצע צייט ט׳ער גערעוועט.

וואָס זאָל מען מאַכן, בייזע צינגער פוילן זיך ניט אונטער. מעגסט מיר גלייבן, ס׳געדויערט, ביז וואַנענט פון ראַדין קומט ניט אָנעט אין מאַרציבאַל דעם חפץ⸗חיימס אַ ספרל! באַ דעם מענדל איז די באָרד געווען אַ שיטערע, די נאַסלעכע הערעלעך זיינען עם אַראָפּגעהאַנגען פון די חזירשע גאָמבע ווי פעדים וואָס מ׳ווייקט איין אין אַן עמער מיט רויטע פאַרב. אַ שיטערע, נאַסלעכע באָרד, דאָס ווייס מען אַלע, דאָס אַ סימן אַז ס׳אַ האַלבער מאַנסביל. אַוואָס נאָך דאַרף מען האָבן, אַז די לאַמינע איז דאָך ניט געוואָרן אַפדערצייט. מ׳עט איר געדאַרפט מערניט אַ קוק טאָן, די לאַמינען, ט׳מען געזען אַז דאָ אי׳ ניט קיין עקרה! דער מענדל איז די גאַנצע צייט אַרומגעפאָרן וועגן די ציגל. באַ די לאַמינען אַפן פּנים איז געווען אַ פּרישטשע, דאָס אַזאַ מין פּרישטשע וואָס ס׳אַ סימן אַז דער מאַן איז באַ איר ניט ווי ס׳דאַרף צו זיין.




↤ 178

מ׳פּלאַפּלט און מ׳פּלוידערט ביז וואַנענט דער אמת שווימט ניט אוף, ווי בוימל אַפן וואַסער. ס׳גייט אַלציקעדינג אין דעם, ווי אַזוי. ווי אַזוי ׳עט זיך דער אמת אַנטפּלעקן, אַ׳ דאָס ווייס דאָך קיינער ניט. נאָר וואָס האָט אין מאַרציבאַל סוף⸗כל⸗סוף פּאַסירט, דאָס ט׳מען אַלע געוואוסט.

געווען דאָרטן צוויי ברידער, אַ צווילינג. קאַראַבעלניקעס, הילע מיט שימע. אַזוי פּאַכאָזשע איז איינער געווען אַפן אַנדערן, אַז ניט זעלטן ט׳מען זיי גלאַט פאַרמישט. אומעטום זיינען זיי אַרומגעגאַנגען אינאיינעם, די ברידער. מ׳פלעגט דאָרטן אָנלצעווען, אַז אין אַטכאָזשע גייען זיי מסתמאן אויכעט צוזאַמען. פון מאַרציבאַל זיינען זיי אַלע וויילע אַרויסגעפאָרן אַף עטלעכענע וואָכן אַפאַמאָל. אין די שטעטלעך האָבן זיי אופגעקליבן קנעפּעלעך, שנירעלעך, אָפּגעטראָגענע זאָקן און מער פון אַלציקעדינג סתם טראַנטעס. די טראַנטעס האָבן זיי אויסגעפאַרבט, די פאַרבן האָבן זיי זיך אַליין אויסגעמישט, אַזעטקענע פאַרבן וואָס גלאַנצן. אָפּגעפאַרבטערהייט האָבן די טראַנטעס באַ זיי געפינקלט ווי די גלי⸗ווערים. אַלציקעדינג ט׳מען נאַכער פאַרקויפט אין די דערפער. באַ די פּויערים ט׳זיך עס גאָלד גערעכנט, די טראַנטעס. די גאַנצע לייזעכץ האָבן זיי אַהיימגעטראָגן די ווייבער, די קאַראַבעלניצעס ט׳מען זיי גערופן. די ברידער האָבן אין שטוב באַ זיך פאַרבראַכט ביז וואַנענט די געלט האָט זיך ניט אויסגעלאָזן. דערזען אַז ס׳האַלט שמאָל, דאַמאָלסט איז מען ווייטער אַרויסגעפאָרן. די קאַראַבעלניקעס מיט די קאַראַבעלניצעס מיט די קינדער, אַ פולע קינדער איז דאָרטן געווען, זיי האָבן זיך אַלע געלעבט אין אַ כאַלופּע הינטערן הקדש. מ׳האָט גערעדט אַז מ׳עט גוט געלעבט דאָרטן. מ׳עט זיך ניט געקריגט.

נו, וואָס האָט פּאַסירט ווייסן אַלע. ס׳געווען אַ הייסער טאָג. אַ וואָך נאָך תשעה⸗באב אי׳ דאָס געווען. הילע מיט שימע, די קאַראַבעלניקעס הייסט דאָס, זיי זיינען דאַמאָלסט געווען אין וועג מיט די גאַנצע לייזעכץ פון די דערפער. אין וואָגן באַ זיי איז געווען אַלציקעדינג אָנגעלייגט מיט וואָס די פּויערים האָבן אָפּגעצאָלט, ווער מיט יאַגעדעס און ווער ↰ 179 מיט עפּל, מער פון אַלציקעדינג איז געווען ראָזעווע בולבעס, פאַראַיאָריקע, געשמאַקע. ניט קיין ווייסע.

איז וואָס טוט גאָט, הער אַ מעשה. קיין וויאָרסט האָט ניט געפעלט מ׳זאָל באַ זיך אַפן הויף דעם פערד ניט אויסשפּאַנען, און אָט האָסטע דיר די אַנדערע טעג יום⸗טוב, דעם סיוואַק איז איינגעפאַלן אַ שפּרונג טאָן. קיינער׳ט עם ניט געהייסן ער זאָל אַ שפּרונג טאָן. צערייסט זיך דערוויילע אַן אוזע. אַ קלייניקייט אַן אוזע, אַ? פּונקט אַזאַ קלייניקייט ווי עפּעס אַן אָדערל ערגעץ ניט ווייט פון די האַרץ. אַז אָן די אוזע פאָרסטע אין דרערד אַריין, די האַלאָבליע ׳עט זיך דרייען ווי אין דרויע! מיט איין קול האָבן זיי אַף עם אָנגעשריען, אַפן פערד, הילע מיט שימע: „סיוואַק ממזר!“ נאָר דערפון ׳עט זיך קיין אוזע ניט פאַרנייען! פון פרייער נאָך איז צו שטייף געווען פאַרצויגן די אוזעס. באַ הילען אי׳ געווען אַ מעסערל, ט׳ער גענומען צושניידן אַ פּאַס רימען, די אוזע צוצובינדן, מ׳זאָל באַווייזן אַהיימפאָרן. בשעת מעשה איז שימע אין וואַלד אַוועק מיטן עמער, זיך אָנגיסן וואַסער פון טייכעלע דאָרטן. אָנגעקומען ט׳ער כמעט אַוועקגעחלשט. אַוועקגעחלשט זאָג איך דיר! וואָס האָט ער פאַראַ נסים דאָרטן דערזען? אַפן מאָך לעבן טייכעלע איז געלעגן אַ נאַקעטע די לאַנע⸗מינע פון די ציגל, מ׳דאַרף דאָך דערציילן ווי ס׳געווען, אַף איר איז געלעגן אַ גוי, דעם גוי ט׳ער דערקענט, ער איז געווען פון אויעזדנע נאַטשאַלסטווע. קיין מיאוסער איז ער ניט געווען! בילד⸗שיין! די וואָנצעס אי׳ באַ עם געווען ווי צוויי סערפּן, פאַר די ליפּן זאָלסט עס ניט ברענגען, אַז איך בין מיט אַ יאָר פופציק יינגער, ווייס איך שוין ווי אַזוי עם אוכאַזשענען. נו.

וואָס זאָליך דיר זאָגן, מ׳קען דרייען אַהער און מ׳קען דרייען אַהין. אַ׳ ביילקע דערציילט דאָך וואָס אי׳ געווען! ער איז אַף איר געלעגן ווי אַ מת מיט די קאָפּ אַראָפּ, די גאַנצע צייט האָט זי עם נאָר געקושט, זי׳ט זיך אין עם איינגעביסן ווי אין סאַכאַמאַראָזשענע. זי׳ט געסאָפּעט און געקוויטשעט אַף וואָס די וועלט שטייט. אַלע וויילינקע ט׳זיך באַ איר אַרויסגעכאַפּט אַז פאַר עם וועט זי שטאַרבן, נאָר עם האָט זי האַלט. ↰ 180 ביז וואַנענט מ׳זעט ניט הערט מען ניט! ביז וואַנענט ער איז דאָרטן ניט אָנגעקומען, שימע, ט׳ער דערהערט מערניט די וואַסער. נו.

אַף טויט ט׳ער זיך דאָרטן דערשראָקן, שימע. דעם עמער ט׳ער אַוועקגעלייגט אַפן אָרט, ער אי׳ צוגעלאָפן צום וואָגן. „שאַ⸗שטיל!“ ט׳ער דעם ברודער מיט אַ פינגערל איבערן מויל געמאַכט, עם אַ קלאַפּ געטאָן איבערן האַנט, ער זאָל אָפּלאָזן דעם מעסער מיטן רימען מיט די אוזע. פּונקט ווי באַ צוויי ברידערלעך וואָס האָבן ערשט אַנטדעקט דעם גרויסן סוד אַז טאַטע⸗מאַמע ליבן זיך אין בעט. צוגעגאַנגען די פּאָר טריט אין וואַלד אַריין, הילע, ט׳ער אויכעט באַלד אַוועקגעחלשט.

דערוויילע ט׳מען אינגאַנצן פאַרגעסן אַ׳ ס׳געווען אַף דער וועלט אַן אוזע. וואָס פאַר אַן אוזע! וואו אוזע! הילע איז געגאַנגען פאָראויס, דעם סיוואַק ט׳ער באַ די לייצע געפירט, שימע איז געגאַנגען אָן אַ זייט, ער׳ט געהיט די לויזע האַלאָבליע. קיין וואָרט ט׳מען ניט אויסגערעדט. אַז ביידן ט׳אָנגעכאַפּט אַזאַ יצר⸗הרע, פרעג ניט, אַ מאַנסביל קען פּלאַצן. ס׳איבערגעלאָפן באַ זיי די סלינע. פאַר די לאַמינען וואָלטן זיי אַריינגעגאַנגען אין פייער. אין פייער זאָג איך דיר!

אין מאַרציבאַל זיינען זיי אַריין ווי בוהייען. נאָר דער סיוואַק איז געווען אַ רואיקער, עם אי׳ געווען גוט, אָן די אוזע קען ער זיך גיין ווי אַ טשערעפּאַכע. גלייך אַפן אָרט האָבן זיי אַלציקעדינג אויסדערציילט. גאָרניט צוגעוואַרט ביזקל מ׳עט ניט קומען צו זיך. איבעריקנס, ווער האָט צו זיי, קאַראַבעלניקעס! פאַר תלמידים אין סאַלאַנטערס ישיבה האָבן זיי זיך ניט אָנגעגעבן!

וואָס ט׳מען דאָרטן ניט אָנגערעדט! „אין וואַלד האָבן זיי זיך צונויפגעשמעקט? מיטן בעדערס שיך און קליידונג ט׳מען איר מיטן ערל געטראָפן? קומט דאָך עם, דעם פאַס פון די ציגל“. אַזוי׳ט איינער דאָרטן געזאָגט. אָנגעקומען אַ צווייטער ט׳ער אָנגעדרשנט איך ווייס: „אַ געזונט איר אין די ביינדעלעך! ס׳אַ ביינדעלעך! און ס׳אַ הערעלעך! ס׳אַ הויט באַ איר! אָט אַ גויאישקער מזל, אַ?!“ אַ דריטער איז געווען נאָך קליגער: „כאַ וואָלט זי מיר פירן אין וואַלד אַריין, די לאַמינע פון די ↰ 181 ציגל! אַף מיין ערן וואָרט, אַלציקעדינג וואָס דער גאַיעץ פון אויעזדנע נאַטשאַלסטווע קען מאַכן קען איך אויכעט מאַכן!“ און דעם תנא⸗ברא האָט געענטפערט נאָך איינער אַ חכם: „אַוואָס קלאַפּסטע אין דער וועלט אַריין? האָסט ניט געהערט? טויב ווי די וואַנט! אַז ער איז געלעגן ווי אַ געהרגעטער. אַלציקעדינג האָט זי געמאַכט! פלאַם⸗פייער איז זי, די נקבה! גיהנום דאָ אַף דער וועלט! פלאַם⸗פייער אי׳ דאָס!“

דער מענדל פון די ציגל, ער אי׳ געווען אַ סוואָליטש, קיין נאַר איז ער ניט געווען. יענע נאַכט שוין, צו מעריב, האָטצעך עם אין בית⸗מדרש אָפּגעדאַכט אַז מ׳לאַכט עם אַלע אויסעט. נאַכער ט׳ער אָנגעשריען אַף זיינעם אַ מענטש, יענער זאָל דערגיין די זאַך, אָבער גלייך. אַז גלובאָקער גאַס אין מאַרציבאַל איז ניט קיין אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר אין ווילנע! דער מענטש זיינער איז אַלציקעדינג דערגאַנגען. אַ פאַרציטערטער ט׳ער עם אויסדערציילט, דעם באַלעבאָס. מ׳האָט גערעדט אַז ער׳ט זיך אַף גיך אָנגעזשלאָקעט, ס׳זאָל זיין באַ עם האַרץ. איך בין עם גאָרניט מקנא! אַ סברא אַז די פּיטשעווקעס ט׳ער גאָר איבערגעהיפּט.

שוין יענע נאַכט ט׳ער איר פאַרטריבן, די ווייב. אַנדערע האָבן גערעדט אַז ער׳ט איר אַזוי ריכטיק צעשלאָגן. נאָר פון דעם וואָס איך ווייס ניט קען איך ניט דערציילן. ווייסן ווייס מען אַז ער׳ט איר אַ בריטשקע גערופן מיט צוויי לאַמטערנעס, מ׳זאָל איר אינמיטן נאַכט אָפּפירן אַהיים קיין קאָנסטאַנטין. ביז וואַנענט דער פורמאַן ט׳איר ניט אַוועקגעפירט, ט׳ער אָנגעשריען אַף איר מיט וויסטע קולות, דער גביר: „אַוועק פון דאַנענט, נפקא! קעבינע מאַט! מיט יאָסקע⸗פּאַנדרען ׳עסט זיך אַרומהורן אין די קאָנסטאַנטינער וועלדער! ניט אין מאַרציבאַל! הערסט! ניט אין מאַרציבאַל!“ די לאַמינע ט׳זיך אָנגעפּלאַנכעט ווי נאָך אַ טויטן, פרעג ניט. באַ איר האָט זיך אַלציקעדינג געטרייסלט ווי באַ אַ שוואַכינקן אין שבט. יענע רגע האָט זיך איר פאַרוועלט איין זאַך מערניט, שטאַרבן. נאָכן טויט, אַזוי׳ט זי באַ זיך געקלערט, רעדט מען גוטע זאַכן, ס׳איז „אחרי מוח קדושים אסור“ און אַז מ׳לאָזט אַפילו פאַלן ↰ 182 אַ בייזן וואָרט, גיט מען דאָך צו גלייך אַף אַן אָרט „זאָל זי מיר מוחל זיין“. אָט׳עט זי טאַטע⸗מאַמע פאַרשעמט, קאָנסטאַנטין ט׳זי פאַרשעמט, אַלע אָרעמע יידישע קינדער ט׳זי אויכעט פאַרשעמט.

די בריטשקע איז אָנגעפאָרן און די בריטשקע איז אָפּגעפאָרן. פון די זאַכן אירע ט׳ער איר ניט מיטגעגעבן גאָרנישניט. אַז ס׳קומט דאָך איר סקילה, אַזוי׳ט ער איר וויפל מאָל דאָרטן ניט אָנגעשריען.

אונטערוועגנס אין די בריטשקע האָבן די לאַמינעס יעלות שיער ניט איבערגעוועקט האַלב ליטע. דער פורמאַן ט׳געציטערט אַז עס ׳עט מען גאָר דאַווייס וואָס חושד זיין. מער ווי דאָס ט׳עם ניט אויספעלן. און אפשר ׳עט מען גאָר פּותר חלום זיין אַז אַ וועלפיכע פון די מלכה⸗שבאס חיילות האָט זיך פאַרגלוסט איבערפּעקלען זיך אין אַנטאָנאָווסקער וואַלד. פאַרטאָג זיינען זיי אָנגעקומען אין קאָנסטאַנטין. ביז זי האָט דאָרטן אויסדערציילט, פרעג ניט, דאָס איז גאָר אַן אַנדער מעשה. נו.




אָט האָסטע, ווען איז אַ טאָג אַ טאָג און ווען רעכנט זיך דור⸗דורות אַ טאָג.

זאָלסטע וויסן זיין, אַז ס׳אַ גרויסע נפקא⸗מינה, אַ שיכורע פרייד ביזקל אַ ניכטערע. דער גאַנצער יום⸗טוב דאָרטן, אין מאַרציבאַל, אַז זי׳ט עם אָפּגעטאָן אַף טערקיש, דעם גביר, דאָס איז געווען אַזאַ מין שיכרות. אַ׳ ניט אַלע שיכרותן קומען דאָך פון טרינקען! אַ׳ מ׳וואָלט דאָרטן דעם חפץ⸗חיים געלערנט וואָלטן זיי פאַרשטאַנען, די קעלבאַקעס, אַז לשון⸗הרע פאַרשיכורט אויכעט, נאָכמער פאַר די לינטופּער משקה! די גאַנצע גליק באַ זיי ט׳אויסגערונען ווי פון אַ לעכערדיקן קרוג. נאָר מ׳עט זיך געפרייט וואָס דעם גביר ט׳מען אויסגעסילוקט ווי סט׳עם געקומט.

אינדערפרי ערשט האָט מען פאַרשטאַנען וואָס מ׳האָט דאָ אופגעטאָן. אַז ער׳עט איר, די לאַמינען אינמיטן נאַכט אַהיימגעשיקט צו די אָרעמע עלטערן אין קאָנסטאַנטין. ניט אַף קיין שמיטה און ניט אַף ↰ 183 קיין יובל נאָר ביז וואַנענט משיח ט׳ניט קומען. די חסידים האַלטן אַז מאָרגן קומט ער שוין, מיר ווייסן דאָך אַז ער איילט זיך ניט אונטער. די גאַנצע שטעטל האָט געוויינט ווי אַף אַ לוויה. ניט סתם אַ לוויה נאָר אַ לוויה נאָך אַ יונגע, אַ געזונטע. וועמענ׳ט איינגעפאַלן אַז מער ט׳מען איר קיין לעבעדיקע אין מאַרציבאַל מיט די אויגן ניט אָנקוקן. אין מאַרציבאַלער הקדש, דאָרטן האָט מען פאַר קיינעם קיין מורא ניט געהאַט, דאָרטן ט׳מען אַ גאַנצן טאָג קדיש געזאָגט נאָך די לאַמינען.

נו, וואו האַלט מען, אָ, באַלד נאָך שחרית איז דער גביר אַוועקגעגאַנגען צום רב, ער׳ט עם אָפּגעטראָגן די כתובה. נאַכער ט׳ער געהייסן רופן, דער רב, די קאַראַבעלניקעס. שימען ט׳ער געהייסן צואוואַרטן אין פירעס און בשעת מעשה ט׳ער אויסגעפרעגט הילען. נאַכער פאַרקערט. יעדער באַזונדער ט׳ער זיי אויסגעפרעגט. מיט אַלע קלייניקייטן. וואָס אַ רב קען!

צוויי זאַכן ט׳ער געוועלט, דער גביר. דעם גט זאָל מען איר גלייך אַף אַן אָרט אָפּשיקן, די ווייב, קיין קאָנסטאַנטין. מיט אַ שליח מיוחד. ער זאָל איר מיט די אויגן מער ניט דאַרפן אָנקוקן. וואָס נאָך, ער זאָל איינגיין, דער רב, אַז וואָס ס׳שטייט אין די כתובה וועגן די הונדערט אימפּעריאַלן איז בטלין ומבוטלין, לא שרירין ולא קיימין. זי׳עט זיך מזנה געווען, די ווייב! נאָך מיט אַן ערל אין וואַלד! קיין גראָשן קומט איר ניט. אַז לויטן דין קומט איר גאָר מיט שטיינער פאַרוואַרפן. זאָל זי אַ פאַרשעמטע בלייבן וואוהין זי׳עט זיך ניט אַהינטאָן. אַזוי ווי מ׳בעט זיך אויסעט, אַזוי שלאָפט מען דאָך אויסעט.

דאָ איז קיין ברירה ניט. ס׳אַלציקעדינג לויטן דין. פונדעסטוועגן איז עם ניט⸗גוט געוואָרן, דעם רב. ער איז געווען אַן איידעלער ייד, אַ בעל⸗רחמים, דער מאַרציבאַלער רב. ר׳ יהודה גדליה אָסטאַנאָווסקי ט׳ער געהייסן, פרעג ניט, פון עם ט׳מען אַ וועלט געהאַלטן. „רעבע לייבע⸗גאָדע“, אַזוי׳ט מען עס גערופן. אַ טאָפּ כשרן ט׳ער זיך געלייגט אין דער לענג און אין דער ברייט. אַז רעבע לייבע⸗גאָדע׳ט געאסרט ט׳מען אַזוי ריכטיק פאַרשטאַנען אַז דאָ איז ניטאָ וואָס צו מאַכן. ר׳איז ↰ 184 געווען אַ רודף שלום, רעבע לייבע⸗גאָדע. ניט איינמאָל איז מען צ׳עם געגאַנגען, ווער אַף לאָדן זיך ווער אַף גטן זיך, אַלציקעדינג ט׳ער אויסגעהערט, נאַכער ט׳ער גענומען ריידן דאָרטן מיט יעדער איינעם, אַז אַ טיש האָט זיך געקענט אַזש צעוויינען. יעדער איז פון דאָרטן אַרויס אַ צופרידענער. דאָס דאַרף מען קענען! אַלעמאָל ט׳ער געטאָן פאַרגלעטן, ער׳ט די סיכסוכים אויסגעגליכן און מ׳איז פון דאָרטן אַרויסעט ווי דוד מיט יונתן. „רעבע לייבע⸗גאָדע׳ט שוין אויסגלייכן“, אַזוי׳ט מען אין יענע מקומות געזאָגט. רבנות ט׳מען עם אין גרויסע שטעט נאַרייעט. ט׳ער ניט געוועלט וויסן פונדערפון. „אין מאַרציבאַל בין איך געבאָרן און אין מאַרציבאַל וועל איך שטאַרבן“, אַזוי׳ט ער זיי אַלעמען אָפּגעענטפערט. ניט אַלע דינסטיק און פרייטיק געפינט מען אָט אַזאַ מין רעבע לייבע⸗גאָדע! נו.

אַז דעם אמת דאַרף מען זאָגן. אַזאַ מין מעשה, וואָס צאַך אָפּגעטאָן, שטעל זיך פאָר, אַז קאַראַבעלניקעס זאָלן אַזאַ מין זאַך צוקוקן אין וואַלד, דאָס ט׳ער דאָך פרייער ניט געהערט. איז געווען ביטער. מעגסט מיר גלייבן, אין האַרצן ט׳ער ביי זיך געוואוסט, רעבע לייבע⸗גאָדע, אַז „לאַמינע די גוטע“ ט׳מען איר אומזיסט ניט גערופן, די לאַנע⸗מינע. קיין נאַר איז ער אויכעט ניט געווען, ער׳ט פאַרשטאַנען אַז אַ סוואָליטש פירט אַ צווייטן צו דאַווייס וואָס פאַראַ נעוויירעס, אַזוי שטייט געשריבן אויכעט אין די ספרים. אַז ס׳גייט נאָך אין אַ שיטערע באָרד, ט׳ער אַליין אויכעט חושד געווען אַז באַ דעם מאַן איז ניט ווי ס׳באַדאַרף צו זיין. נאָר וואָס קען מען מאַכן, וויבאַלד זי׳ט דאָך די אַלע יאָרן געמאַכט אַ שווייג. איצטער ׳עט מען דאָך דעם פעלדשער ניט שיקן אַ קוק טאָן וואָס ס׳טוט זיך באַ עם.

ס׳ניט געווען וואָס צו מאַכן. אַלע ווייסן דאָך, אַז דער רמב״ם זאָגט, אַז ס׳גענוג אַז צוויי עדות דערזעען זיי, אַ מאַנסביל מיט אַ ווייבספּאַרשוין, ווי זיי קריכן פון אַ פינצטערן אָרט אַרויס. אַז ס׳גענוג אַז צוויי עדות דערזעען ווי זיי טוען אַרויסהייבן איינער דעם אַנדערן פון אַ גרוב אַרויס. אַז ס׳גענוג אַז צוויי עדות דערזעען זיי ווי זיי קושן זיך. ↰ 185 אַקיצור, די גאַנצע מעשה, אַז מ׳קען ניט נייטן אַ ווייב זי זאָל אַ גט נעמען, איז גלאַט בטל אַז זי טוט אָפּעט אַזעטקענע זאַכן, די ווייב. אָן אַ כתובה גייט זי אַרויסעט! מיט די תורה ׳עסטע זיך ניט שפּאַרן.

איין זאַך מערניט. דעם גביר האָט דער רב געגעבן צו פאַרשטיין אַז פונדעסטוועגן דאַרף אַ רב די ערשטע זאַך אויסהערן ביידע צדדים. דער גביר האָט פאַראיבל געהאַט נאָר מיט רעבע לייבע⸗גאָדען ט׳מען זיך ניט אָנהייבן.

האָט ער אַוועקגעשיקט אַן הזמנה, דער רב, ס׳געווען געשריבן אַף לשון קודש. ער׳ט דאָרטן געבעטן אַז די מרת לאגא מינא בת ר׳ יהודה שכנא, זי זאָל אַריינפאָרן אין מאַרציבאַל צ׳עם אין בית⸗דין שטיבל. וואָס האָט זיך אָפּגעטאָן אין קאָנסטאַנטין אַז ס׳אָנגעקומען די הזמנה, פרעג ניט, דאָס אַן אַנדער מעשה. נו.




וואָס זאָל איך דיר זאָגן, אין מאַרציבאַל איז אַ בהלה געוואָרן. אַף די קאַראַבעלניקעס ט׳מען זיך אָנגעזעצט ווי אַף רוצחים. די שויבן ט׳מען זיי אויסגעהאַקט. אין גאַס האָט מען זיי געזידלט, ווי ווער:

— מוסרים! מיט אַ קאָפּ שכל וואָלט איר בעסער דעם קאָטער געגאַנגען דערציילן!

— למלשינים לא תהי תקוה!

— אַ סך האָט זי אייך אָפּגעטאָן, לאַמינע די גוטע. ווער ווייס צי זי לעבט נאָך! ברענען זאָלט איר מיטן סיוואַק אינאיינעם! איר זאָלט זיך שטיקן מיט די טראַנטעס!

הילע מיט שימע האָבן זיך טאַכשעווער יאַטן גערעכנט, בלאַטע חברה, אַזוי׳ט מען זיך מיט זיי ניט פאַרטשעפּעט. נאָר דאַמאָלסט זיינען זיי אַרומגעגאַנגען ווי די לעמעלעך. פאַר חרטה האָבן זיי זיך געריסן די ציינער פון מויל, די קאַראַבעלניקעס. זיי האָבן שוין ניט געענטפערט ווי מ׳וואָלט אַלץ איין מענטש געווען. וואו אַ צרה, דאָרטן שטעלט זיך אַרויס די נשמה. שימע׳ט זיך ווי אַן עופעלע צעוויינט. הילע זעסטע׳, ↰ 186 ערטצעך גראַדע אָנגענומען אַ האַרץ. עם איז געגאַנגען אין לעבן דעם ענין צורעכטמאַכן. האָט ער זיי אַלעמען אָט אַזוי אָ געזאָגט, מיט די קאַראַבעלישע שטימע:

— וואָ, נאַרעלעך! שיסט ניט מיט קיין פייער! ווען מיר ווייסן צו וואָס דאָס ׳עט אַלציקעדינג פירן וואָלט מען דאָך צוגעשוויגן! נאָך אַלעמען איז יעדער אַ גרויסער חכם! יידן! אַ וואָך! איין וואָך מערניט! דעם גט ט׳מען איר אָפּשיקן מיט די גאַנצע הונדערט אימפּעריאַלן! קיין עוולה ט׳אַף איר ניט זיין, אַף לאַמינע די גוטע! זאָל איך אַזוי לעבן! מיט דעריין ׳עט זי נדן האָבן אַף אַ שידוך ווי ס׳קומט איר, ניט מיטן כאָלערע פון די ציגל! אַ וואָך! יידן, אַ וואָך! מיר האָבן איר גאָר אָפּגעראַטעוועט פונעם כאָלערע פון די ציגל! אָפּגעראַטעוועט, יידן! ס׳אַ גאָט⸗זאַך, אַ גאָט⸗זאַך אי׳ דאָס. פאַרזשאַווערט וואָלט זי באַ עם דאָרטן געוואָרן! אַ טראַנטע וואָלט פון איר דאָרטן געבליבן!

מ׳איז זיך צעגאַנגען. באַ יעדן אַף די ליפּן ט׳זיך געהערט מערניט איין וואָרט: „ס׳אַ גאָט⸗זאַך, אַ גאָט⸗זאַך אי׳ דאָס“. אַ׳ דעם רבונו של עולמס איינפאַלן ווייס דאָך קיינער ניט. אַ קאַשעף אַ מעשה: אָט ׳עט מען זען, צי קאַראַבעלניקעס קענען כישוף מאַכן. אַ וואָך ׳עט מען דאָך געזאָגט.

זיינען זיי צום רימער אַוועק, די קאַראַבעלניקעס. מ׳עט דאָרטן איינגעהאַנדלט די בעסטע אוזעס. די אַלטע פּאָפּראַווען ט׳מען מורא געהאַט. מ׳עט שוין געזען צו וואָס קען פירן אַ צעריסענע אוזע! אַז מ׳וואָלט געטראָפן באַ די חסידים אַזאַ מין מעשה, וואָלט מען איבער די אוזעס אַ ביכעלע אַרויסגעלאָזן, אַף מיין ערן וואָרט. „בערדיטשעווער אוזעס“, איך ווייס ווי מ׳וואָלט באַ זיי געהייסן, מאַלע וואָס ס׳קען זיך מאַכן באַ די חסידים! נו.

זיינען זיי אַרויסגעפאָרן אין וועג אַריין, הילע מיט שימע. ׳עסטע פרעגן, צו וואָס אין וועג אַריין, צרות האָט זיי אין מאַרציבאַל אויסגעפעלט, אַ? זאָלסטע איין זאַך וויסן זיין. די אַלע יידן וואָס פאָרן אַרומעט די גאַנצע צייט, קיין נפקא⸗מינה, אַ סוחר אַן עושר צי דער ↰ 187 וואָס גייט איבער די הייזער, איין זאַך ווייסן זיי אַלע: אַ׳ מ׳זיצט אין שטוב ווערט דער מח פאַרקאַלכט, אַ שטיק מעבל ווערט מען. מ׳זיצט און מ׳פרעסט און מ׳ווערט דיק. זוכסטע אַן איינפאַל, טאָ לאָז זיך אין וועג אַריין! אומזיסט איז אליהו הנביא אין מדבר אַוועק?

דעם סיוואַק ט׳מען פונדעסטוועגן ניט איינגעשפּאַנט אַף אַרומפאָרן אין דער וועלט אַריין. ניטע סלאָוויטע! דאגה ניט, קאַראַבעלניקעס אַז זיי פאָרן אַרומעט ווייסן זיי וועמען אויסזוכן. אָהאָ! אַז די פיס ווערן פאַרפּלאָנטערט מיט די לייצעס מיט די אוזעס און מיטן בייטש⸗שטעקעלע, אַ׳ מ׳פאַלט אַריינעט דערפאַר צום גבירס אשת⸗אישניצע אין וואַלד אַריין מיט אַן ערל, ס׳צעקאָכט זיך אַ שטאָט מיטן גביר און מיטן רב אינאיינעם, און ס׳גייט נאָך אין הונדערט פּרעיאַלן, דאַמאָלסט הייסט דאָס באַ יידן אַ בלאָטע. אַ בלאָטע אַ סלוכאָטע!

אַ גריפּע, איז רופט מען דעם פעלדשער. אַף אַרויסקריכן פון אַ בלאָטע דאַרף מען אַ חכם. זאָלסטע וויסן זיין, אַז דאַמאָלסט איז גאָרניט אַנדערשט געווען ווי היינט. אַז ס׳אין חדש תחת הלבנה. אַף אַרויסקריכן פון אַ בלאָטע איז דער קליגסטער ייד אין ווילנער גובערניע קיין רב און קיין דיין ניט. לא מיט אַ פּזר! ווער אי׳ דאָס דער ייד דאַרף איך דיר ניט זאָגן. אַ׳ חיים⸗מאיר דער סווירער אי׳ דאָס! קיין פיינשמעקער ׳עלן פון עם דאָך ניט האַלטן, באַ זיי איז אַ ייד אַ מענטש דאַמאָלסט אַז ער גייט מיט אַ טראָיקע און לעבט זיך אין אַ מויער! אי׳ דאָך חיים⸗מאיר דער סווירער אַן אָרעמאַן! גייט ער דאָך איבער די הייזער! אויף לאַנג בלייבט ער דאָך אין ערגעץ ניט. היינט אין קלושאַן, מאָרגן אין קאָמאַראָוו! פאַר אַ משוגענעם האַלט מען עם נאָך, פאַרוואָס, איבער די מאָדנע זיטן. גייט ער מיט אַ פאַטשיילע ווי באַ אַ פרוי, איז גייט ער. האָט ער זיך צו די פאַטשיילע ציצית צוגענייט! אי׳ דאָך עס חיים⸗ מאירס אַן ארבע⸗כנפות. און אַז איין שוך איז באַ עם אַ מענערשע, די אַנדערע אַ דאָמסקע, איז וואָס גייט מיר אָן, זאָל ער גיין מיט לאַפּצעס, מיט זאָקן, מיט פּאָטקעוועס. אַ נייע צרה אין שטאָט!

אומעטום וואו ער גייט, חיים⸗מאיר דער סווירער, זאָגט ער דאָך ↰ 188 גלייך: „איך האָב חן! באַ גאָט און באַ לייט!“ ווי אַזוי איז באַ עם דער פּזמון? „זאָל איך אַזוי האָבן חן אַף יענער וועלט ווי איך האָב חן אַף דער וועלט!“ וואָדען, בעסער אַ גביר וואָס זאָגט אין טאַטן אַריין? אַז אליהו הנביא ׳עט זיך דאָ אין ליטע פאַרשטעלן פאַר אַ ייד וואָס גייט איבער די הייזער, ׳עט דאָך עס חיים⸗מאיר דער סווירער זיין! אַ׳ מ׳כאַפּט דעם יידן אָן אַ זייט, אַ׳ מ׳קען מיט עם אויסריידן אַ וואָרט, דאַמאָלסט קען ער אויך שלמה⸗המלכס אַן עצה דערלאַנגען. זאָל מען אַלע נאָר חן האָבן אַף ביידע וועלטן ווי ס׳האָט חן חיים⸗מאיר דער סווירער. פאַרלאָזעך אַף מיר. נו.

הער זיך איין, אַז ס׳גייט אין פאַרטייטשן די גמרא איז דאָך אַ קאַראַבעלניק אַ קאַרפּישע קאָפּ. נאָר אַ׳ מ׳דאַרף אימיצן אַ יידן גיין אויסזוכן, דאַמאָלסט אי׳ דאָך עס די רפואה צו די מכה! ווילנער גובערניע איז ניט ווילנער גאַס. די מלאכה דאַרף מען קענען. די וואָס פאָרן באַשטענדיק אַרומעט מיט אַ פערד און וואָגן, אַף זיי מעגסטע זיך פאַרלאָזן. זיי האָבן גלייך פאַרשטאַנען, הילע מיט שימע, אַז חיים⸗מאיר דעם סווירער דאַרף מען די ערשטע זאַך אין סוויר נאָכפרעגן. אַ מעת⸗לעת ט׳עס ניט געדויערט. אָנגעקומען אין סוויר. באַ דעם ט׳מען אָנגעפרעגט און באַ יענעם ט׳מען אָנגעפרעגט. דער׳ט ניט געוואוסט און יענער׳ט ניט געוואוסט. ביז וואַנענט איינער אַ פורמאַן, ער איז דאָרטן פּונקט אַדורכגעפאָרן, ער׳ט חיים⸗מאיר דעם סווירער גראַדע דאָ אין מיכאַלישעק דערזען. האָבן זיי זיך ניט אונטערגעפוילט, די קאַראַבעלניקעס, גלייך אַף אַן אָרט האָבן זיי דעם סיוואַק ווידער איינגעשפּאַנט. אין אַ פּאָר שעה אַרומעט זיינען זיי אָדאָ געווען, באַ די וויליע. נאָר וואָס זאָל מען מאַכן, אַז יענעם טאָג ט׳זיך יורקע דעם קאַפּיטאַן גראַדע פאַרגלוסט כאַפּן אַ דרעמל איידער פירן דעם פּראָם? אָן דעם פּראָם ׳עסטע דאָך פון סווירער זייט אין מיכאַלישעק ניט אַריינפאָרן! נו, אי׳ נאָך אַ פּאָר שעה. דערוויילע האָבן זיי איבערגעשריען איבער די וויליע: „חיים⸗מאיר דער סווירער אי׳ דאָ דאָ?“ האָט מען זיי אָנגעשריען: „ר׳דאָ דאָ“. סוף⸗כל⸗סוף ט׳מען עם איבערגעוועקט, ↰ 189 דעם יורקע קאַפּיטאַן. אַזאַ קאַפּיטאַן איז ער ווי איך בין אַ מוהל. טרייבט מען דעם סיוואַק מיטן וואָגן אַפן פּראָם אַרוף, צערייסט זיך איינע פון די פּראָמישע שטריק. זיצן זיי אַלע אינמיטן די וויליע. אייערנעכטן פון געשפּאַן אַן אוזע, היינט די פּראָמישע שטריק, מאָרגן קען מען זיך מיט אַ טלית אויכעט וואַרגן. אַז ס׳נעמט באַ אַ מענטשן גיין מיט די קאָפּ אַראָפּ קען זיך אַלציקעדינג מאַכן. צרות אַז זיי קומען, איז ווי די פייגל פאַר פּסח אַז זיי קערן זיך אום אין מיכאַלישעק. נו.

וואָס זאָל איך דיר זאָגן, מיט נסים ט׳ער זיי סוף⸗כל⸗סוף אַריבערגעפירט. אַז יענער קאַפּיטאַן אי׳ דאָס! דער סיוואַק איז גלאַט ווילד געוואָרן! אַז שעהן לאַנג איז ער געשטאַנען אַן איינגעשפּאַנטער אַפן פּראָם, אינמיטן די וויליע! די וואַסערדיקע פליגן האָבן זיך מיט עם מחיה געווען. יענער תענוג! אָנגעקומען אַפן מאַרק ט׳ער געהירזשעט ווי דער חזן אין אוטיאַן. קאַם מיט צרות ט׳מען עם אַפן הקדש אָנגעטריבן, דעם סיוואַק. וואָס טויג אַלע מעשיות, אָנגעטריבן איז אָנגעטריבן.

חיים⸗מאיר דער סווירער איז אינדרויסן געשטאַנען. ער׳ט וואויל געוואוסט אַז עם גייט מען זוכן. וועמען דען ׳עט מען דאָ קומען אויסזוכן, פון מאַרציבאַל צוויי יידן? בריינקע די עקרה? אַמע די צעדרייטע? חיים מאַלע⸗אסתר׳ס וואָס האָט זיך פאַרסמט דערנאָך מיט עסיק אַלמאַי יענטקע סימע⸗מעישע׳ס איז אַוועק חתונה האָבן מיט מאָטקע מנשה׳ס?

ווי אַ דאָקטער אין קאַנטאָר ט׳ער זיי אָפּגעוואַרט, חיים⸗מאיר:

— איך האָב חן!

שימע אי׳ געשטאַנען אַ שטומער. האָט דער ברודער זיינער אויפגעעפנט אַ מויל.

— ר׳ חיים⸗מאיר! אין מאַרציבאַל איז ביטער, קיין חן איז דאָרטן ניטאָ!

דערהערט אַז מ׳גייט עם אויסדערציילן אַ מעשה, איז ער באַ זיי אַפן וואָגן גלייך אַרוף. אַחוץ די פּאָר ווערטער מיטן חן ט׳ער דאָך מיט קיינעם קיין וואָרט אין גאַס ניט אויסגערעדט. ער׳ט זיי שוין אָנגעוויזן ↰ 190 וואוהין פאָרן. ווייטער מיטן פּראָם פירן מלחמות איז פאַר זייערע קאַראַבעלישע כוחות ניט געווען, איז גאָט צעדאַנקען, ער׳ט זיי געהייסן פאָרן מיטן ווילנער וועג. מ׳איז אַריינגעפאָרן דאָרטן אין ערשטן דאָרף אַריין, אין פּאָדוועראַנץ. דאָרטן אָן אַ זייט איז געשטאַנען אַן אָפּגעלאָזענע כאַלופּע. די שויבן ט׳מען פון לאַנג אויסגעהאַקט. דער טאָג איז נאָך געווען אַ הייסער, אין כאַלופּע איז געווען פּונקט גוט. דאָרטן אי׳ דאָ אַן אַלטער טיש. אַרום טיש אי׳ דאָ פיר בענקלעך, די פּאַרענטשן זיינען צעבראָכענע, נאָר די געזעסן האַלטן זיך. אַ בענקל איז דאָך געגליכן אַף אַ מענטשן, די וויכטיקסטע גלידער ווערן די לעצטע פאַרפוילט. נו.

איז מען געזעסן אין כאַלופּע, ווי להבדיל די פירשטן וואָס ריידן זיך צענויפעט אין אַ פּאַלאַץ פון גובערנסקע זאַכן. אַלציקעדינג ט׳ער אויסדערציילט, דער הילע. אָנגעהויבן האָט ער מיט די מאַרציבאַלער גבירים פון די ציגל, און דעם אַמאָליקן שידוך מיט קאָנסטאַנטין. מ׳דאַרף זאָגן דעם אמת, ער׳ט דווקא גוט דערציילט, אַלציקעדינג מיט אַ סדר. דעם סיוואַק ט׳מען אויסגעשפּאַנט, מ׳עט עם צוגעבונדן צו אַ פלאָקן אין וואַנט. אַלע וויילינקע האָט דער סיוואַק אַריינגעשטעקט די קאָפּ אין לאָך וואו ס׳אַמאָל געווען דער פענצטער, ער׳ט אַ קריץ געטאָן מיט די ציין. נאָר די אייווערן ט׳ער ניט אַראָפּגעלאָזן! אַ סימן אַז עם איז אויכעט געווען געפעלן ווי הילע דערציילט.

וויי איז מיר, די קינעלע ווערט דאָך ניט גרעסער. נו, די מעשה!

וואו האַלטן מיר? יע, מיט קיין וואָרט ט׳ער ניט איבערגעפרעגט, חיים⸗מאיר דער סווירער. ער איז געזעסן, ער׳ט געדרייט מיט אַ ציצה פון פאַטשיילע, ער׳ט זיך צוגעשאָקלט, אַ ביסל ווי אַ מאַנסביל, אַ ביסל ווי אַ פרוי, און אַ ביסעלע דאַרף מען זאָגן ווי אַזאַ מין היימישער שד. אַז ער׳ט אַלציקעדינג אויסדערציילט, הילע, ט׳מען אַלע דאָרטן לאַנג אונטערגעשוויגן.

אַזוי אי׳ דאָס באַ עם, באַ חיים⸗מאירן. הערט זיך צו מיט קאָפּ, כאַפּט זיך ניט אַרויס מיט קיין וואָרט. אַז יענער ט׳אָפּגערעדט, ↰ 191 דאַמאָלסט קלערט ער איבער די זאַך און רעדט קלאָרע דיבורים. נאַכער גיי און זוך עם אין פּאָדבראָדזש. אַזוי׳ט ער זיי אָנגעזאָגט, די קאַראַבעלניקעס, דער ניגון באַ עם איז געווען ווי באַ די פיר קשיות:

— די ערשטע עצה איז: אַ׳ די יידענע טאָר מיט קיין פוס מער אין מאַרציבאַל ניט אַריינשמעקן. חמץ אי׳ דאָס, חמץ שעבר עליו הפּסח!

— די צווייטע עצה איז: אַ בורר דאַרף מען דאָרטן שיקן, אַ רב וואָס איז ניט קיין קלענערער אין לערנען ווי דער מאַרציבאַלער רב.

— די דריטע עצה איז: אַז קיין פאַרמישטער אינעם עסק דאַרף אַ בורר ניט זיין, ער דאַרף זיי אַלעמען פרעמד זיין ווי דער טאָטער.

— די פערטע עצה אי⸗י⸗י⸗ז: דווקא אַ מקובל. דער שולחן ערוך ׳עט דאָ האַלטן מיטן ייד פון די ציגל. די קבלה ׳עט מיט לאַמינען האַלטן.

האָט ער דאָך אָפּגעאַרבעט, חיים⸗מאיר דער סווירער. צוריקצוצו גייט ער צופוס. מ׳עט עם אַ מטבע געוועלט אַריינרוקן, ט׳ער זיי אַ זאָג געטאָן אַז באַ קיין קאַראַבעלניקעס נעמט מען קיין נדבות ניט. נאָר וואָס:

— אַז זי׳עט די הונדערט פּרעיאַלן אָפּנעמען, ׳עט זי מיר אויסזוכן, לאַמינע, זי׳ט שוין שענקען אַ נדבה, וועט זי אַזוי חן האָבן אַף יענער וועלט ווי זי האָט חן אַף דער וועלט. יידן, אַ גוטן!

ער איז אַוועקגעגאַנגען. די ברידער זיינען געבליבן זיצן ווי די קשאַקעס. פּלוצלונג האָט ער זיך אַ כאַפּ געטאָן, הילע, אַז קיין אויסגענוצטע שוועבעלע האָט עס ניט די ווערט, וואו׳עלן מאַרציבאַלער קאַראַבעלניקעס אויסזוכן אַזאַ מין מקובל? און אַז מ׳עט שוין אויסזוכן, וואָס, אַ רב אַ מקובל ׳עט גיין אין מאַרציבאַל לויפן, זיך אַריינמישן אין אַ פאַרפּלאָנטערניש, אַז ס׳גאָרניט זיינער אַן עסק? ער׳ט לויפן דאָרטן זיך פאַרטשעפּענען מיט רעבע לייבע⸗גאָדען? אַוואַצע און אַוואַצע!

דעם סיוואַק ט׳מען איינגעשפּאַנט און דעם סווירער ט׳מען אָנגעיאָגט. די שקיעה׳ט אַ כאַפּ געטאָן די וועג. נאָך אַ וויילינקע וואָלט מען עם געדאַרפט אין סוויעטאַטש גיין זוכן. האָט מען עם אויסגעשריען:

— אַ רגע, חיים⸗מאיר! דעם מקובל וואו זוכט מען אויסעט?

↤ 192

— אין מאַרקון! — אַזוי׳ט ער געענטפערט, חיים⸗מאיר, ער איז באַלד פאַרשוואונדן געוואָרן אַף אַ סטעזשקע דאָרטן אין וואַלד. אַריינגעפאָרן דאָ אין מיכאַלישעק, זיינען זיי אַוועק, די קאַראַבעלניקעס, אין בית⸗מדרש. גלייך אַפן אָרט ט׳מען זיי געגעבן צו וויסן, דאָ ווייס דאָך יעדער, אַז אין מאַרקון, ס׳דאָך אַ פּויערשער דאָרף, פון דאַנענט קיין דריי וויאָרסט אויכעט ניט, פּאַזע די וויליע, אַ העלפט די וועג אַף בואַק, הינטערן דאָרף לעבט זיך איינער אַ ייד, אין אַ כאַטע לעבן די וויליע, גיט ער זיך אָפּ מיט די קבלה. די ווייב אי׳ באַ עם אַ פּשוטע יידענע, אַ פישערקע, מאַריאַשע רופט מען איר, קומט זי צו עם איינמאָל אַ וואָך אַף שבת מערניט. זי לעבט זיך אויכעט אַ גאַנצע וואָך אַליין אין אַ שטיבעלע לעבן די וויליע דאָ אין מיכאַלישעק, צום הויף צוצו. ווי זאָגט מען עס, די זעלביקע וויליע מערניט אַנדערשט געשלייערט.

דערהערט די מעשה, ט׳מען איינער דעם אַנדערן, הילע מיט שימע, אַזעטקענע מינעס געמאַכט, מ׳עט געקענט מיינען, כ׳ווייס, די וואָלקנס האָבן זיך דאָ אַראָפּגעלאָזן אַף ווילנער גאַס אַראָפּ. ערשט קאַראַבעלניקעס געווען מיט קנעפּעלעך אַף צו פאַרקויפן די פּויערים אין די דערפער און אָט וואָס טוטצעך מיט זיי אָפּעט. דעם מאַרציבאַלער גביר מיט זיין יידענע צו אַ גט געפירט. די גרושה זיינע די הונדערט פּריאַלן אָפּגעקאָסט. פאָרן אַריין אין סוויר היים⸗מאיר דעם סווירער אופזוכן. אין מיכאַלישעק פּאַקט מען עם. פירט ער זיי אָפּעט אין פּאָדוועראַנץ און דערציילט פון מאַרקונער מקובל, אַ ייד אַ פּרוש, האָט ער דאָ אין מיכאַלישעק אַ ווייב אַ פישערקע. אַ׳ דאָ׳ט מען דאָך איר מאַריאַשע די קרומע גערופן, אַ׳ זי׳ט אונטערגעהונקען אַף אַ פוס.

וואָס צאַך דאָ אָפּגעטאָן! ס׳געגאַנגען צו נאַכט צוצו, די ברידער זיינען געשטאַנען דאָרטן לעבן בית⸗מדרש, וואָס טוען זיי, נעמען קריגן זיך! הילע׳ט אַ שריי געטאָן אַז מ׳דאַרף גלייך אַריינפאָרן צום מקובל אין מאַרקון. אַז עם דאַרף מען דאָך האָבן, ניט די יידענע זיינע. ט׳עם אַריינגעזאָגט שימע אַז דאָס איז גלאַט נאַרישקייט, די ערשטע זאַך דאַרף מען אָנקומען צו די יידענע. זי דאָך דאָ אין מיכאַלישעק, יענער ↰ 193 לעבט זיך אין מאַרקון וויילע ער איז אַ פּרוש. ער וויל ניט מ׳זאָל עם קומען שטערן, טאָ וואָס ׳לן זיי עם גיין דרייען די קאָפּ, ער קען זיי גאָר אַרויסטרייבן! יענע געסט אי׳ דאָס! אַ פיינע מעשה, קאַראַבעלניקעס פון יענער זייט סמבטיון ׳לן זיך ביינאַכט יאַווען און בעטן איין קלייניקייט, ער זאָל מיט זיי אָפּפאָרן קיין מאַרציבאַל אויסטענהן זיך מיטן מאַרציבאַלער רב רעבע לייבע⸗גאָדען, פאַר אַן אשת⸗אישניצע אַ לאַנע⸗מינע. ניט ער האָט אַ שייכות מיט מאַרציבאַל, ניט מיט ר׳ לייבע⸗גאָדען און אַוודאי ניט מיט קיין אשת⸗אישניצע.

אַקיצור, די גאַנצע שטעטל האָט זיך אַריינגעמישט. מ׳עט זיך אַף הילען אָנגעזעצט, ביז וואַנענט ער׳ט ניט פאַרשטאַנען אַז דער ברודער האָט רעכט. איבעריקנס האָט זיך די מאַריאַשע אַליין דאָרטן געיאַוועט.

האָבן איר די קאַראַבעלניקעס אַלציקעדינג אויסדערציילט, פון מאַרציבאַלער גבירס שידוך און ביזקל היים⸗מאיר דעם סווירער.

וואָס זאָליך דיר זאָגן, די מאַריאַשע ט׳זיי געגעבן צו פאַרשטיין אַז אינדערוואָכן קען זי דעם מאַן ניט גיין איבעררייסן, ער איז פאַרטאָן אין לערנען, ער זוכט אויסעט נשמות פון אַלערלייאיקע וועלטן. שבת ׳עט זי עם אַלציקעדינג אויסדערציילן. שבתע⸗נאַכט קערט זי זיך אום אין מיכאַלישעק. ׳עט זי לאָזן וויסן.

זיינען די קאַראַבעלניקעס דאָ איבער שבת געבליבן. מ׳האָט זיך איבער זיי געקריגט, באַ וועמען ׳עלן זיי נאַכטלעגער האָבן.

וויי׳ז מיר, די קינעלע רוקט זיך צום וואַנט צוצו. אַ קינעלע האָט קיין צייט ניט. די מעשה!

יע, קערט זי זיך דאָ אומעט שבתע⸗נאַכט, די מאַריאַשע, דעם מקובלס ווייב. עם ווי מ׳רופט, ריכטיק, ווייס מען ניט ביז היינטיקן טאָג, רופט מען עם „ווירעביודע⸗מאַטיר“ איבער די פּאָר ווערטער אין סידור, ער שרייט זיי אויסעט ווי אַ באַנומענער אין בית⸗מדרש פרייטיק צו נאַכט. דאָ יאַוועט ער זיך מערניט איינמאָל אַ וואָך צו קבלת שבת.

אָנגעקומען שבתע⸗נאַכט אין מיכאַלישעק, האָט זי עם אַלציקעדינג איבערדערציילט, די מאַריאַשע. דער מאַן אירער — אַ פיינער מאַן, אַ׳ ↰ 194 נאָר אום שבת בלייבט ער מיט איר, דאָס אַן אַנדער מעשה — וואָס וויל ער, ער דאַרף זיך אַן עצה האַלטן, ניט מער און ניט ווייניקער, מיט די נשמות פון די אַמאָליקע מקובלים וואָס מיט זיי רעדט ער זיך צונויפעט דאָרטן אין די כאַטע באַ די וויליע. ווי דו קוקסט עם אָנעט, דעם סידון, אַז יענע ל׳ן הייסן, ט׳ער אין פּאַריזש אויכעט פאָרן! פאַרשטייסטו מיר, מיט נשמות קען מען דאָך קיין זאַך ניט וויסן. יענע וואָך קען עם גראַדע ניט געלינגען. ניט געלונגען איז גיי לערן אַ בער טאַנצן.

דערהערט אַז ערשט איבעראַכטאָג שבת ׳עט זיין נייעס, האָבן זיי פאַרשטאַנען, די קאַראַבעלניקעס, אַז דאָס אי׳ נאָך ווייט צום געלעכטער. אַז פאַר כישופמאַכער האָבן זיי זיך געוועלט אויספיינען. דאַמאָלסט אַז מ׳האָט זיי דאָרטן אין מאַרציבאַל שיער אין גאַס ניט צעטראָטן, האָבן זיי דאָך גלייך אַף אַן אָרט אויסגעשריען: „איין וואָך מערניט“. פון שרייען ווערט מען הייזעריק.

באַ די מאַריאַשע איז די קאָפּ אַ בעסערע ווי באַ טויזנט קאַראַבעלניקעס. זי איז געווען אַ יתומהלע, איך געדענק דאָך. דער מיכאַלישקער גאון, ר׳ שבתי פיינבערג ט׳מען עם גערופן, מיט יתומים און יתומות ט׳ער אַליין געלערנט. אַז ער איז קראַנק געוואָרן, ט׳מען עם צוגערעדט פאָרן אין דייטשלאַנד, דאָרטן ט׳מען עם אופגעשניטן, די דאָקטוירים, און דאָרטן איז ער אַפן אָרט אַוועקגעשטאָרבן. וואָלט ער דאָ געבליבן וואָלט ער ווייטער געלעבט, דאָס איז אַלציקעדינג גאָר אַן אַנדער מעשה. נו.

נעמט זי, די מאַריאַשע, און טוט זיי אַ זאָג, אַז ניט געפידלט איז אונטערגעשפּילט. צואיילן דעם מאַן אירן, דעם מקובל אין מאַרקון דאָרטן, קען מען דאָך ניט. אַ מקובל וואָס גיט זיך אָפּעט מיט די נשמות פון מתושלחס יאָרן און ביזקל משיחס צייטן, איז באַ עם האָט אַ ווערדע אַ וואָך, אַ יאָר, דור⸗דורות? מ׳עט עם גיין אָפּשמייסן, ער זאָל וואָס גיכער מאַכן די אַרבעט? וואָ׳, ס׳אַ מולער? ס׳אַ סטאָלער? אַ׳ ס׳אַרויסגעוואָרפן די רייד.

האָט זי זיי אָט אַזוי נאַרייעט, די מאַריאַשע: זאַלץ זיי אַוועק אַהיים, ↰ 195 דאָרטן ׳לן זיי דעם מאַרציבאַלער רב אָנזאָגן אַז דער מאַרקונער איז זיך מישב וועגן דעם צי ער׳ט אַ בורר זיין פאַר די לאַנע⸗מינע.

אַלציקעדינג וואָס מאַריאַשע׳ט זיי געהייסן האָבן זיי געמאַכט.

וואָס צאַך אין מאַרציבאַל אָפּגעטאָן דאַרף איך דיר ניט זאָגן! דאָ רופט מען עם, דעם מקובל, „ווירעביודע⸗מאַטיר“, נאָר אין גאַנץ ליטע ט׳מען עם ניט אַנדערשט: „דער מאַרקונער“, גערופן. אין די ספרים רופט מען עם דאָך אָנעט „המארקוני“. „אַ׳ מ׳לעבט דערלעבט מען אַלציקעדינג“, אַזוי׳ט מען באַ זיי דאָרטן געזאָגט, „אונדזערע קאַראַבעלניקעס האָבן די מעשה מיטן גבירס גט צום מאַרקונער אַזש געבראַכט! עפן זיך הימל!“

אַ סך דאָרטן האָבן סתם ניט געגלייבט. וואָס, זייערע קאַראַבעלניקעס זיינען אַוועק צום מאַרקונער?! הייבט זיך ניט אָן. אַז ס׳איז פערדס פוס, פּאָטקעוועס אַן אייניקל.

דערהערט „חיים⸗מאיר דער סווירער“ האָט רעבע לייבע⸗גאָדע פאַרשטאַנען אַז פון ריינסטן וואַסער איז דאָס. אַלצאיינס ט׳ער זיי איטלעכן פאַר זיך איבערגעפרעגט. שימען ט׳ער געהייסן צואוואַרטן אין פירעס און דערוויילע ט׳ער אויסגעפרעגט באַ הילען. נאָכדעם פאַרקערט. יעדער באַזונדער ט׳ער זיי אויסגעפרעגט מיט אַלע קלייניקייטן.

דער מענדל פון די ציגל איז בייז ווי אַ הונט געוואָרן. וואו׳ז געהערט געוואָרן, אַ רב זאָל קיין גט ניט לאָזן אָפּשיקן אַ ווייב אַ נואפטע, אַז די צוויי עדות האָבן אַלציקעדינג געזען, פאַרוואָס שיקט מען ניט, ווייל די עדות, גרויסע קנאַקער, גאַנצע קאַראַבעלניקעס, עם⸗הארצים פון די מה⸗נשתנה, האָבן חרטה, קומען נאַכער צו פאָרן אין שטאָט אַריין און דערציילן פאַר די בענטש⸗ליכט אַ מעשה, אַז דעם מאַרקונער איז סמוטנע געוואָרן אַף דער עלטער, האָט ניט וואָס צו טאָן, זיצט ער זיך, און קלערט איבער וועגן מענדל פון די ציגל אין מאַרציבאַל און זיין ווייב לאַנע⸗מינע אין קאָנסטאַנטין. אַפן מאַרציבאַלער רב ט׳ער פאַראיבל געהאַט, דער מענדל, נאָר וואָס ט׳ער זיך נאַריש מאַכן, אַז רעבע לייבע⸗גאָדע הייסט צואוואַרטן איז צוגעוואַרט.

↤ 196

רעבע לייבע⸗גאָדען איז וואַרעם געוואָרן אַפן האַרצן, סיי פון גוטסקייט וועגן און סיי אַ ביסעלע, נו, יעדער מענטש זוכט זיך אויסעט אַ ביסעלע יחוס. פון גוטסקייט, ער איז געווען זיכער אַז דער מאַרקונער וועט אויספּועלן פאַר לאַנע⸗מינען די כתובה מיט אַלציקעדינג וואָס ס׳שטייט דאָרטן, זאָל זי אַרויסגיין אַ ריינע, זאָל זי זיך אויסזוכן אַן אַנדער מאַן, באַ אָטאָ דעם מענדל פון די ציגל ׳עט דאָך סיי ווי בלייבן אַ וועלט מיט געלט. האָט דאָך רעבע לייבע⸗גאָדע אויכעט פאַרשטאַנען אַז דאָס איז דעם רבונו של עולמס ווילן. מיטן רמב״ם ט׳ער ניט גיין שפּאַרן זיך, דער מאַרציבאַלער רב. אַ מקובל קען זיך אַף אַלציקעדינג פאַרמעסטן:

בשעת מעשה ט׳ער זיך געפרייט, רעבע לייבע⸗גאָדע, אַז צו עם אין שטאָט קען נאָך אַריינפאָרן דער מאַרקונער.

פּנים אַל פּנים מיטן מאַרקונער!

אַוועקגעגאַנגען אַ האַלבער יאָר. גאָרניט. פון גביר איז אַ באַרג אַש געוואָרן. ער׳ט זיך שוין אויסגעזוכט אַ נייע כלה, נאָר ביז וואַנענט ס׳ניטאָ קיין גט אי׳ דאָך ניטאָ וואָס צו ריידן. באַ עם האָבן זיך די טעג ווי פּעך געצויגן.

אינמיטן ווינטער, נעמט און פאָרט אַריין אין מאַרציבאַל אַ שליח.

שאַ, אַ בריוו פון מאַרקונער!

אַז אַלע זיינע יאָרן שיקט ער ניט קיין איינגעטונקטע פּענע, אין ווילנע אויכעט ניט. צו קיין אויסגעקלונגענע גאונים אויכעט ניט. און וועגן אַ לאַנע⸗מינע, ער קען איר ווי דעם טאָטער, שיקט ער אַ שליח מיט אַ שליטן, מ׳זאָל עם קיין מאַרציבאַל אַוועקטראָגן אַ בריוו. אַ סימן אי׳ דאָס געווען, אַז באַ די גרעסטע יידישע נשמות, ווער ווייס, אפשר איז אליהו הנביא באַ עם אין שטיבעלע באַ די וויליע אויכעט געווען, אַז באַ זיי ט׳מען געהאַלטן אַ׳ מ׳דאַרף טאָן פאַר לאַמינען. דעם בריוו ט׳ער אַף אַראַמיש אָנגעשריבן. אַז באַ די מקובלים רעכנט זיך לשון קודש אַז ס׳פאַר די יידענעס אַפן מאַרק. דאָרטן איז געווען פאַרשריבן דער טאָג ווען ער׳ט אין מאַרציבאַל אַריינפאָרן זיין אַ בורר פאַר לאנא מינא בת ↰ 197 ר׳ יהודה שכנא. אין בריוו איז געשטאַנען, אַז ער וויל זיך צונויפטרעפן מיטן מאַרציבאַלער ביחידות און ווייטער — קיינעם.

שטעל זיך פאָר! אַז אַ מקובל גייט זיין אַ בורר דאַרף ער זיך מיטן בעל⸗דין גאָרניט צונויפריידן! ער ווייס שוין ווי אַזוי מ׳דאַרף ריידן.

אין מאַרציבאַל האָט געקלונגען. אין קאָנסטאַנטין האָט געקלונגען.

אין מיכאַלישעק האָט אויכעט געקלונגען. און אין נאָך פיר און פערציק שטעטעלעך האָט געקלונגען. באַ וועמען ט׳מען ניט געהערט די מעשה, באַ אַלעמען! איוויער בייטש⸗שטעקלעך! ליפּנישקער געצעס! סמאַרגאָנער בערנטרייבער! וואוהין דו זאָלסט זיך ניט אַ קער טאָן. איין זאַך מערניט ט׳מען געוועלט אַלע וויסן: וואָס׳עט דער מאַרקונער מקובל קענען דאָרטן אָנדרשענען, די אשת⸗אישניצע אַראָפּנעמען פון תליה, אַ! וואָס, ער׳ט גיין דערציילן אַז פון הימל ט׳מען עם אונטערגעזאָגט, אַ׳ די קאַראַבעלניקעס האָבן אַ טעות געהאַט אין וואַלד, אַ ווערדע איז דאָס געווען מיט אַ וועדריכע? וואָדען? אַ ווערדע איז צוגעגאַנגען צו אַ וועדריכע, ט׳ער איר אַ זאָג געטאָן: וועדריכע! קום מי׳לן זיך אויסהורן!

באַ למדנים ט׳מען אַנדערשט גערעדט. באַ זיי איז געווען אַ זיכערע זאַך, אַז דער מאַרקונער ט׳זיך מיט גמרות און מיט פּוסקים וואַרפן, ער׳עט ברענגען פון דעם און פון יענעם, פון אויבן און פון אונטן, פון בבל און פון אָשקאָש אַז די גאַנצע מעשה וואָס די קאַראַבעלניקעס האָבן דאַמאָלסט אויסדערציילט פאַרן רב רעכנט זיך ניט קיין כשרע עדות. אַ קלוגער בורר געפינט שוין באַם עדות אַ פּגם.

כאַ, אַ׳ מ׳שפּילט זיך מיטן מאַרקונער!

אַנדערע האָבן גאָר נביאות געזאָגט, אַז ער׳ט געפינען אין די ספרים, דער מאַרקונער, טאָמער איז דער מאַן אַן אכזר, גייטאָך עס אויכעט אין דין אַריין. אין מאַרציבאַל ׳עט מען ברענגען אַ גאַנצע שטאָט, זיי׳לן אויסדערציילן ווי אַזוי דער מענדל פון די ציגל האָט זיך די אַלע יאָרן איינגעזויגן אין לאַמינען ווי אַ פּיאַווקע. וואָס זי׳ט זיך באַ עם ניט אָנגעליטן! מ׳זאָל נאָר ניט געפּרואווט ווערן צו וואָס מ׳קען געוויינט ווערן.

↤ 198

באַ די ליצנים ט׳מען איין זאַך גערעדט מערניט. אַז דער מאַרקונער ׳עט געוואָר ווערן באַ די מלאכים אַז דער מענדל פון די ציגל איז אַ ניט⸗דערבאַקענער מאַנסביל, אַ סימן האָט מען, קיין קינדער אי׳ באַ זיי דאָך ניטאָ. טאָמער אי׳ דאָס ווייניק, קען מען דאָך אַ קוק טאָן באַ דעם מענדל פון די ציגל, די שיטערע, נאַסלעכע באָרד. וואָס, אַף אַזאַ מין מיאוסקייט ׳עט מען זיך פון הימל ניט צוקוקן? אַף חידושים לויפט מען אומעטום קוקן!

און דער מענדל פון די ציגל, ער׳ט זיך די גאַנצע צייט אויכעט ניט אונטערגעפוילט, פון אומעטום ט׳ער אייגענע בוררים אַראָפּגעבראַכט אין מאַרציבאַל. אַ פולע פון ווילנע, אַנדערע פון יענער זייט סמבטיון. איינעם אַ רב אַ גאון, פּערלאָוו ט׳מען עם גערופן, ט׳ער אַראָפּגעבראַכט פון „דאָמבראָוויץ על⸗יד סאַרנע“, אַזוי רופט זיך דאָרטן די שטעטל. ראָוונער גובערניע! עק וועלט! וואָס אַ גביר קען! זיי זיינען אַלע אַריין צו רעבע לייבע⸗גאָדען און עם ווייטער די זעלביקע גמרות געבראַכט. אַז אַלע רבנים האָבן איין פּנים. אַלציקעדינג ט׳ער פאַרשריבן באַ זיך אין פּנקס. ער׳ט צוגעזאָגט פּסקענען וויבאַלד ער׳ט נאָר הערן בוררות פון דער אשהס צד.

אין קאָנסטאַנטין דערוויילע, האָט זיך די גאַנצע שטאָט אָנגענומען פאַר לאַנע⸗מינען נאָך מער ווי אין מאַרציבאַל. וויבאַלד מ׳האָט צעטראָגן, אַז דער מאַרקונער גייט פאָרן אין מאַרציבאַל פון אירטוועגן, ט׳מען איר אַ מלכה גערעכנט, די מלכה קאָנסטאַנטין. מ׳עט איר די בעסטע שידוכים נאַרייעט, ווי נאָר זי׳עט ניט האָבן פון מאַן דעם גט. וואָס, אַזאַ פּאַרשיין דאַרף אַ גרושה בלייבן, אַ׳ צו וואָס? עלנט ווי אַ שטיין איז דאָך ערגער ווי אין האַלדז אַ ביין. באַ זיי אין די כאַטע דאָרטן ט׳מען פון אומעטום די שענסטע מתנות אַריינגעטראָגן. אַ קלייניקייט, אָרעמע יידן לערנען בלק מיט אַ חזירשן גביר! וואָס ס׳האָט זיך באַ זיי אין די כאַטע ניט באַוויזן! אַ וואַנט⸗זייגער מיט אַ פּאָמפּעדיקל ווי אַ סאָווע, אַ טישעלע מיט פיסעלעך ווי באַ אַ לייב, אַ בילד פון מערת המכפּלה. מיט פאַרבן! פרעג ניט. וואָס באַ אַן אָרעמאַן ↰ 199 קען זיך פאַרוואַלגערן ׳עסטע באַ קיין גביר ניט געפינען.

מ׳פּלאַפּלט און מ׳פּלוידערט. אַ׳ מ׳דערוויסט זיך, איז עס ני׳ דאָס.

ס׳געווען ערגעץ אינמיטן שבט. אין מאַרציבאַל ט׳זיך געשטעלט יענער פראָסט. מיט די אייז⸗ליכטלעך ט׳מען אַ כאָפּטע קאָזאַקן געקענט אַוועקלייגן. די קראָמען ט׳מען איבערגעלאָזן אַף הפקר. מ׳עט זיך גוט אָנגעפּעלצט און מ׳עט אָפּגעוואַרט דעם שליטן. אַ פולע יידן האָבן זיך דאָרטן אָפּגעפראָרן די אייווערן. אַזאַ שיינע זון איז געווען, די גאַנצע שניי האָט געפינקלט און געבלישטשעט. סוף⸗כל⸗סוף ט׳מען דעם שליטן דערזען. דער פורמאַן אי׳ געווען אַ גרויסער אָרעמאַן, אַבישלעימע דער טיכערניק ט׳מען עם גערופן, אַ סווינציאַנער, אַלע וואָך קומט ער דאָ צו פאָרן אין מיכאַלישעק, מאַריאַשען פירט ער אָפּעט אין סווינציאַן פאַרקויפן אירע פיש דאָרטן, זי׳ט דאָס עם צוגעשטעלט דעם שליטן, אַ׳ דער מאַן אירער פאַרשטייט זיך נאָר אַף רייזעס דאָרטן אין די הימלען. זי איז יענע בריה, די מאַריאַשע, וואָס זי׳ט וואַנצאַקעס מיט לעשטשן געכאַפּט מיט אירע שעטקעס, האָבן די פישער מיט זייערע בוטשעס מערניט געחלומט דערפון. נו.

באַ די מאַרציבאַלער, אַז זיי האָבן דערזען אַבישלעימעס שליטן ווי ער פאָרט אין מאַרציבאַל אַריין מיטן מאַרקונער איז דאָס ניט אַנדערשט, אליהו הנביא מיטן רייטוואָגן. דער מאַרקונער איז אַ קליינער, אַ ביינערדיקער ייד, באַ עם איז אַ צעשויבערטע קאָפּ לאַנגע ווייסע האָר. אַזאַ ווילדע קאָפּ האָר רופט מען דאָך אָנעט „ווי באַם ראָגעטשאָווער“. דעם גאַנצן פּנים האָבן זיי עם פאַרבאַהאַלטן, די האָר, נאָר די באַקן ט׳מען געזען, שפּיציקע אַזעלכע. און די באָרד! טויזנט שפּיצן אי׳ געווען באַ איר, באַ די באָרד! שיער ניט ביזקל די פיס! פרעג ניט.

אַבישלעימע׳ט גענומען שרייען „אַ וואַרע! יידן, מאַכט אַ וואַרע!“ און די קליאַטשע זיינע, ניט פון די שענסטע פערד אי׳ דאָס געווען, פון עם איז אַראָפּגעהאַנגען די גאַנצע מיסט וואָס צאַך צוגעקלעפּט, די קליאַטשע ט׳ער אָנגעטריבן ביזקל פאַרן בית⸗דין שטיבל. ר׳ לייבע⸗גאָדע האָט דעם מאַרקונער אָפּגעוואַרט אינדרויסן, לעבן די פּריזבע. ↰ 200 שטעל זיך פאָר, אין אַ פראָסט! וואָס, דעם מאַרקונער ט׳מען ניט אָפּוואַרטן? ווערס׳עט די זאַך פאַר די אויגן דערזען, דער׳עט שוין ניט פאַרגעסן. רעבע לייבע⸗גאָדע איז געווען אַ ייד אַ גיבור מיט ברייטע פּלייצעס, באַ עם איז געווען אַן אויסגערונדיקטע באָרד, אַ שוואַרצע ווי די קוילן איז זי געווען, די באָרד. ער האָט זיך צעקושט מיטן קליינינקן מאַרקונער, מיט די ווייסע באָרד מיט טויזנט⸗איין שפּיצן ביזקל צו די פיס. מ׳איז אַריין אינעווייניק, די טיר האָט מען אַזוי ריכטיק פאַרשפּאַרט.

אַז ביחידות הייסט ביחידות. די מאַרציבאַלער רביצין האָט אָנגעגרייט פאַר גראַפן אַ טיש, אַליין איז זי אַוועק זיצן באַ די שוועסטער. קיין שטיקל ברויט ט׳ער אין מויל אַריין ניט גענומען, דער מאַרקונער! נאָר אַ לחיים מיטן מאַרציבאַלער ט׳ער אויסגעטרונקען.

דער מאַרקונער׳ט גענומען ריידן, פאַרשטייסטו מיר, מיט אַ שטימע ווי באַ אַ מקובל. אַלציקעדינג גענוי וואָס ער׳ט מיט עם גערעדט דאָרטן אין בית⸗דין שטיבל, מיט די תרגום ווערטער וואָס אין די הפטורה ניטאָ, דאָס קען איך דיר ניט זאָגן. וועל איך דיר איבערגעבן בקיצור. שטעל זיך פאָר, ער׳ט זיך אָנגעהערט וועגן לאַנע⸗מינען באַ מלאכים, מקובלים, נשמות. פון אַלע הויכע הימלען.

קוק די קינעלע! זי האַלט זיך! ביז וואַנענט מ׳עט דאָ היינט ביינאַכט ניט אויסדערציילן ווי אַזוי דער מאַרקונער׳ט אָפּגעראַטעוועט לאַנע⸗מינע ע׳ט זי זיך ניט אויסברענען, די קינעלע!

אָט וואָס ס׳האָט דער מאַרקונער פאַרן רעבע לייבע⸗גאָדען גערעדט, אַזוי צו זאָגן:




מאַרציבאַלער!

אַלטער וויין אין נייע לאָגלען איז דאָס! מיט לאַנגע וועלטן איידער ס׳אַף דער וועלט געקומען אונדזער בידנע וועלטעלע, איז שוין געווען דער לוח. אין לוח איז צו אַלצדינג אַ צייט. האָט קהלת דען ניט געזאָגט:

↤ 201

אַ צייט צו רייסן און אַ צייט צו נייען.

אַ צייט צו שווייגן און אַ צייט צו ריידן.

די מעשה אין מאַרציבאַל איז דאָך געווען אין מנחם אב. נאָך תשעה⸗באב. די אשה איז גאָט די נשמה שולדיק! אין די הימלען רופט זיך עס „יענע דריי וואָכן“. פון אָפּרו תשעה⸗באב ביז ראש⸗חודש אלול.

אַז אַפילו דאָ, בישיבה של מטה, פעלן ניט קיין סימנים. אין די פּאָוועטינעס וואָס אַף ביידעמער, און אין שפּאַרונעס באַ די בערווענעס, נעמען גרילצן די גרילן. די וויליע פאַלט אַראָפּעט. באַ אונדז אי׳ דאָך דאָ די וויליע! און באַם סאַמע אַראָפּפאַלן לאָזט זי אַרויסעט טרעפּעלעך נאָגעניש אין דער לופט אַריין. אַ ווינטעלע טוט די בלעטער באַלעבן מיט אַ הימלשן ניגון, די דעמבעס מיט שפּיצפינגער⸗טענץ, בעראָזעס — מיט קאַראַהאָדן. אָט קאַפּריזנע. בגילופין! מערניט די נאָדלדיקע ביימער, שטייפע, ווי אונטער⸗שמשים, קוקן זיך צו, שטאַר און פאַרדראָסיק, צו שפּעט⸗זומערדיקע שפּרינגענישן באַ די רייפע בלעטעלעך. זיי, די נאָדלדיקע ביימער וואָס מאַכן זיך יענע דריי וואָכן אויך ניט⸗וויסנדיק, זיי איז באַשערט גרעסערע עבירות. גרעסערע!

איין קלייניקייט, יענע דריי וואָכן. אסרו תשעה⸗באב ביז ראש⸗ חודש אלול. דאַמאָלסט דאַרף אַ פּשוטער בשר⸗ודם זיך אַ קאַפּ אונטערגעבן די יצרים און אָפּהיטן דעם „אל תהי צדיק יותר מדי“. וועמען ס׳כאַפּט אָן אַ יצר אין יענע דריי וואָכן, איז עס פון אַ מלאך. שטעלט מען זיך אַקעגן דעם מלאך, ווייכט מען פון עבירהלעך אַפילו אין ליבע⸗זאַכן אויך דאַמאָלסט; דעם מענטשן, אַ מאַנסביל צי אַ ווייבספּאַרשוין, איז באַשערט אַ גאַנצן יאָר זינדיקן מיט האַרבערע זינד, מיט גדלות, פעלשונגען, רציחה און בלוטפאַרגיסונג, פאַר זאַכן אַפילו, וואָס אַף זיי קען מען גאָר קיין תשובה ניט טאָן, ניט אַף דער וועלט ניט אַף יענער וועלט.

↤ 202

מאַרציבאַלער! אַלע ליבשאַפטן וואָס זיינען אייביק און עכט, וואָס דער טויט קען זיי אויכעט ניט אויסלעשן, און בשעת מעשה זיינען זיי קעגן דין, קעגן קהל, דאָס איז ניט אַנדערשט נאָר פון אַ מלאך.

וואָס פאַראַ מלאך? אהבאל המלאך רופט מען עם. ער איז דער מלאך פון לינקע ליבעס: זקנות מיט בחורימלעך, זקנים מיט בתולות, יידן מיט גויים, אשת⸗אישניקעס מיט אשת⸗אישניצעס, גלאַט אַ שידוך וואָס עלטערן שטייען צו אַז בשום אופן וועט דאָס ניט זיין.

קיין צדיק אַ מלאך איז ער ניט, אהבאל. בישיבה של מעלה ט׳מען עם פאַרשיקט אין אַ פּיצינקן היטעלע, לעבט ער זיך דאָרטן אַ פאַררוקטער ערגעצוואו באַ די הינטערשטע אָקס פון די מרכבה של מעלה. און דאָרטן דרשנט ער אַז ליבשאַפט באַ מענטשן שפּיגלט דאָך אָפּ בשעת מעשה ליבשאַפט צו גאָט. אַז בצלמו האָט דאָך גאָט דעם מענטשן באַשאַפן. נאָכמער, דאַמאָלסט אַז אַ מענטש איז פאַרקאָכט מיט ריכטיקע ליבשאַפט, דאַמאָלסט וועט דאָך דער מענטש ניט גיין דאַווייס וואָס אָפּטאָן קיין שלעכטע זאַכן דאָ אַף דער וועלט.

וועט איר דאָך פרעגן: און וואָס איז מיטן לא תנאף? די אַלע עריות? די תוכחה? אַלץ אמת, מאַרציבאַלער! דאָ רעדט מען פון די מלאכים און ניט פון קיין דין. די עבירה איז אָבער דאָ די עבירה פון אהבאלן, ניט פון די אשה לאנא מינא אין מאַרציבאַל!

די אַנדערע מלאכים נעמען מיט חרמות און מיט שמתאות און פאַרשפּאַרן אהבאלן די וועג וואָס פירט פון זיין היטעלע אַראָפּצוצו אַף דער ערד. אין די דרייענישן פון די רעדער, די קרייזונגען פון די קראַנצן און די ראָדן פון די רונדיקע וועזנס, האָט זיך אהבאל געפונען מערניט איין דורכגאַנג: אין יענע דריי וואָכן שפּעט אין זומער, פון נאָך תשעה⸗באב און ביז ראש⸗חודש אלול, ווען די תאווה באַ אַ מענטשן פלאַקערט אוף, ביז וואַנענט די אַלע מלאכים אינאיינעם קענען עם, אהבאלן, די וועג ניט פאַרשטעלן. דאַמאָלסט טוען זיך אַ רוק⸗אָפּ די שטערן מיט די וואָלקנס מיט די הימלדיקע וועזנס און מאַכן אהבאלן אַ וואַרע.

↤ 203

ווי אַן אַלטער בעל⸗מלחמה אין ריטערלעכן קאַרעט, וואָס קען אַמאָליקע גבורה מערניט איינמאָל אין יאָר באַווייזן, לאָזט זיך אהבאל המלאך אין תחום אַראָפּ שפּעט אין זומער. וואו נאָר אַ גלי, אַ זאָט און אַ ברי פון פאַרווערטע ליבע, נעמט ער און צעצינדט אין האַרצן אַ שריפה, וואָס קיין מענטש קען זיך איר ניט אַקעגנשטעלן.

די דריי וואָכן“ סתם איז דאָך פון שבעה⸗עשר בתמוז, ווען נבוכדנצר מיט זיינע חיילות האָבן די וואַנט אַרום ירושלים איינגעבראָכן, און ביז תשעה⸗באב ווען די שטאָט איז געפאַלן. באַלד נאָכדעם איז „יענע דריי וואָכן“, אהבאלס דריי וואָכן: פון תשעה⸗באב און ביז ראש⸗חודש אלול. אלול קלאַפּט מען דאָך שוין צו סליחות.

מאַרציבאַלער! אין די הימלען איז אַזוי ווי אַף דער ערד: צווישן אַ טרויער מיט אַ טרויער קען זיך גאָלע פרייד אַריינרייסן.

מאַרציבאַלער! די עבירה וואָס ס׳האָט אָפּגעטאָן די אשה איז וואָרהאַפטיק אַן עבירה. נאָר אַז ס׳איז געווען אין יענע דריי וואָכן, איז עס דעם מלאך אהבאלס אַן עבירה, ניט די אשהס: דער מלאך אהבאל טענהט אַז דאָ ט׳ער בפירוש אָפּגעראַטעוועט אַ יידיש⸗קינד פון אַן אומבאַשערטן שידוך וואָס קען נאָר ברענגען צער סיי דעם מאַן און סיי די ווייב. אַז מ׳וואָלט צו קיין גט ניט געקומען וואָלטן זיי ביידע באַגאַנגען גרעסערע עבירות. גרעסערע!

אַז ס׳איז אין יענע דריי וואָכן דאַרף מען די אשה דן זיין לכף זכות!

זייט געבענטשט, מאַרציבאַלער!




דער מאַרקונער איז אַרויס אָן אַ זיי⸗געזונט, ער איז אַרוף אַפן שליטן, אַבישלעימע׳ט אָנגעטריבן דעם פערד און שוין.

דעם זעלביקן טאָג האָט ר׳ לייבע⸗גאָדע געפּסקנט אַז ער נעמט אָן לאַנע⸗מינעס בוררות. דער גביר דאַרף איר אויססילוקן די הונדערט אימפּעריאַלן. אומעטום ט׳מען נאָר געוועלט וויסן, וואָס ט׳ער דאָרטן געזאָגט אין זיין בוררות, דער מאַרקונער. גענוי ט׳מען ניט געוואוסט, ↰ 204 נאָר וואָדען, ס׳דערגאַנגען אַז דאָרטן וואו מ׳זינדיקט אונטער אין ליבע⸗זאַכן אין „יענע דריי וואָכן“, איז עס די מלאכה פון אַזאַ מין מלאך. ווי אַזוי מ׳רופט עם ט׳מען ניט געוואוסט, ט׳מען עם גענומען אָנרופן פּשוט: „דער מלאך פון מאַרציבאַל“.

באַ די רבנים ט׳מען גענומען ריידן, אַז מ׳האָט צו טאָן מיט אַ גט, און ס׳גייט אין אַן אשת⸗אישניק צי אַן אשת⸗אישניצע, צי וועט מען ניט קומען מיט אַ טענה אַז געשען איז דאָס אין יענע דריי וואָכן, ווייל אויבע שוין אַזוי, ׳עט מען ברענגען אַ ראיה פון מלאך פון מאַרציבאַל. באַ זיי הייסט דאָס דאָרטן: „ראיה ממלאך דמארציבאל“.

וויי׳ז מיר! די קינעלע! באַם וואַנט האַלט זי שוין!





דאָס שטיבעלע איז אַזוי פאַררויכערט געווען פון קינעלע⸗רויך אַז קוים האָב איך די מומע ביילקע געקענט זען. גליאיקע האָלעוועשקעס, ווי יאָגנדיקע שטערן, האָבן געשאָסן און געשפּונען. ס׳האָבן אַרומגעשוועבט פליאיקע צירהס, סעגלען, שוואָעלעך. אינדערהייך האָט אַ האַלב⸗לבנהדיקער תביר אומזיסט געפּרואווט פאַנגען אַ שטערנדל. אין אַ ווייטן ווינקל האָט אַ בליץ געטאָן מיט אַ שלשלת.

די מומע ביילקע האָט אַרויסגעצויגן דאָס שיער ניט אויסגעברענטע קינעלע פון וואַנט, פלינק אָנגעצונדן דערמיט אַ נייס. מיטן ניגון פון אַ מעשה האָט זי אונטערגעברומט:

אַ שטעקעלע אַריין

אַ שטעקעלע אַרויס

די מעשה איז אויס.

Digitized by Andrey Rozenberg