אָקספאָרדער אוניווערסיטעט
בר⸗אילן אוניווערסיטעט
ווילנער אוניווערסיטעט
תל⸗אביבער אוניווערסיטעט
דער אָנהייב פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט מיט זיך פאָרגעשטעלט אַן עפּאָכע אין דער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך, ווען די פילאָלאָגיע האָט געדאַרפט שפּילן איר היסטאָרישע ראָלע, אויך אין טאָגטעגלעכן לעבן, דורכן אויפשטעלן לעקסישע, גראַמאַטישע און אָרטאָגראַפישע סטאַנדאַרדן. אַן אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך פעאיק צו די העכסטע מענטשלעכע שאַפונגען און אויפטוען נייטיקט זיך אין אָט די סטאַנדאַרדן.
דער ציל איז דערגרייכט געוואָרן. צווישן די וויכטיקסטע שאַפונגען פונעם יאָרהונדערט אויף אַ ריי געביטן פאַרנעמען זייער בכבודיק אָרט אויך ווערק פון דער נייער יידישער ליטעראַטור. ניט געקוקט אויף דעם וואָס דער חורבן — די גרעסטע קאַטאַסטראָפע אין דער געשיכטע פון דער מענטשהייט — האָט שטאַרק אָפגעשוואַכט די דעמאָגראַפישע יסודות פון דער שפּראַך, נעמט זיך יידיש ווידער בויען שוין עטלעכע צענדליק יאָר, סיי דורך אַ וואוקס פון טויזנטער אין אַקאַדעמישע און ליטעראַרישע קרייזן, סיי דורך אַ וואוקס פון הונדערטער טויזנטער, וואָס ווערן מגולגל אין מיליאָנען, אין דער מעכטיקער טראַדיציאָנעל רעליגיעזער יידישער וועלט, בפרט דער חסידישער.
אויף דער שוועל פון איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז געקומען די צייט אין דער געשיכטע פון יידיש, די פילאָלאָגיע זאָל זיך לערנען ביים לעבן.
די כלל תקנות טיילן זיך אויס מיט דריי זאַכן פון פריערדיקע פּרואוון אויף דעם געביט.
ערשטנס: ניט מ׳גלייבט אַז די כלל תקנות וועלן אָנגענומען ווערן איבער דער וועלט ביי די אַלע וואָס שרייבן יידיש, ניט מען איז דאָס אויסן. די אָרטאָגראַפישע קאָמיסיע נעמט אָן פאַרקערט אַז די געבליבענע וואַריאַציעס אין יידישן אויסלייג זיינען אין די מערסטע פאַלן אַ סימן פונעם געזונטן פאַקטישן מצב פון אַ לשון וואָס ווערט גענוצט אין אַ סך לענדער ביי פאַרשיידנאַרטיקע יחידים און גרופּעס. די קאָמיסיע זעט איין די נייטיקייט סיי אין טאָלעראַנץ סיי אין דרך ארץ צווישן די גרופּעס. ס׳ווערט אָנערקענט אַז די געבליבענע חילוקי דעות געהערן צום גרעסטן טייל דעם תחום פון געזעצמעסיקער וואַריאַציע וואָס לאָזט זיך דעפינירן לויט געאָגראַפישע, פּאָליטישע, סאָציאַלע און אידעאָלאָגישע אונטערשיידן.
צווייטנס: די כלל תקנות נעמען פאַר אַ ציל דעם באַנוץ פון די וואָס קענען שוין שרייבן און לייענען יידיש. זיי גייען אַרויס פון דער הנחה אַז אין יידיש, פּונקט ווי אין העברעאיש, זיינען פאַראַן נקודות וואָס זיינען וויכטיק פאַר קינדער און ביים אויסלערנען זיך די שפּראַך, ווי אויך צו פאַרשיידענע פאָרשערישע און דערציערישע צוועקן (למשל ווערטערביכער און לערנביכער). די וואָס קענען די שפּראַך זיינען די נקודות ניט נייטיק. פאַרקערט, זיי איז נייטיק אַן אויסלייג מיטן סאַמע מינימום פּינטעלעך און פּאַסיקלעך. פאַר קינדער, סטודענטן און געוויסע לעקסיקאָגראַפישע צוועקן, קען שטאַרק צוניץ קומען דאָס דיפערענצירן יי און ײַ ווי אויך אַלע פיר פּאָרלעך עקספּלאָסיוון און ספּיראַנטן — בּ און בֿ, כּ און כֿ, פּ און פֿ, תּ און תֿ, מיט דגש צי מיט רפה צי מיט ביידע. דעם אַלגעמיינעם לייענער קלעקט אָבער ↰ 3 מבחין זיין צווישן פּ און פ און די דריי מיני אלף: א, אָ און אַ. דאָס איז בהסכם מיטן טויזנטיאָריקן גאַנג פון דער געשיכטע פון יידיש שבכתב, אַ געשיכטע פון אַן אָרטאָגראַפיע וואָס האָט זיך גאונותדיק אויסגעאַרבעט אויף צו דערגרייכן די מאַקסימאַלע פאָנעטישקייט און בשעת מעשה ניט דאַרפן אָנקומען צו איבעריקע נקודות.
דריטנס: די כלל תקנות זיינען בעצם מער דעסקריפּטיוו ווי נאָרמאַטיוו; ביי אָנגענומענע וואַריאַציעס, ווייזן זיי אָן אויף די פאַראַנענע ברירות, אָנשטאָט מאַכן אַן אָנשטעל פון אַ פּוסק אחרון. פּונקט ווי ביים רוב שפּראַכן איבער דער וועלט, זיינען פאַראַן פאַרשיידענע סטילן אותיות און פאַרשיידענע וואַריאַנטן ביי געוויסע אָרטאָגראַפישע פּרטים. די תקנות שטאַמען ניט פון קיין ווילן „אויסצובעסערן” יידיש; פאַרקערט, זיי זיינען אַ פּועל יוצא פון אַ סיסטעמאַטישער שטודיע איבערן געשריבענעם יידיש אָנהייב ניינציקער יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, נעמענדיק אין באַטראַכט ביכער, זשורנאַלן און צייטונגען פון פאַרשיידענע לענדער און פון גרופּעס וואָס שיידן זיך שאַרף אונטער איינע פון דער אַנדערער.
פון די דריי פּונקטן ווערט שוין קלאָר דער יסוד. די קאָמיסיע, וואָס איז אויפגעשטעלט געוואָרן לויט דער איניציאַטיוו פון דער אָפּטיילונג פון יידישער שפּראַך און ליטעראַטור ביים אָקספאָרדער אוניווערסיטעט, האָט איינגעזען אַז עס האָט זיך גענומען שאַפן איבער דער וועלט אַ דעת הכלל, אין דער תורה וועלט, אין ליטעראַרישע און אַקאַדעמישע קרייזן, ביי שרייבער און געלערנטע אין פאַרשיידענע סביבות און לענדער, אַ דעת הקהל וואָס פאַרנעמט אַ „שביל הזהב” צווישן די צוויי פליגל: „קאָנסערוואַטיוו” (גיזאָגט, יאָהר, האָבען ,מענשען, גע׳מסר׳ט) ↰ 4 און „ראַדיקאַל” (וווּ, צוּוווּקס, פֿריִיִק, שניייִק, פֿאַר אַ יאָרן).
אַז אַ דעת הכלל האָט זיך געשאַפן, אָן דער קראַפט פון מלוכהשע דיקטאַטן און געזעצן, איז עס אַ סימן אַז די געשריבענע יידישע שפּראַך גייט פון זיך אויף אָט דעם דרך.
מחמת דעם וואָס די תקנות גייען מיטן אָנגענומענעם דרך פונעם רוב געדרוקטע ווערק אין משך פון די פאַרגאַנגענע זיבעציק יאָר, אָנשטאָט דעם עולם פּרובירן איבערצוצייגן אין חידושים און תיקונים, איז קלאָר פון זיך אַליין אַז דאָ וועט מען אומזיסט זוכן אָריגינעלקייט. אָריגינעלקייט דאַרף זיך געפינען אין דעם וואָס מ׳טוט אויף מיט דער שפּראַך, ניט אינעם אויסלייג.
די כלל תקנות זיינען אין די מערסטע פּרטים אידענטיש מיט דער נייער אָרטאָגראַפיע וואָס דער גרויסער יידישער פילאָלאָג זלמן רייזען הי״ד האָט איינגעסדרט אין זיין גראַמאַטיק אין יאָר תר״פ — 1920, אַ סימן דערויף וואָסער רואה את הנולד איז געווען זלמן רייזען. ברייט גענומען קען מען עס פאָרמולירן אַזוי: די תקנות זיינען אַ קאָדיפיצירונג פון דער נייער אָרטאָגראַפיע.
די כלל תקנות שטעלן זיך צוויי צילן:
(א) פירן צו אַ בשותפותדיקן אויסלייג ביי די אַלע וואָס געפינען זיך סיי ווי סיי אין אָרטאָגראַפישן צענטער פון דער שפּראַך.
(כ) שאַפן אַ פעסטן, איינגעפונדעוועטן געזעלשאַפטלעכן אָנשפּאַר פאַר דער נייער אָרטאָגראַפיע, ד. ה. פאַרן גרייטן באַנוץ פון דער מערהייט.
1. | גראַפיק | |
1.1 | גענדזנפיסלעך | 9 |
1.2 | מקף | 9 |
2. | פאָנעטישע ספּעציפיצירונג | |
2.1 | פּתח צוויי יודן | 11 |
2.2 | דגש און רפה | 13 |
2.3 | שין און שׂין | 14 |
2.4 | פאָנעטיזירונג פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט | 15 |
3. | די „שטומע אותיות” | |
3.1 | דער שטומער אלף | 17 |
3.2 | דער שטומער עין | 18 |
4. | צוזאַמען אָדער באַזונדער | |
4.1 | ביי אַדווערבן | 21 |
4.2 | ביי סובסטאַנטיוון | 23 |
4.3 | ביי אַדיעקטיוון | 26 |
5. | פאַרשיידענע פּרטים | |
5.1 | מ׳, מען, מע | 29 |
5.2 | ס׳, עס, סע | 29 |
5.3 | די סופיקסן ⸗הייט און ⸗קייט | 30 |
5.4 | די אָרדינאַלע ציפערן | 30 |
5.5 | די קלאַנגען דז, טש און נצ | 30 |
5.6 | דער סופיקס ⸗יק | 31 |
5.7 | דער סופיקס ⸗עך | 31 |
5.8 | ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש | 31 |
5.9 | ראשי תיבות און קירצונגען | 34 |
6. | געבליבענע וואַריאַציעס | |
6.1 | אידיש — יידיש | 37 |
6.2 | די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן | 38 |
7. | אָרטאָגראַפישע רשימה | 41 |
עפענענדיקע גענדזנפיסלעך שטעלט מען פון אונטן, שליסנדיקע פון אויבן.
דעם מקף מעג מען שרייבן און דרוקן מיט צוויי אלכסונדיקע שטריכעלען אָדער מיט איין גלייכן שטריכל.
אין אַלגעמיינעם באַנוץ נייטיקט מען זיך אין דריי צוגאָבן צום אלף⸗בית: קמץ⸗אלף, פּתח⸗אלף און אַ פּינטל אין פּא.
דערצו קען מען זיך באַנוצן מיט נקודות אויף צו דערגיין צו ווייטערדיקער ספּעציפישקייט (דער עיקר פאַר קינדער און אָנהייבער, אין לערנביכער און ווערטערביכער, און צו פאַרשיידענע וויסנשאַפטלעכע און לעקסיקאָגראַפישע צוועקן). נקודות ווערן אויך גענוצט אין קעפּלעך פון ביכער און אַרטיקלען ווי אַ צירונג צו די אותיות, און ביי שווערע אָדער זעלטענע ווערטער, צו הילף צו קומען דעם לייענער.
דעם פּתח צוויי יודן (ײַ) ווענדט מען אָן אויפן כלל⸗יידישן ay (ליטוויש ay, פּויליש לאַנגער a, אוקראַיניש קורצער a), אים צו דיפערענצירן פון כלל⸗יידישן ey (ליטוויש און אוקראַיניש ey, פּויליש ay).
ביי אַ סך שרייבער און אין אַ סך ביכער, נוצט מען דעם ײַ קאָנסעקווענט. אַנדערע ווענדן אים אָן נאָר ביי זעלטענע יידישע ווערטער און נעמען, דער לייענער זאָל ניט האָבן קיין טעות.
דאָרטן וואו מ׳נוצט ניט דעם ײַ איז אָנגענומען צו באַנוצן זיך מיט די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען אַי אךן עי אַז ס׳האַנדלט זיך אין נעמען אָדער פרעמדע ווערטער וואָס קענען דעם לייענער זיין אומבאַקאַנט.
ביי עטלעכע ווערטער האָט זיך איינגעפעסטיקט די טראַדיציע צו נוצן קאָנסעקווענט די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען.
אַלע פיר פּאָרלעך עקספּלאָסיוון — ספּיראַנטן (בּ—בֿ, כּ—כֿ, פּ—פֿ, תּ—תֿ) קענען דיפערענצירט ווערן:
2.2.1 לויטן טראַדיציאָנעלן סטיל, מיטן דגש אין אַלע פיר עקספּלאָסיוון.
2.2.2 לויטן סטיל פון דער ייוואָ, מיט דגש ביי טייל אותיות און רפה ביי טייל אותיות.
2.2.3 לויטן סטיל פון גרויסן ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך, מיט דגש אומעטום און רפה ביי בֿ און פֿ.
2.2.4 לויטן אָקספאָרדער (און אַלט⸗יידישן) סטיל, מיט רפה איבער אַלע פיר ספּיראַנטן.
הערה א: די אותיות בֿ, כּ, תּ, און תֿ טרעפט מען נאָר ביי ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש און אַראַמיש, וואו דער תלמיד פון יידיש דאַרף זיך דעם אַרויסרייד סיי ווי סיי אויסלערנען, אַזוי אַרום אַז די דיפערענצירונג בכתב איז אַ ↰ 14 קנאַפּע רפואה. דער תלמיד דאַרף זיך וואָס פריער צוגעוואוינען צום אַלגעמיינעם באַנוץ (אַ פּינטל אין פּ און שוין).
הערה ב: ביים שרייבן מיט דער האַנט קען מען נוצן דגש, צי רפה, צי ביידע, לויטן אייגענעם פאַרשטאַנד (דאָ גייט נאָך אַלעמען אין סטיל פון די אותיות), וואו נאָר דאָס קען מאַכן קלאָרער. אין אַ סך האַנטשריפטן, למשל, וואו ריש און כף זיינען ענלעך, איז אַ רפה איבערן כף אַ הילפסמיטל צום איבערלייענען. וואָס שווערער דער כתב, אַלץ מער דאַרף מען מפרט זיין.
פאַר קינדער און אָנהייבער קען מען בכתב דיפערענצירן ש און שׂ. וואָס פריער דאַרף מען אָבער דעם תלמיד צוגעוואוינען צו דעם אַז אין ביכער פאַר דערוואַקסענע דיפערענצירט מען זעלטן. דעם „שׂמאל” טרעפט מען נאָר ביי ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש, וואו מ׳דאַרף זיך אין יעדן פאַל אויסלערנען דעם אַרויסרייד, און דערצו נאָך טרעפט זיך עס אין אַ קליינער צאָל ווערטער.
אין געוועזענעם סאָוועטן⸗פאַרבאַנד און אין פריערדיקע יאָרן אויך אין ראַדיקאַלע קרייזן איבער דער וועלט איז געווען אָנגענומען צו שרייבן ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש און אַראַמיש לויט דער פאָנעטישער סיסטעם פון יידיש (אַוואַדע, עמעס, קאַוואָנע). מ׳וועט דאַרפן ערשט זען צי די טראַדיציע וועט האָבן אַ המשך ביי יידן אין מזרח אייראָפּע. עס לאָזט זיך אויך מאָלן אַז צו געוויסע צוועקן וועלן ווייטער זיין אַזעלכע עקספּערימענטן (אַשטייגער אין דער פּאָעזיע).
אין אַלגעמיינעם באַנוץ קען מען שרייבן פאָנעטיש יענע ווערטער ביי וועלכע עס איז אָנגענומען (באַלעבאַטים, קלעזמער וכו׳). דאָרטן וואו דער סעמיטישער אויסלייג איז ניט קלאָר צוליב סופיקסן, מעג מען אויך שרייבן פאָנעטיש.
אין יידישן אויסלייג זיינען פאַראַן צוויי „שטומע אותיות”: דער שטומער אלף און דער שטומער עין.
דער שטומער אלף קומט
3.1.1 אָנהייב וואָרט פאַר אַלע וואָקאַלן אַחוץ אלף און עין.
3.1.2 אָנהייב שורש.
3.1.3 אויף אָפּצוהיטן דעם יסודותדיקן כלל אַז קיין דריי אותיות די זעלביקע שרייבן זיך ניט נאָכאַנאַנד.
3.1.4 אָפּצוטיילן צוויי נאָכאַנאַנדיקע וואָקאַלן מ׳זאָל זיי ניט לייענען על פּי טעות ווי איין דיפטאָנג.
הערה: צוליב אָט דעם „מחיצה⸗אלף” (3.1.3 און 3.1.4) איז ניט נייטיק אין יידיש ניט קיין יִ און ניט קיין וּ. אַנדערשוואו דאַרף מען קיין יִ אויך ניט האָבן.
דער שטומער עין, וואָס אָדער ער איז אינגאַנצן שטום אָדער ער שטעלט מיט זיך פאָר אַ שווא, קומט פאַר אַ נוץ
3.2.1 נאָך די ווייטערדיקע אותיות:
(א) מם:
(ב) נון:
(ג) נון גימל:
אָבער: ניט ביי געבויגענע אַדיעקטיוון (אויף אַ לאַנגן וועג).
(ד) נון קוף:
אָבער: ניט ביי געבויגענע אַדיעקטיוון (מיט אַ פלינקן כאַפּ).
(ה) קאָנסאָנאַנט פּלוס למד:
(ו) אַוועלכן ניט איז אַקצענטירטן וואָקאַל:
3.2.2 ווען דער עין איז טייל פון שורש, און באַווייזט זיך אין דער ערשטער פערזהן (יחיד) פון ווערב (איך מוטשע זיך, סטאַרע זיך):
הערה א: אַנדערשוואו איז ניטאָ קיין שטומער עין.
הערה ב: פאַר למד איז קיינמאָל ניטאָ קיין שטומער עין.
איינאיינציקע אַדווערבן שרייבט מען צוזאַמען. אָפטמאָל דיפערענצירן זיך אַדווערבן פון קאָמבינאַציעס פון פּרעפּאָזיציע + אַדיעקטיוו, אַרטיקל + סובסטאַנטיוו א.א.וו.
אָבעראַמאָל (ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל. אָבער: בדרך כלל האַלט ער וואָרט, אָבער אַמאָל ניט)
אדאַנק (אַדאַנק דיר בין איך דאָ. אָבער: אַ דאַנק!)
אַהערצו (ברענג עס אַהערצו! אָבער: קומען אַהער צו גאַסט)
אויפסניי
אונטערוועגנס
אַזייגער (פיר אַזייגער. אָבער: אַ זייגער וואָס גייט שלעכט)
איבעראַיאָר (מ׳וועט זיך טרעפן איבעראַיאָר. אָבער: איבער אַ יאָר קריגט מען זיך ניט, איבער הונדערט יאָר אפשר יאָ)
איבעראַכטאָג
איבערהויפּט
איבערמאָרגן
איינמאָל (שוין איינמאָל אַ קענער. אָבער: איין מאָל, צוויי מאָל, דריי מאָל)
אינאיינעם (לאָמיר גיין אינאיינעם. אָבער: אין איינעם אַ טאָג)
איגגאַנצן (אינגאַנצן אמת. אָבער: אין גאַנצן לאַנד)
אינגיכן (קומען אינגיכן.אָבער: אין גיכן עראָפּלאַן)
אינדערוואָכן
אינדערלופטן
אינדערפרי
אינמיטן
אַכלל (אַכלל, מ׳דאַרף וואַרטן. אָבער: אַ כלל אַ שווערער)
אַלעמאָל
אַמאָל (אַמאָל איז געווען אַ מעשה. אָבער: ער איז דאָ געווען אַ מאָל צען)
אַניט (אַניט טויג ניט. אָבער: ער איז אַ ניט מיט אַ גאָרניט)
אַפּנים (אַפּנים ווייס ער וואָס ער רעדט. אָבער: אַ פּנים פון אַ קינד)
אַקיצור (אַקיצור, וואָס ווילסטו? אָבער: אַ קיצור פון יעדן אַרטיקל אין בון)
אַשטייגער (וואָס אַשטייגער? אָבער: אַ שטייגער לעבן)
באַצייטנס
בייטאָג
ביינאַכט
וויבאַלד
ווידעראַמאָל
וויפיל (וויפל)
מיטאַמאָל
נאָכאַמאָל
נאָכמיטיק
פאַראַיאָרן
פאַראיינוועגס
פאַראַכטאָגן
פאַרוואָס (פאַרוואָס קומסטו ניט? אָבער: פאַר וואָס און פאַר ווען)
פאַרטאָג
פאַרנאַכט
פאַרצייטנס
פונדעסטוועגן
צוערשט
צופיל
צורו (צורו לאָזן. אָבער: די תיבה איז געקומען צו רו)
צוריקגערעדט
צוריקגעשמועסט
צוריקוועגס
קיינמאָל
נייע ווערטער אויסגעפורעמטע פון צוויי אַלטע ווערטער שאַפן זיך כסדר. די אָרטאָגראַפיע איז דאָ בייגעוודיק, זי גיט די מעגלעכקייט זיך צו באַנוצן מיט צוויי ווערטער סתם (אוניווערסיטעט סטודענט) און זי גיט סיי דעם פּאָעט, סיי דעם מענטשן פון אַ גאַנץ יאָר, די פרייהייט צו שאַפן נייע ווערטער (סוצקעווערס „פידלרויז”, פאַרלאַג „קינדערבוך”). אַחוץ דעם האַלט זיך די שפּראַך אין דעם פּרט גראַדע אין אַ תקופה פון איבערגאַנג. דער נאַטירלעכער היסטאָרישער פּראָצעס פירט אַוועק פונעם דייטשישן מוסטער פון שרייבן צוזאַמען (לעקציעטור, קולטורבאַוועגונג) ביז צו דער מאָדערנער אינטערנאַציאָנאַלער טענדענץ אויף באַזונדער (לעקציע טור, קולטור באַוועגונג), אָפטמאָל בלייבנדיק שטיין ביי דער צווישנדיקער סטאַדיע פון שרייבן מיט אַ מקף (לעקציע⸗טור, קולטורל⸗באַוועגונג). דער חוש פונעם שרייבער איז דאָ וויכטיק. וואו אַ ספק דאַרף מען נוטה זיין צו באַזונדערקייט: צוזאַמען צי מיט אַ מקף איז דער דין: מיט אַ מקף; מיט אַ מקף צי באַזונדער איז דער דין: באַזונדער. דאָרטן וואו אַ שרייבער וויל בפירוש שאַפן אַ ניי איינאיינציק וואָרט איז אָבער דער דין: צוזאַמען. די ווייטערדיקע אָנווייזונגען זיינען געצילט צו שאַפן אַ סטאַנדאַרד ביי אַ גרויסן טייל ווערטער אין דער איצטיקער איבערגאַנגס⸗תקופה.
4.2.1 צוזאַמען.
(א) צוויי סובסטאַנטיוון וואָס זיינען געוואָרן איין וואָרט שרייבט מען ווי איין וואָרט.
(ב) צוויי סובסטאַנטיוון וואָס מ׳וויל פאַרוואַנדלען אין איין וואָרט שרייבט מען צוזאַמען (ס׳איז נאָך ניט קיין ראיה אַז דאָס נייע וואָרט וועט זיך אָננעמען; אָפטמאָל זיינען דאָס איינמאָליקע שאַפונגען, בפרט אין יידישן ליד).
4.2.2 באַזונדער.
באַזונדער שרייבט מען צונויפהעפטן וואו די ביידע באַשטאַנדטיילן זיינען געבליבן צוויי (אָדער מער) באַזונדערע ווערטער.
הערה: די וועלכע ווייכן בכלל פון שרייבן באַזונדער, שרייבן מיט אַ מקף אין די אַלע פאַלן.
4.2.3 מיט אַ מקף.
מיט אַ מקף שרייסט מען:
(א) טראַדיציאָנעלע יידישע נעמען וואָס באַשטייען פון צוויי נעמען; אויך טאָפּלטע פאַמיליע נעמען.
(ב) צונויפהעפטן וואָס באַשטייען פון דריי אָדער מער ווערטער, כדי קלאָר צו מאַכן די צווישן⸗שייכותן צווישן די עלעמענטן: דרום⸗מזרח יידיש (=דער דרום⸗מזרחדיקער דיאַלעקט פון יידיש, פּאָפּולער „אוקראַיניש”) ≠ דרום מזרח⸗יידיש (דער דרומדיקער טייל פון מזרחדיקן יידיש, וואָס נעמט אַריין סיי דרום⸗מזרח יידיש, סיי צענטראַל⸗מזרח יידיש — „פּויליש”).
(ג) צונויפהעפטן וואו דער ערשטער עלעמענט ענדיקט זיך מיטן סופיקס ⸗ם אָדער ⸗ן.
אָבער: דאָרטן וואו דער צונויפהעפט איז נעוואָרן איין וואָרט, שרייבט מען צוזאַמען.
(ד) צונויפהעפטן וואו דער ערשטער עלעמענט איז אַ שורש פון אַ ווערב.
אָבער: דאָרטן וואו דער צונויפהעפט איז געוואָרן איין וואָרט שרייבט מען צוזאַמען.
(ה) אומעטום וואו מ׳האַלט אַז מיט אַ מקף איז קלאָרער (כל זמן מ׳האַלט נאָך אין דער סטאַדיע פון איבערגאַנג און אַ סך לייענער זיינען איינגעוואוינט צום מקף).
4.3.1 צונויפהעפטן פון צוויי אַדיעקטיוון שרייבט מען מיט אַ מקף.
4.3.2 אַדיעקטיוון וואָס באַשטייען פון צוויי אָדער מער עלעמענטן שרייבט מען מיט אַ מקף:
פאַרן ווערב גילטן אַלע דריי וואַריאַנטן.
פאַרן ווערב גילטן אַלע דריי וואַריאַנטן.
דאָרטן וואו מ׳נוצט דעם פּתח צוויי יודן, נוצט מען אים אויך ביי די סופיקסן ⸗הײַט און ⸗קײַט, אָבער ניט ביים אַדווערביאַלן סופיקס ⸗ערהייט.
ביי די אָרדינאַלע ציפערן גיט מען צו די סופיקסן ⸗טער, ⸗טע, ⸗טן, ניט קוקנדיק וואָס פאָנעטיש הערט זיך אַ סמך אין טייל פאַלן.
דז, טש און נצ שרייבט מען בפירוש.
דער סופיקס ⸗יק שרייבט זיך מיט אַ קוף, ניט מיט קיין גימל.
די פאַרשיידענע ⸗עך סופיקסן (⸗לעך, ⸗עלעך) שרייבן זיך מיט אַן עין (כאָטש הערן הערט זיך אָפט אַן a).
5.8.1 חסר און מלא ביים חיריק.
(א) פאַר איין קאָנסאָנאַנט שרייבט מען מלא (אַחוץ דאָרטן וואו עס האָט זיך איינגעפעסטיקט אַ טראַדיציע צו שרייבן חסר, אַשטייגער: נסים).
(ב) פאַר צוויי קאָנסאָנאַנטן איז גלייכער צו שרייבן חסר.
(ג) דאָרטן וואו אַ וואָרט הייבט זיך אָן מיט אַ יוד מיט אַ חיריק, איז גלייכער צו שרייבן מיט איין יוד.
5.8.2 חסר און מלא ביים מלאפּום.
ביים מלאפּום האָט זיך איינגעפעסטיקט די טראַדיציע צו שרייבן מלא, ניט שייך וויפל קאָנסאָנאַנטן ס׳קומען דערנאָך.
5.8.3 חסר און מלא ביים חולם.
מים חולם שרייבט מען בדרך כלל מלא.
ביי עטלעכע ווערטער זיינען דאָ פּאַראַלעלע שרייבונגען.
ביי אַנדערע איז פאַראַן אַ פעסטע טראַדיציע אויף חסר.
5.8.4 קמץ⸗אלף און פּתח⸗אלף.
מ׳מעג שטעלן אָדער ניט שטעלן קמץ און פּתח ביי ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש און אַראַמיש. דער מנהג איז ניט צו שטעלן, בפרט אין דער שיינער ליטעראַטור (ניט שייך צי דער אלף האָט אַ קמץ צי אַ פּתח אין לשון קודש אָדער אַראַמיש).
דווקא דאָס פעלן פון אַ נקודה קומט צו הילף ביים לייענען. ס׳גיט אַ וויזועלן סיגנאַל, אַז דאָ איז אַ וואָרט פון לשון קודש וואָס לייענט זיך ניט לויט דער פאָנעטישער סיסטעם. דער לייענער וועט זיך ניט נאַרן אַז דאָס וואָרט, טאָמער קען ער עס ניט, קען מען לייענען פאָנעטיש.
מ׳שטעלט אָבער יאָ אַ פּתח ביים אָנהייב פון אַדווערבן און פּרעפּאָזיציעס (וואו דער אלף פונקציאָנירט ווי דער פּרעפיקס אין דער פאָנעטישער סיסטעם).
5.9.1 ראשי תיבות וואָס שטאַמען פון לשון קודש.
ראשי תיבות וואָס שטאַמען פון לשון קודש שרייבן זיך מיט צוויי שטריכעלעך (״) פאַרן לעצטן אות.
דאָרטן וואו די ראשי תיבות זיינען געוואָרן ווערטער פאַר זיך (אַקראָנימען), מעג מען שרייבן אָדער ניט שרייבן די צוויי שטריכעלעך.
ביי נעמען פון רבנים איז אָנגענומען דווקא צו נוצן די שטריכעלעך.
5.9.2 קירצונגען וואָס שטאַמען פון לשון קודש.
קירצונגען וואָס שטומען פון לשון קודש שרייבן זיך מיט איין שטריכל סוף וואָרט:
5.9.3 נומעראַציע מיטן יידישן אלף⸗בית.
ביי ציפערן, דאַטעס און יאָרן, וואָס שרייבן זיך מיטן יידישן אלף⸗ בית, נוצט מען איין שטריכל ביי קיצורים וואָס באַשטייען פון איין אות, צוויי שטריכעלעך (פאַרן לעצטן אות), ביי מער ווי איין אות.
5.9.4 אַלע אַנדערע קירצונגען.
ביי אַלע אַנדערע קירצונגען, נוצט מען אַן איינאיינציקן פּונקט נאָך יעדן פאַרקירצטן וואָרט, ניט שייך צי עס האַנדלט זיך אין איין פאַרקירצטן וואָרט צי מער ווי איין וואָרט. ביים וואָרט דאָקטער (אַלס טיטל), האָט זיך איינגעפעסטיקט אַ פּאַראַלעלע טראַדיציע צו שרייבן מיט צוויי שטריכעלעך (דר. = ד״ר).
פאַראַן צוויי ענינים וואו ס׳איז פאַרבליבן אַ פּרינציפּיעלער אונטערשייד צווישן דער „טראַדיציאָנעלער וועלט” און דער „ליטעראַרישער וועלט”. די כלל תקנות קומען דאָ אויפצוצייכענען די וואַריאַציע.
אין דער טראַדיציאָנעלער וועלט שרייבט זיך מיט אלף.
אין דער מאָדערנער ליטעראַטור שרייבט זיך מיט צוויי יודן.
די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן זיינען די אַפּאָסטראָפן וואָס קומען אָנווייזן אויפן פּאָסעסיוו (לאה׳ס בלייער. משה׳ס בוך. דעם שוחט׳ס חלף. דעם טאַטנ׳ס וואָרט) און אויף די אָביעקטיווע בייגפאַלן (אַקוזאַטיוו און דאַטיוו) ביי נעמען (גערעדט מיט בתיה׳ן. געזען שלמה׳ן. אַ נייע טענה צו גאָלדבערג׳ן). אין דער טראַדיציאָנעלער וועלט נוצט מען בדרך כלל די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן קאָנסעקווענט. אין דער ליטעראַרישער וועלט נוצט מען זיי ניט אין די מערסטע פאַלן (לאהס בלייער. משהס בוך. דעם שוחטס חלף. דעם טאַטנס וואָרט; גערעדט מיט בתיהן. געזען שלמהן. אַ נייע טענה צו גאָלדבערגן).
6.2.1 אָנווייזונגען צו דער טראַדיציאָנעלער סיסטעם.
(א) אין דער טראַדיציאָנעלער סיסטעם דאַרף מען דעם אַפּאָסטראָף ביי די אָביעקטיווע בייגפאַלן נוצן נאָר ביי פּרט⸗נעמען, ניט ביי אַנדערע סובסטאַנטיוון וואָס שטעלן מיט זיך פאָר מענטשן.
(ב) ביי קאָנטראַקציעס שטעלט מען ניט קיין אַפּאָסטראָף.
(ג) ניטאָ קיין „עטימאָלאָגישער אַפּאָסטראָף” אויף איינצוטיילן ווערטער לויט זייער אָפּשטאַם.
6.2.2 אָנווייזונגען צו דער ליטעראַרישער סיסטעם.
(א) אַפילו אין די שטרענגערע נוסחאות פון דער ליטעראַרישער סיסטעם, נוצט מען די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן ביי זעלטענע נעמען וואָס זיינען דעם יידישן לייענער ניט באַקאַנט, אַשטייגער: טאָקיקאָ׳ס בוך, גערעדט מיט טאָקיקאָ׳ן, ווייל „טאָקיקאָ" איז ניט קיין באַקאַנטער נאָמען און אָן דעם אַפּאָסטראָף איז אָדער שווערער צו לייענען (טאָקיקאָס) אָדער מ׳קען אַריינפאַלן אין אַ טעות (היות ווי די אָביעקטיווע בייגפאַלן ביי פּרט⸗נעמען זיינען סיי ווי ניט אָבליגאַטאָריש, קען מען ניט וויסן, אָן אַן אַפּאָסטראָף, צי דער נאָמען איז „טאָקיקאָ” צי „טאָקיקאָן”).
(ב) גראַדע אין די ליטעראַרישע קרייזן זיינען דאָ וואָסאַמאָל מער סטודענטן וועמען טראַדיציאָנעלע יידישע נעמען זיינען ניט באַקאַנט, און אין דער נייער ליטעראַטור שרייבט זין וואָסאַמאָל מער וועגן מענטשן וואָס געהערן ניט דער טראַדיציאָנעלער יידישער וועלט. וואו אַ ספק דאַרף מען דעם אַפּאָסטראָף שטעלן.
א.א. = און אַנדערע
א.א.וו. = און אַזוי ווייטער
אָבזערוואַציע (אָבסערוואַציע)
אָבזערווירן (אָבסערווירן)
אָבעראַמאָל
א.ג. = אַזוי גערופענער
אגב (אַגב)
אַדאַנק
א.ד.ג. = און דאָס גלייכן
א.ד.ט. = אויף דער טעמע
אַדרבא (אַדרבה)
אַהערצו
א.וו. = און ווייטער(דיקע)
אַוואו
אויבערפלעכלעך
אויטאָמאָביל (אָטאָמאָביל)
אויטאָמאָביל מעכאַניקער
אויסגעפינס
אויסדרוק
אויסדריקן
אויסנאַם
אויסערלעך
אויספּרואוון
אויספירלען
אויף
אויפאַמאָל
אויפלאַגע
אויפמערקזאַמקייט
אויפן
אויפסניי
אויפריכטיק
אוממעגלעך
אוממעגלעכקייט
אומעטום
אומפּאַרטייאיש
אומרואיק
אונגאַריש
אונגאַרן
אונדז
אונדזער
אונטערוועגנס
אונטערן
אונטערשייד
אוקראַינע (אוקראַאינע)
אוראייניקל
אוראַלט
אַזייגער
אָטאָ די (אָט אָ די)
אַטעאיזם
אָטעמען
איבעראַיאָר
איבעראַכטאָג
איבעראַנאַנד
איבערגענוג
איבערהויפּט
איבערמאָרגן
אייערן
אידיי (אידעע)
אידייאיש (אידעאיש)
איי איי איי!
אייבערראַבינער (אויבערראַבינער)
אייגנאַרטיק
אייגנטלעך
איינאונאיינציק
איינגעוואוינט (איינגעוויינט)
איינדרוק
איינזאַם
איינמאָל
אייערנעכטן
אייראָפּעאיש
אינאיינעם
אינגאַנצן
אינגיכן
אינדערוואָכן
אינדערלופטן
אינדערפרי
אינדרויסן
אין דר׳ערד
אינהאַלט
אין יעדן פאַל
אינטואיציע
אינמיטן
אינעווייניק
אַכלל (הכלל)
אַכציקסטער = 80טער
אַכצנטער (אַכצעטער) = 18טער
אַלאַרם
אַלדאָסבייז (אַלדאָס בייז)
אַלדאָסגוטס (אַלדאָס גוטס)
אַלס
אַלעמאָל
אַלעמערשטן
אַלערליי
אַלערלייאיקע
אַלץ
אַלצאיינס
אַמאָל
אַמבעסטן
אַמערנסטן
אַממערסטנס (אַמערסטנס)
אָנגענעם (איינגענאַם)
א.נ. = אויפן נאָמען (פון)
אַנדערש
אָנהייב
אָנהייבן
אַנטלייאונג
אַנטשולדיקן זיך
אַניט (אַנישט)
אָנערקענונג (אַנערקענונג)
אָנערקענען (אַנערקענען)
אָנשטאָט (אַנשטאָט)
אָנשטענדיק
אַסאָציאירט
אַפּנים
אַפּשיטא
אָפטמאָל
אַפריער
אָקט. = אָקטאָבער
אַקיצור (הקיצור)
אַראַמיש (אַראַמעאיש)
אַרבעטער
אָרגאַניזאַציע
אַרויסציען
אַרויסרייד (אַרויסרעד)
אַרכעאיזם
אַרכעאיש
אַשטייגער
ב. = באַנד
באַאומרואיקן
באַאיינפלוסן
באַדייט (באַטייט)
באַדייטונג (באַטייטונג)
באַדייטן (באַטייטן)
באַוואונדערן
באַוואוסטזיניק
באַוואוסטזיניקייט
באָיקאָט
באַלעבאַטיש
באַלענאָס
באָלשאָי
באַנוצן
באַן סטאַנציע
באַציאונג
באַצייטנס
באַציען
באַקאַנט (באַקאָנט)
באַרואיקן
באַשאַפונג
בב. = בענד
בוים (רבים: ביימער)
ביזן
בייטאָג
ביינאַכט
ביכער פאַרלאַג
בלוי (בלאָ)
בלויאינקע (גלאָאינקע)
בליען
בסודותדיק
בעדואינער
בעטלער
בעל מלאכה, בעל שם = בעל⸗מלאכה, בעל⸗שם א.א.וו.
בפירושדיק
בראָנז (בראָנדז)
בראָנפן (בראַנפן)
בראשיתדיק
גאָרנישט (גאָרניט)
גאָרנישניט (גאָרניטניט)
גבורהשאַפט
גוואַלד (געוואַלד)
גוייש (גויאיש)
גויים (גוים)
גזלענען (גזלען)
גייאיק
גיין אינפיניטיוו (מיר, זיי: גייען)
גלויבן סובסטאַנטיוו
גליאיק
גלייבן (גלויבן) ווערב
גלייכבאַרעכטיקט
גלייכצייטיק
גנבענען
געבוירן (געבאָרן)
געבוירנטאָג (געבאָרנטאָג)
געבורטסטאָג
געוואוינהייט
געוואויר (געוואָר)
געוואונטשן
געוואַקסן
געוויינלעך (געוויינטלעך)
געווען (געוועזן)
געטאָן (געטון)
גענדזנפיסלעך
געשוואוירן (געשוואָרן)
געשריען (געשריגן)
גראַדע (גראָד)
גרוי (גראָ)
גרויאינקע (גראָאינקע)
גרוס
גריסן
ד׳ אמות (דלד אמות)
דאגהנען (דאגהן)
דאַוונען (דאַווענען)
דאַכטן (דוכטן)
דאָלאַר (דאָלער)
דאָנערשטיק
דאָקטער (דאָקטאָר)
ד.ה. = דאָס הייסט
דוגמא (רבים: דזגמאות, דוגמות)
דור
דורותדיק
דורכויס (דורכאויס)
דורכן
דורשטיק (דאָרשטיק)
דייטש (די שפּראַך)
דייטשיש אַדיעקטיוו = דייטש (אין אַ דייטש(יש)ער שטאָט, די דייטש(יש)ע ליטעראַטור)
דינסטיק
דעמאָלט (דעמלט, יעמאָלט, דאַמאָלס, דאַמאָלסט, דענסטמאָל, דענצמאָל)
דעצ. = דעצעמבער
דערהרגענען
דערווייל (דערוויילע)
דערוויילן
דערלויבעניש
דערלייגן
דערמאָנען
דערנענטערן (דערנעענטערן)
דערפאָלג
דערפילן
דערפינדונג
דערציאונג
דערציען
דערשיטערן
דערשיינען
ד.צ.וו. = דאָס ציטירטע ווערק
דר. (ד״ר)
דרוקפעלער
דרייסיקסטער = 30טער
דרייצנטער (דרייצעטער) = 13טער
דרשענען (דרשען)
האַלדז
האַנטשריפט
האַרצווייטיק
האַרצקלעמעניש
האַיאָר (היי⸗יאָר)
הלכהש
העברעאיזם
העברעאיסט
העברעאיש
העראָאיש
וואו
וואואַהין
וואוהין
וואויל
וואוילגעלערנט
וואוילטאָג
וואוילטעטיק
וואוילער יונג
וואוינען
וואולקאַן
וואונד
וואונדער
וואונדערלעך
וואונטש
וואונק
וואוקס
וואָסאַמאָל
וואָס פאַראַ (וואָס פאַר אַ)
וואָרענען (וואָרנען)
וויאַמאָל
וויבאַלד
ווידעראַמאָל
ווייטיק
ווינטשן
וויפל (וויפיל)
וועכנטלעך
וועמענס
ועד הרבנים
ז. = זייט
זאַלבענאַנד
זאַלבעפערט
זאַלבעצווייט
זומערפייגעלע
זונטיק
זז. = זייטן
זיבעציקסטער = 70טער
זיבעצנטער (זיבעצעמער) = 17טער
זייגערמאַכער
זייט (זענט)
זיינען (זענען)
זעאונג
זעכציקסטער = 60טער
זעכצנטער (זעכצעטער) = 16טער
זעלבסטפאַרשטענדלעך
זעלבשטענדיק
זען אינפיניטיוו (מיר, זיי: זעען)
זענט (זייט)
זענען (זיינען)
זשאַנער (רבים: זשאַנרען, זשאַנערס)
חודשלעך
חסרון (רבים: חסרונות)
חתמענען (הוזמען)
טאָגבוך
טאָלסטאָי
טאָן (טון)
טואונג
טויאיק
טיילמאָל
יאָ (יע)
יאַנ. = יאַנואַר
יאָרמולקע (יאָרמלקע)
יאָרצייט
י.ה. = יאָרהונדערט
יונגערמאַן
יונגעלייט
יחוס
ייד (איד)
יידיש (אידיש)
יידישקייט (אידישקייט)
יינגל (אינגל)
יישר כח (ש׳כח)
יסודותדיק
יראת הכבוד
ישוב
כהן
כח (כוח) (רבים: כוחות)
לאַטיין
לאָיאַל
ליטע (ליטא)
לייענען
מ׳ (מען, מע)
מאַי
מאַיאיק
מאַכאַרייקע (מאַכערייקע)
מאָנטיק
מדבר
מ.ה.ד. = מיטל⸗הויך⸗דייטש
מוז⸗זאַך
מח (מוח) (רבים: מוחות)
מוצאי שבת
מזרח
מזרח יידיש
מיטאַמאָל
מימיק (מיטאָג)
מיטן
מיספאַרשטענדעניש
מלחמה
מנחה
מסחר
מענלעך
מעגלעכקייט
מענטש
מענטשלעכקייט
מעסיק
מערב יידיש
מערץ
מצווה
מקור (רבים: מקורות, מקורים)
מר. = מיסטער
מרס. = מיסעס
מ׳שטיינס געזאָגט (מישטיינס געזאָגט)
משפּחה
משפּט
נ. = נומער
נאַאיוו
נאָכאַמאָל
נאָוו = נאָוועמבער
נאָך אַלעמען (נאָכאַלעמען)
נאָכאַנאַנד
נאָכמיטיק (נאָכמיטאָג)
נאָענט (נאָנט)
נאָר
נבזה
נ.ה.ד. = ניי⸗הויך⸗דייטש
נוציק
נוצן (ניצן) ווערב
נוצן (נוץ) סובסטאַנטיוו
נ.י. = ניו⸗יאָרק
נ״י = גרו יאיר
ניט (נישט)
נייטיק (נויטיק)
ניי⸗יאָר
ניינציקסטער = 90טער
ניינצנטער (ניינצעטער) = 19טער
נייעס (נייס)
ניצלעך
נישט (ניט)
ננ. = נומערן
נסתר
נעענטער (נענטער)
ס׳ (עס, סע)
סואוואַלק
סואווענער
סטאַנציע (סטאַציע)
סיי ווי סיי
סעפּט. = סעפּטעמבער
עלטערבאָבע
עלטערזיידע
עלף
עלפטער = 11טער
עמעצער (אימיצער)
ענטפער
עסייאיסט
עקזיסטירן (עקסיסטירן)
עקזיסטענץ (עקסיסטענץ)
ערב⸗יום⸗סוב
ערנסט
פּארטייאיש
פּויפּסט (פּויפּס)
פּיאָנער
פּלוצעם (פּלוצים)
פּנחס
פּנקס
פּראָזאַאיקער
פּראָפ. = פּראָפעסאָר
פּרואוו
פּרואוואונג
פּרואוון
פאָלגנדיק
פאָלקסטימלעך
פאַלש
פאַראַ (פאַר אַ)
פאַראַיאָרן
פאַראיין
פאַראייניקט
פאַראיינוועגס
פאַראַכטאָגן
פאַראַנטוואָרטלעך
פאַראַנטוואָרטלעכקייט
פאַרדרוס (פאַרדראָס)
פאַרדריסלעך
פאָרהאַנג
פאַרוואונדן
פאַרוואָס
פאָרויס (פאָראויס)
פאָרט
פאַרטאָג
פאַרלוירן (פאַרלאָרן)
פאָרלייענען
פאָרם (רבים: פאָרמען)
פאָרמע (רבים: פאָרמעס, פאָרמען)
פאַרנאַכט
פאַרסכהכלען
פאַרענטפערן זיך
פאַרצייטנס
פאַרשוואונדן ווערן
פאַרשווינדן
פאָרשטעלן
פאַרשיידענע (פאַרשידענע)
פאָרשלאַג
פאָרשלאָגן
פאָרשן
פאַרשעמט
פגל. = פאַרגלייך, פאַרנלייכן
פון דאַנעט (פון דאַנען)
פון וואַנעט (פון וואַנען)
פונדעסטוועגן
פופציקסטער = 50טער
פופצנטער (פופצעטער) = 15טער
פיינט (פיינד) סובסטאַנטיוו
פיינט האָבן
פיינטשאַפט (פיינדשאַפט)
פילאָזאָף (פילאָסאָף)
פילאָזאָפיע (פילאָסאָפיע)
פינף
פינפטער = 5טער
פינצטער
פעאיק
פעאיקייט
פעב. = פעברואַר
פעלז (פעלדז)
פענצטער
פערטער = 4טער
פערציקסטער = 40טער
פערצנטער (פערצעטער) = 14טער
פראַנצייזיש (פראַנצויזיש)
פריאיק
פרייטיק
פריינט „קרוב”
פריינט (פריינד) „חבר”
פריינטשאַפט (פריינדשאַפט) „חברשאַפט”
פריינטלעך (פריינדלעך)
פריער
צ.ב. = צום ביישפּיל
צואוואַקסן
צואוואוקס
צו גאַסט
צוואַנציק
צוואַנציקסטער = 20טער
צווישן
צוועלף
צוועלפטער = 12טער
צוים (צאַם)
צוניץ קומען
צוערשט
צופאַל
צופיל
צוציאיק
צוציענדיק
צורו
צוריק
צוריקגערעדט
צוריקגעשמועסט
צוריקוועגס
צורעכטמאַכן
צושטאַנד
צענדליק
צפון יידיש
קאָפּדרייעניש
קאָפּווייטיק
קוים
קולטור אָוונט (קולטור⸗אָוונט)
קולטור געשיכטע (קולטור⸗געשיכטע)
קולטור פאַרבאַנד (קולטור⸗פאַרבאַנד)
קולטור קאָנגרעס (קולטור⸗קאָנגרעס)
קומעדיק (קומענדיק)
קיילעכדיק (קיילעכיק)
קיינמאָל
קינדערגאָרטן
קלייבן
קנאה
קעגנאיבער
קעניג (קיניג)
קענען (קאָנען)
קרובהשאַפט
ראָל (ראָלע)
ראַנדעוואו
רואינירן
רואיק
רייכערן (רויכערן)
רייזע
רעד. = רעדאַקטאָר, רעדאַקטאָרן, רעדאַגירט
רעדן (ריידן)
רעפאָרם
שאַנדע (שאַנד)
שבת צו נאַכט (שבתע⸗נאַכט)
שול
שטאַנדפּונקט
שטאָק
שטייאיק
שייכותדיק
שיק⸗יינגל
שנייאיק
שעה (רבים: שעהן)
שעפערישקייט
שקיעהדיק
שרייבמאַשינקע
שמחה
שנאה
שריפה
תהלים (תהילים)
תמעוואַטע
תשעה⸗באב
תשרי