World War I Postcard of the Grave of Rabbi Menachem Manes Chayes (1560-1636) in the Old Vilna Jewish Cemetery

 


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″ז (77) 

די מצבה און דער אהל פון ר′ מנחם מאניש חיות אויפן אַלטן ווילנער בית⸗עולם אויף פּיראַמאָנט


  וועגן באַוואוסטן ווילנער רב, מחבר און אב בית⸗דין ר′ מנחם מאניש חיות (1560 – 1636), און וועגן זײַן ווילנער מצבה און אהל, האָבן מיר ב″ה דעם מײַסטעריש⸗גאונותדיקן מאמר פון ניו⸗יאָרקער פּראָפעסאָר שניאור לײַמאַן, אים צו לאַנגע געזונטע יאָר, וואָס איז צוויי מאָל דערשינען אויפן אינטערנעט אין משך פון די לעצטע יאָרן (דאָ און דאָ).

  ר′ מנחם מאניש חיות איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אויפן אַלטן ווילנער בית⸗עולם אויף פּיראַמאָנט (אין געגנט שניפּישאָק). אין ווילנער לשון האָט מען אַ סברא אַמאָפטסטן דעם בית⸗עולם אָנגערופן ניט⸗אַנדערש: „דער אַלטער פעלד“.

  אָטאָ דאָ⸗אָ, אין ווירטועלן מוזייעלע פון דער אַמאָליקער יידישער ווילנע, זײַנען מיר מערניט אויסן מוסיף זײַן אַ פּאָסטקאַרטל פון די יאָרן פון דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די דײַטשן האָבן אַרויסגעלאָזן אַ סך מאַטעריאַל צו די אַ ל ע ווילנער קולטורן. אין דעם פאַל פיגורירט אַ פאָטאָגראַפיע פון אַן אַלטן יידן וואָס שטייט מיט שטאָלץ און אַ קענטיקן יראת הכבוד, מיט איין האַנט אָנרירנדיק די מצבה וואָס בײַם אהל, אַוואו ס′זעען זיך אָנעט קלאָר די ווערטער אויפן אהל: „הגאון הגדול: פה מצבת ר′ מאנש חיות“. וועגן דעם ממש פאַרכאַפּנדיקן טעקסט פון דער מצבה גופא דאַרף מען לייענען די רעקאָנסטרוקציע פונעם פולן טעקסט אין דער אָקערשט דערמאָנטער אַרבעט פון פּראָפעסאָר שניאור לײַמאַנען. 

  אויף יענער זײַט פּאָסטקאַרטל זעט מען, אַחוץ דעם דײַטשישן טעקסט פון בריוול (פון אַ יידישן סאָלדאַט אין דער דײַטשישער אַרמיי?). די דאַטע פון בריוול איז דעם 3טן דעצעמבער 1917, און דער פּאָסט⸗שטעמפּל — מיט אַ טאָג שפּעטער.



  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • מיטוואָך, פופצן טעג אין אדר תש″ף \ דעם 11טן מערץ 2020

Comments are closed.