Vilna Yiddish linguist Max Weinreich inscribes — on the train to Svintsyán (Święciany, Švenčionys), on 10 Dec. 1936 — his famous paper in French, to Tel Aviv Yiddishist Daniel Leibel (88)


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן פ″ח (88

מאַקס ווײַנרײַך, זיצנדיק אויף דער באַן, אונטערוועגנס פון ווילנע אויף סווינציאַן, חתמעט אונטער זיין פראַנצייזישע לעקציע צו דניאל לייבלען אין תל אביב (דעם 10טן דעצ. 1936)

  אָדאָס איז די ווידמונג וואָס ס′האָט צוגעשריבן מאַקס ווײַנרײַך (1894–1969) דניאל לייבלען (1891–1967), אין אַן עקזעמפּלאַר פונעם אָפּדרוק⸗אַלץ⸗פּאַמפלעט פון פראַנצייזישן טעקסט פון דעם רעפעראַט וואָס ווײַנרײַך האָט געלייענט אויף דער פערטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפערענץ פון לינגוויסטן וואָס איז אין קאָפּענהאַוון אָפּגעהאַלטן געוואָרן, דעם 27טן אויגוסט 1936. די ווידמונג, אויפן שער⸗בלאַט פונעם סעפּעראַט, לייענט זיך: 

  די באַן⸗ליניע איז אָטאָ די⸗אָ פון ווילנע ביזקל סווינציאַן, דאַמאָלסט: Święciany אין צפון⸗מזרחדיקן פּוילן, בײַ הײַנטיקן טאָג: Švenčionys דאָ אין ליטע, אַן ערך 84 קילאָמאָטער (אַרום 52 מײַל) צו צפון⸗צו פון ווילנע. די סטאַנדאַרדע צווישנמלחמהדיקע שרײַבונג איז טאַקע געווען „סווענציאַן“, ווי בײַ ווײַנרײַכן; ערשט לאַנגע יאָרצענדליקער נאָכן חורבן האָט זיך פאַרשטאַרקט די נטיה וואָסאַמאָל מער פאָנעטיזירן די שרײַבונגען פון די נעמען פון אונדזערע פאַרטיליקטע שטעט און שטעטלעך, בכדי דער אָרטיקער נאָמען אַוואָס בײַ שטאָטלײַט גופא זאָל ניט לאיבוד גיין. דער יידישער אַרויסרייד איז טאַקע: svintsyán.

  אין די קרײַזן פון דער יידישער פילאָלאָגיע, בפרט אין ווילנע, איז געווען אָנגענומען דער טיטל ח′ (= „חבר“) אָן קיין שום דווקאדיקע פּאָליטישע אָנצוהערענישן; פאַרקערט אין אַ סך אַנדערע קרײַזן און ערטער האָט זיך דיפערענצירט פ′ (= „פרײַנד“, צי: „פרײַנט“) צווישן סאָציאַליסטן אַקעגנאיבער דעם פּראָ⸗קאָמונסטישן ח′ (אין סאָוועטנפאַרבאַנד גופא: כ′, פון דער פאָנעטיזירטער שרײַבונג „כאַווער“). אָט דער אומפּאָליטישער באַנוץ פון ח′ איז בײַ טייל יידישע לערער עד היום פאַרבליבן גילטיק. דער באַנוץ פון שריפטלעכן v (אָנשטאָט: וו) איז כידוע דעם ייוואָס אַ ראַדיקאַלע שריפטלעכע אײַנפירונג, אין פולן שוואונג פון אַנטי⸗טראַדיציאָנאַליסטישן, סעקולאַריסטישן צווישנמלחמהדיקן יידישיזם. אין קרײַזן פון נאָרמאַטיווסטיש⸗אויסבויאיסטיש געשטימע יידישע לערער (וואו ס′איז חל דער „וואָס ווײַטער פון דער מקור⸗שפּראַך“, לשון קודש בתוכם), טרעפט טרעפט זיך עס עד היום. איז נאָר שייך אָנווײַזן, אַז דאַמאָלסט איז דאָס געווען דער לעבעדיקער סימבאָל פון ייוואָאיסטישן סעקטאָר פון יידיש ריידנדיקן יידנטום אין מזרח אייראָפּע, וואָס האָט מיט זיך פאָרגעשטעלט גרעסערע צאָלן יידיש ריידנדיקע משפּחות.

  דער שער⸗בלאַט גאַנצערהייט טראָגט דאָס אָפיציעלע יאָר פון פּובליקירונג פונעם פּאַמפלעט — 1937. בלײַבט אַז דאָס איז אַן אַוואַנס⸗עקזעמפּלאַר, שוין אינעם מחברס הענט אין דעצעמבער 1936.

  דניאל לייבל, אַ געבאָרענער אין דעמביץ, אין דער מערבדיקער גאַליציע אין 1891, האָט אין 1924 עולה געווען אין ארץ ישראל,  וואו ער האָט זיך אויסגעצייכנט אַלץ רעדאַקטאָר און זשורנאַליסט אין העברעאיש צו פּובליקאַציעס פון די לינקע (באָראָכאָוויסטישע) פּועלי ציון, און אויף יידיש פון קעמפנדיקע⸗פאַר⸗יידיש פּובליקאַציעס אויף יידיש. ער איז ניט איינמאָל צעשלאָגן געוואָרן פונעם „גדוד מגיני השפה“. אַ סך ווייניקער באַקאַנט זײַנען זײַנע אַרבעטן, ווייניק אין כמות און גרויס אין איכות, אויפן געביט פון דער יידישער לינגוויסטיק. אַ ווײַטער — און אַ שיינער — אָפּקלאַנג פון דער ווײַנרײַך⸗אין⸗ווילנע – לייבל⸗אין⸗תל⸗אביב חברשאַפט האָט זיך געזען אין צווייטן באַנד פון דער אַמעריקאַנער סעריע ביכער Field of Yiddish (′אויפן געביט פון יידיש′), וואָס איז רעדאַגירט געוואָרן פון מאַקסעס זון אוריאל ווײַנרײַך אין 1965 (לייבלס בײַטראָג: „וועגן דער אשכנזישער באַטאָנונג“).

  צווישן יידישע לינגוויסטן אין מערב איז דאָס געווען איינער פון די געציילטע פאַלן פון אַ מין תחית המתים געפיל, נעמענדיק אין באַטראַכט אַז דניאל לייבל האָט זיך יונגערהייט געדרוקט אין אַלע דרײַ בענד „פילאָלאָגישע שריפטן“ וואָס האָבן זיך געדרוקט בײַ דער ווילנער ייוואָ אין די צוואַנציקער יאָרן. אין ערשטן באַנד (1926): „אַ ביסל מאַטעריאַל צו אַ יידיש ווערטערבוך (מילואים צו מ. ווײַנרײַכס ′שטאַפּלען′)“; אין צווייטן באַנד (1928): „צו: ז. קלמנאָוויטש, ′דער יידישער דיאַלעקט אין קורלאַנד′“; אין דריטן באַנד (1929): „עטימאָלאָגישע נאָטיצן“. וואָס אַן אמת, וואָלט געווען שווערלעך געפינען אַ צווייטן יידישן לינגוויסט אין דעמאָלטיקן ארץ ישראל וואָס האָט זיך אויף יידיש געדרוקט און די ווילנער ייוואָ⸗אויסגאַבעס. צו לייבלס ביאָגראַפיע זע אינעם נײַעם לעקסיקאָן.

  אַריבערגייענדיק פון דער סימבאָלאָגישער ווערדע פון מאַקס ווײַנרײַכס ווידמונג מיט דער פּען, וואָס שייך דעם המשך פון דער יידישער לינגוויסטיק אין מערב, דער עיקר און אַמעריקע, נאָכן חורבן, קומען מיר אָן צו גענוי אָטאָ דעם סימבאָלאָגיש און בשעת מעשה תוכיקן מהות פון קאָפּענהאַווער רעפעראַט אויף דער פערטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפערענץ פון לינוויסטן אין אויגוסט פון יאָר 1936. די סימבאָליק פון אַרויסשפּרייט פון דער יידישער לינגוויסטיק פון ווילנע ביז אין דער ברייטער וועלט אַרײַן שטעקט ניט נאָר אין דעם וואָס דער פּאַמפלעט איז ניט אויף יידיש און ניט אויף פּויליש נאָר וואָדען אויף פראַנצייזיש; ניט נאָר אין דעם וואָס ס′איז פון אַ ווילנער לינגוויסט אויף אַ לינגוויסטישן קאָנגרעס וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין דער דענישער קרוינשטאָט.

  דאָ גייט בפירוש אינעם מערקווערדיקן ת ו כ ן פון מאַקס ווײַנרײַכס רעפעראַט: „יידיש ווי אַן אָביעקט פון דער אַלגעמיינער לינגוויסטיק“. מיט איין וואָרט: אַוועקשטעלן די תחומען, סײַ די מער השגותדיקע סי די מער פּראַקטיש⸗לינגוויסטישע, אַוואו די אַלגעמיינע שפּראַך⸗וויסנשאַפט פון דער וועלט איז עלול אָפּלערנען וויכטיקס פון יידיש. דאָס הייסט, געוויינטלעך, פון די געפינסן, מסקנות און דעבאַטעס פון דער יידישער לינגוויסטיק גופא. האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מאַקסעס זון אוריאל ווײַנרײַך (1926–1967) האָט אין גאַנג פון זײַן קורצן לעבן געשאַפן אייביקע ווערק אויפן געביט פון דער אַ ל ג ע מ י י נ ע ר  לינגוויסטיק, טאַקע שעפּנדיק חידושדיקע צוגאַנגען, שיטות און ספּעציפישע שפּראַכיקע אָפּלערנונגען פון יידיש גופא. דערצו האָט אוריאל ווײַנרײַך אינספּירירט ניט⸗יידישע לינגוויסטן, ועל כולם ראָבערט ד. קינג (1936–2023), זיך אָפּגעבן מיט יידיש אַלץ קוואַל צו דער אַלמענטשלעכער לינגוויסטיק.

  אָט סאַראַ שייכותן, קרובהשאַפטן און השפּעות וואָס ס′קומען אויף דער דעה, אַ קוק טוענדיק אויפן נײַסטן עקספּאָנאַט פון אונדזער הײַנטיקן באַשיידענעם ווילנער מיני⸗מוזיי פון יידישן לעבן אין דער פאַרמלחמהדיקער ווילנע. ווײַטער גייען פאַקסימיליעס פון נאָך עטלעכע זײַטלעך פונעם פראַנצייזישן פּאַמפלעט מיטן רעפעראַט פונעם ווילנער יידישן לינגוויסט, וואָס ער האָט אין קאָפּענהאַוון געלייענט אין 1936, און וואָס האָט קיין האָר פון זיין פרישקײַט און פאָרשערישע דערהייבנקײַט ניט אָנגעוואָרן אין משך פון די דורכגעלאָפענע 88  יאָר.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • מאָנטיק, נײַנצן טעג אין אייר תשפ″ד \ דעם זיבן⸗און⸗צוואַנציקסטן מאַי 2024

Comments are closed.