Vilna Scholar Tsvi-Nisn Golomb Writes to Bible Scholar Salomon Mandelkern in Leipzig (13 Aug. 1890)


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן צ″ו (96)

צבי⸗ניסן גאָלאָמב (אין ווילנע) שיקט שלמה מאַנדעלקערן (אין לפּציג) אַ פּאָסטקאַרטל

(דעם 13טן אויגוסט 1890)

  דער תוכן פון אָטאָ דעם פּאָסטקאַרטל, דאַטירט כ″ז מנחם אב תש″ן (דעם 13טן אויגוסט 1890), געשריבן אין לשון קודש אינעם סטיל פון אייראָפּעאישן העברעאיש פון דער תקופה, האָט צו טאָן מיט די ווערק און דער אויסבײַטונג פון עקזעמפּלאַרן פון ביכער צווישן צוויי מחברים. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז אָבער גאָלאָמבס שפּילן זיך מיט הנאה מיט די עצם דעפיניציעס פונעם וואָרט „כרעסטאָמאַטיע“ און די מעגלעכע רעאַליזירונגען פונדערפון, זיך באַנוצנדיק מיטן אויסלייג, אין אשכנזישן העברעאיש: „חרעסטאמאטיע“.

  ביידע זײַנען זיי געווען פילאָלאָגן און היסטאָריקער פון קולטור און ליטעראַטור, זיי זײַנען געשטאַנען אין חברישן קאָנטאַקט דורך בריוו. דאָס זײַנען: דער שרײַבער פונעם פּאָסטקאַרטל, צבי⸗ניסן (\הירש⸗ניסן) גאָלאָמב אין ווילנע, און דער אַדרעסאַט — שלמה מאַנדעלקערן אין לײַפּציג, דײַטשלאַנד. ביידע האָבן געשריבן דער עיקר אויף העברעאיש.

  שלמה מאַנדעלקערן (1846—1902), אַ יליד מלינעוו (מלינאָוו) אין ראָוונער גובערניע (בײַ הײַנטן טאָג מליניוו אין ריוונער געגנט, מערב אוקראַינע), איז אַרײַן אין דער אייביקײַט אַלץ מחבר פון „מאַנקלקערנס קאָנקאָרדאַנץ צום תנ″ך“ („היכל הקודש“ — Veteris Testamenti Concordantiæ), וואָס איז ביז אין דער קאָמפּיוטערשער⸗אינטערנעטישער תקופה געבליבן אַ יסוד היסודות פון תנ″ך⸗פאָרשונג און לשון⸗קודשדיקער פילאָלאָגיע. אין ווילנע האָט ער זיך געלערנט און געלעבט אַ צאָל יאָר, ווען ס′איז משמעות אויסגעוואַקט זיין חברשאַפט מיט גאָלאָמבן. ער איז אַריבער קיין לײַפּציג וואו ער האָט אויסגעלעבן די יאָרן.

  צבי⸗ניסן (הירש⸗ניסן) גאָלאָמב (1853—1934), איז געבאָרן געוואָרן אין פּאָדזעלווע אין ווילקאָמיריר קרײַז (איצט: Želva, אין ליטע) און האָט פון 1873 זײַנע יאָרן אָפּגעלעבט אין ווילנע. ווי ס′איז דער שטייגער, איז דער בעסטער סך⸗הכל פון זײַן לעבנס⸗שעפערישקײַט די באַשרײַבונג אין זלמן רייזענס לעקסיקאָן (באַנד 1, ווילנע 1926, זז. 470-466). אין הלכות יידיש איז ער געבליבן פאַראייביקט מיט זײַן ווערטערבוך פון סעמיטיש⸗שטאַמיקע (העברעאישע און אַראַמישע) ווערטער אין יידיש, „מלים בלשוני“, ווילנע 1910).


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דאָנערשטיק, זעכצן טעג אין סיוון תשפ″ה \ דעם 12טן יוני 2025

Edit

Comments are closed.