by Dovid Katz Index in English
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן צ″ה (95)
◊
צעטל פון יידישן פּאָליציסט אין ווילנער געטאָ אויף צו באַפרײַען פון „אַרעסט⸗הויז“ חיים מעלערן
(דעם 18טן מערץ 1942)
◊
◊
דאָס איז אַ דאָקומענט, געשריבן אויף אַ פּערפאָרירטן אָפּרײַס⸗צעטל, אומגעפער אַ פּאָסטקאַרטל די גרייס (אַן ערך 9 אויף 12.5 צמ), מיטן אָנגעשטעמפּלטן בלאַנק פון דער ווילנער געטאָ, פּאָליציי⸗סטאַנציע נ. 3. די ווערטער אויף „פּאָליציי⸗סטאַנציע“ ווערן אָנגעגעבן אויף דײַטש (Polizeirevier) און אויף ליטוויש (Policijos Nuovada).
ס′איז פון אַ יידישן פּאָליציסט וועלכער טראָגט דעם טיטל: „אַמט האָבנדער אָבער⸗פּאָליציסט“ און דערקלערט, אינעם אָפיציעל⸗גשטעמפּלטן דאָקומענט אויפן אַדרעס פונעם אַרעסט⸗הויז. דאָס איז די טורמע פון ווילנער געטאָ אויפן הויף פון דער געטאָ⸗ביבליאָטעק אויף סטראַשון⸗גאַס (הײַנטיקע זשעמײַטיאָס). פון יענער זײַט טורמע איז געווען די טיר וואָס האָט געפירט שוין צו דער דרויסנדיקער גאַס, דורך אַוועלכער מ′האָט אַווקגעפירט אויף פּאָנאַר צום שיסן. דער באַפעל איז, אַז מ′זאָל באַפרײַען חיים מעלערן. דאָס הייסט געוויינטלעך, ניט אויף דער פרײַ, נאָר וואָדען, צוריק אין געטאָ אַרײַן. היסטאָריש גערעדט, ניט אויף באַלדיקן מאָרד נאָר אויפן שפּעטערדיקן גורל פונעם ווײַטגרעסטן רוב אסירים אין ווילנער געטאָ…
דעם נאָמען חיים מעלער טרעפט מען אין דער רשימה אסירים פון ווילער געטאָ וואָס ס′האָט אַרויסגעגעבן דער יידישער מוזיי אין ווילנע (Vilnius Ghetto: Lists of Prisoners, vol. 2, ווילנע 1998, ז. 267), וואו מ′טרעפט אויך זײַן געבאָרן⸗יאָר — 1895, און זײַן אַדרעס אין געטאָ: שאַוולער גאַס 6, דירה 2 (Šiaulių g. 6-4; דאָרטן, באַנד 1, 1996, ז. 375). די צוויי בענד זײַנען רעדאַגירט געוואָרן פון יעווסיי צייטלין, אירינאַ גוזענבערג, און אַנדערע געלערנטע.
אַ דאַנק אונדזערע לייענער אַפריער פאַר תיקונים צו דער טראַנסקריפּציע און איבערזעצונג און פאַר שייכותדיקע צוגאָב⸗אינפאָרמאַציעס צום דאָקומענט. דער עיקר: הילף בײַם איבערלייענען די חתימה פון פּאָליציסט. ווי אַלעמאָל, וועלן תיקונים געבראַכט ווערן בשם אומרם.
◊
פּראָוויזאָרישע טראַנסקריפּציע:
18T [?] Polizeirevier
11 II [?] Policijos Nuovada
18. III. 42 צום ארעסט⸗הויז געטא ווילנה
Nr:………………
לויט דער פארארדנונג פון ארבייטס-אמט ביטע
צו באפרייען ה. מעלער חיים.
3 REV.
GHETTO POLIZEI
ד אמט האבנדער אבער⸗פאליציסט
שאפירע [?] [שא. פישער (ש.א. פישער)? אַנדערש?]
◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- מיטוואָך, פופצן טעג אין סיוון תשפ″ה \ דעם 11טן יוני 2025