The First Issue of ‘Yivo bleter’ (83)


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן פ″ג (83) 

דער ערשטער נומער פון די ווילנער „ייוואָ⸗בלעטער“

   דאָס איז דער ערשטער נומער פון די ווילנער „ייוואָ⸗בלעטער“. אָט זײַנען נאָך עטלעכע זײַטלעך, בתוכם דער המשך פונעם אינהאַלט, דאָס ערשטע זײַטל פונעם נומער און די סוף⸗הילעס. אַחוץ דעם הויכן וויסנשאַפטלעכן ווערט פון די אַרבעטן גופא וואָס אינעם באַנד, איז פאַראַן אַ שלל מיט פּרטים וועגן דער געשיכטע פון דער ווילנער ייוואָ (און במילא וועגן דער סביבה פון אַקאַדעמישן יידישיזם), דעריין דער אַדרעס צו אָט דער צײַט: דער ייוואָ האָט זיך געפונען אויף פּאָהולאַנקע 18 (בײַ הײַנטיקן טאָג באַסאַנאַוויטשוס 20), וואוהין דער ייוואָ האָט זיך אין די מיטן צוואַנציקער אַריבערגעצויגן פון מאַקס ווײַנרײַכס שכנישער פּריוואַטער דירה (אין בנין וואָס אויף פּאָהולאַנקע 14, הײַנט: באַסאַנאַוויטשוס 16).

 ◊

 

 ◊


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דאָנערשטיק, פינף⸗און⸗צוואַנציק טעג אין תשרי תשפ″ג \ דעם 20טן אָקטאָבער 2022

Comments are closed.