Postcard from Zalmen Reyzen to the Shaarei Zion Library in Tel Aviv in 1933 (86)


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן פ″ו (86) 

אַ פּאָסטקאַרטל פון זלמן רייזען פון ווילנע אין 1933 צו דער ביבליאָטעק „שערי ציון“ אין תל אביב

  דאָס איז אַ פּאָסטקאַרטל פון באַליבטן ווילנער יידישן פילאָלאָג און ליטעראַטור⸗היסטאָריקער (און פאַרשטייט זיך, רעדאַקטאָר פון דער טעגלעכער צײַטונג „ווילנער טאָג“) ז ל מ ן  ר י י ז ע ן צו דער ביבליאָטעק „שערי ציון“ אין תל אביב. דער ווילנער אַדרעס: ייוואָ, וויוואולסקי 18 (אויף פּויליש: Jiwo”, Wiwulskiego 18, Wilno„), אַדרעסירט צו: ספריה „שערי ציון“, ת.ד. [=תיבת דואר — ′פּאָסטקעסטל′] 80, תל אביב, פּּאַלעסטינע. די פיר פּאָסט⸗שטעמפּלעך איבער די פיר מאַרקעס צייכענען אָן דעם פּוילישן נאָמען פון דער שטאָט פון אָפּשיקונג: Wilno.

   דאָס איז ניט קיין ליטעראַריש בריוול צו אַ יידישן שרײַבער, ס′איז פּשוט ניט מער ווי אַ געשעפטלעכע דערמאָנונג דער ביבליאָטעק אין תל אביב, וואָס האָט באַשטעלט זלמן רייזענס פירבענדיקן מײַסטערווערק — „לעקסיקאָן פון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע און פילאָלאָגיע“ — וואָס איז אין ווילנע דערשינען בײַם פאַרלאַג ב. קלעצקין, 1926 – 1929. די תל⸗אביבער ביבליאָטעק האָט זיך אָבער ניט געאײַלט אָפּשיקן דעם שכר הספר. דינט דאָס שוין במילא ווי אַ מין סימבאָליק פאַר דער דאָליע פון אַ סך יידישע שרײַבער און געלערנטע, צווישן זיי די שופרא דשופרא, זלמן רייזען אין דער ווילנער ייוואָ — וועמען עס איז אַפּנים שוין באַשערט אַליין דאַרפן צעשיקן אַ בוך, אַליין דערנאָכדעם שרײַבן דעם קונה אויף אָפּמאָנען דעם מקח המוסכם. אָט איז דער טעקסט, און נאָכדעם גייט אַ טראַנסקריפּציע פונדערפון.

זלמן רייזענס פּאָסטקאַרטל פון ווילנע קיין תל אביב (5טן אויגוסט 1933)

טראַנסקריפּציע פונעם טעקסט:

1933  5  VIII  ווילנע

צו דער ביבליאָטעק „שערי ציון“, תל⸗אביב.

ח″פ! [= חשובע פריינד!]

לויט אייער בקשה איז אייך אַרויסגעשיקט געוואָרן דער לעקסיקאָן פון ז. רייזען (4 בענד). איך בעט אייך תיכף ומיד אפשיקן דאס געלט (אַ עקוויוואַלענט פון 5 פולווערטיקע דאָלאַרן, אָדער פון 45 פוילישע גילדנס. די פאָרטאָ אַליין קאָסט 12 גילדן).

מיט די בעסטע גרוסן

ז. רייזען

אדרעס: 2טע זייט


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דינסטיק, איין⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אדר תשפ″ג \ דעם פערצעטן מערץ 2023

Comments are closed.