Oxford Code of Yiddish Spelling (Oxford 1992)


SECOND (DIGITAL) EDITION: VILNIUS 2025

FIRST (PRINT HARDBACK) EDITION: OXFORD 1992


כלל⸗תקנות

פון יידישן אויסלייג

לויטן הסכם פון תשנ״ב — 1992 צווישן
די אָפּטיילונגען פון יידישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם:

אָקספאָרדער אוניווערסיטעט
בר⸗אילן אוניווערסיטעט
ווילנער אוניווערסיטעט
תל⸗אביבער אוניווערסיטעט

פאַרלאַג „אָקספאָרדער יידיש“

בשותפות מיטן

אָקספאָרדער צענטער פאַר העכערע העברעאישע שטודיעס

אָקספאָרד

תשנ״ב—1992


הקדמה

דער אָנהייב פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט מיט זיך פאָרגעשטעלט אַן עפּאָכע אין דער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך, ווען די פילאָלאָגיע האָט געדאַרפט שפּילן איר היסטאָרישע ראָלע, אויך אין טאָגטעגלעכן לעבן, דורכן אויפשטעלן לעקסישע, גראַמאַטישע און אָרטאָגראַפישע סטאַנדאַרדן. אַן אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך פעאיק צו די העכסטע מענטשלעכע שאַפונגען און אויפטוען נייטיקט זיך אין אָט די סטאַנדאַרדן.

דער ציל איז דערגרייכט געוואָרן. צווישן די וויכטיקסטע שאַפונגען פונעם יאָרהונדערט אויף אַ ריי געביטן פאַרנעמען זייער בכבודיק אָרט אויך ווערק פון דער נײַער יידישער ליטעראַטור. ניט געקוקט אויף דעם וואָס דער חורבן — די גרעסטע קאַטאַסטראָפע אין דער געשיכטע פון דער מענטשהײַט — האָט שטאַרק אָפּגעשוואַכט די דעמאָגראַפישע יסודות פון דער שפּראַך, נעמט זיך יידיש ווידער בויען שוין עטלעכע צענדליק יאָר, סײַ דורך אַ וואוקס פון טויזנטער אין אַקאַדעמישע און ליטעראַרישע קרײַזן, סײַ דורך אַ וואוקס פון הונדערטער טויזנטער, וואָס ווערן מגולגל אין מיליאָנען, אין דער מעכטיקער טראַדיציאָנעל רעליגיעזער יידישער וועלט, בפרט דער חסידישער.

אויף דער שוועל פון איין⸗און⸗צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז געקומען די צײַט אין דער געשיכטע פון יידיש, די פילאָלאָגיע זאָל זיך לערנען בײַם לעבן.

די כלל⸗תקנות טיילן זיך אויס מיט דרײַ זאַכן פון פריערדיקע פּרואוון אויף דעם געביט.

ערשטנס: ניט מ׳גלייבט אַז די כלל⸗תקנות וועלן אָנגענומען ווערן איבער דער וועלט בײַ די אַלע וואָס שרײַבן יידיש, ניט מען איז דאָס אויסן. די אָרטאָגראַפישע קאָמיסיע נעמט אָן פאַרקערט אַז די געבליבענע וואַריאַציעס אין יידישן אויסלייג זײַנען אין די מערסטע פאַלן אַ סימן פונעם געזונטן פאַקטישן מצב פון אַ לשון וואָס ווערט גענוצט אין אַ סך לענדער בײַ פאַרשיידנאַרטיקע יחידים און גרופּעס. די קאָמיסיע זעט אײַן די נייטיקײַט סײַ אין טאָלעראַנץ סײַ אין דרך ארץ צווישן די גרופּעס. ס׳ווערט אָנערקענט אַז די געבליבענע חילוקי דעות געהערן צום גרעסטן טייל דעם תחום פון געזעצמעסיקער וואַריאַציע וואָס לאָזט זיך דעפינירן לויט געאָגראַפישע, פּאָליטישע, סאָציאַלע און אידעאָלאָגישע פאַקטאָרן.

צווייטנס: די כלל⸗תקנות נעמען פאַר אַ ציל דעם באַנוץ פון די וואָס קענען שוין שרײַבן און לייענען יידיש. זיי גייען אַרויס פון דער הנחה אַז אין יידיש, פּונקט ווי אין העברעאיש, זײַנען פאַראַן נקודות וואָס זײַנען וויכטיק פאַר קינדער און בײַם אויסלערנען זיך די שפּראַך, ווי אויך צו פאַרשיידענע פאָרשערישע און דערציערישע צוועקן (למשל ווערטערביכער און לערנביכער). די וואָס קענען די שפּראַך זײַנען איבעריקע נקודות ניט נייטיק. פאַרקערט, זיי איז נייטיק אַן אויסלייג מיטן סאַמע מינימום פּינטעלעך און פּאַסיקלעך. פאַר קינדער, סטודענטן און געוויסע לעקסיקאָגראַפישע צוועקן, קען שטאַרק צוניץ קומען דאָס דיפערענצירן יי און  ווי אויך אַלע פיר פּאָרלעך עקספּלאָסיוון און ספּיראַנטן — בּ און בֿכּ און כֿפּ און פֿתּ און תֿ, מיט דגש צי מיט רפה צי מיט ביידע. דעם אַלגעמיינעם לייענער קלעקט אָבער מבחין זײַן צווישן פּ און פ און די דרײַ מיני אלף: אאָ און אַ, און וואו געוואונטשן, למשל אין אָט די תקנות גופא, יי כנגד (נייטיק אין שפּראַך⸗מאַטעריאַלן, אָבער לחלוטין ניט אָנגענומען אין חסידישע פּובליקאַציעס). דאָס איז בהסכם מיטן טויזנטיאָריקן גאַנג פון דער געשיכטע פון יידיש שבכתב, אַ געשיכטע פון אַן אָרטאָגראַפיע וואָס האָט זיך גאונותדיק אויסגעאַרבעט אויף צו דערגרייכן די מאַקסימאַלע פאָנעטישקײַט און בשעת מעשה ניט דאַרפן אָנקומען צו איבעריקע נקודות.

דריטנס: די כלל תקנות זײַנען בעצם מער דעסקריפּטיוו ווי נאָרמאַטיוו; ביי אָנגענומענע וואַריאַציעס, ווײַזן זיי אָן אויף די פאַראַנענע ברירות, אָנשטאָט מאַכן אַן אָנשטעל פון אַ פּוסק אחרון. פּונקט ווי בײַם רוב שפּראַכן איבער דער וועלט, זײַנען פאַראַן פאַרשיידענע סטילן אותיות און פאַרשיידענע וואַריאַנטן בײַ געוויסע אָרטאָגראַפישע פּרטים. די תקנות שטאַמען ניט פון קיין ווילן „אויסצובעסערן“ יידיש; פאַרקערט, זיי זײַנען אַ פּועל יוצא פון אַ סיסטעמאַטישער שטודיע איבערן געשריבענעם יידיש אָנהייב נײַנציקער יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, נעמענדיק אין באַטראַכט ביכער, זשורנאַלן און צייטונגען פון פאַרשיידענע לענדער און פון גרופּעס וואָס שיידן זיך שאַרף אונטער איינע פון דער אַנדערער.

פון די דרײַ פּונקטן ווערט שוין קלאָר דער יסוד. די קאָמיסיע, וואָס איז אויפגעשטעלט געוואָרן לויט דער איניציאַטיוו פון דער אָפּטיילונג פון יידישער שפּראַך און ליטעראַטור ביים אָקספאָרדער אוניווערסיטעט, האָט אײַנגעזען, אַז ס′האָט זיך גענומען שאַפן איבער דער וועלט אַ ד ע ת  ה כ ל ל, אין דער תורה⸗וועלט, אין ליטעראַרישע און אַקאַדעמישע קרײַזן, בײַ שרײַבער און געלערנטע אין פאַרשיידענע סביבות און לענדער, אַ דעת הקהל וואָס פאַרנעמט אַ „שביל הזהב“ צווישן די צוויי פליגל: „קאָנסערוואַטיוו“ (גיזאָגטיאָהרהאָבען ,מענשעןגע׳מסר׳טאון „ראַדיקאַל“ (וווּצוּוווּקספֿריִיִקשניייִקפֿאַר אַ יאָרן).

אַז אַ דעת הכלל האָט זיך גענומען שאַפן, אָן דער קראַפט פון מלוכהשע דיקטאַטן און געזעצן, איז עס אַ סימן אַז די געשריבענע יידישע שפּראַך גייט פון זיך אויף אָט דעם דרך.

מחמת דעם, וואָס די תקנות גייען מיטן אָנגענומענעם דרך פונעם רוב געדרוקטע ווערק אין משך פון די פאַרגאַנגענע זיבעציק יאָר, אָנשטאָט דעם עולם פּרובירן איבערצוצײַגן אין חידושים און תיקונים, איז קלאָר פון זיך אַליין, אַז דאָ וועט מען אומזיסט זוכן אָריגינעלקײַט. די אָריגינעלקײַט דאַרף זיך געפינען אין דעם וואָס מ′טוט אויף מיט דער שפּראַך, ניט אינעם אויסלייג.

די כלל⸗תקנות זײַנען אין די מערסטע פּרטים אידענטיש מיט דער נײַער אָרטאָגראַפיע וואָס דער גרויסער יידישער פילאָלאָג זלמן רייזען האָט אײַנגעסדרט אין זײַן גראַמאַטיק אין יאָר תר″פ — 1920, אַ סימן דערויף וואָסער רואה את הנולד איז געווען זלמן רייזען. ברייט גענומען קען מען עס פאָרמולירן אַזוי⸗אָ: די תקנות זײַנען אַ קאָדיפיצירונג פון דער נײַער אָרטאָגראַפיע.

די כלל⸗תקנות שטעלן זיך צוויי צילן:

(א) פירן צו אַ בשותפותדיקן אויסלייג בײַ די אַלע וואָס געפינען זיך סײַ ווי סײַ אין אָרטאָגראַפישן צענטער פון דער שפּראַך.

(ב) שאַפן אַ פעסטן, אײַנגעפונדעוועטן געזעלשאַפטלעכן אָנשפּאַר פאַר דער נײַער אָרטאָגראַפיע, ד. ה. פאַרן גרייטן באַנוץ פון דער מערהײַט.

הירשע⸗דוד קאַץ
אָקספאָרד

די אָרטאָגראַפישע קאָמיסיע:

פּראָפעסאָר יוסף בר⸗אל

דירעקטאָר פון דער רינה קאָסטאַ קאַטעדרע פון יידישער שפּראַך און ליטעראַטור אין בר⸗אילן אוניווערסיטעט

פּראָפעסאָר גרשון ווײַנער

דירעקטאָר פון יידישן לערער⸗סעמינאַר אין תל⸗אביבער אוניווערסיטעט

ד״ר הירשע⸗דוד קאַץ

דירעקטאָר פון דער פּראָגראַם פון יידישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם אָקספאָרדער אוניווערסיטעט

פּראָפעסאָר מאיר שוב

דירעקטאָר פון דער אָפּטיילונג פון יודאַאיסטיק בײַם ווילנער איניווערסיטעט


אינהאַלט

1 גראַפיק
1.1 גענדזנפיסלעך
1.2 מקף
2 פאָנעטישע ספּעציפיצירונג
2.1 פּתח⸗צוויי⸗יודן
2.2 דגש און רפה
2.3 שין און שׂין
2.4 פאָנעטיזירונג פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט
3 די „שטומע אותיות“
3.1 דער שטומער אלף
3.2 דער שטומער עין
4 צוזאַמען אָדער באַזונדער
4.1 בײַ אַדווערבן
4.2 בײַ סובסטאַנטיוון
4.3 בײַ אַדיעקטיוון
5 פאַרשיידענע פּרטים
5.1 מ′, מען, מע
5.2 ס′, עס, סע
5.3 די סופיקסן ⸗הײַט און ⸗קײַט
5.4 די אָרדינאַלע ציפערן
5.5 די קלאַנגען דז, טש און נצ
5.6 דער סופיקס ⸗יק
5.7 דער סופיקס ⸗עך
5.8 ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש
5.9 ראשי תיבות און קירצונגען
6 געבליבענע וואַריאַציעס
6.1 אידיש — יידיש
6.2 די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן
7 אָרטאָגראַפישע רשימה


1

גראַפיק


1.1 גענדזנפיסלעך

עפענענדיקע גענדזנפיסלעך שטעלט מען פון אונטן, שליסנדיקע פון אויבן.

„אפשר“ איז אויך אָן ענטפער. ער האָט אַ זאָג געטאָן „ניין“.

1.2 מקף

דעם מקף מעג מען שרײַבן און דרוקן מיט צוויי אלכסונדיקע שטריכעלען אָדער מיט איין גלייכן שטריכל.

שרה⸗חנה = שרה-חנה. חיים⸗בנימין = היים-בנימין.

2

פאָנעטישע ספּעציפיצירונג


אין אַלגעמיינעם באַנוץ נייטיקט מען זיך אין דרײַ צוגאָבן צום אלף⸗בית: קמץ⸗אלף, פּתח⸗אלף און אַ פּינטל אין פּא.

אָן ≠ אַן. מאָן ≠ מאַן. פּוטער ≠ פוטער. פּאָר ≠ פאָר.

דערצו קען מען זיך באַנוצן מיט נקודות אויף צו דערגיין צו ווײַטערדיקער ספּעציפישקײַט. אין אַקאַדעמישע און דערציערישע סביבות און אין ווערטערביכער איז נייטיק אויך דער פּתח⸗צוויי⸗יודן (ײַ). נקודות ווערן צומאָל אויך גענוצט אין קעפּלעך פון ביכער און אַרטיקלען ווי אַ צירונג צו די אותיות, און ביי שווערע אָדער זעלטענע ווערטער, צו הילף צו קומען דעם לייענער.

2.1 פּתח⸗צוויי⸗יודן

דעם פּתח צוויי יודן (ײַ) ווענדט מען אָן אויפן כלל⸗יידישן ay (ליטוויש ay, פּויליש לאַנגער ā, אוקראַיניש קורצער a), אים צו דיפערענצירן פון כלל⸗יידישן ey (ליטוויש און אוקראַיניש ey, פּויליש ay).

(איך) ווייס ≠ (שוואַרץ אויף) ווײַס. וויין (ניט) ≠ (אַ גלעזל) ווײַן. מיין (ניט) ≠ מײַן (בוך).

בײַ אַ סך שרײַבער און אין אַ סך ביכער, נוצט מען דעם  קאָנסעקווענט. אַנדערע ווענדן אים אָן נאָר בײַ זעלטענע יידישע ווערטער און נעמען, דער לייענער זאָל ניט האָבן קיין טעות.

אייער ≠ אײַער (אַ מין גראָז). הײַדוציטשעק (אַ שטעטל אין דער ליטע).

דאָרטן וואו מ׳נוצט ניט דעם  איז אָנגענומען צו באַנוצן זיך מיט די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען אַי און עי אַז ס׳האַנדלט זיך אין נעמען אָדער פרעמדע ווערטער וואָס קענען דעם לייענער זײַן אומבאַקאַנט.

דער סענאַטאָר ראַיט. אַ שיף אין שיפּסעט בעי.

בײַ עטלעכע ווערטער האָט זיך אײַנגעפעסטיקט די טראַדיציע צו נוצן קאָנסעקווענט די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען.

מאַי (דער חודש; אויך אַ נאָמען פון אַ קוסט). אוקראַינע. העי! (דער אויסרוף) ≠ היי (וואָס אַ פערד עסט).

2.2 דגש און רפה

אַלע פיר פּאָרלעך עקספּלאָסיוון — ספּיראַנטן (בּ—בֿ, כּ—כֿ, פּ—פֿ, תּ—תֿ) קענען דיפערענצירט ווערן:

2.2.1 לויטן טראַדיציאָנעלן סטיל, מיטן דגש אין אַלע פיר עקספּלאָסיוון.

בּ ≠ ב. פּ ≠ פ. כּ ≠ כ. תּ ≠ ת.

2.2.2 לויטן סטיל פון דער ייוואָ, מיט דגש בײַ טייל אותיות און רפה בײַ טייל אותיות.

ב ≠ בֿ. כּ ≠ כ. פּ ≠ פֿ. תּ ≠ ת.

2.2.3 לויטן סטיל פון גרויסן ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך, מיט דגש אומעטום און רפה בײַ בֿ און פֿ.

בּ ≠ בֿ. כּ ≠ כ. פּ ≠ פֿ. תּ ≠ ת.

2.2.4 לויטן געוועזענעם אָקספאָרדער (און אַלט⸗יידישן) סטיל, מיט רפה איבער אַלע פיר ספּיראַנטן.

ב ≠ בֿ. פ ≠ פֿ. כ ≠ כֿ. ת ≠ תֿ.

הערה א: די אותיות בֿכּתּ, און תֿ טרעפט מען נאָר בײַ ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש און אַראַמיש, וואו דער תלמיד פון יידיש דאַרף זיך דעם אַרויסרייד סײַ ווי סײַ אויסלערנען, אַזוי אַרום אַז די דיפערענצירונג בכתב איז אַ קנאַפּע רפואה. דער תלמיד דאַרף זיך וואָס פריער צוגעוואוינען צום אַלגעמיינעם באַנוץ (אַ פּינטל אין פּ און שוין).

הערה ב: בײַם שרײַבן מיט דער האַנט קען מען נוצן דגש, צי רפה, צי ביידע, לויטן אייגענעם פאַרשטאַנד (דאָ גייט נאָך אַלעמען אין סטיל פון די אותיות), וואו נאָר דאָס קען מאַכן קלאָרער. אין אַ סך האַנטשריפטן, למשל, וואו ריש און כף זיינען ענלעך, איז אַ רפה איבערן כף אַ הילפסמיטל צום איבערלייענען. וואָס שווערער דער כתב, אַלץ מער דאַרף מען מפרט זיין.

2.3 שין און שׂין

פאַר קינדער און אָנהייבער קען מען בכתב דיפערענצירן ש און שׂ. וואָס פריער דאַרף מען אָבער דעם תלמיד צוגעוואוינען צו דעם אַז אין ביכער פאַר דערוואַקסענע דיפערענצירט מען זעלטן. דעם „שׂמאל“ טרעפט מען נאָר בײַ ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש, וואו מ′דאַרף זיך אין יעדן פאַל אויסלערנען דעם אַרויסרייד, און דערצו נאָך טרעפט זיך עס אין אַ קלענערער צאָל יסודותדיקע ווערטער.

בשורה. ישראל. שמחה. שררה.

2.4 פאָנעטיזירונג פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט

אין געוועזענעם סאָוועטנפאַרבאַנד און אין פריערדיקע יאָרן אויך אין ראַדיקאַלע קרײַזן איבער דער וועלט איז געווען אָנגענומען צו שרײַבן ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש און אַראַמיש לויט דער פאָנעטישער סיסטעם פון יידיש (אַוואַדע, עמעס, קאַוואָנע). מ′וועט דאַרפן ערשט זען צי די טראַדיציע וועט האָבן אַ המשך בײַ יידן אין מזרח אייראָפּע. עס לאָזט זיך אויך מאָלן אַז צו געוויסע צוועקן וועלן ווײַטער זײַן אַזעלכע עקספּערימענטן (אַשטייגער אין דער פּאָעזיע).

אין אַלגעמיינעם באַנוץ קען מען שרײַבן פאָנעטיש יענע ווערטער בײַ וועלכע עס איז אָנגענומען (באַלעבאַטים, קלעזמער וכו׳). דאָרטן וואו דער סעמיטישער אויסלייג איז ניט קלאָר צוליב סופיקסן, מעג מען אויך שרײַבן פאָנעטיש, אָדער: צוגעבן אַ נייטיקע נקודה.

סאָפלאָז (סוֹפלאָז). שיידימדיק (שֵדימדיק).

3

די „שטומע אותיות“


אין יידישן אויסלייג זײַנען פאַראַן צוויי „שטומע אותיות“: דער שטומער אלף און דער שטומער עין.

3.1 דער שטומער אלף

דער שטומער אלף קומט

3.1.1 אָנהייב וואָרט פאַר אַלע וואָקאַלן אַחוץ אלף און עין.

און. אויוון. אין. איי. אײַזן.

3.1.2 אָנהייב שורש.

פאָראורטייל. אומאויפהערלעך. פאַראינטערעסירט. פאַראיין. באַאײַנפלוסן.

3.1.3 אויף אָפּצוהיטן דעם יסודותדיקן כלל אַז קיין דרײַ אותיות די זעלביקע שרײַבן זיך ניט נאָכאַנאַנד. דאָס איז דער „מחיצה⸗אלף“.

וואו. וואונדער. וואויל. פּרואוון. פּאַרטײַאיש.

3.1.4 אָפּצוטיילן צוויי נאָכאַנאַנדיקע וואָקאַלן מ׳זאָל זיי ניט לייענען על פּי טעות ווי איין דיפטאָנג.

דערציאונג. העברעאיש. פריאיק.

הערה: צוליב אָט דעם „מחיצה⸗אלף“ (3.1.3 און 3.1.4) איז ניט נייטיק אין יידיש ניט קיין יִ און ניט קיין וּ. אַנדערשוואו דאַרף מען קיין יִ אויך ניט האָבן.

יידיש. יינגל. פריער. קיעוו.

3.2 דער שטומער עין

דער שטומער עין, וואָס אָדער ער איז אינגאַנצן שטום אָדער ער שטעלט מיט זיך פאָר אַ שווא, קומט

3.2.1 נאָך די ווײַטערדיקע אותיות:

(א) מם:

נעמען. קומען. שטאַמען.

(ב) נון:

באַנען. וואַזאָנען. מיינען.

(ג) נון גימל:

ברענגען. זינגען. קלינגען.

אָבער: ניט בײַ געבויגענע אַדיעקטיוון (אויף אַ לאַנגן וועג).

(ד) נון קוף:

בענקען. געדענקען. זינקען.

אָבער: ניט בײַ געבויגענע אַדיעקטיוון (מיט אַ פלינקן כאַפּ).

(ה) קאָנסאָנאַנט פּלוס למד:

אײַנוויקלען. גאָפּלען. שטאַפּלען.

(ו) אַוועלכן ניט איז אַקצענטירטן וואָקאַל:

אַרמייען. דרייען. קראָען.

3.2.2 ווען דער עין איז טייל פון שורש, און באַווײַזט זיך אין דער ערשטער פּערזאָן (יחיד) פון ווערב (איך מוטשע זיך, סטאַרע זיך):

מוטשען. סטאַרען. קוואַקען.

הערה א: אַנדערשוואו איז ניטאָ קיין שטומער עין.

אײַלן. בעטן. גרינדן. זאַכן. טיילן. לאָזן. נוצן. פּרובירן. קריכן. שיסן.

הערה ב: פאַר למד איז קיינמאָל ניטאָ קיין שטומער עין.

בעטל. געסל. ווינקל. צעטל. שליסל.

4

צוזאַמען אָדער באַזונדער


4.1 בײַ אַדווערבן

איינאיינציקע אַדווערבן שרײַבט מען צוזאַמען. אָפטמאָל דיפערענצירן זיך אַדווערבן פון קאָמבינאַציעס פון פּרעפּאָזיציע + אַדיעקטיוו, אַרטיקל + סובסטאַנטיוו א.א.וו.

אָבעראַמאָל (ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל. אָבער: בדרך כלל האַלט ער וואָרט, אָבער אַמאָל ניט)

אַדאַנק (אַדאַנק דיר בין איך דאָ. אָבער: אַ דאַנק!)

אַהערצו (ברענג עס אַהערצו! אָבער: קומען אַהער צו גאַסט)

אויפסנײַ

אונטערוועגנס

אַזייגער (פיר אַזייגער. אָבער: אַ זייגער וואָס גייט שלעכט)

איבעראַיאָר (מ׳וועט זיך טרעפן איבעראַיאָר. אָבער: איבער אַ יאָר קריגט מען זיך ניט, איבער הונדערט יאָר אפשר יאָ)

איבעראַכטאָג

איבערהויפּט

איבערמאָרגן

איינמאָל (שוין איינמאָל אַ קענער. אָבער: איין מאָל, צוויי מאָל, דרײַ מאָל)

אינאיינעם (לאָמיר גיין אינאיינעם. אָבער: אין איינעם אַ טאָג)

איגגאַנצן (אינגאַנצן אמת. אָבער: אין גאַנצן לאַנד)

אינגיכן (קומען אינגיכן. אָבער: אין גיכן עראָפּלאַן)

אינדערוואָכן

אינדערלופטן

אינדערפרי

אינמיטן

אַכלל (אַכלל, מ′דאַרף וואַרטן. אָבער: אַ כלל אַ שווערער)

אַלעמאָל

אַמאָל (אַמאָל איז געווען אַ מעשה. אָבער: ער איז דאָ געווען אַ מאָל צען)

אַניט (אַניט טויג ניט. אָבער: ער איז אַ ניט מיט אַ גאָרניט)

אַפּנים (אַפּנים ווייס(ט) ער וואָס ער רעדט. אָבער: אַ פּנים פון אַ קינד)

אַקיצור (אַקיצור, וואָס ווילסטו? אָבער: אַ קיצור פון יעדן אַרטיקל אין בוך)

אַשטייגער (וואָס אַשטייגער? אָבער: אַ שטייגער לעבן)

באַצײַטנס

בײַטאָג

בײַנאַכט

וויבאַלד

ווידעראַמאָל

וויפיל (וויפל)

מיטאַמאָל

נאָכאַמאָל

נאָכמיטיק

פאַראַיאָרן

פאַראיינוועגס

פאַראַכטאָגן

פאַרוואָס (פאַרוואָס קומסטו ניט? אָבער: פאַר וואָס און פאַר ווען)

פאַרטאָג

פאַרנאַכט

פאַרצײַטנס

פונדעסטוועגן

צוערשט

צופיל

צורו (צורו לאָזן. אָבער: די תיבה איז געקומען צו רו)

צוריקגערעדט

צוריקגעשמועסט

צוריקוועגס

קיינמאָל

4.2 בײַ סובסטאַנטיוון

נײַע ווערטער אויסגעפורעמטע פון צוויי אַלטע ווערטער שאַפן זיך כסדר. די אָרטאָגראַפיע איז דאָ בייגעוודיק, זי גיט די מעגלעכקײַט זיך צו באַנוצן מיט צוויי ווערטער סתם (אוניווערסיטעט סטודענט) און זי גיט סײַ דעם פּאָעט, סיי דעם מענטשן פון אַ גאַנץ יאָר, די פרײַהײַט צו שאַפן נײַע ווערטער (סוצקעווערס „פידלרויז“, פאַרלאַג „קינדערבוך“). אַחוץ דעם האַלט זיך די שפּראַך אין דעם פּרט גראַדע אין אַ תקופה פון איבערגאַנג. דער נאַטירלעכער היסטאָרישער פּראָצעס פירט אַוועק פונעם דײַטשישן מוסטער פון שרייבן צוזאַמען (לעקציעטור, קולטורבאַוועגונג) ביז צו דער מאָדערנער אינטערנאַציאָנאַלער טענדענץ אויף באַזונדער (לעקציע טור, קולטור באַוועגונג), אָפטמאָל בלייבנדיק שטיין ביי דער צווישנדיקער סטאַדיע פון שרייבן מיט אַ מקף (לעקציע⸗טור, קולטור⸗באַוועגונג). דער חוש פונעם שרײַבער איז דאָ וויכטיק. וואו אַ ספק דאַרף מען נוטה זײַן צו באַזונדערקײַט: אַ ספק צוזאַמען צי מיט אַ מקף איז דער דין — מיט אַ מקף; אַ ספק מיט אַ מקף צי באַזונדער איז דער דין — באַזונדער. דאָרטן וואו אַ שרײַבער וויל בפירוש שאַפן אַ נײַ איינאיינציק וואָרט איז אָבער דער דין: חומר בידי השרײַבער. די ווײַטערדיקע אָנווײַזונגען זײַנען געצילט צו שאַפן אַ סטאַנדאַרד בײַ אַ גרויסן טייל ווערטער אין דער איצטיקער איבערגאַנגס⸗תקופה.

4.2.1 צוזאַמען.

(א) צוויי סובסטאַנטיוון וואָס זײַנען ג ע ו ו אָ ר ן איין וואָרט שרײַבט מען ווי איין וואָרט.

אוראייניקל. זייגערמאַכער. טאָגבוך. יאָרצײַט. עלטערזיידע. קאָפּדרייעניש. קינדערגאָרטן. שרײַבמאַשינקע.

(ב) צוויי סובסטאַנטיוון וואָס מ׳וויל פאַרוואַנדלען אין איין וואָרט שרײַבט מען צוזאַמען (ס׳איז נאָך ניט קיין ראיה אַז דאָס נײַע וואָרט וועט זיך אָננעמען; אָפטמאָל זײַנען דאָס איינמאָליקע שאַפונגען, בפרט אין יידישן ליד).

הימלליכט. וואַנטגייער. וואַקסמענטש. שטערנוועג.

4.2.2 באַזונדער.

באַזונדער קען מען שרײַבן מען צונויפהעפטן וואו די ביידע באַשטאַנדטיילן זײַנען געבליבן צוויי (אָדער מער) באַזונדערע ווערטער; אין שטרענגן לעקסיקאָגראַפישן באַנוץ, און אין קורסן, ווערט גענוצט דער מקף אַלץ סימן פון אַ צונויפהעפט. 

אוניווערסיטעט סטודענט. בלוישטיין קולטור צענטער. י.ל. פּרץ ליטעראַטור פונדאַציע. קולטור געשיכטע. ראַדיאָ סטאַנציע. שלום אונטערהאַנדלונגען.

הערה: די וועלכע ווייכן בכלל פון שרײַבן באַזונדער, שרײַבן מיט אַ מקף אין די אַ ל ע פאַלן.

4.2.3 מיט אַ מקף.

מיט אַ מקף שרײַבט מען:

(א) טראַדיציאָנעלע יידישע נעמען וואָס באַשטייען פון צוויי נעמען; אויך טאָפּלטע פאַמיליע נעמען.

אבא⸗לייזער. יאַנקל⸗דוד. סימע⸗לאה. שרה⸗רבקה. צימערמאַן⸗ווײַנבערג. סעגאַלאָוויטש⸗האָפשטיין.

(ב) צונויפהעפטן וואָס באַשטייען פון דרײַ אָדער מער ווערטער, כדי קלאָר צו מאַכן די צווישן⸗שייכותן צווישן די עלעמענטן: דרום⸗מזרח יידיש (=דער דרום⸗מזרחדיקער דיאַלעקט פון יידיש, פּאָפּולער „אוקראַיניש“) ≠ דרום מזרח⸗יידיש (דער דרומדיקער טייל פון מזרחדיקן יידיש, וואָס נעמט אַרײַן סײַ דרום⸗מזרח יידיש, סײַ צענטראַל⸗מזרח יידיש — „פּויליש“).

(ג) צונויפהעפטן וואו דער ערשטער עלעמענט ענדיקט זיך מיטן סופיקס ⸗ם אָדער ⸗ן.

פאָלקס⸗אוניווערסיטעט. סטודענטן⸗פאַראיין. פרויען⸗אָרגאַניזאַציע.

אָבער: דאָרטן וואו דער צונויפהעפט איז נעוואָרן איין וואָרט, שרײַבט מען צוזאַמען.

וואָכנבלאַט. פאָלקסמענטש.

(ד) צונויפהעפטן וואו דער ערשטער עלעמענט איז אַ שורש פון אַ ווערב.

בלאָז⸗מאַשין. זע⸗מחיצה. טאַנץ⸗אָוונט. רעקאָרדיר⸗מאַשין. שטיי⸗לאָמפּ.

אָבער: דאָרטן וואו דער צונויפהעפט איז געוואָרן איין וואָרט שרײַבט מען צוזאַמען.

וואַכנאַכט. זוכצעטל.

(ה) אומעטום וואו מ׳האַלט אַז מיט אַ מקף איז קלאָרער (כל זמן מ׳האַלט נאָך אין דער סטאַדיע פון איבערגאַנג און אַ סך לייענער זײַנען אײַנגעוואוינט צום מקף).

בוף⸗געשעפט = בוך געשעפט. גאַז⸗לאָמפּ = גאַז לאָמפּ. וואַלד⸗הויז = וואַלד הויז.

4.3 בײַ אַדיעקטיוון

4.3.1 צונויפהעפטן פון צוויי אַדיעקטיוון שרײַבט מען מיט אַ מקף.

קולטור⸗היסטאָריש. גביריש⸗אויספײַנעריש. אַקאַדעמיש⸗וויסנשאַפטלעך.

4.3.2 אַדיעקטיוון וואָס באַשטייען פון צוויי אָדער מער עלעמענטן שרײַבט מען מיט אַ מקף:

גמילת⸗חסדימדיק. לשון⸗קודשדיק. צער⸗בעלי⸗חיימדיק.

5

פאַרשיידענע פּרטים


5.1 מ′, מען, מע

פאַרן ווערב גילטן אַלע דרײַ וואַריאַנטן.

מ׳גייט (אָפטסטער נוסח) = מען גייט = מע נייט.

5.2 ס′, עס, סע

פאַרן ווערב גילטן אַלע דרײַ וואַריאַנטן.

ס′איז גוט (אָפטסטער נוסח) = עס איז גוט = סע איז גוט.

5.3 די סופיקסן ⸗הײַט און ⸗קײַט

דאָרטן וואו מ׳נוצט דעם פּתח⸗צוויי⸗יודן, נוצט מען אים אויך בײַ די סופיקסן ⸗הײַט און ⸗קײַט, אָבער ניט בײַם אַדווערביאַלן סופיקס ⸗ערהייט.

שיינהײַט. יידישקײַט. פרײַהײַט. אָבער: פרײַערהייט.

5.4 די אָרדינאַלע ציפערן

בײַ די אָרדינאַלע ציפערן גיט מען צו די סופיקסן ⸗טער⸗טע⸗טן, ניט קוקנדיק וואָס פאָנעטיש הערט זיך אַ סמך אין טייל פאַלן. פאַראַן אויך פּובליקאַציעס וואו מ′האַלט זיך בײַם סמך וואו ער טרעפט זיך פאָנעטיש (20סטער וכדומה).

8טער\8טע\8טן. 13טער\13טע\13טן. 20טער\20טע\20טן. 69טער\69טע\69טן. 154טער\154טע\154טן.

5.5 די קלאַנגען דז, טש און נצ

די אַפריקאַטן דזטש און נצ שרײַבט מען בפירוש.

אונדז, גאַנדז; בענטשן, מענטשן; פינצטער, פענצטער.

5.6 דער סופיקם ⸗יק

דער סופיקס ⸗יק שרײַבט זיך מיט אַ קוף, ניט מיט קיין גימל. אין חסידישן באַנוץ האַלט זיך אָבער פעסט דער גימל.

גלייביק, גלייביקע; וויכטיק, וויכטיקע.

5.7 דער סופיקם ⸗עך

די פאַרשיידענע ⸗עך סופיקסן (⸗לעך⸗עלעך) שרײַבן זיך מיט אַן עין (כאָטש הערן הערט זיך אָפט אַן a).

פאַרדריסלעך. קינדערלעך. קליינלעך. שטעטעלעך.

5.8 ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש

5.8.1 חסר און מלא בײַם חיריק.

(א) פאַר איין קאָנסאָנאַנט שרײַבט מען מלא (אַחוץ דאָרטן וואו עס האָט זיך איינגעפעסטיקט אַ טראַדיציע צו שרײַבן חסר, אַשטייגער: נסים).

ביטול. חילול השם. כיבוד אב. מידה. נידה. קליפּה. שיטה.

(ב) פאַר צוויי קאָנסאָנאַנטן איז גלייכער צו שרײַבן חסר.

מדבר. מסחר. מזרח. מלחמה. מנחה. מסחר. מצווה. נבזה. נסתר. פּנחס. פּנקס. פּרקי אבות.

(ג) דאָרטן וואו אַ וואָרט הייבט זיך אָן מיט אַ יוד מיט אַ חיריק, איז גלײַכער צו שרײַבן מיט איין יוד.

יחוד. יחוס. יראת הכבוד. ישוב הדעת. ישראל.

5.8.2 חסר און מלא בײַם מלאפּום.

בײַם מלאפּום האָט זיך אײַנגעפעסטיקט די טראַדיציע צו שרייבן מלא, ניט שייך וויפל קאָנסאָנאַנטן ס׳קומען דערנאָך.

בושה. חופּה. חוש. נוסח. טומטום. יקום פּורקן. שולחן ערוך.

5.8.3 חסר און מלא בײַם חולם.

מים חולם שרײַבט מען בדרך כלל מלא.

דוחק. חושך. לומדות. סוחר. עולם הבא. שוטה. שומר.

בײַ עטלעכע ווערטער זײַנען דאָ פּאַראַלעלע שרײַבונגען.

כח = כוח. מח = מוח.

בײַ אַנדערע איז פאַראַן אַ פעסטע טראַדיציע אויף חסר.

כהן. נח.

5.8.4 קמץ⸗אלף און פּתח⸗אלף.

מ׳מעג שטעלן אָדער ניט שטעלן קמץ און פּתח בײַ ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש און אַראַמיש. דער מנהג איז ניט צו שטעלן, בפרט אין דער שיינער ליטעראַטור (ניט שייך צי דער אלף האָט אַ קמץ צי אַ פּתח אין לשון קודש אָדער אַראַמיש).

אבידה. אדם הראשון. אסור. אבידה. אפּיקורסות. גבאות. דוגמאות. רמאות.

דווקא דאָס פעלן פון אַ נקודה קומט צו הילף בײַם לייענען. ס׳גיט אַ וויזועלן סיגנאַל, אַז דאָ איז אַ וואָרט פון לשון קודש וואָס לייענט זיך ניט לויט דער פאָנעטישער סיסטעם. דער לייענער וועט זיך ניט נאַרן אַז דאָס וואָרט, טאָמער קען ער עס ניט, קען מען לייענען פאָנעטיש.

מ׳שטעלט אָבער יאָ אַ פּתח בײַם אָנהייב פון אַדווערבן און פּרעפּאָזיציעס (וואו דער אלף פונקציאָנירט ווי דער פּרעפיקס אין דער פאָנעטישער סיסטעם).

אַדרבא. אַוודאי. אַחוץ. אַכלל. אַפילו. אַקיצור.

5.9 ראשי תיבות און קירצונגען

5.9.1 ראשי תיבות וואָס שטאַמען פון לשון קודש.

ראשי תיבות וואָס שטאַמען פון לשון קודש שרײַבן זיך מיט צוויי שטריכעלעך (″) פאַרן לעצטן אות.

ב″ה = ברוך השם. בחדר″ג = בחרם דרבינו גרשום. ז″ל = זכרונו לברכה. נ″י = נרו יאיר. ע″ה = עליו השלום. ע″ש = עיקר שכחתי.

דאָרטן וואו די ראשי תיבות זײַנען געוואָרן ווערטער פאַר זיך (אַקראָנימען), מעג מען שרײַבן אָדער ניט שרײַבן די צוויי שטריכעלעך.

חב″ד = חבד. ש″ס = שס. תנ″ך = תנך.

בײַ נעמען פון רבנים איז אָנגענומען דווקא צו נוצן די שטריכעלעך.

דער ב″ח. דער גר″א. דער רמ″א. דער ש″ך.

5.9.2 קירצונגען וואָס שטאַמען פון לשון קודש.

קירצונגען וואָס שטומען פון לשון קודש שרײַבן זיך מיט איין שטריכל סוף וואָרט:

חנא בר′ שלמה. ר′ יוסף. ה′ יתברך.

5.9.3 נומעראַציע מיטן יידישן אלף⸗בית.

בײַ ציפערן, דאַטעס און יאָרן, וואָס שרײַבן זיך מיטן יידישן אלף⸗בית, נוצט מען איין שטריכל בײַ קיצורים וואָס באַשטייען פון איין אות, צוויי שטריכעלעך (פאַרן לעצטן אות), בײַ מער ווי איין אות.

ד′ אמות. ז′ אייר תרנ″ז. י″ג שבט תשנ″ד.

5.9.4 אַלע אַנדערע קירצונגען.

ביײַ אַלע אַנדערע קירצונגען, נוצט מען אַן איינאיינציקן פּונקט נאָך יעדן פאַרקירצטן וואָרט, ניט שייך צי עס האַנדלט זיך אין איין פאַרקירצטן וואָרט צי מער ווי איין וואָרט. בײַם וואָרט דאָקטער (אַלס טיטל), האָט זיך אײַנגעפעסטיקט אַ טראַדיציע שרײַבן מיט צוויי שטריכעלעך (ד״ר).

א.א. = און אַנדערע. א.א.וו. = און אַזוי ווײַטער. ד.ה. = דאָס הייסט. יאַנ. = יאנואר. נ.ב. = נאָכבאַמערקונג. נ.י. = ניו⸗יאָרק. סעפּט. = סעפּטעמבער. סעק. = סעקרעטאַר. פגל. = פאַרגלייכן. צ.ב. = צום ביישפּיל. רעד. = רעדאַקטאָר.
אָבער: ב. = באַנד, בב. = רענד; ז. = זײַט, זז. = זײַטן; נ. = נומער, ננ. = נומערן.

6

געבליבענע וואַריאַציעס


פאַראַן צוויי ענינים וואו ס′איז פאַרבליבן אַ פּרינציפּיעלער אונטערשייד צווישן דער „טראַדיציאָנעלער וועלט“ און דער „ליטעראַרישער וועלט“. די כלל⸗תקנות קומען דאָ אויפצייכענען די וואַריאַציע, תמיד האַלטן פאַרן אויג, אַז די צוקונפט פון דער לעבעדיקער שפּראַך ליגט אין די הענט פון חסידיש⸗חרדישן עולם, אַזוי אַרום אַז דער אלף איז עלול ווידער ווערן די נאָרמע.

6.1 איד, אידיש, אינגל — ייד, יידיש, יינגל

אין דער טראַדיציאָנעלער וועלט שרײַבט זיך מיט אלף.

איד. אידיש. אינגל. אינגער.

אין דער מאָדערנער ליטעראַטור שרײַבט זיך מיט צוויי יודן.

ייד. יידיש. יינגל. יינגער.

6.2 די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן

די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן זײַנען די אַפּאָסטראָפן וואָס קומען אָנווײַזן אויפן פּאָסעסיוו (לאה′ס בלײַער. משה′ס בוך. דעם שוחט′ס חלף. דעם טאַטנ′ס וואָרט) און אויף די אָביעקטיווע בייגפאַלן (אַקוזאַטיוו און דאַטיוו) ביײַ נעמען (גערעדט מיט בתיה′ן. געזען שלמה′ן. אַ נײַע טענה צו גאָלדבערג′ן). אין דער טראַדיציאָנעלער וועלט נוצט מען בדרך כלל די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן קאָנסעקווענט. אין דער ליטעראַרישער וועלט נוצט מען זיי ניט (לאהס בלײַער. משהס בוך. דעם שוחטס חלף. דעם טאַטנס וואָרט; גערעדט מיט בתיהן. געזען שלמהן. אַ נײַע טענה צו גאָלדבערגן).

6.2.1 אָנווײַזונגען צו דער טראַדיציאָנעלער סיסטעם.

(א) אין דער טראַדיציאָנעלער סיסטעם דאַרף מען דעם אַפּאָסטראָף בײַ די אָביעקטיווע בייגפאַלן נוצן נאָר בײַ פּרט⸗נעמען, ניט בײַ אַנדערע סובסטאַנטיוון וואָס שטעלן מיט זיך פאָר מענטשן.

גערעדט מיט חיים⸗מאיר′ן. מיט סימע⸗לאה′ן. מיט גרינבערג′ן. אָבער: מיטן טאַטן. מיט דער מאַמען.

(ב) בײַ קאָנטראַקציעס שטעלט מען ניט קיין אַפּאָסטראָף.

אויפן. אונטערן. איבערן. לויטן. מיטן. נאָכן. פונעם.

(ג) מ′דאַרף ניט קיין „עטימאָלאָגישן אַפּאָסטראָף“ אויף אײַנצוטיילן ווערטער לויט זייער אָפּשטאַם; פונדעסטוועגן האַלט ער זיך אין חסידישן באַנוץ.

אַוועקגנבענען. גשמיותדיק. פאַרמסרן. רוחניותדיק. תכשיטל.

6.2.2 אָנווײַזונגען צו דער ליטעראַרישער סיסטעם.

(א) אַפילו אין די שטרענגערע נוסחאות פון דער ליטעראַרישער סיסטעם, נוצט מען די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן בײַ זעלטענע נעמען וואָס זײַנען דעם יידישן לייענער ניט באַקאַנט, אַשטייגער: טאָקיקאָ′ס בוך, גערעדט מיט טאָקיקאָ′ן, ווײַל „טאָקיקאָ“ איז ניט קיין באַקאַנטער נאָמען און אָן דעם אַפּאָסטראָף איז אָדער שווערער צו לייענען (טאָקיקאָס) אָדער מ׳קען אַרײַנפאַלן אין אַ טעות (היות ווי די אָביעקטיווע בייגפאַלן בײַ פּרט⸗נעמען זײַנען סײַ ווי ניט אָבליגאַטאָריש, קען מען ניט וויסן, אָן אַן אַפּאָסטראָף, צי דער נאָמען איז „טאָקיקאָ“ צי „טאָקיקאָן“).

(ב) גראַדע אין די ליטעראַרישע קרײַזן זײַנען דאָ וואָסאַמאָל מער סטודענטן וועמען טראַדיציאָנעלע יידישע נעמען זײַנען ניט באַקאַנט, און אין דער נײַער ליטעראַטור שרײַבט זין וואָסאַמאָל מער וועגן מענטשן וואָס געהערן ניט דער טראַדיציאָנעלער יידישער וועלט. וואו אַ ספק דאַרף מען דעם אַפּאָסטראָף שטעלן.

קומען מיט בלומע′ן ≠ קומען מיט בלומען. אַ בריוו פון פעלישיאַ′ן. עמאַ′ס ענטפער. דעקאַרט′ס פילאָסאָפיע. שלמה מוינע′ס (= שלמה בן מוינע) ≠ שלמה מוינעס (וואו דער פאַמיליע⸗נאָמען איז „מוינעס“).

7

אָרטאָגראַפישע רשימה


א

א.א. = און אַנדערע

א.א.וו. = און אַזוי ווײַטער

אָבזערוואַציע (אָבסערוואַציע)

אָבזערווירן (אָבסערווירן)

אָבעראַמאָל

א.ג. = אַזוי גערופענע(ר)

אגב (אַגב)

אַדאַנק

א.ד.ג. = און דאָס גלײַכן

א.ד.ט. = אויף דער טעמע

אַדרבא (אַדרבה)

אַהערצו

א.וו. = און ווײַטער(דיקע)

אַוואו

אויבערפלעכלעך

אויטאָמאָביל (אָטאָמאָביל)

אויסגעפינס

אויסדרוק

אויסדריקן

אויסנאַם

אויסערלעך

אויספּרואוון

אויספירלען

אויף

אויפאַמאָל

אויפלאַגע

אויפמערקזאַמקײַט

אויפן

אויפסנײַ

אויפריכטיק

אוממעגלעך

אוממעגלעכקײַט

אומעטום

אומפּאַרטייאיש

אומרואיק

אונגאַריש

אונגאַרן

אונדז

אונדזער

אונטערוועגנס

אונטערן

אונטערשייד

אוקראַינע (אוקראַאינע)

אוראייניקל

אוראַלט

אַזייגער

אָטאָ די (אָט אָ די)

אַטעאיזם

אָטעמען

איבעראַיאָר

איבעראַכטאָג

איבעראַנאַנד

איבערגענוג

איבערהויפּט

איבערמאָרגן

אידיי (אידעע)

אידייאיש (אידעאיש)

אײַ אײַ אײַ!

אייבערראַבינער (אויבערראַבינער)

אייגנאַרטיק

אייגנטלעך

איינאונאיינציק

איינגעוואוינט (איינגעוויינט)

אײַנדרוק

איינמאָל

אייערנעכטן

אייראָפּעאיש

אינאיינעם

אינגאַנצן

אינגיכן

אינדערוואָכן

אינדערלופטן

אינדערפרי

אינדרויסן

אין דר′ערד

אינהאַלט

אין יעדן פאַל

אינטואיציע

אינמיטן

אינעווייניק

אַכלל (הכלל)

אַכציקסטער = 80טער (\80סטער)

אַכצנטער (אַכצעטער) = 18טער

אַלדאָסבייז (אַלדאָס בייז)

אַלדאָסגוטס (אַלדאָס גוטס)

אַלס (אַלץ)

אַלעמאָל

אַלעמערשטן

אַלערליי

אַלערלייאיקע

אַלץ

אַלצאיינס

אַמאָל

אַמבעסטן

אַמערנסטן

אַמערסטנס

אָנגענעם (אײַנגענאַם)

א.נ. = אויפן נאָמען (פון)

אַנדערש

אָנהייב

אָנהייבן

אַנטלײַאונג

אַנטשולדיקן זיך

אַניט (אַנישט)

אָנערקענונג (אַנערקענונג)

אָנערקענען (אַנערקענען)

אָנשטאָט (אַנשטאָט)

אָנשטענדיק

אַסאָציאירט

אַפּנים

אַפּשיטא

אָפטמאָל

אַפריער

אָקט. = אָקטאָבער

אַקיצור (הקיצור)

אַראַמיש (אַראַמעאיש)

אַרבעטער

אָרגאַניזאַציע

אַרויסציען

אַרויסרייד (אַרויסרעד)

אַרכעאיזם

אַרכעאיש

אַשטייגער


בּ

ב. = באַנד

באַאומרואיקן

באַאײַנפלוסן

באַדײַט (באַטײַט)

באַדײַטונג (באַטײַטונג)

באַדײַטן (באַטײַטן)

באַוואונדערן

באַוואוסטזיניק

באַוואוסטזיניקײַט

באָיקאָט

באַלעבאַטיש

באַלענאָס

באָלשאָי

באַנוצן

באַן⸗סטאַנציע

באַציאונג

באַצײַטנס

באַציען

באַרואיקן

באַשאַפונג

בב. = בענד

בוים (רבים: ביימער)

ביזן

בײַטאָג

בײַנאַכט

ביכער פאַרלאַג (ביכער⸗פאַרלאַג)

בלוי (בלאָ)

בלויאינקע (גלאָאינקע)

בליען

בסודותדיק

בעדואינער

בעל מלאכה, בעל שם = בעל⸗מלאכה, בעל⸗שם א.א.וו.

בפירושדיק

בראָנז (בראָנדז)

בראָנפן (בראַנפן)

בראשיתדיק


ג

גאָרנישט (גאָרניט)

גאָרנישניט (גאָרניטניט)

גבורהשאַפט

גוואַלד (געוואַלד)

גוייש (גויאיש)

גויים (גוים)

גזלענען (גזלען)

גייאיק

גיין אינפיניטיוו (מיר, זיי: גייען)

גלויבן סובסטאַנטיוו

גליאיק

גלייבן (גלויבן) ווערב

גלייכבאַרעכטיקט

גלײַכצײַטיק

גנבענען

געבוירן (געבאָרן)

געבוירנטאָג (געבאָרנטאָג)

געבורטסטאָג

געוואוינהײַט

געוואויר (געוואָר)

געוואונטשן

געוואַקסן

געוויינלעך (געוויינטלעך)

געווען (געוועזן)

געטאָן (געטון)

גענדזנפיסלעך

געשוואוירן (געשוואָרן)

געשריען (געשריגן)

גראַדע (גראָד)

גרוי (גראָ)

גרויאינקע (גראָאינקע)

גרוס

גריסן


ד

ד′ אמות (דלד אמות)

דאגהנען (דאגהן)

דאַוונען (דאַווענען)

דאַכטן (דוכטן)

דאָלאַר (דאָלער)

דאָנערשטיק

דאָקטער (דאָקטאָר)

ד.ה. = דאָס הייסט

דוגמא (רבים: דזגמאות, דוגמות)

דור

דורותדיק

דורכאויס

דורכן

דורשטיק (דאָרשטיק)

דײַטש (די שפּראַך)

דײַטשיש אַדיעקטיוו = דײַטש (אין אַ דײַטש(יש)ער שטאָט, די דײַטש(יש)ע ליטעראַטור)

דינסטיק

דעמאָלט (דעמלט, יעמאָלט, דאַמאָלס, דאַמאָלסט, דענסטמאָל, דענצמאָל)

דעצ. = דעצעמבער

דערהרגענען

דערווײַל (דערווײַלע)

דערוויילן

דערלויבעניש

דערלייגן

דערמאָנען (דערמאַנען)

דערנענטערן (דערנעענטערן)

דערפאָלג

דערפילן

דערפינדונג

דערציאונג

דערציען

דערשיטערן

דערשײַנען

ד.צ.וו. = דאָס ציטירטע ווערק

ד״ר (דר.)

דרוקפעלער

דרײַסיקסטער = 30טער (30סטער)

דרײַצנטער (דרײַצעטער) = 13טער

דרשענען (דרשען)


ה

האַלדז

האַנטשריפט

האַרצווייטיק

האַרצקלעמעניש

האַיאָר (היי⸗יאָר)

הלכהש

העברעאיזם

העברעאיסט

העברעאיש

העראָאיש


וו

וואו

וואואַהין

וואוהין

וואויל

וואוילגעלערנט

וואוילטאָג

וואוילטעטיק

וואוילער יונג

וואוינען

וואולקאַן

וואונד

וואונדער

וואונדערלעך

וואונטש

וואונק

וואוקס

וואָסאַמאָל

וואָס פאַראַ (וואָס פאַר אַ)

וואָרענען

וויבאַלד

ווידעראַמאָל

ווייטיק

ווינטשן

וויפל (וויפיל)

וועכנטלעך

וועמענס

ועד הרבנים


ז

ז. = זײַט

זאַלבענאַנד

זאַלבעפערט

זאַלבעצווייט

זומערפייגעלע

זונטיק

זז. = זײַטן

זיבעציקסטער = 70טער (70סטער)

זיבעצנטער (זיבעצעמער) = 17טער

זייגערמאַכער

זײַט (זענט)

זײַנען (זענען)

זעאונג

זעכציקסטער = 60טער (60סטער)

זעכצנטער (זעכצעטער) = 16טער

זעלבסטפאַרשטענדלעך

זעלבשטענדיק

זען אינפיניטיוו (מיר, זיי: זעען)

זענט (זײַט)

זענען (זײַנען)

זשאַנער (רבים: זשאַנרען, זשאַנערס)


ח

חודשלעך

חסרון (רבים: חסרונות)

חתמענען (התמען)


ט

טאָגבוך

טאָלסטאָי

טאָן (טון)

טואונג

טויאיק

טיילמאָל


י

יאָ (יע)

יאַנ. = יאַנואַר

יאַרמולקע (יאַרמלקע)

יאָרצײַט

י.ה. = יאָרהונדערט

יונגערמאַן

יונגעלײַט

יחוס

ייד (איד)

יידיש (אידיש)

יידישקײַט (אידישקײַט)

יינגל (אינגל)

יישר כח (ש׳כח)

יסודותדיק

יראת הכבוד

ישוב


כּ

כהן

כח (כוח)

כוחות


ל

לאַטיין

לאָיאַל

ליטע (ליטא)

לייענען


מ

מ׳ (מען, מע)

מאַי

מאַיאיק

מאַכאַרײַקע (מאַכערײַקע)

מאָנטיק (מאָנטאָג)

מדבר

מ.ה.ד. = מיטל⸗הויך⸗דײַטש

מוז⸗זאַך

מח (מוח)

מוחות

מוצאי שבת

מזרח

מזרח יידיש

מיטאַמאָל

מימיק (מיטאָג)

מיטן

מיספאַרשטענדעניש

מלחמה

מנחה

מסחר

מענלעך

מעגלעכקײַט

מענטש

מענטשלעכקײַט

מעסיק

מערב יידיש

מערץ

מצווה

מקור (רבים: מקורות, מקורים)

מר. = מיסטער

מרס. = מיסעס

מ׳שטיינס געזאָגט (מישטיינס געזאָגט)

משפּחה

משפּט


נ

נ. = נומער

נאַאיוו

נאָכאַמאָל

נאָוו = נאָוועמבער

נאָך אַלעמען (נאָכאַלעמען)

נאָכאַנאַנד

נאָכמיטיק (נאָכמיטאָג)

נאָענט (נאָנט)

נאָר

נבזה

נ.ה.ד. = ניי⸗הויך⸗דײַטש

נוציק

נוצן (ניצן) ווערב

נוצן (נוץ) סובסטאַנטיוו

נ.י. = ניו⸗יאָרק

נ″י = גרו יאיר

ניט (נישט)

נייטיק (נויטיק)

נײַ⸗יאָר

נײַנציקסטער = 90טער (90סטער)

נײַנצנטער (נײַנצעטער) = 19טער

נײַעס (נײַס)

ניצלעך

נישט (ניט)

ננ. = נומערן

נסתר

נעענטער (נענטער)


ס

ס′ (עס, סע)

סואוואַלק

סואווענער

סײַ ווי סײַ

סעפּט. = סעפּטעמבער


ע

עלטערבאָבע

עלטערזיידע

עלף

עלפטער = 11טער

עמעצער (אימיצער)

ענטפער

עסייאיסט

עקזיסטירן (עקסיסטירן)

עקזיסטענץ (עקסיסטענץ)

ערב יום⸗סוב

ערנסט


פּ

פּארטייאיש

פּויפּסט (פּויפּס)

פּיאָנער

פּלוצעם (פּלוצים)

פּנחס

פּנקס

פּראָזאַאיקער

פּראָפ. = פּראָפעסאָר

פּרואוו

פּרואוואונג

פּרואוון


פ

פאָלגנדיק

פאָלקסטימלעך

פאַלש

פאַראַ (פאַר אַ)

פאַראַיאָרן

פאַראיין

פאַראייניקט

פאַראיינוועגס

פאַראַכטאָגן

פאַראַנטוואָרטלעך

פאַראַנטוואָרטלעכקײַט

פאַרדרוס (פאַרדראָס)

פאַרדריסלעך

פאָרהאַנג

פאַרוואונדן

פאַרוואָס

פאָראויס (פאָרויס)

פאָרט

פאַרטאָג

פאַרלוירן (פאַרלאָרן)

פאָרלייענען

פאָרם (רבים: פאָרמען)

פאָרמע (רבים: פאָרמעס, פאָרמען)

פאַרנאַכט

פאַרסכהכלען

פאַרענטפערן זיך

פאַרצײַטנס

פאַרשוואונדן ווערן

פאַרשווינדן

פאָרשטעלן

פאַרשיידענע (פאַרשידענע)

פאָרשלאַג

פאָרשלאָגן

פאָרשן

פאַרשעמט

פגל. = פאַרגלײַך, פאַרגלײַכן

פון דאַנעט (פון דאַנען)

פון וואַנעט (פון וואַנען)

פונדעסטוועגן

פופציקסטער = 50טער (50סטער)

פופצנטער (פופצעטער) = 15טער

פײַנט (פײַנד) סובסטאַנטיוו

פײַנט האָבן

פײַנטשאַפט (פײַנדשאַפט)

פילאָסאָף (פילאָזאָף)

פילאָזאָפיע (פילאָסאָפיע)

פינף

פינפטער = 5טער

פינצטער

פעאיק

פעאיקײַט

פעב. = פעברואַר

פעלז (פעלדז)

פענצטער

פערטער = 4טער

פערציקסטער = 40טער (40סטער)

פערצנטער (פערצעטער) = 14טער

פראַנצייזיש (פראַנצויזיש)

פריאיק

פרײַטיק

פרײַנט „קרוב“

פרײַנד (פרײַנט) „חבר“

פרײַנטשאַפט (פרײַנדשאַפט) „חברשאַפט“

פרײַנטלעך (פרײַנדלעך)

פריער


צ

צ.ב. = צום בײַשפּיל

צואוואַקסן

צואוואוקס

צו גאַסט

צוואַנציק

צוואַנציקסטער = 20טער (20סטער)

צווישן

צוועלף

צוועלפטער = 12טער

צוים (צאַם)

צוניץ קומען

צוערשט

צופאַל

צופיל

צוציאיק

צוציענדיק

צורו

צוריק

צוריקגערעדט

צוריקגעשמועסט

צוריקוועגס

צורעכטמאַכן

צושטאַנד

צענדליק

צפון יידיש


ק

קאָפּדרייעניש

קאָפּווייטיק

קוים (קאַם)

קולטור אָוונט (קולטור⸗אָוונט)

קולטור געשיכטע (קולטור⸗געשיכטע)

קולטור פאַרבאַנד (קולטור⸗פאַרבאַנד)

קולטור קאָנגרעס (קולטור⸗קאָנגרעס)

קומעדיק (קומענדיק)

קײַלעכדיק (קיילעכיק)

קיינמאָל

קינדערגאָרטן

קלײַבן

קנאה

קעגנאיבער

קעניג (קיניג)

קענען (קאָנען)

קרובהשאַפט


ר

ראָל (ראָלע)

ראַנדעוואו

רואינירן

רואיק

רייכערן (רויכערן)

רײַזע

רעד. = רעדאַקטאָר, רעדאַקטאָרן, רעדאַגירט

רעדן (ריידן)

רעפאָרם


ש

שאַנדע (שאַנד)

שבת צו נאַכט (שבתע⸗נאַכט)

שול

שטאַנדפּונקט

שטאָק

שטייאיק

שייכותדיק

שיק⸗יינגל

שנייאיק

שעה (רבים: שעהן)

שעפערישקײַט

שקיעהדיק

שרײַבמאַשינקע


שׂ

שמחה

שנאה

שריפה


תּ

תהלים (תהילים)

תמעוואַטע

תשעה⸗באב


Digitized by Andrey Rozenberg

Comments are closed.