One of Yivo’s Artistic ‘Boy-Fond’ (Building Fund) Donor Cards (84)


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן פ″ד (84) 

דעם ווילנער ייוואָס שיינער „בוי⸗פאָנד“ קאַרטל פאַר די אונטערשטיצער, מיטן מערקווערדיקן קונסטווערק פון אומע אָלקעניצקי

  דאָס איז דער שיינער „בוי⸗פאָנד“ קאַרטל (אַ ניט⸗גענוצטער „ריינער“ עקזעמפּלאַר מיטן פּערפאָרירטן אינפאָרמאַציע בלאַנקל („נאָמען און פאַמיליע“, „לאַנד“, „שטאָט“) נאָך גאַנץ (די פּערפאָראַציע איז ניט איבערגעריסטן). פונעם טעקסט ווערט קלאָר אַז די אַקציע אויף שטיצונג איז אויפגעפירט ווערן לכבוד דעם פינף⸗יאָריקן יובל פון דער אויפשטעלונג פונעם אָרגאַניזיר⸗קאָמיטעט (אין 1924 \ 1925) וואָס האָט בעצם געשאַפן דעם ייוואָ, אַזוי אַרום אַז מ′קען דרינגען אַז דאָס קאַרטל איז דערשינען בערך אין 1929 \ 1930. צודערצו ווערט בפירוש דערמאָנט אַז די פינף יאָר לאָזן זיך אויס מיט דער אויפשטעלונג פונעם גרונטשטיין. הייסט דאָס, אַז דאָס איז געווען דער פאָנד טאַקע אויף אויסבויען דעם נײַעם ספּעציפישן בנין פון ייוואָ אויף וויוואולסקי 18 (דער אינסטיטוט האָט נאָך געאַרבעט פון פּאָהולאַנקע 18, דער בנין וועמענס הײַנטיקער אַדרעס איז באַסאַנאַוויטשוס 20 — אַוואוהין ער האָט זיך אין די מיטן צוואַנציקער יאָרן אַריבערגעצויגן פון מאַקס ווײַנרײַכס שכנותדיקער דירה אויף גרויס פּאָהולאַנקע 14, וואָס איז הײַנט באַסאַנאַוויטשוס 16).

  דאָס קאַרטל איז אַ מתנה אונדזער מוזייעלע פון פיראַ בראַמסאָן ע″ה (עספיר בראָמסאָנאַיטע אַלפּערניענע, 1924 – 2016), די גרינדערין און לאַנגיאָריקע דירעקטאָרשע פון דער יידישער אָפּטיילונג פון דער נאַציאָנאַלער ליטווישער יידישער ביבליאָטעק.

  וואָס איז דער באַדײַט פון גרויסן ציפער „10“ מיט דער פאַרקירצונג „פר.“ (ביידע אין גרינעם קאָליר)? מיר ווייסן ניט. אַ סברא: ס′קען הייסן אַז דאָס איז טײַטש „צען פראַנק“ און אַז אָט די סעריע קאַרטלעך איז אויסן געווען די פרײַנד פון דער ייוואָ אין פראַנקרײַך צי שווײַץ  — דאָס הייסט, אַז ס′קאַרטל ווערט געגעבן די וואָס האָבן בײַגעשטײַערט צען פראַנק פאַרן ייוואָס בוי⸗פאָנד? צריך עיון.

  מיר זעען אונטן רעכטס דעם נאָמען פון דער קינסטלערין: אומע אָלקעניצקי. איר מאָדערניסטישע שאַפונג ציט אַ בפירושדיקע שעפערישע יניקה פון דער לאַנגאָניקער יידישער קונסט פון מיקראָגראַפיע, די אײַנגלידערונג פון אותיות און טעקסט אין קונסטווערק, וואָס איז געוואָרן אַן אָנגעזעענע קאַטעגאָריע פון קאַליגראַמען. אפשר קענען לייענער און קאָלעגן איבערגעבן וועגן דער קינסטלערינס ביאָגראַפיע און אַנדערע ווערק, וואָס מיר וועלן דאָ גערן ברענגען, ווי תמיד, מיטן געהעריקן בשם אמרו.

  אָט איז דער עקספּאָנאַט מיט אַ ווירע, בכדי אָנווײַזן אויף זײַן גרייס:

 

 ◊

  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דאָנערשטיק, פינף⸗און⸗צוואַנציק טעג אין תשרי תשפ″ג \ דעם 20טן אָקטאָבער 2022

Comments are closed.