Oct. 1934 Vilna Yiddish Young People’s Magazine Brings News of Workmen’s Circle’s Yiddish School in Atlanta

by Dovid Katz                                Index in English


 (72) ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″ב

שלמה באָסטאָמסקיס ווילנער יוגנט⸗זשורנאַל „דער חבר“ ברענגט אַ גרוס פון אַרבעטער רינג שול אין אַטלאַנטאַ (אָקט. 1934)


  דאָס איז נומער 8 (כוללדיקער: 48) פון שלמה באָסטאָמסקיס באַליבטן ווילנער „חודש⸗זשורנאַל פאַר עלטערע קינדער אן יוגנט“.

  אויף דער הילע פונעם נומער (אָקטאָבער 1934) איז דאָ אַ בילד אַ גרופּע שילער מיט זייער לערער מיט אָט וועלכער אויפשריפט: „אַרבעטער רינג שול אין אַטלאַנטאַ מיטן לערער ל. דאָרין (פאַראייניקטע שטאַטן, אַמעריקע)“. דערנאָך גייט מיט קלענערער שריפט אָט אַזאַ מין וואונדער⸗מעשה פון דער גאָלדענער מדינה, פאַר די ווילנער יידישע יוגנטלעכע וואָס לייענען דעם זשורנאַל: „די שול פאַרמאָגט אַן אייגענעם אַווטאָבוס, וועלכער ברענגט די קינדער אין שול און פירט זיי אָפּ אַהיים“.

  צי קענען די פרײַנד פון אונדזער מוזייעלע אפשר העלפן מיטן אידענטיפיצירן יחידים אויפן בילד?

  אין אָט דעם שיינעם נומער פונעם זשורנאַלטשיק טרעפט מען די מעשהלע „בערעלע תם“, פון צבי⸗הירש טאַרלאָווסקי; ס′איז אַ קאָנדענסירטע עקסקורסיע אינעם אינערלעך⸗פּסיכישן לעבן פון אַ שילער און די פּראָבלעמען וואָס וואַקסן פון זײַן גײַסטיקער איינזאַמקײַט. די מאַמע איז בײַ אים יונגערהייט געשטאָרבן, דער טאַטע איז אַ קנאַפּער פאַרדינער, ער געפינט טרייסט בײַם חברן זיך גראַדע מיט יינגערע קינדער, און איז גלאַט אַ זעלטענער שווײַגער.

  פאַראַן אין דעם נומער אַ ליד, „האַרבסט“ פון יוסף הלל לעווי (1891 – 1955), דעמאָלט אַ תושב אין מינכען (ער איז אין 1939 אַריבער אין לאָנדאָן וואו ער איז געווען אַ באַקאַנטע ליטעראַרישע פיגור אין די „לשון און לעבן“ קרײַזן אַרום א.נ. שטענצל).

  אין נומער גייט דער גאַנצער טעקסט פון חיים⸗נחמן ביאַליקס פּאָעמע „אין שחיטה שטאָט“ (באַקאַנט אין העברעאישן נוסח א.נ. „בעיר ההריגה“). דאָס איז געווען טאַקע צום אָנדענק פון ביאַליקן וועלכער איז געשטאָרבן מיט עטלעכע חדשים פאַר דעם, אין יולי 1934.

  פון לייב אָליציקי (1894 – 1975) איז דאָ אַ  מ ש ל, „צוויי בלײַפעדערס“, צוגעשיקט פון אָטוואָצק אין פּוילן.

  פון מינסק איז צוגעשיקט אַ ליד „יונגע טעכניקער“ פון משה טײַף (1904 – 1966).

  פאַראַן נאָך איבערזעצונגען אויף יידיש פון דער וועלט ליטעראטור, און בריוו פון לייענער, בתוכם לערער און תלמידים, פון איבער גאָר דער וועלט. פון ריאָ דע זשאַנעראָ שרײַבט מען אַז ס′איז ניט געלונגען ווידער עפענען די שלום⸗עליכם שול. ענטפערט דערויף דער רעדאַקטאָר: „די פרײַנד פון ריאָ טאָרן זיך ניט באַרואיקן, די שלום⸗עליכם שול מוז ווײַטער געעפנט ווערן“. עס זײַנען דאָ ידיעות וועגן יידישע שולן פון קאָלאָניסטן אין פּראָווינץ טשאַקאָ פון אַרגענטינע, פון טשענסטאָכאָוו אין פּוילן, און וועגן אַ באַזוך פון קאָוונער יידישע לערער אין דער שווייץ.

  אויפן לעצטן זײַטל (זע פאַקסימילע, אונטן) זעט מען די רשימה ביכער און זשורנאַלן אָנגעקומענע אין דער רעדאַקציע אין משך פון פאַרגאַנגענעם  ח ו ד ש (רעכטע קאָלאָנקע). ביז גאָר באַלערעוודיק בנוגע די ברייטערע יידישע האָריזאָנטן פון די וועלטלעכע יידישע שולן אין ווילנע (מען וואָלט דעמאָלט אין ווילנע געזאָגט: די יידישיסטישע שולן) זײַנען די פינף רעטעניש פראַגעס (לינקע קאָלאָנקע, פון אויבן). פון די פראַגעס וועגן יידישן פוטבאָל, יידישע אַרטיסטן, קאָמפּאָזיטאָרן, אַרבעטער טוער און  ד ר ו ק ע ר ײַ ע ן  קען מען כאַפּן אַ בליק אויפן ברייטערן פאַרנעם פון די יידיש וועלטלעכע שולן אין די מיטן דרײַסיקער יאָרן. 

  דער רעדאַקטאָר פונעם „חבר“, שלמה באָסטאָמסקי איז געווען איינער פון די סאַמע בויער פון דער מאָדערנער יידישער שול מיט אַ שלל דערגרייכונגען אָנהייבנדיק פון די יאָרן פון דער ערשטער וועלט מלחמה און ביז זײַן אַוועקגיין פון דער וועלט. דער גורל זײַנער איז געווען, ער איז נפטר געוואָרן דעם 5טן מערץ 1941, עטלעכע חדשים פאַרן נאַצישן אַרײַנמאַרש אין ווילנע.



  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זונטיק, דרײַ טעג אין אב תשע″ט \ דעם 4טן אויגוסט 2019

Comments are closed.