1930s Vilna Family Sends Photo to Relatives Abroad with Message: “Don’t forget us!” (71)

by Dovid Katz                                Index in English


  (71) ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″א

אַ משפּחה ווילנער לאָזט זיך פאָטאָגראַפירן אויפן פּראָספּעקט מיט אַ רוף צו די אַרויסגעפאָרענע קרובים:

 „פאַרגעסט אונדז ניט!“


   דאָס איז אַ פאָטאָגראַפיע (בערך 6.4 אויף 8.6 צענטימעטער) וואָס האָט זיך אָפּגעזוכט אין ארץ ישראל, פון אַ משפּחה אין ווילנע, אַ סברא אין די מיטן צי שפּעטע דרײַסיקער יאָרן. ס′זעען זיך פינף מענטשן וואָס שטייען פאַרן פאָטאָגראַף אויפן הויפּט פּראָספּעקט אין ווילנע (פון הינטן זעט מען דעם קאַטעדראַל, אַזוי אַז מ′קען בפירוש פיקסירן דאָס אָרט פּינקטלעך אַוואו זיי שטייען). אָט דער צענטראַלער בולוואַר האָט זיך אָנגערופן צווישן די מלחמות: „מיצקעוויטשאַ“ (צי: „מיצקעוויטש גאַס“); בײַ טייל עלטערע מענטשן דעמאָלט האָט זיך נאָך אויפגעהיט דער לכתחילהדיקער נאָמען „גיאָרגעווסקי“ (דעם בולוואַר האָט די צאַרישע מאַכט אויסגעבויט ערשט אין נײַנצעטן יאָרהונדערט). לאַנגע יאָרן אין די סאָוועטישע צײַטן נאָך דער מלחמה האָט זיך די הויפּט⸗גאַס גערופן: „לענינאַ“. אין דער אומאָפּהענגיקער ליטע הייסט עס „געדימינאָ“ אויפן נאָמען פון ליטווישן גרויס⸗פירשט געדימין (געדימינאַס) וועלכער האָט לכאורה מיסד געווען די שטאָט בערך אין 1323. אַפּנים אין אַלע צײַטן האָט געגאָלטן פון קיצור⸗וועגן סתם: „אויפן פּראָספּעקט“.

   אויף דער אַנדערער זײַט שטייט געשריבן:

פערגעסט אונז ניט!

א גרוס פֿון מיצקעוויצא″ 

   פון דער אָרטאָגראַפע איז צום דרינגען אַז דאָס זײַנען יידן ניט פון די „יידישיסטישע קרײַזן“ אין שטאָט, נאָר פונדעסטוועגן יידן בײַ וועמען יידיש איז די נאַטירלעכע שפּראַך אויף שריפטלעכע קאָמוניקאַציעס אין אַ משפּחה. פונעם אויסקלײַב פונעם אָרט קען מען דרינגען, פאַרשטייט זיך אָפּגעהיטערהייט, אַז דאָס זײַנען וועלטלעכע יידן וואָס שפּירן זיך שטאָלץ מיט די אַלגעמיינע שטאָטישע סימבאָלן, לאו דווקא די ספּעציפיש יידישע. פון דער באַקליידונג זעט אויס אַז דאָס זײַנען מענטשן פון מיטלשטאַנד צי העכער.

   אפשר וועט עמעצער פון די באַזוכער אין אונדזער מוזייעלע עמעצען אויפן בילד דערקענען און געבן צו וויסן, ווער דאָס זײַנען, און וואָס איז געווען דער גורל פון אָטאָ די פינף ווילנער יידן. מן הסתם, צום באַדויערן, זײַנען זיי אומגעקומען אָטאָ דאָרטן, אַוואו שיער ניט אַלע ווילנער יידן. . .


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • פרטיק, פינף טעג אין שבט תשע″ט \ דעם 11טן יאַנואַר 2019

Comments are closed.